מנחם־מענדל [2]: שײנע־שײנדל צו איר מאַן מנחם־מענדל 6

שלום עליכם (אַלע װערק)

שײנע־שײנדל פֿון כּתרילעװקע צו איר מאַן מנחס־מענדל אין װאַישע

6

לכּבֿוד בעלי היקר החכם מופֿלג הנגיד המפֿורסם מוהר"ר מנחם מענדל נ"י!

ערשטנס קום איך דיר צו מעלדן, אַז מיר זענען דאָ גאָט צו דאַנקען אַלע אין בעסטן געזונט, גיב גאָט דאָס נעמלעכע פֿון דיר צו הערן אױף װײַטער ניט ערגער. און צװײטנס שרײַב איך דיר, בעלי היקר, אַז אױף אונדזער כּתרילעװקע האָט זיך גאָט גענומען גאָר אױף אַן אַנדער אופֿן. מיר זענען נאָך ניט געקומען צו זיך פֿון שעיה־דודס מחותנס אומגליק מיט די שאַרעגראָדסקיס, האָט אונדז גאָט צוגעשיקט אַ נײַעם. משה:נחמן כאָרטאָװאָי געדענקסטו נאָך מסתּמא? איז ער הײַנט אַ שײנער קבצן די דירה האָט ער שױן לאַנג פֿאָרקױפֿט. חיה־פּערל איז בײַ אים געשטאָרבן. ער האָט שױן חתונה געהאַט נאָך אַ מאָל, געבראַכט צו פֿירן אַ כאָלערע פֿון דער פֿרעמד, עפּעס אַ שוחטקע אַן אַלמנה. װי זאָגט די מאַמע: ,מ'קריגט ניט די מציאה אין דער הײם, דאַרף מען פֿאָרן נאָך איר קײן בראָד".. דאָס אײנציקע שטיקל אָנהאַלט זײַנס איז געװען דער ברודער, בערל־אײַזיק. ער איז געזעסן אין אַ דאָרף, בערל־אײַזיק הײסט עס, און האָט געהאַט פּרנסה, פֿלעגט ער אים אונטערהאַלטן, דעם ברודער, אַ מאָל מיט אַ זעקל מעל, אַ מאָל מיט אַ זאַק קאַרטאָפֿליעס, און אַ מאָל טאַקע מיט אַ מזומן קערבל אױך. נאָר דאָס אַלץ איז געוען אַ מאָל, אַז בערליאײיזיק האָט געהאַט אַ קלײטל און פֿלעגט פֿאַרדינען, פֿלעגט ער אָפּרײַסן פֿאַרן ברודער אױך. װי זשע איז אָבער דער דין, אַז ער אַלין, בערל־אײַזיק הײסט עס, האָט הײַנט אױך מכּות! אַז פֿונעם קלײטל האָבן אים גױייִם אױסגעדונגען, און צו פֿאַרדינען איז ניטאָ בײַ װאָס. און גלאַט, ביז װאַנען איז דער שיעור צו העללפֿן אַ ברודער 1 װי זאָגט די מאַמע:.אַ לעכעריקן זאַק קאָן מען ניט אָנשטאָפּף. ‏ | איז דאַכט זיך גענוג 1 װאָס טוט גאָט ― קומט אָן דער אוקאַז און מען װאַרפֿט אים אַרױס פֿון דאָרף, בערל־אײיזיקן הײסט עס, אין פֿיר און צװאַנציק שעה. עפּעס אַ מין בהלה אױף זײ! און װען װאַרפֿט מען זי אַרױס? אַקוראַט אין מיטן בײַנאַכט, אין אַ פֿינצטערניש, אַ חשכות, אַ רעגן, אַ בלאָטע, אַ טװאַן, װי זאָגט

די מאַמע: ,ס'שטײט געשריבן, אַז די ייִדן זענען אַרױסגעגאַנגען פֿון מצרים

113

איז געװען אַזאַ פֿינצטערניש, אַז מ'האָט זיך געקענט די אױגן אַרױסנעמען"..

הכּלל, װהין פֿאָרט אַזאַ ייִד װי בערליאײַזיק, אַז מ'טרײַבט אים אַרױס פֿון דאָרף? מסתּמא אין שטאָט אַרײַן, קײן כּתרילעװקע ― װוּהין דען! ― און מסתּמא צום ברודער, צו משה־נחמנען. אײַ, משה־נחמן שטאַרבט אַלײן פֿון הונגער? װאָס איז ער שולדיק, בערל־אײַזיק הײסט עס? פֿלעגט ער אים דען ניט העלפֿן אַלע מאָל, אַז ער, בערל־אײַזיק הײסט עס, האָט געהאַט! איז אײן מאָל אַװעק. און צװײטנס, פֿון װאַנען זאָל ער װיסן, בערל־אײַזיק הײסט עס, אַז דער ברודער איז אַזאַ אָרעמאַן, אַז ממש ניטאָ מיט װאָס די נשמה צו דער" האַלטן און בסך־הכּל זענען זי אַלע, די כאָרטאָװאָיעס הײסט עס, אַ משפּחה פֿון גדלנים? עס װעט דיר פּגרן דרײַ מאָל אַ טאָג און סװצט דעם ניט אָנשטײן זאָגן יענעם ― גיב מיר. װאָס דאַרפֿסטו מער? אײן ברודער דעם אַנדערן װעט דיר ניט זאָגן לײַ מיר, אָדער באָרג מיר. װועסט אים געבן אַלײן ― איז רעכט, װעסט אים ניט געבן ― איז אױך רעכט. אַ פּאָדלע משפּחה! ניט אומזיסט זאָגט די מאַמע, אַז אַ גדלן איז ערגער פֿון אַ הולטײַ… מײנסט אפֿשר אַז בערל־אײַזיק איז פֿאַרפֿאָרן צו זײַן ברודער, צו משהינחמנען הײסט עס? עס הײבט זיך גאָרניט אָן. פֿאַרפֿאָרן איז ער דװקא אױף אַן אַכסני, גלײַך צו פּרצן אין אײַנ" פֿאָר אַרײַן, און אָפּגעדונגען צװײ חדרים מיט זעקס בעטלעך מיט מאַטראַצן ― אַנדערש לױנט אים ניט דעם פּריץ! אַ גליק נאָר װאָס ער האָט זיך ניט גע" הײסן שטעלן דעם סאַמאָװאַר און קאָכן װאַרעמעס. ער װאָלט דאָס אפֿשר געטאָן, בערל־אײַזיק הײסט עס, װען עס װוערט ניט געװיר דער ברודער, משה־נחמן הײסט עס, קומט ער צו לױפֿן ניטיטױט, ניט־לעבעדיק: ,בערל־אײַזיק! אין גאָטעס װילן! פֿאַר װאָס ביסטו ניט פֿאַרפֿאָרן גלײַך צו מיר 1,,.* װײַזט ער אים, בערל־אײַזיק הײסט עס, אױף די זעקס בעטלעך, ױ אײנער רעדט: אװ האָסטו אַזױ פֿיל אָרט פֿאַר קײן עיןיהרע אַזאַ כאַליאַסטרע, אַז זײ ליגן דאָ אױך סך"הכּל צו צװײ אין אַ בעטל?* איז עס דאָך אָבער פֿון דער גוטער משפּחה, צעלאַכט ער זיך, משה־נחמן טאַקע, און מאַכט אַזױ גאַנץ ברײטלעך: קױיס איך װאָס, נאַרישקײטן! איז אָן מאַטראַצן, אַ דאגה אַ ביסל! נעם צונױף גאַנץ קעקעלע קהל און קום צו מיר!* טאָמער װײסטו, װוּ װעט ער נעמען פֿאַר אַזאַ כאַליאַסטרע טײ און צוקער, און נאָך קאָכן װאַרעמעס צו די צרות?.. איז דאָך עס אָבער אַ כאָרטאָװאָי. פֿאַרזעצט ער די קאַפּאָטע און הײסט קאָכן װאַרעמעס. יענער, בערל־אײַזיק הײסט עס, זעט גאַנץ גוט, װאָס פֿאַר אַ גבֿיר, מישטײנס געזאָגט, דער ברודער איז און װיפֿל בלוט אים קאָסט דער װאַרעמעס, אַז די שװעגערין

114

די כאָלערע בלאָזט זיך און װאָרטשעט שטילערהײט:;צונױפֿגעטריבן אַ טשערעדע…* אױף מאָרגן װיל ער שױן טאַקע הײסן קאָכן װאַרעמעס אױיף דער סטאַנציע, איז װידער די אײגענע געשיכטע: געקומען משהינחמן, געאַרבעט, געמאַכט מיט די הענט:;װועסט עס מיר ניט טאָן, אַ בזיון פֿאַר לײַטן, געקומען אַ ברודער און עסט בײַ אַ פֿרעמדן טיש. גענוג דאָס אַלײן, װאָס דו שטײסט אױף אַן אַכסני"… אַ טאָג און אַ טאָג, ער לױפֿט אַרום איבער דער שטאָט, בערלאײַזיק הײסט עס, טאָמער װעט ער עפּעס געפֿינען בי װאָס צו פֿאַרדינען. װװּ פֿאַרדינען? װאָס פֿאַרדינען? עס איז דאָ בײַ אונדז בעלנים אױף צו פֿאַרדינען אָן אים! צום ברודער עסן גײט מען שױן ניט. ערשטנס איז גענוג, ביז װאַנען קאָן מען זײַן אַ גאַסט און עסן בײַ יענעם װאַרעמעסן? און צױיטנס, איז טאַקע ניטאָ װאָס, אַז יענער שטאַרבט גאָר אַלײן פֿאַר אַ שטיקל ברױט! און קאָכן װאַרעמעס אױף דער אַכסני, הײסט מען זיך באַצאָלן. פּרץ איז גאָר קײן נאַר ניט. ער האָט באַלד אָנגעשמעקט מיט דער נאָז, אַז בײַ זײַנע אורחים פֿײַפֿט דער דלות גאָר אױף אַן אַנדער אופֿן ― און ס'איז גאָרניט אַזאַ גרױסע עװלה. פּרץ איז אַלײן אױך ניט דער גרױסער גבֿיר. ױ זאָגט די מאַמע: ע;ואָס אים פֿעלט צו רױטשילדן מעג עס אודז בײדן צוקומען".. ער איז אַזױ אױך גענוג יוצא, װאָס ער האַלט זײ בײַ זיך אױף דער סטאַנציע. מאָל דיר, ער האַלט זײי? זי האַלטן אים! װאָס זאָל ער מיט זײ טאָן? ער זאָל זײ זאָגן; פֿאָרט אײַך געזונ" טערחײט? האָט ער זײ שױן געזאָגט אױך, און ניט אײן מאָל, עטלעכע מאָל. נאָר װוּהין זאָלן זײ פֿאָרן, מישטײנס געזאָגט ― אין דער ערד אַרײַן? זײ װאָלטן געפֿאָרן קײן אַמעריקע, איז ניטאָ מיט װאָס זיך צו רירן. אַז דײַנע חבֿרות די ;איקעס" מיט די;שמיקעס" פֿאַרמאָגן זאָגסטו מיליאָנען און האַלטן זיך מיט זײי,., פֿאַר װאָס קומען זײ ניט אַהער? אױף װען האַלטן זײ די מיליאָנען? אױף משיחס צײַטן? זײ װײסן אַ פּנים ניט, װאָס מײן מאַמע זאָגט, אַז משיח װעט קומען, װעט מען ייִ באַדאַרפֿן אוױף כּפּרות..

הכּלל, ס'איז גוט שלעכט! װאָס טוט מען? װעסטו הער װאָס אַ כאָרטאָװאָי טוט אָפּ, עֶר איז זיך מישבֿ, בערל־אײַזיק הײסט עס, און מאַכט אַ שמועס מיטן װײַב, װאָס װועט זײַן דער תּכלית, אַז לעבן איז ניטאָ פֿון װאַנען, און רירן זיך קײן אַמעריקע איז ניטאָ מיט װאָס, און שטאַרבן דאַרף מען דאָך סײַ װי סײַ שטאַרבן, איז אײדער שטאַרבן פֿון הונגער, איז שױן בעסער זיך אַװעקסמען לעבעדיקערהײט… אײן מאָל און צװײ מאָל און דרײַ מאָל. צעױינט זיך מסתּמא דאָס װײַב און װײַזט אים אָן אױף די קינדער, ױ אײנער רעדט:;װאָס װעט

215

זײַן מיט די קינדער?*,,, זאָגט ער, בערל־אײַזיק הײסט עס:;די קינדער װעלן מיר אָפּסמען פֿריִער, און דערנאָך װעלן מיר אַלײין אױך אױסטרינקען.." געפֿעלט דיר אַ השׂגה פֿון אַ ייִדן? דאָס קאָן נאָר אַ כאָרטאָװאָי!

װאָס טױג דיר ― אַ ײִַדענע, זי האָט זיך אונטערגעגעבן. ױ זאָגט די מאַמע:;ס'שטײט געשריבן, אַז אַ אישה געפֿינט זיך אינעס רשות פֿון איר מאַן".. און ניט לאַנג געטראַכט, פֿאַרזעצט דעם װײַבס בורנעס, גײט ער אַװעק אין מאַרק, בערל־אײיזיק הײסט עס, און קופֿט אײַן פֿרישע בולקעס מיט טי און צוקער, הײסט שטעלן דעם סאַמאָװאַר, פֿאַרקאָכט טײ, רופֿט צונױף אַלע קינדערי די גאַנצע כאַליאַסטרע, גיסט זײ אָן איטלעכן באַזונדער טײ און צעברעכט זי די בולקעס:;עסט, קינדער, זאָגט ער, דאָס לעצטע מאָל!*.. ― און עס װערט אַ גדולה! נעמט ער, בערל־אײיזיק הײסט עס, און שיט זײ אַרײַן עפּעס אַ פּראָשעק אין טײ אַרײַן, קלאָגן זיך די קלענערע קינדער, אַז דער טײ אין עפַּעס ביטער… װאַרפֿט מען זײ אַרײַן צוקער און מ'הײסט זײ טרינקען ― טרינקען זײ. זײ קרימען זיך, נאָר זײ טרינקען. זעען די עלטערע קינדער, אַז טאַטע־מאַמע סודען זיך, װײנען און שיטן עפּעס אין טײ אַרײַן, װילן זײ ניט טרינקען. בעטן זיך בײַ זײ טאַטע־מאַמע מיט טרערן, זײ זאָלן טרינקען, מ'דאָרף טרינקען און װײַזן, אַז זײ אַלײין טרינקען אױך ― אַזױ לאַנג, אַזױ ברײט, אַלע האָבן גע" טרונקען, נאָר אײנער, אַן עלטערער ייִנגל, אַ בר־מיצוה־בחורל, האָט זיך אײינגעשפּאַרט, ניט געװאָלט טרינקען בשום־אופֿן! און אַז יענע האָבן אױסגע" טרונקען און ס'איז זײ געװאָרן שלעכט, איז דער בר־מיצװה־בחורל אַרױסגעלאָפֿן און געמאַכט אַ גװאַלד, אַז זײַן טאַטע־מאַמע האָבן פֿאַרסמט אַלע קינדער און זיך אַלײן אױך אָפּגעסמט מיט עפּעס אַ פּראָשעק אױפֿן טײי! איז מען זיך צונױפֿגעלאָפֿן, די גאַנצע שטאָט, געבראַכט דאָקטױרים, געראַטעװעט, געגװאַלדעװעט ― פֿאַרפֿאַלן!

װאָס זאָל איך דיר זאָגן, מענדל, װער ס'האָט ניט געזען די דאָזיקע לױה, דער װעט לעבן מער מיט צװאַנציק יאָר. ס'איז שױן געװען אײן מאָל אַ לװיה! תּשעה באָב, זאָג איך דיר, חורבן בית־המיקדש! נאָך ביז הײַנטיקן טאָג שטײט ער מיר פֿאַר די אױגן, בערל־אײיזיק הײסט עס, מיר צו לאַנגע יאָר, מיט אַפֿאַרזאָרגט פּנים נעבעך און מיט בלאָנדזשענדיקע אױגן, װי אַ מענטש, װאָס האָט עפּעס פֿאַרלױרן… עס דאַכט זיך מיר אױס, אַז אױף זײַן פּנים איז געװען פֿון לאַנג אָנגעצײכנט, אַז דער מענטש װעט שטאַרבן ניט מיט זײַן טױט.. נאָר ערגער פֿון אַלץ איז, װאָס ער גײט אַרום אונדז אַלעמען צו חלום, אַלע נאַכט,

116

אַלע נאַכט! די מאַמע זאָגט, ס'שטײט געשריבן, אַז דער װאָס נעמט זיך אַלין דאָס לעבן, קאָן ניט אָנקומען אַזױ גיך אױף יענער װעלט.. שלאָפֿן מיר דערי" בער ניט קײן גאַנצע נאַכט, ניט איך, ניט די מאַמע, װי עס װינטשט דיר פֿיל גוטס און אימער גליק, פֿון מיר דײַן באמת געטרײַע פֿרױ

שײנע־ שײנדל

איך האָב פֿאַרגעסן דיר שרײַבן, מענדל, אַז איך האָב הײַנטיקע װאָך קױם אַ מאָל באַקומען געלט פֿון דײַנע לײַט, איצטיקס מאָל, דאַנקען גאָט, שױן מיט אַ בריװעלע צוגעלײגט, שױן אײן מאָל אַ בריװעלע! ניט מער זאָלן די שׂונאים פֿאַרמאָגן ― אין גאַנצן אַרום און אַרום אײן שורהלע.;מיר שיקן אײַך ― שרײיבן זײ ― עדילחשבון אַ הונדערטער".. און מער ניט געקאָכט! ערשטנס װאָלט איך ועלן װיסן, ער איז דער עמיר", ― אַז געחתמעט איז סך־הכּל אײנער, עפּעס אַן אַכטונגספֿאָל מיט אַ דרײדל. און צױיטנס, װאָס עפּעס עד" לחשבון? װוּ איז דער חשבון? איך װאָלט װעלן זען, װױ אַזױ רעכענען זײ זיך מיט דיר ― אױף דער װאָג, צי אױף דער מאָס? און נאָך אַ זאַך: װאָס דאַרפֿן זײ מיר שרײײבן, אַז זײ שיקן מיר אַ הונדערטער? איך זע דען ניט אַלײן אַז ס'איז אַ הונדערטער, ניט קײן טױזנטער? ױ זאָגט די מאַמע:;עס האָט אַזאַ פֿים, װי מ'האָט אײנעם אָפּגעשטעקט אין באַק אַרײַן און מזאָגט אים: נאַ, שלמה־יאָסל, אָט האָסטו געכאַפּט אַ פּאַטעז"..

117

מנחם־מענדל פֿון װאַרשע צו זײַן װײַב שײנע־שײנדל אין כּתרילעװקע

לזוגתי היקרה החכמה הצנועה מרת שײנע־שײנדל שתחי'!

ראשית בין איך דיר מודיע, אַז איך בין ב"ה בקו החײם והשלום. השם" יתברך זאָל העלפֿן מ'זאָל תּמיד האָרכן אײנס פֿון דאָס אַנדערע נאָר גוטס מיט בשׂורות טובֿות ישועות ונחמות בתּוך כּללײשראל ― אָמן.

והשנית זײַ ױסן, זוגתי היקרה, אַז דו קענסט שױן זײַן רױק ― דעם טערק האָבן מיר דאַנקען גאָט באַװאָרנט. אים װעט שױן קײנער איצט אַזױ גיך ניט זאַטשעפּען און מער צו אים קײן טענות ניט האָבן, אַז זײַן;האַלבע לבֿנה" רירט אָן חלילה עמעצנס כּבֿוד.. און מ'װעט שױן ניט זאָגן מער אַז ער, דער ױלדער אַזיאַט, באַהאַנדלט, חלילה, ניט װי עס געהערט צו זײַן די ;ברידער" די סלאַװיאַנער… און קײנער װועט שױן ניט אַרױסטרעטן מער אָנ" נעמען זיך די קריװדע פֿון די באַלײידיקטע ― אַן עק! מ'האָט אים אַרומגענומען דאָרטן אין לאָנדאָן מיט אַ רױטן פֿאָדעם זײַד, אָנגעצײכנט אים אַקוראַט די נײַע גרענעצן פֿון זײַן אַלטער מדינה, אַזױ אַז די לאַנדקאַרטע האָט שױן באַקומען איצט גאָר אַן אַנדער פּנים. און דאָס האָט ער צו פֿאַרדאַנקען מײנסטו װעמען? די באַלקאַנער שותּפֿים, װאָס האָבן אים גובֿר געװען? אָבער גאָר לֹא! דװקא די ,גדולים", דװקא די ,הױכע פֿענצטער", װאָס האָבן פֿריִער אָפּגעװאַרט ביז מען װעט אים גוט אָנבױקערן, דערנאָך זענען זײ געװאָרן רודף־שלומניקעס, אַװועקגעזעצט זיך און אװײסגעאַרבעט אַ שלום צױשן אים און צװױשן די באַלקאַנער מלכים, אַזױ אַז דו לײיענסט איבער דעם דאָזיקן טראַקטאַט פֿון שלום, קאָנסטו זיכער מײנען, אַז ניט די באַלקאַנער;ברידער" אַלין האָבן געפֿירט די דאָזיקע בלוטיקע מלחמה, נאָר זײ, די ,הױכע פֿענצטער" הײסט עס, האָבן געקאָמאַנדעװעט, געװען די גאַנצע מאַכערס, דעריבער זענען זײ זיך דאָס איצט עוסק אין דעם אױסטײלן די חלקים. עס װעט זײַן אַ תּענוג, זאָג איך דיר, אָנצוקוקן, װי מען װעט זיך עס אַװעקזעצן, די שײנע מענטשן, אנשים מכובדים, מיט פֿאַרקאַטשעטע אַרבל און מ'װעט זיך עס געבן אַ נעם צו דער אַרבעט, אײַנטײלן דער חבֿרה, ױ מען טײלט אױס לעקעך להבֿדיל בײַ אונדז אין שול ערבֿ יום"

118