אַ טראַגיקאַמעדיע אין צװײ אַקטן
די פֿאַרשױנען:
דאָקטאָר הערצל
דאָקטאָר נאָרדױ }־ נעט
דאָקטאָר מאַנדעלשטאַם
אחד־ הע ם
ד ובנאַװ ― קאָנסולטאַנטן
אוסישקין
ס וּװואַָריז ― אַ פֿעלדשער
רב עקיבֿא. ― אַרב פֿון פּאָלטאַװע, אַ מומחה אױף אָפּשפּרעכן אַ גוט אױג
קרושעװאַן ־ אַ מאַסאַזשיסט
ישׂראָליק ― אַ חולה מסוכּן
ײַק"אַ ― ישׂראָליקס אַ װײַטע נאָר אַ רײַכע קרובֿה
פּרע סע ― אַ דינסטמױד
ייִדן און װײַבער, בחורים און מײדלעך, ישׂראָליקס משפּחה,
עורשטעו אַקט
ישׂראָליק דער חולה ליגט אױף אַ בעטל אײַנגעהילט אין שמאַטעס;
דאָס פּנים איז בלאָס; די באַקן אײַנגעפֿאַלן; צװײ דאַרע טרוקענע
הענט ליגן אױסגעצױגן װױ בײַ אַ מת, און נאָר די גרױסע שװאַרצע
גלאַנצנדיקע אױגן זאָגן עדות אַז ער לעבט נאָך. ― בײַם בעטל
זיצן אַלע דרײַ פּראָפֿעסאָרן שטאַרק פֿאַרטיפֿט אין מחשבֿות. ―
אַ ביסעלע װײַטער זיצן די דרײַ קאָנסולטאַנטן. ― נאָך װוײַטער ―
דער פֿעלדשער מיטן מאַסאַזשיסט, מיטן גוטן פֿרײַנד. ― בײַ דער
זײַט, אין אײנע צרות, שטײט דאָס גאַנצע געזינדל, די משפּחה
פֿונעם קראַנקן ישׂראָליק, און גאַנץ אױבךאָן די רײַכע קרובֿה.
74
דאָקטאָר הערצל: געערטע קאָלעגן! איך האָב אײַך צונױפֿגערופֿן אַהער
אױף דעם קאָנסוליום צום דאָזיקן חולה מסוכּן, בכדי מיר זאָלן אַלע צוזאַמען
באַטראַכטן דאָס חולאת און צוקלערן עפּעס אַ מיטל אױף צו ראַטעװען נעבעך דעם
קראַנקן, געפֿערלעך קראַנקן ישׂראָליק. מײן קאָלעגע פּראָפֿעסאָר נאָרדױי װעט
אײַך באַקענען מיטן פֿקורריקולום מאָרבי", מיט דער ביאָגראַפֿיע פֿונעם חולה,
און ער װעט אײַך קלאָר מאַכן, אױיסמאָלן די לאַגע. אין קורצן קאָן איך אײַך נאָר
זאָגן אױף אונדזער לשון פֿון דאָקטױרים: ,פּראָגנאָזיס מאָלאָ“ דאָס הײסט די
לאַגע איז ביטער, די לאַגע איז טרױעריק!
דאָקטאָר נאַָרדױ: מײַן קאָלעגע הערצל האָט געזאָגט: ,פּראָגנאָזיס מאָלאָ?
די לאַגע איז טרױעריק: איך װעל זאָגן: , פּראָגנאָזיס פּעסימאָ? ― די לאַגע איז
שרעקלעך! אַן אַלטע, אַ פֿאַרלאָזטע קרענק! װאָס װײַטער אַלץ ערגער! איר
באַטראַכט נאָר דעם חולה װאָס ליגט פֿאַר אונדז. קוקט אָן אַ ,האַביטוס", אַ סנאַסט
פֿון אַ מענטשן ― הױט און בײנער! קײן אײנציקער אבֿר אַ גאַנצער! קײן שטיקל
אָרט, װאָס זאָל זײַן געזונט! אײן גאָט ױיסט אױף װאָס די נשמה האַלט זיך!
אַ האַלבער מת!ּ
ישׂראָליק: )ציט אס אַ לאַנגן קרעכץ( אױױ־ױ־ױ!
די משפּחה: )ברעכט די הענט( אנא ה, הושיעה נאָ ― גאָט זאָל אים העלפֿן!
דאָקטאָר נאָרדױ: איך בין ברוך־השם דאָקטאָר ניט דאָס ערשטע יאָר, איך
האָב שױן איבערגעזען אױף מײן לעבן אַלערלײ פּאַציענטן מיט פֿאַרשידענע
שלאַפֿקײטן, ― אַזאַ מין חולה האָב איך נאָך ניט געזען, און איך האָב מורא, אַז
אױך איר האָט צו טאָן מיט אַ בר־מינן, מיט אַ מת, נאָר אַז איר נעמט אים רעכט
באַטראַכטן, זעט איר אַז דאָס איז אַ לעבעדיקער קערפּער מיט אַלע סימנים, נאָר
שטאַרק אױסגעמוטשעט, מוראדיק אָפּגעשװאַכט און שרעקלעך פֿאַרדאָרבן. עס
איז באמת צו באַװוּנדערן די חידושים פֿון דער נאַטור, פֿון װאַנען לעבט אָט אַזאַ
מין נפֿש? און װאָס פֿאַר אַ כּוה האַלט אים אױף דער ערד? עפּעס טאַקע נאָר
זכות־אָבֿות מידן זיך פֿאַר אים, בכדי ער זאָל לעבן אױף דער ועלט, אַז אֶך און
אַז װײ איז צו זײַן לעבן! )די משפּחה איז אױסער זיך, האַלט זיך שטאָלץ מיט
דעם, װאָס אַזאַ באַרימטער פּראָפֿעסאָר ױ נאָרדױי לױיבט דעם קראַנקן: דער
קראַנקער קרעכצט(,
דאָקטאָר מאַנדעלשטאַם: זײַן לעבף פֿרעגט מיך, איך בין באַקאַנט מיט
אים אַ סך פֿריִער פֿון מײַנע קאָלעגן, איך קען אים פֿון דער הײם. אױף אַלע
אונדזערע שׂונאים געזאָגט געװאָרן אַזאַ לעבן! דאָס װאָס ער האַלט זיך נאָך ―
75
האָט ער צו פֿאַרדאַנקען ניט אַזױ דעם קערפּער זײַנעם, װי דעם גײסט, ער האָט
בירושה, פֿאַרשטײט איר מיך, זײער אַ געזונטן, אַ רײַכן גײַסט; און דאָס װאָס
אונדזער לאַטײַניש שפּריכװאָרט זאָגט ,מענס סאַנאַ אין קאָרפּאָרע סאַנאַ", דאָס
הײסט אַז אַ געזונטע נשמה קאָן זײַן נאָר אין אַ געזונטן גוף, האָט זיך אַ פּנים
גענומען דער דאָזיקער קראַנקער ישׂראָליק אָפּלײיקענען. איר חידושט זיך װאָס
ער זעט אַזױ שלעכט אױס? פֿון װינציק לופֿט, מיַנע קאָלעגן, פֿון שלעכט געגעסן,
פֿון שטענדיק זיצן אױף אײן אָרט, אין ענגשאַפֿט, אין שמוץ, אָן אַ שום באַועגונג,
עפֿנט דאָס פֿענצטער! לאָזט אים כאַפּן דעם אָטעם! גיט אים עסן! שטאַרקט אים!
קרעפֿטיקט אים!
ישׂראָליק: )ציט אױס אַ לאַנגן קרעכץ( אױיױ־ױיױ!
די משפּחה: )ברעכט די הענט( אנא ה, הושיעה נא ― גאָט זאָל אים העלפֿן!
דאָקטאָר הערצל: אַלאָ, האָב איך מיך באַקענט מיט די אַלע מיטלען און
רפֿווּת, װאָס מען האָט אים געגעבן ביז אַהער, איך האָב דורכגעקוקט אַלע
רעצעפּטן, װאָס פֿאַרשידענע דאָקטױרים האָבן אים פֿאַרשריבן אין דער גאַנצער
צײַט פֿון זיַן לאַנגער קרענק און מוז אײַך זאָגן, מײנע קאָלעגן, אַז די אַלע
מעדיקאַמענטן זענען אַרױסגעװאָרפֿן. צוװישן די רפֿווּת האָב איך געפֿונען אַ היבשע
דאָזע ,הערבע אַרגענטיצע", אַזאַ מין גראָז פֿון אַרגענטינע. , אַצידי בראַזיליצל?,
אַ מין זױיערשטאָף פֿון בראַזיליע און , אונגװענטי אַססימיליאַטיצי?, אַ שמירעכץ
פֿון אַסימילאַציע... די אַלע מיטלען זענען שױן לאַנג אָבער אַרױס פֿון דער מאָדע,:
איך האָב געזוכט און האָב מיט גאָטס הילף געפֿונען דאָס רעכטע מיטל.;אַלט"
נײַלאַנד" האָב איך דאָס אַ נאָמען געגעבן, און אין דער מעדיצין איז דאָס
באַװוּסט מיטן נאָמען קאָ, אַלעאום ציוניסטיקום", איבערזעצן דאָס אױף פּראָסט, ױ
מען רעדט, הײסט דאָס ,ציוניזמוס". עס װערט צװישן עולם אַ גערודער ― עס
לאָזן זיך הערן די װערטער:?ציוניזמוס"! ,ציוניזם"! ,ציון"!;ציון"! די משפּחה
איז אױסער זיך פֿון התפּעלות(.
אחד־העם: ציניזם? ציון?.. האָט קײן פֿאַראיבל ניט, מײַנע הערן װאָס איך
מיש מיך אַרײַן צװישן אַזעלכע גרױסע און באַרימטע פּראָפֿעסאָרן. דער אמת אָבער
איז נאָך גרעסער פֿון אַלץ, איך זע דער עולם איז דאָ שטאַרק נתפּעל געװאָרן
טאָמער װײסט איר װאָס פֿאַר אַ נײַעס האָט דאָ אױפֿגעטאָן דער פּראָפֿעסאָר הערצל?
מיר דאַכט, אַז דאָס זעלבע מיטל האָט רעקאָמענדירט נאָך מיט אַכצן יאָר צוריק
דער פּראָפֿעסאָר פּינסקער עליו־השלום. דעמאָלט האָט דאָס נאָר געהאַט אַן אַנדער
נאָמען: , פּאַלעסטינאַ", ,ארץײשׂראל", הײַנט האָט מען דאָס געבענטשט מיט אַ
76
ניַעם נאָמען , ציוניזם". איך מײן אָבער, אַז ניט דער נאָמען איז דער עיקר. אַלזאָ
האָט אונדז דער געערטער הער פּראָפֿעסאָר קײן נײַע אַמעריקע ניט אַנטדעקט.
)אַ גערודער אין קאָנסיליום(,
דאָקטאָר מאַנדעלשטאַם: ניטאָ קײן גרינגערע זאַך װי צו קריטיקירן
יענעמס מײנונג: זאָגן מבֿינות, יענעם איבערשפּאַרן ― דאָס איז אַ ייִדישע קרענק.
איר זאָגט ציוניזם טוג ניט, ציוניזם איז ניט קײן רפֿואה. אַלזאָ, לאָמיר האָרכן
פֿון אײַך אײַער רפֿואה,
אחד־העם: פּאַרדאָן! איך האָב ניט געזאָגט, אַז ציוניזם טױג ניט, אַז ציוניזם
איז ניט קײן רפֿואה. איך האָב נאָר געזאָגט, אַז דער פּראָפֿעסאָר הערצל האָט, נאָך
מײַן מײנונג, ניט אױפֿגעטאָן גאָרניט, דען ציוניזם איז אַן אַלט, זײער אַן אַלט מיטל,
כּמעט אין אײנע יאָרן מיטן חולה אַלין. ציוניזם איז באַװוּסט אין דער מעדיצין
שױן פֿון כּמה וכּמה יאָרן אונטער פֿאַרשידענע נעמען. מען האָט דעם חולה געקורירט
דערמיט שױן װיפֿל מאָל, נאָר עס גיט ניט קײן רעזולטאַטן דערפֿאַר, װײַל דאָס
חולאת איז זײער פֿאַרלאָזט און דער קערפּער פֿון דעם קראַנקן ישׂראָליק איז דערצו
נאָך ניט מסוגל. דאָס װאָס פּראָפֿעסאָר הערצל זאָגט, אַז ציוניזם און נאָר ציוניזם
איז דאָס אײנציקע מיטל, טוט ער דערמיט דעם קראַנקן אַ קלײנע טובֿה. בכדי דער
רעצעפּט ציוניזם זאָל האָבן אַ גוטע װירקונג, מוז מען פֿריִער צוגרײטן דעם חולה,
אײַנגעבן אים אַ היבשע דאָזע;נאַציאָנאַליזם? און האָדעװען אים רעכט מיט
,קולטוראַ?.
די פּראָפֿעסאָרן: )קנײטשן מיט די פּלײיצעס( קולטוראַ? דאַכט זיך מען האָט
דעם דאָזיקן קראַנקן גענוג געהאָדעװעט מיט קולטוראַ אױב ניט מער נאָך ױ מען
דאַרף, פ
ד ובנ אָ װ: מײַן קאָלעגע אחד־העם גײט מיט דעם גאַנג, אַז טרוקענער ציוניזם
װעט דעם חולה ניט קענען ברענגען קײן שום נוצן: מען דאַרף אים הײלן מיט
גײַסטיקן ציוניזם, דען אױף װיפֿל ישׂראָליק איז קראַנק אױפֿן גוף, איז ער נאָך מער
קראַנק אױף דער נשמה. לכן, איז אונדזער חובֿ מיר זאָלן אים הײלן די נשמה.
שטאַרקן דעם גײסט בכדי ער זאָל אַריבערטראָגן די װוּנדן פֿונעם גוף, ױ ס'איז
אונדז באַװוּסט פֿון דער היסטאָריע פֿונעם קראַנקן ישׂראָליק נאָך פֿון פֿאַרצײַטן
)אַ גערודער אין קאָנסיליום, די משפּחה איז צופֿרידן(,
אוסישקין: )רעדט קורץ און שאַרֹף( נײן! ױ באַלד אונדזער קאָנסיליום
האָט פֿאַרשריבן ציוניזם, זאָל זײַן ציוניזם, רײנער ציוניזם, דאָס װאָס װערט
אָנגעץרופֿן אין דער מעדיצין , ציוניזמוס פּאָליטיקוס" אָן חכמות, אָן גײַסטיקײט, נאָר
77
פּשוט;אַעראַ פּאַלעסטיניקאַ", דאָס הײסט פּאַלעסטינע־לופֿט! ,טערראַ רעגיאָניס
איזראַעליטיצי", דאָס הײסט ארץ:ישׂראל־ערד!:
רב עקיבֿא: )מישט זיך אַרײַן( דאָ האָט מען גערעדט פֿון גײַסטיקײט, מיר
װאַכט, אַז אין דעם ענין פֿון גײַסטיקײט זענען מיר, רבנים, מער בקי װי די
גרעסטע פּראָפֿעסאָרן. לכן, איז עצתי מען זאָל צונױפֿרופֿן אַ פֿאַרזאַמלונג פֿון סאַמע
רבנים, װאָס זאָלן זיך פֿאַרנעמען מיט דער דאָזיקער װיכטיקער שאלה פֿון
ישׂראַליקס גײַסטיקײט )אַ געלעכטער אין קאָנסיליום, די משפּחה איז צופֿרידן(,
סוּװאָרין: אױסגעהערט די אַלע מײנונגען פֿון אײַערע אײגענע דאָקטױירים און
פּראָפֿעסאָרן, מײן איך אַז ס'איז נוצלעך אױך אױסהערן די מײנונג פֿון אַ פֿרעמדן,
איך און מײַן קאָלעגע קרושעװאַן גײען מיט דעם גאַנג, אַז אַלע אײַערע װיכּוחים,
דיספּוטן און טענות זענען אַרױסגעװאָרפֿן, װאָרעם איר בלאָנדזשעט אין דער
פֿינצטער, איר האָט ניט געטראָפֿן דאָס שלאַפֿקײט. איך קאָן אײַך ניט זאָגן ױ
אַזױ עס װערט אָנגערופֿן אין דער מעדיצין אױף לאַטײין נאָר אוֹיף אונדזער לשון
הײסט עס פּשוט ,זשידאָוסקי עקספּלאָאַטאַציע", דאָס הײסט דער קראַנקער איז
גאָר ניט אַזױ קראַנק װױ ער מאַכט דעם אָנשטעל. אמת, ער איו אַ ביסל ניט
געזונט, אַ ביסל טוען אים ױי הענט און פֿיס, אױסגעבױגן דער רוקן האָט אַ
קראַנקן מאָגן, און די לונג אַ ביסל גערירט, הײַנט האָט ער געלזוכט אין פּנים ―
נו װאָס זשע איז? מה רעש? אמת, דאָס איז אַלץ אַזעלכע זאַכן װאָס מען זעט דאָס
אַרױס, אָבער ניט אױף אַזױ פֿיל, אַז ער זאָל דאַרפֿן ליגן און זאָל שױן גאָר ניט
קאָנען אױפֿשטײן. מען דאַרף אים זאָגן מיט דעם לשון, װי מען האָט אײַך געזאָגט
אַ מאָל נאָך אין מצרים; נרפֿים אַתּם נרפֿים ― איר פֿוױלט זיך, ישׂראָליקל, איר
פֿױלט זיך! װען מען זאָל מיך פֿאָלגן, האָב איך אַ בעסער מיטל פֿון אַלע אײַערע
ציוניזמען; מײַן מיטל איז שלאָגן צו דער אָדער, לאָזן בלוט, ― אַפֿילו אַן אַלטע,
אַ באַבסקע רפֿואה, נאָר אַ רפֿואה איז דאָס ― אױף מיר אַזאַ יאָר!
קדוש עװאַן: אָמן און איך זאָג: מאַסאַזש. היַנט הײלט מען אומעטום אַלע
שלאַפֿקײטן מיט מאַסאַזש. ניטאָ קײן בעסער מיטל ױ מאַסאַזש. אַז מען שלאָגט
רעכט דורך, פֿאַרשטײט איר מיך, די בײנער, װערט מען דאָך אַן אַנדער מענטש!
ישראָליק: )ציט אױס אַ לאַנגן קרעכץ( אױ־ױ־ױ־ױ!
די משפּחה: )ברעכט די הענט( אנא ה, הושיעה נא ― גאָט זאָל אים העלפֿן!
דאָקטאָר הערצל: איך האָרך דאָ פֿאַרשידענע קולות, פּראָטעסטן קריטיק.
מהכי־תּיתי, איך האָב ליב פּראָטעסטן: קריטיק איז אין דער מעדיצין אַ נײטיקע
זאַך, איך שטײ אָבער פֿעסט אין מײַן מײנונג, אַז ציוניזם און נאָר דער רײנער
78
פּאָליטישער ציוניזם, װױ איך פֿאַרשטײ אים, קאָן דערהאַלטן בײַם לעבן דעם
דאָזיקן אומגליקלעכן חולה. קײן שום אַנדער ציוניזם, קײן שום גײַסטיקײט
פֿאַרשטײ איך ניט און נעם ניט אָן. אַלזאָ, קאָלעגן, לאָמיר ניט פֿאַרציִען אין דער
לאַנגער באַנק )ער פֿאַרשרײַבט אַ רעצעפּט( לאָז מען באַלד שיקן אין אַפּטײיק
און לאָז מען ברענגען אַ פּאָרציע ציוניזמוס. )גיט איבער דאָס רעצעפּטל דעם
דאָקטאָר נאָרדױ(,
דאָקטאָר נאָרדױ: )חתמעט זיך( אַלע צװײ שעה אײן עסלעפֿל. )גיט איבער
דאָס רעצעפֿטל דעם דאָקטאָר מאַנדעלשטאַם(, ,
דאָקטאָר מאַנדעלשטאַם: )חתמעט זיך( מען באַדאַרף צושרײַבן דאָס
װאָרט ,סטאַטיס", בכדי מען זאָל דאָס באַלד אַרױסגעבן. )גיט איבער דאָס
רעצעפּטל צו אחד־העם(.:
אחד־העם: )ױל ניט חתמענען זיך( אַ רעצעפּט װאָס איז ניט לפֿי רוחי קאָן
איך ניט חתמענען )גיט איבער דאָס רעצעפּטל דובנאָװן(.
דובנאָװ: ול ניט חתמענען( לאָז מען צושטעלן אײן װאָרט ,גײַסטלעך",
חתמע איך מיך מיט בײדע הענט )גיט דאָס איבער אוסישקינען(.
אוסישקין: )חתמעט זיך( איך װאָלט פֿאַרשריבן נאָך אַ גרעסערע דאָזע:
אַלע שעה צװײ עסלעפֿל )גיט איבער דאָס רעצעפּטל דעם דאָקטאָר הערצל, דער
דאָקטאָר הערצל רופֿט צו די דינסטמױד פּ ר עס ע, גיט איר דאָס רעצעפּטל און
זאָגט איר, אַז זי זאָל באַלד גײן אין דער אַפּטײק אַרײַן(,
פּרעסע: נ, און געלט? )דרײט זיך אַרום צװישן דער משפּחה פֿון אײנעם
צום אַנדערן,
די משפּחה: געלט? )מען קוקט אױף דער רײַכער קרובֿה. די רײַכע קרובֿה
מאַכט זיך אַװעק: די אָרעמע קרובֿים קראַצן זיך אין אַלע קעשענעס, לײגן זיך
צונױף, ער אַ גראָשן װער צװײ, עס װערט עטלעכע קערבלעך און פּרעסע לױפֿט.
אַװעק נאָך דער רפֿואה. ― די דאָקטױרים צעפֿאָרן זיך, די משפּחה צעגײט זיך,
דער חולה בלײַבט אַלײן ―(
א
79
שלוסיעליכם
צװוײיטער אַקט
אין עטלעכע טעג אַרום. די זעלביקע דעקאָראַציע מיט די זעלביקע
פּאַרשױנען װאָס אינעם ערשטן אַקט. ניט געמינערט א האָר.
דאָקטאָר הערצל: )צו די איבעריקע דאָקטױרים און פּראָפֿעסאָרן( מײַנע
הערן! איך האָב אײַך צונױפֿגערופֿן אַהער נאָך אַ מאָל אױף אַ קאָנסיליום, בכדי
מיר זאָלן באַקלערן דערװײַלע אַן אַנדער מיטל אױף צו ראַטעװען דעם קראַנקן
פּאַציענט נעבעך, װאָס ס'איז אים איצט נאָך ערגער ױ פֿריִער. צו אונדזער
גרױסן באַדױערן באַדאַרף איך אײַך אָנזאָגן ניט קײן גוטע בשׂורה: מען האָט
אין דער אַפּטײיק ניט געװאָלט אַרױסגעבן אױף אונדזער רעצעפּט קײן ציוניזמוס,
אַפֿילו קײן האַלבן אונץ. איך בין אַלײן געװען ניט אײן מאָל אין אַפּטײיק. גע"
רעדט מיטן פּראָװיזאָר,. געגעבן אים צו פֿאַרשטײן אַז ציוניזם איז פֿון די
אומגעפֿערלעכסטע מעדיקאַמענטן, עס װעט דאָ קײנעם ניט שאַטן. אַדרבה, עס װעט
נאָך ברענגען פֿיל נוצן סײַ דעם חולה, סײַ דעם בעל־הבית פֿון דער אַפּטײק.
מײַנע אַלע רײד זענען אָבער לײַדער געװען אומזיסט, װאָרעם סך־הכּל איז ער
ניט מער ױ אַ פּראָװיזאָר און האָט אַ קלײנע דעה אין אַפּטײק.. הקיצור, אַלע
מײַנע רײד און בקשות האָבן גאָרניט געהאָלפֿן, נאָר מײנט ניט חלילה אַז
ס'איז פֿאַרפֿאַלן די האָפֿענונג אױף אײביק. מיר האָפֿן ― און עס װעט מיט
גאָטס הילף געװיס אַזױ זײַן ― אַז ניט הײַנט איז מאָרגן, מען װעט אונדז די
אַפּטײק עפֿענען און מיר װועלן קױפֿן ציוניזמוס װיפֿל מען װעט באַדאַרפֿן, די
גאַנצע זאָרג איז נאָר: װאָס טוט מען דערװײַלע מיטן קראַנקן
ישׂראָליק? דערױף האָב איך די עטלעכע טעג געטראַכט און געפֿונען זײיער
אַ טײַער מיטל, געױינטלעך ניט אױף שטענדיק, נאָר פֿאַרלײפֿיק, לפֿי שעה.
דאָס מיטל דאָס איז אַזאַ מין געטראַנק, כּמעט דאָס זעלבע װאָס ציוניזמוס.
גענומען האָב איך עס פֿון אַ באַרימטן ענגלישן פּראָפֿעסאָר טשעמבערלײן, און הײסן
הײסט עס בי אונדז אין דער מעדיצין ,אוגאַנדאַ אַפֿריקאַניקאַ?,
אַלע: אגאַנדאַ? אוגאַנדאַ? אָסט־אַפֿריקאַ?
עס װערט אַ טומל, אַ מהומה, אַלע שרײַען. דער זאָגט ס'איז גוט,
דער פּראָטעסטירט, די משפּחה װיגט זיך, ביז עס שטײט אױף דער
דאָקטאָר נאָרדױי,
80
דאָקטאָר נאָרדױ: מײַנע געערטע קאָלעגן! עס װונדערט מיך זײער,
װאָס איז דער רעש אַזױ גרױס? איר ױלט ניט מען זאָל פֿאַרשרײַבן דעם חולה
אוגאַנדאַ? פֿאַר װאָס? איר ױיסט דען װאָס דאָס איזן? איר האָט עס שױן א
מאָל אױף איער פּראַקטיק עמעצן פֿאַרשריבן? איר ױלט דװקא מען זאָל אים
קורירן מיט ציוניזם? װוּ זאָלן מיר נעמען, אַז מען גיט ניט? אפֿשר װעט איר
הײסן אַז דער קראַנקער ישׂראָליק זאָל גײן מלחמה האַלטן מיטן פּראָװיזאָר?
און װאָס זאָל ער טאָן דערװײַלע נעבעך? זאָל ער אױסגײן אַזוֹי פֿאַר אונדזערע
אױגן?
ישׂראָליק: )ציט אס אַ לאַנגן קרעכץ( אױיױױ־ױ!
די משפּחה: )ברעכט די הענט( אנא ה, הושיעה נא ― גאָט זאָל אים העלפֿן!
דאָקטאָר נאָרדױ: ברידער! באַרעכנט נאָר אַקוראַט די לאַגע פֿונעם
קראַנקן ישׂראָליק. ניט פֿאַרגעסט, אַז דעם רעצעפּט װאָס מיר פֿאַרשרײיבן אים
איצט, אָט דאָס אוגאַנדאָ, איז ניט מער ױ אַ מיטל אױף אַ װײַלע, לפֿי ש ע
ביז גאָט װעט אַרײַנגעבן דעם אַפּטײיקער אַ שׂכל און באַשאַפֿן אים אַ גוט האַרץ ,
און מען װעט אונדז אַרױסגעבן דאָס רעכטע מיטל, דעם ציוניזמוס. אַ מענטש
אַז ער טרינקט זיך, כאַפּט ער זיך אָן אין אַ שפּיץ פֿון אַ פֿינגער, אין אַ שאַרף
פֿון אַ שװערד. )נעמט דאָס רעצעפּטל פֿון הערצלס הענט, חתמעט דאָס און גיט
עס איבער װײַטער(,
אחדיהעם: האָט קײן פֿאַראיבל ניט, מײַנע הערן װאָס איך װעל אײַך זאָגן
עטלעכע קלאָרע װוערטער, אַ ביסל נאַקעטן אמת, אַ ביסל רײנע װאָרהײט. עס
װונדערט מיך ניט אױפֿן פּראָפֿעסאָר הערצל, װאָס ס'איז אַזױ גיך פֿאַרטיק
געװאָרן בײַ אים אין מוח אַ נײַער מין רעצעפּט. דער פּראָפֿעסאָר הערצל איז
דערױף אַ גרױסער בריה, מען קאָן זאָגן ― אַ מומחה אױף רעצעפּטן. עס
װוּנדערט מיך ניט אױף דעם פּראָפֿעסאָר נאָרדױ מיט זײַן גיכטקײט, װױ ער שרײַבט
זיך אונטער אַלע מאָל אונטער הערצלס רעצעפּטן דער װאָס האָט אַזױ גרינג
אָנגענומען די פֿריִערדיקע רפֿואה, דעם טרוקענעם ציוניזם, דער מוז אױך לײַכט
חתמענען זיך אױף דעם נײַעם מיקסטורל;אוגאַנדאַ. אַ חידוש אין מיר נאָר
דאָס, װאָס עס האָבן זיך דאָ געפֿונען שױן אַזױ גיך קולות פֿאַר דעם נײַעם מיטל
;אוגאַנדאַ? און קולות קעגן דעם נײַעם מיטל;אוגאַנדאַ?, װאָס קער זיך אַװי אָן
מיט ציוניזם, אַזױ װױ איך למשל קער זיך אָן מיט מצרים. וער קאָן זאָגן דערױף,
צי ס'איז גוט און װער קאָן זאָגן אַו סאיז שלעכט? מיט װאָס פֿאַר אַ צוטרױ
דער חולה װעט איצט קוקן אוֹיף דעם נײַעם מיקסטורל אוגאַנדאַ", נאָך דעם
81
ױ דער פּראָפֿעסאָר הערצל האָט אים פֿריִער אַזױ אָפּגעלױבט דעם ציוניזם ―
האָס פֿאַרשטײט איר שױן אַלין. איך שטעל מיך ניט אַרױס פֿאַר קײן נבֿיא און
אַפֿילו ניט פֿאַר קײן האַלבן נאַר ― איך האָב דעריבער דעמאָלט געזאָגט נאָך,
אַז דערמיט װאָס מען לױבט אַזױ אָפּ די רפֿואה ציוניזם און מען זאָגט אַז נאָר
ציוניזם איז דאָס אײנציקע ריכטיקע מיטל, טוט מען דעם חולה די גרעסטע רעה
דער פּראָפֿעסאָר הערצל, זאָל מיר מוחל זײַן, קען װינציק װאָס אונדזער פּאַציענט,
ער מײנט אַז ישׂראָליק איז א ייִנגל, װאָס לאָזט זיך אײַנרעדן. װאָס פֿאַר אַ טעם
װעט בײַ אים איצטער האָבן די נײַע רפֿואה;,אוגאַנדאַ", אַז דער פּראָפֿעסאָר
הערצל האָט אַלין ערשט פֿריִער מיט עטלעכע טעג געאָגט: ניטאָ קײַ}
אַנדער רפֿואה אַחוץ ציוניזמוט? )עס װערט אַ טומל, אַ געפּילדער,
אַלע רעדן. אײניקע האַלטן מיט אחד־העם, אײניקע פּראָטעסטירן קעגן אים. די
משפּחה קאָכט(,
די מ שפּחה: ױ האָט דאָס אַ העזה אַ ייִד, אַ געױינטלעכער דאַָקטאָר, רעדן
אַזעלכע װערטער קעגן אַ װעלט־באַרימטן פּראָפֿעסאָר?!
אוסישקין: װאָס טיג מיר שײנע װערטער! הױכע מליצות? איך
פּראָטעסטיר גאַנץ עפֿנטלעך קעגן דעם דאָקטאָר הערצל מיט זײַן רפֿואה ,אוגאַנדאַ?!
מיר װײסן נאָר אײן מיטל: ציוניזם, און קײן שום אַנדער מיטל װילן מיר ניט
הערן! דער פּראָפֿעסאָר הערצל האָט אײן מאָל געחתמעט ציוניזם, באַדאַרף זײַן
ציוניזם! װאָס איז דאָס פֿאַר אַ בײַטן אַלע טאָג דעם דיאַגנאָז?!
דאָקטאָר הערצל: מיר װעלן בעטן אונדזער קאָלעגע אוסישקין ער זאָל
אונדז לאָזן פֿרײַ. דען ער איז קעגן אונדזער קאָנסיליום און האָט קײן רחמנות
ניט אױפֿן קראַנקן!
אוסישקין: איך ױיס ניט ער ס'איז קעגן אונדזער קאָנסיליום: צי דער
װאָס בײַט אַלע דרײ־פֿיר טעג די רעצעפּטן, צי דער װאָס האַלט זיך בײַ אײנעם
שױן אַזױ פֿיל צײַט? און װעגן געטרײַשאַפֿט צום קראַנקן איז נאָך אַ פֿראַגע,
װער פֿון אונדז בײדע איז מער געטרײי? מײַן דעװיז איז אײַך באַקאַנט? איך
פֿאַר קײן ארץ־ישׂראל! איך פּראָטעסטיר!ּ
דאָקטאָר הערצל: )איסער זיך. נאָר האַלט אײַן דעם כּעס( פֿון אונדזער
פּאָלעמיקע װועט דעם קראַנקן דערװײַלע גרינגער ניט וערן לאָמיר אַקאָרשט
פֿרעגן בײַ דער משפּחה אַלין, צי װילן זײ מען זאָל געבן דעם חולה לעת־עתּה
דעם רעצעפּט אוגאַנדאַ, צי נײן?
די משפּחה: אַלע אין אײנעם( יאָ! נײן! נײן! יאָ! נײן! נײן! יאָ! יאָ! נײן!
82
דאָקטאָר הערצל: אינציקװײַז! אײנציקװױיז! איטלעכער באַזונדער!
די משפּחה ליאַרעמט. מען שרײַט, מען קריגט זיך, מען בועכט
די הענט, מען װײנט; װײַבער פֿאַלן חלשות..,
דאָקטאָר נאָרדױ: )צילט עטלעכע מאָל, װיפֿל ס'האָבן געזאָגט ,יאָ" און
װיפֿל עס האָבן געזאָגט ענײן";( אײנס, צױי, דרײ, פֿיר, פֿינף, זעקס, זיבן,
אַכט.. 375 ,יאָ־זאָגערס?!..
אײנס, צװײ, דרײַ, פֿיר, פֿינף, זעקס, זיבן אַכט.. 296 ,נײן זאָגערס". אַלזאָ
זענען די ,יאָ?־זאָגערס אַ סך מער פֿון די ,נײן"־זאָגערס. נמצא אַז מען דאַרף
שיקן אין דער אַפּטײיק נאָך ,אוגאַנדאַ?
ער גיט איבער דאָס רעצעפּטל דער דינסטמױד פּרעסע, זי זאָל
לױפֿן אױף אײן פֿוס אין דער אַפּטײיק. דער חולה קרעכצט, די
משפּחה לײגט אײַן די װעלט: עס לאָזט זיך הערן אַ געװײן מיט אַ
כליפּען, מיט אַ שנײיצן פֿון נעזער, װײַיבער פֿאַלן חלשות,
רב עקיבֿא: )מאַכט אַ פֿרום פּנים, װי בשעת מען שפּרעכט אָפּ אַ גוט אױג,
הײבט אױף די הענט, װי ירמיהו הנביא( װײ איז צום חולה! װײ איז צו אונדזער
ישׂראָליקן! געפֿאַלן דער קרוג אױפֿן שטײן, װױי איז צום קרוג! געפֿאַלן דער
שטײן אױפֿן קרוג ― װײ איז צום קרוג! אַ שײנע חתונה האָבן זי אָנגעאַרבעט
מיט זײערע רפֿווּת! אַ חורבן בית:המיקדש! דער דריטער חורבן! פֿריִער ציו"
ניזם, הײַנט אוגאַנדאַ! אַ חילול־השם פֿאַר לײַטן! )ברעכט די הענט, קוקט אױפֿן
פֿעלדשער און אױפֿן מאַסאַזשיסט מיט גרױס רעספּעקט( מען דאַרף זען אַן
אַסיפֿה פֿון רבנים! אַן אַסיפֿה איז איצטער נײטיק װױ אין לעבן אַרײַן!
סוּװאָרין: שלאָגן צו דער אָדער! לאָזן בלוט!.
קרושעװאַן: מאַסאַזש! אײַ מאַסאַזש! נאָר מאַסאַזש!
ישׂראָליק:; )לאָזט אַרױס אַ לאַנגן זיפֿץ( אױ־ױ־ױ־ױ!
די משפּחה: )ברעכט די הענט, ױינט און כליפּעט און שנײַצט די נעזער(
אנא ה, הושיעה נא ― גאָט זאָל אים העלפֿן!
אחד־העם: אַ מערקװערדיקע משפּחה בײַ אונדזער ישׂראָליקן! אָט האָבן
זי דאַכט זיך נאָר װאָס אַלײן געשריִען יאָ! אוגאַנדאַ! אוגאַנדאַ! און איצט װײנט
מען און מען כליפּעט און מען פֿאַלט חלשות! װאָס איז דער געױין? װאָס װײנט
איר, ייִדן? אַ פּנים בײַ אײַך איז װאָלװל טרערן?
3
די משפּהה: אאָ, גוט איז אײַך צו רעדן! טוט אַ קוק נעבעך אױף דעם
קראַנקן ישׂראָליק, מי יודע װאָס פֿאַר אַ רפֿואה דאָס איז אָט דאָס;אוגאַנדא??
מיט װאָס עסט מען דאָס?
עס הערן זיך קולות:;ציוניזם"! ,ציון"! דער רעש װערט װאָס
װײַטער אַלץ גרעסער,
דאָטאַָר הער צל: )צו דער משפּחה, מיט ױיכע װערטער( באַרױַקט זיך,
ברידער, איך בעט אײַך, זײַט רוּיִק! איך װײס אַלײן, אַז ציוניזם איז דאָס בעסטע,
דאָס אײנציקע מיטל: נאָר װאָס קאָן מען טאָן, אַז מען גיט דאָס ניט אַרױס אין
דער אַפּטײיק? איך שװער אײַך בנאמנות, אַז איך װעל נאָך זײַן דאָרטן, איך
װעל נאָך רעדן מיטן אַפּטײיקער, איך װעל זיך ניט באַרוּיִקן ביז איך װעל אײַך
ניט אַרױסבאַקומען דאָס דאָזיקע מיטל! איך זאָג אײַך צו, אַן איך װעל דאָס ניט
פֿאַרגעסן, זײַט זיכער! אם אשכּחך ירושלים, לאָז פֿאַרגעסן װערן מײַן רעכטע
האַנט, אױב איך װעל דאָס פֿאַרגעסן!
די משפּחה באַרױַקט זיך ניט. אַ סך פּליעסקען בראַװאָ, אַ סך
פּראָטעסטירן, פֿון דרױסן לאָזט זיך הערן אַ באַקאַנט לידל: ערױוד
לא עבדה תּקװת־נו...(
דאָקטאָר נאַרדױ: )האַרטלעך( עס װונדערט מיך אױף מײַן קאָלעגע הערצל,
ױ ער איז זיך אַזױ מפּלפּל און לאָזט זיך אַרײַן אין חקירות מיטן עולם ועגן
אַזאַ מין ענין, װאָס איז קלאָר אַזױ ױ דער טאָג. מיר האָבן אײן מאָל געזאָגט, אַז
מען קאַן דעם חולה אַזױ ניט לאָזן: מען מוז אים פֿאַרשרײַבן אַ רעצעפּט לפֿי שעה,
אױף צו דערהאַלטן אים די נשמה. האָבן מיר פֿאַרשריבן אוגאַנדאַ, באַדאַרף זײַן
אוגאַנדאַ. דערױף איז דאָס אַ קאָנסיליום פֿון דאָקטױרים!.
פּלוצעם הערט זיך אַ שאָס. דאָס האָט אײנער פֿון דער משפּחה
אױסגעשאָסן גלײַיך אױפֿן דאָקטאָר נאָרדױ, נאָר געטראָפֿן האָט דאָס
רבי עקיבֿאן אין דער רעכטער באַק... סע פֿאַלט אַ פּחד אױפֿן עולם
און מען װוערט צעמישט. ― די משפּחה פֿאַרענטפֿערט זיך, אַז דאָס
איז געװען ניט קײן שאָס פֿון רעװאָלװער חלילה, נאָר אַ פּראָבקץ
פֿון אַ פֿלעשל זעלצער־װאַסער. ― אײניקע גײען צו צום דאָקטאָר
נאָרדױ און קװעטשן אים די האַנט. ― דער פֿעלדשער מיטן
מאַסאַ88
זשיסט סודען זיך צװישן זיך, לאַכן פֿון דער בהלה און מאַכן חוזק
פֿונעם גאַנצן עולם. ― רב עקיבֿא באַװײַזט דעם פֿעלדשער
די רעכטע באַק, װױ אײנער רעדט:;נאַט, זעט, פֿאַר װאָס קומט דאָס
מיר?"... דער פֿעלדשער שאָקלט כּלומרשט מיטן קאָפּ און זאָגט צום
מאַסאַזשיסט: ,אַ מיצװה! דער הונט איז וװוערט דעם שטעקן. ―
עס עפֿנט זיך די טיר און עס פֿליט אַרײַן פּרעסע די דינסטמױד מיט
לײדיקע הענט,
דאָקטאָר הערצל: נו?
פּר ע כ צע: )שיט מיט רײד( ניטאָ, מען גיט ניט, מען װיל ניט געבן פֿון דער
אַפּטײק קײן אוגאַנדאַ אױך ניט! אױס! דער פּראָפֿעסאָר טשעמבערל, זאָגן זי
האָט צוגעשריבן, אַזױ זאָגן זײ, מען זאָל ניט אַרױסגעבן קײן אוגאַנדאַ! פֿאַר װאָס
― װײס איך ניט; נאָר דער פּראָפֿעסאָר טשעמבערל, אַזױ זאָגן זײ. הײסט ניט מען
זאָל געבן אוגאַנדאַ, גיט מען ניט!
)אַלע בלײַבן דערשטױנט פֿון דער בשׂורה; אין פֿאַרשידענע פּאָזעס―(
ישראָליק: לאָזט אַרױס אַ לאַנגן קרעכץ( אױיױ־ױ־ױ!
די משפּחה: )ברעכט די הענט( אנא ה, הושיעה נא ― גאָט זאָל אים העלפֿן!
)פֿ אַרהאַנ נ(
103
85
געדאַנקען, משלים, מוסר און גלאַט קלוגע רײד פֿון גרױסע לײַט פֿון
אַ מאָל און אױך פֿון הײַנטיקע צײַטן. פֿרײַ באַאַרבעט, צוגעזעצט און
איבערגעאַנדערשט פֿון שלום־עליכם
1
„װער איז אַ חכם? ― דער װאָס לערנט זיך אָפּ פֿון יעדן אײנציקן. װער איז
אַ העלד? ― דער װאָס נעמט אײַן דעם יצר־הרע. װער איז אַן עושר? ― דער
װאָס באַגנוגנט זיך מיט דעם װאָס ער האָט“. (אַזױ זאָגן די חז"ל.) און איך זאָג:
װער איז אַ חכם? ― דער װאָס האָט געלט. װער איז אַ העלד? ― דער װאָס האָט
געלט. װער איז אַן עושר? דער װאָס האָט געלט.
2
„דער װאָס קען גוט מענטשן, דער אַנטלױפֿט ניט פֿון מענטשן און יאָגט זיך
ניט נאָך זײ“. (אַזױ זאָגט מאַרק אַװרעליוס.) און איך זאָג: דער װאָס קען גוט
מענטשן, דער אַנטלױפֿט פֿון מענטשן װוּ דער שװאַרצער פֿעפֿער װאַקסט.
3
„אַ מענטש װאָס שטײט אױף די שפּיץ פֿינגער, קאָן לאַנג ניט שטײן“. (אַזױ
זאָגט לאַאָ־טסע.) און איך זאָג: אַ מענטש װאָס שטײט אײַנגעבױגן, אָדער
אױסגעצױגן װי אַ סטרונע, דער װעט שטײן לאַנג...
4
„אָ, װי גליקלעך מיר זענען, װאָס מיר האָבן ניט קײן שׂונאים!“ (אַזױ זאָגט
בודאַ.) און איך זאָג: אָ, װי גליקלעך מיר זענען, װאָס מיר האָבן שׂונאים!
5
„אַ פֿערד איז ניט דערמיט אױסגעשטעלט, װאָס ער קאָן ניט קרײען װי אַ האָן,
ער איז אומגליקלעך נאָר דעמאָלט װען ער פֿאַרלירט דעם גאַנג“. (אַזױ זאָגט
עפּיקטעט.) און איך זאָג: אַן אָקס איז ניט דערמיט אױסגעשטעלט, װאָס ער האָט
אַ לאַנגע צונג און קאָן קײן שופֿר ניט בלאָזן; ער איז אומגליקלעך נאָר דעמאָלט,
װען מען פֿירט אים צו דער שחיטה.
6
„אַ לײַטישער מענטש אַז ער טוט אַ גוטע זאַך, באַהאַלט ער זיך פֿאַר מענטשן
86