מנחם־מענדל [2]: שײנע־שײנדל צו איר מאַן מנחם־מענדל 11

שלום עליכם (אַלע װערק)

שײנע־שײנדל פֿון פֿתרילעװקע צו איר מאַן מנחס"־מענדל אין װאַרשע

11

לכּבֿוד בעלי היקר החכם מופֿלג הנגיד המפֿורסם מוהר"ר מנחם־מענדל נ"י!

ר א שית קם איך דיר צו מעלדן, אַז מיר זענען דאָ אַלע גאָט צו דאַנקען אין בעסטן געזונט, גיב גאָט דאָס נעמלעכע פֿון דיר צו הערן אױף װײַטער ניט ערגער. צװײטנס שרײַב איך דיר, בעלי היקר, אַז דײַן נײַער פּלאַן מיט דער קאַװיאַרניע, װאָס דו װױלסט עפֿענען אין װאַרשע, הײבט מיר ניט אָן צו געפֿעלן, װײסטו פֿאַר װאָס? װײַל ס'עט דערפֿון גאָרניט זײַן, מ'עט נאָר רעדן און רעדן און דערבײַ װעט דאָס בלײַיבן. אַלע ייִדישע אַסיפֿות זענען אַזױ. מײנסט בײַ אונדז איז בעסער? אונדזערע כּתרילעװקער האָבן אױך אַזאַ טבֿע. פֿריִער היצט מען זיך, דערנאָך אַז ס'קומט צו עפּעס איז ניטאָ קײנער אין דער הײם. ס'װעט נאָך זײַן גוט, אַז ס'װעט זיך ניט קאָנטשען מיט פּעטש. ױ זאָגט די מאַמע: סישטײט געשריבן, אַז בײַ ייִדן זאָל זײַן כאָטש אַ ברעקעלע אַחדות, װאָלט עזין לאַנג געקומען מעזיח… ובפֿרט דאָרט, װוּ מען קאָן זיך ניט באַגײן אָן געלט. תּמיד אַזױ, װי באַלד עס קומט צו דער מטבע, אַזױ פּגרן אױס אַלע נגידים אין שטאָט, װי די פֿיש אין טײַך, אַז עס פֿאַלט אָפּ דאָס װאַסער. אַזאַ טבֿע האָבן זײ. די נגידים, פֿון דער גאַנצער װעלט. מװעט יענעם ניט געבן און מװעט זיך אַלײן ניט פֿאַרגינען, נאָר פֿון דעסטװעגן לאָז קומען צו פֿאָרן אַ רבי, אַ בעל־מופֿת, אַ חזן, אַ דאָקטאָר, אַ מגיד, אַ נשׂרף אַ ירושלים־ייִד, אַ שלאַק, אַ שװאַרץ־יאָר ― װעט מען אים טראָגן קערבלעך פֿון אַלע זײַטן. װעסט גאָרניט װיסן, פֿון װאַנען האָט זיך גענומען אין שטאָט אַזױ פֿיל געלט? אָט איז אַראָפּגעקומען צו אונדז ערשט יענע װאָך אַ רב, איז ער אַזױ אַ רב, ױ איך בין אַ רביצין, נאָר ער האָט זיך אַרױסגעגעבן פֿאַר אַ רב, פֿון אױס רײַסן האָט עס אים געבראַכט צו טראָגן! אַראָפּגעקומען, אָפּגעשטעלט זיך אױף אַ געהױבענער סטאַנציע ― דװקא בײַ חנה־מלכּה די יאָדערקע אױף דער אַכסני און אַרױסגעלאָזט אַ קלאַנג, אַז ס'איז אַראָפּגעקומען אַ האַלבער גוטער ייִד און אַ האַלבער דאָקטאָר, װאָס הײלט אױס קראַנקע, מאַכט קינדער געזונט און פֿאַרלענגערט אַלעמען די יאָרן ― ממש מחיה־מתים פֿון טױט לעבעדיק! אין אַלע שולן און בתּײמדרשים האָט ער אױס"

{2 168

געהאָנגען צעטלעך, אױסגערעכנט אַלע קרענק, װאָס ער הײלט, װאָס פֿאַר אַ קרענק דו װילסט. װילסטו קדחת, װילסטו קאָפּװײטיק, װילסטו האַרצװײטיק, בױבװײטיק, אױגן־װײטיק. און װוער ס'איז שלאַף אױף די פֿיס, אָדער אױף דער לעבער, אָדער גאַלשטײנער, אָדער אײנער האָט אַן אַלטן ערמאַטיז, אָדער אַ גוטע טשעכאָטקע און הוסט, אָדער ער איז גלאַט געלײמט ― זאָל ער קומען צו אים, װעט ער אים געבן אַ רפֿואה־שלמה, געבן זאָל אים גאָט קרענק פֿאַר אַלע ייִדן װי ער האָט דאָס אַ ביסל אַרײַנגעלײגט די ייִראה אין דער טומאה, זאָלסטו אָנקוקן אַ ייִד אין באָרד און פּאות, טראָגט אַ יאַנפּערעק מיט אַ לאַנגן טלית־קטן ביז די קניִען, רעדט מיט גאָט און איז זיס ױ צוקער, מיט װײַבער איז ער פֿון דער װײַטן, אַ מכּה אים אַ גרױסע, קוקט ניט אין פּנים, אַרױס זאָלן אים די אױגן, גיט אַלעמען אין אַ פּאַפּירל אַ ביסל קרײַטעכצער ― געבן זאָל אים גאָט אַ נײַע נשמה, זאָגט אָן אפֿשר צען מאָל, אַז מ'זאָל ניט עסן אױפֿן ניכטערן האַרצן און ניט טראַכטן פֿון קײן זאַך און דער עיקר ניט רעדן די גאַנצע צײַט װאָס מען נעמט אײין זײַן רפֿואה, און בעת־מעשׂה װינטשעװועט ער צו אַל דעס גוטס מיט אַ שמײכל און מיט אַ קרעכץ, און נעמט װיפֿל מען גיט אים ― נעמען זאָל אים בײַם בױך, דינגט זיך כּמעט גאָרניט, סײַדן ער װײסט, אַז יענער האָט און װױל ניט געבן… פֿון װאַנען װײס ער, װער עס האָט און ער עס האָט ניט, פֿרעגסטו? חכם אײנער! חנה־מלכּה איז דאָך דאָ אױף דער ועלט, אַ מכּה זאָל זיך איר זעצן אױפֿן פּנים! אַ סבֿרה, אַז די יאָדערקע, אױסקרענקען זאָל זי דאָס, האָט זיך גצ" טײלט מיט אים אױף דער האַלב, נאָר געװױר געװאָרן איז מען דאָס ערשט העטהעט. פֿריִער איז גאָר קײנעם ניט געקומען אױפֿן זינען, מזאָל אַ פֿרעג טאָן, װאָס איז די מעשׂה, װאָס די יאָדערקע לױפּט אַרום ױ אַ פֿאַרסמטע מױז און פֿױקט איבער דער שטאָט און דערצײלט זיך אָן נסים־ונפֿלאות מיט װוּנדײרים פֿון דער װעלט, און שװערט זיך, זי זאָל אַזױ האָבן אַל דעס גוטס, ― אָמן! װי אַזױ דער רב דער בעל־מופֿת, װאָס שטײט בײַ איר סטאַנציע, האָט אױסגעהײלט פֿאַר אירע אױגן מיט אײן ביסל קרײַטעכצער אַ בחור פֿון נײַנצן יאָר, װאָס האָט געהוסט אַזױ, אַז מ'האָט באַדאַרפֿט הערן אין דער דריטער גאַס, און אַ קינד װאָס האָט געהאַט די ראָר, שױן גאָרניט גערעכנט אַז ס'װעט לעבן, און אַ ייִדענע, װאָס האָט זיך געקלאָגט אױף אַלצדינג, און נאָך אַ ייִדענע, װאָס איז געװען הײזע" דיק װי די װאַנט, און נאָך אַ ייִדענע, װאָס ס'האָט איר אױסגעדרײט, ניט אין מײַן מאָס, דעם האַלדז אױף אַ זײַט, און אױגן, װיפֿל קראַנקע אױגן, טאַטעניו,. דער האָט שױן אױסגעהײלט! אַזױ האָט אױיסגעקלאַפּט חנה־מלכּה די יאָדערקע, ס'זאָל

169

אױף איר קומען פּרעהט שלעק און המנס מפּלה. װאָס װײסט איר, זאָגט זי, װאָס בי אים טוט זיך! אױף און אָפּ, אױף און אָפּ! און צום מײנסטן מיט אױגן, און צום מײנסטן די אָנגעלאָפֿענע פֿון די דערפֿער, די װאָס װילן נעבעך קײן אַמעריקע און האָבן מורא פֿאַר די אױגן, שטופּן זײ זיך צו אים מיט זײערע אױגן סײַ קראַנקע, סײַ געזונטע, און ער טוט אַ שמיר איבער די אױגן מיט עפּעס א װאַסערל ― און שױן!

אַזױ האָט זי געקלאַפּט די יאָדערקע מיטן צונג װעמען זי האָט באַגעגנט, יונג און אַלט, אָרעם און רײַך, זיך געױשט די ליפֿעלעך און פֿאַרגלאָצט די אײ" געלעך אַרױף, זי זאָל גאָר קײן גוטס ניט פֿאַרמאָגן, װײַל זי װעט לעבן, װאָרעם װען ניט זי, װאָלט איך דען געװען בײַ דעם דאָזיקן שלימזל, זײַן זאָל ער דיר אין גאָטס ערד! נאָר אַז יענע האָט אָנגעהױבן מיט איר פּיסקעלע, חנה־מלכּה הײסט עס, האָב איך געמײנט, ס'איז תּורת־ לאָקשן, ― און איך קום אַהײם און דערצײל דער מאַמען, זאָגט מיר די מאַמע: מ'קאָן ניט װיסן, אפֿשר האָט אָט דער ייִד אין זיך אַ כּוח, װאָרעם ס'שטײט געשריבן, זאָגט זי, אַז װאָס אײנער האָט ניט אין די הענט, האָט דאָס דער אַנדערער אין די אױגן.. און האָט גענומען מיך | צורעדן, איך זאָל מיך דורכגײן צו אים, װאָס װעט מיך אֵרן זאָגט זי, טאָמער װועט ער מיר געבן עפּעס צוֹ דער ספּאַזמע, זי זאָל זיך מיר חלילה ניט אָנרופֿן, זאָגט זי, נאָך אַ מאָל… האָב איך איר געזאָגט, אַז די ספּאַזמע בין איך אים מוחל, איך װעל מיך בעסער דורכגײן צו אים מיט משה־הערשעלען, מיר פֿאַר זיַנע בײנער, ער איז אַזױ אױסגעמאָגערט און אַזױ אױסגעבלײכט, אַז איך װײס גאָר ניט װאָס דאָס איז! צי עס קומט פֿונעם לערנען, אַז טאָג װי נאַכט נאָר געלערנט און נאָר געלערנט! צי עס נעמט זיך פֿונעם װאַקסן ― ער װאַקסט אין דער הײך װאַקסט ער, װי אַ סאָנישניק. אַזױ האָב איך געזאָגט דער מאַמען האָט מיך די מאַמע אָפּגעשלאָגן און אַלץ געטענהט, אַז איך אַלײן זאָל בעסער זיך דורכגײן צו אים, איך בין אַ מאַמע, זאָגט זי, בין איך בילכער. אַזױ לאַנג האָט זי מיט מיר איַנגעטענהט, ביז מיר האָבן גענומען און זענען בײדע אַרײַנגעגאַנגען צו אים, איך און די מאַמע הײסט עס, האָט ער אונדז בײדן באַטראַכט מיט אײן אױג ― אַרױס זאָל עס אים אױף יענער זײַט, און האָט אונדז מכבד געװען מיט אַ ביסל קרײַטעכצער, האָבן זי אַ טעם, אַזאַ טעם זאָל ער פֿילן אין אַלצדינג, רבונו־שלעולם, און אָנגעזאָגט האָט ער אונדז, מיר זאָלן ניט עסן אױפֿן ניכטערן האַרצן, ניט: טראַכטן פֿון קײן זאַך און ― דער עיקר ― ניט רעדן די גאַנצע צײַט װאָס מיר װעלן נעמען זײַן רפֿואה,.. מאָל דיר, ניט מער זאָל ער לעבן, װיפֿל מיר

20

האָבן גענומען זײַן רפֿואה, מיר האָבן זײַנע קרײַטעכצער באַלד אַרױסגעװאָרפֿן דורכן פֿענצטער, ױ נאָר ס'איז אָנגעקומען דער געזעט, אַז מ'זאָל זיך היטן פֿונעם רֹב, װאָס פֿאָרט אַרום פֿון שטאָט צו שטאָט און פֿאַרשטעלט זיך פֿאַר אַ דאָקטאָר, װאָרעם ער נאַרט נאָר אױס דאָס געלט בײַם עולם און העלפֿן העלפֿט ער ױ אַ ־ טױטן באַנקעס ― אַזױ טאַקע שטײט געשרױבן אין געזעט. חכמים! װאָס האָבן זײ זיך אַזױ שפּעט דערמאָנט? קראַנק געװען מיט אַ װאָך פֿריִער שרײַבן ועגן דעם, װאָלט איך איצט געװען רײַכער מיט אַ פּאָר קערבלעך, אױסקרענקען זאָל ער זײ אױף אַן אמתן דאָקטאָר, ער זאָל ברעכן ערגעץ רוק־און־לענד אױפֿן גלײַכן װעג און ניט דערלעבן קומען װוּהין ער פֿאָרט! איצט זאָגט שױן די מאַמע, אַז זי האָט באַלד געװוּסט אַז ער איז אַ גנבֿ. אַ סימן האָט זי ― צו װאָס האָט ער געהײסן אַלעמען ניט רעדן די גאַנצע צײַט װאָס מען נעמט זײַנע קרײַטעכצער? פֿרעגט זיך אַ קשיא, װי באַלד אַז זי האָט יאָ געװוּסט, למאַי זשע האָט זי געשװיגן? זאָגט זי: װי האָט זי געקאָנט רעדן, אַז ער האָט געהײטן שװײַגן? אַנטשװיגן זאָל ער דיר שױן װערן אױף אײיביק, זיסער גאָט! ניט געװען אױף װאָס אַרױסצוװאַרפֿן צװײ זילבערנע רובל! אַ סך בעסער װאָלט געװען פֿאַר דעם דאָזיקן געלט עפּעס קױפֿן די קינדער, אַז דו אַלײן דערמאָנטט זיך ניט זײ צו שיקן עפּעס פֿון װאַרשע ― מ'זאָגט, ס'איז דאָרט האַלב אומזיסט, ױ זאָגט די מאַמע: ס'שטײט געשריבן דאַלי אָטשע דאַלי סערדצע… כאָטש גוט װאָס דו האָסט צוגעשיקט זײ די עטלעכע ביכלעך און װאָס דו פֿאַרגעסט ניט דערמאָנען דײַנע לײַט פֿונעם געזעט, אַז דו האָסט נאָך אַ װײַב, ביז הונדערט און צװאַנציק יאָר, װאָס קוקט אַרױס אַלע חודש אױפֿן פּאָטשטאַליאָן, װען װעט ער שױן ברענגען דאָס ביסל מזומנים אין שטוב אַרײַן, עס פֿאַלט מיר אַרױס אַלע מאָל דאָס האַרץ, טאָמער חלילה האָבן זײ דיר שױן אָפּגעזאָגט, אָדער טאָמער איז דער געזעט בטל געװאָרן אַ קשיא הײַנטיקע צײַטן, װאָס מען הערט זיך אָן בײַ ייִדן אַזױ פֿיל צרות, אַז מען שטײט אױף אין דער פֿרי און מען טוט אַ קוק אין שפּיגל און מען דערזעט, אַז מען איז נאָך דאָ ― דאַנקט מען און מען לױבט גאָט, װױ זאָגט די מאַמע: בעסער האָט קײן שיעור ניט, הלװאַי ס'זאָל כאָטש ניט זײַן ערגער.. ױ עס װינטשט דיר פֿיל גוטס און אימער גליק, דײַן באמת געטרײַע פֿרױ: שײנע:־שײנ דל

11

מנחם־מענדל פֿון װואַרשע צו זײַן װײַב שײנע־שײנדל אין כּתרילעװקע

15

לזוגתי היקרה החכמה הצנועה מרת שײנע"שײנדל שתחי'!

רא שית קום איך דיר צו מעלדן אַז איך בין ב"ה בקו החײם והשלום, השית"ב זאָל העלפֿן מ'זאָל תּמיד האָרכן אײנס פֿון דאָס אַנדערע נאָר גוטס מיט בשׂורות טובֿות ישועות ונחמות בתּוך כּללײשראל ― אָמן

והשנית זײַ ױסן, זוגתי היקרה, אַז עס האָט נאָך ניט קײן סוף. איך מײן דאָס די געשלעגערײַען װאָס אױף די באַלקאָנען. מ'הערט מער ניט, נאָר; ;עי בראַטצי, דאַװאַי דראַטסאַ?!.. מען הערט ױ עס טרעשטשען בײנער, מען זעט װױ עס יאָשעט בלוט, און די װעלט? ― גאָרניט! ― די װעלט קוקט צו, װי אױף אַ קאָמעדיע, און פּאַטשט בראַװאָ! פּונקט װי בײַ אונדז אין װאַרשע אױפֿן געשלעג פֿון די גיבורים, װאָס מען רופֿט זײ קאָטלעטן?. פֿאַראַן צװישן זײ אײנער אַן אַטלעט אַ גװאַרדיאָן, װילדמאַן הײסט ער, כשמו כּןדהוא ― ער איז אַ װילדער גבֿר, כאָטש ער איז טאַקע משלנו, אַ ייִד איז ער. פֿון די גיבורידישראל קומט ער אַרױס, פֿונעם שבֿט יהודה, זאָגט מען. נאַכט און נאַכט שפּילט ער אין טעאַטער, באַװײַזט זײַן גבֿורה, לײגט אַװעק די גױיִשע גיבורים אײנציקװײַז, אַזױ װי די לעמעלעך, און װאַרשעװער ײַדן, זאָלסטו זען אַ ביסל ױ זײ קװעלן אָן. קלײַבן תּענוג, פּאַטשן בראַװאָ און װערן ברײטער ױ לענגער! איך שטעל מיר פֿאָר װאָס װאָלט געװען, מען זאָל נעמען, למשל, אָט דעם װילדן גבֿר בעת ער איז גוט צעהיצט און אַנשטאָט דעם װאָס ער באַװײַזט זײַנע קונצן אױף דער בימה, זאָל מען אים אַרױסלאָזן אַ נאַקעטן אױפֿן וװואַרשעװער פּובליקום, סאַמע בעת ער האַלט אין רעכטן שלאָגן, און אַ זאָג טאָן:;קלאַפּ, ברודער װילדמאַן, װי גאָט איז דיר ליב 1 ― ױי־װײ, װאָס פֿאַר אַ חורבּן דער װאָלט אָנגעמאַכט אין װאַרשע 54 אַזױ זענען די באַלקאַנער;ברידער" אױך. נישט מער, דער חילוק איז װאָס אונד" זער װאַרשעװער העלד איז אַ ייִד און שלאָגט זיך נעבעך צוליב פּרנסה, דעריבער איז דאָס ניט אַזױ מסוכּן. בײַ מיר איז צו גלײבן, אַז דער דאָזיקער גיבור פֿון די גיבורי־ישׂראל, אַז ער דערזעט בלוט פֿון אַ צעשניטענעם פֿינגער, קאָן ער פֿאַלן חלשות. אַזאַ פּאַרשױן, אַז מען זאָגט אים;סטאָפּ", בלײַבט ער שטײן. און

122