מנחם־מענדל [2]: מנחם־מענדל צו זײַן װײַב שײנע־שײנדל 6

שלום עליכם (אַלע װערק)

מנחם־מענדל פֿון װואַרשע צו זײַן װײַב שײנע־שײנדל אין פֿתרילעװקע ־

6

לזוגתי היקרה החכמה הצנועה מרת שײנע־שײנדל שתחי,

רא שי ת בין איך דיר מודיע, אַז איך בין ברוךיהשם בקו החײם והשלום, השם־יתברך זאָל העלפֿן, מ'זאָל תּמיד האָרכן אײנס פֿון דאָס אַנדערע נאָר גוטס מיט בשׂורות טובֿות ישועות ונחמות בתּוך כּללײשראל ― אָמן.

וה שנית זײַ וױסן, זוגתי היקרה, אַז מײַן גרױסע קאָמבינאַציע, װאָס איך האָב און װאָס דו פֿרעגסט זיך אַזױ נאָך אױף איר, איז מוראדיק פֿאַר" פּלאָנטערט, נאָר איך קאָן זי דיר אַרױסגעבן אין צױי וװוערטער, צױי גע" צײלטע װערטער מערניט, נאָר װאָס אױף זײ שטײט די גאַנצע װעלט. די צױי װערטער זענען ― שלום און װואָגשאָל,

שלום ― דאָס איז אַ זאַך, װאָס אָן דעם װאָלט די װעלט קײן קיום ניט געהאַט, אײנער דעם אַנדערן װאָלט אײיַנגעשלונגען לעבעדיקערהײט, עס װאָלט ניט געװען ניט קײן מיסחר, ניט קײן באַנען, ניט קײן שיפֿן, ניט קײן שטעט, ניט קײן געלט, ― תּהו־ובהו. דאָס איז אַזױ פּראָסט, ױ פֿאַר אַ גראָשן אַ בײגל, און איך מײן אַז מען באַדאַרף עס דיר לאַנג ניט קײַען. דו פֿאַרשטײסט עס שױן אַלײן, דו קענסט דיר נעמען אַ מוסר טאַקע פֿון דײַן כּתרילעװעקע. שטעל דיר פֿאָר, אַז אין אַ שײנעם פֿרימאָרגן גײט אַרױס אין כּתרילעװקע אַ זאַקאָן, אַז ס'איז אױס זאַקאָן, דאָס הײסט אַז יעדער קאָן זיך טאָן װאָס ער װיל און נעמען װאָס זײַן האַרץ גלוסט! באַדאַרף איך דיר לאַנג באַשרײַבן, װי די שטאָט װאָלט דעמאָלט אױסגעזען? און װאָס פֿאַר אַ פּנים עס װאָלט דעמאָלט באַקומען דער מאַרק מיט די קלײטן, מיט די הײַזער, מיט די בעלײבתּים און דערהױפּט די נגידים? אין אײנע דרײ־פֿיר טעג, נאַרעלע, װאָלט מען זיך אײנס דאָס אַנדערע אױסגעקױלעט, צעראַבעװעט און פֿאַרברענט, און פֿון כּתרילעװקע װאָלט נאָר געבליבן אַ זכר, אַז אױף דעם אָרט איז אַ מאָל געשטאַנען אַ שטעטל, װאָס האָט געהײסן כּתרילעװקע… כּל־זמן אָבער דער זאַקאָן איז זאַקאָן און מענטשן לעבן בשלום איז, װי די מעשׂה איז, צי גוט צי שלעכט, נאָר די שטאָט איז אַ שטאָט,

84

כּתרילעװקע איז געװען כּתרילעװקע, און כּתרילעװקע װעט זי בלײַבן ביז משיח װעט קומעןײ

דאָס אײגענע װאָס מיט כּתרילעװקע איז אױך מיט דער גאַנצער װעלט. ניט מער דאָס, װאָס אין כּתרילעװקע איז;זאַקאָן", איז פֿאַר דער װעלט אשלום". כּליזמן דער שלום איז אַ שלום, איז די ועלט אַ װעלט. און טאָמער חלילה

װערט אױס שלום און אַלע מדינות װאָס אױף דער גאַנצער ועלט גײיען אַרױס אױף מלחמה, װערט חרובֿ די װעלט ― אױס װעלט!

װאָלט אײגנטלעך געװען דערצו על־פּי שׂכל אײן תּרופֿה. דהײַנו, װאָסער אַ תּרופֿת 1 ― צעברעכן די ביקסן, צעגיסן די האַרמאַטן, צעלאָזן די סאָלדאַטן ― און שױן! װי אונדזער נבֿיא ישעיה האָט שױן לאַנג נביִות געזאָגט. איז אָבער דער חסרון, װאָס אַזױ װעט דאָס זײַן ערשט דעמאָלט װען משיח װעט קומען… דערװײַלע איז דאָ בײַ די פֿעלקער אַן אַנדער תּרופֿה: דװקא ביקסן און דװקא סאָלדאַטן און װאָס מער, ניט צוליב מלחמה חסיושלום! ― נאָר צוליב שלום, מ'זאָל זײַן זיכער מיטן לעבן און מיטן גוטס און מזאָל קאָנען שלאָפֿן רויִק, אַז אײן מדינה װעט ניט אָנפֿאַלן אױף דער אַנדערער מדינה ― אָט דאָס װערט אָנגערופֿן;װאָגשאָל". דאָס לעבן הײסט עס הענגט אױיף משקלות, די װעלט איז אױף אַ װאָגשאָל. און ער האַלט די װאָג אין האַנט? ― װעסט גאָר ניט טרעפֿן ― דװקא דער טערק מיט דער רױטער יאַרמלקע! פֿאַר װאָס עפּעס גראָד ער? װײַל זײַן מדינה גרענעצט זיך מיטן שװאַרצן ים און צום שװאַרצן ים שטופּן זיך אַלע;גדולים", איטלעכער װיל דאָרט האָבן אַ דריסת־הרגל. איטלעכער װיל אַ דורכגאַנג פֿאַר זײַנע שיפֿן און איטלעכער װאָלט אַ בעלן געװען, אַז ער זאָל זײַן אײנער אױפֿן יריד. אײַ די קשיא: דער ים איז דאָך גענוג גרױס, ס'װעט קלעקן פֿאַר אַלעמען? ― דאָס זאָלסטו ניט פֿרעגן. װאָרעם אַז דו װעסט װעלן פֿרעגן קשיות, איז דאָ צו פֿרעגן און צו פֿרעגן. אַז מ'שמועסט, אַז אָט אַזױ איז דער סדר העולם ― איז דאָך ניט שײך!+

הכּלל, ליגט דעם טערקס מדינה בײַם שװאַרצן ים און בײַ די סאַמע דאַר" דאַנעלן און האַלט די װאָגשאָל אין האַנט, דאָס הײסט אַז דער שװאַרצער ים זאָל זײַן אַלעמענס ים, ניט ער זאָל געהערן צו אײנעם. פֿאַרשטײסטו שױן, אַז דעם טערק הײסט עס, באַדאַרף זײַן גוט און אַז אים טאָר קײנער ניט אָנרירן? איז עס טאַקע אַזױ געװען פֿון קדמונים. נאָך מיט עטלעכע און פֿופֿציק יאָר צוריק איז מען זיך צונױפֿגעפֿאָרן אַלע;גדולים" פֿון די ,הױכע פֿענצטער" אין

85

פּאַריז און מ'איז געזעסן און מ'האָט געקלערט, ױ אַזױ מאַכט מען אַז דער ים זאָל זײַן אַלעמענס ים און ס'אָל זיך ניט גלוסטן איטלעכן באַזונדער צו זײַן אײן זכר אין מאָסקװע? און ס'איז געבליבן בהסכּם כּולם, אַז דערצו איז דאָ נאָר אײן עצה: דער טערק זאָל בלײַבן בעל־הבית איבערן ים און איבער די דאַרדאַנעלן און קײנער טאָר אים ניט אָנרירן ― הזהר והשמר!. דעריף האָבן אַלע;גדולים" צעשריבן זיך און מ'איז זיך צעפֿאָרן אַהײם בשלום, פֿאַרשטײט זיך, אַז די;גדולים" האָבן באַלד חרטה געהאַט, װאָלטן אַ בעלן געװען יעדער באַזונדער כאַפּן צוריק, זיך צורוקן נענטער צו די דאַרדאַנעלן נאָר צעשריבן זיך ― פֿאַרפֿאַלן! און אַגבֿ, טאָמער אַפֿילו װיל אײן ,גדול" משנה זײַן דאָס װאָרט, דערלאָזן אים ניט די איבעריקע;גדולים" ― און אַזױ פֿירט זיך עס עד־היום הזה. עס ליגט הײסט עס אַן אוצר און אַלע זיצן אַרום און אַרום און קוקן זיך אײנס דאָס אַנדערע אין די הענט אַרײַן.. מיט אַ יאָר עטלעכע און דרײַסיק צוריק, אַז מיר האָבן מלחמה געהאַלטן מיטן טערק און געהאַט שױן אײַנגענומען פּלעװנע און אָסמאַן"פּאַשאַ איז שױן געװען בײַ אונדז אין די הענט, האָט ביסמאַרק געגעבן אַן עפֿן אױף דאָס אַלטע געשריפֿטס און אונדז דערמאַנט אינעם הזהר והשמר ― און טערק איז געבליבן טערק.. אײַ מ'האָט נאָכדעם פֿאָרט ניט אױסגעהאַלטן קײן ײַדישקײט און מ'הערט ניט אױף צו רײַסן פֿון אים שטיקלעך און פּיצלעך, פֿראַנץײוסף זיך, װיקטאָר עמנואל זיך, און אָט האָבן די באַלקאַנער געמאַכט ידיאחת און האָבן איצט אָפּגעשניטן פֿון אים אַ פּאַס און אַ גראָבן פּאַס? איז טאַקע אַן עװלה, נאָר דו ביסט נאָך ניט פֿאַרטיק. האָב צײַט, װי איך האָב דיר שין געהאַט געשריבן פֿריִער, אַז ערשטנס װעלן זיך די באַלקאַנער ניט אַזױ גיך אײַנטײלן, און צװײטנס װײסט מען נאָך ניט צו װעמען עס ועט אַרײַנפֿאַלן אין טאָפּ אַרײַן, װי זאָגט די מאַמע דײַנע:;דו האָסט געקאָכט, איך על עסן".. נאָר ניט דאָס איז דער עיקר. דער עיקר איז די ,װאָגשאָל* ― און דאָ קומען מיר צו מײַן קאָמבינאַציע, װאָס איך האָב פֿירצולײגן פֿאַרן טערק,

זי באַשטײט אין דעם אַז ער, דער טערק הײסט עס, זאָל װערן ױיך וױ פּוטער און איטלעכן באַזונדער נאָכגעבן װאָס ער ױל. ער זאָל זיך צולאָזן צו די באַלקאַנער, אָפּגעבן זײ אַלצדינג װאָס זײ װילן, אַחוץ קאָנטריבוציע )מיט ־מזומנס באַדאַרף מען זײַן תּמיד אײַנגעהאַלטן!( און חוץילזה ױל איך אים פֿאָרלײגן נאָך אַ שענערע זאַך ― און דאָס װעט אים דערהאַלטן דעם כּבֿוד, ממש ראַטעװען! אָט װעסטו הערן: איך װיל קודם אים פֿאַרזאָרגן מיט שײנע

6

עטלעכע מיליאַרד דורך שפּעגעלאַציע און דערנאָכדעם ערשט מאַכן אַזױ, אַז ס'זאָלן אים אומגעקערט װערן צוריק אַלע זײַנע שטעט מיט אַלע מדינות, װאָס מ'האָט אים ביסלעכװײַז צעשלעפּט אין די לעצטע יאָרן. װועסטו דאָך פֿרעגן: װי אַזױ? גאָר פּשוט. ראשית־חכמה באַדאַרף ער צעשיקן זײַנע אַגענטן אױף אַלע גרױסע בערזעס פֿון די גרעסטע שטעט און געבן זײ אַן אָרדער זײ זאָלן פֿאַר אים אײן" קױפֿן פּאַפּירן, אַקציעס און װיגרישנע בילעטן װאָס מער. דאָס הײסט ער באַדאַרף געבן אַ גײ אַװעק;אַ לאַ האָס? אַזױ, אַז ס'זאָל קלינגען! דערנאָך, אַז ער ועט שוֹין האָבן זיך גוט אָנגעקױפֿט, באַדאַרף ער צעשיקן נאָטעס צו די גדולים פֿון די הױכע פֿענצטער און געבן זײ צו ױסן, לאמור אַזי צו זאָגן:;הנה כפֿי כאשר אַזױ װױ איך, טערק, בין אַלט און שװאַך און אױסגעמאַטערט פֿון די מלחמותת װאָס די װעלט פֿירט מיט מיר פֿון כּמה וכּמה יאָרן, אַזױ אַז איך האָב ניט כּמעט אײן בײן אַ גאַנצן, און אַזױ ױ איר, גדולים, זענט דאָך יונג און שטאַרק און קלוג און געבילדעט, איר האָט געלט און שיפֿן און סאָלדאַטן און עראָפּלאַנען מיט אַלע אַנדערע הײַנטיקע קונצן און אױפֿטועכצן, עליכּן איז בײַ מיר געבליבן, צו װאָס זאָל איך מיר פֿאַרדרײען אַ קאָפּ אױף דער עלטער מיט סטאַמבול, מיטן באָספֿאָר, מיט די דאַרדאַנעלן? אַמער אָט גיב איך עס אײַך אַװעק מיט גוטן, טײלט אײַך אײַן, טוט אײַך מיט דעם ױ איר פֿאַרשטײט, און איך װעל מיר מײַן ביסל יאָרן, װיפֿל ס'איז מיר באַשערט, פֿאַרברענגען בײַ זיך אין װײַטן װילדן אַזיע בײַ מײַנע טױזנט װײַבער מיט מײן ליולקע־ציבעק ― און לעבט אײַך הונדערט און צװאַנציק יאָר אין פֿרידן און אין אַחדות, ױ עס װינטשט אײַך פֿון גאַנצן האַרצן אײַער באמת געטרײַער פֿרײַנד ישמעאל, דער זון פֿון אַבֿרהם, װאָס האָט אים געהאַט פֿון זײַן דינסט הגר…* און תּוך כּדי דיבור, װי נאָר ער װעט האָבן אַװעקגעשיקט דאָס דאָזיקע בריװל, אַזױ זאָל ער אַװעקקלאַפֿן אַ דעפּעש צו זײַנע אַלע אַגענטן װאָס אױף די בערזעס, אַז זײ זאָלן געבן אַ פֿאַרקױף אױס אַלע זײערע פּאַפּירן, אַקציעס און ױגרישנע בילעטן װאָס װועלן צוליב דעם שטײַגן העכער הײַזער. אַ קלײניקײט, דער טערק זאָגט זיך אָפּ פֿון סטאַמבול, באָספֿאָר, דאַרדאַנעלן! און נישט נאָר זאָלן זײ פֿאַרקױפֿן דאָס װאָס זײ האָבן, נײן! זײ זאָלן אַריבערשמײַסן נאָך מיט אַ סמיטשיק, דאָס הײסט, זײ זאָלן זיך געבן אַ קער איבער;אַ לאַ בעס", װעט ער פֿון דעם דאָזיקן ;בעס" אָפּלעקן נאָך אַ סך מער װי פֿונעם קהאָס", פֿאַר װאָס? ― און אָט דאָ ליגט דער רעכטער שפּיץ! ― דערפֿאַר, װײַל װי נאָר דער טערק זאָגט זיך אָפּ פֿון סטאַמבול, פֿונעם באָספֿאָר און פֿון די דאַרדאַנעלן, און די גדולים פֿון די

7

הױכע פֿענצטער טוען אַ פֿאָר אַרײַן אין שװאַרצן ים מיט זײערע שפֿפֿן אַזױ צינט זיך אָן אַ פֿײַער און עס ברעכט אױס צװישן זײ גופֿאַ אַ מלחמה אַשר לא מלחמו אַבֿותינו! דו קענסט דיר דען משער זײַן זוגתי היקרה, צו װאָס אַזאַ מלחמה קאָן ברענגען און יפֿל געלט און ױפֿל מענטשן זי קאָן אָפּקאָסטן! דאָס איז ניט קײן מלחמה, נאַרעלע, דאָס איז ― דער אײבערשטער זאָל שומר" ומציל זײַן, אַ מבול, דער צװײטער מבול אױף דער ועלט! מ'װעט באַדאַרפֿן זײַן בלינד אָדער משוגע מ'זאָל ניט אַרױסזען פֿריִער צו װאָס אַזאַ שחיטה קאָן ברעג" נען! און ס'איז בײַ מיר װי כמונח בקופֿסא, אַז די גדולים װעלן אַלײין דער" ציטערט וערן פֿון אַזאַ מחשבֿה און װעלן זיך בעטן בײַ אים, בײַם טערק טאַקע, ער זאָל רחמנות האָבן אױף דער ועלט און זיך אומקערן צוריק צוֹ זײַן סטאַמ" בול מיט זײַן באָספֿאָר מיט זײַנע דאַרדאַנעלן, און אױב ס'איז אים װינציק, װעט מען אים נאָך אפֿשר אומקערן צוריק אַדרינאָפּעל מיט סקעטאָריע מיט אַלבאַניע מיט הכּל בכּל מכּל פֿלעקל. אײַ פֿראַנץײוסף, װיקטאָר עמנואל און די באַלקאַנער קלאָפּערס װעלן האָבן תּרעומות? װעט מען זײ אײַנבעטן! זי װעלן אַלײן פֿאַרשטײן, אַז מען מײנט ניט זײער היזק, מען מײנט דעם;שלום" און די עװאָגשאָל*, װאָס אױף זײ שטײט די גאַנצע װעלט!

אַ סימן האָסטו, אַז איך רעד ניט פֿונעם װעג ― אָט איז די טעג געוען אַן אַסיפֿה אין בערן. עס האָבן זיך צונױפֿגעפֿאָרן אַהין די דײַטשן מיט די ־ פֿראַנצױזן, װאָס זענען צװישן זיך די בלוטיקסטע שׂונאים פֿאַר עלזאַסלאַטערינג, װאָס דער דײַטש האָט בײַ זײ צוגענומען און נאָך ניט אַזױ עלזאַסלאַטערינג װי די פֿינף מיליאַרד קאָנטריבוציע, װאָס דער פֿראַנצױז האָט אים אײינגעצאָלט כּמעט אין אײן טאָג. װאָס האָבן זײ מײנסטו געטאָן אין בערן! געזוכט עצות, ױ אַזױ מזאָל פֿאַרגעסן דאָס עלזאַסלאַטערינג מיט די פֿינף מיליאַרד און מ'זאָל װערן שלום טאַקע באמת, דאָס הײסט מ'זאָל אױפֿהערן צו גרײטן זיך איטלעכער בײַ זיך אין דער הײם, אױסברענגען אומזיסט אַזױ פֿיל כּוחות און אַזױ פֿיל געלט, װאָס קאָן צו ניץ קומען אױף עפּעס נײטיקערס.. דו פֿאַרשטײסט כאָטש? מ'הײבט אָן צו כאַפּן זיך ביסלעכװײַז, אַז דעם נבֿיא ישעיהס װערטער מוזן סוף־כּל־סוף מקוים װערן, װאָרעם אַז ניט איז שלעכט! דו מײנסט, װיפֿל אַ שטײגער קאָסט אָפּ דאָס שטיקל צײַט דעם אַלטן פֿראַנץ" יוספֿן נאָך אײדער ער האָט אַרױסגעשיקט אַפֿילו אײן סאָלדאַט אױף מלחמה צו האַלטן? אַ מיליאַרד אַן אױסגעבונדענער! הײַנט די איבעריקע מלוכות? װיפֿל מיליאַרדן קאָסט זײ אָפּ אָט דאָס גרײטן זיך צו מלחמה? און דאָס איז אין

88

דער צײַט פֿון שלום! הײַנט װאָס װעט שױן זײַן, פֿרעג איך דיך. בשעת מלחמה? װוּ װעט מען נעמען אַזױ פֿיל געלט?

פֿאַרשטײט זיך, אַז דאָס זענען דערװײַלע נאָר די ראשי־פּרקים פֿון מײַן גרױסן פּראָיעקט. דערצו איז נאָך דאָ אַ גוזמא קלײנע פּראָיעקטן מיט קאָמבינאַציעס, װאָס מען דאַרף זײ דיר ערשט רעכט צעקײַען נאָר איך מײן, אַז פֿון דעם אַלײן באַדאַרפֿסטו שױן אַרױסזען, אַז דײַן מנחם־מענדל איז ניט משוגע, אַז ער רעדט פֿון דרײַ אײגענע מױיערן אין װאַרשע.. כאַסקל קאָטיק אַז ער האָט דערהערט פֿון מײַן פּלאַן איז ער אױפֿגעשפּרונגען און האָט מיך אַרומ" געכאַפּט קושן: ,איר זענט װערט, רב מנחם־מענדל, מאַכט ער צו מיר, מ'זאָל אױף אײן װאָג גאָלד אױף דער אַנדערער װאָג אײַך! אײַער אָרט איז, זאָגט ער, ניט אין װאַרשע, אײַער אָרט איז דאָרט ערגעץ, אין ױן, זאָגט ער, אין בערלין, אין פּאַריזש אָדער אין לאָנדאָן!" ―;שאַ! שאַ! ― זאָג איך אים ― היצט זיך ניט אַזױ, רב כאַסקל, איך װײס עס אַלײן, אָן אײַך. אַז מײַן אָרט איז דאָרט, ניט דאָ, נאָר װאָס זאָל איך טאָן? דער קאָפּ טראָגט, נאָר די צונג איז אין גלות!* װאַרט אױס אַ ביסל, זוגתי היקרה, לאָם איך נאָר באַקומען דעם רעכטן שליח, װועסטו אם־ירצה־השם הערן פֿון מיר נאָך שענערע זאַכן. און מחמת איך האָב קײן צײַט ניט, מאַך איך דאָס בקיצור. אסײרצהישם אינעם אַנדערן בריװ װעל איך דיר אַרױסשרײַבן אַלצדינג נאָך מער באַריכות. לעת־עתּה לאָז גאָט געבן מיט געזונט און מיט הצלחה. קוש די קינדער שיחיו און גריס דער שװיגער שתחי, און דער גאַנצער משפּחה זאָלסטו לאָזן גריסן איטלעכן באַזונדער גאָר פֿרײַנדלעך,

ממני בעלך מנ חם ־מעג דל

עיקר־שכחתי מײַן עצה, אַז די היגע ייִדן זאָלן צאָלן די פּױלן פֿאַר זײער ,סװאָי דאָ סװעגאָי מיט אַן אײגענעם ,סװאָי דאָ סװעגאָ" האָבן די פּױלישע ייִדן, װי עס וװײַזט אױס, קױם אָנגעהױבן ביסלעכװײַז אָננעמען. דעם ערשטן פּעטשאַטעק האָבן זײ געמאַכט אױף די פּױלישע קאַרפּן. ראַדאָמער און קעלצער ייִדן האָבן אױפֿגעהערט צו קױפֿן פֿיש אױף שבת. און דערהױפּט קאַרפּן, לעבעדיקע קאַרפּן, די װאָס די פּריצים פֿירן אַרױס פֿון זײערע סאַזשלקעס אַלע ערבֿ שבת ― און דאָס ברענגט זײ אַרײַן פּדיון אַלע יאָר )איך און כאַסקל קאָטיק האָבן עס אױסגערעכנט מיט אַ בלײַשטיפֿטל( ניט מער און ניט װיניקער ױ אַ מיליאָן מיט אַ פֿערטל! אַ מיצװה, זײער רעכט! הלװאַי װאָלטן די היגע ייִדן

89

מיך געפֿאָלגט אױך בײַ אַנדערע זאַכן. אײַ װועסטו דאָך פֿרעגן, װאָס טוען ייִדן שבת אָן פֿיש? איז מיר אַ חידוש אױף דיר, דו זאָלסט אַזעלכעס פֿרעגן. װאָס טוען אײַערע כּתרילעװקער ײִַדן, אַז זײ האָבן קײן חלה אױך ניט? מען קאָן זיך זײער שײן באַגײן אָן פֿיש. אָט נעם אַ שטײגער מײַן בעל:הביתטע, װוּ איך עס שבת, מאַכט זי ,פֿיש־קאַרטאָפֿלעס", אָן אַ סימן פֿון פֿיש, מעג זײ עסן דער מלכות! איך האָב זי געפֿרעגט, האָט זי מיר געזאָגט, ױ אַזױ מען מאַכט עס: זי נעמט, זאָגט זי, קאַרטאָפֿלעס און זידט אױף װאַסער און בראָקט אָן ציבעלעס און טוט אַרײַן אַ סך פֿעפֿער, אָבער אַ סך! ― אַזױ אַז עס הערט זיך פֿיש איבער דער גאַנצער שטוב און אַ טרונק װילט זיך נאָך דעם, ױ נאָך אמתע פֿיש.. איך שרײַ שױן לאַנג, אַז מיר דאַרפֿן נאָכטאָן די פּאָליאַקן, הערט מען מיך ניט! למשל די היגע װײַבער זאָלן מיך פֿאָלגן װאָלטן זײ געדאַרפֿט נאָכטאָן די פּױילישע פּריצטעס און װאָלטן זיך אָפּגעזאָגט פֿון אַ סך, אַ סך זאַכן! אַז די פֿריצ" טעט שטײט אָן, מעג זײ אױך אָנשטײן. אָט האָבן זיך צענױפֿגעקליבן אַנומלטן די גרעסטע רײַכסטע פּריצטעס אין קראָקע און זיך געגעבן דאָס װאָרט צו העלפֿן בױיקאָטעװען ייִדן. איך גײ מיט דעם גאַנג, אַז מיר באַדאַרפֿן דאָ נאָכטאָן די פּאָליאַקן, נאָכטאָן אין אַלצדינג, לכּבֿוד בעלי היקר החכם מופֿלג הנגיד המפֿורסם מוהר"ר מנחם מענדל נ"י!

90

שײנע־שײנדל פֿון פֿתרילעװקע צו איר מאַן מנחם־מענדל אין װװאַרשע

4

לכּבֿוד בעלי היקר החכם מופֿלג הנגיד המפֿורסם מוהר"ר מנחם מענדל נ"י!

ערשטנס קום איך דיר צו מעלדן, אַז מיר זענען אַלע גאָט צו דאַנקען אין בעסטן געזונט. גיב גאָט דאָס נעמלעכע פֿון דיר צו הערן אױך װײַטער ניט ערגער. צױיטנס שרײַב איך דיר, בעלי היקר, זאָלסט קײן פֿאַראיבל ניט האָבן װאָס איך זאָג דיר, נאָר מיר דאַכט, אַז דו שרײַבסט ניט דאָס װאָס מ'דאַרף שרײַבן, זאָלסט װיסן, למשל, װאָס דאָ טוט זיך אָפּ בײַ אונדז, ױ אַזױ ייִדיש בלוט גיסט זיך אין די גאַסן און ס'איז ניטאָ ער סזאָל זיך אָננעמען אַן צעצה געבן, אַ גוט װאָרט זאָגן, װי זאָגט די מאַמע:;סע שטײט געשריבן, אַז מיר זענען געגליכן צו די פֿױגלען װאָס האָבן פֿאַרלאָזט זײער נעסט, אָדער צו די פֿאַרבלאָנדזשעטע שאָף, װאָס האָבן פֿאַרלױרן זײער פּאַסטעך.." װער עס האָט גאָט אין האַרצן, דער רײַסט. און װאָלטן דאָס געטאָן בלױז פֿרעמדע אַלײן, װאָלט דער פֿאַרדראָס ניט געװען אַזױ גרױס, איז אָבער אַ סבֿרה, אַז אײגענע טאַקע, אונדזערע ייִדן אַלײן הײסט עס, האָבן זיך געמאַכט אַ פֿרנסה פֿון דעם, אױסקרענקען זאָלן זײ יעדן גראָשן! און װי קאָן עס דען זײַן אַז גאָט זאָל שװײַגן? װי זאָגט די מאַמע:;סע שטײט געשריבן, אַז הימל און ערד האָבן געשװױרן, אַז קײן פֿאַרפֿאַלענע זאַך זאָל ניט זײַן.." הער אַ שײנס, װאָס מיט אונדזער שעיה־דודס מחותּן האָט זיך געטראָפֿן, און דװקא אין דײַן פּײטערבאַרג אין די ,הױכע פֿענצטער", װי דו רופֿסט זי אָן.

שעיה־דודס מחותּן יענקל שאַראָגראָדסקי מיט זײַן גאַנצער משפּחה, גע" דענקסטו דאָך, זענען געזעסן ניט װײַט פֿון דובנע נאָך פֿון װײס איך װען אֶן פֿון פֿאַרן ערשטן פּאָגראָם! איצט האָט מען זײ געגעבן דעם װעג, באַלד נאָך פּסח אַרױסגעװאָרפֿן מיט די בעבעכעס, בדיליהדל געשטעלט! זענען זײ געקומען צו פֿאָרן אַהער. האָט זײ שעיה־דוד ― אַ ייִד אַ חכם! ― געגעבן אַן עצה ― זײ זאָלן זיך לאָזן קאָסטן געלט, פֿאָרן קײן פּײיטערבאַרג כלאָפּאָטשען. דאָרטן זענען דאָ, זאָגט מען, מאַכערס, ספּעציאַליסטן אַזעלכע, װאָס קאָנען מאַכן פֿון טרײף כֹּשר און װאָס קאָנען פּועלן מ'זאָל די אַרױיסגעטריבענע אַרײַנלאָזן צוריק..,

91