די;טױב"! פֿאַר װאָס עפּעס די ,טױב"? פֿאַר װאָס ניט דער
פּיפֿערנאָטער??..
אָט די שאלה איז מיר געקומען אַנטקעגן בשעת איך האָב באַקומען די
מודעה רב ח, אַז אין גיכן װעט דערשײַנען אין פּיטסבורג אַ ייִדישע צײַטונג
אונטער דעם רײנעם ייִדישן נאָמען די ,טױב" פֿאַר װאָס איז די
,טױב? אַ ייִדישער נאָמען און נאָך אַ רײנער דערצו ― זאָל מיך אַזױ ױסן
בית און גימל! זאָל איך זאָגן, אַז ס'איז דערפֿאַר, װײַל אונדזער פֿאָלק איז
געגליכן צו דער טױב מיט זײַן אָרנטלעכקײט און פֿײנקײט, אַזױ ױ אין דער
מודעה שטײט ― איז נאָך ניט אין גאַנצן פֿאַרענטפֿערט: עס איז נאָך אַ שטיקל
פּלוגתּא װעגן אונדזער;אָרנטלעכקײט" און אונדזער ,פֿײַנקײט", למאַי זאָלן מיר
זיך נאַרן, כ'לעבן? ― מיר רעדן דאָך ייִדיש, און קײן גױ װעט אנדו ניט
פֿאַרשטײן, ― מיר זענען נאָך לעת־עתֹּה מיט אונדזער אומשולדיקיט גאַנץ
װײַט פֿון דער טױב, פֿון דעם װאָס מיר זײַנען אַ מ אָל געוען רעדן מיר ניט.
מיר שמועסן פֿון אַצינד. מיר רעדן אױך ניט פֿון אײנצלנע פּאַרשױנען ― פֿאַראַן,
פֿאַראַן בײַ אונדז זײער פֿײַנע, אײדעלע מענטשן, ― מען שמועסט אָבער פֿונעם
כּלל, ― ס'דובֿ פֿון אונדזער פֿאָלק אין די לעצטע יאָרן פֿונעם נײַנצנטן
יאָרהודערט, װאָס באַגעגענען מיר אַצינד אין אונדזער פֿאָלק, צװישן אונדז רעדנדיק?
אױ־װײ, פּיפּערנאָטערס, ניט קײן טײַבעלעך!. שװינדלערס, עגאַיסטן פּראָ"
צענטניקעס, מאַלפּעס, אױסברענגערס,. שבתיצביניקעס, כּליבוניקעס, מוסרים,
גװאַלד, מוסרים! מוסרים! מוסרים! איר האָט דען אַ באַגריף פֿון די מוסרים
מיט די מסירות װאָס בײַ אונדז אין רוסלאַנד? איר קאָנט זיך דען פֿאַרשטעלן,
אַז העכער האַלב גזירות און צרות, װאָס מיר האָבן דאָ, װאַקסן נאָר פֿון אונדזערע
אײגענע מסירות? אמת, עס נעמט זיך פֿון אונדזער גלות, אָרעמקײט, שפֿלקײט
און דחקות, װעלכעס ברענגט אונדז צו אַלע נידעריקײטן, זינד און פֿאַרברעכענישן.
עס קאָן זײַן אַז בײַ אײַך, אין דעם פֿרײַען גליקלעכן לאַנד, אין אַמעריקע, װ
ייִדן זענען פֿאַררעכענט פֿאַר מענטשן גלײַך מיט אַלע צױי־"פֿיסיקע
באַשעפֿענישן, זענען אפֿשר אונדזערע ברידער לײַטישער און פֿײַנער װי מיר דאָ אין
7
גלות ― דאָס דאַרפֿט איר װיסן בעסער פֿון מיר ― מעגלעך אַז איר זענט
דאָרטן לױטער טײַבעלעך ― הגם,;אַז מען יל דאָס אײגענע טאַקע נאָך אַ
מאָל װידער צוריק", האָבן זיך דערװוײילע בײַ אײַך אונדזערע ברידער נאָך ניט
אַזױי שטאַרק אױסגעפֿײַנט. פֿון די בריװלעך, װאָס איך באַקום פֿון פֿיל מײַנע
באַקאַנטע אין אַמעריקע זע איך נאָר אַרױס, אַז יעדער אײנציקער װאָס קומש
אֵה ין, שטופּט זיך און שלאָגט זיך מיט אַלע כּוחות ער זאָל זיך;מאַכן אַ גוט
לעבן" ― ױ אַזױ און פֿון װאָס ער;,מאַכט זיך דאָס לעבן, ― דאָס איז שין
זײַן עסק... און אַז גאָט העלפֿט אים, ער ,מאַכט שױן דאָס לעבן", לײגט ער
אַרײַן די הענט אין די קעשענעס, פֿאַררײכערט אַ ציגאַר און גײט זיך פֿאָטאָי
גראַפֿירן, בכדי צו באַװײַזן אונדז דאָ, אַז ער דאָרט, אין דעם פֿרײַעם לאַנד,
;מאַכט דאַנקען גאָט אַ גוט לעבן!" ― און מער נישט אַ לעק! דאָס גוטע לעבן
פֿאַרשטײען מיר דאָ גאַנץ גוט; מיר שטױסן זיך אױיפֿן װינק און מיר זעען דאָס
אַרױס בחוש, אַז עס טרעפֿט אַז אַן אײדעלער אינטעליגענטער מענטש שלאָגט
צו חלילה אַהין, ― װױ טיף אומגליקלעך, ױ װײַט פֿאַרװאָגלט ער איז! עס ליגן
בײַ מיר בריװ פֿון אונדזערן אַ יונגן ייִדישן גײַסטפֿולן פּאָצט ה, דאָליצקי
װעלכן די בײזע כװאַליעס האָבן אַרױסגעװאָרפֿן פֿון מאָסקװע קײן ניו־יאָרק ―
רבונו־של־עולם! װיפֿל טרערן, װיפֿל בלוט! אַ שטײן באַדאַרף צעגאָסן װוערן
לעזנדיק די דאָזיקע קינות, די קלאָגבריװ פֿונעם אומגליקלעכן יונגן פּאָעט,
װאָס האָט פֿאַרבראַכט די בעסטע אָרן זײַנע אױף לידער שרײַבן און ניט
אױף צו לאַטען הױזן ― ער האָט זיך אומגעטראָגן איבער ניװױיאָרק מיט זײַנע
לידער אַזױ לאַנג, ביז ער האָט אַרױסגעזען באַשײַמפּערלעך, אַז קאָלבאַסעס,
דאַרע קישקעס, איז אינעם פֿרײַען לאַנד אַ סך מער סחורה, װי די הײליקע רײנע
פּאָעזיע ― און דער פּאָעט דאָליצקי איז געװאָרן צו מזל אַ קאָלבאַסניק.. איך
שטעל מיר פֿאַר דאָס שײנע בילד, װי אונדזער יונגער, טאַלאַנטפֿולער פּאָעט
שפּאַצירט אַרום איבער דער גרױסער שטאָט ניו־יאָרק, װוּ עס געפֿינען זיך
אַריבער צװײ הונדערט טױיזנט ייִדן זאָלן זיך פֿרוכפּערן און מערן!, מיט
אַ קאָראָבקע דאַרע קישקעס. עכט ייִדישע. עכט כּשרע! אין דער
װייִשער שטאָט מאָסקװע צװישן באַרבאָרן האָט דער ייִדישער פּאָעט יאָ געקענט
עקסיסטירן, אוך אין דער גרױסער פֿרײַער שטאָט ניו־יאָרק, צױשן צױי מאָל
הונדערט טױזנט אַחינו בני־ישׂראל קען ער אַנדערש ניט לעבן סײַדן אַרומ"
טראָגן כּשרע קאָלבאַסעס אין די גאַסן? ― שעמען מעגסטו זיך קאָלומבוס מיט
דײַן אַמעריקע! שעמען מעגסטו זיך, דו כּנסת־ישׂראל, װאָס דו ביסט געגליכן
28
צו אַ טױב און ניט צו קײן פּיפּערנאָטער!.
בלײיבט דאָך טאַקע אַלץ די שאלה: פֿאַר װאָס עפּעס די טױב? עפּעס שטעקט
דאָך אין דעם אַ מײן, אַ סוד אָדער אַ װױנק! איך האָב מיך אַ װאָרף געטאָן צום
אײביקן ביכעלע, צו דער תּורה, און האָב זיך דערמאָנט אין אונדזער אַלט
אַלטן זײדן נוח, בשעת ער האָט געמאַכט די געװיסע לוסטרײַזע איבערן מבול
אין דער תּבֿה פֿון פּומסענהאָלץ. שטײט דאָרט אין פּסוק אַזױ געשריבן:
;און ס'איז געװען צום סוף פֿון פֿערציק טעג, האָט נוח געעפֿנט דאָס
פֿענצטערל פֿון דער תּבֿה װאָס ער האָט געמאַכט ― ― און ער האָט
אַהיסגעשיקט די טױב פֿון זיך, צו זען אױב עס זענען גרינגער געװאָרן די װאַסערן
אױף דער ערד. און זי האָט ניט געפֿונען, די טױב נעבעך, קײן רו צו אירע
פֿיס, און זי האָט זיך אומגעקערט צו אים אין דער תּבֿה, װײַל ס'איז נאָך געװען
דאָס װאַסער אױף דער גאַנצער ערד, האָט ער אױסגעשטרעקט זײַן האַנט און
האָט זי גענומען און האָט זי אַרײַנגענראַכט צוריק אין דער תּבֿה אַרײַן“ *
אין דעם זין, זעט אױס, באַדאַרפֿן מיר פֿאַרשטײן, פֿאַר װאָס די פּיטסבורגער
צײַטונג האָט זיך אַ נאָמען געגעבן די ,טױיב". דאָס איז די טױיב, װאָס װעט
זײַן אַרױסגעשיקט פֿון פּיטסבורג, צו זען אױב עס זענען גרינגעצר
געװאָרן די װאַסערן אױף דער ערד?. א זי װעט נעבעך ניט
געפֿינען קײן רו צו אירע פֿיס, װײַל דאָס װאַסער פֿון שװײס און פֿון ייִדישע
טרערן איז נאָך גרױס אױף דער גאַנצער ערד, און זי װעט זיך אומקערן צוריק
אין איר רו אַרײַן, קײן פּיטסבורג, אָן אַן אײלבירטבלאַט אין מױל, װי אין
פּסוק שטײט, אָן אַ ליבלעכן גרוס, אָן אַ בשׂורה טובֿה פֿון די עטלעכע מיליאָן
ייִדן אין גלות, װאָרעם עס זענען נאָך ניט אַװעקגעגאַנגען די זיבן טעג, װאָס
אין פּסוק שטײט. און גאָט דער האַר װײסט, װען די זיבן טעג וװעלן אַװעקגײן,
אָט אַזעלכע אומעטיקע געדאַנקען האָט אַרױסגערופֿן בײַ מיר די מודעה,
אַז אין גיכן װעט דערשײַנען אין פּיטסבורג אַ ייִדישע צײַטונג אונטער דעם
רײנעם ייִדישן נאָמען די;טױב". איך בעט הונדערט מאָל מחילה בײַ
די געערטע אַרױסגעבערס און בײַם גאַנצן פּובליקום, װאָס איך האָב זײ ניט
געשענקט אױף הײַנטיקס מאָל קײן פֿרײלעכערן פֿעליעטאָן ,אױף צו לאַכן,
לאַכן איז גוט דעמאָלט װען עס לאַכט זיך. לאָזט אים צו רו דעם פֿעליעטאָניסט:
אַ שרײַבער איז ניט קײן בדחן, ניט קײן קלאָון אין צירק, װאָס איז געשטעלט
געװאָרן צו קיצלען דעם עולם, אַז דער עולם זאָל לאַכן. די מלאָכה פֿון אַ
פֿעליעטאָניסט, פֿון אַ שרײַבער, איז אַ פֿרײַע מלאָכה. לאָזט אים לאַכן, בשעת ער איז
29
אױפֿגעלײגט אױף צו לאַכן, און לאָזט אים דערפֿאַר אױסװײנען זיך, דעמאָלט
װען עס גלוסט זיך אים לאָזן אַ טרער..
גײן, עס איז פֿאָרט ניט רעכט צו ענדיקן מיט טרערן; מען מוז אױך
דערצײלן עפּעס אַ מעשׂה מיט אַ ייִדישן שרײַבער. עס קען זײַן איר װעט לאַכן
און אפֿשר נײן..:
אָט דאָס איז די מעשׂה אין קורצן:
אַ מאָל, אַ מאָל איז געװען אַ ייִַדישער שרײײבער, כּלומרשט אַ הומאָריסט,
נאָר אַ גרױסער נאַר, און געהײסן האָטס ער שלום־עליכם, דאָס הײסט
געהײסן האָט ער אַנדערש, נאָר אַ נאָמען האָט ער זיך געגעבן שלום־עליכם,
װאָס עפּעס שלום־עליכם? פֿאַר װאָס ניט עליכם־שלום? דערױף האָבן זיך שױן
אַ סך קלוגע מענטשן געבראָכן דעם קאָפּ און קײנער איז נאָך עד־היום הזה ניט
דערגאַנגען דעם שׂכל, װאָס דאָ שטעקט, אַזױ ױ עס איז בכלל שװער צו
דערגרונטעװען זיך דעם שׂכל, װאָס אַ שרײַבער האָט ליב צו חתמנען זיך ניט מיט
זײַן אײגענעם הײליקן נאָמען, נאָר מיט אַ פּסעװדאָנים, גלײַך װי דאָס װאָלט
זײַן אַ דין. איך קען למשל אַזעלכע שרײַבערס װאָס חתמענען זיך דאָפּלט, דאָס
הײסט אי דעם אײגענעם נאָמען אי דעם פּסעװודאָנים, צום בײַשפּיל: שמואל װאָלף
טראַכטענהאָלץ מכונה ש'ױט'ה: אָדער ברוך הערש מאַרהאָלץ המכונה ב'ה'מ'ה
און כּדומה נאָך אַזעלכע חכמים. ױ געװײנטלעך אַ יונגער שרײַבער, איז דער
ערשטער דעביוט )התחלה( פֿון שלום־עליכם געװען ― לידלעך, נאָר אַזעלכע
לידלעך װאָלטן פֿאַרן מחבר געװען אַ גרױסער כּבֿוד, װען זײ װאָלטן זײַן ניט
אָפּגעדרוקט... נאָכדעם האָט ער אָנגעהױבן צו שיקן פֿעליעטאָנען. לעבעדיקע,
פֿרײלעכע פֿעליעטאָנען;אױף צו לאַכן" אין אַ ייִדישער צײַטונג אַרײַן. די
פֿעליעטאָנען האָט מען געדרוקט און דער עולם האָט פֿון זײ געלעקט די פֿינגער אַזױ
לאַנג אַזױ ברײט, בי ער האָט באַקומען אַ נאָמען פֿון אַ הומאָריסט, ראָמאַניסט,
זשאַרגאָניסט... דערצו האָט אים גאָט מזכּה געװוען מיט שײנע עטלעכע גילדן,
איז ער אױיסגעװאַקסן בײַ ייִדן נאָך מיט דרײַ קעפּ העכער: דהײַנו: פֿריִער,
אַז מען האָט צו אים אַדרעסירט אין אַ בריו, פֿלעגט מען אים שרײַבן אַ
קורצן לכּבֿוד: ,צו מײַן פֿרײַנד דעם קלוגן, דעם געהױבענעם, דעם
פֿאַרשטענדיקן, דעם באַװוּסטן, דעם געלױבטן און געאַכפּערטן שרײַבער. דעם הומאָריסט
און סאַטיריקער, שלום־עליכם...* און נאָכדעם אַז ער האָט באַקומען פּלוצעם
20
אַ סך געלט, האָבן אים מחברים געשריבן שױן אַ ביסל אַ גרעסערן לכּבֿוד: , צו
מײַן טײַערן און געליבטן פֿרײַנד דעם קלוגסטן פֿון אַלע מענטשן, דעם שרעקלעך
דערהױבענעם, דעם טיף פֿאַרשטענדיקן, דעם װײַטבאַװוּסטן, דעם פֿילגעלױבטן
און אומעטום געאַכפּערטן שרײַבער, דעם גרעסטן הומאָריסט און סאַטיריקער
פֿון דער װעלט, װאָס זײַן פֿעדער און שאַרפֿע פֿײַלן און זײַנע װערטער זענען
פֿלאַם־פֿײַער, דעם גבֿיר דעם שטאַרקן דעם אײידלסטן דעם גוטהאַרציקן
שלוםעליכם...? אַװודאי קען זיך פֿאַרדרײען דער קאָפּ פֿון אַזעלכע געפֿלאָכטענע טיטלען,
און שלום־עליכם האָט זיך ביסלעכװײַז־ביסלעכװײַז, װײַטערװײַטער
אָנגעהױבן אײינצורעדן, אַז ער איז באמת טאַקע עפּעס אַ גרױסער הומאָריסט און
סאַטיריקער אין דער ועלט, װאָס זײַן פֿעדער איז ,שאַרפֿע פֿײַלן" און זײַנע
װערטער זענען ,פֿלאַם־פֿײַער", האָט ער גענומען צו סמאַלען אַ װעלט גאָר
אױף אַן אַנדער אופֿן: דרוקן ביכער, אַרױסגעבן זשורנאַלן, צאָלן שרײַבערס
האָנאָראַר אין טאָג אַרײַן ― הכּלל, ער האָט פֿאַרקאָכט אַ קאַשע, געמאַכט אַ
גאַנצע עפּאָכע, מישטײנס געזאָגט, אין דער זשאַרגאָנישער ליטעראַטור. די גע
שעפֿטן זענען בײַ אים דערפֿון ניט געגאַנגען בעסער, דאָס געלט האָט ער
פֿאַרלױרן, דעם קאָפּ האָט עֹר זיך פֿאַרדרײט, די פֿעדער האָט ער באַהאַלטן, דאָס
טינטערל איז אױסגעטריקנט געװאָרן, די גוטע פֿרײַנד האָבן אים פֿאַרגעסן ―
און פֿון שלום־עליכם איז געװאָרן עליו־השלום“,
דאָ קומען עטלעכע שורות פּינטעלעך, אױף אונדזער גױיִש לשון הײסט
דאָס: כאַטאַ פּאָקרישקע, און אױף העברעיַש זאָגט מען דאָס: ודי לחכימא ברמיוא,
דאָס טײַט: פֿרעגט ניט, ס'איז רעכט!. עס קאָן זײַן איך װעל אין גיכן די
פּיעטעלעך אױספֿילן מיט אותיות, און אפֿשר טאַקע דאָ, אױף דעם אײגענעם אֵױט..
דערװײַלע קער איך מיך אום צוריק צו דער מעשׂה
ױהי היום,. עס איז אַװעקגעגאַנגען אַ יאָר דרײַ. די װאָלקנס האָבן זיך
צעגאַנגען, דער הימל האָט זיך אױסגעלײַטערט, די לופֿט איז געװאָרן אַ ביסל
פֿרישער, און שלום־עליכם האָט אָנגעהױבן װױדער אַ מאָל אױפֿצולעבן און האָט
באַקומען חשק אַרױפֿצוקלעטערן װידער אַ מאָל אױפֿן באַרג, פֿון װעלכן ער
האָט זיך ערשט ניט לאַנג אַראָפּגעקײַקלט. װי געװײנטלעך אַ מענטש, אַז ער
שטײט אױף פֿון אַ קרענק, באַקומט ער ביסלעװײַז דעם זעלביקן אַפּעטיט
װאָס פֿריִער און עס קערן זיך אים אום צוריק אַלע חושים מיט אַלע תּאװת..
װער װײסט ניט, אַן די תּאװה פֿון כּבֿוד און פֿון זײַן באַװוּסט, און װער שמועסט
בײַ שרײַבער, און װער שמועסט בײַ אַ ייִדישן שרײַבער, איז די גרעסטע
21
תּאװה אין דער װעלט? איר ױיסט טאַקע אַז ס'איז נאַריש, ס'איז װערט אַן
אױיסגעבלאָזן אײ, װאָרעם אַז מען װיל שמועסן פֿילאָסאָפֿיש, באַדאַרפֿן מיר גײן
כּסדר: ראשית־חכמה לאָמיר אַקאָרשט באַטראַכטן דעם גאַנצן כּדור אונדזערן
מען מײנט די ערד. װאָס איז זי, מישטײנס געזאָגט, קעגן דער זון, די לבֿנה מיט
די שטערן מיט די אַלע גלגלים פֿון דער װעלט 1 אַ מיאַטשיקל, אַ קאַרטאָפֿל, אַ
גאָרנישט מיט אַ נישט! אָט הערט װאָס עס זאָגט אַ געװיסער אַסטראָנאָם פֿאָלב.
ער גײט מיט אײַך אין געװועט, אַז אינעם 1899 יאָר )װאָסער טאָג און װאָסער
חודש געדענק איך ניט( װעט דורכגײן אַ קאָמעטע, װועט אָנרירן מיטן ױידל
די ערד )אַ קאָמעטע האָט אַ ױידל( און די ערד װעט צעשאָטן וערן אױף
פֿיץפּיצלעך,. עס װעט פֿון איר ניט בלײַבן קײן שרידופּליט! הײַנט באַרעכנט,
װאָס פֿאַר אַ פּנים אַ מענטש, אַ בשׂר־ודם, קען האָבן קעגן אַזאַ גרױסער װעלט,
װאָס אײנע פֿון אַלפֿי אַלפֿים מיליאַרדן קאָמעטן קען מיט אַ שפּיץ װײדל
איבערקערן און צערײַיבן די ערד, דערקװעטשן, ױ אַ קלײן װערעמל: הײַנט
באַרעכנט, װאָס פֿאַר אַ פּנים מיר, עטלעכע מיליאָן ייִדעלעך, האָבן קעגן אַזאַ
װעלט מיט מענטשן, װאָס שפּײַען אױף אונדו קלעק און זאָגן אונדז אָפּ פֿון
געפֿאָטערשאַפֿט און מען װיל אונדז נאָך אײַנרעדן, אַז מיר זענען דאָס װערט;
הײַנט באַרעכנט לא־כּל־שכן װאָס פֿאַר אַ פּנים אַ ייִדישער מחבר קען האָבן מיט
זיַן גאַנצן כּבֿוד, מישטײנס געזאָגט, קעגן אַזױ פֿיל מענטשן, קעגן אַזאַ גרױסער
ערד, קעגן אַזאַ װײדל פֿון אַ קאָמעטע, װאָס קען איבערקערן, קעגן מיליאַרדן
קאָמעטן, קעגן אַלפֿי אַלפֿים מיליאַרדן פּלאַנעטן און גלגלים, קעגן דעם גאַנצן
הימל, קעגן דער גאַנצער װעלט, קעגן דעם כּוח װאָס פֿירט די װעלט, קעגן דעם
כּוח װאָס האָט באַשאַפֿן אַזאַ כּוח און װאָס מיר רופֿן אָן מיטן נאָמען גאָט ― ―
אַך, עס ברעכט דער מוח, עס קילט דאָס בלוט! מען פֿאַלט אַראָפּ בײַ זיך אין
די אױגן! מען פֿאַרגלײַכט זיך צו אַ װוערעמל װאָס פּױזעט ערגעץ אונטער אַ
גרעזעלע, צו אַ טראָפּן װאַסער װאָס פֿאַלט אַרײַן אין ים אַרײַן, צו אַ קלײן
זאַמדעלע, װאָס דער װינט כאַפּט דאָס אױף די פֿליגל און טראָגט דאָס אַװעק
װײַט ― װײַט אין די מידבריות אַרײַן! און פֿון דעסטװעגן...
פֿון דעסטװעגן גלוסט זיך פֿאָרט אָנשרײַבן אַ שײנעם פֿעליעטאָ, אַו אַ
הױפֿן ייִדלעך זאָלן אים לײענען און עֹר זאָל זײ דװקא געפֿעלן! לאָז דער
גרױסער אַסטראָנאָם פֿאַלב זיך אָפּזאָגן פֿון צו עסן אַלע טאָג, און פֿון צו
שלאָפֿן, און פֿון צו שעפּן פֿרישע לופֿט, וכדומה אַזעלכע נאַרישע תֹּאװֹת, װעל
איך מיך אָפּזאָגן פֿון צו שרײַבן אַ פֿעליעטאָן און פֿון צו װעלן זײַן פּאָפּולער
22
צװישן אַ הױפֿן ייִדלעך, װאָס קענען מיך און ױיסן מיך און שעצן מיך.. אָט
אַזױ פֿירט זיך דאָס אױף דער װעלט: ,אײנער האָט דעם בײַטל, דער אַנדערער
― דאָס געלט". אַזױ פֿלעגט תּמיד אױיסלאָזן אַלע מעשׂיות מײין רבי עליו־השלום
און דערבײַ אָנשטופּן אַ פֿולע נאָז מיט טאַביק.
― יאָ. יאָ+ ― פֿלעגט אים ענטפֿערן דער שכן שמערל דער שנײַדער,
אַ טײַערער בעל־מלאָבה, אַ גוטער מענטש און אַ גרױסער שיכּור. ― יאָ, יאָ!
דער מענטש איז געגליכן צו אַ שנײַדער: הײַנט לעבט ער און מאָרגן װיל ער
װידער אַ טרונק בראָנפֿן..
184
33
1
אַז דער באַרג גײט ניט צום מעכאַמעד, גײט מעכאַמעד צום באַרג... אַ לאַנגע
צײַט בין איך געזעסן דאָ אין רוסלאַנד און געװאַרט, געװאַרט, טאָמער װעט זיך
אָנרופֿן כאָטש אײנער פֿון די אַמעריקאַנער גאַזעטניקעס )עס איז בי אײַך פֿאַראַן
זאָגט מען קײן עין־הרע אַזױ פֿיל( און װעט מיך אײַנלאַדן, איך זאָל עפּעס
שרײיבן פֿון מײַנע גליקלעכע־אומגליקלעכע ברידערס ועגן, װעלכע זײַנען
גליקלעך דערמיט װאָס זײ זענען איצט אין אַזאַ פֿרײַעם לאַנד און
אומגליקלעך דערפֿאַר, װאָס זײ זײַנען אַזױ װײַט פֿון דער הײם!. די ערשטע
צײַט פֿון מײַן װאַרטן בין איך געװען שטאַרק אױפֿגעטראָגן, ברוגז גאָר ניט
אױף קאַטאָװעס. איך האָב געהאַט גאַנץ אָפֿטע גרוסן פֿון אונדזער אָרעמען
זשאַרגאָן אין אַמעריקע, אַז מען מאַכט דאָרט מיט אים גליקן, אַז דער געװיסער
ראָמאַןימאַכער, װעלכן מיר האָבן פֿון דאַנען קױם אַרױסגעיאָגט, באַקט דאָרטן
,העכסט אינטערעסאַנטע? ראָמאַנען אַזױ ױ בײגל, אַ בײגל נאָך אַ בײגל, אַ
ראָמאַן נאָך אַ ראָמאַן: דער עולם קװעלט, אונדזערע ברידער, די עגרינף"
לעקן פֿון אים די פֿינגער, כאַפּן די בײגל פֿון דעם בײגל־בעקער, קײַען און
קײַען און בלײַבן.. בײַ דעם לאָך. נו, האָב איך געזאָגט דעם באַרדיטשעװער
דבֿס װערטער: קרבונױשל־עולם! דו װילסט ניט אַז איך זאָל דיר בלאָזן שופֿר?
― לאָז דיר איװואַן בלאָזן.* אַמעריקאַנער ייִדישע זשורנאַליסטן! איר װױלט ניט
אַז שלום־עליכם זאָל אײַך שרײַבן, לאָז אײַך יענער שרײַבן! מײַנע הערן
און דאַמען! איר װױלט ניט לעזן קײן באַקאַנטע בילדער פֿונעם אמתן ייִדישן
לעבן? איר ױלט ניט װיסן, װאָס בײַ אײַך טוט זיך? איר װילט בעסער
הערן בבאָ־דמעשׂיות פֿון טױזנט און אײן נאַכט, פֿון אַ בן־מלך מיט אַ בת־מלכּה,
פֿון אַ רב מיט אַ רביצין, פֿון אַ שײנער עליזאַבעט אַן ענגעל פֿון גאָט און פֿון
אַ פֿאַרדאָרבענעם שקאָנטיסט מאַרקוסזאָן, װאָס פֿרעסט װײַבער לעבעדיקערהײט
אַר"גל פּוסטע חלומות, װאָס קלעפּן זיך אַזױ מיטן ייִדישן לעבן, ױ אַן אַרבעס
צום װאַנט, ניט געשטױגן, ניט געפֿלױגן? אוב אַזױ, עסט געזונטערהײט און
װאַרגט זיך מיט אים!
אַזױ האָב איך געזאָגט פֿריִער. איצטער אָבער, אַז איך האָב דערהערט אַו
24