מנחם־מענדל [2]: שײנע־שײנדל צו איר מאַן מנחם־מענדל 17

שלום עליכם (אַלע װערק)

שײנע־שײנדל פֿון פֿכתרילעװקע צו איר מאַן מנחם"מענדל אין װין

17

לכּבֿוד בעלי היקר החכם מופֿלג הנגיד מפֿורסט מוהר"ר מנחם־מענדל נײ}

ערשטנס קום איך דיר צו מעלדן אַז מיר זענען דאָ אַלע גאָט צו דאַנקען אין בעסטן געזונט. גיב גאָט דאָס נעמלעכע פֿון דיר צו הערן אױף װײַטער ניט ערגער.

צװײטנס שרײַב איך דיר, בעלי חיקר, אַז איך שרײַב דיר שױן דעם צװײטן בריװ אין דער װעלט אַרײַן און הײב ניט אָן צו װיסן, װוּ דו ביסט און װאָס דו טוסט און פֿון װאַנען דו פֿאָרסט און װוּהין דו פֿאָרסט און װאָס װעט זײַן פֿון די פֿאַרעכצן װאָס דו פֿאָרסט? װי זאָגט די מאַמע: דער װאָלקן װײסט ניט װוּהין דער װינט טראָגט אים.. איך בין אַ בעלנטע געװען אױף אַ טשיקאַװעס זיך נאָכפֿרעגן בײַ די רידאַקציע, זי זאָל מיר שרײַבן װוּ דו ביסט. האָט זי אײַנגענומען אַ שטומעניש אַ פֿולע לעפֿל און שאַ! ס'שטײט ניט אָן אַ פּנים דעם טאַטן אירן, אַ מכּה איר, ניט אום עשׂרת ימי תּשובֿה דערמאָנענדיק, זיך איבערשרײַבן מיט זײער מנחם־מענדלס װײַב! שרײיבן צו איר אַ דריטן מאָל האָב איך ניט געװאָלט. צו פֿיל כּבֿוד. װי זאָגט די מאַמע: ער עס קומט ניט צו מיר, דער קומט ניט צו מיר… די מאַמע מײַנע אַז זי זאָגט אַ װאָרט, באַדאַרף מען עס פֿאַרשטײן. זי איז נעבעך איצט, איבער ימים־נוראים, אַזױ דערשלאָגן, אַז ס'איז אַ רחמנות צו קוקן. אַ װערטעלע אױיסצורעדן ― אַ ייִדענע הערט ניט אױיף צו װײנען זינט דער ראָש־:חודש אלול איז אַרײַנגעטראָטן. שױן העכער אַ חודש אַז עס טריקנט זיך איר ניט אױס די אױגן. טאָמער איז געװען קאַרג דאָס װײנען װאָס מיר האָבן זיך אָנגעװײינט אױפֿן הײליקן אָרט צו קבֿר'אָבֿות, האָט אונדז יואליק דער חזן פֿאַרבעסערט מיט זײַנע סליחות זאָגן, װאָס האָט געקאָנט נעמען אַ טױטן, און איצט מיט זײַנע שחריתים און מוספֿים בײדע טעג ראָש־השׂגה. ער האָט אַלײַן גענוג זיך אָנגעװײנט און געמאַכט די גאַנצע שול װײנענדיק. אונדזער יואליק האָט פֿון תּמיד אָן אַ שם פֿאַר אַ גרױסן בעל־בכי. ער אַז ער צעװײנט זיך, איז אים ניט אײַנצושטילן. ױ זאָגט די מאַמע: דער דאָזיקער ייִך איז געבױרן געװאָרן אין אַ רעגנדיקן טאָג.. און אפֿשר איז גאָר יואליק ניט

23

אַזױ פֿיל שולדיק װױפֿל מענדל בײלעס, אָט אַיענער, װאָס זיצט אין דײַן שײנעם יעהופֿעץ און װאַרט, װען װעט שױן קומען דער טאָג, װאָס מען װועט אים אַ מאָל זאָגן װאָס מען װיל האָבן פֿון זײַן לעבן.. דאָס יעהופֿעץ. ניט אום עשׂרת ימי תּשובֿה דערמאָנענדיק, װאָלט געמעגט אָדער פֿאַרברענט וערן אָדער אײַנגעזונקען װערן, אַזױ װױ סדום ― װאָס װילן זײ האָבן פֿון אָט אָ דעם ייִדן? נאַ דיר אַ פּריטשעפּע! טאָמער איז געװען קאַרג הײסט עס די אײגענע צרות, װאָס מען האָט מיט די שײנע מעשׂיות, װאָס מען הערט זיך אָן אױף ייִדן איבער דער גאַנצער װעלט, מיטן טרײיבן װאָס מען טרײַבט, מיטן הונגערן װאָס מען הונגערט, מיטן קרענקען װאָס מען קרענקט און מיט די אַלע איבעריקע בשׂורות טובֿות ישועות ונחמות װאָס דו באַרימסט זיך מיט זײ אין אַלע דײַנע בריװלעך, האָט אונדז גאָט צוגעשיקט אַזאַ מין אָנשיקעניש! אַלע מאָל קומט מען צו פֿאָרן פֿון יעהופּעץ מיט אַ נײַעס און אַלץ פֿון אָט דעם מענדל בײלעס. עס װערט זײ גאָרניט נימאס! אױף יעדן אָרט, װוּ דו גײסט און דו שטײסט הערסטו נאָר מענדל בײלעס מיט מענדל בײלעס. אין שול און אין מאַרק און אין באָד להבֿדיל ― אומעטום, קומסט אַרױס אין די יאַטקעס און מאָנסט בײַם קצבֿ אַ בעסערן חלק פֿלײש, זאָגט ער דיר:;מענדל בײלעס װאָלט געװען צופֿרידן מיט דעם איך.." קומסטו צו צו עזריאל דעם פֿיליער און באַקלאָגטט זיך אױף די פֿיש, ס'איז ניט קײן פֿיש, ס'איז פֿישלעך ― זאָגסטן אים, פּלאָטװיצעס ניט קײן פֿיש, ― רײַסט ער אַרױס די פֿיש בי דיר פֿון די הענט מיט אַ רציחה: ,פֿישלעך? פּלאָטװיצעס? מענדל בײלעס האָט דאָס אױך ניט!*,.. און די נגידים, ניט אום עשׂרת ימי תּשובֿה אױסגערעדט, זײ זאָלן גאָר קײן גוטס ניט האָבן וװײַל זײ װעלן לעבן! זײ באַדאַרפֿן נאָר אַבי אַן אױסרײד. מען בעט בײַ זײ מער מיט אַ קערבל אױף אָרעמע־לײַט, װאָס האָבן נעבעך ניט אױף יום"טובֿ, קומען זי אָפּ מיט אַ קרעכץ: ,מענדל בײלעס, זאָגן זײ, װאָלט אײַך מוחל געװען דעם יום־טובֿ, אַבי ער זאָל כאָטש זײַן פֿרײַ* ― האָסטו עפּעס צו זי? אײנעם אַ נײַעם נגיד, יונה קרעפּעל, האָט די מאַמע הײַנטיקן ערבֿ ראָש:השׂגה געזאָגט אַ גוט װאָרט. מען איז געװען בײַ אים אַ נדבֿה בעטן אױף אַן אַרױסגעטריבענער סעמײסטװע און מען האָט אים גענומען אױסמאָלן דעם דלות מיטן צער, האָט ער ניט געװאָלט הערן און געענטפֿערט, אַז מענדל בײלעסן איז אַ סך ערגער! האָט זי זיך געטראָפֿן מיט אים בײַ דער שול, װי ער לױפֿט אַזױ הענדעם־פֿענדעם, ס'איז ערבֿ ראָשי־השׂגה, שטעלט זי אים אָפּעט, די מאַמע הײסט עס, און מאַכט צו אים: איונה, קענסט שױן גײן צוריק" )זי זאָגט אים נאָך אַלץ דו, כאָטש ער איז שױן אַ נגיד(, קוקט ער זי אָן! ,פֿאַר

274

װאָס צוריק?* זאָגט זי: , אַרױסגעװאָרפֿן דײַן דאַװענען". פֿרעגט ער: ,פֿאַר װאָס איז אַרױיסגעװאָרפֿן מײַן דאַװענען?* זאָגט זי:;דערפֿאַר װײַל סישטײט געשריבן, זאָגט זי, אַז תּפֿילה אָן צדקה אי אַ פּראָשעניע צו גאָט אָן אַ הערבאָװע מאַרקע ― זי װערט ניט אָנגענומען..*" געענטפֿערט האָט ער איר דערױף גאָרניט, יונה קרעפּעל הײסט עס. נאָר פֿאַרשטײן האָט ער זי פֿאַרשטאַנען אױסגעצײכנט. װען מען קומט צו אים אין דער מינוט װאָלט מען געקאָנט, מײן איך, בײַ דעם חזיר, ניט אין עשׂרת ימי תּשובֿה גערעדט, אַרױסשלעפּן די גרעסטע נדבֿה. דער גאַנצער עולם איז געװען אַזױ אָנגעשטאָלן פֿון די שרעקלעכע מעשׂיות, װאָס מען דערצײלט זיך אָן פֿון אָט דעם מענדל בײלעס, אַז דער חזן האָט גענומען זאָגן דעם אונתנהתּוקף", איז געװאָרן אין שול אַ יאָמער מיט אַ קלאָג, סײַ בי די װײַבער, סײַי בײַ די מאַנסבילן, און אַז ס'איז געקומען צו די וװוערטער ,דאָס דו ביסט אַ דײן און אַ שטראָפֿער און דו װײסט אַלדינג און דו ביסט אַן עדות…* האָבן אַלע פֿאַרשטאַנען, אַז דאָ רעדט זיך פֿון דעם מישפּט װאָס דער מענדל בײלעס דאַרף אױסשטין, און אַלע האָבן דערפֿילט ױ עס גײט איבער אַ פֿראָסט איבערן לײַב… און שפּעטער, בײַ די װערטער:;און דו עפֿנסט אױף דעם ספֿר הזכרונות.." איז געװאָרן הימל עֶפֿן זיך! מען האָט אָנגעהױבן אַרױסטראָגן װײַבער געחלשטע אײנע נאָך דער אַנדערער! אײנע נאָך דער אַנדערער!. די מאַמע איז זײער גערעכט װאָס זי זאָגט: אױב אװדזערע טרערן װועלן אָט דעם ייִדן ניט אַרױסרײַסן פֿון געפֿעןגעניש, איז אַ סימן אַז אַלע טױערן פֿונעס הימל זענען פֿאַרשלאָסן געװאָרן.. איך װאָלט װועלן װיסן נאָך אײן זאַך, מענדל, דו ביסט דאָך עפּעס אַ װעלטמענטש און האָסט צו טאָן כּסדר מיט גרױסע לײַט, װאָס איז אײגנטלעך די מעשׂה מיט דעם בילבול פֿון מענדל בײלעס? ― איך קאָן ניט אַרױס פֿון די זאָגעכצן װאָס מען זאָגט דאָ. איך בעט גאָט מען זאָל שױן איבערקומען דעם יום־כיפֿורדיקן תּענית געזונטערהײט און ס'זאָל שױן קומען דער ליבער יום־טובֿ סוכּות מיטן ליבן שׂימחת־תּורה ― טאָמער װעט זיך דער אײבערשטער דערבאַרעמען, דו װעסט שױן טאַקע פֿאָרט קומען אַ מאָל אַהײם, ױ דו זאָגסט צו אַז דו קומסט אױף די אַנדערע טעג, כאָטש דעם אמת זאָגנדיק ― ס'איז דאָך עשׂרת ימי תּשובֿה, דאַרף מען זאָגן דעם רײנעם אמת ― עס גלײבט זיך מיר עפּעס ניט, אַז אָט אַזױ אָ נעמט עס מנחם־מענדל און קומט עס צו פֿאָרן אַהײם! װי זאָגט די מאַמע: ניט אײן סוכּות װועט אַװעקגײן, בין דער גליקלעכער שׂימחת־תּורה ועט קומען.. אַנו, מענדל, איך װאָלט עס געװאָלט זען, לאָז דיר גאָט געבן אַזאַ זין, זאָלסט חלילה ניט קומען צו פֿאָרן אױף די אַנדערע טעג סוכּות, בין איך דיר דעמאָלט

25

ניט מקנא! דו מײנסט איך װעל דיר עפּעס טאָן? איך װעל דיר ניט טאָן גאָרניט, נאָר דו װעסט שױן װיסן װאָס פֿאַר אַ גאָט מיר האָבן און װעסט שױן פֿאַרזאָגן, ניט אום עשׂרת ימי תּשובֿה אױסגערעדט, קינדסקינדער! ױ עס ױנטשט דיר פֿיל גוטס און אימער גליק דײַן באמת געטרײַע פֿרױ

שײנעישײנדל

276

מנחס־מענדל פֿון יעהופֿעץ צו זנן װיַב שײנע־שײנדל אין כּתרילעװקע

21

לזוגתי היקרה החכמה הצנועה מרת שײנע־שײנדל שתחי'!

ראשית בין איך דיר מודיע, אַז איך בין ב"ה בקו חחײם והשלום, השם־יתברך זאָל העלפֿן, אַז מען זאָל תּמִיד האָרכן אײנס פֿון דאָס אַנדערע נאָר גוטס מיט בשׂורות טובֿות, ישועות ונחמות בתּוך כּללײשראל ― אָמן

והשנית זײַ װיס זוגתי היקרה, אַז איך בין אין יעהופּעץ! דאָס הײסט, ניט אין יעהופּעץ גופֿא, נאָר בײַל יעהופּעץ, אױף יענער זײַט יעהופּעץ, איף דער סלאָבאָדקע, װאָס רעכנט זיך טשערניגאָװער גובערניע. װועסטו דאָך פֿרעגן מסתּמא: װאָס טו איך דאָ? ― צוליב בײליסן! אַלע שרײיבערס פֿון דער גאַנצער װעלט זענען זיך צונױפֿגעפֿאָרן אַהער צוליב בײליסן, און איך אױך בתוכם, און מען הערט דאָ מער ניט, נאָר בײליס און בײליס און בײליס ― אַ הצלחה פֿון אַ מענטשן! עס האָט זיך מיר אַפֿילן ניט געחולמט איך זאָל אױסװואַקסן פּלוצעם אין יעהופּעץ, איך װאָלט בעסער, גלײב מיר, געװאָלט זײַן איצט אין דער הײם, טאַקע בײַ אײַך אין כּתרילעװקע מײן איך, זיך זען מיט דיר, זוגתי היקרה, און מיט די קינדערלעך זאָלן געזונט זײַן, און מיט דער גאַנצער משפּחה ― אַזאַ צײַט ניט געזען זיך! נישט מער, איך בין אין דעם פּונקט אַזױ פֿיל שולדיק, װי בײליס איז שולדיק, װעסטו הערן אַ מעשׂה.

אַ האַלבע מינוט פֿאַר מײַן אָפּפֿאָרן פֿון װין פֿונעם קאָנגרעס, איך בין שױן געװען געפּאַקט צו דער נסיִעה, קומט מיר אָן אַ דעפּעש, אַ סטראָטשנע, פֿון דער רעדאַקציע::

;נעפּרעמענאָ סיו מינוטו פּאָיעזשײַטיע יעהופֿעץ דיעלאָ בײליס",

באַקומען אַזאַ באָמבע, בין איך געבליבן געפּלעפֿט: ערשטנס, װאָס קאָן מען מיך דאַרפֿן אין יעהופּעץ און װאָס פֿאַר אַ מחותּן בין איך מיט בײליסן? און צװײטנס, ױ קאָן איך מיך װײַזן אין יעהופּעץ ― װוּ האָב איך אַ פּראַװאָזשיטעלסטװע? גײ איך און קלאַפּ אַװעק אַ דעפּעש אין דער רעדאַקציע, אױך אַ סטראָטשנע:

277