― סטאַנציע מאַזעפּעװקע, 40 מינוט!.
אַזױ האָט אױסגערופֿן דער קאָנדוקטאָר און פֿונעם מאַזעפּעװקער װאָקזאַל
האָבן זיך אַ שאָט געטאָן ייִַנגלעך, װײַבלעך און מײדלעך, ― באַקאַנטע פּאַרשױינען
― מיט אַלערלײ פּנימער צװישן זײ: ייִדן צעטראָגענע, װײַבער מעוברתע,
מאַמזעלן געבילדעטע, מיט הענטשקעלעך, זאָנטיקלעך, פֿײַעריקע אײגעלעך, און
יונגעלײַטלעך פֿאַרשידענע: יונגע־לײַטלעך מיט שטעקעלעך, װאָס זיצן אױף קעסט, און
אַזעלכע װאָס נישטערן, זוכן געשעפֿט, און אַזעלכע װאָס גיבן געלט אױף
פּראָצענט, און אַזעלכע װאָס נעזער איז זײער געװער ― ייִדישע נעזער! ― און אַזעלכע
װאָס לײענען ביכלעך און צײַטונגען, מאַכן אַסיפֿות, שרײַבן אין ,מליץ" אַרײַן,
פֿײַנע יונגע־לײַט. אױך שײנע ייִדן ייִדן מיט בערד, בעלי־בתּים געזעצטע, די
פֿירערס פֿון שטאָט, און אױך געפֿאַלענע, שױן לאַנג פֿאַרגעסענע, הושעגאס, אָן
בלעטלעך, פֿאַראַיאָריקע לוחות, געװעזענע מיוחסים, פֿאַרצײַטיקע נגידים,
איבעריקע נפֿשות, װאָס דרײען זיך, פּלאָנטערן זיך און טאַנצן אין קאָן... איך בין נאָר
אַרױס פֿונעם װאַגאָן, איז געװאָרן פֿרײלעך אַרום מיר; חבֿרה האָבן מיך באַפֿאַלן,
פֿאַרװאָרפֿן מיט שאלות;
― עליכם־שלום, רב שלום־עליכם. אַ גאַסט, אַ גאַסט! װאָס זשע מאַכט איר,
װאָס מאַכן אײַערע װײַב און קינדערלעך? װאָס הערט זיך עפֿעס נײַעס? פֿן
װאַנען פֿאָרט איר און װי קומט איר אַהער? און װאָס עפּעס מיטן ,הױזפֿרײַנד",
מיט ספּעקטאָרן גאָר? שױן זיך איבערגעבעטן? און װער ועמען פֿריַער: ער
אײַך צי איר אים? און װאָס האָרכט זיך עפּעס מיט דער ,ביבליאָטעקע"? װאָס
הערט זיך, װען װעט זי זײַן? צי אפֿשר איז בײַ אײַך שותּפֿות? און ױ אַזױ װועט
זײַן הײַנט? אוף: ־ |
― שששאַ, שאַט, רבותים! לאָזט זיך דינען. אײנציקװוײַז, איך בין דאָך ניט
אומשטאַנד צו ענטפֿערן איטלעכן מיט אַ מאָל. אַ ביסעלע געדולד ― װעל אין
21
אײַך אַלע באַפֿרידיקן אי"ה, אַלעס פֿאַרענטפֿערן אַרום און אַרום. װאָס איך מאַך ―
אױף אַלע אײַערע שׂונאים געזאָגט געװאָרן: עס קאָן נאָר בעסער זײַן, ערגער
האָט קײן שיעור. פֿון װאַנען איך פֿאָר? ― פֿון כמעלניצק, רבותים, פֿונעם
גרױסן יאַריד, אַך איז מיר... נננו אַ יאָריד, קײן רעכטער ײַד זאָל אים ניט
קענען! ס'איז אַ טומל, מען יאָגט, מען לױפֿט, מען ברעכט זיך רוק־און־לענד:
היַנט דער, מאָרגן יענער: דער פֿאַלט, דער שטײט אױף. ייִדן פּלוטעװען, דרײען
די װעלט! לײַט גײען פֿאַרבײַ, שטעלן זיך אַװעק, באַטראַכטן פֿון דער װײַטן
דעם געפּילדער, שאָקלען מיט די קעפּ, װי אײנער רעדט: גאָט װועמען עס לעבט
זיך אױף ד ער װעלט! אָט װער עס שאַרט געלט! אָט װוהין אונדזער גאַנץ
דאָבדע־מזל קומט אַחין!..* אױך מיר אַ לעבן, מישטײנס געזאָגט. װער סאיז
זײ מקנא, מעג קײן בעסערס ניט האָבן! נאָר װער איז שולדיק, װען גיט ייִדן
אַלײן? , פּולדערט ניט, טראַסקעט ניט אַזױ! ― שרײיַ איך, ― אין גאָטעס װילן,
לאָז מיט אײַיך ניט זײַן פֿול די װעלט! האָט אײַך אַכציק גוטע יאָר, איר רײַסט
דאָך די אױגן מיט איער קנאַקן װאָס איר קנאַקט, און מיט אײַער אױפֿפֿירן זיך
און מיט אײַערע גענג!." נאָר גײ טענה מיט אַ ייִדן אַ ייִד, אַז ער דערטאַפּט
אַ קערבל, פֿאַרלעבט ער צװײ; און אַז ער פֿאַרדינט צװײ, ברענגט ער אױס דרײ,
און אַז ער כאַפּט שױן אַלע דרײַ, שרײַט ער דרײַסיק, טוט אָן דאָס פֿיזמענע
טולופּל, ציט אַרױף אױף זיך און אױפֿן װײַב דעם רוח און בלאָזט פֿון זיך: תּרבות!
דרך־ארץ! עפֿעס אַ וערטעלע רב האָצעלע?! רב האָצעלע איז הײַנט אין די
פֿעדערן, גאָר בגילופֿין. רב האָצעלצ קנאַקט, רב האָצעלע פֿײַפֿט, אַזױ לאַנג אַזױ
ברײט, ביז...! ער פֿײַפֿט אָן, פֿאַרקױפֿט דאָס פּיזעמענע טולופּל, נעמט דאָס
שטעקעלע אין דער האַנט און גײט אַרױס פֿונעם יאַריד. און אױפֿן יאַריד קנאַקט שױן
אָן אַנדערער. אַן אַנדערער טראָגט שױן רב האָצעלעס פּיזמענע טולופּל און
טראַסקעט און פֿײַפֿט.
,פֿײַף, פֿײַף! ― קלערט זיך האָצעלע ― הײַנט איז רײנע זיבן יאָר;
פֿײַף, פֿײַף, װעסט אױך אָנפֿײַפֿן אסײרצה־השם מיט גאָטעס הילף!." און אַזױ
גײט דאָס בײַ אונדז פֿון דור צו דור: ייִדן טראַסקען, ייִדן קנאַקן, ייִדן פֿײַפֿן..
און לײט גײען פֿאַרבײַ, שטעלן זיך אָפּ, באַטראַכטן פֿון דער װײַטן דעם געפּילדער,
שאָקלען מיט די קעפּ, װי אײנער רעדט: ,אָט װעמען עס לעבט זיך אױף דער
װעלט! אָט װער עס שאַרט געלט! אָט װוהין אונדזער גאַנצער דאָברע־מול
קומט אַהין!."
22
איר פֿרעגט דאָך מיך, װי קום איך אַהער? ― מיטן אײַזנבאַן, ענטפֿער איך
אײַך, מיטן אײַזנבאַן. איך האָב דערהערט אַז עס גײט אַהער די אײַונבאַן, און
מאַזעפּעװקע איז צו מזל אַ ,סטאַנציע", האָט זיך מיר פֿאַרװאָלט אַ קוק
טאָן װאָס טוט זיך דאָ בײַ אײַך? װאָס מאַכן מײַנע ברידער? װי גײט עס אײַך
אַצינד און ױ אַזױ פֿירט איר זיך אױף בזמן הזה? אַ װוערטעלע אױסצורעדן ―
אַ שטאָט מיט אַן אײַזנבאַן? פּרנסה האָט איר דאָך מסתּמא מיטן פֿולן מױל,
שמועסט מען ניט, און די מנהיגים בײי אײַך אַצינד, געװײנטלעך, און ניט די
װאָס אַ מאָל? אױס אינטריגעס, אױס פּעטש אין בית'מדרש, אוֹיס נצחון פֿאַר
גבאות, פֿאַר עליות? אױס קאָנקורענציע, אױס רדיפֿות און מסירות, דאָנאָסן
פ8ע? און די בעלי־טובֿות, כאָדאָטאַיעס און כּוליבוניקעס 1 נישטאָ זײ שױף די
שײנע לײַט?... נאָר עפּעס שװײַגט איר מיר צו, איך האָב מורא, עפּעס שמאָרעט
איר מיט די נעז, אַ? איך קען אײַך, ברידער, אױ קען איך אײַך! איך זע, עס
קװעטשט אײַך עפּעס אינעױיניק, אַ בײן אין האַלדז, ניט אַראָפּצושלינגען, ניט
אַרױסצושפּײַען, װױ זאָגט מען, שנײַץ די נאָז און שמיר דאָס פּנים.. נױגו, איך
שװײַג, איך שװײַג, כאַטאַ פּאָקרישקע, איך שװײַג!.
איר פֿרעגט: װאָס עפּעס מיטן ,הױזפֿרײַנד" גאָר, מיט ספּעקטאָרן? ענטפֿער
איך אײיך: פֿאַר װאָס דען ניט? פֿאַר װאָס ניט מיטן ,הױזפֿרײַנד"? פֿאַר װאָס
ניט מיט ספּעקטאָרן! איך פֿאַרשטײ אײַך, ברידער: בראָש איז בײַ אײַך
אַלצדינג אַ קאָנקורענציע, אַ לױפֿעניש אײנער איבערן אַנדערן, אַ כאַפּעניש פֿון
די הענט, אַ רײַסעניש פֿונעם מױל, ― עס חלומט זיך אײַך אומעטום
קאָנקורענציע! צװײ ייִדישע רעדאַקטאָרן, אַרױסגעבערס, זענען בי אײיך צװײ
קרעמערס, און צװײ ייִדישע זשורנאַלן זענען בײַ אײַך צױי קלײטלעך. שרײיבן
הײסט בי אײַך אַ געשעפֿט און די ליטעראַטור איז בײַ אײַך אַ פֿרנסה. אֶך און
װײ איז צו דער ייִדישער ליטעראַטור, דער פֿרנסה, און װװנד און ױי איז צום
ייִדישן ליטעראַטאָר, װאָס איז זיך מפֿרנס מיט דער פּען, ציט פֿון איר, װי דער
ליטװאַק דריקט זיך אױס, דאָס שטיקעלע חיונה? בײַ לײַטן אַ שרײַבער
לעבט אָפּ זײַן װעלט, װײסט קײן אַנדער מלאָכה, חוץ דאָס שרײַבן האָט כּבֿוד
בײַ זײַן לעבן און נאָך זײַן טױט, און אַז ער איז אַ רעכטער שרײַבער, פֿאַרדינט
ער זיך אי אַ נאָמען, אי געלט, אַ מאָנומענט, און אַלע זענען אים מקנא, יעדער
23
װינטשט זיך זײַן אױף זײַן אָרט: און בײַ אונדוּ, מישטײנס געזאָגט, אַ מחבר
איז ניט קלײן, נישקשה, צו גײן איבער די הײַזער, אַבי ער קאָן כּליזמן די
פֿיס דינען אים... און אױף דער עלטער, אַז ער בלײיַבט אָן כּוח, זעען שױן אַנדערע
מען זאָל אים מאַכן אַ נדבֿה; מען רופֿט דעמאָלט אױס אין אַלע שולן אַז דער
און דער שרײַבער ש טאַרבט פֿון הונגער!. װאָס זשע איז דער חידוש,
אַז בײַ אונדו אַ שרײַבער שעמט זיך מיט זײַן מלאָכה צװױשן לײַטן? דערפֿאַר
זענען מײנסטן טײל אונדזערע מחברים ― אָדער סוחרים, אָדער מלמדים, װאָס
גיבן זיך אָפּ מיט דער ליטעראַטור נאָר צױשן טאָג און נאַכט ― מיט אײן
װאָרט, אַ ײַדישער שרײַבער ― דאָס איז
אַ מנחם־מענדל,
װאָס פֿאַרנעמט זיך מיט האַנדל,
און אַז ער זעט ניט דאָס װײַב,
טוט ער אַ שרײַב,
שױן זיך איבערגעבעטן? ― פֿרעגט איר ― און איר װילט נאָך װיסן דאָס
אױך; װער װעמען פֿריַער? צי ער מיך, צי איך אים? יאָ, ברידער, איך ױיס,
איר זענט זײער, זײער נײַגעריק! בײַ אײַך איז דאָס דער גאַנצער עיקר,
דאָס איז בײַ אײַך טײַערער פֿונעם גאַנצן פֿעליעטאָן און אַפֿילו פֿונעם גאַנצן
,הױזפֿרײַנד" מיט דער;ביבליאָטעקע" אין אײנעם. אינטריגעס דאָס איז
בײַי אײַך דאָס חיות, פֿײַגן הײסט בײַ אײַך פּאָלעמיקע, פּעטש הײסט בײַ אײַך
קריטיקע, און אַז צװײ ייִדישע מחברים אַמפּערן זיך, קאָנען זיך ניט אױסגלײַכן,
שטײט איר פֿון דער װײַטנס און קװעלט. אַז דער;מליץ" מיטן;צפֿירה?" װערטלען
זיך, קלױבט איר נחת: ,אױ, זאָגט איר, האָט ער אים אײַנגעטײלט! אױ,
זאָגט איר, האָט ער אים באַגראָבן!" אַז אײנער שרײַט מיט אַ גװאַלד:
פּאַלעסטינאַ! און דער אַנדערער שרײַט: אַרגענטינאַ! װילט איר דען אַרײַנקלערן
אין תּוך אַרײַן, למאַי זאָלן מיר זיך נאַרן? נײן! איר שטײט זיך פֿון דער װײַטנס
און זאָגט: קאָ גוט־גוט, אָט אַזױ, אָט אַזױ, אָט דאָס הײסט געריבן אַ מאָרדע!
אָט דאָס הײסט פּעטש זי אַ סך האָט איר אַרױסבאַװיזן, אַז פּאַלעסטינע איז בײַ אײף
טײַערער פֿון אַרגענטינע? אַ סך איז בײַ אײַך אַרײַנגעפֿאַלן אין מאַזעפּעװװוקע
הײַנטיקס יאָר אױף ייִשובֿ ארץ־ישׂראל? איך מײן געלט, ניט קײן װוערטער, ניט
24
קײן לידלעך: דאָס האָבן מיר געהערט אַ סך; געלט מין איך!!! נאָר איף
שװײַגט? שװײַגט זשע טאַקע!
*
און ,װאָס האָרכט זיך עפּעס מיט דער ביבליאָטעקע" װילט איר װיסן? װען
װעט זי זײַן? איך זע, איר עקט זיך, ממש עס גײט אײַך אױס דאָס חיה?, אַ
ניטערער רחמנות אױף אײַך, כ'לעבן! איך באַקום דאָך פֿון אײַך בריװלעך אַלע
טאָג, װוּ איר בעט זיך רחמים, ױ בײַ אַ גזלן:;גװאַלד, שלום־עליכמגיו, האָף"
צעניו, ליובעניו! האָט רחמנות אױף אײַערע מאַזעפּעװקער ייִדלעך און האװי"
ליקט זײ שױן אין גיכן מיט אײַער ליבער, טײַערער מתּנה, די ,יודישע
פֿאָלקסביבליאָטעק?, אױף װעלכער מיר קוקן שױן אַרוֹיס, ױ אױף משיחן און אַן
װעלכער מיר קאָנען זיך ניט באַגײן! צו װאָס טוג אונדז דאָס לעבן אַז מיף
האָבן נאָך ניט דעם דריטן טאָם פֿון אײַער ,ביבליאָטעקע"? פֿאַר װאָס זאָלט
איר זיך ניט דערבאַרעמען, עס שטײט פֿאַר אײַך קײן עיןיהרע אַזאַ עדה ייִדן
װאָס צאַפּלען, חלשן, טאַטעניו האַרצעדיקער, געטרײַער! אין װאָס גײט דען דאָרט
בײַ אײַך, װאָס איר ציט אונדז אַזױ לאַנג )שױן קרובֿ צו דרײַ יאָר( בײַ דער
נשמה? אפֿשר אין ,יענער מעשׂה"? אפֿשר פֿעלט אײַך די ממתּקִים? אײ פֿע,
שלום־עליכם־לעבן, װער שמועסט פֿון געלט? געלט שפּילט דען אױיךף עפֿעס
אַ ראָלע בײַ אונדז? הונדערט, צי טױזנט, צי צװײ טױזנט? װאָס פֿאַר אַ װוערט
אַ שטײגער האָט בי אונדז, אין מאַזעפּעװקע, פֿרעגן מיר אײיך, טױזנט צי צְװײ
טױזנט? אָט איז בײַ אונדז יענע װאָך געװען אַן אַסיפֿה מכּוח צעדערבימען
עליו־השלום, װי אַזױ מען זאָל זײַן נאָמען באַװאָרענען אױף אײיביק און אײביק,
האָט אײנער פֿאָרגעלײגט מען זאָל באָלד מאַכן גבאָים מִיט ,טשלענעס" װאָס
זאָלן צונױפֿנעמען לכל־הפּחות דרײ טױזנט קערבלעך אױף א סטיפֿענדיע, דער
אַנדערער האָט פֿאָרגעגעבן, מען זאָל מאַכן געלט און קױפֿן אַ נײַע קאָלאָניע אין
ארץײשראל מיט דעם נאָמען ,אַרן". דער דריטער איז געפֿאַלן אױף אַ שענערער
המצאה: מען זאָל טאַקע דאָ אין מאַזעפּעװקע אַרױסגעבן אַן ייִדישן זשורנאַל
מיט דעם נאָמען ,צעדערבױם", דעם זשורנאַל זאָל מען טײלן אומזיסט און
דאָס געלט זאָל גײן אױף ארץ־ישׂראל,.. און נאָך אײנער האָט געדרונגען טאַקע
נאָך אַ מאָל דאָס אײגענע װידער צוריק, אַז אַ זשורנאַל טױג ניט, כעסער א
בלאַט, און נאָך אײנער האָט געזאָגט, אַז...:
4
25
― גענוג, ברידערלעך, גענוג! עס איז, כ'לעבן, שױן ניט אױיסצוהאַלטן
פֿון אײַך! די צײַט שטײט ניט, די 40 מינוט זענען אַװעק, מען קלינגט שױן
מען דאַרף פֿאָרן װײַטער. זײַט געזונט און גליקלעך, גיב גאָט צו האָרכן אײנס
פֿונעם אַנדערן בשׂורות טובֿות. האָט קײן פֿאַראיבל ניט, װאָס כ'האָב אײַך דאָ
געזאָגט אַ ביסל דעם אות, אס־ירצה־השם אָט באַלד אין דער , פֿאָלקס־ביבליאָטעצל"
װעלן מיר איבערשמועסן מכּוח אַלצדינג באַריכות, גיב גאָט מיט פֿרײלעכע
הערצער און גוטע צײַטן אָמן!
קיִעװ, דעצעמבער 1893
: שלום־עליכם
8 2 שאַט, רבותים, עיקר־שכחתי! איר פֿרעגט דאָך מיך אױף מײַן װײַב
און קינדער, װאָס זײ מאַכן און װאָס האָרכט זיך מיט זײ? ― זײ זענען אַלע
ברוך:השם אין בעסטן געזונט, גיב גאָט דאָס נעמלעכע ניט ערגער פֿון אײַך
צו הערן. און װײַטער, װאָס זאָל זיך מיט זײ האָרכן? מײַן עלטערע טאָכטער
איז אַװודאי זײער אַ געראָטן קינד, נאָר פֿון אַ שידוך מיט איר בין איך נאָך
גאַנץ װײַט, אי אַז עס װעט קומען די צײַט, װעט מען אײַך געװײנטלעך
אַ ידיעה געבן... און מיט מײן װײַב זאָל לעבן קערט איר זיך אַװדאי גאָר ניט
אָן, כאָטש אַפֿילו דער מינהג איז ניט אַזױ; נאָר גאָרניט, איך פֿאַרהאָף, אַז איר
װועט דאָס מיר מוחל זײַן און װועט צו מיר קײן טענות דערפֿאַר ניט האָבן...
גריסט איטלעכן באַזונדער גאָר פֿרײַנדלעך!
ממני ש לום־עליכם
4.8 גם הוה זײַט ױסן אַז אױסער די ,פֿאָלקס־ביבליאָטעק" האָב
איך בדעה אַרױסצוגעבן פֿאַרן פֿאָלק קלײנע, גאַנץ ביליקע מעשׂה־ביכלעך אין
אונדזער פֿאַלקסשפּראַך, אױף דעם אופֿן װי עס גיבן זיך אַרױס די העברעיִשע
ביכלעך אין װאַרשע פֿון בן־אַביגדור. ,ױ אַזױ װעלן זײ הײסן? צי מײנט איר
זי אַרױסגעבן אין אײנעם מיט ספּעקטאָרן, צי אַלײן? און װען װעלן זײ אַרױס?
און װער װעט דאָרט שרײַבן? ױפֿל װעט איר צאָלן? און װאָס װעלן זי
קאָסטן?...* האָט צײַט, רבותים, קװעטשט מיך ניט, װאַרט צו אַ װײַלעטשקע, ―
איר װעט אַלעס, אַלעס װיסן!.:
שלוסיעליכם
26
די;טױב"! פֿאַר װאָס עפּעס די ,טױב"? פֿאַר װאָס ניט דער
פּיפֿערנאָטער??..
אָט די שאלה איז מיר געקומען אַנטקעגן בשעת איך האָב באַקומען די
מודעה רב ח, אַז אין גיכן װעט דערשײַנען אין פּיטסבורג אַ ייִדישע צײַטונג
אונטער דעם רײנעם ייִדישן נאָמען די ,טױב" פֿאַר װאָס איז די
,טױב? אַ ייִדישער נאָמען און נאָך אַ רײנער דערצו ― זאָל מיך אַזױ ױסן
בית און גימל! זאָל איך זאָגן, אַז ס'איז דערפֿאַר, װײַל אונדזער פֿאָלק איז
געגליכן צו דער טױב מיט זײַן אָרנטלעכקײט און פֿײנקײט, אַזױ ױ אין דער
מודעה שטײט ― איז נאָך ניט אין גאַנצן פֿאַרענטפֿערט: עס איז נאָך אַ שטיקל
פּלוגתּא װעגן אונדזער;אָרנטלעכקײט" און אונדזער ,פֿײַנקײט", למאַי זאָלן מיר
זיך נאַרן, כ'לעבן? ― מיר רעדן דאָך ייִדיש, און קײן גױ װעט אנדו ניט
פֿאַרשטײן, ― מיר זענען נאָך לעת־עתֹּה מיט אונדזער אומשולדיקיט גאַנץ
װײַט פֿון דער טױב, פֿון דעם װאָס מיר זײַנען אַ מ אָל געוען רעדן מיר ניט.
מיר שמועסן פֿון אַצינד. מיר רעדן אױך ניט פֿון אײנצלנע פּאַרשױנען ― פֿאַראַן,
פֿאַראַן בײַ אונדז זײער פֿײַנע, אײדעלע מענטשן, ― מען שמועסט אָבער פֿונעם
כּלל, ― ס'דובֿ פֿון אונדזער פֿאָלק אין די לעצטע יאָרן פֿונעם נײַנצנטן
יאָרהודערט, װאָס באַגעגענען מיר אַצינד אין אונדזער פֿאָלק, צװישן אונדז רעדנדיק?
אױ־װײ, פּיפּערנאָטערס, ניט קײן טײַבעלעך!. שװינדלערס, עגאַיסטן פּראָ"
צענטניקעס, מאַלפּעס, אױסברענגערס,. שבתיצביניקעס, כּליבוניקעס, מוסרים,
גװאַלד, מוסרים! מוסרים! מוסרים! איר האָט דען אַ באַגריף פֿון די מוסרים
מיט די מסירות װאָס בײַ אונדז אין רוסלאַנד? איר קאָנט זיך דען פֿאַרשטעלן,
אַז העכער האַלב גזירות און צרות, װאָס מיר האָבן דאָ, װאַקסן נאָר פֿון אונדזערע
אײגענע מסירות? אמת, עס נעמט זיך פֿון אונדזער גלות, אָרעמקײט, שפֿלקײט
און דחקות, װעלכעס ברענגט אונדז צו אַלע נידעריקײטן, זינד און פֿאַרברעכענישן.
עס קאָן זײַן אַז בײַ אײַך, אין דעם פֿרײַען גליקלעכן לאַנד, אין אַמעריקע, װ
ייִדן זענען פֿאַררעכענט פֿאַר מענטשן גלײַך מיט אַלע צױי־"פֿיסיקע
באַשעפֿענישן, זענען אפֿשר אונדזערע ברידער לײַטישער און פֿײַנער װי מיר דאָ אין
7