מנחם־מענדל [2]: שײנע־שײנדל צו איר מאַן מנחם־מענדל 8

שלום עליכם (אַלע װערק)

שײנע־שײנדל פֿון פֿתרילעװקע צו איר מאַן מנהם־מענדל אין װאַרשע

8

לכּבֿוד בעלי היקר החכם מופֿלג הנגיד המפֿורסם מוחר"ר מנחם מענדל נ"י!

ערשטנס קום איך דיר צו מעלדן אַז מיר זענען אַלע גאָט צו דאַנקען אין בעסטן געזונט. גיב גאָט דאָס נעמלעכע פֿון דיר צו הערן אױף װײײַטער ניט ערגער. צװײטנס שרײַב איך דיר, בעלי היקר, אַז די צרות װאָס מיר טראָגן איבער דאָ אין כּתרילעװקע, װײס איך ניט אױב ס'איז דאָ נאָך אַ שטאָט אױף דער װועלט װאָס האָט גאָר געהערט פֿון זײ. אַזאַ זאַך, װאָס האָט זיך פֿאַרלאָפֿן בײַ אונדז דאָ ניט לאַנג, האָט זיך נאָך ניט געטראָפֿן אין ערגעץ זינט די װעלט שטײט. מיר לעבן נאָך איצט אױך אין אײנע שרעק און אין אײנע פּחדים. גאָט האָט אונדז צוגעשיקט אַ המן אַ פּריסטאַ, װיל ער זיך אָן אונדז נוקם זײַן און װער איז שולדיק מײנסטו? טאַקע אונדזערע נגידים אַלײן. און ניט אַזױ נאָך די נגידים, װױ די לײדיק"גײערס די שרײַבערס, װאָס שרײַבן אױף די געזעטן זי האָבן ניט װאָס צו טאָן, כאַפּן זײ זיך אָן אין יעדער נאַרישקײט, צעשמירן עס אױף די בלעטער און מאַכן דערפֿון, ױ זאָגט די מאַמע: אַ גאַנצן צימעס צעלײגט אױף זיבן טעלערלעך… װען ניט זײ, װאָלט גאָרניט געװען. דער פּריסטאַ:ז דער המן װאָלט זיך מסתּמא געמאָרדעװעט און געמאָרדעװעט און װאָלט זיך איבערגעמאָרדעװעט. נאָר איך פֿאַרכאַפּ דיר די פֿיש פֿאַר דער נעץ, גאָר פֿאַר" געסן אַז מען דאַרף דיר פֿריִער דערצײלן די מעשׂה. די מעשׂה איז א שײנע מעשׂה נאָר אַ קורצע. איך קאָן זי דיר איבערגעבן אין דרײַ װערטער, אױב דו האָסט צײַט מיך אױסהערן ביזן סוף און אוב דו קענסט אַװעקװאַרפֿן אױף אַ מינוט דײַנע גרױסע עסקים מיט דײַנע טערקן און מיט דײַנע מלכים און מיט דײַנע מיליאָנערן און דערמאָנען זיך אַו דו האָסט אַ װוײַב ביז הונדערט און צװאַנציק יאָר, װאָס קען ניט אפֿשר אַזױ פֿױגלדיק שרײַבן, ױ איר מאַן דער שרײַבער, נאָר אַ מעשׂה דערצײלן קאָן אַ גױ אין פּאָסטעלעס אױך.

הכּלל, דו דאַרפֿסט געדענקען לװי דעם טױבנס זונדל, שלמח־װעלװל שאַרלאַטאַן 1 איז ער הײַנט געװאָרן אַ גאַנצער יאַדטעבע־ראַם, אַ נגיד מיט אַ פֿאַיטאָנדל. דער אײנציקער נגיד און דער אײנציקער פֿאַיטאָן! פֿון װאַנען האָט זיך

139

עס צו אים גענומען ― װײס קײנער ניט, אַנדערע זאָגן די באַן, אַנדערע זאָגן ― יעהופּעץ, און אַנדערע זאָגן ― קאָרטן, אַזױ צי אַזױ, נאָר ער האָט זיך אױסגעבױט אַ דירהלע אין מיטן מאַרק, מיט אַ גערטנדל און מיט קראַטעס און מיט אַ לאַמטערן פֿאַרן גאַניק און געבראַכט צו פֿירן פֿון יעהופּעץ אַן אײַזערנע שאַפֿע, האָבן זי צען גױיִם קױם אַרײַנגעטראָגן ― די גאַנצע שטאָט איז זיך צונױפֿגעלאָפֿן אױף חידושים. הײַנט האָט ער גענומען אױספֿײַנען זיך פֿאַר דער שטאָט, געגעבן נדבֿות, דװקא מיט דער ברײטער האַנט, און דװקא אַזױ, אַז אַלע זאָלן װיסן און אַלע זאָלן פֿון אים רעדן ― שלמהװעלװל און שלמה־װעלװל! נאָר װער װאָלט זיך דאָס געריכט אַ שטײגער אַזאַ זאַך אױף לװױ דעם טױיבנס זו, װאָס קײנעם איז גאָר ניט אָנגעשטאַנען אַפֿילו מיט אים אַ װאָרט אַרױסצורעדן? ױ זאָגט די מאַמע: ס'שטײט געשריבן, מע קאָן ניט װיסן הײַנט, װער ס'װעט מאָרגן פֿאָרן רײַטנדיק אױפֿן פֿערד.. װאָלט געװען גוט, אֵיאָ? באַדאַרף זיך אים פֿאַרגלוסטן װערן אַ חשובֿ בײַ נאַטשאַלסטװע, װוערט ער אַ גוטער ברודער מיטן נײַעם פּריסטאַו, װאָס מען האָט אונדז אַראָפּגעשיקט, און פֿאַררופֿט אים צו זיך פֿרײַטיק צו נאַכטס אױף פֿיש, אײן מאָל און צװײ מאָל און דרײַ מאָל ― די שטאָט זאָל זען הײסט עס און האָבן דרך:ארץ. אַ קלײניקײט, אַזאַ המן און עסט פֿיש בײַ שלמה־װעלװלן! איז זיך מישבֿ דער המן ― ער איז אױך ניט קײן נאַר ― און נעמט און שיקט אַרײַן דורך אַ גאָראָדאָװאָי צו שלמה־װעלװלן עפּעס אַ שטײיגל מיט אַ מאָדנעם פֿױגל. קוקט ער אים אָן, שלמה־װעלװל הײסט עס: װאָס איז דאָס? זאָגט אים דער גאָראָדאָװאָי: ס'איז אַ פּאָפּאָגײַ. װאָס פֿאַר אַ פּאָפּאָגײ? זאָגט ער: אַ פֿױגל װאָס רעדט. פֿרעגט אים שלמה־װעלװל: װאָס עפּעס אין מיטן דערינען? זאָגט אים דער גאָראָדאָװאָי: דאָס האָט דיר דער פּריסטאַװ געשיקט אַ מתּנה. טוט עס אים הנאה, שלמה־װעלװלן, און ער פֿרעגט בײַם גאָראָדאָװאָי: װאָס װעל איך מיט אים טאָן מיטן פּאָפּאָנײ הײסט עס 1 זאָגט אים דער גאָראָדאָװאָי: װעסט אים האָדעװען, און זײַ מוחל, זאָגט ער, און באַצאָל ק"ן קאַרבן און אַ פֿינפֿערל פֿאַרן שטײַגל. װערט שױן שלמה־װעלװל אױפֿגעטראָגן: קײן קאַרבן? פֿאַר װאָס? זאָגט אים דער גאָראָדאָװאָי: פֿאַרן פֹאָפּאָגײַ. װערט שױן שלמה־װעלװל גאָר גוט אין כּעס און זאָגט צו אים, אַז ער װעט ניט געבן אַפֿילו קײן ק"ן קאָפּיקעס, זאָגט אים דער גאָראָדאָװאָי: װי דו װילסט זיך! און דרײט זיך אױס און גײט אַװעק און לאָזט איבער דעם פּאָפּאָגי / בײַ ‏ שלמה־װעלװלן. נעמט ער, שלמה־װעלװל הײסט עס, שפּאַנט אײַן דאָס פֿאַיטאָנדל און לױפֿט אַװעק צום פּריסטאַװ און פֿאַר גרױס אימפּעט פֿאַרגעסט

20

ער דעם פֿױגל. געקומען צום פּריסטאַװ: אַדוני קעניג, װאָס האָסטו מיר גע" שיקט? זאָגט ער אים: אַ פּאָפֿאָגײַ. פֿרעגט אים שלמה־ועלװװול: אױיף װאָס באַדאַרף איך אַ פּאָפּאָגײַ? זאָגט אים דער פּריסטאַװו: אַז דו האָסט אַזאַ שטובל מיט אַ גאַניק און מיט אַ לאַמטערן און מיט אַן אײַזערנע שאַפֿע און פֿאָרסט אַרױס אױף אַ פֿאַיטאַנדל, מעג דיר אָנשטײן האָבן אַ פּאָפּאָגײַ אױך… זאָגט אים שלמהװעלװל: יאָ. אָבער ק"ן קאַרבן? זאָגט אים דער המן: װאָס זשע האָסטו געװאָלט? אומזיסט זאָל מען דיר שענקען אַזאַ טײַערן פֿױגל? זאָגט אים שלמה־װועלװל: מוחל! איך װיל אים ניט האָבן אַפֿילו אומזיסט און אַפֿילו מ'זאָל מיר צוצאָלן װיל איך אים אױך ניט!. זאָגט אים דער פּריסטאַװו: הער נאָר, זאָגט ער, שלמחװאָלקע, דו װײסט ניט, זאָגט ער, װאָס פֿאַר אַ פֿױגל דאָס איז ― ער רעדט, זאָגט ער, איטלעכס װאָרט ױ אַ מענטש.. זאָגט אים שלמה:װעלװל: ער מעג רעדן צעזעצטערהײט, װיל איך אים ניט האָבן בײַ זיך אין שטוב! פֿאַרדריסט דאָס שױן דעם המן, מאַכט ער צו אים מיטן פֿינגער: זע נאָר, װאָלקע. זאָלסט קײן ח"טה ניט האָבן.. זאָגט אים שלמה־ועלװל: איך האָב קײן מאָל ניט חרטה!… זאָגט אים דער פּריסטאַװו: אױב אַזױ װועסטו שױן באַצאָלן ניט קײן ק"ן קאַרבן נאָר די"ש. זאָגט אים שלמה־ועלװל: װעלן מיר זען! זאָגט אים דער פּריסטאַװ: װעלן מיר זען… און שלמה־װעלװל נעמט און טוט אַ קלאָפּ מיט דער טיר, זעצט זיך אױף אױפֿן פֿאַיטאָנדל און פֿאָרט אַהײם. מײנסטו דאָך אַװדאי אַז דערמיט האָט זיך עס געענדיקט? האָב צײַט, די געשיכטע היבט זיך ערשט אָן

געקומען אַהײם אַ צעקאָכטער, טרעפֿט שלמהװעלװל בײַ זיך אַ פֿולע שטוב און אַ פֿולן גאַניק און אַ פֿולן הִוֹיף מיט מענטשן ייִדן, װײַבער און קינדער. װאָס איז דאָס? װאָס טוט דאָ דער עולם? גאָרניט. דאָס אין מען געקומען אָנקוקן חידושים, ױ אַזױ אַ פֿױגל רעדט איטלעכס װאָרט ױ אַ מענטש. מיר זענען דאָרט אױך געװען, איך און די מאַמע הײסט עס, און האָבן געהערט ױ דער פֿױגל רעדט, רעדט איטלעכס װאָרט ױ אַ מענטש: ,פּאָפּקאַ דוראַק!" מער האָבן מיר ניט געהערט גאָרניט. אָבער ער רעדט אַרױיס די דאָזיקע װערטער טאַקע װי אַ לעבעדיקער מענטש. די מאַמע זאָגט, ס'שטײט געשריבן, אַז אַלֶע חיות און אַלע עופֿות האָבן זיך יעדער זײַן לש נאָר אַ מענטש קאָן עס ניט פֿאַרשטײן… פֿון דעסטװעגן, זאָגט זי, װאָלט איך אַזאַ פֿױגל ניט געװאָלט האָבן בײַ זיך אין שטוב פֿאַר מײַנע זינד. אַ מענטש, זאָגט זי, װאָס שװױיגט און אַ

פֿיגל װאָס רעדט, טױגן בײדע אױף אַ כּפֿרהי.

141

הכּלל, דערזען בײי זיך אַזױ פֿיל מענטשן, איז ער געװאָרן נאָך מער משוגע, טאַקע שלמה־װעלװל מײן איך, און האָט זיך צעשריגן: װאָס האָט איר זיך אָנגעלאָפֿן װױ אױף אַ בײז װונדער? איר האָט קײן מאָל קײן פּאָפּאָנײַ ניט געזען?… װאָס זאָגסטו אױף אים? גלײַך ױ ער האָט בײַ זײַן טאַטן לױ דעם טױבן קײן אַנדער פֿױגל ניט געזען נאָר פּאָפּאָגײַען. האָט אים די מאַמע אַװעקגעגעבן אַ פּאָרציע! זי האָט אים דערמאָנט, אַז זי געדענקט נאָך זײַן טאַטן פֿלעגט זי אים אױך זאָגן דו, כאָטש ער האָט װינציק װאָס געהערט.. און װידער האָט זי אים געזאָגט: ס'שטײט געשריבן: אַז אַן אָקס טאָר זיך ניט איבערנעמען מיט זײן שײנעס האָרן, אַ חזיר מיט זײַנע שטעכעדיקע האָר און אַ מענטש מיט זײַנע גרינגע קערבלעך, װאָרעם דאָס איז אַלץ אַזעלכע זאַכן װאָס מען קאָן זי פֿאַרלירן.. האָט דאָס אים אַ פּנים שטאַרק ניט געשמעקט, שלמה־ועלולען הײסט עס, מאַכט עֶר צו אונדז מיט כּעס: ס'שטײט געשריבן, אַז איר זאָלט אײַך גײן אַהײם געזונטערהײט… זענען מיר טאַקע געגאַנגען אַהײם. ער אָבער האָט אױף זיך איצט אַ פּעקל, װאָס ער װאָלט אפֿשר באַצאָלט פֿאַר דעם צװײ מאָל ק"ן, איז שױן שפּעט. דער פּריסטאַװ אַלײן קאָן אים שױן איצט אױך גאָרניט העלפֿן ס'איז אַראָפּגעקומען צו אונדז פֿון דער גובערניע אַ טשינאָוװוניק אױספֿאָרשן די זאַך אַקוראַט, צי ס'איז אמת, אַז דער פּריסטאַװ האָט מיט גװאַלד אָנגעהאָנגען אַ ייִדן אַ פּאָפּאָגײַ און געמאָנט פֿאַר אים ק"ן קאַרבן?. האָבן זיך אָנגעגעבן אפֿשר דרײ הונדערט עדות, אַז ס'איז אמת, אַזױ ױ גאָט איז אמת. און ס'איז אַ סבֿרא, זאָגט מען, אַז מען װעט דעם בחור, דעם פּריסטאַװ הײסט עס, אַראָפּזעצן. זאָגט אָבער דער פּריסטאַװ: צי מ'װעט אים אַראָפּזעצן צי נײן, נאָר פֿאַר אַ פּאָגראָם אין שטאָט איז ער ניט ערבֿ.. אַ המן קען! איז מען דאָך אָנגעפֿאַלן ― די גאַנצע שטאָט ― אױף שלמה־ועלװלען: איבער אײַך מיט אײַער פּאָפּאָגײַ זאָל זײַן אַ פּאָגראָם? טענהט ער, שלמהװעלװל הײיסט עס, װאָס בין איך שולדיק? שולדיק זענען די געזעטן. די געזעטן זאָלן ניט געװען אױספּױקן, זאָגט ער, איבער דער גאַנצער װעלט, װאָלט איך מיטן פּריסטאַו, זאָגט ער, װי עס איז דורכגעקומען און די שטאָט, זאָגט ער, װאָלט פֿאַרשפּאָרט איצט מורא צו האָבן… קאָן זײַן אַז ער איז אױך גערעכט, שלמה־װעלװל הײסט עס. דערװײַלע איז ניט גוט, װאָס זאָלסטו דאָ קלערן? הלואַי מ'זאָל שױן אָדער פּטור װערן פֿון דעם המן אָדער זאָל ער בלײַבן און מזאָל אים אַזױ באַשמירן ער זאָל פֿאַרגעסן פֿונעם פּאָפּאָגײַ, אַ מיתה־משונה װאָלט געמעגט קומען איף זי בײדן, דאָס הײסט אױפֿן פּריסטאַװ מיטן פּאָפּאָגײַ, מיט שלמה־װעלװל שאַר"

12

לאַטאַן און מיט די געזעטן און מיט די שרײַבערס די לײדיק:גײערס, ױ עס װינטשט דיר פֿיל גוטס און אימער גליק דײַן באמת געטרײַע פֿרױ שײנע:שײנדל

און װאָס דו שרײַבסט ועגן מיגראַציע, מ'זאָל געבן צו הונדערטער אױף אַ קאָפּ אַחוץ באַנבילעטן, װאָלט דאָס געװוען נאַפּשיקלאַד דװקא נישקשהדיק פֿון אַ פּלאַן און דער חשבון װאָס דו מאַכסט איז דװקא נישקשהדיק פֿון אַ חשבון, װי זאָגט די מאַמע: דער חשבון שטימט, נאָר דאָס געלט פֿעלט. דער חסרון איז נאָר, װאָס דו װאַרפֿסט זיך צו פֿיל אױף אַלע זײַטן, אײדער מען קוקט זיך אַרום מיט דײַן פּלאַן װאָס דו גיסט איף, ביסטו שׂױן דאָ מיט אַ נײַעם פּלאַן. דאָס איז אַלץ גוט, בעלי היקר, און ס'איז זײער שײן פֿון דײַן זײַט װאָס דו זאָרגסט זיך פֿאַר כּלײשראל. זאָלסט אָבער וװעלן אַ טראַכט טאָן אַ מאָל װעגן דײַן װײַב און דײַנע אײגענע קינדער. װאָס װועט זײַן דער תּכלית פֿון אַזאַ לעבן און פֿון אַזאַ גלות און פֿון אַזאַ גע ונד זײַן אױף דער װעלט? נאָר עס קריכט דיר אַװדאי אין דער לינקער פּאה! װאָס גײט דיר אָן אַ װײַב? װאָס גײען דיר אָן קינדער, אַז דו ביסט גאָר געװען אַ גאַנצער מחותּן מיט די רױטשילדס און מיט די בראָצקיס און עס ליגט דיר אין קאָפּ נאָר מלחמות און נאָר טערק און נאָר מיניסטאָרן? װי זאָגט די מאַמע: שפֿיל דעס חתן אַ װײנענדיקם…

123

מנחם־מענדל פֿון װאַרשע צו זײַן װײַב שײנע־שײנדל אין כּתרילעװקע

12

לזוגתי היקרה החכמה הצנועה מרת שינע־שײנדל שתחי!

ראשית בין איך דיר מודיע, אַז איך בין ב"ה בקו החײם והשלום. הש"י זאָל העלפֿן מען זאָל תּמיד האָרכן אײנס פֿון דאָס אַנדערע נאָר גוטס מיט בשׂורות טובֿות ישועות ונחמות בתּוך כּללײשראל ― אָמן.

והשנית זײַ ױסן, זוגתי היקרה, אַז ס'איז געהאַנגען אױיף אַ האָר. אין דער צײַט וען איך האָב דיר געשריבן מײַן פֿריִערדיקן בריװ איז געוען אַ גרױסע אַסיפֿה בײַ די סערבן. אױף דער דאָזיקער אַסיפֿה איז געװען איף אַ װאָגשאָל ― אָדער אַהער, אָדער אַהין. בײַ די סערבן, װי אין אַלע מלוכות, דאַרפֿסטו װיסן, כאָטש ס'איז אַ מלוכהלע אַ קלײנס, זענען פֿאַראַן פֿון דעסטװעגן כּיתּות. װאָס אײנע זאָגט, זאָגט די אַנדערע קאַפּױער. זאָגט דער שלום, זאָגט דער אַנדערער מלחמה. און צום מײנסטן, ױ איך האָב מיך צוגעקוקט זינט איך רײַב מיך אַרום פּאָליטיקע, זענען אומעטום די מלכים רודף־שלומניקעס און די בני־מלכים ― פֿאַר מלחמה. יונגע־לײַט, פֿאַרשטײסטו מיך, רײַסן זיך, װילן זיך אױספֿײַנען. װאָס מײנסטו איז בײַ פֿראַנץ־יוספֿן? פֿראַנץײוסף חלילה זאָל ניט זײַן, װאָלט דער בן־מלך, פֿראַנץ־פֿערדינאַנד, שױן לאַנג פֿאַרקאָכט אַ קאַשע. און אַזױ איז אױך בײַ װילהעלם דעם צױיטן. איך האָב צו אים גאָרניט, לאָז ער זיך עלטערן בשלום. נאָר איך זאָג עס נאַפּשיקלאַד, לאָז ער נאָר פּרוּװן צומאַכן מיט אַן אױג, װעסטו זען אַז זײַן בן־מלך װעט דיר באַלד אַרױסשפּרינגען מיט אַ מלחמה. װעסטו דאָך פֿרעגן, װי באַלד אַזױ זענען מיר דאָך ניט זיכער מיטן לעבן? איז דער תּירוץ: ס'איז דאָ אַ גאָט אױיף דער ועלט, אַ שומר־ישׂראל, פֿאַרלענגערט ער די יאָרן פֿון די מלכים אַזױ לאַנג, ביז די בני־מלכים, אַז זײ גײען אַרױף אױף דער שטול געװעלטיקן, וערן זײ שױן אַלײן טאַטעס און האָבן שױן אַלײן בני־מלכים. דו פֿאַרשטײסט, צִי נײן? דער טאַטע דער מלך איז אַ רודף־שלומניק און זײַן זון אַ יונקער. און אָט אַזױ דרײט זיך דאָס רעדל פֿון קדמונים און עס װעט זיך מסתּמא נאָך לאַנג" לאַנג אַזױ דרײעןײ

44