מנחם־מענדל [2]: שײנע־שײנדל צו איר מאַן מנחם־מענדל 1

שלום עליכם (אַלע װערק)

שײנע־שײנדל פֿון כּתרילעװקע צו איר מאַן מנחם"מענדל אין װואַרשע

1

לכּבֿוד בעלי היקר החכם מופֿלג הנגיד המפֿורסם מוהר"ר מנחם מענדל נ"י!

ערש טנס קום איך דיר צו מעלדן אַז מיר זענען אַלע גאָט צו דאַנקען אין בעסטן געזונט. גיב גאָט דאָס נעמלעכע פֿון דיר צו הערן אױף װײַטער ניט ערגער. צ װו ײטנס שרײַב איך דיר, בעלי היקר, אַז מיר האָבן דאָ געהאַט אַ װינטער ― זאָל זיך שױן אַזאַ װינטער ניט אומקערן! דער טאַטע, װאָס האָט זיך שױן לאַנג געפֿילט ניט גוט, האָט זיך אָנגעהױבן קלאָגן, אַז עס װאַקסט בײַ אים עפּעס אינעױיניק און אַז ער קאָן ניט עסן האָבן אים די דאָקטױרים געהאָדעװועט מיט פּילן, געזאָגט ס'װעט איבערגײן, און ער, װאָס װײַטער און װײַטער האָט אָנגעהױבן עסן אַלץ װױנציקער און װינציקער, און זײ, די דאָקטױירים, האָבן אים אַלץ געהאָדעװעט מיט פּילן, געשלעפּט געלט, אױסקרענקען זאָלן זײ, ביז ער האָט גאָר אױפֿגעהערט צו עסן און איז פּאָװאָלינקע אױסגעגאַנגען פֿון הונגער, אױיסגעגאַנגען װי אַ ליכט, אין דער שטיל, װי אַ טױב, קײן קרעכץ, קײן פּיפּט, נאָר צוגעמאַכט די אױגן און ― שױן! װױ זאָגט די מאַמע: ,געלעבט װי אַ תֹּם, געשטאָרבן ױ אַ צדיק". דער זכות זײַנער מעג אונדז בײַישטײן אױף יענער־װעלט, װאָרעם ער איז, נישקשה, גענוג אָפּגעקומען אױף דער־װועלט.. דו קאָנסט זיך גאָרניט פֿאָרשטעלן, מענדל, װױ די מאַמע נעבעך האָט די ערשטע צײַט אײַנגעלײגט די װעלט! לאָזן שׂונאים זאָגן װאָס זײ ױלן, אַז ער עלײהשלום האָט געהאַט בײַ איר יאַקבי אַ שלעכט לעבן ― געזאָגט זאָל זײ װערן פּרעהס מכּות! נעכײַ װאָלטן זײ געזען װי די מאַמע האָט זיך געשלאָגן קאָפּ אָן װאַנט, בעת ער איז געלעגן אױף דער ערד, געשריגן מ'זאָל זי אַרױסטראָגן מיט אים אין אײנעם! און װוּ זענען זײ געװען, די חכמים, אַז זי האָט אױפֿן הײיליקן אָרט דרײַ מאָל געחלשט ― מ'האָט זי קױם אָפּגעמינטערט? און איצט מײנסטו קאָן זי זיך דען באַרויִקן? צי זי עסט? צי זי שלאָפֿט? טאָג װי נאַכט, אָדער זי ױינט אָדער זי דאַװונט, ,ס'שטײט געשריבן, זאָגט זי, אַז אַ װײַב אָן אַ מאַן איז געגליכן צו אַ צעבראָכענעם שאַרבן װאָס קײנער דאַרף אים ניט האָבן, כאָטש נעם װאַרף אים אַרױס*. אײן שטיקל טרײסט איז געוען, װאָס אָט קומסטו צו פֿאָרן אַהיײם, ―

56

צום סוף ― איך בין שטאַרקער פֿון אײַזן, הערסטו, אַז איך האַלט דאָס אױס. באַרעכן נאָר אַלײן מײַן פּאָלאָזשעניע. איך האָב דאָך געמײנט, אַז מלאָכים שפּילן זיך מיט מיר בעת איך האָב באַקומען פֿון דיר דײַן ליבן בריװ מיט די דאָלערס, אַז דו פֿאַרלאָזט שױן מיט גאָטס הילף דאָס שײנע לאַנד אַמעריקע, װאָס װאָלט געמעגט פֿאַרכגרענט וערן אײדער דו ביסט אַהין צו צו געקומען: די גאַנצע שטאָט האָט מיר שױן אָפּגעגעבן מזל־"טובֿ ―;גאָט ליב אײַך מיט אײער גאַסט!" פֿון די קינדער שמועסט מען ניט, אַז זײ זענען געװען גאָר אױפֿן זיבעטן הימל, אַ קלײניקײט, אָט־אָט זעען זײ זיך מיט זײער טאַטן נעבעך, װעלכן זײ געדענקן שױן כּמעט גאָרניט! ― גײ ריכט זיך אױף אַזאַ שלאַק, אַז װאַרשע װעט אים איבערכאַפּן, װי אַן אבן־טובֿ, און גאָרניט װעלן אָפּלאָזן אַפֿילו! קאַרג געוען די יעהופּעצער גאָלדענע געשעפֿטן, װאָס ליגן מיר נאָך אין טעם, האָט אים גאָט צוגעשיקט אַ נײַע פּרנסה ― שרײַבערײַ! און גאָרניט ― עס געפֿינען זיך נאָך אױף דער װעלט נאַראָנים, װאָס צאָלן אים דערפֿאַר געלט, װאַרפֿן זיך מיט הונדערטערס, ― װער װאָלט דאָס געגלײבט? אױף אַלצדינג איז אַ צײַט. ױ זאָגט די מאַמע זאָל לעבן: גאַז ס'קומט פּורים, גײט יאָקל־משה דער שמש אין גאָלד*… װאָס זי מײנט דערמיט באַדאַרפֿסט דו שױן אַלײן פֿאַרשטײן. און אַז ניט, װעל איך דיר זאָגן װאָס זי מײנט. זי מײנט: הלװאַי עס זאָל אױיסגעהאַלטן װערן און פֿון דײַן שרײַבעניש זאָל זיך ניט אױסלאָזץ חלילה דאָס װאָס פֿון דײַנע יעהופֿעצער ועלדער, אימעניעס און זאַװאָדלעך, װאָס פֿריִער קישעט עס און קישעט, דערנאָך קומט די קאַץ און לעקט אױס די סמעטענע. מעגסט דיר זאָגן, מענדל, אַז איך בין אַ ייִדענע, נאָר עפּעס לײגט זיך מיר ניט אױפֿן מוח, אַז ס'איז דאָ מענטשן, פּוסטע קעפּ, װאָס ס'ליגט זײ אין זינען לײענען רײנע בריװלעך און נאָך לעקן די פֿינגער אין אַזאַ צײַט װען מען ליגט אין דער ערד נײַן אײלן. זײ זאָלן אַ קוק טאָן מיט מײַנע אױגן, װױ אַזױ מ'טרײיבט ייִדן ערגער װי סקאָט, פֿון די דערפֿער אין די שטעטלעך און פֿון די שטעטלעך אין די שטעט, װאָלט זי ניט געלעגן אין זינען אַזעלכע זאַכן קאָנסט פֿאַרשטײן אַז כּתרילעװקע איז שױן געװאָרן די גרױסע שטאָט, װאָס אַהער פֿאָרן זיך צונױף די אַרױסגעטריבענע פֿון דער גאַנצער װעלט. טאָמער װײסטו, װאָס װעלן זי דאָ טאָן! פֿון װאַנען װעט מען לעבן? גאָט זאָל העלפֿן מ'זאָל זיך כאָטש ניט אַרומקוקן איף כּתרילעװקע גופֿא און מ'אָל אונדז ניט געבן חלילה אַ טרײַב אַרױס פֿון דאַנען, װי מען טרײַבט פֿון אַנדערע ערטער. פֿאַר װאָס? ― פֿאַר שבת! װי זאָגט די מאַמע זאָל לעבן:;בײַ גאָט פֿרעגט מען ניט

57

קײן קשיות, װאָרעס מ'האָט שױן געפֿרעגט, ענטפֿערט ער ניט".. הערסטה מענדל, זי איז טאַקע אַ חכמה די מאַמע מײַנע. ניט װײַל זי איז מיר אַ מאַמע, נאָר מחמת זי האָט אין זיך גוטע געדאַנקען. אָט למשל זיצן מיר הײַנטיקן פּסח און עסן, לײגט זי אַװעק פּלוצעם די לעפֿל און מאַכט צו מיר אַזױ:;היַנט זע אַלײן, שײנדל, זאָגט זי, װער דײַן מענדל איז. גאָט האָט אים צוגעשיקט, זאָגט זי, אַזאַ גליק, עס האָט זיך אָפּגעריסן אַ בראָדער סוחרי װאָס איז גאָר די כפֿרה נאָך זײַן שרײַבעכץ און צאָלט אים מזומנע קערבלעך. סטײַטש, װי פֿאַלט אים ניט אײן, זאָגט זי, אין קאָפּ, דעם קלוגן מאַן דײַנעם, ער זאָל אים, זאָגט זי, געבן אַ כאַפּ אַרױף אױף פּאַפּיר, אָפּחתמענען הײסט עס, װאָרעם טאָמער, זאָגט זי, שלאָפֿט ער זיך אױס און האָט חרטה?… הײַנט זאָג אפֿשר. מענדל, אַז זי איז ניט גערעכט?.. דאָס געלט, מענדל, װאָס דו האָסט מיר צוגעשיקט פֿון װאַרשע האָב איך מקבל געװען, נאָר װי זאָגט די מאַמע:;צו מזל, זאָגט זי באַדאַרף מען אױך האָבן מזל. אַז גאָט האָט זיך שױן יאָ, זאָגט זי, אַ מאָל אַרומ" געקוקט אױף מײַן קינד און זי באַקומט שױן יאָ אַ מאָל, זאָגט זי, די עטלעכע גראָשנס פֿון איר באַשערטן דעם גאָלדשפּינער, באַדאַרף עס, זאָגט זי, איר אױס" פֿאַלן באָקעם, זי זאָלי זאָגט זי, קײן הנאה ניט האָבן"… הער אַ שײנס, מענדל, װאָס איך האָב געהאַט. אַ פּנים, עס װײַזט אױס, אַז די. װאָס צאָלן דיר פֿאַר דײן שרײַבעכץ, ― פֿאַרגינען עס דיר עפּעס ניט אַזױ מיטן גאַנצן האַרצן זײ זענען זיך מישבֿ און נעמען און שיקן מיר צו דורך דער פּאָסט אין אַ פּאַקעט, אָן אַ שום בריװעלע, נאָר גלאַט אַזױ, אַ הונדערטער, אַ גאַנצן הונדערטער, אַ שפּאָגל נײַעם, אַ קנאַקנדיקן, נאָר װאָס פֿון דער נאָדל אַרױס, װױ אײנער רעדט: נאַ, װאַרג דיך! און װען טרעפֿט זיך אַזאַ גליק? סאַמע אין רעכטן ערבֿ־פּסח! דאָס אַנדערע װאָס מיט די דאָלערעס פֿון דעם שײנעם אַמעריקע. װאָס איך האָב מיך גענוג אָנגעטױטשעט ביז איך האָב דערלעבט צו זען פֿון זי קערבלעך. אַ גליק, װאָס שמשון דער פּראָמילניק איז אַ שטיקל קרובֿ, אײַ דאָס זאָל זיך אים זעצן די מכּות, װיפֿל ער האָט מיך אָפּגענאַרט. איך האָב געמײנט אַז אַ דאָלער איז צװײ קערבלעך מיט עפּעס, צום סוף האָט ער מיר געגעבן װעדליק צװײ קערבלעך אָן עפּעס ― אױסקרענקען זאָל ער עס! הכּלל, איך האָב אים גענומען, דײן הונדערטער הײסט עס, און כאַפּ מיך אַרױס מיט אים אין מאַרק, יל אים צעבײַטן ― װער? װאָס? װעמען? כ'קום צו צו אײנעם, צום אַנדערן, צום דריטן ― קוקן זײ מיך אָן: /דו מאַכסט פֿון אונדז חוזק, זאָגן זײ, צי װאָס* 1 בײַ אײנעם האָבן זיך אַזש געשטעלט טרערן אין די אױגן:;ע! זאָגט ער, וװען איך האָב,

58

זאָגט ער, אַ הונדערטער, ― טע־טע־דטע ― װוּ װאָלט איך איצט אָנגעשפּאַרט?* און אײנער, מאָטל זװינעראָדקער, ― דאַרפֿסט אים געדענקען, אַ רעכטער עזותפּנים, אַן אמתער אַ זװינעראָדקער, ― שטעלט ער זיך אַװעק און װערטלט זיך נאָך: איך זאָל אים זאָגן, זאָגט ער, דעם אמת, וױפֿל נאָך האָב איך אַזעלכע הונדערטערס, זאָגט ער, פֿאַרנײט בײַ מיר אין אונטערשטן קלײדל? אַ שײגעץ קאָן! מאָל דיר, איך זע אַז ער איז מיר גוט מקנא! אַלע, די גאַנצע שטאָט איז מיר מקנא אױפֿן הונדערטער. נאָר װאָס קומט מיר אַרױס פֿונעם הונדערטער, אַז ס'איז ערבֿ־פּסח און צעבײַטן איז ניטאָ װּ, און מ'דאַרף און מ'דאַרף און מ'דאַרף? משה־הערשעלען נעבעך האָב איך צוגעזאָגט נײַע שטיועלעך נאָך פֿאַר אַ יאָרן פּטח. און די איבעריקע קינדער דאַרף מען איך עפּעס מאַכן ― און דו טראָג זיך אַרום מיט דער באָמבע! אַ שטיקל גליק כאָטש, װאָס כ'בין מיט אַ מאָל געװאָרן אַ בטוח אין שטעטל, באַקומען קרעדיט: קנעם, זאָגן זײ צו מיר, נעם שײנע־שײנדל װיפֿל דו װילסט, דו ביסט, זאָגן זײ, בײַ אונדז באַ" גלײבט: נישקשה, דײן מנחם־מענדל, זאָגן זײ, איז קײן עין־הרע אַ שינער פֿאַרדינער*. װאָס זאָגסטו אױף זײער טאַטן? איצט ביסטו שױן בײַ זײ געװאָרן אַ שײנער פֿאַרדינער ― מײַנע װײטיקן אױף זײערע צײן! פֿרעג, װוּ זענען זי געװען דעמאָלט, ניט הײַנט געדאַכט, אַז דו ביסט געלעגן אין דעם שײנעם אַמעריקע, אײַנגעזונקען זאָל עס וערן, און איך האָב מיך איסגעצױגן פֿאַר אַ גראָשן? איצט גיבן זײ מיר קרעדיט, געבן זאָל זײ גאָט קרענק מיט מאַיאָװע קדחת, ױ זאָגט די מאַמע:;אַז גאָט גיט מיטן לעפֿל, גיבן מענטשן מיטן שעפֿל?.. דערפֿאַר, בעלי היקר, האָבן מיר געהאַט אַ פּסח ― אױף אַלע אונדזערע ליבע! ערשטנס איז בי אונדז געװען אַל דאָס גוטס: פֿון מצה און פֿון אײער און פֿון עופֿות און פֿון שמאַלץ און פֿון כרײן און פֿון װײַן אױף אַרבע כּוסות. הײַנט האָסטו באַדאַרפֿט זען װי אונדזער משה־הערשעלע, לעבן זאָל ער, האָט אונדז אָפּגעריכט אַ סדר ― מיט אַלע פּיטשעװקעס, ױ אַן אַלטער! די טרערן, װאָס מיר בײדע האָבן פֿאַרגאָסן, איך און די מאַמע, מעגן פֿאַלן אין ים אַרײַן. די מאַמע האָט זיך דערמאָנט, אַז ערשט פֿאַר אַ יאָרן אין דער צײַט איז נאָך דער טאַטע עליו־השלום אַלין געזעסן בײַם סדר. מאָלט אײַך, אַזאַ זיצעכץ אױף אַלע שׂונאי־ישׂראל געזאָגט געװאָרן. נאָר גאָרניט. אַלץ גלײַכער װי געשטאָרבן; װי זאָגט די מאַמע:;עס שטײט געשריבן זאָגט זי, ס'איז בעסער אַ לעבעדיקער אױף דער ערד, אײדער אַ טױטער אין דער ערד".. און װאָס האָב איך געױינט װילסטו װױסן? איך האָב געװײנט אױף מײַן פֿינצטער מזל, אַז אָך און ייִ איז

59

די גױיִם, װאָס איך בין אין אַזאַ שעה געבױרן געװאָרן, אַז איך באַדאַרף זײַן פֿאַרװיסט אָט דאָ אײנע אַלײן מיט די קינדער און מײַן מאַן נעבעך איז שטענדיק גע ונד, בלאָנקעט זיך אַרום פֿון לאַנד צו לאַנד, װוּ ער טאָגט, דאָרט נעכטיקט ער ניט. װי זאָגט די מאַמע:;עס שטײט געשריבן, זאָגט זי, אַז אַ פֿױגל האָט אַ נעסט, אַ בהמה האָט אַ שטאַל, אַ הונט האָט אַ הױף, נאָר אַ מענטש, מישטײנס געזאָגט, קאָן זיך ניט געפֿינען קײן מקום־מנוחה"… זי לאָזט דיר גריסן, מענדל, גאָר פֿרײַנדלעך און האָט צוֹ דיר אַ בקשה: אפֿשר איז מעגלעך, אַזױ ױ דער טאַטע עליױהשלום האָט ניט געלאָזט קײן זין, אַחוץ טעכטער, זאָלסטו מוחל זײַן זאָגן קדיש. און װײַטער זײַ געזונט און פֿאַרדין אַ סך געלט בכדי זאָלסט קאָנען װאָס גיכער אױסגעלײזט װערן פֿון דעם װאַרשע, ױ דו ביסט אױסגעלײזט געװאָרן פֿון דעם װיסטן, פֿינצטערן אַמעריקע, פֿאַרברענט זאָל עס וװערן באַלד נאָך פּסח, װי עס װינטשט דיר פֿיל גוטס און אימער גליק דײַן באמת געטרײַע פֿרױ שײנע:־שײנדל

יאָ, שיִער ניט פֿאַרגעסן! מיר האָבן עס דאָ געהאַט אַן איבערשרעק אין כּתרילעװקע הײַנטיקן פֿאַרפּסח! יואליק, ראובֿן דעם װײַנשענקערס עלטערן זון געדענקסטו דאָך מן־הסתּם? ער איז הײַנט אַלין אַ װײַנשענקער, דאָס הײסט ער האָט געעפֿנט דעם טאַטן דעם ױינשענקער אױף צוֹ להכעיס אַ װײַנשענק, אַ הױף קעגן אַ הױף. איז ער זיך מישבֿ, יואליק הײסט עס, הײַנטיקן ערבֿ־ פּסח און צעקריגט זִיך מיט זײַן עלטערן בן, קאָפּל רופֿט מען איסי ― אַ יונג אַן אױס" װוּרפֿלינג! מילא, מאַכט זיך אַ שלעכט קינד, כאַפּט דיך דער גוטער יאָר ― נעם לײג אים אַװעק און בראָק אים אַרײַן אַז דער רוח זאָל דיך נעמען! נײן. איז ער זיך מישבֿ, יואליק הײסט עס, און װאַרפֿט אים אַרײַן אין קעלער, קאָפּלען הײסט עס, און פֿאַרשליסט אים פֿון דרױסן מיט אַ שלאָס. איז ער זיך מישבֿ, קאָפּל הײסט עס, און הײבט אױף אַ גװאַלד מיט אַ קװיטשערײַ, אַז מען האָט געקאָנט הערן אין װאַרשע, גלײַך װױ מען קױלעט אים! גײט פֿאַרבײַ אַ גױע און דערהערט אַ לעבעדיקער מענטש קױטשעט, איז זי זיך מישבֿ, די גע הײסט עס, און לױפֿט אַרױס אין מאַרק און לאָזט אַרױסעט אַ קלאַנג, אַז ייִדן האָבן ערגעץ דערטאַפּט אַ שײגעצל און מ'קױלעט עס אױף פּסח! איז װאָס זאָל איך דיר זאָגן, מענדל, הימל עפֿן זיך! אין אײן שמע־ישׂראל איז געװאָרן פֿול דער מאַרק מיט גױיִם, גױעס און שקצימלעך. און אױף ייִדישע קינדער ― אַ געװײן, אַ יללה!

60

װײַבער אױף די בױדעמער! עלטערע מענטשן האָבן זיך אַ װאָרף געגעבן צו יואליקן ― ער זאָל עפֿענען דעם קעלער. װיל ער ניט הערן, ניט זען: עדער רוח װעט אים ניט נעמען, זאָגט ער, ער װעט בײַ מיר פֿױלן ביזן ערשטן סדך ױ" בעט מען זיך בײַ אים: עגזלן! עפֿן אױף!* הערט עפּעס די װאַנט? איז מען אַװעקגעלאָפֿן צום זײדן, צו ראובֿנען הײסט עס. איז געקומען צו לױפֿן דער זײדע, ראובֿן הײסט עס, און מאַכט צום זון, צו יואליקן הײסט עס: ,עפֿן אױף, יואליק, דעם קעלער און לאָז אַרױס דאָס קינד!* מישט זיך אַרײַן די שנור. יואליקס װײַב הײסט עס, עטל־בײלע:;װאָס האָט איר זיך צו מישן צו יואליקס קינדער?" ענטפֿערט ער ניט, ראובֿן הײסט עס, דאָס צױיטע װאָרט און רופֿט זיך אָן נאָך אַ מאָל צום זון, צו יואליקן הײסט עס:;איך זאָג דיר נאָך אַ מאָל, דו גראָבער יונג, זאָלסט עפֿענען דעם קעלער און אַרױסלאָזן דאָס קינד! צי דו װילסט אפֿשר, אַז דורך דיר זאָל זײַן אַ פּאָגראָם?*… ערשט דעמאָלט, דערהערנדיק דאָס ליבע װאָרט פּאָגראָם, האָט ער זיך דערשראָקן, יואליק הײסט עס, האָט אױפֿגעעפֿנט דעם קעלער און אַרױסגעלאָזט דעם שײנעם תּכשיט ― איז געװאָרן שטיל. אַלע בײזע, װױסטע, פֿינצטערע חלומות אױף זײערע קעפּ ― אַ משפּחטערע!

61

מנחם־מענדל פֿון װואַרשע צו זײַן װײַב שײנע־שײנדל אין כּתרילעװקע

4

לזוגתי היקרה החכמה הצנועה מרת שײנע־שײנדל שתחי'!

ראשי ת בין איך דיר מודיע, אַז איך בין ברוךיהשם בקו החײם והשלום. השם־יתברך זאָל העלפֿן מזאָל תּמיד האָרכן אײנס פֿון דאָס אַנדערע נאָר גוטס מיט בשׂורות טובֿות ישועות ונחמות בתּוך כּללײשראל ― אָמן,

והשנית זײַ ױסן, זוגתי היקרה, אַז איך האָף צו השם־יתברך, אַז איך װעל אין מײַן איצטיקער נײַער פּרנסה מאַכן ניט שלעכט, אָבער טאַקע גאָרניט שלעכט! דהײַנו: אַלע זענען מודה, אַז אין עניני הפּאָליטיקע האָב איך קײן עין הרע אַ קוק. איך האָב באַלד געזאָגט, אַז דער קאָמאַנדיר פֿון סקעטאָריע, אָט דער סער" פּאַשאַ, האָט פֿאַר זײַן שטיקל אַרבעט, װאָס ער האָט איבערגעגעבן דאָס שטעטל צום מלך מאָנטענעגערע קײן מזומן ניט גענומען. דאָס װאָלט שױן געװען צו גראָב. און אַגבֿ איז ער, זאָגט מען, אַלײן אַן אַדיר. מטמא געװען האָט מען אים מיט שװה־כּסף. אַ סימן האָסטו ― ס'איז דאָ אַ ידיעה, אַז אָט דער סער־פּאַשאַ האָט זיך געקרױנט אַלס מלך איבער אַלבאַניע. דאָס הײסט דער בעל־הבית איבערן דאָזיקן מדינהלע בלײַבט טאַקע ױ פֿריִער דער טערק, און ער, אָט דער פּאַשאַ הײסט עס, רעכנט זיך שנײלמלך ― אױך נישקשהדיק פֿון אַ שטרײימל! א כאָטש אַפֿילו, צװױשן אונדז רעדנדיק. איז דאָס דאָזיקע שטעטעלע, סקעטאָריע הײסט עס, ניט גרעסער פֿון אײַער כּתרילעװקע, פֿון דעסטװעגן זאָלסטו זען, װי דער זקן נעבעך, פֿראַנץײוסף הײסט עס, לײגט איַן די װעלט! הלװאַי איך זאָל ליגן זאָגן, נאָר איך האָב מורא דער אַלטער זאָל חלילה ניט אָפּזאָגן זיך פֿון דער מלוכה, װי ער האָט עס שױן עטלעכע מאָל געסטראַשעט, ― און דאָס װאָלט געװען אַן עבֿירה פֿאַר גאָט! דו װײסט גאָר ניט, װאָס פֿאַר אַ דימענט אַ מלך דאָס איז. אַן אמתער אוחב־ישׂראל! ייִדן האַלטן פֿון אים אַן עולם־ומלואױ האָבן אים ליב, שײן צו זאָגן, דאָס חיות! קאונדזער פֿראַנץ־יספֿל* רופֿן זײ אים, פֿאַר אַ פּאָר יאָר איז דער דאָזיקער קײסער דורכגעפֿאָרן גאַליציע, געװען אין לעמבעריק. זאָלסטו הערן װאָס דאָרט האָט זיך אָפּגעטאָן! אױף די הענט האָבן אים די דאָרטיקע ייִדן געטראָגן מיט ספֿרי־תּורות געטאַנצט אין די גאָסן! אַ

62