מנחם־מענדל [2]: מנחם־מענדל צו זײַן װײַב שײנע־שײנדל 19

שלום עליכם (אַלע װערק)

מנחס־מענדל פֿון װאַרשע צו זײן װײַב שײנע־שײנדל אין כּתרילעװקע

19

לזוגתי היקרה החכמה הצנועה מרת שײנע־שײנדל שתחי"

ר א שי ת בין איך דיר מודיע, אַז איך בין ברוך:השם בקו החײם והשלום, השית"ב זאָל העלפֿן מ'זאָל תּמיד האָרכן אײנס פֿון דאָס אַנדערע נאָר גוטס מיט בשׂורות טובֿות ישועות ונחמות בתּוך כּללײשראל ― אָמן.

וה שנית זײַ װיסן זוגתי היקרה, אַז דײַנע כּתרילעװקער ציוניסטן האָבן אַ גרױסן טעות, אױב זײ מײנען אַז איך האָב מיך ,איבערגעקערט", געװאָרן פֿון אַ ציוניסט אַ טעריטאָריסט. װאָס איז שײך? איך בין קײן מאָל ניט געװען ניט קײן ציוניסט און ניט קײן טעריטאָריסט. איך בין אַלע מאָל געװען אַ ייִד און אַ ייִד װעל איך בלײַיבן… און כאָטש איך טראָג ניט אױף זיך דעם שטעמפּל ציון און אױף מײַן שטערן איז ניט אָנגעצײכנט קײן מגן"דוד, פֿון דעסטװעגן האָסטו מורא, אַז איך פֿאָר ניט גלײַך מיט אַלע ציוניסטן אױפֿן קאָנגרעס קײן װין? װאָרעם איך, אַז איך דערהער דאָס װאָרט ,ציון" אָדער אירושלים" כאַפּט מיך אַװעק דער רוח. עס טוט מיך אַ ברען און עס נעמט מיך דורך אַ בענקעניש נאָך אונדזער אַלטער הײם און נאָך אונדזער מלוכה, און מײַן נשמה לעכצט, גײט אױס, חלשט נאָך װאָס ניט איז, אַבי אַן אײגנס, כאָטש אַן אײגענעם ייִדישן גאָראָדאָװאָי, כאָטש אַן אײגענעם, אַ ייִדישן פּאַספּאָרט מיט ייִדישע אותיות אָפּגעדרוקט: ;זה הפּספּורט שײך להרבנו מהר"ר מנחם־מענדל מארץײשראל". אױ, ױ דער" לעבט מען דאָס! און אין דער אמתן אַרײַנגערעדט, למאַי זאָלן מיר זיך נאַרן? לאָז מען אונדז געבן דרײַצן אַנגאָלעס מיט אַכצן גאַלװיסטאָנס מיטן גאַנצן לאַנד אַמעריקע אַפֿילו לאָז מען אונדז אַװעקשענקען, װעלן מיר עס דען אַװעקגעבן פֿאַר אײן שטיקעלע ערד אין ארץ־ישׂראל? ס'איז דאָך נאַריש! װאָס װעלן מיר טאָן, למשל, מיטן ירושלים עירך ברחמים תשוב? און מיטן ותחזנה עינינו בעזובך לציון, װאָס מיר זאָגן דרײַ מאָל אין טאָג בײַם דאַװנען? צי אַ שטײגער, װאָס װעט זײַן מיטן ובנה ירושלים עיר הקודש(, װאָס אינעם בענטשן 1 אױסמעקן? אַרױסװאַרפֿן? טאַקע אַ יושר! ― נײן, זוגתי היקרה, ניטאָ קײן נענטערס פֿאַר אונדז װױ ארץ־ישׂראל. אי איך לײג אײַן ― זאָגסטו ― די װעלט פֿאַר אַנגאָלע?

216

איז דאָס דערפֿאַר, װײַל דאָס אַנגאָלע לײגט מען אונדז פֿאָר כּמעט אומזיסט און װאָס איך זע ניט לעת־עתּה אין ערגעץ קײן אַנדער לאַנד פֿאַר ײַדן. ניטאָ, כאָטש צי זיך אױס און שטאַרב! נאַרעלע, לאָז מען אונדז מאָרגן געפֿינען אַן אַנדער לאַנד, װעל איך שרײַבן פֿאַר יענעם לאַנד, ניט פֿרעגן װעלכעס איז בעסער, װעלכעס איז ערגער, אַבי אַ לאַנד, װאָרעם מיר ברענען, און אַז מען ברענט לױפֿט מען ― אַזױ איז שױן דער דרך־הטבע פֿונעם מענטשן.. משל למה הדבר דומה ― צו װאָס איז דאָס געגליכן? עס איז געגליכן צו אײנעם, װאָס מ'האָט אים געפֿונען ליגן אין פֿעלד כּמעט אַ טױטן, שױן דרײַ טעג ניט געגעסן און מיר פֿרעגן בײַ אים:;זאָג, האַרצעניו, װאָס װילסטו בעסער, ― פֿלײישיקס אָדער מילכיקס?* ― פֿרעגט אים ניט! גיט אים פֿלײישיקס, גיט אים מילכיקס, גיט אים אַפֿילו פּאַרעװעס ― אַבי לאָז ער ניט אױסגײן פֿון הונגער!.. הלװאַי, הערסטו, װאָלט נאָר געװען מיט װאָס, דאָס הײסט הלװאַי װאָלט נאָר געװען אױף הוצאָות, ױ מיר װאָלטן געקאָנט געבן גענוג עמיגראַנטן אי פֿאַר ארץײשראל, אי פֿאַר אַמעריקע, אי פֿאַר אַנגאָלע, אי פֿאַר נאָך אַ לאַנד. אײַ די קשיא, עס צעברעקלט זיך דאָס ביסל ייִדן? מען װערט צעזײט און צעשפּרײט צװישן די פֿעלקער? דאָס איז אַן אַלטע קללה, ― און דאָך איז דאָס בעסער ױ דאָס זיצן אין דעם אײביקן ענגשאַפֿט און װי דאָס עסן אײנס דאָס אַנדערע, ױ דו זאָגסט, לעבעדיקערהײט, אָדער דאָס אױסשמדן זיך, װאָס מען שמדט זיך הײַנט אין די מאות און אין די אַלפֿים דאָ אױפֿן אָרט בלית־ברירה…

4 9 9 9 9 9 9 נ 4 9 9 5

הקיצור, לאָזן זײ זיך פֿריִער באַקענען, איך מײן דײַנע כּתרילעװקער ציו" ניסטן, מיט מײַן פּראָיעקט, װאָס איך האָב פֿאַר אַנגאָלע און מיט מײַן פּראָיעקט, װאָס איך האָב פֿאַר ארץײשראל, װעלן זי נאָכדעם זאָגן צי איך בין אַן; אָפּגעשמדטער", ױ זײ רופֿן מיך אָן, אָדער איך בין זײער אַן אמתער גוטער פֿרײַנד, װאָס האָט אין זיך דעם ייִדישן ברען מיטן סוחרישן חוש־הריח און מיטן װײַטן קוק. איך װעל זיך ניט באַרימען פֿאַר דיר, װי אַנדערע, ניט זאָגן אַז איך בין דאָ דער גרעסטער דיפּלאָמאַט. נאָר איך בין אַ ייִד װאָס קאָטאָרי איך ױיק מיך טאָג װױ נאַכט אין דער פּאָליטיקע, זיץ, װי מען זאָגט, בײַם סאַמע צאַפּן און באַגעגן מיך מיט אַלערלײ מענטשן און נאַש פֿון איטלעכן באַזונדער װאָס איך קאָן, למשל, נעם אָט אַזאַ מענטשן ױ כאַסקל קאָטיק. דו מעגסט דיר זאָגן אױף אים װאָס דו װילסט, און דײַנע כּתרילעװקער חכמים קענען דיר חוזק מאַכן פֿון זײַן חבֿרה

217

;הכנסת"כּלה" װפֿל זײער האַרץ גלוסט, נאָר איך װעל דיר זאָגן מיט די װערטער, װאָס אונדזערע חכמים האָבן געזאָגט אין פּרק: איזהו חכם הלומד מכל אדם ― װער איז אַ קלוגער? װער עס לערנט זיך אָפּ פֿון יעדן אײנציקן. איך האָב בײַ אָט דעם ייִדן גענאַשט אַ זאַך, װאָס סאיז װערט אַ סך ― אַ סך טױיזנטער. עס לאָזט זיך גאָר ניט אָפּשאַצן! דהײַנו, װעסט דאָך פֿרעגן װאָס האָב איך פֿון אים אַזעלכעס גענאַשט? איך האָב פֿון אים גענאַשט אָט דאָס, װאָס יעדער פּראָיעקט, װאָס אַ מענטש האָט, באַדאַרף ער אים קענען אױסלײגן אױף פּאַפּיר, אײַנטײלן אין פּאַראַגראַפֿן, אױף יעדער זאַך אַ באַזונדער פּאַראַגראַף. אַלצדינג באַדאַרף זײַן גוט באַטראַכט, אױסגעמאָסטן, אָפּגעװױגן און אַרומגערעדט בכדי ס'זאָל ניט זײַן נאָך דעם צו פֿרעגן קײן שום קשיא און קײן שום װידעראַנאַנד. מײַן פּראָיעקט, װאָס איך האָב געמאַכט פֿאַר אַנגאָלע, האָט אין זיך העכער הונדערט פּאַראַגראַפֿן און באַשטײט פֿון צװײ חלקים. דער ערשטער חלק פֿאַרנעמט זיך מיט בעל־הבתּישקײט, ױ אַזױ מ'זאָל באַזעצן דאָס לאַנד, און די פֿירעכצן ױ אַזױ מ'זאָל זיך פֿירן. און דער צװײטער חלק רעדט פֿון געלט, ױ אַזױ מ'זאָל מאַכן עס זאָל זײַן געלט, איבערגעבן דיר, זוגתי היקרה, אין גאַנצן דעם פּראָיעקט איז אַ זאַך װאָס איז אוממעגלעך! ער פֿאַרנעמט העכער צװאַנציק גרױסע בױגנס פּאַפּיר פֿון אַלע זײַטן, נאָר דעם תּמצית, אױב דו װילסט, קאָן איך דיר אַרױסגעבן אין קורצן, װעסטו אַלײן זאָגן, אַז ס'איז צוגעטראַכט קונציק, מ'דאַרף שױן גאָרניט בעסער.

| ראשית־חכמה האָב איך געמאַכט אַזױ, אַז דאָס לאַנד זאָל זײַן אײַנגעטײלט אין קאָלאָניעס. נאָר ניט גלאַט אין קאָלאָניעס, האַללאַ באַללאַ הפֿקר פּעטרישקע, נאָר מיט אַ חשבון און מיט אַ רעכענונג, אַז יעדער קאָלאָניסט זאָל פֿאַרמאָגן ניט מער ױ צװײ הונדערט דעסעטינעס ערד און יעדער קאָלאָניע זאָל באַשטײן מער ניט פֿון פֿופֿציק אַזעלכע קאָלאָניסטן, װאָס זאָלן פֿאַרנעמען זיך מיט ערד" אַרבעט און אַלע פֿופֿציק קאָלאָניסטן זאָלן זײַן ױ אײן משפּחה, זאָלן זיך זיצן טאַקע יעדער מיט זײַן סעמײסטװע אין זײַן שטוב מיט זײַן בעליהבתּישקײט, נאָר אַז ער גײט אַרױס אין פֿעלד אױף דער אַרבעט, זאָל ער גײן ניט אַלײן, נאָר מיט די איבעריקע נײַן און פֿערציק קאָלאָניסטן, אַלע אין אײנעם. װעסטו דאָך פֿרעגן מן"הסתּם, װאָס עפּעס אַלע אין אײנעם? באַדאַרף מען דיר קלאָר מאַכן דער ענין פֿון ערדאַרבעט, דאַרפֿסטו װיסן, איז בעצם אַ שװערע הלכה. אַחוץ װאָס מען באַדאַרף עס קענען באַדאַרף מען עס נאָך קאָנען.. ניטאָ װאָס צו לײקענען ― אַ ייִד איז ניט דערױף באַשאַפֿן געװאָרן. ער איז ניט מסוגל צו גראָבע אַרבעט,

218

איז דאָך שלעכט 1 איז דאָ אַן עצה. די ענגלענדער האָבן דערקלערט אַ מאַשינע אױף צו באַאַרבעטן ערד, װועסטו הערן װאָס די מאַשינע טוט: מ'דאַרף צו איר ניט קײן פֿערד, ניט קײן אָקסן, ניט קײן מענטשן. דאָס הײסט, אײן מענטש בלױז זעצט זיך אױף איר אַװעק, טוט אַ דרײ אַ רעדל, גײט אַװעק די מאַשינע און אַקערט דיר אױס צװײ הונדערט דעסעטינעס ערד אין אײן שמע:ישׂראל! און אױיסגעאַקערטע ערד האָט אין זיך אַ טבֿע, מ'באַדאַרף זי באָראָנעװען. נעמט מען די אײגענע מאַשינע און מען נעמט אַרױס פֿון איר דעם אַקער און מען טוט אַרײַן אַ באָראָנע, און מען טוט אַ דרײ דאָס רעדל, באָראָנעװעט זי דיר אױס די גאַנצע צעאַקערטע ערד. דערנאָך באַדאַרף מען זײען. נעמט מען אַרױס די באָראָנע און מען טוט אַרײַן אַ זײִַער. דערנאָך קומט שניטצײַט און מען באַדאַרף שנײַדן, טוט מען אַרײַן אין דער מאַשינע אַ שנײַדמעסער און מען שנײַידט. דערנאָך דאַרף מען בינדן די סנאָפּעס. דערנאָך באַדאַרף מען דרעשן די תּבֿואה, װערט די מאַשינע אַ דרעשמאַשין. און טאָמער ױלסטו קאָרטשעװען װאַלד, רײַסן בײמער, רײַסט זי דיר בײמער און קאָרטשעװעט דיר װאַלד ― בקיצור, ס'איז אַ ברכה פֿון גאָט! איך זיץ מיר אױף דער מאַשינע, קוק אַרײַן אין אַ ספֿר, אָדער איך ראָװן מיר, אָדער איך זאָג מיר אַ קאַפּיטל תּהילים, און זי אַרבעט שױן פֿאַר מיר אַלצדינג װאָס איך באַדאַרף. אײן חסרון האָט די מאַשינע ― זי קאָסט געלט. און אַ סך! אױף אונדזער געלט מאַכט עס אױס אַזױ גרױס װי לערך צען טױזנט רובל. נאָר װאָס פֿאַר אַ װערט האָט עס פֿאַר פֿופֿציק קאָלאָניסטן? צו צװײ הונדערט אױף אַ קאָלאָניסט און פֿאַרטיק! אי דאָס ― ניט במזומן. די בעסטע מאַשינעס גיט מען הײַנט אױף אױסצוצאָלן. אַזױ איז מיט דער גרױסער מאַשינע, אַזױ איז מיט די קלענערע מאַשינעס, װאָס זענען שײך צו בעל:הבתּישקײט, קאָנען אַלע זײַן קהלישע. למשל, אָט איז הײַנט געװאָרן אױס מאָדע מעלקן אַ קו מיט די הענט. אײן מאַשינע קאָן אױסמעלקן פֿופֿציק בהמות מיט אַ מאָל, אָדער, אַ שטײגער, הינער אױסזיצן. אַ מאָל פֿלעגט מען אַװעקזעצן אַ קװאָקע אױף די אײער, פֿלעגט זי זיצן און זיצן און געװױנט װערן זיצנדיק. הײַנט איז צוגעטראַכט געװאָרן אַזאַ מין אױװן, װאָס מ'לײגט אונטער אײער װיפֿל דו װילסט. הונדערט שאָק אײער, טױזנט שאָק אײער, ― און פֿון גרױס היץ פּיקן זיך דיר אַלײן אױס הענדעלעך. איז דאָס ניט אַ חיות? געװױינטלעך, אַ בעליהבית פֿון צװײ הונדערט דעסעטינעס ערד האָט ניט ביכולת צו האָבן אַלע מאַשינעס, נאָר פֿאַר פֿופֿציק בעלי־בתּים אין אײנעם אױיסשרײבן די אַלע אױסגערעכנטע מאַשינעס איז אַ געלעכטער, הקיצור, פֿון דעם אַלײן זעסטו שױן אַרױס, אַז מײַן פּראָיעקט איז אױסגע―

219

אַרבעט געװאָרן מיט אַ פּלאַן און מיט אַ שׂכל און באַװאָרנט מיט אַלצדינג, פֿונעם קלענסטן ביזן גרעסטן. למשל, בײַ מיר איז אױסגעשטעלט געװאָרן אַזױ, אַז יעדע קאָלאָניע פֿון פֿופֿציק סעמײסטװעס, װאָס פֿאַרנעמט זיך מיט ערדאַרבעט, האָט זיך איר שוחט מיט איר בית־מדרש, מיט איר באָד להבֿדיל, מיט אירע חדרים, מיט איר מאַרק אַפֿילו ― אַלצדינג אַרױסגעזען פֿריִער. אַזעלכע קאָלאָניעס צו פֿופֿציק סעמײסטװעס, װאָס פֿאַרנעמען זיך מיט ערדאַרבעט, גײען צען. דערנאָך קומט אַ שטאָט, אױף צען קאָלאָניעס אײן גרױסע שטאָט. אין שטאָט קאָנען שױן װױנען עטלעכע טױזנט סעמײסטװעס, װאָס פֿאַרנעמען זיך מיט מיסחר, בױען פֿאַבריקן, באַנען, מילן, זאַװאָדלעך, עפֿענען קלײטן, האַנדלען מיט תּבֿואה, שפּעגעלירן אױף דער בערזע, ױ געװײנטלעך אַ גרױסע שטאָט, נאָר אַלע נײטיקע זאַכן, װי ברױט, מילך, קעז און פּוטער, קאַרטאָפֿליעס, ציבעלעס, רעטעכער, פֿעטרישקע און שאַר־ירוקות באַקומען זי פֿון די צען קאָלאָניעס, װאָס פֿאַרנעמען זיך מיט ערדאַרבעט. נאָך דער דאָזיקער גרױסער שטאָט גײען װױדער צען קאָלאָניעס צו פֿופֿציק סעמײסטװעס, װאָס פֿאַרנעמען זיך מיט ערדאַרבעט און װידער אַ גרױסע שטאָט פֿון עטלעכע טױזנט סעמײסטװעס מיט פֿאַבריקעס, מילן, קלײטן, בערזעס, יאַרידן וכדומה און אַזױ װײַטער איבערן גאַנצן שטח פֿונעם לאַנד, די קאָלאָניעס װאָס פֿאַרנעמען זיך מיט ערדאַרבעט זענען מחױב אױסצוהאַלטן די גרױסע שטאָט מיט געלט און מיט מענטשן. געלט ― דאָס מײנט מען שטײַער, װאָס יעדער מענטש איז מחױב צו צאָלן, און מענטשן ― דאָס מײנט מען סאָלדאַטן, דאָס הײסט זײ שיקן אַװעק אַלע אײנאונצװאַנציק־יאָריקע אין שטאָט אַרײַן )אַחוץ פּערװעראַזראַדנע בני־יחידים( און אין שטאָט מאַכט מען זײ שױן פֿאַר סאָלדאַטן, װאָס קומען צו ניץ טאַקע פֿאַר זי אַלין, פֿאַר די קאָלאָניסטן הײסט עס, טאָמער מאַכט זיך אַ מלחמה, אָדער אַן אָנפֿאַל, און גלאַט פּאָליציע… און אױפֿן געלט װאָס פֿאַלט אַרײַן פֿון די שטײַערס האַלט מען אױס די ייִדישע גימענאַזיעס מיט די אוניװערסיטעטן, װוּ מען נעמט אױף אַהין צו אַלעמען, ייִדן און ניט־ייִדן, פֿראַנק און פֿרײַ אָן אַ שום פּראָצענטן מיט נאָרמעס פֿאַר פֿרעמדע. בכלל דאַרפֿסטו װיסן, אַז אין מײַן פּראָיעקט איז ניטאָ דאָס װאָרט ,פֿרעמדע* און דאָס װאָרט ,פּראַװעס*. בײַ מיר איז ניטאָ קײן ,פֿרעמדע", ניטאָ קײן ,אײגענע", פּראַװעס האָבן אַלע, װאָרעם מאַי דאָך גאָט ברוך־הוא, װאָס האָט באַשאַפֿן די מענטשן, זענען בײַ אים אַלע מענטשן גלײַך, הײַנט לא כּלישכן אַ מענטש בײַ מענטשן!.

נאָר דאָס אַלצדינג, װאָס איך שרײַב דיר דאָ, איז נאָך ערשט אַ שמינית שבשמינית פֿון מײַן פּראָיעקט, װאָס איז כּולל אין זיך אַלצדינג, ניט דורכגעלאָזט

220

קײן מינדסט נאַרישקײט. איצט בלײַבט איבער נאָר אײן זאַך: געלט! איך האָב דאָס אױך באַװאָרנט. װעסטו דאָך פֿרעגן ױ אַזױ? װײס איך ניט אױב דו װעסט עס פֿאַרשטײן, װאָרעם מײַן פּלאַן, װאָס איך לײג פֿאָר, האָט אַ שײַכות מיט שפּעגעלאַציע, און דו ביסט דאָך, געדענק איך, פֿון תּמיד אָן קעגן שפּעגעלאַציעס. אין קורצע װערטער װעל איך מיך פֿון דעסטװעגן פּרוּװן דיר אַרױסגעבן דעם תּוך פֿון דער דאָזיקער שפּעגעלאַציע. ס'איז אַ באַנק ― אױף אַקציעס. די אַקציעס וערן פֿאַרקױפֿט און דאָס געלט פֿאַלט אַרײַן אין דער באַנק, װאָס קױפֿט די ערד אױף איר נאָמען מיט אַלע אינסטרומענטן און מאַשינעס, בױט אױס הײַזער, קױפֿט אײַן פֿי און אַלצדינג װאָס מען דאַרף, און פֿאַרקױפֿט דאָס שױן פֿון זיך צו די קאָלאָניסטן פֿאַר אַ סך אַ גרעסערן פּרײַז אױף אױיסצאָלן, און דער ריװח פֿון דער באַנק װערט צעטײלט אױף דער האַלב: אײן האַלב גײט אױף צוצוקױפֿן נאָך אַקציעס, און װאָס מער אַקציעס איז דאָך מער געלט, און די צװײטע האַלב גײט אױף דעװועדענט, װאָס די באַנק גיט אַרױס אַלע יאָר אירע אַקציאָנערן. און די אַקציאָנערן, אַחוץ װאָס זײ נעמען דעװעדענט, פֿאַרדינען זײ נאָך אױף די אַקציעס גופֿא, װאָרעם אַז דער דעװועדענט װאַקסט, הײבן זיך די אַקציעס, און די אַקציעס הײבן זיך, איז דעמאָלט פֿאַראַן אַ סך בעלנים אױף אַקציעס, און װאָס מער אַקציעס איז מער געלט, און װאָס מער געלט איז מער קאָלאָניסטן, און װאָס מער קאָלאָניסטן איז בעסער פֿאַרן לאַנד, און אַז דאָס לאַנד מאַכט גוטע געשעפֿטן הײבן זיך די אַקציעס, און אַז די אַקציעס הײבן זיך איז דאָ אַ סך בעלנים אױף די אַקציעס, און װאָס מער אַקציעס איז מער געלט, און װאָס מער געלט איז מער קאָלאָניסטן ― דו פֿאַרשטײסט? ס'איז אַ ראָד און עס דרײט זיך! אַװדאי איז נאָך דאָ דערבײַ גענוג פּרטים, מיט פּרטים, מיט פּרטים, ― נאָר מחמת איך האָב קײן צײַט ניט מאַך איך דאָס בקיצור. אי"ה אינעם אַנדערן בריװ װעל איך דיר אַרױסשרײַיבן נאָך מער באַריכות. לע"ע לאָז גאָט געבן מיט מזל־ברכה, מיט גליק און מיט הצלחה. זײַ געזונט און קוש די קינדער שיחיו און גריס דער שװיגער שתחי“ און דער גאַנצער משפּחה זאָלסטו לאָזן גריסן איטלעכן באַזונדער גאָר פֿרײַנדלעך, ממני בעלך מנחם־ מ ענ דל

עיקהישכחתי: דאָס אַנגאָלע האָט מיר אַזױ פֿאַרדרײט דעם קאָפּ, אַז איך האָב גאָר פֿאַרגעסן אינעם טערק מיט זײַן אַדרינאָפּאָל. לאָז ער זיך זיצן דאָרטן געזונטערהײט. װי באַלד ער גײט ניט אױף מײַן שניט, טאָ לאָז ער זיך שלאָגן קאָפּ אין קישן. איך װיל מיך גאָרניט מישן אַפֿילו. און װוער ס'איז געװען

221

גערעכט ― איך צי ער ― דאָס װעלן מיר זען שפּעטער. לאָמיר נאָר עלטער װערן מיט אַ װאָך און לאָמיר נאָר הערן װאָס איז געװאָרן מיט דעם איבערקוקן פֿונעם בוקאַרעשטער שלום, און ױ אַזױ האָט סעזאָנאָװ אױפֿגענומען די שתּדלנים, װאָס אַדרינאָפּאָל האָט די טעג געהאַט אַרױסגעשיקט קײן פּײטערבאַרג. די דעלע" נאַציע באַשטײט פֿון זעקס פּאַרשױן. צױשן זײ זענען, זאָגט מען, צװײ משלנו, יהודים הײסט עס. כּדאַי צו װױסן, צי האָבן זײ אַ טראַכט געגעבן פֿאַרן אַרױספֿאָר מכּוח פּראַװעזשיטעלסטװע, צי זײ האָבן זיך פֿאַרלאָזט אױף נסים?. הנ"ל

222

מנחם־מענדל פֿון װאַרשע צו זן װײַב שײנע־שײנדל אין כּתרילעװקע

20

לזוגתי היקרה הצנועה החכמה מרת שײנע־שײנדל שתחי'!

ראשית בין איך דיר מודיע, אַז איך בין ב"ה בקו החײם והשלום. השם" יתברך זאָל העלפֿן מען זאָל תּמיד האָרכן אײנס פֿון דאָס אַנדערע נאָר גוטס מיט ־ בשׂורות טובֿות ױשועות ונחמות בתּוך כּללײשראל ― אָמן,

וה שנית זײַ ױסן, זוגתי היקרה, אַז איך פֿאָר קײן װױן אסײרצה־השם גאָר אָן אַ שום תּירוץ אױפֿן קאָנגרעס, און ניט אַליײן ― איך פֿיר מיט זיך אַ פֿאַרטיקן אַן אױיסגעאַרבעטן פּלאַן פֿאַר ארץ־ישׂראל, אַ סך גרעסערן און אַ סך בעסערן פֿון יענעם פּלאַן, װאָס איך האָב דיר געהאַט געשריבן ועגן אַנגאָלע, ארץ־ישׂראל, פֿאַרשטײסטו מיך, איז ניט אַנגאָלע. אַנגאָלע איז אַנגאָלע, און ארץישׂראל איז ארץ־ישׂראל. דער נאָמען אַלײן איז שױן גענוג, אַז אַ ייִדיש האַרץ זאָל װערן אָנגעװאַרעמט און אױפֿגעקאָכט און עס זאָל פֿאַרצאַפּלט װערן פֿון בענקעניש און פֿאַרברענט וערן פֿון חרפּה פֿאַר זיך אַלײן, אַז אַלע פֿעלקער האָבן אַ הײם, נאָר מיר שלעפּן זיך אַרום װי די בעטלערס אױף פֿרעמדע חתונות, קלױבן די ברעקלעך אונטערן טיש, װאָס דאָס פֿאַרגינט מען אונדז אױך ניט און מען יאָגט אונדז מיט הינט און מיט שטעקנס און מיט שטײנער ― גװאַלד געשריגן! נעם די באָלגאַרן, די סערבן, די מאָנטענעגערער אַפֿילו, װער זענען זי קעגן אונדז? פּאַסטעכער, גראָבע יונגען, װילדע מענטשן, ― זענען זײ זיך מפֿקיר, מוסר"נפֿש יעדער פֿאַר זײַן לאַנד, לײגן אַװעק די לעצטע בני־יחידים און פֿאַרי זעצן דאָס לעצטע קישעלע ― און מיר? די עלטסטע פֿון אַלע פֿעלקער, די אױסדערװײלטע בײַ גאָט, װײַז מיר װאָס האָבן מיר ביז אַהער ― שױן באַלד צװײ טױזנט יאָר ― געטאָן פֿאַר אונדזער לאַנד, פֿאַר ארץ־ישׂראל? אַ װערטעלע אױסצורעדן א―ר―ץ"י―ש―ר―א―ל! דאָס לאַנד פֿון ישׂראל! אונדזער אײגן לאַנד, װוּ עס ליגן באַהאַלטן אונדזערע אָבֿות־אַבֿותינו, װוּ מיר האָבן געהאַט אונדזער בית־יהמיקדש, אונדזערע כּהנים און לױים, אונדזער אָרגל, אתנדזערע נבֿיאים, אונדזערע מלכים, מלכי בית־דוד ― נײן! קענסט דיר זאָגן װאָס דו װױלסט, עס װועט זיך בײַ קײנעם ניט עפֿענען אַ מױל, אַפֿילו בײַ די גרעסטע שׂונאים

און223