מנחם־מענדל [2]: מנחם־מענדל צו זײַן װײַב שײנע־שײנדל 11

שלום עליכם (אַלע װערק)

מנחס־מענדל פֿון װואַרשע צו זײַן װײַב שײנע־שײנדל אין פֿתרילעװקע ‏

11

לזוגתי היקרה החכמה הצנועה מרת שײנע־שײנדל שתחי'!

ראשית בין איך דיר מודיע, אַז איך בין ב"ה בקו החײם והשלום, השית"ב זאָל העלפֿן מ'זאָל תּמיד האָרכן אײנס פֿון דאָס אַנדערע נאָר גוטס מיט בשׂורות טובֿות ישועות ונחמות בתּוך כּללײשראל ― אָמן

והשנית זײַ ױסן, זוגתי היקרה, אַז סװצט מיט גאָטס הילף קײן מלחמה ניט זײַן. דאָס הײסט אַ מלחמה װעט זײַן אַזאַ שטיק גאָלד זאָל איך האָבן! און ניט אײנע, ― אַ סך מלחמות, און גרױסע מלחמות, ױ איך האָב דיר שױן געהאַט געשריבן, נאָר די מלחמה, װאָס מ'האָט געמײנט, אַז אָט־אָט װעט זי אַרױסשפּרינגען צװישן די;גוטע פֿרײַנד", װאָס זענען אִט־יערשט געגאַנגען האַנט בײַ האַנט אױפֿן טערק, ― אָט די דאָזיקע מלחמה האָט מען שױן, װי עס זעט אױס, דאַנקען גאָט, כּמעט ױ פֿאַרהיט, סײַדן ס'װעט זיך טרעפֿן עפּעס אַזעלכעס, עפּעס גאָר אַן אומגערעכטע זאַך ― אַ קשיא אױיף די באַלקאַנער קלאַפּערס? אַז מען שמועסט ברידער, איז דאָך ניט שײך… דערװײַלע דאַרף מען האָפֿן אַז ס'װעט זײַן שטיל. און דאָס האָט מען געקאָנט װיסן פֿריִער, אַז קױם װעלן;מיר" זיך אַרײַנמישן און ,מיר" װעלן אַ זאָג טאָן ס'זאָל זיַן שטיל, איז גענוג אײן װאָרט, ס'זאָל װערן שטיל! טאַקע גיבורים, טאַקע מזיקים, טאַקע אײַנגענומען דעם טערק, פֿון דעסטועגן, אַז זײ האָבן נאָר באַקומען די טעלעגראַם, אַז ס'איז ניט שײן אַז ברידער שותּפֿים זאָלן זיך שלאָגן איבער אַ ירושה, און אַז ס'װאָלט אַ סך שענער געװוען מ'אָל זיך פֿאַרלאָזץ איף מענטשן, ― אַזױ האָבן באַלד אָנגעהױבן צו פֿליִען דעפּעשן פֿון די דאָזיקע שותּפֿים, אַז זײ זענען זײער צופֿרידן, אַז זײ האָבן גאָר אַנדערש ניט געקלערט דורכצוקומען נאָר בדרך־שלום! אדרבה, זײ װעלן נאָך זאָגן דעם גרעסטן דאַנק.. אמת, דאָס איז נאָר געװען אױף דער הײסער שעה. מיט אַ טאָג שפּעטער, אַז מ'האָט זײ פֿאָרגעלײגט אַז די ברידער, װאָס האָבן פֿאַרקאַטשעט די אַרבל און גרײט געװען שױן פּיטש־פּאַטש, זאָלן מחילה אַראָפּקאַטשן די אַרבל צוריק, האָבן זײ אָנגעהױבן צו רעדן אַנדערע װערטער. און מען קאָן נאָך גאָר ניט

134

װיסן איצט אױך, אױב אַלע פֿיר שותּפֿים װעלן אַרױסשיקן קײן פּײיטערבאַרג זײערע שליחים־פּרעזידענטן, און אַפֿילו אַז זײ װועלן יאָ אַרױסשיקן, צי װעלן זײ זיך פֿאַרגלײַכן, און מען קאָן ניט זײַן קײן נבֿיא און פֿירזאָגן װאָס פֿון אַזאַ פֿאַרלאָזעניעש קאָן אַרױס, אָדער זײַן אַזױ קלוג און טרעפֿן, װאָס װעט פֿראַנץ" יוסף זאָגן, אױב מען װעט דעם סיכסוך צװױשן די;גוטע פֿרײַנד* אױסגלײַכן אָן זײַן װױסן, װאָרעם דאָס װאָס איז גוט פֿאַר דיר, איז ניט גוט פֿאַר מיר, און װאָס פֿאַר אײנעם איז ברױט, איז פֿאַרן אַנדערן אַ טױט.. נאָר דערװײַלע איז כּדאַי צו לײענען די דעפּעשן פֿון די ,גוטע פֿרײַנד*, װאָס זענען נעכטן געשטאַנען אײנס קעגן אַנדערן דאַכט זיך שױן גרײט אױף צו געבן דעם ערשטן שאָס, הײַנט שרײיען זײ שױן אַריבער אײנס דאָס אַנדערע און שוערן, כאַפּן די ערד, אַז זײ מײנען חלילה־וחס קײן שום בײז ניט און זײ זענען פֿאַרקערט גאָר, אַדרבה ואדרבה!

איך, אַז איך האָב איבערגעלײענט די דאָזיקע באָלגאַרישע און סערבישע דעפּעשן ― שפּעט בײַ נאַכט איז דאָס געװען, אין דער רעדאַקציע איז שױן ניט געװען אַ משוגענער הונט חוץ מיר ― האָב איך מיך אַראָפּגעלאָזט אונטן אין דער רעדאַקציע צו די ,בחורים די זעצערס". איך כאַפּ מיך אָפֿט אַראָפּ צו זי איך האָב ליב די זעצערס. דאָס איז אַ פּאָקאָרני פֿאָלק. אַ;בחור אַ זעצער" האָט אין זיך אַ טבֿע, װאָס דו זאָלסט אים ניט געבן דרוקן, װעט ער דיר דרוקן און װאָס דו זאָלסט אים ניט זאָגן, װעט ער דיך אױסהערן, קײן מאָל ניט װעלן דיך איבערשפּאַרן און ניט איבערפֿרעגן אַפֿילו, ס'איז ניט כאַסקל קאָטיק, װאָס אױף יעדער זאַך איז בײַ אים דאָ אַ שאלה מיט אַ ואם תמצא לומר און מיט אַ פֿון װאַנען װײסט מען דאָס און מיט אַ טאָמער דאָס אײגענע פֿאַרקערט?. האָב איך מיך אַװעקגעזעצט הײסט עס מיט די זעצערס אַ ביסל אַ שמועס טאָן מכּוח דאָס און יענץ און פֿון די ענטפֿערס, װאָס זענען אָנגעקומען פֿון די באָלגאַרן און פֿון די סערבן, און איך זאָג זײ: ,ױיסט איר, ייִדן, זאָג איך, װאָס איך האָב מיך דערמאָנט אַצינד נאָך אָט די באַלקאַנישע דעפֿעשן? איך האָב מיך דערמאָנט, זאָג איך, איך בין געװען אַ מאָל אױף אַ דין־תּורה בײַם רב בײַ אונדז אין כּתרילעװקע. אױף בילעטן האָט מען געדאַרפֿט גײן האָרכן, צװײ ייִדן קצבֿים האָבן געהאַט צװישן זיך אַ סיכסוך איבער אַ פֿעל פֿון אַ שטיקל סקאָט, װאָס זײ האָבן אַװעקגעלײגט, אײנער האָט געבראַכט הונדערט סימנים מיט טױזנט ראַיות מיט אותות ומופֿתים, אַז די פֿעל איז זײיַנע, און דער אַנדערער האָט געבראַכט נאָך מער סימנים און עדות, אַז ס'איז שקריוכזב ― ס'איז גאָר

135

זײַן פֿעל. נאָר די סימנים מיט די עדות מיט די ראַיות מיט די אותות ומופֿתים זענען ניט געװען אַזױ שײן און חנעװדיק, װי די טענות, װאָס די צױי האָבן געטענהט. איך געדענק עס נאָך אַזױ ױ הײַנט. אײנער האָט געהײסן זימל, דער אַנדערער ― לײבע. טענהט זימל בײַם רב אַזױ:

― הערט איר, רבי־לעבן, איר זענט דאָך אַ ייִד אַ חכם, די מעשׂה פֿון דער זאַך איז אַזױ. איך האָב צו לײבן גאָרניט ניט. װאָס האָב איך צו אים! אַ ייִד אַ קצבֿ, אַזױ ױ איך, האָרעװעט נעבעך און זוכט אַ שטיקל ברױט צו פֿאַרדינען, און איך שװער בי װאָס איר ױלט, אַז איך בין זײער צופֿרידן, װאָס ער איז געקומען מיט מיר צו אײַך אױף אַ ריז'תּורה, זיך פֿאַרלאָזן אױף אײַער יושר, זײַט זיכער, אַז װי אַזױ איר װעט צופּסקענען, אַזױ װעט זײַן גוט, איך ועל, מעגט איר מיר גלײבן, ניט איבערקערן די צונג, זאָגן חלילה אַ שלעכט װאָרט קעגן עמעצן. נאָר אײן זאַך דאַרף איך אײַך זאָגן, רבי, פֿריִער ― איר זענט גאָר קײן מבֿין ניט, ער אָט דער לײבע איז, אַ רוח אין זײַן טאַטן פּערעטאַטן! דאָס איז אַ גנבֿ און אַ ממזר און אַ טרײפֿניאַק און אַ חלבֿ־יונג און כּל מום דע, גאָלע סירכה פֿון אױבן ביז אַראָפּ, אַ נבֿלה, פֿאַר די הינט אים אַרױסצוּװאַרפֿן! איר דאַרפֿט ניט נאָר צופּסקענען אַז די פֿעל איז מײַן פֿעל, איר דאַרפֿט אים נאָך קנסענען, דעם גנבֿ, ער זאָל מיר באַצאָלן װאָס די פֿעל איז װערט מיט אַלע הוצאָות, ער זאָל געדענקען דאָס אַנדערע מאָל און פֿאַרזאָגן קינדסקינדער!+

אַזױי האָט געטענהט זימל גאַנץ הױך אױף אַ קול. און לײבע האָט געטענהט כּמעט דאָס אײגענע, נאָר העכער:

― הערט זשע אױס, רביניו, ס'איז דאָך נאַריש, איך בין ניט אַזאַ אָנכאַפּער / און עזות־פּנים, ױ זימל, און איך האָב ניט אַזאַ פּאַסקודנע מױל װי ער און װעל דעריבער ניט גײן רעדן אױף אים שלעכטס. איך בין מודה, אַז מיר זענען בײדע קצבֿים, אַ יאַטקע לעבן אַ יאַטקע, קײן מאָל, הערט איר, ניט געקריגט זיך, קײן שלעכט װאָרט ניט געזאָגט זיך, עס װאָלט איצטער אױך גאָרניט געװען בײַ אונדז, װען ניט אָט די מעשׂה מיט דער פֿעל, װאָס האָט אונדז געבראַכט צו אײַך מיט דער די תּורה און װאָס איז אַדרבה, זײער גלײַך, לאָזן מענטשן הערן און לאָז דער רבי פּסקענען על"פּי דין, װער פֿון אונדז איז גערעכט און װער איז אומגערעכט. דערױף זענט איר דאָך עפּעס אַ רב און אַ מענטש פֿון תּורה און א ייִד אַ חכם און מיר זענען פּראָסטע ייִדן, מיר זאָלן אײַך פֿאָלגן איך װעל דאָך אײַך געױס פֿאָלגן, און זימל װעט אײַך מסתּמא אױך פֿאָלגן פֿאַר װאָס זאָל ער אײַך ניט פֿאָלגן, אַז ער אַלין װײס, אַז די פֿעל איז אַזױ

136

זײַן פֿעל, װי זי איז אײַער פֿעל 1 ניט מער, ס'איז נאָר אַן אָנשטעל, ער מײנט, טאָמער װעט אים געראָטן און אִיר װעט אים צופּסקענען די פֿעל. איצט, אַז איר װעט אױסהערן מײַנע עדות, װעט איר אַלײן זען, װעמענס פֿעל דאָס איז און װער װעמען עס דאַרף באַצאָלן דרײַ מאָל אַזױ פֿיל, און ער װעט געדענקען ױ אַזױ צו ראַבעװען פֿרעמדע פֿעל, אָט דער גנבֿ ב"גנבֿ, דער ממזר בן־ממזר, אָט דער טרײפֿענער בײן, ס'זאָל זײַן טאַטן אַרױסװאַרפֿן און אים אַרײַנװאַרפֿן, אין אַזאַ בײזער שעה אױסגערעדט זאָל זײַן אָמן רבונױשליעולם! ־

;איר װילט װיסן, זאָג איך, ייִדן, װאָס איז געװען דער סוף פֿון דער די" תּורה? דער סוף איז געװען אַ מיאוסער סוף. די צװײ קצבֿים האָבן אַזױ לאַנג געטענהט און געשאַרפֿט די צינגלעך, ביז מ'איז פֿאַרפֿאָרן אײנס דאָס אַנדערע אין די בערד אַרײַן און דער רב איז גערן געװען, אַז זײ זענען געװוען איף יענער זײַט טיר…" האָב איך מורא, זוגתי היקרה, אַז דאָ זאָל אױך ניט זײַן דאָס אײגענע. ובפֿרט אַז דאָ זענען ניט קײן צװײ קצבֿים, נאָר גאַנצע פֿיר, און אַחוץ זײ זענען פֿאַראַן גלאַט שטיגוטערעס, זײַטיקע מענטשן, אַזעלכע װאָס קוקן נאָר אַרױס סזאָל װערן אַ שטיקל געשלעג צװישן די קברידער", װעלן זײ שױן אָפּלעקן אַ בײנדל… איך מײן אָבער, אַז ס'װעט דערצו ניט קומען אונדזער סעזאָנאָװ װעט ניט דערלאָזן. אײן שטיקל חסרון נאָר, װאָס ער איז ניט מיט אַלעמען, געכאַפּט אַ פֿאַרקילעכץ, איז אײן מאָל אַװעק. והשנית, דאָס װאָס אונדזערע מיניסטאָרן זענען איצט שטאַרק פֿאַרנומען מיטן בױקאָט אױיף דער דומע. ס'איז הײַנט געװאָרן ברוך־השם אַזאַ מאָדע: באַלד עפּעס ― בױקאָט! זאָגסטו מיר אַ קרום װאָרט, ענטפֿער איך דיר ניט קײן חצי דיבור, נאָר איך בױקאָטעװע דיך, דאָס הײסט איך הער דיך ניט און איך זע דיך ניט און איך קען דיך ניט און איך ױיס גאָר ניט צי דו ביסט אַפֿילו גאָר דאָ אױף דער װעלט!. די פּאָליאַקן מיט זײער בױקאָט אױף די ייִדן זענען געװען גוט אױפֿן פּעטשאַטיק. אױף זײ קוקנדיק האָבן שױן אַלע גענומען נאָכטאָן. ציוניסטן בױקאָ" טעװען דעם קאָנגרעס. ימיניסטאָרן בױקאָטעװען די דומע. באַלד װעלן שױן די װײַבער אָנהײבן בױקאָטעװען זײערע מאַנען, קינדער ― זײערע טאַטע־מאַמע, | חדר־ייִנגלעך ― זײערע רביס, דינסטמײדלעך ― זײערע בעליהביתטעס, פֿערד ― זײערע בעל־עגלות ― הקיצור, הימל און ערד און בױקאָט! נאָר שענער פֿון אַלע בױיקאָטן איז דער בױקאָט פֿון אונדזערע מיניסטאָרן. פֿון װאַנען האָט זיך עס גענומען, װילסטו װיסן? פֿון אַ קלײניקײט: דער רוח האָט געטראָפֿן אײנעם אַ דעפּוטאַט פֿון די שװאַרצע דעפֿוטאַטן ― מאַרקאָװ נומער צװײ רופֿט

137

מען אים ― ער זאָל זיך אַרױסכאַפּן מיט אַ גראָבלעך װאָרט אין דער דומע. דערמאָנען, אַז ס'שטײט געשריבן ערגעץ קלא תגנוב* און אַז גנבֿענען טאָר מען ניט… גלײַך װי אױף דעם האָבן זײ, די שװאַרצע הײסט עס, מאָנאָפּאָל און נאָר זײ מעגן טאָן מיטן עלא תגנוב" װאָס זײ װילן… און איך װעל דיר זאָגן דעם אמת ― איך האַלט מיט זײ, מיט די שװאַרצע, װאָרעם װאָס זײ זאָלן ניט זאָגן, זאָגן זײ דאָס, װאָס זײ מײנען, אָן קונצן. אָט למשל װילן זײ, אַז בײליס זאָל זײַן שולדיק אין דעם װאָס ער איז גאָט די נשמה שולדיק. טענהנען זײ נעבעך: ;מיר װײסן טאַקע, און איר װײסט, און די גאַנצע װעלט ױיסט, אַז איר דאַרפֿט האָבן אונדזערע קינדערס בלוט אױף סים סאָט תּשעה נײַנציק כּפּרות, נאָר מיר װילן, אַז איר זאָלט מודה זײַן, אַז איר דאַרפֿט עס יאָ האָבן, און אױב ניט איר אַלע, איז כאָטש אַ סעקטע פֿאַראַן בײַ אײַך אַזעלכע.. װאָס װעט אײַך אַרף אַז איר װעט דאָס זאָגן 1 מאָדנע ייִדן איר זענט! איר דאַרפֿט ניט זאָגן, אַז איר קױלעט אונדזערע קינדער אױף פּסח. נײן. איר דאַרפֿט נאָר זאָגן, אַז על־פֿי דין װאָלט איר עס טאַקע באַדאַרפֿט, נאָר איר טוט דאָס ניט, װײַל איר זענט צװישן אונדז אַזאַ צײַט, האָט איר זיך שױן אָנגעשמעקט מיט פֿײַנקײט און מיט אײדלקײט און זענט געװאָרן לײַטן גלײַך…* הײַנט פֿאַרשטײסטו שױן, זוגתי היקרה, פֿאַר װאָס איך האַלט דװקא מיט מאַרקאָװן און דװקא מיט פּורישקעװױטשן? װען איך זאָל זײַן, הערסטו, אין דער דומע, װאָלט איך קײנעם ניט געלאָזט רעדן נאָר די צװײ. צװאַנציק מיליקאָװס מיט דרײַסיק טשעכידזעס װעלן דאָס ניט אױסרעדן, נאַרעלע, אין אַ יאָר, װאָס אַ מאַרקאָװ אָדער אַ פּורישקעװיטש קאָן אױסרעדן אין אײן האַלבער מינוט! איך האָב פֿאַר זי אַ שטיקל אַרבעט אין דער דומע, אַ גאַנצע קאָמבינאַציע. נאָר מחמת איך האָב קײן צײַט ניט ― מ'דאַרף אַ טראַכט טאָן מכּוח גײן שלאָפֿן ― מאַך איך דאָס בקיצור. אי"ה אינעם אַנדערן בריװ װעל איך דיר אַרױסשרײַבן אַלצדינג נאָך מער באַריכות. לאָז גאָט געבן מיט געזונט און מיט הצלחה. זײ געזונט און קוש די קינדער שיחיו און גריס די שװיגער שתחי, און דער גאַנצער משפּחה זאָלסטו לאָזן גריסן גאָר פֿרײַנדלעך., ממני בעלך מנח ם־ מ ענדל

138

שײנע־שײנדל פֿון פֿתרילעװקע צו איר מאַן מנהם־מענדל אין װאַרשע

8

לכּבֿוד בעלי היקר החכם מופֿלג הנגיד המפֿורסם מוחר"ר מנחם מענדל נ"י!

ערשטנס קום איך דיר צו מעלדן אַז מיר זענען אַלע גאָט צו דאַנקען אין בעסטן געזונט. גיב גאָט דאָס נעמלעכע פֿון דיר צו הערן אױף װײײַטער ניט ערגער. צװײטנס שרײַב איך דיר, בעלי היקר, אַז די צרות װאָס מיר טראָגן איבער דאָ אין כּתרילעװקע, װײס איך ניט אױב ס'איז דאָ נאָך אַ שטאָט אױף דער װועלט װאָס האָט גאָר געהערט פֿון זײ. אַזאַ זאַך, װאָס האָט זיך פֿאַרלאָפֿן בײַ אונדז דאָ ניט לאַנג, האָט זיך נאָך ניט געטראָפֿן אין ערגעץ זינט די װעלט שטײט. מיר לעבן נאָך איצט אױך אין אײנע שרעק און אין אײנע פּחדים. גאָט האָט אונדז צוגעשיקט אַ המן אַ פּריסטאַ, װיל ער זיך אָן אונדז נוקם זײַן און װער איז שולדיק מײנסטו? טאַקע אונדזערע נגידים אַלײן. און ניט אַזױ נאָך די נגידים, װױ די לײדיק"גײערס די שרײַבערס, װאָס שרײַבן אױף די געזעטן זי האָבן ניט װאָס צו טאָן, כאַפּן זײ זיך אָן אין יעדער נאַרישקײט, צעשמירן עס אױף די בלעטער און מאַכן דערפֿון, ױ זאָגט די מאַמע: אַ גאַנצן צימעס צעלײגט אױף זיבן טעלערלעך… װען ניט זײ, װאָלט גאָרניט געװען. דער פּריסטאַ:ז דער המן װאָלט זיך מסתּמא געמאָרדעװעט און געמאָרדעװעט און װאָלט זיך איבערגעמאָרדעװעט. נאָר איך פֿאַרכאַפּ דיר די פֿיש פֿאַר דער נעץ, גאָר פֿאַר" געסן אַז מען דאַרף דיר פֿריִער דערצײלן די מעשׂה. די מעשׂה איז א שײנע מעשׂה נאָר אַ קורצע. איך קאָן זי דיר איבערגעבן אין דרײַ װערטער, אױב דו האָסט צײַט מיך אױסהערן ביזן סוף און אוב דו קענסט אַװעקװאַרפֿן אױף אַ מינוט דײַנע גרױסע עסקים מיט דײַנע טערקן און מיט דײַנע מלכים און מיט דײַנע מיליאָנערן און דערמאָנען זיך אַו דו האָסט אַ װוײַב ביז הונדערט און צװאַנציק יאָר, װאָס קען ניט אפֿשר אַזױ פֿױגלדיק שרײַבן, ױ איר מאַן דער שרײַבער, נאָר אַ מעשׂה דערצײלן קאָן אַ גױ אין פּאָסטעלעס אױך.

הכּלל, דו דאַרפֿסט געדענקען לװי דעם טױבנס זונדל, שלמח־װעלװל שאַרלאַטאַן 1 איז ער הײַנט געװאָרן אַ גאַנצער יאַדטעבע־ראַם, אַ נגיד מיט אַ פֿאַיטאָנדל. דער אײנציקער נגיד און דער אײנציקער פֿאַיטאָן! פֿון װאַנען האָט זיך

139