מנחם־מענדל [2]: שײנע־שײנדל צו איר מאַן מנחם־מענדל 3

שלום עליכם (אַלע װערק)

שײנע־שײנדל פֿון כּתרילעװקע צו איר מאַן מנחם־מענדל אין װואַרשע

:)

לכּבֿוד בעלי היקר החכם מופֿלג הנגיד המפֿורסם מוהר"ר מנחם מענדל ב"י!

ערשטנס קם איך דיר צו מעלדן אַז מיר זענען אַלע גאָט צו דאַנקען אין בעסטן געזונט, גיב גאָט דאָס נעמלעכע פֿון דיר צוֹ הערן אױף װײַטער ניט ערגער.

און צ װײ ט נס, שרײַב איך דיר, בעלי היקר, אַז דאָס װאָס דו שרײַבסט מיר, אַז דו זוכסט אַ שותּף צו דײַן גרױס געשעפֿט, הײבט דאָס מיר ניט אָן צו געפֿעלן, הלװאַי זאָלסטו כאָטש אָנטרעפֿן אױף אַזעלכן, װאָס זאָל אין זינען האָבן דיך אױך, ניט נאָר זיך אַלײן, כאָטש עס גלײבט זיך מיר ניט, אַז צװישן די גרױסע קנאַקערס, װאָס קענען אַ סך לשונות, זאָלן זיך געפֿינען צדיקים, ױ זאָגט די מאַמע: ,עס שטײט געשריבן, אַז דער מענטש איז געגליכן צו די חיות װאָס אין װאַלד און צו די פֿיש װאָס אין ים", דאָס איז אָבער אַלץ שפּעטערדיקע דאגות. דער עיקר איז דאָס געשעפֿט אַלין. איך מײן דעם גרױסן פּלאַן דײַנעם, װאָס דו זאָגסט אַז דו האָסט און װאָס איך הײב נאָך ניט אָן צו װיסן װאָס דאָס איז? און װער דאָס איז? איך הער נאָר, אַז דו האָסט און דו האָסט. לאָמיר שױן דערלעבן הערן, װאָס האָסטו דאָרטן אַזעלכעס? װער ױיסט, װוּהין דו קאָנסט פֿאַרפֿליִען? װױ זאָגט די מאַמע:;עס שטײט געשריבן, אַז דעם מענטשנס קאָפּ װײס ניט װוּהין די פֿיס קאָנען אים פֿאַרטראָגן". און דעם משל, װאָס דו האָסט מיר געבראַכט, מענדל, פֿון זימל דעם טוטין־שנײידער מיט בײלע־לאהן האָב איך איבערגעגעבן דער מאַמען, האָט זי אױסגעבטלט אַלע בײזע װיסטע חלומות אױף אירע שׂונאימס קעפּ. װי לאַנג קרענקט, זאָגט זי, טשאַרנע מיטן שװאַרצן פּיסק, ױ לאַנג זימל װעט זי נאָך ניט אַרײַנלאָזן אין שכנות! און פֿאַר װאָס, זאָגט זײ דיר איז געפֿעלן, אַז זימל זאָל פּלוצעם אין מיטן העלן טאָג משוגע וערן און אַרױסװאַרפֿן בײלע־לאהן פֿון שכנות ― פֿאַרשטײט זי ניט.;סײַדן, זאָגט זי דער גענײדעם מײיַנער האָט ניט װאָס צו טאָן, װױל ער, זאָגט זי, אָנמאַכן אַ בײז לעבן צװישן שכנים. ס'זאָל זײַן, זאָגט זי, דרײַ שלײערס אַ גראָשן 1* אַזױ זאָגט די מאַמע זאָל לעבן און בעט טאַקע איך זאָל עס דיר שרײַבן זי ױיסט ניט,

0

אַז איר גענײדעם איז ניט גלײַך צו אַלע אַנדערע אײדעמס. אַלע אײדעמס פֿון דער גאַנצער ועלט האָבן אין זינען זיך, געדענקען אַז זײ האָבן אַ װײַב בין הונדערט צװאָנציק יאָר און קינדערלעך זאָלן געזונט זײַן, און דו דאַרפֿסט נאָר טראָגן אױפֿן קאָפּ דעם טערק, פֿאַרזאָרגן די גאַנצע װעלט, און זאָגסט נאָך אַז ביסט געװען אין אַמעריקע און אָנגענומען זיך דאָרט מיט שׂכל. דערװײַלע זעט מען עס נאָך ניט אַרױס. אפֿשר װעט עס זיך נאָך אַרױסבאַװײַזן אם־ירצה"שם מיט דער צײַט, ױ זאָגט די מאַמע:;ס'שטײט געשריבן, אַז כּליזמן דער מענטש שפּאַנט אַרום איבער דער ערד, קאָן ער נאָך אָפּטאָן די גרעסטע נאַרישקײיטן. פֿון די װערטער באַדאַרפֿסטו שױן פֿאַרשטײן, אַז זי האַלט עפּעס ניט אַזױ שטאַרק פֿון דײַנע בריהשאַפֿטן, און פֿאַראיבל האָבן אױף איר באַדאַרף מען אױך ניט, מ'קאָן דאָך יענעם ניט נײטן, ער זאָל גלײבן דעם אַנדערן אױיף נאמנות ביז ער זעט ניט מיט די אױיגן, ס'איז גענוג אַז דײַן אײגן װײַב האָט צײַט און קאָן װאַרטן, אַ פּנים, איך האָב דען אַן אַנדער ברירה? אַז כ'בין צוגעבונדן צו דײַנע קינדער און האָב אױף זיך אַ מאַמע אַן אַלמנה, װאָס אַװעקװאַרפֿן קאָן איך זי ניט און מיטנעמען זי מיט זיך צו דיר ― זאָגט זי, ניט דערלעבן װעט דאָס װאַרשע, אַז אירע בײנער זאָלן ליגן אױף אַ פֿרעמדן בית־עולם: ניט אין כּתרילעװעקע און ניט נעבן איר מאַן, װאָס זי האָט אָפּגעלעבט מיט אים דאָס גאַנצע לעבן אין שלום און אין פֿרידן, ניט געזאָגט זיך אײנס דאָס אַנדערע ;קרום גײסטו", סײַדן טאָמער האָט זי זיך אַ מאָל יאָ אַרױסגעכאַפּט קעגן אים מיט אַ הױך װאָרט, האָט ער איר אױך צוגעשװיגן, װאָרעם ער עליו־השלום האָט געװוסט, דיר צו לענגערע יאָר, אַז אַ װײַב באַדאַרף מען שאַנעװען און װױיפֿל אַ װײַב זאָל ניט באַגראָבן איר מאַן, איז זי אים דאָך אַ װײַב און דאָך אַ מאַמע צו זײַנע קינדער, און אַ מאַמע איז ניט קײן טאַטע. אַ מאַמען דאַרט דער קאָפּ פֿאַר איטלעכס קינד, ס'זאָל עסן צו דער צײַט, ס'אָל ניט גײן נאַקעט, ס'אָל קענען דאַװונען, לערנען און שרײַבן, און אַ טאַטע װאָס? גאָרניט! אָט זיצסטו דיר דאָרטן אין דער גרױסער שטאָט ױ אַ גראַף און שרײַבסט בריװלעך, דער רוח װײסט װעגן װאָס, האָסט צו טאָן טאָג װױ נאַכט מיט מלכים און שני־למלכס, און לאָז דיר עמעצער אַ פֿרעג טאָן אױף אַ טשיקאַװעסט, װאָס פֿאַר אַ קינדער האָסטו, װױ הײסן זײ, װאָס קענען זײ ― זאָלן שױן ייִדישע שׂונאים אַזױ װיסן פֿון זײער געזונט, װױ דו הײבסט אָן צו װיסן אַפֿילו, אַז דײַן משה־:הערשעלע, מיר זאָל זײַן פֿאַר זײַן קאָפּ, איז שױן גאָר אַ גאַנצער מענטש. קרענקען זאָל

איך, װען דו װאָלסט אים דערקענט! ערשטנס איז ער קײן עין הרע אַזױי שײן,

81

אַז גאָט און לײַט זענען מיר מקנא. און צױיטנס, זאָלסטו אים הערן װי ער דאַװנט און װי ער לערנט און ױ ער רעדט אױיף לשו־קודש! איך האָב אים אַװעקגעגעבן אױפֿן זומער אינעם מסוכּנעם חדר, װאָס האָט זיך בײַ אונדז געעפֿנט, אַלע לערנען דאָרטן, ― איז רעדט ער שױן מער ניט קײן אַנדער לשון אַחוץ לשון־קודש. ,שאַלאָם!* זאָגט ער מיר אַלע מאָל װען ער גײט אַװעק און קומט פֿון חדר. אַ;גוט־מאָרגן" הײסט עס בײַ זײ און אַז איך פֿרעג אים עפּעס, ענטפֿערט ער מיר ניט, נאָר ער טוט אַ מאַך מיטן קאָפּ: ,קען", אָדער ;לאָ", פֿאַרשטײ איך שױן לױטן שאָקלען מיטן קאָפּ, אַז ס'איז אָדער אַיאָ", אָדער ;נײן". אַ װאָרט בײַ אים ― צו קױפֿן! און אַ מאָל זאָל ער זיך צוטשעפּעףן אָפּשיטן מיך מיט רײד און אַלץ אױף לשון־קודש, באַגראָב איך אים ער זאָל רעדן װי אַ מענטש, צעלאַכט ער זיך און מאַכט אַ שװײַג ― אין גאַנצן דײַן טבֿע, מיר זאָל זײַן פֿאַר זײַן קאָפּ! אַפֿילו אינעם שרײיבן איז ער אױך אין דיר געראָטן. ער האָט אַ טבֿע דראַקען. פֿון קינדװײַז אױף, דערטאַפּט ער אַ שטיקל פּאַפּיר ― דראַקעט ער. ער האָט מיר שױן פֿאַרדראַקעט די גאַנצע שטוב. איך שיק דיר דאָ זײַנס אַ כּתבֿ, װאָס ער האָט דאָס אָנגעשריבן פֿון דײַנעט װעגן, זע און האָב דו אױך אַ שטיקל תּענוג פֿון דײַן זון דעם שרײַבער, כאָטש דעם אמת װועל איך דיר זאָגן, בעלי היקר, איך װאָלט בעסער געװאָלט, אַז ער זאָל זײַן װאָס ער זאָל ניט זײַן, אַבי ניט קײן שרײַבער. ױ זאָגט די מאַמע: קאַ שײנער שרײַבער איז אַ שײנער קבצן".. האָב קײן פֿאַראיבל ניט, מענדל, װאָס איך דול דיר אַ ספּאָדיק מיט אַזעלכע נאַרישקײטן ױ ייִב און קינדער, אין דער צײַט װאָס דו קרױנסט מלכים און זעצסט אַראָפּ מלכים פֿון די שטולן פֿון דעסטװעגן, מײן איך, װאָלט גלײַך געװען, אַז דו האַלטסט שױן יאָ בײַ שרײַבן, זאָלסטו בעסער שרײַבן פֿון דעם װאָס דיר איז נאָענט; דײַן טערק, װאָס דו האָסט אױף אים אַזױ רחמנות, אַז ממש די נשמה גײט דיר אױס, האָט דערװײַלע אַ הײם מיט אַ װינקל װוּ דעם קאָפּ צוצושפּאַרן, און אונדזערע ייִדעלעך נעבעך דרײען זיך אַרום זי די פּריבלודנע שאָף, װאַרפֿן זיך פֿון אײנס צום אַנדערן װײסן ניט װוהין זײ זאָלן לױפֿן, װי זאָגט די מאַמע: ,משיחס צײַטן װאָרעם ס'שטײט געשריבן, זאָגט זי, אַז משיח װעט קומען װעט מען צונױפֿטרײַבן די ייִדן פֿון אַלע פֿיר עקן פֿון דער װעלט"., אַלע זאָגן, אַז זינט די װעלט שטײט זענען נאָך ייִדן אַזױ ניט אױסגעריסן געװאָרן ױ אַצינד. ס'איז גאָר אַ סבֿרה, אַזױ דערצײלט מען בײַ אונדז אין כּתרילעװקע, אַז די שׂונאי־ישׂראל האָבן אײג" געגעבן אַ פּראָשעניע אַז מען זאָל מעגן מאַכן פּאָגראָמען בכל תפֿוצותײשראל.

82

שרײַיב מיר צי ס'איז אמת, דו װײסט דאָך יאָ פֿון אַלע שװערע הערצער, װי עס װינטשט דיר פֿיל גוטס און אימער גליק. פֿון דײַן באמת געטרײַע פֿרױ שײנע: שײנדל

יאָ. װאָס האָסטו מיר אָנגעפּלעשטשעט פֿון דער ,איקאַ", צי פֿון דער;איטאַי? מײַנע שׂונאים זאָלן אַזױ װיסן װער עס האָט זײ געשלײערט, װי איך הײב אָן צו װיסן װאָס דו בעטסט דאָרטן: באַראָן הירש.. טאַרעטאָריע,.. מיליאָנען!ייִ באַלד עפּעס אַזױ, הײבסטו אָן צו זעצן מיט מיליאָנען, װי זאָגט די מאַמע: ;ס'שטײט געשריבן, פֿון װאָס דער מענטש טראַכט בײַ טאָג, חלומט זיך אים בײַ נאַכט"… עס קאָן זײַן, װען דו זאָלסט חס־ושלום אַ מאָל אַ טראַכט געבן װעגן מיר בײַ טאָג, װאָלט איך דיר געקומען צו חלום בײי נאַכט, װאָלט דאָס אפֿשר געװען אַ סגולה, אַז דו זאָלסט זיך דערמאָנען אַ מאָל קומען אַהײם. נאָר שאַ! איך האָב גאָר פֿאַרגעסן, װי די מאַמע זאָגט:;ױ קאָן ער קומען אַהײם, טאָמער קערט זיך איבער דאָרטן די ועלט, דער טערק צעשלאָגט זיך מיט דער טערקיניע און מנחם־מענדל װעט ניט זײַן דערבײַ ― אַ קלײניקײט?.

83

מנחם־מענדל פֿון װואַרשע צו זײַן װײַב שײנע־שײנדל אין פֿתרילעװקע ־

6

לזוגתי היקרה החכמה הצנועה מרת שײנע־שײנדל שתחי,

רא שי ת בין איך דיר מודיע, אַז איך בין ברוךיהשם בקו החײם והשלום, השם־יתברך זאָל העלפֿן, מ'זאָל תּמיד האָרכן אײנס פֿון דאָס אַנדערע נאָר גוטס מיט בשׂורות טובֿות ישועות ונחמות בתּוך כּללײשראל ― אָמן.

וה שנית זײַ וױסן, זוגתי היקרה, אַז מײַן גרױסע קאָמבינאַציע, װאָס איך האָב און װאָס דו פֿרעגסט זיך אַזױ נאָך אױף איר, איז מוראדיק פֿאַר" פּלאָנטערט, נאָר איך קאָן זי דיר אַרױסגעבן אין צױי וװוערטער, צױי גע" צײלטע װערטער מערניט, נאָר װאָס אױף זײ שטײט די גאַנצע װעלט. די צױי װערטער זענען ― שלום און װואָגשאָל,

שלום ― דאָס איז אַ זאַך, װאָס אָן דעם װאָלט די װעלט קײן קיום ניט געהאַט, אײנער דעם אַנדערן װאָלט אײיַנגעשלונגען לעבעדיקערהײט, עס װאָלט ניט געװען ניט קײן מיסחר, ניט קײן באַנען, ניט קײן שיפֿן, ניט קײן שטעט, ניט קײן געלט, ― תּהו־ובהו. דאָס איז אַזױ פּראָסט, ױ פֿאַר אַ גראָשן אַ בײגל, און איך מײן אַז מען באַדאַרף עס דיר לאַנג ניט קײַען. דו פֿאַרשטײסט עס שױן אַלײן, דו קענסט דיר נעמען אַ מוסר טאַקע פֿון דײַן כּתרילעװעקע. שטעל דיר פֿאָר, אַז אין אַ שײנעם פֿרימאָרגן גײט אַרױס אין כּתרילעװקע אַ זאַקאָן, אַז ס'איז אױס זאַקאָן, דאָס הײסט אַז יעדער קאָן זיך טאָן װאָס ער װיל און נעמען װאָס זײַן האַרץ גלוסט! באַדאַרף איך דיר לאַנג באַשרײַבן, װי די שטאָט װאָלט דעמאָלט אױסגעזען? און װאָס פֿאַר אַ פּנים עס װאָלט דעמאָלט באַקומען דער מאַרק מיט די קלײטן, מיט די הײַזער, מיט די בעלײבתּים און דערהױפּט די נגידים? אין אײנע דרײ־פֿיר טעג, נאַרעלע, װאָלט מען זיך אײנס דאָס אַנדערע אױסגעקױלעט, צעראַבעװעט און פֿאַרברענט, און פֿון כּתרילעװקע װאָלט נאָר געבליבן אַ זכר, אַז אױף דעם אָרט איז אַ מאָל געשטאַנען אַ שטעטל, װאָס האָט געהײסן כּתרילעװקע… כּל־זמן אָבער דער זאַקאָן איז זאַקאָן און מענטשן לעבן בשלום איז, װי די מעשׂה איז, צי גוט צי שלעכט, נאָר די שטאָט איז אַ שטאָט,

84