מנחם־מענדל [2]: מנחם־מענדל צו זײַן װײַב שײנע־שײנדל 26

שלום עליכם (אַלע װערק)

מנחם־מענדל פֿון װין צו זײן װיַב שײנע"שײנדל אין פֿתרילעװקע

26 לזוגתי היקרה החכמה הצנועה מרת שײנע־שײנדל שתחי'!

ראשית בין איך איר מודיע, אַז איך בין ב"ה בקוֹ החײם והשלום. השם" יתברך זאָל העלפֿן מ'זאָל תּמיד האָרכן אײנס פֿון דאָס אַנדערע נאָר גוטס מיט בשׂורות טובֿות ישועות ונחמות ― אָמן

וה שנית זײַ ױסן זוגתי חיקרה, אַז איך בין נאָך אַ היגער, אַ ױנער הײסט עס, אַלע דעלעגאַטן מיט אַלע געסט זענען זיך צעפֿאָרן באַלד נאָך נעילה, נאָר אַ סך קאָרעספּאָנדענטן מיט שרײיבערס ― און אױך איך בתוכם ― זענען פֿאַרבליבן דאָ נאָך אױף אַ פּאָר טעג, ניט צוליב גלאָט אַזױ מען זאָל אַ הוליע טאָן, מעגסט שױן זיכער זײַן, נאָר צוליב זײער אַ נײטיקער זאַך, צוליב אַ תּכליתזאַך. דהײַנו, מיר האָבן זיך באַטראַכט אַזױ: אַלצדינג האָט מען אױפֿן קאָנגרעס ברוך'השם מתּקן געװען ― אַ קאָמיטעט האָבן מיר אױסגעקליבן דאַנקען גאָט זײער אַ פֿײַנעם, פּרעזידענטן האָבן מיר צװײ ― פּראָפֿעסאָר װאַרבורג און דאָקטאָר טשלענאָװ ― אַ באַנק האָבן מיר אַן אײגענע, אַן אוניװערסיטעט האָבן מיר אױך, / און לשון־קודש רעדן מיר, ― אַלעמען הײסט עס באַװאָרנט, פֿאַר װאָס זאָלן מיר ניט זען אונדזער אײגענעם תּכלית אױך? דאָס הײסט פֿאַר װאָס זאָלן מיר, שרײַבערס הײסט עס, ניט אַ טראַכט טאָן מכּוח זיך אַלײן טאַקע? פֿאַר װאָס זאָלן מיר ניט האָבן אַ פֿאָנד, אונדזער אײגענעם פֿאָנד? אַלע שרײַבערס אױף דער גאַנצער װעלט זענען זיך נוהג זײ האָבן אַ פֿאָנד, און נאָר מיר, ייִדישע שרײַבערס, האָבן ניט זאָלסט זאָגן אַ סימן פֿון אַ פֿאָנד! מיט װאָס זענען מיר ערגער פֿון בעל־מלאָכות? בעל־מלאָכות אַפֿילן, שנײַדערס, שוסטערס, קירזשנערס מעגן האָבן אַ פֿאָנד און מיר ניט? װעסטו דאָך פֿרעגן מן־הסתּם, װאָס איז דאָס אַזעלכעס ;אַ פֿאָנד*" און אױף װאָס באַדאַרף מען דאָס? מוז מען דיר קלאָר מאַכן, זאָלסט װיסן מיט װאָס מען עסט עס, און אַגבֿ דאַרף מען דיר דערצײלן אַ מעָשֵׂה, ױ קומט צו אונדז, מיר זאָלן גאָר אָנהױבן טראַכטן מכּוח פֿאָנד! ומעשׂה־שהיה כּך־הי.

203

ס'איז דאָ אײנער אַ באַרימטער שרײַבער מיטן נאָמען מרדכי בן הלל הכֹּהן ― מרדכי הײסט עס, דער זון פֿון הללן און איז אַ כֹּהן. זיצט ער אָט דער כֹּהן אַלײן אין ארץ־ישׂראל און ס'איז אים דאָרטן זאָגט מען גאַנץ גוט, נאָר פֿון דעסט" װעגן האָט ער אין זינען אונדז אױך, ער טראָגט אױפֿן קאָפּ הײסט עס אַלע זײַנע חבֿרים די שרײַבערס װאָס אין חוץילארץ, האָט ער זיך מישבֿ געװען און צוגעשיקט צום קאָנגרעס זײַנעם אַ פּראָיעקט אױף צו באַװאָרענען אַלע אונדזערע לײַט, די שרײַבערס הײסט עס, מיט פּרנסה אױף דער עלטער אָדער אַזױ, טאָמער מאַכט זיך אַ ייִדישער שרײַבער װערט קראַנק, אָדער ער שטאַרבט חלילה אַװעק, זאָל זײַן אַ פֿאָנד, און דער פֿאָנד זאָל שױן זאָרגן הײסט עס פֿאַר אים און פֿאַר זײַן װײַב און פֿאַר זײַנע קינדער. װועסטו דאָך פֿרעגן: װוּ װעט מען נעמען געלט? ס'װצט זיײַן געלט גענוג, די־והותר, זאָלסט גאָר קײן יסורים ניט האָבן. ערשטנס, פֿון דעם װאָס די שרײַבערס אַלין װעלן אַרײַנטראָגן, טשלענסקי וחנאָסן, דערױף איז דאָ בײַ אים אַ פּונקט, אַז יעדער שרײיבער מוז זײַן אַ טשלען, און דער װאָס איז ניט קײן טשלען איז קײן שרײַבער ניט, דאָס הײסט אַ שרײַבער איז ער, נאָר קײן טשלען איז ער ניט. צװײטנס װעט זײַן געלט פֿון די ריפֿעראַטן און פֿון קאָנצערטן װאָס מען װעט מאַכן אין אַלע שטעט און שטעטלעך בכּל תּפֿוצותישׂראל. דאָס װעט אַרײַנברענגען טױזנטער! הײַנט נדבֿות? נדרים? ירושות? ױ װעט זיך עס ניט געפֿינען בײַ אונדז אין שטאָט אײן גבֿיר, װאָס װעט זיך דער" מאָנען פֿאַרן טױט, ער לאָזט איבער אַזױ פֿיל געלט אױף עולמות, אַז ס'איז דאָ אַ פֿאָנד פֿאַר ייִדישע שרײַבערס? הײַנט קערות, איך מײן די טעלער, װאָס מען שטעלט ערבֿ יום כּיפּור אין די שולן און בתּײמדרשים, װאָלטן געקאָנט מײנסטו קאַרג אַרײַנברענגען? דאָס איז שױן מײַן אײגענע קאָמבינאַציע, װאָס מיר איז אײַנגעפֿאַלן. מען שטעלט אַזױ פֿיל טעלערס ערבֿ יום־כּיפּור בײַ די שולן מעג שטײן נאָך אײן טעלער ― אָן אַן אומגליק, ייִדן וװועלן דערפֿון ניט בדלות וערן! הײַנט װוּ זענען עפּעס חתונות? און בריתן? און פּדיוןיהבּנס! צי אַ שטײגער עס מאַכט זיך אַ פֿײַנע לװיה, ― דעמאָלט איז די בעסטע צײַט אױף נעמען געלט, אַ ייִד אַז מען דערמאָנט אים דעם מלאך:המװת, טוט ער זיך אַ כאַפּ צו דער קעשענע און גיט געלט! קײן סך ניט, די קלענסטע מטבע קראַצט ער אױס, נאָר ער גיט! בקיצור, ס'איז אַלצדינג באַטראַכט געװאָרן פֿריִער און אױסגע" אַרבעט געװאָרן מיט שׂכל און מיט אַ רעכענונג, אַזױ אַז מיט געלט דאַרפֿסטו גאָר קײן דאגה ניט האָבן. דער עיקר איז אַחדות, דאָס הײסט מיר אַלײן צװישן זיך זאָלן זיך אָפּגעבן צו דעם מיט געטרײַשאַפֿט און מיט ליבשאַפֿט, װאָרעם

264

װױ באַלד ס'איז אונדזער אײגענער אינטערעס ― איז דאָך ניט שײַך. ובפֿרט נאָך בײַ אונדז, שרײַבערס הײסט עס, מיר זענען דאָך ניט קײן שנײַדערס, ניט קײן שוסטערס! און אַז בײַ אונדז, װאָס מיר רעדן פֿון אַחדות און שלום און שטראָפֿן דעם עולם און זאָגן אים מוסר, בײַ אונדז זאָל גאָר ניט זײַן קײן אַחדות, אײן דעה, אײן נשמה, איז דאָך שױן טאַקע עק װעלט = | און כּך־הװה, ױ אין אַזאַ מינוט אױסגערעדט, תּיכּף־ומיד, װי באַלד נאָר דער קאָנגרעס האָט זיך געשלאָסן, אַזױ האָט מען געלאָזט בעטן אַלע שרײַבערס און מיך אױך בתוכם, אַז מיר זאָלן זיך מטריח זײַן אױף אַן אַסיפֿה הײסט עס, אױסהערן דעם פּראָיעקט פֿון יענעם שרײַבער, װאָס אין ארץײשראל, מכּוח דעם פֿאָנד און אױיסאַרבעטן דעם אוסטאַװ הײסט עס, מיט אַלע פּאַראַגראַפֿן, הכּל כּמינהג כאַסקל קאָטיק )אַן עבֿירה װאָס כאַסקל קאָטיק איז ניט געװען דערבײַ ― ער װאָלט דאָך געקליבן נחת 6. און צונױפֿגערופֿן אױף דער אַסיפֿה האָט מען אונדז פֿײַנטשיק, דורך בריװלעך, װוּ ס'איז געשטאַנען בפֿירוש, אַז מען לאָזט בעטן אַלעמען, װער סע ששרײַבט פֿון רעכטס אױיף לינקס. די משמעות, אַז ס'איז קײן חילוק ניט, צי דו שרײַבסט אױף לשון־קודש צי אױף זשאַרגאָן, אַבי ייִדיש! און געחתמעט אױף די בריװלעך איז געשטאַנען ניט קײן אַבי־וװוער, נאָר טאַקע ח. נ. ביאַליק אַלײן! ניט יענער ביאַליק פֿון יעהופּעץ װאָס האַנדלט מיט װאָלד, נאָר דער באַרימטער, דער גרױסער ביאַליק, װאָס שרײַבט לידער, לײענט ריפֿעראַטן אױף לשון־קודש, דרוקט ביכלעך און קערט װעלטן! הקיצור, האָבן מיר זיך צונױפֿגעקליבן הײסט עס, די װאָס שרײַבן פֿון רעכטס אױף לינקס, אַלע באַרימטע שרײַבערס, יעדער אין זײַן בראַנזשע, אַרום און אַרום קעגן אַ דרײַ מנינים, און דאָס ערשטע איז געװען ― װעמען מאַכט מען פֿאַר אַ פּרעזידענט אױף דער אַסיפֿה? איז אַרױס אַ שטיקל סיכסוך. די בעלילשון־קודש האָבן געװאָלט מען זאָל אַװעקזעצן אײנעם פֿון זײערע, זענען אַרױס די זשאַרגאָניסטן מיט אַ פּראָטעסט ― זײ האָבן מורא, זײ װילן ניט אַז אין פֿאָנד זאָלן געװעלטיקן ,מיכנאַטאַיִם*!… איז מען געפֿאַלן אױף אַ המצאה און מען האָט אױסגעקליבן אַזעלכן, װאָס זאָל זײַן אי אַהין אי אַהער ― ראובֿן ברײַנין הײסט ער. אָט דער ראובֿן ברײינין איז אַ באַרימטער בעל־לשון־קודש און אַ גרױסער חסיד פֿון לשון־קודש, זיך מפֿקיר געװען און אַװעקגעלאָזט זיך קײן אַמעריקע צו פֿאַױשפּרײטן דאָרטן לשון־קודש, נאָר דערװײַל איז ער געװאָרן דאָרטן אַ רידאַקטאָר פֿון אַ ייִדיש בלאַט אױף זשאַרגאָן, מסתּמא צוליב פֿרנסה, װאָס זאָל מען נעבעך טאָן? ױ זאָגט די גמרא: ,פּשוט נבֿלה בחוץ…* אָדער ױ מען זאָגט עס

205

אין אַמעריקע אױף זײער לשון: ,העלף יור סעלפ*… אָדער ױ דײַן מאַמע זאָגט; ;דער גױ איז טרײף, דער גראָשן איז כֹּשׂר"..

הקיצור, מען האָט קײן בעסערן פּרעזידענט ניט געקאָנט אױסזוכן, און די אַסיפֿה האָט זיך מיט מזל אָנגעהױבן, און ס'איז אַלצדינג געװען גוט און שײן און פֿײַן אַרום און אַרום. װאָס טוט גאָט? שפּרינגט אַרױסעט אײנער אַ שרײיבערל, פֿון די יונגע בעלי־ לשון־קודש, אײנער פֿון די װאָס האָבן נאָך אױף דער קאָנפֿערענציע אײַנגעלײגט די װעלט:;ייִדיש ניע זשעלאַיעם! נאַש ראַדנאָי יאַזיק דואַ יאַזיקאַ ― אילי דערעװנע יעװרעיסקי אילי נאַש רוסקי!* און האָט זיך צעפֿלאַקערט: ער װיל ניט זיצן מיט די זשאַרגאָניסטן, זאָגט ער, אין אײן מסיבה! ער װיל אַפֿילו אין זײערע די אַמות, זאָגט ער, ניט שטײן! ער װעט ניט אַװעקגעבן, זאָגט ער, קײן אײן פֿאָניע פֿאַר להבֿדיל צען טױזנט ייִדן װאָס רעדן זשאַרגאָן ― הײַנט גײ טו אים עפּעס. נאָך אים איז אַרױסגעטראָטן נאָך אײנער און נאָך אײנער, ― זשאַרגאָן לא יזכּור ולא יפֿקד! זשאַרגאָן איז טרײפֿער פֿון חזיר, פֿון שינקע און פֿון קאָלבאַס און פֿון װאָס דו װױלסט! און װאָס טױג דיר ― מען האָט אַרײַנגעטראָגן אַ פּאַראַגראַף, אַז דער פֿאָנד איז געמאַכט געװאָרן נאָר פֿאַר די װאָס שרײַבן אױף לשון־קודש. איז דאָך געװאָרן מסתּמא אַ גרױסער גװאַלד מיט אַ גרױסן טומל מיט אַ גרױסן געפּילדער צװױשן די זשאַרגאָניסטן און איך אױך בתוכם: סטײַטש, װוּ איז דאָס געהערט געװאָרן אַזאַ רציחה אין דער ועלט, אַז אײן ײַד דעם אַנדערן זאָל בױקאָטעװוען דערפֿאַר װאָס ער רעדט אױיף ייִדיש, גלײַך װױ נאָר זײ װאָלטן געװען די רעכטע ייִדן און מיר װאָלטן געװען חלילה קאַראַיַמען, אָדער משומדים אָדער פֿושעײשראלס! אַזױ לאַנג אַזױ ברײט, עס האָבן זיך אַרײַנגעלײגט מענטשן װאָס האָבן ליב שלום, און מער פֿון אַלעמען האָט געאַרבעט דער פּרעזידענט ראובֿן ברײַנין, אָט דער באַרימטער בעל־לשוןקודש, װאָס גיט אַרױס אַ זשאַרגאָניש בלאַט אין אַמעריקע, און מען האָט געמאַכט אַ פּשרה )לאַנג לעבן זאָלן זײ!(, אַז מיר, כאָטש מיר שרײיַבן אױף ייִדיש, זענען פֿון דעסטװעגן אױך ײַדן, גלײַך מיט אַלע ייִדן, נאָר אַזױ ױ ס'איז אַרױס אַ חילוקי־דעות, פֿאַראַן הײסט עס אַזעלכע װאָס פּריזנאַיען אונדז ניט צוליב אונדזער לשון, על־כּן זאָל מען װאַרפֿן גורל דורך אױפֿגעהױבענע הענט, אַזױ ױ די דײַטשן זענען זיך נוהג אױפֿן קאָנגרעס, דאָס הײסט װער ס'איז קעגן ייִדיש דער זאָל אױפֿהײיבן די האַנט. האָבן זיך געגעבן אַ הײב אױף הענט און עס האָט זיך אַרױסבאַװיזן, אַז פֿון די כּמעט דרײ מנינים הענט זענען פֿופֿצן פֿאַר לשון־קודש און פֿערצן פֿאַר זשאַרגאָן. איז געװאָרן נאָך אַ גרעסערער גװאַלד מיט אַ גרעסערן

266

טומל מיט אַ גרעסערן געפּילדער, ס'איז שיִער ניט דערגאַנגען צו פּעטש! דאָס הײסט עס זענען געװען פּעטש אױך, נאָר די פּעטש זענען געװוען ניט דערפֿאַר, נאָר פֿאַר אַן אַנדער זאַך. נאָר דו װילסט װיסן דעם שפּיץ? דער שפּיץ איז געװען ― מען איז זיך צעגאַנגען מיט גאָרניט! די בעלי־לשון"קודש זענען זיך אַװעק ‏ באַזונדער און מיר באַזונדער, און ס'איז געבליבן בײַ אונדז, זשאַרגאָניסטן הײסט עס, אַז מיר זאָלן זיך אָפּטײלן און מיר זאָלן זיך באַזונדער מאַכן אַ פֿאָנד, לאָזן זײ זיך לעבן הײסט עס הונדערט און צװאַנציק יאָר, מיר װעלן זיך באַגײן אָן זײער לאַסקע, אם־ירצה־השם מיט גאָטס הילף, און מיר האָבן צו זײ קײן טענות ניט!;אַ סימן ― אַזױ האָט געזאָגט אחד משלנו, נאָמבערג הײסט ער ― לאָז קומען אײנער פֿון זײ צו אונדז מיט אַ בקשה אַז ער װיל אַרײַנטרעטן צו אונדז אין דער חבֿרה, בכדי טאָמער װעט אים זײַן עפּעס אַ טובֿה פֿון אונדזער פֿאָנד, איז מיט אַלע כּבודן! מיר װעלן אַפֿילו ניט מזכיר זײַן פֿון דעם, סטײַטש, איר האָט אונדז אַ מאָל אַרױסגעװאָרפֿן, געמאַכט פֿאַר לא יבוא בקהלם!* אָט אַזאַ מענטש איז נאָמבערג און אָט אַזעלכע מענטשן זענען מיר אַלע, און אַזאַ טכע בי אונדז זשאַר" גאָניסטן! מיר גײען מיט דעם גאַנג, אַז װען גאָט האָט באַשאַפֿן די װעלט איז ניט געװען נאָך ניט קײן לשון־קודש, ניט קײן זשאַרגאָן, און אַז גאָט ברוך־חוא איז אַ גרעסערער בעל־מידות פֿון אונדז. ער איז ניט מקפּיד אױף װאָס פֿאַר אַ לשון מען זאָל צו אים רעדן. קומט אַ ייִדענע, װאָס פֿאַרשטײט גיט קײן לשוןקודש, און װײנט זיך אױס פֿאַר אים אין אַ פּראָסטער תּחינה אױף זשאַרגאָן ‏ ― הערט ער זי דען ניט אױס? און אַז דער שפּאָלער זײדע האָט גאָר גערעדט אױף גױיש? און אַז רב יצחק לױ דער באַרדיטשעװער רב פֿלעגט זיך יום" כּיפּור צו כּל־נדרי אױסטענהן מיטן רבונודשל־עולם גאָר אױף רישעס? און ועליכולם, לאָמיר זיך אַקאָרשט אױסרעכענען מיטן ײָחוס אַקוראַט ― װאָס װעט זײַן איבער הונדערט יאָר אַז מיר ועלן שטאַרבן, װעט מען עפּעס לײגן כּבֿוד? בלאָטע! מען װעט אונדז אַלע גלײַך, די בעלי־לשון־קודש מיט די זשאַרגאָניסטן, אַרײַנלײגן סיף־טיף אין דער ערד אַרײַן ― הײַנט װאָס דאַרף מען זיך דאָ איבערנעמען! איך האָב דאָס אײגענע אַרױסגעזאָגט אײנעם פֿון זײ, ער איז אױך אַ באַרימטער שרײַבער און דערצו נאָך אַ חקרן און אַ רידאַקטאָר פֿון אַ זשורנאַל, הײסן הײסט ער קלױזנער און שרײַבן שרײַבט ער זיך ,דאָקטאָר קלױזנער".. האָט ער מיף דװקא אױסגעהערט מיט קאָפּ, אַ טראַכט געטאָן אַ ביסל, דערנאָך אַ שמײבל געטאָן און מודה געװען מיר, אַז אין מײַנע װוערטער שטעקט אַ געדאַנק און אַז דעם דאָזיקן געדאַנק האָט שױן אַ מאָל געהאַט אַרױסגעזאָגט אײנער אַ גרױסער,

67

גאָר אַ גרױסער פֿילאָסאָף, ער האָט מיר אים אַפֿילו אָנגערופֿן בײַם נאָמען, נאָר דעם נאָמען האָב איך פֿאַרגעסן. און אַז ס'איז געקומען צום געזעגענען זיך האָט ער מיר דערלאַנגט צװײ פֿינגער און געזאָגט, אַז ער ױיס אַז איך טו אַ מאָל אַ שרײַב אױף לשון"קודש אױך, און דעריבער האָפֿט ער, אַז ס'װעט קומען אַ מאָל אַ צײַט װאָס איך װעל זיך נאָך אַרומקוקן און װעל אין גאַנצן אַריבערגײן צו זײ, צו די בעלי־לשון־קודש הײסט עס, און מיר זענען זיך צעגאַנגען די גרעסטע גוטע פֿרײַנד! מיט אַלעמען גוטע פֿרײַנד. מיט אַלעמען געקושט זיך פֿאַרן אַװעקפֿאָרן. אַזאַ טבֿע בײַ מיר ברוך־השם, ― איך קריג מיך ניט מיט קײנעם, דו װײסט דאָך, כ'האָב פֿײַנט מחלוקות. ייִדן דאַרפֿן זיך ניט קריגן ― ניטאָ איבער װאָס… דערװײַל האַלט איך בײַ אַװעקפֿאָרן פֿון װין, איך האָב שױן אױף הוצאָות אױך, די רידאַקציע האָט מיר צוגעשיקט, און אין קאָפּ פּלאָנטען זיך מיר קאָמבײ נאַציעס מיט קאָמבינאַציעס, װױ אַזױ מען זאָל מאַכן אַז אונדזער פֿאָנד זאָל האָבן װאָס מער געלט, װאָרעם װאָס מער אַ פֿאָנד האָט געלט איז אַלץ בעסער סײַ פֿאַױן פֿאָנד און סײי פֿאַר די טשלענעס. און מחמת איך האָב קײן צײַט ניט, מאַך איך דאָס בקיצור. אי"ה אינעם אַנדערן בריװ על איך דיר אַרױסשרײַבן אַלצדינג באַריכות. לעת־עתה לאָז גאָט געבן מיט מזל־ברכה, מיט גליק און מיט הצלחה, זײַ געזונט און קוש די קינדער שיחיו, און גריס דער שױגער שתחי, און דער גאַנצער משפּחה זאָלסטו לאָזן גריסן איטלעכן באַזונדער גאָר פֿרײַנדלעך. ממני בעלך מנחם ־ מ ענדל

268

שײנע־שײנדל פֿון פֿתרילעװקע צו איר מאַן מנחס־מענדל אין װואַרשע

16

לכּבֿוד בעלי היקר החכם מופֿלג הנגיד המפֿורסם מוהר"ר מנחם־מענדל נ"י!

ערשטנס קום איך דיר צו מעלדן אַז מיר זענען דאָ אַלע גאָט צו דאַנקען אין בעסטן געזונט. גיב גאָט דאָס נעמלעכע פֿון דיר צו הערן אױף װײַטער ניט ערגער,

צװײטנס שרײַב איך דיר, בעלי היקר, אַז מיר זענען נאָר װאָס גע" קומען פֿונעם פֿעלד, איך און די מאַמע זאָל לעבן, מיט פֿאַרשװאָלענע אױגן און מיט אָנגעװײטיקטע הערצער. מיר האָבן זיך בײדע גוט אױסגעװײנט אױפֿן טאַטנס קבֿר, און גלאַט אָנגעגעסן זיך מיט צרות. מען דאַרף האָבן אַ האַרץ פֿון אַ טאָטער, ױ די מאַמע זאָגט, אַז מ'זאָל צוזען װאָס עס טוט זיך אָפּ בײַ אונדז אױפֿן הײיליקן אָרט, אַז ס'קומט ראָש־חודש אלול. אַ װערטעלע אױסצורעדן קבֿר;אָבֿות! פֿון דער גאָרער װעלט פֿאָרט מען זיך צונױף אַהער, און צום מײנסטן װײַבער ― װײַבער ױ מאָן, װי שטערן אין הימל! אַן ענגשאַפֿט װױ אין שטאָט, ניפּריטשקעם! נאָכן פּאָגראָם און נאָך דער כאָלערע, ניט הײַנט געדאַכט, און נאָכן טרײַבן פֿון די דערפֿער קומען צו קבֿרים, און דאָס הײליקע אָרט װאַקסט אין דער לענג און אין דער ברײט! ס'האָט זיך אַזױ צעװאַקסן, אַז ס'װעט אין גיכן כּמעט שױן ניט זײַן װוּ צו לײגן, מען װעט מוזן אָפּנעמען נאָך פֿעלד, אַניט װעט מען חלילה דאַרפֿן, ױ די מאַמע זאָגט, גאָט בעטן מען זאָל גיכער שטאַרבן.. קאָנסט פֿאַרשטײן, אַז נאָכן טאַטן עליױהשלום גײען דרײַ שורות פֿרישע קבֿרים, צױשן זײ העכער האַלב נאָך ניט קײן געמױערטע. מען דאַרף האָבן אַ קאָפּ פֿון אַ מיניסטער, אָדער פֿון יחיאל דעם קבֿרות־שמש, מען זאָל זיך אָנגעדענקען װוּ ער ס'ליגט! ער איז פֿון אײַזן יחיאל טאַקע, אַז ער האַלט אױס פֿון די װײַבער, מען צעטראָגט אים די בײנער:;רב יחיאל, װײַזט מיר מײַן מאַן! רב יחיאל, װײַזט מיר מײַן טאַטן! װײַזט אונדז די מאַמען:.* ער טראָגט זײ אַלע אױפֿן קאָפּ, איז קלאָר אױף אױסנװײניק, אױסגעבונדן מיט אַלע טױיטע! און יואל דעם חזן זאָלסטו אָנקוקן! אַז מען צעטראָגט אים ניט אױף שטיקלעך אַז עס קומט ראָש־חודש אלול, איז אױך אַ נס מן השמים! איך װײס ניט ױ אַזױ אַלע יאָר ― איך בין אױף

קבֿר269