מנחם־מענדל [2]: מנחם־מענדל צו זײַן װײַב שײנע־שײנדל 5

שלום עליכם (אַלע װערק)

מנחם־מענדל פֿון װואַרשע צו זײַן װײַב שײנע־שײנדל אין פֿתרילעװקע

5

לזוגתי היקרה החכמה הצנועה מרת שײנע"שײנדל שתחי'!

ר א שי ת בין איך דיר מודיע, אַז איך בין ברוך'השם בקו החײם והשלום. השם"יתברך זאָל העלפֿן מ'זאָל תּמיד האָרכן אײנס פֿון דאָס אַנדערע נאָר גוטס מיט בשׂורות טובֿות ישועות ונחמות בתּוך כּלל־ישׂראל ― אָמן,

והשנית זײַ ױסן, זוגתי היקרה, אַז ער איז אַ חכם. איך מין טאַקע דעם מלך פֿון מאָנטענעגערע מײן איך, װאָס ער האָט זיך באַצײַטנס אונטער" געגעבן. אַ מענטשן אַז עס שפּילט דאָס גליק, איז דיר קײן קאַטאָװעס ניט! פֿריִער איז ער געװען בײַ זיך דאַכט זיך געדולדיק, געלאָזט װיסן דער גאַנצער װעלט אַז לא מיט אַן אַלף ― ער טרעט ניט אָפּ פֿון דער אײַנגענומענער שטאָט, סײַדן, האָט ער געזאָגט, מ'שװעט אים אין לײַלעכער אַרױסטראָגן. איצט, אַז ער האָט דערזען, אַז פֿראַנץ־יוסף האָט געגעבן אַ רוק צו צו דער גרענעץ אַ פּאָר מאָל הונדערט טױזנט חײל, און אַז װיקטאָר עמנואל, כאָטש ער איז אַן אײגענער, אַן אײדעם הײסט עס, האָט זיך אױך צוגעגרײט אין װעג מיט אַ דרײיסיק טױזנט סאָלדאַטלעך, און אַז מיר אין פּײטערבאַרג זיצן אױך ניט צונױפֿגעלײגט די הענט, װאָרעם;מיר" האָבן אים גלײַיך געגעבן אַ װונק, אַז ס'איז דבֿרים בטלים, אַז אױף;אונדז" האָט עֶר זיך ניט װאָס צו פֿאַרלאָזץ ― האָט ער פֿאַרשטאַנען אַז צע טאָבי גע רב אליקום און איז באַלד געװאָרן װײך אַזױי ױ פּוטער און האָט שױן אָנגעהױבן רעדן אַנדערע דיבורים און שמועסן גאָר מיט אַן אַנדער לשון:;עס שטײט אים ניט אָן ― זאָגט ער אין זײַן ערשטער דעפֿעשע צום ענגלענדער ― אַז אַ גרױסער און אַ שטאַרקער )דאָס מײנט ער דעם אַלטן פֿראַנץיוסף( זאָל מיט גװאַלד צװינגען אים, דעם קלײניטשקן אָרעמען מלך פֿון מאָנ" טענעגערע, מה אַנו מה חײנו"… הערסט װערטער? בין איך ניט גערעכט געוען. אַז איך האָב דיר געשריבן, אַז פֿאַר די ,הױכע פֿענצטער* האָט מען דרך־ארץ? דאָס אײגענע איז געװען אױך מיטן שנײלמלך פֿון אַלבאַניע. אָנגעגורט די לענדן אין װעג אַרײַן האָט דער זקן פֿראַנץײוסף און דער איטאַליענישער װיקטאָר עמנואל געלאָזט װיסן, אַז ניט צוליב דער שטאָט סקעטאָריע רוקן זײ

72

זיך צו דער גרענעץ. סקעטאָריע, זאָגן זײ, איז בײַ זײי די לעצטע דאגה, און דער מלך מאָנטענעגערע, זאָגן זײ, ליגט זײ אין דער לינקער פּאה, ער װעט, זאָגן זײ. סײַ װױ סײַ אָפּרײניקן די שטאָט, און אַז ער װעט ניט אָפּרײניקן מיט גוטן, װעט ער זי אָפּרײניקן מיט בײזן. זײ טוט װײ דער קאָפּ, זאָגן זײ, נאָר פֿאַר אַלבאַניע. מיט אַלבאַניע, זאָגן זײ, באַדאַרף מען לערנען דרך־ארץ, זי זאָל נעמען אַלײן און אָפּרײַסן זיך פֿונעם טערק. װאָס איז דאָס פֿאַר אַן אָפּרײַטן זיך?! דאָס הײסט, אָפּרײַסן אַלבאַניע פֿונעם טערק האָט מען שױן לאַנג באַדאַרפֿט. נאָר װאָס דען? ניט זי אַלין. אַזאָס! דערױף זענען דאָ עלטערע און בילכערע. אַלבאַניע באַדאַרף צו זײַן אַ מלוכה פֿאַר זיך, װי איך האָב דיר שױן מסביר געװען אין פֿריִערדיקן בריװ, צוליב שכנות און צוליב דעם, אַז פֿאַר די צװײ מלוכות זאָל זײַן אַן אָפֿענער װעג אין אַדריאַטישן ים אַרײַן, און טאַקע צוליב דעם איז צװישן די צױי קיסרים אױסגעאַרבעט געװאָרן אַ פּלאַן, ױ אַזױ פֿראַנץײוסף מיט עמנואלן זאָלן דאָס אַלבאַניע אָפּרײַסן פֿונעם טערק און צעטײלן זיך מיט דעם אױף דער האַלב, חצי שלי וחצי שלך.. דערהערט אַזאַ מעשׂה און דערזען אַז ס'שטײט שמאָל, האָט דער אַלײנגעקרױנטער מלך פֿון אַלבאַניע, סער"פּאַשאַ, זיך מישבֿ געװען און לײקנט אָפּ שטײן און בײן. ער זאָגט, אַז ער האָט גאָר אַפֿילו קײן מאָל ניט אין זינען געהאַט זיך קרײנען, ניט פֿאַר שני־למלך, ניט פֿאַר שלישי־למלך, דאָס האָבן שׂונאים, זאָגט ער, אױסגעטראַכט. אַדרבא, אַזאַ הײסער פּאַטריאָט װי ער, רב סער'פּאַשאַ הײסט עס, איז גאָר אױף דער ועלט ניטאָ. ער איז אַ געטרײַער דינער, זאָגט ער, צום סולטאַן און אַן איבערגעגעבענער סאָלדאַט צו זײַן פֿאָטערלאַנד, צו אַלבאַניע, פֿאַר װעלכער ער איז גרײט, זאָגט ער, אין פֿײַער און אין װאַסער! אַז מען שמועסט אַ פּאַטריאָט, איז דאָך ניט שײך… קומט דאָס אױס, הײסט עס, אַז ס'איז גאָר שײן און פֿײַן און גוט און רויִק, ― אַן עק, אױס מלחמה, אױס מעבעליזאַציע, און װאָס דאַרף מען נאָך? איז אָבער די מעשׂה, זוגתי היקרה, װאָס איך בין ניט רױק. און כּליזמן איך בין ניט רױק ― אין אַ שלעכטער סימן! איך האָב, פֿאַרשטײסטו מיך, אין די ענינים אַ שטיקל געפֿיל, װאָס עס פּאָרקעט מיך אינע" װײניק. אַזױ איז געוען אַ מאָל, ניט הײַנט געדאַכט, אַז איך האָב געאַרבעט אױף דער בערזע, אַלע שפּעגעלאַנטן מיט אַלע מעקלערס פֿלעגן זיך זיצן גאַנץ רוֹיִק בײַ די װײַסע טישלעך, טרינקען קאַװע אָדער עסן מאָראָזשענע און איך אױך בתוכם. און פּלוצעם פֿלעגט עס מיך געבן אַ פּאָרקע אינעױיניק און אַ טראָג אַװעק אױפֿן טרעטואַר. פֿרעג מיך בחרם ― ױיס איך אַלײן ניט װאָס,

73

און כּדְיהוה: עס גײט ניט אַװעק קײן האַלבע שעה, קומט ניט אָן אַ דעפֿעש פֿון דער פּײיטערבאַרגער בערזע, אַז דאָרט איז אַן איבערקערעניש, חושך ואפֿלה? אַװדאי זענען דעמאָלט אַלע אונדזערע שפּעגעלאַנטן און מעקלערס מיט זײערע אַלע פּאַפּירלעך און אַקציעס אַרײַן װי קורח און איך אױך בתוכם.,

פּונקט דאָס אײגענע איז אױך איצט מיט דער מלחמה: עפּעס פּאָרקעט מיך, הלװאַי איך זאָל ליגן זאָג, נאָר דאָס אָפּטרעטן פֿונעם מלך מאָנטענעגערע געפֿעלט מיר ניט. ס'זאָל ניט זײַן דאָס אײגענע װאָס איז געװען מיט אונדז אינעם צװעלפֿטן יאָר בעת מיר האָבן מלחמה געהאַלטן מיט נאָפּאָליאָנען. מיר האָבן אױך דעמאָלט אָפּגעטרעטן פֿון מאָסקװע… איך האָב מורא, פֿאַרשטײסטו מיך, אַז מיט זײַן אַװעקגײן פֿון דער שטאָט זאָל די שטאָט גופֿא ניט אַװעקגײן מיטן רױך. ער זאָל ניט מאַכן בורא מאורי האש… דו מײנסט מיך אַרט אַזױ די שטאָט? מילא, װעט זײַן װינציקער מיט אַ שטאָט! מיך אַרט אַן אַנדער זאַך אַרט מיך: װער ױיס װאָס אָט דער שפּעגעלאַנט מיקיטאַ ניקאָלאַי קאָן נאָך אַרױסװאַרפֿן פֿאַר אַ שטיקל? און װער װײס װאָס דעם סער" פּאַשאַ קאָן זיך פֿאַרגלוסטן? אָט הערט זיך גאָר אַ סלוך, אַז מאָנטענעגערע מיט סערביע זאָל גאָר װערן אײנס! טאָמער ױיסטו װאָס שמעקט דערינען?.. חלװאי איך זאָל זײַן אַ נאַר, נאָר איך בין דיר ניט ערבֿ, אַז ביז דער דאָזיקער בריװ מײַנער װעט אָנקומען צו דיר קײן כּתרילעװקע, זאָל זיך ניט איבערדרײען דאָס רעדל און ס'זאָל זיך ניט דערהערן חס־ושלום ערגעץ אַ שיסערײַ דאָרטן אױף די באַלקאַנעס, װאָרעם דו ױיסט ניט װאָס פֿאַר אַ פּולװער דאָס איז, און דו קאָנסט ניט, נאַרעלע, אָט דעם מלך פֿון מאָנטענעגערע. איך גײ מיר, הערסטו, מיט מײַן גאַנג, אַז ער איז אַ שפּעגעלאַנט און אַז ער שפּילט אױף דער בערזע. הלויִ מיר זאָלן שױן אַזױ באמת אױפֿגעריכט וערן ― איך מײן עס טאַקע אונדזערע ייִדן מײן איך. ער איז אַ שפּעגעלאַנט און אַ ברענענדיקער! איך זע דאָס אַרױס בחוש פֿון אַלע זײַנע גענג. איך ביןי נישקשה, אַ מבֿין אױף אַ טשאַד ― איך בין דאָך עפּעס אַלין אױך געװען, ניט הײַנט געדאַכט, אַ שפּעגעלאַנט, און װײס די קונץ ױ אַזױ מען מאַכט פֿון שנײ גאָמלקעס, דאָס הײסט ױ אַזױ מ'רופֿט אַרױיסעט פֿריִער אַ;בעס", דאָס הײסט אַקציעס זאָלן פֿאַלן ארצה און מ'קױפֿט זיך דעמאָלט גוט אָן מיט פּאַפּירן אױף ,אולטימאָ?, סוף חודש הײסט עס, און דערנאָך קערט מען זיך איבער;אַ לאַ האָס*, דאָס הײסט מען מאַכט אַזױ, אַז פּאַפּירן זאָלן זיך געבן אַ הײב אױף, בכדי מזאָל זײ קאָנען גוט פֿאַרקױפֿן און אַריבערשמײַסן, דאָס הײסט דו גײסט אַרױס פֿאַרקױפֿן אױפֿן צװײטן אולטימאָ

74

אַלץ װאָס דו האָסט און נאָך מיט אַ סמיטשיק! און אַז ס'קומט צו דער קרעאליזאַציע*, דאָס הײסט, אַז דו דאַרפֿסט אָנהײבן געבן, טוסטו זיך דעמאָלט ערשט אַ קער איבער צוריק ױדער;אַ לאַ בעס" ― אָ, מיר ױיסן די מאַכערײַען! אָט האָב איך נאָר װאָס געלײענט אַ דעפּעש, אַז דער מלך מאָנטענעגערע רעכנט, תּיכּף ױ נאָר ער פֿאַרלאָזט די שטאָט אַזױ זאָגט ער זיך אָפּ פֿון דער מלוכה. װאָס פֿאַר אַ ‏ שמד־שטיק מײנסטו שטעקט דערינען! כאַסקל קאָטיק האָט ליב אַ מאָל איבערשפּאַרן, ,פֿון װאַנען װײסט איר, זאָגט ער, װאָס בײַם מלך מאָנטענעגערע אין האַרצן טוט זיך? אפֿשר װיל ער טאַקע אױף דער עלטער זיך אָפּ" זאָגן פֿון דער מלוכה? געלט, זאָגט ער, האָט ער? די קינדער פֿאַרזאָרגט? װאָס נאָך, זאָגט ער, פֿעלט אים?* װאָס זאָגסטו אױף דעם משל? נײן! דו װועסט מיר ניט אײַנרעדן און קײנער װצט מיך ניט איבערשפּאַרן, און כּל מלכי מיזרח ומערב לאָזן קומען, װעלן זײ בײַ מיר ניט פּועלן, אַז ער איז ניט קײן שפּעגעלאַנט און שפּעגעלירט ניט אױף דער בערזע, און אפֿשר נאָך אין אײנעם מיטן אײדעם װיקטאָר עמנואל! אַניט װאָס דען? יעדע מלחמה, נאַרעלע, איז ניט מער װי אַ שפּעגעלאַציע. אַ שפּעגעלאַציע צװישן מלכים, װאָס שפּעגעלירן מיט זײערע סאָלדאַטלעך. פֿאַרשטײט זיך, ניט צוליב זיך אין קעשענע אַרײַן, נאָר לטובה פֿון זײ" ערע לענדער, און פֿון זײערע פֿעלקער… און די שפּעגעלאַציע פֿון אַ מלחמה איז, ױ אַלע שפּעגעלאַציעס, אַ גליקזאַך, אַ קאָרט. װועמען עס געראָט, דער נעמט אױס; באַקומט ער אי אַ לאַנד, אי געלט, אי אַל דעס גוטס, און כּבֿוד אָן אַ שיעור. און װעמען עס געראָט ניט, דער וװערט בדיליהדל, װאָרעם אַחוץ װאָס ער האָט פֿאַרלױרן די מלחמה, אָפּגעשניטן אַ שטיק לאַנד, אױסגעלײגט זײַנע סאָלדאַטלעך און זײַנע פּאַפּירן אױף דער בערוע זענען געפֿאַלן אין דער ערד אַרײַן, פֿאַרלירט דעם קרעדיט בײַ דער ועלט, און צו אַלע צרות באַדאַרף ער נאָך באַצאָלן דעם שׂונא צער און רפּוא און שבת און בושת, אומקערן אים אַלע הוצאָות ― קאַנטריבוציע װערט דאָס אָנגערופֿן..

הקיצור, מלחמה איז אַ שפּעגעלאַציע. ניט מער, װאָס איז דער חילוק פֿון אַ שפּעגעלאַציע ביז אַ מלחמה? דער חילוק איז נאָר דאָס, װאָס בײַ אַ שפּעגעלאַציע מוזן בײדע צדדים, סײַ דער מוכר סײַ דער קונה, מסכּים זײן אױפֿן געשעפֿט, און בײַ מלחמהשער שפּעגעלאַציע טרעפֿט גאַנץ אָפֿט אַז אײן צד ױל, דער אַנדערער ― בשום־אופֿן ניט. העלפֿט אים אָבער ניט, אײנער קומט צום אַנדערן און זאָגט צו אים:;לאָמיר שפּעגעלירן?. ענטפֿערט אים יענער: קאיך

75

װיל ניט". זאָגט ער אים:;דו װילסט ניט? װיל איך אָבער". אַ װאָרט צו אַ װאָרט ― פּיטש־פּאַטש, מ'שלאָגט זיך שױן! אָט אַזױ איז למשל מיט די טריפּאָליס װאָס אין אַפֿריקע. דער איטאַליענישער מלך װיקטאָר עמנואל איז געקומען צום טערקישן סולטאַן און זאָגט צו אים:

;הער נאָר אױס, רױטע יאַרמלקע! טאָמער װאָלטן מיר געמאַכט אַ שפּעגעלאַציע 7* פֿרעגט אים דער טערק:;דהײַנו כּדומה־למשל, װאָס פֿאַר אַ שפּעגעלאַציע 77 זאָגט אים עמנואל:;חיות ױ מײַן לאַנד, איטאַליע הײסט עס, איז פֿאַר מײַן פֿאָלק אַ ביסל צו ענגלעך, און מײַנע איטאַליענישע אַרבעטערס עמיגרירן צו דיר יאָר־יערלעך אין די טריפּאָליס װאָס אין אַפֿריקע, אַזױ אַז מיַנע מענטשן װעלן דאָרטן אין גיכן זײַן אסזירצה־השם מער פֿון דײַנע טערקן, על"־כּן פֿאָדערן מײַנע איטאַליענישע געשעפֿטן, אַז דײַנע טריפּאָליס װאָס אין אַפֿריקע זאָלן אין גאַנצן אַריבערגײן צו מיר. און אױב דו װױלסט מיט גוטן איז מה־טובֿ ומה־נעים. אלא ניט, װעסטו ערגער מאַכן, װאָרעם איך װעל עס בײַ דיר אָפּנעמען מיט גװאַלד, װעסטו נאָך דאַרפֿן צאָלן קאָנטריבוציע אױך. האָסט עס צעקײעט?*,.. װערט דאָך מסתּמא דער סולטאַן אָנגעצונדן און מאַכט אַ גװאַלד, שרײַבט אַװעק צו די הױכע פֿענצטער אַ נאָטע אַ פֿלאַם־פֿײַעריקע:

;געװאַלד, ראַטעװעט! גזלנים זענען באַפֿאַלן אין מיטן העלן טאָג!* הערן אױס די , הױכע פֿענצעטער" און ענטפֿערן אים אָפּ אױך מיט אַ נאָטע, נאָר אָן פֿײַער, געלאַסן, װי עס פּאַסט פֿאַר ,הױכע פֿענצטער*: ,פֿון אײן זײַט הײסט עס געפֿינען זײ, אַז ס'איז טאַקע אַ רציחה און זײ װעלן אַװדאי אָנװענדן כּליהמעגלעכקײטן דורך די מעקלערס, זײערע דיפּלאָמאַטן הײסט עס, אַז מ'זאָל דעם סיכסוך װי עס איז אױסגלײיכן אױף אַן אָנשטענדיקן שטײגער. נאָר פֿון דער אַנדערער זײַט מוזן זי צוגעבן, אַז יענעמס טענות האָבן אַ שטיקל גרונט, װאָרעם װאָס זאָל ער נעבעך טאָן, אַז אין זײַן לאַנד איז אים פֿאָרט ענגלעך און זײַנע אַרבעטערס האָבן זיך פֿאָרט באַזעצט אינעם נײַעם לאַנד? געװײנטלעך װעלן זײ ניט דערלאָזן ס'זאָל געטאָן װוערן אַן עװלה, די װעלט איז דאָך ניט הפֿקר… נאָר אַזױ װױ ער, דער סולטאַן הײסט עס, איז אױך ניט קײן אַבי־װער, און זײַן מדינה רעכנט זיך צװישן די גרױסע, צװישן די ,הױכע פֿענצטער", עליכן איז זײער עצה, אַז מעלתו זאָל דעם אַרױסרוף אָננעמען און זאָל זיך װערן קעגן שׂונא מיט שװערד און מיט פּולװער און דערמיט אונטערהאַלטן זײַן אײגענעם כּבֿוד און דעם כּבֿוד פֿון זײַן מדינה און פֿון זײַן פֿאָלק ודל… און װאָס דער סוף איז געװען האָב איך דיר שױן דאַכט זיך געשריבן: די טריפּאָליס װאָס אין אַפֿריקע געהערן שױן הײַנט טאַקע

:6

צו איטאַליע, און קאָנטריבוציע װעט דער טערק אסײרצה־השם נאָך דערפֿאַר צאָלן און צאָלן..

דאָס אײגענע װעט זײַן אױך איצט מיט די באַלקאַנער. די שפּעגעלאַציע, מײן איך די מלחמה מיט די באַלקאַנער איז דאָך כּמו װי געענדיקט און צװישן די צדדים וװוערט איצט אױיסגעאַרבעט אַ שלום מיט אַלערלײ תּנאָים. פֿרעגט זיך; װער האָט דאָ גובֿר געװען? גובֿר געװען האָבן די באַלקאַנער מלכים און מ'דאַרף הײסט עס אַ נעם טאָן זיך צו דער חלוקה, אײַנטײלן זיך מיט די אײַנגענומענע שטעט און מיט דער קאָנטריבוציע, װאָס די מעקלערס, די דיפּלאָמאַטן הײסט עס, װעלן אױיסאַרבעטן. װעסט דו זען, װאָס פֿאַר אַ קאַשע דאָ װעט זיך ערשט פֿאַרקאָכן! דאָ װעט זיך ערשט אָנהײיבן די רעכטע חתונה. מילא, דעם טערק װעט מען שױן קנסנען, מ'װעט שױן פֿון אים אָפּשנײַדן אַ פּאַס ― פֿון דעם איז קײן רײד ניט. װאָס װעט אָבער זײַן װײַטער? דאָס הײסט, ױ אַזױי װעלן זיך די באַלקאַנער מלכים אײַנטײלן צװישן זיך מיטן דעװידענד, מיט דער קאָנטריבוציע מײן איך? און מיט די אײַנגענומענע שטעט װאָס װעט זײַן! איטלעכער פֿון זײ װעט דאָך װעלן דעם בעסטן חלק. איטלעכער װעט האָבן אַ טענה, און װעט זײַן גערעכט, אַז אים קאָסט די שפּעגעלאַציע, די מלחמה מײן איך, מער סאָלדאַטן, לכן קומט אים אַ גרעסערן חלק. און אין זײער אָפּמאַך איז דאָ אַ בפֿירושער פּונקט, אַז די חלוקה זאָל זײַן נאָך דער צאָל פֿון די געפֿאַלענע קרבנות, װאָס זשע מײנסטו װועט זײַן? בוזי־בזיונות, מחלוקת מיט קריג מיט סקאַנדאַלן און מיט נײַע שפּעגעלאַציעס, מײן איך נײַע מלחמות, טאַקע צװישן זיך גופֿא, און סוף־כּל־סוף װעט מען ערשט באַדאַרפֿן אָנקומען צו מענטשן, צו די עהױכע פֿענצטער", אַז זי זאָלן אױיסגלײַיכן די צדדים, ― װעט דאָס פֿאַרן טערק זײַן דװקא די גרעסטע מעלה! װאָס איז דער שׂכל! דער שׂכל איז אַ פּראָסטער שׂכל: אַז די צדדים װעלן קומען צו די ,הױכע פֿענצטער* מ'זאָל זײ אױסגלײיכן, װעלן די פֿהױכע פֿענצטער" טאָן דאָס װאָס מײַן רבי האָט אַ מאָל געטאָן מיט די צװײ יונגלעך, װאָס האָבן זיך צעקריגט אין חדר איבער אַן אײ. איטלעכער פֿון די בײדע ייִנגלעך האָט געטענהט, אַז דאָס אײ איז זײַן אײ, װאָס זײַן מאַמע האָט אים מיטגעגעבן אױף אָנבײַסן. אַ װאָרט און אַ װאָרט, ײַנגלעך ― קונדסים, ― האָט מען זיך מסתּמא צעהרגעט, צעבלוטיקט! איז געקומען דער רבי און גע" מאַכט אַ פּשרה: דאָס אײ האָט ער אָפּגעשײלט, צוגערופֿן זײַן אײגן ייִנגעלע, מיט אים געמאַכט אַ ברכה און געהײסן אױפֿעסן, און די צױי קינדער האָט ער גאַנץ פֿײַן אָפּגעצימבלט און נאָך געזאָגט דערבײַ אַ װערטל )געװען אַ

װערטל77

זאָגער(: קאַ רוח אין אײַער פֿאָטער און מוטער אַרײַן! איר זענט דען די בית" שמאי מיט די בית־הלל, װאָס איר האָט זיך געקריגט איבער אַ ביצה שנולדה ביום־טובֿ, איבער אַן אײ הײסט עס? אַצינד נעמט זיך, ממזרים, צו די חומשים!*

דאָס איז, הײסט עס, דער משל, און דעם נימשל באַדאַרפֿסטו, זוגתי היקרה, שױן אַלײן פֿאַרשטײן.,. אײַ די קשיא: דעם טערק װאָס װעט דערפֿון אַרױסקומען? עס װעט אים זיער אַ סך אַרױיסקומען! װאָרעם ביז די אײנגענו" מענע שטעט וװעלן אַריבערגײן פֿון די באַלקאַנער צו די;הױכע פֿענצטער" ועט פֿאַרגאָסן װערן גענוג בלוט, װאָרעם די ,הױכע פֿענצטער" צװישן זיך גופֿא װעלן דאָך אױך ניט אַזױ גיך אײַנטײלן זיך ― און דאָ ליגט דער גאַנצער ברען און דאָ טאַקע ליגט אײגנטלעך דער שׂכל פֿון מײַן פּראָיעקט, װאָס איך האָב פֿאָרצולײגן פֿאַרן טערק.. נאָר מחמת איך האָב קײן צײַט ניט )מ'דאַרף שוױן װידער לױפֿן אין דער רעדאַקציע אַ קוק טאָן װאָס שרײַבט מען עפּעס פֿון װיך, פֿון פּאַריז און פֿון בערלין. הײַנטיקע צײַטן װערן דאָך אין אײן טאָג איבערגעקערט ועלטן!( מאַך איך דאָס בקיצור. אם־ירצה־השם אינעם אַנדערן בריװ װעל איך דיר באַשרײַבן אַלצדינג נאָך מער באַריכות. לעת־עתה לאָז גאָט געבן מיט געזונט און מיט הצלחה. זײ געזונט און קוש די קינדער שיחיו און גריס דער שװיגער שתחי, און דער גאַנצער משפּחה זאָלסטו לאָזן גריסן איטלעכן באַזונדער גאָר פֿרײַנדלעך.

ממני בעלך מנ חם ־מעג דל

ציקר־שכ חתי: װאָס דו שרײַבסט מיר, אַז איך נעם ניט גענוג געלט פֿאַר מײַנע שרײַבעכצן, דאַרף איך דיר זאָגן, זאָלסט מיר מוחל זײַן, זוגתי היקרה, דו שרײַבסט ױ אַ ייִדענע. ערשטנס דאַרף יעדע זאַך האָבן אַ שיעור, מ'טאָר ניט איבערציִען דאָס שטריקל, ס'קען נאָך איבערגעריסן װוער.. און מ'דאַרף אַרײַנגײן אין יענעמס פּאָלאָזשעניע אױך. מענטשן זענען זיך מפֿקיר, ס'קאָסט דאָך עפּעס הוצאָות, אױסהאַלטן אַ גאַנצע רעדאַקציע, מיט טיפּאָגראַפֿיע, און פּאַפּיר גיט מען אױך ניט אומזיסט. הײַנט דעפּעשן! װאָס זײי קאָסט אָפּ אַ טאָג דעפּעשן מעגן זיך דײַנע כּתרילעװקער קרעמערס װינטשן לײזן אין אַ מאַרקטאָג. והשנית, איז דאָס שרײַבעכץ װאָס איך שרײיב, שרײַב איך דען נאָר צוליב געלט? פֿון שרײיבערײ, נאַרעלע, האָט בײַ אונדז קײן שרײַבער פֿון די גרעסטע שרײַבערס זינט זײ שרײַבן נאָך לעת־עתּה קײן מױערן זיך ניט אָנגעשריבן. און בײַ מיר, װאָס פֿאַר אַ װערט האָט דאָס שרײַבערײַ קעגן יענע קאָמבינאַציעס,

4

װאָס באָמבלען זיך מיר איצט אין קאָפּ? און אַלץ צוליב דעם װאָס איך בין דאָ און בין געװאָרן אַ מענטש אין דער רעדאַקציע און פֿאַרנעם זיך מיט פּאָליטיקע. װי זאָגט די מאַמע דײַנע:;אַרום אַ שװערן װאָגן איז גוט גײן צו פֿוס"… נאַרעלע, יענע גרױסע קאָמבינאַציע מיטן טערק וען איך פֿיר דורך, האָב איך דיר שױן לאַנג געשריבן, אַז איך פֿאַרמאָג דעמאָלט דרײ מױערן אין װאַרשע! דער אי" בערשטער זאָל רחמנות האָבן איך זאָל נאָר אָנטרעפֿן דעם רעכטן פּאַרשױן װאָס איך דאַרף, דאָס הײסט אַז אַחוץ דעם װאָס ער זאָל קענען שפּראַך זאָל ער נאָך זײַן דערצו דער אָרנטלעכער מאַן, װאָס מזאָל זיך קאָנען אױף אים פֿאַרלאָזן, אַז ער זאָל ניט נעמען מײַן קאָמבינאַציע און זאָגן נאָכדעם, אַז דאָס איז זײַן קאָמ" בינאַציע. פּאָליטיקע, פֿאַרשטײסטו מיך, איז אַן אײדעלע מאַטעריע.. און װאָס דו פֿרעגסט זיך נאָך אױף דעם, װאָס מ'פֿאַרשרײַבט זיך בײַ אײַך אױף אַװעקצופֿאָרן, באַדאַרף מען דיר קלאָר מאַכן, זאָלסט ניט רעדן ױ אַ ייִדענע. פֿאַראַן אַ חבֿרה װאָס זי הײסט;,איקאַ", און פֿאַראַן אַ חבֿרה װאָס זי הײסט;איטאַ, ;איקאַ? איז דאָס װאָס דער באַראָן הירש האָט אַרײַנגעבראָקט אַהין זיַנע מיליאָנען און קײנער האָט פֿון זײ קײן הנאה ניט, אַחוץ די עטלעכע גבאָים און רעדלפֿירערס. און ,איטאַ", זעסטו, איז שױן װױדער אַן אַנדערע חבֿרה, אַ חבֿרה פֿון טעריטאָריסטן װאָס זוכן אַ טעריטאָריע פֿון ייִדנס װעגן. דאָרט איז דער גאַנצער טוער זאַנגװיל, װאָס זיצן זיצט ער אין לאָנדאָן און זוכט פֿאַר אונדז אַ טעריטאָריע | אױף דער גאָרער װעלט און קאָן ניט געפֿינען; פֿאַר װאָס! אַ פּראָסטער שׂכל:

די טעריטאָריע װאָס ייִדן װילן, װױל מען זײ ניט, און די טעריטאָריע אַװּ מען װיל זײ, טוג זי אױף תּשעה נײַנציק כּפּרות… אַן עבֿירה װאָס איך קען ניט קײן אײנגעלש. איך זאָל קענען אײנגעלש, װאָלט איך אים אַװעקגעשריבן אַ בריװ, זאַנגװילן הײסט דאָס ― איך האָב פֿאַר אים אױך אַ קאָמבינאַציע, אַן אַנטיק אין דער װעלט!

הנ"ל

79

שײנע־שײנדל פֿון כּתרילעװקע צו איר מאַן מנחם־מענדל אין װואַרשע

:)

לכּבֿוד בעלי היקר החכם מופֿלג הנגיד המפֿורסם מוהר"ר מנחם מענדל ב"י!

ערשטנס קם איך דיר צו מעלדן אַז מיר זענען אַלע גאָט צו דאַנקען אין בעסטן געזונט, גיב גאָט דאָס נעמלעכע פֿון דיר צוֹ הערן אױף װײַטער ניט ערגער.

און צ װײ ט נס, שרײַב איך דיר, בעלי היקר, אַז דאָס װאָס דו שרײַבסט מיר, אַז דו זוכסט אַ שותּף צו דײַן גרױס געשעפֿט, הײבט דאָס מיר ניט אָן צו געפֿעלן, הלװאַי זאָלסטו כאָטש אָנטרעפֿן אױף אַזעלכן, װאָס זאָל אין זינען האָבן דיך אױך, ניט נאָר זיך אַלײן, כאָטש עס גלײבט זיך מיר ניט, אַז צװישן די גרױסע קנאַקערס, װאָס קענען אַ סך לשונות, זאָלן זיך געפֿינען צדיקים, ױ זאָגט די מאַמע: ,עס שטײט געשריבן, אַז דער מענטש איז געגליכן צו די חיות װאָס אין װאַלד און צו די פֿיש װאָס אין ים", דאָס איז אָבער אַלץ שפּעטערדיקע דאגות. דער עיקר איז דאָס געשעפֿט אַלין. איך מײן דעם גרױסן פּלאַן דײַנעם, װאָס דו זאָגסט אַז דו האָסט און װאָס איך הײב נאָך ניט אָן צו װיסן װאָס דאָס איז? און װער דאָס איז? איך הער נאָר, אַז דו האָסט און דו האָסט. לאָמיר שױן דערלעבן הערן, װאָס האָסטו דאָרטן אַזעלכעס? װער ױיסט, װוּהין דו קאָנסט פֿאַרפֿליִען? װױ זאָגט די מאַמע:;עס שטײט געשריבן, אַז דעם מענטשנס קאָפּ װײס ניט װוּהין די פֿיס קאָנען אים פֿאַרטראָגן". און דעם משל, װאָס דו האָסט מיר געבראַכט, מענדל, פֿון זימל דעם טוטין־שנײידער מיט בײלע־לאהן האָב איך איבערגעגעבן דער מאַמען, האָט זי אױסגעבטלט אַלע בײזע װיסטע חלומות אױף אירע שׂונאימס קעפּ. װי לאַנג קרענקט, זאָגט זי, טשאַרנע מיטן שװאַרצן פּיסק, ױ לאַנג זימל װעט זי נאָך ניט אַרײַנלאָזן אין שכנות! און פֿאַר װאָס, זאָגט זײ דיר איז געפֿעלן, אַז זימל זאָל פּלוצעם אין מיטן העלן טאָג משוגע וערן און אַרױסװאַרפֿן בײלע־לאהן פֿון שכנות ― פֿאַרשטײט זי ניט.;סײַדן, זאָגט זי דער גענײדעם מײיַנער האָט ניט װאָס צו טאָן, װױל ער, זאָגט זי, אָנמאַכן אַ בײז לעבן צװישן שכנים. ס'זאָל זײַן, זאָגט זי, דרײַ שלײערס אַ גראָשן 1* אַזױ זאָגט די מאַמע זאָל לעבן און בעט טאַקע איך זאָל עס דיר שרײַבן זי ױיסט ניט,

0