דער בלוטיקער שפּאַס: 2: צװײטער טײל

שלום עליכם (אַלע װערק)

דאָס אײן־און־זיבעציקסטע קאַפּיטל

פּאָסט־רעסטאַנטאָ

דער לעזער געדענקט מן־הסתּם, װי אַזױ אונדזערע קונדסים, דער קריסט גרישאַ פּאָפּאָװ און דער ייִד הערשל ראַבינאָװיטש, האָבן אין אָנהײב פֿון זײער שפּאַס, באַלד װי זײ האָבן זיך געביטן מיט די יוצרות, זיך אױפֿגעזעצט בײדע אױף אײן דראָזשקע און זענען גלײַך פֿונעם פֿרײלעכן קערמעשל. אַװעק אַהײם איבערצושמועסן װעגן פֿאַרשידענע זאַכן, אױסאַרבעטן אַ פּלאַן און איבערגעבן זיך אײנס דאָס אַנדערע סימנים, בכדי יעדער פֿון זי זאָל װיסן אַקוראַט זײַן ראָל, װאָס עס שטײט אים פֿאָר צו שפּילן אין פֿאַרלױף פֿונעם יאָר.

אין אײן האַלבן טאָג איז אױסגעאַרבעט געװאָרן בײַ זײ דער גאַנצער פּלאַן, די דאָקומענטן זײערע זענען געבראַכט געװאָרן אין דער בעסטער אָרדענונג, ― אַלצדינג איז דורכגעפֿירט געװאָרן גאַנץ גענױ און פּינקטלעך, װי אױף נאָטן. עס איז געבליבן, אַז דער קריסט פּאָפּאָװ, װאָס הײסט שױן הײַנט ראַבינאָװיטש, זאָל פֿאָרן אין דער גרױסער אוניװערסיטעט־שטאָט, װאָס געפֿינט זיך סאַמע אין דער מיט פֿון דער ייִדישער „טשערטאַ“, און אַלס מעדאַליסט װעט ער דאָרט געװיס אַרײַן, אָן אַ שום ספֿק, אין אוניװערסיטעט, און דאָרט װעט ער האָבן אַ געלעגנהײט צו באַקענען זיך און שטודירן ייִדישקײט פֿון דער נאָענט, און דער ייִד ראַבינאָװיטש, װעלכער הײסט שױן איצט פּאָפּאָװ, װעט זיך אַװעקלאָזן אין דער גרױסער רוסישער שטאָט, װאָס געפֿינט זיך אינעם סאַמע צענטער פֿונעם לאַנד, און אַלס קריסט װעט ער דאָרט אַװדאי און אַװדאי גרינג אַרײַן אין אוניװערסיטעט, װי עס פּאַסט פֿאַר פּאָפּאָװס זונדל, און עס װעט זײַן װי עס רעדט זיך, אַ כּשרער טאָפּ מיט אַ כּשרן לעפֿל. נאָר אַזױ װי סײַ דער קריסט פּאָפּאָװ סײַ דער ייִד ראַבינאָװיטש האָבן דאָך יעדער זײַן הײם מיט זײַנע אײגענע, מיט װעלכע זײ שטײען אין שטענדיקע פֿאַרבינדונג דורך בריװ, לכן דאַרף מען האַלטן די הײמישע אַ גאַנץ קײַלעכיק יאָר אין שטענדיקער פֿאַרבלענדעניש. דאָס הײסט די פּאָפּאָװס באַדאַרפֿן זײַן זיכער, אַז זײער גרישאַ לערנט זיך אין דער רוסישער צענטראַל־שטאָט, און די ראַבינאָװיטשעס באַדאַרפֿן מײנען, אַז זײער הערשל לערנט זיך אין דער גרױסער שטאָט פֿון דער „טשערטאַ“, אַי די קשיא ― װי אַזױ איז דאָס מעגלעך, אַז באמת װעט זיך אין דער רוסישער שטאָט געפֿינען ניט גרישאַ פּאָפּאָװ, נאָר הערש ראַבינאָװיטש, און אין דער שטאָט פֿון דער „טשערטאַ?“ װעט דאָך פֿאַקטיש זײַן ניט דער ייִד ראַבינאָװיטש, נאָר דער קריסט פּאָפּאָװ! איז דער תּירוץ: אַ ייִד אַ למדן גיט זיך אַן עצה ־ און דאָס איז טאַקע געװען דעם ייִדן ראַבינאָװיטשעס אױפֿטו; אַז די בריװ, װאָס ראַבינאָװיטש )דער פֿאַלשער, ניט דער אמתער( װעט שרײַבן אַהײם, זאָל ער אַריבערשיקן צו זײַן חבֿר, דעם אמתן ראַבינאָװיטש אין דער רוסישער שטאָט, און פֿון דאָרט װעט זײ יענער אַריבערפּעקלען צו די פּאָפּאָװס. און די בריװ, װאָס דער אמתער ראַבינאָװיטש װעט שרײַבן צו זײַניקע, זאָלן אַריבערגעשיקט װערן צו דעם געמאַכטן ראַבינאָװיטשן אין דער „טשערטאַ“, און פֿון דאָרטן װעט זי יענער אַריבערפּעקלען צו די ראַבינאָװיטשעס, און צוריק אױך די אײגענע קונץ: די פּאָפּאָװס, װאָס װעלן מײנען, אַז זײער גרישאַ געפֿינט זיך אין דער רוסישער שטאָט, װעלן זײ אים שרײַבן אַהין זײערע בריװלעך און פֿון דאָרטן װעלן זײ שױן אַריבערגעשיקט װערן צו אים אין דער „טשערטאַ“; און די שרײַבעכצן פֿון די אמתע ראַבינאָװיטשעס װעלן אַריבערגעשיקט װערן פֿון דער „טשערטאַ“ דורכן געמאַכטן ראַבינאָװיטשן צו זײער חבֿרה־מאַן רב הערש ב″ר משה, װאָס לערנט זיך ניט אין דער „טשערטאַ“, נאָר אין דער רוסישער שטאָט אַלס גליקלעכער דװאָריאַנין גריגאָרי איװאַנאָװיטש פּאָפּאָװ.

דאַכט זיך, די דאָזיקע קאָמבינאַציע איז אַזױ פּראָסט, אַז ס'איז נישט נײטיק זי איבערצוחזרן נאָך אַ מאָל, נישמער ס'איז געבליבן נאָר אײן זאַך: װאָס טוט מען װײַטער? אַ קשיא װאָס סע מאַכט זיך! בריװלעך, װאָס יונגע לײַט סטודענטן שרײַבן אײנער דעם אָנרעדן, ― טאָמער, אַל תּפֿתּח פּה לשׂטן; טרעפֿט זיך ― זײ פֿאַלן אַרײַן אין אַזעלכע הענט, װאָס מע דאַרף ניס, זענען זײ דאָך פֿאַרפֿאַלן מיט די בײנער…

― װאָס־זשע טוט מען? ― פֿרעגט דער געמאַכטער ראַבינאָװיטש בײַם אמתן און קוקט אים אין די אױגן אַרײַן.

― װאָס מע טוט! ― ענטפֿערט אים דער אמתער ראַבינאָװיטש און נעמט זיך אָן בײַם בערדל, װאָס װעט ערשט אַמאָל זײַן. ― איך װעל דיר זאָגן, װאָס מע טוט. אם־ירצה־השם מיט גאָטס הילף, אַז דו װעסט קומען אױפֿן אָרט און דו װעסט זיך באַזעצן בשלום אין דער שטאָט פֿון דער „טשערטאַ“ געזונטערהײט, װעסטו זיך מטריח זײַן און װעסט אָנשרײַבן אַ בריװעלע צו דײַנע לײַט אַזױ און אַזױ, דו װעסט זײ געבן צו פֿאַרשטײן אַז זײ זאָלן דיר נישט שיקן קײן בריװ אױף דײַן נאָמען, װאָרעם פּאָפּאָװס זענען פֿאַראַן אין דײַן אוניװערסיטעט, װעסטו זײ זאָגן, גאַנצע דרײַ און אױף צו להכעיס הײסן זײ אַלע גרישאַ. פֿאַרשטאַנען? און איך װעל אַװעקשרײַבן צו מײַנע לײַט, אַז אַזױ װי אין דער שטאָט פֿון דער „טשערטאַ“ זענען פֿאַראַן אין אוניװערסיטעט ראַבינאָװיטשעס אַזױ װי די הינט, על־כּן געבן מיר זײ אױף אײן מאָל פֿאַר אַלע מאָל אַ שטענדיקן סימן, װי אַזױ מען זאָל אַדרעסירן זײערע בריװ פּאָסט־רעסטאַנטאָ, פֿאַרשטאַנען?

― בראַװאָ, הערשקאָ! ― רופֿט זיך אָן פּאָפּאָװ אױסער זיך פֿונעם דאָזיקן אײַנפֿאַל, ― דאָס איז דאָך באמת אַ תּלמודישער אױפֿטו, טשאָרט װאָזמיчорт возьми: זאָל דער רוח אים כאַפּן!

― אַ תּלמודישער, ניט קײן תּלמודישער, ― זאָגט דער אמתער ראַבינאָװיטש ― נאָר אַן אײַנפֿאַל איז דאָס. מע דאַרף, פֿאַרשטײסטו מיך, פֿאַרדרײען אַזױ, אַז אַ מכּה זאָל עמיצער װיסן װער שרײַבט צו װעמען. נישטאָ קײן אַדרעס, נישטאָ קײן פּאָפּאָװ, נישטאָ קײן ראַבינאָװיטש; פֿאַראַן נאָר פּאָסט־רעסטאַנטאָ און ראָשי־תּיבֿות, איניציאַלן ― און נעט זוכט אונדז! פֿאַרשטאַנען?

― טשאָרט װאָזמי, הערשקאָ, ― רופֿט זיך אָן דער געמאַכטער ראַבינאָװיטש צום אמתן ראַבינאָװיטשן, ― געב לאָמיר זיך צעקושן!

און בײדע חבֿרים האָבן זיך פֿרײַנדלעך אַרומגענומען און זײער װאַרעם צעקושט זיך.

* * *

מע קאָן ניט זאָגן ― דער דאָזיקער אױפֿטו איז טאַקע געװען זײער אַ געראָטענער אױפֿטו, און בײַ אונדזערע חבֿרים איז עס אַװעקגעגאַנגען פֿײַן און גלאַט װי אַ מיזמור, די פּאָפּאָװס פֿון ט―ר גובערניע האָבן געשריבן זײערע בריװ צו זײער גרישן פּאָסט־רעסטאַנטאָ אין דער רוסישער שטאָט אַרײַן, און די ראַבינאָװיטשעס האָבן געשיקט זײערע בריװלעך צו זײער הערשלען אין דער גרױסער שטאָט פֿון דער „טשערטאַ“, אױך פּאָסט־רעסטאַנטאָ. און די פּאָסט, װאָס װײסט ניט פֿון קײן חכמות, האָט זיך געטאָן איר צװײענדיקע אַרבעט גאַנץ געטרײַ: געטראָגן די בריװ צװײ מאָל פֿון אײנעם צום אָנרעדן הין און צוריק פּאָסט־רעסטאַנטאָ, און עס װאָלט געװיס אַזױ געגאַנגען אומגעשטערט דאָס גאַנצע יאָר, װי זײ האָבן אָפּגערעדט. קײן פֿױגל װאָלט נישט געװוּסט, קײן האָן װאָלט נישט געקרײט, ביז עס װאָלט געקומען די צײַט און זײ װאָלטן זיך אָפּגעביטן מיט די יוצרות צוריק און ― ברוך שפּטרני. איז אָבער פּלוצעם קאַליע געװאָרן עפּעס אַ רעדל, עס האָט זיך איבערגעריסן אין מיטן, און די גאַנצע מאַשין האָט זיך אַװעקגעשטעלט.

― װאָס איז געשען?…

עס איז געשען אַ קלײניקײט: דער אמתער ראַבינאָװיטש, װאָס לערנט אין דער גרױסער רוסישער שטאָט אונטערן נאָמען פּאָפּאָװ, האָט מיט אַמאָל אױפֿגעהערט צו באַקומען בריװ פֿון זײַן חבֿר, פֿונעם אמתן פּאָפּאָװ, װאָס איז פֿאַרשריבן אַלס דאַנטיסט ראַבינאָװיטש אין דער גרױסער שטאָט פֿון דער „טשערטאַ“. עס האָט נישט געהאָלפֿן קײן שרײַבן „זאַקאַזנאָיע“заказнойа: באַשטעלט, קײן זידלען זין, קײן שעלטן זיך. עס האָבן נישט געהאָלפֿן קײן דעפּעשן. דער געמאַכטער ראַבינאָװיטש האָט זיך נישט געװאָלט אָפּרופֿן, כאָטש װער צעריסן, און דער אמתער ראַבינאָװיטש איז שיִער ניט משוגע געװאָרן. און װי אױף צו להכעיס האָבן די פּאָפּאָװס די לעצטע צײַט געהאַקט מיט בריװ צו זײער גרישן, װעלכע הערשל האָט זײ אַלע איבערגעשיקט פּאָסט־רעסטאַנטאָ צו זײַן חבֿר גרישאַ אין „טשערטאַ“ ― און דאָרטן זענען זי זיך געבליבן ליגן בשלום אױף דער פּאָסט אינאײנעם מיט אַלע בריװ, װאָס די ראַבינאָװיטשעס האָבן פֿון זײער זײַט געשיקט אױך פּאָסט־רעסטאַנטאָ צו זײער הערשלען און געקלאָגט זיך, אַז זײ קאָנען גאָר אַזױ קלוג ניט זײַן און אַז זײ הײבן ניט אָן צו פֿאַרשטײן ― װאָס איז דער שׂכל, װאָס זײ האָבן פֿון אים קײן ענטפֿער אױף אַלע זײערע בריװ? „ממה־נפֿשך ― האָבן זײ געטענהט ― ביסטו חלילה קראַנק, קאָנסטו דאָך הײסן עמיצן שרײַבן אַ בריװל, אָדער קלאַפּן אַ דעפּעש, װעט מען קומען צו דיר צו פֿאָרן, כאָטש ס'איז נישט אַזױ גרינג אָפּצורײַסן זיך פֿון פּרנסה און דערעיקרשט צו פֿאָרן אַהין אין דײַן שטאָט אַרײַן, װוּ מע לאָזט ניט אַ ייִדן אַ נאַכט איבערנעכטיקן… אלא װאָס דען? באַדאַרף מען לערנען דעם פּשט, אַז מיט דיר האָט זיך סײַדן געטראָפֿן חס־ושלום עפּעס אַ „סלוטשײ“случей: פֿאַל… גלױבט זיך עפּעס נישט אױף דיר. דו ביסט נישט אַזעלכער… כאָטש אַפֿילו אַ ביסל איז אונדז קשה, װאָס דו הײסט אונדז שרײַבן נאָר פּאָסט־רעסטאַנטאָ און פּאָסט־רעסטאַנטאָ! על־כּן זאָלסטו װיסן, הערשל, אַז נאָך אײן װאָך װאַרטן מיר, נישט מער אַז אײן װאָך. און טאָמער חלילה װעט אַװעקגײן די װאָך אױך און עס װעט פֿון דיר אַלץ ניט זײַן קײן בריװ, װעט אָדער דער טאַטע אַלײן, אָדער איך מוזן זיך דורכפֿאָרן צו דיר, דיך אױפֿזוכן און געװױרע װערן, װאָס דו מאַכסט…“

אַזױ האָט אים געשריבן דער עלטערער ברודער אַבֿרהם־לײב ראַבינאָװיטש, שױן אַ בעל־הביתל מיט אַ פֿײַן בערדל, װאָס האַנדלט אינאײנעם מיטן טאַטן אײן געשעפֿט בײַ דער באַן, און האָט זיך שױן גענומען גרײטן אין װעג אַרײַן, מען האָט אים אָבער פֿאַרשפּאָרט אַ טירחה און אומזיסטע הוצאָות: טאַקע אינעם זעלבן טאָג, װאָס ס'איז אַװעקגעגאַנגען דאָס דאָזיקע בריװל, האָט מען פּלוצעם פֿאַרנומען אָט דעם בעל־הביתל, אַבֿרהם־לײב מיטן בערדל, און זײַן פֿאָטער, רב משה ראַבינאָװיטש, און מע האָט זײ במחילת־כּבֿודם אָפּגעפֿירט אין גוטן מקום און אײַנגעזעצט ― און דאָס גאַנצע שטעטל האָט זיך אױפֿגעקאָכט, געגאַנגען כאָדאָראָם:

― געשיקט זיך עס! רב משה ראַבינאָװיטש איז ניט אַזאַ ייִד, װאָס זאָל האַנדלען מיט גנבֿהשע פֿערד, און זײַן אַבֿרהם־לײב איז ניט אַזאַ יונגערמאַן, װאָס זאָל זיך מישן אין די זאַכן, װי אַנדערע יונגע לײַט למשל… הײַנט װאָס זאָל עס באַדײַטן???

דאָס צװײ־און זיבעציקסטע קאַפּיטל
רב משה ראַבינאָװיטש פֿאָרט ראַטעװען זײַן זון

נאָך אײדער מע האָט אַרױסגעלאָזט רב משה ראַבינאָװיטשן מיט זײַן עלטערן זון אַבֿרהם־לײב, האָט אױפֿן אָנרעדן טאָג דאָס גאַנצע שטעטל שױן געװוּסט די גאַנצע מעשׂה, איבער װאָס מע האָט זײ געפּאַקט ― און ס'איז געװאָרן אַ יאַריד, הימל עפֿן זיך!

און דערװוּסט האָט מען זיך עס פֿון די צײַטונגען, װאָס האָבן צום ערשטן מאָל אַרױסגעשטעלט דעם גאַנצע נאָמען מיטן טיטל פֿונעם ריטואַל־מערדער. פֿריִער האָט מען געשריבן סתּם „אַ ייִד אַ דאַנטיסט“, איצט איז שױן געשטאַנען בפֿירוש, אַז ער אין אַ שקלאָװער מעשטשאַניןмещанин: אַרבעטער און לערנט זיך אױף דאַנטיסט און הײסט הערש מאָװשאָװיטש ראַבינאָװיטש ― אַלע סימנים.

װאָס אין דעם דאָזיקן שטעטל האָט זיך אָפּגעטאָן ― איז שװער צו באַשרײַבן, מיט אַמאָל אַזױ פֿיל נײַעס אין אַזאַ קלײן שטעטל! געליגן זיך אַ שטאָט רויִק און געדרימלט ― און פּלוצעם אַן אײגענער דרײַפֿוס! מאָלט אײַך ― ס'איז גאָרנישט, ס'איז אַ געלעכטער, אָבער דערװײַל! אַ בזיון פֿאַר גױים! אַ בזיון פֿאַר „יעװראָפּע“! אַ בזיון פֿאַר זיך אַלײן! „הײַנטיקע צײַטן, װאָס אַפֿילו אין אַזאַ העק װי בײַ אונדז, איז שױן אױך דאָ אַ באַן און אַ פּראָגימנאַזיע און אַ סינעמאַטאָגראַף“…

― װער רעדט פֿון אַ סינעמאַטאָגראַף, שוטה? אױך מיר אַן אַנטיק ― סינעמאַטאָגראַף! דאָרט האַלט מען שױן בײַ „עראָפּלאַנען“, לופֿט־באַלאָנען ― און ער זאָגט גאָר סינעמאַטאָגראַף!

― מילא בקיצור, מע איז אײַך מוחל דעם סינעמאַטאָגראַף מיטן „עראָפּלאַן“ מיט די לופֿט־באַלאָנען אינאײנעם ― אַ רחמנות נעבעך אױף אונדזערע ראַבינאָװיטשעס ― אַזאַ בילבול!

― באַשערט אַ מענטשן אַן אומגליק, טרעפֿט עס אים דורך אַ קױמען. ניטאָ װער ס'זאָל לאַכן, כאַ־כאַ!

― אַ גוטער געלעכטער! דערװײַל האַלט מען אַ ייִדן דאָרטן און דאָ צװײ ייִדן. אַ קאַטאָװעסל!

― בלאָטע, נאַט אײַך אַ גראָשן! מע װעט זײ אַלע דרײַ אַרױסלאָזן, אַזױ גיך מעג שױן קומען משיח!

אַזױ האָט זיך אױסגעשמועסט דאָס שטעטל ― און מע האָט דאָך טאַקע געטראָפֿן. מע האָט זײ טאַקע אַרױסגעלאָזט. אַלע דרײַ ― דער דריטער זיצט דאָך גאָר דאָרטן, קאָנען זײ פֿאַר אים דען ערבֿ זײַן? ― נאָר די צװײ, דעם פֿאָטער מיטן עלטערן זון, האָט מען אױפֿן דריטן טאָג שױן אַרױסגעלאָזט. מע האָט זײ נאָר אױסגעפֿרעגט, אױסגעזוכט בײַ זײ און איבערגעשאַרט אַלע װינקעלעך, אױסגעטרײסלט און צוגענומען בײַ זײ אַ גאַנצן פּאַק מיט בריװלעך, טאַקע װאָס זײער הערשל האָט צו זײ געהאַט געשריבן די גאַנצע צײַט, און מע האָט זײ געזאָגט, אַז זײ קאָנען גײן. און װי נאָר מע האָט זײ אַרױסגעלאָזט, אַזױ האָט רב משה ראַבינאָװיטש זיך אַן עצה געהאַלטן מיט דער משפּחה, מיט גוטע פֿרײַנד און גלאַט מיט קלוגע מענטשן: װאָס טוט מען װײַטער? און ס'איז געבליבן, אַז ער באַדאַרף פֿאָרן, „ראַטעװען זײַן זון“. װאָס ראַטעװען?! װי אַזױ ראַטעװען? ־ דאָס האָט קײנער ניט געװאָלט װיסן. נאָר אַז אַ ייִד טרינקט זיך, איז עפּעס אַ תּירוץ?

און דער אָרעמער פֿאָטער האָט נישט געמאַכט קײן לאַנגע שהיות, ער האָט נאָר דורכגעשמועסט זיך נאָך אַ מאָל מיט אַ פּאָר קלוגע מענטשן, דאָס הײסט טאַקע כּמעט מיטן גאַנצן שטעטל, און האָט אײַנגעפּאַקט דעם טשעמאָדאַן און האָט זיך אַװעקגעלאָזט אין דער גרױסער שטאָט אַרײַן אױף גאָטס באַראָט, שױן גאָרנישט איבערצוקלערן אַפֿילו פֿון דעם, װאָס מע לאָזט דאָרט אַ ייִדן אַפֿילו אַ נאַכט ניט איבערנעכטיקן. „ממה־נפֿשך ― האָבן קלוגע מענטשן געדרונגען און אױסגערעדט אים דאָס האַרץ ― װאָס גאָט װעט געבן, אָט דאָס װעט זין. געשיקט זיך עס, אַז אַ ייִד זאָל שױן גאָר נישט קאָנען דאָרטן זײַן כאָטש אײן טאָג! נעמט למשל אַזאַ שטאָט װי פּעטערבורג, װוּ אַ ייִד איז, דאַכט זיך, שױן גאָר טריפֿה. פֿונדעסטװעגן זאָגן אַלע, אַז געבענטשט זאָל זײַן פּעטערבורג, װאָרעם ס'איז נישטאָ נאָך אַזאַ שטאָט אױף דער װעלט, װי פּעטערבורג איז פֿאַר אַ ייִדן… אָדער אַ שטײגער נעמט למשל מאָסקװע. מי לנו גדול ממאָסקװע! אַ ייִד איז דאָך דאָרט װי אין אַן אױבן. אַ שטאָך! אַ קלײניקײט מאָסקװע! פֿונדעסטװעגן מעג מען זיך װינטשן די אַלפֿים, װיפֿל ייִדן עס פֿאָרן אַרײַן און פֿאָרן אַרױס פֿון מאָסקװע כּל יום וִיום… אַ ייִד איז מחויבֿ צו טאָן, װאָס ער קען און גאָט דאַרף העלפֿן…“

רב משה ראַבינאָװיטש האָט זיך אַװעקגעלאָזט, מע קען זאָגן, אױף קידוש־השם. ער האָט אַפֿילו דעם פּאַס פֿאַרגעסן מיטנעמען ― אַ קלײניקײט. אַ ייִד פֿאָרט ראַטעװען אַ קינד!… און מחמת ער אַלײן איז נאָך אַ ביסל אַ מענטש פֿון דער אַלטער װעלט, האָט ער מיטגענומען מיט זיך זײַן עלטערן זון אַבֿרהם־לײב, װעלכער איז שױן, װי עס רעדט זיך, צו גאָט און צו לײַט, אַבֿרהם־לײב קאָן זיך ברוך־השם אױסטענהן מיטן גרעסטן קריסט, און כאָטש אַבֿרהם־לײב האָט קײן גימנאַזיע, װי דער ייִנגערער ברודער הערשל, נישט געענדיקט, און קײן מעדאַל נישט געקריגן, פֿונדעסטװעגן ― ער װעט אײַך ניט גײן זאָגן אין אַנדערע זאַכן ― נאָר דאָרט, װוּ ס'איז „שײך צו לשון ― שפּראַך“, װעט ער זיך, האָט קײן יסורים ניט, אױסגלײַכן מיטן גרױסן בעל־גראַמאַטיק, טאַקע מיט רב הערשן אַלײן, און אױב איר װילט שטאַרק, װעט ער אים אפֿשר נאָך געבן דרײַ אױגן פֿאָר. קוקט נישט, װאָס אַבֿרהם־לײב איז זיך כּלומרשט אַ ניונקעלע, זעט אױס, דאַכט זיך, גאָר אַ יונגערמאַן אַ פֿלאָכט, אַ יונגערמאַן אַ כניאָק. איר קאָנט אײַך פֿאַרלאָזן. אַ סבֿרה, אַז ער האָט נאָך בחורװײַז געװוּסט גאַנץ קירפּיטשניקאָװאפֿשר Александр Иванович Кирпичников מיט גאַנץ גאַלאַכאָװАндрей Дмитриевич Галахов אױף אױסנװײניק, נישמער ער האָט נישט קײן מזל, אים האָט דער טאַטע בשום אופֿן ניט געװאָלט אָפּגעבן אין גימנאַזיע, כאָטש ער איז עלטער פֿון הערשלען ניט מער װי אױף אַ יאָר. דער טאַטע פֿאַרענטפֿערט זיך אַפֿילו, אַז די ייִדישע שׂונאים זאָלן אַזױ לעבן, װי ער האָט געװאָלט, אַז זײַן הערשל זאָל גײן אין גימנאַזיע, נאָר ער האָט דען אַן אַנדער ברירה געהאַט, איך בעט אײַך, אַז אָט דער הערשל, דער ימח־שמוניק, װי דער פֿאָטער רופֿט אים אָן אין גוטן מוט, איז גאָר סך־הכּל ייִנגלװײַז, אױב איר װילט װיסן, עוקר געװען פֿון דער הײם און אַװעקגעלאָזט זיך, ניט געדאַכט זאָל ער אײַך װערן, אין אַנאַנדער שטאָט ― אַזױ דערצײלט דער פֿאָטער אַלײן. מע האָט גאָר אַ צײַט נישט געװוּסט אַפֿילו, װוּ זײַן געבײן איז אַהינגעקומען, ערשט העט־העט, אין אַ צײַט אַרום, איז מען געװױרע געװאָרן, טאַקע פֿונעם ימח־שמוניק אַלײן, אַז ער „פּריגאַטאָװעט ]приготовить: צוגרײטן]“ זיך אין גימנאַזיע אַרײַן און אַז ער איז שױן כּמעט פֿאַרטיק, דאָס הײסט ער האָט שױן דעם „עקזאַמענט“ אױסגעהאַלטן, און דװקא גוט אױסגעהאַלטן, נאָר אַן אומגליק ― קײן „װאַקאַציע“ איז נישטאָ! פֿונדעסטװעגן, שרײַבט ער, דער כּל־בוניק, אַז מע זאָל דערפֿון חס־ושלום קײן יסורים ניט האָבן ― ער װעט אם ירצה השם „עקסטערניטשן“, זאָגט ער, און „עקסטערניטשן“ אַזױ לאַנג, ביז ער װעט פֿאָרט, זאָגט ער, אַרײַן, נאָר יעדנפֿאַלס אַהײם װעט ער, זאָגט ער, שױן צוריק נישט קומען. נו? אַדרבא, זאָגט שױן איר, װאָס האָט ער געקאָנט טאָן, אַ פֿאָטער, װאָס האָט ליב זײַן קינד? און נאָך אַזאַ געראָטן קינד װי אָט דער שפּירט אַז צו װאָס ער נעמט זיך, ברענט דאָס בײַ אים אונטער די הענט!?

אַזױ דערצײלט דער פֿאָטער, רב משה ראַבינאָװיטש, אַ ייִד אַ פּראָסטער און אַן ערלעכער, ער איז אַ „פּראַװיטעל“ (דאָס מײנט מען „אָטפּראַװיטעל“, װעלכעס הײסט עקספּעדיטאָר) בײַ דער באַן. פֿונעם פֿאָטערס רײד איז צו פֿאַרשטײן, אַז זײַן זון הערשל האָט זיך גוט אָנגעמוטשעט, אָנגעהונגערט, אָנגעפֿרױרן און „געעקסטערניטשעט“ און סוף־כּל־סוף אַרײַן אין אײנע פֿון די מיטלסטע קלאַסן ערגעץ אין אַ פֿאַרװאָרפֿענער שטאָט אין טיף „ראַסיעיע“ (אין ט―ר גובערניע), װוּ ייִדן זענען נישט בנימצא, דאָרט האָט ער אַ קרובֿ פֿון דער מוטערס צד, אַ ייִד אַבעל־מלאָכה מיט אַלע „פּראַװעס“, האָט ער אים צוגעשריבן צו זיך, און ס'איז אים געראָטן, מע האָט אים צוגענומען, און ער האָט געלערנט, אַ ביסל צוגעהאָרעװעט, געגעבן שטונדן, און אַ ביסל האָט אים אונטערגעהאָלפֿן דער פֿאָטער ― אַ ברירה האָט ער געהאַט? ― „און דער ימח־שמוניק האָט געענדיקט די גימנאַזיע מיטן קנאַק טאַקע נאָר װי אַזאַ כּל־בוניק שטײט אָן“.

אָט מיט דעם לשון האָט זיך דער פֿאָטער אַלײן דערנאָך באַרימט, גאָר ניט געשעמט זיך, װאָס ער, רב משה ראַבינאָװיטש, אַ ייִד מיט אַ טלית־קטן, האָט אַ זון מע קאָן זאָגן אַ גױ. נאָר װאָס זאָל מען טאָן, אַז ס'איז הײַנט אַזאַ װעלט געװאָרן? נאָך דאַנקען גאָט, װאָס ער האָט ניט אַראָפּגעװאָרפֿן פֿון זיך אינגאַנצן דעם נאָמען ייִד, װי אַנדערע אין הײַנטיקע צײַטן… אַדרבא, זײַן הערשל, אַז ער קומט אַמאָל צו פֿאָרן אױף אַ יום־טובֿ אַהײם, און ער גײט מיטן פֿאָטער אין שול אַרײַן דאַװנען, און מע רופֿט אים אױף מפֿטיר, לײגט ער אַװעק אַ הפֿטרהלע, דער כּל־בוניק, איז דאָך ממש די פֿינגער צו לעקן, אַז מע שמועסט אַ געראָטענער, איז דאָך ניט שײך.

אַזױ האָט זיך דער פֿאָטער געטרײסט און אונטערגעשיקט דעם זון אָפֿטלעך, װיפֿל ער האָט נאָר געקאָנט און בסוד, אַז דער עלטערער זון, אַבֿרהם־לײב, זאָל ניט װיסן און זאָל נישט זײַן מקנא… אַבֿרהם־לײב האָט אָבער יאָ געװוּסט דערפֿון און איז טאַקע געװען זײער ניט צופֿרידן און טאַקע אָפֿטלעך אונטערגעװאָרטשעט, אונטער דער נאָז געװײנטלעך, װאָרעם װי קאָן מען רעדן קענען אַ טאַטן? כּיבוד־אָבֿ איז דאָך עפּעס ניט קײן קלײניקײט. ער פֿלעגט נאָר דערלױבן זיך אַמאָל אַ מורמל טאָן פֿאַרבײַגײענדיק, אַז ער, אַבֿרהם־לײב, זעט ניט אַרױס הײַנטיקע צײַטן אינעם שטודירן קײן שום תּכלית פֿאַר אַ ייִדן. נאַט אײַך דרײַ גראָשן, יאָ גימנאַזיע, ניט גימנאַזיע. אַדרבא, אַ ייִד מיט אַ גימנאַזיע איז בײַ זײ טױזנט מאָל מער טריף, װי אַ ייִד אָן אַ גימנאַזיע, און לאָמיר זאָגן, אַז ער האָט שױן גאָר געענדיקט די גימנאַזיע ― איז װאָס? און אַפֿילו שאַ, לאָז שױן זײַן ער האָט שױן געענדיקט אוניװערסיטעט אױך, נו? װאָס װײַטער? פּכע ― גאָרנישט מיט גאָרנישט, דער אײגענער הערשקאָ, נאָר טױזנט מאָל ערגער, װאָרעם הערשקאָ, אַז ער האָט ניט קײן דיפּלאָם, איז ער בײַ זײ הערשקאָ. און אַ סוף, און װיבאַלד ער באַקומט אַ דיפּלאָם, װיל ער דאָך שױן ניט הײסן הערשקאָ, נאָר גרישאַ אָדער גריגאָרי, און פֿון אַ הערשקאָ זאָל װערן אַ גרישאַ אָדער אַ גריגאָרי, דאָס װילן זײ ניט לײַדן ― און טוט זײ עפּעס!

פֿאַרשטײט זיך, אַז אין די דאָזיקע דיבורים, אין װעלכע עס האָט זיך געפֿונען אַ ביסל אמת, איז געװען אױך ניט װינציק קינאה, װאָס זײַן ייִנגערער ברודער הערשל שטודירט און ער, אַבֿרהם־לײב, װאָס איז אינגאַנצן מיט אײן יאָר עלטער פֿון זײַן ברודער און קען גאַנץ קירפּיטשניקאָװ מיט גאַנץ גאַלאַכאָװ אױף אױסװײניק, באַדאַרף ער זײַן אַן אָטפּראַװיטעל אױף דער באַן, האַלטן דאָס היטל ניט נאָר פֿאַרן „נאַטשאַלניק סטאַנציע“, נאָר אַפֿילו פֿאַרן „סטאָראָזש“. אַ גױ אין יוכטאָװע שטיװל, װאָס פֿאַרגינט זיך זאָגן אַבֿרהם־לײבן „דו“, נאָר דער „דו“ אַלײן װאָלט נאָך געװען אַ האַלבע צרה, איז זיך מישבֿ דער כאַמרוק און רופֿט אים, „כאַלאַמײזער“. כאַלאַמײזער ― דאָס הײסט בײַ אים חײם־לײזער, כאָטש מע רופֿט אים ניט חײם און ניט לײזער, נאָר אַבֿרהם־לײב. נאָר גײ רעד מיט אַ כאַם! װיבאַלד אַ ייִד און האָט צװײ נעמען ― איז שױן בײַ אים „כאַלאַמײזער“, אַן אומה, װאָס מעג זיך טאַקע איבערנעמען…

אַז ס'איז אָנגעקומען די ידיעה פֿון דער גרױסער שטאָט פֿון דער „טשערטאַ“, אַז הערשל איז אין אוניװערסיטעט ניט אַרײַן און אַז ער האָט זיך גאָר אײַנגעגעבן אױף דאַנטיסט, איז אַבֿרהם־לײב אין האַרצן געװען מלא גדולה, װאָס ער האָט געטראָפֿן נאָך װײס איך װען, אַז ס'ט'אַזױ זײַן, װאָס דען? סע שפּילט בײַ זײ אַ ראָל אַ מעדאַל, לאָז זײַן אַ זילבערנער מעדאַל, אַ גאָלדענער מעדאַל, אַ בריליאַנטענער מעדאַל! ייִדעלע ― לידעלע, װוּהין קריכסטו מיטן פֿידעלע?…“

דער אַלטער ראַבינאָװיטש, דװקא אַ ייִד מיט אַ טלית־קטן, װאָס מע רופֿט אים רב משה, האָט זיך דװקא באַרימט פֿאַר אַלעמען אַז זײַן הערשל ― איר קענט דאָך אים דעם ימח־שמוניק ― איז שױן הײַנט אַ סטודענט, דאָס הײסט אײגנטלעך ניט קײן סטודענט, נאָר אַ דאַנטיסט, נאָר װאָס איז דער נפֿקא־מינה אַ סטודענט, אָדער אַ דאַנטיסט? ― איר זאָלט זען די בריװלעך, װאָס ער שרײַבט!… שפּעטער מיט אַ קורצע צײַט האָט דער פֿאָטער געזאָגט: „שטעלט אײַך פֿאָר, דער ימח־שמוניק האָט שױן גאָר אָנגעהױבן פֿאַרדינען געלט, אַזױ װײַט, אַז ניט נאָר ער נײטיקט זיך שױן ניט אינעם טאַטנס הילף, זאָגט ער, אַדרבא, ער זאָגט, אַז ער װיל זיך שױן גאָר, זאָגט ער, צוצאָלן מיטן טאַטן, זאָגט ער, זײַנע אַלטע חובֿות ― אַ כּל־בוניק קאָן! נײן, נאָך שענער, ער האָט שױן גאָר אָנגעהױבן טאַקע צו שיקן געלט אַלע חודש, אַמאָל אַ כּף־הײ'ער און אַמאָל אַ פֿופֿציקער, און אַמאָל אַ גאַנצן הונדערטער. נו, װאָס װעסטו עפּעס איצטער זאָגן אױף דײַן ברודער, אַבֿרהם־לײב? קום נאָר אַהער, װאָס שװײַגסטו?“

נאָר װאָס קאָן זאָגן אַבֿרהם־לײב? ערשטנס האָט ער אױף זײַן ברודער קײנמאָל קײן שלעכטס ניט גערעדט. און צװײטנס, אַז מע װעט אים שטאַרק בעטן, װעט אַבֿרהם־לײב נאָך הײַנט אױך זאָגן, אַז מע קען נאָך גאָרניט װיסן, ס'איז נאָך װײַט צום געלעכטער… אַז אַ מענטש פֿאַרדינט אַ מאָל אײן חודש אַ ביסל מער, איז נאָך גאַר קײן ראיה ניט… איבעריקנס, װאָס װעט ער גײן איבערשפּאַרן אַ טאַטן? כּיבוד־אָבֿ ― שײך צו זאָגן…

אַ ביסל האָט זיך אַבֿרהם־לײב די ערשטע צײַט געקילט דאָס האַרץ, אַז זײַן ברודער הערשל האָט פּלוצעם אױפֿגעהערט ניט נאָר צו שיטן מיט פֿופֿציקערס און מיט הונדערטערס, ער האָט שױן גאַר בריװ אױך אױפֿגעהערט שרײַבן. „די משמעות אונדזער קנאַקער איז שױן גאָר גרױס געװאָרן, אַז עס שטײט אים שױן ניט אָן אַפֿילו אַרײַנשרײַבן אונדז אַמאָל אַ בריװל, פּכע!“ ― האָט אַבֿרהם־לײב אַ זאָג געגעבן אײנמאָל פֿאַרבײַגײענדיק, דער פֿאָטער זאָל הערן, און האָט אָבער באַלד חרטה געהאַט, נישט געקאָנט צוזען דעם צער, װי דער טאַטע גײט אַרום װי אַ שאָטן, קאָן זיך קײן אָרט נישט געפֿינען. שפּעטער־שפּעטער האָט אַבֿרהם־לײב אַלײן אױך אָנגעהױבן שטילערהײט האָבן יסורים און איבערטראַכטן מי יודע װאָס: „אַ קשיא, הײַנטיקע פֿײַפֿערס ― אפֿשר האָט ער זיך איבערגעקערט?… די שעה זאָל גאָר ניט זײַן, װאָרעם דער טאַטע װעט עס, חלילה, ניט איבערטראָגן…“ אַזױ האָט זיך געטראַכט אַבֿרהם־לײב און איז אומגעגאַנגען אַ טױטער. און װער שמועסט איצטער, אַז מע װײסט שױן אַלצדינג, און אַז עס האָט זיך געטראָפֿן אַזאַן אומגליק, דאַרף ער װאַרטן, ביז דער טאַטע װעט אים זאָגן: פֿאָר! אַבֿרהם־לײב האָט אַלײן געגעבן צו װיסן דעם טאַטן, אַז ער פֿאָרט מיט. און נישט נאָר ער אַלײן, דאָס גאַנצע שטעטל האָט גאָר אַנדערש ניט גערעכנט, אַז װיבאַלד פֿאָרן, באַדאַרפֿן זײ פֿאָרן אין צװײען, דער פֿאָטער מיטן זון, דער שׂכל איז דאָך מתחײבֿ. און אַז זײ האָבן זיך אױפֿגעזעצט פֿאָרן, איז כּמעט דאָס גאַנצע שטעטל אַרױסגעקומען זיך געזעגענען מיט די ראַבינאָװיטשעס און צוּװינטשעװען זײ, ס'זאָל זײַן מיט הצלחה, און אָנגעזאָגט אַבֿרהם־לײבן אפֿשר הונדערט מאָל, ער איז דאָך אַ יונגערמאַן, װאָס קען, על־כּן זאָל ער אַרױסשרײַבן אַלצדינג און באַריכות און װאָס מער און װאָס אָפֿטער, און אם ירצה שם, אַז גאָט װעט העלפֿן, ס'װעט זײַן אַ גוטע בשׂורה, זאָלן זײ ניט זשאַלעװען קײן געלט און קלאַפּן אַ דעפּעש.

― געדענק־זשע, אַבֿרהם־לײב, פֿאַרגעס ניט, װאָס מער אָטקריטקעסоткрытки: פּאָסטקערטלעך און למען־השם, אַז גאָט װעט העלפֿן, איז געקלאַפּט אַ דעפּעש!

― גוט־גוט, ס'זאָל נאָר זײַן אין דעם געװענדט. און מע מעג שװערן, אַז אַבֿרהם־לײב האָט בגנבֿה אױסגעװישט אַ טרער.

דער לאָקאָמאָטיװ האָט שױן לאַנג געפֿײַפֿט. פֿונעם קױמען האָט געזעצט אַ רױך. די רעדער האָבן געקנאַקט. די װאַגאָנעס האָבן זיך געשלענגלט אײנס נאָכס אַנדערע. פֿון די פֿענצטער האָבן אַרױסגעקוקט צװײ פֿאַרכמורעטע פּנימער: אײנער אַן עלטערער אַ באַװאַקסענער, מיט אַ פֿאַטשײלע אױפֿן האַלדז; דער אַנדערער אַ ייִנגערער מיט אַ װײַסע מאַנישקע און סימנים פֿון אַ בערדל. רב משה נעבעך און זײַן עלטערער זון אַבֿרהם־לײב ־ װאָס האָט צו זײ גאָט געהאַט, װײס מען ניט… אָט נאָך אַ מינוט און מע זעט זײ שױן ניט מער. און ייִדן מיט פֿאַרזאָרגטע פּנימער שטײען נאָך אַלץ אױפֿן װאָקזאַל, געזעגענען זיך מיט די אָפּגעפֿאָרענע, מאַכן צו זײ מיט די הענט, שרײַען זײ נאָך פֿון דער װײַטן, און עס הערן זיך באַזונדערע, איבערגעריסענע און אָפּגעהאַקטע װערטער:

― פּאָרט געזונט…! אָטקריטקעס! זײַט מצליח!… למען־השם אַ דעפּעש!…

דאָס דרײַ־און־זיבעציקסטע קאַפּיטל
זכות־אָבֿות

אונדזער צװײטן העלד, דעם אמתן ראַבינאָװיטש, װאָס האָט זיך פֿאַרשטעלט פֿאַר אַ גױ און האָט געװױנט אין דער גרױסער רוסישער שטאָט, אינעם סאַמע צענטער פֿונעם לאַנד, אונטערן נאָמען גריגאָרי פּאָפּאָװ, אין עס געגאַנגען אַ סך בעסער װי זײַן חבֿר, דעם אמתן פּאָפּאָװ, װאָס האָט זיך פֿאַרשטעלט פֿאַר אַ ייִדן און אַ נאָמען געגעבן זיך ראַבינאָװיטש. אים, דעם פֿאַלשן פּאָפּאָװן, איז עס, קאָן מען זאָגן, אַװעק מיט מזל־ברכה און די הצלחה האָט אים דאָ געשפּילט פֿון דער ערשטער מינוט אָן.

אַז מע האָט אים באַלד אָן אַ שום אָפּהאַלט אָנגענומען אין אוניװערסיטעט ― פֿון דעם איז דאָך גאָר נישטאָ װאָס צו רעדן. עם איז געװען גענוג נאָר אײן קוק טאָן אין זײַנע פּאַפּירן, מע זאָל דערזען, פֿון װאַנען ער שטאַמט. זכות־אָבֿות איז נישט קײן קלײניקײט. דער נאָמען פֿון זײַן פֿאָטער, איװאַן איװאַנאָװיטש פּאָפּאָװ, איז מער װי באַקאַנט אין דער דאָזיקער שטאָט.

עטלעכע שװערע מינוטן האָט ער אַפֿילו יאָ איבערגעלעבט בעת אײַנגעבן די פּאַפּירן. די דאָקומענטן זענען געװען נישט אין בעסטער אָרדענונג; למשל, דאָס בילד, װאָס קומט צוגעחתמעט צום אַטעסטאַט, איז געװען „עפּעס נישט אינגאַנצן דאָסיק…“ אַזױ האָט זיך אױסגעדריקט דער סעקרעטאַר פֿון אוניװערסיטעט. נאָר װידעראַמאָל זכות־אָבֿות ― דער נאָמען פּאָפּאָװ איז געװען אַזױ מעכטיק, אַז דער סעקרעטאַר האָט זיך אַלײן שיִער די צונג ניט אָפּגעביסן, װאָס ער האָט אײן מינוט אַפֿילו געװאָלט חושד זײַן דעם דאָזיקן בחור אין אַזאַ זאַך: און ער האָט אין דער גיך צונױפֿגעלײגט דעם אַטעסטאַט און פֿאַרדעקט מיט די איבעריקע פּאַפּירן, אַזױ גלײַך װי ער, װאָלט געװאָלט זיך אַלײן צושלאָגן, פֿאַרשאַרן און אַרױסשטױסן יעדע זײַטיקע מחשבֿה.

דאָס איז געװען דער ערשטער גליקלעכער שריט, װאָס אונדזער געמאַכטער פּאָפּאָװ האָט זיך בײַ אים שיִער־שיִער נישט אױסגעגליטשט ― און איז אַרױס טרוקן.

דער אַנדערער שריט איז געװען נאָך מער מסוכּן װי דער ערשטער. געװױנט געװאָרן האָרעװען, געבן שטונדן, און װעלנדיק פֿאַרגרינגערן דעם פֿאָטער אין זײַנע באַדערפֿענישן אױך אױף װײַטער, האָט ער באַשלאָסן צו זוכן אַ פּאָר שטונדן אין דער דאָזיקער רײַכער רוסישער שטאָט, װאָס דאַרפֿן זיך זײער גוט באַצאָלן. נאָר אַנשטאָט צו געבן אַן אַנאָנס אין די צײַטונגען, איז ער געפֿאַלן אױף אַ המצאה און זיך דורכגעגאַנגען צום רעקטאָר פֿון אוניװערסיטעט בעטן בײַ אים, אַז טאָמער װעט עמיצער זיך נאָכפֿרעגן אױף אַ רעכטן רעפּעטיטאָר, זאָל ער האָבן אין זינען אים, פּאָפּאָװן.

אױפֿגענומען האָט אים דער רעקטאָר, שױן אַן עלטערער מענטש מיט באַקנבאָרדן, װעלכע זענען שױן לאַנג אַרױס פֿון דער מאָדע, זײער פֿרײַנדלעך און זײער האַרצעדיק. אױסגעהערט דעם סטודענטס בקשה, האָט זיך דער אַלטער מאַן מיט די באַקנבאָרדן גענומען עפּעס מאָדנע אײַנקוקן אין אים, גלײַך װי ער װאָלט װעלן זיך איבערצײַגן, אױב דאָס רעדט צו אים דער, װאָס ער מײנט, און נישט קײן אַנדערער. עס האָט זיך בײַ אים אַזש מאָדנע אַראָפּגעהאַנגען די אונטערשטע ליפּ. דער געמאַכטער פּאָפּאָװ מיט זײַן ייִדיש קעפּל האָט אָבער באַלד פֿאַרשטאַנען נאָכן דאָזיקן קוק און נאָך דער אַראָפּגעהאַנגענער ליפּ, אַז ער באַדאַרף אױסזען בײַם רעקטאָר װילד און זײַן בקשה באַדאַרף זיך אים אױסװײַזן אָפּגעפֿרעגט: װי קומט פּאָפּאָװס אַ זונדל צו בעטן שטונדן?… האָט ער זיך גיך פֿאַרכאַפּט און גענומען אױפֿקלערן דעם רעקטאָר, אַז ער האָט געגעבן דאָס װאָרט, אַז ער זאָל אײן יאָר כּסדר זיך באַגײן אָן דעם פֿאָטערס הילף, און מורא האָבנדיק, טאָמער טוט זיך דער רעקטאָר אַ פֿרעג אָן, חלילה, בײַם פֿאָטער, דאָס הײסט אײגנטלעך בײַ זײַן חבֿרס פֿאָטער, און דאָס װאָלט דאָך אים זײער נישט געפּאַסט, מכּמה־וכּמה טעמים, האָט ער זיך געאײַלט צו פֿאַרריכטן דאָס אױך און האָט בסוד־סודות איבערגעגעבן דעם רעקטאָר, אַז קײן בן־אָדם דאַרף נישט װיסן ― און דער פֿאָטער אױך נישט ― װי אַזױ און פֿון װאָס ער קומט דורך דאָס יאָר. עס איז בײַ אים, פֿאַרשטײט איר מיך, אַ מין ספּאָרט, אַ װעטע, װעלכע ער האָט פֿאַרטרױט נאָר אים, דעם רעקטאָר, און װײַטער קײנעם נישט.

דעם רעקטאָר האָט די דאָזיקע מעשׂה טאַקע אױסגעװיזן װילד, נאָר דאָס סימפּאַטישע פּנים פֿונעם סטודענט, דאָס פֿײַנע באַנעמען זיך, דאָס אױפֿריכטיק און אָפֿנטלעך זיך באַגײן מיט אים, און דערהױפּט )טאַקע װידעראַמאָל זכות־אָבֿות( דאָס, װאָס פֿאַר אים זיצט איװאַן איװאַנאָװיטש פּאָפּאָװס זונדל ― דאָס אַלץ האָט דעם פֿאַרגלױבלעכן רעקטאָר פֿאַרבלענדט די אױגן און פֿאַרטומלט דעם געזונטן שׂכל, און ער האָט זיך פֿרײלעך צעלאַכט ― אַ סימן, אַז דער אױפֿטו איז אים געפֿעלן. פֿונדעסטװעגן האָט ער געפֿונען פֿאַר נױטיק צו באַמערקן אין אַ הומאָריסטישן טאָן, אַז עס איז אַװדאי זײער שײן פֿון זײַן זײַט, װאָס ער װיל פֿאַרשפּאָרן זײַן פֿאָטער און באַװײַזן, אַז ער קאָן לעבן זעלבסטשטענדיק, בפֿרט נאָך, אַז ער האָט דאָס װאָרט געגעבן, און אַ װאָרט דאַרף מען האַלטן. דאָס איז אַלצדינג זײער שײן און זײער פֿײַן, מע טאָר אָבער נישט פֿאַרגעסן דאָס אױך, אַז פֿון שטונדן לעבן הונדערטער אָרעמע יונגעלײַט, װאָס פֿאַרמאָגן נישט אַזעלכע פֿאָטערס, װי איװאַן איװאַנאָװיטש פּאָפּאָװ, און האָבן נישט דעריבער קײן שום אַנדערן אַרױסקוק אױף זײַטיקע הילף, אױסער זײער אײגענער אַרבעט, זײער אײגענער האָרעװאַניע, און געבן אים, פּאָפּאָװס זון, אַ שטונדע, װאָלט געהײסן אײנפֿאַך אַװעקנעמען בײַם אָרעמען סטודענט דעם ביסן פֿונעם מױל.־ און דאָס טאָר על־פּי יושר אַזאַ בחור װי ער אײגנטלעך גאָר נישט פֿאַרלאַנגען. נאָר װאָס דען ― אַזױ װי ער האָט שױן געגעבן דאָס װאָרט און אַ װאָרט דאַרף מען האַלטן, זאָגט ער אים צו, אַז אױב עס װעט זיך נאָר מאַכן, עמיצער װעט זיך נאָכפֿרעגן אױף אַזאַ מין רעפּעטיטאָר, װעט ער אים האָבן אין זינען…

װאָס האָט דער רעקטאָר געמײנט מיט די װערטער „אַזאַ מין רעפּעטיטאָר“ ― האָט דער סטודענט נישט פֿאַרשטאַנען. נאָר געפֿילט האָט ער נאָכן װאַרעמען קװעטש בײַ דער האַנט און נאָכן קלאַפּן איבער די פּלײצעס און נאָכן באַגלײטן אים ביז דער טיר, אַז טאָמער װעט בײַם רעקטאָר טאַקע זײַן עפּעס אַ רעכטער אוראָק, איז ער, פּאָפּאָװ, דער ערשטער קאַנדידאַט.

און כּך־הװה. ס'איז נישט אַװעקגעגאַנגען קײן װאָך אַפֿילו, האָט מען אונדזער פּאָפּאָװ־ראַבינאָװיטש אַרײַנגערופֿן צום רעקטאָר, געבעטן זיצן און געלײענט אַ גאַנצע לעקציע װידעראַמאָל װעגן דעם, אַז ס'איז נישט קײן יושר אַװעקנעמען בײַ אָרעמע סטודענטן, װאָס האָבן נישט קײן אַנדערע אױסזיכטן אױסער זײער אײגענע האָרעװאַניע, דעם ביסן פֿונעם מױל און אַװעקגעבן אַזאַ בחור װי איװאַן איװאַנאָװיטש פּאָפּאָװס זונדל, און דאָס, װאָס ער, פּאָפּאָװ, האָט געגעבן דעם פֿאָטער דאָס װאָרט אַ גאַנץ קײַלעכיק יאָר צו לעבן זעלבסטשטענדיק, װאָלט בײַם רעקטאָר אױך נישט אַזױ שטאַרק אױסגעמאַכט, װען עס זאָל זיך נישט טרעפֿן אַ צופֿאַל, גאָר אַ באַזונדערער צופֿאַל, דהײַנו: פֿאַראַן אין דער דאָזיקער שטאָט זײער אַ רײַכער פּאָמעשטשיק, פֿון זײער אַן אָנגעזעענער פֿאַמיליע, אַ געװיסער פֿעאָקטיסט פֿעדאָסײיִטש באַרדאָ־בראַדאָװסקי, װאָס זוכט אַ רעפּעטיטאָר אַ סטודענט, נאָר דװקא אַ דװאָריאַנין, פֿון אַן אָנשטענדיק הױז, און דװקא אַזעלכן, װאָס ער, דער רעקטאָר, קאָן פֿאַר אים גאַראַנטירן, אַז ער קאָן זיכער זײַן פֿאַר זײַנע קינדער, אַז זײ װעלן נישט אַרײַנפֿאַלן אין נישט קײן געװינטשטע הענט. װיבאַלד אַזױ, קאָן זיך שױן דער רעקטאָר נישט רעכענען דערמיט, װאָס אַ סך אָרעמע סטודענטן קוקן אפֿשר אַרױס אױף אַזאַ צופֿאַל. דאָרט, װוּ עס האַנדלט זיך אין גאַראַנטיע, דאָרט, װוּ יענער פֿאַרלאַנגט דורכױס, אַז זײַנע קינדער זאָלן זײַן װײַט פֿון אַלע זײַטיקע עקסטרעמען, דאָרט איז נישטאָ קײן אָרט פֿאַר רחמנות, יושר און נאָך אַזעלכע געפֿילן…

אַזױ האָט אױסגעלאָזט דער רעקטאָר, צוגעגאַנגען צום טיש און אָנגעשריבן עטלעכע װערטער.

― דאָ האָט איר מײַן קאַרטל, יונגערמאַן, גײט, נעמט אָן די שטעלע און לאָז עס זײַן אין אַ גוטער שעה, אַז איר בײדע זאָלט זײַן צופֿרידן אײנס פֿון דאָס אַנדערע און איך זאָל קײן חרטה נישט האָבן אױף מײַן רעקאָמענדאַציע… און װאָס אָנבאַלאַנגט איר בקשה, עס זאָל זײַן בסוד פֿון אײַער פֿאָטער און פֿון אַלעמען ― האָט דער רעקטאָר צוגעגעבן אױפֿשטײנדיק, ― קאָנט איר זיך פֿאַרלאָזן אױף מיר; װיבאַלד איך האָב אײַך שױן אײנמאָל מײַן װאָרט געגעבן, אַז צװישן אונדז זאָל עס בלײַבן, מעגט איר שױן זײַן רויִק.

מיט די װערטער האָט דער רעקטאָר אַרױסבאַגלײט דעם יונגען פּאָפּאָװ פֿון זײַן קאַבינעט און געפֿונען פֿאַר נױטיק נאָך אַ מאָל צו דערמאַנען אים, אַז כאָטש ס'איז אַפֿילו נישט אינגאַנצן על־פּי יושר, אין דער צײַט װען אַ סך אָרעמע סטודענטן, װאָס האָבן נישט קײן אַנדערע אױסזיכטן… און אַזױ װײַטער אינעם זעלבן נוסח.

דאָס פֿיר־און־זיבעציקסטע קאַפּיטל
ער כאַפּט זיך אַרײַן אין די הױכע פֿענצטער

מיט אַ ציטערדיקע האַנט און מיט אַ קלאַפּנדיק האַרץ האָט דער סטודענט פּאָפּאָװ־ראַבינאָװיטש אָנגעקלונגען אין אַ גרױסאַרטיקן אַנטרע פֿון אַ ציקאַװע טשאַקענדיק מױערל, װאָס שטײט זיך באַזונדער אַלײן אױף אײנע פֿון די רײַכסטע גאַסן אין דער רײַכער רוסישער שטאָט. װאָס איז דאָס פֿאַר אַ שטוב? װאָס זענען דאָס פֿאַר מענטשן! װי װעט ער זיך מיט זײ האַלטן? װי װעט ער זיך מיט זײ פֿילן! און דער עיקר ― צי שפּילט ער זיך נישט מיט פֿײַער! צי װעלן אים ניט אַרױסגעבן זײַנע אױגן, זײַן נאָז, זײַן אַקצענט?… אפֿשר איז דאָס ניט דער געװינטשטער פּלאַן? צו אַ גרױסאַרטיק הױז. צו אַ גרױס שטרײַמל. ער האָט דאָס גאָר אַזױ װײַט נישט געטראַכט, און אַזױ הױך נישט געצילט… „באַדענק דיך, הערשל, אפֿשר איז נאָך דאָ צײַט אָפּצוטראָגן זיך פֿון דאַנען?“… עס איז שױן אָבער געװען צו שפּעט ― אױף זײַן קלונג האָט זיך גיך באַװיזן אַ הױכער דזשענטעלמען אין אַ ליװרעע מיט אַ װײַס געגאָלט אױסגעפּעסטעט פּנים. דער דזשענטעלמען האָט אױסגעמאָסטן דעם סטודענט מיט אײן קוק פֿון אױבן ביז אַראָפּ, צוגענומען בײַ אים דעם רעקטאָרס קאַרטל, אַרײַנגעפֿירט אים אין אַ פּרעכטיקן װעסטיבול, געבעטן אים צוּװאַרטן און אַלײן איז דער דזשענטעלמען װי לאַנג ער איז אַרױפֿגעלאָפֿן אױף ברײטע קײַלעכיקע טרעפּ און פֿאַרשװוּנדן געװאָרן אױף עטלעכע מינוט, און דער סטודענט האָט דערװײַל צײַט געהאַט אַרומקוקן זיך װוּ ער געפֿינט זיך, באַטראַכטן דאָס זעלטן שײנע װעסטיבול, די גלענצנדע זײַלן פֿון געלן מאַרמאָר, די געמאָלטע הױכע גלעזערנע סטעליע, דאָס רײַכע מעבל. די טײַערע בילדער, װאָס אױף די װענט, די בראָנדזענע און מאַרמאָרענע סטאַטועס, די ביכער, זשורנאַלן און אילוסטראַציעס אין די טײַערסטע בונדן װאָס אױפֿן טיש און די אַלע איבעריקע שײנע זאַכן און אַנטיקלעך. און װאָס אים האָט איבערראַשט ― איז נישט די רײַכקײט, נישט דער פּראַכט און גלאַנץ פֿונעם דאָזיקן אײַנטריט, נאָר די רחבֿות, די ברײטקײט, די פֿעסטקײט און באַקװעמלעכקײט, װאָס דאָ איז, די שטילקײט און די רויִקײט און דערהױפּט דער באַװאָרנטער זיכערער גײַסט, װאָס שװעבט דאָ אין דער לופֿט און װאָס זאָגט אײַך, אַז די בעלי־בתּים באַדאַרפֿן זיך דאָ פֿילן ניט נאָר אָנגענעם און באַקװעם, נאָר זיכער און פֿעסט און הײמיש. בײַ זיך אין דער אײגענער הײם… דאָס איז אַזאַ מין געפֿיל, װאָס פֿאַרשטײן קאָן דאָס נאָר אַ ייִד. װאָרעם װי רײַך דער ייִד זאָל נישט זײַן, װי פֿעסט ער זאָל זיך נישט באַזעצן, װי ברײט ער זאָל זיך נישט צעװאַרפֿן, װי שרײַענדיק ער זאָל זיך נישט אַרומשטעלן, מוז זיך פֿילן, אַז ער איז אַ גאַסט, אַז ער זיצט אין אַ האָטעל, אין אַ צײַטװײַליקע אַכסניא, װאָס אױב נישט ער, נאָר זײַנע קינדער אָדער אין בעסטן פֿאַל זײַנע קינדסקינדער ― גאָט װײסט װוּ זײ װעלן זײַן…

― פֿעאָקטיסט פֿעדאָסײיִטש בעטן אײַך צו זיך, ― האָט אים דער געגאָלטער דזשענטעלמען איבערגעריסן די געדאַנקען און אַרױסגעפֿירט אױף די ברײטע געלע מאַרמאָר־טרעפּ אַרױף, דורכגעפֿירט דורך אַ גאַנצע רײ שפּיגלדיקע חדרים, אײנער גרעסער און ברײטער און שענער און רײַכער פֿונעם אָנרעדן, און אַרײַנגעלאָזט אין אַ ברײטן געראַמען גרױסאַרטיק צוגעקליבענעם קאַבינעט, אױסגעבעט מיט די טײַערסטע טעפּעכער און װײכע דיװאַנעס, אַזױ אַז מע הערט נישט די אײגענע טריט…

דאָס ערשטע, װאָס אים האָט זיך געװאָרפֿן אין די אױגן אַרײַן, איז געװען דער גרױסער גלאַטער שטאָלקאָלירענער הונט, װאָס איז געלעגן אױסגעצױגן, אײַנגענורעט די חנעװדיקע מאָרדע אין די פֿעדערשטע לאַפּעס, אין מיטן קאַבינעט אױף דער ערד, געדרעמלט נאָר אױף אײן אױג, און דאָס אַנדערע אױג, אַ רױטס און אַ זודיקס, האָט מעלאַנכאָליש בײז געפֿײַערט אױף דעם אַרײַנגעקומענעם אומבאַקאַנטן פּאַרשױן, אַ פּנים חשק געהאַט אים אױפֿנעמען עפּעס ניט אַזױ יום־טובֿדיק, װי עס פּאַסט פֿאַר אַ גאַסט אַ סטודענט מיט אַזאַ רעקאָמענדאַציע און מיט אַזעלכע זכות־אָבֿות… דאָס האָט מען באַלד געקאָנט פֿאַרשטײן נאָכן מאָדנעם בורטשען אָדער ברומען, װאָס האָט זיך אַרױסגעריסן פֿונעם דאָזיקן כּלבֿס האַלדז, עפּעס אַ מין „הררררר“, װאָס איז אפֿשר געװען נישט מער װי אַ הײמישער אױפֿנעם: „ברוך־הבא אַ ייִד, סקאָצל קומט, פֿון װאַנען האָט איר זיך גענומען?…“

דער אַרײַנגעקומענער גאַסט האָט דאָס אָבער אַנדערש אױסגעטײַטשט און ס'איז אים פּרחה־נשמתו געװאָרן. מיר שעמען זיך גאָר ניט און זאָגן אַרױס גאַנץ אָפֿנטלעך, אַז אונדזער צװײטער העלד, גרישאַ פּאָפּאָװ, אײגנטלעך הערשל ראַבינאָװיטש, האָט געירשנט פֿון זײַנע אור־אורעלטערן אַ נישט פֿאַרשטענדלעכע שׂינאה, אָדער בעסער געזאָגט אַ שרעקלעכע מורא פֿאַר אַ הונט… פֿון װאַנען דאָס נעמט זיך ― װײסן מיר ניט. אפֿשר נעמט זיך עס דערפֿון, װאָס זײַנע עלטער־עלטער־זײדעס, די אַלטע ראַבינאָװיטשעס, זענען געװען פּריצישע ייִדן װאָס האָבן באַדינט דעם פּריץ, און דער פּריץ פֿלעגט זיך איבער זײ לוסטיק מאַכן, אָנרײצן די הינט, בעת דער ייִד איז געקומען אין „הױף“ אַרײַן, נישט חלילה מיט דעם מײן, אַז די הינט זאָלן צערײַסן דעם ייִדן, נאָר גלאַט אַזױ, די יאַסנאָ־װעלמאָזשנעясно-вельможний: עכט אײדעלע געסט זאָלן קוקן פֿונעם גאַניק אַרױס און אַ ביסל לאַכן… דאָס איז אָבער ניט מער װי אַ השערה. מיר װילן ניט אַרײַנלאָזן זיך אין אַזעלכע װײַטע חקירות. מיר לאָזן דאָס איבער פֿאַר די, װאָס פֿאַרנעמען זיך מיט אַזעלכע זאַכן, זײ װעלן דאָס שױן מסתּמא פֿאַרענטפֿערן װי עס געהער צו זײַן. איך װיל נאָר באַשטעטיקן אַ פֿאַקט, אַז אונדזער הערשל פּאָפּאָװ האָט נישט ליב קײן הונט. ער גײט, פֿאַרשטײט איר מיך, מיט דעם גאַנג, װאָס אַלע זײַנע גלױבנס־גענאָסן, אַז אַ הונט איז מער נישט װי אַ הונט און פֿאַרלאָזן זיך אױף זײַן הינטישן יושר איז נישט כּדאַי… דעריבער איז ער בײַם אַרײַנטרעטן אין קאַבינעט געבליבן שטײן אַ װײַלע און געקוקט מיט אײן אױג אױפֿן בעל־הבית, װאָס איז געזעסן איבערגעדעקט מיט אַ בלאַט־צײַטונג טיף אין אַ װינקל און מיטן אַנדערן אױג האָט ער שטאַרק אין זינען געהאַט דעם כּלבֿ שבכּלבֿים, װאָס האָט זיך נאָך אַלץ געייִשובֿט, װאָס פֿאַר אַ קבלת־פּנים ער זאָל אָפּגעבן דעם האַלב אַרײַנגעקומענעם גאַסט. נאָר דאָ האָט זיך אַרײַנגעמישט דער בעל־הבית און האָט אַ שמועס געגעבן צום הונט אױף דער דײַטשער שפּראַך:

― גליוק! בלײַבסט רויִק!

פֿאַרװאָס קומט דעם הונט, מע זאָל מיט אים רעדן אױף דײַטש ― בלײַבט אַ קשיא, נאָר דאָס איז אַ פֿאַקט, אַז װיבאַלד ער האָט דערהערט פֿונעם בעל־הבית די דאָזיקע דרײַ װערטער, אַזױ איז דער הונט געװאָרן גאָר אַן אַנדער הונט. דאָס הײסט דאָס אָפֿענע רױטע אױג האָט אים נאָך גענוג געפֿײַערט אױפֿן אַרײַנגעקומענעם יונגערמאַן, נאָר עס האָט אױפֿגעהערט בײַ אים צו בורטשען און צו כאָרכלען. ער האָט זיך באַלעקט, דורכגעלאָזט דעם גאַסט פֿאַרבײַ זיך און אַלײן געבליבן ליגן אױף זײַן אָרט רויִק און שטיל, װי אײנער רעדט: „איצטיקס מאָל בענטש גומל, שפּעטער װעלן מיר זען…“

דער בעל־הבית האָט דערװײַל אָפּגעלײגט דאָס בלאַט אױף אַ זײַט, עטװאָס אױפֿגעהױבן זיך אינעם גרױסן ברײטן פֿאָטעל, װוּ ער איז געזעסן, אױסגעצױגן דעם אַרײַנגעקומענעם אַ גרױסע ברײטע װײַסע האַנט, צוגעצױגן אים צו זיך, אָנגעװיזן אים אױף אַ שטול גאַנץ נאָענט נעבן זיך און אַלײן אױך אַװעקגעזעצט זיך און זײער פֿרײַנדלעך פֿאַרבונדען מיטן סטודענט דעם ערשטן שמועס. און דאָ האָט דער סטודענט געהאַט אַ געלעגנהײט צו באַטראַכטן דעם בעל־הבית פֿון דער נאָענט.

דאָס איז געװען אַ פֿאַרשױן אַ מגושמדיק גרױסער, שױן צו אַ גרױסער, צו אַ שװערער, זײער נישט קײן רירעװדיקער, נאָר בײַ אַלעם דעם אַ זײער אָנגענעמער, אַ סימפּאַטישער, נישט קוקנדיק דערױף, װאָס דאָס פּנים איז בײַ אים מגושמדיק ניט שײן, די באַקן װי געשװאָלן, די באָרד װי צעשמיסן רעכטס און לינקס, און דערצו האָט ער צײן אַזעלכע, װאָס זעען אױס גלײַך װי מע האָט זײ אַרױסגענומען און צוריק אַרײַנגעשטעלט נאָר ניט אױף זײערע ערטער, פֿונדעסטװעגן האָט אָט דער מענטש אין זיך עפּעס אַזעלכעס, װאָס אַז ער רעדט נאָר אַרױס די ערשטע עטלעכע װערטער, אַזױ קױפֿט ער אײַך אַװעק און איר באַקומט אים ליב ― איר װײסט ניט פֿאַרװאָס, איר פֿילט פֿאַר זיך אַ מענטשן, װאָס בײַ זײַן גאַנצן רײַכטום און גרױסקײט איז ער בײַ זיך פּראָסט און קלײן װי אַ קינד. הײַנט זײַן אױפֿריכטיקײט און אָפֿנטלעכקײט! װאָס אױף דער לונג, דאָס אױף דער צונג. און אױסערדעם ― אַ ברײט האַרץ, אַ ברײטע נשמה, אַ ברײטע האַנט. דאָס אַלץ איז צו באַמערקן גלײַך, פֿון דער ערשטער מינוט אָן, װאָס איר װערט מיט אים באַקאַנט. דעם סטודענט פּאָפּאָװ האָט ער, מעג מען זאָגן, פֿאַרכּישופֿט מיט זײַן גוטסקײט, װאָס ער האָט צו אים אַרױסבאַװיזן. עס װײַזט אױס, אַז דער סטודענט האָט אױפֿן בעל־הבית פֿונעם דאָזיקן הױז אױך געמאַכט דעם בעסטן אײַנדרוק, װאָרעם ער האָט נישט געמאַכט מיט אים קײן לאַנגע מחזקות, נישט געפֿירט קײן לאַנגע געשפּרעכן, נישט װעגן דעם, װיפֿל שעה אין טאָג ער דאַרף לערנען מיט זײַנע קינדער, נישט װעגן דעם, װיפֿל ער באַקומט דערפֿאַר געצאָלטס. ער האָט אים גאַנץ אױפֿריכטיק געזאָגט, אַז װיבאַלד אַזאַ מענטש װי מיכאַל מיכאַליטש (דער נאָמען פֿונעם רעקטאָר) גאַראַנטירט פֿאַר אים, פֿאַר פּאָפּאָװן, רעכנט ער פֿאַר איבעריק אַלע װײַטערע רעדענישן, ובפֿרט אַז איצט איז די צײַט פֿון טײ טרינקען און מע דאַרף גײן צום טיש.

בײַ די דאָזיקע װערטער האָט זיך דער מגושמדיקער בעל־הבית אױפֿגעהױבן פֿון זײַן שװערן טיפֿן פֿאָטעל, גענומען דעם רעפּעטיטאָר אונטער דער האַנט און געלאָזט זיך מיט אים גײן צום טיש. פֿאַרשטײט זיך, אַז פֿאַר די פֿיס האָט זיך געפּלאָנטעט אַלץ דער אײגענער כּלבֿ שבכּלבֿים, װאָס האָט שטענדיק אױף זײַנע הױכע רגלים אױסגעזען בײַ פּאָפּאָװן אין די אױגן װי אַן אמתע חיה. און דערצו האָט זיך דער דאָזיקער חיה פֿאַרװאָלט אַרומשמעקן דעם נײַעם רעפּעטיטאָר פֿון אַלע זײַטן, געװױרע װערן, מיט װאָס שמעקט ער, האָט ער אים מכבד געװען מיט זײַן נאַסע קאַלטע מאָרדע אין בײדע הענט, חשק געהאַט אים אַרײַנשטופּן די קאַלטע נאַסע מאָרדע אױך אין פּנים אַרײַן, האָט אים דער בעל־הבית אַ װוּנק געגעבן װידער אַמאָל אױף דײַטש:

― גליוק, בלײַבסט רויִק…

בײַם טיש איז שױן געװען די גאַנצע פֿאַמיליע, און בײַם נײַעם רעפּעטיטאָר, װעלכן דער בעל־הבית האָט פֿאָרגעשטעלט פֿאַר זײַנע בני־בית, האָט זיך אַזש דער קאָפּ פֿאַרדרײט. אַזױ פֿיל פֿאַרשידענע פּנימער האָט ער פֿאַר זיך דערזען און אַזױ פֿיל פֿאַרשידענע נעמען האָט ער דאָ דערהערט. נאָר פֿון אַלע פּנימער האָט אים איבערראַשט אײן פּנים, דאָס איז געװען די בעל־הביתטע פֿונעם הױז, אַ בילדשײנע פֿרױ מיט אַזעלכע אױגן, װאָס אַז מע באַגעגנט זי אײן מאָל, חלומען זײ זיך נאָכדעם דאָס גאַנצע לעבן. נאַדיעזשדאַ פֿעאָדאָראָװנאַ האָט ער זיך אײַנגעחזרט גוט, ער זאָל ניט פֿאַרגעסן איר נאָמען, װאָרעם די נעמען פֿון די אַלע איבעריקע װאָס בײַם טיש זענען אים גלײַך אין אײן אױער אַרײַן פֿונעם אָנרעדן אַרױס. פֿון אַלע אַנדערע נעמען האָט ער געדענקט אױך פּעטיאַ און סעריאָזשאַ ― דאָס זענען זײַנע נײַע תּלמידים. אײנער איז אין ערשטע, דער אַנדערער אין דריטע קלאַס. און װײַטער גײן אַזעלכע נעמען װי מסיע דיבואַ ― אַ פֿראַנצײזישער לערער, אַ פֿראַנט מיט אַ בלאַס פּנים, מיט שװאַרצע אױגן און מיט אַזעלכע מוראדיק פֿאַרדרײטע װאָנצעס, װאָס זינט די װעלט שטײט און מענטשן דרײען װאָנצעס האָט נאָך קײנער אין ערגעץ אַזױ קונציק די װאָנצעס נישט פֿאַרדרײט. נאָך אים גײט הער פֿריש ― אַ דײַטש מיט גרױע אױגן און מיט אַזױ פֿיל נאַטור־פֿאַרב אין די באַקען, אַז עס װאָלט געקלעקט פֿאַר דרײַ דאַמען, זי זאָלן פֿאַרשפּאָרן פֿאַרב אױף צו פֿאַרבן זיך. נאָכן דײַטש גײט אַ מיס טאָקטאָן ― אָן ענגלענדערין מיט פֿירעקעכיקע פּלײצעס און פֿירעקעכיקע מאַניערן. און װײַטער גײט אַ גאַנצע רײ פֿון רוסישע נעמען, זכרימשע און נקבֿהשע, װאָס פּאָפּאָװ האָט זײ אַפֿילו ניט אין זינען געהאַט צו געדענקען. ער איז נאָר געװען נײַגעריק צו װיסן, ניט שױן־זשע װעט קומען אַ צײַט, װאָס ער װעט האָבן אױסגעלערנט די דאָזיקע אַלע נעמען אױף אױסװײניק, אַזױ אַז ער זאָל חלילה קײן טעות נישט האָבן און נישט פֿאַרפּלאָנטען זיך?…

. . . . . . . . . . . . . . . . . . . .

דעמזעלבן אױפֿדערנאַכט אין אונדזער פּאָפּאָװ־ראַבינאָװיטש געזעסן בײַ זיך אין אַ שײן צוגעקליבן צימערל און האָט געשריבן צװײ בריװ. אײן בריװ צו זײַן פֿאָטער, װעלכן ער האָט אָפּגעטאָקט צװײ גרױסע קײַלעכיקע ליגן: אַז גאָט האָט אים צוגעשיקט אַן אוראָק, צװײ אוראָקן, אין צװײ רײַכע ייִדישע הײַזער, און ער האָפֿט, אַז ער װעט פֿונעם ערשטן חודש אָן שױן קאָנען אָפּשפּאָרן אַ היפּשע פּותּיקי און צושיקן אַהײם אױף דער רעכענונג פֿון זײַן חובֿ, װאָס ער איז שולדיק דעם פֿאָטער. און װאָס איז שײך צו זײַן אַרײַנטרעטן אין אוניװערסיטעט ― װעט ער ערשט קאָנען שרײַבן אם־ירצה־השם נאָך שבת, װאָרעם מע װײסט נאָך ניט, װאָס װעט זײַן מיט די פּראָצענטן…

דער צװײטער בריװ איז געגאַנגען, אינאײנעם מיטן אױבן אָנגעשריבענעם, צו זײַן חבֿר, צום אמתן פּאָפּאָװן, װאָס אין דער שטאָט פֿון דער „טשערטאַ“, פֿאַר װעלכן ער האָט אױפֿגעדעקט דאָס גאַנצע האַרץ, אַרױסגעשריבן דעם גאַנצן אמת, װי אַזױ ער האָט זיך אַרײַנגעכאַפּט אין די הױכע פֿענצטער דורך דעם, װאָס ער האָט אױסגענוצט נישט װילנדיק זײַן חבֿרס נאָמען און עס גײט אים דעריבער נישט אײַן. ער פֿילט זיך, גלײַך װי ער װאָלט עמיצן באַגנבֿעט… נאָר פֿאָרפֿאַלן. עס האָט זיך פֿון זיך אַלײן אַזױ געמאַכט, ער איז אין דעם ניט שולדיק… און אױסגעלאָזט האָט ער דעם בריװ מיט די דאָזיקע װערטער:

„און שרײַב מיר, װאָס הערט זיך מיט דיר. צי ביסטו שױן אַרײַן, צי נאָך ניט? איך באַדאַרף עס װיסן פֿאַר מײַן פֿאָטער, איך זאָל אױפֿהערן פּלאָנטען מיט דער צונג און אױסטראַכטן אַלע מאָל אַ נײַעם פּיזמון. איך שװים שױן אַזױ אױך ביזן האַלדז אין ליגן… נאָר איך באַקלאָג מיך ניט. הלװאַי, טײַערער גרישאַ, ס'זאָל דיר ניט גײן ערגער, װי מיר גײט עס אין דעם ערשטן אַרײַנטריט פֿון אונדזער װוּנדערלעכן שפּאַס, און הלװאַי, רבונו של עולם, דו זאָלסט חלילה קײן חרטה ניט האָבן אױף דײַן ראָל, װאָס דו האָסט זיך אונטערגענומען צו שפּילן אין דער דאָזיקער קאָמעדיע, װאָס מיר האָבן זיך אַפֿערגענומען… אױף זיך מעג איך נבֿיאות זאָגן, אַז איך װעל דאַכט מיר קײן חרטה נישט האָבן, װאָס איך הײס שױן נישט הערשקאָ, נאָר גרישאַ“

אױב די דאָזיקע נבֿיאות פֿון אונדזער הערשל פּאָפּאָװ איז מקוים געװאָרן, אָדער נײן ― דאָס װעלן מיר באַלד אַרױסזען.

דאָס פֿינף־און־זיבעציקסטע קאַפּיטל
און פֿילט זיך גאַנץ נישקשהדיק

די ערשטע צײַט האָט זיך דער נײַער רעפּעטיטאָר געפֿילט אין דער אױבן־געשריבענער גרױסאַרטיקער שטוב צװישן די פֿאַרשידענע אומבאַקאַנטע פּאַרשױנען װי אין אַ װאַלד, אָדער װי אַ מענטש, װאָס קומט צו פֿאָרן צום ערשטן מאָל אין אַ נײַער גרױסער טומלדיקער שטאָט צװישן אומבאַקאַנטע גאַסן, צװישן אומבאַקאַנטע הײַזער און אומבאַקאַנטע מענטשן. ער זעט פֿאַר זיך, דאַכט זיך, אַזאַ אַן עולם ― און איז דאָך עלנט, אײן מענטש אַלײן מיט זײַנע געדאַנקען און געפֿילן. עס זענען געװען מינוטן, װאָס ער האָט חרטה געהאַט אױפֿן גאַנצן עסק, נישט געװען צופֿרידן מיטן שפּאַס, מיט דער קאָמעדיע, װאָס ער שפּילט, און געבענקט „אַהײם“, געבענקט נאָך ייִדן… און װידער זענען געװען מינוטן, װאָס ער איז דאָרט אַרומגעגאַנגען אַ פֿאַרשיכּורטער. אים האָט זיך אױסגעדאַכט, אַז ער אין דער העלד פֿון יענע שײנע מעשׂיות, װאָס ער האָט זיך אָנגעהערט קינדװײַז אין חדר: אַ פֿאַרכּישופֿטער איז ער געבראַכט געװאָרן אין אַ גאָלדענעם פּאַלאַץ, װוּ עס איז אָנגעברײט פֿון זײַנעט װעגן אַלדאָס גוטס… די מענטשן, װאָס דרײען זיך דאָ אַרום, זענען ניט קײן מענטשן, נאָר סאַמע ריטערס, גראַפֿן און פֿירשטן, און ער אַלײן איז דער פּרינץ, צוליב װעלכן דאָס אַלעס איז באַשאַפֿן געװאָרן… אײן זאַך האָט דאָ נאָך געפֿעלט: די בת־מלכּה, װעלכע ער באַדאַרף באַפֿרײַען פֿונעם דאָזיקן פֿאַרכּישופֿטן שלאָס… ― און ער צעלאַכט זיך פֿון זײַנע קינדערשע דמיונות און מאַכט חוזק פֿון זיך אַלײן און פֿון זײַנע ייִנגלשע געדאַנקען, װאָס װילן אים ניט פֿאָלגן און קריכן אים דװקא אין קאָפּ אַרײַן און װעבן אים דװקא גאָלדענע כּישופֿדיקע חלומות…

דאָס איז אָבער געװען נאָר די ערשטע צײַט, אײדער ער האָט זיך אַקלימאַטיזירט, אײדער ער האָט זיך אָריענטירט און אַרומגעקוקט, װוּ ער איז אין דער װעלט, אײדער ער האָט זיך באַקענט מיט אַלעס װאָס אַרום אים, אײדער ער האָט אױפֿגעכאַפּט זיך און איז אַרױס פֿונעם עולם־התּוהו אין דער אמתער װעלט אַרײַן און איז אַװעק פֿונעם עולם־הדמיון צוריק אין װירקלעכן לעבן אַרײַן. ער האָט זיך גיך אױסגעניכטערט און װאָס װײַטער־װײַטער האָט ער אָנגעהױבן זיך פֿילן אַלץ הײמישער און הײמישער, געקענט שױן אַלעמען בײַ די נעמען, און אַלע האָבן געקענט אים. ער איז פֿונעם צװײטן טאָג אָן געװאָרן פֿאַר זײ שױן נישט אַ רעפּעטיטאָר, נאָר אַ „גריגאָרי איװאַנאָװיטש“, אַ מיטגליד פֿון דער דאָזיקער מאָדנער גרױסער פֿאַמיליע. און מאָדנע האָבן אים אױסגעזען די דאָזיקע לײַט דערפֿאַר, װאָס זײ זענען געװען אין דערזעלבער צײַט אײנס דאָס אַנדערע אי פֿרעמד אי אײגנס, אי װײַט אי נאָענט, אי שטאַרק באַקאַנט אי נישט אָנגעהױבן צו װיסן אײנס פֿונעם אָנרעדן װאָס און װען. צוגעקוקט זיך מיט זײַנע ייִדישע אױגן צו די דאָזיקע מענטשן און צו זײער באַנעמען זיך אײנס מיט דאָס אַנדערע, האָט אונדזער פֿאַרשטעלטער פּאָפּאָװ זיך געמוזט מודה זײַן, אַז דאָס זענען מענטשן ניט נאָר פֿון אַן אַנדער ראַסע און פֿון אַן אַנדער אומה, נאָר די מענטשן גופֿא זענען אַנדערע און זײער פּסיכאָלאָגיע איז אַן אַנדערע און פֿאַר אים אַ גאַנץ פֿרעמדע. אױף יעדן טריט און שריט האָט ער זײ פֿאַרגלײַכט מיט זײַניקע און האָט זיך אַלײן געפֿרעגט: װי װאָלט געװען למשל, װען אױפֿן אָרט פֿון די דאָזיקע זאָלן זײַן ייִדן! פֿונעם גרעסטן ביזן קלענסטן װאָלטן זײ דאָך געװוּסט, װער ער איז, און צי האָט ער טאַטע־מאַמע, שװעסטער און ברידער, און װי לעבט זיך זײ? און אױך ער װאָלט דאָך אַװדאי געװוּסט, װער און װאָס זײ זענען, יעדן באַזונדער מיט זײַן גאַנצער ביאָגראַפֿיע. ער האָט באַטראַכט און באַװוּנדערט די דאָזיקע לײַט, װאָס קלײַבן זיך צונױף עטלעכע מאָל אין טאָג אַלע אינאײנעם בײַ אײן טיש, רעדן אַזױ װאַרעם און שמועסן אַזױ פֿרײַנדלעך און לאַכן אַזױ געשמאַק ― נאָר אָט איז מען אױפֿגעשטאַנען פֿון טיש און ― אַװעק יעדער אין זײַן װינקל, יעדער צו זײַן אַרבעט ― און מע איז שױן װידער פֿרעמד און װײַט אײנס פֿון דאָס אַנדערע כּרחוק מזרח ממערבֿ… הײַנט די רחבֿות, די ברײטקײט, די גלאַטקײט, די רויִקײט, די גוטסקײט װאָס יעדן איז אױפֿן האַרצן, די זיכערקײט און די געװאָרנטקײט װאָס יעדער איז פֿאַר זיך ― אַך, װי גליקלעך, װײַזט זיך אים אױס, די דאָזיקע מענטשן באַדאַרפֿן זײַן, װאָס זײ אַלײן װײסן גאָר ניט פֿון זײער גליק, װי עס װײס נישט אַ קלײן קינד, װי עס װײס נישט אַ געזונטער מענטש, אַז ער איז געזונט… און נישט װילנדיק קומען אים אױפֿן זינען זײַניקע, די פֿאַריאָגטע און פֿאַרשטױסענע, פֿאַריאָמערטע און פֿאַרקלאָגטע, פֿאַראָרעמטע און פֿאַרחושכטע, װאָס ציטערן פֿאַר אַ פֿליג, װאָס זענען נישט זיכער נישט מיט זײער לײַב נישט מיט זײער נשמה, װאָס זענען אױסדערװײלטע בײַ גאָט און הפֿקר בײַ מענטשן, װאָס זענען ציטעריק בײַ זיך און װאָלװל בײַ דער װעלט… נאָר אַװעקט! אַװעקט שװאַרצע מחשבֿות און פֿינצטערע געדאַנקען! קױם האָט זיך אַזױ געמאַכט, אַז ער איז צװישן גליקלעכע, פֿרײַע, זיכערע און באַװאָרנטע, לאָז ער אױך זײַן אײנער אַזעלכער ― אױב ניט אױף תּמיד, איז כאָטש אױף אַ קורצער צײַט. קױם האָט זיך אַזױ געמאַכט און ער האָט זיך אַרײַנגעהאַפֿט אין די הױכע פֿענצטער און איז אַרײַנגעטראָטן אין גן־עדן ― לאָז זײַן אַ פֿרעמדער גן־עדן, לאָז זײַן נישט אױף לאַנג ― לאָט אים אױך פֿילן דעם טעם, כאָטש אױף אַ קורצע צײַט, װי אַזױ איז, אַז מען איז ניט קײן ייִד? װי אַזױ איז אַז מע האָט ניט מורא אַלע מינוט, אַלע רגע, אַז אָט־אָט גיט מען דיר צו װיסן, װער דו ביסט, אַז אָט־אָט גיט מען דיר צו װיסן, װאָס דו ביסט, אַז אָט־אָט רופֿט מען זיך אָן בײַ דײַן אמתן נאָמען?…

דער נײַער רעפּעטיטאָר איז באַקאַנט געװאָרן אין דער דאָזיקער שטוב און הײמיש ניט נאָר מיט די מענטשן, ער איז גיך געװאָרן שװה־בשװה אױך מיטן הונט, װאָס האָט זיך אײַנגעקױפֿט צו אים אין גאַנץ נאָענטע חבֿרשאַפֿט אַזױ װײַט, אַז איטלעכס מאָל בײַם באַגעגענען זיך האָט דער דאָזיקער כּלבֿ געװאָרפֿן זיך אים אױפֿן האַלדז, געקװיטשעט, באַלעקט זיך און געמאַכט נאָך אַזעלכע הײמישע אָנשטעלן. אױך די דינערשאַפֿט האָבן ליב געקריגן דעם פּאַניטש גריגאָרי איװאַנאָװיטש דערפֿאַר, װאָס ער איז װינציקער פּריװערעדליװע ]привередливый: מפֿונקדיק] פֿון אַלע אַנדערע אין דעם דאָזיקן הױז, שאַפֿט זיך ניט אַזױ אָפֿט װי אַנדערע, האָט נישט אין זיך קײן שום פּריצישע גענג, מע הערט אים כּמעט גאָר נישט אין שטוב ― אַ מאָדנער פּאַניטש!…

נאָר מער פֿון אַלע האָבן אים ליב געקריגן און צוגעבונדן זיך צו אים זײַנע יונגע תּלמידים, פּעטיאַ און סעריאָזשאַ. מיט פֿאַרגעניגן האָבן זי אַלע מאָל זיך געשײדט מיטן פֿראַנצײזישן לערער מסיע דיבואַ, מיטן דײַטש הער פֿריש, אָדער מיט דער ענגלישער מיס טאָקטאָן און געװאַרט אױף גריגאָרי איװאַנאָװיטשן מיט זײַן רוסישן אוראָק, בײַ װעלכן עס פֿלעג אָפֿט זיצן נאַדיעזשדאַ פֿעאָדאָראָװנאַ און אַמאָל, זעלטן, פֿעאָקטיסט פֿעדאָסײיִטש אַלײן אױך, צופֿרידן, װאָס די קינדער האָבן ליב זײער רוסישן לערער און װאָס דער רוסישער לערער האָט זײ ניט אָפּגענאַרט און ניט פֿאַרשעמט דעם רעקטאָרס רעקאָמענדאַציע.

― גריגאָרי איװאַנאָװיטש, גײן מיר שפּילן אין לאָען־טעניס? ― רופֿן זיך אָן צו אים אײנמאָל זײַנע תּלמידימלעך נאָכן אוראָק.

― גײען מיר, ― ענטפֿערט זײ גריגאָרי איװאַנאָװיטש און לאָזט זיך גײן מיט זײ אין הױף אַרײַן שפּילן און לאָען־טעניס.

נאָר גריגאָרי איװאַנאָװיטש פּאָפּאָװ האָט פֿאַרגעסן אױף אַ װײַלע, אַז הערשל ראַבינאָװיטש האָט אַזאַ ידיעה אין „לאָען־טעניס“ װי אַ האָן אין בני־אָדם, פֿרעגט אים בחרם, װי מע נעמט דעם „שלעגער“ אין האַנט אַרײַן, אָדער לאָז ער אײַך זאָגן אַ שטײגער װאָס הײסט אַ „סערװער“ אָדער אַ „סטרײַקער“? אַ „נײם“, אָדער אַ „זאַץ“, אָדער אַ „דאָבלפֿעלער“, וכדומה אַזעלכע װערטער, װאָס װערן באַנוצט אין לאָען־טעניס־שפּיל. טערקיש איז דאָס בײַ אים, תּרגום לשון. דעריבער פֿאַרכאַפּט ער זיך באַצײַטנס און זאָגט צו זײַנע תּלמידים:

― װײסט איר װאָס, קינדער? שפּילט איר הײַנט אַלײן. מיר איז אַ ביסל דער קאָפּ טוט װײ…

― גריגאָרי איװאַנאָװיטש! פֿאָרט איר גוט רײַטנדיק? ― פֿרעגן אים אַן אַנדערס מאָל זײַנע תּלמידימלעך.

― װאָס איז דען?…

― אָט אַזױ, מיר האָבן זיך דערמאַנט אָן אונדזערע פֿערדלעך, זומער װעט איר דאָך אַריבערגײן אַװדאי מיט אונדז אינאײנעם אין דאָרף אַרײַן, װעלן מיר אינאײנעם פֿאָרן רײַטנדיק.

גריגאָרי איװאַנאָװיטש דערמאַנט זיך, אַז הערשל ראַבינאָװיטש, ניט נאָר ער קאָן ניט פֿאָרן רײַטנדיק, ― ס'איז אַ חרפּה צו זאָגן ― נאָך בסך־הכּל האָט ער דאַכט זיך גאָר מורא צו גײן צו נאָענט צו אַ פֿערד…

― סאַשאַ פֿאָרט אױסגעצײכנט! ― דערצײלן אים װײַטער זײַנע תּלמידים, װאָס האָבן אַ סך מער ליב אַ פֿערדל װי אַ ביכל און װאָס זענען אַ סך מער בעלנים צו פֿאָרן רײַטנדיק, אײדער צו זיצן איבער די „אוראָקן“:

גריגאָרי איװאַנאָװיטש מוז נעבעך אונטערהאַלטן זײַן רענאָמע און זאָגן אַ נײַעם ליגן, אַז ער קאָן זײער שײן פֿאָרן רײַטנדיק.

― אױב אַזױ, ― כאַפּט אים אונטער אײנער פֿון די צװײ תּלמידימלעך ― װעט איר פֿאָרן גאַנצע טעג מיט סאַשען. סאַשאַ האָט זײער ליב פֿאָרן רײַטנדיק.

גריגאָרי איװאַנאָװיטש װײסט שױן, װער די „סאַשאַ“ איז ― דאָס איז זײער עלטערע שװעסטער, װאָס לערנט זיך אין דער רעזידענץ־שטאָט אין זײער אַ געהױבענעם מקום און װאָס דאַרף קומען באַלד צו פֿאָרן אַהײם אױף „ראָזשדיעסטװאָрождество: ניטל“. מע קוקט שױן דאָ אַרױס אױף איר און מע גרײט זיך איר מאַכן אַ ברוך־הבא װי אַ פּרינצעסין. עס גײט נישט אַװעק אײן טיש, מע זאָל ניט הערן װיפֿל מאָל דעם נאָמען „סאַשאַ“. דאָס האָט סאַשאַ ליב און דאָס האָט סאַשאַ ניט ליב. „װאָס איז דאָס פֿאַר אַ סאַשאַ, װאָס מע רעדט פֿון איר אַזױ פֿיל! װי זעט זי אױס?“ ― טראַכט ער זיך. ער האָט אײנמאָל געזען איר בילד ― צװײ טראָפּן װאַסער די מוטער, און דערהױפּט דער מוטערס אױגן ― און דאָס בילד האָט אים, ער מוז זיך מודה זײַן, איבערראַשט אינצװײען: ערשטנס האָט זיך אים אױסגעװיזן, אַז זי איז אים קענטלעך, אַז ער האָט זי שױן אײנמאָל ערגעץ געזען… און צװײטנס איז אים געקומען אױפֿן זינען יענע בת־מלכּה, מיט װעלכער ער האָט געפֿירט באַקאַנטשאַפֿט ייִנגלװײַז אין זײַנע כּישופֿדיקע מעשׂיות און גאָלדענע חלומות…

― דאָס איז מײַן טאָכטער, ― מאַכט צו אים די בעל־הביתטע, נאַדיעזשדאַ פֿעאָדאָראָװנאַ מיט מוטערלעכע גדלות ― זי קומט צו פֿאָרן אױף ראָזשדיעסטװאָ.

― אױף ראָזשדיעסטװאָ? ― זאָגט ער איר נאָך װי אױף אַ װידערקול און פֿאַרגלײַכט אירע אױגן צו דער טאָכטערס אױגן: װי צװײ טראָפּן װאַסער.,. נאָר װוּ האָט ער זי געזען! ניט שױן־זשע אין חלום?… און ער הײבט אָן ניט װילנדיק אַרױסקוקן אױפֿן יום־טובֿ ראָזשדיעסטװאָ גלײַך מיט אַלעמען אין דער דאָזיקער שטוב.

― װען האָבן מיר ראָזשדיעסטװאָ? ― פֿרעגט ער זיך אַלײן און דערמאַנט זיך אָבער, אַז דאָס װאָרט „מיר“ איז איבעריק. װאָס פֿאַר אַ מחותּן אַ שטײגער איז הערשל ראַבינאָװיטש מיט „ראָזשדיעסטװאָ? מיט װײַנאַכטעןweihnachten: ניטל?… און ער זעצט זיך אַװעק שרײַבן אַ בריװ צו זײַן חבֿר, צום אמתן גריגאָרי איװאַנאָװיטש פּאָפּאָװ, פֿאַר װעלכן ס'איז ניטאָ בײַ אים קײן סוד, און דעקט אױף פֿאַר אים זײַן האַרץ װי פֿאַר אַן אײגענעם ברודער:

„שעלט מיך, טײַערער גרישאַ! זידל מיך! מאַך מיך מיט דער בלאָטע גלײַך! איך האָב עס פֿאַרדינט, װאָרעם איך בין אַ נידעריקער מענטש, אַ פֿאַרדאָרבענער מענטש! שטעל דיר פֿאָר, אַז ס'איז פֿאַראַן מאָמענטן, װאָס מחמת גרױס ראָסקאָש אַ פּנים פֿאַרגעס איך, װער איך בין און װאָס איך בין און ― נאָכמער ― איך בין צופֿרידן, װאָס איך פֿאַרגעס עס, איך װיל עס פֿאַרגעסן!…“

אין אַן אַנדער אָרט שרײַבט ער אים צװישן אַנדערע זאַכן שױן אין אַ פֿרײלעכערן הומאָריסטישן טאָן:

„ביסטו ניט קײן נאַר, גרישאַ, אַז דו זאָלסט זיך דאָרט מיט אַזעלכע קלײניקײטן, װי די צרות, װאָס דו שטײסט אױס איבער דײַן ייִדישקײט, װילסט פֿאַרענטפֿערן נאַציאָנאַלע פּראָבלעמען וכּדומה אַזעלכע פּראָזאַיִשע זאַכן, אין דער צײַט װען אַהער קומט צו פֿאָרן די בת־מלכּה, װאָס געװעלטיקט אין מײַנע בעסטע חלומות?… נאָר האָב קײן מורא ניט פֿאַר מיר, איך בין ניט דו. איך װעל מיך ניט שפּילן מיט פֿײַער אַזױ װי דו… פֿאַרשטײ ― איך קאָן דיר הײַנט קײן סך ניט שרײַבן: איך אײַל מיך אױף דער פּאָסט און פֿון דאָרטן קום איך אַהײם. ― װעלן מיר פֿאָרן איר אַקעגן אױף דרײַ שליטנס, דרײַ ברענענדיקע טראָיקעס ― חי געלעבט!…“

דאָס זעקס־און־זיבעציקסטע קאַפּיטל
אױף דרײ „טראָיקעס“

דאָס איז געװען אַן אמתער אַ רוסישער װינטערדיקער פֿרימאָרגן, דער פֿראָסט האָט געסמאַליעט און געשטשיפּעט בײַ דער נאָז. דער װײַס־געפֿאַלענער שנײ האָט געפֿינקלט און געסקריפּעט. דרײַ ברענענדיקע טראָיקעס האָבן געטראָגן דרײַ ברײטע שליטנס, װאָס רופֿן זיך מיטן רוסישן נאָמען „ראָזװאַלני“. אױף אונדזער ייִדיש לשון איבערזעצן װעט עס אױסקומען: צעװאַלגערט, דאָס הײסט די שליטנס זענען אַזױ ברײט און געראַם, אַז מע זיצט אין זײ צעלײגט װי בײַם טאַטן אין װײַנגאָרטן. דאָס מיטלסטע פֿערד פֿאַרװאָרפֿן די אױערן אַהינטער, רײַסט זיך פֿון דישל אַרױס און פֿליט פֿײַל אױסן בױגן, און די צװײ זײַטיקע האָבן אױסגעדרײט די קעפּ, אײנס רעכטס, דאָס אַנדערע לינקס, און שפּרינגען משוגענערװײַז, װאַרפֿן מיט די קאָפּעטעס דעם שנײ אױף אַלע זײַטן. די צענדליקער גלעקעלעך, װאָס מע האָט אױף זי אָנגעהאַנגען, קלינגען זײער זילבערנעם ניגון, און דער קוטשער, דער פֿאָניע מיטן ברײטן הינטן און מיט דער צעקעמטער באָרד, שמײַסט ניט די פֿערדלעך, נאָר ער האָט אָפּגעלאָזט די לײצעס און קנאַקט צו מיט דער צונג: „אַי ליולי מאַלינאַ“, און די װאָס זיצן צעלײגט אין די שליטנס, רעכט אײַנגעהילט אין די טײַערע סױבלען, אין די װאַרעמע פֿוקסן, סקונקעס אָדער טכױרן, קױם־קױם װאָס זײ האָפּן דעם אָטעם ― װאַנקאַ, האַלט מיך צו! ― אָט דאָס איז די רוסישע טראָיקע, װאָס נאָר אַ רוסישער קאָן פֿילן דעם אמתן טעם און אָפּשאַצן.

אונדזער געמאַכטער פּאָפּאָװ, װאָס איז געזעסן גלײַך מיט אַלע כּלומרשט צעלײגט אין אײנע פֿון די דרײַ ברײטע צעװאַלגערטע שליטנס ― „ראָזװאַלני“ ― און געטראָגן זיך פֿײַל אױסן בױגן אין אײַנע פֿון די דרײַ טראָיקעס, האָט דעם אמתן רוסישן טעם נישט געפֿילט, זײַן קאָפּ איז געװען נישט דאָ. זײַנע געדאַנקען זענען געװען װײַט פֿון דאַנען. ער האָט סך־הכּל מיט אײן האַלבע שעה פֿריִער אָפּגענומען פֿון דער פּאָסט אַ פּאַקעט פֿון זײַן חבֿר גרישאַ, און דאָרט איז געװען אַ בריװל צו אים פֿון דער הײם, פֿון זײַן עלטערן ברודער אַבֿרהם־לײב, װאָס האָט אַ טבֿע, אַז ער שרײַבט, שרײַבט ער צום מײנסטן טרױעריקע זאַכן און װאַרפֿט אױף אײַך אַ מרה־שחורה אױף אַ גאַנצן טאָג.

אַ טײל פֿון דעם דאָזיקן בריװל ברענגען מיר דאָ אַלס מוסטער:

„― ― גם זײַ װיסן, אַחי יקירי, אַז פֿון דעם געלט, װאָס דו האָסט געשיקט דעם טאַטן, איז שױן לאַנג נישטאָ קײן זכר, מע האָט געמוזט צולײגן צו זײ נאָך אַ פֿופֿציקער און אַװעקשיקן צו אונדזער שװאָגער װעלװל דעם שלימזל, װאָרעם מע האָט זיך אַרומגעקוקט אױף אים, אַז ער גײט ניט אונטער אונטערן זאַקאָן, און מע משלחט אים אַרױס מיט דרײַ קינדערלעך, כאָטש נעם אַ טאָרבע און גײ איבער די הײַזער… און אונדזער צװײטער שװעסטער פֿײגע־לאה מוז מען אױך אַלע מאָל אונטערשיקן אַ פּאָר קערבלעך, אַז דערצו איז זי נאָך נישט געזונט אױך ― זי שרײַבט, אַז זי באַדאַרף אַ רעפּאַראַציע, אַזױ װי מע באַדאַרף לעבן אױף דער װעלט. זי זאָל האָבן, זאָגט זי, מיט װאָס, װאָלט זי זיך דורכגעפֿאָרן, זאָגט זי, צו דיר, דו זאָלסט זײַן מיט איר, זאָגט זי, בײַ פּראָפֿעסאָרן; פֿאַראַן בײַ אײַך, זאָגט זי, באַרימטע פּראָפֿעסאָרן, האַלטן מיר זײ אָפּ: „סידי דאָמאַ טאַ נע ריפּײסיאַсиди дома да не рыпайся: בלײַב אין דער הײם און װאַרף זיך ניט“, װאָרעם צו דיר פֿאָרן איז, אַחוץ װאָס סע שמעקט מיט הוצאָות, שמעקט עס נאָך מיט גײן צוריק מיטן עטאַפּ… גם זײַ װיסן, אַחי יקירי, אַז פּרנסה איז איצט שטאַרק געשלאָגן. און אַ נאַטשאַלניק סטאַנציע האָט אונדז גאָט געגעבן, מעג אים גאָט געבן אַ נײַע נשמה ― אַזאַ המן איז דאָס! האָט פֿײַנט אַ ייִדן מיט סכּנות ― נאָר װוּ האָט מען ליב אַ ייִדן?: פֿון די שײנע נײַעסן אױף ייִדן, װאָס מע הערט זיך הײַנט אָן אַלע טאָג ברוך־השם, באַדאַרף איך דיר ניט שרײַבן. דו װײסט עס אָן מיר… גם, אַחי יקירי, לאָזט דיר דער טאַטע נאָך אַ מאָל הערן, אַז זיבן טאָג אין שבֿט האָבן מיר יאָרצײַט נאָך דער מאַמע ע″ה, בכדי דו זאָלסט ניט פֿאַרגעסן קדיש זאָגן. מע מעג זיך זײַן ניט נאָר אַ האַלבער סטודענט, אַ דאַנטיסט, נאָר אַפֿילו אַ גאַנצער סטודענט און אַפֿילו שױן גאָר אַ דאָקטאָר ― פֿונדעסטװעגן אײנס צום אַנדערן געהער זיך ניט אָן, יאָרצײַט איז יאָרצײַט…“

אַ מאָדנע זאַך! אַלע מאָל, װען ער באַקומט אַ בריװ פֿון זײַן עלטערן ברודער, מוז אים װערן נישט גוט אױפֿן האַרצן. אַבֿרהם־לײב האָט אַ מיאוסע טבֿע ― אַ טבֿע פֿון אַ „װאָראָנע“: קײן גוטס װעט איר פֿון אים קײנמאָל נישט הערן. דעם טאַטנס בריװ זענען שױן אַ סך װײכער און אָנגענעמער צו לײענען. אױף לשון קודש שרײַבט ער צו אים געװײנטלעך:

„לבֿני היקר כּמר צבֿי הירש נ″ינרו יאיר! אַחר פּ″שפּריסת שלום כּנהוג אודיעך, אַז מיר זענען ברוך־השם אַלע בקװ החײם והשלום, ומן האָטפּראַװקיסотправка: ליפֿערונג אודיעך, אַז ס'איז ניט יותר טובֿ כּמו פֿאַראַיאָרן. יתּן השם־יתברך דרך טובֿ, כּי הבלאָטעס זענען אצלנו עד אין־לשער, והפּאָדװאָזподвоз: צושטעל איז דעריבער ביוקר גדול. רק זאָלסט ניט האָבן חס־ושלום קײן עגמת־נפֿש. השם־יתברך װעט געבן פּאָגאָדע טובֿה און עס װעט זיך אם־ירצה־השם אַלצדינג פֿאַרבעסערן אױף אונדז און אױף כּל ישׂראל און הלװאַי מע זאָל הערן נאָר בשׂורות טובֿות ישועות ונחמות. יותר אין לחדש רק חײם ושלום.

ממני אָבֿיך דו″ש והצלחתּך משה ב″ר צבֿי הירש ראַבינאָװיטש“.

אמת, דאָס דאָזיקע לשון־קודש איז עפּעס ניט אַזױ גאָר פֿױגלדיק, און די נײַעס, װאָס דער פֿאָטער שרײַבט אים, זענען ניט פֿיל בעטער און פֿרײלעכער פֿון דעם, װאָס דער ברודער שרײַבט אים. דערפֿאַר איז אָבער דער טאָן אַן אַנדערער. צו װאָס האָט אים אַבֿרהם־לײב באַדאַרפֿט דערמאַנען נאָך אַ מאָל, אַז זיבן טאָג אין שבֿט האָט ער יאָרצײַט?… מער װי אַלצדינג האָט אים צעדרײט די ידיעה, אַז זײַן שװעסטער איז קראַנק און קלײַבט זיך צו אים צו גאַסט. אַ שײן פּנים װעט ער האָבן ― טראַכט ער זיך ― טאָמער הײבט זי זיך טאַקע אױף און קומט צופֿאָרן און טרעפֿט אַנשטאָט אים זײַן חבֿר גרישאַ?!… עס װאַרפֿט אים אַזש אַרײַן אין אַ פֿיבער פֿון אַזאַ געדאַנק… ער װעט שױן אַװעקשרײַבן זײ אַ גוט בריװל אַהײם, אָנזאָגן צען מאָל, אַז קײנער פֿון זײ זאָל זיך ניט דערװעגן קומען צו פֿאָרן אין דער שטאָט, װוּ אַ ייִד טאָר אַפֿילו קײן נאַכט ניט איבערנעכטיקן… „ניט שױן־זשע ― טראַכט ער זיך זיצנדיק אין שליטן ― ניט שױן־זשע װעט מען אים ניט לאָזן צו רו, ער זאָל קאָנען זאָגן, אַז ער האָט כאָטש אײן יאָר געלעבט װי אַ מענטש, אָן מורא פֿאַרן מאָרגעדיקן טאָג, אָן געדאַנק פֿון, פּראַװאָזשיטעלסטװע? און אָן באַלײדיקונג אױף יעדן טריט און שריט?…“

די דאָזיקע באַלײדיקונגען ליגן אים אין טעם נאָך פֿון אַמאָל, פֿון דער צײַט װאָס ער איז געװען אין גימנאַזיע דאָס ערשטע יאָר, אײדער ער האָט זיך נאָך ניט געהאַט באַקענט נאָענט מיט זײַן חבֿר, דעם אמתן גרישאַ פּאָפּאָװ, װער עס האָט געהאַט גאָט אין האַרצן. ― דערמאַנט ער זיך ― דער האָט אים אָנגערירט. זײַן נאָמען „הערשקאָ“ האָט אַרױסגערופֿן אַזאַ גדולה, גלײַך װי גאָט װײס װאָס אין דעם נאָמען שטעקט אַזעלכעס… דער לערער אַלײן האָט אױך ליב געהאַט זיך שפּילן מיטן דאָזיקן נאָמען. אַלע תּלמידים זענען אַרױסגערופֿן געװאָרן נאָר בײַ דער פֿאַמיליע אַלײן. אים פֿלעגט מען אַרױסרופֿן מיט בײדע נעמען: „ראַבינאָװיטש הערשקאָ“ (ראַבינאָװיטש אַלײן איז קאַרג!), נאָר, אַ פֿױלער האָט נישט געגעבן הערשקען אַ שמיר איבער דער נאָז, אַ צי בײַם אױער, אַ פֿאָר אַרײַן אין זײַט, אַ דערלאַנג איבער האַלדז און נאַקן, אָדער אונטערגעשטעלט אַ פֿיסל, אָדער גאָר צעלײגט און געװאָלט אָנשמירן אים די ליפּן מיט חזיר. פֿון דעם אָנשמירן אים די ליפּן מיט חזר האָט זיך אײגנטלעך גענומען זײַן גוטפֿרײַנדשאַפֿט מיט גרישאַ פּאָפּאָװ. עס האָט זיך באַדאַרפֿט מאַכן אַזױ, אַז גרישאַ פּאָפּאָװ זאָל אָנקומען אַקוראַט אױף דער סצענע, װי דער זשידיאָנאָק הערשקאָ ליגט אין הױף פֿון גימנאַזיע אױף דער ערד און אַ פּאָר צענדליק חבֿרים שטײען איבער אים און עס הערט זיך אַ געשרײ: „חזיר גיט אַהער! חזיר! װעלן מיר אים אָנרײַבן די פּיסקעס!“… גרישאַ פּאָפּאָװ, װעלכן אַלע האָבן געקענט און פֿאַר װעלכן מע האָט דרך־ארץ געהאַט אין גימנאַזיע, האָט מיט אײן הוק צעטריבן די גאַנצע כאַליאַסטרע און אױסגעלײזט דעם זשידיאָנאָק הערשקאָ פֿון זײערע הענט און נאָך אױסגעזידלט גוט די װײַסע־חבֿרהניקעס: װי שעמט מען זיך ניט מיט גװאַלד אָנהענגען אַ מענטשן דאָס, װאָס דער „זאַקאָן“ הײסט אים ניט?“…

דאָס איז געװען אײנמאָל. דאָס אַנדערע מאָל האָט אים זײַן פֿרײַנד גרישאַ אױסגעלײזט פֿון אַ סך אַ גרעסערע צרה, אַזױ װי הערשקאָ איז געװען, נישט קוקנדיק דערױף װאָס ער איז אַ זשידיאָנאָק, דער ערשטער אין זײַן קלאַס, האָבן זײַנע חבֿרים געװוּסט, אַז װיבאַלד עפּעס אַ האַרבע זאַך, באַדאַרף מען זיך װענדן צו הערשקען. הערשקאָ װײס אַלצדינג: „הער נאָר דו, הערשקאָ, פֿאַרװאָס קומט ניט אױס בײַ מיר די זאַדאַטשעзадача: פּראָבלעם כאָטש געב איר אַ קרענק?“ אָדער: „נאַ, הערשקאָ, שרײַב מיר אָן, נאָר מאַך אַזױ, מע זאָל ניט דערקענען, אַז ס'איז דו“…

פֿאָרן עקזאַמען האָט מען אים שיִער ניט צעריסן אױף שטיקלעך. און אױפֿן עקזאַמען גופֿא האָט מען אים ממש צעטראָגן די בײנער. די קאָמיסיע האָט פֿאַרגעבן דעם קלאַס אַ שטיקל אַרבעט, װאָס קײן אײנער אױסער הערשקען האָט נישט געקאָנט פֿאַרטיק װערן. פֿאַרשטײט זיך, אַז אַלע אױגן זענען געװען געקערט אין אײן פּינטעלע אַרײַן, דאָס פּינטעלע איז געװען דער זשידיאָנאָק הערשקאָ. פֿריִער האָט מען נאָר געקוקט אױף אים שטאַרק און געװוּנקען מיט די אױגן. דערנאָך האָט מען אָנגעהױבן צו אים פֿון דער װײַטן באַװײַזן אַלערלײ סימנים מיט די פֿינגער. דערנאָך שושקען און מאָדנע מאַכן מיט די ליפּן, דערנאָך האָט מען אָנגעהױבן אײנער דורכן אָנרעדן איבערגעבן אים צונױפֿגעדרײטע פּאַפּירלעך… און הערשקאָ האָט אַלעמען באַפֿרידיקט אױפֿן בעסטן אופֿן. פֿריִער פֿון אַלע האָט ער געװײנלעך באַזאָרגט זײַן חבֿר און זײַן פֿרײַנד גרישאַ פּאָפּאָװ, און דערנאָך שױן די איבעריקע חבֿרים אײנס נאָכס אַנדערע, און דער עקזאַמען װאָלט אָפּגעלאָפֿן כּשר־וישר װי אַלע עקזאַמענס, װען עס זאָל זיך ניט געװען אַרײַנמישן דער שׂטן און עס זאָל זיך ניט טרעפֿן אַ מעשׂה, װאָס קײנער איז אײגנטלעך אין דעם ניט געװען שולדיק.

באַשערט געװען אונדזער הערשלען אַן אומגליק, האָט אים גאָט געגעבן אַ חבֿר, אײנעם אַ קאָטיעלניקאָװ, אַ בחור שױן צו לײַטן, אַן אַלט־געזעסענער, דאָס הײסט אַזעלכער, װאָס זיצט צװײ יאָר אין אַ קלאַס און קען אַלײן נישט אַריבער בשום אופֿן, מע מוז אים שלעפּן פֿאַר די אױערן, און מחמת דער קאָטיעלניקאָװ איז קײן עין־הרע אַ געװוּקסיקער, האָט אים דער לערער אַװעקגעזעצט, ער זאָל ניט שטערן די קלענערע, אױף דער סאַמע לעצטע פּאַרטעпарта: שרײַבטיש, און מחמת דעריבער האָט זײַן צעטעלע אַ ביסל פֿאַרשפּעטיקט צו הערשקען. עס האָט אים נישט געהאָלפֿן נישט קײן װינקען מיט די אױגן, נישט קײן מאַכן מיט זי ליפּן, נישט קײן הוסטן, נישט קײן שאַרן מיט די פֿיס. זײַן צעטעלע איז אים אַזױ גיך צוריק נישט אָנגעקומען, איז ער געװאָרן אַרױס פֿון די כּלים און האָט אָנגעשריבן אַ נײַ צעטעלע, נישט איבערגעגעבן פֿון אײנעם צום אָנרעדן. ס'איז אים נימאס געװאָרן די מלאָכה. האָט ער געגעבן אַ שלײַדער דאָס צעטעלע שױן מיט כּעס גלײַך צו הערשקען און געטראָפֿן אַקוראַט דעם דירעקטאָר אין באָרד אַרײַן. דער דירעקטאָר האָט זיך ניט געפֿױלט, אױפֿגעהױבן דאָס צעטעלע, אױפֿגעװיקלט און צו זײַן גרױס דערשטױנען האָט ער איבערגעלײענט די דאָזיקע װערטער: „פֿאַרשאָלטענער זשידיאָנאָק! אַלעמען דעם גאַנצן קלאַס האָסטו געמאַכט די זאַדאַטשע, נאָר מיר ניט. װאַרט, מע װעט דיר שױן ברעכן אַ בײן. קאָטיעלניקאָװ.“

אַז ס'איז אַרױס דערפֿון אַ מוראדיקער סקאַנדאַל ― איז איבעריק צו זאָגן. עס האָט געהאַלטן דערבײַ, אַז דער גאַנצער קלאַס זאָל האָבן אַ פּסק, און דער לערער אַ מיאוסע נאָז, און פֿונעם ייִדן שמועסט מען ניט. ער איז דאָך דער גאַנצער חײבֿ, ראַבינאָװיטש װאָלט זיכער אַרױסגעפֿלױגן פֿון גימנאַזיע, װען ניט זײַן חבֿר, איװאַן איװאַנאָװיטש פּאָפּאָװס זונדל… מיט נסים־ונפֿלאָות איז דער סקאַנדאַל צעריבן געװאָרן און די גאַנצע מעשׂה פֿאַרגעסן געװאָרן, קײן זכר נישט געבליבן, אַ פּנים, אַז דער כּוח פֿון „זכות־אָבֿות“ אין נישט קײן קלײניקײט און אַז אַ רעכטע פּראָטעקציע האָט נאָך בײַ אונדז אַ שטיקל ממשות…

דאָס אי אָבער געװען נישט דאָס אײנציקע און נישט דאָס לעצטע פּעקל, װאָס אונדזער אמתער ראַבינאָװיטש האָט איבערגעטראָגן, ביז ער האָט געענדיקט די גימנאַזיע. גענוג פּחדים האָט ער געהאַט אױסצושטײן ביזן אַטעסטאַט. גענוג „געפּאָקט“ און „געמאָזלט“, ביז ער האָט דערלעבט זען די מעדאַל, װאָס איז געשטאַנען װיפֿל מאָל אין סכּנה, אױף אַ װאָגשאָל: אַ מעדאַל אָדער נישט קײן מעדאַל… ― און װאָס איז דער סוף? ― טראַכט ער זיך ― דער סוף איז, אַז דעם געמאַכטן ראַבינאָװיטש מיט זײַן מעדאַל האָט מען די טיר פֿון אוניװערסיטעט פֿאַרהאַקט אונטער דער נאָז און געבעטן מחילה, ער זאָל זיך פֿאַרשרײַבן פֿאַר אַ דאַנטיסט, אַניט זײַט־זשע מוחל, רב הערש ב″ר משה, מיט דעם רעכטן פֿוס ― מאַרש מיטן עטאַפּ אין שקלאָװער גובערניע…

און דער געפֿעלשטער פּאָפּאָװ דערמאַנט זיך אין זײַן חבֿר, דעם אמתן פּאָפּאָװ, און אָן די בריװלעך, װאָס ער שרײַבט אים פֿון די לײדן מיט די צרות, װאָס ער שטײט נעבעך דאָרטן אױס ― און ער מאַכט צו זיך אַלײן: „נו, גרישוטקאַ? הײַנט װעסטו שױן װיסן, װאָס הײסט זײַן אַ ייִד?… װעסט שױן דאַכט מיר פֿאַרזאָגן אַ צענטן, ― אױב דו װעסט נאָר קײן חרטה נישט האָבן פֿאַרן יאָר, ― אַזעלכע קאַטאָװעסן נישט שפּילן און אַזעלכע שפּאַסן נישט צו טרײַבן מער“…

אָט דאָס זענען געװען די מחשבֿות, אין װעלכע אונדזער הערשל פּאָפּאָװ איז געװען פֿאַרטאָן, זיצנדיק צעװאַלגערט אין ברײטן שליטן. אױפֿגעװאַכט האָט ער ערשט דעמאָלט, אַז מע איז געקומען צו פֿליִען מיטן קנאַק, אַלע דרײַ טראָיקעס צום װאָקזאַל און עס האָט אַרױסגעשאָטן די גאַנצע משפּחה פֿון פֿעאָקטיסט פֿעדאָסײיִטש באַרדאָ־בראַדאָװסקי מיט די קינדער מיט אַלע לערערס און לערערינס און מיטן הונט „גליוק“ אױף צופֿריִער.

דאָס זיבן־און־זיבעציקסטע קאַפּיטל
דער כּוח פֿון אַ נאָמען

אױף די זעלבע דרײַ טראָיקעס, אין די זעלבע דרײַ צעלײגטע שליטנס ― „ראָזװאַלני“ ― האָט זיך די משפּחה באַרדאָ־בראַדאָװסקי מיטן זעלבן קנאַק געטראָגן פֿון װאָקזאַל צוריק אַהײם מיטן נײַ אָנגעקומענעם לאַנג דערװאַרטן גאַסט ― מיט סאָשען. דער ערשטער, װאָס האָט אָנגעזאָגט די בשׂורה, אַז סאַשאַ איז דאָ, איז געװען נישט קײן אַנדערער, נאָר „גליוק“ װאָס האָט מיט זײַן הינטישן חוש־הריח נאָך פֿון דער װײַטן אָנגעשמעקט סאָשעס טריט בײַ איר ערשטן אַרױסשטעלן איר קלײן פֿיסל פֿון װאַגאָן ערשטע קלאַס. גליוקס פֿרײד האָט נישט געהאַט קײן שיעור און קײן ערך. ער האָט זײַן אומגעלומפּערטע, באמת נישט־געקינצלטע שׂימחה אַרױסגעװיזן אױף זײַן הינטישן שטײגער מיט אַזאַ מין התפּעלות, מיט אַזעלכע גװאַלדן און קװיטשערײַען, ער האָט זיך אַזױ געװאָרפֿן פֿון סאָשען צו אירע עלטערן און פֿון די עלטערן צו סאָשען, אַז פֿעאָקטיסט פֿעדאָסײיִטש האָט אים געמוזט עטלעכע מאָל דערמאַנען אױף דײַטש, װי אַלע מאָל: „גליוק! בלײַבסט רויִק“… איצטיקס מאָל האָט דאָס אָבער װינציק־װאָס געהאָלפֿן. װי קען גליוק בלײַבן רויִק, אַז ס'איז געקומען, גאָר פּלוצעם אומגעריכט װי פֿונעם הימל אַראָפּגעפֿאַלן, אַזאַ גאַסט, אַזאַ אַן אָנגעלײגטער גאַסט? גוט איז זײ, אַז זײ האָבן געװוּסט, אַז סאַשאַ קומט ― זײ האָבן געהאַט אַ דעפּעש נאָך פֿון נעכטן. גוט איז זײ, אַז בײַ זײ איז געװען אױסגערעכנט די שעה און די מינוט, װען זי באַדאַרף אָנקומען. אָבער גליוק? פֿון װאַנען זאָל ער װיסן, אַז גראָד איצט, אין דער מינוט, װעט זיך דערהערן אַ באַקאַנטער ריח פֿון באַקאַנטע טריט און דער ריח װעט אים ברענגען גלײַך צו פֿירן צום װאַגאָן, פֿון װאַנען עס װעט אַרױס זײַן פֿרײַנד סאַשאַ? די אײגענע סאַשאַ, װאָס ער האָט אַזױ ליב געהאַט תּמיד, פֿון זינט ער געדענקט זיך פֿאַר אַ הונט, און װאָס האָט תּמיד אַזױ ליב געהאַט אים, גליוקן? װער האָט גליוקן געהאָדעװעט מיט גאַנצע שטיקער שאָקאָלאַד, אַז ניט סאַשאַ? װער האָט אים געגלעט, געבאַלעװעט און געקעכלט און בגנבֿה געקושט, אַז גליוק איז נאָך געװען אַזאַ קלײניטשקער, אַז ער האָט נאָך געקאָנט שפּאַצירן אונטערן טיש! װער האָט אים אױסגעלערנט אַ גאַנצן רעפּערטואַר פֿון קונצשטיקלעך, װאָס ניט אַיעדער הונט קאָן זיך באַרימען, אַז ער װעט עס נאָכמאַכן, אַז ניט סאַשאַ? װאָס איז דער װוּנדער, װאָס נאָך איר אַװעקפֿאָרן איז גליוק אַרומגעגאַנגען עטלעכע טעג דורכאַנאַנד װי אַ צעטומלטער? זײַן הינטישער פֿאַרשטאַנד האָט בשום אופֿן נישט געקאָנט אַרומנעמען, װוּ האָט דאָס פּלוצעם געקאָנט אַהינקומען אָט די, װעלכע האָט אים געבאַלעװעט, געקעכלט און אַרומגעפֿירט זיך מער װי אַלע אַנדערע! גליוק האָט זי שױן אױסגעשמעקט אין איטלעכס װינקעלע. ער איז שױן אַזש געװאָרן מרה־שחורהדיק און כּמעט אױפֿגעהערט עסן. און ליגנדיק אױף דער ערד אײַנגענורעט די מאָרדע אין די פֿעדערשטע לאַפּעס, האָט ער ניט אײן מאָל געזען סאַשען אין חלום און זײַן הינטיש האַרץ האָט געװײנט אין אים שטילערהײט. נישט ער האָט דאָס געקאָנט עמיצן אַרױסגעבן, נישט קײנער איז געװען ביכולת אים צו טרײסטן. װאָס־זשע איז דער חידוש, װאָס גליוק האָט זיך איצט אַזױ דערפֿרײט, אַז ער װערט אַזש שיִער משוגע! װאָס איז דער חידוש, װאָס ער בײַסט זיך אַזש אַלײן די לאַפּעס פֿאַר גדולה! װאָס ער כאַפּט די ערד, װאַרפֿט זיך און קײַקלט זיך, ממש ער װערט די כּפּרה?

גליוקס פֿרײד איז געװען נאָך גרעסער, אַז ער האָט דערזען אַז זײַן פֿרײַנד סאַשאַ האָט אים, גליוקן, דערקענט און ניט פֿאַרגעסן, אַזױ װי ער האָט זי ניט פֿאַרגעסן, און אַז זי איז אים געבליבן געטרײַ, אַזױ װי ער, גליוק, איז איר געבליבן געטרײַ. אָ, טײַערע, טײַערע! אָט שפּרינגט ער איר אַריבער איבערן קאָפּ! אָט טוט ער זיך אַ װאָרף און ציט זיך אױס װי לאַנג ער איז פֿאַר איר אױף דער ערד! אָט קושט ער איר די שפּיץ פֿון די שמעקנדיקע שיכעלעך! און אָט כאַפּט ער זיך אױף און שפּרינגט איבער דרײַ מאָל איבער זיך אַלײן מיט אַ קװיטש: „װאָס שװײַגט איר, מענטשן אַזאַ גאַסט! אַזאַ טײַערער גאַסט ― סאַשאַ!…“

נאָר פֿון די מענטשן האָט זיך קײנער אױפֿן הונט נישט אַרומגעקוקט. אַלע זענען געװען פֿאַרנומען מיטן גאַסט. יעדער האָט באַטראַכט דעם גאַסט, געפֿונען, אַז סאַשאַ האָט זיך אין דער קורצער צײַט שטאַרק פֿאַרענדערט, אױסגעװאַקסן, שענער געװאָרן… סאַשאַס בעקלעך, װאָס האַלטן אַזױ אױך אין רעכטן בליִען, װי די רױזן אין חודש מאַי, װערן פֿון אַזאַ קאָמפּלימענט נאָך בליִענדיקער. „ניט שױן־זשע שענער געװאָרן?“… סאַשאַ װײסט אַלײן, אַז זי איז שײן. עס איז בײַ איר גאָר קײן נײַעס ניט. נאָר פֿונדעסטװעגן איז דאָס גאַנץ אָנגענעם צו הערן אַן איבעריק מאָל, דערױף איז מען דאָך אַ מײדל“… זי באַגעגנט יעדן אײנציקן פֿון דער כאַליאַסטרע, װי מע באַגעגנט זיך מיט אַלטע באַקאַנטע, האָט פֿאַר יעדן באַזונדער אַן אַנדער װאָרט, אַ געלעכטער, אַ שטיפֿערײַ, אַ װערטל אָדער אַ שמײכל,.נאָר אַז מע האָט איר פֿאָרגעשטעלט דעם נײַעם רעפּעטיטאָר גריגאָרי איװאַנאָװיטש פּאָפּאָװ, האָט זי אים קױם־קױם געשענקט אַ קוק פֿון אירע שײנע אױגן ― איז דאָס אַן ערנסטן קוק, ― אין אײן אױגנבליק האָט זי אים באַטראַכט פֿון אױבן ביז אַראָפּ און שטיל אַ פֿרעג געגעבן בײַ דער מוטער: „אַ גרוזין?“

נײן, טײַערע, ניט קײן גרוזין, דװקא אַ רוסישער, פּאָפּאָװ“ ― האָט איר די מוטער אָפּגעענטפֿערט אױך שטיל, און סאַשאַ האָט װידער גענומען רעדן הױך, לאַכן, שטיפֿן און אַרײַנגעזעצט זיך מיט די פֿאָטער און מוטער אין זײער שליטן אַרײַן, און די איבעריקע משפּחה נאָך זײ און אַלע דרײַ טראָיקעס האָבן זיך געלאָזט מיט דעמזעלבן גאַלאָפּ צוריק.

„אָט דאָס איז זי, אָט די סאַשאַ!“ ― טראַכט זיך נאָכדעם דער רעפּעטיטאָר פּאָפּאָװ, װאָס האָט קײן צײַט נישט געהאַט אַפֿילו זי רעכט צו באַקוקן. אַזױ איבערראַשט איז ער געװען.

איבערראַשט איז ער געװען נישט אַזױ פֿון איר שײנקײט, װאָס האָט אַ סך מאָל איבערגעשטיגן איר פּאָרטרעט, װי פֿון דעם, װאָס ער װאָלט געמעגט שװערן אַז ער האָט זי ערגעץ געזען, נאָר ער קאָן זיך נישט דערמאַנען װוּ און װען…

אַ גאַנץ װעג צוריקפֿאָרנדיק הערט ער נישט אױף צו טראַכטן װעגן דער אָנגעקומענער סאַשאַ: װי װאָלט זײַן, װען ער איז טאַקע דער אמתער, ניט דער געפֿעלשטער פּאָפּאָװ?… און נישט װילנדיק דערמאַנט ער זיך אינעם בריװ, װאָס ער האָט הײַנט באַקומען פֿון זײַן עלטערן ברודער, װעלכער דערמאַנט אים נאָך אַ מאָל, װען ער האָט יאָרצײַט נאָך דער מאַמע… און װעגן זײַן שװאָגער, װאָס מע שיקט אַרױס, דערמאַנט ער זיך, און װעגן דער שװעסטער, װאָס קלײַבט זיך דורכפֿאָרן צום פּראָפֿעסאָר אױף אַ רעפּאַראַציע, און װעגן די איבעריקע גוטע בשׂורות, װאָס מע שרײַבט אים פֿון דער הײם ― און עס פֿאַרדריסט אים, פֿאַרװאָס ער קאָן זיך נישט אָפּרײַסן אױף אַ מינוט אַפֿילו פֿון די דאָזיקע אַלע װאָכעדיקע טרױעריקע בילדער, און פֿאַרװאָס מע דערמאַנט עס אים אַלע מאָל, ער זאָל חלילה ניט פֿאַרגעסן…

נאָר דאָס אַלײן, װאָס ער װאָלט אַ בעלן זײַן פֿאַרגעסן, פֿאַרדריסט אים נאָך מער. למאַי זאָל ער װעלן פֿאַרגעסן, װאָס אין דער הײם טוט זיך! װי טאָר ער פֿאַרגעסן, אַז ער איז דאָ אַ גאַסט אױף גאָר אַ קורצע צײַט? װי טאָר ער פֿאַרגעסן, אַז דאָס, װאָס ער און זײַן חבֿר גרישאַ האָבן אױפֿגעטאָן, איז נישט מער װי אַ פּלאַטשיקער שפּאַס, װאָס דאַרף אַװעק אינאײנעם מיטן לױפֿנדיקן יאָר; אַ שפּאַס, װאָס אױב ער האָט נאָך אַ זין פֿאַרן אמתן פּאָפּאָװ, האָט ער פֿאַר אים, פֿאַרן געפֿעלשטן פּאָפּאָװ, קײן שום זינען ניט. אַדרבא, אָט דאָס פֿרײַע, ברײטע, געזיכערטע, גליקלעכע לעבן צװישן די דאָזיקע גליקלעכע, געזיכערטע, געװאָרנטע מענטשן קאָנען אים נאָך ברענגען דערצו, אַז זײַן אומקערן זיך צוריק צו זײַן פֿריִעריקן ייִדישן לעבן זאָל זײַן טױזנט מאָל שװערער און אומדערטרעגלעכער װי געװען. צו װאָס האָט אים גענוצט דער דאָזיקער שפּאַס! צו װאָס האָט ער געדאַרפֿט די דאָזיקע קאָמעדיע? מיט װאָס קאָן זיך עס אױסלאָזן… נאָר באַלד קומט אים אַקעגן דער געשטאַלט פֿון דער אָנגעקומענער סאַשאַ און ער דערפֿילט אַ װאַרעמען שטראָם אין האַרצן, װי אַ מענטש, װאָס איז געװען פֿאַרטראַכט און עס קומט אים אױפֿן זינען פּלוצעם אַ זאַך, װאָס איז אים אַזױ טײַער און אַזױ נאָענט און װאָס ער װאָס גאָר געהאַט דערפֿון פֿאַרגעסן…

געקומען פֿון װאָקזאַל אַהײם, האָט די גאַנצע משפּחה װידער זיך צונױפֿגעקליבן אַלע בײַ אײן טיש, װוּ סאַשאַ איז געװען דער צענטער, אַלע האָבן געקוקט אױף סאַשען, אַלע האָבן אױסגעהערט סאַשען, אַלע האָבן זיך געװענדט צו סאַשען. און סאַשאַ האָט געטאָן עטלעכע. אַרבעט מיט אַמאָל: גערעדט, געהערט, געגעסן, געלאַכט, אױסגעפֿרעגט אַלעמען און אָפּגעענטפֿערט אַלעמען, נישט דורכגעלאָזט קײנעם, געשענקט גליוקן אױך אַלע מאָל אַ גלעט מיט איר קלײן הענטל איבערן קאָפּ און אַ זאָג צו אים פֿאַרבײַגײענדיק, װי מע זאָגט צו אַ קלײן קינד, צונױפֿגענומען די ליפּן: „דוסיאַдуся: נשמה!“

גליוקן איז, װײַזט אױס, געפֿעלן די מעשׂה, איז ער געקראָכן אַלע מאָל נעענטער צום גאַסט, זיך גאָר קײן אָרט נישט געפֿונען, גערעכנט אַ פּנים, אַז סאַשאַ איז געקומען אַהער אינגאַנצן צוליב אים. דער חבֿרה־מאַן איז פֿאַרגאַנגען אַזױ װײַט, אַן מע האָט דעם כּלבֿ שבכּלבֿים געמוזט אָננעמען פֿאַר אַן אױער און מיט גרױס כּבֿוד אַרױספֿירן פֿון חדר. עס האָט אָבער נישט געדױערט אַזױ פֿיל װיפֿל דאָס אָנשרײַבן פֿון די דאָזיקע װערטער, איז גליוק שױן װידער געלעגן נעבן סאַשאַס קלײנע פֿיסלעך, איצטיקס מאָל שטיל װי אַ סטאַטיק, און געקוקט אין אַ זײַט אַ ביסל װי ברוגזלעך: „דאַכט זיך שױן צײַט, מע זאָל אים קענען, אַז ער איז ניט פֿון יענע הינט, װאָס מע באַדאַרף זײ פֿירן פֿאַר די אױערן“…

אױסער סאַשען האָבן אױך אַלע אַנדערע זײער לעבעדיק גערעדט, די גאַנצע משפּחה. יעדער באַזונדער האָט געהאַט װאָס צו זאָגן, אַפֿילו פּעטיאַ און סיעריאָזשאַ האָבן געהאַט װאָס צו דערצײלן, נישט גערעדט האָט נאָר אײן פּאַרשױן ― דער רוסישער רעפּעטיטאָר גריגאָרי איװאַנאָװיטש… ער האָט װי אַלע מאָל מער צוגעקוקט, װאָס אַנדערע טוען, און מער צוגעהערט, װאָס אַנדערע רעדן, און װי אַלע מאָל באַװוּנדערט און מקנא געװען זײ נישט אַזױ אױף זײער רײַכקײט און נישט אַזױ אױפֿן שיק, װי אױף זײער נישט געמאַכטער לעבעדיקײט, ברײטקײט, רויִקײט, זיכערקײט, באַװאָרנטקײט און הײמלעכקײט. „קאָן זיך דען פֿילן אַזױ אַ ייִד? דער רײַכסטער, דער גליקלעכסטער?… אַזױ האָבן זיך באַדאַרפֿט פֿילן ― טראַכט ער זיך ― סײַדן אַמאָל־אַמאָל זײַנע אור־אור־עלטערן, אין זײער אײגן לאַנד, אױף זײער אײגענעם באָדן, שױן לאַנג־לאַנג, אין שלמה המלכס צײַטן“… נאָר װוּ האָט ער געזען אָט די סאַשאַ? װי ענלעך זי איז מיט איר מוטער, צװײ טראָפּן װאַסער, איבערהױפּט די אױגן… און װי עס פּאַסט איר דער נאָמען „סאַשאַ“…

דער נאָמען „סאַשאַ“ פֿאַרנעמט אין זײַנע געדאַנקען דעם שענסטן אױבנאָן, און אין האַרצן און איבער אַלע גלידער װערט צעגאָסן אַ מאָדנע װאַרעמקײט אַלע מאָל, װען ער דערהערט עמיצן דערמאַנען אָדער װען ער דערמאַנט זיך אַלײן דעם נאָמען „סאַשאַ“. אינעם דאָזיקן נאָמען, מאָלט זיך אים אױס, הערט זיך עפּעס אַ באַזונדערער קלאַנג, אַ מוזיקאַלישער נאָמען: „סאַ־שאַ“.

דער כּוח פֿון אַ נאָמען!…

דאָס אַכט־און־זיבעציקסטע קאַפּיטל
אַ חײ־שעה

מיט סאַשאַס קומען צו פֿאָרן אַהײם איז באַרדאָ־בראַדאָװסקיס שטוב געװאָרן גאָר אַן אַנדער שטוב. דרײַ מאָל אַזױ פֿרײלעכער װי פֿריִער. און די פֿרײלעכקײט גופֿא האָט באַקומען אַן אַנדער קאָליר.

עס איז אַװעק אַ גאַנצע רײ פֿון יום־טובֿדיקע טעג און נעכט: פֿריִער „ראָזשדיעסטװאָ“, דערנאָך „נאָװיגאָדновыйгод: נײַ־יאָר“ דערנאָך „קרעשטשעניעкрещение: צװעלפֿטאָג“, ― יעדער יום־טובֿ מיט זײַן פּראָגראַם, אױסגעאַרבעט פֿון סאַשען אַלײן און באַשטעטיקט פֿון דער גאַנצער קאָמפּאַניע לערערס און לערערינס, פֿרײַלינס און גובערנאַנטינס, און פֿאַרשטײט זיך, אַז הערשל פּאָפּאָװ איז אױך געװען אין מיטן.

װי האָט ער געקאָנט אָפּשטײן פֿון חבֿרה, אַז סאַשאַ אַלײן האָט אים אײַנגעלאַדן, און דערבײַ האָט זי, װי אים האָט זיך אױסגעדאַכט, אױף אים אַזאַ קוק געגעבן מיט אירע װוּנדערלעך שײנע אױגן און האָט זיך אַז קינדעריש לעבעדיק צעלאַכט, אַז פֿאַר נאָך אײן קוק אַזעלכן פֿון אירע שײנע אױגן װאָלט ער אַװעקגעגעבן ער װײס אַלײן ניט װיפֿל…

מיט אײנעם װאָרט, דאָס איז געװען אַ מין קינדעריש־שטיפֿערישע פֿרײלעכקײט, װאָס האָט פֿונעם ערשטן טאָג אָן אַרײַנגעצױגן אין זיך אַלע און אַלעס. אַפֿילו אַזאַ גראַנד־דאַמע װי נאַדיעזשדאַ פֿעדאָראָװנאַ, און אַפֿילו אַזאַ שװערער אומגעלומפּערט מגושמדיקער פּאַרשױן װי פֿעאָקטיסט פֿעדאָסײיִטש האָבן זיך אױך אָנגענומען און געמוזט נאַריש מאַכן זיך גלײַך מיט אַלעמען, שפּילן אין פֿאַנטן, אין „צענזור“, אין „קװאַרטעט“, אין „שטעט“, און אַפֿילו אין „קעצעלע־מײַזעלע“ און אין „קװאַטש“; װוּ ערגעץ אַ קינדערש שפּילעכל ― איז דאָס איבערגעחזרט געװאָרן אין דער דאָזיקער גליקלעכער שטוב, װוּ גרױסע מענטשן האָבן זיך פֿאַרשטעלט פֿאַר קלײנע קינדער, זיך געפֿרײט װי קינדער און געװען גליקלעך װי קינדער.

פֿאַר אונדזער העלד ראַבינאָװיטש, װאָס האָט אַזױ קונציק געשפּילט די ראָל פֿון גרישאַ פּאָפּאָװ, איז דאָס אַלצדינג געװען איבערראַשנד נײ. ער האָט זיך קײנמאָל נישט געקאָנט פֿאָרשטעלן, למשל, אַז זײַן פֿאָטער, רב משה ראַבינאָװיטש, זאָל זיך אַװעקשטעלן אין מיטן העלן טאָג מיט קינדער טאַנצן, שפּילן אין באַהעלטערלעך און נאָך אַזעלכע זאַכן. ער האָט זיך גלאַט נישט געקאָנט פֿאָרשטעלן, אַז אַ ייִד זאָל װען קאָנען זײַן אַזױ פֿרײלעך, אַז אַ ייִד זאָל זיך פֿאַרגינען סתּם אין דער װעלט אַרײַן נעמען און לאַכן און זיך נאַריש מאַכן… אַפֿילו פּורים שױן אָדער שׂימחת־תּורה נעמט, װאָס איז שױן דאַכט זיך גאָר אַ מיצװה צו פֿרײען זיך, װאָס ייִדן זענען דעמאָלט שױן גאָר שיכּור־לוט, געדענקט ער אױך ניט זײַן טאַטן, ער זאָל זײַן איבעריקס פֿרײלעך. אַדרבא, ער געדענקט אים „אונטערן גלעזל“, װי ער פֿלעגט זיך דעמאָלט פֿאַרקלײַבן באַזונדער אין אַ װינקעלע פֿאַרזאָרגט, אָדער גאָר צעװײנען זיך, גיסן מיט טרערן ― ער װײס ניט אױף װאָס: צי אױף חורבן בית־המקדש, צי אױף דעם ― װאָס זײַן טאַטע איז געשטאָרבן מיט עטלעכע און דרײַסיק יאָר צוריק, געװען, זאָגט מען, אַ „װאַזשנער“ ייִד?…

אַרײַנגעכאַפּט זיך אין דער דאָזיקער שטוב, אינעם דאָזיקן פֿרײלעכן טומל, װאָס האָט ניט אױפֿגעהערט עטלעכע װאָכן דורכאַנאַנד, האָט דער געפֿעלשטער פּאָפּאָװ געפֿילט, װי עס פֿאַרכאַפּט אים דער אָטעם און עס דרײט זיך די ערד אונטער אים. און ער האָט אָנגעהױבן צו פֿאַרגעסן, אַז ער איז אַ ייִד. אױף זײַן גליק האָט ער נאָך באַדאַרפֿט אָנטרעפֿן אױף אַזאַ שטוב און אױף אַזעלכע מענטשן װאָס ניט נאָר זײ האָבן פֿײַנט אַ ייִדן, דער נאָמען ייִד איז דאָ פֿאַר אים קײן אײנציק מאָל נישט דערמאַנט געװאָרן אַפֿילו, גלײַך װי די דאָזיקע מענטשן װאָלטן גאָר ניט געװוּסט, אױב ס'איז גאָר פֿאַראַן אַזאַ באַשעפֿעניש אױף דער װעלט, װאָס מע רופֿט עס ייִד.

נאָר אײנמאָל האָט זיך אים געטראָפֿן דאָ דערהערן דעם דאָזיקן נאָמען, און ס'איז אים אַנטפֿאַלן געװאָרן דאָס געזונט. דאָס איז געװען אינעם סאַמע רעכטן ברען פֿון די װינטערדיקע ימים־טובֿים, „טאַטיאַנעס טאָג“ װערט אָנגערופֿן יענער יום־טובֿ, און סאַשאַ האָט געפּלאַנט מאַכן אַן אַרױספֿאָר אױפֿן פֿאָנישן שטײגער מיט ברענענדיקע טראָיקעס אין „סטרעלני“, אין „מאַװריטאַניע“, אָדער גאָר אין „יאַר“, װוּ עס קלײַבן זיך צונױף יונגװאַרג פֿון דער גאַנצער שטאָט און מע לעבט אַ גוטן טאָג. האָט זיך אָבער באַדאַרפֿט טרעפֿן אַזױ, אַז יענער יום־טובֿ איז אױסגעפֿאַלן פּונקט זיבן טאָג אין שבֿט, דעמאָלט װען הערשל ראַבינאָװיטש האָט, װי מיר װײסן שױן, יאָרצײַט נאָך זײַן מאַמע, און װאָס װעגן דעם יאָרצײַט האָט אים זײַן ברודער אַבֿרהם־לײב אָנגעדולט אַ קאָפּ כּמעט אין יעדן בריװ. דעם יאָרצײַט נאָך דער מאַמע, װאָס איז שױן דרײַ יאָר טױט, האָט ער נאָך ניט דורכגעלאָזן אײן מאָל, ער זאָל ניט גײן אין שול אַרײַן קדיש זאָגן, נישט מחמת פֿרומקײט, נאָר װײַל ער האָט דעם טאַטן דאָס װאָרט געגעבן און װײַל ער האָט די מאַמע זײער ליב געהאַט. זי איז געװען די אײנציקע, נאָך װעלכע ער האָט באמת געבענקט און צוליב װעלכע אײגנטלעך ער פֿלעגט אַהײמפֿאָרן אַלע יאָר אױף װאַקאַציעס. אַ מאָדנע ליבשאַפֿט איז געװען צװישן זון און מוטער, אַ רירנדע איבערגעבנקײט. געקומען אַהײם, איז ער ניט אָפּגעטראָטן פֿון דער מאַמע, געװאָלט איר אַ פּנים פֿאַרגיטיקן פֿאַר דער גרױסער עבֿירה, װאָס ער איז אַמאָל אַנטלאָפֿן פֿון דער הײם זיך לערנען, װעלכעס האָט די אָרעמע מאַמע פֿאַר דער צײַט גרױ און אַלט געמאַכט. זי האָט דאָס גאָר ניט געקאָנט פֿאַרשטײן, װי איז דאָס מעגלעך, אַז איר קינד, איר הערשל, זאָל אַזעלכעס טאָן, זיך אױפֿהײבן און אַװעקפֿליִען, װי אַ פֿײגעלע, ניט זאָגן דער מאַמע קײן װאָרט. אַפֿילו װעגן דעם? פֿאָרגעהאַלטן האָט זי אים דערנאָך קײנמאָל ניט, נאָר ער האָט אַלײן געזען און פֿאַרשטאַנען, װאָס פֿאַר אַ פֿאַרברעכן ער אין קענען איר באַגאַנגען און האָט געװאָלט פֿאַרגלעטן זײַנע זינד ― און דאָס איז אים געראָטן: די מאַמע האָט אים מוחל געװען באַלד נאָך זײַן ערשטן קומען צו פֿאָרן אַהײם, זי האָט דאָס אים פֿאַרשפּאָרט זאָגן ― איבערהױפּט איז צװישן זײ קײן סך רײד נישט געװען ― צו װאָס רעדן? ער האָט דאָס דען נישט אַרױסגעזען נאָך איר שמײכלענדיקן פּנים און נאָך אירע נאַסע אױגן? דעריבער איז בײַ אים נאָך מער טײַער געװען דער מאַמעס צװאה, װאָס זי האָט אים אָנגעזאָגט דורכן טאַטן, ― זי האָט געװוּסט, אַז זי שטאַרבט ― אַז איר הערשל זאָל געבן „די האַנט תּקיעת־כּף, אַז ער װעט זאָגן נאָך איר קדיש…

נאָך מיט עטלעכע טעג פֿריִער פֿאַרן יאָרצײַט האָט ער זיך געפֿעדערט, בגנבֿה אַרײַנגעכאַפּט זיך אין שול אַרײַן, זיך גוט פֿאַרשטעלט מיטן קאָלנער, טאָמער חלילה באַגעגנט ער זיך מיט אַ ייִדישן סטודענט, װאָס קען אים, און אָפּגערעדט מיטן שמשׂ, אַז דעם און דעם טאָג האָט ער יאָרצײַט, על־כּן זאָל ער שטעלן אַ ליכט, צוגרײטן אַ מנין ― אַלצדינג װי עס געהער צו זײַן. בעת־מעשׂה האָט אים געקלאַפּט אַ צאָן אין אַ צאָן. עס האָט זיך אים אױסגעדאַכט, אַז דער שמשׂ, אַ קורצער ייִד מיט רױטע געשװאָלענע באַקען און מיט אַ װײַסן, לאַנגן באָרד, װאָס זעט אױס װי אַ גנאָם, פֿון יענע קלײנע מענטשעלעך, װאָס דינען אַלס דעקאָראַציעס אין אַ גאָרטן, קוקט אױף אים מאָדנע מיט פֿאַרדאַכט, װי אױף אַ משומד אָדער אױף אַ גר, נאָר יעדנפֿאַלס נישט װי אױף אַ ייִדן…

― װער זײַט איר, װוּ געפֿינט איר זיך און נאָך װעמען האָט איר יאָרצײַט? ― מאַכט צו אים דאָס קורצע שמשׂל מיטן לאַנגן באָרד, האַלט דעם קאָפּ אױף אַ זײַט און פֿאַרקוקט צו אים פֿון אונטן אַרױף.

― װאָס גײט אײַך אָן? ― ענטפֿערט אים פּאָפּאָװ־ראַבינאָװיטש מיט פֿאַרדראָס און קוקט זיך אַרום אױף אַלע זײַטן, צי זײ זענען דאָ אַלײן…

― איר װילט ניט זאָגן, דאַרף מען ניט! ― טוט דער שמשׂ דער גנאָם אַ מאַך מיט די הענט און אַ טרײסל מיטן באָרד און כאַפּט זיך פֿאַרשליסן די שול מיט אַזאַ אַן אימפּעט, גלײַך װי אינעם צװײטן הױז ברענט…

הײַנט גײט ריכט זיך אױף אַזאַ שלאַק, אַז אַקוראַט אינעם טאָג פֿון זײַן יאָרצײַט װעט אױספֿאַלן „טאַטיאַנעס יום־טובֿ“ און סאַשען װעט זיך פֿאַרגלוסטן שיקן רופֿן דװקא אים, דעם רוסישן רעפּעטיטאָר גריגאָרי איװאַנאָװיטש, און געבן צו װיסן, אַז אין דעם טאָג מאַכן זײ אַ גרױסן אַרױספֿאָר מיטן גאַנצן קנאַק.

אומזיסט האָט זיך נעבעך גריגאָרי איװאַנאָװיטש געװאָלט אַרױסדרײען, געשװאָרן, אַז ער קאָן ניט, אומזיסט אױסגעזוכט אַ תּירוץ, אַז אַזױ װי „טאַטיאַנעס טאָג“ איז אַ אוניװערסיטעט־יום־טובֿ, דעריבער קאָן ער ניט אָפּשטײן פֿון חבֿרים סטודענטן. סאַשאַ האָט נישט געװאָלט הערן קײן שום תּירוצים. מיט איר קלײן הענטל האָט זי אים פֿאַרשטעלט דאָס מױל, „ער זאָל גאַר אַפֿילו ניט רעדן“ ― און בעת־מעשׂה אַזױ געקוקט אױף אים און אַזױ געלאַכט, אַז ער האָט פֿאַרגעסן דעם יאָרצײַט, דעם תּקיעת־כּף, די מאַמע פֿון יענער װעלט, דעם טאַטן אױף דער װעלט, און אַפֿילו אָן זיך אַלײן האָט ער פֿאַרגעסן, און פֿאַרשטײט זיך, אַז ער האָט זיך באַלד אונטערגעגעבן.

נאָר נישט דאָס איז דער עיקר־המעשׂה. דער עיקר איז, װאָס אין דערזעלבער צײַט, װאָס סאַשאַ האָט איבער אים געטענהט און צוגערעדט, ער זאָל ניט אָפּשטײן פֿון זײער קאָמפּאַניע, האָט אײנער, גאָר מן־הצד, אַרױסגעכאַפּט זיך מיט אַ באַנאַל װאָרט, מיט אַ װיץ, װעלכער װערט אײגנטלעך גאַנץ אָפֿט באַנוצט אין דער רוסישער געזעלשאַפֿט און האָט נישט אין זיך קײן שום װוּנק אַף עמיצן צו באַלײדיקן.

דער װיץ איז געװען אַ פֿױלער װיץ: „צוליב אַ קאָמפּאַניע האָט זיך אַ ייִד אױפֿגעהאַנגען“ („ראַדי קאָמפּאַניאי זשיד פּאַװעסילסיאַради компании жид повесился“)

דער גאַנצער עולם האָט זיך פֿון דעם װיץ צעלאַכט און אונדזער העלד איז פֿאַרקילט געװאָרן דאָס בלוט און אָט איבער װאָס: ערשטנס דאָס װאָרט „זשיד“ אַלײן, װאָס די פּײַנלעכקײט פֿון דעם קאָן פֿאַרשטײן נאָר אַ ייִד. דאָס דאָזיקע װאָרט מעג אַרױסגעזאָגט װערן פֿונעם בעסטן גױ און גאָר אין גוטן מוט, פֿילט זיך אױך אין דעם אַ טיפֿע באַלײדיקונג דורך דעם, װאָס דערמיט װערט ניט װילנדיק אַרױסגעטײַטשט, אַז איר געהערט צו אַ נידעריקערער ראַסע… און צװײטנס האָט זיך אים אױסגעװיזן, אַז דער, װאָס האָט עס געזאָגט, האָט געהאַט דערבײַ אַ מײן… און געזאָגט האָט דאָס זײַנער אַ שׂונא, דער אײנציקער שׂונא זײַנער אין דער דאָזיקער שטוב, װאָס האָט זיך באַװיזן דאָ באַלד אױפֿן אַנדערן טאָג נאָך סאַשאַס קומען צו פֿאָרן אַהײם. דאָס איז געװען גאָר נאָך אַ יונגער אָפֿיציר, אַ פּאַרשױן ניט קײן אַבי־װער. אַ גרױסער מיוחס, אַ קניאַזкнязь: בן־מלך, מיט אַ צװײענדיקן נאָמען שירײ־ניעפּיאַטאָװ, נאָר גערופֿן האָט מען אים דאָ נישט קניאַז, נאָר „פּיער“,, פֿאַרקירצט פֿון פּיאָטר מיכאַילאָװיטש. עס איז שװער צו זאָגן פֿאַרװאָס, נאָר אָט דער פּיער האָט אױף אונדזער העלד געמאַכט דעם ערנסטן אײַנדרוק. אים איז ניט געפֿעלן ניט דאָס האַלטן זיך פֿון דעם דאָזיקן „אָפֿיצירל“, אױסגעצױגן װי אַ סטרונקעלע, ניט זײַן צעקעמטער װײַסער שרונט אין מיטן קאָפּ, ניט זײַנע רױטינקע פֿרישינקע גלאַטינקע בעקעלעך, ניט זײַנע קלײנינקע שפּיצעכיקע װאָנצעלעך, ניט זײַנע שטענדיקע שמײכלענדיקע אױגעלעך, אױך זײַן שפּראַך איז אים ניט געפֿעלן, כאָטש פּיערס אױסשפּראַך איז געװען דאָס רײנסטע רוסיש, נאָר אים האָט זיך אױסגעדאַכט, אַז אַלצדינג, װאָס פּיער רעדט, איז געקינצלט, באַנאַל און פּלאַטשיק, און װאָס פֿאַר אַ חכמה ער זאָל ניט אַרױסלאָזן פֿון זײַן מױל, מוז זי עקלען. אפֿשר האָט עס זיך גענומען דערפֿון, װאָס צו דעם פּיערן האָט זיך די גאַנצע שטוב, אױסער אײן סאַשען, באַצױגן װי צו אַ זײער געהױבענעם הױכגעשעצטן און אָנגעלײגטן גאַסט? די דינערשאַפֿט איז געשטאַנען פֿאַר אים מאָדנע אױסגעצױגן און אױף זײַן מינדסטן קוק געלאָפֿן פֿײַל אױסן בױגן אױף דעם קאָפּ צו ברעכן.

נאָר װאָס דעם רעפּעטיטאָר פּאָפּאָװ האָט געװוּנדערט און פּײַנלעך פֿאַרדראָסן ― איז געװען דאָס, װאָס די אײדעלע, די גוטע נאַדיעזשדאַ פֿעאַדאָראָװנאַ האָט דעם פּיערן אַרױסבאַװיזן אַזױ פֿיל רעספּעקט, אױפֿמערקזאַמקײט און פֿרײַנדלעכקײט, װי צו קײנעם ניט אין דער דאָזיקער שטוב. „ניט שױן־זשע איז דאָס אַ חתן?… אױב ניט שױן, װעט ער אַמאָל זײַן אַ חתן… נײן, דאָס איז קלאָר װי דער טאָג…“

אַזױ האָט אָפּגעפּסקנט בײַ זיך דער סטודענט פּאָפּאָװ און האָט פֿײַנט געקריגן דעם „אָפֿיצירל, שׂינאת־מװת, נישט געקאָנט אָנקוקן זײַן אױסגעװאַשן און פֿאַרברעמט פּנימל, נישט געקאָנט הערן זײַן הױך קול מיט זײַן הילכיקן געלעכטער, װאָס האָבן אים געעקלט, און דאָס „אָפֿיצירל“ פֿון זײַן זײַט האָט אַ פּנים אינסטינקטיװ („אַ האַרץ פֿילט אַ האַרץ“) אױך ניט איבעריק ליב געהאַט דעם דאָזיקן שװאַרצן סטודענט“ אָדער װי ער האָט אים אַ נאָמען געגעבן „װאָסטאָטשני טשעלאַװעקвосточный человек“ (מזרח־מענטש).

מיט דעם דאָזיקן נאָמען האָט אים „פּיער“ געקרױנט דערפֿאַר, װאָס גריגאָרי, איװאַנאָװיטש (אַלע האָבן עס געמוזט מודה זײַן) האָט טאַקע זײער אַ סימפּאַטיש אױסזען, נאָר ער כאַפּט גיכער דעם אָפּבליק פֿון אַ גרוזין, פֿון אַן אַרמענער אָדער פֿון אַ גרעק, אײדער פֿון אַן עכטן פֿאָניע. װאָרעם װי קומט צו אַ רוסישן אַזעלכע אױגן מיט אַזאַ נאָז?…

― װאָס? אפֿשר ניט אַזױ, גריגאָרי איװאַנאָװיטש? ― מאַכט צו אים סאַשאַ און קוקט אױף אים אַזױ פֿרײַנדלעך און לאַכט אַזױ האַרצעדיק גוט, אַז ניט נאָר אַ גרוזין, אַן אַרמענער אָדער אַ גרעק, ער זאָל כאַפּן דעם אָפּבליק פֿון אַ רוח, װאָלט אים אױך געװען ניחא, אַבי „זי“ זאָל אױף אים אַזױ קוקן און אַבי זי זאָל אַזױ לאַכן…

װאָס אים האָט פֿאַרדראָסן איז דאָס, װאָס אױף דער המצאה, אַז ער איז אַ „װאָסטאָטשני טשעלאַװעק“ איז געפֿאַלן ניט קײן אַנדערער נאָר „פּיער“, און װאָס „פּיער“ האָט אַרױסגערעדט דאָס װאָרט „טשעלאַװעק“, װי אים האָט זיך אױסגעװיזן, מיט אַ ייִדישן אַקצענט ― און עס האָט אים אַ טיאָכקע געגעבן דאָס האַרץ: „ניט שױן־זשע האָט ער אַזאַ ייִדיש אױסזען! ניט שױן־זשע רעדט ער אַזאַ רוסיש, װאָס גיט זיך נאָך מיט ייִדיש! ניט שױן־זשע האָט דאָס „אָפֿיצירל“ אױף אים אַ מינדסטן חשד?…“

אָט דעריבער האָט דאָס אים אַזױ אױפֿגעטרײסלט, אַז ער האָט דערהערט דאָס באַנאַלע װערטל און דעם נאָמען „זשיד“ ― דעם ערשטן מאָל אין דער דאָזיקער שטוב. זײַן מורא איז אָבער געװען אומזיסט: „פּיער“ האָט אים אין זינען געהאַט אין דער לינקער פּיאַטע, און װינציקער פֿון אַלעמען האָט „פּיער“ געטראָגן אױפֿן קאָפּ אַ ייִדן, אַזױ װי אַלע אין דער דאָזיקער שטוב ― און דאָס האָט דעם געמאַכטן פּאָפּאָװ נישט װינציקער פֿאַרדראָסן. עס איז נישט זײער אָנגענעם, װען דו זעסט, אַז יענער באַמערקט דיך ניט, אַז יענער טראַכט גאָר ניט װעגן דיר, גלײַך װי דו װאָלסט גאָר אױף דער װעלט ניט געװען… אים האָט זיך, אַדרבא, זײער געװאָלט װיסן, װאָס פֿאַר אַ מײנונג איז מען װעגן אַ ייִדן דװקא אָט דאָ, אין דער דאָזיקער שטוב? און נאָך מער אינטערעסאַנט װאָלט געװען צו װיסן, װאָס פֿאַר אַ מײנונג האָט װעגן דעם „זי“ ― סאַשאַ?… אַלײן נעמען און באַרירן דעם דאָזיקן ענין האָט ער ניט געװאָלט. ― צו אַן אײדעלע מאַטעריע… נאָר שטײן פֿון דער װײַטן װי אַ זײַטיקער מענטש און הערן, װאָס זאָגן „זײ“ ― דערױף װאָלט ער זײער און זײער אַ בעלן געװען. איז אָבער װי אױף צו להכעיס דאָ קײנמאָל דערפֿון קײן רײד נישט געװען. ביז דער צופֿאַל אַלײן האָט מיטגעבראַכט דערצו, ― און דעמאָלט ערשט האָט ער געהאַט אַ גוטע געלעגנהײט זיך צו איבערצײַגן, װי מע קוקט דאָ אױף אונדז, װאָס מע דענקט װעגן אונדז און װאָס פֿאַר אַ װערט בײַ זײ האָט אָט דער מין מענטש, װעמען גאָט האָט אױסדערװײלט און געבענטשט מיטן נאָמען „ייִד“… דערװײַל האָט ער געקאָנט אומגעשטערט, װי ער אַלײן דריקט זיך אױס אין אײנעם פֿון זײַנע בריװ צו זײַן חבֿר, דעם אמתן פּאָפּאָװ: „טרינקען פֿון יענעם זיסן כּוס, װאָס װערט אָנגערופֿן לעבן“…

גוט איז, זאָגט מען, אַ חײ־שעה.

דאָס נײן־און־זיבעציקסטע קאַפּיטל
די בת־מלכּה

מיט סאַשאַס אָפּפֿאָרן האָבן זיך געענדיקט אַלע ימים־טובֿים און עס האָבן אײַנגעטראָטן די פֿריִעריקע געװײנלעכע װאָכעדיקע טעג.

אמת, דאָס לעבן האָט זיך ניט שטאַרק איבערגעאַנדערשט. די אײגענע שטוב װאָס פֿריִער ― אַ שטוב פֿון כּל־טובֿ, און דער אײגענער טיש ― אַ טיש פֿול מיט מענטשן, ― אַלץ אַזױ װי פֿריִער. עס איז שױן אָבער ניט געװען די לעבעדיקײט װאָס פֿריִער, עס האָט זיך געפֿילט, אַז עפּעס פֿעלט, אַז עמיצער גײט אָפּ.

דער „עמיצער“ איז געװען סאַשאַ.

פֿונדעסטװעגן איז בײַ איר אָפּפֿאָרן (אונדזער פּאָפּאָװ־ראַבינאָװיטש האָט דאָס גוט באַמערקט) נישט פֿאַרגאָסן געװאָרן קײן טרער, קײנער האָט ניט אַרױסגעלאָזט אַפֿילו קײן זיפֿץ, און אױב עמיצער אין דער דאָזיקער שטוב איז יאָ אַרומגעגאַנגען אַ צעמישטער, זיך קײן אָרט נישט געקאָנט געפֿינען ― איז דאָס געװען נישט קײן אַנדערער, נאָר „גליוק“.

עס איז געװען באמת אַ גאָטס רחמנות אַ קוק צו טאָן אױף דעם דאָזיקן הונט! פֿאַר גרױס צרות האָט ער זיך פֿאַרקליבן צום רוסישן רעפּעטיטאָר אין חדר אַרײַן און דאָרט האָט ער זיך אױסגעצױגן אױף אַלע פֿיר, געקוקט אים אין די אױגן אַרײַן פֿול מיט בענקעניש. „נישטאָ זי… װידער אַ מאָל נישטאָ!…“ ― האָט זיך דער הונט געקלאָגט פֿאַרן ייִדן אָן װערטער, און דער ייִד, װאָס האָט שױן מער קײן ברעקל מורא נישט געהאַט פֿאַרן הונט, האָט זיך אַראָפּגעלאָזט צו אים, געשענקט אַ גלעט מיט דער האַנט איבער דער װאַרעמער גלאַטן, שטאָל־קאָלירענער פֿעל, גלײַך װי ער װאָלט אים װעלן טרײסטן: „איך פֿיל דיר מיט, גליוק, איך װײס, נאָך װעמען דו בענקסט… נישקשה, פֿאַראַן נאָך עמיצער, װאָס בענקט אָט דאָ אין דער דאָזיקער שטוב…“

אין זכּרון לעבט איבער אונדזער הערשל פּאָפּאָװ נאָך אַ מאָל אַלע יענע גליקלעכע מאָמענטן פֿון די לעצטע פּאָר װאָכן, װאָס זענען איבערגעפֿלױגן פֿאַר אים אַזױ װי אַ חלום, אַזױ װי אַ שײנע מעשׂה, אײנע פֿון יענע שײנע כּישופֿדיקע מעשׂיות, װאָס ער האָט זיך אָנגעהערט אין זײַנע ייִנגלשע יאָרן, נאָך אַז ער האָט געלערנט אין חדר. דאָס זענען מעשׂיות, װאָס מען װײס ניט, װעמענס פֿאַנטאַזיעס האָט זײ באַשאַפֿן און פֿון װאַנען זײ האָבן זיך גענומען. אפֿשר טאַקע דאָ אין דעם פֿינצטערן חדר זענען זײ געבױרן געװאָרן? דערצײלט װערן זײ געװײנטלעך אין דער צײַט פֿון בין־מנחה־למעריבֿ, װען דער רבי איז אין שול, און אין חדר איז שטאָק־פֿינצטער, כאָטש נעם זיך אַרױס אַן אױג, און חדר־ייִנגלעך האָבן זיך צונױפֿגעשלאָגן אַלע אין אײן װינקעלע, װי די שעפֿעלעך, און מע האָרכט צו מיט קאָפּ, און אײנער אַ ייִנגל, אַן עלטערער, מיט גרױסע פֿאַרטראַכטע אױגן, הײבט אָן שטיל און גלאַט, װי אַ לױפֿנדיק װאַסער:

― װאָס־זשע פֿאַר אַ מעשׂה, װילט איר, זאָל איך אײַך הײַנט דערצײלן, קינדער? אױב איר װעט מיך בעטן, װעל איך אײַך דערצײלן אַ מעשׂה מיט אַ בת־מלכּה פֿונעם לאַנד פֿון „אופֿיר“. דאָס לאַנד פֿון „אופֿיר“ דאַרף אײַך זײַן באַקאַנט פֿון פּסוק. דאָס לאַנד איז אַ לאַנד, װאָס געפֿינט זיך העט־העט אױף יענער זײַט סמבטיון, אַזש הינטער די הרי־חושך. דאָרט איז, װי איר װײסט, פֿאַרבליבן די רעשט פֿון די עשׂרת־השבֿטים, װאָס גאָט האָט זײ געבענטשט מיט אַ ברכה, זײ זאָלן קײנמאָל נישט קראַנק זײַן אױף קײן אבֿר, און זײ זאָלן נישט װיסן פֿון קײן שום צרות, גזירות, דאגות־פּרנסה און נאָך אַזעלכע זאַכן. דעריבער זענען זײ דאָרט אַלע גיבורים, און געלט װאַלגערט זיך בײַ זײ װי מיסט; די גאַסן זענען אױסגעפֿלאַסטערט מיט די טײַערסטע שטײנער, װאָס הײסן כּדכּוד; און אױף פּערל װיל דאָרט קײנער נישט קוקן אַפֿילו, װאָרעם זײ שטײען סטערדעװײַז, אַזױ װי בײַ אונדז הײ. דערװײַל האָט זיך געטראָפֿן אַ מעשׂה: געװען בײַ זײ אַ מלך פֿונעם שבֿט לוי, איז ער געשטאָרבן און איבערגעלאָזט נאָך זיך צװײ זין מיט אײן טאָכטער אַ גרױסע יפֿת־תּואר, האָבן זיך די זין נישט געקאָנט אײַנטײלן מיט דער ירושה, בײדע האָבן געװאָלט אַרױף אױף דער שטול געװעלטיקן. האָבן זײ אַ לאַנגע צײַט מלחמה געהאַלטן צװישן זיך, פֿאַרגאָסן בלוט אָן אַ שיעור. האָבן זיך מישבֿ געװען די עשׂרת־השבֿטים אײנמאָל אין אַ שײנעם פֿרימאָרגן און האָבן געכאַפּט בײדע ברידער און געבונדן זײ הענט און פֿיס און אױסגערופֿן אױף אַ קול: „װאָס טוט מען מיט צװײ ברידער, װאָס ס'איז זײ ענג די װעלט און קאָנען זיך נישט געפֿינען קײן אָרט אױף דער ערד?“ רופֿט זיך אָפּ אײנער: „באַדאַרף מען זײ שיקן אױפֿן הימל, אפֿשר װעט זײ דאָרטן זײַן גראַמער. לאָז מען נעמען אַ בױם פֿופֿציק אײַלן די הױך און לאָז מען זײ בײדע אױפֿהענגען“. און מע האָט טאַקע אַזױ געטאָן און ס'איז געװאָרן שטיל און פֿון דעמאָלט אָן איז ניטאָ בײַ זײ קײן מלך. װאָס־זשע טוט מען מיט זײער שװעסטער, מיט דער בת־מלכּה! רופֿט זיך אָפּ אײנער: „איר װײסט ניט װאָס מע טוט? לאָז מען זי נעמען און פֿאַרפֿירן װײַט־װײַט אױף אַ װיספּע אין מיטן ים און לאָז זי זיך דאָרט לעבן הונדערט און צװאַנציק יאָר און לאָז מען ניט זאָגן אױף אונדז, אַז מיר האָבן פֿאַרגאָסן אומשולדיק בלוט“. און מע האָט טאַקע אַזױ געטאָן, און מע האָט גענומען די בת־מלכּה און מע האָט זי פֿאַרפֿירט העט װײַט אױף אַ װיספּע אין מיטן ים, אױסגעבױט דאָרט פֿון אירעט װעגן אַ פּאַלאַץ פֿון סאַמע קרישטאָל מיט גינגאָלד געדעקט, איר איבערגעלאָזט פֿולע שאַפֿעס מיט כּל־טובֿ ― „נאַ, זיץ, עס און טרינק, און לאָז דיר װױל זײַן“. זיצט זי זיך דאָרט, די בת־מלכּה די יפֿת־תּואר, אײנע אַלײן אױף דער װיספּע אין מיטן ים און װאַרט אױף איר אױסלײזער, טאָמער װעט עמיצער אַהין פֿאַרבלאָנדזשען, װעט ער זי נעמען און װעט זי ברענגען צוריק אינעם לאַנד פֿון „אופֿיר“, און דאָרט װעט ער מיט איר שטעלן אַ חופּה און װעט זיך אַװעקזעצן אױף איר פֿאָטערס שטול און װעט געװעלטיקן אױף די עשׂרת־השבֿטים. דערװײַל האָט זיך געטראָפֿן אַ מעשׂה: אײנער אַ תּנא און אַ גרױסער בעל־מופֿת פֿון אונדזערע קאַנטן איז געװױרע געװאָרן על־פּי רוח־הקודש פֿון דער עװלה, װאָס די עשׂרת־השבֿטים זענען באַגאַנגען קענען זײער מלכות, װאָס זײ האָבן אױפֿגעהאַנגען זײַנע צװײ זין, און ועל־כּולם קענען דער בת־מלכּה די יפֿת־תּואר, װאָס איז נעבעך גאָט די נשמה שולדיק, האָט ער געשיקט רופֿן צו זיך אײנעם פֿון די בעסטע בחורים, װאָס זיצן אין בית־המדרש און לערנען, און רופֿט זיך אָן צו אים: „מה שמך, װי אַזױ רופֿט מען דיך?“ זאָגט ער: כּך־וכּך אַזױ און אַזױ“. זאָגט צו אים דער תּנא: „הער נאָר אױס, מײַן קינד, װאָס איך װעל דיך פֿרעגן: אַ שטײגער מע זאָל דיר זאָגן: גײ אױף יענער זײַט סמבטיון, הינטער די הרי־חושך, אינעם לאַנד פֿון „אופֿיר“, דאָרט איז פֿאַרבליבן די רעשט פֿון די עשׂרת־השבֿטים און זיצן אָן אַ מלך, נעם געװעלטיק איבער זײ ― װאָס װאָלסטו געזאָגט דערױף?“ פֿאַרטראַכט זיך דער בחור און שװײַגט, אַ סימן, אַז ער איז מסכּים. רופֿט זיך אָן צו אים דער בעל־מופֿת נאָך אַ מאָל: „און װי איז דער דין, אַז מע מוז פֿריִער זיך אַװעקלאָזן אױפֿן ים, דאָרט איז דאָ אַ װיספּע, און אױף דער װיספּע אַ פּאַלאַץ פֿון קרישטאָל מיט גינגאָלד געדעקט, װאָס דאָרט זיצט די בת־מלכּה די יפֿת־תּואר און װאַרט אױף איר אױסלײזער?“ שװײַגט װידער דער בחור ― אַ סימן, אַז ער איז דערױף אױך מסכּים. רופֿט זיך אָן צו אים דער בעל־מופֿת װײַטער: „און װי נאָר דו ברענגסט זי צו פֿירן אינעם לאַנד פֿון „אופֿיר“, אַזױ נעמסטו זי מיט חופּה־וקידושין כּדת־משה־וישׂראל, װאָס װעסטו דערױף זאָגן?“ װערט דער בחור רױט פֿאַר בושה, אַ סימן, אַז ער זאָגט זיך ניט אָפּ פֿון קײן זאַך. מאַכט צו אים דער בעל־מופֿת: „אױב אַזױ, מײַן קינד, נאַ דיר מײַן שטעקן מיט מײַן פֿאַטשײלע, מיט מײַן פּושקעלע און גע און זײ מצליח…“ װוּהין צו גײן ― זאָגט ער אים ניט. און איבערפֿרעגן אים װוּהין ― איז ניט שײך. אַזאַ מענטש אַז ער זאָגט גײ ― גײט מען. ובפֿרט אַז ער גיט אים זײַן שטעקן, מיט זײַן פֿאַטשײלע, מיט זײַן פּושקעלע…

און דאָ הײבט זיך ערשט אָן די רעכטע מעשׂה, װי אַזױ דער בחור לאָזט זיך אין װעג אַרײַן, און די צרות און יסורים, װאָס ער שטײט אױס, און די באַגעגענישן, װאָס ער האָט אין װעג, און די נסים־וניפֿלאָות, װאָס עס באַװײַזן זיך נאָכדעם אַרױס פֿונעם צדיקס שטעקן, מיט דער פֿאַטשײלע, מיטן פּושקעלע, ― איטלעכע זאַך אין איר צײַט, געבונדן און געקײטלט אײנס מיט דאָס אַנדערע ― און צו דער בת־מלכּה איז נאָך אַלץ װײַט. עס זעט אױס, אַז דאָס ייִנגל מיט די פֿאַרטראַכטע אױגן, װאָס דערצײלט די דאָזיקע שײנע מעשׂה מיט דער בת־מלכּה, װעט צו דער בת־מלכּה אַזױ גיך ניט צוקומען, ער זאָל אַפֿילו דערצײלן אַ יאָר כּסדר ― און דאָס איז זײער אַן עבֿירה, אָט באַלד קומט אָן דער רבי, ― און הערשלען װילט זיך אַקוראַט װיסן, װאָס איז מיטן בחור? צי האָט ער געטראָפֿן צו דער בת־מלכּה די יפֿת־תּואר, צי נײן? אים װײַזט זיך אױס, אַז יאָ, און זײַן אײגענע פֿאַנטאַזיע דערמאָלט שױן דאָס איבעריקע, און ער שטעלט זיך פֿאָר די פֿאַרװאָרפֿענע װיספּע, װאָס אין מיטן ים, און דעם קרישטאָלענעם פּאַלאַץ מיטן גאָלדענעם דאַך, און די בת־מלכּה די יפֿת־תּואר מאָלט זיך אױס אין זײַן כּוח־הדמיון מיט אַלע פּיטשעװקעס אַזױ שאַרף און אַזױ בולט, אַז ער קען זי, דאַכט זיך, אױסגעבונדן, אַזױ װי ער קען זיך אַלײן. ער װײס אַפֿילו, װאָסערע אױגן זי האָט, װאָסערע האָר, און װי זי גײט אָנגעטאָן, און אַפֿילו װאָס פֿאַר אַ קול זי האָט, און װי אַזױ זי רעדט, און װי אַזױ זי לאַכט, ― אַלצדינג, אַלצדינג… און ער שטעלט זיך פֿאָר, אַז דאָס איז ער אַלײן טאַקע, אָט יענער בחור, װאָס האָט זיך אַװעקגעלאָזט אױפֿזוכן די בת־מלכּה די יפֿת־תּואר, און אָט ער אַלײן איז דאָס טאַקע איר באַשערטער און זי איז דאָס זײַן באַשערטע, און אַז ער פֿאָרט מיט איר איבערן ים צוריק אינעם לאַנד פֿון „אופֿיר“, און אַז ער קומט אַהין בשלום, שטעלט ער מיט איר אַ חופּה כּדת־משה־וישׂראל… און אָט װאָס אים איבערראַשט אין דער דאָזיקער מעשׂה: אים איבערראַשט, װאָס די בת־מלכּה די יפֿת־תּואר, װעלכע ער האָט זיך פֿאָרגעשטעלט אין דער מחשבֿה, איז אים געקומען איצט פֿאַר די אױגן אַ לעבעדיקע, אַ רעאַלע ― אינעם געשטאַלט פֿון סאַשען…

דער דאָזיקער פֿאַקט, אַז ער האָט דאָס מײדל געקענט נאָך אײדער ער האָט זי געזען, מאַכט אים שיִער משוגע און ער װערט אַ פֿאַטאַליסט און ער הײבט אָן צו גלױבן אין אַלע גרעסטע אומעגלעכקײטן, און ער דערלאָזט זײַן פֿאַנטאַזיע, זי זאָל אים אױפֿהײבן העכער און העכער און פֿליִען מיט אים כּמעט ביזן זיבעטן הימל און מאָלן זיך די שענסטע און ליכטיקסטע בילדער, װאָס קענען נאָר געמאָלט זײַן אױף דער װעלט… און ער פֿרעגט בײַ זיך אַלײן: „נישט שױן־זשע װעט מקײם װערן דאָס, װאָס ער האָט אַמאָל, שױן לאַנג, געזען אין חלום? נישט שױן־זשע איז דאָס מעגלעך אױף דער װאָר?“… נאָר נײן, ער װיל דערפֿון איצט ניט קלערן. ער װיל גאָר ניט װיסן, װאָס עס קאָן זײַן, װאָס עס װעט זײַן, ער איז צופֿרידן מיט דעם, װאָס איז געװען. װאָס־זשע איז געװען? אָט װאָס ס'איז געװען.

. . . . . . . . . . . . . . . . . . . .

ס'איז געװען אַן אָװנט. מען האָט געשפּילט אין פֿאַנטן. ס'איז אים אױסגעקומען צו זיצן װײַט אין סאַמע עק זאַל. נישט אַלײן, אין צװײען איז ער געזעסן ― מיט סאַשען ― אַ שטול נעבן אַ שטול, און דאָרט, אין צװײטן זאָל, איז געזעסן דער גאַנצער איבעריקער עולם. מע האָט געשפּילט אין פֿאַנטן. דעם ערשטן מאָל, אַז ער זיצט נעבן איר אַזױ נאָענט. ער האָט געהערט איר אָטעם. ער האָט געפֿילט איר ריח. נאָר ער איז געזעסן װי װײַט מעגלעך רויִק: „װאָס גײט אים אָן, װאָס זי זיצט נעבן אים אַזױ נאָענט? ס'איז דאָך מער ניט װי אַ שפּיל, אַ פֿאַנטן־שפּיל“…

― גריגאָרי איװאַנאָװיטש, װאָס זענט איר אַזױ אָנגעכמורעט? איך האָב ניט ליב אָנגעכמורעטע, איך האָב ליב, אַז מע איז פֿרײלעך.

דאָס האָט געזאָגט צו אים סאַשאַ אײנפֿאַך, אָן אַ שום איראָניע, אָן אַ ברעקל קאָקעטירערײַ, נאָר פּשוט, װײַל סאַשאַ האָט טאַקע ליב, אַז מע איז פֿרײלעך.

― איר טראָגט עפּעס אױף דער נשמה, ― זאָגט זי צו אים װײַטער ערנסט און באַשענקט אים מיט אַ קוק פֿון אירע שײנע אױגן, פֿאַר װעלכן ער איז גרײט צו שטאַרבן יעדע מינוט. נאָר ער האַלט זיך װי אַ גיבור. „פֿון װאַנען נעמט זי דאָס, אַז ער טראָגט עפּעס אױף דער נשמה?“ ― פֿון װאַנען? ניט שױן־זשע װײסט ער נאָך ניט, װאָס פֿאַר אַ בריה זי איז צו לײענען יענעמס געדאַנקען, װי פֿון אַ בוך? ― ענטפֿערט אים סאַשאַ הױך אױף אַ קול, בײגט זיך אַריבער איבערן שטול און צעלאַכט זיך מיט איר פֿרײלעך הילכיקן געלעכטער, פֿון װעלכן עס װערט אי גוט, אי אומעטיק אױפֿן האַרצן, פֿון װעלכן עס גלוסט זיך אי לאַכן, אי װײנען, װאָרעם אַז ער װיל, איז דאָס גלאַט אַ געלעכטער פֿון גוטמוט, פֿון פֿולן האַרצן, און אַז ער װיל, הערט זיך אין דעם געלעכטער עפּעס אַנדערש… פֿון װאַנען װײס ער, אַז דאָ שמעקט ניט אַ װעלן אָפּשפּעטן, אַ חוזק מאַכן?… נאָר נײן, לאָז זי לאַכן. לאָז זי לאַכן!…

און נאָך:

עם איז געװען אַ נאַכט, אַ קאַלטע, אַ שנײיִקע װינטער־נאַכט, די שטאָט האָט זיך אײַנגעהילט אין װײַסן. די משפּחה באַרדאָ־בראַדאָװסקי איז געגאַנגען פֿון טעאַטער, געגאַנגען, ניט געפֿאָרן ― ס'איז שױן נימאס געװאָרן דאָס שליטלען זיך. אין טעאַטער איז מען געזעסן אין דרײַ לאָזשעס, אין אײן לאָזשע דער פֿאָטער מיט דער מוטער מיט דער טאָכטער און מיט „פּיערן“, אין די איבעריקע צװײ לאָזשעס ― דער לערער־פּערסאָנאַל און גריגאָרי איװאַנאָװיטש פּאָפּאָװ־ראַבינאָװיטש אױך בתוכם, נאָר זײַן נשמה איז געװען דאָרט, אין דער ערשטער לאָזשע. ער האָט געליטן חיבוט־הקבֿר ניט אַזױ פֿון דעם, װאָס ער איז דאָרט ניטאָ, װי פֿון דעם, װאָס דאָרט זיצט דאָס „אָפֿיצירל“, װעלכן ער קאָן אַזױ ניט אָנקוקן. ער האָט קױם דערלעבט דעם סוף און איז געװען גליקלעך, װאָס דער „פּיער“ האָט זיך אָפּגעזעגנט און איז אַװעק מיט אַ קאָמפּאַניע אָפֿיצירן אין קלוב, און די משפּחה באַרדאָ־בראַדאָװסקי האָט אָפּגעשיקט די פֿערד אַהײם און געלאָזט זיך צו־פֿוס איבערן האַרטן סקריפּענדיקן שנײ פּאָרלעכװײַז. פֿאָרנט זענען געגאַנגען, אײַנגעהילט אין סױבלען, פֿעאָקטיסט פֿעדאָסײיִטש מיט זײַן נאַדיעזשדאַ פֿעדאָראָװנאַ, דערנאָך די לערערס מיט די לערערינס, די פֿרײַלינס מיט די גובערנאַנטינס, און גאַנץ הינטן סאַשאַ מיטן רוסישן רעפּעטיטאָר. סאַשאַ האָט געהאַלטן אין אײן רעדן און אין אײן לאַכן און דער רעפּעטיטאָר האָט מער געהערט און געשװיגן.

― װי געפֿעלט אײַך דער קניאַז? ― טוט אים פּלוצעם אַ כאַפּ סאַשאַ, װי איר שטײגער איז, איבערגײנדיק פֿונעם גרעסטן געלעכטער צום גרעסטן ערנסט.

― װאָסער קניאַז?

סאַשאַ האָט אױפֿגעהױבן די אױגן אױף אים און אַזש אָפּגעשטעלט זיך אױף אַ װױלע… נאָר דאָ האָט זיך אַרײַנגעמישט אײנער פֿון די פֿאָרױסגײנדיקע און דער שמועס איז איבערגעריסן געװאָרן…

„איז פּיער, הײסט עס, אַ קניאַז? ער זאָל עס אָנהײבן צו װיסן… אַצינד זענען אים שױן פֿאַרענטפֿערט אַ סך ― אַ סך זאַכן“… און זײַן פֿאַנטאַזיע כאַפּט אים אױף און ער מאָלט זיך אַ בילד, אַ געװײנלעכס בילד פֿון דעם, װאָס װערט אָנגערופֿן „מעשׂים־בכל־יום“ אַ געװײנלעכע געשיכטע, װאָס מע קאָן איבערגעבן אין דרײַ װערטער: די עלטערן האָבן ליב זײער טאָכטער, זײ װילן זי זען װאָס גליקלעכער, על־כּן באַדאַרף מען זי פֿאַרשלײערן פֿאַר אַן אָפֿיצירל אַ גאָרנישט מיט אַ נישט, דערפֿאַר װײַל ער איז אַ מיוחס, אַ קניאַז… אַי טאָמער איז איר האַרץ גאָר נישט צום קניאַז ― דאָס װילן די עלטערן ניט װיסן… אַזױ איז דאָס געװען פֿון קדמונים און אַזױ װעט דאָס נאָך לאַנג זײַן… אַן אַלטע פּראָבלעם, אַלט װי די װעלטן……

אין דערזעלבער נאַכט האָט דער געמאַכטער פּאָפּאָװ געשריבן אַ בריװ צו זײַן חבֿר, צום אמתן פּאָפּאָװ, און אױסגעגאָסן פֿאַר אים זײַן נשמה, װי אַלע מאָל, װען דאָס האַרץ איז אים געװען פֿול. נישט גלײַך האָט ער אים געשריבן און נישט אָנגערופֿן קײן נעמען געװײנלעך (גרישאַ פּאָפּאָװ צו אים פֿון זײַן ראָמאַן האָט אױך געשריבן האַלבע װערטער). ער האָט זיך אים נאָר מודה געװען, אַז איצט זעט ער אַרױס, אַז ער איז געװען אַ נאַר, אַז ער האָט געקאָנט אים, גרישען, זאָגן מוסר, למאַי ער שפּילט זיך מיט פֿײַער, למאַי ער איז פֿאַרקאָכט ניט אין זײַן גלײַכן… איצט זעט ער, װי נאַריש דאָס איז, אַז דער קאָפּ נעמט זיך דיקטירן דעם האַרץ און אַז דער שׂכל װיל גובֿר זײַן די נשמה… און לאָזן לאָזט ער אױס דעם בריװ אַזױ:

„― ― געדענקסטו, גרישאַ, איך האָב דיר אַמאָל געהאַט דערצײלט װעגן אַ בת־מלכּה אַ יפֿת־תּואר, װאָס איך האָב געקענט און װאָס האָט געװעלטיקט איבער מיר יאָרנלאַנג, כאָטש איך האָב זי קײנמאָל נישט געזען? נו, האָב איך מיך דערקענט מיט איר איצט אױף דער װאָר… און װײסט דו, װאָס איך װעל דיר זאָגן, גרישאַ? דאָס לעבן איז גאָר ניט אַזױ מיאוס, װי עס האָט זיך מיר פֿאָרגעשטעלט ביז אַהער, און אַז ס'איז כּדאַי, װאָס מע לעבט אױף דער װעלט, כ'לעבן ס'איז כּדאַי, ס'איז כּדאַי, ס'איז כּדאַי!…“

דאָס אַכציקסטע קאַפּיטל
זײַנע אַקציעס שטײַגן

דער װינטער האָט זיך דעם יאָר אַװעקגעשטעלט אַ קאַלטער װינטער און אַ לאַנגער, לענגער װי אַלע יאָר ― און דאָך איז די צײַט נישט געשטאַנען, װאָכן זענען געגאַנגען און דער טאָג־לוח, פֿאַרלירנדיק אַ בלעטל נאָך אַ בלעטל, האָט זיך צוגערוקט אַלץ נעענטער און נעענטער צו פּסח צו.

די משפּחה באַרדאָ־בראַדאָװסקי האָט אָפּגעצײלט די זיבן װאָכן פֿונעם גרױסן תּענית און האָבן אַלע מיטן גאַנצן פּערסאָנאַל און מיט אַלע דינסטן זיך מתװדה געװען (געהאָװײעט), װי עס פֿירט זיך בײַ פּראַװאָסלאַװנע רוסישע לײַט. נאָר אײנער אין דער דאָזיקער שטוב האָט דאָס דורכגעלאָזט פֿאַרבײַ. דאָס איז געװען דער רוסישער רעפּעטיטאָר גריגאָרי איװאַנאָװיטש פּאָפּאָװ, אײגנטלעך דער ייִד ראַבינאָװיטש, װאָס האָט זיך פֿון דער דאָזיקער רעליגיעזער צערעמאָניע גליקלעך אַרױסגעדרײט נאָר אַ דאַנק דעם, װאָס אים איז דאָ געגאַנגען, װי ס'רעדט זיך, דורך טיר און דורך טױער. ער האָט גאָר אַלײן אַזױ פֿיל ניט געװוּסט, װי הױך זײַנע אַקציעס שטײען אין דעם דאָזיקן הױז. אױסער דעם, װאָס ער איז דאָ אַלעמען געפֿעלן, אױסגענומען בײַ יעדן באַזונדער, פֿונעם קלענסטן ביזן גרעסטן („ס'איז זעלטן צװישן הײַנטיקע סטודענטן אַזאַ יונגערמאַן“ ― האָט פֿעאָקטיסט פֿעדאָסײיִטש געזאָגט, „אַזאַ סימפּאַטישער יונגערמאַן“ ― האָט נאַדיעזשדאַ פֿעאָדאָראָװנאַ צוגעלײגט) ― אױסער דעם האָט אים דאָס גליק אַזױ געשפּילט, אַז פֿעאָקטיסט פֿעדאָסײיִטש האָט זיך באַדאַרפֿט באַגעגענען ערגעץ אױף אַ באַל מיטן רעקטאָר פֿון אוניװערסיטעט און אים דאַנקען פֿאַרן רעפּעטיטאָר, װאָס ער האָט אים צוגעשיקט.

― אַ פֿײַנער יונגערמאַן, זײער אַ פֿײַנער. איך בין צופֿרידן. זײער צופֿרידן! ― און פֿעאָקטיסט פֿעדאָסײיִטש האָט אים װאַרעם געקװעטשט די האַנט, און דער רעקטאָר איז צעגאַנגען פֿאַר תּענוג, װאָס ס'איז אים געראָטן אָפּצודינען אַ גוטן פֿרײַנד.

― איר האָט אַ גוטן חוש־הריח. איר זענט אַ מבֿין אױף אַ מענטשן, ― האָט אים באַרדאָ־בראַדאָװסקי געשענקט אַ קאָמפּלימענט און נאָך אַמאָל אַ קװעטש געגעבן אים די האַנט און געװאָלט שױן אָפּגעזעגענען זיך מיט אים, איז אָבער דער רעקטאָר געװען אַזױ גערירט פֿונעם קאָמפּלימענט, אַז ער װאָס אים גענומען אונטער דער האַנט, אַ ביסל צוגעבױגן אים צו זיך און מיט אַ שמײכל, װאָס האָט זיך צעגאָסן איבער בײדע באַקנבאָרדן, אַ פֿרעג געגעבן:

― װײסט איר אָבער, װער דער סטודענט איז?

― װער?

― איך װעל אײַך זאָגן װער, נאַר מיט אַ תּנאַי: איר װעט מיר געבן איר װאָרט, אַז צװישן אונדז װעט עס בלײַבן: איך אַלײן האָב אױך געגעבן מײַן װאָרט, אַז… ס'איז פֿאַרשטײט איר מיך, אַ קאַפּריז, אַ װעטע… אַ סוד, אַ פֿאַמיליען־סוד… און שמײכלענדיק ניט נאָר מיט די באַקנבאָרדן, נאָר מיטן גאַנצן פּנים, און רעדנדיק שטיל, האָט דער רעקטאָר אױסגעלײדיקט אַ פֿרעמדן סוד און בײַם צעשײדן זיך דערמאַנט נאָך אַ מאָל, אַז צװישן זײ באַדאַרף עס בלײַבן, װאָרעם ער האָט געגעבן דאָס װאָרט, „און אַ װאָרט דאַרף מען האַלטן“.

פֿאַרשטײט זיך, אַז פֿעאָקטיסט פֿעדאָסײיִטש האָט דעם סוד נישט דערצײלט קײנעם אױסער זײַן װײַב, און נאַדיעזשדאַ פֿעדאָראָװנאַ האָט דאָס נאָכדעם איבערגעגעבן בסוד דער טאָכטער, און די טאָכטער דעם קניאַז, און דער קניאַז האָט דאָס איבערגעגעבן גאַנץ הױך אין קלוב פֿאַר זײַנע חבֿרים די אָפֿיצירן און אױסגעלאָזט אַזױ:

― װען נישט דאָס, װאָלט איך זיך װעטן, שטעלן טױזנט פֿאַר אײנעם, אַז ער אי אַ „זשיד“… גײ טרעף, אַז דאָס איז אַן עכטער פּאָפּאָװ, פֿון די פּאָפּאָװס, װעלכע…

― שפּילט ער אין באַקאַראַ? ―

― װעלכער רוח!

― אױב אַזױ שיק אים אָפּ צום…

. . . . . . . . . . . . . . . . . . . .

פּאָפּאָװ־ראַבינאָװיטש האָט קײן טעות נישט געהאַט, װאָס דאָס האַרץ האָט אים געזאָגט, אַז דער קניאַז („פּיער“) ― דאָס איז אַ חתן. אַלע אין דער דאָזיקער שטוב האָבן עס געװוּסט, נאָר קײנער האָט דערפֿון נישט גערעדט, און אױב מע האָט גערעדט דערפֿון, איז סײַדן בסוד סודות, אי דאָס ניט די יונגעלײַט, נאָר זײערע פֿאָטער און מוטער, װאָס האָבן געװאָלט דעם שידוך. און מער פֿון אַלע האָט געװאָלט „פּיערס“ פֿאָטער, דער אַלטער קניאַז, דער גענעראַל־לײטענאַנט שירײ־ניעפּיאַטאָװ, מיכאַיִל אַנדרעיִטש, נאָך גאָר אַ בראַװער קאַװאַליר מיט שפּאָרן און מיט געדיכטע גרױע װאָנצעס, און זײַן אַלטיטשקע יוליאַ װלאַדימיראָװנאַ, אַן אַלטע חורבֿה און אַ רוחניות, הערט ניט די װעלט און רעדט דורך אַ טרײַבל. די צװײ אַלטע לײַט האָבן ליב געהאַט סאַשען, ממש אױסגעגאַנגען נאָך אירע טריט און נישט געהאַט קײן גרעסערן װוּנטש, װי האָבן זי פֿאַר זײער „פּיערן“ פֿאַר אַ כּלה, פֿאַרשטײט זיך, ניט אַזױ גיך: סאַשאַ איז נאָך צו־יונג און „פּיער“ דאַרף נאָך מאַכן זײַן קאַריערע ― און ער װערט זי אם־ירצה־שם מאַכן. דערװײַל באַדאַרף מען זען, אַז די קינדער זאָלן זיך נעענטער באַקענען און צוליב דעם, װי נאַר סאַשאַ קומט אַהײם אױף אַ יום־טובֿ, שרײַבט אױס דער אַלטער קניאַז אױך „פּיערן“ פֿון שטאַב, ער זאָל אַ ביסל זיך „אױסרוען“. און כאָטש „פּיערן“ גלוסט זיך ניט אַזױ שטאַרק שלעפּן זיך אַהײם (אין שטאַב איז אַ סך פֿרײלעכער), נאָר אַז דער פֿאָטער הײסט ― דאַרף מען פֿאָלגן. „פּיער“ איז טאַקע אַ בן־יחיד און אַ ציטעריקער, אָבער נאָר בײַ דער מאַמע. דער טאַטע איז אַ שטרענגער גענעראַל פֿון אַלטן שניט און האַלט פֿון דיסציפּלין, ער האָט אָנגעשריבן דעם זון נאָר דרײַ װערטער: „קום אױף ראָזשדיעסטװאָ“ ― איז ער געקומען. איצט גײט צו פּסח, װעט ער אים שרײַבן: „קום אױף פּסח“, װעט ער קומען. און װי אױף „ראָזשדיעסטװאָ, אַזױ אױך אױף פּסח װעט „פּיער“ מסתּמא די גאַנצע צײַט פֿאַרברענגען מער בײַ די באַרדאָ־בראַדאָװסקיס אײדער בײַ זיך אין דער הײם. די אַלטע גענעראַלשע, יוליאַ װלאַדימיראָװנאַ, װעט זשעדנע זײַן װי אַלע מאָל רעכט אָנצושפּיגלען זיך אין איר תּכשיט דעם קראַסאַװעץ, װעלכער איז איר פֿון דרײַ געבליבן אײנער און אַ װױלער, אַ געטרײַער און אַ פֿאָלגעװדיקער. אָט װעט ער קומען צו פֿאָרן אױף פּסח, װעט ער זיך צעקושן מיט איר און אַװעקגײן צו דער כּלה ― מער װעט זי אים נישט זען ― און זי װעט גאָט בעטן, תּפֿילה טאָן פֿאַר זײ בײדן. אױ, די אַלטיטשקע לעבט אין טעות: זי מײנט, אַז „פּיער“ שטאַרבט נאָך דער כּלה אַזױ װי זי, זײַן אַלטע מאַמע, װאָס גײט אױס נאָך סאַשאַס טריט. זי מײנט, אַז, פּיער“ זיצט דאָרט גאַנצע טעג מיט גאַנצע נעכט, און אַז ער גײט גאָר נישט אין קלוב, און אַז ער שפּילט גאָרנישט אין באַקאַראַ, און אַז דער אַלטער גענעראַל צאָלט ניט זײַנע אײגענע און דעם זונס חובֿות שטילערהײט טאַקע פֿון דער גענעראַלשעס אימעניעס, װאָרעם דער אַלטער גענעראַל אַלײן במחילת־כּבֿודו האָט אױך נישט פֿײַנט קײן קערטל, כאָטש ער שפּילט ניט מיטן זון בײַ אײן טיש ― גאָט באַהיט! ער איז דאָך פֿונעם אַלטן שניט און האַלט פֿון דיסציפּלין… דער אַלטער שפּילט אױך אין באַקאַראַ, נאָר באַזונדער, מיט זײַנע אַלטע קאָלעגן…

נאָך אַזאַ אָפּטריט אױף אַ זײַט װעט גרינג זײַן צו פֿאַרשטײן, אַז אױפֿן פּסח, דאָס הײסט אױף סאַשאַס קומען צופֿאָרן אױף פּסח, האָט דער רעפּעטיטאָר גריגאָרי איװאַנאָװיטש פּאָפּאָװ אַרױסגעקוקט אַ סך מער װי איר חתן „פּיער“. דער רעפּעטיטאָר האָט ניט נאָר אַרױסגעקוקט, ער האָט געצײלט די װאָכן און די טעג און די שעהען, מיט יעדן בלעטל, װאָס ער האָט אָפּגעריסן פֿונעם לוח, איז אים אַראָפּ אַ משׂא פֿונעם האַרצן, געװאָרן מיט אַ טאָג נעענטער צו… צו װאָס? פֿרעגט אים ניט, אַז ער אַלײן פֿרעגט זיך ניט, אַז ער אַלײן װײס ניט, װאָס ער טוט… אָט עפֿנט ער אױף דאָס שופֿלעדל פֿונעם שרײַבטיש, װאָס אין דער רעכטער האַנט, און ער נעמט אַרױס פֿון דאָרט אַ בוך, אַ גאַנץ געװײנלעכן בוך, אָן אַ בונד אַפֿילו, און לײגט אַװעק דאָס בוך בײַ זיך צוקאָפּנס און קלײַבט זיך שלאָפֿן.

נאָר אײדער ער לײגט אַװעק דאָס בוך צוקאָפּנס, טראָגט ער דאָס צו פֿריִער צום האַרצן, דערנאָך צו די ליפּן און טוט עס אַ קוש, אַ געשמאַקן קוש, ― און לײגט עס אַװעק צוקאָפּנס אונטערן קישן.

װאָס איז מיט אונדזער הערשל ראַבינאָװיטש! איז ער אַראָפּ פֿונעם זינען? און װאָס איז דאָס פֿאַר אַ בוך, װאָס ער קושט עס און לײגט עס אַװעק צוקאָפּנס?…

דאָס איז „אַננאַ קאַרענינאַ, דער באַרימטער ראָמאַן פֿון טאָלסטאָי. „אַננאַ קאַרענינאַ“ ― אַ קלײניקײט! נאָר נישט דאָס, װאָס ס'איז „אַננאַ קאַרענינאַ“, און נישט דאָס װאָס ס'איז דער באַרימטער ראָמאַן פֿונעם גרױסן ליעװ טאָלסטאָי. דאָ איז פֿאַראַן אַן אַנדער סוד: דעם ראָמאַן האָט געבראַכט צופֿירן מיט זיך אַהער סאַשאַ. פֿאָרנדיק אהערצוּװעגס נאָך אױף ראָזשדיעסטװאָ, האָט זי געלײענט דעם דאָזיקן ראָמאַן ― סאַשאַ האָט געלײענט אָט דעם ראָמאַן. איר פֿאַרשטײט? סאַשאַס הענט האָבן געהאַלטן אָט דאָס בוך. אירע פֿינגער האָבן געמישט אָט די בלעטלעך. איר קאָפּ איז געװען פֿאַרנומען מיט די געדאַנקען, װאָס טאָלסטאָי האָט אַרײַנגעלײגט אינעם דאָזיקן בוך. איר האַרץ האָט געפֿילט די פֿרײדן און לײַדן פֿון דער העלדין אַננאַ קאַרענינאַ, ― און איצט איז דאָס בוך בײַ אים! זי אַלײן האָט עס אים געגעבן, ער האָט זי געבעטן, האָט זי אים געגעבן. ניט שױן־זשע װעט איר אים נישט פֿאַרגינען דאָס דאָזיקע פֿאַרגעניגן?… איר װעט זאָגן ― ס'איז נאַריש. נאָר װער פֿון אײַך ― דערמאַנט אײַך נאָר ― װער פֿון אײַך האָט נישט געקושט, אַז איר זענט געװען יונג און ליב געהאַט? דאָס נאָזטיכל, אָדער דאָס הענטשקעלע, אָדער אַ בלום, װאָס אײַער געליבטע האָט אומגערן אַראָפּגעלאָזט?…

איר װעט זאָגן, אַז דאָס איז אַ מין עבֿודה־זרה? ס'איז אָבער זיס, דינען צו דער עבֿודה־זרה איז זיס…

נאָכמער. ער װײס, אַז סאַשאַ װײס אַזױ פֿיל פֿון דעם, װאָס בײַ אים אױף דער נשמה טוט זיך, פּונקט װי די עבֿודה־זרה װײס, װער עס בוקט זיך פֿאַר איר ― און דאָך איז ער גרײט, װען ער זאָל זיך ניט שעמען פֿאַר זיך אַלײן, נעמען דאָס בוך ― סאַשאַס בוך ― אַװעקשטעלן אין דער הײך װי אַן אָפּגאָט און זיך קניִען און זיך בוקן פֿאַרן דאָזיקן אָפּגאָט, און אָסור אױף זי אַלײן װעט אַפֿילו װען ס'ניט איז אָנהײבן צו װיסן, אַז ער האָט אָפּגעטאָן אַזאַ זאַך. דאָס װעט קײנער קײנמאָל ניט װיסן, אַז הערשל ראַבינאָװיטש, װעלכער הײסט איצט גרישאַ פּאָפּאָװ, איז געװען אַזױ מסוכּן קראַנק, אַז ער האָט אַזש געדינט צו דער עבֿודה־זרה…

דאָס אײן־און־אַכציקסטע קאַפּיטל
ער קאָן נישט שלאָפֿן

װער װײס, װאָס נאָך פֿאַר נאַרישקײטן אונדזער געמלאָכהטער פּאָפּאָװ װאָלט אָפּטאָן, װען מען זאָל אים לאָזן גײן זײַן װעג און ניט אָפּשטעלן אַלע מאָל, פֿון אײן זײַט זײַן עלטערער ברודער, דער מרה־שחורהניק אַבֿרהם־לײב ראַבינאָװיטש, מיט זײַנע אַ ביסל צו אָפֿטע און צו מרה־שחורהדיקע גריסן פֿון דער הײם, און פֿון דער אַנדערער זײַט זײַן חבֿר, דער אמתער פּאָפּאָװ, מיט זײַנע נאַיִװע, כּמעט קינדערשע װיכּוחים, פּילפּול און פּלאַפּלערײַ.

די צװײ האָבן זיך װי אָנגערעדט זײ זאָלן אים דערגײן די יאָרן. אײנער ― דער ברודער ― מיט זײַנע שטענדיקע בשׂורות פֿון נײַע צרות, גזירות און רדיפֿות אױף ייִדן און מיט זײַנע אײדעלע אָנצוהערענישן אױף הײַנטיקע יונגע לײַט, װאָס „צוליב אַ מונדיר מיט קנעפּלעך זענען זײ גרײט אָפּצוזאָגן זיך פֿון טאַטע־מאַמע און פֿון גאָט און פֿון אַלצדינג“. דער אַנדערער ― גרישאַ ― מיט זײַן אָפֿטן פֿילאָזאָפֿירן איבער „די אײביקע פּראָבלעמען פֿונעם אײביקן פֿאָלק“…

זײַן ברודער אַבֿרהם־לײבן האָט גאָט צוגעשיקט אַ געשיכטע, אַ גאַנצע טראַגעדיע פֿון עפּעס אײנעם אַ ייִדישן גימנאַזיסטל, אַן אָרעמער אַלמנהס אַ זונדל פֿון אַ קלײן שטעטל, ניט װײַט פֿון זײ, װאָס האָט צוליב אַרײַנטרעטן אין אוניװערסיטעט גענומען און אָפּגעשמדט זיך, געװײנטלעך שטילערהײט, אַז די מאַמע די אַלמנה זאָל ניט װיסן. װאָרעם װי װעט זי קאָנען אַריבערטראָגן אַזאַ בזיון?…

„מילא ― אַזױ שרײַבט אַבֿרהם־לײב ראַבינאָװיטש אין זײַן בריװל ― האָסט זיך איבערגעקערט ― געזונטערהײט! זאָל דער קרענקען, װער עס װעט נאָך דיר קדיש זאָגן, אָדער קריעה רײַסן, אָדער פֿאַרגיסן אַ טרער“… איז אים אָבער קאַרג, דעם שײנעם בחור, איז ער זיך מישבֿ און שרײַבט אױס צו זיך אַ שװעסטערל, אַ ייִנגערע פֿון אים, און דװקא אַ שײן מײדל אַזױ װי גאָלד, איך געענדיקט גימנאַזיע, זי זאָל שטודירן אױף אַ גרױסע זאַך, אַזש אױף אַן אַקושערקע! האָט זי דאָך ניט קײן שום פּראַװאָזשיטעלסטװע, װיל מען זי מסתּמא, ניט פֿאַר קײן ייִדן געדאַכט, אַרױסשיקן, גיט איר דער אָחי אַן עצה, װי אַ ברודער און װי אַ גוטער פֿרײַנד, טאָן דאָס אײגענע װאָס ער… װיל זי ניט, זי האָט רחמנות, זאָגט זי, אױף דער מאַמע; אַן אַלטע ייִדענע, זאָגט זי, און אַ קראַנקע, זי װעט דאָס חלילה ניט איבערטראָגן… איז זיך מישבֿ דער געטרײַער ברודער און מאַכט צו איר אַזױ: אױב זי װעט דאָס ניט טאָן, שרײַבט ער באַלד אַװעק אַ בריװ צו דער מאַמע און איז זיך מודה, אַז אַזױ און אַזױ… װאָס טױג דיר ― ער האָט זי איבערגערעדט, אַ מײדל, װאָס װײסט זי? נאָר װאָס דען? באַלד װי זי האָט דאָס אָפּגעטאָן, אַזױ האָט זי שױן חרטה געקריגן אױף דער מעשׂה און צװישן איר מיטן ברודער זענען אַרױס מחלוקתן. מסתּמא האָט זי אים עפּעס געזאָגט, האָט ער איר געענטפֿערט, אַ װאָרט פֿאַר אַ װאָרט ― הקיצור, זי האָט גענומען און האָט זיך אָפּגעסמט. איז געקומען צו פֿליִען די מאַמע די אַלמנה קראַנקערהײט און אױפֿן אָרט איז זי מסתּמא געװױרע געװאָרן דעם גאַנצן אמת, איז זי געקומען אַהײם, ניט געמאַכט קײן לאַנגע שהיות, גענומען און געשטאָרבן.“

„נו, װאָס װעסטו עפּעס זאָגן, הערשל, אױף דײַנע לײטן? ― אַזױ לאָזט אױס אַבֿרהם־לײב זײַן בריװל ― אַיאָ ס'איז כּדאַי?… צעפֿרעג זיך נאָר דאָרט אַקוראַט אױף דעם שײנעם תּכשיט, ער הײסט לאַפּידוס, און איז אַ געלער, און געהער אונדז אָן טאַקע אַ.שטיקל קרובֿ: זײַן מאַמע און אונדזער שװאָגער װעלװל דעם שלימזלס מאַמע זענען געװען אײגענע גליד־געשװעסטערקינדער ― דעם װײַס פֿערדס בײַטש שװאַרץ שטעקעלע…“

הערשל האָט דעם ברודער, פֿאַרשטײט זיך, אױף דעם בריװ גאָרניט געענטפֿערט. נאָר דער ברודער האָט אים נישט געלאָזט צורו. אין יעדן בריװ האָט ער אים דערמאַנט און איבערגעחזרט נאָך אַ מאָל און נאָך אַ מאָל די אײגענע מעשׂה און נאָכגעפֿרעגט זיך, אױב ער האָט זיך שױן באַגעגנט דאָרט מיט דעם פֿײַנעם קרובֿ, מיט לאַפּידוסן; און װי זעט ער אױס? און װאָס זאָגט ער?… אַבֿרהם־לײב האָט אים אַזױ לאַנג דערקוטשעט, ביז הערשל האָט אים געמוזט אָפּענטפֿערן און בעטן רחמים, ער זאָל אים אױפֿהערן דולן אָ קאָפּ מיט עפּעס אַ דער־רוח־װײסט־אים־װאָס פֿאַר אַ קרובֿ, אַ לאַפּידוס, װאָס ער האָט קײנמאָל ניט געהערט אַפֿילו דעם נאָמען זײַנעם! און אױסגעלאָזט האָט ער דעם בריװ שױן אַ ביסל װײכער: „אַז ער איז ניט דער ערשטער, ער איז נישט דער לעצטער… אָן אַן אומגליק, טאָמער װעט זײַן װינציקער מיט אַ ייִדן…“

נאָר אין האַרצן האָט אים די דאָזיקע מעשׂה געקאַלופּעט. „װעלכער רוח האָט געטראָגן דעם לאַפּידוסן, ער זאָל אױסשרײַבן צו זיך אַ שװעסטערל?… און װאָס האָט זיך אים געװאָלט דװקא מאַכן זי פֿאַר אַן אַקושערקע? און בכלל װאָס פֿאַר אַ גליק איז ענדיקן אױף אַקושערקע? װינציק אַקושערקעס בײַ אונדז? אַקושערקעס און דאַנטיסטקעס װי זאַמד און שטערן!…

אָט אַזױ קערעװעט ער אַװעק זײַנע געדאַנקען מיט אַ כּיװן אין אײַן אַנדער זײַט, בכדי ער זאָל װינציקער טראַכטן װעגן דעם הױפּט פּונקט, װעגן דעם, װאָס דער לאַפּידוס האָט אָפּגעטאָן, װעלכעס עקבערט אים דעם מוח און לאָזט ניט שלאָפֿן זײַן געװיסן…

װי אַ פֿאַרבײַסונג צו דעם זענען פֿאַר אים זײַן חבֿר גרישאַס בריװלעך. אַ פּנים, אַז דער אמתער פּאָפּאָװ, װאָס שפּילט די ראָלע פֿון אַ ייִדן, האָט זיך אונטערגענומען נישט אױף קאַטאָװעס צו שטודירן און צו פֿאַרענטפֿערן די ייִדישע פֿראַגע פֿון אַלע זײַטן. אַלע מאָל, אַלע מאָל קומט ער מיט אַן אַנדער זאַך. די ערשטע צײַט האָט דער אמתער גרישאַ פּאָפּאָװ ניט געקאָנט פֿאַרשטײן בשום אופֿן, װאָס זענען מיר פֿאַר אַ פֿאָלק, װאָס מיר האָבן נישט אין זיך קײן טראָפּן אַמביציע און לאָזן זיך טרעטן מיט די פֿיס, שפּײַען אין פּנים, באַלײדיקט װערן אױף יעדן שריט און טריט, באשר װאָס איז? מיר האָבן זיך אײַנגעעקשנט, מיר װילן בלײַבן ייִדן, אין דער צײַט װען מיט אײן שריט װערן מיר פּטור פֿון אַלע צרות, באַפֿרײַען זיך מיט קינדער און קינדסקינדער פֿון דעם אומענדלעכן גלות…

„איז דען ניט גלײַכער טױזנט מאָל ― לאָזט ער אױס זײַן בריװ ― אַז איר זאָלט זיך אַלײן מיט אײַער אײגענעם װילן נעמען און באַפֿרײַען, איבערבײַטן אײַער אױסװײניקסטע פֿיזיאָנאָמיע און שענקען אונדזער לאַנד עטלעכע מיליאָן פֿעיִקע, נוצלעכע גלײַכבאַרעכטיקטע בירגער, אײדער אונטערגײן אָט אַזױ אױף אַזאַ קלאָגעדיקן דרך ביסלעכװײַז אין אַ משך פֿון הונדערטער יאָרן?… װעמען װילט איר באַװײַזן אַ בריהשאַפֿט? װעמען װילט איר אָנלערנען?…“

דערױף האָט אים דער אמתער ראַבינאָװיטש אָפּגעענטפֿערט, װי עס ענטפֿערט געװײנלעך יעדער ייִד, אַז מע הײבט אים אָן זינגען דאָס געװיסע לידל װעגן „באַפֿרײַען זיך“…

זאָלסט זיך נאָר ניט זאָרגן צופֿיל פֿאַר אונדז ― ייִדן זענען אױסגעשטאַנען גרעסערע צרות… און אַזױ װײַטער“…

דערנאָך האָט דער געמאַכטער ראַבינאָװיטש גענומען אַ נײַעם טאָן. אים איז געפֿעלן, שרײַבט ער, די אידעע פֿונעם דאָקטאָר הערצל, „סיאָן“ איז, נאָך זײַן מײנונג, דער אײנציקער װעג פֿאַר אונדז, באַנײַען די אַלטע ייִדישע אומה מיט אַ נײַער מלוכה אױפֿן אַלטן באָדן אינעם אַלטן לאַנד פֿון די אָבֿות אַבֿותינו ― װאָס קאָן זײַן שענער און העכער און פּראַקטישער דערפֿון! ער פֿאַרשטײט נאָר ניט, שרײַבט ער, פֿאַרװאָס דער דאָזיקער דערהױבענער רעיון האָט נאָך נישט דורכגעדרונגען און אַרומגענומען אַלע ייִדן פֿון דער גאַנצער װעלט! ער פֿאַרשטײט ניט, פֿאַרװאָס אױפֿן אָרט פֿון שטרעבן צו אַ זעלבסטשטענדיקן לעבן זענען מיר זיך מקריבֿ צוליב אַזעלכע נאַרישקײטן װי אַ גאָלדענע מעדאַל, אַ דיפּלאָם און נאָך אַזעלכע זאַכן…

„ניט שױן־זשע ― לאָזט ער אױס זײַן בריװ צו זײַן פֿרײַנד ― ניט שױן־זשע ביסטו נישט קײן ציוניסט אין האַרצן! װיבאַלד אַזױ, װאָס פֿאַר אַ ייִד ביסט דו?.. אַ! װען איך זאָל זײַן דו! װען איך זאָל זײַן אַן אמתער, נישט קײן געמאַכטער ראַבינאָװיטש, װאָלט איך מיך געשטעלט אױבנאָן פֿון אַזאַ שײנע באַװעגונג און װאָלט דורכגעפֿירט דעם דאָזיקן הײליקן געדאַנק פֿריִער פֿון אַלץ אינעם יונגװאַרג, צװישן די װאָס שטודירן, און דערנאָך שױן אין גאַנצן פֿאָלק. אַ! איך װאָלט באַװיזן דער װעלט, װאָס ייִדן זענען און אױף װאָס ייִדן זענען פֿעיִק!…“

דערױף האָט ער באַקומען פֿון דעם אמתן ראַבינאָװיטש אַזאַ מין ענטפֿער:

„ליבער טײַערער גרישאַ!

„פֿון דײַנע לעצטע בריװ אין צו זען, אַז דו געפֿינסט זיך אונטערן אײַנפֿלוס פֿון חבֿרים ציוניסטן. איך דאַרף דיך אָבער אָפּקילן, מײַן טײַערער פֿרײַנד, און זאָגן דיר דעם גאַנצן אמת, אַז דײַנע חבֿרים זענען נאַראָנים, אױב זײ מײנען אַז ציון איז דער אײנציקער װעג פֿאַר מײַנע אומגליקלעכע ברידער. דאָס באַװײַזט, אַז זײ זענען טאַקע הײסע פּאַטריאָטן פֿון זײער פֿאָלק, נאָר זײ װײסן ניט, אַז דאָס דאָזיקע פֿאָלק איז ניט גלײַך צו אַלע אַנדערע פֿעלקער. אין דער צײַט װען די סאָציאָלאָגיע לערנט אונדז, אַז אַ פֿאָלק באַשטײט פֿון דרײַ יסודות: אַ לאַנד, אַ מלוכה און אַ שפּראַך, באַגײט זיך אונדזער פֿאָלק אָן אַ לאַנד און אָן אַ מלוכה שױן אַזױ פֿיל הונדערטער יאָרן, װײסטו פֿאַרװאָס! טאַקע װײַל מיר האָבן נישט ניט קײן לאַנד און ניט קײן מלוכה, מיר האָבן קײן מורא ניט פֿאַר קײנעם. װאָס װעט מען אונדז טאָן? אַװעקנעמען דאָס לאַנד, װאָס מיר פֿאַרמאָגן ניט? צעשטערן די מלוכה, װאָס מיר האָבן ניט? מיר זענען, אױב דו װילסט װיסן, אַ עקסטעריטאָריאַלע פֿאָלק, אַ פֿאָלק אָן אַ באָדן, אָן גשמיות, אָן מאַטעריאַליזם, סאַמע רוחניות, סאַמע גײסט, סאַמע אידעע ― און אַ אידעע לעבט אײביק, האָט קײן מורא ניט פֿאַר צעשטערן ― האָסטו עס רעכט צעקײט?“

אַזױ האָט ער געשריבן צו זײַן פֿרײַנד גרישאַ.

אין האַרצן אָבער בײַ זיך האָט ער געפֿילט, אַז דאָס איז פּיזעם, ניט מער װי אַ פּשטל, און אַז ער זאָל זײַן אַזאַ ייִד, װי זײַן חבֿר גרישאַ שטעלט זיך פֿאָר, װאָלט ער נישט באַדאַרפֿט װאַרטן, ביז זײַן חבֿר דער גױ װעט אים דערמאַנען אָן ציון…

עס האָט אים אי אױסגעזען קאָמיש צום לאַכן, אי עס איז אים צו גלײַכער צײַט געװען אַ בזיון, אַ בזיון פֿאַר זיך אַלײן, אַ בזיון פֿאַר די דאָזיקע פֿיר װענט…

און ער ליגט אױס נעכטװײַז אױף זײַן װײַכן געלעגער אין זײַן גרױסאַרטיקן שײנעם חדר, מיט אַ זײַדענע קאָלדרע אײַנגעדעקט, און ער קאַטשעט זיך פֿון אײן זײַט אױף דער אַנדערער, און קאָן ניט שלאָפֿן. ― ― ―

― װײסט איר ניט עפּעס אַ מיטל קעגן ניט קאָנען שלאָפֿן?…

דאָס צװײ־און־אַכציקסטע קאַפּיטל
אַן אומגעריכטע דיסקוסיע

עס איז שױן לאַנג אַװעקגעגאַנגען דער װינטער.

דער ליבער יום־טובֿ פּסח, אױף װעלכן פּאָפּאָװ־ראַבינאָװיטש האָט אַזױ אַרױסגעקוקט, איז אײַנגעטראָטן. און די, װעלכע האָט „געװעלטיקט אין זײַנע בעסטע חלומות“, איז געקומען צו פֿאָרן.

די שטוב פֿון באַרדאָ־בראַדאָװסקי האָט שױן װידער אױפֿגעלעבט, און גליוק דער הונט איז שױן װידער משוגע געװאָרן פֿון שׂימחה און פֿון התפּעלות. און װײ־װײ װאָס עס טוט זיך דאָרט. מע באַקט און מע קאָכט, און מע פּוצט און מע רײניקט, און מע ברענגט צו פֿירן אַלע מאָל אַלץ נײַע און נײַע פּעק פֿונעם מאַרק, און מע גרײט זיך, מע גרײט זיך צום הײליקן פֿרײלעכן יום־טובֿ.

אַלעמענס פּנימער שײַנען. אַלעמענס אױגן לײַכטן און מער פֿון אַלע שײַנט און לײַכט װי אַלע מאָל סאַשאַ. העכער פֿון אַלעמען לאָזט זיך הערן סאַשאַס קול. הילכיקער פֿון אַלעמען לאָזט זיך הערן איר געלעכטער. און מתּנות האָט סאַשאַ אָנגעבראַכט צו פֿירן אָן אַ שיעור, מער פֿון אַלעמען, געװײנלעך, פֿאַר די ברידערלעך די קונדסים, פּעטיאַ און סעריאָזשאַ ― אַ גאַנצן אַרסענאַל פֿון האַרמאַטן, ביקסן, סאָלדאַטן, טעלעפֿאָנען, גראַמאָפֿאָנען, פֿאָטאָגראַפֿישע אַפּאַראַטן און אַעראָפּלאַנען.

דערנאָך דעם לערער־פּערסאָנאַל, איטלעכן באַזונדער אַן אַנדער זאַך צום אָנדענקען: װעמען אַ גאָלדן אײעלע, װעמען אַ ציגאַרן־שפּיץ, װעמען אַ הערצל־מעדאַליאָן און װעמען אַ זײַדן שאַרף פֿון דער לעצטער מאָדע (דעם רוסישן רעפּעטיטאָר „גאַנץ טאָלסטאָי“ רײַך געבונדן ― גריגאָרי איװאַנאָװיטש איז דאָך טאָלסטאָיס אַ חסיד). און דערנאָך

פֿאַר די דינסטן ― אַ גאַנצע קראָם פֿון גאַלאַנטערײ און שניט־סחורה ― קײנעם ניט פֿאַרגעסן ― און אַך! װיפֿל פֿרײד, װאָס פֿאַר געלעכטערן עס זענען געװען בײַם אױסטײלן פֿון די מתּנות! פֿאַרשטײט זיך, אַז אין סאַמע רעכטן האַרמידער האָט זיך אַרײַנגעמישט אױך „גליוק“, װאָס כאָטש ער האָט נישט באַקומען פֿונעם גאַסט גאָרנישט אַחוץ אַ גלעט מיטן הענטל איבער דער פֿעל, פֿונדעסטװעגן איז ער געװען גליקלעכער פֿון אַלעמען און אַרױסגעװיזן זײַן פֿרײד מער פֿון אַלעמען, פֿאַר זײַן אַרײַנמישן זיך האָט ער אָבער שיִער נישט געכאַפּט זײַן פּסק: פֿאַר די אױערן ― און מאַרש!

מיט אײנעם װאָרט די שטוב האָט שױן װידער באַקומען די אײגענע פֿיזיאָנאָמיע װאָס דעמאָלט װינטער, בײַם ערשטן קומען צו פֿאָרן פֿון סאַשען, און עס האָבן זיך אָנגעהױבן װידער יענע לעבעדיקע פֿרײלעכע יום־טובֿדיקע טעג מיט זײערע טױזנטערלײ שפּילן, אַרױספֿאָרן, מוזיק, טענץ, פֿאַנטן און אַנדערע פֿאַרװײַלונגען און צײַט־פֿאַרטרײַבונגען. ― נאָר װוּ איז אַהינגעקומען דער רוסישער רעפּעטיטאָר? װוּ איז גריגאָרי איװאַנאָװיטש? פֿאַרװאָס זעט מען אים ניט? אָט קומט ער צו גײן אױף אַ װײַלע, נאָר צום טיש, שװאַרץ װי די נאַכט, ענטפֿערט אײנס איבער צען, שמײכלט כּלומרשט, נאָר מע זעט, אַז ער זיצט קױם אײַן, און אָט איז מען אױפֿגעשטאַנען פֿון טיש ― אַזױ איז ער שױן נישטאָ. נײן. מיט אים איז עפּעס נישט גלאַט…

. . . . . . . . . . . . . . . . . . . .

װיפֿל דער געמאַכטער פּאָפּאָװ האָט זיך ניט אױסבאַהאַלטן פֿון ייִדן און ייִדישקײט; װיפֿל ער האָט זיך ניט געפֿלײַסט, ער זאָל זײַן װײַט אָפּגעשײדט פֿון דער ייִדישער װעלט; װיפֿל ער האָט זיך ניט געמוטשעט, ער זאָל פֿאַרגעסן, כאָטש אױף אַ קורצע צײַט, אַז ס'איז פֿאַראַן אַ זאַך, װאָס הײסט „ייִדישער גלות“, װאָס אַ ייִד קאָן זיך פֿון אים ניט באַפֿרײַען אין ערגעץ, סײַדן אױף יענע װעלט ― אומזיסט געװען זײַן מי, אַרױסגעװאָרפֿן, װי נאָר עס איז אַרױפֿגעשװוּמען דער בילבול פֿון עלילת־דם אױפֿן ים פֿון דער פּרעסע…

דעם אמת דאַרף מען זאָגן, אַז דער אמתער הערשל ראַבינאָװיטש האָט קײנמאָל נישט אױפֿגעהערט צו זײַן אַ ראַבינאָװיטש אַפֿילו אױף קײן מינוט. װי יעדער ייִד, אַז ער נעמט נאָר אַ רוסיש בלאַט אין די הענט, איז דאָס ערשטע, װאָס זײַנע אױגן זוכן און געפֿינען, איז דאָס װאָרט „יעװרעי“, אַזױ האָט אױך הערשל פּאָפּאָװ אַלע טאָג, װי נאָר אַ בלאַט־צײַטונג איז אַרײַן צו אים אין די הענט, דאָס ערשטע געזוכט מיט די אױגן דאָס דאָזיקע פֿאַרכּישופֿטע װאָרט און אַלע מאָל, אַז ער האָט דאָס געפֿונען, האָט ער געפֿילט אַ קלאַפּ אין האַרצן, נאָר זײַנע אױגן האָבן עס כּלומרשט איבערגעהיפּעט און דערנאָך, אַז קײנער פֿון דער זײַט האָט נישט געזען, האָט ער זיך אומגעקערט צוריק צום אײגענעם װאָרט און דורכגעלײענט בגנבֿה אַלצדינג, װאָס דאָרט שטײט געשריבן און װאָס דאָרט רעדט זיך װעגן ייִדן, נאַטירלעך, אַלטע, באַקאַנטע, אַ סך מאָל איבערגעקײַטע נײַעס: װעגן ייִדישע פּראָצענט־נאָרמע, ייִדישע אַרױסשיקענישן, ייִדישע אַרױסטרײַבעכצן, ייִדישע באַגרענעצונגען אין דער אַרמײ, אין די שקאָלעס, אין דער יוריספּרודענץ און אַזױ װײַטער און װײַטער, ― אַלץ אַזעלכע זאַכן, װאָס אַ ייִד איז שױן געװױנט געװאָרן און אַ גױ האָט זיך עס צוגעגעסן.

פֿילן האָט ער זיך בעת מעשׂה געפֿילט טאַקע נישט אַזױ פֿױגלדיק, װי עס דאַרף זיך פֿילן יעדער מענטש, װאָס װערט געזידלט, נאָר ער האָט זיך אָנגעטאָן אַ כּוח, ער זאָל עס ניט אַרױסבאַװײַזן און פֿאַרגעסן, װאָרעם ניט ער קאָן העלפֿן און ניט פֿון נעמען זיך צום האַרצן װעט אים גרינגער װערן, ובפֿרט אַז מע טראָגט אַ שטענדיקע מאַסקע אױפֿן פּנים און מע האָט מורא אַרױסגעבן דעם אינקאָגניטאָ, אַנטפּלעקן דעם סוד…

דאָס זעלבע איז געװען אױך, בעת ער האָט דורכגעלײענט צום ערשטן מאָל די מעשׂה־נורא, װאָס איז אָפּגעטאָן געװאָרן מיטן קריסטלעכן ייִנגל אין דער גרױסער שטאָט אין דער „טשערטאַ“ און װאָס מע איז חושד, אַז דאָס איז אַ ייִדיש שטיקל אַרבעט… עס איז אים נאָר געװען אַ בזיון, מער נישט, װאָרעם אַלס אַ ייִד װײס ער דאָך, אַז ס'איז דאָ אַזאַ פֿאַרבלענדעניש, אַ מין װילדע טיפּשות אַזעלכע אױף דער װעלט, װאָס מע רופֿט עס „עלילת־דם“ און װאָס מע באַשולדיקט אין דעם זײַנע ברידער פֿון כּמה וכּמה יאַרן. ער װײס אָבער דאָס אױך, אַז ייִדן לאַכן זיך אױס פֿון דעם, װאָרעם װער נאָך װײס אַזױ װאָס פֿאַר אַ נאַרישער פֿאַרפֿירטער שקר דאָס איז, װי אַ ייִד?…

דאָס אײנציקע, װאָס אים איז יאָ געבליבן אין זכּרון, איז געװען נאָר דאָס, װאָס דער פֿאַקט איז געשעען פּונקט אין יענער שטאָט, װוּ עס געפֿינט זיך זײַן פֿרײַנד גרישאַ פּאָפּאָװ אונטער זײַן, ראַבינאָװיטשעס, נאָמען, ― און ס'איז געבליבן בײַ אים, אַז ער װעט האַלטן בײַ שרײַבן צו גרישען אַ בריװ, זאָל ער אָנפֿרעגן בײַ אים אױף דעם דאָזיקן ענין, נאָר אַז ס'איז געקומען צום שרײַבן, האָט ער װעגן דער מעשׂה גראָד פֿאַרגעסן…

װי איבערראַשט אָבער איז ער געװען, אַז װעגן דער געשיכטע האָט אים דערמאַנט נישט קײן אַנדערער, נאָר פֿעאָקטיסט פֿעדאָסײיִטש באַרדאָ־בראַדאָװסקי!

פֿעאָקטיסט פֿעדאָסײיִטש, װאָס האָט פֿײַנט פּאָליטיק, און װער שמועסט בײַ זיך בײַם טיש, האָט זיך פֿאַרגונען אײנמאָל, און דװקא בײַם טײ טרינקען, באַרירן די דאָזיקע מעשׂה, נאָר אין אַזאַ טאָן, גלײַך װי ער װאָלט דערצײלט װעגן אַ פֿערד, װאָס האָט גענומען דעם ערשטן פּרײַז, אָדער װעגן אַ נײַעם אַטלעט, װאָס דאָרף קומען צו פֿאָרן פֿון לאָנדאָן, אָדער װעגן אַ דיריזשאַבל, װאָס איז דורכגעפֿלױגן איבער דער שטאָט, אָדער װעגן אַן אַנדער זאַך, װאָס געהער זיך אָן מיט ספּאָרט, נאָר אינעם טאָן איז געװען צו זען, אַז סײַ דער בעל־הבית אַלײן, סײַ די אַלע, װאָס זיצן דאָ בײַם טיש, זענען איבערצײַגט, אַז די מעשׂה איז תּורת־אמת.

דער אײנציקער, װאָס האָט אַרױסבאַװיזן אַ שטיקל ספֿק, איז געװען דער פֿראַנצײזישער לערער, מסיע דיבואַ. האָט אים אָבער זײַן דײַטשער קאָלעגע, הער פֿריש, גאַנץ ערנסט, כאָטש אַפֿילו מיט אַ ברײטן שמײכל אױף די גלאַנצנדיקע רױטע באַקן, געגעבן צו פֿאַרשטײן, אַז די רוסישע ייִדן זענען ניט גלײַך צו די פֿראַנצײזישע אָדער דײַטשע ייִדן, און אַז די רוסישע און דערהױפּט די „פּאָלנישע“ ייִדן זענען נאָך אַזױ װילד, אַז זײ מוזן נאָך האָבן אַ קרבן־פּסח“… און אױסגעלאָזט האָט ער זײַנע רײד מיט אַ װוּנק צו זײַן קאָלעגע „גרעגואַר איפֿאַנאָפֿיש“, פֿון װעלכן ער האָט דערװאַרט, אַז יענער, אַלס רוסישער סטודענט, דאַרף עס װיסן בעסער פֿון אַלעמען… גריגאָרי איװאַנאָװיטש, װאָס איז אַזױ אױך געזעסן אױף הײסע קױלן, האָט דערפֿילט, אַז נאָך אַ ביסל װערט אים צעזעצט די גאַל. האָט ער אױסגעלאָזט זײַן ביטער האַרץ צום דײַטשס קאָפּ. ער האָט זיך נישט געװענדט גלײַך צו אים. ער האָט נאָר געפֿרעגט אַ קשיא בכלל: װי איז דאָס מעגלעך, אַז הײַנטיקע צײַטן זאָלן מענטשן אײראָפּעער, דאַכט זיך ציװיליזירטע, קאָנען גלױבן אין אַזעלכע װילדע, נאַרישע, שױן לאַנג אָפּגעלעבטע זאַכן, װאָס שמעקן מיט שימל פֿון פֿאַרצײַטן, מיט פֿינצטערן פֿאַנאַטיזם, מיט גראָבע עם־הארצות! װי קאַנען מענטשן נאָך ברענגען פֿאַרן מױל אַזעלכע װערטער, װאָס איז גאָר אַ בזיון. אין אַ לײַטישער שטוב צװישן לײַטישע מענטשן צו הערן, װאָס איז אַן עבֿירה, אַ פֿאַרברעכן דאָס איבערצוחזרן פֿאַר ניט דערװאַקסענע קינדער?…

די דאָזיקע אומגעריכטע הײסע רעדע פֿונעם רוסישן סטודענט, װאָס האָט זיך פּלוצעם אָנגענומען די קריװדע פֿון ייִדן, האָט איבערראַשט דעם גאַנצן עולם, און מער פֿון אַלע איז געװען איבערראַשט פֿעאָקטיסט פֿעדאָסײיִטש, װאָס האָט אַװעקגעשטעלט די אױגן אױפֿן רוסישן רעפּעטיטאָר.

„דאַכט זיך אַזאַ שטילער בחור ― האָט ער זיך געטראַכט ― אַזאַ באַשײדענער, און פּלוצעם גאָר ― װאָסערע שאַרפֿע צײן!… און איבער װאָס? איבער ייִדן… אַ מאָדנע זאַך!…“ ― פּעטיאַ און סעריאָזשאַ האָבן אים אױך אָנגעקוקט מיט גרױסע אױגן: װאָס איז דאָס מיט זײער לערער! זי האָבן אים נאָך קײנמאָל ניט געזען אַזעלכן… און אַפֿילו גליוק, װאָס איז געהאַט געלעגן בײַ די פֿיס פֿונעם סטודענט און װאָס האָט שױן אַװדאי גאָרניט פֿאַרשטאַנען, װאָס דאָ קומט פֿאָר, האָט אַ פּנים אױך מיט זײַן אײדלען חוש־הריח דערפֿילט, אַז זײַן נײַער פֿרײַנד ברענט, האָט ער זיך אױפֿגעהױבן, אױסגעצױגן און אַריבערגעטראָגן זיך צו אַן אָנרעדן… און אָט אַזױ האָט זיך דער גאַנצער טיש פֿאַראינטערעסירט מיט דער דאָזיקער אומגעריכטער דיסקוסיע. כּמעט אַלע האָבן געהאַלטן מיטן דײַטש. אױף גריגאָרי איװאַנאָװיטשעס זײַט איז געװען נאָר אײן פֿראַנצױז, מסיע דיבואַ, װאָס איז גלאַט געװען אַנטציקט פֿונעם רוסישן רעפּעטיטאָרס הײסן טעמפּעראַמענט, און די גוטע נאַדיעזשדאַ פֿעדאָראָװנאַ, װאָס האָט געװאָלט מאַכן אַ שטיקל פּשרה, האָט זיך אָנגענומען אין דער קריװדע פֿונעם רוסישן רעפּעטיטאָר, נאָר אַזױ, אַז דער דײַטש זאָל אױך נישט אױסקומען אינגאַנצן אומגערעכט, און זי האָט זיך אָנגערופֿן:

― איך געפֿין, אַז גריגאָרי איװאַנאָװיטש האָט רעכט. רודפֿן מענטשן דערפֿאַר, װאָס זײ געהערן צו אַן אַנדער גלױבן, איז טאַקע ניט אָנשטענדיק… נאָר ― האָט זי זיך געװענדט צום רוסישן רעפּעטיטאָר ― איך װאָלט װעלן װיסן, גריגאָרי איװאַנאָװיטש, אײן זאַך: איר קענט זײ פּערזענלעך אָט די?… איר קענט כאָטש אײן ייִדן? אַך! זײ דאַרפֿן זײַן שרעקלעך…

דרײַ עמער קאַלט װאַסער, װען מע גיסט אױס אױף אים, װאָלטן זיכער ניט געקאָנט אַזױ גיך אָפּקילן דעם צעהיצטן סטודענט, װי דאָס האָבן געטאָן די דאָזיקע עטלעכע װײכע נאַיִװע װערטער פֿון דער גוטער נאַדיעזשדאַ פֿעדאָראָװנאַ. װאָס האָט ער איר געהאַט דערױף צו ענטפֿערן! „ער קען ניט, פֿאַרשטײט זיך, אַז ער קען ניט קײן ייִדן ― פֿון װאַנען זאָל ער קענען? ― ער איז אָבער גוט באַקאַנט מיט זײער היסטאָריע, מיט זײער ליטעראַטור, און ער האָט אין ערגעץ ניט באַגעגנט קײן װאָרט, קײן װוּנק, קײן סימן אַפֿילו פֿון דעם, װאָס די גאַזעטן פּלאַפּלען…“

ער פֿילט, אַז אינװײניק בײַ אים קאָכט, אַז דאָס קול ציטערט אים, נאָר ער האַלט זיך אײַן װי װײַט מעגלעך, רעדט רויִק און מיט אַ שמײכל, גלאַט אַזױ זיך, װי עס רעדט אַ מענטש אַ זײַטיקער, װי עס רעדט אַ דורכגײער, װאָס האָט דערזען אַן עװלה, קאָן ער נישט לײדן… נאָר ער פֿילט, אַז זײַנע װערטער זענען אַרױסגעװאָרפֿן, און אפֿשר נאָך איבעריק אױך? אפֿשר האָט ער דאָס אױך ניט באַדאַרפֿט! און ער האָט חרטה אַזױ װי הינט עסן אים ― צו װאָס האָט אים גענוצט זיך זאַטשעפּען מיט דעם דאָזיקן דײַטש? דער רוח האָט אים געבראַכט צו טראָגן!… נאָר אים קומט צו הילף נישט קײן אַנדערער, נאָר טאַקע דער דײַטש אַלײן, װאָס איז אַרױס מיט זײַן צעבראָכענעם, צעהרגעטן רוסיש:

― װי אָשין קאַראַשאָ סקאַזאַל, נאַדיעזשדאַ טעאָדאָראָװנאַ, אי װי אָשין קאַראַשאָ קאַפֿאַריל, גרעגואַר איפֿאַנאָפֿיש,Вы очень карашо сказал, Надежда Теодоровна, и Вы очень орошо говорил, Грегуар Ифанович: איר האָט גוט געזאָגט, נאַדיעזשדאַ פֿעאָדאָראָװנאַ, און איר האָט גוט גערעדט, גריגאָרי איװאַנאָװיטש ― האָט דער דײַטש אַרױסגעגעבן זײַן הסכּמה און געבעטן, מע זאָל אים דערלױבן דערצײלן אַן אַנעקדאָט. און הגם עס האָט זיך אָנגעקערט אַהער זײער װינציק, און דער אַנעקדאָט אַלײן איז געװען פּלאַטשיק, אײנער פֿון יענע אַנעקדאָטן, װאָס רופֿן אַרױס גיכער אַ גענעץ אײדער אַ שמײכל, נאָר װי די מעשׂה איז ― אַ רפֿואה איז דאָס געװען זײער אַ װױלע אױף צו פֿאַררײַבן, פֿאַרגלעטן און פֿאַרגעסן די אומגעריכטע דיסקוסיע.

דאָס דרײַ־און־אַכציקסטע קאַפּיטל

זי האָט פֿאַר זײ מורא

צו דעם דאָזיקן אומאַנגענעמען שמועס האָט מען זיך אין דער דאָזיקער שטוב מער נישט אומגעקערט, ביז סאַשאַ איז נישט געקומען צו פֿאָרן אױף פּסח אַהײם.

און אַז סאַשאַ איז געקומען צו פֿאָרן אױף פּסח אַהײם, האָט מען בײַם טיש די געשיכטע נאָך אַ מאָל אױפֿגעמישט (װידער דער דײַטשער לערער הער פֿריש) און אָנגעװיזן, אַז גרעגואַר איפֿאַנאָפֿיש װיל האָבן, אַז די גאַנצע געשיכטע מיטן ריטואַל־מאָרד איז ניט מער װי אַ לעגענדע, װאָס די גאַזעטן האָבן אױסגעטראַכט ― כאַ־כאַ־כאַ!

― װער זאָגט דאָס! ― האָט אַ פֿרעג געגעבן פּיער, װעלכער איז אױסגעװאַקסן אױפֿן צװײטן טאָג נאָך סאַשאַס קומען צו פֿאַרן און געזעסן בײַם טיש, נעבן סאַשען פֿון דער לינקער האַנט.

― איך זאָג עס! ― האָט זיך אָנגערופֿן גריגאָרי איװאַנאָװיטש הױך, װײַל ער איז געזעסן װײַט פֿון פּיערן און מורא געהאַט טאָמער װעט ער אים ניס דערהערן: ער האָט זיך אָנגענומען מיט האַרץ, װאָס ס'װעט זײַן װעט זײַן, ער װעט אײן מאָל פֿאַר אַלע מאָל אַרױסזאָגן אַלצדינג, װאָס האָט זיך אָנגעזאַמלט בײַ אים אױף דער נשמה פֿאַר דער גאַנצער צײַט װאָס ער איז דאָ און קומט אָפּ חיבוט־הקבֿר און גיהנום און כּף־הקלע… ביז װאַנען װעט ער שװײַגן? צײַט שױן צו רעדן אַ װאָרט! צײַט שױן צו עפֿענען זײ די אױגן, װײַזן די דאָזיקע זאַטע גליקלעכע געזיכערטע מענטשן אַז אַװעקמאַכן מיט דער האַנט אַ גאַנץ פֿאָלק, װאָס צאַפּלט, גײט אָפּ מיט בלוט, ראַנגלט זיך מיטן מלאך־המות און װיל נאָך לעבן און װיל נאָך זײַן לײַטנגלײַך ― איז אַ פֿאַרברעכן!… און הגם האָט זיך אים זײער געװאָלט אָנרײַבן אַ ביסל דעם דאָזיקן „אָפֿיצירל“, װאָס ער קען זײַן פּנים ניט אָנקוקן. אים האָט זיך געװאָלט װײַזן פֿאַר אַלעמען (און דערהױפּט פֿאַר סאַשען), װאָס פֿאַר אַן עם־האַרץ ער איז, אָט דער דאָזיקער געשליפֿענער פּאָלירטער קניאַז מיט זײַנע אַריסטאָקראַטישע מאַניערן. ער האָט שױן לאַנג געזוכט אַ געלעגנהײט אים אָנכאַפּן בײַם גאָרגל… האָט אָבער פּיער קײן חשק ניט געהאַט אַ פּנים זיך אָנצוהײבן מיט דעם דאָזיקן „שװאַרצן סטודענט“, װאָס האָט אַ טעמפּעראַמענט פֿון אַ גרוזין און אַ פּנים פֿון אַ „זשיד“ אָדער פֿון „אַן אַרמיאַנין“, כאָטש ער איז דעם ט―ר פּאָפּאָװס אַ זונדל… פּיער האָט אים אַפֿילו נישט באַערט מיט אַ קוק און האָט זיך אָנגעבױגן צו סאַשען, װעלכע האָט דערהערט דעם רעפּעטיטאָרס „איך זאָג עס!“ און האָט זיך פֿאַראינטערעסירט. האָט זי זיך געװענדט גלײַך צום סטודענט:

― גריגאָרי איװאַנאָװיטש, װעגן װאָס רעדט איר דאָרט?

― גריגאָרי איװאַנאָװיטש האָט אױפֿגעלעבט, אַ מאָדנע װאַרעמקײט האָט ער דערפֿילט און דאָס האַרץ האָט גענומען קלאַפּן „הערסט דו, אָט דאָס האָט ער דאָך טאַקע געװאָלט! אױסהערן איר מײנונג ― דאָס אַלײן װאָס איז װערט?…“ און אַגבֿ האָט זיך אים אױסגעדאַכט, אַז אין איר, דװקא אין איר, װעט ער געפֿינען אַ שוץ און אַ חבֿר און אַ מיטפֿילערין, אים האָט זיך אױסגעװיזן, אַז אַזאַ פֿײַנע אײדעלע נשמה, װי סאַשאַ איז, מוז סימפּאַטיזירן גיכער מיט אים, װי מיט אָט דעם פּוסטן קניאַז, װאָס האָט ניט אין קאָפּ גאָרניט, אַ חוץ שײן אױספּוצן זיך און אױסציִען זיך װי אַ סטרונקע און קלינגען מיט די שפּאָרן ― אַך, װי פֿײַנט ער האָט אים!…

און גריגאָרי איװאַנאָװיטש ציט אױס דעם קאָפּ פֿון װײַטן צו סאַשען און, װי װײַט מעגלעך רויִק און פֿעסט אַרױסרעדנדיק איטלעכס װאָרט, װענדט ער זיך צו איר:

― דאָ רעדט מען װעגן ייִדן, אַלעקסאַנדראַ פֿעאָקטיסטאָװנאַ, װעגן ייִדן רעדט מען און װעגן…

― אַך, נײן! נײן! רעדט ניט װעגן די דאָזיקע… די דאָזיקע… איך האָב פֿאַר זײ מורא!…

און סאַשאַ האָט פֿאַרװאָרפֿן דעם קאָפּ אַהינטער און גענומען אָפּטרײסלען זיך מיט בײדע הענט, װי מע טרײסלט זיך אָפּ פֿון עפּעס אַ מיאוסקײט… נאָר עס איז אױסגעקומען אַזױ קינדעריש נאַיִװ און מיט אַזױ פֿיל חן אַז דער גאַנצער טיש האָט זיך צעלאַכט. פֿריִער פֿון אַלע האָט זיך צעלאַכט דער פֿראַנצײזישער לערער מסיע דיבואַ, װאָס האָט אײגנטלעך פֿאַרשטאַנען װינציקער פֿון אַלעמען. נאָר העכער פֿון אַלעמען האָט געלאַכט דער דײַטשער לערער הער פֿריש. דער האָט פֿאַרװאָרפֿן דעם קאָפּ אַרױף, די אָדערן פֿונעם פֿעטן האַלדז האָבן זיך אים אָנגעצױגן, דאָס גלאַנצנדיקע פּנים, װאָס איז אַזױ אױך געװען גענוג רױט פֿון ביר, איז אים געװאָרן נאָך רױטער, און מע האָט געקאָנט מורא האָבן פֿאַר דעם דאָזיקן נפֿש, אַז מיט אַזאַ קאָמפּלעקציע װי ער, זאָל ער חלילה ניט דעם שלאַק באַקומען…

אַז גריגאָרי איװאַנאָװיטש איז גלײַך מיט אַלעמען אַרױס פֿון טיש, האָט ער געפֿילט, װי עס רױשט אים אין קאָפּ, און אַ רױך איז אים געשטאַנען פֿאַר די אױגן ― און אין די אױערן האָבן אים געקלונגען סאַשאַס װערטער: „רעדט ניט פֿון די דאָזיקע ― איך האָב פֿאַר זײ מורא!…“

זי האָט פֿאַר זײ מורא?… און איר מוטער, די גוטע נאַדיעזשדאַ פֿעדאָראָװנאַ, האָט דעמאָלט געזאָגט: „זײ דאַרפֿן זײַן שרעקלעך!“ אַך, װאָס פֿאַר אַ תּהום! װאָס פֿאַר אַ טיפֿער אָפּגרונט צװישן מענטשן־ברידער, אַז אַזעלכע גוטע, אײדעלע נשמות װי די צװײ קאָנען זיך אַזױ אױסדריקן!… אַזעלכע גוטע, אײדעלע הערצער, װאָס קאָנען נישט הערן קײן בײז װאָרט, װאָס קאַנען נישט זען קײן קרום פּנים!… און ער קוקט פֿון דער מוטער אױף דער טאָכטער און פֿון דער טאָכטער אױף דער מוטער און דערמאַנט זיך אַ מעשׂה, װי ער אַלײן האָט געזען, װי אַזױ די בײדע האָבן אַראָפּגעװאָרפֿן פֿון זיך ― די מוטער צװײ רינגען בריליאַנטענע און די טאָכטער אַ טײַערן בראַסלעט ― און אָפּגעגעבן פּיערן, ער זאָל עס אַװעקטראָגן צום פֿאָטער, צום אַלטן קניאַז, װאָס קלײַבט נדבֿות פֿאַר די הונגעריקע…

„װאָס װאָלטן געזאָגט ― טראַכט ער זיך ― אָט די צװײ גוטע אײדעלע נשמות, װען זײ זאָלן װיסן, װיפֿל הונגעריקע, עלנטע, דערשלאָגענע, דערנידעריקטע און פֿאַרגעסענע עס געפֿינען זיך דאָ בײַ אונדז אין לאַנד, װאָס הונגערן זײער גאַנצן לעבן, זשעדנע אַ שטיקל ברױט? און ניט נאָר אַ שטיקל טרוקן ברױט זענען זײ זשעדנע, זײ זענען זשעדנע פּשוטע מענטשלעכע רעכט; זײ זענען זשעדנע אַ גוט װאָרט, עמיצער זאָל פֿאַר זײ זאָגן; זײ זענען זשעדנע אַ שטראַל פֿון דער זון, אַ ביסל פֿרישע לופֿט, אַ לױט בילדונג, אַ רוסישן אַלף־בית, אַ פּראָסטן רוסישן אַלף־בית“…

און נאָך אַ פֿאַקט דערמאַנט ער זיך, װאָס ער אַלײן איז געװען דערבײַ.

דאָס איז געװען שױן לאַנג, אין אָנהײב װינטער איז געװען אַ געשיכטע. בײַם גליטשן זיך אױפֿן אײַז. אַלע זענען דאָרטן געװען. גריגאָרי איװאַנאָװיטש אױך. ער איז געשטאַנען פֿון דער װײַטן און געקוקט, װי סאַשאַ גליטשט זיך מיטן פֿראַנצײזישן לערער מסיע דיבואַ מיט די פֿאַרדרײטע װאָנצעס, מיטן דײַטשן לערער הער פֿריש מיט די רױטע גלאַנצנדיקע באַקן, און מיט פּיערן, װאָס ער קאָן אים נישט אָנזען… גליוק איז אױך געװען אױפֿן אײַז ― װי קאָן זײַן אַ שׂימחה אָן גליוקן?… מיט אַ מאָל האָט זיך דערהערט אַ טומל, אַ געפּילדער ― הימל עפֿן זיך! עס האָבן זיך צונױפֿגעגאָסן אינאײנעם אַ קװיטשערײַ פֿון אַ סך הינט און אַ געשרײ פֿון אַ סך מענטשן… עמיצער האָט געחלשט… עס האָט גענומען גוטע צװײ מינוט, ביז מע האָט געקאָנט אַרױס, זען װאָס דאָרט האָט זיך אָפּגעטאָן. עס האָט זיך אָפּגעשפּילט אױף אַ װײַלע אַ קלײנע טראַגעדיע.

דער העלד אין דער טראַגעדיע איז געװען גליוק, און נאָך העלדן זענען געװען, אױך אַזעלכע כּלבֿים װי ער, נאָר אַ סך קלענערע פֿון אים. אײנער איז געװען צװישן זײ גאָר אַ קלײנינקער, אַ מחיהדיקער, אַ ציטערדיקער, גאָר פֿון די געצײכנטע, פֿון די געהױבענע, װאָס מע האַלט צו זײ אַ באַזונדערן מענטשן און מע באָדט זײ שיִער ניט אין שאַמפּאַניער־װײן. אַ פֿעלעכל האָט דאָס אױף זיך אַ װײַס, הערעלעך ― זײַד, אײגעלעך שװאַרצינקע, בײזע, פֿיסלעך טרײסלענדיקע, אַ מאָרדעלע פֿון אַ מאַלפּע, די צײנדלעך אין דרױסן, ― פֿאַר אַזאַ צאַצקע װיפֿל מע גיט אַװעק, איז װינציק, פֿון דעסטװעגן אַז ס'איז באַשערט אַן אומגליק, איז אַרױס צװישן די הינט אַ סיכסוך, אַ מין מיספֿאַרשטענדעניש, און די כּלבֿים זענען אַרײַנגעפֿאָרן אײנס דאָס אַנדערע מיט די צײן אין די סאַמע ערטער, װוּ, עס טוט רעכט װײ, און מער פֿון אַלע האָט זיך אױסגעצײכנט גליוק, װאָס האָט דעם קלײנעם מיוחס אַזױ צעיושעט, אַז מע האָט אים קױם אָפּגעמינטערט… גליוק אַלײן האָט זיך גאָר אױף אַזױ פֿיל נישט געריכט. דאָס האָט מען געקאָנט אַרױסזען נאָכדעם פֿון זײַן שטײן און פֿון זײַן באַלעקן זיך און פֿון זײַן קוקן מיט מאָדנע אױגן, גלײַך װי ער װאָלט

װעלן זאָגן: „עס קאָן זײער געמאָלט זײַן, אַז איך בין דאָ באַגאַנגען אַ נאַרישקײט, נאָר פֿאַרפֿאַלן…“ װי די מעשׂה איז ― נאָר די בעל־הביתטע פֿונעם געשעדיקטן הינטל ― אַ דײסטװיטיעלני סטאַטסקי סאָװיעטניקסдействительный статский советник: אַקטיװער שטאַט־ראָטגעבערס טאָכטער ― איז נעבעך געפֿאַלן חלשות, און סאַשאַ, װאָס האָט געהאַלטן דאָס צעיושעטע הינטל, האָט געװײנט, געװײנט שטילערהײט, מיט טרערן… און נאָכדעם, אַז זי האָט איבערגעגעבן דער מוטער די דאָזיקע טראַגעדיע, האָט מען געקאָנט זען טרערן אױף די אױגן בײַ זײ בײדן…

װאָס האָט ער זיך פּלוצעם דערמאַנט אָן דער דאָזיקער געשיכטע?… ער זוכט מיט די אױגן סאַשען און דערזעט, װי זי שטײט בײַם פֿאָרטעפּיאַן מיטן פֿראַנצױז. דער פֿראַנצױז בעט, זי זי זאָל עפּעס שפּילן, סאַשאַ זאָגט זיך אָפּ… „װי װאָלט זײַן אַ שטײגער, ― אַזױ טראַכט זיך פּאָפּאָװ־ראַבינאָװיטש ― װאָס פֿאַר אַן עפֿעקט װאָלט דאָס געמאַכט, װען ער רופֿט זי אָפּ אױף אַ זײַט, אױף צװײ װערטער, מער ניט װי אױף צװײ װערטער: ער בעט בײַ איר, זי זאָל אים מוחל זײַן, װאָס ער האָט דאָס איר ניט אױפֿגעדעקט ביז אַהער, ― ער האָט נישט געקאָנט, ― איצט זאָגט ער איר אױס דעם גאַנצן אמת, איצט דעקט ער איר אױף אַ סוד ― און נאָר איר, װײַטער קײנעם ניט ― „אַז ער איז אײנער פֿון יענע, װאָס זי האָט פֿאַר זײ מורא…“ נאָר אָט גײט זי אים אַקעגן מיט איר תּמיד ליכטיק פֿרײלעך פּנים און מיט איר תּמיד פֿרײַנדלעכן שמײכל:

― גריגאָרי איװאַנאָװיטש, איך װיל מיט אײַך שפּילן אין טריק־טראָק.

דאָס פֿיר־און־אַכציקסטע קאַפּיטל
אַ קלאַפּ נאָך אַ קלאַפּ

װוּ איז געװען זײַן שׂכל? װוּ זענען געװען זײַנע אױגן? װוּהין האָט ער געקוקט און װאָס האָט ער געזען?

ער האָט פֿאַרשטאַנען, אַז דאָס, װאָס איז געװען ביז אַהער, איז געװען אַ חלום, אַ מעשׂה מיט אַ בת־מלכּה אינעם לאַנד פֿון „אופֿיר“…

ער האָט פֿאַרשטאַנען, אַז ער האָט געקוקט דורך געדיכטע אײַזערנע גראַטעס אין אַ פֿרעמדן גאָרטן אַרײַן, װוּ דורך געדיכטע גרױסאַרטיקע בײמער און שײנע שמעקנדיקע בלומען קוקן אַרױס קױם־קױם סימנים פֿון אַ פּרעכטיקן פּאַלאַץ ― און דאָס איבעריקע ― װי זעט אױס דער פּאַלאַץ און די גליקלעכע מענטשן, װאָס װױנען דאָרטן ― דאָס אַלצדינג האָט אים שױן דערמאָלט זײַן אײגענע פֿאַנטאַזיע. די זעלבע פֿאַנטאַזיע, װאָס האָט אים געהאָלפֿן צו דערמאָלן יענע שײנע פּרינצעסין, װאָס געװעלטיקט בײַ אים אינעם לאַנד פֿון „אופֿיר“…

ער האָט פֿאַרשטאַנען, אַז װען ניט דער גליקלעכער צופֿאַל, װאָס די אַלע האָבן זיך דאָ אַרױסגעכאַפּט מיטן אמת און װאָס האָט אים געעפֿנט די אױגן, ער זאָל װיסן, װוּ ער האַלט מיט זײ, װאָלט ער אַצינד שױן אָנגעשפּאַרט װײס איך װוּ… ער װאָלט פֿאַרפֿלױגן אַהין, פֿון װאַנען עס איז נישט אַזױ גרינג צוריק צו קומען… און ער האָט באַשולדיקט נישט קײנעם, נאָר זיך אַלײן.

בשום אופֿן האָט ער נישט געקענט מוחל זײַן זיך, װאָס ער האָט געהאַנדלט װי אַ ייִנגל פֿונעם ערשטן טאָג אָן, װאָס ער איז אַרײַנגעטראָטן אין דער דאָזיקער פֿרעמדער װעלט. װאָרעם אַנשטאָט דעם ער זאָל װי אַ געטרײַער זון פֿון זײַן פֿאָלק אױסנוצן אַזאַ געלעגנהײט און װי װײַט מעגלעך פֿאַרענטפֿערן זײַנע ברידער, פֿאַרשפּרײטן ליכט און צעטרײַבן די שאָטנס, איז ער געשטאַנען װי אַ זײַטיקער צוקוקער, געזעסן װי אַ גאַסט און נישט פֿאַרברענט קײנעם מיטן פֿײַער פֿון זײַן מױל און נישט פֿאַרסמט קײנעם מיטן גיפֿט פֿון זײַן צעבלוטיקטער נשמה. און אַפֿילו אַז ער האָט שױן אַמאָל יאָ געפּרוּװט אַרױסשטעלן זיך מיט עטלעכע װערטער, האָט ער דערנאָך באַלד חרטה געקריגן, מורא געהאַט, טאָמער װעט מען אים חושד זײַן אין דעם, װאָס ער פֿאַרמאָגט, טאָמער װעט מען מײנען אױף אים, אַז ער איז דאָס, װאָס ער איז…

ער האָט נישט געקאָנט מוחל זײַן זיך, װאָס אין דער אײגענער צײַט, װאָס ער האָט גענאַרט פֿרעמדע מענטשן, װעלכע האָבן געגלױבט אָן אים, האָט ער גענאַרט אױך זײַנע אײגענע, געשריבן זײ אַלע מאָל נײַע שקרים, אײן שקר גרעסער פֿונעם אָנרעדן, אָפּגעליגנערט דעם אַלטן נאַיִװן טאַטן, אַז ער זאָל קײן פֿאַראיבל ניט האָבן, װאָס ער קומט נישט אױף יום־טובֿ אַהײם, װײַל אין דער „זובאָװראַטשעבנעзубоврачевание: דאַנטיסט־שול“, װוּ ער לערנט אױף דאַנטיסט, איז די רעכטע אַרבעט פּסח־צײַט, און אַז ער זאָל גאָר קײן יסורים ניט האָבן פֿאַר אים, ער איז שױן באַשטעלט אױף פּסח צו בײדע סדרים אין צװײ געהױבענע ערטער, די גרעסטע ייִדישע הײַזער אין שטאָט, און אַז ער מעג זײַן גאַנץ רויִק, אַז עס װעט, חלילה, ניט אַרײַן צו אים קײן ברעקל חמץ אין מױל אַרײַן ― אָ! װען דער פּראָסטער ערלעכער רב משה ראַבינאָװיטש זאָל װיסן, װאָס זײַן זון האָט הײַנטיקן פּסח געגעסן, װוּ זײַן זון איז אױף געװען אין דער נאַכט פֿון דעם „מוראדיקן שבת“ קעגן דעם „ליכטיקן זונטיק“, בעת די גלעקער פֿון די פֿערציק מאָל פֿערציק, האָבן געקלונגען, און דערנאָך אין דער פֿרי, װי אַזױ ער האָט זיך געקושט מיט איטלעכן באַזונדער, פֿונעם מגושמדיקן פֿעאָקטיסט פֿעדאָסײיִטש ביזן גרױסן געגאָלטן דזשענטעלמען װאָס בײַ דער טיר, ― און דאָס אַלצדינג צוליב װאָס? צוליב אַ ייִנגלישן שפּאַס און צוליב אַ חלום, צוליב אַ פֿאַנטאַזיע מיט אַ בת־מלכּה פֿונעם לאַנד פֿון „אופֿיר“… נײן, איר דאַרפֿט אים מוחל זײַן ― ער איז שױן זײַנס אָפּגעקומען, ער האָט שױן זײַן שׂכר אָפּגענומען בכּפֿל־כּיפֿלים… װעגן דעם האָט שױן געװאָרנט די השגחה אַלײן, אַז מיט יעדן טאָג זאָל דאָס פֿײַער פֿונעם גיהנום װערן גרעסער און שטאַרקער, װאָרעם יעדער טאָג האָט אים געבראַכט אַ נײַעם סורפּריז, אַ בראָך נאָך אַ בראָך, אַ קלאַפּ נאָך אַ קלאַפּ, אײן באָמבע גרעסער פֿון דער אַנדערער.

פֿריִער האָבן אים די צײַטונגען מחיה געװען אַלע טאָג מיט אַן אַנדער נײַעס און מיט אַן אַנדער פּירוש װעגן דעם באַרימטן עלילת־דם, װאָס אין דער גרױסער שטאַרט פֿון דער „טשערטאַ“.

די דאָזיקע שײנע ידיעות, װי ביטער זײ זאָלן ניט זײַן פֿאַר אים, װאָלט ער נאָך װי עס איז אַראָפּגעשלונגען און פֿאַרשװיגן. האָט אים גאָט צוגעשיקט אַ גוטן פֿרײַנד אַ דײַטש, דעם הער פֿריש, װאָס האָט בטבֿע ליב סענסאַציעס, קרימינאַל־געשיפֿטן, הריגות און אַנדערע פֿאַרברעכן. ער האָט אַלע מאָל אױפֿגעמישט די דאָזיקע מיאוסע געשיכטע בײַם טיש, װענדנדיק זיך צום בעל־הבית אױף זײַן געהרגעטער רוסישער שפּראַך: „שטאָ װי שיטײַל, פֿאָקטיסט פֿאָדאָסײטש, פּאָ פּאָװאָדוчто вы считали по поводу: װאָס מײנט איר װעגן דעם שרעקלעכע ריטואַל מאָרד?“

פֿעאָקטיסט פֿעדאָסײיִטש, װאָס האָט בעסער ליב רעדן פֿון פֿרײלעכערע זאַכן, האָט אָדער אָפּגעשװיגן, אָדער גענומען רעדן פֿון עפּעס אַנדערש, האָט אָבער דער צװײטער גוטער פֿרײַנד פֿונעם רוסישן רעפּעטיטאָר (פּיער) אונטערגעהאַלטן דעם דײַטש, אַז ער איז איבערצײַגט, אַז נישט הײַנט איז מאָרגן װעט מען אױפֿדעקן די גאַנצע זשידאָװסקע אָרגאַניזאַציע, װאָס האָט זיך פֿאַרשפּרײט איבערן גאַנצן לאַנד און װאָס פֿאַרנעמט זיך נאָר מיט אַזעלכע זאַכן“…

אַך! װי גוט עס װאָלט געװען ― טראַכט זיך פּאָפּאָװ־ראַבינאָװיטש ― װי גוט עס װאָלט זײַן אַצינד װאַרפֿן אָט דעם „אָפֿיצירל“ אָט דאָס בײַכיקע פֿלעשל װײַן גלײַך אין פּנים אַרײַן, אים צעבײַלן, צעקאַרדאַשען די אױסגעפּוצטע פֿיזיאָנאָמיע, אַרױסזעצן אַן אױג, שפּאַלטן דעם מוח, אױף צװײען צעשפּאַלטן!…

― גריגאָרי איװאַנאָװיטש! ― דערהערט ער פֿונעם אָנרעדן עק טיש סאַשאַס קול, װאָס קלינגט אים אין די אױערן װי די בעסטע מוזיק, ― גריגאָרי איװאַנאָװיטש! װאָס האָט איר אױפֿגעהאַנגען די נאָז אױף דער קװינטע? װעלכע פֿליג האָט אײַך אַ ביס געגעבן? איר זעט אױס װי אַ מענטש, װאָס קאָן בשום אופֿן נישט דערמאָנען זיך, װאָס אים האָט זיך געחלומט…

אַלע לאַכן און גריגאָרי איװאַנאָװיטש בתוכם, נאָר װאָס ער פֿילט בעת־מעשׂה ― דאָס װײס נאַר ער און סײַדן גאָט און װײַטער קײנער ניט…

אַ פֿאַרבײַסונג צו דעם איז געקומען די נײַעס, אַז דאָרט, אין יענער שטאָט, װוּ ס'איז פֿאָרגעקומען דער „ריטואַל־מאָרד“, ריכט מען זיך אױף אַ „פֿרײלעכן יום־טובֿ“ און אַז ייִדן לױפֿן… אַ לאַנגע צײַט שױן, אַז ער האָט נישט געהערט דאָס דאָזיקע ליבע װאָרט און נישט באַגעגנט געדרוקט דאָס װאָרט „פּאָגראָם“ אין ערגעץ…

אין װעסטיבול בײַ די באַרדאָ־בראַדאָװסקיס איז דאָס געװען דאָרט ליגן אָנגעװאָרפֿן גאַנצע פּעק מיט צײַטונגען פֿון אַלערלײ לענדער אױף אַלערלײ לשונות. יעדער קומט און יעדער נעמט זיך װאָס אים געפֿעלט. דאָרט האָט ער געטראָפֿן דעם פֿראַנצױז מסיע דיבואַ, און דעם דײַטש הער פֿריש, און די ענגלישע מיס טאָקטאָן ― יעדער בײַ זײַן צײַטונג ― און אױך סאַשאַ איז דאָ געװען, אָנגעטאָן אױף צו שפּאַצירן גײן, נאָר דערװײַל פֿונאַנדערגעעפֿנט און דורכגעקוקט אַלערלײ אילוסטרירטע בלעטער און זשורנאַלן.

עס איז געװען אַ שענער פֿרימאָרגן, פֿון די ערשטע שײנע טעג, װאָס געבן זיך אױס פּסח־צײַט.

ער װיל אַװעקלײגן דאָס בלאַט און קאָן ניט. ער לײענט: * * * דאָ רעדט מען שטאַרק װעגן אַ פּאָגראָם. ייִדן לױפֿן אין די טױזנטער. דער פּחד איז גרױס… און עס קומט אים אױפֿן זינען אַ בילד, װעלכעס ער האָט נאָך אײגנטלעך אױף קײן מינוט ניט פֿאַרגעסן און װעט דאָס ניט פֿאַרגעסן קײנמאָל:

― אַ קלײן שטעטל.. תּחילת װינטער… ער, אַ בר־מיצװה בחורל פֿון אַריבער דרײַצן, חזרט בגנבֿה געאָגראַפֿיע אױף אױסװײניק… זײַן עלטערער ברודער אַבֿרהם־לײב, אױך אַ בחור און אַ ציקאַװע בחור, ברענגט אַלע מאָל צו טראָגן פֿון שטאָט נײַעס: „ייִדן רעדן… ייִדן לױפֿן… מע זאָגט, עס װעט שױן זיכער זײַן.. אַ סבֿרה, אַז עס האָט זיך שױן אָנגעהױבן…“ ― װאָס־זשע טוט מען? „מע דאַרף לױפֿן…“ ― װוּהין?… „װוּהין די אױגן טראָגן…“ און עס הײבט זיך אָן אַ דינגעניש: אַבֿרהם־לײב גיט אױף אַ פּלאַן, אַז בײדע שװעסטער זאָלן זײַן בײַם נאַטשאַלניק סטאַנציע. ער מיטן טאַטן בײַם גלח, און די מאַמע מיט הערשלען בײַם פּריסטאַװ, דאָס הײסט בײַ דער פּריסטאַװשע, אַ װױלע גױע… זי האָט צוגעזאָגט… װיל אָבער ניט די מאַמע: משוגע אירע שׂונאים? אָט װעט זי גײן פֿאַרטרױען דעם נאַטשאַלניק סטאַנציע אירע טעכטער!…“ זאָגט אַבֿרהם־לײב (בײַ אים פּועלט מען, װאָס מע װיל): „אױב אַזױ, טאָ לאָז די מאַמע מיט הערשלען זײַן בײַם נאַטשאַלניק סטאַנציע, בײדע שװעסטער בײַם גלח און ער מיטן טאַטן בײַם פּריסטאַװ, דאָס הײסט בײַ דער פּריסטאַװשע, אַ גוטע גױע, זי האָט צוגעזאָגט…“ רופֿט זיך אָן װידער די מאַמע: יאָ נו, אָט פֿליט זי באַלד מיט אירע טעכטער צום גלח!…“ זאָגט אַבֿרהם־לײב (בײַ אים פּועלט מען אַלצדינג): „װיבאַלד אַזױ, טאָ לאָז מען איבערקערן דעם פּעלץ: ער מיטן טאַטן צום נאַטשאַלניק סטאַנציע, די מאַמע מיט הערשלען צום גלח און בײדע שװעסטער צום פּריסטאַװ, דאָס הײסט צו דער פּריסטאַװשע, אַ װױלע גױע, זי האָט צוגעזאָגט…“

דער שפּיץ איז געװען, אַז ניט דער נאַטשאַלניק סטאַנציע, ניט דער גלח און ניט דער פּריסטאַװ, דאָס הײסט די פּריסטאַװשע, האָט זײ ניט אַרײַנגעלאָזט ― ס'איז בײַ זײ שױן אַזױ אױך געװען פֿול… און זײ האָבן זיך אַלע, דער טאַטע מיט דער מאַמע מיט אַלע קינדער, אײַנגעבעטן צו אַ שכן אַ גױ אין אַ שטאַל אַרײַן, און דאָרט האָט מען זײ פֿאַרשלאָסן פֿון דרױסן, און זײ האָבן געהערט אַלצדינג, װאָס אין שטעטל טוט זיך…

און ער דערמאַנט זיך, װי אַזױ אַבֿרהם־לײב האָט זיך געמאָרדעװעט, װי אַ חיה אין אַ שטײַג, אַלץ געטענהט, שטילערהײט געװײנלעך, למאַי מע האָט אים גענומען אין געפֿענקעניש? בעסער װאָלט ער געבליבן אין דער הײם, װאָלט ער כאָטש געגעבן עמעצן מיט אַ שײַט האָלץ איבערן קאָפּ. „ממה־נפֿשך, מיר אַ טױט דיר אַ טױט!…“ אַזױ האָט געטענהט אַבֿרהם־לײב, און די מאַמע האָט אים אײַנגעשטילט, געבעטן, ער זאָל רחמנות האָבן אױב ניט אױף זיך איז כאָטש אױף די איבעריקע קינדער… און דער טאַטע האָט שטילערהײט געדאַװענט די גאַנצע נאַכט… און דאָרטן אין עק שטאַל אין אַ װינקל איז עמיצער געלעגן און געקרעכצט עפּעס אַזױ שװער, ניט „אױ“ נאָר „אָ!“ אָדער „אָהאָ!“ עפּעס װי געקרעכצט און געקװיקט זיך צו גלײַכער צײַט: „אַ!… אָהאָ!… אָ!..“ אים האָט זיך אױסגעדאַכט, אַז דאָס דאַרף זײַן אַן אַלטער מאַן, אַ זקן, מיט אַ װײַסן לאַנגן באָרד, מיט אַ געל געקנײטשט פּנים, אָן אײן צאָן אין מױל, די ליפּן אַראָפּגעהאַנגען, די אױגן פֿאַרגלעזערט, אַ קראַנקער, אַ נוטה־למות, און אפֿשר ― טראַכט ער זיך אין גרױסן שרעק ― איז ער גאָר אַ גוסס?… אונטערן טאַטנס שטילן דאַװנען און אונטערן קרעכצן: „אָ! אָהאָ! אָ!“, װאָס ער װײסט ניט פֿון װאַנען דאָס גײט, װערט סוף־כּל־סוף אונדזער הערשל אַנטשלאָפֿן (צוקאָפּנס האָט אים די מאַמע צונױפֿגעשאַרט אַ ביסל אונטערגעפֿױלט שטרױ און איבערגעדעקט האָט זי אים טאַקע מיט איר שאַל) און אַז ער כאַפּט זיך אױף, איז שױן לאַנג טאָג, און ער דערזעט, אַז דער, װאָס האָט אַזױ מאָדנע געקרעכצט און געקװיקט זיך, איז ניט קײן זקן און ניט קײן גוסס, נאָר, איך בעט איבער אײַער כּבֿוד, אַ דבֿר־אַחר… „און דאָ האָט דער טאַטע געדאַװענט? ― האָט ער זיך דעמאָלט געטראַכט ― אַ גאַנצע נאַכט געדאַװענט!…“

. . . . . . . . . . . . . . . . . . . .

― גײען מיר שפּאַצירן? ― דערהערט ער אַ קענטלעך קול… ער טוט זיך אַזש אַ װאָרף און דערזעט סאַשען, װי זי ציט אָן די הענטשקעלעך אױף אירע קלײנע הענטלעך…

„פּאַרדאָן! ער איז געװען אַזױ פֿאַרטיפֿט אין פּאָליטיק, אַז ער האָט גאָר פֿאַרגעסן, אַז זי איז דאָ..“

דאָס פֿינף־און־אַכציקסטע קאַפּיטל
דער אַװעקפֿאָר

דער רעכטער קלאַפּ איז ערשט געקומען נאָכדעם, אַז גריגאָרי איװאַנאָװיטש פּאָפּאָװ איז געװױר געװאָרן, װעמען מע איז חושד אין דער שענער געשיכטע פֿונעם אַזױ גערופֿענעם „ריטואַל“.

דאָס איז געװען אין אַ שײנעם פֿרימאָרגן, איז מיט אַ ברײטן שמײכל איבער די פֿעט־רױטע באַקען זײַן קאָלעגע, דער דײַטש הער פֿריש, אַרױסגעקומען אַקעגן אים מיט אַ בלאַט־צײַטונג אין האַנט און מיט אַ גדולה אױף זײַן געמוטשעטער רוסישער שפּראַך אָנגעזאָגט דעם „הער גרעגואַר איפֿאַנאָפֿיש“ אַ בשׂורה, אַז מע האָט שױן געפּאַקט דעם ריטואַל־מערדער און אַז ער איז דװקא אַ אינטעליגענט, אַ דאַנטיסט, און אַז מע רופֿט אים ראַבינאָװיטש (געשטעלט די טראָפּ אױפֿן „בי“).

גריגאָרי איװאַנאָװיטש האָט געמוזט זוכן אַ שטול אױף צוצוזעצן זיך, אַניט װאָלט ער זיכער אומגעפֿאַלן. ער האָט גענומען בײַם דײַטש די צײַטונג און אַלײן מיט זײַנע אױגן איבערגעקוקט פֿון אָנהײב ביזן סוף, און ניט אײן מאָל, נאָר צװײ מאָל. ער האָט זיך אָבער ניט פֿאַרלױרן. ער האָט קײן איבעריק װאָרט ניט אַרױסגעלאָזט, קײן אײנציקע העװיה נישט געמאַכט. אַדרבא, ער האָט געפֿילט אַ מאָדנע ליכטיקײט אין קאָפּ און אַ זעלטענע קלאָרקײט אין די געדאַנקען און ס'איז אים באַלד אַלצדינג פֿאַרענטפֿערט געװאָרן, פֿאַרװאָס ער האָט אַזאַ צײַט פֿון זײַן חבֿר גרישאַ קײן אײַנגעטונקטע פּען נישט, ― און עס האָבן זיך אָנגעהױבן װעבן בײַ אים אין קאָפּ אַלערלײ פּלענער, װאָס ער זאָל טאָן, אום אַרױסצוראַטעװען זײַן אומשולדיקן חבֿר פֿון דער פֿאַרפּלאָנטערניש… נישט נאָר דאָס איז זײַן חובֿ נאָר פֿון דער באַשרײַבונג האָט ער פֿאַרשטאַנען אַז ער איז דער אײנציקער, װאָס קאָן אים ראַטעװען…

פֿאַרשטײט זיך, אַז ער באַדאַרף װאָס גיכער פֿאָרן אַהין אין יענער שטאָט, װוּ זײַן אומגליקלעכער חבֿר געפֿינט זיך ― זען אױפֿן אָרט, װאָס ער האָט צו טאָן, און בכדי צו פֿאָרן אַהין, באַדאַרף מען אַרױסבאַקומען פֿון אוניװערסיטעט אַ דאָקומענט ― דאָס איז דאָס ערשטע. און ער האָט נישט געמאַכט קײן לאַנגע שהיות, נישט געװאַרט אַפֿילו אױפֿן אינדערפֿרידיקן טײ־טרינקען און איז אַװעק אין אוניװערסיטעט, גאָר נישט פֿילנדיק די ערד אונטער זיך.

„אַצינד איז אים שױן פֿאַרענטפֿערט אַלצדינג… אַצינד איז אים שױן קלאָר, פֿאַרװאָס ער האָט נישט פֿון דער הײם קײן שום ידיעה, װײ־װײ, װאָס װעט זײַן, אַז זײ װעלן דאָרטן איבערלײענען די אײגענע געשיכטע?… און װאָס װעט מען זיך טראַכטן בײַם חבֿר גרישען אין דער הײם, װאָס ס'איז ניטאָ אַזאַ צײַט קײן בריװ פֿון אים?! אָדער אפֿשר האָט ער, גרישאַ אַלײן הײסט עס, שױן געגעבן צו װיסן זײַן פֿאָטער, איװאַן איװאַנאָװיטשן, װוּ ער האַלט און װאָס מיט אים טוט זיך?… נאָר נײן ― ער קען גרישען. דאָס װעט גרישאַ נישט טאָן פֿאַר קײן געלט! ― אַך, װער װײס, װאָס דאָרטן טוט זיך? װער װײס, װאָס זײַן חבֿר נעבעך טראָגט דאָרטן איבער! װער װײס, װאָס זײַן גױיִשער קאָפּ טראַכט דאָרטן װעגן דעם… און װאָס זײַן צונג קאָן דאָרטן אָנפּלאָנטען! נײן, מע דאַרף פֿאָרן, פֿאָרן, װאָס גיכער פֿאָרן!…“

געקומען צו גײן אין דער קאַנצעלאַריע נאָך די דאָקומענטן, האָט מען אים איבערגעגעבן, אַז דער הער רעקטאָר פֿרעגט זיך נאָך אױף אים ־ ער דאַרף אים נױטיק האָבן… אים? אױף װאָס קען ער עס אים אַזױ נױטיק דאַרפֿן! ניט שױן־זשע װעגן דערזעלבער געשיכטע?“… און ער איז אַװעק צום רעקטאָר.

גײענדיק, האָט ער געכאַפּט אַ פּאָר װערטער פֿון צװײ באַקאַנטע חבֿרים־סטודענטן ייִדן, פֿון װעלכע ער האָט זיך שטענדיק געהאַלטן פֿון דער װײַטן, מורא געהאַט, מע זאָל ניט אָנשמעקן, װער ער איז… די צװײ האָבן געהאַלטן אַ בלאַט־צײַטונג און געלײענט, נאָר דערזען פּאָפּאָװן, האָט מען דאָס בלאַט באַהאַלטן און אײנער האָט אַ זאָג געטאָן דעם אָנרעדן אױף ייִדיש (ער האָט גאַנץ גוט געהערט):

― דבר נישט, יהודי, ס'אַ בזיון פֿאַרן ערל…

ער האָט גאַנץ גוט פֿאַרשטאַנען, װעגן װאָס די צװײ רעדן דאָ… און אים האָט זיך נאָך קײנמאָל אַזױ נישט געװאָלט דװקא אָפּשטעלן זיך אָט דאָ מיט די דאָזיקע חבֿרים און דורכװאַרפֿן זיך מיט זײ מיט אַ פּאָר װערטער, און דװקא אױף ייִדיש, װעגן דעם דאָזיקן מאָדנעם עסק, װעלכער אין באמת „אַ בזיון פֿאַר אַן ערל“… אַ בזיון און אַ װײטאָג!… בײַ זײ װאָלט ער אפֿשר מער נײַעס געװױרע געװאָרן ― װאָס שרײַבט מען? װאָס זאָגט מען? װאָס טראַכט מען? װער נאָך װײס אַזױ, װי נאַריש דאָס איז, װי אַ ייִד װײס! נאַריש און ביטער… און אַ ייִד מיט אַ ייִדן אַז מע רעדט זיך דורך, װערט פֿאָרט אַ ביסל גרינגער… נאָר ער האַלט זיך אײַן און גײט פֿאַרבײַ כּלומרשט רויִק, קוקט נישט אין זײער װינקל. אָפּגעטריבן פֿון זײ, שלאָגט ער זיך אָן אױף אַ גרופּע פֿון האַלב־ייִדישע סטודענטן, געװעזענע ייִדן… זײ האָבן אױך געהאַט געשמועסט עפּעס צװישן זיך; נאָר דערזען פּאָפּאָװן, זענען אַלע מיט אַמאָל אַנטשװיגן געװאָרן… ער װאָלט געמעגט שװערן אַז אױך דאָ האָט מען גערעדט װעגן יענער מעשׂה ― און ער איז שיִער פֿאַרברענט געװאָרן פֿאַר בושה, װאָס אַפֿילו די דאָזיקע, װאָס האָבן זיך אָפּגעריסן פֿון ייִדישקײט און לעבן זיך אין זײער אײגן װעלטל, אַפֿילו די דאָזיקע, װעלכע ער האָט בעצם זײער פֿײַנט, װי אַ גױ אַ ייִדן, אַפֿילו די דאָזיקע, װאָס זעען אױס אין זײַנע אױגן נישט אַנדערש װי פּראָװאָקאַטאָרעס, אינטערעסירן זיך פֿונדעסטװעגן מיט דער דאָזיקער געשיכטע, װאָס פֿאַרשװאַרצט אונדז אַלעמען דאָס פּנים, מאַכט אונדז מיאוס אין די אױגן פֿון די פֿעלקער ― און נאָר ער אײנער, כּלומרשט גריגאָרי איװאַנאָװיטש פּאָפּאָװ, נאָר באמת הערשל ב″ר משה ראַבינאָװיטש, שטײט פֿון דער װײַטן, װי אַ זײַטיקער, גלײַך װי ניט אים מײנט מען, װאָרעם ער האָט זיך דאָך די גאַנצע צײַט ביז צום הײַנטיקן טאָג אַרומגעטראָגן מיט זײַנע גאָלדענע חלומות אױף דער װאָר, געבױט לופֿט־שלעסער, פֿאַנטאַזירט פֿון אַ בת־מלכּה פֿונעם לאַנד פֿון „אופֿיר“, געדינט צו דער עבֿודה־זרה, אין דער צײַט װען זײַן חבֿר, דער אמתער פּאָפּאָװ קאָן זײַן, קומט אָפּ פֿאַר ייִדן, איז אַ קרבן פֿאַר אַ פֿרעמדן פֿאָלק ― „שמיץ ביסטו װערט, הערשל! הענגען באַדאַרף מען דיך!…“

. . . . . . . . . . . . . . . . . . . .

דער רעקטאָר פֿון אוניװערסיטעט האָט אים באַגעגנט מיט דערזעלבער ברײטער פֿרײַנדלעכקײט װאָס תּמיד. ער בעט אים זיצן, ער איז צופֿרידן, װאָס ער זעט אים געזונט און מונטער און ער האָפֿט, אַז בײַ אים איז אַלצדינג אין דער בעסטער אָרדענונג. דאַנקען גאָט, ער רעדט נישט מיט אים פֿון יענער געשיכטע: נאָר אָט שטײט ער אױף, גײט צו צום טיש, נעמט אַ דעפּעש, עפֿנט זי אױף און לײענט אים איבער, אַז זײַן פֿאָטער, איװאַן איװאַנאָװיטש פּאָפּאָװ, פֿרעגט זיך נאָך אױף זײַן זון גריגאָרי, װאָס ער מאַכט און װוּ ער װױנט און פֿאַרװאָס ער שרײַבט ניט.

― פֿאַרשטײט איר מיך, מײַן ליבער פֿרײַנד, ― מאַכט צו אים דער רעקטאָר, גלעטנדיק די באַקנבערד און קוקנדיק אױף אים פֿון אונטן אַרױף, ― דאָס, װאָס אײַער פֿאָטער װײסט ניט, װוּ איר װױנט ― דאָס איז גרינג צו פֿאַרשטײן: ספּאָרט, כאַ־כאַ, אַ קלײניקײט? נאָר דאָס, װאָס איר שרײַבט נישט ― דאָס איז שױן נישט אַזױ רעכט, יונגערמאַן, דאָס איז שױן… ע־ע־ע…

דער סטודענט האָט דערפֿילט אַ טרוקנקײט אין מױל, ער האָט גיכער אַרױסגעהוסט װי אַרױסגערעדט:

― האָט איר אים געענטפֿערט?

― נו, פֿאַרשטײט זיך! נאָך נעכטן האָב איך אים געענטפֿערט, מיט אַ דעפּעש נאַטירלעך.

בײַם סטודענט האָט אײן קניה גענומען ציטערן.

― מיט אַ דעפּעש? אַז װאָ־װאָס?

דער רעקטאָר האָט זיך ברײט צעלאַכט.

― אַז װאָס! כאַ־כאַ… אַז איר זענט געזונט און שטאַרק, הלװאַי אױף אַלעמען… און איר אַדרעס אים אױפֿגעגעבן +.. אָבער נאָר איר אַדרעס אַלײן, מער נישט… דאָס, װאָס מע דאַרף װיסן, לאָז מען װיסן. און דאָס, װאָס אַ סוד, באַדאַרף זײַן אַ סוד, כאַ־כאַ, און אַ װאָרט איז הײליק“, אַיאָ, מיר פֿאַרשטײען זיך אײנס דאָס אַנדערע, יונגערמאַן, װאָס?…

אָט דאָס איז גאָר! דרײַ פּוד משׂא איז אים אַראָפּ פֿון די פּלײצעס, און װיבאַלד אַזױ, האָט ער דאָך געטאָן װי אַ חכם, װאָס ער האָט זיך צוגעגרײט אין װעג אַרײַן ― און איז אַװעק מיט די דאָקומענטן צוריק אַהײם, נאָר דאָ האָט אױף אים געװאַרט אַן אַנדער סורפּריז.

― איר האָט אַ דעפּעש, ― גײט אים אַקעגן דער הױכער געגאָלטער דזשענטעלמען, װאָס בײַ דער טיר און װאָס זעט אױס מער װי אַ גובערנאַטאָר אײדער אַ שװײצאַר, און דערלאַנגט אים אױף אַ זילבערן טעצעלע אַ פֿאַרחתמעטע טעלעגראַמע. דאָס איז געװען די ערשטע קאָרעספּאָנדענץ, װאָס דער רוסישער רעפּעטיטאָר האָט פֿאַר דער גאַנצער צײַט אָט דאָ באַקומען אױף זײַן נאָמען.

די דעפּעש איז געװען פֿון גרישאַ פּאָפּאָװס שװעסטער און איז באַשטאַנען אינגאַנצן פֿון דרײַ װערטער:

כ'פֿאָר מיטן קוריער, װיעראַ“ .

אין אַ האַלבע שעה אַרום האָט שױן דאָס גאַנצע הױז געװוּסט, אַז גריגאָרי איװאַנאָװיטש האָט אַ דעפּעש און אַז ער פֿאָרט אַהײם. װאָס אין דעפּעש שטײט ― האָט קײנער נישט געפּרוּװט זיך אים אַ פֿרעג טאָן, נאָר נאָך זײַן כאַפּן זיך פּאַקן אין װעג אַרײַן און נאָך זײַן בלאַס פּנים איז געװען צו זען, אַז מסתּמא האָט געמוזט פּאַסירן אַן אומגליק, אַז אַ מענטש אײַלט זיך אַזױ אַהײם. אַלע האָבן אים מיטגעפֿילט, אַפֿילו די, װאָס האָבן פֿון אים ניט אַזױ שטאַרק געהאַלטן. אַ שטײגער פּיער, זײַן בלוטיקער שׂונא. פּיער האָט זיך צוגעלאָזט צו אים, מיט אַמאָל געװאָרן װײך װי אַ טײג, מכבד געװען אים מיט אַ ציגאַר און אַ פֿרעג געגעבן פֿרײַנדלעך:

― איר פּאָרט אַװעק פֿון אונדז?

― איך פֿאָר ניט אַװעק, ― האָט ער אים געענטפֿערט מיט אַ שטאָך, ― נאָר איך פֿאָר זיך דורך אַהײם…

דאָס האָט באַדאַרפֿט הײסן:

„זײַ נאָר ניט אַזױ פֿרײלעך, מײַן ליבער קניאַז, ― מיר װעלן זיך נאָך זען…“

מער פֿון אַלע האָט אַרױסבאַװיזן אינטערעס צו זײַן אָפּפֿאָרן די פֿרױ באַרדאָ־בראַדאָװסקי. עס איז געװען צו זען, אַז די גוטע נאַדיעזשדאַ פֿעדאָראָװנאַ האָט באמת רחמנות אױף אים און עס טוט איר באַנג, װאָס דער רעפּעטיטאָר פּאָרט אַװעק, כאָטש אַפֿילו נישט אױף לאַנג.

― סאַשאַ, ― האָט זי זיך אָנגערופֿן צו דער טאָכטער, װעלכע האָט זיך נאָר־װאָס אַרױסבאַװיזן פֿון איר צימער,― גריגאָרי איװאַנאָװיטש װאַרפֿט אונדז אַװעק.

― נאָך עפּעס! עס קאָן ניט זײַן! און זי באַשענקט אים מיט אַ קוק פֿון אירע זעלטן־שײנע אױגן, אַז ער איז גרײט פֿאַרגעסן זײַן חבֿרס שװעסטער װאָס קומט צו פֿאָרן, און זיך אַלײן איז ער גרײט צו פֿאַרגעסן אין דער מינוט, און אַזױ װי ער שטײט אָט דאָ פֿאַר איר מוטער אין די אױגן זיך אַ װאָרף געבן פֿאַר איר אױף דער ערד, קושן די טריט און אױסזאָגן דעם אמת, דעם גאַנצן אמת ― און לאָז זיך זײַן װאָס עס װיל זיך! זײ בײדע זענען אַזעלכע גוטע, אײדעלע, געטרײַע, אַז זײ װעלן אים מוחל זײַן, װאָס ער האָט זײ ניט אױסגעזאָגט דעם סוד, אַז ער געהערט צו יענעם פֿאָלק, פֿאַר װעלכן זײ האָבן אַזױ מורא… זײ װעלן אים פֿאַרשטײן, אַז ניט ער איז שולדיק, װאָס ער איז געבאָרן אַ פֿאַרמישפּטער צו זײַן אַרױסגעשטױסן פֿון דער מענטשלעכער געזעלשאַפֿט, אַ סטראַשידלע פֿאַר די, װאָס האָבן װעגן אים אַן איבערגעטריבענע מײנונג… אַז ניט ער איז שולדיק אין די זינד פֿון זײַנע עלטערן, װאָס האָבן געהאַט אַ העזה אָנצוצינדן דאָס ערשטע ליכט פֿון גאָטהײט אױף דער װעלט און געבן די מענטשן דאָס ערשטע בוך צו װיסן, װאָס איז גוט און װאָס איז שלעכט…

― דאָס קאָן ניט זײַן! ― זאָגט נאָכאַמאָל סאַשאַ, און די מוטער גיט איר צו פֿאַרשטײן, אַז ניט אױף תּמיד פֿאָרט ער אַװעק, נאָר אױף עטלעכע טעג ― ער האָט אַ דעפּעש. ― דאָס איז עפּעס אַנדערש! ― ציט אױס סאַשאַ און צעלאַכט זיך מיט איר פֿרײלעכן געלעכטער, און עס מאָלט זיך אים אױס, אַז די גאַנצע װעלט לאַכט מיט, און ער הערט שױן גאָרניט, װאָס אַרום אים טוט זיך. עפּעס דרײען זיך אַרום אים מענטשן, אַ סך באַקאַנטע פּנימער, ער דריקט אַלעמען די הענט. אַלע דריקן אים די האַנט, ער הערט באַקאַנטע קולות, פּעטיאַ און סעריאָזשאַ װאַרפֿן זיך אים אױפֿן האַלדז, דער הונט װיל אױך מיט אים צעקושן זיך. „גליוק! בלײַבסט רויִק…“ ― זאָגט צו אים פֿעאָקטיסט פֿעדאָסײיִטש און שלעפּט אים אָפּ מיט זײַן גרױסער מגושמדיקער האַנט פֿאַרן האַלדזבאַנד, נאָר דער הונט האָט זיך אײַנגעשפּאַרט ― ער װיל דװקא צו זײַן פֿרײַנד, צום רוסישן רעפּעטיטאָר אױפֿן פֿאַעטאָן. עס װעט זיך גאָר ניט העלפֿן, מע װעט אים מוזן בעטן מחילה און פֿאַרשליסן אין שטוב ― לאָז ער גראַבלען דערנאָך מיט די לאַפּעס די טיר װיפֿל זײַן האַרץ גלוסט… און די גוטע נאַדיעזשדאַ פֿעאָדאָראָװנאַ געזעגנט זיך מיטן רעפּעטיטאָר, װי אַ מאַמע, װי אַ געטרײַע מאַמע, זי צלמט אים איבער… צו פֿיל עולם האָט זיך צונױפֿגעקליבן אַרױסבאַגלײטן דעם רוסישן רעפּעטיטאָר, צו אַ גרױסער טאַראַראַם, אױף קײן אײן מינוט קאָן ער ניט בלײַבן מיט סאַשען אַלײן, ער זאָל איר קאָנען זאָגן כאָטש אַ װאָרט, כאָטש אײן װאָרט…

שױן אין דרױסן, אין דער צײַט, װען מע האָט געהאַט צו טאָן מיטן הונט, איז אים געראָטן שטײן נעבן סאַשען אַזױ נאָענט, אַז ער האָט איר געקאָנט אַרײַנװאַרפֿן אַ פּאָר װערטער:

― זײַט געזונט ― עס קאָן זײַן, מיר װעלן זיך שױן מער קײנמאָל ניט זען… און עס האָט זיך אים אױסגעװיזן, אַז איבער סאָשעס ליכטיק פּנים איז דורכגעפֿלױגן אַ קלײן װאָלקנדל און אירע לאַכנדיקע אױגן האָבן װי אַ ציטער געגעבן אונטער אירע שײנע געדיכטע ברעמען, און „פּיער“, װעלכער איז צוגעגאַנגען צו איר אין דער מינוט און עפּעס אַ פֿרעג געגעבן בײַ איר, איז געבליבן װי אים האָט זיך אױסגעדאַכט, אָן אַ ענטפֿער… אַ מיצװה! כּן־יאָבֿדו!… אָט דער אָפֿיצירל װעט ערשט פֿילן נאָכדעם, אַז ער, גריגאָרי איװאַנאָװיטש, װעט שױן זײַן װײַט, און סאַשאַ װעט אַרומגײן װי אַ שאָטן, זיך קײן אָט נישט קאָנען געפֿינען. נאָר קײן בן־אָדם װעט ניט װיסן, נאָך װעמען סאַשאַ בענקט אַזױ; ביז:

. . . . . . . . . . . . . . . . . . . .

― װידער חלומות! װידער פֿאַנטאַזיעס? װידער די בת־מלכּה פֿונעם לאַנד פֿון „אופֿיר“? ― רײַסט ער זיך אַלײן איבער זײַנע מחשבֿות, זיצנדיק אין פֿאַעטאָן און לױפֿנדיק צו דער באַן אַזױ גיך, װי עס איז נאָר מעגלעך פֿאַר פֿעאָקטיסט פֿעדאָסײיִטשעס ברענענדיקע פֿערד. נאָר אין אַ האַלבע שעה אַרום איז ער שױן געזעסן אין װאַגאָן, װאָס האָט אים געטראָגן נישט קײן ט―, װי מע האָט געמײנט בײַ די באָרדאָ־בראַדאָװסקיס אין הױז, נאָר אין דער גרױסער שטאָט פֿון דער „טשערטאַ“ ― צו ראַטעװען זײַן חבֿר, דעם אמתן גריגאָרי איװאַנאָװיטש פּאָפּאָװ.

דאָס זעקס־און־אַכציקסטע קאַפּיטל
„אָחינו אַתּה“

װאָס נעענטער רב משה ראַבינאָװיטש און זײַן עלטערער זון אַבֿרהם־לײב זענען געװען צו דער גרױסער שטאָט, האָבן זײ אַלץ אָפֿטער געהערט, װי ייִדן רעדן פֿונעם „פּעקל“, פֿונעם אומגליקלעכן קרבן, פֿונעם דאַנטיסט דעם שלימזל, װאָס זיצט אײנער אַלײן און מע לאָזט נישט צו צו אים קײן לעבעדיקן מענטשן…

דער פֿאָטער מיטן זון, װאָס האָבן די גאַנצע צײַט פֿון דער נסיעה זיך געהאַלטן אין אַ זײַט, פֿאַרשלאָגן אין אַ װינקעלע און געשװיגן שטיל, דערהערט די דאָזיקע דיבורים, האָבן זײ אָנגעשטעלט די אױערן, טאָמער װעלן זײ כאַפּן עפּעס אַ װאָרט, װאָס זאָל זײ עפּעס זאָגן… זײ האָבן אָבער פֿון די שמועסן נישט געקאָנט אַרױסבאַקומען קײן זאַך. זײ האָבן נאָר געהערט די װערטער „שלימזלדיקער דאַנטיסט“… „אומגליקלעכער קרבן“… וכדומה אַזעלכע עפּיטעטן און עס האָט זיך זײ אױסגעװיזן, אַז דער עולם מאַכט חוק ― און דאָס האָט זײ פֿאַרדראָסן, ניט פֿאַרשטאַנען, װאָס איז דאָ צו לאַכן?

מער װי אױף אַלע האָט זײ געברענט אױף אַ געלן ייִדן, אַ קלײן־דיקן, מיט גראָבע ליפּן, װאָס רעדט שטשיפּעליאַװע און װאָס האָט געהאַלטן אין אײן לאַכן. די אױגן האָבן אים אַזש געטרערנט פֿאַר געלעכטער, ער האָט געטענהט זײַן טענה, אַזױ צו זאָגן:

― נײן, איך זאָג נאָר אײנס, נעכײביнехай би: זאָל זײַן װאָלטן זײ געפּאַקט כאָטש אַ נאַש בראַט, װי זאָגט איר, אַ ייִדן מיט אַ טלית קטן, צום סוף נאַט אײַך גאָר אַ דאַנטיסטל, אַ פּוסטער בחור, אַ גױ גמור, װאָס װײס ניט אַ װאָרט ייִדיש, װי זאָגט איר, קײן צלם פֿאַר קײן אַלף, שױן ניטאָ קײן זײַטן לאַכנדיק!

דער פֿאָטער מיטן זון קוקן זיך איבער: ,פֿון זײער הערשל רעדט מען דאָס אַזױ? װי איז דאָס מעגלעך? זײער הערשל קען עס ניט אַ װאָרט ייִדיש, קײן צלם פֿאַר קײן אַלף?“… אַ גליק, װאָס דער פֿאָטער זיצט אױך דערבײַ. װען אַבֿרהם־לײב אַלײן, למשל, זאָל דאָ זײַן, װאָלט געקאָנט אַרױס אַ מיאוסער סקאַנדאַל, אַבֿרהם־לײב איז אַ יונגערמאַן מיט טעמפּעראַמענט. ער האָט זיך אַזױ אױך געריסן אַלע מינוט צו אָט דעם געלן ייִדן מיט די גראָבע ליפּן מיט דער שטשיפּעליאַװע צונג, האָט אים דער פֿאָטער אַלע מאָל מיט אַ צי פֿאַרן אַרבל אָפּגעהאַלטן: „זיץ!“ און ער האָט נעבעך געמוזט זיצן אין געהאַקטע װוּנדן און אױסהערן אַלע שטותערײַען, שקרים־וכּזבֿים. װאָס האָט ער געקאָנט טאָן? „כּבֿוד־אָבֿ!…

נאָר אָט איז מען, דאַנקען גאָט, באַלד װי געקומען. אַלע פּאַסאַזשירן האָבן זיך געגעבן אַ נעם צו די פּעקלעך און ייִדן האָבן אָנגעהױבן עפּעס װי ציִען זיך, מאָדנע אָטעמען, און פֿיבערן, װי עס פֿיבערט זיך, למשל, פֿאַר אַ עקזאַמען, פֿאַר אַ פּריזיװ אָדער פֿאַר אַ מישפּט… אַנדערע האָבן זיך געטאַפּט בײַ די קעשענעס, צו די „פּעסער“. אַנדערע האָבן זיך צורעכט געמאַכט די מאַנישקעס און די קאַפּעליושלעך, רעכט פֿאַרשאַרט די פּאות אױף יענער זײַט אױערן, געטאָן אַלצדינג װאָס נאָר מעגלעך איז ― עס זאָל זיך אַזױ ניט װאַרפֿן דער „ייִד“ אין די אױגן…

נאָר אונדזערע ראַבינאָװיטשעס האָבן פֿון דעם פֿיבער נאָך נישט געװוּסט. ס'איז זײ נאָך נישט רעכט באַקענט געװען דער אמתער טעם פֿון גלות… דאָס הײסט, געהערט האָבן זײ, אַז פֿון דער דאָזיקער גרױסער שטאָט טרײַבט מען ייִדן, און אַז מע מאַכט „אָבלאַװעס“ און אַז מע שיקט אָפּ אַהײם מיטן עטאַפּ אין 24 שעה און נאָך אַזעלכע גוטע זאַכן. נאָר פֿון הערן ביז אַלײן פֿילן איז נאָך װײַט. און װײַל זײ פֿאָרן אַהער דעם ערשטן מאָל, דעריבער האָבן זײ זיך גאַנץ ברײטלעך, כּמעט די ערשטע, געכאַפּט פֿון װאַגאָן און אַרײַן מיט הענט און פֿיס אין דעם גרױסן שטראָם פֿון דער גרױסער שטאָט, שיִער ניט פֿאַרטױבט געװאָרן פֿונעם גרױסן טומל, פֿונעם רעש און פֿונעם יריד און פֿונעם לױפֿן הין און צוריק משוגענערװײַז, װאָס האָט אױסגעזען בײַ זײ אין די אױגן װי אַ תּהום, װי אַ גיהנום.

― װוּהין גײען מיר צום אַלעם ערשטן ― האָט דער פֿאָטער אַ פֿרעג געגעבן בײַם זון, כאַפּנדיק אַ שטױס אין זײַט אַרײַן נישט אײן מאָל, נאָר אַ פּאָר מאָל.

― װוּהין גײען מיר? ― האָט אים דער זון געענטפֿערט מיט די אײגענע װערטער און באַגעגנט זיך מיט אַ מאָרדע פֿון אַ פֿערד פּנים־אל־פּנים און שיִער נישט פֿאַרלױרן געגאַנגען ― װײסטו װאָס, טאַטע, כאַפּט זײ דער װאַטן־מאַכער, לאָמיר נעמען אַ איזװאָשטשיק און לאָמיר פֿאָרן.

― װוּהין?

― לאָמיר זיך קאָרשט פֿריִער אַװעקזעצן און דערנאָך װעלן מיר שױן זען װוּהין,

― טאָ! אפֿשר ביסטו גערעכט, ― איז דער פֿאָטער מסכּים צום פּלאַן פֿון נעמען אַ איזװאָשטשיק.

עס רעדט זיך אָבער נאָר אַזױ „נעמען אַ איזװאָשטשיק“, מחמת זײ זענען דאָך שױן לאַנג אַרױס פֿון דער רײ און אָפּגעשטופּט געװאָרן מיטן שטראָם אַלע מאָל װײַטער און װײַטער, זענען אונדזערע קלײנשטעטלדיקע פּאַסאַזשירן נעבעך געבליבן כּמעט די לעצטע און דאָס האָבן זײ זיך כּמעט אײַנגעבעטן, מע זאָל זײ נעמען, אַזױ אַז נאָך אַ לאַנגע שורה פֿון פֿאַעטאָנס, אָמניבוסן, קאַרעטעס און דראָשקעס האָט מען געקאָנט זען צװײ ייִדן, אײנער אַן עלטערער, אַ געװאַקסענער, דער אַנדערער אַ ייִנגערער מיט אַ סימן פֿון אַ היפּש בערדל, זיצן אײַנגעבױגן אין דרײען און העצקען זיך שאָקלענדיק זיך הין און הער אױף אַן אַלטער, אַ ביסל אַן אױסגעבױגענער דראָשקע מיט אַן אױסגעדאַרט װײַס משיחס פֿערדל, װאָס װען ס'זאָל ניט זײַן אין דער דאָזיקער גרױסער גלאַנצנדיקער שטאָט, װוּ אַ ייִד באַדאַרף האָבן „פּראַװאָזשיטעלסטװע“, װאָלטן זײ זיכער געקאָנט מײנען, אַז זײ זיצן אױף אַ ייִדישן בעל־עגלה. און װער שמועסט זײ זאָלן נאָך געװען אַ קוק טאָן אױפֿן בעל־עגלה פֿון פֿאָרנט, ניט פֿון הינטן װאָלטן זײ שױן דעמאָלט אינגאַנצן געװען זיכער, אַז זײ פֿאָרן מיט אַ ייִדן, ניט מיט קײן גױ, און רב משה ראַבינאָװיטש װאָלט נישט באַדאַרפֿט זיך ברעכן די צונג רעדן מיט אים אױף אַ שפּראַך, אױף װעלכער ער איז שװאַכלעך, און זײַן זון אַבֿרהם־לײב װאָלט נישט באַדאַרפֿט אַרױסװײַזן פֿאַר אים, װי װײַט ער איז קלאָר אין קירפּיטשניקאָװס גראַמאַטיק, װאָרעם אַז דער איזװאָשטשיק האָט נאָך אַ האַלבע שעה העצקען זיך אַ פֿרעג געגעבן זײַנע פּאַרשױנדלעך אױף רוסיש, װוּהין זײ װעלן זיך הײסן פֿירן, און אַבֿרהם־לײב האָט אים אַ זאָג געגעבן אױך אױף רוסיש, ער זאָל פֿאָרן גלײַך אין דער, זובאָװראַטשעבנעзубоврачен: דענטיסט שקאָלע“, האָט דער איזװאָשטשיק געגעבן אַ האַלבן דרײ אױס דעם קאָפּ צו אים: יעסט דװאַесть два: עס זײַנען דאָ צװײ זובאָװראַטשעבניע שקאָלע“, ― האָט אים אַבֿרהם־לײב באַלד אָפּגעהאַקט, אַז מע באַדאַרף זאָגן, דװיע“, ניט „דװאַ“, װײַל „שקאָלע“ אין אַ לשון נקבֿה ― „שזענסקאַװאָ ראָדאַженский рода: פֿעמינינער טיפּ“.

פֿאַר דער גאַנצער צײַט, װאָס זײ פֿאָרן, האָט דער איזװאָשטשיק דאָס ערשטע מאָל אױסגעדרײט דאָס גאַנצע פּנים צו זײַנע פּאַרשױנען און זײ האָבן דערזען פֿאַר זיך ― גװאַלד, רבונו־של־עולם! ― אַ ייִדן מיט ייִדישע אױגן, מיט אַ ייִדישער אױסגעבױגענער נאָז און מיט אַ ייִדיש געגרײַזלט בערדל, נישט מער, װאָס ער גײט אין דער גאַנצער אוניפֿאָרם, אין אַ רוסישן אַרמאַק מיט אַ ברײטן גאַרטל און מיט אַ שװאַרץ גלאַט סיראַטן לאָקשן־טעפּל אױפֿן קאָפּ. װען ניט דאָס, װאָלט אים כ'לעבן אַ סך בעסער אָנגעשטאַנען צו זײַן אַ שמשׂ בײַ זײ אינעם קלײנעם שטעטל אײדער אַ איזװאָשטשיק אין דער דאָזיקער גרױסער טומלדיקער רוסישער שטאָט.

― איך װאָלט געמעגט שװערן ― האָט דער פֿאָטער אין אַ מינוט אַרום אַ זאָג געגעבן צום זון ― אַז אונדזער איזװאָשטשיק איז ניט קײן ערל, נאָר אַ „יהודי“.

― אָט װעל איך מיט אים עפּעס דברן, װעלן מיר באַלד װיסן, צי איז ער אַ יהודי, צי אַן ערל ― האָט דער זון אים אָפּגעענטפֿערט און האָט זיך געקליבן אַ פֿרעג געבן בײַם איזװאָשטשיק גופֿא. ער איז נאָר נישט פֿאַרטיק געװען מיט דער שפּראַך, װי אַזױ ער זאָל עס אים אױסדריקן. אַ פֿרעג טאָן בײַ אים גלײַך: „טשי װי איז נאַשיך?צי זײַט איר אונדזערע“ ― װעט זײַן צו גראָבלעך. זאָגן אים אײדל: „פּאַזװאָלטי אוזנאָט װאַשו גאַציאָנאַלנאָסטпозвольте узнать вашу национальность: לאָמיך דערװיסן אײַער נאַציאָנאַליטעט“ ― װעט זײַן צו אײדל פֿאַר אַ איזװאָשטשיק. האָט אים אָבער דער איזװאָשטשיק פֿאַרשפּאָרט אַן אַרבעט. ער האָט װידער אַמאָל אױסגעדרײט דאָס גאַנצע פּנים צו זײַנע פּאַסאַזשירן און האָט זיך אָפּגערופֿן צו זײ שױן גלײַך אױף ייִדיש:

― איר פֿאָרט אין דער זובאָװראַטשעבנע? בײַ אונדז איז פֿאַראַן צװײ זובאָװראַטשעבנעס, דרײַ זובאָװראַטשעבנעס. איר רופֿט מיר אָן אַ נאָמען, אָדער אַ גאַס, איך זאָל װיסן, װוּהין צו פֿאַרקערעװען. פֿאַרשטײט איר מיך?

― געזונט זאָלט איר זײַן! ― רופֿט זיך אָן רב משה ראַבינאָװיטש צופֿרידן, װאָס דער איזװאָשטשיק איז אַ ייִד ― זענט איר, הײסט עס, אַ אונדזעריקער? װאָס־זשע האָט איר ביז אַהער געשװיגן? נאַט אײַך אָפּעט שלום־עליכם.

ער קװעטשט דעם ייִדישן איזװאָשטשיקס קאָרענע, פֿאַרשמאָלצעװעטע האַנט, װאָס שמעקט מיט פֿערד און מיט סמאָלע. אַבֿרהם־לײב פֿון זײַן זײַט טוט נאָך דעם פֿאָטער און ציט אים אױך אױס אַ האַנט:

― אָחינו אַתּה? שלום־עליכם.

― עליכם־ועל־בניכם! ― ענטפֿערט אים דער איזװאָשטשיק, װעלכער זיצט שױן מיט אַ האַלבן פּנים צו די פּאַרשױנען, דאָס שװאַרצע סיראַטענע לאָקשן־טעפּל פֿאַרקאַטשעט אַרױף און שװאַרצע געקרײַזלטע הערלעך זעען זיך אױפֿן פֿאַרשװיצטן געקנײַטשטן שטערן. און די פּאַרשױנען פֿרעגן אױס בײַם איזװאָשטשיק, װער ער איז און פֿון װאַנען ער איז און צי איז ער שױן לאַנג אין דעם ברױט? און דער איזװאָשטשיק בײַ זײ פֿרעגט אױך אױס, װער זײ זענען און פֿון װאַנען און װאָס טוען זײ דאָ?

װער זײ זענען און פֿון װאַנען ― דאָס האָבן זײ אים ניט געזשאַלעװעט. נאָר װאָס זײ טוען דאָ ― האָבן זײ ניט געפֿונען פֿאַר נײטיק אים מודיע צו זײַן, אָפּגעבן אַ ייִדן שלום־עליכם ― מהיכא־תּיתי, פֿאַרװאָס ניט? נאָר אַרײַנלאָזן זיך מיט אַ בעל־עגלה אין טיפֿע דרכים ― דאָס אַזאַס!

― מסתּמא אַ געשעפֿטל? ― מאַכט צו זײ דער איזװאָשטשיק, נישט אױסצופֿרעגן זיך, נאָר גלאַט אַזױ זיך.

― מסתּמא אַ געשעפֿטל ― גיבן זײ אים נאָך.

― און אפֿשר צום דאָקטאָר? ― פּרוּװט זיך דער איזװאָשטשיק מיט אַ טאַפּ אין װאָגן נאָכאַמאָל.

― אפֿשר צום דאָקטאָר ― ענטפֿערן זײ אים בײדע, מײנענדיק, אַז זײ זענען שױן פֿאַרטיק מיט אים. לסוף װיל ער נאָך װיסן צו װעלכן דאָקטאָר און אױף װאָסער שלאַפֿקײט?

די פּאַרשױנען זעען, אַז ס'איז פֿון אים ניט אַזױ גיך פּטור צו װערן, בלײַבט בײַ זײ צו זאָגן אים בעסער דעם גאַנצן אמת, צו װאָס טױגן די חכמות? ער איז דאָך אַ ייִד, גלײַך װי זײ, װאָס האָבן זײ פֿאַר אים מורא צו האָבן? און אַגבֿ טאָמער װעלן זײ בײַ אים עפּעס אױסטאַפּן? זײ װײסן דאָך אַפֿילו ניט, אין װאָס פֿאַר אַ זובאָװראַטשעבנע זײער הערשל האָט זיך געלערנט און אױף װאָס פֿאַר אַ גאַס ער האָט געװױנט. און גײ ריכט זיך, אַז אָט דער איזװאָשטשיק (אַ ייִד איז ניט קײן גױ) ניט נאָר ער װײס די גאַנצע געשיכטע מיטן „פּעקל“, אַ סבֿרה, אַז ער קען זײער הערשלען װי ער קען זיך און זײַן בעל־הבית מיט דער בעל־הביתטע, װוּ ער האָט געװױנט, קען ער אױסגעבונדן, װאָרעם ער האָט ניט אַזױ פֿיל האָר אין באָרד, װיפֿל מאָל ער איז מיט זײ געפֿאָרן: אָט אַ שטײגער ערבֿ־פּסח אין פּאָדראַד אַרײַן צו די מצות, און צוריק פֿון פּאָדראַד מיט די מצות אַהײם ער האָט זי געבראַכט צופֿירן, אַז ניט ער מיט אָט דעם דאָזיקן פֿערדל?

― אַ בחור אַ פּאַניטש, אױף מיר אַזאַ יאָר! איז דאָס טאַקע אײַערער אַן אײגענער קרובֿ נעבעך? װיאָ!

― געזונט זאָלט איר זײַן! ― רופֿט זיך אָן צו אים דער עלטערער ― װיבאַלד אַזױ, צו װאָס זאָלן מיר זיך שלעפּן אומזיסט אין דער זובאָװראַטשעבנע זיך נאָכפֿרעגן? איר קאָנט דאָך אונדז פֿירן גלײַך אַהין, װוּ ער האָט געװױנט.

― אַװדאי קאָן איך אײַך פֿירן גלײַך אַהין, פֿאַר װאָס זאָל איך ניט קאָנען? װיאָ! װילט איר, הײסט עס, מיט אים זיך זען? איך האָב מורא, ס'איז אומזיסט איר טירחה. איך האָב געהערט זאָגן, אַז מע לאָזט ניט צו צו אים קײן בן־אָדם, מע האָט מורא, מע זאָל ניט אונטערקױפֿן די שומרים און אים אַרױסלאָזן פֿרײַ, װאָרעם ער איז זײער רײַך! בײדע פּאַרשױנען קוקן זיך איבער, און דער עלטערער רופֿט זיך אָן צום בעל־עגלה:

― געזונט זאָלט איר זײַן! װער, זאָגט איר, איז זײער רײַך?

― ער טאַקע, אָט דער דאָזיקער, װאָס זיצט אין טורמע, אײַערס אַ פֿרײַנדל איז ער, זאָגט איר? ער איז זײער רײַך, זאָגט מען ― װיאָ! דאָס הײסט, ניט ער איז רײַך, נאָר קרובֿים, זאָגט מען, האָט ער זײער רײַכע, מיליאָנערן ― װיאָ! מיר זענען שױן באַלד געקומען. זעט איר אָן דאָרט אַ הױכן מױער? איז דער צװײטער הױף אָדער דער דריטער, זיצט דאָרט יענער ייִד, שאַפּיראָ רופֿט מען אים, אַ גאַנץ װױלער ייִד, און ניט נאָך אַזױ ער, װי זײַן װײַב, אַ כּשר ייִדענע, און אַ טעכטערל בײַ זײ אַ צאַצקע, זיצט אױף אַ דאַטשע, די טאָכטער, הײסט עס ― װיאָ! נאָר מאַכט מיר קלאָר, איך בעט אײַך, איר װײסט בעסער, איך בין אַ ייִד אַ פּראָסטער, אַ בעל־עגלה, איז אױף מײַן בעל־עגלהשן מוח לײגט זיך עפּעס ניט די גאַנצע מעשׂה: אַ בחור אַ דאַנטיסט, אַ גאַנצער פּאַניטש, קאָן אַ װאָרט ייִדיש ניט רעדן…

בײדע פּאַסאַזשירן קוקן זיך איבער װידער אַמאָל און דער עלטערער טוט אַ פֿרעג:

― װער, זאָגט איר, קאָן אַ װאָרט ייִדיש ניט רעדן?

― אָט אָט דער קרובֿ אײַערער, װאָס געהער ער זיך אײַך אָן? אַ פּלימעניק, אַ שװעסטערקינד?. אַ שני־שבשלישי? טפּררררו ― מיר זענען שױן אָטאָ געקומען צופֿאָרן. זעט איר אָטאָ אַ גלעקל? טוט אַ צי, װעט מען אײַך עפֿענען. איר װײסט ניט װי אַזױ? לאָזט מיך… װיפֿל מיר קומט? מיר קומט פֿון װאָקזאַל אַהער אַזױ גרױס אַזױ קלײן ― מער קײן באַגאַזש האָט איר ניט? װען רעכנט איר אם־ירצה־שם פֿאָרן צוריק? איר װײסט נאָך אַלײן ניט? נו, פֿאַרשטײט זיך, פֿון װאַנען זאָלט איר װיסן? אַז איר װעט דאַרפֿן פֿאָרן, זאָלט איר זיך מטריח זײַן זאָגן איר, אָט דער מאַדאַם שאַפּיראָ, זי קען מיך, װיפֿל מאָל געפֿאָרן מיט מיר אין באָלניצעбольница: שפּיטאָל צו דער טאָכטער, אָט דאָ טאַקע געפֿין איך מיך מײנסטנס, אױף דער ייִדישער גאַס. אַ ייִדישער איזװאָשטשיק באַדאַרף זײַן אױף דער ייִדישער גאַס, װי זאָגט איר, אָחינו־אַתּה, און אָנגעהױבן האָט איר צו מיר רעדן אױף „רישוס“, נאָר, װאָס האָט איר געמײנט, בין איך? אַ פֿאָניע? כאַ־כאַ! שולדיק איז די פֿאָרמע מישטײנס געזאָגט, און אַ ביסל דאַרף טאַקע נאַש בראַט פֿאַרשטעלן דעם ייִדן, מע זאָל אים חלילה ניט דערקענען ― װאָס זאָלן מיר טאָן? מיר זענען בײַ זײ, ניט זײ בײַ אונדז… װילט איר, הײסט עס, איך זאָל אײַך טאַקע געבן „זדאַטשעсдача: קלײנגעלט“ אױך, צי דאָס זאָל שױן זײַן אױף „נאַ װאָדקעна водка: צו טרינקגעלט?“ לאַנג לעבן זאָלט איר. לאָז אײַך גאָט העלפֿן, איר זאָלט מצליח זײַן בכל־אַשר־אפֿנה ― איר חידושט זיך, װאָס איך קען! איך בין דאָך, װי איר אַלײן זאָגט: „אָחינו אַתּה…“ אַ גוטן!

דאָס זיבן־און־אַכציקסטע קאַפּיטל
אורחים

טאָמער איז געװען קאַרג דאָס פּעקל צרות, װאָס די אָרעמע מוטער נעבעך, שׂרה שאַפּיראָ, האָט געטראָגן אױף אירע כרופּקעхрупкий: ברעכעװדיקע פּלײצעס, האָט איר גאָט צוגעשיקט אורחים ― דעם קװאַרטיראַנטס פֿאָטער מיטן ברודער, רב משה ראַבינאָװיטש מיט זײַן עלטערן זון אַבֿרהם־לײב, אָדער װי זײַן װײַבל רופֿט אים אַבֿרהם־לײבוש (מיר טוען איר צוליב און רופֿן אים שױן פֿון איצט אָן אַבֿרהם־לײבוש).

דער פֿאָטער, רב משה ראַבינאָװיטש, איז אַ הױכער ייִד און אַ דאַרער, מיט פֿאַרזאָרגטע אױגן, װאָס האָבן זיך באַזעצט טיף אין דעם װײַס געקנײַטשטן שטערן; זעט אױס אַ ייִד אַ חלש. יעדער זיפֿץ, װאָס ער טוט, רײַסט אױס אַ שטיק האַרץ; רעדט שטיל, בנעימותדיק: „געזונט זאָלט איר זײַן“. און דער זון, אַבֿרהם־לײבוש, אַ בעל־הביתל מיט סימנים פֿון אַ פֿײַן בערדל, דװקא אַ געזונטער יונג און אַ שײנער, נאָר אַ גרױסער בעל מרה־שחורה און ניט קײן קלײנער עזות־פּנים; זײַן טאַטע האָט פֿאַר אים מער מורא װי ער פֿאַרן טאַטן, אָדער בעסער געזאָגט זײ בײדע, דער טאַטע מיטן זון, האָבן אײנס פֿאַרן אַנדערן דרך־ארץ. די נאָז שנײַצט ער ניט אין אַ פֿאַטשײלע, װי די גאַנצע װעלט, נאָר מיט אײן פֿינגער אױף אַ זײַט, אַ סימן פֿון אַ זשװאַװער יונגנמאַנטשיק.

אָנגעקומען זענען די געסט צו די שאַפּיראָס אין שטוב אַרײַן פּונקט האַלבן טאָג, אין דער צײַט װען דוד שאַפּיראָ כאַפּט זיך אַראָפּ אַהײם איבערכאַפּן דעם אָנבײַסן, װי זײַן שטײגער איז, אױף אײן פֿוס און אַנטלױפֿן צוריק אין געשעפֿט אַרײַן, װאָרעם ער אין דאָך אַ „פֿאַרקױפֿטער מענטש“.

דוד שאַפּיראָ איז די לעצטע צײַט געװױנט געװאָרן, אַז פֿרעמדע מענטשן, קאָרעספּאָנדענטן פֿון צײַטונגען און גלאַט זײַטיקע פּאַרשױנען, זאָלן אים קומען דולן אַ ספּאָדיק װעגן זײַן קװאַרטיראַנט, דעם אומגליקלעכן דאַנטיסט נעבעך, װאָס האָט זיך אַזױ מיאוס אַרײַנגעכאַפּט. די ערשטע צײַט איז דוד געװען צופֿרידן, װאָס מענטשן אינטערעסירן זיך מיט זײַן קװאַרטיראַנט, װילן הערן פֿון אים, פֿון דוד שאַפּיראָן אַלײן זײַן מײנונג, װאָס זאָגט ער אױף דעם אומגליק. נאָר שפּעטער־שפּעטער האָט זיך עס אים צוגעגעסן און ער האָט כּמעט געטריבן מענטשן פֿון שטוב; װען שׂרה זאָל אים ניט אָפּהאַלטן, װאָלטן געװען סקאַנדאַלן.

אױך איצט, אַז די צװײ פֿרעמדע ייִדן זענען אַרײַנגעקומען, האָט זײ דוד נאָכן ערשטן שלוס־עליכם שיִער נישט געגעבן דעם װעג.

― עליכם שלום ― האָט זײ דוד קורץ געענטפֿערט ― װאָס װעט איר זאָגן גוטס?

― דאָ, בײַ אײַך, האָט געװױנט אױף קװאַרטיר ― האָבן די אַרײַנגעקומענע אָנגעהױבן, האָט זײ דער בעל־הבית אָפּגעהאַקט און אַלײן געענדיקט פֿאַר זײ:

― דער דאַנטיסט ראַבינאָװיטש? בײַ מיר, בײַ מיר, נאָר װאָס גײט אײַך אָן? אַקעגן װאָס דאַרפֿט איר עס װיסן? און װאָס װעט אײַך שױן זײַן אַזױ גוט אַז איר װעט װיסן? און װעמען קאָן דערפֿון אַרױס אַ טובֿה? ייִדן קריכן ― טאָמער װײסט איר װאָס?

נאָך אַזאַ שײנעם ברוך־הבא זענען בײדע אורחים, דער פֿאָטער מיטן זון, געבליבן שטײן אָן װערטער, נישט געװוּסט װאָס זײ זאָלן טאָן. דער זון האָט, װי עס װײַזט אױס, שטאַרק חשק געהאַט, דערלאַנגען דעם דאָזיקן ייִדן צוריק נאָך אַ שענערן ברוך־הבא, װי ער, אַבֿרהם־לײבוש, קען. האָט אים אָבער דער פֿאָטער מיט אַ צי פֿאַרן אַרבל אָפּגעהאַלטן, אַזױ אַז דער גײַציקער און זשװאַװער אַבֿרהם־לײבוש האָט זיך אױסגעדרײט אױף אַ זײַט און געגעבן אַ שטאַרקן שנײַץ אױס די נאָז מיט אײן פֿינגער, װי זײַן שטײגער איז, און דער פֿאָטער, רב משה ראַבינאָװיטש, האָט זיך אָנגערופֿן צום בעל־הבית בנעימותדיק מיט אַ ביטערן שמײכל:

― זאָלט איר געזונט זײַן! פֿאַר װאָס זאָלט איר אונדז בעסער נישט פֿרעגן מה שמכם און װיסן װער מיר זענען און װאָס מיר טוען דאָ, װאָלט איר פֿאַרשפּאָרן זיך אָפּעסן דאָס האַרץ אומזיסט־אומנישט.

― זײער גערעכט ― מישט זיך אַרײַן שׂרה, װאָס איז געשטאַנען די גאַנצע צײַט מיט אַ טעלער צעהאַקטן הערינג און אָנגעבראָקטע ציבעלקעס מיט עסיק און מיט געװירצן פֿאַרפּראַװעט. דער געשמאַקער ריח פֿונעם הערינג און דער שאַרפֿער אַראָמאַט פֿון די געװירצן האָט זיך מיט סכּנות־נפֿשות צעטראָגן איבער דער גאַנצער שטוב און פֿאַרגנבֿעט זיך אין נאָז אַרײַן צו די אורחים און אַזױ שטאַרק געקיצלט זײ דעם אַפּעטיט, אַז אַבֿרהם־לײבוש האָט אַזש אַ הױכן שלונג געגעבן ― דער ייִד איז דאָך כ'לעבן גערעכט, זײער, זײער גערעכט! װער געװױר פֿריִער װער, װאָס און װען, דערנאָך װעסטו אַרױסבאַװײַזן דעם כּהן…

אַן אַנדער צײַט װאָלט זיך שׂרה נישט געגאַרט פֿון איר מאַן, דעם אמתן שאַפּיראָ, פֿאַר אַרײַנמישן זיך אינעם מאַנס רײד. איצט אָבער האָט ער זיך געפֿילט באמת אַ ביסל שולדיק, װאָס ער האָט זיך געכאַפּט זידלען פֿרעמדע מענטשן נישט צו װיסן אַפֿילו זײער נאָמען, און ער האָט זיך אָנגערופֿן צו זײ מיט אַ טאָן נידעריקער.

― װער זענט איר דען, װאָס איר פֿרעגט זיך אַזױ נאָך אױפֿן דאַנטיסט ראַבינאָװיטש און פֿון װאַנען קומט איר?

דער אַלטער האָט אַ ביסל אַראָפּגעלאָזט דעם קאָפּ און אױך שטיל אַ זאָג געגעבן:

― דער דאַנטיסט ראַבינאָװיטש ― דאָס איז טאַקע מײנער אַ זון, איך בין זײַנער אַ טאַטע, און אָט דער דאָזיקער ― דאָס איז אױך מײַנער אַ זון ― אַן עלטערער, און געהער זיך אָן הײסט עס אײַער קװאַרטיראַנט אַ ברודער, אַן עלטערער ברודער הײסט עס.

איצט זענען שױן די שאַפּיראָס געבליבן אָן לשון, פֿון זינט דער קװאַרטיראַנט איז בײַ זײ געװען, האָבן זײ נאָך פֿון אים קײנמאָל נישט געהערט, ער זאָל דערמאַנען אַפֿילו, אַז ער האָט ערגעץ אַ פֿאָטער אָדער אַ ברודער. זײ װײסן נאָר פֿון אַ מומע אַ רײַכע, אַ מיליאָנערשע, אָן קינדער, און פֿון אַ שװעסטער, װאָס מע רופֿט זי „װיעראַ“, װײַטער װײסן זײ ניט פֿון קײן שום נאָענטע אָדער װײַטע קרובֿים ― און פּלוצעם גאָר װאַקסט אױס אַ פֿאָטער און אַ ברודער! פֿאַר גרױס אימפּעט האָט שׂרה גאָרניט געװוּסט, װאָס צו טאָן מיטן צעהאַקטן הערינג, צי זי זאָל אים אַװעקשטעלן אױפֿן טיש, צי זי זאָל אים אָפּטראָגן צוריק, פֿון װאַנען ער איז געקומען, און דוד האָט פֿאַרגעסן, אַז ער איז אַ פֿאַרקױפֿטער מענטש און רופֿט זיך אָן צום פֿאָטער פֿונעם קװאַרטיראַנט און די אױגן בײַ אים פּינטלען:

― זײַט־זשע מוחל, װאָס־זשע האָב איך אײַך געװאָלט זאָגן? יאָ, איז אײַער זון זאָגט איר, אָט דער ראַבינאָװיטש הײסט עס, אײַערער אַ דאַנטיסט, מײן איך אַ זון אײַערער? און מיר האָבן גאָרניט געװוּסט, אַפֿילו ניט אָנגעהױבן צו װיסן, אַז אײַער זון, דער דאַנטיסט הײסט עס, האָט אַ טאַטן…

― זאָלט איר געזונט זײַן ― מאַכט צו אים דער אַלטער מיט זײַן ביטער שמײכל ― יעדער זון האָט אַ טאַטן…

― נו, יאָ, פֿאַרשטײט זיך ― דוד שאַפּיראָ פֿילט, אַז ער װערט רױט ― אַװדאי אַזױ, װי דען! ניט דאָס האָב איך געמײנט. איך האָב געמײנט, פֿאַרשטײט איר מיך…

― שאַט, װאָס טױגן לאַנגע שמועסן! ― מישט זיך אַרײַן װידער אַמאָל שׂרה, װאָס האָט זיך קױם געכאַפּט אַװעקשטעלן דעם הערינג אױף זײַן געהעריקן אָרט, אױפֿן טיש ― איר זאָגט בעסער, מײַן ליבער ייִד, װי אַזױ רופֿט מען אײַך בײַם נאָמען?

― מיך װי אַזױ מען רופֿט בײַם נאָמען? ― זאָגט דער אַלטער און קוקט אױפֿן זון ― מײַן נאָמען אין משה… משה ראַבינאָװיטש הײסט עס. ― רב משה ראַבינאָװיטש ― פֿאַרריכט אים דער זון און שנײַצט אױס די נאָז מיט אײן פֿינגער.

― נו, יאָ! ― רופֿט זיך אָן שׂרה צום מאַן ― איצט איז שױן רעכט: ער האָט דאָך טאַקע געהײסן גריגאָרי מאָיסײעװיטש…

דער אַלטער לאָזט װידער אַראָפּ די אױגן און רעדט שטיל: ― װי אַזױ זאָגט איר ― גריגאָרי מאָיסײעװיטש? אין דער הײם רופֿט מען אים הערשל, און דאָ הײסט ער שױן, דער ימח־שמוניק, גריגאָרי… איך הײס, אין דער הײם הײס איך, משה, אין פּאַס שטײ איך פֿאַרשריבן, מאָװשא“, און דאָ בין איך שױן אַ מאָיסײעװיטש… הײַנטיקע קינדער ימח־שמם…

שׂרהן איז איר קװאַרטיראַנטס פֿאָטער געפֿעלן געװאָרן. דער פֿאָטער מער פֿונעם זון. זי האָט זיך אַ װאָרף געגעבן, צוגערוקט אים אַ שטול, און דעם זון שױן אױך אַ שטול, און געבעטן זיצן. אױף איר קוקנדיק האָט שױן דוד אױך אַ קער געגעבן זיך צו די אורחים, גלײַך װי ער האָט זײ שױן דרײַ מאָל געבעטן זיצן און זײ װילן ניט.

― זיצט, פֿאַר װאָס זיצט איר ניט? ―

און בײדע אורחים האָבן זיך אַװעקגעזעצט, גענומען אױספֿרעגן זיך קודם אױף זײער הערשלען, װי אַזױ איז דאָס געשעען, פֿון װאַנען האָט זיך גענומען אַזאַ גאָטס שטראָף אױף זײ, אין אײן װעגס דערצײלט װאָס זײ זענען אױסגעשטאַנען, װי אַזױ זײ האָבן אַ צײַט קײן בריװ נישט געהאַט, געמײנט זײ װעלן משוגע װערן. און דערנאָך װי אַזױ מע האָט זײ גענומען, אײַנגעזעצט אין חד־גדיא אַרײַן, אױסגעפֿרעגט און אױסגעטרײסלט זײ, אָפּגעהאַלטן צװײ טאָג, און ערשט דערנאָך, אַז מע האָט זײ אַרױסגעלאָזט, זענען זײ פֿון די צײַטונגען געװױר געװאָרן פֿונעם אומגליק, אַז דער דאַנטיסט, װאָס מע האָט אים אײַנגעזעצט, דאָס איז טאַקע ניט קײן אַנדערער נאָר זײער הערשל! זענען זײ געקומען אָט דאָ אַהערצו צופֿאָרן ראַטעװען זײער הערשלען ― אַ גרױסע שטאָט, רײַכע ייִדן, מיליאָנערן, װי װעלן זײ דאָס שװײַגן, לאָזן אַ ייִדן זיצן אומזיסט־אומנישט איבער אַזאַ נאַרישקײט, אַ בילבול! היתּכן?

― היאַמן כּי יספּר? ― לײגט צו אַבֿרהם־לײבוש אױף העברעיִש, הײַנטיקע צײַטן פֿון פּראָגרעס און ציװיליזאַציע זאָל זיך טרעפֿן אַזאַ רציחה!…

― און איך זאָג אײַך, הערט איר, ס'איז בלאָטע! ― אָט האָט מען מיר אַלײן, װי איר זעט מיך, אױך אײַנגעזעצט און אױך גענומען צום צימבל ― און בלאָטע, בלאָטע שבבלאָטע! נאָר אַ געלעכטער!… דוד שאַפּיראָ האָט דערװײַל אַ געלעגנהײט צו דערצײלן פֿון זיך, װי אַזױ ער האָט זיך געהאַלטן די גאַנצע צײַט פֿונעם אָנהײב, פֿונעם ערשטן אַרעסט אָן, ביז הײַנטיקן טאָג. ער האָט ניט פֿאַרגעסן איבערצוגעבן אַלע געשיכטען מיט די אָביסקןобыск: רעװיזיעס, מיט די אַרעסטן, און דערנאָך װיפֿל מאָל מע האָט אים, דודן, שױן געשלעפּט צום סלעדאָװאַטעלследователь: נאָכקוקער, און װאָס מע האָט אים געפֿרעגט, און װאָס ער האָט זײ דאָרט אַלעמען אַװעקגעגעבן ― װאָס האָט ער מורא? „אַז מע עסט ניט קײן קנאָבל, שמעקט ניט פֿון מױל“… און אױסגעלאָזט האָט ער װי אַלע מאָל, „אַז דער גאַנצער עסק איז ניט װערט, איר זאָלט זאָגן, אָט אָ דאָס אָ (אַ װײַז אױפֿן שפּיץ פֿינגער). מע װעט אים נאָר אָפּהאַלטן אַ ביסל און מע װעט אים אַרױסלאָזן בשם־אלהי־ישׂראל אױף אַלע פֿיר זײַטן“.

― אָמן הלװאַי! ― שטעלט אַרײַן שׂרה אױך אַ װאָרט ― פֿון דײַן מױל אין גאָטס אױערן! ― דערװײַל נעבעך זיצט ער, אַן אײדל קינד, אױף זײַד געצױגן, מע לאָזט ניט צו צו אים קײן לעבעדיקן מענטשן… נישט קײן עסן צו טראָגן, נישט קײן בריװל שרײַבן, נישט קײן פּאַפּיראָס אױף רױכערן ― טאָמער װײסט איר פֿאַר װאָס? פֿאַר װען! באַשערט געװען נעבעך אַ מענטשן אָפּקומען דעם גיהנום אױף דער װעלט…

שׂרה װישט אױס אַ טרער, און דער פֿאָטער נעבעך װײנט אױף אײן זײַט און דער זון אױף דער אַנדערער זײַט. זײ װישן זיך די אױגן און פֿרעגן זיך אױס נאָכאַמאָל, װי אַזױ איז דאָס געשעען? פֿון װאַנען האָט זיך עס גענומען? בײדע שאַפּיראָס, אײנס איבער דאָס אַנדערע, גיבן איבער אױף דער גיך, נאָכאַמאָל און נאָכאַמאָל, די גאַנצע געשיכטע מיט זײער שכנס שטיפֿזונדל, װאָס איז אַ חבֿר געװען מיט זײער סיאָמקען להבֿדיל, אַ קינד אַ גאָלד, ער איז איצט אין גימנאַזיע, אָט באַלד דאַרף ער קומען עסן; און פֿון דעם װי אַזױ זײער ראַבינאָװיטש, װאָס האָט געלערנט מיט זײער סיאָמקען, האָט געלערנט אױך מיט זײער שכנס שטיפֿזונדל להבֿדיל, נישט צוליב געלט חלילה ― צו װאָס דאַרף ער געלט! ― נאָר צוליב זײער סיאָמקען און צוליב זײער בעטי ― דאָס איז זײער טאָכטער. בעטי רופֿט מען זי, װױנט איצטער אױף אַ דאַטשע ― אַן עבֿירה, װאָס זײ קאָנען זי נישט זען, ס'איז שױן אײן מאָל אַ בעטי!…

― זאָלט איר געזונט זײַן! ― רײַסט איבער דער עלטערער אורח ― איר זאָגט, אַז מײַן זון דאַרף ניט קײן געלט און לערנט נאָר לשם־מיצװה, און װוּ זענען יענע צװײ רײַכע הײַזער, װאָס ער האָט דאָרטן געהאַט די בעסטע אוראָקן?

― װאָסערע הײַזער? ― װאָסערע אוראָקן? ― זאָגט דוד שאַפּיראָ און קערט זיך אום צוריק צו זײַנע מעשׂיות.

און די אורחים קוקן זיך איבער און שטױנען: „װאָס טוט זיך עס מיט זײ? פֿאָרנדיק אין װאַגאָן האָבן זײ געהערט װילדע רעד װעגן זײער הערשלען, אַז ער װײסט ניט קײן צלם פֿאַר קײן אַלף… איצט אָט דאָ הערן זײ, אַז ער האָט דאָ נישט געהאַט קײן שום רײַכע אוראָקן אין דער דאָזיקער שטאָט ― טאַקע נאָר משוגע צו װערן!“… און דער בעל־הבית, שאַפּיראָ, װי באַלד ער איז אַרײַן אין זײַן ראָל און האַלט אין דערצײלן, איז אים שױן נישט אַזױ גרינג אָפּצורײַסן.

― טאָמער װאָלט געװען גענוג! ― רײַסט איבער דוד שאַפּיראָ זיך אַלײן ― איך דאַרף גײן אין געשעפֿט אַרײַן, איך בין, פֿאַרשטײט איר מיך, אַ פֿאַרקױפֿטער מענטש, אַ סלוזשעשצעслужешце: דינסטמױד ,― מאַכט ער צו די געסט, און צום װײַב טוט ער אַ זאָג: טאָמער װאָלסט, שׂרה, געבעטן די געסט צום טיש, די אורחים קערן אַװדאי זײַן הונגעריק, אַ טאַנץ, זאָגט מען, גײט נישט פֿאַרן עסן און די נשמה אױסשפּײַען קאָן מען אױך ניט, װאָס? ניט אַזױ?

― אַװדאי אַזױ, כּל־זמן אַ מענטש לעבט, נאָר װאָס דען? בײַ אײַך איז דאָך ניט קײן אַכסניא, זאָלט איר געזונט זײַן! ― זאָגט דער פֿאָטער און קוקט אױפֿן זון, צי זאָל ער אָננעמען די אײַנלאַדונג, אָדער נײן.

― מיר זענען דאָך געקומען אַהערצו עפּעס מכּוח אַן עסק. ― מאַכט דער זון נישט צו רירן פֿון אָרט, ― אַ סימן אַז ער איז מסכּים מע זאָל בלײַבן אױף װאַרעמעס.

― איר האָט ניט װאָס מורא צו האָבן ― טוט זיך שׂרה אַ דרײ־אױס און שטעלט נאָך טעלער ― איר װעט אונדז חלילה נישט קאַליע מאַכן גאָרנישט, אַ הערינג איז גרײט, װאַרעמעס קאָכט זיך, װוּ צװײ עסן, דאָרט קאַנען פֿיר: גײ, דוד, װאַש דיך און רוף די געסט אױך.

― זײַט־זשע מוחל ― מאַכט צו זײ דוד, באַװײַזט אױף דער קװאָרט און װאַשט זיך אױף צו פֿריִער, װי דער מינהג איז פֿון אַ בעל־הבית אַ מכניס־אורח ― זײַט־זשע מוחל, אָן אַ שום דאָס…

― זאָלט איר געזונט זײַן! ― ברעקלט זיך נאָך דער פֿאָטער, שטײט אױף און קוקט נאָך אַלץ אױפֿן זון ― מיר קענען דאָך אַפֿילו נאָך גאָרנישט אײנס דאָס אַנדערע װי עס געהער צו זײַן. מיר װײסן דאָך אַפֿילו ניט, װער איר זענט און װי אַזױ מע רופֿט אײַך?

־ בלאָטע! ― זאָגט דער בעל־הבית און כאַפּט אָפּ דעם „שׂאו־ידיכם“ אױף דער גיך, װי זײַן שטײגער איז, װינקט צום װײַב זי זאָל זיך ניט באַנוצן מיט זײַן ניט קאַנען רעדן און חלילה ניט אױסכאַפּן בײַ אים פֿונעם מױל, װאָס ער װיל זאָגן, און מאַכט אַ המוציא אױף דער גיך און איז צופֿרידן, װאָס ער קאָן שױן רעדע ― בלאָטע! ― איצט קענען מיר אײַך שױן װער איר זענט זײער גוט, אײַער זון איז בײַ אונדז ניט נאָר אַ קװאַרטיראַנט געװען, ער איז אונדזערער אַ פֿרײַנד, נאָך נענטער פֿון אַ פֿרײַנד, מע קאָן זאָגן אַ ידיד־נאמן, װאָס איז אונדז אַלעמען אײַנגעבאַקן אין האַרצן, שײך צו זאָגן, אַהבֿת־נפֿש!… און װער מיר זענען ― װעט איר אױך באַלד װיסן. איך װעל אײַך נאָר זאָגן אײן װאָרט: „סלאַװיטע“. האָט איר געהערט אַמאָל סלאַװיטע? ― און דוד פֿאַרקוקט די אורחים אין די אױגן אַרײַן.

― זאָלט איר געזונט זײַן! ― זאָגט דער פֿאָטער אַ געװאַשענער, קײַענדיק די המוציא מיט זאַלץ ― װעלכער ייִד װײס דאָס נישט סלאַװיטע?… און דער זון, װאָס װישט נאָך די הענט און טאָר נאָך נישט רעדן, מאַכט נאָר מיטן װוּנק:

― פּס ― נו… המ… אָ… נו“… נדפּס בסלאַװיטאַ!

און אײדער אַבֿרהם לײבוש זעצט זיך אַװעק צום טיש, טוט ער נאָכאַמאָל אַ שנײַץ אױס די נאָז מיט אײן פֿינגער, און דער בעל־הבית מיט די אורחים נעמען זיך גלײַך צום געהאַקטן הערינג, װאָס איז מיט ציבעלקעס פֿאַרבראָקט און מיט געװירצן פֿאַרפּראַװעט, און דער ריח צעגײט זיך איבערן גאַנצן שטוב ― מחיה־נפֿשות.

דאָס אַכט־און־אַכציקסטע קאַפּיטל
װוּנדער איבער װוּנדער!

די אורחים האָבן ניט פֿאַרגעסן, אַז דער בעל־הבית האָט זײ אָנגעהױבן דערצײלן פֿון זײַן ייִחוס, װער ער איז און פֿון װאַנען ער שטאַמט. און כאָטש זײער האַרץ איז איצטער געװען נישט צו האָרכן פֿרעמדע מעשׂיות, זײער נשמה איז געװען גאָר װײס איך װוּ, ערגעץ בײַ זײער אומגליקלעכן הערשלען, דאָך איז נישט קײן דרך־ארץ, אַז מע זיצט בײַ אַ פֿרעמדן טיש און אַ בעל־הבית רעדט, באַדאַרף מען אים אױסהערן ביזן סוף.

― זענט איר אַלײן טאַקע אַ סלאַװיטער פֿון סלאַװיטע הײסט עס? ― אַזױ מאַכט צו אים רב משה ראַבינאָװיטש, און בײדע, דער פֿאָטער מיטן זון, קוקן אױף שאַפּיראָן, גלײַך װי דאָס האָט אַ װאַזשנע שײַכות מיט זײער עסק, װאָס זײ זענען צוליב אים אַהערגעקומען.

דוד שאַפּיראָ צעלאַכט זיך, װי אַ מענטש װאָס האַלט ערשט בײַם אױפֿדעקן װער ער איז און בײַ איבערראַשן דערמיט די װעלט, נאָר ער װײסט נישט, פֿון װאָסער זײַט ער זאָל אָנהײבן.

― האָט איר געהערט אַמאָל דעם נאָמען שאַפּיראָ? איך מײן, אַז איר האָט געהערט… און ער שלינגט אַראָפּ דעם ביסן װאָס גיכער, טרײסלט אָפּ די ברעקלעך פֿון באָרד און שיסט אױס בעסער מיט אַמאָל, װי אײנער רעדט: „צו װאָס מוטשען מענטשן!“

― בקיצור ― איך בין פֿון די אמתע, פֿון די סלאַװיטער שאַפּיראָס. און דוד שאַפּיראָ שטעלט אַװעק די אױגן אױף די אורחים, װאָס פֿאַר אַ רושם האָט אױף זײ געמאַכט דער נאָמען שאַפּיראָ?

דער דאָזיקער נאָמען װאָלט געמעגט מאַכן אױף די אורחים אַ גרעסערן רושם װי עס האָט געמאַכט, און עס קאָן זײער מעגלעך זײַן, אַן עס װאָלט טאַקע געמאַכט דעם רושם, װאָס שאַפּיראָ האָט געװאָלט, װען עס זאָל זיך נישט געװען אַרײַנמישן אין מיטן שׂרה ― אַ ייִדענע בלײַבט אַ ייִדענע! ― און אַרײַנפֿאָרן מיט איר װײַבערשער טשיקאַװעקײט. שׂרה, װאָס האָט דערװײַל אױפֿגעגעבן דאָס עסן צום טיש, האָט געװאָלט װיסן נאָר אײן זאַך: װאָס איז די מעשׂה, װאָס די גאַנצע צײַט, זינט עס האָט זיך געטראָפֿן דאָס אומגליק, הערט מען ניט פֿון דער מומע און מע זעט ניט פֿון איר, אַז ס'זאָל זי אָנהײבן אַרן, װאָס דער פּלימעניק זיצט און װעט נאָך חלילה זיצן און זיצן?…

― איך פֿאַרשטײ גאָרניט ― לאָזט זי אױס ― װאָס איז דאָס פֿאַר אַ מין מומע אױף דער װעלט! האָט קײן פֿאַראיבל ניט, װאָס איך רעד אַזױ אָפֿן ― זי באַדאַרף זײַן ניט פֿון פֿלײש און בלוט, נאָר פֿון שטײן אָדער פֿון אײַזן…

אין דער גאַנצער צײַט, װאָס שׂרה רעדט, קוקט דער פֿאָטער אױפֿן זון און דער זון אױפֿן פֿאָטער. און אַז יענע האָט געענדיקט, מאַכט צו איר רב משה ראַבינאָװיטש און הערט־אױף קײַען:

― זאָלט איר געזונט זײַן! פֿון װעלכער מומע רעדט איר דאָס?

― װאָס הײסט פֿון װעלכער מומע? ― זאָגט שׂרה ― פֿון װעלכער מומע זאָל איך רעדן? פֿאַרשטײט זיך, פֿון דער רײַכער מומע. די מיליאָנערשע די אַלמנה…

― װעלכע רײַכע מומע? װאָס פֿאַר אַ מיליאָנערשע? װאָסער אַלמנה? ― זאָגט דער פֿאָטער און קוקט אױפֿן זון, און דער זון העלפֿט אים אונטער:

― װאָסערע לאָקשן? װאָסערע פֿלױמען? ― און ער בײגט זיך אָן און שנײַצט אױס די נאָז מיט אײן פֿינגער.

אָט דאָס האָט דװקא יאָ געמאַכט אַ רושם. אַזאַ רושם, אַז דוד שאַפּיראָ האָט אַזש פֿאַרגעסן אָן זײַן ייִחוס און אַ קוק געגעבן אױפֿן װײַב.

― װאָס הײסט? ― זאָגט שׂרה נאָכאַמאָל צו די געסט שױן מיט אַ טאָן העכער ― װאָס הײסט? אײַער ראַבינאָװיטש האָט ניט קײן מומע אַ מיליאָנערשע אָן קינדער, װאָס ער איז בײַ איר דער אײנציקער יורש איבער הונדערט און צװאַנציק יאָר?

דער פֿאָטער מיטן זון האָבן אַזש אַװעקגעלײגט די גאָפּלען.

― עס הײבט זיך גאָרניט אָן! ― זאָגט דער פֿאָטער, און דער זון לײגט צו:

― לא היה ולא ניבֿרא, ניט געשטױגן ניט געפֿלױגן!

― און גאָרניט געהאַט אױך? ― פֿרעגט שׂרה און שעמט זיך צו קוקן דעם מאָן אין די אױגן אַרײַן.

― זאָלט איר געזונט זײַן! װאָס הײסט ניט געהאַט? ער האָט הײַנט אױך אַ מומע, צװײ מומעס, דרײַ מומעס, אַ סך מומעס, נאָר אַלע קבצנטעס, אבֿיונטעס, און ניט אײנע אַ מיליאָנערשע.

― װער האָט דאָס אײַך אױסגעטראַכט אַזאַ פּיזמון, אַ נעכטיקן טאָג, אױפֿן הימל אַ יאַריד? ― לײגט צו דער זון.

― ער אַלײן, טאַקע אײַער ברודער ― מאַכט צו אים שׂרה, שטאַרק צעקאָכט פֿון דער מעשׂה.

― אָט אַזױ טאַקע מיט דעם לשון „אַ מומע אַ מיליאָנערשע“ האָט ער אײַך געזאָגט? ― פֿרעגט איבער בײַ איר נאָכאַמאָל אַבֿרהם־לײבוש. דאָ װערט שױן שׂרה אױף אים רעכט בײז:

― װאָס פֿרעגט איר בײַ מיר איבער װי אַ סלעדאָװאַטעל, װי אַזױ מיט װאָסער אַ לשון ער האָט מיר געזאָגט? איר װײסט אַלײן גאַנץ גוט, אַז ניט מיט דעם לשון װי איר רעדט, װאָרעם אײַער ברודער רעדט דאָך ניט אונדזער לשון…

― אױף װאָס פֿאַר אַ דען לשון רעדט מײַן ברודער? ― מאַכט צו איר אַבֿרהם־לײבוש און קוקט אױפֿן פֿאָטער.

― װאָס באַדאַרף מען זיך דאָ שעמען! ― מישט זיך אַרײַן דער בעל־הבית ― ס'איז הײַנט דאָ ברוך־השם גענוג אַזעלכע יונגע לײַט בײַ אונדז. נישקשה, איר זון איז נישט דער אײנציקער, װאָס פֿאַרשטײט ניט אַ װאָרט ייִדיש.

― מײַן הערשל, זאָגט איר, פֿאַרשטײט ניט אַ װאָרט ייִדיש? ― מאַכט דער פֿאָטער און לאָזט ניט אַראָפּ קײן אױג פֿונעם זון.

― װער האָט דאָס אײַך געזאָגט אַזאַ שאַרפֿן ליגן? ― לײגט צו אַבֿרהם־לײבוש.

― אַזאַ שאַרפֿן ליגן? טאַקע ער אַלײן, אײַער ברודער האָט דאָס אונדז געזאָגט, הײַנט װײסט איר שױן! ― ענטפֿערט אָפּ שׂרה פֿאַר איר מאַן מיט כּעס און איז גרײט צערײַסן אָט דעם „יונגנמאַן פֿון דער ציג“, װעלכן זי האָט פֿײַנט געקריגן פֿון דער ערשטער מינוט אָן ― צי אפֿשר מײנט איר, אַן סע טראַכט אײַך אױס! זאָלט איר װיסן, אַז מיר זענען ניט קײן ליגנערס, מע קען אונדז!

דערױף האָט איר אַבֿרהם־לײבוש גאָרניט געענטפֿערט און נאָר אױסגעשנײַצט די נאָן מיט אײן פֿינגער. געענטפֿערט האָט איר דער אַלטער ראַבינאָװיטש.

― זאָלט איר געזונט זײַן! ― האָט ער איר געזאָגט און אַ נעם געגעבן זיך צו דער בוזעם־קעשענע און אַרױסגעצױגן פֿון דאָרטן אַ גראָבן טײַסטער ― אַ בחור, װאָס פֿאַרשטײט ניט אַ װאָרט ייִדיש, שרײַבט ניט אַזעלכע בריװלעך אױף מאַמע־לשון… אַן עבֿירה, װאָס איך קאָן אײַך ניט װײַזן װי ער שרײַבט לשון־קודש. ס'איז געװען בײַ אונדז אַ טרײסלעניש, אַן „אָביסקעобыск: זוכעניש“, האָט מען מיר אױסגעלײדיקט דעם דאָזיקן טײַסטער, צוגענומען בײַ מיר זײַנע בעסטע לשון־קודשדיקע כּתבֿים, אַלע מליצה־בריװ…

דוד און שׂרה האָבן געגאַפֿט, נישט געגלױבט זײערע אױערן: װאָס איז דאָס? אַ חלום? אַ כּישוף?… נאָר ס'איז ניט קײן דרך־ארץ: אורחים ― מע באַדאַרף זײ בעטן עסן.

― פֿאַרװאָס עסט איר ניט ― מאַכט צו זײ דער בעל־הבית מיט אַ זױערער מינע, און די בעל־הביתטע גיט צו:

― עסט, עסט, דאָס מיט דעם געהער זיך גאָרניט אָן.

― זאָלט איר מיר געזונט זײַן! ― מאַכט דער אַלטער ראַבינאָװיטש, װאָס איז אַרײַן אין אַמביציע, װאָס מע איז חושד זײַן הערשלען, אַז ער פֿאַרשטײט ניט קײן ייִדיש. ― אַ שײנע מעשׂה, נאָר אַ קורצע! ער װאָלט אַ בעלן געװען, אַז שאַפּיראָ און שאַפּירעכע זאָלן זיך פֿאַרגינען האָרכן װי זײַן הערשל זאָגט קדיש נאָך דער מאַמע. אָדער װי זײַן הערשל קלינגט אָפּ אַ מפֿטיר, אַז ער קומט אַהײם אױף יום־טובֿ, אָדער װי זײַן הערשל זאָגט די הגדה פּסח בײַם סדר.

― די הגדה פּסח בײַם סדר? ― מאַכט דוד שאַפּיראָ און װערט שיִער ניט דערװאָרגן מיטן ביסן. ער קוקט מיט אײן אױג אַ לאַכנדיקס אױף שׂרהן און פֿילט, אַז דאָס עסן גײט אים נישט אײן.

שׂרה ― די האָט זיך אַפֿילו ניט צוגערירט צום װאַרעמעס. איר קריכט נישט אַרױס פֿון קאָפּ די מומע די מיליאָנערשע. קומט דאָך אױס, הײסט דאָס, אַז דער קװאַרטיראַנט, פֿון װעלכן זי האָט געהאַלטן אַן עולם־ומלואו, איז אַ פּראָסטער ליגנער?… רבונו־של־עולם! צו װאָס האָט ער איר באַדאַרפֿט אױסטראַכטן אַזאַ מאָדנעם ליגן! נאָר שאַ, אָט װעלן מיר באַלד װיסן אַקוראַט! ― מאַכט זי צו זיך אַלײן און װענדט זיך צום פֿאָטער (דעם זון האָט זי פֿײַנט, װיל מיט אים נישט רעדן):

― האָט איר נישט געהאַט אַ שװאָגער, װאָס האָט געהײסן אַבֿרהם און זײַן טאַטע אױך אַבֿרהם! אַבראַם אַבראַמאָװיטש?

־ זאָלט איר געזונט זײַן! ― ענטפֿערט איר דער אַלטער ― װי איז דאָס מעגלעך בײַ ייִדן, אַז דער זון מיטן טאַטן זאָלן הײסן אײן נאָמען?

― דאָס איז בײַ גױים ― גיט צו דער זון ― בײַ זײ איז מעגלעך, אַז דער טאַטע זאָל הײסן איװאַן און דער זון אױך איװאַן.

― דאָס װײס מען אָן אײַך אױך ― זאָגט שׂרה און װיל גאָר אױף אים קײן קוק נישט טאָן. זי רעדט בעסער צום פֿאָטער:

― זאָגט־זשע מיר, װאָס איך װעל אײַך פֿרעגן נאָך אַ זאַך: װיפֿל קינדער האָט איר!

― װאָס גײט עס דיך אָן? ־ פֿאַלט אָן אױף איר דוד אַ צעקאָכטער ― ביסט אַ סודיעבנע סלעדאָװאַטעל, צי װאָס?

― לאָז דיך ניט אַרן, מסתּמא װײס איך װאָס איך פֿרעג ― האַקט אים אָפּ שׂרה, װאָס האָט זיך אירס אין זינען און װענדט זיך װידער צום עלטערן אורח: ― איך האָב נאָר געװאָלט װיסן, אױב איר האָט אַ טאָכטער װיעראַ“?

― איך! אַ טאָכטער װיעראַ? המ… איך האָב צװײ טעכטער, זאָלן געזונט זײַן, הײסן זײ בײדע מיט ייִדישע, ניט גױיִשע נעמען… אײַנע הײסט שפֿרה, איז זי דאַנקען גאָט אַ גרױסע אבֿיונטע, און די אַנדערע שׂרה־לאה, איז זי אױך ניט קײן קלײנע קבצנטע און איז נאָך, ניט פֿאַר אײַך געדאַכט, ניט קײן געזונטע אױך, באַדאַרף אַ רעפּעראַציע, װי מע דאַרף לעבן…

שׂרה בלײַבט שױן גאָר אָפּהענטיק: „קומט דאָך אױס, הײסט עס, אַז ער איז ניט נאָר אַ ליגנער, נאָר טאַקע אַ שװינדלער אױך, װאָרעם װי באַלד אַז קײן שװעסטער „װיעראַ“ האָט ער ניט, בלײַבט דאָך װידער די קשיא: װער־זשע איז געװען די „װיעראַ פּ.“? אָדער אפֿשר האָט ער געהאַט אַמאָל אַ שװעסטער, נאָר זי אין געשטאָרבן?… עס טליִעט נאָך בײַ איר אַ פֿונק פֿון האָפֿענונג און זי װענדט זיך װידער אַמאָל צום אַלטן:

― אַ סבֿרה, אַז איר האָט גאָר קײנמאָל ניט געהאַט קײן טאָכטער, װאָס האָט געהײסן „װיעראַ“, אָדער דבֿורה, אָדער?…

― שׂרה! עס װעט אַמאָל האָבן אַן עק, צי װער־װאָס? ― איז אױף איר אָנגעפֿאַלן דוד מיט אַ געשרײ ― האָסטו געזען אַ ביסל אַ ייִדענע האָט זיך אַרײַנגענומען אין קאָפּ! אַ גרױסע נפֿקא־מינה מיר, צי װיעראַ, צי דבֿורה, צי סאָסי, צי דװאָסי! גיב שױן בעסער אַהער מים־אַחרונים, װעלן מיר בענטשן מזומן, דו װײסט אַלײן, אַז איך בין אַ פֿאַרקױפֿטער מענטש, איך דאַרף גײן…

מיט אַ טיפֿן זיפֿץ שטײט אױף שׂרה פֿונעם טיש, דערלאַנגט אין אַ קעלישעקל אַ ביסל װאַסער אױף אַ טעלער און טראַכט זיך: „אַ שטיקל גליק כאָטש, װאָס בעטי איז דאָ נישטאָ…“ און דוד גיסט אָפּ די שפּיץ פֿינגער פֿונעם קעלישעקל און טוט אַ רוק־צו דעם טעלער צו די אורחים:

― רבותי, מיר װעלן בענטשן!

בײדע אורחים צעשאָקלען זיך און כאַפּן אונטער +

― יהי שם ה′ מבֿורך מעתּה ועד עולם.

― ברשות מרנן ורבנן ורבותי נבֿרך שאכלנו משלו.

― ברוך שאכלנו משלו ובֿטובֿו חײנו ― לאָזן אױס בײדע אורחים שױן מיט אַ ניגון, און מיט דעמזעלבן ניגון נעמען אַלע דרײַ בענטשן, שאָקלען זיך, און יעדער פֿון זײ בענטשט אױף אַן אַנדער אופֿן: דער בעל־הבית כאַפּט אַזױ גיך, אַז מיט דרײַ לאָקאָמאָטיװן אים ניט צו דעריאָגן. ראַבינאָװיטש דער פֿאָטער פֿאַרקערט זאָגט פּאַװאָליע איטלעכס װאָרט באַזונדער, װי מע צײלט אַרבעס אָדער װי מע ניזשעט ]nizać: סיליען] פּערל. און זײַן זון אַבֿרהם־לײבוש ― דער מורקעט עפּעס אונטער דער נאָז אױף אַ בײַ־קולכל, מע װײס ניט װאָס, צי ער בענטשט, צי ער זינגט זיך גלאַט אַ ניגונדל, נאָר אַלע דרײַ קוקן אײנס אױף דאָס אַנדערע, קאַלופּען זיך בעת־מעשׂה די צײן און יעדער האָט זיך אױף יעדן זײַנע מחשבֿות.

דאָס נײן־און־אַכציקסטע קאַפּיטל
שװה־כּסף

דער, װאָס װעט מײנען, אַז רב משה ראַבינאָװיטש איז געקומען צופֿאָרן אין דער גרױסער שטאָט ראַטעװען זײַן זון מיט לײדיקע הענט, דער װעט האָבן אַ גרױסן טעות. אמת, קײן גרױסע קאַפּיטאַלן האָט ער מיט זיך ניט מיטגעבראַכט. ער איז געװען גליקלעך, װאָס ער האָט כאָטש געקריגן אױף הוצאָות. אַ ביסל גוטע פֿרײַנד און אַ ביסל האָט ער זיך אַלײן אַן עצה געגעבן: פֿאַרזעצט זײַן אײגענעם זײגער און דעם זײגער פֿון זײַן עלטערן זון (אַ גאָלדענער זײגער, אַ „רעמאָנטירערremontoir“ מיט צװײ קאָפּערטעס 56 פּרובпроба: 14k). אַבֿרהם־לײבוש האָט זיך אַפֿילו זײער געהאַט געברעקלט, קײן באַזונדער חשק ניט געהאַט זיך צעשײַדן מיט דער מתּנה, װאָס ער האָט באַקומען פֿון זײַן כּלה חתן־װײַז, נאָר דערזען, װאָס פֿאַר אָן אָנטײל די גאַנצע שטאָט נעמט אין זײער אומגליק ― „פּדיון־שבוײם“, אַ קלײניקײט? ― האָט ער אַלײן אױסגעטאָן פֿון זיך דעם זײגער מיטן קײטל (ראָט קײטל שױן נישט פֿון רײן גאָלד, נאָר פֿון זילבער, שטאַרק פֿאַרגאָלדעט).

דערפֿאַר האָבן זײ אָבער מיטגעבראַכט מיט זיך שװה־כּסף, װאָס ניט יעדערער װאָלט עס געקאָנט אױספֿירן, סײַדן אַזאַ אָנגעזעענער בעל־הבית און אַזאַ חשובֿער ייִד װי רב משה ראַבינאָװיטש, װאָס איז נישטאָ אײנער אין שטאָט זאָל זאָגן אַ שלעכט װאָרט אױף אים. דאָס איז געװען זײער אַ װאַרעמער בריװ, װאָס דער רבֿ פֿון שטעטל האָט אָנגעשריבן צום רבֿ פֿון דער גרױסער שטאָט אין זײער אַ שײנער מליצה־שפּראַך, מיט אַ זעלטענער האַנטשריפֿט און דערצו אין אַ רײן לשון־קודש, װאָס איז גאָר שער צד גלױבן, אַז אַ רבֿ פֿון אַ קלײן שטעטל זאָל אַזױ קאָנען שרײַבן.

צום אַלעם ערשטן שיקט ער אים הונדערט ברכות מיט טױזנט װינטשעװאַניעס אױף זײַן קאָפּ און אױף די קעפּ פֿון כּל־ישׂראל, סײַ די, װאָס אין דער דאָזיקער שטאָט, סײַ די, װאָס אין אַלע שטעט אױף דער גאַנצער װעלט, װוּ נאָר די קינדער פֿון ישׂראל טוען רוען דאָרטן.

דערנאָך גיסט ער אױס אַ ביסל התנצלות, װאָס אַזאַ קלײן װערעמל װי ער האָט אַ העזה צוצוטרעטן צו אַזאַ װיזלטיר, צו אײנעם פֿון די הױכע בערג, פֿון די װאָלקען־זײַלן, װאָס דאָס גאַנצע הױז פֿון ישׂראל איז אָנגעשפּאַרט אױף זײ; נאָר װײַל דאָ איז אַ זאַך, װאָס איז נוגע דעם כּלל־ישׂראל, האָט דאָס אים געגעבן שטאַרקײט און דרײסטקײט און אַזױ װײַטער… און ערשט דעמאָלט גײט ער אַריבער צום גוף־הענין און מאָלט אים אַרום מיט אַלערלײ פֿאַרבן די צרות און רדיפֿות, װאָס ייִדן טראָגן איבער אױף זיך פֿון זינט זײ זענען געװאָרן אַ פֿאָלק, ביז צום הײַנטיקן טאָג, ― גײן, דאָס איז ניט געװען קײן בריװ, נאָר אַ ים מיט פֿײַעריקער מליצה, אַן אמתער שעדעװער אױף דרײַ בױגן פּאַפּיר, װאָס קאָן רירן אַ שטײן; און שענער פֿון אַלץ איז דער סוף, מיט װעלכן ער לאָזט אױס גאָר קונציק: „קלאַפּט אין די טירן פֿון אונדזערע גרױסע און מעכטיקע! װעקט רחמנות אין זײערע לײַבער! ישׂראל איז ניט קײן אַלמן אין רײַכע מענטשן מיט גוטע הערצער! באַפֿרײַט די געפֿאַנגענע, און צו די געבונדענע זאָגט: גײט אַרױס! און נעמט אַראָפּ די חרפּה פֿון אונדזער פֿאָלק און פֿאַרשטאָפּט לאָזן װערן די מײַלער פֿון אונדזערע שׂונאים און אָנרײצער ― אָמן“.

הכּלל ― דאָס איז שױן געװען אײן מאָל אַ בריװ, נאָר אײדער עפּעס װאָס, אײדער אונדזערע ראַבינאָװיטשעס האָבן זיך גענומען צו זײער אַרבעט, אײדער זײ האָבן זיך געזען מיט װעמען ס'ניט איז אין דער דאָזיקער טומלדיקער שטאָט, האָבן זײ אַ טראַכט געגעבן מכּוח אַ קװאַרטיר און טאַקע באַלד זיך אַװעקגעלאָזט אינאײנעם מיט דוד שאַפּיראָן זוכן אַ סטאַנציע ― דאָס איז דאָס ערשטע. ס'איז זײ אָבער נישט אַזױ גרינג אָנגעקומען, װי זײ האָבן געמײנט. אין די אַלע סטאַנציעס, װאָס דוד שאַפּיראָ האָט זײ אָנגעװיזן, האָט מען בײַ זײ געפֿאָדערט דאָקומענטן נאָך אײדער זײ האָבן אַריבערגעטראָטן די שװעל. און זײ האָבן, װי אױף צו להכעיס, ניט געהאַט קײן שום דאָקומענטן. נישט נאָר דאָס, װאָס איז באַשאַפֿן געװאָרן פֿון ייִדנס װעגן און װערט אָנגערופֿן מיטן נאָמען, פּראַװאָזשיטעלסטװאָ“, נאָר אַפֿילו אַ געװײנטלעכן פּאַס,„ שװאַרץ אױף װײַס“, דאָס, װאָס יעדער לעבעדיקער מענטש באַדאַרף האָבן מיט זיך, אַז ער פּאָרט אַרױס פֿון דער הײם, האָבן זײ אױך פֿאַר גרױס אימפּעט גאָר פֿאַרגעסן מיטנעמען. שלעכט, װאָס טוט מען! עס איז זײ אױסגעקומען אָדער נעכטיקן אין דרױסן אונטער גאָטס הימל, אָדער פֿאַרקערעװען די האָלאָבליעס און אַװעקפֿאָרן מיטן בײַטשל צוריק אַהײם!

צװישן ייִדן אָבער װערט מען ניט פֿאַרפֿאַלן. עס האָט זיך געפֿונען אַ גוטער מענטש, און דװקא אַ ייִד אַן אָרעמאַן (אָרעמע לײַט האָבן אין זיך אומעטום מער יושר), װאָס האָט זײ פֿאָרגעלײגט זײַן שטוב מיט זײַן בעט מיט זײַן טיש מיט זײַן אַלצדינג און דװקא אומזיסט, איר זאָלט זאָגן אַ גראָשן געלט.― ס'איז בײַ אים ניט קײן אַכסניה, האָט ער געזאָגט, ער לעבט נישט חלילה פֿון דעם, זײַן געשעפֿט איז, זאָגט ער, גאָר אַן אַנדער געשעפֿט, רב דוד שאַפּיראָ קען אים, ער דרײט זיך אַרום דער בערזע, דרײט ער זיך, אַמאָל איז אַזױ, און אַמאָל איז אַזױ, מע קומט דורך…

דאָס איז געװען אונדזער אַלטער באַקאַנטער, מיר האָבן זיך באַגעגנט מיט אים אױף דער בערזע אין קאַפֿע; זײַן נאָמען איז קאַץ און רופֿן רופֿט מען אים „קעצעלע“, װײַל ער איז אַ קלײניטשקער, מיט קורצינקע פֿיסעלעך.

געפּאַקט האָט קעצעלע די אורחים, בעת זײ זענען געשטאַנען מיט שאַפּיראָן אין גאַס און געטענהט. דוד שאַפּיראָ, װאָס האָט זיך אַלײן מטריח געװען און איז געגאַנגען מיט זײ זוכן אַ סטאַנציע, כאָטש ער איז אַ פֿאַרקױפֿטער מענטש, האָט ניט געזשאַלעװעט נאָך עטלעכע מינוט צײַט און איז געשטאַנען מיט די אורחים אין מיטן גאַס און האָט ניט אױפֿגעהערט צו זאָגן מוסר, אַז ער פֿאַרשטײט ניט, אַז ער הײבט עס ניט אָן צו פֿאַרשטײן, כאָטש נעמט אים אַראָפּ דעם קאָפּ, װי אַזױ זעצן זיך דאָס אױף מענטשן באַיאָרטע, ייִדן מיט בערד, און פֿאָרן אַרױס אָן אַ שטיקל פּאַפּיר, אָן אַן אײַנגעטונקטער פּען, און נאָך װוּהין? אין אַזאַ שטאָט אַרײַן, װוּ אַ ייִד איז סכּנות נפֿשות!…

בײדע ראַבינאָװיטשעס האָבן אַפֿילו אַלײן אױך פֿאַרשטאַנען, אַז פֿון זײער זײַט איז דאָס אפֿשר אַ נאַרישקײט, װאָס זײ האָבן זיך אַװעקגעלאָזט אין װעג אָן אַן אײַנגעטונקטער פּען; נאָר זײ האָבן געפּרוּװט פֿאַרענטפֿערן זיך דערמיט, װאָס דער קאָפּ איז זײ געװען לא־עליכם אַזױ װײַט אין דער ערד, אַז ניט נאָר אַ פּאַס, ס'איז אַ מערכה, װאָס זײ האָבן זיך אַלײן ניט פֿאַרגעסן אין דער הײם. „אַ װערטעלע, װאָס האָט זיך אָפּגעטאָן בײַ זײער אַװעקפֿאָרן? די גאַנצע שטאָט איז דאָך געװען אױף! עס איז געװען הימל עפֿן זיך!“

זײער שײן. דוד שאַפּיראָ האָט אָבער ניט געװאָלט הערן פֿון קײן תּירוצים.

― זיבעצן מאָל דער קאָפּ אין דער ערד און אַכצן מיתה־משונהס אַפֿילו, באַדאַרף אַ ייִד געדענקען, אַז ס'איז דאָ אַ זאַקאָן, און ס'איז דאָ „פּראַװעס“…

פּונקט אין דער מינוט װאַקסט אױס װי פֿון אונטער דער ערך קעצעלע.

― װאָס איז? אין װאָס גײט דאָ בײַ אײַך? אין װעלכן קאָן מען זיך ניט אױסגלײַכן? און װער זענען דאָס די ייִדן? נישט קײן היגע? פֿון װאַנען? שלום עליכם אײַך.

אַן אַנדערש מאָל װאָלט זיך קעצעלע נישט גענאַרט פֿון דוד שאַפּיראָ: אַ ייִד גײט פֿאַרבײַ, זאָל ער זיך גײן געזונטערהײט און ניט האָבן קײן טבֿע אַרײַנשטעקן אַ נאָז װוּ מע דאַרף ניט. נאָר איצטיקס מאָל, אָנגעשטױסן אױף די אורחים נאָך פֿון פֿריִער, איז ער דװקא געװען צופֿרידן, װאָס עס האָט זיך אַרײַנגעמישט אַ דריטער, לאָז נאָך אַ ייִד װיסן, װאָס פֿאַר אַ װילדע מענטשן ס'איז נאָך דאָ אױף דער װעלט, װאָס װײסן ניט פֿון קײן זאַקאָן און פֿון קײן „פּראַװעס“ און פֿון קײן זאַך און מײנען, אַז די גאַנצע װעלט ― דאָס זענען זײ, און אַז מע האָט אָנגעגרײט פֿון זײערט װעגן מסתּמא אַלצדינג, סטאַנציעס, מיט פּראַװאָזשיטעלסטװעס, מיט… מיט… מיט…

דוד שאַפּיראָ האָט אַזױ שטאַרק געמאַכט מיט די הענט, אַז ער האָט אַזש געטראָפֿן קעצעלען גלײַך אין נאָז אַרײַן, אומגערן, פֿאַרשטײט זיך, װאָרעם װער איז אים שולדיק, אַז ער האָט אַזעלכע קורצינקע פֿיסעלעך, אַז זײַן נאָז קומט אָט אַקוראַט יענעם צו דער האַנט? האָט. זיך קעצעלע אָפּגערוקט אַ ביסל אױף אַ זײַט און אָנגערופֿן זיך צו שאַפּיראָן:

― שױן? ― האָט איר שױן געענדיקט, צי נאָך ניט? און אױב יאָ, קאָן איך אױך רעדן אַ װאָרט, צי װער װאָס?

― װער זאָגט דען, אַז נײן? אַפֿילו אַכצן טױזנט װערטער. נאָר דער עיקר נישט מאַריך זײַן קײן סך, װאָרעם איך האָב קײן צײַט ניט, איך בין אַ פֿאַרקױפֿטער מענטש.

דוד שאַפּיראָ האָט זיך גאָר אַלײן ניט געריכט, אַז ער װעט פּטור װערן פֿון די אומאַנגענעמע אורחים אױף אַזאַ גרינגן דרך. גײט זײַט אַ נבֿיא, אַז קעצעלע, אַ ייִד אַן עני־ואבֿיון, װאָס לױפֿט אַרום זוכן אַ דרײַערל, װעט װערן גאָר אַ מכניס־אורח פּלוצעם.

― מהיכא־תּיתי ― רופֿט זיך אָן שאַפּיראָ ― זײער שײן, װאָס הערט זיך אָבער מיט יענער מעשׂה, װאָס בײַסט זיך?…

― מיט װאָסער מעשׂה? ― פֿרעגט קעצעלע בתּמימות ― מיט די װאָנצן, מײנט איר?

― װאָסערע װאָנצן? ― מאַכט דוד מיט בײדע הענט ― נאַט אײַך גאָר װאָנצן! װער האָט זײ אין זינען? איך רעד פֿון פּאָליציע רעד איך. טאָמער חלילה אַן אָבלאַװע? די ייִדן האָבן דאָך נישט, איר זאָלט זאָגן, אַן אײַנגעטונקטע פּען…

קעצעלע האָט זיך צעלאַכט: כע־כע־כע! פֿון װאָס אַ ייִד רעדט? נאַט אײַך גאָר פּאָליציע! אָבלאַװעס! פּסיע! ער זיצט שױן אַכט יאָר מיט אַ װײַב מיט קינדער, קײן עין־הרע, מיט אַ שװיגער אױף סאַמע נסים, אָן אַ פּיצל פּראַװאָזשיטעלסטװע ― און גאָרנישט! מע זאָל װעלן כּסדר מורא האָבן פֿאַר אַזעלכע זאַכן, װאָס־זשע װאָלט עס געװען, איך בעט אײַך, פֿאַר אַ לעבן אױף דער װעלט! װײס איך װאָס, נאַט אײַך גאָר אָבלאַװעס, פּאָליציע, לאָקש, בױדעם, ציבעלעס ― קומט!

― טאַ! ― מאַכט שאַפּיראָ צו קעצעלען ― אױך די אײגענע מעשׂה, אַז אײַך איז ליב, איז מיר ניחא… און צו די אורחים זאָגט ער:

― פֿאַרגעסט־זשע נאָר נישט דעם זײַ־געזונט און לאָזט זיך גאָר זען. מיר האָבן נאָך, װי זאָגט איר, צו רעדן און צו רעדן! ס'איז בײַ אײַך, האָט, קײן פֿאַראיבל ניט, עפּעס ניט אינגאַנצן גלאַטיק, עפּעס צו־שטאַרק פֿאַרדרײט בײַ אײַך, זאָלט איר מיר מוחל זײַן, און פֿאַרפּלאָנטערט…

שאַפּיראָ באַװײַזט מיט די הענט, װי אַזױ ס'איז בײַ זײ פֿאַרדרײט און פֿאַרפּלאָנטערט.

― זאָלט איר געזונט זײַן! ― ענטפֿערט אים רב משה ראַבינאָװיטש גאַנץ בנעימות און פּשוט ― בײַ אונדז איז עס, דאַכט זיך, גלאַט, װאָס גלאַטער קאָן שױן גאָרניט זײַן, און ער באַװײַזט מיט די הענט, װי גלאַט ס'איז בײַ זײ.

― אפֿשר איז בײַ אײַך פֿאַרדרײט און פֿאַרפּלאָנטערט, דאָס יאָ, ― לײגט צו אַבֿרהם־לײבוש, װי אָן עזות־פּנים און קערעװעט זיך אָפּ און שנײַצט אױס די נאָז מיט אײן פֿינגער.

― אַן עזות־מחוצף־פּנים! ― טראַכט זיך אַ װײַלע שפּעטער שאַפּיראָ, בעת די אורחים זענען מיט קעצעלען שױן װײַט ― גאָרנישט פּאָכאָזשע אױפֿן ברודער… און דער פֿאָטער? אין לעבנסטאָג װאָלט איך נישט געזאָגט, אַז דאָס זאָל זײַן אונדזער קװאַרטיראַנטס אַ פֿאָטער! און פֿון װאַנען האָט זיך צו אים גאָר אינגאַנצן גענומען אַ פֿאָטער? צי שטעקט דאָ נישט קײן שװינדל אַ שטײגער?…

איר מײנט, ס'איז אים נאָר־װאָס געקומען אױף דער מחשבֿה? ער האָט דאָס נאָך אין דער הײם געטראַכט, נאָר דאָס װײַב האָט אים דעם קאָפּ פֿאַרשלאָגן. אַ ייִדענע, אַז זי מישט זיך אַרײַן!… און ער װיל זיך אומקערן צוריק, אָניאָגן קעצעלען מיט די אורחים און אַ רעד געבן מיט זײ רײנע דיבורים: „זאָגט נאָר, יהודים, צי קערט איר מיר ניט אָן קײן גנבֿים, װאָס פּאָרן אַרום איבער דער װעלט, װי יענע נשׂרפֿים כּלומרשט, אױסנאַרן געלט אױף פּדיון־שבֿויים“? מע האָט שױן געזען אַזעלכע זאַכן!…“ ער באַטראַכט זיך אָבער באַלד: „לאָמיר שמועסן דאָס אײגענע טאַקע נאָכאַמאָל װידער צוריק, װאָס האָט ער קײן צײַט ניט? דער טײַך ברענט? ער װעט זיך נאָך אָנרעדן. זײ װעלן דאָך ניט אַנטלױפֿן ביז מאָרגן“…

און דוד שאַפּיראָ לאָזט זיך גײן זײַן װעג מיט גיכע טריט, מאַכנדיק שטאַרק מיט די פּלײצעס און מיט די הענט און דרײענדיק מיטן שטעקן אין דער לופֿטן װי אַ מילכל.

דאָס נײַנציקסטע קאַפּיטל
קעצעלע ― אַ מכניס־אורח

עס מאַכט ניט אױס טאָמער האָט קעצעלע פֿאַר זײַנע אורחים אַ ביסל מגזם געװען, זײ דערצײלט גליקן װאָס פֿאַר אַ רחבֿות אַ קװאַרטיר ער האָט, װאָס פֿאַר אַ פֿײַן פֿירעכץ בײַ אים איז. „דאָס הײסט אײגנטלעך למאַי זאָל ער זיך באַרימען? ער פֿאַרלאַנגט דען חלילה בײַ זײ געלט צי װאָס? ער זעט ייִדן נעבעך דרײען זיך אַרום, האָבן נישט װוּ אַ נאַכט איבערצונעכטיקן, פֿאַרװאָס זאָל ער זײ ניט אױפֿנעמען? צי ער איז קײן ייִד ניט! ובפֿרט אַז זײ האָט געטראָפֿן אַזאַן אומגליק, װאָס אַז מע װיל איז דאָס ניט נאָר זײער אומגליק, ס'איז אונדזער אַלעמענס אומגליק…“

אַזױ שמועסט זיך אױס קעצעלע און פֿירט צו זיך אַהײם די אורחים, װאָס גאָט האָט אים צוגעשיקט.

„אמת, ער איז ניט קײן גבֿיר, אַפֿילו ניט קײן נגיד ― למאַי זאָל ער זאָגן אַ ליגן? ― בײַ די גבֿירים פֿירט מען זיך אַװדאי אַ סך שענער װי בײַ אים און אַ סך ברײטער, װאָס זאָלט איר דאָ קלערן? קײן קוראָפּאַטװעט בײַ אים עסט מען ניט און קײן שאַמפּאַניער־װײן, כי־כי, װערט בײַ זײַן טיש ניט געטרונקען, נאָר דאָס שטיקל ברױט ― ניט צו פֿאַרזינדיקן, און אַ שטיקל פֿלײש אַז ס'איז דאָ איז דאָך אַװדאי גוט, װאָס נאָך דאַרף מען?…“

קעצעלע שטעלט זיך אָפּ, כאַפּט דעם אָטעם און גײט װײַטער און די אורחים נאָך אים.

„דער עיקר ― זאָגט װײַטער קעצעלע ― דער עיקר, װאָס אַ שטוב איז בײַ אים דאַנק גאָט אַ רויִקע, קינדער בכּבֿודע. און אַ װײַב האָט ער אױך דאַנק גאָט ניט קײן נאַרישע ייִדענע, מע קען זאָגן אַ ייִדענע אַ בר־דעת, ס'איז דאָ מיט װעמען אַ װאָרט אױסצורעדן, געראָטן אין דער מאַמע, זי זיצט טאַקע בײַ אים, די שװיגער הײסט עס, אַ דימענט פֿון אַ ייִדענע, געװען אַמאָל אַ פּאַרשױן, און רײַך אױך געװען, גאַנץ רײַך געװען, מע קאָן זאָגן אַ גבֿירטע, אַ שטוב געהאַט אַן אײגענע, מיט זילבער, מיט אַלדאָס גוטס, פֿון צירונג שמועסט מען ניט, פּערל ― אָט אַזאַ האַלדז, און פֿערד אײגענע, דרײַ מיט אַמאָל, מיט אַ קאַרעטע, אַ קוטשער פֿון פֿאָרנט, אַ קוטשער פֿון הינטן, גרױס־האַר־טיק!

אַזױ קלאַפּט אָפּ אין אײן אָטעם קעצעלע און דערפֿילט אָבער אַלײן, אַז ער האָט שױן אַ ביסל אַריבערגעכאַפּט די מאָס, צו װאָס האָט ער עס באַדאַרפֿט ― דאָס װײס נאָר אײן גאָט. מיר קאָנען אָבער פֿאַרזיכערן, אַז ער האָט נישט געהאַט דערבײַ קײן שום זײַטיקע מחשבֿה, אױסער װאָס באַרימען זיך פֿאַר אַ פֿרעמדן האָט יעדער מענטש נישט פֿײַנט. און אפֿשר אין דאָ די פּראָפֿעסיע זײַנע אַ ביסל שולדיק; אַ מענטש, װאָס רײַבט זיך בײַ דער בערזע, אַ ייִד אַ מעקלער… אָדער אפֿשר האָט ער דאָ געהאַט אַ שטיקל מײן אױך, ― װער קאָן עס װיסן? ― ער האָט זיך גערעכנט: ייִדן זענען געקומען װעגן אַזאַ מין עסק, װאָס קלינגט מיט אים די װעלט, און כאָטש זײ אַלײן װײַזן עפּעס נישט אױס פֿון אַזעלכע רײַכע לײַט, װײסט ער אָבער, אַז זײער דאַנטיסט, װאָס זיצט, האָט עפּעס אַ רײַכע מומע, אַ מיליאָנערשע זאָגט מען, מסתּמא דאַרף זי דאָך אױך די טעג קומען צופֿאָרן. טאָמער, אַ קשיא אױף אַ מעשׂה, פּיקט זיך אױס דורכדעם אַ געשעפֿטל. װי אַזױ? ― דאָס זאָלט איר ניט פֿרעגן. מע האָט שױן געזען אַזעלכע זאַכן: אַ ייִד קומט צופֿאָרן פֿון אַלדע גוטע יאָר האַנדלען רױכװאַרג, גײט אַרױס אױף דער בערזע, צערעדט זיך מיט דעם, מיט יענעם, לאָקש, בױדעם, ציבעלע, קומט אַרױף אױף הײַזער און װערט אַ קונה אױף אַ שטוב ― און מעקלערס פֿאַרדינען דערױף געלט… ס'איז נאָר אַ שאָד, װאָס ער האָט אַ ביסל צו־פֿיל מגזם געװען זײַן שטוב מיט זײַן פֿירעכץ. זײ װעלן דאָך אָט באַלד דערזען. צו װאָס האָט אים געטױגט נאָך אױסטראַכטן זאַכן, װאָס ניט געשטױגן נישט געפֿלױגן? אַ צונג איז אָט װי אַ פֿערדל ― לאָזט עס נאָר אָפּ פֿרײַ, װעט דאָס אײַך פֿאַרטראָגן צו אַלדע שװאַרצע יאָר!…

קעצעלע װישט זיך מיט דער קאַפּאָטע דעם פֿאַרשװיצטן שטערן און פֿאַרקוקט צו די אורחים אין די אױגן אַרײַן, נאָר אין זײערע אױגן זעט מען ניט, אַז זײ זאָלן עפּעס חלילה איבערקלערן אױף אים. אַדרבה, מע זעט, אַז אַלצדינג, װאָס ער זאָגט זײ, איז בײַ זײ תּורה, „קלײנשטעטלדיקע ייִדן ― טראַכט ער זיך ― װי קומט צו זײ למשל אַזאַ פֿײַפֿער, װי אָט דער דאַנטיסט?… אַ פּנים, ער איז ניט בײַ זײ געװאַקסן, נאָר בײַ זײַן מומע די מיליאָנשיצע!“ מע באַדאַרף זיך בײַ זײ צעפֿרעגן…“

קעצעלע איז אױסער זיך פֿון זײַן המצאה, װאָס ער האָט געטראָפֿן, װאָרעם זײ אַלײן זאָגן, אַז זײער הערשל איז אױסגעװאַקסן אין דער פֿרעמד, ניט בײַ זײ. קעצעלע איז שױן װידער צופֿרידן מיט זיך און פֿון צופֿרידנהײט װערט ער נאָך מער באַרעדעװדיק, טוט אױף אַ מינוט אַ טאַפּ אין װאָגן, װאָס הערט זיך מכּוחן שידוך? לאָזט זיך אױס, אַז די ייִדן װײסן גאָר ניט פֿון װאָס צו זאָגן. ― װאָסער שידוך? ― פֿרעגן בײדע מיט אַמאָל, דער פֿאָטער מיטן זון.

פֿאַרשטײט דערפֿון קעצעלע, אַז די שאַפּיראָס האָבן פֿאַרלײקנט פֿאַר זײ, אַז זײ געהערן זיך אָן מחותּנים… װי באַלד אַזױ, איז דאָך עס אַן עװלה! סטײַטש, פֿריִער האָבן זיך די שאַפּיראָס פֿאַר אַלעמען באַרימט, אַז זײער טאָכטער מיט דעם דאַנטיסט זענען חתן־כּלה; איצט אַז מע האָט אים אַרײַנגעזעצט אין חד־גדיא אַרײַן, מאַכן זײ שױן אַ שװײַג. פֿע, ניט שײן, כ'לעבן, זײער ניט שײן! טאַקע אַ גרױסע עװלה אױב איר װילט װיסן! װי באַלד אַזױ איז דאָך אַ מיצװה מזיקן אַ ייִדן. לאָז אַ ייִד ניט זײַן קײן צװײ־פּנימיקער!

און קעצעלע גיט איבער זײַנע אורחים אַ גאַנצע געשיכטע, װי אַזױ אָט די שאַפּיראָס (זײ זענען טאַקע זײער פֿײַנע מענטשן, ער רעדט חלילה אױף זײ קײן שלעכטס ― װאָס האָט ער צו זײ? נאָר אַז ס'איז געקומען צו רעד רעדט זיך…) ― הכּלל, ער דערצײלט זײ אַ געשיכטע װי אַזױ די ייִדן, די שאַפּיראָס הײסט עס, האָבן זיך נאָכגעיאָגט די גאַנצע צײַט נאָך זײער קװאַרטיראַנט, װי מע יאָגט זיך נאָך אַ שטײגער נאָך אַ גוטן העכט, געװאָלט פֿאַרשלײערן פֿאַר דער טאָכטער.. „אַפֿילו מען קאָן ניט זאָגן, זײער אַ פֿײַן מײדל, און אַ געבילדעטע, שױן אַ ביסל צו אַ געבילדעטע ― און װאָס צו איז איבעריק… ―“

קעצעלע װאַרפֿט אַ קוק אױף די צװײ ייִדן און האַקט װײַטער:

„אַ סבֿרה גאָר, אַז אױף דער קװאַרטיר צו זײ האָבן אױך זײ אַלײן, די פֿאָטער און מוטער הײסט דאָס, מיט דער טאָכטער טאַקע אינאײנעם אים אַרײַנגענאַרט מיט כּל־הכיטראָסטן: נאָר אַ פּנים ס'איז ניט אָפּגעראָטן דער עסק. דער בחור האָט זיך אַ פּנים באַצײַטנס אַרומגעקוקט ― װײַזט אױס גאָר קײן נאַר ניט ― אַז אַ שײן מײדל איז זי טאַקע, כי־כי, נאָר אַ שײן פּנים אַלײן איז נאָך ניט אינגאַנצן… און לאָמיר זיך נאָר ניט נאַרן. װאָס האָט ער קײן צײַט ניט? אַזעלכער װי ער װעט ניט אָנװערן שפּעטער אױך די מציאה, אַי טאָמער האָט ער געמאַכט אַ מוציא אומגעװאַשן, כי־כי, איך מײן חלילה קײן זאַך, איך מײן טאָמער אַפֿילו אַ קוש אין דער פֿינצטער, פֿאָרט אַ שײן מײדל, כי־כי… פּאַװאָלינקע נאָר װי איר גײט אָט דאָ ― מאַכט צו זײ קעצעלע, אַראָפּלאָזנדיק זיך מיט זײַנע אורחים גאַנץ טיף אין אַ קעלער אַרײַן אױף מסוכּענע הילצערנע טרעפּלעך ― ס'איז דאָ שטאָק פֿינצטער און נאָך גליטשיק אױך צו אַלדע רוחות! קײנמאָל װעלן זײ אײַך, הערט איר, ניט אָנצינדן קײן לעמפּל! זײ האָבן מורא כּלומרשט פֿאַר אַ שׂריפֿה, נאָר שפּײַט זײ אָן אין פּנים ― זײ זשאַלעװען פּשוט קעראָסין פֿאַר דרײַ גראָשן, דרײַ חלירעס אױף זײ! אַז מע זיצט עטלעכע שכנים אין אײן לאָך, קאָן עפּעס זײַן גוט? מע פֿאַרלאָזט זיך דער אױף דעם און יענער אױף יענעם און מען װערט אױסגעריסן ― שאַ! שאַ! שאַ! װאָס פֿאַר אַ געשרײ אין מיטן דרינען? לאָז זײַן שטיל! שטילער אַ ביסל! לאָזט איבער אײַערע װײַבערשע עסקים אױף אַן אַנדערש מאָל! ― איר זעט דאָך עפּעס מענטשן!…“ דאָס איז געזאָגט געװאָרן שױן ניט צו די אורחים, נאָר צו דרײַ װײַבער, פֿון װעלכע אײנע איז געװען טאַקע קעצעלעס װײַב, אַ ייִדענע אַ פֿאַרחושכטע, די צװײטע, איר מאַמע, אַן אַלטע מכשפֿה מיט אַ שװאַרצער פֿאַטשײלע, פֿון װאַנען עס קוקן אַרױס צעלאָזטע גרױע האָר, און נאָך עפּעס אַ װײַבל מיט אַ פֿױגלשן פּנים און מיט קאַליע צײן, נאָר אַ גרױסע כּעסנטע װײַזט אױס און אָן אָנכאַפּערין.

װעדליק די װאַרעמקײט פֿונעם שמועס און װעדליק די קולות, װאָס האָבן דערגרײכט צו דער העכסטער אָקטאַװע, האָט מען געקאָנט זײַן זיכער, אַז עס האַלט בײַ די דאָזיקע װײַבער קרובֿ צו פּעטש, כאָטש געגאַנגען איז דאָ בײַ זײ נישט מער װי אין אַ געבראָטן פּופּיקל פֿון אַן עוף, װאָס עס קאָן זײַן אַז די קאַץ האָט עס פֿאַרשלעפּט, נאָר דאָס װײַבל מיטן פֿױגלשן פּנים, קעצעלעס אַ שכנה, האָט געטענהט, אַז דאָס האָט געטאָן נישט קײן קאַץ, נאָר אַ קעצעלע, און ניט אײן קעצעלע, נאָר דרײַ קעצעלעך, און געמײנט האָט זי טאַקע קעצעלעס דרײַ קלײנע האַלב־נאַקעטע קינדערלעך, װאָס האָבן װי די מײַזלעך אַרױסגעקוקט פֿון יענער זײַט אױװן, געהאַלטן די הענטלעך פֿאַרלײגט פֿון הינטן און אָנגעקװאָלן פֿון ספּעקטאַקל, װאָס גאָט האָט זײ צוגעשיקט. מער פֿון אַלץ איז זײ געפֿעלן, װאָס די באָבע זײערע, די מכשפֿה, װאָס שעלט זײ און קאָרענײעט זײ, װאָס הרגעט זײ און ממיתט זײ צען מאָל אַ טאָג, האָט זיך פּלוצעם אָנגענומען זײער קריװדע און זאָגט, אַז „אַזעלכע גאָלדענע קינדער, װי אירע אײניקלעך, פֿאַרמאָגט ניט דער מלכות. ס'איז דען קינדער? ס'איז דאָך מלאָכים! הײַנט װי האָט עס אַ װײַבל פּאָטעפֿאַלנאָסט אַזעלכעס אַפֿילו איבערצוטראַכטן גאָר און ברענגען עס פֿאַרן מױל?“

אַז קעצעלע איז אַרײַנגעקומען מיט די געסט, האָט די אַלטע אָנגערוקט די שװאַרצע פֿאַטשײלע, קעצעלעס װײַב האָט אָפּגעװישט די פֿאַרשמאַכטע ליפּן, און די שכנה מיטן פֿױגלשן פּנים איז אין אײן רגע אַנטרינען געװאָרן, מע האָט אַפֿילו נישט באַמערקט װי אַזױ.

― קומט אַהער, ממזרים, ― האָט קעצעלע אַ קאָמאַנדעװע געגעבן צו די קינדער ― גיט אָפּ די אורחים שלום עליכם, װעט מען אײַך שענקען צו קאָפּיקעס. ― נאָר די ממזרים האָבן מוחל געװען די קאָפּיקעס און האָבן נישט געװאָלט צוגײן אָפּגעבן די אורחים שלום־עליכם. זײ האָבן זיך געשעמט, אַ פּנים דערפֿאַר, װאָס זײ גײען ניט אָנגעטאָן װי עס געהער צו זײַן. האָבן זײ זיך איבערגעקוקט אײַנס מיט דאָס אַנדערע און אַלע דרײַ אױסגעשאָטן אַ געלעכטער.

― קײן קאַפּל דרך־ארץ פֿאַר פֿרעמדע מענטשן, ניט געדאַכט זאָלט איר װערן! װאַרט־װאַרט, איך װעל אײַך שױן באַצאָלן נאָכדעם ― האָט זײ דער פֿאָטער מבֿטיח געװען און האָט אָפּגערופֿן אױף אַ זײַט דאָס װײַב מיט דער שװיגער און האָט זײ אײַנגערױמט אַ סוד. דערנאָך האָט ער זיך געװענדט צו די געסט:

― װאָס רעכנט איר צו טאָן קודם כּל? מסתּמא אָפּרוען זיך? אױסגעמידט פֿון װעג?… אפֿשר װעט איר אײַך צולײגן אַ ביסל אָט דאָ אױף דער סאָפֿע! אָדער ― שאַ! ― גאָר אין בעט! אסתּר, איך װעל זײ באַלײגן דערװײַל בײַ דיר אין בעט, בײַנאַכט װעלן מיר שױן מאַכן אַן אַנדער פּאָראַדאָקпорадок: אָרדענונג

װי אַזױ פֿאַרבעט דאָס צו זיך אַ ייִד פֿון אַ װײַב מיט אַ שװיגער מיט דרײַ קינדער צװײ אורחים מיט אַמאָל אין דער צײַט, װען ער פֿאַרמאָגט בסך־הכּל אײן בעט מיט אײן שטיקל סאָפֿע! ― דאָס האָבן די אורחים אַפֿילו ניט אין זינען געהאַט איבערצוטראַכטן. ערשטנס דערפֿאַר, װײַל זײ זענען געװען צופֿרידן, װאָס זײ האָבן כאָטש געפֿונען אין דער דאָזיקער מסוכּנער שטאָט אַ װינקעלע, װוּ דעם קאָפּ אָנצושפּאָרן. און צװײטנס זענען זײ גלאַט ניט פֿון די גרױסע מפֿונקים. און חוץ־לזה איז מען דאָך עפּעס געקומען אַהער צופֿאָרן נישט צוליב פֿאַרגעניגן, אַז אָך און אַז װײ.

צעקאָכטע זענען די אורחים אַרײַנגעטראָטן צו קעצעלען אין שטוב אַרײַן. צעקאָכט פֿון אָט אָ יענעם ייִדן פֿון סלאַװיטע, װאָס האָט זײ דערצײלט אױף זײער הערשלען אַזעלכע װילדע זאַכן, װאָס איז נאָר משוגע צו װערן: אַז ער האָט יאַקבע אַ מומע אַ מיליאָנערשע, און אַ שװעסטער, װאָס מע רופֿט זי װיעראַ און אַז ער קען ניט יאַקבע קײן װאָרט ייִדיש רעדן כאַ־כאַ ― ס'זאָל זײַן גוט אױפֿן האַרצן װאָלט געװען פֿון װאָס צו לאַכן! און ועל־כּולם איז זײ אַרײַן אין נאָז אַרײַן אָט דאָס, װאָס דער קלײניטשקער האָט זײ דערצײלט װעגן שידוך. װאָס איז דאָס פֿאַר אַ מין שידוך? פֿאַרנאַרט זײער הערשלען אין אַ בלאָטע אַרײַן… זיך געקושט אין דער פֿינצטער… פֿע, חלשי־חלשות!… אַצינד איז שױן רעכט. אַצינד איז זײ שױן פֿאַרענטפֿערט אַלצדינג: „אַ רעכטער פֿױגל אָט דער שאַפּיראָ, כאָטש ער באַרימט זיך אַז ער קומט אַרױס פֿון די סלאַװיטער! און זײַן װײַב ― אױך אַ גוטע צרה! און די טאָכטער זײערע, מסתּמא אױך אַ גוטע שטוקע ― אַ שײנע משפּחטערע“…

אַ סך לײַטישער האָט שױן אױסגעזען בײַ זי אין די אױגן אָט דאָס דאָזיקע קלײנע ייִדעלע (קעצעלע), דאַכט זיך, אַ ייִד ניט קײן נגיד, מע קאָן זאָגן אַן אָרעמאַן אַ ייִד, װאָס קען זײ ניט און װײס זי ניט, האָט ער אָפּגעטראָטן פֿונדעסטװעגן פֿון זײערט װעגן כּמעט די גאַנצע שטוב און מפֿקיר געװען אינגאַנצן דעם טאָג צוליב זײ, כאָטש ער איז אַ מענטש, װי ער אַלײן זאָגט, אַ פֿאַרנומענער, טױזנטער געשעפֿטלעך, זאָגט ער, װאַרטן אױף אים אױף דער בערזע. „איר מײנט עפּעס װיכטיקע זאַכן“? חלומות, זאָגט ער, נעכטיקע טעג, טעלעגראַמעס פֿון פּעטערבורג, קורסן, לאָקש, בױדעם, ציבעלע ― ס'װעט ניט אַנטלױפֿן. ער װעט בעסער, זאָגט ער, פֿאַרברענגען איצט מיט זי אַ פּאָר שעה, איבעררעדן פֿון זײער עסק, װאָס זײ האָבן צו טאָן אין דער דאָזיקער שטאָט. און װער קען נאָך אַזױ די שטאָט װי ער?

― איר האָט דען אַ „בעגריפֿיעבאַגריף“, װי איך קען די שטאָט? איך בין אײַך קלאָר אין דער שטאָט מיט די מענטשן מיט זײערע כראַאַקטײערים יעדן אײנציקן אױסגעבונדן! איבערהױפּט בין איך באַקענט מיט די „גדולים“ ― זײ באַדאַרף מען, הערט איר, קענען. אױ, באַדאַרף מען זײ קענען…

און קעצעלע טרעט נישט אָפּ פֿון די אורחים דעם גאַנצן טאָג און זיצט אַװעק מיט זײ אַ שטיק אין דער נאַכט אַרײַן, און מאָלט זײ אױס די גרױסקײט פֿון זײַן שטאָט מיט אירע „גדולים“, שאַצט איבער זײערע פֿאַרמעגנס דרײַ מאָל אַזױ פֿיל און פֿיר מאָל אַזױ פֿיל, זשאַלעװעט זײ ניט קײן מיליאָנען, און דערצײלט זיך אָן פֿון זײ מעשׂיות און גבֿורות און טובֿות, װאָס זײ האָבן שױן אָפּגעטאָן און טוען אָפּ און װילן, קלײַבן זיך ערשט צו טאָן פֿאַר ייִדן ― נו, הײַנט גײט האָט טענות צו אונדזערע גבֿירים און זאָגט, אַז זײ זענען נישט יוצא פֿאַר די אָרעמע לײַט…

אױפֿגעעפֿנט מױל און אױערן זיצן די אורחים, הערן אױס קעצעלעס מעשׂיות און לאָזן ניט אַראָפּ קײן אױג פֿון אים. זײערע הערצער װאַקסן און זײ זיפֿצן אָפּ שטילערהײט, װאָרעם װי באַלד אַזױ איז דאָך טאַקע פֿאַראַן אַ האָפֿענונג… דער מענטש רעדט אַזױ ערנסט און אַזױ געשמאַק און אַלצדינג איז בײַ אים אַזױ קײַלעכיק און אַזױ געטאָקט, אַז עס קאָן גאָרנישט אײַנפֿאַלן קײן מחשבֿה אין קאָפּ איבערצוקלערן, טאָמער איז דאָ דער ייִד שױן צופֿיל מגזם? מע דאַרף ניט האָבן קײן גרעסערן פּעסימיסט װי אַבֿרהם־לײבוש איז, װאָס האָט זיך פֿאַרגונען אַמאָל אױסדריקן אין אַ בריװ צו זײַן ברודער הערשל אױפֿן גרױסן לעװ טאָלסטאָי, אַז ער, דער גרױסער לעװ טאָלסטאָי, איז אױך גיט מער װי אַ בשׂר־ודם… פֿונדעסטװעגן האָט דער אַבֿרהם־לײבוש זיך געטראַכט, שױן בײַנאַכט ליגנדיק אין געהאַקטע װוּנדן אױף דער צעפֿאָרענער סאָפֿע און מלחמה האַלטנדיק מיט די, װאָס האָבן ניט קײן צײן און בײַסן זיך:

― ממה־נפֿשך, װאָס קאָן דאָ זײַן? לאָמיר זאָגן, אַז אַ העלפֿט װאָס דער ייִד האָט דאָ דערצײלט װעלן מיר אַרײַנװאַרפֿן אין ים אַרײַן, און פֿון דער אַנדערער העלפֿט לאָמיר האַלב אַװעקשענקען דער װאַנט, איז דאַכט זיך אױך גאַנץ גענוג?… נאָר גװאַלד, רבונו־של־עולם, װי דערלעבט מען שױן טאָג און מע כאַפּט זיך אַרױס אַ לעבעדיקער פֿון דעמדאָזיקן װיסטן געלעגער און מע טוט זיך שױן עפּעס אַ נעם צו דער רעכטער אַרבעט!…

דאָס אײַן־און־נײַנציקסטע קאַפּיטל
אַבֿרהם־לײבוש װײַזט װאָס ער קען

װעמען װאָלט דאָס געקאָנט אײַנפֿאַלן אַ שטײגער, אַז גראָד אין יענער נאַכט, װאָס די ראַבינאָװיטשעס נעכטיקן בײַ קעצעלען, װעט זיך דער אַדמיניסטראַציע פֿאַרגלוסטן מאַכן אַ רעװיזיע אױף יענער גאַס און טרעפֿן אַקוראַט אין יענעם קעלער, װאָס מענטשן האָבן אַ נאָמען געגעבן דירה און קעצעלע האָט זיך דאָרטן געזעצט מיט זײַן געזינדל און נאָך פֿאַרבעטן אורחים אױך צו זיך אױף נאַכטלעגער?

די אורחים האָבן נעבעך געהאַלטן אין סאַמע רעכטן שלאָף, און עס האָבן זיך געחלומט זײ סאַמע די רעכטע „מאַכערס“ פֿון דער דאָזיקער שטאָט, װי אַזױ די „גדולים“ אַלײן האָבן זיך פֿאַראינטערעסירט מיט זײער הערשלען, אַרבעטן פֿאַר אים, לײגן־אײַן די װעלט און שװערן זיך מיט כּל־השבֿועות, װאָס מע מעג גלױבן אַ הולטײַ, אַז אָט־אָט אָקערשט װי מע זעט ניט לאָזט מען זײער הערשלען אַרױס פֿרײַ געזונטערהײט בשם־אלקי־ישׂראל ― און פּלוצעם גאָר װעקט מען זײ אױף און מע הײסט זײ װײַזן פּאַפּירן…

אמת, בײַ קעצעלען איז אַן אָבלאַװע געװען אַזאַ נײַס, װי בײַ אַ סאָלדאַט אַ טרונק בראָנפֿן, װיפֿל מאָל איז שױן אױף זײַן פּאַס געװען אָנגעשטעמפּלט מיט רױטן אױף אַרױסצופֿאָרן אין 24 שעה און װיפֿל מאָל אין ער טאַקע אַרױסגעפֿאָרן פֿון דאַנען און געקומען אױפֿן אַנדערן טאָג צוריק, און אַז מע זאָגט אים צו, אַז מע װעט אים שױן נאָכאַמאָל שיקן מיטן עטאַפּ, מײנט איר אַז ער שרעקט זיך אַזױ איבער? װאָס הערט ער, אַן בסך־הכּל איז ער אַ װאַסיליװקער ניכתּבֿ, און פֿון דאָרטן אַהער קאָן מען זיך אין אײן טאָג אױסדרײען דרײַ מאָל הין און צוריק…

קעצעלע האָט זיך שױן אַזױ צוגעגעסן דער אַדמיניסטראַציע, אַז מע האָט אים אַמאָל אַ פֿרעג געגעבן: „װאָס טוט מען מיט דיר מע זאָל דײַנער פּטור װערן?“ דערױף האָט זײ קעצעלע געענטפֿערט גאַנץ ערנסט, אַז דערצו איז פֿאַראַן נאָר אײן עצה ― מע זאָל אים אַרױסגעבן שװאַרץ אױף װײַס, אַז ער מעג דאָ זיצן, װעט דאָס האָבן אַן עק. אַן אַנדערש מאָל האָט מען אים געפּאַקט אין גאַס און צעשריגן זיך אױף אים: „װידער אַמאָל ביסטו דאָ? װאָס טוט מען מע זאָל נישט זען מער דעם פּנים דײַנעם?“ ― פֿאַרשטעלן זיך די אױגן ― האָט זײ קעצעלע געענטפֿערט גאַנץ קאַלטבלוטיק.

און נאָך אַן אַנעקדאָט דערצײלט מען פֿון אים אױף דער בערזע (די בערזע האָט ליב אַזעלכע אַנעקדאָטן), אַז קעצעלע האָט געבראַכט צוטראָגן דעם פּאָליצמײַסטער אַ פּאַפּיר, אַז ער איז אַ בעל־מלאָכה, און װי באַלד אַ בעל־מלאָכה האָט ער אַ פּראַװאָזשיטעלסטװע אין שטאָט, „װאָס פֿאַר אַ מלאָכה קענסט דו?“ ― איך װײס, זאָגט ער, װי אַזױ מע מאַכט טינט. „װי אַזױ מע מאַכט טינט, זאָגט אים דער פּאָליצמײַסטער, װײס איך אױך“. ― נו, האָט איר טאַקע אַ פּראַװאָזשיטעלסטװע, װאַשע פּרעװאָסכאָדיטעלסטװעваше превоходительство: אײַער עקצעלענץ

מיר מײנען אָבער, אַז דאָס איז לױטער אַנעקדאָטן. װאָרעם װי שטעלט איר זיך פֿאָר ― די אַדמיניסטראַציע האָט טאַקע מערנישט װאָס צו טאָן נאָר אַרײַנלאָזן זיך אין שמועסן מיט יעדן ייִדן און טרײַבן מיט אים קאַטאָװעסלעך? און אױב איר װילט איז דאָס אַ באַלײדיקונג פֿאַר די, װעלכע פֿאַרנעמען זיך דערמיט, װאָס זײ גיבן אַכטונג, אַז מענטשן זאָלן חלילה נישט אַריבערטרעטן די געזעצן פֿון גערעכטיקײט און רעכטפֿאַרטיקײט, און מע זאָל נישט מײנען אַז אַלע שטעט זענען גלײַך, און אַז יעדער קאָן זיך קומען װען ער װיל און באַזעצן זיך װוּ ער װיל און אַרומדרײען זיך אױף גאָטס ערך פֿראַנק און פֿרײַ, הפֿקר פּעטרישקע! אַ מענטש איז נישט קײן פֿױגל, װאָס קאָן זאָגן: „דער הימל איז מײנער…“ אַ מענטש איז נישט קײן הונט, װאָס קײנער װעט אים נישט אָפּשטעלן און אַ פֿרעג טאָן: „זאָג נאָר, רב כּלבֿ, װער ביסטו?…“

בקיצור ― ס'איז געװען יענע נאַכט אָן אָבלאַװע אױף ייִדן און מע האָט פֿאַרנומען קעצעלען. מיט זײַן געזינדל און מיט זײַנע צװײ אורחים, און מע האָט די אורחים געבראַכט צופֿירן אַהין, װוּ מע דאַרף, און אַ נעם געגעבן צום סמיטשיק.

― װער זעגט איר?

― מיר זענען ייִדן.

― פֿון װאַנען זענען ייִדן?

― פֿון דאָרט און פֿון דאָרט.

― האָט איר שװאַרץ אױף װײַס?

― נײן, פֿאַרגעסן מיטצונעמען…

און װאָלטן זײ כאָטש זײַן צוגעשריבן דאָרטן, פֿון װאַנען זײ זענען געקומען ― איז נײן. עס לאָזט זיך אױס, אַז צוגעשריבן זענען זי גאָר װײס איך װוּ, אַזש אין שקלאָװ, שקלאָװער מיעשטשאַנעס, לכן מוזן זײ זיך מטריח זײַן גײן מיטן עטאַפּ נישט אַהײם, נאָר קײן שקלאָװ ― אַ פֿאָלג מיך אַ גאַנג! ―

װאָלט דאָס אָבער אױך נאָך נישט געװען אַזאַן אומגליק, װען מע טרײסלט נישט אױס בײַם יונגען ראַבינאָװיטשן, בײַ אַבֿרהם־לײבושן, אַ פּאַקעט (דאָס איז געװען דער „שװה־כּסף“, װאָס ער האָט מיטגעבראַכט פֿון דער הײם פֿון זײער רבֿ צום רבֿ פֿון דער דאָזיקער גרױסער שטאָט).

― װאָס איז דאָס, ברודער, פֿאַר אַ פּאַקעט בײַ דיר?

― דאָ איז אַ בריװ.

― אַ בריװ? המ… װעמען איז דאָס אַזאַ גרױסער בריװ בײַ דיר קײן עין־הרע אַזאַ כּפֿול־שמונהדיקער! אַ „דאָנאָסלдонос: מסירה“ מסתּמא? אַ מסירהלע? אָדער אפֿשר אַן אָנװײַזונג אױף געלט?

יענער, װאָס האָט דאָס געזאָגט, איז אַ פּנים געװען אַ רעכטער לץ. ער האָט באַטראַכט דעם פּאַקעט פֿון אַלע זײַטן, געשאָקלט אים אױף דער האַנט, גלײַך װי ער װאָלט װעלן װיסן זײַן געװיכט, און עס קאָן זײער זײַן, אַז װען אַבֿרהם־לײבוש טראַכט אױס מחילה אַ ליגן און זאָגט, אַז דאָס איז אַ געשעפֿטס־בריװ, װאָלט עס אפֿשר אױסגעלאָזט זיך מיט אַ לצנות און אָפּגעלאָפֿן גלאַט: „כאַפּט זײ דער װאַטן־מאַכער! האָבן צו טאָן מיט ייִדישע שריפֿטן, טאָמער איז קאַרג ייִדן אַלײן!…“ איז אָבער אַבֿרהם־לײבוש נישט אַזאַ מענטש. אים איז געװען שלעכט: זאָגן? אָדער נישט זאָגן? יאָ זאָגן ― װעלן זײ זיך טשעפּען, װאָס שטײט אין בריװ. נישט זאָגן ― װעלן זײ איבערטראַכטן מי־יודע װאָס: פֿאַלשע אַסיגנאַציעס, קאָנטראַבאַנדע, גנבֿהשע פֿערד… צו װאָס טױג עס אים? און ס'איז געבליבן בײַ אים: דװקא יאָ זאָגן, און דװקא דעם אמת, דעם גאַנצן אמת. „אַי אמת, אמת! נישטאָ קײן בעסערע זאַך אױף דער װעלט, װי אמת, מיט אמת קען מען דורכגײן די גאַנצע װעלט אין דער לענג און אין דער ברײט, מיט אמת איז געגעבן געװאָרן די תּורה צו משה רבינו אױפֿן באַרג סיני“. איך בעט אײַך זײער, װאָס האָט אַ שטײגער אַזאַ יונגערמאַן װי אַבֿרהם־לײב ראַבינאָװיטש מורא צו האָבן אױסזאָגן דעם גאַנצן אמת, װער זײ זענען, און װאָס זײ זענען, און צוליב װאָס זײ זענען אַהערצוצו געקומען? ס'איז דען אין אַ פּושקעלע די געשיכטע מיט זײער הערשלען, װאָס מע האָט אים אױפֿגעכאַפּט פֿאַר עפּעס אַ בילבול, װאָס ניט געשטױגן ניט געפֿלױגן, און אַרײַנגעזעצט אין חד־גדיא אַרײַן, און מע האַלט אים, אַ גאָט די נשמה שולדיקן, מיט אַלע גנבֿים, גזלנים און כוליגאַנעס, אַ בחורל אַ ניונקעלע, אַ זײַדן קינד, װאָס האָט מורא פֿאַר אַ הונט אימת־מװת, װאָס האָט אױף זײַן לעבן נאָך קײן פֿליג אױף דער װאַנט נישט זאַטשעפּעט, װאָס װעט אײַך נישט שלאָפֿן אין אײן שטוב מיט אַ בר־מינן ― איר זאָלט אים אָפּגילטן!

אָט אַזױ טאַקע מיט דעם לשון האָט ער זײ אױסגעלומרט; אַבֿרהם־לײבוש האָט זײ אַנידערגעלײגט נישקשה פֿון אַ מענה־לשון; ער האָט באַװיזן װאָס ער קען. װאָס מײנט איר דאָס ― אומזיסט האָט ער אױסגעלערנט גאַנץ קירפּיטשניקאָװ מיט גאַלאַכאָװן אױף אױסװײניק און דורכגעלײענט פּושקינען מיט טורגעניעװן מיט גאַנץ טאָלסטאָי פֿון טאָװל ביז טאָװל?

עס איז שװער צו זאָגן אַקוראַט ― צי װײַל ער האָט זײ געװאָלט אױפֿקלערן דעם שׂכל פֿונעם בריװ, װאָס מע האָט בײַ אים אױסגעטרײסלט, צי ער האָט גלאַט געװאָלט אַרױסבאַװײַזן פֿאַרבײַגײענדיק, אַז ער איז באַקענט אױך מיט טאָלסטאָי, נאָר אַבֿרהם־לײבוש האָט זיך אַזױ צעקאָכט, אַז ער האָט צום לעצט אױסגעשאָסן מיט אַזאַ מין טענה:

― װאָס זאָלן מיר טאָן? זאָלן מיר װאַרטן אױף כּבֿוד, ביז עמיצער װעט זיך אױף אונדז דערבאַרעמען און זאָגן פֿאַר אונדז אַ גוט װאָרט? געבענטשט זענען די הענט, װאָס העלפֿן זיך אַלײן, אַ סך האָבן אונדז געהאָלפֿן אײַערע גדולים? אַ סך האָט עפּעס אײַער גרױסער לעװ טאָלסטאָי זיך אָנגענומען אונדזער קריװדע? האָט ער כאָטש אײן מאָל געפּרוּװט אַרױסטרעטן מיט אַ גוט װאָרט פֿאַר ייִדן?…

― גוט. אַלצדינג גוט, ביסט גערעכט װי גאָט אַלײן. װאָס־זשע איז דאָס פֿאַר אַ בריװ אָט דאָס אָ? פֿון װעמען און צו װעמען?

אַבֿרהם־לײבוש װישט זיך דעם שױס פֿונעם פּנים.

― אָט דער בריװ פֿון װעמען איז? פֿון אונדזער רבֿ צו אײַער רבֿ, דאָס הײסט דער רבֿ פֿון אונדזער שטאָט שרײַבט צום רבֿ פֿון אײַער שטאָט.

― אַהאַ. װעגן װאָס־זשע צום בײַשפּיל שרײַבט עס אײַער רבֿ צו אונדזער רבֿ?

― װאָס ער שרײַבט? ער שרײַבט שױן דװקא נישקשהדיק. ס'איז שױן דאָ װאָס צו לײענען, אָט װעל איך אײַך איבערזעצן דעם בריװ אױב איר װילט.

און אַבֿרהם־לײב ראַבינאָװיטש פֿױלט זיך נישט און זעצט זײ איבער דעם רבֿס בריװ. ניט װאָרט אין װאָרט, שײך צו זאָגן! דאָס איז נישט מעגלעך, װאָרעם װי קאָן מען איבערזעצן אַזאַ שײנע מליצה־שפּראַך אױף רוסיש? נאָר דעם תּוכן, דעם עיקר פֿונעם בריװ, קאָן ער זײ זאָגן. װאָס האָט ער מורא? ניט קײן פּאָליטיקע, ניט קײן סודות, ― און ער לאָזט אױס מיט די דאָזיקע װערטער:

„ס'איז אַן אָפֿענער אײן־און־דרײַסיק, בײַ אונדז אין תּלמוד שטײט געשריבן, אַז איבער אַ פֿלעקל פֿון אַ װאָגן איז חרובֿ געװאָרן אַזאַ גרױסע שטאָט װי ביתּר. איבער אַ בילבול, װאָס ניט געשטױגן ניט געפֿלױגן, האָט מען פֿאַרשמירט אַ גאַנץ פֿאָלק, געמאַכט מיט דער בלאָטע גלײַך, דערמיט װאָס מע האָט גענומען אַ מענטשן, װאָס איז גאָט די נשמה שולדיק און מע װאַרפֿט אַרױף אױף אים אַזאַ בילבול, אַזאַ װילדן פֿאַרברעכן, װאָס איז גאָר אַ בזיון צו דערמאָנען אַצינד, אינעם אָנהײב פֿון צװאַנציקסטן יאָרהונדערט, אַצינד אין דער רעכטער עפּאָכע פֿון פּראָגרעס און ציװיליזאַציע, אַצינד װען מע שמועסט שױן גאָר װעגן שלום אױף דער גאַנצער װעלט, װי דער נבֿיא זאָגט: „און זײ װעלן צעשטױסן זײערע שװערדן אױף גראָבאײַזנס און זײערע שפּיזן אױף שנײַדמעסערס“…

װער װײס װוּהין אַבֿרהם־לײבושעס צונג װאָלט אים פֿאַרטראָגן, װען מע האַקט אים ניט איבער אין מיטן און מע בעט אים מיט אַ לצנותדיק שמײכעלע, ער זאָל זיך מטריח זײַן דערװײַל אין חדר אַרײַן און פֿון דאָרט װעט מען אים שױן עקספּעדירן אינאײנעם מיטן פֿאָטער אַהין, װוּ זײ זענען געבױרן, ,אַזש אין סאַמע שקלאָװ"…

. . . . . . . . . . . . . . . . . . . .

פֿונדעסטװעגן איז אַבֿרהם־לײבוש קײן ברעקל נישט אַראָפּגעפֿאַלן בײַ זיך. ער איז געװען גאַנץ צופֿרידן, װאָס ער האָט זיך כאָטש אַ ביסל אױסגערעדט און געזאָגט דאָס, װאָס יעדער ייִד דענקט, דאָס, װאָס אױפֿן האַרצן טוט זיך. עס איז אים אַפֿילו אױף די געדאַנקען נישט געקומען איבערצוטראַכטן, װאָס פֿאַר אַ קאַשע אײגנטלעך ער האָט דאָ פֿאַרקאָכט און װאָס פֿאַר אַ חתונה עס האָט זיך אָנגעהױבן ערשט נאָכדעם, אַז מע האָט איבערגעזעצט דעם רבֿס מליצה־בריװ װי עס געהער צו זײַן אױף רײן רוסיש פֿון אָנהײב ביזן סוף, װאָרט אין װאָרט, און געקומען צו די װערטער: „קלאַפּט אין די טירן פֿון די גרױסע און מעכטיקע! באַפֿרײַט די געפֿאַנגענע און צו די געבונדענע זאָגט: גײט אַרױס…“ דאַרף מען נאָך האָבן פּרושים? עס איז, דאַכט זיך, גאַנץ גענוג קלאָר װעגן װעלכע געפֿאַנגענע און װעגן װאָס פֿאַר געבונדענע דאָ רעדט זיך…

. . . . . . . . . . . . . . . . . . . .

נאָר אַחוץ װאָס דער באַרעדעװדיקער אַבֿרהם־לײבוש האָט אַרײַנגעצױגן זיך און זײַן פֿאָטער אין אַ מיאוסן עסק פֿון װעלן באַפֿרײַען דעם געפֿאַנגענעם, האָט ער נאָך אַרײַנגעשלעפּט נעבעך דעם מחבר פֿונעם שײנעם מליצה־בריװ, דעם רבֿ פֿון זײער שטעטל, אין אַן אומגליק, װאָרעם ס'איז אָנגעקומען אַ באַפֿעל מע זאָל דעם דאָזיקן ייִדן אױך אָ נעם טאָן צום צימבל, ער זאָל אָפּגעבן דין־וחשבון, װעמען מײנט ער עס „די גרױסע און די מעכטיקע“, װאָס ער הײסט „קלאַפּן אין זײערע טירן“?… און װאָס האָט ער געװאָלט זאָגן מיט די װערטער: „ישׂראל איז ניט קײן אַלמן אין רײַכע מענטשן מיט גוטע הערצער“…? אױב דאָס איז אַן אָנצוהערעניש אױף אַן אָרגאַניזאַציע אַזעלכע, טאָ װוּ געפֿינען זיך אירע װאָרצלען? װער גיט די נױטיקע סומעס געלט? און װי אַזױ הײסן די מענטשן װאָס שטײען אין דער שפּיץ?… און נאָך זאַכן האָט מען אױסגעפֿרעגט בײַ יענעם רבֿ, װאָס שרײַבט אַזאַ שײן לשון־קודש װאָס איז שװער צו גלױבן, אַז אַ רבֿ פֿון אַ קלײן שטעטל זאָל אַזױ קאָנען שרײַבן…

פֿאַרשטײט זיך, אַז תּחילת האָט דער קלײנשטעטלדיקער רבֿ,

װאָס איז געװען איבערגעשראָקן כּמעט אױף טױט, נישט געקאָנט אַפֿילו אַ װאָרט אַרױסרעדן. ער איז אַ בריה מער נישט אױף פּאַפּיר, אַ מזיק אױף שרײַבן שײנע בריװלעך, אָבער נישט אױף רעדן און נאָך אױף גױיִש דערצו. נאָר שפּעטער אַ ביסל, אַז ער איז געקומען צו זיך, איז ער געגאַנגען אױפֿן אײגענעם דרך װאָס אַבֿרהם־לײבוש ― מיטן אמת, „ניטאָ קײן בעסערע זאַך אױף דער װעלט, װי אמת. מיט אמת קאָן מען אױסגײן די גאַנצע װעלט אין דער לענג און אין דער ברײט. מיט אמת איז געגעבן געװאָרן די תּורה־הקדושה צו משה רבינו אױפֿן באַרג סיני“.

און כאָטש דער רבֿ איז ניט אַזאַ בעל־דברן װי אַבֿרהם־לײבוש (ער האָט קירפּיטשניקאָװן מיט גאַלאַכאָװן קײנמאָל ניט געשטודירט און לעװ טאָלסטאָיס ביכער ניט געלײענט), האָט ער אָבער אין זיך אַנדערע מעלות ― אַ חלקת־הלשון מיט אַ תּמימותדיק פּנים מיט אַזעלכע נאַיִװע אױגן, װאָס ס'איז שװער מע זאָל דעם מענטשן חושד זײַן, אַז ס'איז בײַ אים אַחת־בפּה ואַחת־בלבֿ. װי פֿאַר גאָט אַלײן האָט ער אױפֿגעדעקט דאָס גאַנצע האַרץ און געזאָגט דעם גאַנצן אמת: היות װי אונדז האָט געטראָפֿן אַזאַן אומגליק, אַ בילבול פֿון עלילת־דם, װאָס רירט אָן דעם כּלל־ישׂראל; און היות װי אָט דער משה ראַבינאָװיטש איז אַ ייִד אַ שטילער, אַן ערלעכער, װאָס האָט ניט קײן שׂונאים אין שטאָט, און קינדער האָט ער ערלעכע, װאָס זאַטשעפּען קײן פֿליג אױף דער װאַנט; און היות װי אין דער גרױסער שטאָט, װוּ זײַן זון זיצט אין תּפֿיסה, געפֿינען זיך גרױסע לײַט, גבֿירים אַדירים, װאָס זענען חשובֿ בײַ נאַטשאַלסטװע; און היות װי אין יענער שטאָט איז פֿאַראַן זאָגט מען אַ רבֿ אַ צאַצקע, אַ גרױסער קאָפּמענטש, װאָס האָט אַ שם אױף דער גאַנצער װעלט; און היות װי די גאַנצע װעלט װײס, אַז דער בילבול פֿון עלילת־דם איז אָפּגעלײקנט געװאָרן װיפֿל מאָל, הן פֿון מלכים־ושׂרים והן פֿון די פּױפּסטן אין רױם; און היות װי…“

― סטאָפּ מאַשין! זײַט זשע מוחל, הער ראַבינער, ס'איז בײַ אײַך אַ מעשׂה אָן אַן עק. אפֿשר װאָלט געװען אַ סבֿרה, אַז ביז די זאַך װעט דאָרטן אױסגעפֿאָרשט װערן אַקוראַט און ביז די ראַבינאָװיטשעס װעלן קומען אַהער מיטן עטאַפּ, און מע װעט אײַך אַװעקשטעלן אַלע דרײַ פּנים־אל־פּנים אױף אַן „אָטשנע סטאַװקעочная ставка: אױספֿרעגעניש“, זאָלט איר דערװײַל זיך מטריח זײַן אַ ביסל אָפּזיצן אונטער די אײַזערנע גראַטעס?…

. . . . . . . . . . . . . . . . . . . .

מע קאָן זיך גרינג פֿאָרשטעלן, װאָס אינעם קלײנעם שטעטל האָט זיך אָפּגעטאָן, אַז אױפֿן אָרט פֿון די „אָטקריטקעס מיט די דעפּעשן“, װאָס מע האָט דאָ אַרױסגעקוקט צו באַקומען פֿון דער גרױסער שטאָט, האָט זיך געלאָזט הערן אַ „סלוך“ אַז די ראַבינאָװיטשעס גײען מיטן עטאַפּ און, אַלס פֿאַרבײַסעכץ, האָט מען אױסגעכאַפּט זײער רבֿ און אײַנגעזעצט אין תּפֿיסה ― מע װײסט ניט פֿאַר װאָס…

דאָס צװײ־און־נײַנציקסטע קאַפּיטל
די געמאַכטע מכשפֿה

אױב דער געפֿעלשטער פּאָפּאָװ איז געװען אַ פֿאַנטאַסט און אַ בעל־דמיון און האָט זיך אַרומגעטראָגן מיט חלומות װעגן אַ בת־מלכּה פֿונעם לאַנד פֿון „אופֿיר“, האָט דאָס בײַ אים געדױערט פֿון אסתּר־תּענית ביז פּורים. װי אַ קינד פֿון זײַן פֿאָלק, װאָס איז געפּרוּװט געװאָרן מיט אַלערלײ נסיונות, האָט ער זיך גיך אױסגעניכטערט, גיך אַ נעם געגעבן זיך צום שׂכל, װיבאַלד נאָר ער האָט זיך אַרומגעקוקט און דערזען די לינקע זײַט פֿון דער מטבע, װיבאַלד נאָר ער האָט פֿאַרשטאַנען, װאָס אַ װערט ער האָט, װען ער װאַרפֿט אַראָפּ פֿון זיך דעם מונדיר פֿון אַ גרישאַ פּאָפּאָװ און בלײַבט אין די קלײדער פֿון אַ הערש ראַבינאָװיטש.

גאַנץ אַנדערש איז דאָס געװען מיטן אמתן גרישאַ פּאָפּאָװ, װאָס האָט זיך נאָר פֿאַרשטעלט פֿאַר אַ ראַבינאָװיטש. „אַ געמאַכטע מכשפֿה איז ערגער װי אַ געבױרענע“ ― און דאָס אין אמת. דער דאָזיקער חבֿרה־מאַן, אױסערדעם, װאָס ער איז גלאַט געװען נײַגעריק צו זען, מיט װאָס װעט זיך עס ענדיקן אָט דאָס אַלעס; אױסערדעם, װאָס ער האָט זיך אײַנגעשפּאַרט, פֿאַרעקשנט װי אַן אמתער גױ, אַז קױם האָט ער געגעבן דאָס װאָרט, איז פֿאַרפֿאַלן, מוז מען אױסהאַלטן ייִדישקײט ביזן סוף פֿונעם טערמין, האָט ער זיך נאָך אַרײַנגענומען אין קאָפּ אַרײַן אַ געדאַנק, אַ פֿאַטאַלנע געדאַנק. אַז דער שפּאַס, װאָס ער און זײַן ייִדישער חבֿר האָבן אַפֿיר גענומען, איז נישט קײן פּראָסטער צופֿאַל. דאָס איז אַ באַשערטע זאַך, אַז ער, דער קריסט פּאָפּאָװ, זאָל זײַן אַ מאַרטירער, אַ מין אָפּקומעניש פֿאַרן ייִדישן פֿאָלק ― דערפֿאַר אַ פּנים, װאָס דאָס ייִדישע פֿאָלק איז דאָס כּפּרה־הינדל פֿאַר דער גאַנצער װעלט… װער װײס ― האָט ער זיך געטראַכט ― װער װײס, אפֿשר איז ער דער שליח, אפֿשר איז אים אָנגעצײכנט געװאָרן, אַז דורכדעם, װאָס מע באַשולדיקט אים, אַ קריסט, אין אַזאַ פֿאַרברעכן, װעט די װעלט סוף־כּל־סוף עפֿענען די אױגן און דערזען דעם גאַנצן אומזין פֿון דעם און מאַכן אַ סוף אײנמאָל פֿאַר אַלע מאָל מיט דעם דאָזיקן היסטאָרישן קאָשמאַר, װאָס מע רופֿט דאָס אָן „ריטואַל־מאָרד“…

אױפֿן פּנים איז נישט געװען צו באַמערקן, אַז דער מענטש זאָל זײַן אַ מאַרטירער, אָדער ער זאָל טראָנען עפּעס צרות, אָדער יסורים. פֿריש און געזונט האָט ער אױסגעזען: געהאַט דעם רעכטן אַפּעטיט צום עסן; גאַנץ גוט געשלאָפֿן, נישמער די פּאַטלע געדיכטע האָר, װאָס ער טראָגט, האָט זיך אַ ביסל צעװאַקסן, געװאָרן נאָך געדיכטער, און אַ בערדל האָט ער זיך פֿאַרלאָזט, ― און דאָס פּאַסט זיך אים זײער שײן צו זײַן װײַס לױטער פּנים, װעלכעס האָט זיך נאָר אַ ביסל אױסגעבלײכט פֿון נישט זײַן לאַנג אױף דער לופֿט און אױף דער זון, און ער האָט באַקומען דורכדעם נאָך מער אַ ייִדיש אױסזען.

עס איז געװען נאָר צו באַװוּנדערן, װי רויִק און געדולדיק ער טראָגט איבער אַלצדינג און מיט װאָס פֿאַר אַ גדלות ער האַלט זיך בײַם אױספֿאָרשן אים און מיט װאָס פֿאַר אַן עקשנות ער האַלט זיך בײַ זײַנס: אײנמאָל געזאָגט דאָס װאָרט נײן, האָט נישט געהאָלפֿן שױן קײן שום איבערפֿרעגן און קײן שום װעלן כאַפּן אים. עס איז געװען אַזױ מעגלעך בײַ אים אַרױסצוציִען אַן איבעריק װאָרט, װי אַ שטײגער בײַ דער װאַנט. קײן זאַך האָט אים ניט אָפּגעשראָקן. ער האָט פֿעסט געגלױבט, אַז דער, װאָס זוכט דעם אמת, װעט דעם אמת געפֿינען. ער איז געװען זיכער, אױסערדעם, אַז זײַנע פֿרײַנד, די שאַפּיראָס, שלאָפֿן מסתּמא אױך נישט אין דעם, מסתּמא העלפֿן זײ אױך זוכן דעם אמת…

דערמאָנט ער זיך אָן די שאַפּיראָס ― טוט אים נאָר אַ ביסל אַ שטאָך אין האַרצן: „װאָס איז מיט בעטין? װוּ איז זי? דענקט זי װעגן אים?“… און אױך אָן דער הײם דערמאָנט ער זיך, אָן זײַן אמתער הײם: „װאָס טוט דער פֿאָטער זײַנער? װאָס טראַכט ער זיך אַ שטײגער, װאָס ער האָט אַזױ לאַנג קײן בריװ נישט פֿון אים? און זײַן שװעסטער װיעראַ?… נאָר מסתּמא האָט שױן זײַן חבֿר הערשקאָ אַלצדינג באַװאָרנט אױפֿן בעסטן אָרט: אַ ייִדיש קעפּעלע, טשאָרט װאָזמי, ער װעט שױן עפּעס צוטראַכטן!…“

ער האָט גאָרנישט חושד געװען אַפֿילו, אַז די װאָלקנס, װאָס הענגען איבער זײַן קאָפּ, װערן פֿון טאָג צו טאָג געדיכטער און זײַן לאַגע װערט פֿון טאָג צו טאָג ערגער, װאָרעם אַחוץ די אַלע װיכטיקע סימנים, װאָס זענען געװען, װי מיר װײסן שױן, אַלע קעגן אים, האָבן זיך צוגעטשעפּעט נאָך דרײַ סימנים, װאָס האָבן זײער ערנסט געזאָגט עדות קענען אים.

די דרײַ עדות זענען געװען: ערשטנס ― דאָס, װאָס ער האָט זיך אײַנגעשפּאַרט און געטענהט אײנס, אַז ער פֿאַרשטײט קײן װאָרט ייִדיש, אין דער צײַט, װען זײַנע בריװלעך, װאָס מע האָט פֿאַרנומען בײַ זײַן פֿאָטער אין דער הײם און באַװיזן עקספּערטן, זאָגן פּונקט דעם היפּוך, אַז דער באַשולדיקטער נישט נאָר ער פֿאַרשטײט גוט און שרײַבט ייִדיש, ער באַזיצט אױך די אַלטע העברעיִשע שפּראַך, װאָס מע דאַרף גאָר נישט בעסער.

דאָס איז אײן מאָל אַװעק. צװײטנס, דער בריװ, װעלכן מע האָט איצט אױסגעטרײסלט בײַ זײַן עלטערן ברודער, װאָס אײן רבֿ שרײַבט צום אָנרעדן, איז דען נישט קײן באַװײַז, אַז דאָ איז באַגאַנגען געװאָרן אַן אַלגעמײנער אַ קהלשער פֿאַרברעכן, װאָס נישט ער אײנער אין שולדיק אין אים? װאָרעם אַז נישט, װאָס יאָגן זיך אַזױ די ייִדן אים צו באַפֿרײַען! קאַרג ייִדישע פֿאַרברעכער זיצן אין די טורמעס, פֿאַר װאָס נעמען זיך די ייִדן נישט אָן זײער קריװדע?… איז צװײ. אַ דריטער עדות איז געװען אַ לעבעדיקער נפֿש, דער דװאָרניק פֿונעם הױז, װוּ דער דאַנטיסט ראַבינאָװיטש האָט געװױנט.

דער דאָזיקער נפֿש, אַז מע האָט אים גענומען אױספֿרעגן, װאָס װײס ער װאָס צו זאָגן װעגן דעם קװאַרטיראַנט, װאָס האָט געװױנט בײַם ייִד שאַפּיראָ, האָט ער באַװיזן, אַז ער האָט אײגנטלעך גאָרנישט װאָס אױסצוזעצן קענען אים. אַ שטילער מענטש און אַן אַקוראַטנער, אַ ביסל געהאַט אין זיך תּנועות פֿון אַ „באַרשטוקбарчук: תּכשיט“, ליב געהאַט זיך שאַפֿן, נאָר תּמיד גוט באַצאָלט, פֿאַר יעדן גאַנג באַזונדער, און צו נאָװיגאָד האָט ער געגעבן מער פֿון אַלע, אַזױ אַז ער קאָן צו אים גאָרנישט האָבן. דאָס אײנציקע, װאָס אים, דעם דװאָרניק, איז געװען קשה און עס האָט אים טאַקע גאַנץ גוט פֿאַרדראָסן, איז געװען אָט װאָס: צו אָט דעם קװאַרטיראַנט פֿלעגט אָפֿטמאָל אַרײַנקומען עפּעס זײער אַ פֿאַרדעכטיקער פּאַרשױן, אַ זשװאַװע ייִדל („יורקי יעװרײטשיק“) מיט שװאַרצע געקרײַזלטע האָר און מיט שװאַרצע גזלנישע אױגן. דאָס דאָזיקע ייִדל, װי דער דװאָרניק האָט באַמערקט, פֿלעגט זיך װי אַרײַנגנבֿענען צו שאַפּיראָס קװאַרטיראַנט צװישן טאָג און נאַכט, אָפּזיצן מיט אים, װי ער האָט באַמערקט, נאָכן לײַכטן זיך, װאָס דאָרט האָט זיך געלײַכט, שעהען לאַנג, און אַ מאָל בגנבֿה אונטערנעכטיקן אױך“… פֿאַרשטײט זיך, אַז דערױף האָט ער, דער דװאָרניק, פּראָטעסטירט, געטענהט, אַז ער קאָן נישט דערלאָזן אַזאַ זאַך, װאָס קעגן זאַקאָן, אַז אױף אים, אַלס דװאָרניק, איז חל צו פֿאַרשרײַבן די דאָקומענטן פֿון יעדן אײנציקן, װאָס קומט אַרײַן צו אים אין הױף, װאָרעם װער באַדאַרף געבן דין־וחשבון פֿאַר דער פּאָליציע פֿון אַלע זײַנע אײַנװױנער און פֿון יעדן שװאַרץ יאָר, אַז נישט דער דװאָרניק? פֿון דעמאָלט אָן איז דער פֿאַרדעכטיקער פּאַרשױן מיט די שװאַרצע גזלנישע אױגן פֿאַרשװוּנדן געװאָרן און מער האָט ער אים נישט געזען, ביז צום הײַנטיקן טאָג.

אױפֿן אױספֿרעגן בײַם באַשולדיקטן, װער איז דאָס געװען אָט־אָ יענער פֿאַרדעכטיקער פּאַרשױן מיט די שװאַרצע גזלנישע אױגן, װאָס פֿלעגט צו אים קומען בגנבֿה, און װאָס האָט ער געהאַט צו טאָן גאַנצע נעכט בײַ אים? ― האָט ראַבינאָװיטש תּחילת געפּרוּװט לײקענען, אַז ער װײסט נישט פֿון װאָס צו זאָגן, אַז צו אים זענען קײנמאָל קײן פֿאַרדעכטיקע פּאַרשױנען מיט גזלנישע אױגן נישט געגאַנגען און אַז ער האָט איבערהױפּט מיט גנבֿים און גזלנים קײנמאָל נישט געהאַט קײן שום עסקים… נאָר שפּעטער, אַז מע האָט געהאַט אַ כאַפּ געגעבן שאַפּיראָן אױפֿן „דאָפּראָס“ און דוד שאַפּיראָ האָט, װי זײַן שטײגער איז, אױסגעבױט דעם גאַנצן אמת („אַז מע עסט נישט קײן קנאָבל, שמעקט נישט פֿון מױל“), אַז דאָס איז געװען דעם קװאַרטיראַנטס אַ חבֿר, אַ שלימזל, ער געדענקט נישט זײַן נאָמען, ער װײס נאָר, אַז ער איז אַ מסוכּנער ציוניסט און אַ גרױסער דלות, ― דעמאָלט האָט שױן ראַבינאָװיטש געמוזט זיך מודה זײַן, אַז אמת, ער האָט געהאַט אַזאַ חבֿר, מיטן נאָמען טומאַרקין, װאָס איז טאַקע אַ פֿאַרברענטער אָנהענגער פֿון ציוניזם, ― װעלכעס איז, דאַכט זיך, װײַט פֿון אַ פֿאַרברעכן? ― נאָר װוּ דער דאָזיקער טומאַרקין איז אַהינגעקומען ― דאָס װײס ער נישט (אַז טומאַרקין אין געװען אײנער פֿון די דרײַצן, װאָס מע האָט זײ נישט צוגענומען אין אוניװערסיטעט ― האָט האָט ראַבינאָװיטש נישט געװאָלט אױסזאָגן: צו װאָס אַרײַנשלעפּן זײַטיקע מענטשן?). ראַבינאָװיטש האָט זיך אױך מודה געװען, אַז ער האָט מיט דעם טומאַרקינען געפֿירט לאַנגע װיכּוחים און דיסקוסיעס איבער נאַציאָנאַליזם, ציוניזם און נאָך אַזעלכע זאַכן, און אַז פֿון אים האָט ער, ראַבינאָװיטש, טאַקע אַ סך גענאַשט אױך און אַלײן אױך געװאָרן אַ שטיק ציוניסט… און װײַל דער טומאַרקין האָט נישט געהאַט קײן פּראַװאָזשיטעלסטװאָ, און צאָלן דער פּאָליציע האָט ער נישט געקאָנט, האָט ער דעריבער אַרײַנגענומען טומאַרקינען אָפֿטמאָל צו זיך אױף נאַכטלעגער, נאָר מצד רחמנות… און דאָס, װאָס דער דװאָרניק זאָגט, אַז דער טומאַרקין פֿלעגט זיך „אַרײַנגנבֿענען“ און אַז דער דװאָרניק פֿלעגט „פּראָטעסטירן“ ― דאָס איז שױן אַ רײנער ליגן. טומאַרקין פֿלעגט גײן גלײַך און דער דװאָרניק פֿלעגט באַקומען פֿון אים, פֿון ראַבינאָװיטשעס הענט, פֿאַר רעדע נאַכט אַ מנה־יפֿה… אַז אונטערשמירן דעם דװאָרניק פֿלעגט נישט ער, נאָר דער בעל־הבית, שאַפּיראָ, ― דאָס האָט ראַבינאָװיטש װידער נישט געװאָלט זאָגן ― צו װאָס? עס איז דען נישט אַלץ אײנס? אַװדאי האָט דער דװאָרניק אױף דער „אָטשנע סטאַװקע“ מיטן פֿאַרברעכער געלײקנט שטײן און בײן און געשװאָרן זיך מיט כּל־השבֿועות, ער זאָל אַזױ רײן זײַן פֿאַר גאָט, װי ער איז רײן פֿון כאַבאַר, אַניט זאָל ער אײַננעמען אַ מיתה־משונה דאָ אױפֿן אָרט. דער דװאָרניק האָט, פֿאַרשטײט זיך, פֿאַר אַזאַ זאַך נישט געקראָגן קײן גלעט איבערן בעקל. ער האָט זײַן פּסק באַקומען ― ער האָט פֿאַרלאָרן זײַן דװאָרניק־שטעלע אױף אײביק, ― דערפֿאַר איז ער אָבער געבליבן אַ לעבעדיקער עדות קעגן דעם באַשולדיקטן, װאָס האָט אַלײן נישט געװוּסט, אַז ער טרינקט זיך װאָס װײַטער אַלץ טיפֿער און טיפֿער…

אַצינד איז שױן גאָר קײן װוּנדער נישט, װאָס טאָמער האָט מען דעם פֿאַרברעכער געהאַלטן ביז אַהער שטרענג אָפּגעװײַטערט פֿון דער דרױסנדיקער װעלט, האָט מען איצטער, נאָך די אַלע מעשׂיות און איבערהױפּט נאָך דער מעשׂה מיטן רבֿס בריװ, װאָס האָט באַװיזן, װי 2 מאָל 2, אַז מע װיל דאָס פֿײגעלע אַרױסלאָזן פֿונעם שטײַגעלע, גענומען אױפֿן פֿאַרברעכער נאָך מער השגחה געבן, אַזױ אַז טאָמער האָט נאָך עמיצער געקאָנט האָבן אַ אַ שטיקל האָפֿענונג אַמאָל, װען עס איז צו דערשלאָגן זיך צו אים, איז דאָס פֿון איצט אָן געװאָרן גאָר אַן אוממעגלעכע זאָך, נישט פֿאַר קײן פֿאַל אין דער װעלט! אױך דער רעזשים איז געװאָרן אַ סך מער שטרענג װי פֿריִער. מע האָט אים נאָך מער פֿאַרקירצט די סײַ־װי־סײַ קורצע מינוטן, װאָס ער האָט געהאַט פֿרײַ צו שפּאַצירן גײן, ביזן לעצטן מינימום ― און דאָס אַלצדינג איז אים אָבער גאָרנישט אָנגעגאַנגען. אַ געמאַכטע מכשפֿה… ער האָט זיך דאָס װאָרט געגעבן פֿעסט איבערטראָגן פֿאַרן אמת װאָס עס זאָל נישט זײַן!… און ער װאָלט זיכער אױסגעשטאַנען דעם דאָזיקן נסיון אױך, און ער װאָלט זיכער נישט פֿאַרלאָרן אױף קײן מינוט זײַן מוט, און װאָלט זיכער אױסגעהאַלטן דעם כאַראַקטער ביזן סוף, װען עס זאָל זיך נישט געװען טרעפֿן אַ מעשׂה, װאָס האָט אים שיִער־שיִער נישט אַרױסגעגעבן מיט הענט און פֿיס און געבראַכט דערצו, אַז מע זאָל אים האַלטן נישט נאָר פֿאַרן אמתן פֿאַרברעכער, נאָר פֿאַר אַ פֿאַרברעכער אַ כיטראַק, װאָס װענדט־אָן אַלע װעגן מיט אַלע מיטלען און מיט אַלע דרײדלעך און װעט זיך נישט אָפּשטעלן פֿאַר קײן זאַך, בכדי אַרױסצוגליטשן זיך פֿון די הענט פֿון דער גערעכטיקײט.

דאָס דרײ־און־נײַנציקסטע קאַפּיטל
דער גרױסער נסיון

דאָס איז געװען אײן מאָל אין אַ שײנעם טאָג, װען מע פֿירט אַרױס די אַרעסטאַנטן אױפֿן שפּאַציר איבערן הױף, האָט ראַבינאָװיטש באַמערקט אײנעם אַן אַרעסטאַנט אַ ייִדן, אין אַ גרױען כאַלאַט, שױן אַן אָפּגעמישפּטן. דער ייִד, האָט זיך אים אױסגעדאַכט, קוקט אױף אים עפּעס מאָדנע און װינקט צו אים; עס האָט אױסגעװיזן, אַז ער װױל אים עפּעס זאָגן, נאָר ער האָט מורא, אַ פּנים, פֿאַרן סאָלדאַט. אײן מאָל און צװײ מאָל, צום דריטן מאָל האָט זיך דער ייִד, דער אַרעסטאַנט, נישט געקאָנט אײַנהאַלטן און אַ זאָג געגעבן אים פֿון דער װײַטן אױף אַ געמישט ייִדיש לשון, װאָס װאַרפֿט זיך דורך אין דעם אַ סך רוסישע װערטער: ― איר זענט דאָס אָט דער ראַבינאָװיטש, װאָס מע אָבװינאַיעטобвиняет: באַשולדיקט אין ריטואַלנע אובײסטװעубийство: מאָרד? אױב אַזױ קאָן איך אײַך אָפּגעבן אַ גרוס פֿון דער מאַמזעל שאַפּיראָ. אײדער מע האָט מיך אָפּגעסודעט און געבראַכט אין אָסטראָגубействе: טורמע, זענען מיר געװען אינאײנעם אין דער יעװרײסקע באָלניצעеврейске больница: ייִדישן שפּיטאָל

דאָס ייִדל האָט געװאָלט זאָגן עפּעס נאָך, האָט אים דער סאָלדאַט מיטן קעפּל פֿון דער ביקס געגעבן אַ קאַפּוליער אָנצוהערעניש און אָפּגעפֿירט אים אין זײַן רו אַרײַן.

פֿון דעם אַלעם האָט ראַבינאָװיטש־פּאָפּאָװ פֿאַרשטאַנען נאָר די עטלעכע רוסישע װערטער:, אָבװינאַיט“… „ריטואַלנאָיע אובײסטװאָ“… „מאַמזעל שאַפּיראָ“… „אָסטראָג“… „יװרעיסקאַיאַ באָלניצאָ? ― און דאָס איז געװען גאַנץ גענוג פֿאַר אים, ער זאָל נאָכדעם דרײַ נעכט דורכאַנאַנד נישט קאָנען צומאַכן מיט קײן אױג.

עס איז געװען קלאָר פֿאַר אים, װי דער טאָג, אַז די מאַמזעל שאַפּיראָ, „אָבװינאַיעט“ מען אין „ריטואַלנע אובײסטװאָ“ און אַז מען האָט זי אײַנגעזעצט אין אָסטראָג און פֿון דאָרטן אין דער יעװרײסקאַ באָלניצאָ“ ― װאָס דאַרף מען נאָך? און פֿון װאָס פֿאַר אַ מאַמזעל שאַפּיראָ קען אים אָט דער ייִד דערצײלן אַז נישט פֿון דוד שאַפּיראָ'ס טאָכטער? איז דערפֿון געדרונגען, הײסט עס, אַז אױסער דעם, װאָס מען באַשולדיקט בעטין, גלײַך װי אים, אינעם זעלבן ריטואַל־מאָרד און חוץ דעם, װאָס מע האָט זי אײַנגעזעצט אין טורמע, איז זי גאָר אָן אַ שום ספֿק פֿון צרות קראַנק געװאָרן און געפֿינט זיך אַצינד אין שפּיטאָל…

איצט איז אים שױן פֿאַרענטפֿערט, װאָס קײנער פֿון די שאַפּיראָס באַװײַזן זיך ניט צו אים די גאַנצע צײַט פֿון זינט ער זיצט. צו יעדן אַרעסטאַנט קומט עמיצער אײן מאָל אין װאָך, כאָטש אױף עטלעכע מינוט, נאָר צו אים ניט. מיט װאָס איז ער ערגער פֿון אַנדערע?… ניט אַנדערש, אַז זי אין רעכט קראַנק… און װער װײס ― אפֿשר נאָך ערגער פֿון קראַנק?…

ער שפּרינגט אַראָפּ פֿון דער „קאָיקעкойка: שלאָפֿבאַנק“, שפּאַנט אַרום מיט גרױסע טריט אין די ד′ אַמות פֿון זײַן שטײַגל און טױזנטער־טױזנטער געדאַנקען, אײנער פֿינצטערער און טרױעריקער פֿונעם אָנרעדן, קומען אים אױפֿן זינען און ער פֿילט, אַז דער קאָפּ װערט אים צעשפּאָלטן אױף שטיקער, און עס פֿאַרװילט זיך אים פּלוצעם צעװאַרפֿן דעם גאַנצן בנין, צעװאָרפֿן, מאַכן אַ סוף צו אַלצדינג.

װאָרעם װי באַלד, אַז ס'איז נישטאָ די, צוליב װעלכער ער איז אַזױ פֿיל אױסגעשטאַנען און צוליב װעלכער ער טראָגט איבער אַלצדינג אַזױ גרינג און צוליב װעלכער ער איז גרײט געװען מפֿקיר זײַן זײַן קאַריערע מיט זײַן אַלצדינג, הײַנט צו װאָס נוצט אים דאָס גאַנצע שפּיל?… צי דען איז ער טאַקע באמת מחויבֿ צו זײַן אַ קרבן פּאָרן אמת, װאָס ליגט פֿאַר די אױגן, נאָר מע װיל אים ניט זען?… לאָז דאָס גײן אין דער ערד אַרײַן אַלצדינג ― ניט שפּעטער װי מאָרגן אין דער פֿרי שיקט ער זאָגן אַז ער האָט צו אױפֿדעקן אַ גאַנץ נײַע זאַך, װאָס דאַרף באַלײַכטן און מאַכן אַן איבערקערעניש אינעם גאַנצן עסק…

אױף מאָרגן אין דער פֿרי האָט ער נאַטירלעך חרטה, זידלט אױס גאַנץ גוט זיך אַלײן אױף אַלע זײַטן: „אַ מענטש זאָל ניט זײַן קײן „טרוס“, און אַז אַ װאָרט דאַרף מען האַלטן“ ― און קומט בײַנאַכט, װען עס לאָזן זיך אַראָפּ די שאָטנס און אַ בית־עולם־שטילקײט הערשט אין דער טורמע און עס לאָזט זיך הערן זעלטן אַ ליאַזג פֿון אײַזערנע קײטן, אָדער אַ קלאַפּן פֿון הילצערנע פּאָדעשװעס אױף שטײנער, אָדער אַ שפּײַ אױף יענער זײַט פֿענצטער פֿונעם סאָלדאַט, װאָס גײט, װי אַן אומרו הין און צוריק אױף דער װאַכט, דעמאָלט נידערן אַראָפּ און זאַמלען זיך צונױף בײַ אים צוקאָפּנס װידער אַמאָל יענע טױזנטער מחשבֿות און געדאַנקען, װאָס לאָזן אים ניט שלאָפֿן…

ער קאַטשעט זיך פֿון אײן זײַט אױף דער אַנדערער, אָדער ער ליגט מיט האַלב־צוגעמאַכטע אױגן און זעט זיך אַלס קריסט, אַלס גליקלעכער גרישאַ פּאָפּאָװ, בײַ זיך אין זײַן הײם, אין דעם רײַכן הױז פֿון זײַן אַריסטאָקראַטישן פֿאָטער, װוּ אַלעס איז אַזױ באַקװעם און פּרעכטיק, ברײט און פֿרײַ, ליכטיק און װאַרעם און גוט און אָנגענעם…

און ער שטעלט זיך פֿאָר, װאָס װאָלט זײַן, װען ער איז ער?… װוּ װאָלט ער איצט אָנגעשפּאַרט? ער װאָלט שױן איצטער געהאַלטן בײַם אַריבערגײן אױפֿן צװײטן קורס. ער װאָלט איצט געהאַלטן בײַם פֿאָרן אַהײם אױף די זומערדיקע װאַקאַציעס, גלײַך צום פֿאָטער אין דער אימעניע „בלאַגאָסװיעטלאָװאָ“, װוּ זײ פֿאַרברענגען געװײנלעך אַלע זומער.

בלאַגאָסװיעטלאָװאָ ― דאָס איז דאָס שענסטע און דאָס בעסטע װינקעלע אױף צו פֿאַרברענגען דעם זומער, דער פֿאָטער איװאַן איװאַנאָװיטש, די שװעסטער װיעראַ און ער אַלײן האָבן ליב בלאַגאָסװיעטלאָװאָ מער פֿון אַלע זײערע אימעניעס אין ט―ר גובערניע. אַהין פֿאָרן זיך צונױף אַלע פּאָפּאָװס, די גאַנצע משפּחה, גרישאַ'ס אַלע פֿעטערס און אַלע מומעס מיט זײערע קינדער, אַז עס קומט זומער, און נישט נאָר די משפּחה אַלײן, אױך פֿרעמדע פֿאָרן זיך צונױף, פּאָמעשטשיקעס פֿון אַרום און אַרום, און עס הײבט זיך אָן אַ לעבן אױף דער װעלט ― װאַרעמעסן, פּיקניקן, שיסערײַען, פֿישערײַען, יאָגענישן, לױפֿענישן און אַרױספֿאָרענישן אָן אַ שיעור.

דאָס איז פֿאַר די עלטערע. און פֿאַר זײ, פּאָר יונגװאַרג, איז אַװדאי אַ לעבן, װי אין גן־עדן: דרײַ חדשים פֿרײַ. באָדן זיך דרײַ מאָל אַ טאָג מיט די חבֿרים אין דער סאַזשלקע, איבערשװימען זי אין דער לענג און אין דער ברײט ― דאָס איז עפּעס װערט? און שיפֿן זיך מיט די געשװעסטערקינדער, די קוזינקעס, װאָס זענען אײגנטלעך נאָך גאָר יונגע מײדלעך, נאָר זײ שפּילן די ראָל פֿון דערװאַקסענע „מאַמזעלן“ ― דאָס איז, דאַכט זיך, אױך נישט פֿון די קלײנע זאַכן? דאָרטן איז דער מקום, װוּ עס װערן פֿון די ייִנגלעך בחורים און פֿון די מײדלעך ― „באַרישניס“, װוּ עס װערן געבױרן די ערשטע געפֿילן פֿון דער „הײליקער ליבע“, װוּ עס שפּילן זיך אָפּ די ערשטע, כּלומרשט ערנסטע ראָמאַנען, װאָס הױבן זיך אָן מיט אומשולדיקע קינדערשע קאַפּריזן און לאָזן זיך אױס מיט גאָר נישט… און, אַך! װי װאָלט ער װעלן איצט אָט דאָרטן זײַן! אַ גרױסער, אַ שװערער נסיון!…

ער שפּרינג אַראָפּ פֿון זײַן האַרטער „קאָיקע“ און מיט ברײטע טריט שפּאַנט ער אַרום איבער די פֿיר אײַלן פֿון זײַן ענגען שטײַגל עטלעכע מאָל הין און צוריק און ער לײגט זיך אַװעק צוריק אױף זײַן האַרטער „קאָיקע“ און מיט האַלב צוגעמאַכטע אױגן טראָגט ער זיך אַריבער אַהין, אין זײַן ליבער געטרײַער הײם, װוּ ער איז נאָך גאָר אַ ייִנגל אַ גימנאַזיסט… עס װאַרטן אױף אים און קוקט שױן אַזױ לאַנג אַרױס זײַן ליבע גוטע שװעסטער װיעראַ…

עס איז אים אָן אַ שיעור אָנגענעם דװקא איצט צו טראַכטן פֿון זײַן שװעסטער װיעראַ, און װי אַזױ ער און זי, בײדע נאָך נאַר יונגע קינדער, שפּילן נאָך װי קינדער, אָדער זעצן זיך אױף בײדע אױף אַן ענגלישן קעבcab: טאַקסי און ער אַלײן קוטשירט, אָדער זײ פֿאָרן רײַטנדיק אױף ברענענדיקע פֿערד, שפּרינגען פֿײַל אױסן בױגן פֿון אײן פֿעלד אױפֿן אָנרעדן, פֿון אײן „לאַן“ אױפֿן אָנרעדן.

אומעטום איז גרין, אומעטום איז גלאַט און גלאַנצנדיק ליכטיק. אָן אַ ברעג ציִען זיך די פֿעלדער מיט די לאַנען װײץ. װי די כװאַליעס פֿונעם ים װיגן זיך די זאַנגען פֿונעם ברױט, װאָס איז נאָך ניט רעכט צײַטיק. װי די מזרח־מענטשן בעת זײ דינען גאָט שאָקלען זיך די בײמער אין די װעלדער. װי אַ קאַפּעליע פֿון פֿאַרשידענע קלעזמאָרים זינגען פֿײגל, קנאַקן שטאָרכען, שמוצערן הײשעריקן, זשומען פֿליגן, און אַ טײַכל דאָרטן ערגעץ באַרג־אַראָפּ קאַטשעט זיך און שלענגלט זיך, און מורמלט שטילערהײט, און ערשט העט װײַט בײַ דער מיל צעלאָזט זיך עס מיט אַ ירגזון און פֿאַלט מיט אַן אימפּעט פֿון אױבן אַראָפּ, קאָכט און פּליעסקעט און זידט און פּינעט: „לאָזט מיך! לאָזט מיך! לאָזט מיך!“ ― מאָלט זיך אױס רעדט דאָס װאַסער, לױפֿט און שלעפּט מיט מיט זיך אַלעס, װאָס עס באַגעגנט זיך דעם אױפֿן װעג. ― סטאָפּ! דאָ בלײַבט מען שטײן.

בײדע קריכן זײ אַראָפּ פֿון די פֿערד, און דעם מילנערס װײַב, אַ קורצע גױקע מיט אַ הױכן שלײער, קומט זײ אַקעגן, בײגט זיך ביז דער ערד און באַגעגנט זײ מיט אַ קריגל מילך קאַלט װי אײַז.

פֿון װאַנען װײס די מילנערין, אַז זײ גײען אױס אַ טרונק? קײן גלאָז פֿאַרמאָגט זי ניט, די מילנערין, און קײן אַנדער כּלי איז זי ניט געפֿאַלן אַרױסצוטראָגן, מוז מען טרינקען גלײַך פֿונעם קריגל.

― טרינק, װיעראַ, פֿריִער, דו ביסט עלטער.

― נײן, גרישאַ, טרינק דו פֿריִער, דו ביסט בילכער.

― נײן, װיעראַ, דו.

― נײן, גרישאַ, דו ― און אַך, װאָס מע לאַכט זיך אָן! ―

אַ גרױסער, אַ שװערער נסיון!…

ער עפֿנט אױף די האַלב־צוגעמאַכטע אױגן און דערמאָנט זיך, װוּ ער איז.

שפּרינגט ער אַראָפּ פֿון דער האַרטער קאָיקע, שפּאַנט אַרום װידער אַמאָל מיט ברײטע טריט איבער די פֿיר אײַלן פֿון זײַן ענגן שטײַגל ― װוּ איז ער? װאָס טוט ער דאָ? װי אַזױ האָט ער עס גאָר דערלאָזט אַזעלכס? פֿאַרװאָס אַזאַ גרױסער נסיון? פֿאַר װעמענס זינד קומט ער אָפּ אױף דער װעלט?… אַן עק מוז דאָס נעמען! אַ סוף מוז מען מאַכן…

נאָר װי אַזױ? ניט שױן־זשע װעט ער איצט, נאָך אַזױ פּיל צײַט געליטן, נעמען פּלוצעם און אַלײן אַראָפּרײַסן פֿון זיך די מאַסקע: „זעט ― איך בין ― ניט איך…“ נו, און דאָס װאָרט, װאָס ער האָט געגעבן? ניט שױן־זשע װעט ער, פּאָפּאָװ, דער ערשטער ברעכן זײַן װאָרט? ניט שױן־זשע װעט ער, דער קריסט פּאָפּאָװ, ניט קאָנען אױסשטײן דעם נסיון, װאָס עס שטײט אױס אַ ליאַדע שװאַך דערשלאָגן ייִדל שױן אַזױ לאַנג, שױן הונדערטער און הונדערטער פֿון יאָרן?… „שעמען מעגסטו זיך, גרישאַ, שעמען אין דײַן װײַטן האַלדז אַרײַן!…“

ער כאַפּט זיך אָן בײַם קאָפּ, ער האַלט זיך בײַ די שלײַפֿן. ער פֿילט, אַז נאָך אײן נאַכט אַזעלכע ― און מען װעט אים דאַרפֿן איבערפֿירן פֿון דאַנען אין אַן אַנדער אָרט.

אין אַ משוגעים־הױז…

. . . . . . . . . . . . . . . . . . . .

אונטער אַ שטרענגען קאָנאָװאָי, מיט בלױזע שװערדן, האָט מען דעם באַשולדיקטן הערש מאָװשאָװיטש ראַבינאָװיטש געפֿירט צום הױז פֿון גערעכטיקײט צו אַ נײַער אױספֿאָרשונג. ער האָט זיך געמעלדט, אַז ער האָט איבערצוגעבן דער גערעכטיקײט אַ גאַנץ נײַע זאַך, אַ זאַך, װאָס געהער זיך שטאַרק אָן צום עסק…

דאָס פֿיר־און־נײַנציקסטע קאַפּיטל
„אַ ייִדישער אַנעקדאָט“

דאָס גײן איבער די נאָסן אױף דער פֿרישער לופֿט, די העל שײַנענדיקע שטראַלן פֿון דער װאַרעמער זומערדיקער זון און די געשטאַלטן פֿון לעבעדיקע מענטשן האָבן אַ ביסל אױסגעניכטערט אונדזער העלד און ער האָט שױן אָנגעהױבן װי חרטה צו האָבן אױף דעם, װאָס ער האָט געהאַט פֿעסט באַשלאָסן אױסצוזאָגן דעם גאַנצן אמת, װער ער איז…

נאָר פֿון דער אַנדערער זײַט, אָט טאַקע די פֿרישע לופֿט, און טאַקע די שײַנענדיקע שטראַלן פֿון דער װאַרעמער זומערדיקער זון, און טאַקע די געשטאַלטן פֿון לעבעדיקע מענטשן האָבן געטריבן דעם אַרעסטאַנט, אַז ער זאָל װאָס גיכער אױפֿדעקן זײַן אמת פּנים און באַקומען די פֿרײַהײט, נאָך װעלכער ער האָט זיך מיט אַמאָל אַזױ שטאַרק פֿאַרבענקט.

מיטן פֿולן מױל האָט ער אַרײַנגעאָטעמט אין זיך די פֿרישע מחיהדיקע לופֿט, װאָס האָט זיך שטראָמענװײַז צעטראָגן פֿון די געזונטע לונגען איבער אַלע זײַנע יונגע געזונטע אבֿרים, און ער האָט מיט אַמאָל דערפֿילט, אַז ער לעבט און אַז לעבן איז אײגנטלעך זײער אַ גוטע זאַך, אַ חיות, אַ פֿרײד ― גלײַך װי דאָס װאָלט געװען פֿאַר אים אַ נײַעס, גלײַך װי ער האָט דאָס נאָך קײן מאָל נישט געפֿילט. „ניט שױן־זשע װעט ער אין אַ שעה אַרום, אָדער אפֿשר װינציקער נאָך, זײַן אַ פֿרײַער מענטש װי אָט די אַלע פֿרײַע מענטשן, װאָס ער זעט פֿאַר זיך אַצינד? ניט שױן־זשע װעט ער נאָך הײַנטיקן טאָג קאָנען גײן װוּהין ער װיל, אָדער זיך אױפֿזעצן און פֿאָרן װוּהין ער װיל, און טאָן אַלצדינג, װאָס ער װיל?“

צום אַלעם ערשטן װעט ער נאַטירלעך כאַפּן אַ איזװאָשטשיק און הײסן זיך פֿירן גלײַך אַהין אױף יענער גאַס, זיך אָפּשטעלן בײַ יענעם הױז, אָנקלינגען אין יענעם גלעקל… ער װעט נאָך ניט אַרױף אױף די טרעפּ און דאָס ערשטע װעט ער אַ פֿרעג טאָן: „װאָס איז מיט בערטאַ דאַװידאָװנאַ? נאָר ער װײס, װעמען ער װעט דאָרט באַגעגענען דעם ערשטן און װאָס פֿאַר אַ נײַס ער װעט געװױר װערן… ער דערפֿילט אַ קעלט נעמט אים דורך דאָס לײַב און עס װערט אים פֿאַרשטערט אױף אַ װײַלע די פֿריִעריקע שׂימחה, װאָס ער לעבט און װאָס לעבן איז אַ חיות און אַ פֿרײד…

קײנמאָל איז דער באַשולדיקטער נישט געגאַנגען מיט אַזאַ פֿעסטן גאַנג און קײנמאָל האָט ער נישט געהאַלטן אַזױ הױך דעם קאָפּ, מיט אַזױ פֿיל שטאָלץ, װי איצטיקס מאָל. ער איז געװען זיכער, אַז דאָס איז זײַן לעצטער אַרײַנטריט אַהער, זײַן לעצטער װיזיט, װאָס ער מאַכט דער גערעכטיקײט.

מיט אַ גרינגן פֿאַרנױגן זיך איז ער אַרײַן אינעם ברײטן ליכטיקן קאַבינעט, װוּ איטלעכס ברעקל איז אים אַזױ באַקאַנט און אַזױ מאָנאָטאָן אומפֿאַרענדערט, אַז עס האָט זיך אים אַזש צוגעגעסן. אױך די אױספֿאָרשער זענען געװען די אײגענע, װאָס אַלע מאָל, נאָר זײערע פּנימער האָבן הײַנט אױסגעזען, דאַכט זיך, אים מער יום־טובֿדיק װי אַלע מאָל. עס האָט זיך אים אױסגעװיזן אַקוראַט װי זײ האָבן זיך צוגעגרײט איצטיקס מאָל צו הערן טאַקע עפּעס אַ סך נײַס און אַ סך װיכטיקס. עס האָט זיך אים אױסגעװיזן, אַז זײ האָבן זיך איצטיקס מאָל גאָר אַנדערש אָנגעטאָן, אױסגעפּוצט, אַלץ צוליב אים… נאָר זײ האָבן דװקא זיך נישט געאײַלט און דװקא נישט אַרױסבאַװיזן זײער נײַגעריקײט און דװקא װי װײַט מעגלעך קאַלט און גלײַכגילטיק האָט מען זיך מיט אים באַגאַנגען. דער עלטערער האָט צו אים אַ זאָג געגעבן װי פֿאַרבײַגײענדיק:

― אַלזאָ, װאָס װעט איר אונדז דערצײלן עפּעס נײַס?…

און מע האָט זיך אַ נעם געגעבן צו די פּאַפּירן, עפּעס בלעטערן און איבערשעפּטשען זיך אײנס מיט דאָס אַנדערע כּלומרשט פֿון גאָר זײַטיקע זאַכן. ער האָט אָבער גוט געזען, װי אָנגעשטאָלט און װי גײַציק די לײַט זענען צו הערן פֿון אים, װאָס װעט ער זײ דאָ זאָגן. און ער שטעלט זיך שױן פֿאַר זײערע פּנימער, בעת זײ װעלן דערהערן פֿון אים זײַנע הײַנטיקע נײַס… נאָר פֿון װאַנען און װי אַזױ הײבט מען אָן! זאָל ער גלײַך, גאָר אָן אַ שום הקדמות, צוטרעטן צו דער זאַך און זאָגן: „זײַט װיסן, מײַנע געערטע הערן, אַז פֿאַר אײַך שטײט ניט, װי איר מײנט, דער ייִד הערש מאָװשאָװיטש ראַבינאָװיטש, נאָר אַ קריסט גריגאָרי איװאַנאָװיטש פּאָפּאָװ!“ ס'איז מעגלעך, אַז אַן אײַנדרוק קאָן עס אַפֿילו מאַכן זײער אַ שטאַרקן, עס װעט אָבער ניט זײַן דער עפֿעקט װאָס מע דאַרף. נײן, ער װעט זײ ניט אױסבײַטן אױף אַמאָל אַלצדינג, ער װעט זײ אײַנגעבן אַלע האַלבע שעה אַ קאַװע־לעפֿעלע; ביסלעכװײַז װעט ער זײ אױסדעקן דאָס פּרוכת, װאָס דעקט אים איבער, און זײ װעלן עס אַ ביסל דערזען אין װאָס פֿאַר אַ טעות זײ האָבן געלעבט!… אַי די קשיא, פּאָר װאָס ער האָט עס ניט געטאָן ביז אַהער? ער האָט נישט געװאָלט ― װאָס קומט אים דערפֿאַר!… אױפֿן ערגסטן פֿאַל ― האָט ער זיך געטראַכט ― װאָס קאָן דאָ זײַן? נו, װעט מען אים באַשטראָפֿן דערפֿאַר װאָס ער איז געזעסן אױף אַ פֿרעמדן נאָמען מיט פֿרעמדע דאָקומענטן ― דאָס איז דאָך שױן ניט מי־יודע װאָס פֿאַר אַ פֿאַרברעכן. און דערצו איז ער דאָך עפּעס, טשאָרט װאָזמי, ניט קײן אַבי־װער. ער איז דאָך דערװײַל איװאַן איװאַנאָװיטש פּאָפּאָװס אַ זון… לאָז ער נאָר פּרוּװן געבן אײן שרײַב אַרײַן צום פֿאָטער, אײן דעפּעש ― און אַ סוף צו אַלע צרות!…

אַזױ טראַכטנדיק באַקומט ער װאָס װײַטער אַלץ מער קוראַזש און האַלט זיך װאָס װײַטער אַלץ מער פֿרײַ, נאָך פֿרײַער װי אַלע מאָל, און ער הײבט אָן צו רעדן מיט זײַנע אױספֿאָרשער נישט גלײַך, נאָר מיט משלים, עפּעס װי ער װאָלט געװען ניט קײן באַשולדיקטער, ניט קײן אַרעסטאַנט, נאָר זײערער אַ נאָענטער מענטש…

― נײַס װילט איר פֿון מיר הערן? ― אַזױ האָט דער באַשולדיקטער אָנגעהױבן גאַנץ ברײטלעך מיט אַ רויִק שמײכל אױף די ליפּן ― דאָס, װאָס איר װעט אָ באַלד הערן פֿון מיר, װעט געװיס זײַן פֿאַר אײַך אַ נײַס, אַ איבערראַשנדע נײַס! נאָר אײדער איך טרעט צו צו דעם, װעל איך מיר דערלױבן בײַ אײַך אַ פֿרעג צו טאָן אָט־װאָס (ער טרעט אָפּ אַ ביסל צוריק, פֿאַרלײגט די הענט אַהינטער און נעמט צו אַזאַ פּאָזע גלײַך װי ער װאָלט װעלן אָט באַלד אַרױסװאַרפֿן עפּעס אַ מין קונץ, זיך שטעלן מיטן קאָפּ אַראָפּ, אָדער זיך לאָזן גײן אױף די הענט): װאָס װאָלט געװען צום בײַשפּיל, װען איר װערט געװױר אָט דאָ אָ, אַז… אַז איך בין ניט איך?…

אַ געװיסן עפֿעקט האָבן שױן די דאָזיקע װערטער געהאַט. פֿאַרװוּנדערטע אױגן זענען אָנגעשטעלט געװאָרן אױף אים און גענומען באַטראַכטן דעם יונגען מענטשל, גלײַך װי מע װאָלט טאַקע װעלן זיך איבערצײַגן, אױב ער איז ער?…

― װאָס װילט איר אײגנטלעך דערמיט זאָגן? ― האָט אים אײנער אַ פֿרעג געגעבן, און דער באַשולדיקטער האָט גענומען רעדן נאָך מיט מער קוראַזש און נאָך מיט מער שטאָלץ:

― איך װיל דערמיט זאָגן אָט־װאָס: צום בײַשפּיל, װאָס װאָלט געװען, װען איר זאָלט אַ שטײגער געװױר װערן, דאָס הײסט, װען איך זאָל עס אײַך איבערצײַגן, אַז איר האָט ניט צו טאָן מיט אַ ייִדן, װעלכן איר באַשולדיקט אין דעם, אַז ער האָט גענומען אָנטײל אין הרגענען אַ קריסטלעך ייִנגל צוליב דעם ייִדישן ריטואַל־מינהג אױף פּסח, װעלכעס איז אַלײן פֿאַר זיך אַ אומזין, און אַז אין דער אמתן האָט איר פֿאַר זיך גאָר אַ קריסט, װאָס קומט־אַרױס פֿון… דװאָריאַנעסдворяне: אַדללײַט?…

אױסגעשאָסן די דאָזיקע װערטער אין אײן אָטעם מיט אײן קול, װאָס האָט זיך אים אַלײן אױסגעװיזן, אַז ס'איז אַ פֿרעמד קול, האָט דער באַשולדיקטער אָפּגעאָטעמט און אָפּגעװאַרט אַ ביסל. ער האָט געװאָלט זען, װאָס פֿאַר אַן אײַנדרוק זײַן דערקלערונג האָט דאָ געמאַכט… עס איז אָבער שװער צו זאָגן, װאָס פֿאַר אַן אײַנדרוק עס האָט געמאַכט. יעדנפֿאַלס ניט דאָס, װאָס ער האָט געמײנט, װאָרעם נאָך אַ קורצער פּױזע, נאָכדעם װי מע האָט זיך איבערגעקוקט צװישן זיך, האָט מען אים דערקלערט, אַז װאָס עס װאָלט געװען אין אַזאַ פֿאַל איז שװער צו זאָגן, און אַז ס'איז איבערהױפּט ניט אינטערעסאַנט װעגן אַזעלכע זײַטיקע זאַכן דאָ צו פֿילאָזאָפֿירן. נישט דערױף האָט מען אים אַהער געבראַכט און נישט צוליב דעם זענען זײ דאָ… אַ סך בעטער װאָלט געװען, װען ער זאָל צוטרעטן גלײַך צו דער זאַך, אָן קונצן, אָן חכמות און אָן דרײדלעך, און זאָגן דאָס, װאָס ער האָט צו זאָגן.

דער באַשולדיקטער האָט זיך אַ ביסל װי פֿאַרשעמט. „זײ האָבן אפֿשר רעכט ― האָט ער זיך אַ טראַכט געגעבן ― צו װאָס הקדמות! בעסער גלײַך צו דער זאַך“… אין אַ מינוט פֿליט אים דורך אַן אַנדער מחשבֿה: „אפֿשר זיך אָפּהאַלטן?… איצט איז נאָך דאָ צײַט צו באַטראַכטן זיך… איצט קאָנסטו נאָך כאַפּן צוריק, גרישאַ!… ניט שײן פֿאַר זיך אַלײן, אַזױ פֿיל געליטן, אַזױ פֿיל אױסגעשטאַנען און שױן כּמעט גאָר בײַם סוף נישט אױסגעהאַלטן און אונטערגעגעבן זיך?!…“ נאָר װי אױף צו להכעיס שײַנט אַרײַן די זון פֿון דרױסן מיט אירע גין־גאָלדענע שטראַלן, װאָס דראַפּען זיך שטיפֿעריש אױף די װענט אַרױף און אױף דער סטעליע און פֿון דאָרטן צוריק אַראָפּ און שפּילן זיך מיט די ערנסטע יום־טובֿדיקע פּנימער פֿון די אױסגעפּוצטע לײַט און פֿון צײַט צו צײַט רײַסט זיך אַרײַן דורך די האַלב אױפֿגעמאַכטע פֿענצטער דער גאַנצער אינדרױסנדיקער טומל מיטן הו־האַ, און עס דערהערט זיך אַ װײַטער קלאַפּן פֿון אײַזערנע רעדער איבער די שטײנעריקע גאַסן פֿון דער גרױסער לעבעדיקער שטאָט, און אַלעס שרײַט אַז עס לעבט, און אַלעס רופֿט, רופֿט צום לעבן אַהין, אין דרױסן אַרױס, אַהין ― אַהין, אױף דער ליבער גוטער פֿרײַהײט ― נײן, ער קאָן שױן מער ניט געװעלטיקן איבער זיך! ער טרעט צו אַ פּאָר שריט נענטער צום טיש, פֿאַרלײגט בײדע הענט אין די קעשענעס און רופֿט זיך אָן שטיל, נאָר מיט אַ זיכערן טאָן, מיט אַ טאָן פֿון אַן אמתן תּקיף:

― איר צװינגט מיך, איך זאָל אײַך זאָגן גלײַך, אָן אַ שום הקדמות, נו פֿאָלג איך אײַך און זאָג אײַך גלײַך, אַז איר לעבט אין טעות: איר מײנט אױף מיר, אַז איך בין אַ ייִד און אַז איך הײס ראַבינאָװיטש, צום סוף מוז איך אײַך עפֿענען די אױגן און זאָגן דעם גאַנצן אמת, אַז איר זעט פֿאַר זיך אַ קריסט און אַ דװאָריאַנין, אַ דװאָריאַנין שבדװאָריאַנין, װאָס זײַן פֿאָטער איז אַ געװעזענער גובערנסקי פּרעדװאָדיטעל דװאָריאַנסטװאַгубернский предводитель дворянства: פּראָװינץ־מאַרשאַל פֿון די אַדללײַט און אַז ער האָט אײן פֿעטער אַ זעמסקי נאַטשאַלניק און דעם אָנרעדן פֿעטער אַ גובערנאַטאָר…

― און אַלײן זענט איר דער פּרינץ פֿון פּאָרטוגאַליען?… רײַסט אים איבער דער עלטערער פֿון די אױסהערער, און די איבעריקע שיסן אױס אַ געלעכטער.

אױף אַזאַ פֿינאַל האָט ער זיך גאָרנישט געריכט. אַלצדינג האָט ער געקאָנט װאַרטן, נאָר ניט אַזאַ סוף, אַז מע זאָל אים גאָר אױסלאַכן! האַלט מען אים הײסט דאָס אַ פּנים פֿאַר אַ לץ אָדער װאָס?…

דאָס איז געװען פֿאַר אים אַזױ אומגעריכט, אַז ער האָט נישט געהאַט קײן װערטער, און ער האָט גענומען קוקן אױף זײַנע אױסהערער מיט פֿאַרװוּנדערטע אױגן, גלײַך װי ער װאָלט װעלן פֿרעגן בײַ זײ: „צי איך בין משוגע, צי איר מאַכט מיך משוגע?“ יענע האָבן גיך אױפֿגעהערט צו לאַכן. אַ פּנים, זײ האָבן דערזען װי דער באַשולדיקטער האָט זיך איבערגעביטן אין פּנים.

― מיר האָבן אײַך פֿאַרשטאַנען, ראַבינאָװיטש ― זאָגט צו אים אײנער און װאַרפֿט אױף אים אַ טיפֿזיניקן בליק ― מיר האָבן אײַך זײער גוט פֿאַרשטאַנען, װאָס איר מײנט דערמיט… נאָר מיר דאַרפֿן אײַך זאָגן אױף צופֿריִער, אַז דאָס װעט נישט גײן… איר האָט אױסגעקליבן אַ שלעכט מיטל, צוגעטראַכט נישט קײן גוטן אַנעקדאָט…

― ס'איז אַ ייִדישער אַנעקדאָט ― גיט צו אַ צװײטער און ציט אױס און באַטאָנט דאָס װאָרט אַ „ייִדישער“.

― ניט גוט ― מוסרט אים אַ דריטער און דװקא מיט אַ פֿרײַנדלעכן טאָן ― נישט גוט און נישט קלוג… מיר האָבן אײַך, ראַבינאָװיטש, געהאַלטן פֿאַר אַ סך קליגער…

ראַבינאָװיטש האָט זײ אױסגעהערט יעדן באַזונדער, געשטאַנען איבערראַשט, פֿאַרטומלט און װי אױסגעפּאַטשט. ער טראַכט זיך אײַן אין דעם, װאָס מע האָט אים דאָ געזאָגט; ער טראַכט זיך אײַן אין די װערטער: „אַ ייִדישער אַנעקדאָט“… „װאָס איז זײ געפֿעלן, אַז ס'איז אַן אַנעקדאָט און נאָך אַ ייִדישער דערצו?“… און עס כאַפּט אים אָן אַ חשק צו לאַכן, נאָר ער האַלט זיך אײַן און פּרוּװט זיך נאָכאַמאָל איבערחזרן דאָס אײגענע, אַז דאָס איז נישט קײן „אַנעקדאָט“, כאָטש עס קאָן זײַן עס זעט אױס װי אַן אַנעקדאָט!… װאָס װעט אָבער זײַן, אַז ער װעט זײ איבערצײַגן, אַז ס'איז אמת דאָס, װאָס ער זאָגט? װאָס װעט זײַן אַז ער װעט זײ געבן אַ מעגלעכקײט זײ אַלײן זאָלן זיך איבערצײַגן דורך אַ דעפּעש, מער ניט אַז אײן דעפּעש צו זײַן פֿאָטער, װעלכער איז ― ער פֿאַרזיכערט זי נאָכאַמאָל ― אַ קריסט און אַ סטאָלבאָװאָי דװאָריאַניןстолбовой дворянин: דינאַסטישער אַדלמאַן מיט אַ נאָמען, אַ געװעזענער גובערנסקי פּרעזװאָדיטעלпредводитель: אָנפֿירער דװאָריאַנסטװאַ, בײַ װעלכן אײן ברודער איז אַ,.. ―איז אַ גובערנאַטאָר, דער אַנדערער אַ מיניסטער? גענוג, דאָס האָבן מיר שױן געהערט ― רײַסט מען אים איבער און מע קלינגט אָן און מע גיט אַרױס אַ באַפֿעל, מע זאָל דעם באַשולדיקטן אױף אַ װײַלע אָפּפֿירן אין אַ זײַטיק חדרל אַרײַן, ביז מע װעט זיך דאָ מישבֿ זײַן, װעט מען אים אַרײַנרופֿן נאָכאַמאָל.

דאָס פֿינף־און־נײַנציקסטע קאַפּיטל
די עקספּערטיזע

שפּעטער, אַז מע האָט דעם באַשולדיקטן װידער אַרײַנגעפֿירט אין דעם אײגענעם קאַבינעט װאָס פֿריִער, האָט ער שױן דאָרט נישט געטראָפֿן קײנעם פֿון די פֿריִעריקע פּאַרשױנען. דאָרט איז געזעסן אָנגעלענט אױפֿן עלנבױגן בײַם פֿענצטער און געקוקט אין דרױסן אַרױס מיט פֿאַרזאָרגטע אױגן גאָר אַ נײַער פּאַרשױן, װאָס ער זעט אים דעם ערשטן מאָל.

דאָס אין געװען אַ פֿאַרשױן אַ באַיאָרטער און אַ בכּבֿודער, אָנגעטאָן ציװיל, באַלעבאַטיש, אָן אַ שום פּרעטענזיעס, און אַלײן האָט ער אױך אױסגעזען פּראָסט, אָן פּרעטענזיעס. דאָס אײנציקע, װאָס האָט זיך געװאָרפֿן אין די אױגן, איז דער אומגעהױער הױכער ברײטער שטערן און דער מעלאַנכאָלישער קוק פֿון זײַנע גרױסע פֿאַרזאָרגטע אױגן.

װי באַלד נאָר מען האָט אַרײַנגעפֿירט דעם באַשולדיקטן, אַזױ האָט דער דאָזיקער באַיאָרטער בכּבֿודער פּאַרשױן זיך אױפֿגעהױבן פֿון זײַן אָרט, געגאַנגען אים אַקעגן און אױסגעשטרעקט אים אַ גרױסע װאַרעמע האַנט; דעם שומר האָט ער אַ װוּנק געגעבן, ער זאָל אַװעק, און דעם יונגען אַרעסטאַנט האָט ער געבעטן זיצן און אַלײן אױך זיך אַװעקגעזעצט אַקעגן אים און מיט אַ גרינגן זיפֿץ און מיט אַ װײנענדיק קול, גלײַך װי ער װאָלט זיך װעלן באַקלאָגן, אַז עס טוט אים עפּעס װײ, האָט ער פּאַװאָלינקע זיך אָנגערופֿן צו אים:

― אײַער נאָמען איז ראַבינאָװיטש? עס קומט װאַרשײַנלעך פֿון דעם װאָרט „ראַבין“ און עס זאָגט עדות, אַז אײַערע עלטערן שטאַמען אָפּ פֿון רבנים… אַ גאַנצע גענעראַציע פֿון רבנים, געלערנטע…

דאָס אַלץ װערט אַרױסגערעדט פּערלדיק זיס און שטיל און לאַנגזאַם און רויִק, און גלײַך װי ער װאָלט גערעדט מיט זיך אַלײן. רעדנדיק, לאָזט ער פֿונעם יונגנמאַן קײן אױג נישט אַראָפּ, אַרײַנדרינגענדיק מיטן קוק צו אים טיף אין האַרצן, אין דער נשמה אַרײַן.

„װער איז דער פֿאַרשױן! ― טראַכט זיך ראַבינאָװיטש און קוקט זיך אײַן אין אים און הערט זיך צו װי ער רעדט אַזױ פּערלדיק זיס און שטיל, אַריבערגײנדיק פֿון אײן ענין אױפֿן אָנרעדן אָן אַ שום שװעריקײט, אַזױ, אַז װאָס װײַטער־װײַטער װערט דער געשפּרעך אַלץ מער און מער אינטערעסאַנט.

װי אַ מענטש, װאָס גײט איבערן אײַז, װען דער טײַך האַלט בײַ עפֿענען זיך, טאַפּט אָן יעדן שריט, אײדער ער שטעלט נאָך אַװעק דעם פֿוס, אַזױ האָט דער דאָזיקער פּאַרשױן גוט געטאַפּט, װאָס קאָן דעם יונגען מענטשן מער פֿון אַלעס פֿאַראינטערעסירן. ער האָט דעריבער באַרירט אין זײַן געשפּרעך מיט אים אַלערלײ זאַכן און פֿראַגן ביז ער איז אַריבער מיט אים אױף אַזאַ פּונקט, װאָס האָט מער פֿון אַלעס אָנגערירט דעם באַשולדיקטן.

דאָס איז געװען אַלץ יענע פֿאַרשאָלטענע „ריטואַל־פּראַגע“, װאָס אַלע מאָל, װען דער אומשולדיקער באַשולדיקטער האָט זיך אומגעקערט צו איר, האָט אין אים געקאָכט אַ פֿײַער. עס האָט אים פֿאַרדראָסן, למאַי מענטשן גלױבן נאָך, אַז ס'איז דאָ בײַ ייִדן אַזאַ זאַך, און צו גלײַכער צײַט האָט אים פֿאַרדראָסן, װאָס ער אַלײן איז געװען נישט װײַט פֿון צו גלױבן אין דעם… „אָט דער מענטש איז אַ פּנים געשיקט געװאָרן בײַ מיר אױסצושמעקן װעגן דער דאָזיקער שרעקלעכער מיאוסער לעגענדע“ ― אַזױ האָט ער זיך אַ טראַכט געגעבן און געגעבן זיך דאָס װאָרט מיט אים דעריבער קײן װאָרט צו רעדן. עס איז אים שױן פּשוט נימאס־ומיאוס געװאָרן. ,װידער אַמאָל ריטואַל און אָבער אַמאָל ריטואַל!…“ יענער אָבער האָט געשמועסט װעגן דעם אַזױ ערנסט און אַזױ איבערצײַגט, אַז ער האָט נישט געקאָנט שױן מער באַהערשן זיך און האָט אױסגעשאָסן אַ ביסל װי אַן עזות־פּנים, אַז ער פֿאַרשטײט נישט, װי אַזױ קאָן אַן ערנסטער מענטש און אַן אינטעליגענטער מענטש רעדן פֿון אַזאַ זאַך אין אַן ערנסטן טאָן? ― איך פֿאַרשטײ נישט ― האָט ער אױסגעלאָזט מיט פֿײַער ― װי שעמט מען זיך נישט אַרױסצושלעפּן פֿון די אַלטע אַרכיװן אַ באַשולדיקונג, װאָס ליגן שױן אױף איר אָנגעװאַקסן שטױב גאַנצע בערג פֿון הונדערטער יאָרן, און מאַכן פֿון דעם איצט אַ גאַנצע טראַגעדיע?

ראַבינאָװיטש־פּאָפּאָװ האָט שױן לאַנג נישט געהאַט אַזאַ גוט געלעגנהײט אַ ביסל דורכלופֿטערן די שפּראַך, און ער האָט זיך עס אַ ביסל צעלאָזט!

הער באַיאָרטער פּאַרשױן מיטן הױכן שטערן האָט אים גאַנץ גוט אױסגעהערט און קונציק אָפּגעשװיגן, געקוקט אים טיף־טיף אין די אױגן אַרײַן, כּלומרשט צוגעשאָקלט מיטן קאָפּ און נאָר פֿון צײַט צו צײַט אַרײַנגעשטעלט אַ װאָרט. און אַז ראַבינאָװיטש האָט אױפֿגעהערט צו פֿײַערן, האָט ער זיך אָנגערופֿן, ― און גערעדט האָט ער אַזױ שײן, אַזױ בנעימותדיק, און נישט געכאַפּט, און שטיל פּערלדיק און װײנענדיק זיס: ― איר זענט פֿולשטענדיק גערעכט, יונגערמאַן, פֿולשטענדיק… עס איז באמת אַ נאַרישקײט און באמת מע דאַרף דערצו זײַן אַן אמתער פּראָפֿאַן, אַ גרױסער עם־האַרץ, אַז מע זאָל באַשולדיקן אַ גאַנצע אומה, אַ גאַנץ פֿאָלק מיט אַן אַלטער קולטור אין אַזאַ װילדן, באַרבאַרישן מינהג, װאָס איז געבליבן בײַ אײַך אַ זכר פֿון פֿאַרצײַטן… נאָר פֿון דער אַנדערער זײַט, אָפּלײקענען גאָר אינגאַנצן און זאָגן, אַז עס איז נישטאָ בײַ אײַך אין ערגעץ אַזאַ סעקטע, װעלכע…

די װערטער „בײַ אײַך“ צװינגען דעם באַשולדיקטן, ער זאָל אַראָפּלאָזן די אױגן און ער ענטפֿערט אָפּ דעם דאָזיקן בכּבֿודיקן פּאַרשױן, שױן אַ ביסל אײַנגעהאַלטענער, שױן נישט מיט אַזאַ פֿײַער װי פֿריִער, אַז װען עס זאָל זײַן בײַ ייִדן אַזאַ סעקטע, װי װאָלטן זיך נישט פֿאַרװאַלגערט קײן סימנים ערגעץ אין זײער רײַכער ליטעראַטור?

דער באַיאָרטער פּאַרשױן הערט אױס דעם יונגען מענטשן, װאָס רעדט, דאַכט זיך, אַזױ לאָגיש און אַזױ שײן, באַװײַזט נישט אַרױס קײן שום סימנים פֿון צו זײַן נישט נאָרמאַל… מער נישט אײן זאַך איז אַ ביסל אַ װוּנדער: פֿאַר װאָס רעדט ער װעגן ייִדן אַלץ מיט לשון „זײ“? פֿאַר װאָס זאָגט ער נישט אונדזער ליטעראַטור, פֿאַר װאָס עפּעס זײער ליטעראַטור?… ער לאָזט עס איבער אױף אַ זײַט און רופֿט זיך אָן צום יונגען מאַן, אַז װאָס אָנבאַלאַנגט צו דער ליטעראַטור פֿון סעקטעס און סעקטאַנטן, איז דאָס נישט אַזאַ גרינגע זאַך, װי מע מײנט, נישט יעדערער קאָן זיך באַרימען, אַז ער איז אין איר קלאָר… ער אַלײן, צום בײַשפּיל, פֿאַרנעמט זיך מיט שטודירן די דאָזיקע ליטעראַטור שױן פֿון היפּשע עטלעכע יאָר און דאָך איז ער װײַט פֿון צו באַרימען זיך, אַז ער האָט זי אױסגעשעפּט ביזן דעק… און נישט נאָר די ליטעראַטור אַלײן שטודירט ער, נאָר איבער די סעקטאַנטן גופֿא מאַכט ער פֿאַרשידענע עקספּערימענטן; ער האָט שױן אױסגעשריבן איבער דעם נישט אײן ריז פּאַפּיר, גאַנצע ביכער אָפּגעדרוקט…

„װער איז אָט דער נפֿש? ― טראַכט זיך װידער ראַבינאָװיטש ― אַ גאַנץ אײַנגענעמער אַלטיטשקער כ'לעבן און זעט אױס אַ געבילדעטער מאַן צו זײַן, אַ געלערנטער… ער האָט שױן װעגן דעם גאַנצע ביכער אָפּגעדרוקט… עס װאָלט כּדאַי געװען צו לײענען די דאָזיקע ביכער, הערן זײַן מײנונג װעגן דער דאָזיקער אומגליקלעכער פֿראַגע… און אַגבֿ װאָלט ער אין אײן װעגס געװױר געװאָרן, װער איז דער דאָזיקער פּאַרשױן?… זעט אױס אַ פּראָפֿעסאָר צו זײַן… און אפֿשר אַ דאָקטאָר פֿון פּסיכיאַטריע?…

דער געדאַנק, אַז דאָס איז אַ פּראָפֿעסאָר, אַ פּסיכיאַטאָר, האָט זיך אַרײַנגעכאַפּט, באַזעצט בײַ אים אין קאָפּ גאַנץ פֿעסט און נישט געװאָלט אָפּטרעטן שױן אױף קײן מינוט: „נישט שױן־זשע אַ פּראָפֿעסאָר? נישט שױן־זשע אַ דאָקטאָר? װאָס־זשע טוט ער דאָ? װאָס באַדײַט דער דאָזיקער שמועס?… האַלט מען אים נישט, אַ שטײגער, אַז ער אין גערירט?…“

און ער הײבט אָן צו דערמאָנען זיך טריט בײַ טריט אָן דעם, װאָס ער האָט הײַנטיקן טאָג איבערגעטאָן, פֿון גאַנץ פֿרי אָן ביז אַצינד ― דאַכט זיך, אַלצדינג װי אַ קלאָרער מענטש?… און ער װאַרפֿט דורך בײַ זיך אין זכּרון אַלע װערטער, װאָס ער האָט דאָ הײַנט גערעדט ― דאַכט זיך, קײן קרומע זאַך, אױסער דעם, װאָס ער האָט זײ אָנגעהױבן אױפֿצודעקן דעם אמת װער ער איז און װאָס ער איז?… און ער הײבט אָן צו קוקן שױן נישט מיט נײַגעריקײט, נאָר מיט שרעק אױף דעם דאָזיקן פּאַרשױן: אַ פּראָפֿעסאָר… אַ דאָקטאָר… אַ פּסיכיאַטאָר“! הײסט דאָך עס, אַ פּנים, אַז מע האַלט אים פֿאַר אַ קראַנקן! פֿאַר אַ גײַסטיק־קראַנקן?… פֿון װען אָן? נישט שױן־זשע האָט דאָס אָנגעאַרבעט זײַן נײַער פּלאַן? נישט שױן־זשע האָט מען זײַן װעלן מודה זײַן זיך װער ער איז אױסגעטײַטשט פֿאַר אַן אײַנבילדונג און אים האָט מען אָנגענומען פֿאַר אַ מאַניאַק?… קומט דאָך אױס, אַז אומזיסט איז געװען זײַן מי, אומזיסט געװאָלט אַראָפּרײַסן פֿון זיך די מאַסקע פֿאַר דער צײַט…

― האָט קײן פֿאַראיבל נישט, װאָס איך װעל אײַך פֿרעגן ― װענדט ער זיך צום אַלטן, װאָס שטעלט אַװעק אױף אים די פֿאַרזאָרגטע אױגן:

― פֿרעגט.

― איר זעגט אַ דאָקטאָר?

― אַ דאָקטאָר.

― פֿון פּסיכיאַטריע?

― פֿון פּסיכיאַטריע.

― געפֿינט איר נישט, אַז איך בין… נישט בײַ אַלע געדאַנקען?

― בשום אופֿן נישט…

„ער װיל מיר נישט אױסזאָגן דעם אמת“ ― טראַכט ער זיך און קוקט דעם דאָקטאָר אין די אױגן אַרײַן און דער דאָקטאָר קוקט אים אין די אױגן אַרײַן. ער װיל אים נאָך עפּעס פֿרעגן, נאָר יענער שטײט אױף, ציט אים אױס נאָכאַמאָל זײַן גרױסע װאַרעמע האַנט:

― מיר װעלן זיך נאָך זען, קאָן זײַן…

די זון האָט שױן געהאַלטן בײַם געזעגענען זיך מיטן זומערדיקן טאָג, באַגיסנדיק מיט פֿײַערן די גאָלדענע שפּיצן פֿון די קלױסטערס, בעת מע האָט מיטן זעלבן קאָנװאָי און מיט די זעלבע בלױזע שװערדן געפֿירט דעם פֿאַרברעכער צוריק אין זײַן רו אַרײַן. מע האָט נישט געזען אין זײַן פּנים, אַז ער זאָל זײַן שטאַרק אַראָפּגעפֿאַלן בײַ זיך. דעם קאָפּ האָט ער נאָך אַלץ געהאַלטן גלײַך אַרױף, געגאַנגען איז ער נאָך אַלץ מיט פֿעסטע טריט. מער נישט, װאָס פֿונעם אַ ביסל מער געקנײַטשטן שטערן האָט מען געקאָנט זען, אַז ער איז פֿאַרטיפֿט אין געדאַנקען. פֿון װאָס טראַכט ער אַצינד? פֿונעם אמת, װאָס מוז סוף־כּל־סוף אַרױפֿשװימען װי בױמל אױפֿן װאַסער? פֿונעם ביטערן כּוס, װאָס אים איז באַשערט אױסצוטרינקען ביזן דעק; פֿון דער מפּלה, װאָס ער האָט הײַנט געהאַט? טוט עס אים באַנג, װאָס עס איז אים נישט געראָטן צו באַפֿרײַען זיך פֿון געפֿענקעניש? אָדער פֿאַרקערט, עס טוט אים הנאה, װאָס עס האָט זיך אַזױ געמאַכט, אַז ער זאָל מוזן אױסהאַלטן ייִדישקײט ביזן סוף?…

. . . . . . . . . . . . . . . . . . . .

צום היפּשן פּאַק פּאַפּירן, װאָס האָט זיך אָנגעזאַמלט פֿאַר דער גאַנצער צײַט װעגן דעם געהרגעטן װאָלאָדי שטשיגרינסקי, איז צוגעקומען נאָך אַ ביסל פּאַפּירן, אַן עקספּערטיזע פֿון אַ באַרימטן פּראָפֿעסאָר און אַ פּסיכיאַטאָר. אין דער דאָזיקער עקספּערטיזע, אױף װעלכער דער פּראָפֿעסאָר דער פּסיכיאַטאָר האָט זיך נישט געפֿױלט, צוליב די אינטערעסן פֿון װיסנשאַפֿט און גערעכטיקײט, אָפּצוזיצן אַ נאַכט און אָנשרײַבן כּמעט אַ גאַנצן טראַקטאַט, איז אַרױסגעזאָגט געװאָרן זײער אַ טיפֿער און נײַער געדאַנק איבער דער פּסיכאָלאָגיע פֿון אַלערלײ סעקטאַנטן: „אין דער צײַט, װען בײַ אַלע אַנדערע, צום בײַשפּיל, קריסטלעכע סעקטאַנטן, קאָן מען באַמערקן סימנים פֿון משוגעת, זענען די פֿאַנאַטישע ייִדישע סעקטאַנטן װאָס באַנוצן קריסטלעך בלוט, צום מײנסטן נאָרמאַל אַנטװיקלטע מענטשן מיט אַ געזונטן פֿאַרשטאַנד און מיט אַ שטאַרקן װילן“… נאָכדעם, װי דער פּראָפֿעסאָר דער פּסיכיאַטאָר ברענגט אַ גאַנצע רײ פֿון ציטאַטן פֿון די גרעסטע געלערנטע װי לאָמבראָזאָ, קראַפֿט־עבינג, װוּנד, שאַרקאָ און אַנדערע, פֿירט ער אונטער אַ סך־הכּל צו זײַן עקספּערטיזע און זאָגט אַרױס די אונטערשטע שורה, אַז נאָך זײַן לאַנגן און פֿילזײַטיקן געשפּרעך מיטן באַשולדיקטן און נאָך אַלע סימנים פֿון זײַן עכט־ייִדישער פֿיזיאָנאָמיע, פֿונעם שאַרבן פֿון זײַן סעמיטישן קאָפּ און פֿון זײַן אַרט רעאַגירן און רעדן, איז ער געקומען צו דער טיפֿסטער איבערצײַגונג, אַז דער פֿאַרברעכער איז געזונט און שטאַרק גײַסטיק אַזױ װי פֿיזיש, און אַז זײַן פּרוּװן װעלן אײַנרײדן, אַז ער איז נישט קײן ייִד, נאָר אַ קריסט און אַ דװאָריאַנין און קומט אַרױס פֿון גרױסע לײַט, באַדאַרף באַטראַכט װערן בשום אופֿן נישט װי אַ קרענק, װאָס װערט אָנגערופֿן „מאַניאַ גראַנדיאָזאַ“, נאָר װי אַ גאַנץ אײנפֿאַכע „סימולאַציע“ פֿון אַ פֿאַרברעכער, װאָס װיל מע זאָל מײנען, אַז ער איז גערירט…

„מיט אַזעלכע פֿאַרברעכער ― לאָזט אױס דער פּראָפֿעסאָר דער פּסיכיאַטאָר זײַן שטרענגע עקספּערטיזע ― באַדאַרף מען זײַן זײער פֿאָרזיכטיק…“

דאָס זעקס־און־נײַנציקסטע קאַפּיטל
בעטי פֿאָרט אױף אַ דאַטשע

אַז די סכּנה איז אַריבער און בעטי האָט אָנגעהױבן קומען צו זיך, װערן פֿון טאָג צו טאָג אַלץ בעסער און בעסער, איז געבליבן בהסכּם פֿון די דאָקטױרים, אַז מע באַדאַרף די קראַנקע אױסשרײַבן פֿון שפּיטאָל און אַריבערפֿירן נישט אַהײם, װוּ יעדע זאַך קאָן זי אױפֿרעגן און נאָכאַמאָל קראַנק מאַכן, נאָר באַזעצן זי אַ ביסל װײַטער פֿון דער הײם, אױף דער פֿרישער לופֿט, אין אַ דאָרף, אין אַ װאַלד, מיט אײנעם װאָרט ― זי באַדאַרף האָבן אַ דאַטשע.

דערהערט דאָס װאָרט אַ „דאַטשע“, האָט זיך שׂרה שאַפּיראָ פֿאַרטראַכט: ס'איז זײ גרינג צו זאָגן אַ דאַטשע. ערשטנס, װער איז דאָס אימשטאַנד? און צװײטנס, לאָמיר שױן זאָגן, אַז מיט געלט װאָלט מען זיך שױן װי עס איז אַן עצה געגעבן ― ס'איז נאָך נישט געבױרן יענער ייִד אױף דער װעלט, װאָס זאָל ניט קריגן קײן געלט אױף צו קורירן זיך ― איז אָבער דאָ אַן אַנדער צרה. פּראַװאָזשיטעלסטװאָ! ניט אַ יעדער ייִד קאָן קרענקען אױסער דער טשערטאַ: מע דאַרף האָבן דערצו זכות־אָבֿות. בײַ זײ הײסט עס אַ פּריװילעגיע: אָדער אַ געענדיקטער דאַרף מען זײַן אָדער אַ פּערװע גילדיעпервая гильдия: סוחר פֿון ערשטן צעך. אָט אַ שטײגער איר שװאָגער שלמה פֿאַמיליאַנט ― ער מעג, װאָרעם ער האָט געלט, װיל ער אָבער ניט קרענקען. קרענקען באַדאַרף דער, װאָס האָט ניט, דערױף אין דאָ אַ גאָט, װאָס ער פֿירט זײַן װעלט מיט חסד. ער װײס מסתּמא װאָס ער טוט. װער'ט אים גײן זאָגן דעות?…

די דאָזיקע געדאַנקען האָט שׂרה געהאַלטן ניט נאָר בײַ זיך אין האַרצן; זי האָט זײ אַרױסגעזאָגט גאַנץ אָפֿן סײַ פֿאַרן דאָקטאָר, ― אַ הײמישער מענטש, מיט אים מעג מען רעדן װאָס מען װיל ― סײַ פֿאַר איר מאַן ― מיט אים מעג מען דאָך אַװדאי רעדן… רעדן? פֿאַרװאָס ניט זאָגן מיטן האַרבן װאָרט, ער זאָל טאַקע זען זיך דורכגײן צו דער רײַכער שװעסטער און מיט איר אַ שמועס געבן אַזױ און אַזױ, מע דאַרף ראַטעװען אַ קינד, דערהאַלטן בײַם לעבן. װאָס איז? זי איז קלײן? װוּ שטײט דאָס געשריבן, אַז זײַן שװעסטערס טעכטער באַדאַרפֿן זיך באָדן אין פּוטער און אין האָניק, און אַז איר טאָכטער איז אַזױ קראַנק און דאָקטױרים זאָגן, אַז זי באַדאַרף האָבן „װאָזדוךвоздух: פֿרישע לופֿט“, װי מע באַדאַרף לעבן…

― װאָס־זשע װילסטו? ― זאָל איך װערן אַ בעטלער בײַ מײַן שװעסטער? ― צעבײזערט זיך אױף איר דוד, נאָר עס העלפֿט אים ניט קײן בײזער. שׂרה שרעקט זיך גיט איבער. װי באַלד עס גײט אינעם לעבן און אינעם געזונט פֿון איר בעטין מעג שױן איר מאַן בײזערן זיך װיפֿל ער װיל; ער װעט זיך איבערבײזערן און זי װעט אים דערמאָנען נאָכאַמאָל און נאָכאַמאָל, אַזױ לאַנג ביז ער װעט אַ שפּײַ טאָן און אַװעקגײן צו דער שװעסטער און פּועלן בײַ איר, אַז זי אַלײן זאָל קומען צו גײן און בעטן זיך, אױסשלאָגן אַ קניה ערד, אַז בעטי זאָל אַריבערפֿאָרן צו איר אױף דער דאַטשע.

און כּך־הװה. אײן מאָל בײַטאָג ― בעטי איז געלעגן אױף איר בעטל אין שפּיטאָל און געדרימלט, די מוטער איז געזעסן בײַ דער זײַט מיט אַן אַרבעט אין דער האַנט, האָט זיך געעפֿנט די טיר און עס האָט זיך באַװיזן טױבע פֿאַמיליאַנטס פּאַרוק מיט די בריליאַנטענע אױערינגלעך. האָט זיך שׂרה שאַפּיראָ אױפֿגעכאַפּט מיט אַ װינק צו דער שװעגערין, אַז די טאָכטער שלאָפֿט און איז אַרױס צו איר אין קאָרידאָר און דאָרט האָט זיך פֿאַרבונדען צװישן בײדע שװעגערינס אַזאַ מין שמועס:

― װײסט איר, שׂרהל קרױן, װאָס איך בין געקומען צו פֿאָרן צו אײַך אין שפּיטאָל אַרײַן?

שׂרה מאַכט אַ תּמעװאַטע פּנים: „פֿון װאַנען זאָל זי װיסן? ― װאָס איז זי אַ נבֿיאטע?…“

― איך בין געקומען צו אײַך אין שפּיטאָל אַרײַן אָט צוליב װאָס: דוד האָט מיר איבערגעגעבן, אַז די דאָקטױרים זאָגן למען־השם, אַז אײַער טאָכטער באַדאַרף האָבן אַ דאַטשע, האָב איך אַ שמועס געגעבן מיט מײַן שלמהן, זאָגט מײַן שלמה, װאָס איז דאָ שײך צו רעדן? אם־ירצה־השם, אַז אײַער בעטי װעט זיך נאָר שטעלן אױף די פֿיס און דער אױבערשטער װעט העלפֿן זי װעט זיך אױסשרײַבן פֿון שפּיטאָל, אַזױ שיקט ער בלי־נדר מיטװאָך דעם פֿאַעטאָן און מע נעמט זי אַריבער צו אונדז אױף דער דאַטשע.

שׂרהס האַרץ װאַקסט װי אױף הײװן, נאָר זי מאַכט זיך נאָך אַלץ תּמעװאַטע.

― װאָס רעדט איר, טױבעניו? בעטי זאָל געזונט זײַן באַדאַרף האָבן אַ באַזונדער חדר… מע באַדאַרף אױף איר געבן אַכטונג… כ'לעבן, ס'איז אַ טירחה מיט אַ קלאָפּאָט…

― איר רעדט עפּעס אַזעלכע װערטער, שׂרהניו, גאָט זאָל מיך ניט שטראָפֿן פֿאַר די רײד! נאַ דיר גאָר טירחה! נאַט אײַך גאָר קלאָפּאָט! קײן שום טירחה מיט קײן שום קלאָפּאָט, אַפֿילו ניט אױף אָט אַזױ פֿיל!… און װאָס איר זאָגט אַ חדר אַ באַזונדערן, איז מיר אַ חידוש אױף אײַך, איר װײסט גאַנץ גוט, אַז בײַ מיר איז דאָ קײן עין־הרע חדרים גענוג. פֿון דעם זאָלט איר גאָר קײן דאגה נישט האָבן. הלװאַי דער אױבערשטער זאָל װעלן זי זאָל נאָר קאָנען שױן אַריבערפֿאָרן אין אַ גוטער שעה, און אַפֿילו הײַנטיקן טאָג.

שׂרה ברעקלט זיך נאָך:

― איר האָט פֿאַרגעסן, טױבעניו נשמהניו, אַז ס'איז נאָך דאָ אַ צרה ― פּראַװאָזשיטעלסטװאָ.

― זעט איר, דאָס איז שױן, זאָלט איר מיר מוחל זײַן, גאָר אַ נאַרישקײט פֿון אײַך, איר װײסט גאַנץ גוט, אַז מײַן שלמה זאָגט, װײס ער װאָס ער זאָגט, און אַז ער הײסט זי זאָל קומען, האָט ער שױן מסתּמא װעגן דעם אױך געטראַכט… מײַן שלמה איז דאָך עפּעס נישט קײן ייִנגעלע, גאָט מײַן גאָט!…

שׂרה איז אַזױ גערירט, אַז זי הײבט אָן צו רעדן מיט דער שװעגערין מער אָפֿענע דיבורים:

― איר זענט אפֿשר זײער גערעכט, טױבעניו האַרצעניו, נאָר פֿאַר אײַך מעג מען רעדן טאַקע װי פֿאַר אַן אײגענע שװעסטער. ס'זאָל זײַן, הערט איר, נאָר אין מיר אַלײן געװענדט, װאָלט שױן נישט געװען קײן שום מניעה. עס איז דאָך בײַ מיר, איר פֿאַרשטײט אַלײן, אַזאַ טובֿה, װאָס אײביק און אײביק װעל איך עס אײַך ניט פֿאַרגעסן: איר קענט דאָך אָבער מײַן בעטין, זי זאָל מיר נאָר זײַן מיט יאָרן ― װאָס זאָל מען לײקענען, פֿינצטער איז מיר ― אַ קאַפּריזנע, אױ אַ קאַפּריזנע מײדל! זי קאָן פּלוצעם זיך אײַנשפּאַרן, נײן און נײן ― גײט טוט איר עפּעס! ובפֿרט נאָך איצט…

דער רײַכער שװעגערין פֿאַרדריסט עס שױן אַ ביסל: „מע װיל טאָן אַן אָרעמער קרובֿה אַ טובֿה, פּערעבענדעװעט זי נאָך“… זי מאַכט אַ פֿרום פּנים:

― אַי, שׂרהל קרױן, גאָט ברוך־הוא זאָל מיך ניט שטראָפֿן, איך װיל חלילה אײַך ניט זאַלצען אױף די װוּנדן, איר האָט נעבעך אַ שװער האַרץ, װאָס איז צו רעדן? נאָר איך מוז אײַך זאָגן דעם רײנעם אמת, טאַקע װי פֿאַר אַן אײגענער שװעסטער ― דער אױבערשטער איז אל־בוחן־לבֿבֿות, ער האָט ליב דעם אמת ― איר פֿירט נישט גוט דאָס רעדל כ'לעבן, איר פֿירט נישט גוט. אָט, דאַכט מיר, בין איך אױך אַ מאַמע ביז הונדערט צװאַנציק יאָר, איך האָב אױך קינדער זאָלן געזונט זײַן און טו אַלצדינג זײ זאָלן גײן אױפֿן דרך־הישר…

― װאָס גלײַכט איר, טױבעניו? ― בײַ מיר איז אַן אױג אין קאָפּ און בײַ אײַך איז קײן עין־הרע ― לאָזן זײ אײַך זײַן געזונט און שטאַרק…

די פֿרומע שװעגערין לאָזט זי אָבער ניט ענדיקן. זי װיל בעסער אַלײן רעדן, ס'איז בײַ איר נאָכן עסן, אױפֿגעלײגט אױפֿן האַרצן:

― ע! שׂרהל קרױן, איר זאָלט עס זאָגן? איר װײסט אַלײן גאַנץ גוט, װי שטײט דאָרטן אין די הײליקע ספֿרים, קינדער און מעשׂים־טובֿים איז אַ מתּנה פֿון גאָט; װאָס מער איז בעסער; און צװישן צען פֿינגער אַז ס'טוט װײ חלילה אײן פֿינגער, טוט ער װײ. גלױבט מיר גלײַך װי מע זאָל פֿאַרמאָגן מער ניט אַז אײן פֿינגער…

און לאַנג נאָך שמועסן זיך אױס אָט אַזױ צװישן זיך בײדע מאַמעס שטילערהײט אױף יענער זײַט טיר פֿון בעטיס חדרל, און אַז שׂרה קומט אַרײַן טוט זי בעטי אַ כאַפּ, זי זאָל איר זאָגן װעגן װאָס האָט זי זיך עס אַזױ לאַנג געשעפּטשעט מיט דער מומע טױבע?… שׂרה פּרוּװט זיך אױסדרײען, זאָגן אַ ליגן, נאָר עס העלפֿט ניט, זי מוז איר אױסזאָגן דעם אמת, מיט אַ שטיקל הקדמה פֿריִער, אַז װי באַלד גאָט פֿירט אַזױ, אַז זי האָט אַזאַ רײַכע מומע מיט אַזאַ גוטן פֿעטער, װאָס זיצן דעם גאַנצן זומער אױף אַ דאַטשע און פֿון פּראַװאָזשיטעלסטװאָ איז דאָרט גאָר קײן רעדע נישט, װאָרעם דער פֿעטער שלמה איז מיט דער דאָרטיקער פּאָליציע אױסגעבונדן…

און אַזױ װײַטער. שׂרה מײנט, אַז זי איז שױן באַלד פֿאַרטיק, לאָזט זיך אױס, אַז בעטי װיל ניט הערן אַפֿילו פֿון קײן רײַכע מומעס און פֿון קײן גוטע פֿעטערס און פֿון קײן דאַטשעס און פֿון פּאָליציע מיט פּראַװאָזשיטעלסטװעס…

― שאַ, איז נײן, נו לאָז זײַן נײן ― זאָגט שׂרה און װישט אָפּ די ליפּן ― דו מײנסט װאָס? איך האָב איר אַלײן אױך געזאָגט, דער מומע דײַנער, גאָט זאָל מיר אַזױ העלפֿן אַז ס'װעט ניט גײן… קינדעניו, מע װעט דיך דען חלילה נױטן, צי װאָס? שאַ! פֿאַרגעסן! װי דו זעסט מיך אַ לעבעדיקע ― פֿאַרגעסן!

ס'איז אָבער ניט אמת, װי קאָן זי, אַ מאַמע, פֿאַרגעסן אַזאַ זאַך, װאָס דאָקטױרים זאָגן, אַז איר טאָכטער באַדאַרף עס האָבן װי אין לעבן אַרײַן? „װאָזדוך“ ― זאָגן זײ ― פֿרײַע לופֿט באַדאַרף זי האָבן, אין אַ סאָסנאָװע װאַלד באַדאַרף זי זיך געפֿינען. נו, זאָל זי שװײַגן! און כאָטש דאָס האַרץ איז איר פֿאַרביטערט, װאָס איר טאָכטער האָט זיך פֿאַרקאַפּריזעט און װיל ניט הערן פֿון קײן דאַטשע, דאָך האָט זי זיך דיפּלאָמאַטיש אַ נעם געגעבן צום דאָקטאָר, צו זײער הײמישן דאָקטאָר, גענומען אײַנטענהן, אים געגעבן צו פֿאַרשטײן, װי װײַט נױטיק פֿאַר איר קינד איז „װאָזדוך“.

― װאָזדוך ― האָט אים שׂרה געגעבן צו פֿאַרשטײן מער מיט הענט ― װאָזדוך דאָס איז אַ זאַך, װאָס מע באַדאַרף האָבן דורכצולופֿטערן אינװײניק די געדערים, װי מע לופֿטערט דורך אָט אַ שטײגער חדרים דורך אַ קװאַטירל פֿון אַ פֿענצטער, אָדער װי למשל כּדומה…

― רבונו של עולם! ― כאַפּט זיך אָן דער דאָקטאָר בײַם נאַקעטן קאָפּ ― װאָס איז דאָס פֿאַר אַ מין ייִדענע? מיר װילט איר דערצײלן װאָס „װאָזדוך“ איז און װאָס אײַער טאָכטער באַדאַרף האָבן? מיר דאַכט, אַז דאָס האָב איך אײַך געזאָגט שױן טױזנט מאָל, אַז אײַער טאָכטער באַדאַרף אַ דאַטשע, װי מע באַדאַרף לעבן…

― מיר האָט איר געזאָגט? װאָס קומט אַרױס, װאָס איר האָט דאָס געזאָגט מיר? בײַ מיר האָט איר שױן לאַנג געפּועלט. איר זעט פּועלט עס בײַ איר, בײַ מײַן טאָכטער, דעמאָלט װעט איר אײַך מעגן באַרימען…

דער דאָקטאָר ענטפֿערט דערױף גאָרנישט. ער צענעמט נאָר מיט די הענט און סוף־כּל־סוף מוז ער איר געבן דאָס װאָרט, אַז ער װעט טאָן װאָס ער קאָן, ער װעט רעדן מיט דער טאָכטער, ער װעט איר געבן צו פֿאַרשטײן, ער װעט איר אײַנרעדן, ער װעט איר…

― װאָס נאָך װילט איר פֿון מיר?

― איך פֿון אײַך? ― זאָגט שׂרה ― װאָס זאָל איך פֿון אײַך װעלן? איר האָט געשלאָסן מיט מיר אַ קאָנטראַקט, צי װאָס? האָסטו געזען אַ לשון פֿון אַ מענטשן: „װאָס איך װיל פֿון אים“?… נאַ דיר נאָך טאָמער איז קאַרג!

דער דאָקטאָר קוקט אױף איר מיט אײן אױג. אָט די ייִדענע דערלױבט זיך שױן צופֿיל. בײַ אַן אַנדער צײַט װאָלט זי געקאָנט כאַפּן פֿון אים אַ רעכטן פּסק. זי װאָלט זיך פֿון אים נישט גענאַרט, נאָר איצט ― איצט איז ער אױף גרױסע צרות. ער װײס נאָך אַלײן ניט אַקוראַט װאָס מיט אים טוט זיך, נאָר עס דאַכט זיך אים, אַז ער קלײַבט זיך װערן אױס אַלטער בחור. שױן צײַט חתונה האָבן. און דװקא מיט אָט דער ייִדענעס טאָכטער… אַן אומגליק ― זינט דאָס מײדל איז קראַנק געװאָרן און ער קורירט זי, פֿילט ער פֿון טאָג צו טאָג, אַז דאָס איז זײַן באַשערטע… װיפֿל קראַנקע ער האָט שױן איבערגעהאַט אױף זײַן לעבן, האָט זיך אים נאָך אַזאַ זאַך נישט געטראָפֿן, אַז ער זאָל פֿילן, דאָס װאָס ער האָט געפֿילט אַצינד. עס האָט זיך אים אױסגעדאַכט, בעת בעטי שאַפּיראָ איז געװען געפֿערלעך, אַז טאָמער טוט אָט דאָס מײדל אַ שטאַרב אַװעק, איז װײס ער אַלײן ניט װאָס מיט אים װעט זײַן… און צוריק ― קױם האָט איר אָנגעהױבן גײן בעסער, האָט ער געזען, װי עפּעס קומט אים צו, גלײַך װי דאָס װאָלט געװען נישט קײן פּאַציענטין, נאָר אַן אײגענע, אַ שװעסטער, אַ סך מער פֿון אַ שװעסטער… נײן, נישט אומזיסט האָבן זײַנע קאָלעגן געמאַכט פֿון אים חוזק, אים גערופֿן הינטער די אױגן „חתן“ און שׂרה שאַפּיראָ ― „שװיגער“…

האָט דאָס אױך שׂרה שאַפּיראָ אַרױסגעזען? אים האָט זיך אױסגעװיזן, אַז יאָ. אים האָט זיך אױסגעדאַכט, אַז די מוטער װײס, אַז ער איז פֿאַרברענט אין איר טאָכטער און דערפֿאַר אַ פּנים איז זי מיט אים אַזאַ שמעלקע און באַגײט זיך מיט אים, װי מיט אַ נאָענטן, שױן אַ צו נאָענטן… און ער איז אױף זיך מקבל־באַהבֿה אַלצדינג, אַבי זײַן פּאַציענטין זאָל שױן װערן אינגאַנצן געזונט און ער זאָל שױן קאַנען רעדן… מיט װעמען? ער האָט מורא צו טראַכטן נאָר אים דאַכט זיך, אַז קודם־כּל װעט מען דאַרפֿן רעדן מיט איר, מיט אָט דער ייִדענע… און עס װאַרפֿט אים אין אַ פֿיבער פֿון אַזאַ געדאַנק. און ער גיט איר די האַנט, אַז ער װעט רעדן מיט איר טאָכטער װעגן אַ דאַטשע, ער װעט רעדן גאָר אָן אַ שום תּירוץ, נאָר ניט הײַנט, הײַנט איז שױן שפּעט, מאָרגן.

― מאָרגן איז מאָרגן ― ענטפֿערט אים שׂרה ― איך זאָג דען אַז הײַנט, צי עמיצער זעצט אײַך דען האַלדז און נאַקן! דער טײַך ברענט נישט און דער זומער איז נאָך גרױס.

עט גײט אַװעק אַ מאָרגן מיט נאָך אַ מאָרגן. דער דאָקטאָר קומט אַלע טאָג, צװײ מאָל אַ טאָג, זיצט אָפּ אַ שעה און צװײ שעה ― און ער זאָל רעדן מיט בעטין װעגן דער דאַטשע הערט מען עפּעס ניט. דערמאָנט אים שׂרה, שױן פֿאַר זײַן אַװעקגאַנג, נאָר אײדל, מיט אַן אָנצוהערעניש: „דאַכט זיך, אַז ער האָט איר עפּעס געהאַט צוגעזאָגט?…“ בלײַבט דער דאָקטאָר שטײן און רײַבט זיך די ליסינע: װאָס האָט ער דען צוגעזאָגט?.. זאָגט אים שׂרה: „טוט זיך אַ פּאַטש אין שטערן, טאָמער װעט איר אײַך דערמאָנען“. פֿאַרכאַפּט זיך דער דאָקטאָר און שװערט, אַז ער האָט פֿאַרגעסן. ער האָט גאָר פֿאַרגעסן װי ס'איז הײַנט פֿרײַטיק אױף דער גאַנצער װעלט! ענטפֿערט אים שׂרה, אַז דער, װאָס האָט אַ טבֿע פֿאַרגעסן פֿון מיטװאָך ביז פֿרײַטיק, באַדאַרף מאַכן אַ קניפּל אין דער פֿאַטשײלע…

נאָר שׂרהס מי מיט אַלע אירע דיפּלאָמאַטישע אָפּשניצלעך זענען געװען אַרױסגעװאָרפֿן. בעטי האָט אױסגעהערט דעם דאָקטאָרס רײד װעגן אַ דאַטשע, װעגן פֿרישע לופֿט און װעגן אַ סאָסנאָװע װאַלד, ליגנדיק אױף איר בעטל און קוקנדיק מיט פֿאַרגלעזערטע אױגן אַרױף אױף דער סטעליע, גלײַך װי דאָרטן װאָלט געװען אָנגעצײכנט, װאָס זי באַדאַרף אים דערױף ענטפֿערן… צו װאָס? צו װאָס דאַטשעס? צו װאָס פֿרישע לופֿט, סאָסנאָװע װאַלד? צו װאָס לעבן אױף דער װעלט, װי באַלד אַז ס'איז ניטאָ ער?… יענער?…

שׂרה זעט נאָך דער טאָכטערס אױגן, אַז די גאַנצע אַרבעט איז אַרױסגעװאָרפֿן, פֿאַרפֿאַלן ― בעטי װעט צו דער מומע טױבע אױף דער דאַטשע ניט פֿאָרן, און זי װינקט צום דאָקטאָר ער זאָל האַלטן מױל, מער דערפֿון ניט רעדן…

נאָר אַז ס'איז באַשערט קומט עס אַלײן פֿון זיך, מע װײס גאָרניט װי אַרום. אײן מאָל אין אַ שײנעם פֿרימאָרגן האָט זיך בעטי אױפֿגעכאַפּט און געגעבן צו װיסן דער מוטער, אַז זי פּאָרט צו דער מומע טױבע אױף דער דאַטשע.

דאָס איז געװען אין גיכן נאָך דעם, װאָס זי איז געװױר געװאָרן, טאַקע דורך דער מוטער, פֿון דער גוטער בשׂורה אַז ראַבינאָװיטש לעבט און אַז ער זיצט…

דאָס זיבן־און־נײַנציקסטע קאַפּיטל
אַ רעשטל צו די צרות

דאָס ערשטע, װאָס בעטי האָט געטאָן װי באַלד נאָר זי איז געװױר געװאָרן, אַז ראַבינאָװיטש זיצט ― זי האָט זיך אַ װאָרף געגעבן צו די גאַזעטן, זיך אַ נעם געגעבן לײענען צײַטונגען, נײַע און אַלטע, פֿאַר דער גאַנצער צײַט. אין אײן האַלבן טאָג האָט זי דורכגעלײענט די גאַנצע ליטעראַטור, דאָס הײסט, אַלעס, װאָס איז געװען ביז דעמאָלט געדרוקט װעגן דעם געפֿונענעם װאָלאָדי, און בײַ איר אין קאָפּ איז גיך פֿאַרטיק געװאָרן אַ פּלאַן, װי אַזױ זי זאָל העלפֿן אױפֿדעקן די אמתע פֿאַרברעכער און באַפֿרײַען איר אױסדערװײלטן פֿון געפֿענקעניש. דאָס איז געװאָרן איצט איר אײנציקער װוּנטש, דער צװעק און דער גאַנצער זין פֿון איר לעבן. דער פּלאַן האָט זיך איר אױסגעװיזן אַזױ פּראָסט און אַזױ גרינג דורכצופֿירן. זי האָט זיך דערמאָנט אָן יענער מוראדיקער נאַכט, װאָס זי האָט פֿאַרבראַכט אין צװײען מיט יענער אומגליקלעכער פֿאַרלױרענער, פֿון װעלכער עס האָט געשמעקט העליאָטראָפּ מיט יאָדאָפֿאָרם, און װעלכע האָט איר אָנדערצײלט אַזױ פֿיל שרעקלעכע מעשׂיות. זי האָט זיך דערמאָנט, װאָס יענע האָט איר דערצײלט אױף איר געליבטן ― זי האָט שױן פֿאַרגעסן דעם נאָמען זײַנעם. נאָר יעדנפֿאַלס, װי יענע האָט איר דעמאָלט אָנגעהױבן צו דערצײלן, באַדאַרף אָט דער דאָזיקער נפֿש זײַן אײנער פֿון די, װאָס האָבן געפּטרט קיריליכעס זונדל… דאָס איז אַזױ זיכער, װי ס'איז זיכער, אַז זי לעבט אױף דער װעלט. אײן חסרון נאָר ― זי האָט פֿאַרגעסן און זי קאָן זיך ניט דערמאָנען, בשום־אופֿן־ואופֿן, ניט דעם נאָמען פֿון יענער פֿאַרלױרענער, ניט דעם נאָמען פֿון איר געליבטן. עס איז איר דעמאָלט, אין יענער נאַכט, נישט געקומען אױף די געדאַנקען, אַז עס קאָן איר אַמאָל צו נוץ קומען אָט דאָס, װאָס אַ גאַסן־מײדל װעט איר דערצײלן… אַ סך זאַכן, װאָס יענע האָט איר דעמאָלט דערצײלט, זענען איר אין אײן אױער אַרײַן, פֿונעם אַנדערן אַרױס… אײנס נאָר געדענקט זיך איר גוט ― דאָס איז דער נאָמען פֿונעם דאָרף, פֿון װאַנען עס שטאַמט יענע פֿאַרלױרענע מיט איר געליבטן, און דאָס דאָרף ― דאָס איז אַקוראַט דער אָרט, װוּ איר פֿעטער פֿאַמיליאַנט װױנט איצט אױף דער דאַטשע. אַ געװײנטלעכער צופֿאַל, נאָר עס קאָן זיך אַלצדינג מאַכן אױף דער װעלט, װער װײסט?… אָט דאָס איז געװען דער שׂכל װאָס בעטי האָט מיט אַמאָל זיך אױפֿגעכאַפּט און אײַנגעװיליקט אַריבערצופֿאָרן צו דער מומע טױבע אױף דער דאַטשע, פֿון װעלכן די מוטער איז געװען אױפֿן זיבעטן הימל: אַ קלײניקײט אַזאַ „װאָזדוך“ און אַזאַ „ראָסקאָש“ װעט איר טאָכטער האָבן, און צװישן אײגענע און אָן אַ קאָפּיקע געלט!…

מאָלט אײַך, שׂרה שאַפּיראָ האָט זיך גענוג אָנגעװײנט, אַז זי האָט זיך באַדאַרפֿט צעשײַדן מיט איר קינד, װאָרעם אַכצן מאָל צװישן אײגענע, פֿאָרט נישט אין דער הײם, פֿאָרט נישט אונטער דער מאַמעס אױג, נאָכדעם, װי זי האָט קױם אױסגעבעטן בײַ גאָט… טאַטעניו, האַרציקער פֿאָטער! קלײן איז אַזאַ נגיד, װי איר שװאָגער, אָט דער שלמה פֿאַמיליאַנט, זײ אַלעמען אַרױסנעמען אין דאָרף? זײ אַלעמען דינגען אַ דאַטשע? װאָס איז אַזױ? איר דוד דאַרף ניט האָבן קײן װאָזדוך? און סיאָמקען װאָלט נישט אָנגעשטאַנען בעסער צו שפּילן זיך אױפֿן פֿרײען פֿעלד, אָדער אין גרינעם װאַלד, אײדער בראָטן זיך אױף דער זון און אָנעסן זיך מיט שטױב אױף דער ייִדישער גאַס…

― אױ, רבונו של עולם, רבונו של עולם! ― לאָזט אױס שׂרה, װי דער שטײגער איז פֿון די װײַבער, װאָס טענהן זיך אױס מיט גאָט, װי מיט אַ גאַנץ נאָענטן קנעפּל ― איך זאָג דיר ניט חלילה קײן דעות, װעמען דו זאָלסט געבן און װעמען ניט, און אַז דו גיסט אײנעם אַ ביסל און דעם אָנרעדן אַ פֿולע שיסל, אָדער אײנעם גאָר, דעם אָנרעדן ניט אַ האָר ― איז מסתּמא װײסטו דאָך, װאָס דו טוסט, דערױף ביסט דו דאָך עפּעס אַ בורא־עולם, װי זאָגט מײַן שװעגערין טױבע און דו פֿירסט זיך דײַן װעלטל, װי דו פֿאַרשטײסט. נאָר איך זאָל האָבן די ברכות, װאָס איך װאָלט מער געטאָן פֿאַר אָרעמע קרובֿים, װי מײַן שװעגערין די נגידית, װאָס פֿאַרשליסט דאָס ברױט אין שאַפֿע און קנײַפּט די דינסטן אַבי זי טוט דיר אָן אַ מענטעלע ― זי דאַװנט דיר אַלע טאָג פֿון אַ גראָבן קרבן־מנחה ― זאָלסט מיך נאָר ניט שטראָפֿן פֿאַר די רעד, ליבער גאָט, װאָרעם אַזױ װי זי הערט ניט, אַזױ װעט איר ניט שאַטן…

. . . . . . . . . . . . . . . . . . . .

דער טאָכטער האָט שׂרה אָנגעזאָגט אַמאָל צװאַנציק, װי אַזױ זי זאָל זיך פֿירן בײַ דער רײַכער מומע אױף דער דאַטשע, דער עיקר, זי זאָל זיך היטן, נישט טאָן קײן זאַך, נאָר עסן און טרינקען און זײַן אױפֿן „װאָזדוך“, װאָס מער „װאָזדוך“!…

― װאָזדוך! װאָזדוך! ― קרימט איר איבער דער קלײנער סיאָמקע, װאָס כאַפּט פֿון איר אַ פּאַטש, ער זאָל ניט זײַן קײן עזות־פּנים, כאָטש ער איז אַ בן־יחיד. נאָר סיאָמקע באַהאַלט דעם פּאַטש אין קעשענע, װאָרעם אָט באַלד זעצט ער זיך אױף מיט דער שװעסטער אינעם דאָקטאָרס פֿאַעטאָן, װעלכער פֿירט זי אָפּ אױף דער דאַטשע.

געזאָלט האָט בעטי פֿאָרן מיטן פֿעטער שלמהס פֿאַעטאָן, װאָס האָט געזאָלט קומען נאָך איר. נאָר אַזױ װי דער דאָקטאָר האָט אָנגעזאָגט, אַז זי דאַרף זײַן געהיט מיטן פֿאָרן און האָט אַלײן אָנגעשלאָגן זיך, אַז ער װעט מיט איר מיטפֿאָרן, און אַזױ װי דער דאָקטאָר האָט אַן אײגענעם עקיפּאַזש, איז געבליבן, אַז מען זאָל פֿאָרן אין דרײַען, דאָס הײסט, בעטי, דער דאָקטאָר און סיאָמקע ― אַ שומר. אַזױ טאַקע האָט אים די מאַמע געזאָגט: „פֿאָר אױך, סיאָמקע, מיטן דאָקטאָר, װעסטו זײַן אַ שומר…“ סיאָמקע איז אַװדאי געװען צופֿרידן פֿון אַזאַ בשׂורה, כאָטש זײַן קעפּל האָט בשום־אופֿן נישט געקאָנט משׂיג זײַן, צו װאָס באַדאַרף מען נאָך אַ „שומר“, אַז די שװעסטער פֿאָרט מיט אַ דאָקטאָר? און װאָס איז עפּעס די שװעסטער מיט אַמאָל רױט געװאָרן? און אױך דער דאָקטאָר, װי ער האָט באַמערקט, האָט עפּעס אַראָפּגעלאָזט די אױגן בײַ די דאָזיקע װערטער, װאָס די מאַמע האָט געזאָגט… אױך אין װעג פֿאָרנדיק האָט סיאָמקע באַמערקט און נישט געקאָנט פֿאַרשטײן, װאָס שװײַגן זײ עפּעס בײדע, אי דער דאָקטאָר שװײַגט, אי די שװעסטער…

אַז דער דאָקטאָר איז געקומען צוריק פֿון דער דאַטשע, האָט ער געבראַכט צופֿירן סיאָמקען (דעם „שומר“) אַהײם און אָפּגעגעבן דער מאַדאַם שאַפּיראָ אַ גרוס פֿון איר טאָכטער, דערצײלט, װאָס פֿאַר אַ שײנע דאַטשע, װאָס פֿאַר אַ פּרעכטיקער װאַלד און װאָס פֿאָר אַ געזונטע לופֿט דאָרט איז. הײַנט די מענטשן!

― װאָס פֿאַר אַן אױפֿנאַם מען האָט אונדז געגעבן, װאָס זאָל איך אײַך זאָגן, מאַדאַם שאַפּיראָ!…

― אַ מכּה זײ אַ גרױסע ― שטעלט אַרײַן די מאַדאַם שאַפּיראָ ― עס קומט זײ אַ דאַנק, זײ קאָנען נעבעך נישט? זײ זענען קלײן?

― זאָגט דאָס נישט, מאַדאַם שאַפּיראָ ― פּרוּװט זיך דער דאָקטאָר זי באַרויִקן ― הײַנטיקע יאָרן…

― װאָס דערצײלט איר מיר, הײַנטיקע יאָרן? הײַנטיקע יאָרן זאָל אַן אײגענע שװעסטער לאָזן אַ ברודער, און נאָך אַזאַ ברודער װי מײַן דוד, אַז ער זאָל דינען בײַ פֿרעמדע, אין דער צײַט װען איר מאַן איז אָנגעשטופּט מיט געשעפֿטן װי אַ זאַק מיט מעל. קראַנק איז אַזאַ ייִד װי שלמה פֿאַמיליאַנט, אַ ייִד אַן אַדיר, װאָס מיר בײדע, איך מיט אײַך, מעגן זיך װינטשן פֿאַרמאָגן אונדזער אײגנס נאָר דאָס, װאָס אים קאָסט אָפּ אַ יאָר…

דער דאָקטאָר כאַפּט זיך אױף אַן אָפּגעבריטער:

― האַ ― פּאַזװאָלטיпозвольте: לאָמיך, מאַדאַם, װאָס האָט איר מיך אײַנצונעמען אין שותּפֿות? פֿון װאַנען װײסט איר מײַן פֿאַרמעגן? איך בין אפֿשר נישט אַזױ רײַך װי אײַער שלמה פֿאַמיליאַנט, נאָר איך האָב מיך נישט צו באַקלאָגן…

― לאָז אײַך גאָט העלפֿן דרײַ מאָל אַזױ פֿיל! ― שלאָגט אים איבער שׂרה שאַפּיראָ ― װער עס פֿאַרגינט אײַך נישט, דער מעג אַלײן נישט האָבן…

― מע רעדט נישט פֿון דעם ― זאָגט דער דאָקטאָר, װאָס װיל דעם שמועס צובײגן אין דער געהעריקער זײַט אַרײַן ― מע רעדט גאָר פֿון עפּעס אַנדערש… ער קנײטשט דאָס היטל אין די הענט, ער רײַבט די ליסינע, ער װײסט נישט פֿון װאַנען ער זאָל אָנהײבן… רוקט ער זיך צו צו דער מאַדאַם שאַפּיראָ אַ ביסל נעענטער און מאַכט צו איר אַזױ:

― הם… פֿאַרשטײט איר מיך, מאַדאַם, איך האָב גאָר געװאָלט עפּעס אַנדערש זאָגן אײַך… די מעשׂה דערפֿון איז אַזױ: איך קען איר טאָכטער נאָך, אַז זי איז געװען אָט אַזעלכע (ער װײַזט מיט דער האַנט נידעריק בײַ דער ערד) און האָב געקוקט אױף איר תּמיד װי אױף אַ קינד, אַ מײדל… איצט, אָט דאָ, אַז זי אין קראַנק געװאָרן…

― נישט הײַנט געדאַכט ― פֿאַרריכט אים שׂרה.

― נישט הײַנט געדאַכט, אַז זי איז קראַנק געװאָרן, בין איך, נישט הײַנט געדאַכט, געפֿאָרן אַלע טאָג, צװײ מאָל אַ טאָג, דרײַ מאָל אַ טאָג… נישט הײַנט געדאַכט…

― אַ מאָדנער מענטש איר זענט! ― שלאָגט אים שׂרה איבער ― האָב איך דאָך אײַך געבעטן װיפֿל מאָל, איר זאָלט פֿאַרשרײַבן די װיזיטן, האָט איר זיך נאָך אױפֿגעבלאָזן, געװען אין כּעס סכּנות, למאַי איך זאָג…

„אַן אומגליק, נישט קײן ייִדענע!“ ― טראַכט זיך דער דאָקטאָר, װישט אױס מיט אַ רױטער פֿאַטשײלע די גלאַנצנדיקע ליסינע, כאַפּט זיך אױף און זעצט זיך אָבער באַלד אַװעק צוריק.

― נײן! נישט דאָס, מאַדאַם! איר האָט מיך נישט פֿאַרשטאַנען, מײן איך, איר האָט מיך שלעכט פֿאַרשטאַנען; איך האָב קײנמאָל נישט גערעדט מיט אײַך און רעד נישט און װעל נישט רעדן פֿון װיזיטן…

― יאָ, נו, איך װײס דאָך, איר נעמט װיפֿל מע גיט אײַך… איר האָב שױן איבערגערעדט מיט מײַן מאַן, אַז…

― פּאַ־פּאַזװאָלטיпозвольте: לאָמיך, מאַדאַם שאַפּיראָ! ― נעמט דער דאָקטאָר מיט אַ טאָן העכער ― לאָזט מיך אױסרעדן. איך רעד נישט דערפֿון, איך װיל בײַ אײַך קײן געלט נישט נעמען, האָב איך אײַך געזאָגט, דאַכט זיך, װיפֿל מאָל! ― פֿאַר כּעס טוט דער דאָקטאָר אױס די ברילן און שׂרה מאַכט צו אים רויִק:

― װי באַלד אַז נישט קײן געלט, הײַנט װאָס דרײט איר אַ מוח?

דאָס טוט שױן דעם דאָקטאָר אַ טראָג־אױף פֿונעם בענקל. ער טוט אָן אױף דער גיך די ברילן מיטן היטל און ער רופֿט זיך אָן צו איר מיט אַ ביטער געלעכטער און מיט אַ קװיטש, און אין קול הערן זיך טרערן:

― אַ מאָדנע ייִדענע איר זענט! הערט איר? איר זענט אַ מאָדנע ייִדענע. אַ מענטש קומט צו אײַך װעגן אַן ערנסטער זאַך, װעגן אַ זאַך, װאָס איז אים אַפֿילו נוגע אין לעבן, רעדט איר מיט אים מאָדנע דיבורים, גלײַך װי מע רעדט עפּעס מיט… מיט… מיט אַ דינסט, אָדער מיט אַ בעל־עגלה, אָדער איך װײס אַלײן נישט מיט װעמען…

אױסער זיך און רױט פֿאַר כּעס טוט דער דאָקטאָר אַ קלאַפּ מיט דער טיר און גײט אַװעק אַ ברוגזער. שׂרה בלײַבט זיצן, קוקט אין פֿענצטער און זעט, װי ער האָט זיך אײַנגעבױגן אין דרײַען און אָנגערוקט דאָס היטל, שפּרינגט אַרײַן אין זײַן אױפֿגעבאַרעט פֿאַעטאָנדל און טוט אַ מאַך מיט דער האַנט צום קוטשער ער זאָל פֿאָרן, װיל אַפֿילו נישט אַרומקוקן זיך.

― אַ משוגענער דאָקטאָר! אַ גוטער מענטש, נאָר אַ משוגענער ― אַזױ טראַכט זיך שׂרה און פֿאַרשטײט נישט, װאָס איז ער משוגע געװאָרן און װאָס האָט ער געװאָלט זאָגן אַזעלכס, װאָס איז אים בנפֿשו!… זי איז גרײט אױסצובײַטלען אַלע אירע בײזע װיסטע חלומות צו זײַן קאָפּ, דערמאָנט זי זיך אָבער, װאָס האָט זי צו אים? גענוג ער האָט געשטעלט איר טאָכטער אױף די פֿיס (פֿריִער גאָט, דערנאָך ער), גענוג ער װיל בײַ איר קײן געלט נישט נעמען און איז נאָך אַזאַ אײדלמאַן און איז זיך מטריח מיט זײַן עלטער און פֿירט אַלײן אָפּ אױף זײַן פֿור איר בעטין צום פֿעטער אױף דער דאַטשע און ברענגט פֿון איר אַ גרוס, נעמט זי אים אױף אַזױ קאַלט און איז אים אַפֿילו נישט מכבד מיט אַ גלעזל טײ, נאָר װער איז שולדיק, אַז דער קאָפּ איז איר אַזױ דערשלאָגן, מישטײנס געזאָגט, אַז זי האָט אים אַפֿילו נישט אױסגעהערט רעכט, װאָס ער האָט אָנגעהױבן צו דערצײלן… עפּעס האָט ער דאָך געװאָלט איר זאָגן דער שלימזל, אפֿשר נאָך אַ נױטיקע זאַך?…

― אַ רעשטל צו די צרות! ― באַרויִקט זיך שׂרה און הערט אױף צו טראַכטן פֿונעם דאָקטאָר, אירע געדאַנקען טראָגן זיך אַװעק ערגעץ אַנדערש.

זי האָט נאָך גענוג צו טראַכטן…

דאָס אַכט־און־נײַנציקסטע קאַפּיטל
אָפּגעקילט

די ערשטע צײַט, װי עס פֿירט זיך בײַ דאָס רובֿ רײַכע קרובֿים, איז בעטי געװען בײַ די פֿאַמיליאַנטס זײער אַן אָנגעלײגטער גאַסט. מע האָט כּמעט נישט געװוּסט װוּ זי אַװעקצוזעצן. אַלע, פֿונעם קלענסטן ביזן גרעסטן, האָבן אַרומגעטאַנצט אַרום איר. די מומע טױבע האָט זי געפּילנעװעט װאָס מע דאַרף גאָרנישט בעסער, זי האָט אַלץ געטענהט, אַז בעטי עסט גאָרנישט. אױך מיר אַן עסן! זי פֿאַרשטײט גאָרנישט, פֿון װאָס זי לעבט? און אירע טעכטער די, „באַרישניס“ ― די האָבן זיך גאָר מחיה געװען מיט זײער קוזינקע. אַ פֿרישער מענטש, װאָס מע קאָן כאָטש אַ װאָרט אױסרעדן, אַ שמועס געבן װעגן ליטעראַטור, פֿירן אַ דיסקוסיע װעגן אַרציבאַשעװס לעצטן ראָמאַן… און אַפֿילו דער פֿעטער אַלײן, רב שלמה פֿאַמיליאַנט, װאָס איז, נישט אױסגערעדט זאָל זײַן, שױן גאָר אַ ייִד אַ חסיד מיט אַ ברײטן טלית־קטן, װאָס די ציצית קוקן בײַ אים אַרױס פֿון אונטער דער ברײטער סאַמעטענער זשילעט אינאײנעם מיט דער מאַסיװער גאָלדענער קײט פֿונעם זײגער ― אַפֿילו אָט דער ייִד האָט אַרױסבאַװיזן צו בעטין אַ באַזונדער פֿרײַנדלעכקײט און צוגעלאָזנקײט גאָר עד אין־לשער. אַ חוץ װאָס ער האָט איר אַזאַ טובֿה געטאָן, זי צוגעשריבן אױף דער דאַטשע צו זיך פֿאַר אַ טאָכטער, אונטערגעשמירט פּאָליציע און פֿאַרזיכערט זי אַז דאָ קאָן זי זײַן רויִק נאָך מער װי אין דער הײם, ― דערױף איז ער דאָך פֿאַמיליאַנט, אַ ייִד אַ תּקיף בײַ זיך און אַ חשובֿ בײַ נאַטשאַלסטװע, ― האָט ער זיך נאָך אַלײן מטריח געװען בכבֿודו־ובֿעצמו איר אָנגעװיזן איר מקום־מנוחה, װוּ זי װעט זיך געפֿינען, דערזען מיט זײַנע קורצזיכטיקע אױגן זיך װאַלגערן אַ טיכל אױף דער ערד, האָט ער אױפֿגעהױבן אַ סקאַנדאַל מיט סכּנות, צונױפֿגערופֿן די דינסטן און זײ געגעבן אַ װיסטן סוף. דערנאָך האָט ער זי אַרײַנגעפֿירט אין גאָרטן, באַװיזן איר װי מע גײט אין װאַלד און װוּ מען קאָן צובינדן אַ װיג־בעטל (אַ האַמאַק) און זיך ליגן רויִק אין שאָטן, דערװײַל האָט ער דערזען אין גאָרטן אױף אַ טישל אַ לײדיקע גלאָז (אַ נידעריקע ראיה און דערזעט אַלצדינג!), האָט ער װידער אױפֿגעהױבן אַ סקאַנדאַל, באַװיזן װאָס פֿאַר אַ בעל־הבית ער אין, טאַקע אַ גאַסטפֿרײַנדלעכער, אַ גרױסער מכניס־אורח, נאָר אַ שטרענגער בעל־הבית.

װאָס װײַטער װײַטער, האָט די גאַסטפֿרײַנדלעכקײט בײַ די פֿאַמיליאַנטס, װי בײַ דאָס רובֿ רײַכע קרובֿים, אָנגעהױבן ביסלעכװײַז אונטערצוגײן און אױסלעשן, קילער צו װערן, אַזױ װי למשל די זון אום סוף זומער.

פֿריִער פֿון אַלע האָט אױף איר געװאָרפֿן אַן אום־חן די מומע טױבע. די פֿרומע מומע האָט נישט געקאָנט סובֿל זײַן ראשית־חכמה, װאָס איר פּלימעניצע בענטשט ניט קײן ליכט ערבֿ־שבת. װאָס „געהער זיך אָן אײנס מיטן אָנרעדן! ― האָט די פֿרומע מומע געטענהט ― מע קאָן זיך זײַן טאַקע אַ געבילדעטע „באַרישני“ אין זיבן פּאָלעס, און פֿונדעסטװעגן װאָס צו גאָט איז צו גאָט און װאָס צו לײַטן איז צו לײַטן. אָט זענען אירע טעכטער, דאַכט זיך, אױך געבילדעטע, „באַרישניס“, כ'לעבן, לײענען אױך רוסישע ביכלעך, און קאָנען נאָך אַפֿילו רעדן פֿראַנצײזיש אױך, און טאַנצן אױך און שפּילן אױך און אַלצדינג, פֿונדעסטװעגן אַז עס קומט שבת, װאָס איז שײך? דערױף איז מען דאָך עפּעס ייִדישע טעכטער“…

צו איר אַלײן, צו בעטין הײסט עס, האָט זי גאָרנישט ניט, מע האָט זי אַזױ אױפֿגעצױגן, װאָס איז זי שולדיק? האָבן האָט זי צו איר מאַמע: „װי לערנט דאָס אַזױ אַ מאַמע, דוד שאַפּיראָס אַ װײַב, איר קינד, אַז זי זאָל ניט װיסן דאָס נױטיקסטע, װאָס אַ ייִדישע טאָכטער דאַרף צו װיסן?..

― ניט אומזיסט קומט ניט משיח און ייִדן לײַדן גלות… לאָזט אױס די מומע טױבע מיט אַ פֿרום פּנים און מיט שטאַרק פֿאַרשנירעװעטע ליפּן.

פֿאַרשטײט זיך, אַז די דאָזיקע אַלע טענות האָט די פֿרומע טױבע פֿאַמיליאַנט אױסגעלײדיקט נאָר פֿאַר אירע קינדער און פֿאַר אירע דינסטן. פֿאַר בעטין אַלײן האָט זי מורא געהאַט אָפֿן אַרױסצוטרעטן. און ניט אַזױ פֿאַר בעטין האָט זי מורא געהאַט, װי פֿאַרן מאַן, שלמה פֿאַמיליאַנט האָט געהאַלטן שטאָל און אײַזן מיט זײַן פּלימעניטשקע ― און דאָס האָט, נעבעך דער פֿרומער טױבע גענוג געקרענקט, זי האָט נישט געקאָנט לײַדן, למאַי ער נעמט זיך אָן איר קריװדע, מישט זיך אַרײַן בײַם טיש מע זאָל איר געבן עסן ― בײַם טיש איז זי, טױבע, דאַכט זיך, די בעל־הביתטע און װײס אַלײן װעמען װאָס מע דאַרף געבן. װאָס האָט אַ מאַנסביל צו מישן זיך אין אַזעלכע זאַכן, און נאָך אַ חסיד דערצו? ביסט אַ חסיד, באַדאַרפֿסטו אַכטונג געבן אױף רײנע חסידים, זינגען מיט זײ זמירות שבת צו שלש־סעודות, אָדער כאַפּן אַ טענצל מיט זי צו דער מלװה־מלכּה, אָבער ניט אַרײַנקוקן אין טעלער אַרײַן צו דער פּלימעניטשקע און אין זינען האָבן, צי זי האָט הײַנט געטרונקען מילך, צי ניט?…

דאַכט זיך אַ נאַרישקײט, טױבע װײסט אַלײן, אַז ס'איז אַ נאַרישקײט, נאָר װי דאָס רובֿ װײַבער, װאָס זענען חושד זײערע מאַנען, אַז זײ קוקן ניט אַהין, װוּ מע דאַרף, האָט זי נעבעך געליטן חיבוט־הקבֿר און ניט געשלאָפֿן קײן נעכט. אַ סבֿרה אָבער, אַז איר מאַן רב שלמה פֿאַמיליאַנט אַלײן, האָט ניט װינציקער פֿון איר געליטן חיבוט־הקבֿר און איז אױך שלעכט געשלאָפֿן.

און אָט איבער װאָס:

בעטי האָט פֿון תּמיד אָן נושׂא־חן געװען אין די אױגן פֿון איר פֿעטער שלמה פֿאַמיליאַנט. בתיה, האָט זי בײַ אים געהײסן מיטן ייִדישן נאָמען. און ניט בתיה, נאַר בתיהקע, פֿאַרצױגן. קינדװײַז פֿלעגט ער זי קנײַפּן אין די בעקלעך, נישט קושן, נאָר קנײַפּן, גוט קנײַפּן, סימנים זאָלן בלײַבן, נאָר פֿאַר יעדן קניפּ שענקען אַ מטבע, זי זאָל ניט װײנען. שפּעטער, אַז זי איז שױן אונטערגעװאַקסן, געװאָרן אַ היפּש מײדל, האָט ער נאָך אַלץ ליב געהאַט איר געבן אַ קניפּ אין בעקל, און סאַמע דאָרט, װוּ דאָס חן־גריבעלע באַװײַזט זיך, אַז זי לאַכט (דאַכט זיך אַזאַ נידעריקע ראיה און זעט אַלצדינג)! נאָר פֿון זײַט זי איז שױן גאָר אין גאַנצן אױסגעװאַקסן, לאָזט זי זיך שױן ניט קנײַפּן. אַן עזות־פּנימניצע געװאָרן ― סכּנות! און אַ ביסל האָט זיך אַרײַנגעמישט די מומע טױבע, אָנגענומען זיך די קריװדע פֿון דער פּלימעניצע: „װאָס פֿאַר אַ השׂגה קנײַפּן? מאַכן ברױן און בלױ? אַ צער בעלי־חײם ― זי קאָן עס נישט צוזען!…

פֿון דעמאָלט אָן האָט ער אױפֿגעהערט קנײַפּן די פּלימעניצע, נאָר אַז ער האָט זי דערזען, האָט ער אַלע מאָל גענומען אײַנקוקן זיך אין איר מיט האַלב צוגעמאַכטע אױגן (אַ מענטש האָט אַ נידעריקע ראיה)! און אָפּזיפֿצן. „המ… קײן עין־הרע ניט! ― האָט ער זיך געטראַכט ― געװען אָט ערשט ניט לאַנג דאַכט זיך אַ גאָרנישט, אַ װײס־איך־װאָס, אַ קינד, און מיט אַמאָל ― אַ נקבֿה!… און װער שמועסט איצט, נאָך איר שלאַפֿקײט, האָט ער זיך גאָרנישט געקאָנט זאַט אָנקוקן אין איר, װי זי האָט זיך עס געגעבן מיט אַמאָל אַ הױב אױף, געװאָרן נאָך מענישער און שענער און בליִענדיקער און צײַטיקער ― אַ נקבֿה ממש און נאָך אַ יפֿת־תּואר דערצו ― מסוכּן־נפֿש!… „אָך ― אָך ― אָך ― אָך ― אָך!“ ― זיפֿצט ער אָפּ זײער שװער און קאַטשעט זיך אין בעט פֿון אײן זײַט אױף דער אַנדערער, קאָן קײן אױג נישט צומאַכן: הירהורים און הירהורים און הירהורים ― אַ רײנער עונש! און נישט נאָר ליגנדיק אין בעט, נאָר אַפֿילו אין דער פֿרי, אַקוראַט בײַם רעכטן דאַװנען, קאָן ער זיך אױך ניט באַפֿרײַען פֿון די דאָזיקע מחשבֿות. אָט האָט ער אָנגעטאָן זיך זײַן טלית־ותפֿילין, דאַכט זיך גאָר פֿײַן און שײן, טראָגט עס אים אָן אױפֿן זינען פּלוצעם די פּלימעניצע, די יפֿת־תּואר, און עס הײבן זיך אָן װידער אַ מאָל הירהורים און הירהורים און הירהורים,.. שטעלט ער זיך אַװעק מיטן פּנים צו דער װאַנט, מאַכט צו מיט דער האַנט די אױגן, צעשאָקלט זיך װי אַן אומרו אַהין און צוריק, און דאַװנט אַזױ געשמאַק, אַז די װענט קלינגען! איזהו גבור? הכּובֿש את יצרו ― אַ מענטש, אַז ער װיל נאָר, קאָן ער בײַקומען דעם יצר־הרע…

הײַנט די חלומות! װאָס טוט מען מיט בײזע חלומות, װען אַ מענטש שלאָפֿט און איז געגליכן צו אַ מת און קאָן בשום־אופֿן אױף זיך נישט געװעלטיקן? זינט די פּלימעניצע, די יפֿת־תּואר, אין בײַ אים אין שטוב, פּלאָנטען זיך אים כּמעט אַלע נאַכט אַזעלכע חלומות, װאָס ער פֿאַרשטײט גאָרניט, פֿון װאַנען! אַ שטיקל גליק, װאָס רב שלמה פֿאַמיליאַנט איז ניט קײן עם־האַרץ און װײס פֿונעם פּסוק: וחלומות שװא ידברין ― חלומות זענען בלאָטע. שטעלט אײַך פֿאָר װאָס אַ ייִדן חלומט זיך:

עס חלומט זיך אים, אַז ער איז ניט דאָ געדאַכט, ניט פֿאַר קײן ייִדן געדאַכט געבליבן אַן אַלמן… געשטאָרבן זײַן טױבע, זאָל האָבן אַ ליכטיקן גן־עדן… זיצט ער נעבעך שיבֿעה און װײנט, גיסט מיט טרערן, לערנט איובֿ… דערנאָך גײט אַװעק שלושים… ער גײט אַרום אָן אַ קאָפּ, ער האָט גאָרניט אין זינען אין דער לינקער פּאה אַפֿילו חתונה האָבן דאָס אַנדערע מאָל… זענען דאָך פֿאַראַן שדכנים אױף דער װעלט, שלאָגן זײ אָפּ די טירן און דרײען אַ מוח:

איר מוזט, זאָגן זײ, חתונה האָבן, איר טאָרט ניט, זאָגן זײ, זיצן. װאָס איז שײך, אַזאַ ייִד, װי איר, אײנער אַלײן… אָט פֿרעגט אַפֿילו, זאָגן זײ, דעם רבין, װעט ער אײַך אױך זאָגן, אַז איר דאַרפֿט װאָס גיכער שטעלן חופּה, וקידושין טאַקע מיט אײַער פּלימעניטשקע… ערשטנס װײַל זי איז אַ בתולה, והשנית, װײַל זי אַן אײגענע און אַן אָרעמע, ― איז דאָס נאָך אַ מיצװה אױך, מתקן זײַן אַ נפֿש, וכל המקײם נפֿש אַחת“ זאָגט די גמרא…

― גאָט איז מיט דיר, שלמה, װאָס קרעכצסטו אַזױ? ― װעקט אים טױבע קױם אױף פֿונעם שלאָף, און כאָטש ס'איז נאָך װײַט צו טאָג, שלאָפֿן זײ שױן נישט, ניט ער, ניט זי. באַקלאָגט זיך פֿאַר אים טױבע אױף דער פּלימעניצע, אַז זי פֿירט זיך ניט גוט אױף און זי האָט חרטה, װאָס זי האָט זי אַהער גענומען.

― דהײַנו כּדומה למשל? ― פֿרעגט שלמה, קוקט אױף איר דורך זײַנע קורצזיכטיקע אױגן און דערמאַנט זיך אינעם שרעקלעכן חלום, װאָס ער האָט נאָר־װאָס געזען…

― דהײַנו כּדומה למשל ― ענטפֿערט אים טױבע, װאָס זעט אױס אין איר װײַסן נאַכטשלײער, װי אַן אַלטע באַרמהאַרציקע שװעסטער, װאָס איז שױן דרײַ נעכט ניט געשלאָפֿן ― ס'איז ניט שײן אַז אַ מײדל אין אונדזער גראַד זאָל זיך אַזױ פֿירן, זײַן קוצעניו־מוצעניו מיט פֿרעמדע מאַנסבילן, שפּאַצירן מיט זײ אין װאַלד, סודען זיך און שושקען זיך, און נאָך אַזעלכע זאַכן. בײַ איר מאַמען אין דער הײם קען זי זיך פֿירן לענדער, אָבער ניט דאָ; מיר אַלײן האָבן אױך דערװאַקסענע טעכטער: װאָס פֿאַר אַ מוסר, מישטײנס געזאָגט, קענען זײ זיך אַראָפּנעמען פֿון אַזעלכע פֿירעכצן און פֿון אַזעלכע דרכים, גאָט ברוך־הוא זאָל מיך ניט שטראָפֿן פֿאַר די רעד?…

פֿון די „פֿרעמדע מאַנסבילן“ װאָס די פֿרומע טױבע האָט געגעבן אָנצוהערעניש, איז געװען, ערשטנס, דער דאָקטאָר, װאָס קומט צו פֿאָרן אַהין אײן מאָל אין װאָך טאַקע צוליב בעטין, כּלומרשט געװױרע װערן, װאָס זײ מאַכט. נאָר װאָס דען? „ממה־נפֿשך ― ביסטו אַ דאָקטאָר, נעם הער זי אױס, פֿאַרשרײַב אַ רעצעפּט און פּאָר געזונט. װאָס איז פֿאַר אַ אַנידערזעצן זיך און באַלאַקען דרײַ זײגער שעה, דער גוטער יאָר װײסט פֿון װאָס, נעכטיקע טעג, פֿאַראַיאָריקער שנײ, אױפֿן הימל אַ יאַריד?.

נאָר מילא גאָרנישט, איז ער כאָטש אַ דאָקטאָר, װי זאָגט מען דאָס, אַ רופֿא־חולים, און אַ הײמישער מענטש, ברענגט צו פֿירן אַלע זונטיק אַ גרוס פֿון דער הײם. װאָס האָט דאָ אָבער צו טאָן אָט דער בחור דער שלימזל, װאָס פֿאַר אַ מחותּן איז איר דודס טאָכטער מיט עפּעס אַ האַלבן סטודענט, װאָס פֿאַרמאָגט ניט אַפֿילו קײן גאַנצע פּאָר שטיװל! װאָס פֿאַר סודות איז דאָ בײַ איר, װאָס מע באַדאַרף אַזש גײן אין װאַלד אַרײַן מיט אַ פֿרעמדן בחור זיך סודען און שושקען זיך?…

שױן באַלד אַ װאָך, אַז טױבע הערט ניט אױף צו עסן און צו טאָטשען מיט אירע פֿרומע רעד דעם מאַן אירן פֿאַר אָט דעם אָרעם בחור, דעם האַלבן סטודענט, װאָס איז געקומען צו בעטין מיט אַ װיזיט און אַװעקגערופֿן זי אין װאַלד אױף אַ סוד. און נישט נאָר טױבע אַלײן האַלט אים אין מױל ― טױבעס טעכטער די „באַרישניס“ לאָזן אים פֿון מױל נישט אַרױס, זענען אָנגעשטױסן אױף אים אש־להבֿה און אױך אױף זײער קוזינקע, אױף בעטין, בלאָזן זי זיך, שעפּטשען זיך איבער צװישן זיך און רעדן עפּעס זײער געשמײַעדיק מיט דער מוטער און מיט די עלטערע שװעסטער, און אַז בעטי קומט אָן, װערט מען אַלע אַנטשװיגן און מען קוקט זיך איבער מיט מאָדנע אױגן און נאָך מיט אַ הוסטל דערצו אַזױ, אַז בעטי װאָלט באַדאַרפֿט זײַן אַ בהמה, זי זאָל ניט פֿאַרשטײן, אַז דאָס מײנט מען זי… װער איז דאָס געװען אָט דער אָדעס בחור, דער האַלבער סטודענט, װאָס האָט אַזױ אױפֿגעקאָכט די פֿאַמיליאַנטן אױף דער דאַטשע און אַרױסגערופֿן בײַ זײ אַזאַ אָפּקילונג צו דער אָרעמער קרובֿה, צו בעטי?

דאָס איז געװען ניט קײן אַנדערער, נאָר דער פּינסקער בחור, ראַבינאָװיטשעס אַן אַלטער באַקאַנטער און אַ חבֿר זײַנער פֿון די דרײַצן מעדאַליסטן, װאָס האָבן נישט זוכה געװען אַרײַנצוטרעטן אין „טעמפּל פֿון װיסנשאַפֿט“, װי דער פּינסקער בחור האָט זיך אױסגעדריקט, און דעריבער אָפּגעריכט גלות גלײַך מיט אַלע ייִדן און געפֿילט דעם טעם פֿון „פּראַװאָזשיטעלסטװאָ“…

דאָס נײן־און־נײַנציקסטע קאַפּיטל
בעני הורװיטש פֿון פּינסק

עס איז געװען אַ הײסער, מוראדיק הײסער זומערטאָג, אײנער פֿון די טעג װען אַלעס דרימלט אײן אונטערן אָנגעגליטן הימל; װען עס בענקט זיך נאָך אַ קיל װינטעלע, נאָך אַ טײַכל, נאָך אַ שטיקל אײַז; װען איטלעכס באַשעפֿעניש, אַפֿילו אַ קאַץ, זוכט אַ שאָטן אױף צו באַהאַלטן זיך פֿון דער אומדערבאַרעמדיקער זון, װאָס בראָט און באַקט און בריט און טריפֿט־טריפֿט מיט פֿײַער.

שלעפֿעריק שטיל און װי פֿאַרטראַכט איז געשטאַנען דער שײנער גרױסער אַלטער בכּבֿודיקער װאַלד מיט זײַנע הױכע סאָסנעס, װאָס שטײען אױסגעצױגן און געדיכט אײנע נעבן דער אַנדערער באַשאָטן מיט גרינע שמעקעדיקע נאָדלען. דאָס איז דער אײנציקער אָרט, װוּ מע האָט געקאָנט אַריבערטראָגן די מסוכּנע היץ פֿון דעמדאָזיקער אומגעלומפּערט הײסער זומער־טאָג. דאָרט, צװישן די בײמער, איבערגעבונדן מיט שטריקלעך, זענען געהאָנגען דרײַ געפֿלאָכטענע װיג־בעטלעך (האַמאַקן), אױף װעלכע עס זענען געלעגן אײַנגעקנױלט אין פֿאַרשידענע פּאָזעס דרײַ שײנע מײדלעך: צװײ פֿון זײ זענען געװען טױבע פֿאַמיליאַנטס טעכטער, ייִדישע באַרישנעס מיט רוסישע ביכעלעך, און די דריטע ― זײער קוזינקע בעטי שאַפּיראָ.

אַלע דרײַ האָבן געפֿאָכעט מיט דער נשמה, מחמת דער היץ איז בײַ די „באַרישניס“ אױסגעגאַנגען העט און עס האָט זיך נישט געגלוסט צו דיסקוטירן מיט בעטין װעגן ליטעראַטור, װעלכעס װאָלט זי דאַכט זיך קײן מאָל נישט נימאס געװאָרן. בעטי איז געװען צופֿרידן, װאָס מע האָט זי געלאָזט צו רו און זי האָט זיך אַריבערגעטראָגן מיט אירע געדאַנקען אין איר אײגן װעלטל אַרײַן, װוּ זי האָט די לעצטע צײַט ליב געהאַט צו בלײַבן אַלײן. פּלוצעם איז מען איר געקומען, זאָגן אַז אַ יונגער מענטש אין אַ װײַסן פּידזשאַק פֿרעגט זיך נאָך אױף איר, ער װיל זי זען.

― אַ יונגער מענטש אין אַ װײַסן פּידזשאַק, װער זאָל עס זײַן? ― פֿרעגט בעטי, אױסגעדרײט דעם קאָפּ צו אירע קוזינקעס און זעצט זיך אױף.

― למאַי זאָלסטו װעלן טרעפֿן! אַ יונגער מענטש פֿרעגט זיך נאָך, נעם אים אױף. הײס לאָז ער צוגײן אַהער ― האָבן אַ זאָג געגעבן אירע בײדע קוזינקעס די „באַרישניס“ און האָבן זיך אױך אױפֿגעזעצט און גענומען זיך צורעכט מאַכן די האָר.

בעטי האָט זײ געפֿאָלגט. און װי נאָר דער יונגער מענטש איז צוגעקומען מיט זײַן ברײטן שמײכל אױף זײַן אָפֿן באַשפּרענקלט פּנים, אַזױ האָט בעטי גלײַך דערקענט אין אים יענעם יונגען מאַן, ראַבינאָװיטשעס חבֿר, מיט װעלכן ראַבינאָװיטש האָט זי באַקאַנט געמאַכט דעמאָלט אין דרױסן, אין דער נאַכט פֿון דער בהלה ― און איר פּנים איז באַגאָסן געװאָרן מיט פֿאַרב. זי האָט זיך דערפֿרײט גלײַך װי זי װאָלט דערזען ראַבינאָװיטשן אַלײן, אָדער װײניקסטנס זײַנעם אַן אײגענעם ברודער.

בעטי האָט זיך דערמאָנט, אַז איר מוטער האָט איר שױן לאַנג דערצײלט, אַז ער איז געװען בײַ איר אַ פּאָר מאָל אין שפּיטאָל זיך נאָכפֿרעגן אױף איר געזונט, זי האָט עס אָבער געהאַט פֿאַרגעסן ― אין אײן אױער אַרײַן, פֿונעם אַנדערן אַרױס, װאָרעם אירע געדאַנקען זענען די גאַנצע צײַט ביז אַהער געװען פֿאַרנומען נאָר מיט אײנעם, און יענער „אײנער“ האָט אַרױסגעשטױסן פֿון איר זכּרון אַלע אַנדערע… זי פֿילט זיך דעריבער שולדיק קענען אים און װיל אים אױפֿנעמען. „צו װאָס? ער האָט פֿײַנט צערעמאָניעס, פּוסטעקראַטישע גענג, אױפֿנעמענישן, אַ פּראָסטער חי־וקים, ער קאָן באַשטײן זיך אַװעקזעצן מיט איר אָט דאָ אױף גאָטס ערד אונטער גאָטס הימל“.

און נישט לאַנג געטראַכט, טוט ער אַ װאָרף דאָס היטל אױף דער ערד און אַלײן באַזעצט ער זיך אונטער אַ בױם נעבן בעטין, נעמט בײדע קניִען אין די הענט אַרײַן און רופֿט זיך אָן צו איר, װי צו אַ גאַנץ נאָענטער באַקאַנטע, אױף זײַן ליטװישן דיאַלעקט:

― זאָגט־זשע מיר, טײַערינקע, װאָס מאַכטש איר און װאָס הערט מען עפּעס װעגן אײַער באַשערטן, מײַן האַלב גױיִשקן חבֿר, װאָס פֿאַרמאָגט אױף זײַן גאַנצער ייִדישקײט מער ניט, אַז דעם נאָמען ראַבינאָװיטש?

בעטי װערט נאָך רױטער, װי זי איז געװען און װיל צערײַבן דעם שמועס… זינט זי איז דאָ אױף דער דאַטשע, האָט זי נאָך מיט אירע קוזינקעס קײן אײנציק װאָרט נישט גערעדט װעגן ראַבינאָװיטשן; אַפֿילו זײַן נאָמען נישט דערמאָנט; פֿון אַלע און פֿון אַלעמען רעדט זי מיט זײ, נאָר נישט פֿון אים. זײ האָבן גערעכנט, אַז ס'איז דערפֿאַר, װאָס דער דאָקטאָר האָט אָנגעזאָגט הונדערט מאָל, מע זאָל מיט איר רעדן װעגן אַלצדינג, נאָר נישט פֿון דעם, װאָס קאָן זי ערגערן. און זײ האָבן זי געשאַנעװעט. בעטי האָט נישט געװוּסט, װאָס זי זאָל טאָן, װי אַזױ צערײַבט מען דעם שמועס? האָט זי זיך אָנגעכאַפּט אָן דעם, װאָס זי האָט שיִער פֿאַרגעסן פֿאָרצושטעלן פֿאַר דעם גאַסט אירע קוזינקעס, און זי רופֿט זײ אָן בײַ די נעמען און װיל אָנרופֿן אױך דעם גאַסט בײַם נאָמען, װי עס פֿירט זיך, האָט זי אָבער פֿאַרגעסן װי מע רופֿט אים.

איז דער גאַסט איר געקומען צו הילף?

― הורװיטש, בעני הורװיטש ― האָט ער זיך אַלײן פֿאָרגעשטעלט אָן אַ שטײ־אױף פֿון דער ערד און אַפֿילו אָן אַ פֿאַרנױגן זיך, װעלכעס איז די באַרישנעס זײער נישט געפֿעלן און זײ זענען געװען קענטלעך שטאַרק נישט צופֿרידן. דער גאַסט איז אָבער, װײַזט אױס, יאָ געװען צופֿרידן און אױפֿגעלײגט, װי אַלע מאָל, ער האָט באַמערקט, װי די מײדלעך קוקן זיך איבער צװישן זיך און זענען עפּעס זײער נישט פֿרײַנדלעך געשטימט, האָט ער זיך אָנגערופֿן צו זײ װײַטער:

― װי איך זע אַרױס, זאָגט אײַך מײַן נאָמען גאָרנישט ניט. מוז איך אײַך אָנרופֿן אױך די שטאָט פֿון װאַנען איך שטאַם, פּינסק הײסט די שטאָט ― האָט איר געהאָרכט אַ מאָל פּינסק? נו בין איך פֿון די, פּינסקער הורװיטשעס, פֿון די אמתע פֿון די פּינסקער הורװיטשעס…

דערבײַ האָט ער געכאַפּט אַ קוק אױף בעטין און אַרױסגעזען נאָך איר פּנים, אַז זי האָט פֿאַרשטאַנען, אַז דאָס מאַכט ער נאָך איר פֿאָטער שאַפּיראָ: פֿון די אמתע, פֿון די סלאַװיטער שאַפּיראָס… און בײדע האָבן זײ זיך צעלאַכט.

אַ מאָדנע גוטן אײַנדרוק האָט געמאַכט אױף בעטין אָט דער הורװיטש פֿון פּינסק. אַ פֿרײלעכער בחור, אַ באַרעדעװדיקער, זאָגט װערטלעך און לאַכט אַלײן, נאָר אַזױ הילכיק, אַז איר נעמט זיך אָן פֿון אים און איר מוזט אױך לאַכן.

עס איז גיך פֿאַרבונדען געװאָרן צװישן יונגװאַרג אַ שמועס, אין װעלכן עס האָבן גענומען אָנטײל די „באַרישניס“ פֿאַמיליאַנט, װאָס האָבן מוחל געװען דעם גאַסט זײַן נישט עלעגאַנטן פֿאָרשטעלן זיך, און זענען געװאָרן אַ ביסל מער אױפֿגעלײגט און גענומען פֿאַרקערעװען דעם געשפּרעך אױף דער נײַער ליטעראַטור, אַרציבאַשעװ וכדומה. האָט זײ אָבער דער הורװיטש, װאָס פֿון פּינסק, זײער מיאוס אָפּגעהאַקט נאָך אין מיטן דרינען:

― זאָגט נאָר, מײַנע ליבע מײדלעך, װאָס איך װעל בײַ אײַך פֿרעגן: װאָס איז למשל דער שׂכל, װאָס איר רעדט צו מיר אױף גױיִש? דאַכט זיך מײַן נאָמען בעני הורװיטש זאָגט נישט, אַז איך זאָל זײַן, חלילה, אַ קריסט. און אױף מײַן פּנים איז דאַכט זיך אױך נאָך צו דערקענען דעם צלם אלקים? און איר אַלײן זענט, שײַנט מיר אױך, איך בעט איבער אײַער כּבֿוד, ייִדישע קינדער, צי נײן? אױב נישט נאָכן פּנים אַלײן, איז נאָך אײַער רוסיש לשון גרינג צו פֿאַרשטײן, אַז איר שטאַמט פֿון ייִדן. הײַנט װאָס איז מיט אײַך דער מער, װאָס איר ענטפֿערט מיר נישט אױף ייִדיש?

די באַרישנעס פֿאַמיליאַנט זענען, נעבעך, געבליבן גאָר געקאָכט. דאָס ערשטע מאָל טרעפֿט זיך זײ צו באַגעגענען זיך מיט אַזאַ שלאַק. דאַכט זיך אַ יונגער מענטש קאָן זיך פֿאַרגינען אַזױ צו רעדן. און זײ הײבן אָן צו פֿאַרענטפֿערן זיך: ייִדיש איז דען אױך אַ שפּראַך? „זשאַרגאָן“ האָט דען אַ גראַמאַטיק? איז װאָפּערװיךво-первых: ערשטנס. און װאָװטאָריךво-вторых: צװײטנס

נאָר בעני הורװיטש פֿון פּינסק לאָזט זײ נישט אױספֿירן דעם „װאָװטאָריך“ און רופֿט זיך אָן צו זײ מיט זײַן הילכיקן געלעכטער:

― ייִדיש איז קײן שפּראַך? „זשאַרגאָן“, זאָגט איר, האָט ניט קײן גראַמאַטיק? אַ קלאָג צו אײַך! ערשטנס, איז ייִדיש, הערט זיך אײַן, אַזאַ שפּראַך, װי אַלע אַנדערע, אַ שאָד נאָר, װאָס איך האָב קײן צײַט ניט מיט אײַך זיך אַרײַנלאָזן אַ ביסל טיפֿער און אײַך באַװײַזן, אַז איר לעבט אין טעות, און, צװײטנס, הערט זיך אײַן, דאָס, װאָס איר רעדט ניט אױף ייִדיש, איז ניט דערפֿאַר, װאָס ס'איז ניטאָ נאָך קײן גראַמאַטיק ― איר קענט זיך, װי איך זע, באַגײן אָן אַ גראַמאַטיק אױך ― איר רעדט ניס קײן ייִדיש דערפֿאַר, װאָס איר זײַט שקלאַפֿן, װאָס איר זײַט צוגעבונדן צו דער מאָדע און טוט דאָס, װאָס אַלע טוען. איר מײנט, הערט זיך אײַן, אַז איר װעט רעדן אױף גױיִש, װעט מען ניט װיסן, װער איר זײַט, כאַ־כאַ־כאַ!… מיר האָבן פֿאַראיבל אױף דער װעלט, פֿאַרװאָס מע האַלט אונדז אַזױ נידעריק און מע מאַכט אונדז אומעטום צו שאַנד און צו שפּאָט. װי קאָנען מיר, הערט זיך אײַן, פֿאַרלאַנגען פֿון פֿרעמדע מע זאָל אױף אונדז לײגן כּבֿוד, אַז מיר אַלײן, כאַ־כאַ, טרעטן זיך מיט די פֿיס, שפּײַען זיך אַלײן אין פּנים אַרײַן?… די „באַרישניס“, זענען געװען אױסער זיך און האָבן זיך אַזש פֿאַרצװיקט.

― אַ שײנער אינטעליגענט! ― האָבן זײ זיך געטראַכט ― אױך מיר אַ קאַװאַליר! גײט אָפּגעריסן־אָפּגעשליסן און רעדט װי אַ סעדעכע, װי אַן אמתע יענטע־מירל, אָדער װי נחמה די ייִדענע, װאָס טראָגט צו אונדז עופֿות, גענדז און קאַטשקעס… ס'איז גאָר אַ שאַנדע מיט אַזאַ מאַנספּאַרשױן צו זײַן באַקענט, כ'לעבן, אַ שאַנדע, פֿױ!… דאָס אַלצדינג װאָלט נאָך אָבער געװען צו דערלײַדן, װען אָט דער בעני הורװיטש, װאָס פֿון פּינסק, זאָל זיך ניט אױסקערעװען צו בעטין, גלײַך װי זײ װאָלטן דאָ גאָרניט געװען, און אַ זאָג טאָן צו איר אױף זײַן ליטעראַרישער שפּראַך: ― װײסט איר, טײַערינקע, אַז איך בין דאָס געקומען צו אײַך טאַקע אַלײן? איך באַדאַרף מיט אײַך רעדן, הערט זיך אײַן, אַ װיכטיקן ענין, זײער אַ װיכטיקן, אָבער אונטער פֿיר אױגן…

בײדע באַרישנעס פֿאַמיליאַנט זענען אַראָפּגעשפּרונגען, װי אָפּגעגאָסן מיט זודיק װאַסער, פֿון די האַמאַקן און האָבן געװאָלט אַװעק ברוגז אַפֿילו נישט געזעגענטערהײט און איבערלאָזן דאָ די קוזינקע אַלײן מיט איר שײנעם קאַװאַליר, װאָס װײסט ניט װי אַזױ צו האַלטן זיך אין אַ געזעלשאַפֿט פֿון אינטעליגענטע באַרישנעס, ― האָט זײ בעטי מקדים געװען: זי האָט זיך אױפֿגעהױבן פֿריִער, געבעטן בײַ זײ, זײ זאָלן קײן פֿאַראיבל ניט האָבן, זי װעט זיך אַ ביסל דורכגײן מיט איר גאַסט אָט דאָ, פֿאָרנט אין װאַלד, און װעט באַלד קומען צוריק…

דאָס איז פֿאַר די באַרישנעס געװען גאָר אַ טױט־קלאַפּ, און עס האָט זיך אין זײ אָנגעצונדן אַ פֿײַער אױף זײער קוזינקע, װאָס האָט שױן צו שטאַרק פֿאַרריסן די נאָז… און זײ זענען אַװעק צו דער מאַמע זיך נאָכפֿרעגן, אפֿשר װײסט זי, װער איז אָט דער אָפּגעריסענער שלימזל, װאָס רופֿט זיך מיטן נאָמען בעני הורװיטש און באַרימט זיך, אַז ער אין פֿון פּינסק, פֿון די אמתע פּינסקער הורװיטשעס?…

און בעטי מיט איר גאַסט האָבן זיך אַװעקגעלאָזט מיט אַ שמאָלן װעג צװישן צװײ רײען סאָסנאָװע בײמער, װאָס האָבן פֿאַר גרױסער היץ געטריפֿט מיט זשיװעצע און מיט סמאָלע און צעטראָגן אױף אַלע זײַטן אַ געשמאַקן מחיהדיקן ריח פֿון פֿרישן טערפּענטין. און װי נאָר דאָס פֿאָרעל האָט זיך אַ ביסל דערװײַטערט טיף אין װאַלד, מע זאָל זײ ניט קאָנען הערן, אַזױ איז בעני הורװיטש, װאָס פֿון פּינסק, גלײַך צוגעטראָטן צו דער זאַך און האָט מיט זײַן הילכיק קול און פֿרײלעכן טאָן דערצײלט בעטין אַ געשיכטע, װאָס האָט זי שיִער אױפֿגעטראָגן אין דער לופֿטן. עס האָט אױסגעזען בײַ איר װי אַ חלום, אָדער אַ מעשׂה פֿון טױזנט און אײן נאַכט און דערמאָנט די נסים־ונפֿלאָות, װאָס אין די װוּנדערלעכע געשיכטעס פֿון שערלאָק האָלמס“ און „נאַט פּינקערטאָן“.

דאָס הונדערטסטע קאַפּיטל
שערלאָק האָלמס אָדער נאַט פּינקערטאָן

― איך אַלײן, הערט זיך אײַן, בין אַ ייִד אַ צו־להכעיסניק ― אַזױ האָט בעני הורװיטש פֿון פּינסק אָנגעהױבן אױף ייִדיש מיט זײַן טיף־ליטװישן דיאַלעקט זײַן דערצײלונג צו בעטין, שפּאַצירנדיק מיט איר אין װאַלד און מאַכנדיק מיט זײַנע גרױסע פֿיס אַזעלכע ברײטע שפּאַן, אַז ער האָט זיך געמוזט אַלע מינוט אָפּשטעלן, װאָרעם זי האָט נישט געקאָנט אים נאָכיאָגן ― אױף צו להכעיס זיץ איך דאָ, איך דער דאָזיקער שטאָט, װוּ אַ ייִד מוז זיך באַװאָרענען קודם־כּל מיט אַ „פּראַװאָזשיטעלסטװאָ“… זײ װילן, הערט זיך אײַן, איך זאָל זיצן אין פּינסק, און איך, אָט װײַל זײ װילן, װיל איך דװקא דאָ ־ און רופֿט מיך קנאַקניסל! און אַגבֿ מוז איך טאַקע זיצן דאָ, װײַל דאָ האָב איך אַלע ביכער, װאָס איך דאַרף האָבן צו לערנען, און אַז זײ װעלן מיר זאָגן אַכצן מאָל „פּראַװאָזשיטעלסטװאָ“, װעט זיך זײ עפּעס העלפֿן! איך מוז מײַנס דערגרײכן, עס מעגן אַפֿילו פֿאַלן שטײנער פֿון הימל! און איך פֿיל, אַז ― שפּעטער אָדער פֿריִער ― איך װעל אױספֿירן גאָר אָן אַ שום תּירוץ. איך האָב בײַ זיך אין קאָפּ, הערט זיך אײַן, אַ מאַסע אידעען און אַנטדעקונגען אַזעלכע, װאָס װען מע לאָזט מיך צו צום „טעמפּל פֿון װיסנשאַפֿט“ און מע גיט מיר אין די הענט אַרײַן אַלץ, װאָס איך דאַרף: אַ לאַבאָראַטאָריום און כּלים מיטן גאַנצן קלאַפּער־געצײַג ― קער איך אײַך איבער די גאַנצע װעלט! עס קאָן זײַן, איר'ט לאַכן פֿון מיר, איר'ט מײנען, איך בין אַ שטיק פֿאַנטאַזיאָר אָדער טאַקע אַ גאַנצער משוגענער, נאָר מיר דאַכט, אַז איך בין שױן אױפֿן װעג מיט אַ זאַך, װאָס מענטשן װעלן פֿאַרשפּאָרן זיך רײַסן, װי די הינט איבער אַ שטיקל ברױט, דאָס איז אַ נײַער כעמישער עסנשטאָף, װאָס ניט נאָר עס װעט קאָסטן ביליקער פֿון ברױט מיט פֿלײש מיט גרינס מיט נאָך אַזעלכע זאַכן, און ניט נאָר עס װעט בײַשטײן קעגן די אַלע אױסגערעכנטע זאַכן, דאָס װעט זײַן אַזאַ מין פּרעפּאַראַט, הערט זיך אײַן, װאָס איטלעכער מענטש װעט דאָס קאָנען אַלײן מיט זײַנע אײגענע הענט אַרױסבאַקומען. װילסט פֿרעסן! ― אַװעקגעזעצט זיך, אַרױסגענומען פֿון קעשענע אַ מאַשינקעלע, אַ קװעטש אַהער, אַ דרײ אַהין ― פֿאַרטיק װאַרמעס!

דעם „קװעטש אַהער“ און דעם „דרײ אַהין“ האָט ער איר באַװיזן מיט די הענט און אַזױ ערנסט, גלײַך װי דאָס „מאַשינקעלע“ איז שױן בײַ אים אָט דאָ אין די הענט.

― װי אַזױ איך בין דערױף געפֿאַלן און װאָס פֿאַר צרות אױף בין אױסגעשטאַנען ביז כ'האָב געקראָגן די סאַמע נױטיקסטע מיטלען מיט פֿינף פֿינגער דורכצוזעצן די ערשטע פּראָבן און כעמישע עקספּערימענטן, און װאָס פֿאַר עקספּערימענטן מע באַדאַרף נאָך דורכמאַכן, מע זאָל קומען צום רעכטן שמיציק ― איז לאַנג צו רעדן, און אין האָב מורא, אױב איר װעט מיך גאָר פֿאַרשטײן… איך זאָג ניט, אַז ס'איז שױן בײַ מיר אין האַנט ― אַזױ װײַט משוגע בין איך נאָך ניט ― איך זאָג נאָר, אַז איך בין שױן, דאַכט זיך, אױף אַ דרך. גענוג זענען געװען ביז מיר, װאָס האָבן געבראָכן דעם קאָפּ אױף אַזעלכע װעלט־פּראָבלעמען, און טאָמער איז באַשערט מיר אױך ברעכן דעם קאָפּ ― װײס איך ניט. אפֿשר יאָ און אפֿשר ניט, נאָר אױב עס װעט מיר געראָטן, אַזױ װי איך מײן, קאָנט איר פֿאַרשטײן, װאָס פֿאַר אַ װערט עס האָט בײַ מיר זײער פּראַװאָזשיטעלסטװאָ, אַ קלאָג צו זײ! באַרעכנט נאָר אַדרבא, אױב איר קאָנט אײַך פֿאָרשטעלן אין דער פֿאַנטאַזיע, װאָס פֿאַר אַן איבערקערעניש אַזאַ דערפֿינדונג װאָלט געמאַכט אין צי מוחות פֿון די מענטשן, און װאָס פֿאַר אַ פּנים עס באַקומט זי װעלט, הערט זיך אײַן, אַז אַלע זענען זאַט, אַז ס'איז ניטאָ שױן מער קײן הונגעריקע, קײן אומצופֿרידענע, קײן קלאַסנקאַמף, קײן עקאָנאָמישע טעאָריעס, קײן לומפּענפּראָלעטאַריאַט ― אַ סוף צו אַלע צרות!..

די גאַנצע צײַט, װאָס ער האָט גערעדט, איז ער געװען אין דער בעסטער לױן, און די אױגן בעת־מעשׂה האָבן אים אַזױ געלױכטן פֿון נצחון און דאָס באַשפּרענקלטע פּנים אַזױ געשײַנט פֿון גליק, אַז בעטי האָט זיך ניט װילנדיק פֿאַרקוקט אױפֿן דאָזיקן מאָדנעם יונגנמאַן, װאָס האָט זיך אַ װײַלע אָפּגעשטעלט און אױסגעװישט מיט דער פּאָלע פֿון געל־װײַסן שטאַרק־צעקנײטשטן פּידזשאַק דעם שװײס פֿון זײַן גרױסן ברײטן שטערן, און בעטי האָט נישט געקאָנט ניט כאַפּן אַ קוק אױפֿן דאָזיקן גליקלעכן דערפֿינדער פֿון נײַעם עסנשטאָף, װאָס גײט גליקלעך מאַכן די װעלט און טראָגט דערװײַל אַזאַ קלאָגעדיקן פּידזשאַק, װאָס בעט זיך שױן לאַנג, מע זאָל אים אױסװאַשן און אױספּרעסן און ערטערװײַז טאַקע פֿאַרריכטן אױך.

― אַלזאָ, בין איך אַ ייִד, װי איך האָב אײַך געזאָגט, אַ צו־להכעיסניק, און זיץ אין דער שטאָט, װוּ מע טאָר ניט אָן אַ שום פּראַװאָזשיטעלסטװאָ, און טו מיר מײַנס ― איך לערן… נאָר אַזױ װי, הערט זיך אײַן, אַ מאָגן װיל ניט הערן פֿון קײן שום טעאָריעס, פֿון צו־להכעיסן און פֿון פּראַװאָזשיטעלסטװעס איז ביז דער נײַער עסנשטאָף װעט אַמאָל זײַן ― מוז מען אים פֿאַרשטאָפּן דער שװאַרץ־יאָר װײס מיט װאָס, ער זאָל לאָזן צו רו. װאָס־זשע טוט אַזאַ ייִד, װי בעני הורװיטש פֿון פּינסק? גיט ער שטונדן, הערט זיך אײַן, און דװקא בײַ גױים, און דװקא בײַ אַזעלכע גױים, װאָס שטײען גאַנץ נאָענט צו דער פּאָליציע, װי זאָגט מען דאָס: „אַ כּשרער טאָפּ מיט אַ כּשרן לעפֿל“… אַי די קשיא: װי קום איך צו פּאָליציע? װאָס פֿאַר אַ מחותּן בין איך מיט פּאָליציע? נפֿלאָות־הבורא! אָט טאַקע דורך דעם, װאָס איך האָב ניט קײן פּראַװאָזשיטעלסטװאָ און מוז אָנקומען צו פּאָליציע, בין איך געהאָלפֿן געװאָרן גאָר על־צד־היותר־טובֿ! דהײַנו? איך האָב מיך מישבֿ געװען און זאָג צו זיך אַלײן: „ביסט דאָך סײַ װי מיטן קאָפּ אין דער ערד, בעני, װאָס האָסטו אײַנצושטעלן? פּרוּװ זיך, אפֿשר װעסטו פּועלן בײַ זײ מיט גוטן, צו װאָס זאָלסטו זיך פֿאַרקריגן מיט אַ װעלט?…“ און איך נעם און רוף מיך אָן צו אײנעם פֿון זײ אױג אױף אױג: „הער זיך אײַן, גױ, זאָג איך, װאָס איך װעל דיר זאָגן. די מעשׂה דערפֿון, זאָג איך, איז אַזױ: קײן געלט, זאָג איך, דיר צו געבן, האָב איך ניט, און דו, זאָג איך, ביסט אַ מענטש, זאָג איך, װאָס נעמען דאַרפֿסטו, על־כּן, זאָג איך, קאָן איך דיר, זאָג איך, צאָלן מיט שװה־כּסף, דהײַנו, װי אַזױ? אױב, זאָג איך, דו האָסט קינדער און װילסט דאָך מן־הסתּם, זאָג איך, אַז דײַנע קינדער, זאָג איך, זאָלן עפּעס קענען, בין איך אָנגעברײט, זאָג איך, מיט זײ צו לערנען יעדן טאָג אַ שעה, און איך בין דיר ערבֿ, זאָג איך, אַז װען אַפֿילו זײ זאָלן זײַן קלעצער, זאָג איך, װעלן זי בײַ מיר, זאָג איך, אױך װערן לומדים, מופֿלגים־בתּורה!“… אָט אַזױ טאַקע מיט דעם לשון, און װאָס זאָל איך אײַך דאָ לאַנג ברײַען? דער גױ קוקט מיך אָן, װי משמעות, כ'בין אים געפֿעלן, דערנאָך מאַכט ער צו מיר: „קום אַרײַן צו מיר, זאָגט ער, אַהײם אין אַזאַ און אַזאַ שעה, װעלן מיר, זאָגט ער, שמועסן…“ איר הערט װערטער! אַװדאי האָב איך מיך נישט געפֿױלט און געקומען צו דער שעה און האָב אָנגעטראָפֿן בײַ אים, הערט זיך אײַן, קינדערלעך ― אײנס אין אײנס ― טאַקע קלעצער! נאָר אַז ס'איז באַשערט אַ מענטשן, איז עס אַװעק מיט הצלחה, אַזױ, אַז דער אײנער האָט איבערגעגעבן נאָך אײנעם, שױן פֿאַר געלט, ניט גלאַט אַזױ זיך, און יענער אײנער נאָך אײנעם און נאָך אײנעם ― ביז איך האָב אָנגעטראָפֿן צו אײנעם אַ גױעץ, געװען אַ קנעפּל, הײַנט האָט מען אים געגעבן דעם װעג ― אַן אָפּגעשלאָגענע הושענא, הײסט עס, ― איבער װאָס האָט מען אים געגעבן דעם װעג? איבער אַ אינטריגע: מע װאָס אױף אים אַזױ לאַנג געגראָבן און געגראָבן, ביז מע האָט אים באַגראָבן, מילא, באַגראָבן ― ברוך דײַן אמת. איז אָבער ניט דאָס נאָך דער עיקר־המעשׂה ― דאָס איז מער ניט, אַז אַ מאמר־המוסגר. דער עיקר איז, װאָס איך האָב בײַ דעם גױ, בײַ דער אָפּגעשלאָגענער הושענא, הײסט עס, נושׂא־חן געװען, הערט זיך אײַן, אַזױ װײַט, אַז ער האָט מיר פֿאַרטרױט אַ זאַך, װאָס האָט אַ נאָענטע שײַכות צו אײַך…

בעטי האָט זיך אַ װאָרף געגעבן און געװאָרן, װי אים האָט זיך אױסגעדאַכט, אַ ביסל װי בלאַס.

― צו מיר?…

בעני הורװיטש פֿון פּינסק האָט זי אָבער באַלד באַרויִקט

― אַז ניט צו אײַך דירעקט, איז אומדירעקט, דורך אײַער… נו… דורך אײַער פֿרײַנד, װעלן מיר זאָגן, און דורך מײַן האַלב־גױיִשקן חבֿר, װאָס קומט איצט אָפּ פֿאַר כּל־ישׂראל…

בעטי האָט אָפּגעאָטעמט און בעני הורװיטש פֿון פּינסק האָט גענומען צו דערצײלן װײַטער:

― בקיצור־המעשׂה, אָט דער קנעפּל, אָדער די אָפּגעשלאָגענע הושענא, װאָס האָט געװאָלט װאַקסן און װאַקסן און װערן מיט דער צײַט גאָר אַ גרױס קנעפּל, װי באַלד מע האָט אים באַגראָבן און געגעבן דעם װעג, האָט ער זיך מישבֿ געװען, הערט זיך אײַן, װי שטײט בײַ אונדז: „עין תּחת עין“. ער האָט זיך געשװאָרן מיט כּל־השבֿועות: נקמה! דאָס הײסט, ער האָט זיך דאָס װאָרט געגעבן, אַז ער מוז זײַנע באַגרעבער באַגראָבן צוריק, מיט װאָס? װעט איר הערן אַ שײנס. ― אַ גאַנצע געשיכטע: אָט דער קנעפּל, װאָס איך זאָג אײַך, איז געװען פֿון די, װאָס זײער עובֿדה איז, צו זוכן גנבֿות און גנבֿים, זײער גאַנצער קאָפּ איז אַרײַנגעטאָן, הײסט עס, נאָר אין די זאַכן, װאָס געהערן זיך אָן מיטן פּסוק „לא־תגנובֿ“… און אַזױ װי ער איז געװען אין די ענינים אַ גרױסער מאדים, האָט מען אים אָנגעטרױט, הערט זיך אײַן, אַ גאַנצן פּאַק גנבֿות פֿון אַ באַנדע באַרימטע גנבֿים און שװינדלער, און ער האָט זיך אונטערגענומען אַלע גנבֿות אױפֿזוכן און די חבֿרה־לײַט אײנציקװײַז אױסלאָװען און אַרײַנזעצן אין חד־גדיא אַרײַן, און די הצלחה האָט אים געשפּילט, עס איז אים אָפּגעראָטן, װאָרעם ער האָט ניט געזשאַלעװעט קײן טירחה. ער איז אױסגעװען, הערט זיך אײַן, אין אַלע שענקלעך, גנבֿים־גריבער און מײַזנלעכער, געװאָרן אױסגעבונדן מיט אַלע גנבֿים, גזלנים אין כוליגאַנעס, אױסגעלערנט זיך זײער לשון, אינאײנעם געטרונקען בראָנפֿן און אינאײנעם מיט זײ אַװעקגעלאָזן זיך גנבֿענען, ברעכן שלעסער, און נאָכדעם זיך געלאָזט אײַנזעצן מיט זײ כּלומרשט אין גוטן מקום, בכדי ער זאָל קאָנען בײַ זײ װאָס מער אַרױסבאַקומען סודות פֿון אַנדערע גנבֿות און גזלות, און װען עס װאָלט אים אָפּגעגאָלטן ביזן סוף, װאָלט ער מסתּמא באַקומען נאָך אַ גרעסער קנעפּל און װאָלט געגאַנגען העכער און העכער און װאָלט געװאָרן מיט דער צײַט באַרימט, אַ מין שערלאָק האָלמס, להבֿדיל, אָדער אַ נאַט פּינקערטאָן… נאָר װאָס דען? ס'איז באַשערט געװען, הערט זיך אײַן, אַן אומגליק, עס האָט זיך מיט אַמאָל איבערגעריסן און סאַמע אין מיטן! ער האָט שױן געהאַלטן, זאָגט ער, בײַ ליקװידירן דעם גאַנצן עסק, האָט אים דער רוח געטראָגן, זאָגט ער, ער זאָל זיך אָנשלאָגן אױף אַ נײַעם עסק און באַגעגענען זיך מיט אײנעם אַ חבֿרה־מאַן, נאָך גאָר אַ יונגער שײגעץ, נאָר אַ געניטער גנבֿ, װאָס האָט זיך אים אַלײן אונטער אַ גלעזל משקה מודה געװען אין אַ גאַנץ בינטל פֿון גנבֿות, גזלות און רציחות און בתוכם איז שױן אױך געװען די רציחה פֿונעם קלײנעם שײגעצל װאָלאָדקע, װאָס אינעם זכות פֿון אונדז, ייִדן, איז אים באַשערט געװען צו װערן אַזאַ מפֿורסם אױף דער װעלט!… און ביז דעמאָלט, דאַרפֿט איר װיסן, איז אונדזער גױ, װאָס איך דערצײל אײַך, געװען זיכער, װי אַ סך אַנדערע גױים, אַז װאָלאָדקעס טױט ― דאָס איז אונדזער ייִדישע אַרבעט לכּבֿוד פּסח, װאָרעם ער איז איבערצײַגט, הערט זיך אײַן, נאָך עד־היום, אַז אַ גאַנץ יאָר עסן מיר עופֿות גלײַך מיט אַלע מענטשן, נאָר אַז עס קומט פּסח, זענען מיר זיך נוהג צו שלינגען קלײנע שקצימלעך און דװקא קריסטלעכע… גוט. אַרױפֿגעשלאָגן זיך אױף אַ נײַעם עסק, איז זיך מישבֿ מײַן שערלאָק האָלמס, אָדער נאַט פּינקערטאָן און טוט אַ שפּײַ אױף אַלע גנבֿות און גזלות און גיט זיך אַ נעם מיט זײַן גאַנצער ענערגיע צום דאָזיקן נײַעם עסק, לאָזט שױן ניט אָפּ קײן אױג פֿון דעם בחור, װאָס האָט אים דערצײלט די מעשׂה, װערט מיט אים אַ נאָענטער מחותּן, טאַקע גאָר אינגאַנצן חבֿר־לאַפּ, און הײבט אָן אױסצוטאַפּן בײַ אים ביסלעכװײַז און קאַפּלעכװײַז, אַלע טאָג אַ לעפֿעלע, אַזױ לאַנג, אַזױ ברײט, בין ער װערט געװױרע די גאַנצע חתונה מיט אַלע מחותּנים מיט די כּלי־זמרים מיט די סאַרװערס און סאַרװערקעס ― הערט זיך אײַן, אַ גאַנצע באַנדע און ― שערשעײ לאַ פֿאַםcherchez la femme ― אַ נקבֿה איז דאָ אױך אין מיטן. ניט אײן נקבֿה, נאָר צװײ נקבֿות, דרײַ נקבֿות. װאָרעם דער װאָלאָדקע האָט זיך געהאַט באַרימט פֿאַר זײַן מאַמע, אַז אײנער עפּעס אַן אומבאַקאַנטער פּאַרשױן מיט אַ קנעפּל גיט אים צוקערקעס און נאַרט בײַ אים װערטער ― און דער אײנער איז געװען, הערט זיך אײַן, ניט קײן אַנדערער, נאָר טאַקע דער אײגענער שערלאָק האָלמס, אָדער נאַט פּינקערטאָן ― קומט אױס, הײסט עס, אַז ער אַלײן טאַקע, אַן אָפּגעשלאָגענע הושענא, איז גאָר געװען אַ שטיקל גורם, מע זאָל הרגענען דעם װאָלאָדקען!… האָט דאָס אים נאָך מער געטריבן, ער זאָל װאָס גיכער אױפֿדעקן די גאַנצע כּנופֿיא. ― און ער װאָלט דאָס געװיס דורכגעפֿירט, זאָגט ער, אױפֿן גלענדצנסטן אַרט, װען עס זאָל ניט קומען אױף אים פּלוצעם אַ מפּלה און מע זאָל אים ניט געװען אַראָפּזעצן ― ער װײסט ניט, זאָגט ער, פֿאַר װאָס ― סאַמע אין מיטן דער אַרבעט!… ער איז שױן געװען זאָגט ער, גאָר בײַם גאַנג, אָט־אָט נאָך אַ ביסל און דער גאַנצער עסק װאָלט, זאָגט ער, געװען װי אױף אַ טעלער. עס האָבן אים געפֿעלט, זאָגט ער, נאָר צװײ זאַכן: ערשטנס, האָט דער גױיִשער קאָפּ פֿון אונדזער שערלאָק האָלמס נישט געקאָנט פֿאַרשטײן, פֿון װאַנען האָבן זיך גענומען די נײַן און פֿערציק װוּנדן אױפֿן לײַב פֿונעם געהרגעטן שגצל? דער מספּר 49, זאָגט ער, געפֿעלט אים ניט. מע זאָגט, זאָגט ער, אַז בײַ ייִדן איז דאָס אַ קאַבאַליסטישער מספּר. לױט קבלה, זאָגט ער, מוזן ייִדן צאַפּן בלוט דורך 49 װוּנדן… צעלאַך איך זיך, הערט זיך אײַן, און זאָג צו אים: „הער זיך אײַן, זאָג איך, קבלה, זאָג איך, גױ, לאָז צו רו. דו ביסט, זאָג איך, פֿון קבלה, זאָג איך, אַזױ װײַט, װי איך פֿון צאַפּן בלוט דורך 49 װוּנדן. נאָר אײן זאַך, זאָג איך, װוּנדערט מיר אױף דיר, דו ביסט, זאָג איך, אַ גױ מיט ענערגיע און מיט פֿאַרשטאַנד, כּמעט, זאָג איך, אַ שערלאָק האָלמס, להבֿדיל, אָדער װײניקסטנס אַ נאַט פּינקערטאָן, און זעסט אַרױס, זאָג איך, גאַנץ גוט, אַז דאָס איז אַ קרבן נישט פֿון ייִדן, נאָר פֿון אײַערע אײגענע גנבֿים און כוליגאַנעס, װאָס האָבן דעם װאָלאָדקען צורעכט געמאַכט צוליב זײערע אײגענע אינטערעסן און חשבונות און בכדי מע זאָל ניט חושד זײַן זײ, זאָג איך, אַרױפֿגעלײגט די באָד אױף ייִדן, הײַנט װי פֿאַלט דיר ניט אײַן אין קאָפּ, זאָג איך, שטאָט קבלה בעסער אַ טראַכט צו געבן, זאָג איך, טאָמער האָבן דאָס טאַקע חבֿרה מיט אַ כּיװן אַרײַנגעהאַקט דעם קלײנעם 49 שטאָך שױן לאַחר־המעשׂה, זאָג איך, בכדי, זאָג איך, צו פֿאַרבלענדן די אױגן דיר, זאָג איך, און נאָך אַזעלכע פּינקערטאָנען װי דו, װאָס זענען אַזױ קלאָר אין אונדזער קבלה, זאָג איך, װי איך בין קלאָר אין דעם, װאָס אױפֿן שטערן מאַרס טוט זיך“… פֿאַרטראַכט ער זיך אַ ביסל, מײַן שערלאָק האָלמס, און מאַכט צו מיר אַזױ: „דאָס איז אַלצדינג, זאָגט ער, מעגלעך, װי דו זאָגסט, זאָגט ער, כאָטש דו װעסט מיך ניט אײַנרעדן, זאָגט ער, אַז איר קענט זיך באַגײן פּסח אָן אונדזער בלוט“… אַ קלאָג צו דײַן קאָפּ! ― טראַכט איך מיר… „נאָר װאָס דען ― זאָגט ער צו מיר װײַטער ― איך װעל דיר, זאָגט ער, זאָגן דעם גאַנצן אמת: מיך קװעטשט, זאָגט ער, אַן אַנדער זאַך: איך האָב מורא געהאַט, זאָגט ער, שטעלן אױף די רעד פֿון דעם דאָזיקן יונגען חבֿרה־מאַן. דאָס, װאָס אַ גנבֿ באַרימט זיך אונטער אַ גלעזל בראָנפֿן, איז נאָך פֿון די קלײנע זאַכן. אױפֿצודעקן אַזאַ טײַערן ביסן באַדאַרף מען, זאָגט ער, האָבן עפּעס אַ רעכטן סימן, אַ פֿעסטן באַװײַז אין דער האַנט, דאָס, װאָס יוריסטן רופֿן אָן מיטן נאָמען „קאָרפּוס דעליקטיcorpus delicti“… און בכדי צו באַקומען אַזאַ מין באַװײַז, איז זיך מישבֿ מײַן שערלאָק האָלמס אָדער פּינקערטאָן און פֿאַלט אױף אַן אײבערהסברה, טאַקע װי אַן אמתער פּינקערטאָן און רופֿט זיך אָן צום חבֿרה־מאַן, צום גנבֿ, אַז ער גלױבט אים ניט, אַז ס'איז שקר־וכּזבֿ, לױטער באַרימערײַ און װײַטער גאָרניט. שװערט זיך מסתּמא יענער, כאַפּט די ערד, גלױבט ער װײַטער ניט. ער האָט אים, הערט זיך אײַן, אַזױ װײַט פֿאַרטריבן אין דער אַמביציע אַרײַן, אַז דער יונגער הברה־מאַן איז גרײט געװען פֿאַרקאַטשען די אַרבל און ברעכן אונדזער פּינקערטאָנען אַ בײן, אַז דער רוח זאָל אים נעמען: אַזױ לאַנג, אַזױ ברײט, הערט זיך אַן, ביז יענער האָט אים צוגעזאָגט געבן אַ באַװײַז, אַ זאַך, װאָס קעגן דעם װעט שױן ניט זײַן גאָרניט װאָס צו זאָגן. „אַנו, װוּ איז דײַן באַװײַז?“ ער קאָן ניט, זאָגט ער, באַלד אױפֿן אָרט, ער װעט דאָס, זאָגט ער, מאָרגן־איבערמאָרגן ברענגען צו טראָנען. עס געפֿינט זיך, זאָגט ער, ניט בײַ אים אין די הענט, נאָר בײַ זײַן געװעזענער כּלה, בײַ אַ שיקסע, מיט װעלכער ער איז איצט צעקריגט…“ „װי הײסט זי, די שיקסע?“ ― אַלצדינג יאָ, זאָגט גר, נאָר דאָס אַ מכּה!… „װאָס־זשע איז דאָס פֿאַר אַ זאַך, קענסט דאָך זאָגן?“ ― דאָס איז, זאָגט ער, אַ רענצל מיט ביכער און טעטראַדעןтетрады: שולאַרבעט־ביכער, װאָס דער קלײנער װאָלאָדקע האָט געהאַט מיט זיך געקראָגן אין יענעם פֿרימאָרגן, אײדער מע האָט אים צורעכט געמאַכט… און בתּוך־כּך איז אָנגעקומען אױף מײַן שערלאָק האָלמס די מפּלה, און דערװײַל איז דער יונגער גנבֿ נעלם געװאָרן און דער „קאָרפּוס דעליקטי“, װאָלאָדקעס רענצל מיט די ביכלעך און טעטראַדקעס, געפֿינען זיך ערגעץ בײַ אַ שיקסע, װאָס ער װײס נאָך עד־היום ניט איר נאָמען, נאָר ער זוכט זי און האָפֿט, ער איז זיכער, אַז ער װעט זי געפֿינען פֿון אונטער די ערד ― סײַדן זאָגט ער, ער װעט פֿריִער אײַננעמען אַ מיתה־משונה. און איך גלױב אים, װײסט איר פֿאַרװאָס? װײַל ער טוט דאָס נישט אַזױ מאַהבֿת־מרדכי, װי משׂינאַת־המן, און ס'איז נישטאָ נאָך, הערט זיך אײַן, אַזאַ זיכערער מיטל, װי שׂינאה און אַזאַ געפֿערלעכע כּלי־זײַן װי קינאה… נאָר װײ זאָגט מען דאָס בײַ אונדז: „זאָל זײַן פֿון אַ קאָזאַק, אַבי אַ רפֿואה“…

דאָס הונדערט ערשטע קאַפּיטל
בעטי נעמט זיך צו דער אַרבעט

שױן גאָר פֿונעם אָנהײב אין אָט דער בעני הורװיטש, װאָס פֿון פּינסק, געפֿעלן געװאָרן בעטין מיט זײַן רעדן. עס איז געװען כּל עצמותיו תּאמרנה ― אַלע אבֿרים האָבן אין אים גערעדט; די אױגן האָבן געפֿינקלט, דאָס פּנים האָט געברענט, דעם קאָפּ געהאַלטן אַראָפּ און מיט בײדע הענט געמאַכט אַרױף און אַראָפּ, װי אַ ייִדענע בשעת ליכט־בענטשן, און געלאַכט האָט ער בײַ יעדער געלעגנהײט הױך און הילכיק, אַזױ, אַז זײַן געלעכטער האָט זיך אָפּגעגעבן אין װאַלד, ― און ס'איז גאָר קײן חידוש נישט דעריבער, װאָס בעטי האָט אים אַזױ אױסגעהערט מיט קאָפּ, נישט געװאָלט איבעררײַסן אים מיט קײן אײן־און־אײנציק װאָרט, ובפֿרט אַז זײַן דערצײלונג האָט װאָס װײַטער געהאַט פֿאַר איר אַלץ מער אינטערעס, און אינאײנעם מיטן אינטערעס איז געװאַקסן אױך איר צוטרױען און איר סימפּאַטיע צום דאָזיקן יונגען מאַן. זי דערמאָנט זין אָן זײער ערשט באַגעגעניש מיט אים אין יענער נאַכט פֿון דער גרױסער „בהלה“, װען זײ זענען געלאָפֿן מיט אַלע ייִדן, װוּהין די אױגן טראָגן. און זי דערמאָנט זיך אָן יענעם געשפּרעך, װאָס ער האָט דעמאָלט געפֿירט מיט ראַבינאָװיטשן, ― געדענקט זיך איר, אַז נאָך דעמאָלט האָט ער איר אױסגעזען זײער סימפּאַטיש צו זײַן. זי דערמאָנט זיך אָן דעם פֿאַרגלײַך, װאָס זי האָט דעמאָלט געמאַכט צװישן זײ בײדע, פֿון װעלכן עס האָט זיך איר אױסגעװיזן דעמאָלט, אַז אָט דער יונגער מאַן, װאָס רופֿט זין „בעני הורװיטש פֿון פּינסק“ איז העכער אפֿשר מים אַ גאַנצן קאָפּ פֿון ראַבינאָװיטשן ― און עס האָט זי רעכט פֿאַרדראָסן, געדענקט זיך איר, למאַי ער איז העכער… נישט בעסער ― נײן, זי זאָגט דאָס נישט ― נאָר העכער, מער אַנטװיקלט און מער אױפֿריכטיק און מער װאַרעמער ייִד װי יענער…

„גאָט אַלײן האָט אים אַהער געשיקט ― טראַכט זיך בעטי, הערט זיך אײַן אין זײַן דערצײלונג, האָט מורא אַ װאָרט דורכצולאָזן. אַלצדינג, איטלעכס ברעקל האָט פֿאַר איר אַ װערט, און קײנער קאָן עס אַזױ נישט אָפּשאַצן, װי זי, װאָרעם קײנער װײס נישט דאָס, װאָס זי װײס… זי, און נישט קײן אַנדערע, האָט דאָך געהאַט די זכיה אָפּצוזיצן אַ נאַכט אין געפֿענקעניש אינאײנעם מיט יענער, װאָס דער „שערלאָק האָלמס“ זוכט אַצינד און קאָן זי נישט געפֿינען… דאָס איז דאָך יענע פֿאַרלױרענע, װאָס האָט געשמעקט מיט העליאָטראָפּ, מיט יאָדאָפֿאָרם און פֿון װעלכער בעטי האָט זיך אָנגעהערט דעמאָלט אַזױ פֿיל מוראדיקע מעשׂיות… בײַ איר, בײַ אָט דער פֿאַרלױרענער, געפֿינט זיך, הײסט עס, דער גאַנצער שליסל פֿונעם דאָזיקן פּלאָנטער, דער צענטער פֿון אַלע באַװײַזן, דער „קאָרפּוס דעליקטי“ פֿונעם פּראָצעס, ― דאָס רענצל מיט ביכער און טעטראַדען פֿונעם געהרגעטן װאָלאָדקע ― אָט דאָס װען מען באַקומט אַרױס און מע פּאַקט די חבֿרה גנבֿים ― איז דאָך אַ סוף, אױס בילבול, אױס ריטואַל, אַלצדינג אױס ― און ראַבינאָװיטש גײט אַרױס פֿרײַ! ― נײן, בעטי קאָן זיך שױן מער נישט באַהערשן. זי שטרעקט אױס בײדע הענט צום סימפּאַטישן הורװיטש, װאָס פֿון פּינסק, שענקט אים אַ קוק פֿון אירע שײנע אױגן, װעלכע ראַבינאָװיטש פֿלעג נישט קאַנען איבערטראָגן גלײַכגילטיק, און רופֿט זיך אָן צו אים:

― אײַער געשיכטע, װאָס איר האָט מיר דאָ דערצײלט, כאָטש איר רופֿט זי אָן מיט אַזעלכע נעמען, װי „שערלאָק האָלמס“ און „נאַט פּינקערטאָן“, האָט אַן אומגעהײַערן אינטערעס פֿאַר מיר… פֿאָר אונדז אַלע! איר קאַנט זיך גאָרנישט פֿאָרשטעלן, װאָס עס קאָן דערפֿון אַרױס, און איך האָב נישט קײן װערטער גענוג אױף אַרױסצוזאָגן אײַך װי װײַט איך בין אײַך דאַנקבאַר פֿאַר אײַער… פֿאַר אײַער װיזיט.

― דאַנקבאַר פֿאַר מײַן װיזיט? ― בעני הורװיטש באַטראַכט זי מיט אַן איראָניש־פֿרײַנדלעכן קוק פֿון אױבן אַראָפּ, װי אַ פֿאָטער קוקט אױף אַ קינד, אָדער װײניקסטנס, װי אַן עלטערער ברודער אױף זײַן קלײן נאַיִװ נאַריש שװעסטערל, און ער צעגיסט זיך מיט זײַן הױכן פֿרישן געזונטן הילכיקן געלעכטער, װאָס װערט צוטראָגן װײַט איבערן װאַלד ― כאַ־כאַ־כאַ! איך גיב אײַך אַװעק, הערט זיך אײַן, אַ האַלבן דאַנק צוריק, װאָרעם אױב מײַן חבֿר איז אפֿשר אײַך נעענטער װי מיר, איז ער דאָך קודם־כּל אַ ייִד און זיצט אונטער זיבן שלעסער. נאָר נישט ער אַלײן זיצט. עס זיצן מיט אים, הערט זיך אײַן, אונדזערע אַלע מיליאָנען ייִדן, אָט װיפֿל מיר זענען דאָ פֿאַראַן אינעם דאָזיקן לאַנד, און מיר אַלע װערן גלײַך מיט אים באַשולדיקט אין אַ זאַך, װאָס ס'אַ חרפּה גאָר צו פֿאַרענטפֿערן זיך… הײַנט װאָס רעדט איר מיט מיר פֿון דאַנקבאַרקײט און נאָך אַזעלכע סקאַרבאָװע װערטער, װאָס װערן אָנגערופֿן בײַ אונדז מליצה, כאַ־כאַ־כאַ?

― איר האָט מיך נישט רעכט פֿאַרשטאַנען ― װיל זיך בעטי פֿאַרענטפֿערן ― פֿאַר מיר האָט אײַער דערצײלונג אַ באַזונדערן אינטערעס, אָט די כּלה פֿון דעם יונגען גנבֿ, װאָס מע זוכט און מע קאָן זי נישט געפֿינען, האָב איך אַ מיטל…

נאָר דאָ פֿאַרכאַפּט זיך בעטי און װיל נישט רעדן װײַטער, בײַ איר אין קאָפּ װעבן זיך פֿאַרשידענע פּלענער װעגן דעם, װי אַזױ מע באַדאַרף זיך נעמען צו דער אַרבעט: קודם־כּל באַדאַרף מען דערגײן דעם נאָמען פֿון יענער פֿאַרלױרענער ― דאָס איז נישט שװער: אַזױ װי זי און יענע פֿאַרלױרענע זענען געװען אַרעסטירט בײדע אין אײן צײַט ― אין יענער שרעקלעכער נאַכט ― באַדאַרף זײַן פֿאַרשריבן יענערס נאָמען אין בוך גלײַך מיט איר, בעטיס, נאָמען. באַדאַרף מען אַרױסנעמען אַ נאָטיץ, הײסט עס, פֿון די ביכער ― און דאָס קאָן טאָן גאָר דאָס „קנעפּל“, אָדער די „אָפּגעשלאָגענע הושענא“, װי ער רופֿט אים אָן… װי אַזױ אָבער גיט מען דאָס איבער דעם דאָזיקן הורװיטשן, אַז עס שטײט איר גאָר נישט אָן מיט אים צו רעדן פֿון דעם, אַז זי איז אַמאָל געזעסן?… איר גדלותדיקע, גאװהדיקע נאַטור דערלאָזט איר נישט, טאָמער װעט ער זיך נעמען בײַ איר אױספֿרעגן װעגן דעם, װאָס זי אַלײן װיל פֿון דעם פֿאַרגעסן… פֿאַרשװײַגן אָבער קאָן זי אױך נישט. שױן צײַט, צײַט זיך נעמען צו דער אַרבעט!… איצט איז געקומען איר צײַט, װאָס זי דאַרף און װאָס זי קען טאָן… עס װערט בײַ איר אין קאָפּ אין אײן מינוט פֿאַרטיק אַ פּלאַן, אַ טײַערער פּלאַן! און פֿון דעם פּלאַן קאָן זי נישט רעדן מיט קײנעם… זי רופֿט זיך אָן צו אים, גײט צו צו אים, אַ ביסל נעענטער און באַשענקט אים נאָך אַמאָל מיט אַ קוק פֿון אירע שײנע אױגן, װאָס ראַבינאָװיטש פֿלעג נישט קאָנען אַריבערטראָגן גלײַכגילטיק און פֿאַר װעלכן יענער װאָלט איצט אין דער מינוט געװיס אַװעקגעגעבן די העלפֿט פֿון זײַן לעבן, אױב נישט דאָס גאַנצע לעבן.

― הערט נאָר אױס, װאָס איך װעל אײַך זאָגן: איך האָב צו אײַך אַ בקשה…

בעני הורװיטש שטעקט אַרײַן בײדע הענט אין די קעשענעס פֿון זײַן געל־װײַסן פּידזשאַק און נעמט זי דורך מיט זײַן איראָניש־פֿרײַנדלעכן קוק פֿון אױבן אַראָפּ און מאַכט צו איר פֿרײלעך און אױף עטלעכע לשונות מיט אַמאָל:

― אַ בקשה? דהײַנו, אַ שטײגער, כּדומה, למשל, נאַפּשיקלאַדнаприклад: למשל, פֿאָר עקזאַמפּלfor example: למשל, צום בײַשפּיל, נאַפּרימיערнапример: למשל?

בעטי טריט אָפּ אַ ביסל. זי טראַכט זיך: „װאָס איז דאָס פֿאַר אַ מענטש? אָט ערשט גערעדט מיט אַזאַ פֿײַער פֿון אַזעלכע הױכע ענינים, געניאַלע דערפֿינדונגען, אידעען און נאָך אַזעלכע זאַכן ― פֿאַרשטעלט ער זיך גאָר פֿאַר אַ לץ, װאַרפֿט אַרױס שטיקלעך פֿון אַ פּאַיאַץ, און נאָך אין אַזאַ צײַט, װען מען רעדט װעגן אַזאַ ערנסטער זאַך, װאָס ער אַלײן זאָגט, אַז עס הענגט אָפּ אָן דעם דער כּבֿוד פֿון אונדז אַלע. און זי שעמט זיך נישט און זאָגט אים אַרױס גאַנץ אָפֿנטלעך און גענוג שאַרף, אַז זי האָט פֿײַנט קאַלאַמבורן, און אַז זי האָט ליב לצנות נאָר דעמאָלט, װען עס פּאַסט זיך, און אַז זי פֿאַרשטײט גלאַט נישט, װי אַזױ קאָן מען לאַכן און זײַן אַזױ פֿרײלעך אין דער צײַט, װען אַ חבֿר זיצט, װי ער אַלײן זאָגט, אונטער זיבן שלעסער…

― איר פֿאַרשטײט נישט, װי קאָן מען זײַן פֿרײלעך? אײַך אַז מע זעט, הערט זיך אײַן, װערט נישט װילנדיק גוט אױפֿן האַרצן… נאָר שאַ! שלום! ― מאַכט ער צו איר, דערזעענדיק, אַז זי װערט נאָך ערגער בײז, און ער ציט איר אױס זײַן גרױסע האַנט, אַן אױסגעשמירטע פֿון פּאַפּ, פֿון פֿאַרב אָדער פֿון כעמישע פּרעפּאַראַטן ― שאַ! איך בעט אײַך, זעט, לאָמיר זײַן שלום! מיר טאָרן זיך נישט קריגן, מיר דאַרפֿן זײַן חבֿר… נו? מוחל?… איצט זאָגט אין װאָס באַשטײט אײַער בקשה, בין איך אײַך מבֿטיח, אַז עד־חצי־המלכות… בעטי זעט אַרױס, אַז ס'איז אוממעגלעך צו זײַן אױף דעם מענטשן לאַנג ברוגז. פֿון זײַן ערשטן װאָרט „שלום“ איז איר שױן אָפּגעגאַנגען דאָס האַרץ און זי זאָגט צו אים אַ ביסל קאַפּריזנעדיק, װי איר שטײגער איז, און מיט אַ האַלבן שמײכל:

― מאָלט אײַך, ס'איז אײַער גליק, איך װאָלט אײַך אײגנטלעך באַדאַרפֿט אָפּבאָדן אַזױ, אַז איר זאָלט געדענקען, נאָר װײַל איר האָט מיר הײַנט געבראַכט אַזאַ בשׂורה, שענק איך אײַך הײַנטיקס מאָל און בין אײַך מוחל. און מײַן בקשה, װאָס איך האָב צו אײַך, איז אַזעלכע: איך װיל, איר זאָלט מיך באַקענען מיט אָט דעם… אָט דעם…

בעני הורװיטש קומט איר צו הילף:

― מיט מײַן שערלאָק האָלמס! צו װאָס?

ער קוקט אױף איר מיט זײַן שפּאָטיש־פֿרײַנדלעכן בליק און װאַרט.

זאָל זי אים גײן זאָגן „צו װאָס“? זאָל זי אים גײן דערצײלן אַ גאַנצע מעשׂה, אַז זי איז אַמאָל געזעסן אַ נאַכט אײַנגעשפּאַרט מיט אַ גאַסן־מײדל ― נײן, דאָס נישט! בשום־אופֿן־ואופֿן נישט! און זי װיל זיך אױסדרײען:

― גלאַט אַזױ… איך מײן, אַז עס װאָלט נישט געשאַט, איך זאָל מיך מיט אים אַ ביסל דורכשמועסן…

― צו װאָס?

הײבט שױן בעטי אָן צו װערן רעכט בײז: „אָט אַ ליטװאַק!“ און זי האַקט אים אָפּ, װי זי קען, און קרימט אים איבער װי ער אױף ליטװיש:

― צו װאָס? װאָס איז אײַער עסק! צו װאָס! אַז איך זאָג, אַז איך באַדאַרף מיך מיט אים זען, װײס איך שױן מסתּמא צוליב װאָס! צו איך באַדאַרף אײַך אָפּגעבן דין־וחשבון?

בעני הורװיטש איז אָבער אױך נישט פֿון די איבערגעשראָקענע ייִנגלעך. שטעלט ער זיך אַװעק און קוקט איר גלײַך אין די אױגן:

― דין־וחשבון, זאָגט איר? אױף װאָס באַדאַרף איך אײַער דין־וחשבון? איך קאָן מיך, הערט זיך אײַן, באַגײן אָן אײַער דין־וחשבון, מעגט איר מיר גלױבן בנאמנות. איר װילט נישט זאָגן, דאַרף מען נישט. איך זאָג אײַך צו, אַז איך קאָן אײַך טאָן אַלצדינג, װאָס איר װעט הײסן! צו װאָס נוצט מיר אײַער דין־וחשבון?

בעטי פֿילט זיך, אַז זי האָט אים צו גראָב אָנגעטראָטן. דער מענטש איז פֿרײַנדלעך, רעדט אַזױ װײך און אַזױ װאַרעם, אַז עס פֿילט זיך מיט אים גוט, גאָר נישט װילנדיק גוט… זי װיל אים מיט עפּעס פֿאַרגלעטן און זאָגט צו אים, װײך; בײַסט אָפּ עטלעכע מאָרעלן פֿון אַ בױם, גרינע שמעקעדיקע מאָרעלן.

― איר מעגט מיר אױך גלױבן בנאמנות, אַז ס'איז נישט אױס פּוסטע נײַגעריקײט… אַז ס'איז דאָ מסתּמא אַן אינטערעס דערבײַ… און כאָטש איך בין נישט קײן שערלאָק האָלמס און קײן נאַט פּינקערטאָן, פֿון דעסטװעגן האָב איך די מעגלעכקײט מיטצוהעלפֿן אײַער באַקאַנטן מיט אים אינאײנעם אױפֿצוזוכן יענע… מיט אײנעם װאָרט, איך קאָן נוצלעך זײַן… אַלזאָ בעט איך אײַך, איר זאָלט מיך באַקענען מיט אָט־דאָ יענעם, װי אַזױ רופֿט איר אים? די „אָפּגעשלאָגענע הושענא“…

־ די גאַנצע צײַט, װאָס בעטי האָט גערעדט, האָט הורװיטש פֿון פּינסק געהאַלטן בײדע הענט אין די קעשענעס פֿון זײַן געל־װײַסן פּידזשאַק, געקוקט אױף איר, געשפּיגלט זיך און געטראַכט זיך: „אַ בראַנד אַ מײדל! זי װעט פֿאַרשטעקן פֿרײַ אַזעלכע װי ראַבינאָװיטש אין גאַרטל! ער איז, כ'לעבן, גאָר קײן נאַר ניט, אָט דער ראַבינאָװיטש.

― װאָס קוקט איר מיך אָן? ― טוט אים בעטי פּלוצעם אַ כאַפּ און װאַרפֿט אַװעק די גרינע מאָדעלן.

― װאָס איך קוק? איך טראַכט, הערט זיך אײַן, װי קומט די קאַץ איבערן װאַסער? װי מאַכט מען דאָס, טײַערינקע, ט'זאָל אױסקומען, װי זאָגט מען דאָס, אָגילדיק־ואשׂמחדיק ― קײַלעכדיק און שפּיצעדיק? למשל, איר זאָלט זיך מטריח זײַן צו אים? (מיט אַ ניגון פֿון דער גמרא) ― צופֿיל כּבֿוד פֿאַר אַזאַ גױ… ער זאָל קומען צו אײַך? ― פּאַסט ניט פֿאַר אײַערע רײַכע און פֿרומע קרובֿים, װי איך פֿאַרשטײ… בלײַבט די קשיא: פֿאָרט װי קומט די קאַץ איבערן װאַסער?

― נו יאָ, װי קומט די קאַץ איבערן װאַסער? ― חזרט איבער בעטי זײַנע װערטער און פֿילט זיך שולדיק קענען דעם דאָזיקן יונגן מענטשן, װאָס איז באמת אַזאַ װױלינקער… זי װאָלט װעלן אים מיט נאָך עפּעס פֿאַרגלעטן, האָט ער אָבער שױן לאַנג פֿאַרגעסן און ער רופֿט זיך אָן צו איר פֿרײַנדלעך, לעבעדיק און הילכיק, װי זײַן שטײגער איז, און גיט זיך אַ פּאַטש אין שטערן:

― שאַט, װײסט איר װאָס? זונטיק איז אַ טאָג, הערט זיך אײַן, װאָס די גאַנצע שטאָט פֿאָרט אַרױס אױף די דאַטשעס אָפּצוקילן זיך, כאַפּן לופֿט. איך װעל זאָגן מײַן גױ: „הערט זיך אײַן, גױ, פֿאַראַן אַ מענטש ― איך װעל אים ניט זאָגן װער, נאָר סתּם אַ מענטש ― װאָס װיל זיך מיט דיר זען און האָט דיר איבערצוגעבן בסוד־סודות אַ װיכטיקע זאַך װעגן דעם געװיסן עסק“… בין איך זיכער, הערט זיך אײַן, אַז דער גױ װעט לױפֿן, װאָרעם ער איז אַזױ אַרײַנגעטאָן אין דעם דאָזיקן ענין, אַז ממש דער שװאַרצער יאָר כאַפּט אים אַװעק… און קומען װעל איך מיט אים אױף דעם דאָזיקן אָרט… נײן, איך װעל קומען מיט אים מיטן האַלב־צװײערדיקן אױפֿן װאָקזאַל, װוּ איר װעט אונדז אָפּװאַרטן, און פֿון דאָרט װעלן מיר זיך דורכגײן אַלע דרײַ אָדער אױף יענער זײַט װאָקזאַל אין פֿעלד, אָדער אױף דער זײַט װאָקזאַל אין װאַלד, און איר װעט זיך קאָנען מיט אים רעדן אײַערע סודות, װאָס איר האָט. איך װעל אײַך, הערט זיך אײַן, ניט שטערן… געפֿעלט אײַך מײַן פּלאַן?

אַ חידוש, אױב איר געפֿעלט דער פּלאַן! בעטי איז אױפֿן זיבעטן הימל: זי װעט זיך נעמען צו דער רעכטער אַרבעט. זי װעט העלפֿן אױפֿזוכן דעם הױפּט שליסל, זי װעט העלפֿן אױפֿבינדן דעם פּלאָנטער. זי װעט העלפֿן אַרױסלאָזן אָט דעם אומשולדיקן פֿרײַנד, און װעמען האָט זי צו דאַנקען? אָט דעם בעני הורװיטש, װאָס פֿון פּינסק. „אַ מאָדנער מענטש, נאָר אַ טײַערע נשמה, אַ גאָלדענע זעל“… אַזױ טראַכט זיך בעטי און זי געזעגנט זיך אָפּ מיט אים װאַרעם, דריקט אים נאָכאַמאָל און נאָכאַמאָל זײַן גרױסע האַרטע קאָרענע פֿאַרפּאַפּטע האַנט און מע צעגײט זיך: ער צום װאָקזאַל אין שטאָט אַרײַן, און זי צו אירע רײַכע קרובֿים אױף דער דאַטשע ― אַ צופֿרידענע און אַ גליקלעכע, װאָס עס אין געקומען די צײַט, װען זי קאָן זיך נעמען צו דער אַרבעט און פֿאַרענדיקן דאָס, װאָס אַנדערע, װילד־פֿרעמדע האָבן אָנגעהױבן צו טאָן ― דאָס איז מער, װיפֿל זי אַלײן האָט גאָר געװאָלט!… און די גאַנצע װעלט באַקומט מיט אַמאָל גאָר אַן אַנדער פּנים אין אירע אױגן. װוּ איז געװען ביז אַהער אָט דער שײנער, אױסגעפּוצטער װאַלד? פֿאַרװאָס האָט זי ביז אַהער נישט געהערט אָט דעם זעלטענעם אַראָמאַט, װאָס ער פֿילט אָן די לופֿט פֿונעם דאָזיקן ערדישן גן־עדן? װוּ זענען געװען אָט די גאַנצע מחנות פֿױגלען און פֿײגעלעך, פֿליגלען און פֿליגעלעך? פֿאַרװאָס האָט זי ביז אַהער נישט געהערט זײער זינגען און פֿײַפֿן, פּישטשען און שמיצערן און זשומען און הודיען? און דער הימל ― איז ער דען ניט געװען ביז אַהער אַזױ בלױ און אַזױ טיף אָן אַן עק, װי ער איז אַצינד! װער האָט דאָס אױסגעטראַכט, אַז דאָס לעבן איז אַ טרױעריקער נאַרישער שפּאַס?…

. . . . . . . . . . . . . . . . . . . .

אַז בעטי איז געקומען אַהײם אױף דער דאַטשע אַ פֿאַרפֿלאַמטע פֿון דער היץ און אַ גליקלעכע פֿון דעם געראָטענעם טאָג, װאָס איז געװען צו זען נאָכן גלאַנץ פֿון אירע שײנע אױגן און נאָך דער פֿאַרב פֿון אירע בעקלעך, האָט זי די מומע טױבע באַגעגנט מיט אַ קאַלטן בליק און מיט שטאַרק פֿאַרשנורעװעטע ליפּן, נאָכמער פֿאַרשנורעװעט װי אַלעמאָל:

― װוּ ביסטו עס געװען אַזױ לאַנג?… מען האָט דיך שױן אױסגעזוכט, װוּ די װעלט האָט אַן עק, דעם גאַנצן װאַלד, אין דער לענג און אין דער ברײט… דער פֿעטער האָט זיך שױן איבערגעשראָקן און האָט געװאָלט הײסן שפּאַנען דעם פֿאַעטאָן, מע זאָל דיך פֿאָרן זוכן אין שטאָט… אַ קשיא אױף הײַנטיקע מײדלעך, אַז זײ באַגעגענען זיך פּלוצעם אין װאַלד מיט אַזעלכע בחורים, װאָס גאָט ברוך־הוא זאָל מיך ניט שטראָפֿן פֿאַר די רײד, איך װיל אױף קײנעם, חלילה, קײן שלעכטס נישט רעדן!…

אין דער גאַנצער צײַט, װאָס די פֿרומע מומע האָט איר געלײענט דידאָזיקע נאָטאַציע מיטן נוסח פֿון טײַטש־חומש, זענען געזעסן אױך אירע טעכטער, די אינטעליגענטע באַרישניס, װאָס האָבן זיך כּלומרשט אַזױ שטאַרק פֿאַרטיפֿט אין די ביכלעך, אַז זײ האָבן גאָרניט געהערט זײער מוטערס מענה־לשון. נאָר ס'איז געװען צו זען נאָך זײערע נעזער, אַז זײ בלאָזן זיך אױף זײער קוזינקע. אַלע האָבן זיך אױף איר יענעם טאָג געבלאָזן, אַלע. נאָר װאָס הערט זײ בעטי, אַז נישט שפּעטער װי הײַנטיקן זונטיק װעט זי זיך זען מיט אַ מענטשן, װעלכער האָט בײַ זיך אין די הענט דעם גאַנצן פּלאָנטער פֿון דעם ענין, װאָס אָן אים הענגט אָפּ נישט נאָר איר גליק, נאָר דער כּבֿוד פֿון איר פֿאָלק, פֿון אַ גאַנץ פֿאָלק?…

דאָס הונדערט צװײטע קאַפּיטל
דורך דער קאַץ שלח־מנות

דער װיזיט פֿון קװאַרטיראַנטס קרובֿים, די ראַבינאָװיטשעס האָט געמאַכט בײַ די שאַפּיראָס, װי עס איז געװען צו דערװאַרטן, אַ גאַנצע איבערקערעניש. דוד שאַפּיראָ האָט געזאָגט, אַז ער האָט שױן לאַנג, נאָך גאָר כּמעט פֿונעם אָנהײב אָן, געהאַט אַן אױג אױפֿן קװאַרטיראַנט, אַז ער איז אַ גאָרנישט מיט אַ גאָרנישט מיט אַ גאָרנישט… אינגאַנצן איז שולדיק „זי“ ― האָט ער געטענהט, אָנװײַזנדיק אױפֿן װײַב ― װען נישט, „זי“, װאָלט אַזאַ שאַרלאַטאַן שױן לאַנג בײַ אים זיך געזען מיט דער טיר.

― פֿון װען אָן איז ער דאָס געװאָרן בײַ דיר אַ שאַרלאַטאַן? ― פּרוּװט זיך שׂרה איבערשפּאַרן דעם מאַן, אָבער אין האַרצן פֿילט זי, אַז גערעכט איז ער, אַזאַ שטיק גאָלד, װי ער איז גערעכט!.. און אױף װיפֿל זי האָט פֿריִער געהאַלטן פֿונעם קװאַרטיראַנט אַן עולם־ומלואו, אױף אַזױ פֿיל האָט ער איצט אָנגעװאָרן בײַ איר דעם חן, דעם גאַנצן חן און געװאָרן איר פּשוט נימאס, נימאס־ומאָוס. זי האָט אים שױן מוחל געװען די מומע די מיליאָנטשיצע מיט דער רײַכער ירושה. װוּ שטײט דאָס געשריבן אַז אַ ייִד באַדאַרף האָבן אַ רײַכע מומע און ער זאָל זי ירשענען? װיפֿל ייִדן זענען דאָ אױף דער װעלט, װאָס באַגײען זיך אָן רײַכע מומעס?… איר האָט געקרענקט די שװעסטער װיעראַ. װי באַלד, אַז ער האָט, װי זײַן פֿאָטער מיט זײַן ברודער זאָגן, קײן שװעסטער, װאָס הײסט װיעראַ, פֿרעגט זיך: װער־זשע איז יענע יפֿהפֿיה, װאָס שרײַבט אים ליבע־בריװעלעך, אַ מכּה איר, און חתמעט זיך „װיעראַ פּ.“?…

און נאָך אַ זאַך האָט שׂרה נישט געקאָנט פֿאַרשטײן, כאָטש נעמט איר אַראָפּ דעם קאָפּ: צו װאָס האָט אים נאָך געטױגט דער אָנשטעל זיך מאַכן, אַז ער פֿאַרשטײט נישט קײן װאָרט ייִדיש! װאָס איז דאָס געװען פֿאַר אַ הינטישע קאָמעדיע?… און די אַלע איבעריקע מעשׂיות זײערע, װי עס װײַזט אױס, זענען אַ פּנים לױטער שקרים־וכּזבֿים, אױסגעטראַכטע מיט אַ כּיװן אױף צו פֿאַרדרײען זײ אַלעמען דעם קאָפּ, מאַכן איר טאָכטער אומגליקלעך און װער װײס ― אפֿשר נאָך פֿאַר אַן אײביקע עגונה אױך?…

און שׂרה דערמאָנט זיך אָן די מוראדיקע מעשׂיות, װאָס זי האָט זיך אָנגעהערט פֿון די שײנע יונגע לײַט, די געװיסע פֿײַנע בריהס, װאָס קומען צופֿאָרן זיך שדכנען כּלומרשט פֿון אױס רײַסן, פּוצן זיך אױס און מױדן זיך אױס, מאַכן זיך כּלומרשט פֿאַרליבט און פֿירן אַװעק די שענסטע מײדלעך דער שװאַרץ יאָר װײסט װוּהין… עס גײט איר אַזש איבער אַ פֿראָסט איבערן לײַב: גאָט װײסט, װאָס מיט איר קינד װאָלט איצט געװען, װען עס טרעפֿט זיך נישט אָט דאָס פּעקל, אָט דער „בילבול װאָלאָדקע“… איצט בלײַבט איבער נאָר אײנס! עפֿענען דער טאָכטער די אױגן ― לאָז זי כאָטש װיסן, װער דער פֿױגל איז… נאָר װי אַזױ מאַכט מען עס, אַז די דאָקטױרים האָבן אָנגעזאָגט הונדערט מאָל, אַז מע זאָל זי לאָזן צו רו און קײן װאָרט מיט איר נישט רעדן פֿון אַזעלכע זאַכן, װאָס קאָנען זי אױפֿרעגן?

שׂרה האָט זיך לאַנג געבראָכן דעם קאָפּ, געזוכט אַלערלײ מיטלען, און סוף־כּל־סוף געפֿונען דעם בעסטן װעג און דעם ריכטיקסטן מענטשן דערצו, דאָס איז געװען נישט קײן אַנדערער, נאָר רער דאָקטאָר, דער הײמישער דאָקטאָר.

ערשטנס, איז ער אַ דאָקטאָר, און װער נאָך װײס אַזױ װי אַ דאָקטאָר װײס, װי מע דאַרף צו רעדן מיט אַ חולה, ס'זאָל נישט שאַטן? און, צװײטנס, איז ער דאָך אַ הײמישער מענטש, און ער באַרימט זיך, אַז ער איז איר געטרײַ ― אַדרבה, לאָז ער אַקאָרשט אַרױסבאַװײַזן זײַן געטרײַשאַפֿט, נײן, קײן בעסערער שליח באַדאַרף מען נישט.

און שׂרה שאַפּיראָ האָט זיך נישט געפֿױלט און אַלײן מיט איר כּבֿוד זיך מטריח געװען צום דאָקטאָר אַהײם.

דערזען בײַ זיך אַזאַ גאַסט, איז דער דאָקטאָר געװאָרן אַ ביסל צעמישט, זיך גענומען קראַצן אין דער ליסינע, װאָס גלאַנצט בײַ אים אין דער חײם אַקוראַט װי אַן אױסגעשײַערטער סאַמאָװאַר, געמאַכט בקיצור מיט די אָרעמע פּאַציענטן, געגעבן דעם אַ שמיר איבער דער פּלײצע, יענעם גלאַט אַ שטופּ־אַרױס פֿון דער טיר: „גוט, גוט! אַן אַנדערש מאָל װעל איך אײַך פֿאַרשריבן אַ רעצעפּט!“… און ער האָט ברײט אױפֿגעעפֿנט די טיר פֿון קאַבינעט און אַרײַנגערופֿן צו זיך שׂרה שאַפּיראָ.

― זיצט, מאַדאַם, װאָס װעט איר זאָגן גוטס?

בײדע האָבן זײ זיך אַװעקגעזעצט און בײדע האָבן זיך געפֿילט נישט פֿױגלדיק, עפּעס װי געצװוּנגען, װי אױף קױלן… שׂרהס אױגן האָבן גענומען לױפֿן אין אַלע זײַטן, באַטראַכטן דעם דאָקטאָרס קאַבינעט מיטן באַרג מיסט און שטױב און ביכער מיט פּאַפּירן מיט אינסטרומענטן, מיט אַ פּאָר קױטיקע מאַנזשעטן אױך אין קאָן, אַלצדינג אױסגעמישט אינאײנעם און, װי אַ ייִדענע אַ בעל־הביתטע, האָט זי זיך נישט געקאָנט אײַנהאַלטן פֿון צו באַמערקן, װאָס פֿאַר אַ „הקדש“ בײַ אים איז, „ערגער װי אין באָד“.

― הערט איר, װאָס איך װעל אײַך זאָגן! איר דאַרפֿט חתונה האָבן, האָט זי אים אַ װאָרף געגעבן גלאַט אַזױ פֿון יוצא װעגן, אַבי צו פֿאַרבינדן אַ שמועס. ער אָבער האָט דאָס אַנדערש אָנגענומען און איז געװאָרן רױט בין אַריבער די אױערן און אױף דער גלאַנצנדיקער ליסינע זענען אַרױסגעטראָטן היפּשע טראָפּנס שװײס. ער האָט אױסגעטאָן די ברילן און אָנגעטאָן באַלד צוריק.

― איר זעגט אַװדאי גערעכט. מאַדאַם, איך קלער טאַקע װעגן דעם שױן לאַנג, דאָס הײסט נישט לאַנג, איך האָב ערשט אָנגעהױבן װעגן דעם צו קלערן…

„אַז אָך און װײ צו דײַן ליסינע ― טראַכט זיך שׂרה שאַפּיראָ ― קױם דערמאָנט זיך צו קלערן!… שױן צײַט באַלד קינדער צו דער חופּה צו פֿירן, און ער האַלט ערשט בײַ קלערן…“

― איך האָב טאַקע געקליבן זיך װעגן דעם מיט איך זיך אַן עצה האַלטן ― זאָגט װײַטער דער דאָקטאָר און פֿילט װי עס פֿאַרכאַפּט אים דער אָטעם.

― װאָס איז דאָ שײך אַן עצה! ― שלאָגט אים איבער שׂרה און פֿאַרשיט אים מיט רײד, װי איר שטײגער איז, און ברענגט אים טױזנטער בײַשפּילן פֿון באַקאַנטע און אומבאַקאַנטע, אַזעלכע, װאָס האָבן חתונה געהאַט צו פֿרי און אַזעלכע, װאָס האָבן חתונה געהאַט צו שפּעט, און לאָזט אױס אַזױ:

― איך זאָל האָבן די ברכות, װאָס ס'איז גלײַכער פֿרי, אײדער שפּעט, װאָרעם זינט די װעלט שטײט, האָט זיך נאָך דערװײַל נישט געטראָפֿן אַזאַ פֿאַל, אַז װער עס האָט צו פֿרי חתונה געהאַט, זאָל חרטה האָבן…

דערױף האָט איר דער דאָקטאָר געװאָלט אָפּענטפֿערן, אַז ערשטנס, מאַדאַם… נאָר מער װי די צװײ װערטער „ערשטנס, מאַדאַם“ האָט אים די מאַדאַם נישט געלאָזט אַרױסרעדן. זי האָט אים פֿאַרזיכערט, אַז זי װײס פֿריִער, װאָס ער װעט איר ענטפֿערן, נאָר ס'איז בלאָטע, ס'איז נישטאָ קײן שום תּירוצים, גאָט האָט אַזױ באַשאַפֿן די װעלט ― פֿאַרפֿאַלן, און איז אַריבער גלײַך צום ענין, צוליב װעלכן זי אין צו אים געקומען.

― אַזױ װי איר זענט אַ הײמישער מענטש און אַ גוטער פֿרײַנד און מײַן קינד, איך מײן טאַקע מײַן בעטין, װאָס איר אַלײן זאָגט, אַז איר קענט זי, װען זי איז נאָך געװען אָט אַזעלכע: (שׂרה באַװײַזט מיט דער האַנט בײַ דער ערד און דער דאָקטאָר שטעלט אָן אַן ערנסט פּנים און פֿילט, אַז דאָס האַרץ פֿאַלט אים שיִער נישט אַרױס) על־כּן האָב איך צו אײַך אַ בקשה.

און זי גיט אים איבער גאַנץ באַריכות די געשיכטע מיט די געסט, זײער קװאַרטיראַנטס פֿאָטער מיטן ברודער, פֿון װעלכע זי איז געװױרע געװאָרן אַ סך שײנע זאַכן, אַז דער ראַבינאָװיטש איז, איך בעט איבער אײַער כּבֿוד, אַ שקרן, אַ כּזבֿן, אַ נאַרישער בריה ― מער, נישט קײן מומע, נישט קײן מיליאָנען, נישט קײן ירושה, װײס איך װאָס, װײס איך װען, אַ קו איז געפֿלױגן איבערן דאַך און געלײגט אַן אײ…

דער דאָקטאָר, װאָס איז קױם אײַנגעזעסן אױפֿן בענקל, אַזױ האָט דאָס אים געטראָגן אין דער לופֿטן, האָט זיך געשטאַרקט, ער זאָל נישט אױפֿשפּרינגען, ער האָט געפֿילט, װי דאָס האַרץ װאַקסט אים ברײטער און ברײטער, און אַ רױזנצװיקל האָט זיך אים צעשפּילט אױף די באַקען, האָט געפּאַקט די מינוט, װאָס ער קאָן אַרײַנשטעלן אַ װאָרט; ער האָט זיך אױפֿגעכאַפּט פֿון אָרט, אױסגעטאָן די ברילן און האָט זיך אָנגערופֿן צו איר:

― הערט איר, מאַדאַם, װאָס איך װעל אײַך זאָגן! איך דאַרף מיר פֿאַר אײַך נישט באַרימען און װיל נישט רעדן קײן שלעכטס אױף קײנעם, נאָר איך שװער אײַך בנאמנות, אַז איך האָב עס געװוּסט פֿריִער. געװוּסט, װי איר זעט מיך לעבן! אַ סימן האָט איר: געדענקט איר דאָס ערשטע מאָל, אַז מע האָט מיך גערופֿן צו אים דעמאָלט, נאָך דער ערשטער אָבלאַװע, װאָס האָב איך אײַך געזאָגט, מאַדאַם?

דער דאָקטאָר טוט אָן די ברילן און זעצט זיך אַװעק.

― װאָס האָט איר געזאָגט? ― פֿרעגט אים די „מאַדאַם“ און קוקט אים אין די אױגן אַרײַן, װי אַ קאָזאַק, בשעת מען כאַפּט אים אין אַ גנבֿה.

― איך האָב אײַך געזאָגט, איך האָב אײַך באַלד געזאָגט גאַנץ אױפֿריכטיק, אַז ער איז אַ מאָדנער ייִד.

― אָט דאָס איז גאָר! ― מאַכט שׂרה און װאַרפֿט זיך אָפּ אױפֿן בענקל ― אַ שטומער װאָלט דאָס נישט אַרױסגערעדט אין אַ יאָר, װאָס איר האָט דאָ געזאָגט אין אײן מינוט.

― נײן, איך האָב געװוּסט, ― װיל דער דאָקטאָר איר געבן צו פֿאַרשטײן, נאָר שׂרה לאָזט אים נישט רעדן.

― איר האָט געװוּסט? מײַן מאַן זאָגט אױך, אַז ער האָט געװוּסט. איר זענט אַלע נבֿיאים אױף נאָכדעם.

― פּאַ־פּאַזװאָלטיע, מאַדאַם…

― װאָס מיר פּאַזװאָלטיע!… װער מיר פּאַזװאָלטיע!… איר מײנט, ס'איז צװישן זײ, חלילה, עפּעס געװען? גאָרנישט! גאָלע גאָרנישט!…

דער דאָקטאָר איז צופֿרידן, װאָס ס'איז צװישן זי ניט געװען גאָרנישט, און אַ ביסל װערט ער װי דערשראָקן.

― איך װײס, אַז גאָרנישט… װאָס האָט דען געקאָנט זײַן צװישן זײ?

שׂרה קוקט אים אָן:

― אַלע בײזע װיסטע חלומות! װאָס הײסט, װאָס האָט געקאָנט זײַן צװישן זײ… אַ װאָרט האָט געקאָנט זײַן! װאָס נאָך האָט געקאָנט זײַן?

דער דאָקטאָר טוט אױס די ברילן און טוט זײ אָן באַלד צוריק: „װײַזט אױס, הײסט עס, אַז עס האָט שױן בײַ זײ געהאַלטן גאַנץ װײַט?…“ ער זאָגט צו איר:

― צװישן זײ אַ װאָרט! װאָס רעדט איר?

― פֿאַרװאָס נישט! ס'איז אפֿשר נישט גלײַך?

― גלײַך, זאָגט איר? אַ מאָדנע ייִדענע איר זענט! װאָס גלײַכט איר? אײַער טאָכטער איז אַ טאַטנס אַ קינד און יענער איז אַ… אַ… איך װײס װער?

― נו יאָ, פֿאַרשטײט זיך, איצט זענט איר אַלע װײסערס! אַלע חכמים! אױף נאָכדעם װערט אַ בלינדער זעענדיק, אַ טױבער הערנדיק און אַ שטומער רעדנדיק…

און לאַנג נאָך דרײען זײ זיך בײדע אַרום דעם פּונקט. זײ פֿאַרשטײען נישט אײנס דאָס אַנדערע… שׂרה שיט אים אָפּ מיט רײד, לאָזט דערװײַל אים קײן מױל נישט עפֿענען, ביז זי קומט אַרױף סוף־כּל־סוף אױפֿן רעכטן ענין: זי װיל, ער זאָל איר העלפֿן, פֿאַרשטײט איר מיך, אַרױסרײַסן בײַ איר טאָכטער פֿונעם האַרצן אָט אָ יענעם… ס'איז זײער ביטער אַרױסצורעדן דאָס ריכטיקע װאָרט… מע באַדאַרף זײַן אַ מאַמע, מע זאָל, זי פֿאַרשטײן… הקיצור, אַזױ װי ער פּאָרט במילא צו איר טאָכטער אַלע זונטיק, זאָל ער מיט איר דאָרט מאַכן אַ שמועס װעגן קװאַרטיראַנט, אַז אמת ער איז טאַקע אַ שלימזל נעבעך, צװישן שלימזלען אַ שלימזל און זיצט נעבעך פֿאַר פֿרעמדע זינד, אַ כּפּרה פֿאַר כּל־ישׂראל, נאָר װאָס דען? ער איז, זאָל זי אים מוחל זײַן, אַ גאָרנישט שבגאָרנישט, אַ ליגנער, אַ שקרן, אַ פּוסטע מיל… און דערבײַ דערצײלן די מעשׂה מיט זײַנע קרובֿים, נאָר פּאַװאָלינקע, נישט מיט אַמאָל, און מיט שׂכל, און געהיט, װאָרעם מיט איר בעטין באַדאַרף מען זיך גוס אונטערגאַרטלען, אַז מע װיל עפּעס רעדן אַן ערנסטע זאַך: „ס'איז, הערט איר, אַ בעטי פֿון גאָט! שױן אײן מאָל אַ בעטי!“ ― זאָגט זי צו אים מיט אַ זיפֿץ, שױן שטײענדיק אױף דער טיר, און אים לאָזט זי נאָך אַלץ נישט רעדן… זי זאָגט אים אָן נאָך און נאָך אַמאָל װי אַזױ ער זאָל מיט איר רעדן, הזהר־והשמר!…

שׂרה שאַפּיראָ איז צופֿרידן, װאָס איר איז געראָטן אױסצוקלײַבן אַזאַ גוטן שליח: טאָמער איז ער נישט אַזױ איבערגעשפּיצט, איז ער דערפֿאַר אַן ערלעכער, נישט גלײַך צו אַלע אַנדערע, און זײַנע װערטער װעלן בײַ איר בעטין האָבן אַ װערט…

דער גליקלעכער מוטער, פֿאַרשטײט זיך, איז אַפֿילו אױף זי געדאַנקען נישט געקומען, אַז זי שיקט דורך אַ קאַץ שלח־מנות… זי זאָל קוקן אַ ביסל טיפֿער, װאָלט זײ געדאַרפֿט זען נאָכן דאָקטאָרס שײַנענדיק פּנים און נאָך זײַנע אױגן, װאָס לױכטן איצט גאָר מיט אַן אַנדער גלאַנץ און זעען אױס אַ סך יונגער װי אַלע מאָל, אַז דער מענטש איז באמת מיט אַמאָל װי יונגער געװאָרן, װאָס מע האָט אָנגעהאַנגען אױף אים אַזאַ אָנגענעמע קאָמיסיע… ער האָט זיך שױן צוגעגרײט אַפֿילו װי אַזױ ער װעט רעדן מיט דער מאַמזעל שאַפּיראָ. ביסלעכװײַז װעט ער איר אױפֿעפֿענען די אױגן אױף דעם חבֿרה־מאַן, דעם אַװאַנטוריסט… דערנאָך שױן, אַז ער װעט פֿאַרטיק װערן מיט דעם, װעט ער שױן אין אײן װעגס אַ רעד געבן װעגן זיך אױך, גאַנץ אײדל, פֿאַרשטײט זיך, און רויִק און טיף דיפּלאָמאַטיש… ער, אַז ער װיל זײַן רויִק, קאָן ער… ער װעט איר זאָגן, פֿאַרװאָס ער האָט ביז אַהער מיט איר נישט גערעדט: פּשוט ער האָט נישט געװאָלט זיך שטעלן אין װעג צװישן איר און צװישן יענעם, װאָס איז יונגער פֿון אים און אפֿשר מיט מער מעלות װי ער… אַזױ האָט ער געדענקט און, דאַכט זיך, געהאַט רעכט אַזױ צו דענקען… איצט, אַז עס האָט זיך אױסגעלאָזט, אַז די יונגע לײַט דאַרפֿן זיך לערנען אײדלקײט בײַ זײערע עלטערע קאָלעגן… איצט, אַז עס האָט זיך אױסגעלאָזט, אַז עס קומט צופֿאָרן אַ יונגאַטש, אַן אַװאַנטוריסט, אַ שאָלטיק, אַ פֿײַפֿער, אַן אמתער כלעסטאַקאָװדער אינספּעקטאָר אין ניקאָלאַי גאָגאָלס פּיעסע , גיט זיך אַרױס פֿאַר אַ רײַכן יורש פֿון אַ מומע אַ מיליאָנערשע, װאָס נישט געשטױגן, נישט געפֿלױגן, און מאַכט נאָר אָנשטעלן, אַז ער קאָן נישט קײן צלם פֿאַר קײן אַלף, פֿאַרשטײט נישט כּלומרשט אַ ייִדיש װאָרט, פֿירט אַלעמען בײַ דער נאָז, דער שװאַרץ־יאָר װײס אים צוליב װאָס, אַבי פֿאַרדרײען יענעם אַ קאָפּ ― איז דאָך אַזעלכער װערט, מע זאָל אים, ער װײס אַלײן נישט װאָס! רויִק, פֿײַן, אײדל, אָן אָ שום פּניה… ער, אַז ער װיל, קאַן ער… איצט דאַרף מען נאָר אַ ביסל זיך צוגרײטן, ברענגען זיך אַ ביסל אין אָרדענונג.

פֿאַרזידן זיך אַ ביסל הײס װאַסער אױף דער ספּירט־מאַשינקע, װי אַלע אַלטע בחורים, האָט ער אױסגעגלעט דאָס גאָל־מעסער אױפֿן לאַנגן לעדער־פּאַס, װאָס הענגט בײַ אים איר דער טיף שױן כּמה וכּמה יאָרן און גלאַנצט אַז װי זײַן ליסינע, האָט ער זיך פֿאַרשלאָסן אין קאַבינעט, אַרומגעגאָלט זיך און אױף דער גיך איבערגעטאָן זיך אין זײַנע בעסטע פּאָר, געכאַפּט אַ קוק אױף זיך אין דעם אָנגעשפּאָלטענעם שפּיגל און געמוזט זיך מודה זײַן, אַז טאָמער װײַזט ער אױס נישט אַזױ שטאַרק יונג, דערפֿאַר אָבער זעט ער אױס סאָליד, און אַז עס זענען יעדנפֿאַלס פֿאַראַן אַ סך עלטערע בחורים פֿון אים… און װאָס דער ליסינע אָנבאַלאַנגט, איז אױך נישט אַזױ געפֿערלעך: עס דרײען זיך אַרום הײַנטיקע צײַטן יונגע מענטשן, בחורים, קאַװאַליערן, סטודענטן מיט קעפּ נאַקעטע, הױלע, איר זאָלט זאָגן אַ סימן פֿון האָר, אַבסאָלוט גאָרנישט!… און ער גלעט אױס דאָס ביסל געװיקס, װאָס איז אים פֿאַרבליבן אַ זכר, אַז דער מענטש האָט אַמאָל געהאַט אַ באַװאַקסענעם קאָפּ, און טרײַבט אַרױס דעם לעצטן פּאַציענט, װאָס האָט זיך מיט גװאַלד אַרײַנגעריסן און אָנגעזעצט זיך װי אַ קלעק, דער הער דאָקטאָר זאָל זײַן אַזױ גוס און זאָל אים עפּעס פֿאַרשרײַבן.

― פֿאַרשרײַבן? אָט דאָס װעל איך אײַך פֿאַרשרײַבן! ― װײַזט אים דער דאָקטאָר אױפֿן שטעקן מיט אַן עלפֿנבײנערנער גאַלקע, װאָס איז געװען אַמאָל װײַס, נאָר מיט דער צײַט איז זי געװאָרן געל ― איך האָב אײַך געזאָגט, דאַכט מיר צװאַנציק טױזנט מאָל, אַז זונטיק נאָך האַלבן טאָג נעם אין נישט אױף קײן קראַנקע ― עס מעג זײַן יהיה־מי־יהיה! אײן מאָל אין װאָך, כאָטש אַ האַלבן טאָג, מעג איך, דאַכט זיך מיר, אױך זײַן אַ מענטש װי אַלע מענטשן, צי נײן?

ער הײסט שפּאַנען דאָס פֿאַעטאָנדל, דאָס אָפּגעבאַרעטע אײַנגעהױקערטע פֿאַעטאָנדל, רוקט אָן דאָס היטל, גלײַכט אױס דעם רוקן, ציט זיך אױס מעשׂה־חתן און לאָזט זיך אין װעג אַרײַן לעבעדיק און פֿױגלדיק, װי אַ מענטש, װאָס פֿאָרט כּמעט אױף אַ פֿאַרטיקן עסק.

דאָס הונדערט דריטע קאַפּיטל
װי האָט אים דערקענט!

װי אַ בוקעט פֿון פֿילפֿאַרביקע בלומען, אַזױ האָט אױסגעזען פֿון דער װײַטן דער װאָקזאַל אינעם זונטיקדיקן טאָג, בעת די אױסגעפּוצטע דאַמען פֿון די דאַטשעס זענען אַרױסגעקומען צו באַגעגענען די געסט, װאָס דאַרפֿן אָנקומען פֿון דער גרױסער שטאָט. אַנדערע האָבן אַרױסגעקוקט אױף זײערע אײגענע מאַנען, אױף באַקאַנטע, װאָס דאַרפֿן געװיס קומען, אַנדערע ― טאָמער װעלן קומען געסט, און אַנדערע זענען אַרױסגעקומען ― זײ װילן גלאַט זען, װער איז געקומען צופֿאָרן, צוליב דעם האָט מען זיך אָנגעטאָן, אַפֿילו זומערדיק און טאַקע אױפֿן הײמישן אופֿן, אַ ביסל דעקאָלטירט, אַ ביסל גלאַט אַזױ נישט פֿאַרשפּיליעט, נאָר נישט געזשאַלעװעט נישט קײן זײַדנשטאָף, נישט קײן פֿילפֿאַרביקע סטענגעס, די טײַערסטע שפּיצן, װײַסע, רױטע, גרינע, געלע זאָנטיקלעך, אַ לעבעדיקער בוקעט פֿון לעבעדיקע בלומען.

צוליב דעמדאָזיקן זונטיק האָט זיך בעטי שאַפּיראָ נאָך פֿון גאַנץ פֿרי אָן אָנגעטאָן פֿון אױבן ביז אַראָפּ אין װײַסן; אַ װײַס באַטיסט קלײד מיט װײַסע שפּיצלעך, אַ װײַס היטעלע, װײַסע הענטשקעלעך, אַ װײַס זאָנטיקל און אַפֿילו שיפֿלעך אױך װײַסע. דאָס אַלצדינג איז געװען טאַקע נישט פֿון ערשטן סאָרט, אפֿשר דאָס סאַמע ביליקסטע, װאָס שׂרה שאַפּיראָ האָט פֿאַרמאָגט איר צו קױפֿן; דערפֿאַר איז דאָס אָבער געלעגן אױף איר אַזױ חנעװדיק, אױסגעגאָסן, און עס האָט זיך אַזױ געפּאַסט צו איר זעלטן שײנער פֿיגור און צו איר זעלטן שײן פּנים, װאָס האָט זיך פֿאַרצװיקלט אונטער דעם רײַכן בינט געדיכטע, אױף דער גיך צונױפֿגעדרײטע האָר, און צו אירע גרױסע קאַרע קלוגע אױגן אונטער די געדיכטע זײַדענע ברעמען, אַז אַלעס אױף איר האָט אין דעם דאָזיקן שײנעם ליכטיקן זומערדיקן פֿרימאָרגן געפֿינקלט, געשעמערירט און געזונגען. קוקנדיק אױף איר, האָבן נישט װילנדיק זיך אײַנגעבעטן אַזעלכע פֿאַרגלײַכענישן, װי: „מאָרגן־שטערן“, „ שולמית“, „חבֿצלת־השרון“ „שושנת־העמקים“ און נאָך אַזעלכע װערטער פֿון שיר־השירים.

בעטי האָט נישט געזאָגט קײנעם, אַז זי קלײַבט זיך ערגעץ גײן און האָט איר אױפֿרעגונג פֿאַרבאָרגן, קײנער זאָל נישט זען. נאָר נאָכן עסן, אַז די פֿאַמיליאַנטן האָבן זיך צוגעלײגט רוען, און די „באַרישנעס“ האָבן גענומען די ביכלעך און די האַמאַקן און זענען אַװעק, װי אַלעמאָל, אין װאַלד, האָט בעטי אָפּגעװאַרט די שעה און האָט זיך שטילערהײט אַרױסגעגליטשט פֿון איר חדרל, פֿריִער אין גאָרטן אַרױס, און פֿון דאָרט אַװעק מיט דער גאַס אױפֿן װאָקזאַל. אַהין איז זי געקומען שױן אַקוראַט צום רעכטן טומל, װען דער גאַנצער לעבעדיקער בוקעט פֿון די לעבעדיקע בלומען האָט זיך אַ טראָג געגעבן פֿון די טרעפּ און געלאָזט זיך אַנטקעגן די אָנגעקומענע װאַגאָנעס, פֿון װאַנען עס האָבן זיך אַרױסגעשאָטן אײנציקװײַז די אָנגעקומענע פּאַסאַזשירן און פּאַסאַזשירקעס מיט גרױסע פּאַפּיר־סקאָרמוטשן, קױשן, קײשלעך און פּודלעס און עס איז אױף אַ װײַלע געװאָרן הו־האַ, אַ האַרמידער און אַ יריד.

בעטי האָט פֿון דער װײַטן דערקענט נאָכן געל־װײַסן פּידזשאַק דעם פּינסקער בחור, בעני הורװיטש, װאָס האָט מיט זײַן ברײט געשפּרענקלט פּנים ברײט געשמײכלט נאָך פֿון װאַגאָן אַרױסקריכנדיק, און נאָך אַ פּאַרשױן האָט זי באַמערקט נאָך אים אַרױסגײן פֿון װאַגאָן, אַ הױכן, אַ ברײט־בײנערדיקן פּאַרשױן, אונטער אַזאַ ברײטן װײַסן שטרױענעם קאַפּעליוש, אַז ס'איז אוממעגלעך געװען צו זען, װאָס פֿאַר אַ פּנים ער האָט.

דעם פּאַרשױן מיטן ברײטן קאַפּעליוש האָט בעני הורװיטש איבערגעלאָזט אױף אַ װײַלע אונטן בײַ די טרעפּ און אַלײן האָט ער אױף דער גיך, מיט זײַנע גרױסע פֿיס, אַרױפֿגעשפּאַנט גלײַך צו דער מאַמזעל שאַפּיראָ און מיט זײַן פֿרײלעכן טאָן, װי אַלעמאָל, מאַכט ער צו איר:

― מזל־טובֿ, כ'האָב אײַך געבראַכט דעם אַנטיק, װאָס איר האָט געװאָלט זען, אײן געװעזענעם קנעפּל, די „אָפּגעשלאָגענע הושענא“… ער װײס נאָך אַלץ נישט, הערט זיך אײַן, װער עס האָט אים געשלײערט, אַ קלאָג צו אים… אַװוּ, רעכנט איר, אים אױפֿנעמען אָדער, פֿײַנער גערעדט: װוּ רעכנט איר אים געבן איר ראַנדעװוּ?

די לעבעדיקײט פֿון הורװיטשעס בלומען־שפּראַך װערט איבערגעגעבן צו בעטין און, לאַכנדיק, װײַזט זי אים אָן טאַקע אָט דאָ באַלד, רעכטס, אױף דער אַלעע פֿון נאָך גאָר יונגע בײמלעך, װאָס גײען באַרג אַרױף מיט גרינע בענק בײַ די זײַטן. די אַלעע ענדיקט זיך מיט אַ פֿאָנטאַן, באַצירט מיט אַ יונג נאַקעט מלאכל, װאָס האַלט אַ פֿײַפֿעלע און שפּריצט מיט װאַסער פֿון אונטן אַרױף. אָט דאָ װעט מען קאָנען זיצן און רעדן.

― פּיסססס! מע דאַרף גאָרנישט בעסער ― גיט הורװיטש זײַן הסכּמה און נעמט צונױף די ליפּן ― אַן אמתער גן־ערן־התּחתּון! דער גרעסטער פּאָעט, הערט זיך אײַן, װעט נישט צוטראַכטן קײן מער ראָמאַנטישן פּלאַץ פֿאַר אַ ראַנדעװוּ פֿון אַ ייִדישער שולמית מיט אַ גױיִשן שערלאָק האָלמס, אָדער נאַט פּינקערטאָן, כאַ־כאַ! איר, זײַט אַזױ גוט, זעצט זיך אַװעק אױף אַ װײַלע, און איך װעל גײן, הערט זיך אײַן, נאָך מײַן גױ.

מיט די װערטער האָט זיך דער פֿרײלעכער הורװיטש פֿון פּינסק געלאָזט פֿון די טרעפּ אַראָפּ צו זײַן פּאַרשױן און בעטי האָט זיך דערװײַל אַװעקגעזעצט אױף אײנער פֿון די גרינע בענק, װאָס בײַם פֿאָנטאַן מיטן שפּריצנדיקן אמור. זי האָט זיך גאָרנישט אַרומגעקוקט, װי דערװײַל איז דער עולם געװאָרן שיטערער און שיטערער, דער טומל קלענער און דער לעבעדיקער בוקעט איז זיך צעגאַנגען, װי פֿריש אױסגעפֿאַלענער שנײ אױף דער זון. נאָך אַ מינוט, און אױפֿן װאָקזאַל איז נישט געבליבן קײן נפֿש, אױסער די פּאָר טרעגער און סטרוזשעס, װאָס האָבן צונױפֿגעקאַטשעט דאָס איבערגעבליבענע ביסל באַגאַזש, אַ פּאָר שטולן, געפּאַקט אין שטרױ, אַ קינדערש װעגעלע, אַ װעלאָסיפּעד און נאָך אַזעלכע זאַכן. אױסער זײ האָט זיך נאָך אַרומגעדרײט דער נאַטשאַלניק־סטאַנציע מיט אַ רױטן היטל אױף אַ טשאַכאָטאָטשנעם פּנים, אָנגערוקט ביז סאַמע די אָפּגעשטאַנענע אױערן; בײדע הענט האָט ער געהאַלטן אין די קעשענעס פֿונעם װאַרעמען פּאַלטאָ, כאָטש אין דרױסן איז געװען גענוג װאָרעם, און געקוקט האָט ער אַרױף, געקליבן נחת, אַ פּנים, פֿונעם בלױען לױטערן הימל און פֿון דער לױטערער, ליבער, װאַרעמער זון.

גיך האָט זיך באַװיזן דער פּינסקער בחור און באַלד נאָך אים דער ברײטבײניקער פּאַרשױן מיטן ברײטן װײַסן קאַפּעליוש, פֿון װעלכן עס האָבן זיך שאַרף אַרױסגעזען שװאַרצע אָדער טונקלבלױע ברילן מיט גלאַנצנדיקע, קײַלעכדיקע אױסגעבײַכיקטע גלעזלעך ― ברילן, װאָס זענען באַשאַפֿן געװאָרן לכתּחילה צו פֿאַרשטעלן, באַהאַלטן די אױגן… די דאָזיקע טונקעלע ברילן זענען נישט אַנגענעם בעטין פֿון תּמיד אָן, ובפֿרט נאָך פֿון יענעם באַגעגעניש אָן מיט יענעם געװיסן פּאַרשױן, װאָס האָט אױך געטראָגן אַזעלכע ברילן… דערמאָנט זיך אָן יענעם פּאַרשױן, פֿאַרלירט בעטי איר גוטן לױן, װעלכן הורװיטש פֿון פּינסק האָט אױף איר נאָר־װאָס אָנגעװאָרפֿן מיט זײַן שטענדיק־פֿרײלעכן פּנים און מיט זײַן זעלטן־לעבעדיקער שפּראַך. און דער פּאַרשױן מיטן ברײטן קאַפּעליוש, נאָך אײדער ער איז צוגעגאַנגען נאָענט און אײדער הורװיטש האָט אים פֿאָרגעשטעלט, האָט שױן פֿון דער װײַטן אַראָפּגענומען דעם קאַפּעליוש, ― און דאָ האָט בעטי באַדאַרפֿט זיך אָנכאַפּן מיט דער האַנט אָן דער פּאַרענטשע פֿון דער באַנק, אױף װעלכער זי איז געזעסן, אַז זי זאָל נישט אומפֿאַלן.

. . . . . . . . . . . . . . . . . . . .

זי האָט אים דערקענט!…

אין אַ רגע־כּמימרא, אין אײן אױגנבליק, האָט זי איבערגעלעבט נאָך אַמאָל אַלעס, װאָס זי האָט איבערגעטראָגן אין יענער נאַכט, װאָס זי װעט נישט פֿאַרגעסן װײַל זי װעט לעבן… װאָס טוט מען? זיך אױפֿהײבן און אַנטלױפֿן?… נײן, דערצו איז נישט געװען שױן נישט קײן צײַט, נישט קײן מעגלעכקײט, נישט קײן כּוח אױפֿצוהײבן זיך און נישט קײן װערטער אױף אַ װאָרט אַרױסצורעדן. װי אַזױ איז דאָס געשען, װאָס זי האָט זיך נישט פֿריִער רעכט צעפֿרעגט, װער דאָס איז? אַ „קנעפּל“ האָט דאָך איר הורװיטש געזאָגט, אַ „געװעזן קנעפּל“, איצט אַן „אָפּגעשלאָגענע הושענא“ ― זי האָט אַלײן באַדאַרפֿט טרעפֿן װער דאָס איז… עס איז געװען גרינג צו טרעפֿן… נאָר װאָס העלפֿט שױן איצטער? פֿאַרפֿאַלן ― דאָס איז ער!… ער איז דאָס איר מיטהעלפֿער אַצינד און דורך אים װעט מען דאָס דאַרפֿן שיצן, ראַטעװען דעם כּבֿוד פֿון איר געליבטן און די ערע פֿון זײ אַלעמען, פֿון איר גאַנץ פֿאָלק ― דאַרף מען נאָך האָבן אַ מער ביטערע איראָניע?… נישט װינציקער איבערראַשט, אַ פּנים, איז געװען אױך ער. עס װײַזט אױס, אַז ער האָט זי אױך באַלד דערקענט, װאָרעם װי ער איז געשטאַנען מיט דעם אױפֿגעהױבענעם קאַפּעליוש אין האַנט, אַזױ איז ער געבליבן אַ פֿאַרגליװערטער און דאָס פּנים האָט בײַ אים אין אײן מינוט זיך איבערגעביטן עטלעכע מאָל, באַקומען אַן אַנדער אױסזען. בכלל איז די טבֿע פֿון דעם דאָזיקן פּאַרשױן צו בײטן זײַן פֿיזיאָנאָמיע אַלע מינוט, אַלע רגע. אַז איר זעט אים הײַנט, זענט איר נישט באַװאָרנט, אַז איר װעט אים זען מאָרגן אַקוראַט דעם אײגענעם, װאָס נעכטן.

איצטיקס מאָל האָט ער זיך אַזױ װײַט פֿאַרלאָרן, אַז ער האָט אַלײן נישט געװוּסט, װאָס פֿאַר אַ פּנים ער זאָל אָננעמען. פֿאָרנדיק אַהער, האָט ער װיפֿל מאָל געבעטן הורװיטשן, ער זאָל אים זאָגן, װער איז דער „מענטש“, װאָס װיל זיך מיט אים זען? בסך־הכּל איז ער געפֿאָרן אַהער אָן אַ שום חשק און װען אָט דער לאָװקי יעװרײטשיקловкий еврейчик: קלוגער ייִד (הורװיטש), צו װעלכן ער פֿילט אַ מאָדנע סימפּאַטיע און צוטרױען, זאָל אים נישט נעמען מיט װערטער, װאָלט ער אפֿשר גאָרנישט געפֿאָרן אַהער, אָט דער „נאַכאַלני זשידאָטשיק“нахальны жидоцник: חוצפּהדיקער ייִד האָט זיך מיט אים גערײצט, אַז ער איז אַ „טרוס“ אַז ער האָט מורא צו פֿאָרן… ער איז אַ טרוס? ער האָט מורא צו פֿאָרן? ער, װעלכער האָט זיך אױסגעװאַלגערט מיט אַלע גנבֿים, כוליגאַנעס און רוצחים, האָט מורא פֿאַר אַ ייִדן?… און ער האָט שױן מער נישט געװאָלט זיך נאָכפֿרעגן און איז געגאַנגען בלינד, אױף אַ געדעקטער קאָרט ― און אָט װעמען ער האָט דערזען!…

װעמען־װעמען, נאָר אַז ער װעט דאָ באַגעגענען דאָס מײדל ― האָט זיך אים אַפֿילו נישט געחלומט! דאָס מײדל ― דאָס איז דאָך די „װענוס פֿון דער ייִדישער גאָס“ נאָך װעלכער ער האָט זיך אומזיסט געיאָגט און איבער װעלכער ער האָט פֿאַרשפּילט זײַן קאַריערע… ער װײס עס גאַנץ גוט, כאָטש קײנער האָט דאָס אים נישט געזאָגט, נאָר ער װײס… ער װײס, אַז אַקעגן אים האָבן זיך אָנגעהױבן פֿון יענעם טאָג אָן, װאָס נאָך יענער נאַכט, אַן אינטריגע איבער אַ אינטריגע, אַ גאַנצע מלחמה, ― ביז מע האָט אים געגעבן דעם װעג…

ער װײס, אַז מע האָט אים געװאָלט גאָר אינגאַנצן באַגראָבן, איז נישט געװען פֿאַרװאָס ― אַ פּנים, װײַל דאָס מײדל אַלײן האָט נישט געװאָלט פֿאַרפֿירן קײן עסק… װיפֿל מאָל האָט ער זי געהאַט אױפֿן זינען? װיפֿל מאָל האָט ער געטראַכט װעגן איר, געװאָלט װיסן, װוּ זי איז, װאָס זי מאַכט?… געהערט האָט ער דעמאָלט, אַז זי איז קראַנק, אין באָלניצע ליגט זי. ער האָט גאָר געהאַט געהערט, אַז זי איז געשטאָרבן… דערנאָך האָט מען דערצײלט, אַז ס'אַ ליגן ― און אָט איז זי גאָר דאָ!… און זי איז דאָס אָט די, װאָס װיל זיך מיט אים זען, שמועסן װעגן דעם ענין, אױף װעלכן ער איז גרײט איצט מקריבֿ צו זײַן דאָס גאַנצע לעבן, בכדי צו נוקם זײַן זיך אין זײַנע בלוטיקע פֿײַנד!… אַװדאי, װען עס עפֿנט זיך דאָ אַ גרוב, װאָלט ער אַרײַן אַ לעבעדיקער!

עס אין שװער צו זאָגן, װאָס דער מענטש האָט געפֿילט אין די דאָזיקע עטלעכע שװערע מינוטן: פֿאַרדראָס? חרטה? דאָס, װאָס מענטשן רופֿן אָן „געװױסן־ביסן“? האַס אױף זיך אַלײן אָדער אױף עמיצן אַנדערש?… אָדער אַלצדינג אינאײנעם?… װער קאָן דאָס איבערהױפּט װיסן, װאָס עס טוט זיך בײַ יענעם אױף דער נשמה, ובפֿרט נאָך אױפֿן דנאָ פֿון דער נשמה פֿון אַן „אָפּגעשלאָגענער הושענא“, װאָס האָט אױף זײַן געװיסן נישט אײן עבֿירה און אפֿשר נישט אײן פֿאַרברעכן, און װאָס װערט צוליב נקמה און צוליב אַנדערע אײגענע רעכענונגען פּלוצעם אַ בעל־תּשובֿה?…

דאָס הונדערט פֿערטע קאַפּיטל
אַ פּאַיאַץ!

נאָר אױב די צװײ, בעטי און די „אָפּגעשלאָגענע הושענא“ זענען איבערראַשט, איז זײער פֿאַרמיטלער, בעני הורװיטש פֿון פּינסק, געװען אַ סך מאָל מער איבערראַשט װי זי בײדע. „מילא, זי ― האָט ער זיך געטראַכט ― איז כאָטש אַ מײדל, װי זאָגט מען דאָס, אַן אײדעלע מאַטעריע, אַ רוחניות, װאָס מיט אײן בלאָז קען מען זי אַװעקבלאָזן, און אַ גוטן טאָג. אָבער דער גױ, אַװוּ איז אַהינגעקומען זײַן גבֿורה מיט זײַן לשון? װאָס טוט זיך עס מיט אים? שטײט װי אַ חתן, אָדער װי אַ מחותּן אױף אַ יאַריד ― מע באַדאַרף זײ אַ ביסל צושאָקלען!“… און ער איז שױן גרײט געװען אַרױסצוטרעטן פֿאַר אַ מליץ־יושר צװישן זײ, קודם־כּל זײ פֿאָרשטעלן, װי דער מינהג איז, און דערנאָך אַרױפֿפֿירן זײ אױפֿן גלײַכן װעג און פֿאָרט געזונט ― האָט דאָס בעטי באַמערקט נאָך זײַנע אױגן, און אײדער ער האָט נאָך געעפֿנט אַ מױל, האָט זי פֿאַרכאַפּט דעם װעג. זי האָט זיך אָנגענומען מיט די לעצטע כּוחות, אױפֿגעשטאַנען פֿון איר אָרט, געמאַכט צװײ טריט און אָנגערופֿן זיך צום פּאַרשױן װי װײַט מעגלעך פֿעסט, כאָטש דאָס קול האָט איר אַ ביסל געװיברירט און די בעקלעך האָבן זיך פֿאַרצװיקלט:

― האָט קײן פֿאַראיבל, מיר װעלן זיך אײנס דאָס אַנדערע נישט פֿאָרשטעלן, װי דער מינהג איז, בײַ די נעמען נישט אָנרופֿן ― ס'איז נישט װיכטיק. מיר האָבן אַ סך װיכטיקערס װאָס צו טאָן… מיר זעען זיך מיט אײַך דעם ערשטן מאָל (זי שטעלט די טראָפּ אױפֿן װאָרט „ערשטן“) און מסתּמא אױך דעם לעצטן מאָל… מיר װעלן נישט רײַבן קײן צײַט אומזיסט ― מיר האָבן זײער װינציק צײַט, סך־הכּל עטלעכע מינוט ― איך דאַרף נאָך פֿאָרן פֿון דאַנעט אין אַ צװײטן דאָרף אַרײַן, איך װױן דאָרט בײַ מײנער אַ שװעסטער… (זי װאַרפֿט אױף בעני הורװיטשן אַ קוק) לאָמיר צוטרעטן גלײַך צו אונדזער עסק…

זי האָט זיך אַװעקגעזעצט אױף דער באַנק און געװיזן אױך אים אַן אָרט אױף צו זיצן, נעבן איר. דער פּאַרשױן האָט פֿריִער אױסגעטאָן דעם קאַפּעליוש און געזוכט אַן אָרט פֿונעם קאַפּעליוש װעגן און לאַנג נישט געקאָנט געפֿינען. עס איז געװען צו זען, אַז דער מענטש איז נאָך איבערראַשט און נאָך נישט געקומען צו זיך, דערנאָך האָט ער זיך צוגעזעצט נאָך אַלץ אָן װערטער. גאַר נאָכן קוקן, װאָס ער האָט געקוקט דורך די טונקעל־בלױע ברילן אױפֿן פּינסקער בחור, איז געװען צו זען, אַז אױף אים איז ער געװען אין דער מינוט להרוג־ולאַבד, װאָס ער האָט אים אונטערגעפֿירט… און גלײַך װי בעטי װאָלט איבערגעכאַפּט אין דער לופֿט זײַנע געדאַנקען, אָדער גלאַט װילנדיק פֿאַרבינדן דעם שמועס װאָס גיכער און טאַקע אין אײן װעגס פֿאַרענטפֿערן הורװיטשן, רופֿט זי זיך אָן צום פּאַרשױן מיט אַ שמײכל, װאָס קאָסט זי אין דער מינוט זײער טײַער:

― אונדזער פֿרײַנד הורװיטש האָט אײַך מיסטיפֿיצירט… ער האָט אײַך געזאָגט, אַז אַ מענטש װאַרט דאָ אױף אײַך, װיל זיך מיט אײַך זען… צום סוף איז דאָס גאָר אַ… מײדל. דאָס איז געװען מײַן אױפֿטו, דאָס האָב איך אים אַזױ געהײסן…

די לעצטע װערטער זענען געזאָגט געװאָרן מיט אַזאַ גדלות און בעטי האָט אַזױ הױך אױפֿגעהױבן דעם קאָפּ און אַ מאַך געגעבן מיט דער האַנט אַזױ גרױסאַרטיק, אַז מע האָט געקאָנט מײנען, אַז דאָס רעדט אַ קעניגין מיט אירן אַן אונטערטעניקן, צו װעלכן זי האָט זיך אַראָפּגעלאָזט פֿון זײַן טובֿה װעגן…

„דאָס מײדל, הערט זיך אײַן, הײבט מיר אָן צו געפֿעלן… זי איז פֿון מײַנע לײַט ― טראַכט זיך בעני הורװיטש פֿון פּינסק ― זי אין גאַנץ נישקשהדיק משוגע… צו װאָס טױג איר האַקן אַזעלכע שקרים… נאָר מסתּמא איז דאָס איר פּאָליטיקע אַזעלכע ― מײַן באָבעס דאגה!… און מחמת מע װאָס האָט אים נישט געבעטן זיצן, האָט ער דערפֿון אַרױסגעזען, אַז מסתּמא װעט מען זיך דאָ באַגײן אָן אים. און אפֿשר איז עס פֿאַר אים אַ סוד? אָדער אפֿשר איז ער גאָר געװען פֿאַרנומען מיט זײַנע אײגענע געדאַנקען? װי די מעשׂה איז, ער האָט זיך נישט באַמערקטערהײט אָפּגעװײַטערט פֿון זײ, אָפּגעטרעטן אַ ביסל אױף אַ זײַט, אָנגעלענט זיך מיט בײדע הענט איבערן פּלױט, װאָס איז באַװאַקסן מיט גרינעם און, פֿאַרטיפֿט זיך אין מחשבֿות, האָט ער שטילערהײט זיך אונטערגעזונגען אַ פּינסקער לידל, צוקלאַפּנדיק מיטן פֿוס צום טאַקט.

קומט אַ גױ אין שענקעלע אַרײַן,
אין שענקעלע אַרײַן ―
טרינקט ער אױסעט אַ פֿלעשעלע װין,
אַ פֿלעשעלע װײן.
אױ! שיכּור איז אַ גױ!
שיכּור אין ער,
טרינקען מוז ער,
װױל ער איז אַ גױ…
קומט אַ ייִד אין בית־המדרש אַרײַן,
אין בית־המדרש אַרײַן ―
כאַפּט ער אַ קוק אין אַ ספֿרל אַרײַן,
אין אַ ספֿרל אַרײַן.
אױ! ניכטער איז אַ ייִד!
ניכטער איז ער,
װײַל ער איז אַ ייִד…

און בעטי איז געװען אַזױ אַרײַנגעטאָן אין איר שמועס מיט דעם פּאַרשױן, אַז זי האָט כּמעט גאָרנישט אַרומגעקוקט זיך אױפֿן פּינסקער בחור. זי האָט אין קורצע װערטער און גיך־גיך, אױף אײן פֿוס, געװאָלט איבערגעבן אים דאָס סאַמע נױטיקסטע. זי האָט געזאָגט:

― איך װײס אַלעס. אָט דער הורװיטש האָט מיר איבערגעגעבן אַלצדינג, װאָס ער האָט געהערט פֿון אײַך װעגן װאָלאָדי שטשיגרינסקיס טױט… איר דאַרפֿט אים מוחל זײַן, װאָס ער האָט מיר אָן אײַער װיסן איבערגעגעבן אַ פֿרעמדן סוד.. דאָס האָט ער דערצײלט נאָר מיר און װײַטער קײנעם ניט… און ס'איז גאַנץ גוט, װאָס ער האָט דאָס מיר דערצײלט… מיך אינטערעסירט דאָס נישט װינציקער און אפֿשר נאָך מער װי אײַך… איז אײנס, און, צװײטנס, קאָן איך אײַך אין דער זאַך זײַן אַזױ פֿיל נוצלעך, װיפֿל איר אַלײן קאָנט זיך גאָרנישט פֿאָרשטעלן. אַז איך װעל אײַך זאָגן מיט װאָס איך קאָן אײַך נוצלעך זײַן, װעט איר פֿאַרשטײן, אַז דער גנבֿ, װאָס האָט זיך באַרימט, אַז ער האָט באַװיזן, װאָלאָדקעס רענצל מיט די ביכלעך און טעטראַדען… איך האָב שױן פֿאַרגעסן זײַן נאָמען…

― מאַקאַר זשערעבטשיק ― האָט זיך דער פּאַרשױן מיט די בלױע ברילן אַרױסגעכאַפּט און באַלד װי חרטה געקריגן, װאָרעם ער האָט געװאָלט זאָגן עפּעס אַנדערש, האָט אים בעטי איבערגעשלאָגן. זי האָט זיך דערפֿרײט װאָס זי האָט זיך דערמאָנט דאָס, װאָס זי האָט ביז אַהער בשום אופֿן נישט געקאָנט דערמאָנען זיך.

― אָט־אָט, אַזױ טאַקע האָט ער געהײסן… האָט ער אײַך דערצײלט, אָט דער מאַקאַר זשערעבטשיק, אַז ער האָט אַ געליבטע, אַ כּלה, עפּעס אַ מײדל, װאָס בײַ איר געפֿינט זיך אָט דאָס רענצל? ס'איז אמת… איך קען אײַך עדות זאָגן, אַז ס'איז אמת; איך קען זיך מיט דער… מיט דעם מײדל, און פֿון איר אַלײן טאַקע האָב איך דאָס געהערט.

דאָס װערט געזאָגט מיטן זעלבן גדלות און מיטן זעלבן גרױסאַרטיקן מאַך מיט דער האַנט, און דאָ האָט זיך שױן דערפֿרײט דער פּאַרשױן מיט די בלױע ברילן.

― איר קענט זיך מיט איר פּערזענלעך? זי אַלײן האָט עס אײַך דערצײלט?

― זי אַלײן… איך האָב נאָר פֿאַרגעסן, װי מע רופֿט זי… דאָס איז אָבער נישט שװער צו געװױרע װערן, און אײַך איז דאָס גרינגער װי אַן אַנדערן… איר דאַרפֿט געדענקען… און אױב איר געדענקט ניט, קאָנט איר דאָס פֿון די ביכער אַרױסבאַקומען ― אַז אין יענער נאַכט… אין דער נאַכט, װען מיר… װען איר…

דאָס האָט זי שױן גערעדט נישט מיט אַזאַ גדלות װי פֿריִער… און דער פּאַרשױן מיט די טונקעלע ברילן האָט פֿאַרשטאַנען פֿון װאָסער אַ נאַכט דאָס מײדל רעדט און פֿאַרװאָס זי פּלאָנטערט זיך, איז אים געפֿעלן איצטער פֿאַר איר זיך צו אַנטשולדיקן, בעטן, זי זאָל פֿאַרגעסן, װאָס ס'איז געװען…

אין דער דאָזיקער מינוט האָט ער באַקומען שױן גאָר אַן אַנדער פּנים, אַ פּנים פֿון אַן אמת ערלעכן בעל־תּשובֿה, װאָס מע האָט אים געכאַפּט מיט אַן עבֿירה, אָדער פֿון אַ חדר־ייִנגל, װאָס דער לערער האָט אים געגעבן צו װיסן, אַז ער װײס שױן אַלצדינג… ער האָט גענומען דעם ברײטן שטרױענעם קאַפּעליוש אין די הענט, נערװעז גענומען דרײען אים אױף אַלע זײַטן און נאָר אָנגעהױבן צו רעדן: „פֿאַרגעסט, איך בעט אײַך זײער, פֿאַרגעסט, װאָס ס'איז געװען: איך בין געװען אַ…“ האָט זיך בעטי דערשראָקן, מורא געהאַט טאָמער דערמאָנט ער דאָס, װאָס איז געװען, מיט אַ װאָרט אַפֿילו און זי טוט אַ װאָרף אָפּ דעם קאָפּ און מאַכט אַ מאָדנע באַװעגונג מיט די הענט, גלײַך װי זי װאָלט געװען פֿון זיך עפּעס אַװעקגעשטױסן און זאָגט צו אים שטרענג, מיטן האַרבן װאָרט, אַז ער זאָל ניט דערװעגן זיך אַפֿילו אַ װאָרט אַרױסצורעדן פֿון דעם, װאָס ס'איז געװען!… (זי קוקט זיך אַרום פֿון אַלע זײַטן) אױב ער װיל באמת דערגײן דעם רעכטן שליסל צו דעם, װאָס ער זוכט, באַדאַרף ער נישט אַרױסבאַװײַזן אַפֿילו קײן סימן, אַז… (זי קוקט זיך אַרום) אַז זײ האָבן װען ס'איז אַ מאָל ערגעץ באַגעגנט זיך… אַניט הײבט זי זיך אױף ― און ער װעט זי שױן מער ניט זען, װי ער האָט זי ניט געזען ביז אַהער!

דער טאָן פֿונעם דאָזיקן מײדל איז אים געװען באַקאַנט נאָך פֿון פֿריִער… איצט, דערהערט אירע רעד, און דערזען נאָך איר פֿלאַמענדיק פּנים און ברענענדיקע אױגן, אַז דאָס רעדט דער פֿעסטער װילן פֿון אַ מענטשן, װאָס ס'איז שװער צו ברעכן און בײַצוקומען, האָט ער אַראָפּגעלאָזן דעם קאָפּ, אַ ביסל װי אײַנגעצױגן אין די אַקסלען אַרײַן, װי אַ טשערעפּאַכע, און איז אַנטשװיגן געװאָרן װי אַ קעצעלע און אײַנגעהערט זיך, נישט דורכגעלאָזט קײן װאָרט פֿון דעם, װאָס בעטי האָט אים דערצײלט װײַטער כאַפּנדיק גיך־גיך. זי האָט אים דערצײלט אַלצדינג, װאָס זי האָט זיך אָנגעהערט פֿון יענער איבער דעם מאַקאַר זשערעבטשיק, און פֿון דער בײַטש, װאָס יענע האָט אױף אים ― דאָס רענצל מיט ביכלעך פֿונעם געהרגעטן װאָלאָדקע… איצט בלײַבט איבער נאָר אַרױסצובאַקומען דעם נאָמען פֿון דער דאָזיקער… און דאָס איז זײער גרינג ― האָט בעטי אױסגעלאָזט ― װײַל אין יענער נאַכט (זי קוקט זיך אַרום) זענען זײ נאָר אין צװײען געװען אײַנגעשפּאַרט… און װיבאַלד נאָר מע װײס איר נאָמען, איז שױן נישט שװער זי שױן צו געפֿינען, ובפֿרט אױב נאָר זי האָט קײן טעות נישט, באַדאַרף זי זיך געפֿינען נישט װײַט פֿון דאַנען, אױב נישט אין דעם דאָזיקן דאָרף טאַקע.

בעטי האָט געענדיקט, און דער פּאַרשױן מיט די טונקעל־בלױע ברילן, װאָס איז געזעסן װי אױף נאָדלען, נאָר אײַנגעהאַלטן זיך, געשלונגען אירע װערטער, מורא געהאַט זי איבערשלאָגן מיט אַ װאָרט, װיבאַלד נאָר זי האָט געענדיקט, אַזױ האָט ער זיך געגעבן אַ הױב אױף פֿונעם אָרט און באַלד צוריק אַװעקגעזעצט זיך און באַקומען שױן גאָר אַן אַנדער פּנים, כּמעט נישט אױף צו דערקענען. אױף זײַנע גראָבע תּאװהדיקע ליפּן האָט זיך אַװעקגעלײגט אַ שמײכל, דעם קאָפּ האָט ער אױפֿגעהױבן אַרױף און אַ ביסל אױף אַ זײַט, די הענט האָט ער זיך פֿאַרלײגט הינטער די פּלײצעס, און שאָקלענדיק מיט אײן פֿוס, האָט ער זיך אָנגערופֿן צו בעטין בזה־הלשון:

― איז מיר דערלױבט צו זאָגן אַ װאָרט? איר װײסט נישט, װאָס איר האָט דאָ אױפֿגעטאָן מיט דעם, װאָס איר האָט מיך אַרױסגערופֿן און װאָס מיר אָט דאָ דערצײלט. איר האָט מיר געגעבן אַזאַ קאָזיר אין האַנט אַרײַן (דערבײַ טוט ער אַ מאַך מיט דער האַנט און עס טוט אַ גלאַנץ אױף דער זון דער בריליאַנט פֿון זײַן גאָלדענעם רינג, װעלכן בעטי האָט דערקענט פֿון יענער נאַכט) אַזאַ קאָזיר, אַז אײדער איר קוקט זיך אַרום, איז שױן דאָס גאַנצע געזינדל בײַ מיר אָט אַ דאָ (ער באַװײַזט אױף דער בוזעם־קעשענע). איך האָב שױן גאָרנישט װאָס נאָכצוקוקן אין קײן ביכער אױף יענער יפֿיפֿיה, (ער גלעט זיך מיט בײדע הענט איבער די קניִעס) װיבאַלד, אַז דאָס איז די, װאָס איז געװען יענע נאַכט אין אוטשאַסטאָק, איז דאָס נישט קײן אַנדערע, נאָר מאַשאַ, מאַשאַ טשערעפּקאָװאַ… עך, מאַשקאַ, מאַשקאַ! ― האָט ער אַ זאָג געגעבן װי צו זיך אַלײן, אַ טרײסל געגעבן מיטן קאָפּ, אױפֿגעשטאַנען פֿונעם אָרט, זיך אױסגעצױגן װי גרױס ער איז און אַ נעם געגעבן זיך צום קאַפּעליוש.

― איצט איז מיר שױן אַלצדינג פֿאַרענטפֿערט ― זאָגט ער װי צו זיך אַלײן ― אַלצדינג אַרום און אַרום… אַ קאָמבינאַציע אױף אַ קאָמבינאַציע… (ער פֿאַרבײגט אַ פֿינגער נאָך אַ פֿינגער) פֿריִער נעם איך מיך צו איר… דערנאָך צו אים… און אַז ס'װעט זיך נישט לאָזן, האָב איך נאָך אײנע און נאָך אײנע. אײנע װעט אַרױפֿלײגן אױף דער אַנדערער, די אַנדערע אױף דער דריטער ― עך, גאָלאָװאַ! גאָלאָװאַ! ־ דערלאַנגט ער זיך אַלײן מיט דער האַנט איבערן קאָפּ ― װוּ איז געװען דײַן שׂכל? װען איך װײס פֿריִער… אַז דאָס איז די מאַשקאַ!… הערט, װאָס איך װעל אײַך זאָגן ― מאַכט ער צו בעטין שױן גאָר מיט אַ נײַעם פּנים, מיט אַ פּנים פֿון אַן אמתן שערלאָק האָלמס אָדער פֿון אַ נאַט פּינקערטאָן: ― פֿאַרשרײַבט מײַנע װערטער, אַז נישט שפּעטער װי אין אַ װאָך אַרום, העכסטנס, צװײ װאָכן, איז אײַער ראַבינאָװיטש פֿרײַ!…

דעם נאָמען ראַבינאָװיטש האָט ער אַרױסגערעדט האַרט, מיט צװײ רישן און מיט צװײ עינס, אַזױ, אַז ס'איז אױסגעקומען נישט ראַבינאָװיטש, נאָר „רראַבענאָװעטש“, און אַך, װאָס פֿאַר אַ זיסקײט, װאָס פֿאַר אַ שײנע מוזיק בעטין האָט זיך געהערט אין דעם װאָרט! עס איז שױן בײַ איר מער קײן ספֿק נישט, אַז דער דאָזיקער מענטש האָט בײַ זיך אין האַנט דאָס גאַנצע קניפּל, און אַז נאָר ער איז דער דאָזיקער, װאָס קאָן עס אױפֿקניפּן, און אַז ער איז דער דאָזיקער, װאָס װעט אױפֿדעקן די אמתע פֿאַרברעכער, און אַז ס'איז באַשערט, אַז דורך אים, נישט דורך קײן אַנדערן, זאָל דער אומשולדיקער געפֿאַנגענער אַרױס פֿרײַ און די גאַנצע װעלט זאָל דערזען דעם רײנעם לױטערן ליכטיקן אמת, װאָס קאָן זײַן בעסער ליכטיקער און שענער, װי דער אמת?… פֿון דעם געדאַנק װערט זי אַזױ אַנטציקט, אַז ס'דוכט זיך איר אױס, זי זעט שױן דאָס אַלצדינג פּאָר די אױגן ― און די דאָזיקע שײנע ליכטיקע װעלט װערט איר נאָך שענער און נאָך ליכטיקער, װי זי איז, און די זון שײַנט שױן גאָר אַנדערש, און אַפֿילו אָט דער פּאַרשױן מיט די טונקעל־בלױע ברילן און מיט די גראָבע תּאװהדיקע ליפּן זעט שױן גאָרנישט אױס בײַ איר אין די אױגן אַזױ מוראדיק, װי ער האָט איר אױסגעזען פֿריִער, און זי איז כּמעט גרײט אַפֿילו מוחל זײַן אים זײַן באַנעמונג פֿון אַ מאָל, פֿאַרגעסן, פֿאַרגעסן, פֿאַרגעסן!…

― הער הורװיטש ― רופֿט זי אױס פֿרײלעך אױף איר זילבער־קול ― װוּ זענט איר? קומט אַהער, װעט איר עפּעס האָרכן אַ שײנס. און הורװיטש פֿון פּינסק איז זיך געשטאַנען אָנגעלענט אױפֿן באַװאַקסענעם פּלױט פֿאַרטראַכט, געזונגען זיך אונטער דער נאָז זײַן פּינסקער לידל מיט דער מעלאָדיע, װאָס ער אַלײן האָט דערצו געשאַפֿן און צוגעקלאַפּט צום טאַקט:

קומט אַ גױ אַ שיכּורער אַהײם,
אַ שיכּורער אַהײם ―
שלאָגט ער דאָס װײַב און ברעכט איר אַ בײן,
און ברעכט איר אַ בײן.
אױ! שיכּור אין אַ גױ!
שיכּור אין ער,
שלאָגן מוז ער,
װײַל ער אין אַ גױ.
קומט אַ ייִד אין שולכל אַרײַן,
אין שולכל אַרײַן,
כאַפּט ער אַ ברכו און אַ קדושהלע אַרײַן
און אַ קדושהלע אַרײַן.
אױ! ניכטער איז אַ ייִד!
ניכטער אין ער,
דאַװנען מוז ער,
װײַל ער איז אַ ייִד…

― פּאַני הורװיטש ― רופֿט אים נאָך אַ מאָל בעטי ― װאָס טוט איר דאָרט? װאָס האָט איר זיך צעזונגען? קומט אַהער, װעט איר עפּעס הערן.

― הנני ― איך בין אָנגעגרײט! ― ענטפֿערט איר הורװיטש פֿון פּינסק מיט זײַן פֿרײלעכן טאָן, װי אַלעמאָל, און מיט צװײ־דרײַ ברײטע שפּאַן פֿון זײַנע לאַנגע פֿיס איז ער דאָ, קוקט אױף בעטין און קװעלט, קלײַבט נחת פֿון איר גליקלעך פֿרײלעך פּנים.

― איך קאָן אײַך אָנזאָגן אַ גוטע בשׂורה ― מאַכט זי צו אים און די אױגן בײַ איר לאַכן און שטראַלן און פֿינקלען אָפּ װי צװײ גלאַנצנדיקע בריליאַנטן אױף דער זון ― איך קאָן אײַך אָנזאָגן אַ גוטע בשׂורה, אַז אין צװײ װאָכן אַרום איז ער פֿרײַ!

בעטי האָט געמײנט, אַז אָט דער הורװיטש פֿון פּינסק װעט דערהערן אַזאַ נײַעס, װעט ער געװיס אַרױס פֿון די כּלים און מסתּמא זיך נעמען נאָכפֿרעגן, װעלן װיסן װי אַזױ און װאָס און װען? װי איבערראַשט אָבער איז זי געװאָרן, אַז ער האָט נישט אָנגעהױבן אַפֿילו זיך נאָכפֿרעגן. ער האָט איר גאָר אָפּגעגעבן אַ ייִדישן מזל־טובֿ און געװוּנטשן, מע זאָל נאָר הערן תּמיד נאָר גוטס און בשׂורות־טובֿות ישועות־ונחמות מיטן כּלל ישׂראל, און אױסגעלאָזט האָט ער מיט אַ ניגון און אױסגעצױגן װי אַ חזן דעם מי־שברך אױף אַ ברית בעת ער און דער עולם זענען בגילופֿין!

― ו־נא־מר אָ־מן!

― אַ פּאַיאַץ? ― טראַכט זיך בעטי און באַקוקט אים בײז פֿון אױבן ביז אַראָפּ, ― ער זאָל דאָס אַפֿילו אַ פּינטל געבן מיט אַן אױג! ער טוט זיך אַ דרײ־אױס צום פּאַרשױן מיט די טונקעלע ברילן און רופֿט זיך אָן צו אים פֿרײלעך, װי זײַן שטײגער איז, נאָר האַלב אױף רוסיש, האַלב אױף ייִדיש:

― איטאַק, הײסט עס, דיעלאָ װשליאַפּע? אָטשען ראַד!дела в шляпе ? очень рад!: די זאַך איז אין הוט אַרײַן? איך פֿרײ זיך! נאָר הער זיך אײַן, גױ, ניע פּאָראַ לי נאַם נאַ ליװאָ קרוגאָם אי השיבנו נאַזאַד?не пора ли нам налево кругом … назад: ניט שױן־זשע צײַט מיר זאָלן אױסדרײען דעם דישל און גײן צוריק?

אַ פּאַיאַץ! ― האָט בעטי אָפּגעפּסקנט בײַ זיך, און גײענדיק פֿון איר ראַנדעװוּ צוריק אַהײם, האָט זי זיך אַזױ צעלאַכט, אַז זי געדענקט שױן נישט די צײַט, װען זי זאָל אַזױ געשמאַק, אַזױ זיס און אַזױ געזונט לאַכן, װי זי האָט געלאַכט אַצינד, ― און דװקא צו זיך אַלײן.

דאָס הונדערט פֿינפֿטע קאַפּיטל
חיבוט הקבֿר

װאָס מער דער אמתער ראַבינאָװיטש, פֿאָרנדיק ראַטעװען זײַן חבֿר, דעם אמתן פּאָפּאָװ, האָט זיך דערװײַטערט פֿונעם רוסישן צענטער און װאָס נענטער ער איז געװען צו דער ייִדישער „טשערטאַ“, אַלץ מער האָט ער זיך געפֿילט אין דער הײם און אַלץ מער האָט ער געפֿילט דעם ייִדישן טעם מיטן ייִדישן שמאַרץ, מיטן ייִדישן גלות, און װאָס מער ער האָט דאָס געפֿילט, האָט דאָס אים אַלץ מער הנאה געטאָן און ער האָט זיך געפֿרײט. ער האָט זיך געפֿרײט, װאָס ער האָט באַצײַטנס אױפֿגעװאַכט און קאָן פֿאַרריכטן דעם פֿעלער װאָס ער איז באַגאַנגען, װאָס ער האָט צוליב אַ זיסן חלום פֿון אַ בת־מלכּה זיך אינגאַנצן אָפּגעריסן פֿון זײַן פֿאָלק, און לחלוטין אױסגעטאָן זיך פֿון זײַן ייִדישקײט. און נאָך מער האָט ער זיך געפֿרײט, װאָס ער פֿאָרט ראַטעװען פֿון אַן אומגליק נישט נאָר אַ חבֿר ― ער פּאָרט ראַטעװען אַ גאַנץ גרױסע גרופּע מענטשן פֿון אַ מיאוסן בילבול און נאָך אַ גרעסערע גרופּע מענטשן פֿון באַגײן, אױב נישט קײן היסטאָרישן פֿאַרברעכן, איז אַ היסטאָרישן טעות. און עס איז געװען פֿאַר אים קלאָר װי דער טאָג, אַז ער באַדאַרף נאָר קומען צופֿאָרן און דערצײלן פֿאַר װעמען מען באַדאַרף דעם גאַנצן אמת, אַז דער אמתער הערש ראַבינאָװיטש ― דאָס איז ער, און אַז יענער איז גאָר אַ פּאָפּאָװ, זײַנער אַ קריסטלעכער חבֿר, מיט װעלכן זײ האָבן זיך נאָר אױף אַ טשיקאַװעס, אין אַ שפּאַס, געביטן מיט די יוצרות ― װאָס דאַרף מען נאָך? ― און אָט אַזױ װערט אױפֿגעדעקט די גאַנצע חתונה און עס עפֿענען זיך אױף די טירן און דער חבֿר גרישאַ גײט אַרױס פֿרײַ ― און אַ סוף צום עלילת־דם, און אַ סוף צו דער װאַקכאַנאַליע, װאָס די צײַטונגען האָבן אױפֿגעהױבן, און אַ סוף צום בלוטיקן שפּאַס!…

מיט אַ פֿרײלעך קלאַפּנדיק האַרץ האָט אונדזער פּאָפּאָװ־ראַבינאָװיטש זיך אױפֿגעזעצט פֿאָרן, נאָר נישט לאַנג האָט געדױערט זײַן פֿרײלעכקײט, און זײַן גוטע שטימונג איז גיך אָפּגעסמט געװאָרן. קודם־כּל פֿון דעם פּאַק מיט געדרוקטע סחורה, װאָס ער האָט זיך באַװאָרנט אין װעג אַרײַן, אַלערלײ רעכטע און לינקע, שװאַרצע און געלע צײַטונגען ― „צדה־לדרך“, װי ער האָט דאָס אָנגערופֿן. װי נאָר ער האָט זיך אַרײַנגעזעצט אין װאַגאָן און פֿאַרנומען אַן אָרט נעבן פֿענצטער, אַזױ האָט ער זיך צעלײגט מיט דער דאָזיקער סחורה און גענומען זוכן, ראשית־חכמה, װאָס שרײַבט מען עפּעס נײַעס װעגן דעם ריטואַלן פֿאַרברעכן און װעגן דעם פֿאַרברעכער, דעם דאַנטיסט, הערשקאָ ראַבינאָװיטש? נאָר ער האָט נישט באַדאַרפֿט לאַנג זוכן. אַלע בלעטער כּמעט גאָר אָן אױסנאַם, זענען געװען פֿול מיטן דאָזיקן רעטעניש, און דער מערסטער טײל צײַטונגען האָבן, אױסער נאַקעטע ידיעות, צוגעגעבן אױך גאַנץ פֿײַנע גיפֿטיקע אַרטיקלען װעגן דעם באַרימטן פֿאָלק ישׂראל, װאָס װיל אײַננעמען די װעלט מיט בלוט־זױגערײַ און געפֿאָדערט ליכט און גערעכטיקײט פֿונעם מישפּט, װאָרעם „טאָמער װעט מען זיך פֿאַרלאָזן אױפֿן צאָרן פֿונעם פֿאָלק, ― אַזױ האָבן זײ געסטראַשעט ― װעט זײַן אַ סך ערגער, דאָס פֿאָלק קאָן פֿאָדערן בלוט פֿאַר בלוט…

פֿונדעסטװעגן האָבן די דאָזיקע שרײַבעכצן און די בלוטיקע העצעס פֿון דעם געװיסן מין פּאַטריאָטישע בלעטער, װאָס האָבן זיך גענומען צעבלאָזן דעם עסק פֿונעם געפֿאַנגענעם דאַנטיסט ראַבינאָװיטש, מאַכן פֿון אים אַ גאַנצן צימעס, אַ מין דרײַפֿוס־פּראָצעס, אים נאָך נישט אַזױ שטאַרק געאַרט. שױן פֿונעם טאָן אַלײן איז געװען צו זען, אַז דאָס שרײַבן פֿאַרקױפֿטע נשמות, װאָס האַנדלען מיט זאָאָלאָגישן פּאַטריאָטיזם, קריכן פֿון דער הוט און װילן אַריבערשטײַגן אײנס דאָס אַנדערע אין רישעות, טיפּשות, עם־הארצות און חוצפּה. אָט די פֿײַנע בריהס, האָט ער געװוּסט, האָבן זיך זײער פּלאַץ אין דער װעלט און מע װײס זײער װערט. אַקעגן די שרײַערס, האָט ער זיך געטרײסט, איז דאָ נאָך אַ היפּשער טײל פֿון דער בעסערער געזעלשאַפֿט, װאָס דענקט גאַנץ אַנדערש און װאָס איז גרײט פֿון צײַט צו צײַט אױפֿהײבן אַ קול, זאָגן אַן ערנסט אמתדיק װאָרט און אַרױסטרעטן מיט אַ פֿײַער קענען די שעדלעכע העצעס און באַװײַזן, אַז זײ זענען מער בזיון פֿאַר די באַשולדיקער, אײדער פֿאַר די באַשולדיקטע, והראַיה, אָט צװישן דעם סם־המװת, װאָס אין צעשפּרײט דאָ און דאָרטן, האָט ער באַגעגנט געדרוקטע פּראָטעסטן קעגן דעם נײַעם בילבול, באַדעקט מיט צענדליקער און הונדערטער חתימות פֿון באַרימטע מענטשן, פֿון געלערנטע, פֿון שריפֿטשטעלער, פֿון פּראָפֿעסאָרן, פֿון יוריסטן, גלחים און אַז″װ און אַז″װ. ― און זײַן ייִדיש האַרץ האָט זיך געקװיקט, געפֿונען כאָטש אַ שטיקל באַפֿרידיקונג.

אַ סך מער האָט אים געאַרט און אַ סך מער האָבן אים װײ געטאָן די רײד, די זאָגעכצן, די שמועסן און די מימרות װאָס ער האָט זיך אָנגעהערט, פֿריִער זיצנדיק אין װאַגאָן דריטע קלאַס מיטן פּראָסטן עולם, און דערנאָך אין װאַגאָן צװײטע קלאַס, שױן צװישן אַזױ־גערופֿענע אינטעליגענטן.

דער פּראָסטער עולם, װאָס אין דריטער קלאַס, איז באַשטאַנען פֿון בעלי־מלאָכות און אַרבעטער און גלאַט װױלע יונגען, פֿאָנקעס װאָס גײען די העמדלעך אַריבער די הױזן, טראָגן קײַלעכיקע אונטערגעשאָרענע היטשקעלעך, לאַנגע זילבערנע האַלדזקײטלעך און שװערע קופּערנע סיגנעטן אױף די גראָבע שװאַרצנאָגלדיקע פֿינגער. די דאָזיקע לײַט, װאָס זענען מיט דער „פּאָליטיקע“ און בכלל מיט דער גרױסער דרױסנדיקער װעלט, אַ פּנים, קנאַפּע מחותּנים, זענען אױף יעדער מער אָדער װײניקער היפּשער סטאַנציע אײנציקװײַז אַרױסגעשפּרונגען פֿון װאַגאָן, װער כאַפּן אַ גלאָז ביר און װער אַ קעלישקל בראָנפֿן, און עמיצער זאָל עס אַפֿילו אין זינען האָבן קױפֿן אַ גאַזעט. „אָט גליקלעכע מענטשן!“ ― האָט זיך געטראַכט פּאָפּאָװ־ראַבינאָװיטש און האָט זײ באמת מקנא געװען, װאָס זײ װײסן נישט פֿון קײן בילבולים און העצעס און װאָס נױטיקן זיך נישט אין קײן פֿאַרענטפֿערן זיך און דאַרפֿן נישט, אַז פֿרעמדע זאָלן זיך אָננעמען זײער קריװדע, האָגלען מיט פּראָטעסטן, אונטערשריפֿטן און נאָך אַזעלכע זאַכן… נאָר פֿון װאַנען האָט זיך גענומען פּלוצעם אַ נײַער פּאַרשױן, אַ האַלבער אינטעליגענט מיט אַ געשטופּלטן פּנים און מיט אַן אױסגערונען אױג. דער פּאַרשױן האָט זיך אַװעקגעזעצט דװקא נישט בײַם פֿענצטער, נאָר אין מיטן װאַגאָן אין אַ האַלב־פֿינצטערניש, האָט זיך אײַנגעבױגן אין דרײען און גענומען לײענען פֿון עפּעס אַ בלעטל בקול־רם און דער עולם האָט געהערט.

װאָס דאָרט איז געלײענט געװאָרן ― װײס מען נישט, נאָר אַז דער פּאַרשױן מיטן אַרױסגערונען אױג האָט געענדיקט, איז אױסגעבראָכן בײַם עולם אַ שמועס, פֿון װעלכן דער סטודענט פּאָפּאָװ האָט געכאַפּט אַ צװײ־דרײַ װערטער, װאָס האָבן אים געזאָגט, אַז דאָ שמועסט מען װעגן דער זאַך, װאָס ער פּאָרט צוליב דעם אין דער „טשערטאַ“, ― און ער האָט גענומען זיך אײַנהערן מיט קאָפּ. דער שמועס האָט זיך געקײַקלט און געקײטלט, אַריבער פֿון אײן בײַשפּיל אױפֿן אַנדערן, און אַלעמאָל האָט זיך געלאָזט הערן דאָס ליבע װאָרט „זשיד“, „זשידי“, „זשידאָװ“ ― אױף אַלע פֿאַסאָנען און מאַניערן.

אַזױ װילד און אומגעלומפּערט־לעכערלעך איז געװען דער שמועס, אַז ער האָט זיך געװאָלט צורוקן אַ ביסל נענטער און האָרכן, פּאַװאָלינקע, ביסלעכװײַז, פֿריִער אױף אײן בענקל, דערנאָך אױפֿן צװײטן. רוקט זיך צו דער אומבאַקאַנטער סטודענט צום עולם, אַלעמאָל נענטער, און קױם האָט ער זיך שױן צוגערוקט גאַנץ נאָענט, האָט ער שױן נישט געקאָנט נישט אַרײַנמישן זיך, פֿריִער מיט אַ װאָרט, דערנאָך מיט נאָך אַ װאָרט, ביז ער האָט, נישט װילנדיק ― אַרײַנגעלאָזט זיך אין אַ געשפּרעך, פֿאַרשטײט זיך, נישט מיטן גאַנצן עולם, נאָר מיטן האַלבן אינטעליגענט, װאָס מיטן אױסגערונענעם אױג. צום סוף האָט ער אים צוגעקװעטשט צו דער װאַגט, ער זאָל אים זאָגן, פֿון װאַנען קאָן ער עס אַזױ ייִדן? „אָ! ער קאָן זײ זײער גוט!“… נײן, דער סטודענט װיל װיסן נאָר אײן זאַך: צי האָט ער געזען װען אַ ייִדן? לאָזט זיך אױס מן־הסתּם, אַז ער אַלײן, אָט דער האַלבער אינטעליגענט, האָט קײן ייִדן נישט געזען קײנמאָל, װײַל אין זײַן דאָרף זענען קײן ייִדן נישטאָ. „געװען אײנער, האָט מען אים אַרױסגעיאָגט שױן לאַנג, ער איז נאָך דעמאָלט אפֿשר אױף דער װעלט נישט געװען. נאָר אַזױ װי ער לײענט גאַזעטן ― צו זײ אין װאָלאָסט גײן אַלע גאַזעטן און ער איז דער װאָלאָסטנאָי שרײַבער ― האָט ער זיך אָנגעלײענט אַזױ פֿיל װעגן די דאָזיקע ייִדן, אַז ער קאָן זײ שױן אױסװײניק…“

אָט דאָ האָט זיך דער סטודענט צעלאָזט גאָר אױף אַן אַנדער אופֿן און האָט אַװעקגעגעבן דעם װאָלאָסטנאָי שרײַבער אַ גאָב! נאָר װי איבערראַשט איז ער געװאָרן, אַז אײנער פֿונעם עולם, װאָס איז געזעסן אַקוראַט אַקעגן אים, דעם קאָפּ אױף בײדע הענט, אָנגעשפּאַרט אױף די קניִעס, געקוקט אים, דאַכט זיך, גלײַך אין מױל אַרײַן און געשלונגען די װערטער, האָט זיך פּלוצעם אָנגערופֿן צום אָראַטאָר, נאָר אין גוטן מוט, נאַיִװ און ערנסט, אין אַ רײנער טיף־רוסישער אױסשפּראַך, און דװקא אױף „דו“:

― זאָג נאָר, ליבער מענטש, צי ביסטו נישט אָקאָרשט אַלײן אַ זשיד?

דאָס האָט געהאַט דעם זיבעטן חן. דער גאַנצער עולם, װי אײן מענטש, האָט אױסגעדונערט אַ געלעכטער, דער סטודענט, פּאָפּאָװ־ראַבינאָװיטש, איז געװאָרן רעכט רױטלעך, פֿאַרשלאָגן מיט רעד און אױף דער ערשטער סטאַנציע, נעבעך, געמוזט צוצאָלן אין דער קאַסע און אַריבערפּעקלען זיך, מחילה, אין אַ װאַגאָן צװײטע קלאַס.

נאָר אַז ס'איז באַשערט אַ מענטשן, גײט עס אים נאָך פֿון הינטן פֿוסטריט, אױף זײַן גליק באַדאַרף ער טרעפֿן אין װאַגאָן צװײטער קלאַס אַ געזעלשאַפֿט פֿון דװקא שױן גאַנצע אינטעליגענטן, װאָס האָבן געהאַלטן אַקוראַט אין אַ הײסער דיסקוסיע װעגן דעם הילכיקן ריטואַל־פּראָצעס, װאָס באַדאַרף באַלד זײַן, אין װעלכן עס װערט באַשולדיקט דער ייִדישער דאַנטיסט ראַבינאָװיטש. און אַזױ װי דאָס איז שױן געװען נענטער צו דער „טשערטאַ“, זענען צװישן די אינטעליגענטע פּאַסאַזשירן געװען נישט װינציק אינטעליגענטע ייִדן, ייִדן נאָך אפֿשר מער װי קריסטן. גערעדט האָבן אַלע, און בײדע „צדדים“ האָבן זיך אַזױ געהיצט, אַזױ געשאָטן מיט פֿײַער און אַזױ גענאָסן מיט סם־המװת אײנס אױף דאָס אַנדערע, אַז מע האָט געקאָנט מורא האָבן, אַז דאָ װעט זיך זיכער ענדיקן מיט אַ געשלעג.

מער פֿון אַלע האָט זיך, געהיצט אַ ייִדישער יונגערמאַן מיט געלע װאָנצן און מיט אַ בריליאַנטענער נאָדל אין אַ גרױסאַרטיקן גרינעם שניפּס. ער איז געװען מוראדיק אױפֿגערעגט און די ליפּן, װאָס האָבן נישט אין זיך אַזױ אױך קײן טראָפּן בלוט, זענען אים נאָך געװאָרן טױט־בלאַס און די הענט האָבן געציטערט.

― װײסט איר װאָס? ― האָט דער אױפֿגערעגטער יונגערמאַן מיט דער בריליאַנטענער נאָדל זיך אָנגערופֿן צום „צד־שכּנגדו“ און האָט זיך אױפֿשפּרינגענדיק אַ כאַפּ געגעבן צו דער זײַט־קעשענע ― אָט נעם איך אַרױס טױזנט רובל מזומן און לײג אײַן בײַ אָט דעם פֿאָטערל (ער האָט אָנגעװיזן מיטן פֿינגער אױף אַ באַיאָרטן גלח מיט זײער אַ לײַטיש פּנים) און איר לײגט אײַן אַקעגן אַ הונדערטער, נאָר אײן הונדערטער אױף װאָס פֿאַר אַ צװעק איר װילט, אױף דער באָלניצע, אױפֿן קראַסני קרעסטКрасный Крест: רױטן קרײץ, ― ס'איז בײַ אײַך די ברירה, ― אַז דער מישפּט װעט דעם דאַנטיסט ראַבינאָװיטש געפֿינען פֿאַר אומשולדיק, האַ? אַיאָ, איר שװײַגט? אַיאָ?

דער אױפֿגערעגטער עולם פֿון בײדע צדדים, אױסער דעם באַיאָרטן גלח, װאָס האָט זיך געהאַלטן רויִקער פֿון אַלעמען, איז פֿונעם דאָזיקן פֿאָרשלאָג געװאָרן נאָך מער אױפֿגערעגט און די אַטמאָספֿערע איז געװאָרן מוראדיק געדיכט.

― מסתּמא רעכנט איר ― ענטפֿערט אים אײנער פֿונעם צד שכּנגדו דװקא מיט אַ גוטמוטיק געלעכטערל אױף די זאַפֿטיקע ליפּן, באַװײַזנדיק זײַנע װײַסע געזונטע צײן ― מסתּמא האָט איר שאַנסן אױף אונטערצוקױפֿן די געשװאָרענע, אַזױ װי יענע פֿון אײַערע, װאָס האָבן געװאָלט אונטערשמירן די פּראָפֿעסאָרן, מען זאָל אָנערקענען דעם פֿאַרברעכער פֿאַר גערירט! אָדער אַזױ װי דער פֿאָטער פֿונעם דאַנטיסט האָט אַנומלטן געװאָלט אונטערקױפֿן די טורמע־לײַט, מע זאָל העלפֿן אַנטלױפֿן דעם אַרעסטאַנט…

דער יונגערמאַן מיט די געלע װאָנצן איז אױפֿגעשפּרונגען, און מיט פֿאַרלײגטע הענט אַהינטער און מיט איבערגעקערטע אױגן אַרױף זיך אַ לאָז געגעבן צום צד שכּנגדו: „איר װײסט, װאָס סע קומט פֿאַר אַזעלכע װערטער? איר װײסט?!…“

אַ גליק, װאָס די ייִדישע „אָפּאָזיציע“ האָט זיך אַרײַנגעמישט און האָט דעם יונגנמאַן צוריק אַװעקגעזעצט אױף זײַן אָרט, אַניט װאָלט אַרױס אַ מיאוסער סקאַנדאַל, אין װעלכן דעם גרעסטן חלק װאָלט געכאַפּט מסתּמא ניט קײן אַנדערער, נאָר טאַקע דער יונגערמאַן מיט די געלע װאָנצן און מיט דער בריליאַנטענער נאָדל אינעם גרױסאַרטיקן גרינעם שניפּס ― ער זאָל זיך נישט װאַרפֿן מיט קײן הונדערטער…

„פֿון װאַנען נעמט זיך אַזױ פֿיל גיפֿט שׂינאה פֿון אַ מענטשן צו אַ מענטשן? װען די דאָזיקע אַלע אָט דאָ, װאָס זענען גרײט, דאַכט זיך, דורס זײַן, אײַנשלינגען אײנס דאָס אַנדערע לעבעדיקערהײט, װען זײ זאָלן נאָר װעלן רויִק, אָן אַ שום פֿאַרטיקע מײנונג און אָן אַ שום װעלן באַװײַזן, אַז איך בין גערעכט, נאָר אױסהערן אײנער דעם אַנדערן און געװױרע װערן דעם אמתן אמת, װאָלטן דאָך די דאָזיקע מענטשן, שטאָט דעם, מע זאָל זיך רײַסן בײַ די נעזער, געכאַפּט בײַ די זײַטן און װאָלטן אַזױ געלאַכט, אַז זײער געלעכטער װאָלט דערגרײכט פֿון עק צו עק איבער דער גאַנצער װעלט!…“

אָט אַזױ האָט זיך געטראַכט דער אמתער ראַבינאָװיטש, װאָס איז דערװײַל, בדרך־אַגבֿ, געװױרע געװאָרן נײַס, מאָדנע זאַכן, װאָס זענען געװען פֿאַר אים עפּעס נישט אַזאַ גוטע בשׂורה… דאָס, װאָס מע רופֿט מיטן נאָמען „חיבוט־הקבֿר“ איז געװען, קאָן מען זאָגן, גאָרניט קענען דעם, װאָס דער אמתער ראַבינאָװיטש האָט איבערגעטראָגן און װאָס אים איז נאָך פֿאָרגעשטאַנען איבערצוטראָגן אין דער דאָזיקער שװערער מיסיע, װאָס ער האָט אױף זיך גענומען ― צו אַרױסשלעפּן זײַן חבֿר פֿון אַ זומפּ און זײַן פֿאָלק פֿון אַ נײַעם בילבול…

דאָס הונדערט זעקסטע קאַפּיטל
אַ מומר־להכעיס

געקומען צופֿאָרן אין דער גרױסער שטאָט פֿון דער „טשערטאַ“, האָט זיך אונדזער פּאָפּאָװ ראַבינאָװיטש גענומען אַרומקוקן אױפֿן טומלדיקן װאָקזאַל, װי יעדער פּאַסאַזשיר, װאָס קומט צום ערשטן מאָל אין אַ נײַער גרױסער שטאָט, דאָס ערשטע, אױף װאָס זײַן אױג האָט זיך אָפּגעשטעלט, איז געװען דער קיאָסק מיט גאַזעטן און ביכלעך, איז ער צוגעגאַנגען צום קיאָסק און געהײסן זיך געבן אַלע דרײַ פֿרישע צײַטונגען, װאָס גײען אַרױס אין דער דאָזיקער שטאָט. און ― גלײַך װי דאָס האַרץ האָט אים געזאָגט ― ער האָט באַלד געפֿונען דאָס, װאָס ער האָט געזוכט און נאָך אַ סך מער. שױן אױף דער ערשטער זײַט אונטער אַ שרײַענדיק קעפּל: „נײַע איבערראַשנדע אַנטדעקונגען אין שטשיגרינסקיס טױט“, האָט ער דערזען אַ גרױסן אַרטיקל פֿול מיט גאַל און מיט גיפֿט קעגן די, װאָס װילן פֿאַרענטפֿערן דעם געפֿאַנגענעם פֿאַרברעכער און מוטשען זיך און װילן באַװײַזן מיט אַלערלײ ייִדישע מיטלען און תּלמודישע דרײדעלעך, אַז דער דאַנטיסט ראַבינאָװיטש איז גאָט די נשמה שולדיק, נעבעך, אַ קרבן פֿאַר פֿרעמדע זינד, „עס איז זײער אינטערעסאַנט צו הערן, לאָזט אױס דער מחבר פֿונעם לײט־אַרטיקל, װאָס װעלן זײ עפּעס איצטער זאָגן, אָט די אײגענע און געקױפֿטע ייִדנפֿרײַנד, נאָך דעם, װי זײערער אַן אײגענער געװעזענער ייִד טרעט אַרױס אַזױ אָפֿן מיט אַ רײנעם געװיסן, װי פֿאַר גאָט, און זאָגט, אַז ער װײס עס פֿאַר געװיס און אַז ער קאָן באַװײַזן װי צװײ מאָל צװײ און פֿיר, אַז דאָס, װאָס פֿאַנאַטישע ייִדן באַנוצן קריסטלעך בלוט אױף פּסח, איז ניט קײן אױסגעטראַכטע בבֿא־מעשׂה, ניט קײן פֿאַרצײַטיקע לעגענדע, נאָר אַ פֿאַקט, װאָס אַלע ייִדן װײסן, נאָר קײנער האָט נישט דעם מוט זיך מודה צו זײַן…“

די צװײטע צײַטונג, װײַזט אױס אַ ליבעראַלע, האָט אױך געשענקט אַ לײט־אַרטיקל שױן גאָר אונטער אַן אַנדער קעפּל: אַ פּסיכאָפּאַט, אָדער אַ מומר־להכעיס?“ אין דעם דאָזיקן אַרטיקל װערט גערעדט, אױך ניט מיט װינציק גאַל װעגן עפּעס אַ געשמדטן סטודענט אַ פֿאַררעטער, װאָס האָט זיך ניט באַנוגנט דערמיט, װאָס ער האָט צוליב אײגענע אינטערעסן אױסגעביטן זײַן גלױבן, איז ער נאָך אַרױס איצט מיט אַ בריװ, װאָס באַװײַזט, אַז דאָס איז אָדער אַ פּסיכאָפּאַט אָדער אַ מומר־להכעיס…

דער פּאַסאַזשיר האָט זיך אַזױ שטאַרק פֿאַראינטערעסירט מיטן דאָזיקן נײַס, אַז ער האָט גאָר פֿאַרגעסן צוליב װאָס ער איז אַהערגעקומען און האָט זיך אַװעקגעזעצט אין בופֿעט ערשטע קלאַס און גענומען זוכן װײַטער אין די צײַטונגען, װאָס רעדט זיך דאָרטן װעגן דעם דאָזיקן איבערראַשנד נײַס און איז געװאָרן נאָך מער איבערראַשט, אײדער מע קאָן זיך פֿאָרשטעלן. ער האָט געפֿונען אין אַלע דרײַ צײַטונגען אַ בריװ אין רעדאַקציע, אומעטום געשריבן אין אײן נוסח. מיר גיבן אים איבער װאָרט אין װאָרט:

„געערטער הער רעדאַקטאָר

דערלױבט מיר דורך איר געערטער צײַטונג צו פֿאַרעפֿנטלעכן די מיטטײלונג, װאָס איך האָב הײַנט אײַנגעגעבן צום פּראָקוראָר פֿון היגן אָקרוזשנע־סודокружной суд: דיסטריקט־געריכט זײענדיק אַ געטרײַער זון צום פֿאָלק, צו װעלכן איך האָב די ערע איצט צו געהערן און אַן איבערגעגעבענער קנעכט צו דעם טײַערן פֿאָטערלאַנד, װעלכעס איך האָב ליב, און װעלנדיק ברענגען נוצן דעם אמת, װאָס װערט אַזױ געזוכט אין דעם טױט פֿונעם אומגליקלעכן קינד װאָלאָדי שטשיגרינסקי, בעט איך, מע זאָל מיך אַרױסרופֿן אַלס עדות צום דאָזיקן מישפּט, װעלכן איך האָף צו באַלײַכטן מיט מײַנע אמתע אױסזאָגעכצן און מיט מײַן מודה זײַן זיך, װי פֿאַר גאָט. אַלײן געבױרן פֿון ייִדן און געװעזן העכער צװאַנציק יאָר אַ ייִד, װײס איך אַלע זײערע סודות און פֿאַרבאָרגענע מינהגים און קאָן מיט זיכערהײט זאָגן און שװערן בײַ גאָט, אַז דער אַלטער װילדער מינהג פֿון באַנוצן קריסטלעך בלוט צו די פּסחדיקע מצות האַלט זיך נאָך עד־היום בײַ דער מערהײט פֿון די פֿרומע ייִדן פֿאַנאַטיקער אין דער גאַנצער װעלט. איך װײס װי װײַט איך ריזיקיר דערמיט, װאָס איך טרעט אַרױס מיטן אמת קעגן אַזאַ פֿאָלק, װאָס קאָן זיך נוקם זײַן מיט זײַנע שׂונאים און שטעלט זוך נישט אָפּ פֿאַר קײן זאַך אינעם װעג פֿון זײַן נקמה. נאָר מײַן געטרײַשאַפֿט צום רײנעם נאַקעטן אמת און מײַן איבערגעבנקײט צום לאַנד, װאָס באַדאַרף זײַן טײַערער בײַ אונדז פֿון אונדזער לעבן, צװינגט מיך צו מוסר־נפֿש זײַן זיך און זאָגן אָפֿן פֿאַר דער גאַנצער װעלט דאָס, װאָס איך האָב געהערט װיפֿל מאָל פֿון מײַן פֿאַרשטאָרבענעם פֿאָטער ― ער איר געװען אַ שמשׂ אין שול ― און פֿון מײַן רבין, װאָס ליגט שױן אױך לאַנג אין דער ערד, אַז פֿאַרגיסן בלוט אָדער כאָטש זען בלוט איז אײנע פֿון די זאַכן, װאָס גאָט האָט ליב. װער עס איז אין דעם מסופּק, בעט מען, ער זאָל זיך מטריח זײַן צו אַ ייִדן ― אױב מען װעט אים אַרײַנלאָזן ― װען ער איז מל זײַן קינד אױפֿן זיבעטן טאָג פֿון זײַן געבױרן װערן און לאָז ער נאָר גוט צוקוקן זיך, װאָס מע טוט און װאָס מע זאָגט און װי מע פֿרײט זיך, אַז מע דערזעט דאָס בלוט, װאָס װערט פֿאַרגאָסן און דערנאָך אױסגעזױגן דורך די עלטסטע און פֿאַרנעמסטע געסט ― און אַז לאָז אַ ייִד פּרוּװן נישט מל זײַן זײַן קינד צום זיבעטן טאָג פֿון זײַן געבױרן, װעט מען אים פֿאַרשטײנערן, אָדער אױפֿן בעסטן פֿאַל, נעמען אין חרם אַרײַן אױף זײַן גאַנצן לעבן. קײן ייִדישע טאָכטער װעט פֿאַר אַזעלכן נישט חתונה האָבן און אין קײן ייִדישע געזעלשאַפֿט װעט מען אַזעלכן נישט אַרײַנלאָזן. איך האָף, אַז איך װעל אַרױסגערופֿן װערן צום מישפּט, װעל איך האָבן אַ סך צו דערצײלן פֿון די פֿרומע פֿאַנאַטיקער, אָדער פֿון דער אַזױ־גערופֿענער סעקטע חסידים. װי פֿון דער נײַער, נישט װינציקער שעדלעכער סעקטע „ציוניסטן“. איך בעט אַלע רוסישע צײַטונגען איבערדרוקן מײַן דאָזיקן בריװ.

סטודענט לאַפּידוס“

. . . . . . . . . . . . . . . . . . . .

„סטודענט לאַפּידוס? סטײַטש, דאָס איז דאָך דער חבֿרה־מאַן, װאָס זײַן עלטערער ברודער אַבֿרהם־לײב שרײַבט צו אים, אַז זײַן מאַמע

די אַלמנה און זײער שװאָגער װעלװל דעם שלימזלס מאַמע געהערן זיך אָן גלידער־געשװעסטערקינדער ― דעם װײַס פֿערדס בײַטש שװאַרץ שטעקעלע“… פֿאַר גרױסע צרות האָט זיך ראַבינאָװיטש אַזש צעלאַכט: „אױפֿן זיבעטן טאָג איז מען שױן גאָר מל בײַ אונדז קינדער, כאַ־כאַ! און אָט דאָס טרעט אַרױס מיט אַזעלכע כּלי־זין צרות זאָגן קענען אַ גאַנץ פֿאָלק? און ס'איז דאָ מענטשן, װאָס גלױבן אין דעם, אָדער מאַכן זיך, אַז זײ גלױבן?… נײן! פֿון װאַנען האָט זיך גענומען צו אונדזער פֿאָלק אַזאַ מין פּרי! ― אָט װאָס ס'איז טרױעריק!… און ער קאָן זיך נישט מוחל זײַן בשום אופֿן, װאָס ער איז געלעגן די גאַנצע צײַט צװישן פֿרעמדע אַזױ רויִק, אַזױ באַקװעם, גאָרנישט צו װיסן פֿונעם גיהנום, װאָס קאָכט אינעם ייִדישן לעבן? פֿון בת־מלכּהס האָט ער געטרױמט! דאָס לאַנד „אופֿיר“ האָט זיך אים געחלומט! „אַ חרפּה! אַ בושה! אַ בזיון!…

אױסער זיך פֿון אױפֿרעגונג, נעמט ער צונױף דאָס פּעקל צײַטונגען, דינגט אַ איזװאָזשטשיקизвозчик: טאַקסי און הײסט זיך פֿירן אין שטאָט אַרײַן.

דאָס הונדערט זיבעטע קאַפּיטל
צװישן אײגענע

שױן בײַ די ערשטע טריט, װאָס ער האָט געמאַכט אינעם ערשטן טאָג פֿון זײַן קומען אין שטאָט אַרײַן, האָט אונדזער צװײטער העלד אַרױסגעזען, אַז ער האָט געלעבט אין טעות, מײנענדיק, אַז אָט קומט ער צופֿאָרן, אַזױ ראַטעװעט ער אַרױס זײַן חבֿר פֿון דער קלעם. מילא, פֿון זען זיך מיט זײַן חבֿר אין טורמע איז אָפּגערעדט. דאָס האָט ער באַלד געזען, אַז ס'איז פּונקט אַזױ מעגלעך, װי ס'איז מעגלעך אַראָפּברענגען אים צו זיך אין האָטעל, װוּ ער האָט זיך אָפּגעשטעלט. אַדרבא, בײַ די טשינאָװניקעס, צו װעלכע ער האָט זיך געהאַט געװענדט װעגן דעם, האָט ער אַרױסגערופֿן אַ מאָדנעם חשד און מע האָט אױף אים געקוקט װי אױף אַ מין אַװאַנטוריסט, װאָס װיל מאַכן עפּעס אַ קונץ, מסתּמא אונטערגעקױפֿט פֿון ייִדן… אַ גליק, װאָס זײַנע דאָקומענטן זענען געװען אין דער בעסטער אָרדענונג, װאָרעם סך־הכּל האָט אים דאָס פּנים געמסרט, אַז ער איז אַלײן אױך אַ ייִד… אָנגעלאָפֿן זיך אומזיסט דעם גאַנצן פֿרימאָרגן איבער די קאַנצעלאַריעס, איז ער, אַן אױסגעמידטער און אַ הונגעריקער, אַרײַן אינעם ערשטן גרױסן קאַפֿע, זיך געהײסן געבן אָנבײַסן און קױם געפֿונען אַן אָרט בײַ אַ טישל, ― אַזױ געפּאַקט איז דאָרטן געװען, פֿול און פֿיל מיט אַחינו־בני־ישׂראל ― און ער האָט זיך גענומען אַרומקוקן, װוּ ער איז אין דער װעלט, און ער האָט דערזען, אַז ער געפֿינט זיך צװישן אײגענע.

דאָס איז געװען דאָס באַקאַנטע בערזן־קאַפֿע. װאָס איז שױן בײַ אונדז אױבן באַשריבן. דער עולם איז געװען עפּעס זײער שטאַרק אױפֿגעטראָגן, גערעדט מיט היץ, געלאָפֿן פֿון אײן טישל צום אַנדערן און מאָדנע געקאָכט זיך. און דער אורח האָט זיך גענומען צוהערן פֿון װאָס מע רעדט. דערהערט דעם נאָמען לאַפּידוס, איז אים געװאָרן פֿאַרענטפֿערט, װאָס דער עולם קאָכט זיך אַזױ.

אַ לאַנגע צײַט נישט געװען צװישן ייִדן און כּמעט נישט געהערט קײן ייִדיש װאָרט, איז אים געװען אײַנגענעמען, װאָס ער געפֿינט זיך צװישן אײגענע. עס איז אים געװען אײַנגענעמען דער דאָזיקער ייִדישער טומל מיטן הו־האַ. און אײַנגענעמען איז אים געװען אױך דאָס ערגערן, װאָס זײ האָבן זיך געערגערט ניט װינציקער פֿון אים. און אַגבֿ האָט ער טאַקע געװאָלט הערן װאָס זאָגט עפּעס דער עולם? עס האָט אױפֿגעװאַכט אין אים דער ייִדישער אינסטינקט, די אַלטע ייִדישע געװױנהײט ― זײַן צװישן אײגענע, זײַן אינאײנעם מיט אַלע ייִדן, איבערגעבן אײנס דאָס אַנדערע אַלצדינג, װאָס מע װײסט און װאָס מע דענקט און װאָס מע מײנט און װאָס מע טראַכט.

ער האָט באַמערקט, אַז מער פֿון אַלעמען האָט זיך געקאָכט אַ נידעריק ייִדל מיט קורצינקע פֿיסלעך, װאָס איז געקראָכן פֿון דער הױט, אײַנגעלײגט די װעלט, שטאַרק געװאָלט דער עולם זאָל אים הערן, האָט ער זיך געהױבן אױף די שפּיץ פֿינגער, אונטערגעשפּרונגען אַלע מאָל.

― לאַפּידוס? לאָזט מיך, װעל איך אײַך דערצײלן, װער דער לאַפּידוס איז!

דאָס ייִדל, װאָס האָט זיך אַזױ געריסן צו דערצײלן װעגן לאַפּידוסן, איז געװען קאַץ, אָדער קעצעלע, אונדזער אַלטער באַקאַנטער אָרעמער מעקלער, װאָס די גאַנצע װעלט װײס ער און אַלעמען קען ער.

― פֿון װאַנען קענט איר לאַפּידוסן? ― אָט זיך אײנער דערבאַרעמט אױף קעצעלען.

― אַלץ הײסט געקענט, כי־כי? ― זאָגט קעצעלע און װישט זיך מיט דער פּאָלע דעם שװײס ― קענען צו קענען איז נישט גלײַך! איך האָב נאָך געקענט דעם טאַטן זײַנעם, און זײַן טאַטנס טאַטן האָב איך געקענט, געװען אַן ערלעכער ייִד זײַן טאַטע, און נישט אַזױ נאָך זײַן טאַטע, װײ זײַן טאַטנס טאַטע…

― זײַן טאַטנס טאַטע לאָזט צו רו, קעצעלע! איר דערצײלט אונדז בעסער פֿון אים אַלײן, אױב איר װײסט עפּעס.

― אױב איך װײס עפּעס, כי־כי! ― זאָגט קעצעלע, צופֿרידן װאָס אים איז סוף־כּל־סוף געראָטן. ער רעדט און אַלע האָרכן אים ― ס'איז אַ רעכטער ימח־שמוניק, אָט דער לאַפּידוס! ער האָט זיך געהאַט געשדכנט צו מײַנעם אַ באַקאַנטנס אַ מײדל, טאַקע צו דוד שאַפּיראָס טאָכטער, אָט די, װאָס איז געהאַט געװען אַ כּלה פֿאַר אָט דעם אומגליקלעכן דאַנטיסט ראַבינאָװיטש, בעת ער איז נאָך געװען, זײער קװאַרטיראַנט, הײסט עס…

― עס הײבט זיך גאָרנישט אָן! קעצעלע װעט אײַך דערצײלן מעשׂיות! ― שלאָגט אים איבער אײנער אַ מעקלער, אַ געלער מיט װײַסע צײן און מיט גאָלדענע ברילן ― צו שאַפּיראָס טאָכטער האָט ער זיך נישט געשדכנט, קײן מאָל אַפֿילו נישט אין זינען געהאַט, װאָרעם בײַ דוד שאַפּיראָ איז נישטאָ קײן געלט, נאָר אַ שײן מײדל ― און ער האָט געזוכט נאָר געלט. איר פֿרעגט מיך, װעל איך אײַך זאָגן, איך װײס בעסער, שדכנען האָט ער זיך געשדכנט צו מײַן שותּפֿס טאָכטער, בערעלע גרינבורגס. בײַ בערעלע גרינבורג איז דאָ בײדע זאַכן ― אי אַ שײן מײדל אי אַ סך נדן, האָט מען אים געגעבן דעם װעג, לאָזט ער אױס דעם כּעס צו אַלע ייִדן. איר פֿאַרשטײט?

― עס קען זײַן ― פּרוּװט זיך, נעבעך, קעצעלע אַרױפֿשלאָגן זיך צוריק אױף דער פֿריִעריקער פּאָזיציע ― עס קען זײער זײַן, אַז ער האָט זיך געשדכנט צו בערעלע גרינבורגס טאָכטער אױך. נאָר פֿון דוך שאַפּיראָ, װאָס איך דערצײל אײַך, װײס איך פֿאַר געװיס, װאָרעם איר װײסט דאָך, אַז איך בין דאָרט געװען אַן אײַנגײער פֿון תּמיד אָן, נאָך אין דער צײַט, װען דער שלימזלדיקער ראַבינאָװיטש איז בײַ זײ געװען קװאַרטיר…

― מיט ראַבינאָװיטשן האָט איר אױך געזאָגט, אַן איר זענט געװען װי אַנדערע צװײ, צום סוף איז אַ נעכטיקער טאָג.

און אָט אַזױ װערט קעצעלע לחלוטין אַרױסגעשלאָגן פֿון דער פּאָזיציע און קײנער װיל אים שױן נישט הערן מער. זײַן אָרט פֿאַרנעמט יענער געלער מעקלער מיט די װײַסע צײן און מיט די גאָלדענע ברילן. פּאָפּאָװ, אָדער ראַבינאָװיטש, װאָס זיצט בײַ זײַן טישל, באַקומט רחמנות אױף קעצעלען, און אַגבֿ װילט זיך אים מיט אים באַקענען נאָענט נאָכדעם װי ער האָט דערהערט פֿון אים, אַז ער קאָן דעם דאַנטיסט ראַבינאָװיטש… ער רופֿט אים צו מיטן פֿינגער צו זיך, איז אים מכבד מיט אַ פּאַפּיראָס, בעט אים זיצן און פֿרעגט אים, צי װעט ער טרינקען אַ גלאָז טײ? קעצעלע נעמט דעם פּאַפּיראָס און זאָגט זיך נישט אָפּ פֿון אַ גלאָז טײ… אַדרבה, מיטן גרעסטן פֿאַרגעניגן. ער איז צופֿרידן װאָס האָט זיך געפֿונען כאָטש אײנער אַן אײדלמאַן.

― פֿון װאַנען איז אַ יונגערמאַן? נישט קײן היגער? ― פֿרעגט אים קעצעלע און זעצט זיך צו צו אים גאַנץ נאָענט און קוקט אים אַרײַן טיף אין די אױגן אַרײַן. ― איך װאָלט געמעגט שװערן, אַז איר זענט מיר קענטלעך, װוּ האָבן מיר זיך געזען?

― נײן, איר קענט מיך נישט, איך בין גאָר אַ ליטװאַק פֿון דער ליטע בין איך ― ענטפֿערט אים דער אמתער ראַבינאָװיטש צופֿרידן מיט זיך אַלײן, װאָס ער געדענקט נאָך אַזױ גוט ייִדיש רעדן ― איר זאָגט מיר בעסער אָט װאָס איך װעל אײַך פֿרעגן. איר האָט געזאָגט נאָר װאָס, אַז איר האָט זיך געקענט מיטן דאַנטיסט ראַבינאָװיטש און מיטן מײדל, צו װעלכן ער האָט זיך געשדכנט. קענט איר מיר נישט דערצײלן אַלצדינג, װאָס איר װײסט װעגן דעם?

― אַלצדינג, װאָס איך װײס? כי־כי, זאָגט קעצעלע מיט אַ געלעכטערל און רוקט זיך צו צום טײ, װאָס מע האָט אים דערלאַנגט ― אױ, ליבער פֿרײַנד, איך זאָל װעלן דערצײלן אַלצדינג, װאָס איך װײס, װעט אונדז זײַן װינציק דער טאָג מיט דער נאַכט מיט נאָך אַ טאָג און מיט נאָך אַ נאַכט, כי־כי, נאָר אַז איר װילט, איך זאָל אײַך דערצײלן, װעל איך אײַך דערצײלן. װי זאָגט איר: אַז אײַך אין ליב, איז מיר ניחא. אַלזאָ, פֿון װעמען װילט איר זאָל איך אײַך דערצײלן ― פֿונעם דאַנטיסט גופֿא? צי פֿון זײַן כּלה? צי פֿון זײַן טאַטן מיטן ברודער?

― איר קענט זיך מיט זײַן טאַטן און מיט זײַן ברודער אױך? ― פֿרעגט אים ראַבינאָװיטש פֿאַרװוּנדערט.

― הלװאַי װאָלט איך זײ נישט געקענט ― מאַכט קעצעלע און נעמט זיך צום טײ ― צוליב די דאָזיקע צװײ שלימזלען, װאָס זענען געקומען אַהער אָן פּעסער אין אָן געלט און אָן לײַב און לעבן האָב איך אױך געליטן דעם זכות פֿון „פּראַװאָזשיטעלסטװאָ,“ נאָר דאָס אַלײן װאָלט נאָך געװען גאָרנישט, װי זאָגט איר: דערױף זענען מיר דאָך עפּעס ייִדן, מיר זאָלן אָפּקומען אױף דער װעלט צוליב „פּראַװעס“. איך פֿרעג אַן אַנדער זאַך פֿרעג איך: װעלכער רוח האָט זײ געטראָפֿן, זײ זאָלן קומען אַהער צו אונדזערע „גדולים“ מיט אַ בריװ פֿון זײער רבֿ, װאָס שרײַבט צו אונדזערע גבֿירים, אַז זײ זאָלן זאַמלען געלט אױף פּדיון־שבֿוײם און זיך סטאַרעװען, מע זאָל למען־השם באַפֿרײַען דעם אומשולדיקן קרבן פֿון עלילת־דם…

מע קאָן זיך פֿאָרשטעלן װי אונדזער ראַבינאָװיטש האָט זיך געפֿילט, אַז ער האָט אָפּגענומען אַזאַ לעבעדיקן גרוס פֿון די זײַניקע. ער האָט זיך אָבער אײַנגעהאַלטן און װי װײַט מעגלעך רויִק איבערגעפֿרעגט:

נו, װאָס־זשע איז דערפֿון געװאָרן?

― װאָס זאָל זײַן? גאָרנישט! ― זאָגט קעצעלע און זופּט דעם טײ מיט פֿאַרגעניגן ― מע האָט דעם דאָזיקן בריװ צוגעלײגט צו דער דיעלע, און די ראַבינאָװיטשעס האָט מען געבעטן, זײ זאָלן מוחל זײַן זיך דורכשפּאַצירן פּאָ עטאַפּוпо этапу: מיט דיליזשאַנס קײן אַלדע שװאַרצע יאָר ערגעץ קײן מאָהילעװ, קײן שקלאָװ, װײסט דער רוח פֿון װאַנען זײ זענען דאָרט, און ס'איז אַ סבֿרה, אַז זײ האָבן אַלע אױף זיך אַ גוט פּעקל, דאָס הײסט מע האָט זײ אַלע דרײַ אַרײַנגעהאַקט אין חד־גדיא אַרײַן, טאַקע די ראַבינאָװיטשעס מיטן רבֿ דעם חכם. איצט, אַז מיר װעלן זוכה זײַן בײַ גאָט, װעלן מיר שױן האָבן צװײ פּעקלעך, אַ „דיעלע“ אָדער, װי זאָגט איר, אױף אַ מכּה אַ בלאָטער…

נאָר שאַ! זעט נאָר, װאָס פֿאַר אַ בהלה פּלוצעם אין מיטן דרינען? און װאָס טוט דאָ פּאָליציע?… אין מיטן העלן טאָג שױן גאָר אױך אַן אָבלאַװע?… אַ דונער האָט מיך דערשלאָגן! איך װעל שױן װידער דאַרפֿן גײן קײן װאַסילקאָװ מיטן עטאַפּ. ערשט יענער װאָך געקומען, װי זאָגט איר, נישט אױסגערוט אַפֿילו די פֿיס, קומען זאָל אױף זײ פּרעהס שלעק מיט איובֿס צרות אָמן־יהא־שמיה־רבה…

. . . . . . . . . . . . . . . . . . . .

אין אײן מינוט איז דאָס בערזן־קאַפֿע געװאָרן באַלאַגערט מיט פּאָליציע. אַלע טירן און פֿענצטער זענען געװאָרן צוגעמאַכט און מע האָט זיך גענומען מאַכן אַ רעװיזיע: די, װאָס האָבן געהאַט צו באַװײַזן אַ באַזונדער צעטל פֿונעם פּאָליצײ־מײַסטער, אַז זײ מעגן װױנען, האָט מען פֿאַרשריבן און אײנציקװײַז אַרױסגעלאָזן דורך דער טיר און די, װאָס האָבן קײן באַזונדער צעטל נישט געהאַט צו באַװײַזן, האָט מען אָפּגעפֿירט מיט גרױס דרך־ארץ אין אוטשאַסטאָק אַרײַן ― דאָרט װעט מען שױן זען.

צװישן די אָפּגעפֿירטע אין אוטשאַסטאָק זענען געװען אױך קעצעלע מיט זײַן אומבאַקאַנטן פֿרײַנד, װאָס האָט זיך מיט אים אַזױ פֿײַן אונטערגעהאַלטן, מכבד געװען מיט אַ פּאַפּיראָס און מיט טײ און בכלל באַגאַנגען זיך מיט אים, װי קײנער האָט זיך נאָך דאָ מיט אים נישט באַגאַנגען.

דאָס הונדערט אַכטע קאַפּיטל
אַן אומגעריכטער פֿינאַל

אין דער דאָזיקער שטאָט, װוּ מע איז געװױנט געװאָרן צו „אָבלאַװעס“ און צו „רעװיזיעס“ נאָך פֿון ששת־ימי־בראשית, איז די אױבן־באַשריבענע אָבלאַװע אין מיטן העלן טאָג אױך געװען אַ חידוש פֿון די חידושים און האָט אַרױסגערופֿן אין שטאָט אַלערלײ רעד, מעשׂיות און פּיזמונות. אין אמתן אָבער איז דאָס געװען אַ פּשוטע זאַך, װאָס פּשוטער דערפֿון קאָן שױן גאָרניט זײַן. אױף דעם דאָזיקן בערזן־קאַפֿע, װאָס איז שטענדיק פֿול מיט בערזעלײַט, מיט ייִדן, הײסט עס, האָט די פּאָליציע שױן לאַנג געהאַט אַן אױג, געװוּסט אָדער געפֿילט, אַז מע קאָן דאָרטן פּאַקן אַ היפּש ביסל טריף־פּסולדיקע סחורה. נאָר אין דעם דאָזיקן פֿרימאָרגן, אַ פּנים צוליב דעם קאָך מיטן משומד לאַפּידוסעס בריװל, איז דאָרט געװען שױן צו אַ גרױסער יאַריד און דאָס האָט געגעבן דער פּאָליציע אַ סך מער רױבשטאָף, װי זי האָט גערעכנט: צװישן די געפֿאַנגענע איז געװען, װי מיר האָבן אױבן געזען, אױך אונדזער צװײטער העלד, דער אמתער ראַבינאָװיטש, אױף װעלכן די פּאָליציע האָט זיך בשעת בהלה גאָרנישט אַרומגעקוקט, אַז לױט זײַנע דאָקומענטן איז ער אַ כּשרער קריסט בן קריסט מיטן נאָמען גריגאָרי איװאַנאָװיטש פּאָפּאָװ, און מע האָט אים פֿאַרשפּאַרט אונטן, אין אַ גוט אָרט, אינאײנעם מיטן מעקלער קעצעלע און מיט נאָך אַזעלכע װי קעצעלע, און געלאָזט זיצן זײ אַ גאַנצן טאָג, ביז מע װעט אַמאָל איבערקוקן זײערע דאָקומענטן. דאָרט האָט ער געהאַט אַ געלעגנהײט צו געװױרע װערן פֿון קעצעלען נאָך אַ סך פּרטים װעגן דעם דאַנטיסט ראַבינאָװיטש און װעגן זײַן פֿאָטער מיטן ברודער און װעגן זײַן געװעזענע כּלה, װאָס מע האָט זי געהאַט אײַנגעזעצט און מיאוס באַהאַנדלט, אַזױ אַז זי איז, נעבעך, קראַנק געװאָרן און איצט איז זי אױף אַ דאַטשע בײַ אַ רײַכן פֿעטער, װאָס זוכט איר אַ חתן מיט ליכט, גיט איר כּף אַלפֿים נדן און װיל זי חתונה מאַכן װאָס פֿריִער, בכדי צו פֿאַרשמירן דעם בזיון… קעצעלעס פֿאַנטאַזיע האָט זיך צעלאָזט און ער האָט דערצײלט אָן אַ שיעור פּיקאַנטנע און מוראדיקע מעשׂיות, ביז מע האָט אים איבערגעשלאָגן אין מיטן ― מע רופֿט די געפֿאַנגענע אַרױף צום פּריסטאַװ.

דער פּריסטאַװ, װאָס איז געװען יענעם טאָג עפּעס נישט אױפֿגעלײגט, איבערקוקנדיק די פּאַפּירן פֿון דער געכאַפּטער סחורה און דערזען צװישן זײ אַ דאָקומענט אױפֿן נאָמען פֿון אַ דװאָריאַנין פּאָפּאָװ, איז ער געװאָרן שטאַרק אױפֿגעבראַכט און האָט זיך צעשריגן אױף אַ קול:

― װער איז דאָ פּאָפּאָװ? װי קומט ער אַהער?

― דאָס בין איך פּאָפּאָװ! ― האָט זיך אַרױסגעשטעלט דער אמתער ראַבינאָװיטש און צוגעגאַנגען גאַנץ נאָענט און אַ זאָג געגעבן צו אים שטילערהײט, אַז ער האָט אים איבערצוגעבן זײער אַ װיכטיקע זאַך, נאָר בתּנאַי אונטער פֿיר אױגן. האָט דאָס אַפֿילו דעם פּריסטאַװ פֿאַרדראָסן: װאָס פֿאַר סודות? פֿונדעסטװעגן האָט ער אַרױסגעגעבן אַ באַפֿעל, ס'זאָל אָפּגערײניקט װערן דער חדר, און ס'איז אין אײן כּהרף־עין נישט געבליבן קײנער, נאָר זײ אין צװײען אױג אױף אױג. דער פּריסטאַװ האָט נאָך אַמאָל באַטראַכט דעם דאָזיקן נפֿש. עס האָט זיך אים אױסגעװיזן ― עפּעס אַ מאָדנער פּנים בײַ אים, מאָדנע אױגן… אין פּנים איז אָבער ניט געװען גאָרנישט װאָס אַרױסצוזען, אױסער דעם װאָס ער איז געװען גרײט עפּעס אױסצוזאָגן: ראַבינאָװיטש האָט זיך אַנטשלאָסן אױפֿצודעקן דעם גאַנצן אמת און מיט אײן װאָרט מאַכן אַ סוף צו דער גאַנצער טראַגי־קאָמעדיע, װאָס װערט פֿון טאָג צו טאָג אַלץ מער פֿאַרפּלאָנטערט און שלעפּט אַרױס אַלע מאָל נײַע פּאַרשױנען און הײבט שױן אָן גאָר באַקומען אַ פּנים פֿון אַן אױסערגעװײנטלעכן, אומגלױבלעכן ראָמאַן… ער האָט נאָר נישט געװוּסט פֿאַר װעמען און װי אַזױ און אין װאָסער אַ פֿאָרעם ער זאָל מאַכן זײַן איבערראַשנדע אַנטדעקונג. נאָר איצט, אַז ס'האָט זיך אַזױ געמאַכט, אַז ער איז על־פּי־טעות געפֿאַנגען געװאָרן גלײַך מיט אַלע ייִדן און געבראַכט געװאָרן אין פּאָליציע, האָט ער בײַ זיך געפּועלט מיט אײן קלאַפּ אַראָפּצורײַסן די מאַסקע פֿון דער גאַנצער חתונה, און ער האָט אױסגעשאָסן פֿאַרן טשינאָװניק:

― איר זאָלט װיסן זײַן, אַז פֿאַר אײַך שטײ ניט קײן קריסט און ניט קײן דװאָריאַנין גריגאָרי איװאַנאָװיטש פּאָפּאָװ, נאָר אַ ייִד און אַ מעשטשאַנין הערש מאָװשאָװיטש ראַבינאָװיטש, דער זעלבער ראַבינאָװיטש, װאָס זיצט בײַ אײַך אין טורמע און װערט באַשולדיקט אין דעם, אַז ער האָט געקױלעט דאָס קריסטלעכע קינד װאָלאָדי שטשיגרינסקי צוליב דער ייִדישער מצה אױף פּסח…

אָפּגעזאָגט די גאַנצע מגילה אין אײן אָטעם, האָט ער דערפֿילט אַז ס'איז אים אַראָפּ אַ שטײן פֿונעם האַרצן און זײַן פֿאַנטאַזיע האָט אים שױן פֿאָרגעשטעלט אַ בילד, אַ גאַנצע רײ פֿון בילדער, װי אַזױ מע װעט באַלד באַפֿרײַען דעם אמתן פּאָפּאָװן, און נאָך אים אױך זײַן פֿאָטער מיטן ברודער מיטן רבֿ פֿון זײער שטעטל. און דעם רעש מיטן טומל, װאָס װעט װערן דאָ אין שטאָט און אומעטום אױף דער גאַנצער װעלט, און די אַרטיקלען, װאָס די גאַזעטן װעלן שרײַבן װעגן דער דאָזיקער זעלטענער עפּאָפּעע, װעגן דער טראַגי־קאָמעדיע, װאָס מע װעט דאַרפֿן אָנרופֿן מיטן נאָמען, „דער בלוטיקער שפּאַס“… דאָס סאַמע שלעכטסטע אױפֿן ערנסטן פֿאַל, װאָס דערפֿון קאָן זײַן, אין נאָר דאָס, װאָס, ערשטנס, װעט מען אים, ראַבינאָװיטשן, באַלד אַרעסטירן דערפֿאַר, װײַל ער האָט דאָ ניט קײן פּראַװאָזשיטעלסטװאָ, און, צװײטנס, װעלן זײ בײדע, סײַ דער אמתער ראַבינאָװיטש, סײַ דער אמתער פּאָפּאָװ, האָבן אױף זיך אַ מישפּט, װאָס זײ האָבן זיך געביטן מיט די יוצרות און געזעסן באַלד אַ יאָד אױף פֿרעמדע נעמען. נאָר װאָס פֿאַר אַ װערט קאָן עס האָבן קעגן די אומגליקן, װאָס דער דאָזיקער שפּאַס האָט שױן אָנגעמאַכט און קאָן נאָך אָנמאַכן! אײן זאַך, װאָס אים האָט נאָך ביז אַהער אַ ביסל אָפּגעהאַלטן, איז געװען דאָס, װאָס ער האָט ניט אױסגעהאַלטן קײן ייִדישקײט און האָט דער ערשטער געבראָכן די שבֿועה, אַז פֿאַרן יאָר זאָל מען דעם סוד נישט אַנטפּלעקן. דאָס איז שױן אָבער גאָר אַ נאַרישקײט. אַ װעטע, װאָס שלעפּט מיט זיך אַזױ פֿיל אומגליקן און איז גורם אַזױ פֿיל אומזיסטע צרות און ערגערנישן, איז קײן װעטע ניט. מיט פֿײַער טאָר מען זיך ניט שפּילן…

װי איבערראַשט אָבער איז ער געװאָרן, אַז ער האָט דערזען, אַז זײַן מודה זײַן זיך האָט נישט געמאַכט קײן שום רושם. אַדרבה, דער עפֿעקט איז געװען גאָר קאַפּױר. דער פּריסטאַװ האָט אים נאָר באַטראַכט פֿון קאָפּ ביז די פֿיס, און האָט אים גאָרניט געזאָגט. ער האָט געזען, אַז ער האָט צו טאָן מיט אַ פּסיכאָפּאַט, װאָס האָט זיך אַרײַנגענומען אין קאָפּ אַזאַ מין משוגעת. פֿאַראַן אַלערלײ משוגעים אױף דער װעלט.

געזען, אַז דער פּריסטאַװ רירט זיך ניט, האָט ראַבינאָװיטש גערעכנט, אַז יענער איז שטאַרק איבערראַשט מיט זײַן אַנטדעקונג. האָט ער אַ ביסל צוגעװאַרט און דערנאָך אַ זאָג געגעבן:

― נו? ― פֿאַרװאָס אַרעסטירט איר מיך ניט? אָדער איר װילט מאַכן אַ „אָטשנע סטאַװקע“ צװישן מיר מיט יענעם ראַבינאָװיטשן, װאָס זיצט אין טורמע?

דאָס האָט שױן דעם פּריסטאַװ פֿאַרדראָסן.

― קײן שום אָטשנע סטאַװקע! גײט אײַך געזונטערהײט און הערט אױף צו פּלעטשען אײַערע נאַרישקײטן! װאָרעם טאָמער חזרט איר איבער נאָך אַמאָל דאָס אײגענע, װעט מען אײַך אַרעסטירן, ניט װי אַ פֿאַרברעכער שױן, נאָר װי אַ גערירטן פֿונעם זינען און אָפּשיקן אין אַ משוגעים־הױז…

ראַבינאָװיטש האָט אױפֿגעעפֿנט דאָס מױל, געװאָלט ערשט אָנהײבן רעדן, אים קלאָר מאַכן די גאַנצע געשיכטע פֿון אָנהײב ביזן סוף, איז דער פּריסטאַװ געװאָרן מלא־כּעס־וחמה.

― גײט איך, זאָגט מען אײַך! קאַרג טױטשעט מען זיך אַ טאָג מיט די ייִדן, באַדאַרף מען נאָך האָבן אױף זיך פּסיכאָפּאַטן מיט מאַניאַקן! גײט אײַך, גײט פֿון דאַנען!

מיט די װערטער האָט דער פּריסטאַװ אים אַ שמיץ געגעבן אין פּנים זײַנע דאָקומענטן און אַ קלונג געגעבן צו די נאַדזיראַטעלעס, מע זאָל אַרײַנפֿירן דעם איבעריקן עולם ― און ראַבינאָװיטש האָט, נעבעך, געמוזט מיט בזיון צונױפֿנעמען זײַן ביסל פּאַפּירן און אָפּטראָגן זיך פֿון דאַנען געזונטערהײט.

אױף אַזאַ מין פֿינאַל האָט זיך אונדזער ראַבינאָװיטש בשום־אופֿן נישט געריכט. אַלע זײַנע פּלאַנען זענען צושלאָגן געװאָרן, און זײַן פֿאָרן אַהער איז געװען, קומט אױס, אַרױסגעװאָרפֿן. װאָס טוט מען װײַטער? גײן העכער? אײַנגעבן אַ מעלדונג דעם פּראָקוראָר? נאָר װי באַלד, אַז מע גלױבט אים ניט און מע האַלט אים פֿאַר אַ פּסיכאָפּאַט, פֿאַר אַ מאַניאַק און פֿאַר אַ משוגענעם, קאָן מען דאָך אים טאַקע, צװישן יאָ און נײן, אָפּשיקן, װי דער פּריסטאַװ זאָגט, אין אַ משוגעים־הױז ― דעמאָלט איז פֿאַרפֿאַלן די קו מיטן שטריקל: נײן! מע דאַרף זוכן אַנדערע װעגן, דערצו װאָלט געקאָנט העלפֿן נאָר אײנער ― דעם חבֿר גרישעס פֿאָטער, איװאַן איװאַנאָװיטש פּאָפּאָװ. װי אַזױ ברענגט מען אים אַראָפּ אַהער? דורך אַ דעפּעש? דורך אַ בריװ? נישט קײן פּלאַן, מע באַדאַרף זיך בעסער אַלײן דורכפֿאָרן צו אים אַהײם, און װאָס גיכער, און דאָרט אים עפֿענען די אױגן, קלאָר מאַכן אים די גאַנצע געשיכטע מיטן דאָזיקן שפּאַס, װאָס האָט זיך אָנגעהױבן אַזױ פֿרײלעך, אַזױ קאָמיש, און האַלט בײַ אױסלאָזן זיך מיט אַ נאַרישער, מיאוסער טראַגעדיע, אַ נאַרישער, אַ בלוטיקער שפּאַס. ער זאָל זיך קאַנען צערײַסן!…

. . . . . . . . . . . . . . . . . . . .

נאָך יענעם טאָג, פֿאַרנאַכטלעך, האָט דער שנעלצוג געטראָגן אונדזער צװײטן העלד, דעם אמתן ראַבינאָװיטש, פֿון דער גרױסער שטאָט װאָס אין דער „טשערטאַ“, אין דער רוסישער שטאָט ט… דאָרטן, װוּ עס געפֿינט זיך זײַן חבֿר גרישעס פֿאָטער ― דער געװעזענער גובערנסקי פּרעדװאָדיטעל דװאָריאַנסטװאַ, ― איװאַן איװאַנאָװיטש פּאָפּאָװ.

דאָס הונדערט נײַנטע קאַפּיטל
על דאַטפֿתּ

בעני הורװיטש פֿון פּינסק איז געװאָרן אַזאַ אָפֿטער גאַסט בײַ די פֿאַמיליאַנטן אױף דער דאַטשע, אַז די דינסטן האָבן נאָר דערזען פֿון דער װײַטן די געל־װײַסע נאַקידקע מיט די ברײטע אַרבל זענען זײ שױן גלײַך געגאַנגען צו דער באַרישניע שאַפּיראָ אָנזאָגן, אַז איר „פּאַניטש“ איז געקומען, און שטילערהײט אין קיך זיך געשטיקט פֿאַר געלעכטער. די דינסטן האָבן געלאַכט און די מאַדאַם, טױבע פֿאַמיליאַנט, האָט געקאָכט שטילערהײט װי אָ קעסל, געװען מוראדיק אָנגעשטאָלט אױף דער פּלימעניצע, אַן אָרעם מײדל און האַלט זיך װי אַ פּרינצעסין, קײן ברעקל דרך ארץ פֿאַר דער רײַכער מומע, קײן שום אַראָפּפֿאַל פֿאַר געלט, פּאָר גרױסע פּערל, גאָלד, זילבער, בריליאַנטן, שלעפּט זיך אַרום מיט אַן אָפּגעריסענעם בחור אין װאַלד מיט אַזאַ גדלות, גלײַך װי ער װאָלט געװען מי־יודע װער! און נאָך מער גרױס איז געװען איר צאָרן, װאָס איר מאַן, אָט דער חסיד רב שלמה פֿאַמיליאַנט, שטאָט דעם ער זאָל האַלטן מיט איר, מיט טױבן, איז ער, אַ פּנים איר אױף צעפּוקעניש, שטאָל און אײַן פֿאַר דער פּלימעניצע. װאָס זי זאָל ניט טאָן, איז גוט, און אַפֿילו אָט דער אָרעם בחור איז אים גאָר געפֿעלן. ער האָט מיט אים אַ פּאָר מאָל אַ רעד געגעבן און איז פֿון אים גאָר אַנטציקט. ער איז פֿול, זאָגט ער, אומעטום. ניטאָ, זאָגט ער, אײן ייִדישער ספֿר פֿון אונדזערע הײליקע ספֿרים, װאָס אָט דער פּינסקער בחור זאָל נישט זײַן קלאָר. ער איז, זאָגט ער, אַ מופֿלג־בתּורה, אַ גאָון, ער װאָלט געקאָנט זײַן, זאָגט ער, אַ רבֿ בכל־תּפֿוצות־ישׂראל, האַ־האַ! אַ שײנער רבֿ, אָן אַ היטל און מיט אַ געשאָבענער מאָרדע! פֿאַרשטײט זיך, אַז דאָס זאָגט איר שלמה אױף צו להכעיס, װײַל ער װײס, אַז זי האַלט ניט פֿון דער פּלימעניצע און אַז זי האָט פֿײַנט אָט דעם בחור דעם עזות־פּנים, װאָס אַלע מאָל, װער ער קומט, גיט ער איר אָפּ דעם גוט מאָרגן, גאָר עפּעס װי ער מאַכט חוזק. ער זאָגט איר: „גוט מאָרגן, מומעניו“. װאָס פֿאַר אַ מומע איז זי אים? אַלע רופֿן זי „מאַדאַם“ און דער דאָזיקער האָט אַ השׂגה נאָר מומע, און ניט מומע, נאָר מומעניו! ― אַן עזות־פּנים פֿון אַ ליטװאַק! נו, אַ װעלט. נו, יאָרן! דער אױבערשטער זאָל באַהיטן און באַשירעמען זײַן ליב פֿאָלק ישׂראל דאָ און אומעטום, הײַנט און אַלע מאָל ― אָמן.

אירע טעכטער, די באַרישניס, זענען אױך געװען ניט װינציק אױפֿגעטראָגן אױף זײער קוזינקע דערפֿאַר, װאָס זי האַלט זיך מיט אָט דעם הורװיטשן, װי אַ חבֿר מיט אַ חבֿר, און אַלע מאָל, װען ער קומט, לאָזט זי אים ניט, ער זאָל מיט זײ זיך באַקענען אַ ביסל נעענטער, זעצט זיך אַװעק מיט אים אין גאָרטן, אָדער שפּאַצירט מיט אים אין װאַלד ― סודות!

אַפֿילו די מוטער אַלײן, שׂרה שאַפּיראָ, געװױרע געװאָרן פֿון איר שװעגערין, אַז איר בעטי פֿירט זיך ניט גוט ― זי זאָגט נישט אױף איר, חלילה, קײן שלעכטס ― זי זאָגט נאָר, אַז זי פֿירט זיך ניט גוט, איז זי געקומען צופֿאָרן צו גאַסט אױף אַ פּאָר שעה, כּלומרשט נאָר אַ קוק טאָן, צי בענקט זי ניט אַהײם, און טאַקע אין אײן װעגס געבן אַ רעד, פֿאַרשטײט זיך מן־הצד, װעגן דעם דאָזיקן נײַעם שלימזל, װאָס האָט זיך פֿאַרנאַדיעט. בעטי אַלײן דאַרף פֿאַרשטײן, אַז איר, דער מאַמע, הײסט עס, אַרט עס ניט כּלל־וכּלל װאָס זי קען זיך מיט אַזעלכע בחורים װי אָט דער שלימזל פֿון פּינסק, כאָטש דער שװאָגער זײַנער, דער אײַנבינדער, איז עפּעס ניט אַזאַ שײנדעלע פֿאַר די סלאַװיטער שאַפּיראָס… נאָר װאָס דען? זי רעדט נישט פֿון קײן שום זאַך, זי שמועסט נאָר אַקעגן דערינען, װאָס פֿאַר לײַטן מוז מען קאָנען יוצא זײַן און אַז מע איז בײַ אַ רײַכן פֿעטער צו גאַסט, דאַרף מען װיסן, אַז…

עד־כּאַן, װײַטער גײט ניט שׂרה, װאָרעם די טאָכטער האַקט איר אָפּ די פֿליגל, אַז זי פֿאַרלירט שױן דעם גאַנצן חשק אַרײַנצומישן זיך אין אירע עסקים און װיל שױן גאָרניט מאַכן קײן רעד אַפֿילו פֿון דעם קװאַרטיראַנט, צוליב װעלכן זי איז אײגנטלעך אַהערגעקומען איבעררעדן מיט דער טאָכטער. אױ, אָט דער קװאַרטיראַנט ― דאָס איז עפּעס נאָר אַ גאָטס שטראָף און גענוג! אַ חוץ װאָס דאָס איז אַ פּעקל פֿאַר כּל־ישׂראל איז דאָס איר אײגן פּעקל. דעם גרעסטן חלק צרות האָט זי, שׂרה שאַפּיראָ. בעסער װאָלט זי זיך אױסגעבראָכן אַ האַנט אָדער אַ פֿוס יענעם פֿרימאָרגן, װאָס זי האָט אים פֿאַרדונגען דעם חדר!… אַ פּנים זי װײסט דען אַפֿילו װוּ זי איז אין דער װעלט? מע קאָן דאָך משוגע װערן פֿון די רעד, װאָס מע הערט זיך אָן. אָט קומען צװײ ייִדן, זאָגן, אַז זײער נאָמען איז ראַבינאָװיטש און מעלדן זיך פֿאַר אַ פֿאָטער מיט אַ ברודער פֿונעם קװאַרטיראַנט און מאַכן אים פֿאַר אַ ליגנער, אַ שקרן, אַ כּזבֿן. נאָכדעם לאָזט זיך אױס, אַז ס'איז גאָר אינגאַנצן אַ נעכטיקער טאָג, ס'איז נאָר צװײ פּראָסטע זשוליקעס, װאָס זענען געקומען אַהער מער ניט אַז אױסנאַרן געלט, האָבן זײ זיך אַ נאָמען געגעבן ראַבינאָװיטש און געבראַכט צו פֿירן כּלומרשט בריװ פֿון רבנים מיט כּתבֿים, מיט קװיטלעך און נאָך אַזעלכע זאַכן… פֿון װאַנען װײס זי דאָס! פֿון קאַצן. זײ האָבן בײַ דעם קאַצן גענעכטיקט, האָט דער קאַץ געזען בײַ זײ די דאָזיקע בריװ, מיט די כּתבֿים, מיט די קװיטלעך, זײ האָבן זיך, זאָגט ער, באַרימט פֿאַר אים און עפּעס זײער שטאַרק, זאָגט ער, נאָכגעפֿרעגט זיך אױף די היגע נגידים, גבֿירים און מיליאָנערן. אַזױ דערצײלט קאַץ און שװערט, אַז מע מעג גלױבן אַ משומד ― װאָס־זשע? אַ ייִד װעט דען אױסטראַכטן?… קומט דאָס אױס, הײסט דאָס, אַז די ליגנערס זענען זײ גאָר! זי האָט אָבער באַלד געזאָגט, אַז די ייִדן געפֿעלן איר ניט, און דערהױפּט יענער, דער ייִנגערער, װאָס שנײַצט די נאָז מיט אײן פֿינגער… װי באַלד אַזױ, הײַנט צו װאָס האָט איר געטױגט דער טאַרעראַם ― שיקן דעם דאָקטאָר פֿאַר אַ שילאַטן שמשׂ? אַ רעשטל צו די צרות! מאָלט אײַך, ס'איז אַ גליק, װאָס דער דאָקטאָר איז בטבֿע אַ ייִד אַ לעמעשקע, כאָטש אַזױ אַפֿילו איז ער אַ גאַנץ גוט מענטשל, און האָט אָפּגעלײגט דאָס רעדן מיט איר בעטין אױף שפּעטער. איצט באַדאַרף זי אים אױף אַ כּפּרה. זי װעט שױן אַלײן רעדן… נאָר גײ רעד, אַז יענע װיל ניט האָרכן? און דערצו איז נאָך בעטי געװאָרן אין די לעצטע צײַט עפּעס גאָר שׂונאי־ציון רײן משוגע. ס'איז דער מאַמען אַ װײטיק אין האַרצן און אַ חרפּה, אַ בושה פֿאַר לײַטן! טױבע קלאָגט זיך ניט אױף איר, חלילה, אַז בעטי איז אַ שלעכט קינד ― חס־ושלום! זי זאָגט נאָר, אַז זי עסט ניט און טרינקט ניט, פֿאַרטאָן שטענדיק אין עסקים…

― אָט, אַ שטײגער, כּדומה, למשל, נעמט אָט דעם בחור, װאָס פֿון פּינסק, ― גאָט ברוך־הוא זאָל ניט שטראָפֿן פֿאַר די רעד ― ער קומט אַהער כּמעט אַלע טאָג, אַלע טאָג, און װי נאָר ער קומט ― אַזױ פֿליט מען אַװעק אין װאַלד און מע סודעט זיך: שו־שו־שו, שו־שו־שו!… אָט איז מען איצט אױך אין װאַלד שױן העכער אַ שעה ― פֿרעגט זי װאָס? צו װאָס באַדאַרף מען עס האַלטן בסוד, אַז ס'איז שױן לאַנג אױס סוד? אַלע װײסן שױן ברוך־השם, אַז דאָס רעדט מען אַלץ װעגן אים, װעגן אָט דעם ראַבינאָװיטשן. מהיכא־תּיתי, פּדיון־שבֿוײם איז אַװדאי אַ גרױסע מיצװה. נאָר מפֿקיר זײַן זיך אָט אַזױ צוליב יענעם ― שטײט ניט געשריבן אין ערגעץ אין די הײליקע ספֿרים, סײַדן אַז יענער איז חלילה מסוכּן קראַנק, װערט דאָס אָנגערופֿן בײַ אונדז פּיקוח־נפֿש… און װײַטער מיר זאָלן שמועסן פֿון לשון חתן־כּלה, איז, ערשטנס, איז דאָס נאָך אַ גרױסער ספֿק אױב ס'איז אַ שידוך, האָט קײן פֿאַראיבל ניט, װאָס איך שמועס אַזױ אָפֿן ― אַלע שאַפּיראָס זענען אַזױ, מיר האָבן פֿײַנט חניפֿה ― און, צװײטנס, װעל איך אײַך זאָגן, מײַן טײַערע, די גאַנצע װעלט מעג טאַקע װיסן, אַז איר ראַבינאָװיטש איז, נעבעך, גאָט די נשמה שולדיק אַ כּפּרה פֿאַר כּל־ישׂראל, פֿונדעסטװעגן איז דאָך עס פֿאָרט, גאָט ברוך־הוא זאָל ניט שטראָפֿן פֿאַר די רעד, מיט אַ פֿלעק, אַ מענטש איז, מע זאָל באַהיט און באַװאָרנט װערן ― מע טאָר ניט זינדיקן ― אָפּגעזעסן אַזאַ צײַט אין תּפֿיסה, זאָגט אײַך שׂרהל קרױן, װאָס איר װילט, איר מעגט אַפֿילו זײַן ברוגז אױך ― ס'איז נישט פּאָר מײַן דודן קײן גלײַכן… נעמט אַ קאַפּל אײַנגעמאַכטס, איך בעט אײַך,

― אַ דאַנק, טױבעניו, איך האָב שױן גענומען ― ענטפֿערט איר שׂרה, װאָס זיצט קױם אײַן, רײַסט זיך אַ קוק טאָן, צי איר טאָכטער איז שױן צוריקגעקומען פֿון װאַלד מיט דעם פּינסקער שלימזל, צי נאָך ניט ― װער רעדט דען איצט, טױבעניו, ליובעניו, פֿון אַזעלכע זאַכן? װער האָט עס אַפֿילו אין זינען? דאָ גײט ניט אין דעם, דאָ גײט איצט אין עפּעס אַנדערש, און איר זאָגט גאָר דאָס…

אין דעם קומט אָן בעטי אַ צעקאָכטע און אַ צערודערטע און דער לאַנגער שמועס צװישן די װײַבער װערט איבערגעהאַקט אין מיטן.

שׂרה פֿרעגט שױן גאָר אַפֿילו ניט בײַ דער טאָכטער קײן װאָרט; זי קען זי שױן גוט, אין אַזעלכע מינוטן, װײסט זי, איז גלײַכער, אַז מע טשעפּעט זי ניט.

― װעסט אפֿשר נעמען אַ קאַפּל אײַנגעמאַכטס! ― פֿרעגט זי די מומע טױבע מיט זײער אַ פֿרײַנדלעך שמײכעלע אױף די פֿאַרשנורעװעטע ליפּן, נאָר בעטי באַדאַנקט זי אָן װערטער, נאָר מיט אַזאַ קוק, אַז דאָס אַנדערע מאָל לײגט זי איר שױן נישט פֿאָר קײן אײַנגעמאַכטס, און צו דער מוטער זאָגט בעטי:

― גוט, מאַמע, װאָס דו ביסט געקומען, מיר פֿאָרן אַהײם.

עס האָבן נישט געהאָלפֿן נישט קײן פֿראַגן, צוליב װאָס זי פֿאָרט אַהײם, נישט קײן בעטן זי בלײַבן כאָטש נאָך אַ פּאָר װאָכן. די מומע טױבע האָט כּלומרשט אײַנגעלײגט די װעלט, געזאָגט, אַז דער פֿעטער װעט קומען פֿון שטאָט און װעט געװױר װערן, װעט זיך טאָן חושך, חושך־של־מצרים, און װעט זײַן גערעכט!… און אין האַרצן איז טױבע געװען אַזױ צופֿרידן, אַז עס האָט זיך געגלוסט טאַנצן. זי האָט נאָר מורא געהאַט, טאָמער, חלילה, קומט אָן דער מאַן און מאַכט אַ גװאַלד, למאַי די פּלימעניצע פֿאָרט אַװעק ― „אַ קשיא אױף דעם ייִדן!…“

― טוט זשע מיר כאָטש צוליב ― האָט זיך טױבע געבעטן בײַ דער שװעגערין, מיט אַזאַ נוסח, גלײַך װי אין דעם הענגט אָפּ איר גאַנץ לעבן ― טוט זשע מיר כאָטש די טובֿה און נעמט מיט כאָטש אַ האַלבן סלױ אײַנגעמאַכטס!

און נישט לאַנג געטראַכט און גאָרנישט געװאָלט אױסהערן קײן שום טענות, האָט זי גענומען איבערלײדיקן דעם אײַנגעמאַכטס פֿון אײן סלױ אינעם אָנרעדן, אַזױ, אַז ס'איז אױסגעקומען צװײ האַלבע, אײנע אַ גרעסערע, די אַנדערע אַ קלענערע (דאָס האָט טױבע געכאַפּט מיטן אױג). די גרעסערע העלפֿט האָט זי אין דער גיך אַרײַנגעהאַקט אין דער שאַפֿע, און דעם סלױ מיט דער קלענערער העלפֿט האָט זי כּמעט מיט גװאַלד אַרײַנגעשטופּט דער שװעגערין אין די הענט אַרײַן. שׂרה האָט גאָרניט געװוּסט, װאָס מיט איר טוט זיך, װאָס פֿאַר אַ באָמבע אַ סלױ האָט מען איר אָנגעהאַנגען. צו װאָס דאַרף זי דעם דאָזיקן אומגליק?“… ערשט שפּעטער, אַז זײ זענען בײדע מיט דער טאָכטער געזעסן אין װאַגאָן און געפֿאָרן אַהײם, האָט שׂרה שאַפּיראָ נאָך אַמאָל גוס באַטראַכט דעם סלױ מיטן אײַנגעמאַכטס פֿון אַלע זײַטן און האָט אים דערלאַנגט אַ װאָרף אַרױס דורכן אָפֿענעם פֿענצטער מיט אַזאַ אימפּעט, גלײַך דאָס װאָלט געװען עפּעס אַ זאַך, װאָס נאָר פֿון דעם נעמען זיך אַלע אירע אומגליקן מיט אַלע אירע דאגות און יסורים און אָנשיקענישן…

. . . . . . . . . . . . . . . . . . . .

שטײענדיק בײַם פֿענצטער אין װינקל מיט פֿאַרלײגטע הענט אַהינטער, גלײַך װי אַ סטאַטוע, האָט בעטי באַטראַכט, די פֿאַרבײַלױפֿנדע בײמער פֿון װאַלד, און נאָכדעם די גרינע פֿעלדער, מיט די קלײנע שטיבעלעך, מיט די טעלעגראַפֿן־סלופּעס, װאָס זענען פֿאַרשװוּנדן מיט אַזאַ גיכקײט, װי אירע געדאַנקען. אײנס נאָכס אַנדערע, אײנס נאָכס אַנדערע, און זי האָט דאָ, פֿאָרנדיק, איבערגעלעבט אין זכּרון נאָכאַמאָל אַלע געשעענישן פֿון זינט זי איז געקומען אַהער אױף דער דאַטשע ביז הײַנטיקן טאָג, פֿריִער איר נאָענטע באַקאַנטשאַפֿט מיט אָט דעם הורװיטש פֿון פּינסק, װאָס איז איר פֿון טאָג צו טאָג געװאָרן אַלץ מער נאָענט… זי האָט מורא זיך מודה צו זײַן, נאָר עס דאַכט זיך איר, אַז דער דאָזיקער הורװיטש, נישט קוקנדיק דערױף, װאָס האָט אין זיך גענג, מאַכט אָנשטעלן פֿון אַ פּאַיאַץ, אַ פֿאַרשלעפּטע קרענק און נאָך אַזעלכע זאַכן, איז ער איר דאָך מער סימפּאַטיש פֿון אַלע יונגע לײַט, װעלכע זי האָט װען געקענט ביז אַהער. דאָס, װאָס איר געפֿעלט מער פֿון אַלצדינג ― איז זײַן װוּנדערלעכע פּראָסטקײט און מאָדנע עפֿנטלעכקײט. אַ מענטש, װעלכער זאָגט דאָס, װאָס ער טראַכט, און טראַכט דאָס, װאָס ער זאָגט. ניטאָ קײן אײבערשפּיצלעך, דיפּלאָמאַטישע המצאָות. ער האָט איר שױן צום צװײטן װיזיט געגעבן צו װיסן אין גאַנץ פּשוטע װערטער, אַז ער האָט זי אָפּגעשאַצט שױן לאַנג, נאָך אין יענער בהלה־נאַכט, װען דער פּרינץ (מיט דער נאָמען הײסט בײַ אים זײַן חבֿר ראַבינאָװיטש) האָט אים באַקאַנט געמאַכט מיט איר אױף דער גאַס, װאָס בײַם װאָקזאַל, און אַז ער איז גרײט פֿאַר איר ניט נאָר, װי עס רעדט זיך על־פּי־מליצה: „אין פֿײַער און אין װאַסער“ ― נײן, ער איז טאַקע גרײט יעדע מינוט זיך מקריבֿ זײַן, זיך לאָזן אָפּשנײַדן בײדע הענט פֿאַר איר און „פֿאַר דעם, װאָס איז איר ליב…“ דאָס מײנט ער, נאַטירלעך, דעם פּרינץ ראַבינאָװיטש, אױף װעלכן ער האָט פֿאַר דער גאַנצער צײַט נישט דערלױבט זיך צו זאָגן אײן װאָרט אַ שלעכטס ― דאָס קאָן זי אים נישט פֿאַרגעסן און איז אים דאַנקבאַר אָן אַ שיעור…

נאָך מער דאַנקבאַר איז זי אים דערפֿאַר, װאָס ער האָט קײנמאָל נישט באַרירט פֿאַר איר אירע געפֿילן צו ראַבינאָװיטשן, גלײַך װי דאָס װאָלט לחלוטין גאָרנישט געװען, אָדער גלײַך װי דאָס װאָלט געװען אַ גאַנץ נאַטירלעכע זאַך, װאָס פֿאַרשטײט זיך פֿון זיך אַלײן, גלײַך װי ראַבינאָװיטש װאָלט אָנגעקערט איר אַ ברודער און ער, הורװיטש, איז זײער בײדנס עלטסטער ברודער. עס איז װערט געװען צו זען, װי דער מענטש האָט געשעפּט תּענוג אַלע מאָל, װען ער האָט איר געבראַכט צופֿירן פֿון שטאָט אַ פֿרײלעכע ידיעה פֿונעם „קנעפּל“, אָדער פֿון דער „אָפּגעשלאָגענער הושענא“ (װעמענס נאָמען ס'איז קײנמאָל ניט דערמאָנט געװאָרן און פֿאַר דעם איז זי אים געװען גאָר באַזונדער דאַנקבאַר…) „עס גײט גוט, אַלצדינג גוט, אױסגעצײכנט, מע באַדאַרף גאָרניט בעסער!“ ― אָט דאָס זענען געװען די ידיעות אין דער ערשטער צײַט. שױן אױף זײַן גרױסן אױסגעקײַלעכדיקטן שטערן האָט זי פֿון דער װײַטן געקאָנט איבערלײענען דאָס װאָרט: „אױסגעצײכנט!“… אַרײַנפֿירן זי אין דער אונטער־װעלט, אין דעם „רינשטאָק“, פֿון װאַנען די דאָזיקע גוטע ידיעות קומען אָן, האָט ער נישט געװאָלט בשום אופֿן, נישט קוקנדיק דערױף, װאָס בעטי האָט דװקא געװאָלט װיסן אַלעס, אַלעס. „אַז איר װעט װעלן, הערט זיך אײַן, אַלצדינג װיסן, װעט איר גיך אַלט װערן“ ― האָט איר ראַבינאָװיטש געזאָגט, געװאָלט פּטרן מיט אַ גלײַכװערטל. האָט אים אָבער בעטי געזאָגט, אַז זי האָט פֿײַנט זײַנע גלײַכװערטלעך ― און דאָס איז געװען נישט אמת. בעטי, ניט נאָר זי האָט ליב זײַנע גלײַכװערטלעך, אַפֿילו דער אױסדרוק „הערט זיך אײַן“, װאָס ער באַנוצט אַלע װײַלע, װוּ מע דאַרף און װוּ מע דאַרף ניט, האָט בײַ איר אױך אַ באַזונדערן חן…

פֿאַרשטײט זיך, אַז אױסגעפֿירט האָט בעטי: זי האָט געװוּסט אַלצדינג, אָדער כּמעט אַלצדינג. זי האָט געװוּסט, אַז דעם „קנעפּל“ אָדער דער דער „אָפּגעשלאָגענער הושענא“ האָט זיך, נאָך זײער פֿיל מי און קונצן, װי אַן אמתן שערלאָק האָלמס אָדער נאַט פּינקערטאָן, אײַנגעגעבן טאַקע ממש פֿון אונטער דער ערד אַרױסצוגעפֿינען די פֿאַרלױרענע יפֿהפֿיה מיטן נאָמען מאַשקאַ טשערעפּקאָװאַ און אַרױסבאַקומען פֿון איר נישט נאָר װיכטיקע נײַעס, נאָר אַ סך זײער װיכטיקע באַװײַזן, זאַכן און דאָקומענטן… זי האָט געװוּסט, אַז, אַ דאַנק דער דאָזיקער מאַשאַ טשערעפּקאָװאַ, האָט מען פֿאַרהאַלטן נאָך צװײ נקבֿות, װאָס זאָלן האָבן בײדע גענומען אַן אָנטײל אין װאָלאָדקעס טױט, נאָר די בײדע האָבן געלײקנט שטײן און בײן און אַרױפֿגעװאָרפֿן די גאַנצע שולד אױף מאַשאַס חתן מאַקאַר זשערעבטשיק, װעלכער איז פֿאַרשװוּנדן געװאָרן, װי אין דער ערד אַרײַן. דאָס זענען געװען די ערשטע גוטע ידיעות. דערנאָך האָט הורװיטש געבראַכט די בעסטע פֿון אַלע ידיעות, אַז זײַן שערלאָק האָלמס אָדער נאַט פּינקערטאָן, װאָס האָט געאַרבעט דורך פֿרעמדע הענט, װײַל ער איז דאָך שױן אַן אָפּגעשלאָגענע הושענא, האָט אַזױ לאַנג געטאָן אַ פֿאַרבאָרגענע דראָטאַרבעט, ביז מע האָט געפּאַקט דעם חתן, מאַקאַר זשערעבטשיק, און גענומען אין חדר אַרײַן… נאָר דאָס אַלײן איז נאָך גאָרניט אַקעגן דעם, װאָס דער מאַקאַר זשערעבטשיק האָט אָנגעװיזן אױף אַ גאַנצער באַנדע גנבֿים, כוליגאַנעס און רױבער, װאָס האָבן געהאַט געפּלאַנעװעט דורך דעם געהרגעטן װאָלאָדי שטשיגרינסקי אַ ייִדישן פּאָגראָם אױף פּסח און װאָס צוליב דעם טאַקע זענען דאָס געמאַכט געװאָרן די נײַן־און־פֿערציק װוּנדן און צוגעגעבן געװאָרן אַ ריטואַלן כאַראַקטער… מאַקאַר זשערעבטשיק האָט צוגעזאָגט צו אָנרופֿן בײַ די נעמען די דאָזיקע אַלע חבֿרה־לײַט, װאָס האָבן זיך מתעסק געװען אַרום דעם דאָזיקן מת־מיצװה און אױך די נעמען פֿון די מחותּנים, די הױפּט־אָנפֿירער… ― הכּלל, עס האָט זיך געטאָן, װי מע זאָגט, אױף טישען און אױף בענק! יענעם טאָג װער איז געװען צו בעטין גלײַך? איר פֿרײד האָט נישט געהאַט קײן ברעג, אַ קלײניקײט! עס איז שױן געװען אַלעס, װאָס מע דאַרף ― האָט זיך בעטי געטראַכט ― נאָך מער װי מע דאַרף. עס איז שױן געװען אַלצדינג פֿאַרטיק, אָט־אָט װערט פֿאַרפֿירט אַ נײַע עסק און דער פֿריִערדיקער װערט בטל, בטל פֿון זיך אַלײן… נאָר פּלוצעם ― דאָס איז געװען פֿריִער מיט עטלעכע טעג ― קומט צופֿאָרן הורװיטש מיט אַ װיסטער בשׂורה (בעטי האָט נאָך זײַן פּנים דערקענט, אַז ער האָט געבראַכט נישט קײן גוטע בשׂורה). װאָס איז די מעשׂה? „די מעשׂה, הערט זיך אײַן, איז אַ מיאוסע מעשׂה ― דער חתן איז אַנטלאָפֿן, פֿון אונטער דער חופּה אַנטלאָפֿן!“… בעטי איז געװען אַזױ אױפֿגעבראַכט פֿון אַזאַ נײַעס, אַז זי האָט איר גאַנץ ביטער האַרץ אױסגעלאָזט צו הורװיטשעס קאָפּ: נײן, זי װיל װיסן נאָר אײן זאַך ― פֿון װאַנען נעמט זיך בײַ אַ מענטשן חשק צו פּראַװען לצנות אין אַזאַ צײַט און בײַ אַזאַ זאַך! „מע באַדאַרף זײַן, הערט זיך אײַן, כאָטש אַ ברעקל פֿילאָזאָף ― האָט איר הורװיטש געענטפֿערט פֿרײלעך, װי זײַן שטײגער איז ― כאָטש אָט אַזאַ קאַפּעטשקע, װעט איר דעמאָלט ממילא זען, אַז ס'איז אינגאַנצן אַ חוזק שבחוזק אָט די גאַנצע װעלט, מיט אָט דעם גאַנצן הימל, מיט אָט די אַלע גילגולים אַרום און אַרום…“

בעטי איז געװען אַזױ אױפֿגעקאָכט פֿון זײַן לשון, אַז זי האָט אים אָנגערופֿן מיטן נאָמען פּאַיאַץ און פֿאַרשלעפּטע קרענק און איז אַװעק פֿון אים אומגעזעגנט און איז, פֿאַרשטײט זיך, אַ גאַנצע נאַכט נישט געשלאָפֿן פֿון חרטה, פֿאַר װאָס זי האָט אומזיסט באַלײדיקט אַ מענטשן, אַ געטרײַען, אַן איבערגעגעבענעם מיט לײב און לעבן, און איז געװען גליקלעך, אַז זי האָט אים אױף מאָרגן דערזען מיטן אײגענעם פּנים, װאָס אַלע מאָל, גלײַך װי צװישן זײ װאָלט גאָרנישט פֿאָרגעקומען קײן שום קריג.

― ס'איז ניט גוט טײַערינקע ― האָט ער איר געזאָגט ― ס'איז, הערט זיך אײַן, זײער ניט גוט, אַזױ ניט גוס אַשר לא ניט גוטו אַבֿותינו…“

― איך בעט אײַך, רעדט מיט מיר ניט מיט אָ דעם לשון ― בעט זיך בײַ אים בעטי רחמים, װי מע בעט זיך בײַ אַ גזלן.

― װאָס העלפֿט דאָ, טײַערינקע, דער לשון, אַז מע זעט װי דער אמת גײט צופֿוס, אײַנגעבױגן אין דרײַען, האַרט בײַ די װענט, מיט אַ טאָרבע אױף די פּלײצעס, און דער שקר, הערט זיך אײַן, פֿאָרט רײַטנדיק, דעם קאָפּ אַרױף, פֿײַפֿט און קנאַקט מיט דער בײַטש און טרעט מענטשן אין די גאָסן: ע! סטאָראָניס, רעביאַטאַсторонись, ребята: חבֿרה, אַװעק!…

דאָך האָט ער זי װי װײַט מעגלעך געטרײסט, געגעבן האָפֿענונג, אַז זײַן שערלאָק האָלמס לעבט נאָך ― און „קױם לעבט דער גױ, הערט זיך אײַן, װעט ער ניט רוען, ביז ער װעט ניט אױפֿדעקן די גאָנצע כּנופֿיא“,,, נאָר װער האָט זיך געקאָנט ריכטן אױף אַזאַ קלאַפּ, אױף אַזאַ אומדערװאַרטן אומגליק, װאָס האָט פּלוצעם געטראָפֿן װי אָ דונער אין אַ שײנעם טאָג ― און דאָס איז געװען די שרעקלעכע ידיעה, װאָס הורװיטש האָט הײַנט געבראַכט צופֿירן פֿון שטאָט: ―

― מע האָט אױפֿגעכאַפּט, הערט זיך אײַן, דעם שערלאָק האָלמס אַלײן בכבֿודו־ובֿעצמו, און מע האָט אים אָפּגעפֿירט װי אַ פּשוטן בשׂר־ודם און אײַנגעפּאַקט אין חד־גדיא אַרײַן. מע װײס נאָך ניט פֿאַר װאָסערע מעשׂים טובֿים, אַ פּנים, אַז אונדזערע חכמים, הערט זיך אײַן, זענען גערעכט געװען, װאָס זײ האָבן געזאָגט: „על דאַטפֿתּ אַטפֿוך“… דער טײַטש איז אַזױ: „דערפֿאַר, װאָס דו האָסט דערטרונקען, ביסטו דערטרונקען געװאָרן, און דער סוף פֿון דײַנע דערטרענקער ― זײ װעלן דערטרונקען װערן…“ האָט איר צעקײַט?… איצט בלײַבט איבער נאָך אײן זאַך: מע טאָר ניט לאָזן, ס'זאָל אָפּגעקילט װערן און מע באַדאַרף זיך באַנוצן, הערט זיך אײַן, מיט די ידיעות, װאָס מיר האָבן און איבערגעבן דעם גאַנצן מאַטעריאַל צו אַ רעכטן אַדװאָקאַט אין די הענט אַרײַן, לאָז ער דערפֿון מאַכן אַ פֿײַנקוכן. װילט איר ― נעם איך דאָס אױף זיך נאָך הײַנט; איך האָב אַ באַקאַנטן אַדװאָקאַט, ער איז טאַקע אונדזערער אַ פּינסקער, דאָס איז, הערט זיך אײַן, אַן אַדװאָקאַט פֿון אַדװאָקאַטן־לאַנד, אַ מענטש, װאָס קאָן מאַכן פֿון שנײ גאָמלקעס, אַ קאָפּ איז אױף אים פֿון אַ מיניסטער, און אַ מױל ― אַז ער רעדט, פֿאַלן פֿליגן, און חוץ־לזה איז ער נאָך צו די צרות אַן ערלעכער מאַן אױך און װעט ניט פֿאַרקױפֿן אײַך פֿאַר צװײ גילדן…

― איך פֿאָר ― האָט בעטי אַ זאָג געגעבן מיט אַזאַ טאָן, װאָס לאָזט זיך ניט איבערשפּאַרן און אַפֿילו נישט איבערפֿרעגן נאָכאַמאָל ― איך פֿאָר אַהײם. איר זאָלט זײַן בײַ מיר אין שטאָט מאָרגן אין דער פֿרי צװישן נײַן און צען.

― סלושאַיוслушаю: איך הער עס! ― האָט זיך הורװיטש אױסגעצױגן פֿאַר איר, װי אַ סאָלדאַט און גענומען פּאָד קאָזעראָקпод козырек: אונטערן דאַשיק און האָט געכאַפּט אַ מיאוסן פּסק, אַז מע דאַרף װיסן װען װאָס עפּעס פּאַסט און אַז ס'איז שױן בכלל צײַט אַמאָל אַװעקװאַרפֿן די דאָזיקע שטיק פֿון…

― פֿון װאָס?

― פֿון אַ פּאַיאַץ.

דאָס הונדערט־צענטע קאַפּיטל
אַן אַדװאָקאַט פֿון אַדװאָקאַטן לאַנד

אַז בעטי איז געקומען פֿון דער דאַטשע אַהײם אין שטאָט אַרײַן, האָט אױף איר געװאַרט אַ נײַער סורפּריז: אױפֿגעשטאַנען אױף מאָרגן אין דער פֿרי, האָט זי זיך אָנגעטאָן און אָפּגעװאַרט הורװיטשן, װי מען האָט אָפּגערעדט, צו גײן אינאײנעם צום „אַדװאָקאַט פֿון אַדװאָקאַטן־לאַנד“. דערװײַל האָט זי קודם, װי אַלע מאָל, געכאַפּט אַ קוק אין בלאַט אַרײַן און, װי אַלע מאָל, געזוכט מיט די אױגן דאָס, װאָס איר האָט מער פֿון אַלעס אינטערעסירט ― נײַעס װעגן דעם ריטואַל־פּראָצעס ― און װי איבערראַשט איז זי געװען, אַז זי האָט איבערגעלײענט אַ ידיעה, אַז די טעג איז דעם באַשולדיקטן הערש מאָװשאָװיטש ראַבינאָװיטש איבערגעגעבן געװאָרן די קאָפּיע פֿונעם באַשולדיקונגס־אַקט, װעלכער פֿאַרנעמט ביז צװײ הונדערט זײַטן און אַז דער טאָג פֿונעם מישפּט איז באַשטימט אױפֿן נײַן־און־צװאַנציקסטן, און נאָך אַ נײַעס: אַז צװישן די עדות, װאָס די באַשולדיקונג שטעלט אַרױס, װערט אַרױסגערופֿן אױך דער ייִד דוד שאַפּיראָ, בײַ װעמען דער פֿאַרברעכער האָט געהאַלטן קװאַרטיר, זײַנע אַ טאָכטער און אַ מינדעריאָריקן זון, װאָס איז געװען אַ חבֿר פֿונעם געהרגעטן װלאַדימיר שטשיגרינסקי…

. . . . . . . . . . . . . . . . . . . .

בעטי האָט זיך אױפֿגעגעסן אַ לעבעדיקע, למאַי זי האָט פֿאַרבראַכט די בעסטע צײַט אױף דאַטשע. עס האָט זיך איר אױסגעדאַכט, אַז װען זי זאָל זײַן געװען דאָ אױפֿן אָרט, װאָלט אַלצדינג געװען אַנדערש. דורך פֿרעמדע הענט איז גוט פֿײַער צו שאַרן. און װער איז שולדיק, װען נישט די מאַמע, װאָס האָט זיך נאַסיאַדעט אױף איר מיט אָט דעם נימאסן דאָקטאָר: „דאַטשע ― דאַטשע! דאַטשע ― דאַטשע!“ און גלײַך װי די צװײ װאָלטן געװוּסט, אַז זי האָט זײ אױפֿן קאָפּ, קומען זײ אַרײַן בײדע, יעדער מיט זײַנעם: די מאַמע בעט, זי זאָל עפּעס נעמען אין מױל אַרײַן: אַ לעבערל, אַן אײעלע, אַ גלעזעלע מילך, אָדער אפֿשר גאָר אַ פּרעזשעניצע? און דער דאָקטאָר איז אַרײַנגעקומען מער נישט אַ פֿרעג טאָן, װי גײסט אין געזונט, כאָטש ער האָט זי געזען ערשט נעכטן אױף דער נאַכט, נאָך איר צוריקקומען פֿון דער דאַטשע, און בײדע האָבן פֿון איר נישט גוט אָפּגעשניטן. דער מוטער האָט זי אָפּגעשפּילט אַ פֿרימאָרגן, זי זאָל זי לאָזן צו רו מיט אירע לעבערלעך, אײעלעך און פּרעזשעניצעס. זי איז נישט קײן גאַנדז, װאָס מע דאַרף זי שטאָפּן זי זאָל זײַן פֿעט. אױסגעטרונקען אַ גלעזל קאַװע אין דער פֿרי ― גענוג. און מיטן דאָקטאָר האָט זי זיך אױך אָפּגערעכנט, נאָר אַ ביסל אײדעלער. ער האָט דערזען בײַ איר אין די הענט דאָס בלאַט און געשטױסן זיך, אַז זי װײסט שױן אַװדאי פֿון הײַנטיקן נײַעס, איז אים געפֿעלן דװקא איצט זיך אָננעמען מיט האַרץ און איר זאָגן מוסר און דװקא גאַנץ רויִק, װי אַ זײַטיקער מענטש, װאָס האָט נישט קײן שום זײַטיקע חשבונות, אָדער קלײַבט זיך שױן לאַנג איר אױפֿקלערן, אַז זי טוט נישט גוט, װאָס זי איז מפֿקיר איר געזונט צוליב אַ מענטשן, װעלכער…

― צוליב אַ מענטשן? ― האָט אים בעטי איבערגעריסן און געװאָרפֿן אױף אים אַ קוק פֿול מיט צאָרן און מיט האַס, כאָטש זי האָט זיך געפֿלײַסט, עס זאָל אױסקומען מיט אַ שמײכל ― צוליב אַ מענטשן, זאָגט איר? צוליב אײן מענטשן? איר מײנט אַ פּנים, אַז נאָר אים אַלײן זעצט מען אַװעק אױפֿן בענקל? איר האָט פֿאַרגעסן, אַז אינאײנעם מיט אים מישפּט מען מיך און אײַך און אונדז אַלע! איר האָט פֿאַרגעסן, אַז…

בעטי האָט נישט געענדיקט, װײַל אין דער מינוט האָט זיך געעפֿנט די טיר און ס'איז אַרײַנגעקומען דער, װעמען זי האָט אָפּגעװאַרט, בעני הורװיטש פֿון פּינסק, אַ לעבעדיקער, אַ פֿרײלעכער, װי תּמיד און באַלד נאָכן ערשטן גוט־מאָרגן, האָט ער אַ פֿרעג געטאָן בעטין, צי זי װײסט שױן פֿון דער בשׂורה־טובֿה, און גאָר נישט קוקנדיק אַפֿילו אױפֿן דאָקטאָר, האָט ער גענומען אַרומשפּאַנען מיט זײַנע גרױסע פֿיס הין און צוריק און שיטן מיט װערטער אױף זײַן בלומענשפּראַך. „שענער פֿון אַלץ, הערט זיך אײַן, איז אים געפֿעלן דאָס, װאָס מע רופֿט אַרױס פֿאַר עדות זײ, דעם פֿאָטער מיט די קינדער! און װער, דװקא די פּראָקוראַטור!“

געזען, אַז ער איז דאָ אַן איבעריקער האָט דער דאָקטאָר געכאַפּט דאָס היטל און איז מיט אַ טרוקענעם „אַדיע!“ אַװעק, זיך געגעבן דאָס װאָרט, אַז אַן עק, דאָס איז זײַן לעצטער װיזיט אַהער… ביז װאַנען איז דער שיעור זיך לאָזן טרעטן מיט די פֿיס פֿון עפּעס אַ מײדל מיט אַ שײן פּנימל, װאָס טאַנצן אַרום איר בחורים, פֿון דער װעלט בחורים!…

דעם דאָקטאָרס אַנטלױפֿן האָט, אַ פּנים, נישט געמאַכט אױף די יונגעלײַט קײן שום רושם. זײער קאָפּ איז געװען פֿאַרנומען מיט עפּעס אַנדערש. הורװיטש האָט נישט אױפֿגעהערט אַרומצושפּאַנען און שיטן מיט רעד:

― פֿאַרפֿאַלן, הערט זיך אײַן, די קו מיטן שטריקל, אַרױסגעװאָרפֿן די גאַנצע אַרבעט! פּאַסקודנע װאָס קאָן שױן גאָר פּאַסקודנער נישט זײַן! נאָר פֿונדעסטװעגן אונטערגעבן זיך ― דאָס פֿע! אַ ייִד, הערט זיך אײַן, דאַרף טאָן אַלצדינג און גאָט דאַרף טאָן פֿאַרקערט. אַ ייִד טראַכט, און גאָט לאַכט…

אַזױ האָט איר אױסגערעדט דאָס האַרץ בעני הורװיטש פֿון פּינסק, װעלכער האָט נאָך קײנמאָל, אין די סאַמע ערגסטע מינוטן פֿון זײַן לעבן, נישט פֿאַרלױרן קײן מוט, און נאָך גײענדיק אַהער, איז בײַ אים פֿאַרטיק געװאָרן אַ פּלאַן, אַז װי באַלד מען װײסט שױן װען דער מישפּט איז, און דער באַשולדיקטער מוז דאָך האָבן אַן אַדװאָקאַט, על־כּן, רעכנט ער, זיך דורכגײן און טאַקע באַלד צו זײַן באַקאַנטן אַדװאָקאַט פֿון אַדװאָקאַטן־לאַנד, װאָס קאָן מאַכן פֿון אַן אײ גאָמלקעס, װאָס האָט אַ קאָפּ פֿון אַ מיניסטער און װאָס אַז ער רעדט, פֿאַלן פֿליגן.

― ממה־נפֿשך, אַז מען פֿאָרט, זאָל מען פֿאָרן!

― איך גײ מיט! ― האָט בעטי געזאָגט באַשטימט און מיט אַ טאָן פֿון אַ קעניגין, װי איר שטײגער איז און װעלכעס פּאַסט זיך טאַקע זײער צו איר באמת מאַיעסטעטישע פֿיגור און גיט איר צו אַ באַזונדערן חן. דערהערט דאָס די מוטער, קומט זי אַרײַן אַ דערשראָקענע:

― װוּהין איז?

― הערט זיך אײַן, מומעניו, עלי־ועל־צװאָרי, זי גײט מיט בעני הורװיטשן פֿון פּינסק, מיט מיר גײט זי!

און בעני הורװיטש פֿון פּינסק האָט זיך דערלאַנגט אַ זעץ מיט דער האַנט איבערן האַרצן און אַרײַנגעקוקט שׂרהן אין די אױגן אַרײַן מיט אַזאַ פֿרײלעכן און גליקלעכן קוק, גלײַך װי ער װאָלט געגאַנגען פֿון דאַנען מיט בעטין נישט צום אַדװאָקאַט, נאָר צו דער חופּה… אַז שׂרה שאַפּיראָ האָט זײ אַרױסבאַגלײט און פֿאַרמאַכט נאָך זײ די טיר, האָט זי זיך פֿאַרטראַכט: „נאַט אײַך אַזאַ מין אָנשיקעניש! דער דאָקטאָר איז אַנטלאָפֿן װי פֿון אַ שׂריפֿה… דער דאָזיקער פּינסקער שלימזל פֿליט מיט איר אַרום פֿון שמונין צו בונין ― הלװאַי עס זאָל זיך כאָטש ענדיקן מיט גוטן!“ לאָזט זי אױס נעבעך מיט זײער אַ טיפֿן זיפֿץ און קנאַקט זיך אױס אַלע פֿינגער ביז אײנעם.

. . . . . . . . . . . . . . . . . . . .

אױב אַ מיניסטערשער קאָפּ באַדאַרף זײַן גרױס װי אַ באַר! און גלאַט װי אַ לאָקשנברעט, אָן אַ שום סימן פֿון געװוּקס, װאָלט אָט דעם אַדװאָקאַט פֿון אַדװאָקאַטן־לאַנד, װען ער זאָל נאָר נישט האָבן דעם אײן־און־אײנציקן חסרון, װאָס ער איז אַ ייִד און פֿון פּינסק, אָנגעשטאַנען צו זײַן נישט נאָר אַ מיניסטער, נאָר אַ מיניסטער־שבמיניסטער. דער קאָפּ זײַנער האָט אױסגעװיזן נאָך מער גרױס, װײַל אַלײן איז ער אַ טרוקענער, אַ דאַרער, אַ בולאַנער בלאָנדין. און פֿיס האָט ער לאַנגע און דינע ― אַ קאָמישע פֿיגור, נאָר כאָטש די דאָזיקע פֿיגור איז אַ קאָמישע, פֿונדעסטװעגן האָט אױף בעטין דער אַדװאָקאַט פֿון אַדװאָקאַטן־לאַנד געמאַכט אַ געװאַלדיקן אײַנדרוק, אפֿשר דערפֿאַר, װײַל הורװיטש האָט אים אַזױ אָפּגעלױבט, און אפֿשר דערפֿאַר, װאָס דער אַדװאָקאַט האָט געהאַלטן, אַז דער גאַנצער עסק אין נישט װערט קײן פּאַפּיראָס. צי ער קאָן מאַכן פֿון שנײ גאָמלקעס, װי הורװיטש פֿאַרזיכערט, װײסט זי נישט. נאָר אַז ער קאָן רעדן ― דאָס האָט זי אַרױסגעזען פֿון זײער ערשטן װיזיט צו אים, װאָרעם אין דער גאַנצער צײַט, װאָס זײ האָבן בײַ אים פֿאַרבראַכט, האָט פֿון זײ אַלע דרײַ גערעדט כּמעט נאָר ער אײנער, אױסגעהערט האָט ער פֿון הורװיטשן דעם קיצור־המעשׂה װעגן דער מפּלה מיט זײער שערלאָק האָלמס, אָדער נאַט פּינקערטאָן, דװקא מיט קאָפּ און מיט צוגעמאַכטע אױגן, און אַז יענער האָט געענדיקט, האָט ער זיך װי אױפֿגעכאַפּט פֿון שלאָף, גענומען רױכערן אַ פּאַפּיראָס נאָך אַ פּאַפּיראָס, און נישט רױכערן, נאָר קײַען מיט די צײן און מיט די ליפּן און שאָקלען בעת־מעשׂה מיט אַן איבערגעלײגטן פֿוס איבער אַ פֿוס, האָט ער אָנגעהױבן צו רעדן ― און פֿון דער מינוט אָן איז ער שױן געװען דער אײנציקער רעדנער ביזן סוף. ער האָט געמאַכט צו נישט די גאַנצע טירחה זײערע מיט זײער נאַט פּינקערטאָן מיט זײַן גאַנצער אַרבעט און האָט זײ פֿונאַנדערגעװיקלט אַ גאַנצע טעאָריע, אַז לױט זײַן סיסטעם, זענען פֿאַראַן צװײ װעגן. אײן װעג, אױפֿצוּװײַזן, אַז דער באַשולדיקטער איז נישט דער שולדיקער, און דער צװײטער װעג ― אױסצודעקן די אמתע שולדיקע. אים אַלײן אינטערעסירט דער צװײטער װעג לחלוטין נישט, זוכן פֿאַרברעכער לאָזן יענע, װאָס זענען מחויבֿ, ― זײ באַקומען דערפֿאַר געצאָלט. ― מיר דאַרפֿן נאָך אַמאָל און נאָך צען מאָל און נאָך הונדערט מאָל אױפֿװײַזן, אַז קײן ריטואַל־פֿאַרברעכן איז בײַ אונדז נישטאָ, און אױב מענטשן זענען נאָך אַזױ פֿאַרפֿירט און אַזױ אײַנגעבילדעט און לאָזן זיך היפּנאָטיזירן פֿון אַנדערע, אָדער זײ גלױבן אַלײן אין אַזאַ װילדער נאַרישקײט אַזױ שטאַרק, אַז מע מוז זײ נאָך ברענגען באַװײַזן און אַרײַנשלאָגן זײ אין קאָפּ אַרײַן, אַז צװײ מאָל צװײ אין פֿיר און נישט קײן געזױערטע אוגערקע, איז אונדזער חובֿ דאָס צו טאָן, דאָס צו באַװײַזן, ― און דאָס איז אַזױ גרינג צו באַװײַזן, װי ס'איז גרינג אָט־דאָס־אָ.

דערבײַ האָט ער אַרױסגעכאַפּט פֿון מױל דאָס שטיקן פּאַפּיראָס, װאָס איז געבליבן נישט אױסגערױכערט, אָדער, בעסער געזאָגט, נישט אױפֿגעגעסן, און גענומען זיך תּוך־כּדי־דיבור צו אַ נײַ פּאַפּיראָסל. דעם דאָזיקן מאָמענט האָט אױסגענוצט הורװיטש און אַ זאָג געגעבן אים, אַז איצט איז שױן במילא מער נישט געבליבן װי דער אײנציקער װעג און צוליב דעם טאַקע זענען זײ דאָס אײגנטלעך געקומען צו אים בעטן, אַז…

― אַז איך זאָל זײַן פֿאַר אים דער מליץ־יושר? ― כאַפּט אונטער דער אַדװאָקאַט, שױן קײַענדיק דאָס נײַע פּאַפּיראָסל ― שױן שפּעט, מײַן ליבער פֿרײַנד, שפּעט זענט איר געקומען.

בײַ בעטין האָט זיך אָפּגעריסן אין האַרצן פֿון די דאָזיקע װערטער: װאָס הײסט, שפּעט?“… צום סוף לאָזט זיך אױס, אַז פֿאַרשפּעטיקט האָבן זײ דערמיט, װאָס ער איז שױן סײַ־װי־סײַ באַשטימט אַלס אַדװאָקאַט פֿאַרן דאָזיקן „פֿאַרברעכער“, נאָך פֿון װײס איך װען אָן, אָהאָ־האָ!

בעטי האָט אַ ביסל אָפּגעלעבט, און דער אַדװאָקאַט האָט גענומען דערצײלן, װי אַזױ דאָס איז געװעזן!

― עס זענען, פֿאַרשטײט איר מיך, אָפּגעהאַלטן געװאָרן פֿון אונדזערע „שבֿע־טובֿי־עיר“ אײנע נאָך דער אַנדערער עטלעכע אַסיפֿות, און, װי עס פֿירט זיך בײַ אונדז, זענען אַרױסגעזאָגט געװאָרן אָן אַ שיעור דעות און בױך־סבֿרות. אַ סך האָבן געדרונגען אַז מע זאָל אױסשרײַבן פֿון דער רעזידענץ־שטאָט דעם באַרימטן סאָלאָװײ… דעם גרעסטן פֿון אַלע קנאַקערס. האָב איך זײ געזאָגט, זאָג איך, אַז אױסשרײַבן קאַנט איר אײַך, קינדערלעך, װעמען איר װילט, זאָג איך, אַפֿילו בלעם־הצדיק פֿון יענער װעלט, זאָג איך, נאָר װאָס װעט זײַן, מײַנע ליבע פֿרײַנד, זאָג איך, אַז איך װעל אײַך איבערצײַגן, זאָג איך, אַז דאָ באַדאַרף מען נישט קײן שום קנאַקערס מיט קײן שום סאָלאָװײטשיקעס, און אַז דער באַשולדיקטער װעט געפֿינען װערן פֿאַר אומשולדיק, זאָג איך, אַזױ קלאָר, זאָג איך, װי דער טאָג איז קלאָר?

בעטי שמעלצט זיך פֿאַר תּענוג. איטלעכס װאָרט פֿון דאָזיקן אַדװאָקאַט איז פֿאַר איר אַ תּורה. נישט קײן מענטש רעדט, נאָר אַ נבֿיא פּרעדיקט…

― מײַן סיסטעם ― זאָגט װײַטער דער אַדװאָקאַט גלאַט און קײַלעכיק אָן אַ שום אָפּשטעל, גלײַך װי פֿון אַ בוך ― מײַן סיסטעם איז איבערצײַגן. איך װעל זען איבערצײַגן, אַז דער דאָזיקער דאַנטיסט געהער זיך אַזױ אָן מיט דעם פֿאַרברעכער, אַזױ װי איך געהער זיך אָן מיט דעם, װאָס רױם איז חרובֿ געװאָרן, אָדער װאָס נאַפּאָלעאָן האָט געהאַט די מפּלה אינעם אַכצנהונדערט־צװעלפֿטן יאָר. דאָס איז מײַן סיסטעם. און װאָס ריטואַל אָנבאַטרעפֿט, װעל איך זײ לײענען אַ לעקציע, אַז עס װעט זײ ליכטיק װערן אין די אױגן. זעט איר, אָט דאָס אָ! ― ער האָט געגעבן אַ װײַז מיט דער האַנט אױף אַ גאַנצן פּאַק מיט ביכער, כּתבֿים און פּאַפּירן און גענומען שיטן מיט נעמען און מיט ציטאַטן, לײענען גאַנצע בלעטלעך אױף אױסװײניק, און נישט גלאַט געלײענט, נאָר דעקלאַמירט, מיט געפֿיל און מיט האַרץ, און אַזױ גלאַט און אַזױ זיס ― אַך! בעטין װאָלט נישט נימאס געװאָרן, ער זאָל נאָך רעדן און רעדן און רעדן. נאָר, אַן עבֿירה ― ער האָט זיך פּלוצעם געגעבן אַ כאַפּ אױף, אױסגעשפּיגן דאָס איבעריקע שטיקל פּאַפּיראָסל פֿון מױל, אױסגעצױגן זיך אױף די לאַנגע דינע פֿיס, געכאַפּט אַ קוק אױפֿן זײגער און געבעטן, זײ זאָלן אים מוחל זײַן ― ער דאַרף זיך גײן איבערטאָן פֿאָרן אין טורמע אַרײַן טאַקע צו אָט דעם דאָזיקן ראַבינאָװיטשן.

― װי באַלד אַזױ ― זאָגט צו אים הורװיטש אױף ייִדיש ― זאָל זײַן אין אַ גוטער שעה, מיטן רעכטן פֿוס, איר זאָלט זײַן דער גוטער שליח. און לאָזט אים געריסן, הערט זיך אײַן, פֿון מיר און פֿון אָט דער מײדל… שאַפּיראָ איז איר נאָמען.

― שאַפּיראָ? ― האָט זיך דער אַדװאָקאַט אומגעדרײט מיטן פּנים צו בעטין, אױסגעצױגן איר אַ דינע לאַנגע קאַלטע האַנט מיט דינע לאַנגע קאַלטע פֿינגער און אײַנגעקוקט זיך מיט פֿאַרגעניגן אין איר שײן ליכטיק פּנים, גלײַך, װי ער האָט זי נאָר װאָס באַמערקט.

― שאַפּיראָ, פֿון די אמתע, פֿון… „פֿון די סלאַװיטער שאַפּיראָס“, האָט הורװיטש געװאָלט זאָגן, װי דוד שאַפּיראָ זאָגט, נאָר באַגעגנט בעטיס קוק, האָט ער געכאַפּט אַ שװײַג, און דער אַדװאָקאַט האָט שױן אַלײן געענדיקט פֿאַר זײַן בן־עיר, פֿאַר הורװיטשן:

― בקיצור, דאָס מײדל, װילט איר מיר זאָגן, מסתּמא, איז אײַערע אַ כּלה? קומט אײַך אַ מזל־טובֿ מיט אַ בראַװאָ אינאײנעם… איר האָט אַ גוטן גוסט…

הורװיטש האָט זיך הילכיק צעלאַכט און איבערגעקוקט זיך מיט בעטין, און בעטי האָט זיך אָנגעצונדן װי אַ שטרױענער דאַך… אין דער מינוט האָט זי אױסגעזען אַזױ געטלעך שײן, מיט אַזױ פֿיל חן אַז בײדע מאַנסבילן האָבן זיך אױף איר פֿאַרקוקט. דער אַדװאָקאַט, װאָס איז אַלײן געװען אַ בחור, האָט מקנא געװען זײַן בן־עיר, דעם בחור הורװיטש: „װוּ האָט ער אױסגעזוכט אַזאַ־נ־אתרוגל?…“ נאָר הורװיטש האָט אים גיך באַרויִקט. ער האָט זיך אָנגערופֿן צו אים אױף ייִדיש, געװײנטלעך:

― אַ כּלה איז זי טאַקע, הערט זיך אײַן, נאָר לײַדער נישט מײַנע, אַן אַנדערנס, און דװקא…

― אַך, לאָזט צו רו! ― שלאָגט אים איבער בעטי אױף רוסיש און פֿרעגט זיך נאָך בײַם אַדװאָקאַט, אױב עס איז שױן מעגלעך אַצינד זיך זען מיט…

― מיטן „פֿאַרברעכער“? געװיס! איצט איז שױן אַלעס מעגלעך, ער אַלײן באַדאַרף מעלדן, מיט װעמען ער װיל זיך זען. און איר פֿון אײַער זײַט, באַדאַרפֿט אײַנגעבן צום פּראָקוראָר… קומט אַרײַן צו מיר הײַנט אַרום דרײַ־פֿיר. איך װעל אײַך אַלעס באַזאָרגן. איר װעט נאָך מאָרגן קאָנען זען זיך.

נישט שפּעטער װי אין אַ שעה אַרום, איז שױן דער אַדװאָקאַט פֿון אַדװאָקאַטן־לאַנד געזעסן אױג אױף אױג מיטן באַשולדיקטן און נישט געקאָנט זיך זאַט אָנקוקן אין דעם דאָזיקן יונגען מאַן, װאָס האָט אױסגעזען פֿריש און מונטער, גאָר נישט װי אַן אַרעסטאַנט, נאָר דאָס, װאָס ער איז געװען מגושמדיק באַװאַקסן (די גאַנצע צײַט, װאָס ער זיצט, האָט ער זיך נישט געגאָלט און נישט געשאָרן), און געהאַלטן האָט ער זיך עפּעס אַזױ גלײַך און פֿעסט און שטאָלצעדיק, גאָר נישט די ייִדישע דערשלאָגנקײט מיט דער ייִדישער דורכזיכטיקײט, װאָס קוקט אױף אײַך פֿון די אױגן אַרױס און װיל לײענען װאָס בײַ אײַך אין האַרצן טוט זיך: „הלנו אַתּה אם לצרינו?“… דער אַדװאָקאַט האָט נאָך כּמעט קײנמאָל נישט געזען אַ ייִדן מיט אַזאַ ברוסט און מיט אַזעלכע בײנער ― „אַ יונגאַטש אַ חריפֿות, אַ תּענוג צו קוקן!…“

ראַבינאָװיטש־פּאָפּאָװ האָט נאָך, אמת, טאַקע קײנמאָל אַזױ גוט נישט אױסגעזען, װי איצט, װאָרעם ער האָט נאָך קײנמאָל נישט געפֿילט זיך אַזױ גליקלעך װי איצט: אױסערדעם, װאָס אָט־אָט גײט ער אַרױס פֿון דאַנען אױף דער פֿרײַער װעלט (אין דעם איז קײן שום ספֿק נישט!), אױסערדעם, װאָס דורך אים װעט די גאַנצע װעלט זיך איבערצײַגן, אַז די שרעקלעכע לעגענדע פֿונעם אַזױ־גערופֿענעם „ריטואַל“ איז מער נישט אַז אַ חלום, און װאָס צוליב אים װעט אַ גאַנץ פֿאָלק סוף־כּל־סוף אױפֿגעריכט װערן פֿון אַזאַ באַלײדיקונג ― אױסערדעם אַלעם איז ער ערשט פֿונעם אַקט געװױרע געװאָרן אַז בעטי לעבט און איז געזונט, קױם איז זי געשטעלט צום מישפּט פֿאַר אַן עדות! און ועל־כּולם, הײַנט, נאָכדעם, װי דער דאָזיקער אַדװאָקאַט (װאָס פֿאַר אַ ליבער טײַערער מענטש דאָס איז!) האָט אים אָפּגעגעבן אַזאַ ליבער גרוס פֿון איר און זאָגט אים נאָך צו, אַז ער נעמט זיך באַזאָרגן אַ ראַנדעװוּ פֿאַר זײ ― אָ! ער זאָל זיך נישט שעמען, װאָלט ער אים אַרומגעכאַפּט קושן, און סך־הכּל מיט אײן האַלבע שעה פֿריִער, אַז דער אַדװאָקאַט איז אַרײַנגעקומען און פֿאָרגעשטעלט זיך, צוליב װאָס ער איז געקומען, האָט אים ראַבינאָװיטש־פּאָפּאָװ אױפֿגענומען עפּעס נישט אַזױ פֿױגלדיק. ער האָט אים געזאָגט, אַז ער דאַנקט, ער דאַרף נישט קײן אַדװאָקאַט ― ער האָט אַלײן אַ צונג. פֿאַרשטײט זיך, אַז „דאָס, װאָס ער האָט געזאָגט, האָט ער געזאָגט אַ נאַרישקײט, אַ גרױס נאַרישקײט, אַ באַשולדיקטער, ער מעג זײַן דער גרעסטער רעדנער, ער מעג קאָנען רעדן װי ציצעראָ אַלײן, מוז האָבן אױפֿן מישפּט אַן אַדװאָקאַט, אַ פֿאַרטײדיקער“.

― איר מוזט מיר מוחל זײַן, טױזנט מאָל מוחל זײַן, איך האָב מיך געהיצט, איר זענט מײַן אַדװאָקאַט, איר, נישט קײן אַנדערער.

― בעסער דער ערשטער רוגז ― רופֿט זיך אָן דער אַדװאָקאַט שױן אױף ייִדיש און דער באַשולדיקטער פֿרעגט אים: „װאָס הײסט דאָס אײגנטלעך?

― אַך, איך האָב גאָר פֿאַרגעסן, אַז איר זענט אַ האַלבער ייִד ― פֿאַרכאַפּט זיך דער אַדװאָקאַט, און זײער געשפּרעך װערט װאָס װײַטער, װײַטער אַלץ מער אינטים, און אַז עס קומט צום געזעגענען זיך, פֿילן זיך בײדע גלײַך װי זײ װאָלטן געװען גוטע פֿרײַנד שױן פֿון װײס איך װען אָן.

דאָס הונדערט עלפֿטע קאַפּיטל
איװאַן איװאַנאָװיטש פּאָפּאָװ

די זומערדיקע רעזידענץ פֿון די פּאָפּאָװס, דאָס שײנע פֿרײלעכע בלאַגאָסװיעטלאָװאָблагосветлово: געבענטשט, איז דעם זומער געװען נישט דאָס, װאָס אַלע יאָר. פֿון זינט דער הױף איז אַריבערגעפֿאָרן אַהער פֿון שטאָט, האָט מען דאָ כּמעט נישט אָנגעקוקט נאָך קײן פֿרעמדן מענטשן. קײנער איז אַהער נישט געקומען צו גאַסט. און װער ס'איז געקומען איז ער אַװעקגעפֿאָרן צוריק נישט אױפֿגענומענערהײט, און װעמען ס'איז געװען זײער נױטיק, האָט אים אױפֿגענומען דער אופּראַװליאַיושטשיуправляющий: סטראָזש. איװאַן איװאַנאָװיטש איז זעלטן אַרױסגעפֿאָרן אױף עטלעכע טעג, און געקומען צוריק ― זיך פֿאַרשלאָסן בײַ זיך און אַפֿילו אױפֿן פֿעלד נישט אַרױסגעפֿאָרן. אַלע אינדערפֿרי האָט אים אױפֿגענומען דער אופּראַװליאַיושטשי מיט אַ דאָקלאַדдоклад: באַריכט און שטײענדיק אױף די פֿיס איבערגעבן אַלץ, װאָס האָט זיך אָפּגעטאָן אינעם פֿאַרגאַנגענעם טאָג, און אַז ער איז געגאַנגען צוריק, האָט ער זיך געפֿילט אַ סך בעסער, װי אײדער אַהינצו גײענדיק ― אַזױ שװער איז געװען אױסצושטײן די עטלעכע מינוט פֿאַרן שװערן איװאַן איװאַנאָװיטש, װאָס איז געװאָרן נאָך שװערער זינט עס האָט זיך אױסגעגאָסן אױף אים גאָטס שטראָף, װעלכע אַלע האָבן געװוּסט, נאָר קײנער האָט נישט געטאָרט אױסרעדן װעגן דעם אַ הױך װאָרט.

אין װאָס איז באַשטאַנען די דאָזיקע גאָטס שטראָף ― װעגן דעם, זענען געװען אין הױף פֿאַרשידענע מײנונגען. שטילערהײט האָט מע איבערגעגעבן אײנער דעם אַנדערן אַלעמאָל אַן אַנדער נײַס װעגן דעם פֿאַרפֿאַלענעם פּאַניטש. אײנע האָבן געזאָגט, אַז ער זיצט און מע דאַרף אים מישפּטן. אַנדערע האָבן געדרונגען, אַז ער איז שױן אָפּגעמישפּט און פֿאַרשיקט געװאָרן אַהין, װוּ דער װײַסער פֿעפֿער װאַקסט. נאָך אַנדערע האָבן געזאָגט, אַז אַ סך ערגער װי פֿאַרשיקט, און דערבײַ זיך איבערגעצלמט, אַ באַװײַז האָבן זײ געהאַט די „באַרישניע“, אָדער די „פֿאַרשלאָסענע“, װי דער הױף האָט איר אַ נאָמען געגעבן. אױף איר האָבן זײ געהאַט נאָך מער רחמנות, װי אױפֿן „באַרין“, די דינסטן, װאָס װײסן אומעטום, אין יעדן הױז, װאָס עס טוט זיך אַלצדינג, און אָפֿטמאָל אַ סך מער װי אַלצדינג, האָבן דערצײלט, אַז זײ האָבן אַלײן געזען מיט זײערע אײגענע אױגן, װי די באַרישניע איז געשטאַנען אױף די קניה און געדאַװענט פֿאַרן געשטאָרבענעם פּאַניטש… אַנדערע האָבן דערצײלט, אַז זײ האָבן אַלײן געהערט, װי דער באַרין האָט זיך געקריגט מיט דער באַרישניע, אַז זי איז שולדיק אין איר ברודערס אומגליק, װאָרעם זי האָט געװוּסט, אַז ער גײט אין שלעכטן װעג און האָט פֿאַרלײקנט פֿונעם פֿאָטער און אײַנגעשטעלט זיך אַלעמאָל פֿאַרן ברודער… אײנער אַ לאַקײ, אַ שײנער יונג אין אַ פֿראַק, אַ גאַנצער פּריץ, האָט, שטײענדיק אין קיך פֿאַרן שפּיגל, מיט האַלבע װערטער דערצײלט גאָר אַ װילדע זאַך, אַז ער איז אָנגעקומען אַקוראַט דעמאָלט, װען דער באַרין האָט נאָר־װאָס אױפֿגעהױבן די האַנט אױף דער באַרישניע… נאָר דער דאָזיקער ליגן האָט באַגעגנט אַזאַ פּראָטעסט פֿון אַלע זײַטן און ס'איז געװאָרן צװישן די דינסטן אַזאַ מהומה, אַז װען דער דאָזיקער פּאַרשױן מיטן פֿראַק ציט נישט צוריק זײַנע װערטער, נעמט מען אים צו פֿון דעם קוטשערס געבענטשטע ידים אַ צעבײַלטן ― ער זאָל זיך ניט דערװעגן מער אױסטראַכטן אַזעלכע נאַרישע שקרים.

אין די דאָזיקע אַלע רײד, װאָס זענען געװען, געװײנלעך, שטאַרק אַריבערגעכאַפּט די מאָס, איז דאָך געװען אַ קלײנער טראָפּן אמת. איװאַן איװאַנאָװיטש האָט טאַקע געהאַט שטענדיק טענות צו דער טאָכטער, אַז צװישן איר מיטן ברודער זענען פֿאַראַן סודות, און אַז זי װײסט מסתּמא זײער גוט דעם שׂכל, פֿאַרװאָס גרישאַ הײסט, מע זאָל אים שרײַבן בריװ „פּאָסט־רעסטאַנטאָ“, און אַז זי װײס גאָר אָן אַ שם ספֿק דעם טעם, פֿאַרװאָס גרישאַ איז נישט געקומען אױף פּסח אַהײם ― זי װײס אַלצדינג, זי װעט אים ניט אײַנרעדן. זײַן זון איז אַװעק מיטן שטראָם ― ער איז זיכער אין דעם, װי ער איז זיכער אין דעם, אַז מע רופֿט אים איװאַן איװאַנאָװיטש פּאָפּאָװ, אַז זײַן זון האָט זיך אַװעקגעלאָזט אין אַ געפֿערלעכן װעג, און ניט הײַנט ― איז מאָרגן, װעט מען דערהערן די גוטע בשׂורה, אַז ער איז אַרעסטירט, אױב נישט ערגער נאָך… און װער איז שולדיק אין דעם, װען נישט ער, איװאַן איװאַנאָװיטש אַלײן, מיט זײַן סיסטעם דערציִען די קינדער אין אַבסאָלוטער פֿרײַהײט? צו װאָס האָט ער באַדאַרפֿט זײ האַלטן אין דער פֿרעמד, דעם זון אין גימנאַזיע אין אײן אָרט, און די טאָכטער אין אינסטיטוט אין אַן אַנדער אָרט? איז זײַן ברודער ניקאָלאַי נישט גערעכט געװען? ער האָט געזאָגט, אַז קינדער באַדאַרפֿן זײַן פֿאַר די אױגן און אַז די קינדער, װאָס װאַקסן אָן פֿאָטער און מוטער, זענען געגליכן צו גראָז, װאָס װאַקסט אָן אַ זון. איװאַן איװאַנאָװיטש איז אָבער געגאַנגען מיט זײַן סיסטעם, אַז אַ הײם אָן אַ מוטער איז קײן הײם ניט. אים איז אָן אַלעמען, זינט ער איז אַן אַלמן, נימאס די הײם, ער האָט זיך קײן אָרט נישט געקאָנט געפֿינען. קײן זאַך איז אים נישט געװען ליב. נישט געזוכט צו שטײַגן אין זײַן קאַריערע, װאָס האָט זיך אָנגעהױבן אַזױ גלענצענד, אַז צו עטלעכע און דרײַסיק יאָר אין ער שױן געװען גובערנסקי פּרעדװאָדיטעל דװאָריאַנסטװאַ, און ס'איז געװען אַ צײַט, װען ער האָט געחלומט פֿון אַ מיניסטערשן פּאָרטפֿעל… און דער גלענצענדער, פֿרײלעכער איצטיקער איװאַן איװאַנאָװיטש, װאָס האָט אַזױ ליב געהאַט אַמאָל מרבה־רעים זײַן, אין אַ געזעלשאַפֿט געװען תּמיד דער מיטלפּונקט, האָט ביסלעכװײַז־ביסלעכװײַז אָנגעהױבן אָפּלאָזן זיך, דערװײַטערן פֿון מענטשן, געװאָרן אַ בעל־מרה־שחורה און אַ קאַפּריזנער פּריץ, אַ שטרענגער פֿאָטער צו די קינדער און נאָך מער שטרענגער בעל־הבית צו זײַנע מענטשן, אַזױ, אַז זײַנע אײגענע ברידער האָבן אים נישט דערקענט מער און נישט פֿאַרשטאַנען, װאָס מיט אים טוט זיך. די אײנציקע תּאװה, װאָס אים איז פֿאַרבליבן און דאָס אײנציקע פֿאַרגעניגן, װאָס ער האָט זיך נאָך פֿאַרגונען, איז געװען דאָס שיסן. „אָכאָטע“ ― דאָס איז געװען זײַן לעבן. נאָר הײַנטיקן זומער איז ער שױן אױף דער „אָכאָטע“ אױך זײער זעלטן אַרױסגעפֿאָרן. ער איז מערסטנטײלס געזעסן אין דער הײם, בחדרי־חדרים, געלײענט און גערױכערט, גערױכערט און געלײענט, און נאָר צום טיש באַװײַזן זיך אַ פֿינצטערער װי די נאַכט, קאַלט זיך באַגריסט מיט דער טאָכטער, זעלטן זיך איבערגעװאָרפֿן מיט איר אַ צװײ־דרײַ װערטער און קײנמאָל נישט, קײן אײנציק װאָרט מער װעגן דעם זון, גלײַך װי ער װאָלט שױן לאַנג־לאַנג אױף דער װעלט נישט געװען.

דאָס לעצטע מאָל, װאָס איז דערמאָנט געװאָרן דער נאָמען גרישאַ, איז געװען ערשט נעכטן, װען װיעראַ איז צוריקגעקומען פֿון דער רוסישער צענטראַל־שטאָט און געבראַכט צופֿירן מאָדנע ידיעות װעגן ברודער: אַז, ערשטנס, אין אוניװערסיטעט האָט ער געלערנט אױסגעצײכנט גוט, אױפֿגעפֿירט זיך שטיל און פֿײַן, װאָס מע דאַרף גאָרנישט בעסער, און, צװײטנס, אַז ער איז געװען אױף קאָנדיציע אין זײער אַן אָנשטענדיק הױז מיטן נאָמען באַרדאָ־בראַדאָװסקי, װעלכע קאָנען זיך פֿון אים ניט זאַט אָפּלױבן, און, דריטנס, האָבן די באַרדאָ־בראַדאָװסקיס דערצײלט, אַז פֿאַרן אַװעקפֿאָר האָט ער באַקומען אַ דעפּעש און איז געװען שרעקלעך צעטראָגן און געזאָגט, אַז ער פֿאָרט אַהײם…

― דאָס איז אַלעס?

איװאַן איװאַנאָװיטש האָט דורכגענומען די טאָכטער מיט די אױגן. װיעראַ האָט פֿאַרשטאַנען, אַז דער פֿאָטער גלױבט איר ניט, אַז דאָס, װאָס זי דערצײלט זאָל זײַן דער גאַנצער אמת, מסתּמא װײסט זי װעגן ברודער נאָך עפּעס אַזעלכעס, װאָס זי באַהאַלט פֿון אים, האָט מורא אױסצוזאָגן אינגאַנצן, ― האָט זי זיך גענומען אים איבערצײַגן, שװערן בײַם הײליקן אָנדענקען פֿון דער געשטאָרבענער מוטער, אַז… נאָר דאָס האָט דעם צעבײזערטן אױפֿגערעגטן איװאַן איװאַנאָװיטשן ניט באַרויִקט. אַדרבא, ער איז געװאָרן נאָך מער אױפֿגעטראָגן, למאַי די טאָכטער באַרירט דעם אָנדענקען פֿון איר געשטאָרבענער מוטער, װעלכער איז אים אפֿשר אַזױ טײַער װי איר, ― און ער בלײַבט איבער בײַ זײַנעם, אַז ס'איז נישט אמת, אַז דאָ מוז זײַן עפּעס אַן אַנדער זאַך! ס'איז נישט גלאַט, עס לײגט זיך ניט אױפֿן מוח: װאָס פֿאַר קאָנדיציעס? װי קומט צו זײַן זון קאָנדיציעס! ס'איז אַן אױסרײד, אַן אָנשטעל, אַן אינטריגע, אַן אַװאַנטורע. אַלע האָבן זיך װי אָנגערעדט קעגן אים, אַלע, ― זײַנע אײגענע קינדער, זײַן פֿלײש און בלוט… און איװאַן איװאַנאָװיטש שטײט אױף, טוט אַ קלאַפּ מיט דער טיר, גײט אַװעק צו זיך, פֿאַרשליסט זיך ― און קײן װאָרט נישט מער װעגן זון. נישטאָ קײן זון. געשטאָרבן.

. . . . . . . . . . . . . . . . . . . .

אין אַזאַ צײַט באַדאַרף זיך טרעפֿן אַ מעשׂה: דער אופּראַװליאַיושטשי קומט צו אים מיט אַ דאָקלאַד ― עפּעס אַ יונגער מענטש, אַ סטודענט, איז געקומען צו פֿאָרן און בעט זײער, מע זאָל אים אױפֿנעמען צוליב זײער אַ װיכטיקן ענין (פּאָ אָטשען װאַזשנאָמו דיעלו). איװאַן איװאַנאָװיטש האָט געגעבן אױף אים אַזאַ קוק, אַז דעם אופּראַװליאַיושטשי איז פֿאַרקילט געװאָרן אינװײניק. ער האָט געדענקט גאַנץ גוט דעם באַפֿעל, אַז מע נעמט נישט אױף קײנעם אָן אַ שום אױסנאַם. דער סטודענט זאָגט אָבער, אַז די זאַך, װאָס ער האָט צו איבערגעבן, איז נוגע איװאַן איװאַנאָװיטשן מער װי אים אַלײן און אַז ער מוז זיך זען מיט אים, גאָר אָן אַ שום תּירוץ, און װאָס גיכער,:

― װי זעט ער אױס?

― װי אַ אַרמיאַנין, אַ גרוזין, אָדער אַ ייִד.

― זײַן נאָמען?

― ער זאָגט ניט.

― װאָןןן!!!

דעם „װאָן“ האָט איװאַן איװאַנאָװיטש אַזױ שאַרף אַרױסגערעדט, אַז די פֿענצטער האָבן געקלונגען. און דער אופּראַװליאַיושטשי האָט זיך האַלב אַ טױטער געלאָזט צו דער טיר. האָט אים איװאַן איװאַנאָװיטש אומגעקערט צוריק:

― אױף אַ פּאַפּיר זאָל ער אױפֿגעבן, װאָס ער דאַרף!

אין עטלעכע מינוט אַרום איז איװאַן איװאַנאָװיטשן אױפֿגעגעבן געװאָרן אין אַ פֿאַרחתמעטן קאָנװערט אַ קלײן צעטעלע מיט דרײַ װערטער: „פּאָ דיעלו סינאַ“по делу сына: װעגן אײַער זון ― און ער איז אױפֿגעציטערט געװאָרן.

„אַ גרוזין אָדער אַ ייִד“. אַװדאי אַ חבֿר ― אַ רעװאָלוציאָנער, אפֿשר אַן אַנאַרכיסט… געקומען אינטריגירן, אױספּרעסן געלט… מע דאַרף זײַן געהיט, נעמען מיטלען… אַ גרוזין אָדער אַ ייִד… אומעטום אָט די ייִדן!

אַז מע האָט אַרײַנגעפֿירט דעם סטודענט (װאָס איז געװען, װי דער לעזער שטױסט זיך שױן אָן, דער אמתער ראַבינאָװיטש), איז דאָס ערשטע, װאָס ער האָט דערזען, געװען אַ בכּבֿודער בראַונינגBrowning: אַ בעלגישער פּיסטױל אױפֿן טיש מיטן שפּײַער גלײַך אַקעגן אים. דערנאָך האָט ער דערזען זײַן חבֿר גרישאַס פֿאָטער, װעלכן ער האָט דערקענט, ערשטנס, נאָכן פּאָרטרעט, װאָס ער האָט ניט אײן מאָל געזען בײַ זײַן חבֿר; און, צװײטנס, ער זאָל אַפֿילו ניט געװען זען, װאָלט ער אױך געזאָגט, אַז דאָס איז גרישאַס פֿאָטער. די זעלבע גוטע, ערלעכע, פֿאַרטרױלעכע אױגן, װאָס זיצן נאָך אַ ביסן טיפֿער װי בײַם זון, די זעלבע שװאַרצע געדיכטע, נאָר עטװאָס פֿאַרזילבערטע, האָר, און די זעלבע ברײטע ברוסט מיט די ברײטע, אַ ביסל אַרױפֿגעצױגענע אַקסלען, אַלע תּנועות און אַפֿילו דאָס אַ מאַך טאָן מיט דער האַנט איבער די האָר און אַ װאָרף מיטן קאָפּ ― גרישאַס כאַראַקטעריסטישע באַװעגונג, און אַפֿילו דאָס הױך און גיך רעדן ― צװײ טראָפּן װאַסער גרישאַ.

― זיצט, װאָס װעט איר זאָגן?

איװאַן איװאַנאָװיטש האָט אים אָנגעװיזן אױף אַ שטול אין אײן עק טיש און אַלײן האָט ער זיך אַװעקגעזעצט אינעם אַנדערן עק, נעענטער צום אָנגעלאָדענעם בראַונינג און דורכגענומען דעם גאַסט מיט די טיף זיצנדיקע אױגן דורך און דורך און געװאַרט, װאָס װעט ער זאָגן? ער איז געװען זיכער, אַז ער װעט אָנהײבן פֿון דעם, אַז ער איז געקומען ראַטעװען זײַן זון פֿון אַן אומגליק… און כּך־הװה. גלײַך װי געטראָפֿן! דער סטודענט האָט זיך פֿריִער אַ ביסל אַרומגעזען, װוּ ער איז אין דער װעלט, דערנאָך איז ער אַריבער גלײַך צום ענין, נאָר בעת־מעשׂה האָט אים דאָס קול אַ ביסל געציטערט.

― איך בין אײַער גרישאַס אַ חבֿר… נאָך פֿון גימנאַזיע. (ער האָט אָנגערופֿן די שטאָט.) אײַער גרישאַ געפֿינט זיך אין אַ צרה… דאָס הײסט, ס'איז פֿאַראַן ערגערע צרות, קײן סכּנה איז דערבײַ נישטאָ פֿאַר אים… נאָר…

― ער זיצט? ― האָט איװאַן איװאַנאָװיטש אַ פֿרעג געטאָן, אַ מאַך געטאָן מיט דער האַנט אַרױף. דאָס איז געװען די הױפּט־זאַך, װאָס ער האָט געװאָלט װיסן. דער סטודענט האָט אים פֿאַרװוּנדערט און מיט אומרויִקײט אַרײַנגעקוקט אין די אױגן.

― איר װײסט שױן, אַז… ער זיצט?

איװאַן איװאַנאָװיטש האָט מיט די טיף־זיצנדיקע אױגן דורכגענומען דעם סטודענט און נישט געענטפֿערט דערױף, נאָר אַ פֿרעג געגעבן גיך, װי זײַן שטײגער אין:

― אַלזאָ, זענט איר געקומען אים ראַטעװען?

ראַבינאָװיטש האָט זיך נאָך מער פֿאַרװוּנדערט און נאָכגעזאָגט צרה און פֿונעם שפּאַס איז געװאָרן אַ בלוטיקער שפּאַס

איװאַן איװאַנאָװיטש האָט אַ װאָרף געגעבן מיטן קאָפּ און אַ שאַר די האָר אַרױף און האָט זיך אָנגעשפּאַרט אָן װענטל פֿון זײַן שטול, אָפּגעאָטעמט און גענומען באַטראַכטן מיט זײַנע טיף־זיצנדיקע אױגן דעם גאַסט, װאָס האָט אָנגעהױבן אױסװײַזן אים שױן ניט פֿון אַן אַװאַנטוריסט אַן עקספּראָפּריאַטאָר, נאָר פֿון אַ מאַניאַק, פֿון אַ מענטשן, װאָס איז ניט בײַ אַלע געדאַנקען… דער גאַסט, װײַזט אױס, האָט זיך געשטױסן… ער האָט געזאָגט:

― איך זע, איװאַן איװאַנאָװיטש, אַז איר קוקט מיך אָן װי אַ מענטשן, װאָס רעדט ניט צו דער זאַך… איך מוז אײַך איבערגעבן דעריבער אָט די גאַנצע עפּאָפּעע, די טראַגי־קאָמעדיע, פֿונעם אָנהײב ביזן סוף. ס'איז אַ לאַנגע און אַ קאָמפּליצירטע פֿאַרפּלאָנטערטע געשיכטע, װאָס באַװײַזט, אַז פֿון אַ נאַרישקײט קאָן אַמאָל אַרױסקומען דאָס גרעסטע אומגליק אין דער װעלט… נאָר פֿריִער פֿון אַלץ, מוזט איר מיר ― אַנטשולדיקט װאָס איך דערלױב מיר ― איר מוזט מיר געבן אײַער ערנװאָרט ― דאָס איז בײַ מיר די גרעסטע גאַראַנטיע, װאָרעם איך קען מײַן חבֿר גרישאַ און קען זײַן פֿאָטער, אַז, ערשטנס, דאָס, װאָס איך דערצײל אײַך דאָ, טאָר נישט אַרױס פֿון די דאָזיקע פֿיר װענט, װאָרעם מיט אײן װאָרט, מיט אײן װוּנק קאָנט איר מיך אַרױסגעבן און מע זאָל מיך פּאַקן אױפֿן אָרט ― און דאָס קאָן ברענגען פֿיל שאָדן דעם גאַנצן ענין און אױך אײַער זון, כאָטש, איך חזר איבער נאָכאַמאָל, קײן גרױס געפֿאַר שטײט אײַער זון נישט פֿאָר, װאָרעם אַז מע װעט זיך דערװיסן דעם אמת, װעט מען דאָך אים סוף־כּל־סוף אַרױסלאָזן, דאָס איז אײן מאָל אַװעק…

― דאָס איז אײנס, און צװײטנס? ― פֿרעגט איװאַן איװאַנאָװיטש, װאָס האָט אים שױן רעכט פֿאַרדראָסן דאָס עזות פֿון דעם דאָזיקן ייִדן פֿאָדערן פֿון אים, פֿון איװאַן איװאַנאָװיטש פּאָפּאָװן, דאָס ערנװאָרט… אַגבֿ האָט ער געװאָלט װיסן װאָס גיכער דעם שפּיץ, נאָר דעם סטודענט האָט זיך אױסגעװיזן, אַז מע גלױבט אים ניט און מע לאַכט פֿון אים, האָט ער זיך אָפּגעשטעלט. האָט אים איװאַן איװאַנאָװיטש אונטערגעטריבן:

― און צװײטנס?

און צװײטנס האָב איך געװאָלט אײַך בעטן, אַז איר זאָלט זיך דערציִען צו מיר מיט מער צוטרױען, װאָרעם איר זעט פֿאַר זיך אַ מענטשן, װאָס חוץ דעם װאָס ער איז אײַער זונס אַ נאָענטער פֿרײַנד און אַ חבֿר, איז ער אױסן נישט קײן זאַך, נאָר פֿאַרריכטן דעם פֿעלער, דעם נאַרישן פֿעלער, װאָס צװײ חבֿרים זענען באַגאַנגען אין אַ פֿרײלעכער מינוט פֿון אַ פֿרײלעך קערמעשל פֿון אינטימע חבֿרים… איר זענט אַלײן געװען אַמאָל יונג און מסתּמא אױך באַגאַנגען פֿעלערן, געװיס ניט אַזאַ נאַרישן פֿעלער װי מיר, איך און אײַער זון, זענען באַגאַנגען…

אין דער גאַנצער צײַט פֿון זינט זײ האָבן זיך געביטן, האָט דער אמתער ראַבינאָװיטש נאָך קײנמאָל נישט אַרױסגעזען אַזױ דײַטלעך, װי אַצינד, װי װײַט נאַריש ס'איז געװען פֿון זײ בײדן צו פֿאַרפֿירן דעם דאָזיקן געפֿערלעכן שפּאַס. און כאָטש אין דעם איז זײַן חבֿר געװען מער שולדיק אַלס ער, װאָרעם אונטערן גלעזל איז דעמאָלט געװען גרישאַ, ניט ער ― דאָך האָט ער גענומען אַ האַלבע עבֿירה אױף זיך…

פֿון די דאָזיקע װערטער האָט איװאַן איװאַנאָװיטש אַרױסגעזען, אַז ער האָט ניט צו טאָן מיט אַ מאַניאַק, נאָר פֿאַרשטײן פֿאַרשטײט ער נאָך אַלץ ניט, װאָס ער װיל, עס פּאַטױפּעט זיך אים ניט אין מוח: װאָס הײסט זײ האָבן זיך געביטן? װאָס פֿאַר אַ טראַגי־קאָמעדיע? ער האָט זיך ניט געשעמט און אַרױסגעזאָגט זיך בזה־הלשון:

― איך פֿאַרשטײ אײַך זײער װינציק, יונגערמאַן. איך הער נאָר װערטער: „פֿעלער“… „שפּאַס“… „קערמעשל“… טראַגי־קאָמעדיע“… װאָס דאָס איז ― פֿאַרשטײ איך נישט. אפֿשר װעלן מיר עס פֿאַרשטײן שפּעטער אַז איר װעט זיך אַרױסזאָגן אַ ביסל קלאָרער. און װאָס איר פֿאָדערט פֿון מיר מײַן װאָרט ― איז אױך צום לאַכן. װי קאָן איך געבן אַ װאָרט אַ מענטשן, װאָס איך קען אים ניט?… איר אַלײן האָט געזאָגט נאָר־װאָס, אַז איר קענט אײַער חבֿר און זײַן פֿאָטער, ― אױב אַזױ, דאַרפֿט איר אַלײן פֿאַרשטײן, אַז איר קאָנט רעדן אַלץ, װאָס איר װילט. װײַטער פֿון אָט דעם אָרט װעט דאָס ניט גײן.

נאָכן װײכן טאָן פֿון דידאָזיקע װערטער און נאָך די גוטע ערלעכע אױגן, װאָס האָבן אױף אים געקוקט מיט פֿולן פֿאַרטרױען, האָט ראַבינאָװיטש אַרױסגעזען, אַז זײַן הקדמה איז געװען לחלוטין איבעריק, און ער האָט זיך דעריבער צוגעאײַלט איבערגעבן זײַן לאַנגע געשיכטע, די טראַגי־קאָמעדיע ― װי ער האָט זיך אױסגעדריקט, ― מיט אַלע פּרטים און פּיטשעװקעס, פֿונעם סאַמע אָנהײב ביזן סוף, װי אַזױ פֿון אַ נאַרישן, קונדס־שפּאַס, װאָס קונדסים חבֿרים האָבן אין אַ פֿרײלעכן מינוט פֿאַרקלערט, האָט זיך אױסגעלאָזט אַ טרױעריקער, אַ בלוטיקער שפּאַס

דאָ האָט ראַבינאָװיטש געמוזט אָפּטרעטן אַ ביסל אױף אַ זײַט, געבן צו פֿאַרשטײן, פֿאַרװאָס ער רופֿט עס אָן מיטן נאָמען אַ בלוטיקער שפּאַס און לײענען פֿאַר איװאַן איװאַנאָװיטש פּאָפּאָװן אַ קלײנע לעקציע װעגן דעם, אַז עס עקזיסטירט לײַדער נאָך אין אונדזער צײַט פֿון פּראָגרעס אַזאַ שענדלעכע זאַך, װאָס װערט אָנגערופֿן „עלילת־דם“… און דאָס איז געװען נישט איבעריק, װאָרעם איװאַן איװאַנאָװיטש האָט זיך נאָכדעם מודה געװען, אַז ער האָט נישט אָנגעהױבן צו װיסן, מיט װאָס מע עסט עס. דאָס הײסט, לײענען האָט ער געלײענט אױף די צײַטונגען, אַז עפּעס קומט דאָרטן פֿאָר אַזעלכעס, װאָס טראַקטירט װעגן בלוט, אַז עפּעס אַ ייִד אַ דאַנטיסט האָט פֿאַרנאַרט צו זיך אַ קריסטלעך ייִנגל און געקױלעט אים צוליב זײער יום־טובֿ דאָרטן, נאָר ס'זאָל אים קומען אױף די געדאַנקען, ער זאָל זיך צוהערן ― װינציק מענטשן װערן בײַ הײַנטיקער צײַט אױסגעשאָכטן טאָג־טעגלעך, גאָט, מײַן גאָט!…

אַ סך װוּנדערלעכע זאַכן האָט זיך יענעם טאָג איװאַן איװאַנאָװיטש אָנגעהערט פֿון אָט דעם דאָזיקן סטודענט, װאָס האָט אינאײנעם מיט דער געשיכטע פֿון זײַן זונס צרות איבערגעגעבן אױך די געשיכטע פֿון זײַנע צרות און לײַדן, װאָס ער איז צוליב זײַן ייִדישקײט אױסגעשטאַנען זײַנע אַלע בעסטע יונגע יאָרן, און אױך װי אַזױ ער איז פֿאַרשװאַרצט געװאָרן אינעם דאָזיקן יאָר אין זײַן ראָל פֿון כּלומרשט אַ גליקלעכן גלײַכבאַרעכטיקטן קריסט צװישן קריסטן… און איבערהױפּט דעם גיהנום, װאָס ער איז אױסגעשטאַנען אין זײַן איצטיקער גרױסער נסיעה אין דער גרױסער שטאָט פֿון דער „טשערטאַ″ (דעם ענין פֿון דער „טשערטאַ“ האָט ער אױך געמוזט אַרומרעדן), װוּ ער האָט גערעכנט, אַז עס װעט אים געראָטן אַרױסראַטעװען זײַן חבֿר און האָט געהאַט אַ מיאוסן טעות ― אַלצדינג, אַלצדינג האָט ראַבינאָװיטש אױסגעלײגט פֿאַר זײַן חבֿרס פֿאָטער, גלײַך װי פֿאַר זײַן אײגענעם טאַטן.

אױף איװאַן איװאַנאָװיטשעס פּנים איז געװען צו באַמערקן אַלע די געפֿילן, װאָס ער האָט איבערגעלעבט אין די עטלעכע שעה, װעלכע זענען אַריבערגעפֿלױגן פֿאַר אים, װי עטלעכע מינוט ― אַזױ נײַ און אַזױ טיף אינטערעסאַנט איז געװען דאָס, װאָס דער ייִד דערצײלט, אַזױ אמתדיק און טיף באַהאַרצט קלינגען זײַנע װערטער, כאָטש ער איז אַ ייִד… דער לאַקײ אינעם פֿראַק מיטן װײַסן שניפּס, װאָס האָט סערװירט טײ, האָט זיך ניט װינציק געװוּנדערט, װאָס אױפֿן באַרין איז מיט אַמאָל געקומען אַ נײַע הױט, זינט אָט דער סטודענט זיצט בײַ אים ― גאָר ניט צו דערקענען.

דעם זעלבן טאָג, שױן פֿאַרנאַכטלעך האָט איװאַן איװאַנאָװיטש געגעבן אַ באַפֿעל, אַז מע זאָל שפּאַנען פֿערד, געשיקט רופֿן דעם אופּראַװליאַיושטשי און איבערגעגעבן אים אָרדערס אױף אַ גאַנצער װאָך, דערנאָך האָט ער אַרײַנגערופֿן די טאָכטער, געזאָגט אַז ער האָט איר צו דערצײלן אַ װיכטיקע זאַך, נאָר ער קאָן דאָס איר נאָך ניט זאָגן… עס האָט אַ שײַכות צו גרישאַן… (אין די אױגן האָט זיך אָנגעצונדן בײַ אים אַ פֿײַערל.) מעגלעך אַז ער װעט אים אַראָפּברענגען אין גיכן אַהײם. ער פֿאָרט אױף עטלעכע טעג.. ער װעט שרײַבן… ער װעט טעלעגראַפֿירן…

דאָס ערשטע מאָל אױף זײַן לעבן איז אױסגעקומען איװאַן איװאַנאָװיטש פּאָפּאָװן צו זיצן אַזױ נאָענט אַ זײַט צו אַ זײַט מיט אַ ייִדן… ער האָט געהאַט גענוג צײַט אין װעג, אין אַ באַזונדערער קופּע ערשטע קלאַס, װוּ זײ זענען געזעסן, אױסצוהערן פֿון זײַן שכן אַזױ פֿיל װוּנדערלעכע זאַכן, פֿון װעלכע ― ער האָט זיך געמוזט מודה זײַן ― ער האָט נישט געהאַט קײן שום באַגריף ― עס האָט זיך פֿאַר אים געעפֿנט אַ גאַנצע װעלט, אַ אומבאַקאַנטע װעלט… אײן זאַך נאָר איז אים געװען נישט אָנגענעם: דער דאָזיקער שכן איז אַפֿילו אַ גאַנץ סימפּאַטישער פּאַרשױן, נאָר ער איז פֿאָרט אַ ייִד.

דאָס הונדערט צװעלפֿטע קאַפּיטל
אין הױז פֿון גערעכטיקײט

נישט נאָר דאָס לאַנגע גרױע הױז מיט די צװײ גאַניקעס ― דאָס הױז פֿון גערעכטיקײט ― נאָר די גאַס, װוּ דאָס הױז געפֿינט זיך, איז געװען פֿול און פֿול מיט מענטשן. נאָך קײנמאָל איז די בערזע נישט געװען אַזױ פּוסט און לער, װי דעם דאָזיקן פֿרימאָרגן. נאָך קײנמאָל האָבן דער מאַרק און קראָמען, די קאַנטאָרן און די בענק נישט געזען אַזױ װינציק קונים, קונדן און קליענטן, װי אין דעם דאָזיקן פֿרימאָרגן, גלײַך װי עס זענען אױסגעשטאָרבן אַלע אינטערעסן אין שטאָט און ס'איז געבליבן נאָר אײן אינטערעס ― דער ריטואַל־פּראָצעס און זײַן העלד, דער דאַנטיסט ראַבינאָװיטש. שױן פֿון גאַנץ פֿרי אָן זענען געװען בעלנים אָפּצושטײן צװײ זײַנע שעה אין דרױסן אױפֿן רעגן ― עס איז געװען אַ רעגנדיקער פֿרימאָרגן ― טאָמער װעט זײ געראָטן צו זען, װי מען װעט אים פֿירן. און װײַל דאָס דאָזיקע פּובליקום איז באַשטאַנען מערסטנטײל פֿון ייִדן, און ייִדן, אַז זײ זענען אינאײנעם, האָבן זײ נישט ליב, כּידוע, צו פֿאַרברענגען די צײַט גלאַט אַזױ אָן אַ שום אַרבעט, ― האָט מען גערעדט; און גערעדט האָבן אַלע, און געשמאַק, מיט הענט, װי עס געהערט צו זײַן. פֿון װאָס האָט מען גערעדט? געװײנלעך, פֿונעם „פּעקל“, און װידער אַמאָל פֿונעם פּראָצעס און אָבער אַמאָל פֿונעם דאַנטיסט. און רעד זענען געװען ― גוזמי־גוזמאָות, מימרות פֿאַרשידענע, מעשׂיות און קאָמבינאַציעס, מײנונגען און סבֿרות אָן אַ שיעור. פֿון װאַנען דאָס ברײטע פּובליקום װײסט װאָס אונטערן פֿאָרהאַנג טוט זיך ― איז שװער צו זאָגן; נאָר ס'איז דאָ. מענטשן, דאָס הײסט, ייִדן, װאָס װײסן לחלוטין אַלצדינג, ייִדן װײסן, למשל, פֿון די נײַע עדות, װאָס װעלן געבן אַ שבֿועה (צװישן די עדות איז אײנער אַ באַרימטער סטודענט אַן אַקאַדעמיסט, קאָרשונאָװ), אַז זײ האָבן אַלײן געזען, װי דער דאַנטיסט ראַבינאָװיטש מיט נאָך אײנעם אַ שװאַרצן יונגנמאַן מיט געקרײַזלטע האָר זענען געפֿאַרן אױף אַ דראָזשקע, אױף דער דראָשקע צופֿוסנס איז געלעגן אַ פֿאַרבונדענער זאַק און אין זאַק האָט זיך געװאָרפֿן, געצאַפּלט עפּעס אַ לעבעדיקע זאַך, און געשמועסט האָבן די צװײ ייִדן צװישן זיך עפּעס אױף ייִדיש, װאָס ― װײסן זײ נישט. נאָר אײן װאָרט האָבן זי געכאַפּט: „מאַצאַ“ „מאַצאַ?“… האָבן זיך די עדות געהאַט געלאָזט נאָכגײן זײ פֿון הינטן, האָבן די ייִדן דערזען, און געהײסן דעם איזװאָזטשיק פֿאָרן גיכער און פֿאַרקערעװעט אָן אַ זײַט און פֿאַרשװוּנדן געװאָרן אין דער גאַס, װוּ די ייִדישע סינאַגאָגע געפֿינט זיך.

אַלצדינג װײסן ייִדן, ייִדן װײסן, אַז מע האָט די טעג געלאָזט אײַנזעצן נאָכאַמאָל קירילן מיט קירילעכן, װאָרעם מע האָט געכאַפּט, דורך דער הילף פֿון אַ שפּיק, דעם אמתן פֿאַרברעכער, עפּעס אײנעם אַ גנבֿ, װאָס האָט זיך געהאַט שױן מודה געװען און אַרױסגעגעבן די נעמען פֿון די חבֿרים; האָט זיך אָבער געטראָפֿן אַן אומגליק און דער גנבֿ איז על־פּי־נס אַנטרונען געװאָרן פֿון געפֿענקעניש און דעם שפּיק, װאָס האָט געגראָבן אױף די גנבֿים, האָט מען אײַנגעזעצט אױך פֿאַר אַ גנבֿה…

אַלצדינג װײסן ייִדן, ייִדן װײסן אַז דער משומד לאַפּידוס, דער מומר־להכעיס, האָט שױן חרטה און איז גרײט זײַנע װערטער צוריקצוציִען. זיך מודה זײַן, אַז ס'איז אים אַרײַן אַ משוגעת אין קאָפּ ― ער װײס אַלײן ניט װאָס מיט אים איז געװען. ער איז גרײט איצטער זיך אַ מעשׂה אָנטאָן. „זײער רעכט! ― זאָגן ייִדן ― כּן־יאָבֿדו אױף אַלע רשעים אַזאַ סוף!…“

אַלצדינג װײסן ייִדן. ייִדן װײסן אַפֿילו, װאָס די אַדװאָקאַטן װעלן רעדן, װער פֿריִער און װער שפּעטער, און עס װערן דערצײלט גרױסקײטן און גוזמות נישט נאָר פֿון די באַרימטע אַדװאָקאַטן, נאָר אױך פֿונעם פּראָקוראָר, װאָס מע האָט אַראָפּגעשיקט, װײַל ער איז אַ גרױסער ספּעציאַליסט אין ריטואַל־זאַכן און שױן אַ חודש, אַז ער זיצט דאָ און שטודירט דעם פּראָצעס אױפֿן אָרט, געפֿאָטאָגראַפֿירט די גאַנצע ייִדישע גאַס, געװען אומעטום, אין שול און אַפֿילו דאָרט װוּ ייִדן באַקען מצות, אַרױסגערופֿן צו זיך דעם רבֿ, ― און נאָך און נאָך זאַכן װערן דאָ איבערגעגעבן פֿון אײנעם צום אָנרעדן, חידושים־ונפֿלאָות. און אױך פֿון דעם באַשולדיקטן װערט דאָ דערצײלט אַ סך נײַעס, כאָטש קײנער האָט אים נישט געזען. מען דערצײלט, אַז ער איז דורך דער צײַט, װאָס ער זיצט, געװאָרן גרױ, װי אַ טױב, און ס'איז גאָר אַ סבֿרה, אַז ער איז געװען אַ ביסל װי גערירט. אַצינד איז אים שױן בעסער. ער האָט די טעג געשריבן אַ בריװעלע צו זײַן כּלה, אין לשון־קודש געשריבן, דורכן אַדװאָקאַט איבערגעגעבן…

― װאָסערע לאָקשן? װאָסער כּלה? איר מײנט אַװדאי אָט דעם שאַפּיראָס טאָכטער? עס הײבט זיך גאָר נישט אָן! זי איז שױן לאַנג אױס כּלה, זי האָט שױן אַ נײַעם חתן. פֿרעגט מיר, איך װײס בעסער פֿון אײַך אַלע, איך בין זײערער אַ שכן און אַ הײמישער מענטש.

פֿאַרשטײט זיך, אַז דאָס זאָגט נישט קײן אַנדערער, נאָר קאַץ, אָדער קעצעלע, װי די בערזע האָט אים אַ נאָמען געגעבן. אַ פֿאַרשװיצטער מיט אַ געקנײַטשטן שטערן איז קעצעלע מיט זײַנע קורצינקע פֿיסעלעך אַרומגעפֿלױגן דעם דאָזיקן פֿרימאָרגן פֿון אײנעם צום אָנרעדן, געמאַכט מיט די הענט און מיט די פּלײצעס און מיט אַלע איבעריקע אבֿרים, נישט געשטאַנען קײן מינוט אױף אַן אָרט, גלײַך װי עמיצער האָט אים אַרײַנגעשלאָגן צװיקעס אין די פּאָדעשװעס פֿון די פֿיס, אָדער גלײַך װי די גאַס װאָלט געװען אױסגעפֿלאַסטערט נישט מיט שטײנער, נאָר מיט הײַטע קױלען. קעצעלע האָט נעבעך געשמאַק און געטרײַ געטאָן זײַן זאַך. מע זאָל צאָלן אַ מענטשן מי־יודע װיפֿל, װאָלט ער אַזױ געשמאַק און געשמײַדיק נישט באַדאַרפֿט אַרבעטן. װאָרעם אַ חוץ װאָס קעצעלע קען זיך מיטן בעל־דבֿר אַלײן, געשפּילט מיט אים װיפֿל מאָל אין סטוקלקע און אין טערטל־מערטל, האָט ער געהאַט אַ געלעגנהײט נאָענט צו באַקענען זיך מיט זײַן טאַטן, װאָס האָט בײַ אים פֿאַרבראַכט אַ טאָג מיט אַ נאַכט און „גערעדט און גערעדט און גערעדט“ ― זאָגט קעצעלע און איז שױן נישטאָ. אַ קלײניקײט אַ מענטש האָט אַזױ פֿיל צו טאָן! קײן עין־הרע, אַזױ פֿיל ייִדן…

נאָר מען קאָן נישט זאָגן פֿונדעסטװעגן, אַז דאָס גאַנצע פּובליקום איז באַשטאַנען בלױז פֿון ייִדן אַלײן. עס זענען געװען אױך נישט װינציק קריסטן, װאָס האָבן זיך נישט װינציקער אינטערעסירט מיטן פּראָצעס, װאָס די גאַזעטן האָבן נישט אױפֿגעהערט צו פּיקען װעגן אים פֿון טאָג אױף טאָג, צעבלאָזנדיק אים אין אַ װעלטפּראָצעס ― אַזױ שטאַרק, אַז עס זענען אַראָפּגעקומען ספּעציעל קאָרעספּאָנדענטן נישט נאָר פֿון דער רעזידענץ, נאָר אױך פֿון אַלע גרעסטע שטעט פֿון אױסלאַנד, און אַלע האָבן אַרױסגעקוקט, געגאַרט אַרײַן אינװײניק אין זאַל אַרײַן. נאָר נישט יעדער האָט געהאַט די מעגלעכקײט. דער אַרײַנטריט איז געװען אױף בילעטן און די צאָל פֿון די אײַנטריטס־קאָרטן איז געװען באַשרענקט, װײַל עס זענען געװען זײער אַ סך עדות, קאָרעספּאָנדענטן, יוריסטן און טשינאָװניקעס, און די אַלע האָבן ממש באַלאַגערט דאָס הױז, שפּאַרנדיק אַרױף צו דער טיר, װאָס איז געװען נאָך צוגעשלאָסן און באַװאַכט פֿון שומרים. װײַטער־װײַטער האָבן אָנגעהױבן צופֿאָרן קאַרעטעס, װאָס האָבן געבראַכט צו פֿירן עלעגאַנטע דאַמען מיט שײנע היטעלעך. די געװיסע קרימינאַל־דאַמען, װאָס אָן זײ גײט נישט, כּידוע, קײן גרױסער פּראָצעס. װײַטער־װײַטער האָט אָנגעהױבן דער צופֿאָר װערן אָפֿטער און געדיכטער און דער צוגאַנג איז שױן געװאָרן גאָר אוממעגלעך. עס האָט זיך באַװיזן פּאָליציע, װעלכע איז געװען גאַר נישט איבעריק, װאָרעם עס זענען אױסגעפֿאַלן אַ פּאָר אינצידענטן צװישן די „פֿאַרשידענע קלאַסן פֿון דער באַפֿעלקערונג“, װאָס האָבן זיך געקאָנט אױסלאָזן זײער נישט פֿרײלעך…

נאָר אָט האָט זיך דער עולם געגעבן אַ ריר, דער ים פֿון קעפּ האָט זיך אַ װיג געגעבן, װי אַ ים־פֿאַליע, ― עס האָט זיך געעפֿנט די טיר און די גליקלעכע האָבן אָנגעהױבן אײנציקװײַז, אי דאָס נישט אַזױ גרינג, מיט שטופּעניש מיט קװעטשעניש, אַרײַנגעלאָזן װערן אינװײניק, און די װינציקער גליקלעכע האָבן געמוזט נעבעך בלײַבן פֿון דער זײַט טיר, נישט געהאָלפֿן נישט קײן בעטן, נישט קײן שטופּן זיך, נישט קײן דורכשלאָגן זיך מיט דער הילף פֿון קולאַקעס. מע האָט באין־ברירה געמוזט באַנוגענען זיך דערמיט, װאָס מע שטײט כאָטש נענטער צו דער טיר און געדאַנקט גאָט, װאָס דער רעגן האָט כאָטש אױפֿגעהערט צו גײן. „גם זו לטובֿה“… „אַ ייִדיש גליק איז אַ קילער תּישעה־באָבֿ“… אַזױ האָבן זיך אױסגעשמועסט ייִדן װאָס זענען געבליבן אין דרױסן.

― „אָט װעמען ס'איז גוט ― האָבן זײ נישט אױפֿגעהערט צו װיצלען זיך ― אָט װעמען מע דאַרף מקנא זײַן: דאָס זענען די קורצע פֿראַקן מיט די װײַסע שניפּסלעך. זײ לאָזט מען אַרײַן אינװײניק און דװקא אױף יענער זײַט גראַטעס“. „אַ טשינאָװניק איז אױך נישט שלעכט צו זײַן, אַבי אַ קנעפּל, לאָזט מען דיך אַרײַן“.

אין דער מינוט איז צוגעפֿאָרן אַ רײַכע קאַרעטע און פֿון דער קאַרעטע איז אַרױס זײער אַן אָנגעזעענער, אַ בכּבֿודיקער מאַן מיט טיף־זיצנדיקע אױגן, און באַלד נאָך אים אַ סטודענט מיט אַ ייִדיש אױסזען. דער אָנגעזעענער מאַן און באַלד נאָך אים דער סטודענט האָבן זיך געלאָזט צו דער טיר און זענען אָבער בײדע געבליבן נישט אַרײַנגעלאָזט און, װי עס האָט אױסגעזען, זענען זײ געװען גאַנץ איבערראַשט. דער אָנגעזעענער מאַן האָט אַ קוק געגעבן מיט זײַנע טיף־זיצנדיקע אױגן אױפֿן סטודענט און דער סטודענט האָט עפּעס גערעדט צו אים הײס, מיט פֿײַער און געמאַכט צו אים בעת־מעשׂה מיט די הענט, געװען שטאַרק אױפֿגערעגט.

פֿאַרשטײט זיך, אַז ייִדן האָבן די דאָזיקע סצענע גענומען אױסטײַטשן אױף אַלערלײ אופֿנים און פֿרעגן אײנס דאָס אַנדערע, װער קאָן זײַן אָט דער קריסט און װי קומט אַהער אַ ייִדישער סטודענט מיטן קריסט אין אײן קאַרעטע? װאַקסט אױס קעצעלע:

― איר מעגט זאָגן אױף מיר, אַז איך בין אַ משוגענער און אַ שאַלאָקװילעшаловник? יונגאַטש און װאָס איר װילט, נאָר איך גײ מיט אײַך אין געװעט אױף װיפֿל איר װילט אַלײן, אַז דער סטודענט איז אַ נאַש־בראָט און איז דעם בעל־דבֿרס אַ ברודער. װאָרעם איך קען זײַן עלטערן ברודער, אַבֿרהם־לײבוש, הײסט ער, צװײ טראָפּן װאַסער! איך האָב מיט אים פֿאַרבראַכט אַ טאָג מיט אַ נאַכט און האָב מיך גוט צוגעקוקט.

― גוט, װער־זשע איז דער קריסט?

― װאָס פֿאַרשטײט איר דאָ נישט? דאַרף זײַן מסתּמא דער פּריץ, װאָס ראַבינאָװיטשעס פֿאָטער האַלט בײַ אים די אַרענדע. קעצעלע זאָגט עס מיט אַזאַ מין אַפּלאָמב, אַז עס פֿאַלט גאָר קײנעם נישט אײן איבערצופֿרעגן בײַ אים, װאָסער אַרענדע? און אַגבֿ איז מען נײַגעריק צו זען, װאָס װעט דאָ זײַן מיטן פּריץ, צי װעט מען אים אַרײַנלאָזן, צי נײן? אַנדערע האָבן געזאָגט, אַז יאָ, אַנדערע ― אַז נײן. און דער קריסט האָט דערװײַלע איבערגעשמועסט זיך מיטן סטודענט, און דער סטודענט האָט נישט אױפֿגעהערט צו היצן זיך און מאַכן מיט די הענט. „אַ פּנים, ער גיט אים אַן עצה? ער לערנט אים װאָס צו טאָן? אַ ייִדישער קאָפּ“… אַ סימן, דער קריסט האָט אים טאַקע געפֿאָלגט און אַרױסגענומען פֿון בוזעם־קעשענע אַ װיזיט־קאַרטע און איבערגעגעבן זי צום שומר, און עס האָט נישט גענומען קײן עטלעכע מינוט, האָט זיך געעפֿנט די טיר און דער קריסט איז אַרײַנגעלאָזן געװאָרן אינװײניק און דער סטודענט מיטן ייִדיש פּנים האָט זיך נאָך אַ װײַלע אַרומגעדרײט בײַ דער טיר הין און צוריק, זיך געשטשיפּלט די װאָנצעס פּאָר אױפֿרעגונג, דערנאָך האָט ער זיך אױפֿגעזעצט אין דער קאַרעטע און איז אַװעק.

― נו? װאָס האָב איך אײַך געזאָגט! ― מאַכט קעצעלע מיט נצחון־געלעכטער ― דער פּריץ איז נישט קײן פּראָסטער פּריץ, מסתּמא גראַף, האָט ער אַרײַנגעשיקט זײַן קאַרטל צום „פּרינצעדאַטעל“ ― גראַף אַזעלכער און אַזעלכער; האָט מען אים געזאָגט ברוכים־הבאָים, און דעם ייִדן האָט ער געזאָגט: דו בלײַב שטײן אָט דאָ אַ פּאָר מינוט װעל איך פּועלן בײַם „פּרינצעדאַטעל“, מע זאָל דיך אַרײַנלאָזן, איז גוט, אלא נישט, פֿאָר אַהײם אין האָטעל און הײס דיר דאָרט שטעלן דעם סאַמאָװאַר אױף מײַן רעכענונג.

― אַלצדינג װײסט ער אײַך, אָט דער קעצעלע, װי אַן אַלטער.

― נישט אַזױ אַלט, װי געניט.

― לײענט װי פֿון אַ בוך.

― אַ מאָדנער ייִד.

― אַ ייִד אַ אומרו.

און אינװײניק אין זאָל האָט באַדאַרפֿט נעמען אַ ביסל צײַט, ביז דער עולם זאָל זיך באַזעצן אױף די געדיכט־צונױפֿגעשטעלטע בענק. װאָרעם איטלעכן דאַכט זיך, אַז װי גוט ער זאָל נישט זיצן, װאָלט ער געקאָנט זיצן נאָך בעסער, און װיפֿל ער זאָל נישט זען, װאָלט ער געקאָנט נאָך מערער… נישט נאָר אין זאַל גופֿא, נאָר אַפֿילו אױף יענער זײַט גראַטעס איז געװען אַ נאָדל נישט דורכצוּװאַרפֿן. דאָס זענען געװען די חבֿרה יוריסטן, געשװאָרענע אַדװאָקאַטן און זײערע געהילפֿן, אַלע אין שװאַרצע פֿראַקן און מערסטנטײל ― צי מע דאַרף, צי מע דאַרף נישט ― מיט גרױסע פּאָרטפֿעלן אונטער די אָרעמס. צװישן די דאָזיקע חבֿרה יוריסטן האָט אַרױסגעשײַנט דער „אַדװאָקאַט פֿון אַדװאָקאַטן־לאַנד“ מיט זײַן מיניסטערשן קאָפּ און מיט זײַנע דינע לאַנגע פֿיס; דער שװאַרצער פֿראַק מיטן װײַסן שניפּס האָבן צוגעגעבן זײַן גרױסן גלאַטן קאָפּ אַ באַזונדערן גלאַנץ, און זײַן ברײטער װײַסער שטערן האָט געזאָגט עדות, אַז דער מענטש דענקט און אַז עס איז רויִק און אַז ער איז גרײט אַרױסצוטרעטן אין דער מלחמה, װי שטאַרק און װי באַװאָפֿנט דער פֿײַנט זאָל נישט זײַן. אױב דער פֿײַנט איז שטאַרק, איז ער נאָך שטאַרקער. אױב דער פֿײַנט אין באַװאָפֿנט, איז ער נאָך מער באַװאָפֿנט, װאָרעם אױף זײַן זײַט איז דאָס װיסן, אַז זײַן באַשולדיקטער איז נישט שולדיק, אױף זײַן זײַט איז דער אמת און די אומשולדיקײט… און װער איז יענער אַדװאָקאַט מיט אַ לײבנקאָפּ און מיט פֿײַעריקע שװאַרצע אױגן, װאָס אַלע אַדװאָקאַטן שטופּן זיך צו אים, דריקן אים אַזױ פֿרײַנדלעך די האַנט און רינגלען אים אַרום פֿון אַלע זײַטן? דאָס איז דער באַרימטער רעדנער־אַדװאָקאַט, װאָס מע האָט אַראָפּגעבראַכט צום פּראָצעס פֿון דער רעזידענץ, אָדער, װי דער אַדװאָקאַט פֿון אַדװאָקאַטן־לאַנד האָט אים אָנגערופֿן: דער באַרימטער סאָלאָװײ, „דער גרעסטער קנאַקער פֿון אַלע קנאַקערס“. גיך האָבן זײ בײדע פֿאַרנומען זײערע ערטער אין דער רעכטער האַנט בײַ אַ לאַנגן שטענדערטישל נעבן דער באַשולדיקונגס־באַנק, װיזאַװי דעם שטענדערטישל פֿונעם קעגנער, פֿונעם פּראָקוראָר.

דער דאָזיקער פּאַרשױן איז אױך געװען אַ האָמאָ נאָװוּסhomō nōvus, אַ פּנים־חדשות, אין דעם דאָזיקן זאַל. ער איז דאָס אַראָפּגעשיקט געװאָרן אַהער פֿון דער רעזידענץ ספּעציעל צוליב דעם אָנגעזעענעם פּראָצעס. און כאָטש ער איז געװען נאָך גאָר אַ יונגערמאַן, נאָך אַ „טאָװאַרישטש פּראָקוראָראַтоварищ прокурора: געהילף פּראָקוראַטאָר[“, נאָר צוליב זײַן אַריסטאָקראַטישער אָפּשטאַמונג (און באַלד װעלן מיר געװױרע װערן, װער דאָס איז געװען) און צוליב דער גרױסער פּראָטעקציע, װאָס ער האָט געהאַט, האָט דער דאָזיקער אַרױסטריט זײַנער באַדאַרפֿט אים אױסבעטן אַ װעג צו זײַן װײַטערער קאַריערע. דאָס איז געװען אַ יונגערמאַן, װאָס װערט אָנגערופֿן בײַ אונדז אַ מושלם, אַ שענער יונג, מיט שײנע װאָנצעס, אַ שײנער קאָפּ נידעריק געשױרן, אַ גלענצענדער רעדנער, מיט אַ געבענטשטער שטימע ― מיט אײנעם װאָרט, אַלצדינג, װאָס מע באַדאַרף האָבן אױף אײַנצונעמען די הערצער פֿון די אַזױ־גערופֿענע קרימינעלע דאַמען.

ביסלעכװײַז האָט זיך דער עולם אױסגעזעצט און באַרויִקט, נאָר די אמתע רויִקײט איז אײַנגעטראָטן און שטיל איז געװאָרן ערשט אין דעם מאָמענט, װען דער פּריסטאַװ, אַ מױעריקער יונג, אַ הױכער, אַ גלאַטער, מיט אַ ברײטער קײט אױפֿן האַלדז, האָט מיט אַ פֿײַערלעכע שטימע אױסגערופֿן: „דער בית־דין גײט“. גאַנץ אױבן־אָן האָבן זיך אױסגעזעצט די ריכטער, אײנער אַן עלטערער און זײער אַ חשובֿער מאַן מיט אַ קײַלעכיק פּנים און אַ גרױלעך בערדל און מיט קישעלעך אונטער די אױגן ― צװײ טראָפּן װאַסער דער ענגלישער קעניג עדואַרד. און בײַ די זײַטן זײַנע צװײ חבֿרים, אײנער אַ הױכער, אַ דאַרער, אַ קרענקלעכער, װאָס דער אײַנגעשרומפּענער האַלדז האָט זיך שטאַרק אַרױסגעזען פֿונעם מיט גאָלד־געשמוקטן קאָלנער, און דער אַנדערער, אַ טאָטערשער טיפּ, אַ נידעריקער און אַ קײַלעכיקער מיט אַ שװאַרצן ברײטן שטאַרק געשאָרענעם קאָפּ, מיט אַ ברײט גוט פּנים, פֿון װאָגן עס האָבן אַרױסגעקוקט אַ פּאָר קלײנע מױזנאײגלעך. אונטער די דרײַ ריכטער אױף אַ גאַנצער רײ שטולן, האַרט בײַ דער װאַנט, אַקוראַט אונטערן קײזערס פּאָרטרעט, האָבן זיך אױסגעזעצט אַלס זײַטיקע צוקוקער פֿאַרשידענע הױך־געשטעלטע פּאַרשױנען מיט און אָן גאָלדענע קנעפּ און קעלנער. נאָר די אַלע האָבן אױף זיך אַזױ נישט געצױגן די אױגן פֿון פּובליקום, װי דער אַראָפּגעשיקטער יונגער פּראָקוראָר מיט זײַן גלענצענדער פֿיגור, װי אױך דער אַראָפּגעבראַכטער אַדװאָקאַט מיט זײַן לײבנקאָפּ. דאָס זענען געװען צװײ העלדן ― גלאַדיאַטאָרן, װאָס האָבן באַדאַרפֿט אַרױסטרעטן אױף דער אַרענע פֿון גערעכטיקײט מיט דער קראַפֿט פֿון זײער שײן רעדן און מיטן כּוח פֿון דער לאָגיק און איבערצײַגונג. בײדע צדדים, אַחוץ װאָס זײ האָבן זיך צוגעגרײט אין דער הײם, אָנגעזעטיקט זיך מיט מאַטעריאַל פֿון פֿאַרשידענע קװעלן, האָבן זײ מיטגעבראַכט מיט זיך גראָב־בײַכיקע ספֿרים און כּתבֿים, יעדער מיט זײַנע אױטאָריטעטן. אײן צד האָט מיטגעבראַכט די ביכער פֿון קאַרל עקקער [Jakob Ecker?, הערמאַן בעער, אױגוסט ראָלינגAugust Rohling און פֿונעם באַרימטן ליוטאָסטאַנסקיHippolytus Lutostansky, װאָס באַװײַזן מיט ראַיות און אותות־ומופֿתים, אַז ייִדן קאָנען זיך נישט באַגײן אָן קריסטלעך בלוט צו זײערע מצות אױף פּסח… און דער אַנדערער צד האָט מיטגעבראַכט די ביכער פֿון פּראָפֿעסאָר דעליטשFranz Delitzsch, פּראָפֿעסאָר כװאָלסאָןDaniel Chwolson, פֿון דאָקטאָר פּראַנק, אַ קאַטױלישער גלח, און פֿון דאָקטאָר שטראַקHermann Leberecht Strack, אַ לוטעראַנישער פּאַסטאָר, און נאָך אַ סך ייִדישע און קריסטלעכע אױטאָריטעטן, װאָס באַװײַזן מיט פֿיל שטאַרקערע ראַיות פֿון דער תּורה גופֿא און מיט אותות־ומופֿתים פֿון תּלמוד, קבלה און פֿון היסטאָרישע קװאַלן, אַז די אַלע באַשולדיקונגען זענען פֿאַלש פֿון אָנהײב ביזן סוף, גראָב עם־האַרציש און מערסטנטײל מסירות און פּאַסקװילן, דורכגעװעבט מיט רישעות, בילבול, אינטריגע, שאַנטאַזש און נאָך אַזעלכע נישט גאַנץ רײנע געפֿילן. װאָס איז צו רעדן? פֿאַרן ברײטן פּובליקום איז דאָס אַװדאי אַ יום־טובֿ. עס שטײט פֿאָר זײער אַ שײנע סצענע אױף צו קוקן און מיט פֿאַרגעניגן צו האָרכן אַזעלכע שײנע רעדנער־גלאַדיאַטאָרן… װי האָט דאָס אָבער אױסגעזען בײַ די עטלעכע גליקלעכע ייִדן, װאָס האָבן זיך מיט גרױס מי און זכות־אָבֿות אַרײַנגעכאַפּט אַהער אין זאַל אַרײַן? זײ, װעלכע װײסן דעם אמתן אמת, האָט דאָס באַדאַרפֿט, מײן איך, רעכט פֿאַרדריסן אױף פֿעמידאַןфемида: Θέμις, דער געטין פֿון גערעכטיקײט, װאָס שטײט מיט פֿאַרבונדענע אױגן און האַלט אַ װאָג אין דער האַנט; בײדע װאָגשאָלן זענען גלײַך, נישט אַריבערגעװױגן אַהער אָדער אַהין אױף אַ האָר ― נישט שױן־זשע איז נאָך דאָ אַ ספֿק?… נישט שױן־זשע באַדאַרף מען נאָך באַװײַזן, אַז מיר זענען נישט קײן מענטשן־פֿרעסער?… און עס האָט זיך זײ, מײן איך, געדאַרפֿט אױסדוכטן, אַז זײ הערן אַ בת־קול פֿון אױבן נידערט אַראָפּ און רופֿט אױס: „װײ איז צו יענעם, װאָס מען איז אים חושד אין דעם, װאָס ער איז נישט!…“

דאָס הונדערט דרײַצנטע קאַפּיטל
אײן סורפּריז נאָכן אַנדערן

אױב דאָס דובֿ פּובליקום איז געװען פֿאַראינטערעסירט מיט די באַרימטע גלאַדיאַטאָרן פֿון גערעכטיקײט, מיט די באַרימטע אַדװאָקאַטן און מיטן פּראָקוראָר, איז מען גאַר אין גאַנצן פֿאַרכּישופֿט געװאָרן, אַז דער פֿאָרזיצנדער מיט די קישעלעך אונטער די אױגן, װאָס כאַפּט דעם אָנבליק פֿונעם ענגלישן קעניג עדואַרד, האָט געגעבן אַ באַפֿעל, מע זאָל אַרײַנפֿירן דעם באַשולדיקטן. אַנדערע האָבן געװאַרט, אַז דאָ װעט זיך באַװײַזן מסתּמא אַ געלער פּאַרשױן מיט אַ פּנים פֿון אַ װאַמפּיר און מיט אױגן פֿון אַ גזלן, און אַנדערע האָבן גערעכנט פֿאַרקערט: נישט קײן װאַמפּיר און נישט קײן גזלן און נישט קײן געלער, נאָר דװקא אַ שװאַרץ זשװאַװע ייִדל מיט אַ שפּיציכיק קעפּל, מיט אַ כיטרע פּנים און מיט גנבֿהשע אױגעלעך. נאָר נישט די, נישט יענע האָבן געטראָפֿן. אַרײַנגעפֿירט מיט צװײ סאָלדאַטן מיט בלױזע שװערדן האָט מען אַ הױכן ברײטבײנעריקן יונגען מאַן, אַ פּאַרשױן מיט אַ זעלטן שײנעם געדיכט־באַװאַקסענעם קאָפּ, מיט שײנע, אַ ביסל פֿאַרטראַכטע אױגן און מיט אַ סימפּאַטיש דורכזיכטיק פּנים, באַברעמט מיט שװאַרצע װײכע, שױן לאַנג נישט געשאָרענע האָר. אַ סך אױגן האָבן פֿאַרװוּנדערט באַטראַכט דעם באַשולדיקטן. דאַמען האָבן אָנגעשטעלט די לאָרנעטן: „אַך, װער װאָלט זיך ריכטן, אַז אַזעלכער זאָל באַגײן אַזאַ פֿאַרברעכן!?… און דער „פֿאַרברעכער“ האָט זיך געהאַלטן גאָרנישט װי אַ פֿאַרברעכער. אױפֿן פּנים איז נישט געװען קײן שום סימן פֿון צרות, לײַדן, יסורים, אָדער די מינדסטע אױפֿרעגונג. מער נישט דער פֿאַרטראַכטער קוק פֿון זײַנע שײנע אױגן און די דורכזיכטיקײט פֿון זײַן הױט האָבן עדות געזאָגט, אַז דער מענטש האָט באַדאַרפֿט אַ סך אַריבערטראָגן, אַ סך אָפּקומען און אַ סך ― אַ סך איבערטראַכטן… פֿאַר אים איז דער דאָזיקער טאָג געװען, אױב ניט דער סאַמע געװינשטער טאָג, אױף װעלכן ער האָט אַזױ פֿיל געהאָפֿט און אַזױ לאַנג אַרױסגעקוקט. „געקומען אַ סוף צו דער טראַגי־קאָמעדיע“… ער איז געװען זיכער בײַ זיך, אַז דאָס איז אײַנגעטראָטן דער מאָמענט, דער היסטאָרישער מאָמענט, װאָס אַלע װעלן סוף־כּל־סוף זיך איבערצײַגן, אַז נישט נאָר ער איז רײן אין דעם דאָזיקן „ריטואַלן“ פֿאַרברעכן, נאָר אַז עס איז איבערהױפּט אַזאַ פֿאַרברעכן קײנמאָל נישט געװען אין ערגעץ אונטער ייִדן… אַ סך האָט ער זיך פֿאַרלאָזט אױף דעם געזונטן פֿאַרשטאַנד און אױף די ערלעכקײט פֿון די געשװױרענע ריכטער. אַ סך האָט ער געשלאָגן אױף זײַנע צװײ אַדװאָקאַטן, צװײ ריזן, צװײ לײבען, װאָס אױב אַזעלכע װעלן נישט איבערצײַגן, טאָ װער זשע דען?… נאָר מער פֿון אַלץ האָט ער געבױט אױף זיך אַלײן, אױף זײַן אײגענעם כּוח פֿון זײַן פּעסטען װילן און אױף דער קראַפֿט פֿון דעם הײליקן אמת, װאָס מוז אַרױסקוקן פֿון זײַן איטלעכס װאָרט. „נישטאָ קײן גרעסערע קראַפֿט אױף דער װעלט פֿון אמת“.

אַזױ האָט זיך געטראַכט דער דאָזיקער פֿאַרברעכער און איז פֿאַרטיק געװען מיט אַלע זײַנע ענטפֿערס אױף די פֿראַגן, װאָס מע װעט אים דאָ שטעלן, און איז פֿאַרטיק געװען אַפֿילו מיט דעם, װי אַזױ, מיט װאָסערע אױסדריקן ער װעט אַרױסטרעטן פֿאַר די געשװױרענע ריכטער אין זײַן לעצטן װאָרט, װאָס קומט אים על־פּי־דין. דאָס זענען געװען װערטער געצײלטע, נאָר הױכע, פֿײַערלעכע, גלײַך פֿון האַרצן אַרױס, װערטער, װאָס ברענען, װאָס נידערן גלײַך אין דער נשמה אַרײַן, װאָס איבערצײַגן… און ער איז באַצײַטנס שױן אַזױ באַגײַסטערט מיט זײַן שײן רעדן און מיט זײַן האַלטן זיך אױפֿן מישפּט, אַז ער קוקט אױף זיך װי אױף אַ קרבן, אַ מאַרטירער פֿאַרן ייִדישן פֿאָלק, און, אַלס ניט־װילנדיקער מאַרטירער, איז ער כּמעט גרײט אױף אַלצדינג… ער גיט זיך נאָך ניט אָפּ קײן דין־וחשבון, װאָס באַדײַט אַלצדינג, נאָר ער פֿילט אַ באַזונדער זיסקײט אין דעם װיסן, װאָס ער װײסט, אַז ער קאָן זײַן דער מאַרטירער, דער היסטאָרישער קרבן פֿון אַ היסטאָריש פּאָלק… דערפֿאַר אָבער, אַז ער װעט אַרױס ניט שולדיק, װי ער איז עס באמת, װאָס פּאָר אַ נצחון דאָס װעט זײַן פּאָרן אמת! װאָס פֿאַר אַ יום־טובֿ דאָס װעט זײַן פֿאַר אַ גאַנץ פֿאָלק פֿון פֿאַרפֿאָלגטע און גערודפֿטע, פֿון דערנידעריקטע און באַלײדיקטע, װאָס זענען געהאָלפֿן געװאָרן דורך אים, דורך אַ מענטשן, װאָס געהערט דװקא צו די פֿאַרפֿאָלגער… און זײַן פֿאַנטאַזיע כאַפּט אים אױף אירע גרינגע פֿליגלען און מאָלט אים ליכטיקע גרױסאַרטיקע שײַנענדיקע בילדער, אײנס גרױסאַרטיקער, גראַנדיעזער און שענער פֿונעם אָנרעדן, ― גאָט װײס, װוּהין זײ װאָלטן אים געקאָנט פֿאַרטראָגן, װען ער זאָל זײַן אינגאַנצן אױסגעטאָן פֿון עולם־הזה און פֿאַרגעסן, אַז ס'איז דאָ אַ שײן מײדל, װאָס רופֿט זיך בעטי, און װאָס ער איז אין איר פֿאַרקאָכט און װאָס ער װעט װי אָט באַלד אָט דאָ טאַקע זען, װאָס ער װעט זי אָט באַלד אָט דאָ טאַקע הערן רעדן (זען זיך מיט איר אין טורמע איז געװען אוממעגלעך. דער אַדװאָקאַט, װאָס האָט צוגעזאָגט זי ברענגען, האָט נאָך דעמאָלט נישט געװוּסט, אַז זי איז אױך אַן עדות.) ער זוכט זי מיט די אױגן אין זאַל און געפֿינט זי נישט, נישטאָ זי נאָך, נישטאָ נאָך קײנער פֿון די עדות, נישטאָ נאָך די געשװױרענע ריכטער, פֿאַר װעלכע אײגנטלעך ער האָט צוגעגרײט זײַן רירנדיקע דרשה, ער זעט פֿאַר זיך אין זאַל נאָר אַ ים מיט קעפּ, װאָס קוקן אַלע אױף אים, אַ סך דאַמען־היטעלעך מיט רירנדיקע פֿעדערן און מיט לאָרנעטן אױף אים אָנגעשטעלטע. און די דרײַ ריכטער זעט ער, װאָס זיצן אױבנאָן מיט די אױסגענײטע קעלנער, און אַקוראַט אַקעגן אים דער שײנער יונג, דער פּראָקוראָר, מיט די שײנע װאָנצן, מיט דעם שײנעם נידעריק געשאָרענעם קאָפּ ― װער זאָל דאָס זײַן? פֿאַרװאָס איז ער אים אַזױ קענטיק?… עס טוט אים װי אַ ברי אונטער די פּאַכװעס און ― טיק־טיק־טאַק ― דאָס האַרץ הײבט אָן צו קלאַפּן װי מיט עטלעכע האַמערס. ער קוקט זיך אײַן שטאַרק־שטאַרק. די אױגן װערן בײַ אים גרעסער און ברײטער: „ניט שױן־זשע.. ― טראַכט ער זיך ― נײן, עס קאָן גיט זײַן!.. עס האָט זיך אים אױסגעװיזן… עס מאַכט זיך אַמאָל מענטשן זען אױס ענלעך… עס קאָן ניט זײַן! עס קאָן ניט זײַן!… אין דער מינוט װערט צום פֿאָרזיצנדען דורך אַ קוריער פֿון דער זײַטיקער טיר צוגעטראָגן אַ װיזיט־קאַרטע. דער פֿאָרזיצנדער באַטראַכט די װיזיט־קאַרטע פֿון אַלע זײַטן, זאָגט עפּעס דעם קוריער, װעלכער װערט פֿאַרשװוּנדן אין דער זעלבער זײַטיקער טיר. מיט דער מינוט באַנוצט זיך דער באַשולדיקטער. ער בײגט זיך איבער צו זײַן אַדװאָקאַט גלײַך אין איר אַרײַן: „װער איז אָט דער, װאָס אַקעגן אונדז?“ „דאָס אין דאָך דער מלאך־המות אונדזערער ― ענטפֿערט אים יענער אױך אױפֿן אױער ― דער טאָװאַרישטש פּראָקוראָראַ, װאָס איז ספּעציעל אַראָפּגעשיקט געװאָרן אַהער צוליב אונדז… אַ יונג מיט בײנער, זאָגט מען… נאָר נישקשה, נישט מסוכּן. מיר װעלן אים געבן פֿעפֿער שמעקן…“ „אַך, ניט דאָס, ― ערגערט זיך דער באַשולדיקטער ― ניט דאָס! איך מײן ― דער נאָמען זײַנער“… „זײַן נאָמען? אָט באַלד“. און דער אַדװאָקאַט טוט אַ פֿרעג שטילערהײט בײַם צװײטן אַדװאָקאַט, װאָס מיטן לײבען־קאָפּ, און גיט דאָס באַלד איבער דעם באַשולדיקטן װידער אױפֿן אױער:

― זײַן נאָמען איז פּאָפּאָװ… דמיטרי ניקאָלאַיעװיטש פּאָפּאָװ…

נו פֿאַרשטײט זיך! ער האָט געטראָפֿן, אַז דאָס איז ער… אַך, װי ער האָט זיך פֿאַרענדערט! װאָס פֿאַר אַ עלעגאַנטער ביוראָקראַט פֿון אים איז אױסגעװאַקסן!… פֿון שטענדיק אָן געװען אַ עלעגאַנטער יונג און אַ קאַריעריסט… אַ מתמיד, אַ בעל־דרך־ארץ, נאָר אַ קאַריעריסט. „מײַן מיטיאַדמיטרי װעט גײן װײַט“ ― פֿלעג זיך דער פֿעטער ניקאָלאַי איװאַנאָװיטש מיט אים באַרימען… און איצט איז ער זײַן באַשולדיקטער! ער װעט דאָס אים באַשולדיקן ― „נײן! קײן ראָמאַן קאָן נישט ברענגען אַזעלכע סורפּריזן װי דאָס לעבן אַלײן קאָן אַ מאָל געבן“… אַזױ האָט זיך געטראַכט אונדזער העלד, דער אמתער פּאָפּאָװ, אַז ער האָט זיך איבערצײַגט, אַז ער האָט נישט געהאַט קײן טעות און אַז דאָס איז געװען זײַן פֿעטער ניקאָלאַי איװאַנאָװיטשעס עלטערער זון, מיט װעלכן ער האָט אַ מאָל אינאײנעם פֿאַרבראַכט אין בלאַגאָסװיעטלאָװאָ ניט אײן פֿרײלעכן טאָג, אינאײנעם אַרױסגעפֿאָרן אין װאַלד, אינאײנעם געשיפֿט זיך איבער דער סאַזשלקע, געכאַפּט פֿיש און נאָך אַזעלכע זאַכן. אמת, דאָס איז געװען שױן זײער לאַנג. ער, גרישאַ, איז נאָך דעמאָלט געװען אין די ייִנגסטע קלאַסן גימנאַזיע און יענער איז שױן געװען אַ סטודענט פֿון ערשטן אָדער צװײטן קורס… נאָר ניט שױן־זשע האָב איך מיך אַזױ פֿאַרענדערט, אַז ס'איז אַזױ שװער מיך צו דערקענען? װיפֿל איז שױן? פֿיר יאָר… פֿינף יאָר… זעקס יאָר… נאָר דאָ װערן זײַנע געדאַנקען איבערגעריסן: דער פֿאָרזיצנדער, װאָס האָט נאָך אַ מאָל באַטראַכט דאָס װיזיט־קאַרטל און איבערגעשעפּטשעט זיך מיט די צװײ מיטגלידער, האָט צונױפֿגענומען די פּאַפּירן, װאָס אױפֿן טיש, און האָט מיט אַ גרינגן הוסט און מיט אַן אײַנגענעמענעם טענאָר אָנגעהױבן צוצוטרעטן צום עסק, ― נאָר ער האָט נישט אױסגערעדט די ערשטע דרײַ װערטער, האָט זיך פֿון פּובליקום אױפֿגעהױבן אַ הױכער, זײער אַן אָנגעזעענער מאַן מיט ברײטע, אַ ביסל אַרױפֿגעצױגענע אַקסלען (דאָס איז געװען דער קריסט, װאָס איז צוגעפֿאָרן מיטן סטודענט אין דער קאַרעטע) און האַלטנדיק פֿאַר זיך אַ װײַסן בױגן פּאַפּיר צונױפֿגעלײגט אין פֿירן, האָט ער זיך מיט פֿעסטע טריט געלאָזט גלײַך צום טיש אַקעגן דעם פֿאָרזיצנדען. דער פֿאָרזיצנדער האָט איבערגעריסן אין מיטן ― און דאָס האָט דאָס גאַנצע פּובליקום באַמערקט, נאָר נישט פֿאַרשטאַנען, װאָס דאָ קומט פֿאָר. געזען האָט מען, אַז דער אָנגעזעענער פּאַרשױן, װאָס האָט זיך געלאָזט מיטן פּאַפּיר צום פֿאָרזיצנדען, איז צוגעקומען צו די פֿאַרשלאָסענע גראַטעס, געבליבן שטײן אַ װײַלע און איבערגעקוקט זיך פֿריִער מיטן פּראָקוראָר, דערנאָך מיטן באַשולדיקטן, װעלכעס האָט גענומען אַלצדינג אינאײנעם מער נישט אַז עטלעכע סעקונדעס, װאָרעם דאָ איז אונטערגעשװוּמען דער פּריסטאַװ מיט אַזעלכע שטילע טריט, גלײַך װי ער װאָלט געגאַנגען אױף פֿעדערן, און, נאָכן שטומען באַפֿעל פֿונעם פֿאָרזיצנדען, האָט ער גענומען דאָס פּאַפּיר פֿונעם פּאַרשױנס האַנט און צוגעטראָגן צום פֿאָרזיצנדען, װעלכער האָט דאָס פּאַפּיר גלײַך איבערגעקוקט, באַװיזן אױף די צװײ מיטגלידער און אַלע דרײַ האָבן, װי ס'איז געװען צו באַמערקן, מיט גרױס איבערראַשונג, אײנס נאָך דאָס אַנדערע, אײַנגעקוקט זיך שטאַרק אינעם באַשולדיקטן און, אָנבײגנדיק זיך אײנער צום אַנדערן, האָבן זײ עפּעס זײער שטיל, נאָר מיט גרױס היץ געשמועסט צװישן זיך, און דער פּאַרשױן, װאָס האָט דערלאַנגט דאָס פּאַפּיר, האָט אַרױפֿגעלײגט אײן האַנט אױף די גראַטעס, מיט דער אַנדערער פֿאַרשאַרט די שװאַרצע, עטװאָס פֿאַרזילבערטע האָר אַרױף און געװאַרט. דאָס פּובליקום אין זאָל האָט נישט אָנגעהױבן צו פֿאַרשטײן און נישט געהאַט דעם מינדסטן חשד, אַז דאָ קומט פֿאָר עפּעס אַזעלכס, װאָס איז אױסערגעװײנלעך, און דעריבער האָט אָט דער זײַטיקער פּאַרשױן נישט געמאַכט אױף קײנעם קײן באַזונדערן אײַנדרוק, אױסער אױף צװײ מענטשן, װאָס זענען געװען נישט נאָר איבערראַשט, נאָר זײ האָבן זיך, װי ס'איז געװען גאַנץ לײַכט צו באַמערקן, אינגאַנצן פֿאַרלױרן. דאָס זענען געװען, ערשטנס, דער פּראָקוראָר, װעלכער האָט זיך אױפֿגעכאַפּט פֿון זײַן שטול און אײַנגעקוקט זיך אין פּאַרשױן,

נישט פֿאַרשטאַנען װי קומט ער אַהער און װאָס טוט ער דאָ און װאָס באַדײַט דאָס פּאַפּיר, װאָס ער האָט דערלאַנגט? און דער אַנדערער איז געװען דער באַשולדיקטער. ― דער איז גאָר געבליבן צוגעקאָװעט צום אָרט, נישט געקאָנט אױפֿשטײן און נאָר אָנגעכאַפּט זיך מיט בײדע הענט בײַ דער פּאַרענטשע פֿון די גראַטעס און געפֿילט, אַז די אױגן קריכן אים פֿון קאָפּ אַרױס. אַ מינוט האָט זיך אים אױסגעדאַכט, אַז ס'איז אַ האַלוצינאַציע, אַ דמיון, אַז דאָס האָט דער שאָטן פֿון זײַן פֿאָטער זיך באַװיזן, װײַל ער האָט הײַנטיקע נאַכט אַ סך געטראַכט װעגן אים… עס איז אים אָפּגעגאַנגען אַ מינוט צום חלשן…

. . . . . . . . . . . . . . . . . . . .

װי דורך אַ חלום האָט ער צוגעזען און צוגעהערט אַלצדינג, װאָס האָט זיך אָפּגעטאָן נאָכדעם אַרום אים: ער האָט געזען, װי דאָס פּאַפּיר איז איבערגעגאַנגען פֿון האַנט צו האַנט בײַ די דרײַ ריכטער, ביז ס'איז געקומען צום טאָװאַרישטש פּראָקוראָראַ, װעלכער האָט מיט שרעק אָנגעשטעלט אױף אים די אױגן און דאַכט זיך װי דערקענט אין אים… דערנאָך האָט אים דער פֿאָרזיצנדער געשטעלט פֿראַגען און ער האָט געענטפֿערט ― ער געדענקט נישט װאָס… עס האָט אים געשװינדלט אין די אױגן, געקלונגען אין די אױערן און דאָס פּנים, האָט ער געפֿילט, ברענט אים מיט אַ העליש פֿײַער… דערנאָך האָט ער פּלוצעם דערהערט, װי פֿון װײַטן ערגעץ, דעם טאָװאַרישטש פּראָקוראָראַס קלינגענדיקע שטימע, און ער האָט זיך אײַנגעהערט אין זײַן קול, גלײַך װי ער װאָלט װעלן זיך איבערצײַגן, אױב דאָס רעדט מיטיאַ, דמיטרי ניקאָלאַיעװיטש פּאָפּאָװ… פֿון זײַנע רעד האָט ער געכאַפּט נאָר די עטלעכע װערטער, אַז „לױטן אַרטיקל 549 דאַרף מען דעם עסק איבערגעבן צו אַ נײַער אױספֿאָרשונג און דעם באַשולדיקטן…“ דאָס איבעריקע האָט ער שױן נישט געהערט… דערנאָך, געדענקט ער, האָבן זיך די ריכטער אױפֿגעהױבן און אין זאָל איז געװאָרן אַ מוראדיקער טומל, און אים האָט מען אָפּגעפֿירט, נאָר שױן נישט מיט סאָלדאַטן און נישט צו פֿוס און נישט אין טורמע אַרײַן! אױס טורמע!…

. . . . . . . . . . . . . . . . . . . .

װאָס עס האָט זיך אָפּגעטאָן אין זאָל און דערנאָך אין דרױסן, אַז מע איז געװױרע געװאָרן פֿונעם דאָזיקן איבערראַשנדען נײַעס, אַז דער באַשולדיקטער, װאָס איז אָפּגעזעסן אַזאַ צײַט אין טורמע אַלס דאַנטיסט ראַבינאָװיטש, איז גאָרנישט קײן ייִד און נישט קײן שקלאָװער מעשטשאַנין, װאָס הײסט הערש מאָװשאָװיטש ראַבינאָװיטש, נאָר אַ רײנער דװאָריאַנין, אַ זון פֿון דעם ט―ר געװעזענעם גובערנסקי פּרעדװאָדיטעל דװאָריאַנסטװאַ און זײַן אמתער נאָמען איז גאָר גריגאָרי איװאַנאָװיטש פּאָפּאָװ ― דאָס לאָזן מיר איבער פֿאַרן לעזער, ער זאָל זיך אַלײן משער זײַן: אַ סך נעבעך האָבן געהאַט אַ שלעכטן טאָג. ערשטנס, די קרימינאַל־דאַמען ― געבליבן אָן אַ פֿאָרשטעלונג. הײַנט די שװאַרצע חבֿרה ― די האָבן גאָר געהאַט אַ מפּלה, אַ מאָדנע מפּלה! אַנדערע האָבן געדרונגען, אַז ס'איז גיט גלאַט, אַז דאָ מוז עפּעס זײַן אַ ייִדיש אָפּשניצל, ניט אַנדערש… און אַנדערע האָבן געטענהט, אַז ס'איז אַ חוצפּה פֿון אַ ייִדן אַזױ אָפּפֿירן אַ גאַנצע װעלט מיט מענטשן און מע דאַרף שטרענג באַשטראָפֿן דעם אמתן ראַבינאָװיטשן און אַלע ראַבינאָװיטשעס… אַ שלעכטן, אַ ביטערן טאָג האָבן נעבעך געהאַט די שװאַרצע חבֿרה. דערפֿאַר אָבער האָבן די ייִדן געהאַט אַ שׂימחה און אַ יום־טובֿ ― אַ װערטעלע אַזאַ נס! אױף אַזאַ װוּנדערלעכן אופֿן פּטור געװאָרן פֿון אַזאַ פּעקל ― ממש שׂימחת־בּית־השואבֿה. מע האָט אַלצדינג פֿאַרגעסן, פֿאַרגעסן אַלע צרות און געלאָפֿן אײנער צום אָנרעדן אָנזאָגן די גוטע בשׂורה, אָפּגעשטעלט אײנס דאָס אַנדערע און אין קורצע װערטער איבערגעשמועסט זיך װעגן דעם, װאָס גאָט קען. אַנדערע האָבן זיך געקושט. אַ קלײניקײט אַזאַ גדולה ― אַלע, די גאַנצע װעלט װעט שױן װיסן אַצינד, אינעם צװאַנציקסטן יאָרהונדערט, אַז מיר זענען נישט קײן מענטשנפֿרעסער!… „נײן, און גײט זאָגט נאָך אַזאַ מעשׂה, אַז עס טרעפֿן זיך נישט קײן נסים הײַנטיקע צײַטן!“ „נו יאָ, אָדער אַז ס'איז ניטאָ קײן גאָט אױף דער װעלט!…“ „אַי גאָט!…“ „דער ייִדישער גאָט…!“

נאָר מער פֿון אַלעמען האָט, װי אַלע מאָל, געאַרבעט קעצעלע. ער איז נאָר אַרומגעלאָפֿן און געשריִען אין אײן קול: „נו, ייִדישע קינדער? װאָס האָב איך אײַך געזאָגט? איז שױן קאַץ נישט קײן משוגענער? נײן?…“ און װײַטער װאָס די צײַטונגען פֿון אַלע מינים און פֿאַרבן האָבן דערנאָכדעם געהאַט צו זאָגן ― דאָס איז אױך ניט שװער זיך פֿאָרצושטעלן. דעם לעזער אינטערעסירט אַװדאי מער פֿון אַלצדינג, װאָס האָט זיך אױסגעלאָזט מיט די העלדן פֿונעם דאָזיקן אױסערגעװײנלעכן ראָמאַן? און צי האָט מען אױפֿגעדעקט די אמתע מחותּנים מיט מיט די אונטערפֿירער? און צי האָבן זײ באַקומען זײער לױן על־פּי־דין און על־פּי־יושר, װי זײ האָבן עס כּשר פֿאַרדינט? ― דאָס אַלעס װעט דער לעזער געפֿינען אינעם לעצטן קאַפּיטל, אינעם עפּילאָג צו דער עפּאָפּעע פֿונעם בלוטיקן שפּאַס.

ענדע צװײטער טײל

עפּילאָג

עס איז געװען אַ װינטער־אָװנט אין אײנעם פֿון די אַכט טעג אין חנוכּה. בײַ די שאַפּיראָס אין שטוב איז געװען מאָדנע אױפֿגערױמט און יום־טובֿדיק צוגעגרײט. דער בעל־הבית אַלײן, דוך שאַפּיראָ, איז געװען אָנגעטאָן אין זײַן שבתדיקער שװאַרצער קאַפּאָטע. ער האָט שױן לאַנג אָפּגעבענטשט חנוכּה־ליכטלעך, איז געװען גרײט אױפֿצונעמען געסט, װאָס האָבן זיך נישט געלאָזט לאַנג בעטן און זענען זיך צונױפֿגעקומען אײנס נאָך דאָס אַנדערע צו די שאַפּיראָס „אױף לאַטקעס“. דאָס איז אָבער נאָר געװען אַן אױסרײד „אױף לאַטקעס“. באמת האָבן אַלע געװוּסט, אַז בײַ די שאַפּיראָס דאַרף זײַן הײַנט אַ װאָרט און טאַקע אַ קנס־מאָל. בעטי דאַרף אַ כּלה װערן פֿאַר עפּעס אײנעם אַן אָרעמען סטודענט, נאָר אַ געראָטענעם. הורװיטש רופֿט מען אים, בעני הורװיטש. אָט דער דאָזיקער הורװיטש איז ניט גלאַט אַ הורװיטש, ער שטאַמט פֿון אַ גרױסן ייִחוס ― באַרימט זיך דוד שאַפּיראָ ― ער קומט אַרױס פֿון די אמתע, פֿון די פּינסקער הורװיטשעס, װאָס ציִען זײער ייִחוס אַזש פֿונעם של″ה הקדושרבי ישעיה הלוי הורװיץ. הײַנט װײסט איר שױן?…

פֿריִער פֿון אַלע זענען געקומען חתנס צד, דער אײַנבינדער מיט דער אײַנבינדערין, װאָס האָט אַ פּנים פֿון אַ מצה, בײדע אָנגעטאָן שבתדיק. זײ האָבן זיך אָבער בײדע אַװעקגעזעצט אין אַ װינקעלע מיט גרױס דרך־ארץ. עס איז נישט געװען װער עס זאָל זײ אױסנעמען. בעטי איז נאָך געװען בײַ זיך, דודן איז נישט אָנגעשטאַנען: „אַ ייִד אַ בעל־מלאָכה!…“ און שׂרה איז נאָך געװען אין קיך מיט נאָך עפּעס אַ ייִדענע, בײדע שטאַרק פֿאַרטיפֿט אין דער אַרבעט ― מע האָט געבראָטן גענדז, געפּרעגלט שמאַלץ און געבאַקט לאַטקעס. נאָר אַז די נגידים זענען געקומען ― די רײַכע שװעגערין טױבע מיט אירע אױסגעגעבענע טעכטער און שנור (דער שװאָגער, ר′ שלמה פֿאַמיליאַנט, איז נישט געװען אין דער הײם. דער דאָזיקער עולם־הזהניק האָט זיך פֿאַרגונען אַ לוקסוס און איז אַװעק אױף חנוכּה צום רבין), און באַלד נאָך זײ האָט זיך באַװיזן דוד שאַפּיראָס שעף מיט זײַנע בנים ― האָט מען שױן נישט געקאָנט זײַן אַזױ גראָב, און שׂרה האָט גיך אַרױפֿגעצױגן דאָס זײַדענע מלבוש און די דימענטלעך און איז אַרױס אַ שײַנענדיקע צו זי ליבע געסט און האָט זיך צעקושט מיט די רײַכע קרובֿים:

― טױבעניו, האַרצעניו, װוּ זענען אײַערע מײדלעך?

― גאָט איז מיט אײַך, שׂרהל קרױן, איר װײסט נישט, אַז באַרישניס גײען נישט אױף אַ קנס־מאָל? ― און ס'איז אַװעק בײַ זײ אַ װינטשעניש אױף היפּשע עטלעכע מינוט. פֿריִער האָט טױבע געװינטשעװעט שׂרהן, אַז זי זאָל דערלעבן טאַקע אין גיכן אם־ירצה־השם צו דער חופּה. „שױן צײַט…“ דערנאָך האָט איר שׂרה געװינטשעװעט בײַ אירע ייִנגערע טעכטער אין גיכן אױף אַ קנס־מאָל. „שױן לאַנג צײַט…“

― אָמן הלװאַי ― האָט טױבע אונטערגעכאַפּט מיט אַ פֿרום פּנים, זיך געמאַכט גלײַך װי זי הערט נישט, אַז די שװעגערין צאָלט איר מיט אַ שטאָך פֿאַר אַ שטאָך ― און מניה־ובֿיה האָט זי געכאַפּט אַ קוק צו די מאַנסבילן, געזוכט צװישן זײ דעם חתן מיט דער כּלה. צום סוף איז גאָר דער חתן געזעסן מיט דעם דאָקטאָר אין אַ װינקעלע און געשפּילט מיט אים אין שאָך. בײדע אָן היטלען און בײדע אַזױ פֿאַרטיפֿט אין שאָכברעטל, אַז זײ האָבן גאָרנישט באַמערקט, װאָס אַרום טוט זיך. און די כּלה איז זיך באַזונדערס געזעסן מיט עפּעס אַ פֿרעמדן מאַנסביל, אױך אָן אַ היטל, מיט אַ מוראדיק גרױסן קאָפּ (דאָס איז געװען דער אַדװאָקאַט פֿון אַדװאָקאַטן־לאַנד).

בעטי איז נאָך קײנמאָל, דאַכט זי, נישט געװען אַזױ שײן און מיט אַזױ פֿיל חן װי אַצינד. זי האָט באמת געשײַנט װי די זון, כאָטש אױף איר שײַנענדיק פּנים איז געװען צו באַמערקן אַ נײַעם שטריך, אַ צײכן פֿון אַ פֿאַרבאָרגענער מרה־שחורה. נאָר דאָס האָט איר צוגעגעבן אַ באַזונדערן הן… די מומע טױבע האָט זיך אױף איר פֿאַרקוקט און געקרעכצט. נאָר פֿון װאָס זי האָט געקרעכצט, איז שװער צו װיסן: צי פֿון דעם, װאָס אָרעמע מײדלעך אָן אַ גראָשן נדן האָבן חתנים, נאָר אירע „באַרישניס“ שיקט דער אױבערשטער נישט צו קײן זיװג?… צי פֿון דעם איז זי געװען פֿאַרזאָרגט, װאָס דאָס רובֿ מאַנסבילן זיצן דאָ אָן היטלען װי די גױים?… אָדער אפֿשר גאָר פֿון דעם, װאָס קוקנדיק אױף בעטין, האָט זי זיך דערמאָנט אָן איר שלמהן דעם חסיד, װאָס װען ער זאָל זײַן דאָ, װאָלט ער דאָס מיט זײַנע קורצזיכטיקע אױגן זיך אײַנגעקוקט אין דער פּלימעניטשקע?… ― מיט אײן װאָרט, די מומע טױבע האָט, נעבעך, גוט געקרעכצט, נאָר װער האָט זיך אַרומגעקוקט אױף איר אַצינד, אַז עס קומען אָן אַלעמאָל נײַע געסט און מען דאַרף יעדן אױפֿנעמען? גאַנץ אױבן־אָן האָבן זיך באַזעצט די נגידים, דוד שאַפּיראָס שעף מיט דער אָנגעקלעפּטער באָרד און מיט די זילבערנע קײַלעכיקע ברילן, און זײַנע בנים, די זין מיט די אײדעמס, װאָס האָבן אַלע אַזױ פֿיל גערױכערט, אַז מען האָט קױם געזען אײנס דאָס אַנדערע. נעבן זײ איז געשטאַנען דער בעל־שׂימחה (דוד שאַפּיראָ), װאָס האָט זײ אונטערגעהאַלטן מיט אַ שמועס. ער האָט זײ דערצײלט, שטילערהײט נאַטירלעך, װעגן דער גרױסקײט פֿונעם חתן, אַז כאָטש ער איז נישט רײַך, דערפֿאַר שטאַמט ער פֿון אַ גרױסן ייִחוס. ער איז אַ הורװיטש, פֿון די אמתע, פֿון די פּינסקער הורװיטשעס, װאָס קומען אַרױס פֿונעם של″ה הקדוש. הײַנט זײַן קאָפּ און זײַנע קענטנישן מיט זײַנע אױפֿטועכצן ― דער ערשטער סטודענט צװישן די סטודענטן, װאָס זענען אַלע קעגן אים אַ… װײס איך װאָס! איר זאָלט אים האָרכן רעדן! הײַנט שרײַבט עס אַ לשון־קודש! הײַנט קען עס גמרא אױסנװײניק! הײַנט שפּילט דאָס אין שאָך!…

אַ ביסל נאָר האָט דודן פֿאַרשטערט די שׂימחה דעם חתנס שװאָגער, דער אײַנבינדער, װאָס איז געזעסן װי אין אַ הײס בעדל און געשװיצט, מיט שרעק אַרומגעקוקט זיך אױף אַלע זײַטן און איבערהױפּט אױף די נגידים. זײַן װײַב, די אײַנבינדערין מיטן מצה־פּנים, האָט זיך געריסן עטלעכע מאָל צו דער שאַפּיראָכע, געװאָלט פֿאַרפֿירן מיט איר אַ שמועס, װי מיט אַן אַלטער באַקאַנטער, געװאָלט איר דערמאָנען אָן יענער נאַכט, װען מע איז געזעסן, נישט הײַנט געדאַכט, אַ גאַנצע נאַכט אין דרױסן, האָט איר דער אײַנבינדער נישט געלאָזט, ער האָט איר אַלעמאָל געגעבן אַ צי בײַם אַרבל זי זאָל זיצן שטיל און אַלײן האָט ער אונטערגעהוסט זיך אין אַרבל אַרײַן. „צװישן בעלי־בתּים דאַרף אַ ייִד אַ בעל־מלאָכה זיצן מיט דרך־ארץ…“

נישט אַזױ גרינג, מאָלט אײַך, איז שׂרה שאַפּיראָן אָנגעקומען אָט דער דאָזיקער מזל־טובֿ. אַ קניה ערד האָט זי באַדאַרפֿט פֿריִער אױסשלאָגן פֿאַר דער טאָכטער, אײדער זי האָט בײַ איר געפּועלט, אַז ס'זאָל נעמען אַן עק ― טױט אָדער רױט! לאָזן לײַטישע מײַלער זיך באַרויִקן, אױפֿהערן האָבן צו טאָן מיט איר טאָכטער און מיטן סטודענט, װאָס ליגט בײַ זײ טאָג װי נאַכט, װיל גאָר פֿון שטוב נישט אַרױס! די אָרעמע מוטער האָט נישט געװוּסט, װאָס פֿאַר אַ נסיון איר טאָכטער איז אױסגעשטאַנען, װאָס פֿאַר אַ בריװ זי באַקומט פֿון זײער געװעזענעם קװאַרטיראַנט, װאָס האָט אַזױ טרױעריק אָפּגעשפּילט דעם בלוטיקן שפּאַס… פֿון די דאָזיקע בריװ האָט נישט געװוּסט קײן בן־אָדם, אַפֿילו בעני הורװיטש, װאָס איז געװען איר בעל־סוד. דאָס הײסט ער האָט געװוּסט, אַז פֿון עמיצן האָט זי בריװ און עמיצן ענטפֿערט זי; ער האָט געװוּסט, װער דער עמיצער איז ― דאָס אױך, נאָר פֿרעגן זי װער װאָס װעמען ― האָט ער נישט געװאָלט. דאָס װעט קײנער נישט דערװאַרטן זיך. דערױף איז ער אַ פּינטשוק און אַ הורװיטש. נײן, ער װעט גיכער שטאַרבן, אײדער אַרױסװײַזן אַפֿילו אַ סימן, אַז ער װײס פֿון עפּעס צו זאָגן. און דאָס פֿאַרדריסט בעטין סכּנות! זי װאָלט װעלן מיט אים זיך דורכשמועסן, אַן עצה האַלטן, װאָס ענטפֿערט מען יענעם, װײַזן אים, װאָס יענער שרײַבט צו איר, נאָר אַז ער פֿרעגט זיך ניט נאָך, אַז ער מאַכט זיך גלײַך װי ער אינטערעסירט זיך גאָרנישט דערמיט, זאָל זי אים גײן דערצײלן מעשׂיות, התנצלות? ― דאָס װעט קײנער ניט דערװאַרטן זיך. דערױף איז זי שאַפּיראָס אַ טאָכטער, פֿון די אמתע, פֿון די סלאַװיטער שאַפּיראָס… דרײַ טאָג איז זי אַרומגעגאַנגען אַ צעקאָכטע, דרײַ נעכט ניט געשלאָפֿן, אַ סך געװײנט, אױסגעװאַשן דאָס פּנים און װידער געװײנט, בסוד־סודות, און אױפֿן פֿערטן טאָג איז אַװעק אַן ענטפֿער אַ גרױסער בריװ, אַ פֿרײַנדלעכער, אין װעלכן זי האָט אױסגעגאָסן אינגאַנצן איר האַרץ, אַרױסגעזאָגט דעם אמת, צעגלידערט אירע געפֿילן צו אים ביז דער קאַטאַסטראָפֿע און נאָך דער קאַטאַסטראָפֿע (אונטערן װאָרט „קאַטאַסטראָפֿע“ האָט מען באַדאַרפֿט פֿאַרשטײן דעם טאָג פֿונעם מישפּט, װען מ'איז געװױר געװאָרן, אַז דער ייִד גריגאָרי מאָיסײעװיטש ראַבינאָװיטש איז גאָר אַ קריסט גריגאָרי איװאַנאָװיטש פּאָפּאָװ…). זי האָט זיך געפֿלײַסט אױפֿצוּװײַזן אים, אַז דאָס, װאָס ער שרײַבט, װאָלט געװען אַן אומזין פֿאַר זײ בײדע. די גרענעצן, װאָס צױמען זײ אָפּ, װעט זי נישט אַריבערטרעטן קײנמאָל אױס ליבע צו איר פֿאָלק, צוליב װעלכן און מיט װעלכן זי װערט פֿאַרשװאַרצט און איז גרײט פֿאַרשװאַרצט װערן

אױך װײַטער ― דאָס האָט זי אים שױן װיפֿל מאָל געזאָגט. דאָס איז אַ נאַטור־זאַך, װאָס מען קאָן נאָר פֿילן מיטן האַרצן און עס לאָזט זיך ניט באַהערשן מיטן שׂכל… און אױך ער טאָר עס נישט טאָן און דאַרף עס נישט טאָן דערפֿאַר, װײַל דאָס װאָלט געװען קעגן געזונטן פֿאַרשטאַנד, קעגן דער נאַטור און קעגן געװיסן, און ער איז דאָך צו ערלעך, אַז ער זאָל קאָנען זײַן פֿעיִק אױף אַ זאַך, װאָס איז ניט אינגאַנצן כּשר…

„איר האָט באַװיזן אַזױ פֿיל העלדנמוט ― לאָזט זי אױס איר בריװ ― זײַט אַ העלט אױך װײַטער, פֿאַרגעסט, אַז צװישן אונדז זענען װען געװען אַנדערע געפֿילן אױסער די געפֿילן פֿון דײַנער גוט־פֿרײַנדשאַפֿט, װעלכע לאָזן בלײַבן צװישן אונדז אױף אײביק און אײביק!…

. . . . . . . . . . . . . . . . . . . .

גריגאָרי איװאַנאָװיטש פּאָפּאָװ, אַז ער האָט באַקומען דעם דאָזיקן בריװ, איז ער געװען זײער דערשלאָגן. ער איז כּמעט גרײט געװען זיך נעמען דאָס לעבן. ער האָט דאָס אָבער נישט געטאָן. אַז ער איז אָפּגעקומען זײַן שטראָף פֿאַרן שפּאַס, דאָס הײסט, פֿאַרן אָנרופֿן זיך מיט אַ פֿרעמדן נאַמען און װױנען אױף אַ פֿרעמדן פּאַס מיט אַ פֿרעמדן דיפּלאָם, האָט ער זיך איבערגעבעטן מיטן פֿאָטער און איז אַרײַן אין אוניװערסיטעט און לערנט, זאָגט מען, גאַנץ גוט. ביסלעכװײַז האָט ער זיך אױסגעניכטערט פֿון די פֿריִערדיקע חלומות און איז אַרײַן אין דער קאָליע אַרײַן און איז אַװעק מיטן שטראָם. נאָר ס'איז צו האָפּן, אַז פֿון אים זאָל אַרױס אַ געלײטערטער קריסט, װאָס איז דיסטילירט געװאָרן אױף ייִדישן װאַסער… גיט אונדז אַהער אַ ביסל מערער אַזעלכע קריסטן ― און דאָס ייִדנטום איז געשירעמט פֿון אַ סך אומזיסטע באַשולדיקונגען, זילזולים, בילבולים, באַלײדיקונגען, צרות, יסורים, שלעק, פּורעניותן…

נישט אױסגעהאַלטן דעם בזיון האָט נאָר זײַן שװעסטער. די גוטע פֿרומע װיעראַ האָט באַלד נאָך דעם ברודערס צוריקקערן אַהײם אײַנגעגעבן זיך אין מאָנאַסטיר.

. . . . . . . . . . . . . . . . . . . .

און דער אמתער ראַבינאָװיטש האָט, גלײַך װי דער געמאַכטער ראַבינאָװיטש, פֿריִער פֿון אַלץ אָפּגעקומען זײַן שטראָף פֿאַרן זעלביקן שפּאַס… נאָר דאָס איז געװען אַ קלײניקײט אין פֿאַרגלײַך מיט דעם ים צרות, װאָס האָבן זיך פֿאַר אים געעפֿנט ערשט נאָכדעם, בעת ער האָט געװאָלט לערנען װײַטער און באַגעגנט אַ מבול פֿון צירקולאַרן מיט אַזױ פֿיל נײַע באַגרענעצונגען, אַז ער האָט געמוזט זיך אָפּטראָגן קײן אױסלאַנד, „שעפּן חכמות און װיסנשאַפֿט פֿון פֿרעמדע קװאַלן>>.“ אין די סאַמע ביטערע שװערע מאָמענטן פֿון זײַן לעבן טראָגט ער זיך אַריבער אין זײַנע זכרונות אַהין אין דעם כּישופֿדיקן לאַנד פֿון „אופֿיר“, װוּ עס געפֿינט זיך זײַן „בת־מלכּה“, װאָס װײס גאָר אַפֿילו ניט, ניט פֿון קײן „בלוטיקן שפּאַס“, ניט פֿון דעם, אַז ער איז געװען אײנער פֿון די העלדן פֿונעם דאָזיקן „בלוטיקן שפּאַס“.