מנחם־מענדל [2]: מנחם־מענדל צו זײַן װײַב שײנע־שײנדל 22

שלום עליכם (אַלע װערק)

מנחם־מענדל פֿון װאַרשע צו זײַן װײַב שײנע־שײנדל. אין פֿתרילעװקע +

22

לזוגתי היקרה החכמה הצנועה מרת שײנע־שײנדל שתחי'!

רא שית בין איך דיר מודיע, אַז איך בין ב"ה בקו החײם והשלום. השם" יתברך זאָל העלפֿן מ'זאָל תּמיד האָרכן אײנס פֿון דאָס אַנדערע נאָר גוטס מיט בשׂורות טובֿות ישועות ונחמות בתּוך כּללײשראל ― אָמן

והשנית זײַ ױסן, זוגתי היקרה, אַז איך פֿאָר. ניט איך זאָג אַז איך פֿאָר, נײן, איך פֿאָר טאַקע! אין עטלעכע שעה אַרום גײט אַװעק דער קוריער קײן װין און איך האָב שױן אַפֿילו אַ בילעט אױך. דאָס הײסט האָבן האָב איך אים נאָך ניט. נאָר ס'איז גלײַך ױ בײַ מיר אין קעשענע. די רעדאַקציע, פֿאַרשטײסטו מיך, האָט מיר צוגעזאָגט נעמען אַ בילעט, װאָרעם איך פֿאָר אױף אירע הוצאָות פֿאַר איך. מײנסט אפֿשר אַז נאָר איך אַלײן? נײן, עס פֿאָרן מיט מיר נאָך עטלעכע שרײַבערס פֿון דער רעדאַקציע, אַזױ ױ איך, אױך אױף אירע הוצאָות, אַ גאַנצע כאַליאַסטרע,. בקאָמפּאַניע הײסט עס פֿאָרן מיר. און בקאָמפּאַניע פֿאָרט זיך גאָר אַנדערש. דו זיצסט מיט מענטשן, רעדט מען, שמועסט מען, פֿון דעם, פֿון יענעם, מען דערצײלט מעשׂיות, נעכטיקע טעג, אױפֿן הימל אַ יריד ― דערװײַל פֿאָרסטו אײַן אַ שטיק װעג און דו קוקסט זיך גאָר ניט אַרום ױ די צײַט איז אַװעק. הקיצור, מיר פֿאָרן קײן װין אױפֿן קאָנגרעס. דאָס הײסט מיר זענען גרײט צו פֿאָרן. מיר פּאַקעװען זיך שױן אין װעג אַרײַן. ניט איך, מײנע קאָלעגן פּאַקעװען זיך, נעמען מיט איטלעכער זײַנע כּלײמכשירין מיט זײַנע שפּאַרגאַלן. איך, ברוך'השם, בין שױן לאַנג אַ פֿאַרטיקער. איך דאַרף מיך ניט פּאַקן, איך האָב ניט קײן שפּאַרגאַלן. איך נעם מיר דעם טליתיותּפֿילין און די פּען ― איך האָב אַ פּען װאָס זי שרײַבט אַלײן ― און זײַ געזונט! דער עיקר ― איך פֿיר מיט זיך אַ זאַך װאָס איז נײטיקער פֿון אַלע זײערע שפּאַרגאַלן און שרײבערײעכצן, איך מײן דאָס דעם פּראָיעקט פֿון נעמען ארץ־ישׂראל אין דער אַרענדע. איך האָב אים אײַנגענײט אין אַ זיכערן אָרט און פֿאָר מיר מיט אַ קלאָרן קאָפּ. ערשטנס פֿאָרט מען דאָך אין באַן. אַפֿילו טאַקע צו די דײַטשן אין אױסענלאַנד, נאָר אַ קשיא אױף אַ מעשׂה. און צװײטנס װיל איך ניט אַז די כאַליאַסטרע

236

זאָל גאָר װיסן אַפֿילו, אַז איך פֿיר מיט זיך אַ פּראָיעקט אױפֿן קאָנגרעס. זײ זענען פֿאַרשטײסטו מיך גרױסע אָפּשפּעטערס, לצים. פֿון איטלעכן באַזונדער האָבן זי ליב דיר אָפּצולצעװען. און ניט נאָר פֿון יענעם, נאָר פֿון זיך אַלײן און אײנס פֿון דאָס אַנדערע. אַזאַ טבֿע שױן בײַ אונדזערע חבֿרים שרײַבערס. ס'איז דאָ בײַ אונדז אײנער אַ שרײַבער, פֿון די גרױסע שרײַבערס, גאָר פֿון די גדולים. איז ער אַפֿילו אַזױ אַ גוטער ברודער, נאָר אַ לץ, אױ אַ לץ! אױף איטלעכן האָט ער דיר אַן אַנדער צונעמעניש. מיך למשל קרױנט ער אַלע טאָג מיט אַ נײַעם נאָמען: ביסמאַרק, ביקסענפֿעלד, װאַנדערבליט, װיטי, קאָקאַװצעװ, לעכוטשאַן… די לעצטע צײַט, זינט ס'האָט זיך אָנגעהױבן דער טומל פֿונעם קאָנגרעס, הײס איך שױן בײַ אים קײן אַנדער נאָמען ניט, נאָר טעאָדאָר מענדל, אָדער מנחם הערצעל. װײסטו פֿאַר װאָס? איבער אַ מעשׂה װאָס האָט זיך געטראָפֿן אַנומלטן בײַ אונדז טאַקע אין דער רעדאַקציע.

איך קום מיר אַרײַן אײן מאָל אין דער רעדאַקציע, טרעף איך אַ ייִדן, אַזױ אַפֿילו אַ גאַנץ פֿײַנעם מענטשן, מיט אַ גאָלדענעם זײגער, זיצט זיך אַזױ בהרחבח, גלעט זיך די באָרד, שװיצט און רעדט פּאָװאָלע, גאַנץ ברײטלעך, מיט אַ הײזעריקלעך קול, ױ אַ חזן נאָך ימים־נוראים, און מיט אַ שמײכעלע. פֿון װאָס רעדט אַ ייִד! פֿון קינדער. פֿון זײַנעם אַ זון טאַקע דערצײלט ער. ער האָט, זאָגט ער, אַ זון אַ בן־יחיד, אײן און אײנציקן הײסט עס. מילא, איז דאָס אַ זון, זאָגט צֶר, אַ געראָטענער, אַן אױסגעשפּילטער, אַ קראַסאַװיעץ, אַ חכם און אַ קענער, אַלע קענערס, זאָגט ער, דאַרפֿן בײַ אים הײצן די הרובע! און אַ שרײַבער, אַלע שרײַבערס, זאָגט ער, מעגן זיך באַגראָבן! און אַ רעדנער, אַלע רעדנערס, זאָגט ער, מעגן זײַן די כּפּרה! און דװקא אױף לשון־קודש ― אַז מען שמועסט אַ צאַצקע, איז דאָך ניט שײך! און טאָמער איז אײַך, זאָגט ער, קאַרג, איז ער אײַך אַ געקאָנטשעטער אױך. אױף יוריע האָט ער געקאָנטשעט. נאָר ניט גלאַט געקאָנטשעט. געקאָנטשעטע זענען הײַנט, זאָגט ער, אַזױ װי די הינט, װעלכער ייִד האָס דאָס ניט קײן זון אַ געקאָנטשעטן? נאָר די אַלע געקאָנטשעטע מעגן, זאָגט ער, פֿאַר אים אײַננעמען אַ מיתה־משונה! װאָרעם װאָס ױיסן זײ 1 און װאָס קאָנען זײ 1 און װאָס פֿאַרמאָגן זײ? און װער זענען זי 1 גראָבע יונגען, בור" דיוקעס און שאַרלאַטאַנעס, קײן צלם פֿאַר קײן אַלף, קײן ייִדיש װאָרט, פּוסטעפּאַסניקעס, לײדיק"גײערס, פֿײַפֿערס, הױכע קאָלנערס, אונטערגעקאַטשעטע הױיזן, גלאַטע קעפּ, פּלאַטשיקע מוחות, פּאָלנע אידיאָטן! ― בקיצוריהמעשה, איז זיך מישבֿ, זאָגט ער, אָט דער זון זײַנער דער דאָזיקער דער געראָטענער און װוערט

237

משוגע, ניט דאָ געדאַכט, ניט פֿאַר קײן ייִדן געדאַכט… נעבעך! אַ מענטש האָט אײן זון, אַ בן"יחיד, און אַזאַ געראָטענעם בן־יחיד, גײט ער און װערט משוגע! לאָזט זיך אױס אַ מעשׂה ― װאָס איז זײַן משוגעת? ער שלאָגט מענטשן! צי ער לױפֿט איבער די גאַסן? חס־וחלילה! זײַן משוגעת איז, זאָגט ער, נאָר ― ציוניזם! ער איז, זאָגט ער, געװאָרן פּלוצעם, פֿון דער העלער הױט, מ'װײסט ניט פֿון װאַנען און פֿון װאָס, אַ ציוניסט און נאָך װאָס פֿאַר אַ ציוניסט! ער האָט זיך אַרײַנגענומען, זאָגט ער, אַ מאַנקאָליע אין קאָפּ ― ערדאַרבעטעכץ. ער װיל װערן אַ פּראָסטער ערדאַרבעטער װיל ער, און ניט אין ערגעץ, נאָר אין ארץ" ישׂראל, און װאָס טױג אײַך? ס'איז אים, זאָגט ער, ניט איבערצושפּאַרן. ניט מיט גוטן, ניט מיט בײזן, איר פֿאַרשטײט, זאָגט ער, אַן אומגליק? אײן זון, אַ בן־יחיד, אַ פֿרישער, אַ געזונטער, אַ גלאַטער, אַ קראַסאַװיעץ און נאָך אַ געקאָנטשעטער דערצו, פֿאַרגינט ער זיך גאָר זאָגן, זאָגט ער, אַז ער װיל אַװעקפֿאָרן קײן ארץײשראל און דאָרטן װערן אַן ערדאַרבעטער ― אַ פּראיאדם קען! פּראַו" דע, זאָגט ער, מ'האָט אים דאָ ניט געװאָלט, זאָגט ער, צושרײיבן פֿאַר קײן פֹּאָי מאָטשניק פּריסיאַזשנע, סײַדזן ער װעט זיך פֿריִער רעכט אָפּשמדן, ניט אַנדערש. משום־האַ, איז װאָס? באַדאַרף מען, זאָגט ער, לױפֿן אין דער װעלט אַרײַן? גראָבן ערד? און נאָך װוּ? אין ארץ־ישׂראל?! אַ װילד לאַנד! װילדע טערקן! חלוקהייִדן! טונעיאַדצעס! בעטלערס! שלעפּערס!. און מײַן ײַד האָט זיך עס צעלאָזט ― פּעך און שװעבל!. האָט עס מיך מסתּמא רעכט פֿאַרדראָסן און טאַקע גוט פֿאַרקאָכט בײַם האַרצן ― אַ פּאָטעפּאַלנאָסט פֿון אַ ייִדן, ליאַפּען אױף אַ לאַנד גלאַט אַזױ אין דער װעלט אַרײַן! ער זאָל כאָטש זאָגן עפּעס מיט אַ טעם, אָדער מיט אַ שׂכל, איז נײן! גלאַט עס געפֿעלט אים ניט ארץײשראל און גײ טו אים עפּעס ― זאָל מען אים שװײַגן? נעם איך און שפּרינג אַרױס און פֿאַל אַרױף אױף מײַן ייִדן און שיט אים אָפּ מיט פּריסעק: קאַזױ און אַזױ, זאָג איך, װי שעמט איר אײַך ניט, זאָג איך, אין אײַער װײַטן האַלדז אַרײַן? װי װערט איר ניט, זאָג איך, פֿאַרברענט פֿאַר בושה? איר זאָלט שױן כאָטש שװײַגן, זאָג איך, און לאָזן, זאָג איך, אַז די שׂונאים אײַערע זאָלן פֿאַר אײַך רעדן! װי קומט איר, זאָג איך, צו ארץײשראל? איר זענט, זאָג איך, געװיס פֿונעם ערבירב זענט איר! װײסט איר, זאָג איך, װען אַזעלכע ייִדן װי איר װעלן פֿאָרן קײן ארץ" ישׂראל? אַז אײַערע קינדער װעלן זיך פֿריִער, זאָג איך, גאַנץ פֿײַן אױסשמדן און אײַערע נגידים װעלן װערן, זאָג איך, קבצנים ― אָט דעמאָלט, זאָג איך, װועט איר זיך דערמאָנען אַז ס'איז דאָ אַ לאַנד װאָס הײסט ארץ"ישׂראל, נאָר ס'װעט

238

שױן זײַן, זאָג איך, צו שפּעט, ױ דער גױ זאָגט, פּאָסלי יאַרמאַרקה.." הקיצור, איך האָב אים, װאָס אַרט דיך, אַװעקגעגעבן אַ רעכטע פּאָרציע, װי אים קומט! איך װײס נאָר אַלין ניט פֿון װאַנען עס האָט זיך צו מיר גענומען. הערט ער מיך אױסעט, דער ייִד הײסט עס, און מאַכט צו מיר מיט אַ שמײכעלע און מיט אײן אױג אַ צוגעמאַכטס: ,װער זענט איר עס?* זאָג איך: אוער איך? איך בין, זאָג איך, אַ ײַד", זאָגט ער:;אַז איר זענט אַ ײָד, ניט קײן פֿאָניע ― דאָס זעט מען. איך װיל װיסן, זאָגט ער, מה שמכם?* זאָג איך: פֿמנחם־מענדל". הײבט ער זיך אױף, מײַן ײַד, ענטפֿערט ניט דאָס אַנדערע װאָרט, װױשט אָפּ די ליפּן, פֿאַרשפּילעט זיך די קאַפּאָטע, דרײט זיך אױס און מאַכט צו אונדז אַלעמען: קאַ גוטן!5 ― און ניטאָ מער. װאָס זאָל איך דיר זאָגן? עס האָט געהאַט, זאָג איך דיר, דעם זיבעטן חן! די גאַנצע רעדאַקציע האָט מיר נאָכדעם אָפּגעגעבן מזל־טובֿ.;בראַװאָ! מיר האָבן גאָרניט געװוסט, זאָגן זײ, אַז איר זענט, רב מנחם־מענדל, אַ ציוניסט און נאָך אַזאַ פֿײַערדיקער ציוניסט. סך"הכּל האָבן מיר אײַך געהאַלטן, זאָגן זײ, די גאַנצע צײַט פֿאַר אַ טעריטאָריסט…" דאַנק איך זי פֿאַרן קופּלימענט און רוף מיך אָן צו זײ: קװער האָט אײיך געזאָגט, זאָג איך? טשעפּעט זיך אָפּ, איך בין ניט קײן ציוניסט און ניט קײן טעריטאָריסט און ניט קײן נישט, זאָג איך, איך בין מער ניט קײן זאַך, נאָר אַ ייִד.,* אַזױ האָב איך זי אָפּגעזאָגט און בין מיר אַװעק צו מײַן אַרבעט, צום פּראָיעקט פֿון דער אַרענדע אױף ארץײשראל און האָב מיר שטילערהײט אװײסגעאַרבעט דעם גאַנצן פּלאַן, װאָס איך גיב דיר אים דאָ אין קורצן, בכדי זאָלסט זען, אַז דײַן מנחם־מענדל פֿאַרנעמט זיך ניט מיט קײן פּוסטע זאַכן,:

קודם־כּל פּראָיעקטיר איך, אַז מען זאָל שיקן אַ דעפּוטאַציע צום סולטאַן, טאַקע די אײגענע קאַנדידאַטן, װאָס איך האָב דיר געהאַט אױסגערעכנט אין אײנעם פֿון מײַנע פֿריִערדיקע בריװ. דאָס זענען אַלץ מענטשן געקאָנטשעטע, פֿאַרשטײסטו מיך, מענטשן מיט שפּראַך, און גלאַט מענטשן װאָס האָבן אַ נאָמען, ניט קײן ײַנגלעך. אַזעלכע מענטשן אַז זײ גיבן אַ גי אַרײַן צום סולטאַן איז דאָך אַ מחיה! דאָס ערשטע באַדאַרפֿן זײ זיך פֿאָרשטעלן פֿאַר אים װער זײ זענען, און װאָס זײ זענען, און פֿון װאַנען זײ זענען, און װער ס'האָט זײ געשיקט, ניט זשאַלעװען קײן װערטער, נאָר ניט אַלע מיט אַ מאָל, אײינציקװוײַז באַדאַרפֿן זי רעדן, און זאָגן אים, װי די מעשׂה איז, צוליב װאָס זײ זענען געקומען. דאָס הײסט קומען זענען זײ געקומען גלאַט אַזױ, אָפּגעבן אים מזל־טובֿ מיטן נצחון, װאָס ער האָט סוף־כּל"סוף אָפּגעהאַלטן, אַרױסגעטריבן דעם שׂונא פֿון אַדרינאָפּאָל און פֿון

239

קירקעלעס… און דערנאָך פּאָװאָלינקע אַריבערגײן טאַקע צום ענין גופֿא. נאָר קודם"כּל דאַרפֿן זײ אים געבן צו פֿאַרשטײן, ער זאָל זיך ניט איבערשרעקן, ניט מײנפֿן אַז זײ זענען געקומען צו אים חלילה מיט אַ חזקה, אָדער מיט פּרעטענ" סיעס, אַז ארץײשראל האָט אַ מאָל געהערט צו אונדז, אַז ס'איז אונדזער לאַנד נאָך פֿון װײס איך װען אָן, װאָס גאָט האָט עס צוגעזאָגט נאָך צו אַבֿרהמען.. מיר װײסן גאַנץ גוט, באַדאַרפֿן זײ אים זאָגן, אַז דאָס לאַנד געהערט איצט צו אים, צום טערק הײסט עס, אײַ ס'איז אַ מאָל געװען אונדזערס? מילא, הײבט זיך אָן אַ מעשׂה ― ס'איז אַ גאָטס זאַך, גאָט פֿרעגט מען ניט קײן קשיות… און זײ מעגן אים דערבײַ דערצײלן עפּעס אַ פֿײַנעם משל, אַ מדרש אַ פּסוק, ס'מאַכט ניט אױס, ― ביז מען װעט אַרױיף אױף דעם, אַז געקומען איז מען אײגנטלעך צו אים מיט אַ געשעפֿט, טאַקע פֿון זײַן טובֿה װעגן. דהײַנו, װאָס איז דאָס געשעפֿט? ― באַדאַרפֿן זײ אים אױפֿקלערן, אײדל, ניט פּוגע־בכּבֿוד זײַן, און צװישן זיך גערעדט, ױ גוטע פֿרײַנד, כּך־וכּך: אַזױ װי ער, דער טערק הײסט עס, איז ניט אױסגערעדט זאָל זײַן, אַ גרױסער בעל־חובֿ, די האָר זענען ניט זײַנע און ניט דאָ געדאַכט אַ ניצרך, ער באַדאַרף נאָך האָבן געלט און געלט אױף אױסצופֿירן די גרױסע נצחונות, װאָס ער האָט אָפּגעהאַלטן אין דער מלחמה, אַדרינאָפּאָל און קירקענעס וכדומה. און אַזױ װי עס קומט אים אָן שװערלעך צו מאַכן אַ נײַע הלװאה, ניט איבער דעם װאָס ער איז חלילה קײן בטוח, אַדרבה ואַדרבה! נאָר איבער דעם װאָס די ,הױכע פֿענצטער", צוליב זײַן פּאָליטיקע דאָרטן סטראַשען אים מיטן פּױלעשן מיטל, מיט בױקאָט, בכדי ער זאָל אָפּגעבן אַדרינאָפּאָל מיט קירקעלעס, על־כּן האָבן זי פֿאַר אים אַן איסטאָטשניק, װאָס ניט נאָר מאַכן אַ הלװאה אױף װײַטער, זײ קאָנען אים אין גאַנצן שטעלן אױף די פֿיס, אָפּרײניקן פֿון אַלע חובֿות, װעקסלעך און זאַקלאַדניעס, מאַכן אים פֿאַר אױס בעל־חובֿ, אָבער טאַקע לחלוטין אױס! ױ אַזױ? לאָז מעלתו מוחל זײַן זײ אונטערשרײַבן אַ קאָנטראַקט אױף ארץ־ישׂראל, אַז ער גיט עס אָפּ צו די ייִדן הײסט עס אין דער אַרענדע, דאָלגאָסטראָטשענע, אױף נײַן און נײַנציק יאָר, אױף די און די קאָנדיציעס, און װידער דאַרפֿן זײ אים געבן צו פֿאַרשטײן, אַז מיט דער ראַטע איז ער געזיכערט. װאָרעם אַחוץ װאָס מען חתמעט אים אַ קאָנטראַקט, קאָן מען אים געבן, אױב ער ױל, אַ רעכטן זאַלאָג, און אַחוץ דעם זאַלאָג גיט מען אים אַ לעקעכל װאָס װעט זײַן טײַערער בײַ אים פֿון אַלצדינג, אַפֿילו פֿון מזומן. דהײַנו? אַזױ װױ ער האָט צו טאָן מיט ייִדן, און די גרעסטע שור־הברס מיט די גרעסטע לװיתנס פֿון דער בערזע זענען דאָך צו מײנסטן ײַדן, מען קאָן אים

אױסרע280

כענען אױף די פֿינגער טאַקע בײַ די נעמען: ראָטשילד, מענדעלסאָן, בלעכרעדער, יעקבֿ שיף ― הקיצור, זאָגן זײ אים צו, די דעלעגאַטן הײסט עס, אַז זײ ועלן שױן זען מסתּמא, אַז זײערע באַנקירן זאָלן איבערנעמען אױף זיך אַלע זײַנע חובֿות, װעקסלעך און זאַקלאַדניעס אױף די אײגענע קאָנדיציעס, װאָס ער צאָלט אַנדערע, אפֿשר נאָך מיט אַ פּראָצענט ביליקער, און חוץילזה װעט מען אים מאַכן אַ פֿרישע חלװאה, טאָמער דאַרף ער איצט נײטיק האָבן, ס'איז בײַ אים אַזאַ צײַט, נאָר װאָס געפֿירט אַ מלחמה פֿון אײן זײַט אין איטאַליע, פֿון דער אַנדערער זײַט מיט די באַלקאַנער. אמת, ער האָט טאַקע גובֿר געוען, נאָר הוצאָות זענען דאָך געפֿאַלן, אַ קלײניקײט װאָס אַזאַ מלחמה קאָסט! און עס װעט נאָך מסתּמא קאָסטן און קאָסטן.. אָט אַזױ טאַקע מיט דעם לשון באַדאַרף מען אים זאָגן, גוט אײַנדרינגען, ניט זשאַלעװען קײן װערטער. און טאַקע תּוך כּדידיבור אַריבערכאַפּן זיך פֿון דאָרטן קײן לאָנדאָן און פֿון לאָנדאָן קײן פּאַריז און פֿון פּאַריז געבן אַ שפּרונג קײן בערלין און קײן װין, צו די שור־הבורס מִיט די לװיתנס, און דער עיקר צו די ראָטשילדס, מיטן גאַנצן פּלאַן פֿון דער אַרענדע, און זאָגן ראָטשילדן, אַז מען איז געקומען צו אים, דאָס גאַנצע ייִדישע פֿאָלק, חלילה ניט אַ נדבֿה בעטן, נײן, ער זאָל ניט מײנען, נאָר מיט אַ געשעפֿט איז מען צו אים געקומען, מיט אַ געשעפֿט, װאָס טױעפֿט אײן מאָל אין צװײ טױזנט יאָר! אַ געשעפֿט, װאָס קאָן אים אַרײַנברענגען אַ גאַנץ פֿײַנעם פּראָצענט אױף זײַן קאַפּיטאַל און נאָך געבן פּרנסה צװעלף מיליאָן ייִדן, אין אַזאַ צײַט, אַזאַ ביטערע צײַט אױף ייִדן נעבעך אױף דער גאַנצער װועלט בכלל, ובפֿרט בײַ אונדז, װוּ ס'איז ניטאָ קײן פּראַװעס, אָן אַ שיעור אָגראַניטשעניעס, אומעטום פּראָצענטן און רדיפֿות, און גזירות, און דאָס לױפֿן װאָס מען לױפֿט, און דאָס שמדן װאָס מען שמדט זיך, און מענדל בײליס, למען־השם ניט פֿאַרגעסן מענדל בײלים! און טאַקע אַ רעכטן װײן טוט אױך בעת־מעשׂה און טאַקע אַלע אין אײנעם. נישקשה, די ראָטשילדס זענען אױך ײַדן, מיט ייִדישע הערצער, כּשרע קיכן, יום" כּיפּור, זאָגט מען, פֿאַסטן זײ, אין פֿראַנקפֿורט איז נאָך הײַנט אױך דאָ אַ שול זײערע, װוּ אָרעמע ייִדן דאַװענען, זאָגט מען, אַלע טאָג מינחה־מעריבֿ.. אָפּגעפֿאַרטיקט זיך מיט די ראָטשילדס, באַדאַרף מען זיך אַ נעם טאָן צו אונדזערע ייִדן אַלין, זײ זאָלן ניט מײנען אַז עס איז אַ שפּילעכל און ניט פֿאַרלאָזן זיך אױף נסים. פֿריִער דאַרף מען קומען געװײנטלעך צו די גבֿירים־אַדירים, צו די מיליאָנערן אונדזערע, און אַ רעד טאָן מיט זײ קורצע װערטער, קלאָרע דיבורים, פֿריִער מיט אַ משל און דערנאָך מיט אַ ממה־נפֿשך: זענט איר ייִדן

241

באַװײַזט זיך אַרױס מיט אײַער ייִדישקײט. טראָגט זיך איבער גלײַך מיט אונדז אַלע, טאַקע מחילה מיט אײַערע קאַפּיטאַלן מײנט מען, אַהין צו צו, אין אונדזער לאַנד אַרײַן, אין אונדזער אײגן לאַנד. מיט געלט, נישקשה, װעט איר דאָרטן מאַכן ניט קײן ערגערע געשעפֿטן ױ דאָ, און אפֿשטר נאָך אַ סך נעסערע. אלא װאָס דען 1 איר ױלט ניט? ס'איז אײַך ניט באַקװעם, אָדער עס לױינט אײַן ניט פֿאַר אײַערע קינדער, זײ האָבן געקאָנטשעט? אָדער עס פּאַסט אײַך ניט פֿאַר אײַערע שכנים? זײער שײן! בלײַבט דאָ! נאָר מיט אײן תּנאַי, װעלן מיר אײַך בעטן: װאַרפֿט אַראָפּ פֿון זיך דעם נאָמען ייִד! לאָז מען אונדז אױפֿהערן שטעכן אין די אױגן איבער אײַך און לאָמיר אױפֿהערן אָפּקומען פֿאַר אײַערע זינד!. אָט דאָ פּאַסט אַ שטעכעדיקער משל פֿון קעלמער מגיד, אָדער אַ מעשׂה פֿן מאָטקע חבֿר. מען דאַרף זײ ניט שאַנעװען, ניט קוקן װאָס זײ זענען נגידים.. און דעם פּשוטן עולם דאַרף מען אױך ניט גלעטן איבערן קאָפּ. זײ דאַרפֿן ניט מײנען, אַז דערמיט װאָס זײ זענען אָרעמע־לײַט זענען זײ מיוחסים, יאה עניותא לישראל, שױן פּטור פֿון אַלצדינג און דאַרפֿן אַלײן גאָרניט טאָן. זײ דאַרפֿן פֿאַרגעסן אַלצדינג, װאָס איז געװען ביז אַהער, און דאַרפֿן אָנהײבן נאָך אַ מאָל פֿון אָנהײב, פֿון מה טובו, ױ אונדזערע עלטערן האָבן געטאָן, אַז אַבֿרהמען יצחקן און יעקבֿן איז אָנגעשטאַנען צו פֿיטערן שאָף, מעג זײ אָנשטײן גראָבן ערד, אַקערן און זײען, שנײַדן און דרעשן, האָדעװען עופֿות אין ארץײשראל, גענדז און קאַטשקעס, וכדומה אַזעלכע זאַכן, װאָס זענען שײך צו כאָזיאַיסטװע, אָדער צו ערדאַרבעטעכץ. נישקשה, ס'װעט זײ גאָרניט אָפּפֿאַלן, און צום שידוך ניט שאַטן. אַדרבה, זײ װעלן נאָך װערן דערמיט געהױכט און געקרױנט אין די אױגן פֿון אַלע פֿעלקער פֿון דער גאַנצער װעלט… גלײב מיר, איך בין ניט קײן משוגענער. איך זאָג ניט, אַז אַלע צװעלף מיליאָנען ייִדן זאָלן אַרױסגײן אין פֿעלד אױף דער אַרבעט. ס'איז דאָ גענוג װאָס צו טאָן אין ארץײשראל אַחוץ ערד" אַרבעט און אַחוץ װײַנגערטנער. ס'איז דאָ מיסחר, ס'איז דאָ שיפֿ, מען קאָן עפֿענען בערזעס, מאַכן די גרעסטע שפּעגעלאַציעס ― טאַטעניו! ס'װעט קלעקן פֿאַר אַלעמען… און דאָ גײט אַװעק בײַ מיר אַ גאַנץ צעטל פֿון מיסחרים, שפּעגעלאַציעס, װאַרעמבעדער, װיסטאַװקעס, און נאָך און נאָך ― אַלצדינג מיט פּאַראַגראַפֿן, אױף יעדער זאַך אַ באַזונדער פּאַראַגראַף, װי בײַ כאַסקל קאָטיק אין זײַנע אוסטאַװן, נאָר מחמת איך האָב קײן צײַט ניט מאַך איך דאָס בקיצור, אי"ה אינעם אַנדערן בריװ װעל איך דיר ― שױן פֿונעם אָרט ― אַרױסשיקן אַלצדינג באַריכות. לעת־עתה לאָז גאָט געבן מיט מזליברכה, מיט גליק און

242

מיט הצלחה. זײַ געזונט און קוש די קינדער שיחיו און גריס דער שױגער שתחי“ און דער גאַנצער משפּחה זאָלסטו לאָזן גריסן איטלעכן באַזונדער גאָר פֿרײַנדלעך,

ממני בעלך מ נחסימענדל

צעיקרישכחתי: אַזױ ױ איך פֿאָר אַרױסעט אױף דער װעלט און רעכן אסײרצהיהשם אױף סוכּות זײַן אין דער הײם, װילט זיך מיר זײער ברעג" נען עפּעס פֿאַר דיר און פֿאַר די קינדער שיחיו און פֿאַר דער שױגער שתחי, איטלעכן באַזונדער װאָס אים פּאַסט. אַז גאָט האָט געהאָלפֿן, איך בין געוען אין אַמעריקע און געקומען בשלום צוריק און האָב געקראָגן אַ שטעל, װאָס גיט מיר פּרנסה בכּבֿוד און װאָס איך קען נאָך ברענגען אַ שטיקל טובֿה דער װעלט אױך, איז אַ יושר, אַז דו זאָלסט אױך הנאה האָבן. עליכּן, זוגתי היקרה, זאָלסטו מיר אַרױסשרײַבן אַלצדינג פּאָדראָבנע, װאָס דו װילסט און װאָס דו באַגערסט. און שרײיבן זאָלסטו מיר קײן ױן ציתיסט־קאָנגרעס דליאַ מנחםמענדל איון סאָבסטװעניע רוקי.

הנ"ל

243

מנחטס"מענדל פֿון װין צו זײין װוײַב שײנע־שײנדל אין פֿתרילעװקע ־

28

לזוגתי היקרה החכמה הצנועה מרת שײנע־שײנדל שתחי,

ר ראשית בין איך דיר מודיע, אַז איך בין ברוך'השם בקו החײם והשלום. השית"ב זאָל העלפֿן מ'זאָל תּמיד האָרכן אײנס פֿון דאָס אַנדערע נאָר גוטס מיט בשׂורות טובֿות ױשועות ונחמות בתּוך כּללײשראל ― אָמן,

וה שנית זײַ װױסן, זוגתי היקרה, אַז איך בין אין ארץ־ישׂראל. דאָס הײסט סע רעדט זיך נאָר אַזױ ארץ־ישׂראל. הײסן הײסט עס, אַז איך בין דערװײַל אין װין, נאָר גוט איז מיר ױ אין ארץײשראל. אַ קלײניקײט, ײַדן גײען דאָ אַרום פֿראַנק און פֿרײַ מיט די מגן"דודס אין די לאַצן, מען רעדט לשװיקודש אױף אַלע גאָסן און מען קושט זיך און איך אױך בתוכם. געקומען צו פֿאָרן קײן װין, זענען מיר באַלד אַװעק אין שטאָט אַרײַן אױף די סטאַנציעס, װאָס די ציוניסטן האָבן אָנגעגרײט פֿון אונדזערט װעגן שױן פֿון לאַנג און פֿאַרשריבן פֿריִער יעדע סטאַנציע אױף פּאַפּיר. אַ סבֿרה, אַז זײ האָבן אונדז מיט עטלעכע װאָכן פֿריִער נאָך באַװאָרנט מיט קװאַרטירן, גענוג אָנגעטױטשעט זיך ביז זײ האָבן דאָס אַלצַדינג אײַנגעסטאַלעװעט, אױסגערעכנט אַז די דעלעגאַטן פֿון דער שטאָט באַדאַרפֿן שטײן דאָ, און די דעלעגאַטן פֿון יענער שטאָט באַדאַרפֿן שטײן דאָרטן, אַלצדינג פֿאַרשריבן נאָך די נומערן און עליפּי א"ב, פֿײַנטשיק, אין אַ לאַנגן ספּיסעק, אױפֿן דײַטשן שטײגער. נאָר אַ פּנים מחמת גרױס אימפּעט און טומל ― אַ װערטעלע, אַזױ פֿיל ייִדן קײן עין'הרע קומען אָן מיט אַ מאָל? ― האָט זיך אױסגעלאָזט, אַז ס'איז אַרױס אַ שטיקל מישמאַש, מען האָט זיך פֿאַרביטן מיט די יוצרות, מיט די דעלעגאַטן הײסט עס און מיט די האָטעלן! האָבן מיר דאָס געהאַט אַ ביסל דאָס לױפֿעניש, װאָס זאָלסטו קלערן? אַ שײן ביסל געשױצט, אַרומגעטראָגן זיך מיט די קלומקעס פֿון אײן האָטעל צום אַנדערן, װאָרעם אַלע האָטעלן זענען שױן פֿאַרנומען, ביז מיר האָבן, מיט גאָטס הילף, אַרום פֿאַר נאַכטלעך שױן, קױם קּױם געפֿונען אַ מקום־מנוחה ערגעץ בײַ אַ דײַטש, װאָס ניט מיר פֿאַרשטײען זײן לשזן, ניט ער פֿאַרשטײט אונדזער לשון, כאָטש אונדזער לשון איז כּמעט העכער האַלב דײַטש כּידוע. נאָר דאָס אַלײן װאָלט נאָך געוען

244