פֿעליעטאָנען: אַ פּאָר װערטער װעגן אונדזער בעל־מלאָכה

שלום עליכם

פֿון www.cs.uky.edu/~raphael/yiddish/sholemAleykhem/contents.html

יהושע־העשל דער פֿאַדױיאַטשיק. ― די געשיכטע פֿון אַ בידנעם, טװקענעם קאֲרוֹשׁ. ―
איר קענט יהושע־העשל דעם פּאָדריאַטשיק? ניט יענעם יושע ע שׁל װאָס האָט אָנגענומען אַ פּאָדריאַד לײגן אַ שאָסײ פֿון אונדזער שטאָט ביז כמעלניצק או האָט זיך נאָכדעם געהאַנגען פֿאַר צרות: חלילה! איך מײן יענעם יהושע־העשל װאָס נעמט אָן אַלע יאָר דעם פּאָדריאַד פֿון מצות באַקן. געװײנטלעך זענט איר געװען בײַ אים ערבֿ פּסח בשעתן פּאָדריאַד און האָט זיך געװיס גוט צוגעקוקט ױ עס גײט פֿאָר בײַ אים רעגסט מאָל די אַרבעט. יהושע־ הע של גײט בשעת־מעשׂה אַרום איבער דער שטאָט פֿון שטוב צו שטוב באַשטעלן אַרבעט, אַראָפּפֿירן די זעקלעך מעל, זען עס זאָל זײַן האָלץ, װאַסער וכדומה. נאָר אָפֿט מאָל כאַפּט ער זיך אַרײַן אין פּאָדריאַד, טוט אַ שמעק, װאָס טוט זיך דאָרטן ― און גײט זיך װײַטער זײַן װעג; נישקשה, יהושע־ הע של מעג זיך פֿאַרלאָזן אױף זײַנע מענטשן, די אַרבעט גײט דאָרט גאַנץ געשמאַק און ער מאַכט אין דעם געשעפֿט גאָר ניט שלעכט; אײן חסרון נאָר, װאָס דער ליבער פּסח איז בסך־הכּל אײן מאָל אין יאָר { װען ניט דאָס, װאָלט אונדזער יהושע־העשל געגאַנגען אין גאָלד. נאָר לאָמיר אַװעקװאַרפֿן דעם פּאָדריאַטשיק און בעסער אַרײַנגײן אין פּאָדריאַד גופֹֿא, אין דער דאָזיקער ייִדישער פֿאַבריקע, און באַטראַכטן װי גײַציק עס גײט דאָרט צו די אַרבעט,
דאַכט זיך, װאָס איז אַ מצח? מישטײנס געזאָגט, אַ טרוקענער קאָרזש, אָן זאַלץ און אָן שמאַלץ, אַן אײער און אָן הײװן: נאָר זעט נאָר װאָס דאָ טוט זיך, ביז מען דערלעבט זען דעם דאָזיקן בידנעם קאָרזש! קודם־כּל שטײט דאָרטן אין אַ װינקעלע אַ בחורל און שיט מעל1 דאָס איז דער ערשטער טשינאָװניק פֿונעם פּאָדריאַד ― דער ,מעלשיטער". נעבן אים שטײט נאָך אַ בחורל אָדער אַ מײדעלע און גיסט װאַסער: דאָס איז אױך אַ טשין: א;װאַסער־גיסער". און נעבן די צװײ שטײט א ייִדענע אָנגעבױגן איבער אַ מעשענעם טאָז און קנעט דאָס טײג, ― דאָס איז די ;קנעטערין". פֿון דער קנעטערינס האַנט גײט אַריבער דאָס טײג, אָדער װי מען רופֿט דאָס ― די ,מורא", צום ממונה אוֹיף דער ,מורא", װעלכער שטײט מיט אַ קאַטשעלקע און ,מוראיט" זי, זי זאָל חלילה ניט כאַפּן קײן זױער, אַזױ לאַנג, ביז ער צעטײלט זי שטיקלעכװײַן דעם גאַנצן עולם מײדלעך און װײַבער, װאָס שטײען
11

אױסגעשטעלט מיט קאַטשעלקעס און מען קאַטשעט. פֿון דער ,, קאַטשערין" קומט אַריבער דאָס בלעטל צום ,רעגלער" ― דאָס איז שױן אַ העכערער טשין: דער ,רעג" לער" רעגלט אָפּ דאָס אױסגעקאַטשעטע בלעטל אין דער לענג און אין דער ברײט און גיט דאָס איבער דעם בעקער, אָדער דעם;שיבער": דער שיבער ― דאָס איז שױן גאָר אַ הױכער טשין ― טוט דאָס אַ כאַפּ אױף אַ לאַנגן שטעקן און מאַרש אין אױװן אַרײַן, פֿון װאַנען ער כאַפּט דאָס נאָכדעם אַרױס און װאַרפֿט אַרײַן אין אַ גרױסן קױש צו מזל, אַ װײַסע, אַ קלאָרע, אַ פֿאַרטיקע מצה, אַזױ אַז אײדער איר קוקט זיך אָרום װאַקסט אױס פֿאַר אײַערע אױגן אַ פֿולער קױש מיט מצות און איר קװעלט אָן קוקנדיק אױף אַזאַ מין אַרבעט.;עפּעס טאַקע נאָר אַ מין פֿאַבריקע און גענוג ױ
ױ מײנט איר אָבער, למשל, װען אונדזער יהושעיה עשל אָל זיך נעמען אַלײן צו דער דאָזיקער מלאָכה, דאָס הײסט, ער זאָל אַלײן זײַן דער מעלשיטער, דער װאַסער"גיסער, קנעטער, קאַטשער, רעגלער, שיבער ― װױ מײנט איר, װױפֿל מצות װאָלט ער געקאָנט אַ שטײגער אַרױסגעבן אַ טאָג? אַז אָך און װײ װאָלט אים געװען מיט זײַן פּאַדריאַד; מען װאָלט געמאַכט פֿון אים חוזק און אָנגעקוקט אים ױ אַ משוגענעם! פֿון דעסטװעגן געפֿינען זיך בײַ אונדז אַזעלכע פּאָדריאַטשיקעס לרובֿ, טאַקע כחול הים, און קײנער מאַכט פֿון זי ניט קײן חוזק און עס קומט קײנעם ניט אַפֿילו אױף די געדאַנקען צו רעכענען זײ פֿאַר משוגעים. איך שמועס דאָ מכּוח אונדזער בעל־מלאָכה,
בענדיט־לײב דער שנײידער, ― איך צערעד זיך מיט אים מפֿוח זײַן ענין. ―
א ער קוקט מיך אַן. ―
מיט װאָס איז אונדזער בעל־מלאָכה גערוקט פֿון יהושע־ה עשל דעם פּאָדי ריאַטשיק? מיט װאָס, למשל, איז ב ענדיטילײב דער שנײַדער, אָדער ה ענעך דער שוסטער, אָדער זלמן דער סטאָליער, אָדער זימל דער קאָװאַל ניט קײן פּאָדריאַטשיקעס? בענדיט־לײב דער שנײַדער ― איך זאָג דאָס אָן אַ שום לצנות ― איז אַ פּאָלנער פּאָדריאַטשיק. איך האָב אָנגעכאַפּט בענדיט־לײבן דערפֿאַר, װײַל ער איז ניט פֿון די קלײנע שנײַדערס, די לאַטאָזשניקעס: בענדיט־לײב איז אַ טאַנדעטניק; ער איז אַלײין דער צושנײַדער, אַלין דער בעל־מלאָכה, אַלײן דער פֿאַרקױפֿער; דאָס הײסט שױן לשון ס וח ר. דאַכט זיך אַלע ברכות ― פֿון דעסטװעגן איז ער, נישקשה, אַ גוטער קנצן. קױם מיט צרות שלעפּט זיך בײַ אים דס שטיקל ברױט,
12

― װאָס איז די מעשׂה? ― פֿרעג איך אים,
― װאָס זאָל זײַן ― ענטפֿערט בענדיט־לײב ― עס דערלעבט גיט, מישטײנס געזאָגט, אײנס דאָס אַנדערע: מען לײגט דאָס לעבעדיקע אױפֿן טױטן. איר באַדאַרפֿט װיסן, ליבער פֿרײַנד, אַז איך קאָן נאָך עד־היום ניט קומען צו די כּוחות פֿון דער מאַשינע װאָס איך האָב געמוזט קױפֿן אױף אױיסצאָלן; הײַנט ביז איך באַקום די עטלעכע אַרשין סחורה, קומט מיר אָן מיט צרות; בײַם קרעמער האָב איך אַפֿילו יאָ קרעדיט, נאָר מקחים שטעלט ער מיר אײיזערנע; און אײדער איך פֿאַרקױף אַ שטיקל אַרבעט, עס איך פֿריִער אױף דאָס געלט; דערצו קומען צו פֿאָרן די פֿרעמדע טאַנדעטניקעס און פֿירן אָן סחורה פֿון דער װעלט און לאָון זי בחצי־חינם; גֵײ האַלט מלחמה מיט יענע מזיקים!
― פֿאַר װאָס זשע לױנט יענע מזיקים צו לײזן בחצי־חינם און אײַך ניט? ― פֿרעג איך אים נאָך אַ מאָל,:
― אַזאַ מעשׂה ― ענטפֿערט מיר ב ענדיטילײב ― װאָס גלײַכט איר? איך בין עפּעס אַנדערש און זײ זענען װידער עפּעס אַנדערש; איך בין אַלײן דער בעל־מלאָכה, אַלײן אַלצדינג, און זײ זענען אַ גאַנצע קאָמפּאַניע; בײַ זײ איז אַ מין פֿאַבריקע; זײ אַרבעטן, פֿאַרשטײט איר, אױפֿן טוץ.
― פֿאַר װאָס זשע זאָלט איר ניט זײַן קײן קאָמפּאַניע ― פֿרעג איך אים װידער ― איר זענט דען בײַ אונדז אײן שנײַידער אין שטאָט?
בײַ די וערטער האָט ב ענדיט־לײב אױף מיר זײיער אַ מאָדנעם קוק געטאָן, גלײַך ױ מײַנע רײד װאָלטן בײַ אים אױסגעקומען משונה װילד. נאָכדעם האָט ער זיך, װי עס װײַזט אױס, אָנגעשטױסן װאָס איך מײן און אַ זאָג געטאָן: ;אַ?! ידיאחת מײנט איר?* און האָט אַ מאַך געטאָן מיט דער האַנט, ױ אײנער רעדט: ,װײס איך, נאַרישקײטן, חלומות!*
הענעך דער שוסטער און די אַלע איבעריקע טענהן דאָס ועלביקע. ―
ה ע נעך דער שוסטער איז נאָך אַ גרעסערער קבצן װי ב ענדיט־:לײב דער שנײַדער. ער באַקלאָגט זיך, ראשית־חכמה, אױף דער הײַנטיקער מאָדע; ;עפּעס נאָר אַ רוח ― זאָגט ער ― ניט קײן מענטש האָט זי אױסגעטראַכט!" והשנית, אַז ער באַקומט שױן יאָ דאָס שטיקל אַרבעט, נעמט צו בײַ אים דאָס לעדער כּמעט אין גאַנצן דאָס פֿאַרדינסט, און ניט זעלטן טרעפֿט זיך אים, אַז ער עסט אױף דעם אַדערױף נאָך אײדער ער קלײַבט זיך צו אין קלײט אַרײַן. פֿון
13

קײן אײגענער מאַשינע שמועסט מען ניט: אַז ער באַדאַרף אָפּשטעפּן אַ פּאָר ,פֿערעדאָקלעך", מוז ער אָנקומען צו יענעם און צאָלן במזומנים. דאָס גאַנצע דאָברע־מזל ― זאָגט ער ― גײט אַרײַן אינעם לאַק אַרײַן מיט די דראַטװעס, מיט די פֿלעקלעך, מיט אַלע איבעריקע שאַלעמײזן: און נאָך אַלע זאַכן, אַז עס קומט צו עפּעס, פֿאָרט זיך יעדער בעל־הבית אין דער;גובערניע" אַרײַן און ברענגט פֿון דאָרטן אַ פּאָר שיך, אַ סך װאָלװעלער ױ ער זאָל זיך געבן נײען דאָ אױפֿן אָרט,: 0
― פֿאַר װאָס זשע קאָסט דאָרטן װעלװעלער? ― טו איך אים אַ פֿרעג.
― פֿאַר װאָס? ― ענטפֿערט מיר ה ענעך דער שוסטער ― װיסט זי דער שװאַרצער יאָר! עס איז בײַ זײ דאָרטן גאָר אַנדערע מינהגים: ס'איו בײַ זי כּמו ױ אַ פֿאַבריקע, מען אַרבעט בײַ זײ דאָרטן אױפֿן טוץ,
― נו, און איר קאָנט דען ניט אױספֿירן דאָס אײגענע װאָס בײַ זי?
הענעך דער שוסטער האָט מיר ניט געענטפֿערט דאָס צױיטע װאָרט; ער איז אַװעק פֿון מיר אַ ברוגזער, רעכענענדיק אַ פּנים אַז איך מאַך חוזק איבער אים,
דאָס אײגענע האָב איך געהאַט מיט זלמן דעם סטאָליער. מיט זימל דעם קאָװאָל, מיט ב נימין דעם קירושנער און מיט אַלע אַנדערע פֿאַרשידענע בעלימלאָכות אין שטאָט. זײ האָבן מיך אַלע אָנגעקוקט, ניט צו ענטפֿערן קײן װאָרט, און איך בין באַװאָרנט, אַז אונטער די אױגן האָבן זײ מיך געמאַכט אױסצודרײען, אַ תּל־עולם, װי ,צעך" קאָן.;צעך" אַז ער װיל נאָר, קאָן ער אַרײַננעמען עמעצן אין מױל אַרײַן און מאַכן פֿון אים אַש.
„צעך" לאָזט זיך צו צו מיר. ― איך גיב אױף אַ פּלאַן. ―
אײן מאָל האָט זיך געטראָפֿן אַ מעשׂה: איך האָב מיך באַגעגנט מיט ,צעך". אַ גאַנצע קאָמפּאַניע, אין װועלכער עס זענען געװען די אַלע, װאָס זענען אױסגערעכנט אױבן; זײ זענען געגאַנגען פֿון אַן אַסיפֿה. בײַ אַזאַ מין יום־טובֿ, געװײנטלעך, װערט דער טאָג בײַם בעל־מלאָכה ממילא צעריבן, און אַז;דער צער פֿונעם טראָגן איז יאָ אַזױ גרױס", כאַפּט מען זיך שױן אַרײַן אין אַ עקלײזל" )אַ שענקל( און מען מאַכט;שהכּל נהיה בדברו" מיט;בורא מיני מזונות". אַ באַקאַנטער פֿון לאַנג אָן און אַ גוט ברודערל, האָט מיך;צעך" אַרײַנגעלאַדן אַהין צו און דאָרטן, זיצנדיק מיט חבֿרה אַרום טיש, האָט בענדיט־לײב געמאַכט אַ שמועס מיטן איבעריקן עולם מכּוח דעם װאָס איך האָב מיט זײ שױן עטלעכע מאָל גע"
184

טענהט. לכתּחילה האָט מען מיך, װי דער שטײגער איז, אַ ביסל אױסגעלאַכט: ,די הײַנטיקע, סאיז דיר גאָר קײן קאַטאָװעס ניט, באַלד עפּעס: פֿאַבריקעס, האַדהאַ!..* און נאָך דעם, ביסלעכװײַז, ביסלעכװײַז, איז מען געװאָרן ערנסטער, צוגעלײגט מוח און אױסגעהערט מיך מיט קאָפּ. און װי גרױס איז געװען זײער װוּנדער, דערהערנדיק פֿון מיר, אַז אין פֿיל גרױסע שטעט בײַ אונדז און כּמעט אין אַלע קלײנע שטעטלעך אין אױיסלאַנד זענען אַזעלכע;פֿאַבריקעס", דאָס הײסט קאָמפּאַניעס, שױן פֿאַראַן אומעטום.
― איר לאַכט, ברידער, און איך זאָג אײַך נאָך אַ מאָל און נאָך אַ מאָל, אַז ס'איז גאָר אַ גרינגע זאַך, אַ סך גרינגער ױ איר מײנט. שטעלט אײַך פֿאָר, כדומה, אַז ר, בענדיט־לײב און נאָך א צװאַנציק־דרײַסיק שנײַדערס לײגן זיך צונױף און װערן שותּפֿות.
― מיט װאָס? ― כאַפּט זיך אַרױס אײנער פֿון דער חבריה ― מיטן דלות?
― נײן, טאַקע נאָר מיט די צען פֿינגער: זײ, ר, בענדיט־לײב מײן איך, זענען דער זאַקרושטשיק, דער צושנײַדער: חײם־אלי איז אַ גוטער גײער, ישעיה־בער איז בײַ דער מאַשינע; צדוק־װעלװל שטעפּט אױס לעכלעך און קאָפּל איז ניט קלײן צו זיצן נאָר אױף קנעפּלעך צוצונײען..
― קנעפּלעך צונײען? אױך מיר אַן אַרבעט!
― זאָלט איר טאַקע װיסן, אַז ס'איז אַן אַרבעט, אַ ספּעציאַלנאָסט. אין אױסלאַנד איז פֿאַראַן דערױף באַזונדערע בעלי־מלאָכות, װאָס טוען נישט קײן זאַך, נאָר זײ נײען צו קנעפּלעך, און ס'איז אַ סבֿרה, אַז אַזאַ מין קנעפּל־צונײער קאָן פֿאַרדינען פּאַװאָלינקע אַ קערבל אַ טאָג. אײנער שטײט און פּרעסט די אַרבעט, און אײנער... | יו
― נױנו, לאָז זײַן הײַנטיקס יאָר אַזױ! ― שלאָגט מען מיך איבער אין מיטן ― װאָס װעט מען אָבער טאָן מיט אַזױ פֿיל אַרבעטערס?
― לאָזט זשע זיך דינען! ― און אײנער פּרעסט די אַרבעט, און אײנער טראָגט אַרױס די אַרבעט אין מאַרק; זענט איר דערמיט מתקן אַ סך זאַכן: ראשית האָט איר אַלע אַרבעט און זיצט ניט לײדיק: שנית, װעט די אַרבעט געװיס אַרױסקומען געצײכנט גוט, מחמת איטלעכער װעט טאָן זײַן פֿאַך, צו װעלכן ער איז מער מסוגל; מיט אַזאַ מין אַרבעט קאָנט איר שױן קאָנקורירן מיט יענע;מזיקים", װאָס שלאָגן אײַך אָפּ דעם פּלאַץ. אײַך װעט שױן לױנען צו לאָזן װאָלװעלער און דערמיט װעט איר די דאָזיקע מזיקים פֿאַרטרײַבן װוּ דער שװאַרצער פֿעפֿער װאַקסט. הײַנט פֿאַרגעסט ניט דאָס אױך, אַז דער קרעמער
15

ועט אײַך שױן ניט באַרײַסן, װי ביז אַהער: ער װעט שױן האָבן פֿאַר אײַך דאָס נײַניעריקע, װאָרעם אַז ניט װעט איר קאָנען אַלײן װערן סוחרים און אַראָפּברענגען סחורה צו דער אַרבעט גלײַך פֿונעם אָרט. דאָס אײגענע איז מיט אײַך אױך, ר, הענעך. גלײבט מיר, װען איר מאַכט שותּפֿות מיט אַלע איבץריקע שוסטערס פֿון שטאָט )איך זאָג דאָס נאָר כּדומה־למשל( אַזױ אַז דער זאָל זײַן. דער זאַקרױשטשיק, דער זאָל נײען, דער זאָל שלאָגן פֿלעקלעך, דער זאָל לאַקירן, דער זאָל אַרױסטראָגן די אַרבעט פֿאַרקױפֿן וכדומה. װעט איר זען אַז יענע אַלע מיט זײערע פֿאַבריקעס װעלן האָבן אַ פּנים קעגן אײַך, װי איר קעגן זײ אַצינד, װאָרעם זי קומען צו פֿאָרן פֿון דאָרטן אַהער או לײגן הוצאָות, און איר זענט דאָ אױפֿן אָרט, און אַז איר װעט האָבן אַרבעט גאָר אַ סך, װעט איר שױן מעגן אַרױספֿירן אײַער שוכװאַרג אין דער גובערניע אַרײַן, װאָס איז! עס שטײט אײַך ניט אָן! איר מײנט יענע זענען מלאָכים? זײ זענען פּונקט די אײגענע שוסטערס װאָס איר און אַרבעטן גלײַך װי איר מיט די הענט, ניט מיט שמות, נאָר װאָס זשע דען? זײ זענען קליג ער פֿון אײַך. ―
מײַן פּלאַן געפֿעלט. ― ,/צעך" פֿרעגט קשיות. ―
― הערט איר, חבֿרה, כ'לעבן, ער רעדט דאָך צו דער זאַך! ― רופֿט זיך אָפּ בענדיט־לײב, ― נאָר זאָגט מיר, איך בעט אײַך, יונגער־מאַן, װי אַזױ קלױבט מען דאָס צונױף אַ גאַנצע שטאָט מיט בעלי־מלאָכות און װוּ נעמט מען געלט אױף דער ערשטער צײַט! מען קאָן דאָך די צײן אױף די באַנטענעס ניט פֿאַרװאַרפֿן ביז עס װעט עפּעס אַ מאָל זײַן! הײַנט װעל איך אײַך פֿרעגן נאָך אַ זאַך..
― כאַפּט זשע ניט! לאָם איך אײַך פֿריִער ענטפֿערן אױף אײנס, נאָכדעם װעלן מיר גײן װײַטער. איר פֿרעגט, ױ אַזױ נעמט מען צונױף אָן עין"הרע אַזױ פֿיל אַרבעטערס? מען באַדאַרף גאָר ניט לכתּחילה דװקא אַלע מיט אַ מאָל; אָט פֿרוּװוט נאָר,. לאָזן צען בעלי־מלאָכות מאַכן שותּפֿות, װעט איר זען אַז די אַלע איבעריקע ועלן זיך שױן אַלײן בעטן. מיר דאַכט, אַז ס'איז אַ סך גלײַכער צו האָבן אַ פֿאַרזאָרגט שטיקל ברױט אײדער לױפֿן איבער דער שטאָט זוכן, נישטערן נאָך אַ שטיקל אַרבעט און אָפּזיצן אַ מאָל אַ גאַנצע װאָך און חלילה שװאָלן פֿאַר הונגער,
― ױ אַזױ זשע װעט דאָס זײַן אַ פֿאַרזאָרגט שטיקל ברױט?
|― גאַנץ פּשוט; אַזױ װױ עס איז בײַ אײַך אַ שותּפֿות, לכן זענען אַלע הכנסות
16

מיט אַלע הוצאָות אױך בשותּפֿות. געװײנטלעך, יעדער נאָך זײַן אַרט מלאָכה: עס פֿאַרשטײט זיך אַז ר, בענדיט־לײב דער זאַקרושטשיק באַדאַרף נעמען אַ גרעסערן חלק פֿון קאָפּל דעם קנעפֿל־צונײער, און ר, הענעכן קומט על־פֿי שׂכל און צל־פּי יושר מער ױ די פֿלעקל־זעצערס; װאָס פֿאַרשטײט מען דאָ ניט? מיט דער הוצאה מאַכט מען אַזױ: מען גיט אַרױס אַלע דאָנערשטיק למשל יעדער בעל מלאָכה זײַן חלק, כּמו אַ מין געהאַלט, און דאָס איבעריקע בלײַבט ליגן אין דער קאָראָבקע.
― צו װאָס? למאַי?
― בכדי עס זאָל זײַן אַ באַשטענדיקער פֿאָנד, איר פֿאַרשטײט?! אַ קון" קײמת אױף תּמיד, אַז טאָמער מאַכט זיך, חלילה וחס, ר, בענדיט־לײב װערט אַ קאַליקע אױף דער עלטער, אָדער די שעה זאָל גאָר ניט זײַן, זײ שטאַרבן אַװעק און לאָון איבער ניט דאָ געדאַכט אַן אַלמנה מיט פּיצלעך קינדער יתומים, ― װער װעט זײ אױסהאַלטן? װידער קהל? װידער ,לחם־אבֿיונים"־געלט? װײיַטער קיצבֿה? אָנקומען צו די נגידים? אָט דאָס איז אַ תּכלית?
― האָרכט איר, ייִדן, דער יונגער־מאַן איז דאָך טאַקע עפּעס גאָר, װי זאָגט ער... לאָז מען געבן נאָך אַ פֿלעשל בראָנפֿן מיט פֿאַרבײַסן! ― אַזױ זאָגט;צען" און מען רוקט זיך צו צו מיר נאָך נענטער,.
דאָס בעל־מלאָכהשע שותּפֿות. ― דער חילוק צװישן יהושע־העשלט פּאַדריאַד און צװישן דעס בעל־מלאַכהשן פֿאַדריאַך. ―
― און די אַנדערע קשיא װאָס איר פֿרעגט, װוּ נעמט מען געלט אױף דער התחלה, איז טאַקע אַ שטיקל שאלה, נאָר מען קאָן זי באַלד פֿאַרענטפֿערן אין צװײ װערטער,
― שלושה דיבורים, צװײ װערטער ― שלאָגט מיר אײנער איבער: האָרכט ייִדן}
― אָט אַזױ װי איר זענט, צװישן אונדז רעדנדיק, באַקבצנט, קאַנט איר נאָך אָפּרײַסן, איטלעכער באַזונדער, עטלעכע קאָפּיקעס אַ װאָך, כּדומה־למשל, לאָז זיך אײַך דאַכטן, איר װאַרפֿט אין פּושקע: פֿינף־זעקס קערבלעך דורכן יאָר קאָן איטלעכער קבצן אָפּרײַסן. למשל, איר זענט הונדערט שנײַדערס אין שטאָט מיט פֿופֿציק שוסטערס, מיט צװאַנציק קירזשנערס, האָט איר שױן איבער אַ יאָר העכער טױזנט קערבלעך. אױף דער ערשטער צײַט איז דאָס איבער גענוג.
17

― סטײַטש! הײַנט עפּעס אַ דירה פֿאַר הונדערט סעמײסטװעס! אױסהאַלטן אַזאַ פּאָדריאַד! אַ פֿאַבריקע אַ גאַנצע! עפּעס אַ װערטעלע אױסצורעדן?
― חס־ושלום! װאָס פֿאַר אַ דירה? װוער רעדט פֿון אַ פֿאַבריקע? בשותּפֿות מײנט מען ― עס זאָל בײַ אײַך זײַן אײן דעה, ניט דװקא אײן שיסל; אײן בײַטל, נאָר ניט אײן דאַך; איטלעכער קאָן זיך אַרבעטן בײַ זיך אין דער הײם דאָס װאָס מען װעט אים אַרוסגעבן אױף דער האַנט. אײַער שותּפֿות איז אַ מין פּאָדריאַד, אָט װי למשל װי בײַ יהושע'העשל דעם פּאָדריאַטשיק; נאָר אײַער פּאָדריאַד איז ניט גלײַך צום פּאָדריאַד פֿון מצות באַקן; הױיזן מיט שטיול זענען ניט קײן מצות: ר, כענדיט־לײב, זאָלן מאַריך ימים זײַן, מעגן, נישקשה, צושנײַדן עטלעכע פּאָר הױזן בײַ זיך אין דער הײם; לײזער־יענקל קאָן זײ נאָך דעם שטעפּן אױף דער מאַשינע בײַ זיך אין דער הײם, און קאָפּלען װעט דער רוח ניט נעמען, אַז ער װעט נעמען אַ צען פּאָר הױזן מיט אַ מאָל צו זיך אַהײם און דאָרט אײַננײען די קנעפּלעך. איר פֿאַרשטײט? ― אײַער פּאָדריאַד ― איז די גאַנצע שטאָט און איר אַלע ― די פּאָדריאַטשיקעס; איר צעטײלט די אַרבעט צױשן זיך; אַזױ ױ יהושע־העשל דער פּאָדריאַטשיק בײַ די מצות באַקן; דער װאָס שיט מעל דער קאָן ניט זײַן קײן קאַטשער: דער רעגלער טוג ניט צום שיבן, דער שיבער איז ניט קײן רעגלער און אַזױ װײַטער: דער חילוק צװישן אײַך און צװישן יהושעהעשל פּאָדריאַטשיק איז, װאָס ער האַלט דעם פּאָדריאַד נאָר צױי־דרײַ װאָכן אין יאָר, און איר זענט פּאָדריאַטשיקעס אַ גאַנץ יאָר; דאָס איז נומער אײנס, נאָך אײן אונטערשײד איז פֿאַראַן צװישן אים און צװישן אײַיך: ער איז אַ פֿאַבריקאַנט, אַ פּריץ בײַ זיך אין געשעפֿט, אײנער אױפֿן יריד הײסט דאָס, און זי אַלע זענען זײַנע אַרבעטערס, װאָס נעמען געצאָלטס, ― און איר זענט אַלע גלײַך; איר זענט אַלע אי די אַדונים אי די אַרבעטערס; בקיצור, איר זענט ניט קײן פֿאַבריקע, | נאָר אַ שוֹת פֿות. מײנט ניט אַז איר זענט די ערשטע און ס'איז חלילה אַ נײַעס אױף דער ועלט: אַזעלכע שותּפֿותן זענען פֿאַראַנען אױף דער גרױסער װעלט גענוג, און אױך בײַ אונדז, אין רוסלאַד, געפֿינען זיך גאַנצע דערפֿער װאָס אַרבעטן אַלע בשותּפֿות; בײַי דער װעלט הײסט דאָס אַסאָ ציאַציע, בײַ אונדז אין רוסלאַנד וערט דאָס אָנגערופֿן אַר טעל.
18

עס לאָזט זיך אױט אַ טײיך. ― ,/צעך" בלאָזט זיך אױף מיר. ― עטלעכע װאַרעמע װערטער צו אונדוערע שרבערס און אַ סוף. ―
אין אַ צײַט אַרום האָב איך מיך באַגעגנט מיט בענדיט־לײב דעם שנײַדער, | ― נו, װאָס הערט זיך עפֿעס? ― האָב איך אים אַ פֿרעג געטאָן
― עט! ― האָט ער מיר געענטפֿערט און אַ מאַך געטאָן מיט דער האַנט, ― מיט אַ ייִדן װױלט איר עפּעס אױטפֿירן! ― און איז אַװעקגעגאַנגען װײַטער. ― און הענעך דער שוסטער, אַז איך האָב אַ פֿרעג געטאָן װאָס הערט זיך עפּעס? האָט ער מיר נישט געענטפֿערט גאָרנישט, נאָר אַזוֹ אַ קנײטש געטאָן מיט די פּלײצעס און געקוקט אױף מיר ברחמנות, ױ אַ מענטש װאָס איז פֿאַרטיק אוֹיף אַלץ, נאָר אַבי מען זאָל אים צולערנען, אים װײַזן ױ אַזױ, צוהעלפֿן, אונטערשטופֿן... און דער גאַנצער איבעריקער ,צעך" האָט זיך אױף מיר ױ געבלאָזן, געקוקט קאָסע, גלײַיך ױ איך װאָלט מיט עפֿעס געװען חײבֿ קעגן אים,
עס פֿאַרשטײט זיך שױן ממילא, אַז איך האָב דאָ אָנגערירט דעם דאָזיקן באמת זײער װיכטיקן ענין עטװאָס פֿון אױבן אױף, בכדי ער זאָל ניט זײַן גאָר אין גאַנצן פֿרעמד פֿאַר אונדזער עולם. שרײַבן װעגן דעם איז פֿאַראַן אַ סך, זײער אַ סך, און מען דאַרף דערצו ספּעציאַליסטן, מענטשן װאָס זענען גוט באַקאַנט מיט פֿהלכות עקאָנאָמיע". עס װאָלט געװען אַ גרױסער יושר אַז אונדזערע ייִדישע שרײַבערס, װאָס אױף זײער מזל איז אױסגעפֿאַלן צו זײַן לערערס פֿאַרן פֿאָלק, זאָלן זיך נעמען צו דער שאלה, זי דורכלערנען װי עס דאַרף צו זײן, ניט פֿאַרגעסן אַז אין דעם ליגט אַ גליק כּמעט פֿאַר אַ גרױסע צאָל ייִדישע רעמעסלעניקעס, אָרעמע־לײַט נעבעך, װאָס פֿאַלן פּראָסט מיטן פּנים צו דער ערד אין דער לעצטער צײַט, בײַ הײַנטיקע ביטערע יאָרן! איבערהױיפֿט אונדזערע געלערנטע, די אמ תע משׂכּילים באַדאַרפֿן זיך נעמען צו דעם מיט חשק און מיט ליבשאַפֿט, גוט באַקלערן די זאַך און שרײיבן ועגן דעם אױף אונדזער פֿאָלקסשפּראַך: ניט צו פֿאַרגעסן אַז דער בעל־מלאָכה קאָן אַלײן גאָרניט טאָן: ער באַדאַרף האָבן, אַז דער העכערער, דער געבילדעטער קלאַס זאָל אים מיטהעלפֿן, זאָל אים אָנװײַזץ װאָס צו טאָן און װי אַזױ צו טאָןף געלערנטע האָבן מיר אַ סך, משׂכּילים ― נאָך מער } נאָר עפֿעס הערט מען ניט בײַ אונדז, אַז לײַטישע
19

מענטשן זאָלן זיך אַװעקזעצן לערנען אַזעלכע זאַכן: עפֿעס איו מען זיך מפֿלפּל אין הױכע ענינים, אין הימלזאַכן, און אַז אײנער לאָזט זיך אַראָפּ אױף דער ערד גאַנץ נידעריק, װערט צװישן די שרײַבערס די אַריסטאָקראַטן אַ סומאַטאָכע: ;אַהאַ, די שוסטערגאַס!..* אונדזערע אַריסטאָקראַטן פֿאַרגעסן, אַז אַן אמתע ר משׂכּיל הײסט דער, װאָס קאָן זיך אַראָפּלאָזן צום פֿאָלק און אױטלערנען אַלע זײַנע באַדערפֿענישן, דאָס לעבן זײַנס, מיט אַלץ װאָס אים פֿעלט און װאָס אים נוצלעך איז, אַ באַקאַנטער
מאַזעפּעװקע, אױגוסט 1889
20

― סטאַנציע מאַזעפּעװקע, 40 מינוט!.
אַזױ האָט אױסגערופֿן דער קאָנדוקטאָר און פֿונעם מאַזעפּעװקער װאָקזאַל האָבן זיך אַ שאָט געטאָן ייִַנגלעך, װײַבלעך און מײדלעך, ― באַקאַנטע פּאַרשױינען ― מיט אַלערלײ פּנימער צװישן זײ: ייִדן צעטראָגענע, װײַבער מעוברתע, מאַמזעלן געבילדעטע, מיט הענטשקעלעך, זאָנטיקלעך, פֿײַעריקע אײגעלעך, און יונגעלײַטלעך פֿאַרשידענע: יונגע־לײַטלעך מיט שטעקעלעך, װאָס זיצן אױף קעסט, און אַזעלכע װאָס נישטערן, זוכן געשעפֿט, און אַזעלכע װאָס גיבן געלט אױף פּראָצענט, און אַזעלכע װאָס נעזער איז זײער געװער ― ייִדישע נעזער! ― און אַזעלכע װאָס לײענען ביכלעך און צײַטונגען, מאַכן אַסיפֿות, שרײַבן אין ,מליץ" אַרײַן, פֿײַנע יונגע־לײַט. אױך שײנע ייִדן ייִדן מיט בערד, בעלי־בתּים געזעצטע, די פֿירערס פֿון שטאָט, און אױך געפֿאַלענע, שױן לאַנג פֿאַרגעסענע, הושעגאס, אָן בלעטלעך, פֿאַראַיאָריקע לוחות, געװעזענע מיוחסים, פֿאַרצײַטיקע נגידים, איבעריקע נפֿשות, װאָס דרײען זיך, פּלאָנטערן זיך און טאַנצן אין קאָן... איך בין נאָר אַרױס פֿונעם װאַגאָן, איז געװאָרן פֿרײלעך אַרום מיר; חבֿרה האָבן מיך באַפֿאַלן, פֿאַרװאָרפֿן מיט שאלות; ‏
― עליכם־שלום, רב שלום־עליכם. אַ גאַסט, אַ גאַסט! װאָס זשע מאַכט איר, װאָס מאַכן אײַערע װײַב און קינדערלעך? װאָס הערט זיך עפֿעס נײַעס? פֿן װאַנען פֿאָרט איר און װי קומט איר אַהער? און װאָס עפּעס מיטן ,הױזפֿרײַנד", מיט ספּעקטאָרן גאָר? שױן זיך איבערגעבעטן? און װער ועמען פֿריַער: ער אײַך צי איר אים? און װאָס האָרכט זיך עפּעס מיט דער ,ביבליאָטעקע"? װאָס הערט זיך, װען װעט זי זײַן? צי אפֿשר איז בײַ אײַך שותּפֿות? און ױ אַזױ װועט זײַן הײַנט? אוף: ‏ ־ |
― שששאַ, שאַט, רבותים! לאָזט זיך דינען. אײנציקװוײַז, איך בין דאָך ניט אומשטאַנד צו ענטפֿערן איטלעכן מיט אַ מאָל. אַ ביסעלע געדולד ― װעל אין
21