מנחם־מענדל [2]: שײנע־שײנדל צו איר מאַן מנחם־מענדל 15

שלום עליכם (אַלע װערק)

שײנע־שײנדל פֿון כּתרילעװקע צו איר מאַן מנחם־מענדל אין װאַרשע:

15

לכּבֿוד בעלי היקר החכם מופֿלג הנגיד המפֿורסם מוהר″ר מנחם־מענדל נ″י!

ערשטנס קום איך דיר צו מעלדן, אַז מיר זענען דאָ אַלע גאָט צו דאַנקען אין בעסטן געזונט. גיב גאָט דאָס נעמלעכע פֿון דיר צו הערן אױף װײַטער ניט ערגער.

צװײטנס שרײַב איך דיר, בעלי־היקר, אַז איך האָב דורך דיר חרפּות־בושה, איך קען די גאַס ניט דורכגײן. חכמים יונגעלײַט שטעלן מיך אָפּ: „װאָס איז די מעשׂה, פֿרעגן זײ מיך, מיט אײַער מאַן, װאָס ער האָט זיך איבערגעקערט, פּלוצעם געװאָרן אַ מאַנגאָלעניק?“… דאָס מײנען זײ דאָס לאַנד, װאָס דו האָסט אױסגעשקראָבעט פֿון זײערט װעגן ערגעץ אין אַל די שװאַרצע יאָר אין מאַנגאָלע און מאַכסט אױף דעם פּראָיעקטן. זײ זענען צעניסטן, פֿאַרדריסט זײ, פֿאַר װאָס דו האַלטסט ניט פֿון ארץ־ישׂראל, ארץ־ישׂראל איז בעסער. ארץ־ישׂראל, זאָגן זײ, איז אונדזערס, און מאַנגאָלע ליגט ערגעץ װײסט עס דער רוח! זײ האָבן, זאָגן זײ, דורך דיר אַ שאָדן. זײ האָבן גערעכנט דיר מיטגעבן אַ בריװ קײן װין, אַזױ װי אין װין איז אַ גאָנגרעס פֿון צעניסטן און אַזױ װי דו פֿאָרסט במילא קײן װין אױפֿן גאָנגרעס, דאַרפֿן זײ שיקן אַ מענטשן ס'זאָל זײ קאָסטן געלט און קײן געלט האָבן זײ ניט, אַמער װעלן זײ שיקן דיך, װעלן זײ יוצא זײַן און פֿאַרשפּאָרן הוצאָות, װי זאָגט די מאַמע, אַ כּשרער טאָפּ מיט אַ כּשרן לעפֿל… נאָר אַז דו האָסט זיך אָפּגעשמדט זאָגן זײ, אָפּשמדן זאָלן זײ זיך דיר אַלע ביז אײנעם, און דו ביסט גאָר געװאָרן אַ מאַנגאָלעניק, זענען זײ געבליבן אָן אַ חזן. און באמת, צו װאָס האָט דאָס דיר געטױגט, מענדל? איך בין טאַקע אַ ייִדענע און בין אין די זאַכן ניט אַזױ געניט װי דו. נאָר מיר דאַכט, און די מאַמע זאָגט אױך דאָס װאָס איך זאָג, אַז אַן אײגנס איז ניט פֿרעמדס און פֿרעמדס איז ניט קײן אײגנס.. נאָר װאָס װעט מיר העלפֿן מײַן שרײַבן, מישטײנס געזאָגט? דיר אַז ס'קומט אַרײַן אין קאָפּ אַרײַן אַ משוגעת! װאָס מען זאָל דיר ניט זאָגן, איז באָם! מען פּועלט בײַ דיר גיך! ביסט געװען אין מאַנגאָלע? האָסט דאָס אָנגעקוקט? װאָס לױבסטו דאָס אין טאָג אַרײַן? דו הערסט װאָס מעקלערס װעלן דיר דערצײלן? װאָס װײס אַ מעקלער? אַ מעקלער װיל פֿאַרדינען ― אַבי אַ געשעפֿט, װײַטער װאָס גײט אים אָן? צי אפֿשר האָסטו אַ מחשבֿה מיך מיט די קינדער מיט דער מאַמע זאָל לעבן אַרױסנאַרן אַהין צו צו? זאָג איך דיר פֿריִער, בעלי־היקר, זאָלסט זיך עס אַרױסשלאָגן פֿונעם קאָפּ. אין דער ערד אַרײַן װעל איך דיר פֿאָרן ניט קײן מאַנגאָלע! לאָזן פֿריִער פֿאָרן אַהין צו די נגידים דײַנע װאָס דו האָסט אױסגערעכנט אין דײַן בריװ, אַז זײ װעלן קומען אױפֿן אָרט אם־ירצה־שם און װעלן זיך באַזעצן און װעלן אַ ביסל אױסגעריסן װערן פֿריִער, און דערנאָך, אַז זײ װעלן אונדז אַרײַנשרײַבן אַ בריװל אַז ס'איז גוט און װױל און פֿאַרטיק אַלצדינג אַרום און אַרום, װעלן מיר ערשט דעמאָלט האָבן אַ שטיקל ייִשובֿ, צי מיר זאָלן גײן, צי מיר זאָלן ניט גײן? נאָר בלאָטע! דײַנע נגידים װעלן בעסער זיצן דאָ אין עושר און אין כּבֿוד, אין גוטס און אין װױלטאָג, דער אין יעהופּעץ, דער אין װאַרשע, און דער אין באַקו, און אונדז װעלן זײ הײסן פֿאָרן קײן אױס רײַסן צו אַל די שװאַרצע יאָר, װי זאָגט די מאַמע: מיט פֿרעמדע הענט איז גוט פֿײַער שאַרן און אױף יענעמס באָרד איז גוט זיך צו לערנען שערן… נאָר איך האָב מורא אַז פֿון דײַן מאַנגאָלע און פֿון זײער ארץ־ישׂראל זאָל זיך ניט אױסלאָזן דאָס װאָס פֿון אַלע דײַנע חלומות, און די װעלט װעט בלײַבן אַ װעלט, דאָס הײסט די נגידים אין יעהופּעץ װעלן טאַקע לעבן אַ גוטן טאָג, פֿאַרשטערט זאָל זײ װערן, און מיר דאָ אין כּתרילעװקע װעלן אױסגעריסן װערן, װי מיר זענען אױסגעריסן געװאָרן ביז אַהער ליגן אין ענגשאַפֿט, שטיקן זיך אױף דערװאָרגן צו װערן און נאָכקרימען אַלצדינג װאָס אין יעהופּעץ, װי די מאַלפּעס. ניט נאָר מיט דער מאָדע און מיטן רישעות רעדן ― מיט אַלצדינג מאַכן זײ נאָך יעהופּעץ. מ'קען זאָגן כּמעט פֿאַר זיכער, אַז ס'איז שױן גאָר ניטאָ אַזאַ זאַך אין יעהופּעץ, װאָס עס זאָל ניט זײַן פּונקט דאָס אײגענע בײַ אונדז אין כּתרילעװקע. װי זאָגט די מאַמע: ס'שטײט געשריבן, אַז װאָס ס'איז פֿאַראַן אין פֿלעשל איז פֿאַראַן אין גלעזל… אַ סך האָבן מיר צו פֿאַרדאַנקען אונדזער נײַעם נגיד שלמה־װעלװל שאַרלאַטאַן, אָט דעם װאָס איך האָב דיר אַנומלטן געשריבן װעגן דעם פּסק, װאָס ער האָט געהאַט מיטן פּריסטאַװס פּאָפּוגײַ ― ער פֿאָרט אַלע װאָך קײן יעהופּעץ, זעט ער זיך אָן דאָרטן מיט װוּנדײרעם, נסים־ונפֿלאָות. און אַזױ װױ געלט האָט ער און אַ שאַרלאַטאַן איז ער, ברענגט ער אַלע מאָל צו פֿירן פֿון דאָרט אַ נײַ אַרטיקל, װאָס װען איך זאָל עס ניט זען נאָך צװאַנציק יאָר, װאָלט איך דאַכט מיר אױך ניט געבענקט נאָך דעם, װי איך האָב ניט געבענקט ביז אַהער. למשל, אײן מאָל איז ער זיך מישבֿ, שלמה־װעלװל הײסט עס, און ער ברענגט צו פֿירן אַ זאַך, װאָס עס זינגט פֿון זיך אַלײן אַלערלײ ניגונים פֿון די גרעסטע חזנים פֿון דער װעלט. אַז דו שטײסט פֿון דער װײַטן, מאָלט זיך דיר אױס אַז דו ביסט אין אַ שול און דער חזן זינגט און די זינגערלעך האַלטן אים אונטער. נאָר אַז דו גײסט צו פֿון דער נאָענט, זעסטו אַז ס'איז דער שואַרצער־יאָר װײסט װאָס, אַ יאַשטשיק, טפֿו זאָל ער וערן! פֿון אַ פֿערדעפּיאַן איז קײן רײד ניט. אַ פֿערדעפּיאַן האָט ער שױן לאַנג געבראַכט צו פֿירן, נאָך פֿאַר דער אײַזערנער שאַפֿע, װאָס צען גױיִם קאָנען זי ניט רירן פֿונעם אָרט. דאָס האָט ער געבראַכט צוליב די טעכטערלעך די באַרישנעס, װאָס טאַנצן פֿראַנק און פֿרײַ מיט בחורים אױף אַלע חתונות. אײנע האָט זיך שױן ברוךיהשם גוט אױיסגעטאַנצט, אַ מכּה איר! זי איז אַנטלאָפֿן מיט אַ בחור, מיט דאָדי מעזשיריטשקעס אַ זונדל, נאָך אַ שענערער ייִחוס פֿון שלמה" װעלװל שאַרלאַטאַן. האָט מען זי גאַנץ פֿײַן געשטעלט אַ חופֿה ― מזליטוב, אַ װיסטער מזל אױף איר קאָפּ, טאָמער װײסטו, װאָס האָט זי באַדאַרפֿט אַנטלױפֿן? ױ באַלד חתונה האָבן האָט זי דאָך געקענט מיט גוטן? חתונה האָבן זאָגט די מאַמע, איז ניט קײן אָנזעץ און ניט קײן פּאָגראָם, װאָס מען דאַרף אַנטלױפֿן. נישט מער, דער תּירוץ איז: אַזױ קומט עס אױס שענער. אין די ביכלעך שטײט אױך אַזױ ― פֿריִער אַנטלױפֿט מען, דערנאָך קומט מען און מען האָט חתונה.. בײזע צינגער זאָגן, אַז ס'איז גאָר אין גאַנצן געװען אַן אָנשטעל, דאָס אַנטלױפֿן הײסט עס. עס װאָלט סײַ ױ סײַ געװען, זאָגט מען, אַ שידוך. נאָר אַזױ װי עס האָט זיך געטראָפֿן, זאָגט מען, בײַ זײ אַן אומגליק און מ'האָט באַדאַרפֿט חתונה מאַכן דאָס פּאָרפֿאָלק װאָס גיכער, האָט מען מורא געהאַט די שטאָט זאָל ניט געװױר װערן, האָט מען צוגעטראַכט אַ בהלה.. נאָר כּתרילעװקע איז ניט די שטאָט, װאָס מען נאַרט זיך אָפּ. מען געדענקט גאַנץ גוט װען די חופּה איז געװען און נישקשה, מען װעט שױן זען אם־ירצה־שם, זאָגט די מאַמע, װען עס װעט זײַן דער ברית… איצט איז זיך מישבֿ אָט דער שלמהװעלװל און טוט איף אַ נײַס, װעסטו הערן װאָס אַ שאַרלאַטאַן קען!

פֿאַראַן, זאָגט מען, אין יעהופּעץ לוזיאָנען. אַזעלכע טרעיאַטערס, װאָס פֿאַר געסט באַװײַזט מען דיר לעבעדיקע מענטשן אױף דער װאַנט, מיט חיות, מיט עופֿות, מיט פֿערד, מיט הינט, מיט קעץ, מיט װאָס דו װילסט, און די מענטשן דרײען זיך דאָרט אַרום װי לעבעדיקע און די פֿערד לױפֿן, און ס'טוט זיך, ― אַ שׂימחה, אַ גדולה! ― און אַלץ אַבי אױסנאַרן די פּיטאַקלעך. פֿאַלט אים אײַן אַ מחשבֿה, טאַקע אָט דעם שלמה־ועלװל שאַרלאַטאַן: אין יעהופֿעץ מעג מען שלעפּן בײַם עולם פּיטאַקלעך און אין כּתרילעװקע ניט! דאַכט זיך, ס'איז דאָ

212

בײַ אונדז אױך גענוג לײדיקגײערס, װאָס שפּילן גאַנצע נעכט אין קאָרטן. אַמער, לאָזן זײ בעסער גײן אין טרעיאַטער און זען די קונצן װאָס ער, שלמהזועלװול הײסט עס, װעט זײ באַװײַזן. און מ'קאָן ניט זאָגן, אַז ער איז אין גאַנצן אומגערעכט. אײדער שפּילן אין קאָרטן איז שױן טאַקע גלײַכער טרעיאַטער. װאָס זשע טוט אַזאַ ייִד װױ שלמה־װעלװל? אַ הױף האָט ער אַן אײגענעם, און אַ קאַמער אַ גרױסע, כאָטש הינט צו פֿאַרטרײַבן, גײט ער און שטעלט אס בענק אין דער קאַמער, קלעפּט אױס רױטע אַפֿישעס, שטעלט אַװעק אַ שפּילקעסטל בײַ דער טיר און צװײ בחורים בײַם טױער זי זאָלן שלעפֿן בײַ די פּאָלעס:;אַהער, ייִדן לוזיאָן!*… נאָר מען פֿאַרשפּאָרט שלעפּן, עס האָבן זיך אַ שאָט געגעבן צו אים בחורים און מײדלעך, יונגע־לײַט און װײַבלעך און מ'האָט אָנגעפֿולט די קאַמער, ױ אין אַ שטײַג הינער ― און װאָס זאָל איך דיר שרײיבן, בעלי היקר? ס'איז אים אַװעקגעגאַנגען מיט אַזאַ הצלחה, ס'זאָל אים נאָר פֿאַרשטערט װערן, רבונו" של־עולם, ױ מען טראָגט אים פּיטאַקלעך טאָג און טאָג! פֿון זינט ער האָט גע" עפֿנט דעם לוזיאָן איז בײַ אים פֿול ױ אַן אױג, אַחוץ שבת. ער האָט נאָך געװאָלט, דער שאַרלאַטאַן, שבת אױך עפֿענען דעם לוזיאָן, האָט מען אים געשיקט זאָגן, אַז טאָמער װועט ער זיך דערװעגן טאָן אַזאַ זאַך,. װעט מען אים צעטראָגן די קאַמער מיטן הױף מיט דער שטוב, אַזױ אַז ער װעט שױן פֿאַרזאָגן קינדסקינדער! האָט ער זיך אַפֿילן געהאַט אױיסגעלאַכט און געזאָגט, אַז ער האָט פֿאַר אַזעלכע סטראַשונקעס קײן מורא ניט, ער איז, זאָגט ער, אַ חשובֿ בײַ נאַטשאַלסטװע, אױסגעבונדן מיט דער גאַנצער פּאָליציע. נאָר פֿון דעסטװעגן האָט ער דאָס נײַניעריקע, און שבת איז בײַי אים דער ליאָן צו. נאָר װאָס אַרט עס אים? ער האָט גענוג עולם אין דער װאָכן. ער מעג עס אױסקרענקען, און פֿריִער פֿאַר אַלץ װאָלט ער באַדאַרפֿט אױסקרענקען די פּיטאַקלעך, װאָס ער האָט בײַ מיר אױסגענאַרט פֿאַר מיר און פֿאַר די קינדער און פֿאַר דער מאַמע זאָל לעבן און פֿאַר דער גאַנצער משפּחה. װען ניט די מאַמע, װאָלט איך דען צו אים אַרײַנגעטראָטן אַפֿילו? ניט דערלעבן װאָלט דאָס בײַ מיר זײַן לוזיאָן, אַז איך זאָל גײן מיט אַלע דינסטמײדלעך זיך שטופּן און קוקן אױף זײַן בײז װוּנדער! נאָר אַז די קינדער זענען געקומען פֿון חדר און גענומען בײַ מיר בעטן איך זאָל זײ געבן צו פּיטאַקלעך, זײ װילן גײן אין לוזיאָן,. אײן מאָל און צװײ מאָל און דרײַ מאָל, האָב איך זי גוט אױיסגעשאָלטן און געגעבן װאָס בײַ מיר אױפֿן האַרצן טוט זיך. איז דאָך די מאַמע אַ באָבע, קאָן זי ניט צוזען װי די אײניקלעך בעטן זיך, האָט זי אױף זײ רחמנות און נעמט זיך אָן זײער קריװדע: אװאָס װעט דיך אַרן, זאָגט זי, אַז זײ

213

װעלן זיך דורכגײן? קינדער, זאָגט זי, װױלן אַ קוק טאָן, מילא, װאָס קאָן דאָ זײַן, שקראַב, זאָגט זי, װעט שױן שקראַביקער ניט וערן.." הײב איך איר אָן זאָגן מסתּמא, אַז איך האָב מורא לאָזן די קינדער אַלין, דער רוח ױיסט װוּהין און מיט װעמען. זאָגט זי צו מיר: ,גײ אױך מיט זײ. פֿאַר װאָס, זאָגט זי, זאָלסטו אױך ניט אָנקוקן אַ װעלט? װאָס ביסטו, זאָגט זי, אַזאַ פּרעסטאַרעץ? צי דו האָסט, זאָגט זי, אַזאַ גליקלעכע װועלט בײַ דײַן באַשערטן, װאָס שאַרט דיר צו, זאָגט זי, אַלע װיײילטיקן מיט אַלע פֿאַרגעניגנס, 09 ― נו?*,. די מאַמע אַז זי װױל עפּעס זאָגן, קען זי!.. און אָט אַזױ האָט זי מיך איבערגערעדט. נאָר װאָס דען? מיט אַ תּנאַי, האָב איך איר געזאָגט ― אַז זי זאָל אױך מיטגײן. װאָס װעט זי בלײַבן אײנע אַלײן? לאָז זי אױך װיסן פֿון אַ װעלט. איר נשמה איז קײן נשמה ניט?

הכּלל, מיר האָבן זיך צונױפֿגענומען אַלע, איך און די מאַמע און די קינדער און די שװועסטער מײַנע מיט אַלע זײערע קינדער, ױ זאָגט די מאַמע, גאַנץ קעקעלע קהל, און אַלע אױף מײַן חשבון, אַז איך בין שױן הײַנט, מישטײנס געזאָגט, די נגידית אין דער משפּחה. און מיר זענען אַװעק אין דעם שײנעם לוזיאָן, אינעם טרעיאַטער הײסט עס, און װאָס זאָל איך דיר זאָגן, בעלי היקר } איך בין דיר גאָרניט אומשטאַנד צו באַשרײַבן אַלצדינג, װאָס מיר האָבן זיך דאָרט אָנגעזען! קודם־ כּל איז געװען פֿינצטער־חושך, כאָטש נעם זיך אַרױס אַן אױג, און אַן ענגשאַפּט איז געװען, אױף דערשטיקט צו וערן. טאַקע שיִער ניט דער" שטיקט געװאָרן אַ װײַבל אין נײַנטן חודש. אַ גליק, װאָס מ'האָט זי אַרױסגעפֿירט מיט פּאָליציע, אַזױ שטאַרק האָט זי געקװיטשעט! דערנאָך האָט זיך באַװױזן אױף דער װאַנט אַ מענטש און נאָך אַ סך מענטשן, רײַטנדיק אױף פֿערד און אָן פֿערד, און אַלע לעבעדיקע, און אַלע מענטשן מאַכן מיט די הענט, און אַלע פֿערד לױיפֿן אײנס איבער דאָס אַנדערע מיט אַזאַ אימפּעט, אַז װי אַזױ זײ ברעכן ניט דעם קאָפּ, פֿאַרשטײ איך ניט! נישט מער, אײן זאַך, װאָס מ'הערט זײ ניט רעדן. אַניט װאָלסטו געמײנט באמת, אַז די מענטשן זענען מענטשן און די פֿערד זענען פֿערד. צום סוף איז דאָס אַלצדינג אַ חלום, אַן אָנשטעל, אַ נעכטיקער טאָג! דרײַ מאָל האָט די מאַמע אױיסגעשפּיגן נאָכדעם, אַז מיר זענען אַרױסגעגאַנגען פֿון דאָרטן אױף דער ליכטיקער װעלט, פֿון דעסטװעגן האָט זי געזאָגט אַז ס'טוט איר באַנג, װאָס דער טאַטע איז געשטאָרבן. נעכײַ בי, זאָגט זי, װאָלט ער אױך געלעבט און אָנגעקוקט דעם דאָזיקן נאַרישן חלום אײדער, זאָגט זי, ער זאָל ליגן אין דער ערד און די בײנער זײַנע זאָלן פֿױלן… אַז אױף יעדן טריט און אױף יעדן שריט דערמאָנט זי דיר דעם טאַטן עליו־השלום, כאָטש דער פֿעטער אַבֿרהם־משה

218

דרינגט מיר, אַז זי װעט נאָך אַ מאָל חתונה האָבן פֿאַר אַן אַנדערן מאַן, ער זאָל שױן אַזױ האָבן די באָרד! איך האָב אים געגעבן אַ חתונה האָבן, אַז ער װעט שױן פֿאַרזאָגן אַ צענטן! איך האָב אים געזאָגט דעם גאַנצן אמת, אַז מיר זענען ניט גלײַך, זאָג איך, צו אײַך, מאַנסבילן, און אַז אײדער אַ מאַן, זאָג איך, זאָל בלײַבן אַן אַלמן און ברענגען די קינדער, זאָג איך, אַ מתּנה אַ שטיפֿמאַמע, זאָלן מיר שױן בעסער, זאָג איך, בלײַיבן אַלמנות, װי עס װינטשט דיר פֿיל גוטס און אימער גליק דײַן באמת געטרײַע פֿרױ שײנע־שײנדל

מײנסטו אפֿשר, מענדל, אַז עס האָבן זיך ניט געפֿונען בײַ אונדז קײן בעלנים, װאָס װילן זיך צונױפֿלײגן אַלע אין אײנעם און עפֿענען נאָך אַ לױאָן? אַז אין יעהופּעץ, זאָגן זײ, איז פֿאַראַן צװאַנציק לוזיאָנען און אין װאַרשע פֿערציק, מעג אין כּתרילעװקע, זאָגן זײ, זײַן צװײ. זײ האָבן זיך פּשוט מתקנא געװען אָן שלמה" װעלװל שאַרלאַטאַן, װאָס ער האָט פּרנסה און אַזאַ גרינגע פּרנסה. װי זאָגט די מאַמע: ס'שטײט געשריבן, אַז דערפֿאַר לײגט מען אַ טױטן שאַרבנס אױף די אױג, װאָס אַז ער האָט געלעבט, האָט ער באַגערט מיטן האַרצן אַלצדינג װאָס ער האָט געזען מיט די אױגן…

215

מנחס־מענדל פֿון װאַרשע צו זײן װײַב שײנע־שײנדל אין כּתרילעװקע

19

לזוגתי היקרה החכמה הצנועה מרת שײנע־שײנדל שתחי"

ר א שי ת בין איך דיר מודיע, אַז איך בין ברוך:השם בקו החײם והשלום, השית"ב זאָל העלפֿן מ'זאָל תּמיד האָרכן אײנס פֿון דאָס אַנדערע נאָר גוטס מיט בשׂורות טובֿות ישועות ונחמות בתּוך כּללײשראל ― אָמן.

וה שנית זײַ װיסן זוגתי היקרה, אַז דײַנע כּתרילעװקער ציוניסטן האָבן אַ גרױסן טעות, אױב זײ מײנען אַז איך האָב מיך ,איבערגעקערט", געװאָרן פֿון אַ ציוניסט אַ טעריטאָריסט. װאָס איז שײך? איך בין קײן מאָל ניט געװען ניט קײן ציוניסט און ניט קײן טעריטאָריסט. איך בין אַלע מאָל געװען אַ ייִד און אַ ייִד װעל איך בלײַיבן… און כאָטש איך טראָג ניט אױף זיך דעם שטעמפּל ציון און אױף מײַן שטערן איז ניט אָנגעצײכנט קײן מגן"דוד, פֿון דעסטװעגן האָסטו מורא, אַז איך פֿאָר ניט גלײַך מיט אַלע ציוניסטן אױפֿן קאָנגרעס קײן װין? װאָרעם איך, אַז איך דערהער דאָס װאָרט ,ציון" אָדער אירושלים" כאַפּט מיך אַװעק דער רוח. עס טוט מיך אַ ברען און עס נעמט מיך דורך אַ בענקעניש נאָך אונדזער אַלטער הײם און נאָך אונדזער מלוכה, און מײַן נשמה לעכצט, גײט אױס, חלשט נאָך װאָס ניט איז, אַבי אַן אײגנס, כאָטש אַן אײגענעם ייִדישן גאָראָדאָװאָי, כאָטש אַן אײגענעם, אַ ייִדישן פּאַספּאָרט מיט ייִדישע אותיות אָפּגעדרוקט: ;זה הפּספּורט שײך להרבנו מהר"ר מנחם־מענדל מארץײשראל". אױ, ױ דער" לעבט מען דאָס! און אין דער אמתן אַרײַנגערעדט, למאַי זאָלן מיר זיך נאַרן? לאָז מען אונדז געבן דרײַצן אַנגאָלעס מיט אַכצן גאַלװיסטאָנס מיטן גאַנצן לאַנד אַמעריקע אַפֿילו לאָז מען אונדז אַװעקשענקען, װעלן מיר עס דען אַװעקגעבן פֿאַר אײן שטיקעלע ערד אין ארץ־ישׂראל? ס'איז דאָך נאַריש! װאָס װעלן מיר טאָן, למשל, מיטן ירושלים עירך ברחמים תשוב? און מיטן ותחזנה עינינו בעזובך לציון, װאָס מיר זאָגן דרײַ מאָל אין טאָג בײַם דאַװנען? צי אַ שטײגער, װאָס װעט זײַן מיטן ובנה ירושלים עיר הקודש(, װאָס אינעם בענטשן 1 אױסמעקן? אַרױסװאַרפֿן? טאַקע אַ יושר! ― נײן, זוגתי היקרה, ניטאָ קײן נענטערס פֿאַר אונדז װױ ארץ־ישׂראל. אי איך לײג אײַן ― זאָגסטו ― די װעלט פֿאַר אַנגאָלע?

216