מנחם־מענדל [2]: שײנע־שײנדל צו איר מאַן מנחם־מענדל 5

שלום עליכם (אַלע װערק)

שײנע־שײנדל פֿון פֿתרילעװקע צו איר מאַן מנחט־ימענדל + אין װואַרשע

לכּבֿוד בעלי היקר החכם מופֿלג הנגיד המפֿורסם מוהר"ר מנחם מענדל נ"י!

ערשטנס קם איך דיר צו מעלדן אַז מיר זענען אַלע גאָט צו דאַנקען אין בעסטן געזונט, גיב גאָט דאָס נעמלעכע פֿון דיר צו הערן אױף װײַטער ניט ערגער. צװײטנס שרײַב איך דיר, בעלי היקר, אַ מענטשן אַז ס'הײבט אָן צו גײן איז װי די מאַמע זאָגט: דורך טיר און דורך טױער, דורך אַ צוגעמאַכט פֿענצטער און דורך אַ שפּאַלט פֿון אַ לאָדן.. דו שטױסט זיך שױן אַװודאי װעמען איך מײן, איך מײן דאָס טאַקע אונדזער שעיה־דודס מחותּן יענקל שאַרעגראָדסקי און דעם אומגליק, װאָס אים האָט געטראָפֿן! און װער איז שולדיק, אַז ניט שעיה־ דוד אַלײן מיט זײַן קרומען קאָפּ און מיט זײַנע קלוגע עצות 1 ױ זאָגט די מאַמע: אַז ס'יאיז באַשערט אַ זעץ אין פֿלײצע, קומט דאָס פֿון אַן אײגענעם.. װעסטו האָרכן װאָס אַ ייִד קאָן!

אַז די שאַרעגראָדסקיס זענען געקומען צוריק פֿון פּײיטערבאַרג מיטן בײַטשל, ניט אױסגעפֿירט גאָרניט און נאָך געפּטרט דאָס ביסל מזומנס אױך, פֿאַלט ער בײַ זיך ניט אַראָפּ, שעיה־דוד הײסט עס, און גיט זײ אַ נײַע עצה: אַזױ ױ אַרױסשיקן פֿון דאָרף האָט זײ אַרױסגעשיקט אײגנטלעך דער אװראַדניק, ניט די גױיִם ― אדרבה, די גױיִם זענען גאָר געװען פֿאַר זײ שטאָל און אײַזן, מ'זאָל זײ ניט טשעפּען,;בא יאַנקעל ― האָבן זײ געזאָגט ― דאָברי טשולעױק, אַ יאָהאָ זשינקאַ שטשע דאָברישע", דאָס הײסט, אַז יענקל שאַרעגראָדסקי איז אַ גוטער מענטש און זײַן װײַב ― חנה־מירל ― איז נאָך אַ בעסערע.. מאָל דיר, װאָס חנה־מירלען גײט אָפּ צו גוטסקײט, זאָל דאָס מיר צוקומען. סך־הכּל האָט זי פֿאַר אַ יאָרן, אַז זי איז געקומען צו אונדז אױף יום־טובֿ, זיך געפּאַטשט מיט שעיה־דודס עלטערער שנור, עטל־בײלע, אַז די גאַנצע גאָס איז זיך צונױפֿ" געלאָפֿן. און איבער װאָס מײנסטו האָבן זײ זיך געפּאַטשט? איבער עפּעס רעכטס 1 װײס איך װאָס, איבער אַ ביכל. עפּעס אַ ביכל האָבן חנה־מירלס ייִנגלעך גע" בראַכט צו פֿירן פֿון דאָרף, אױף ייִדיש, אַ מעשׂה־ביכל, צי אַ ראָמאַנס, צי װײסט זײ דער גוטער יאָר, האָבן עס עטל־בײלעס ייִנגלעך דערטאַפּט און גע"

102

גומען לײענען אינציקװײיז, אַזױ לאַנג געלײענט דאָס ביכל, ביז מ'האָט זיף געגעבן אַ כאַפּ צום ביכל, פֿאַרן אַװעקפֿאָרן שױן, װוּ איז דאָס ביכל 1 ― װער ביכל? װאָס ביכל? ניטאָ קײן ביכל! האָט זיך אָנגעהױבן אַ סלעדסטוע, א רײײַסעניש איבערן ביכל, װוער האָט צום לעצטן געהאַלטן דאָס ביכל? ביכל־ביכל! אַ װאָרט פֿאַר אַ װואָרט, פּיטש־פּאַטש, מ'האָט זײ קױם צענומען!.. איך װועל דיר ניט זאָגן, עס קאָן זײַן, אַז חנה־מירל איז דאָ ניט אַזױ פֿיל שולדיק װױ עטל־בײלע מיט אירע בנימלעך, װאָס זענען געװאָרן, זאָלסט אַ קוק טאָן, גאַנצע יאַיטאָבי דאַמס, קלױבן זיך צונױף אַלע שבת צו נאַכטס אױף זאַסעדאַניעס, שפּילן שױן גאָר טרעיאַטער, מאַכן אַזעלכע אָנשטעלן, אַז מ'קאָן שטאַרבן! דו מײנסט, מענדל, אַז אונדזער כּתרילעװקע איז דאָס כּתרילעװקע װאָס געװען? װאָלסט דאָס באַין־אופֿן ניט דערקענט װען דו קומסט צו פֿאָרן! װױ זאָגט די מאַמע:;ס'שטײט געשריבן, אַז ס'װעט אױפֿשטײן אַ דוד װאָס די טאַטעס װעלן ניט דערקענען זײערע קינדער און די קינדער זײערע טאָטעם..":

הכּלל, האָבן זיך די גױיִם אַװעקגעשטעלט פֿאַר די שאַרעגראָדסקיס מ'זאָל זײ ניט אַרױסשיקן, זײ האָבן, זאָגן זײ, גאָרניטיניט צום דאָזיקן ייִדן און האָבן שױן אַפֿילו געמאַכט אַ פּריגאָװאָר, אַװעקגעשריבן צום גובערנאַטאָר. נאָר עס האָט געהאָלפֿן װי אַ טױטן באַנקעס, אַן אוקאַז ― פֿאַרפֿאַלן!.. האָט זײ שעיהדוד געגעבן אַ קלוגע עצחה, אַזאַ יאָר אױף מײַנע שׂונאים! אַ מענטש האָט דיר אַ טבֿע ― דער גאַנצער װועלט, צי מיפֿרעגט אים, צי מ'פֿרעגט אים ניט, האָט ער ליב געבן עצות. די ערשטע צײַט, אַז דו ביסט געװען אין אַמעריקע און ס'איז פֿון דיר, ניט הײַנט געדאַכט, אַ צײַט קײן בריװ ניט געװען, פֿאַלט ער אױף אַ גלײַכס, שעיה־דוד הײסט עס, און רױמט אײַן דעם טאַטן עליו־השלום אַ סוד אױפֿן אוער ― דער טאַטע האָט נאָך דעמאָלט געלעבט, ― אַז ער זאָל אַרױיסנעמען, דער טאַטע הײסט עס, אַ כֹּתב בײַם היגן רב, װאָס האָט אונדז מסדר־קידושין געװען, און אַװעקשיקן דעם דאָזיקן כּתבֿ מִיט מײַן כּתובא, װאָס איך האָב פֿון דיר, צו די רבנים װאָס אין אַמעריקע, אַז טאָמער װעט קומען צו זײ אַ יונגער־מאַן מיטן נאָמען מנחם־מענדל און װעט װעלן שטעלן אַ חופֿה, זאָלן זײ װיסן אַז ער איז אַ באַװײַבטער און מ'טאָר אים ניט געבן קײן חופּה. וקידושין… דערהערט מסתּמא די מאַמע װי ער סודעט זיך, שעיה דוד הײסט עס, מיטן טאַטן, און געכאַפּט גאָר אַ פּאָר װערטער: ,מנחם־מענדל"..;אַמע" ריקע"…;חופֿה־וקידושין"… זאָגט זי צו אים, צו שעיה־דודן הײסט עס 1;זאָגט מיר, איך בעט אײַך, װאָס דאַרף אײַך דאַרן דער קאָפּ פֿאַר מײַנע קינדער?

103

װעמען מאַכן זײ ענג? און װעמען זענען זײ גרױס אין די אױגן?..* װיל ער זיך פֿאַרענטפֿערן, שעיה־דוד הײסט עס, אַז ער איז דערמיט ניט אױסן געוען חלילה עמעצן אַ רעה, אָדער זיך אַ טובֿה, אַדרבה, ער האָט מער, זאָגט ער, ניט אין זינען געהאַט קײנעם, אױסער מיר און מײַנע קינדער. דאַנקט זי אים אָפּעט, די מאַמע הײסט עס, פֿאַר זײַן גוטסקײט און פֿרעגט אים נאָך אַ מאָל דאָס אײגענע, ער זאָל איר זאָגן נאָר אײן זאַך: װעמען מאַכן אירע קינדער קאַליע 1 אױף װעמענס ערד גײען זײ? װעמען איז דורך זײ ענג? און װעמען זענען זײ גרױס אין די אױגן?.. בעט ער זיך בײַ איר רחמים, שעיה: דוד הײסט עס, אַז זי זאָל פֿאַרגעסן װאָס ער האָט געזאָגט, גלײַך װי ער האָט גאָרניט געזאָגט און גאָרניט גערעדט און גאָרניט געטראַכט אַפֿילן! װאָס טוג דיר, ער האָט זיך פֿון איר ניט גענאַרט, פֿאַרזאָגט קינדסקינדער! אָט אַזאַ מין ייִד איז דאָס! אַפֿילן אַזױ, אױבן אױף, דאַכט זיך, ניט קײן שלעכט מענטשל, גאָרניט קײן שלעכטער, גרײט פֿון יענעמס װעגן אין פֿײַער און אין װאַסער, נאָר אַ נודניק, אַן אײַנגעגעסענע בריאה, האָט ליב געבן עצות.

הכּלל, װאָס איז געװען די עצה, װאָס ער האָט געגעבן זײַנע מחותּנים? די עצה איז געװען אָט װאָס פֿאַר אַן עצה: אַזױ װי ס'הערט זיך אַ סלוך, און אױף די גאַזעטן שרײיבט מען װעגן דעם, אַז דאָס אַרױסטרײַבעניש װאָס מ'טרײַבט ייִדן װועט מען סוף־כּל־סוף אָפּשטעלן, נאָר װאָס דען? דאָס װעט זײַן גוט פֿאַר די, װאָס מ'האָט זײ נאָך ניט אַרױסגעטריבן ― איז פֿאַרפֿאַלן! על־כּן, זאָגט ער, שעיה־דוד הײסט עס, אַז ס'װאָלט געװען גוט, װען די אַרױסגעטריבענע מחו" תּנים, די שאַרעגראָדסקיס הײסט עס, זאָלן זיך מאַכן ניט־װיסנדיק און זאָלן נעמען און זאָלן װאָס פֿריִער אַרײַנכאַפּן זיך צוריק אין דאָרף אַרײַן, זיך אױסבאַהאַלטן די ערשטע צײַט פֿאַרן אוראַדניק, ― װאָרעם פֿאַר די גױיִם האָבן זי ניט װאָס צו באַהאַלטן זיך, דער עיקר איז, אַז דער אוראַדניק זאָל ניט געװױר װערן,. ― ביז ס'װעט אַרױס צוריק דער זאַקאָן, אַז מ'זאָל אױפֿהערן טרײַבן, דעמאָלט װעלן זײ, די שאַרעגראָדסקיס הײסט עס, שױן קאָנען באַװײַזן זיך פֿאַרן אוראַדניק אױך. אײַ, דער אוראַדניק װעט דערנאָכדעם האָבן אַ טענה, אַז ער אַלײן האָט זײ אַרױסגעטריבן? װעט מען זיך שױן דעמאָלט אַן עצה געבן, אונטערשמירן… אַ טײַערע מציאה אַן אוראַדניק! ― װאָס איז ער 1 אַ גובערנאַטאָר?

הכּלל, זײ האָבן זיך געלאָזט איבעררעדן ― אַז דער מחותּן אַלײן זאָגט! ― און זענען אַריבערגעפֿאָרן שטילערהײט צוריק אין דאָרף אַרײַן, ניט אַלע, נאָר

104

דער פֿאָטער אַלײן, יענקל שאַרעגראָדסקי הײסט עס, מיט די צױי אײדעמס, מאָטל און מאיר, װאָרעם אַלע מיט אַ מאָל, אַ גאַנצע כאַליאַסטרע אַז עס װעט אָנקומען, װעט מען אױפֿרײַסן די אױגן. געקומען אין דאָרף אַרײַן זענען זי מסתּמא בגנבֿה, בײַ נאַכט, און האָבן זיך,. נישקעסיטישקעס, אַרײַנגעכאַפּט צו זיך אין שטוב אַרײַן, מורא געהאַט אַ פּנים אָנצינדן אַ ליכט מזאָל חסיושלום ניט דערזען אַז ס'לײַכט זיך בײי זײ, און האָבן זיך געװאָלט לײגן שלאַפֿן, איז אַ פּנים געװען קאַלט װי אין פּסאַרני, האָבן זײ זיך מישבֿ געוען אַזױ: אײַנהײצן אין אױװן, װעט גײן אַ רױך פֿונעם קױמען, ― טאָמער פֿאָרט דורך אַקוראַט אין דער מינוט דער אוראַדניק און דערזעט א רױך פֿונעם קױמען, קאָן אים װערן קשה., האָבן זײ גענומען אַ זשאַראָװני, ― איך װײס ניט װעמענס קאָפּ ס'איז געװען דערבײַ? ― אָנגעשיט קױלן, צעלײגט אַ פֿײַערל און גענומען זיך װאַרעמען. און אַז מ'האָט זיך גוט דערװאַרעמט, איז מען אַנטשלאָפֿן געװאָרן, שױן אײן מאָל אַנטשלאָפֿן געװאָרן,. רעכט אײַנגעטשאַדעט זיך און ― אַ גוֹטן טאָג..:

דו קאָנסט זיך שױן פֿאָרשטעלן, מענדל, װאָס דאָ טוט זיך אַצינד בײַ אונדז. די גאַנצע שטאָט איז אױף! עס קאָכט ױ אין אַ קעסל! מײנסט, װען האָבן מיר זיך דערװוּסט? ערשט הײַנט אין דער פֿרי. טאַקע פֿון דײַן געזעט האָבן מיר זיך עס דערװװסט. עס איז מיר נאָר אַ חידוש, פֿאַר װאָס דו האָסט מיר אין דיַן לעצטן בריװ ניט געשריבן פֿון דער דאָזיקער מעשׂה גאָרניט, קײן װאָרט אַפֿילן, גלײַך װױ די שאַרעגראָדסקיס געהערן זיך שױן מיט דיר ניט אָן גאָרניט. דער טערק גײט דיר אָן, אַ פּנים, אַ סך אַ נאָענטערער מחותּן ױ מײַן טאַטנס משפּחה?

הכּלל, זענען מיר דאָס פֿון דײַן געזעט געװיר געװאָרן די גאַנצע מעשׂה, ױ אַזױ מ'האָט זײ געפֿונען אַלע דרײַ, יענקל שאַרעגראָדסקי הײסט עס, מיט בײדע אײדעמס בי דער זשאַראָװוני שױן טױטע, און ױ אַזױ מ'האָט זײ גע" בראַכט קײן דובנאָ, און װאָס פֿאַר אַ לװיה זײ האָבן געהאַט. גאַנץ דובנאָ איז געװען אױף! ס'איז געװען אַ יללה, שרײַבט מען דאָרט, װי ניט הײַנט געדאַכט בעת קעשעניװ… נאָר װאָס קומט אַרױס? דערװײַלע איז חנה"מירל נעבעך שיִער פֿונעם זינען. זי רײַסט זיך קײן דובנאָ, לאָזט מען זי ניט. און ער אַלײן, שעיהדוד הײסט עס, אַ שענערן לײגט מען אין דער ערד: װעלכער רוח, זאָגט ערי האָט אים געטראָגן ער זאָל געבן עצות? קױם אַרומגעקוקט זיך, איצט האָט ער אױף זיך אַ גוט פּעקל ― אַן אַלמנה מיט אַ גאַנצע כאַליאַסטרע יתומים. אַ מיצװה, זײער רעכט, לאָז אַ ייִד ניט האָבן אַזאַ פּאָדלע טבֿע געבן עצות 4

105

כאָטש אַז מ'װיל צוריק, איז ער אפֿשר אױך גאָרניט אַזױ פֿיל שולדיק, װאָרעם פֿון װאַנען װײסן מיר, אַז װען ניט ער, שעיה־דוד הײסט עס, װאָלט ניט געװען קײן אַנדער שליח? אָט דערצײלט חנה־מירל אַלין, װאָס מיט איר מאַן האָט זיך פֿאַרלאָפֿן נאָך מיט אַ יאָר פֿריִער. ער איז געהאַט געפֿאָרן, טאַקע איר יענקל מיט די אײדעמס, געפֿירט מיט זיך געלט, אַ פּאָר הונדערט קערבלעך, ― זענען אים גױיִם באַפֿאַלן אין װעג, פֿאָרנדיק פֿון דובנאָ צו זיך אין דאָרף אַרײַן געבונדן הענט אוֹן פֿיס און געװאָלט הרגענען, איז אָנגעפֿאָרן אַ גלאָק, זענען זײ דורך אַ נס ניצול געװאָרן און געבענטשט גומל. הײַנט גײ ריכט זיך אַז זײ װועלן איצט אַלײן זיך נעמען דעם טוט דורך אַ זשאַראָװוני גאָר! װױ זאָגט די מאַמע: ,ס'שטײט געשריבן, אַז אַלע הושענה־רבה װערט אָנגעצײכנט פֿון אױבן, מיט װאָסער אַ טױט, מישטינס געזאָגט, דער מענטש באַדאַרף שטאָרבן".. האָב קײן פֿאַראיבל ניט, מנחם־מענדל, איך בין אַזױ ראַסטראָיעט פֿון דעם דאָזיקן אומגליק, אַז איך קאָן דיר הײַנט ניט שרײַבן פֿון קײן זאַך מער, כאָטש איך װאָלט דיר באַדאַרפֿט שרײַבן און שרײַבן! עס נעמט זיך מיר ניט די האַנט צו דער פּען און עס גײט מיר ניט אײַן קײן זאַך. ניט נאָר איך אַלײן, מיר אַלע גײען דאָ אַרום אָן קעפּ, װי עס ױנטשט דיר פֿיל גוטס און אימער גליק פֿון מיר דײַן באמת געטרײַע פֿרױ שײגעי־שײנדל

בעלי היקר! טאָמער װאָלסטו דאָרטן אױפֿגעמונטערט רײנע לײַט, װאָס זענען זײ עפּעס מיט אַ מאָל אײַנגעשלאָפֿן געװאָרן?.. אַ פּנים זײ האָבן זיך שױן אײַנגעמידט שיקן מיר הונדערטער פֿאַר דײַנע שרײַבעכצן װאָס דו שרײַבסט זי? אַ חידוש װאָס זײ מידן זיך ניט אײַן אַרױסלאָזן אַלע טאָג אַ פֿרישן געזעט 1 גאָט זאָל מיר אַזױ העלפֿן, װי איך האָב געװוּסט פֿריִער, אַז סװעט אַזױ זײַן װי זאָגט די מאַמע:;געלט נעמען װערט קײן מאָל ניט נימאס. געלט געבן װערט גיך נימאס"… זי אַז זי זאָגט אַ װאָרט, מעגן זיך דאָרט אַלע רײנע פֿײַנע בריות

באַגראָבן לעבעדיק!..

106

מנחם־מענדל פֿון װאַישע צו זײן װײַב שײנע־שײנדל אין פֿתרילעװקע

8

לזוגתי. היקרה החכמה הצנועה מרת שײנע־שײנדל שתחי'!

ר א שי ת בין איך דיר מודיע, אַז איך בין ברוךיהשם בקו החײם והשלום, השם־יתברך זאָל העלפֿן מ'זאָל תּמיד האָרכן אײנס פֿון דאָס אַנדערע נאָר גוטס מיט בשׂורות טובֿות ישועות ונחמות בתוך כּללײשראל ― אָמן

והשנית זײַ ױסן, זוגתי היקרה, אַז די גאַנצע װעלט איז אומעטום | אײן װועלט און אַז אין דער פּאָליטיקע קומט פֿאָר פּונקט דאָס אײגענע װאָס אױף דער בערזע. דאָ און דאָרט אײן גאַנג ― ניט געמינערט אַ האָר. אַזױ װי דאָרט אױף דער בערזע, למשל, קאָן דער קליגסטער כערזיאַנער ניט ױסן הײַנט װאָס פֿאַר אַ װינטעלע מאָרגן קאָן אַ בלאָז טאָן, און פּאַפּירן װאָס זענען נעכטן געשטיגן העכער הײײזער, קענען מאָרגן געבן אַ פֿאַל ארצה, דאָס הײסט פֿונעם גרעסטן ,האָס* קאָן זיך אױסלאָזן אַ גרױסער;בעס", ― אַזױ איז אױך דאָ אין דער פּאָליטיקע ניטאָ דער נאַר װאָס זאָל זאָגן נביִות פֿון הײַנט אױף מאָרגן װאָס מאָרגן װעט זײַן. אַזױ װױ דאָרט אין יעהופּעץ אױף דער בערזע, ניט הײַנט געדאַכט, געדענקסטו נאָך װאָס האָט זיך געטאָן? אַלע האַלבע שעה פֿלעגן לױפֿן דעפּעשן פֿון פּיײיטערבאַרג אַז;פּוטילעװער" פֿאַלן און פֿון װאַרשע פֿלעגט מען טעלעגראַפֿירן אַז;לילעפּוטן" הײבן זיך, מ'זאָל קױפֿן ,לילעפּוטן? און נאָר ;לילעפּוטן?! אַװדאי פֿלעגט דער עולם ― און איך אױך בתוכם ― געבן אַ פֿאַרקױף אױט די ,פֿוטילעװער" און אָפּדעקן זיך די רגע, ױ װײַט מעגלעך, מיט ;לילעפּוטן". װאָס זשע איז געװען דער סוף? לאָזט זיך אױס מסתּמא אַ בױדעם, װאָרעם אין אַ שעה אַרום קומט אָן אַ נײַע דעפֿעש פֿון פּײיטערבאַרג, אַז עפֿוטילעװער" האָבן זיך אַ הײב געגעבן הױך הױך, מ'זאָל קױפֿן ,פּוטילעװער", און פֿון װאַרשע אַ דעפּעש, אַז די ,לילעפּוטן* שטינקען במחילת־כבודם, ױ איבערגעהאַלטענע פֿיש, און די שפּעגעלאַנטן נעבעך ― און איך אױך בתוכם ― האָבן געלײגט דעם קאָפּ, פֿאַרלױרן װוּ ס'איז געװען ערגעץ אַ מזומענער גראָשן און נאָך געבליבן דערונטער. װאָס זשע איז די מעשׂה? די מעשׂה איז, װאָס בערזע און פּאָליטיקע איז אַלץ אײן מאַטעריע, אַן אײדעלע מאַטעריע, װאָס לאָזט זיך ניט

107