צו מײַן ביאָגראַפֿיע:

שלום עליכם (אַלע װערק)

צו מײַן ביאָגראַפֿיע

(געשריבן אין יאָר 1903 צו מײַן אינטימסטן פֿרײַנט י. ח. ראװניצקי)

ליבסטער חבֿר, טײַערסטער פֿרײַנט ראַװניצקי!

איר װילט, איך זאָל אײַך געבן כאָטש אַ ביסל רשימות צו מײַן ביאָגראַפֿיע? איך האָב זײער מורא, צי איז בכלל ניט קײן איבעריקע זאַך די ביאָגראַפֿיע מײַנע? אפֿשר איז נאָך אַ ביסל צו פֿרי? דאָס איז נומער אײנס. והשנית, האָב איך חשק אַלײן אָנשרײַבן די געשיכטע פֿון מײַן לעבן ― אַ גאַנצן ספֿר *. און דריטנס, בין איך איצט, לא עליכם, שטאַרק פֿאַרטאָן אין עסק. טאַקע אין ליטעראַטור. זינט איך שרײַב בין איך נאָך קײנמאָל נישט געװען אַזױ פּראָדוקטיװ, אַזױ פֿרוכטבאַר, װי אַצינד. צי גוט, צי שלעכט ― נאָר סע שרײַבט זיך אַ סך. און איר װײסט דאָך, װי אַזױ איך בין מסוגל צו שרײַבן ― אַפֿילו אַף אַ שפּיץ פֿון אַ נאָדל און אַף אַ שאַרף פֿון אַ שװערד!… אַ חסרון ― די צײַט איז ניט גוט, און באַ אונדזער פֿאָלק אין דרױסן איז כמאַרנע, גלוסט זיך ניט לאַכן, און אַז סע לאַכט זיך ― לאַכט זיך מיט יאַשטשערקעס… הײַנט דאָס איבערשרײַבן זיך מיט אונדזערע גדולים, די ייִדן און, להבֿדיל, די גױיִם ― נעמט צו באַ מיר אַ גוזמא צײַט. און דאָך האָב איך זיך אָפּגעריסן פֿון אײַערטװעגן אַ גאַנצע שעה (רוצח!), און נאַט אײַך נאָך אַ ביסל רשימות. אפֿשר װעלן זײ אײַך צונוץ קומען באַ אײַער אַרבעט? און גאָט לאָז אײַך זײַן צו הילף! אײַער איבערגעבנסטער חבֿר ש ל ו ם ־ ע ל י כ ם.

… אין אַ קלײן שטעטל װאָראָנקאָ, װי אַ טל־ומטר די גרױס, ניט װײַט פֿון דער שטאָט פּערעיאַסלאַװ (װוּ איך בין אינעם יאָר 1859 געבױרן) ― דאָרט האָב איך פֿאַרבראַכט די בעסטע גילדענע יאָרן, מײַנע ערשטע גוטע נאַרישע קינדערשע יאָרן. אין דעם דאָזיקן קלײנעם װאָראָנקאָ איז מײַן פֿאָטער געװען דער מיוחס, דער גבֿיר, דער גבאי ראשון פֿון אַלע חבֿרות ― „רב נחום װעװיקס“! און מיר, רב נחום װעװיקס קינדער, ― אױך נישט ――――

דעם ספֿר האָב איך טאַקע אָנגעהױבן נאָכדעם צו שרײַבן אין איטאַליע מיטן נאָמען „שלום עליכמס ביאָגראַפֿיע, פֿון אים אַלײן געשריבן“. אָנגעמערקט (פֿון שלום עליכם) אין 1913. קײן קלײניקײט! אַלע שבת־צו־נאַכטס איז געװען באַ אונדז אַ מלוה־מלכּה פֿאַר דעם גאַנצן שטעטל; אַלע יום־טובֿ איז מען געקומען צו אונדז אַף קידוש; אַלע נײַס האָט מען געבראַכט צו אונדז און אַרױסגעטראָגן פֿון אונדז; אַ גלעזל װײַן האָט מען געטרונקען באַ אונדז; פֿונעם רבין האָט מען גערעדט באַ אונדז, פֿון פּאָליטיק ― באַ אונדז, אַלצדינג ― באַ אונדז. און אונדז, נחום װעװיקס קינדער, האָט מען געהאַלטן חשובֿ, געפֿירט בדרך הישר, אָפּגעגעבן צום בעסטן מלמד, צו רב זרחן, און פֿרום זײַנען מיר געװען באמת.

איך געדענק נאָך אַצינד דעם זיסן טעם פֿון די טרערן, װאָס מיר האָבן פֿאַרגאָסן פֿון אונדזער רבינס מוסר. אַלע טאָג פֿלעגט אונדז דער רבי זרח זאָגן אַ ביסל מוסר, און מיר פֿלעגן זיך נאָכדעם, באַם דאַװנען, שלאָגן „אָשמנו“ אַף אונדזערע גרױסע זינד, װאָרעם אינאײנעם מיטן פֿרומקײט זײַנען מיר געװען אױך גרױסע־גרױסע בעלי־עבֿירות: ליגנערס, נאַשערס, ניט געפֿאָלגט דעם טאַטן, געהיפּט אינעם דאַװנען, געגנבֿעט געלט פֿון דער צדקה־פּושקע (זע „דאָס מעסערל“). הײַנט הרהורים, מחשבֿות זרות, געדאַנקען!… אײנער איז געװען צװישן אונדז אַ חבֿר, אַן עלטערער, אלי האָט ער געהײסן, אלי קײלעס, אַ ייִנגל אַ חתן ― האָט ער אונדז דערצײלט מעשׂיות, געװעקט באַ אונדז דעם יצר־הרע, פֿאַרדאָרבן, געמאַכט אונדז פֿאַר גרױסע… און נאָכדעם האָט דער רבי געזאָגט מוסר, און מיר האָבן געװײנט, געגאָסן מיט טרערן און געדאַװנט ערלעך, נישט געהיפּט, געשלאָגן זיך „אָשמנו“ און געװײנט, געװײנט און תּשובֿה געטאָן.

די פֿאַנטאַזיע איז באַ מיר געװען פֿון קינדװײַז־אָן מאָדנע גרױס און צעהיצט. הײַזער האָבן באַ מיר אױסגעזען װי שטעט, הױפֿן ― מדינות, בײמער ― מענטשן, מײדלעך ― בת־מלכּות, רײַכע יונגעלײַט ― פּרינצן, גראָז ― חיל, שטעכלקעס און קראָפּעװע ― פּלשתּים, אדום און מואָבֿ, און איך פֿלעג גײן אַף זײ מיט מלחמה (זע „גרינס אַף שבֿועות“).

אױפֿכאַפּן דאָס לעכעריקע פֿון יעדער זאַך און פֿון יעדן מענטשן ― דאָס איז געװען באַ מיר כּמעט אַ חולאַת. איך פֿלעג, ניט װילנדיק, נאָכמאַכן איטלעכן באַזונדער. פֿונעם רבין רב זרח מיט זרחליכען מיט אַלע חבֿרים מיט זײערע טאַטע־מאַמע ביז ברוך־בער דעם שכּור און, להבֿדיל, אָניסקאָ דעם סטאָראָזש מיט די אױסגעדרײטע פֿיס ― און פֿאַר אָט דעם נאָכמאַכן האָב איך געכאַפּט פּעטש, װי האָלץ. אין חדר בין איך געװען די „פֿאַרשלעפּטע קרענק“ (דער קאָמיקער). אַלע פֿלעגן לאַכן, ביזן טױט לאַכן, אַ חוץ מיר. נאָר אינדערהײם האָט די מאַמע באַמערקט מײַנע שטיק, און פֿון דעמאָלט אָן האָט זי גענומען אױסקאָרעניִען אין מיר די דאָזיקע תּנועות.

נאָך אײנער איז געװען מיט מיר אַ גלײַכן אַף מאַכן אָנשטעלן, זיך פֿאַרשטעלן, „שפּילן“, „זיך גרימירן“, און בשעת מעשׂה זינגען שײנע, װוּנדערשײנע לידער. דאָס איז געװען מאירל דעם רבֿס, אָדער מאירל מעדװע־דיעװ, דער געװיסער נאָכדעם באַרימטער אַרטיסט מ ע ד װ ע ד י ע װ. די קונץ פֿון „שפּילן“ איז געװען אַנטפּלעקט פֿאַר אים נאָך דעמאָלט, װען ער איז געגאַנגען באָרװעס און געזונגען דאָס שענסטע ליד פֿאַר אַ גראָשן אָדער פֿאַר אַ האַלבן עפּל *. מיר בײדע, איך און מאירל מעדװעדיעװ, האָבן געשפּילט דעם „גזלן“ ― אַ טעאַטער־שטיק פֿון אונדזער אײגענער פֿאַנטאַזיע. מעדװעדיעװ איז געװען דער גזלן, איך בין געװען דער ייִד, דער אָרעמאַן, און די איבעריקע חבֿרים זײַנען שױן געװען דער װאַלד (די בײמער פֿונעם װאַלד: סטאַטיסטן). איך, דער ייִד דער אָרעמאַן, בין געשטאַנען פֿאַר אים, פֿאַרן גזלן, אַף די קני, געטענהט: „װאָס האָסטו צו מיר? איך בין אָ ייִד אַן אָרעמאַן, אַן אבֿיון! האָב רחמנות אַף מײַן װײַב און קינדער!“… און ער, דער גזלן (מעדװעדיעװ), מיט אַ קאָלאָדאַטשמעסער אין האַנט, האָט געזונגען זײער אַ שײן לידל: אַז ער מוז, ער מוז אױסקױלען אַלע ייִדן!…

װי װײַט פֿאַרדאָרבן און שלעכט דערצױגן מיר זײַנען ניט געװען, איז דער געפֿיל פֿון צער בעלי־חײם געװען באַ מיר אַזױ גרױס, אַז אַ קראַנק פֿערד האָט מיך געקרענקט (זע „מתושלח“), אַ הונט מיט אַן איבערגעבראָכענעם פֿוס האָט אַרױסגערופֿן באַ מיר טרערן (זע „ראַבטשיק“), און אַפֿילו אַ קאַץ, װאָס איז גאָר אַ טמא, אַ שרץ, איז באַ מיר געװען טײַער און ליב. און פֿון קראַנקע אָרעמע קינדער שמועסט מען ניט (זע „באַשעפֿעניש“).

דער חשק פֿון שרײַבן ― מערקװירדיק! ― האָט זיך גענומען באַ מיר פֿון דעם רבין רב זרחס זעלטן שײן הענטל. פֿאַר אַ שײנעם „כּתבֿ“ האָט אונדז דער טאַטע געשענקט אַ גראָשן (דער ערשטער „האָנאָראַר“), און צוליב דעם שײנעם כּתבֿ האָב איך זיך אױפֿגענײט אַ ביכל און האָב שײן אָנגעשריבן („פֿאַרפֿאַסט“) אַ גאַנצן חבור אַף תּנ″ך און אַף דקדוק, און אַז איך האָב דאָס באַװיזן דעם טאַטן, איז ער נתפּעל געװאָרן פֿון מײַן „װערק“ און האָט דאָס לאַנג־לאַנג אַרומגעטראָגן באַ זיך אין קעשענע, באַװיזן איטלעכן באַזונדער, װי שײן זײַן זון שרײַבט (אַלט האָב איך באַדאַרפֿט זײַן דעמאָלט אַ יאָר צען), װי קלאָר ער איז אין תּנ″ך און װי גוט ער קען דקדוק. דערױף האָט געזאָגט אונדזער שכן, אַ ייִד אַ חסיד מיט אַ צאַפּן־בערדל, רב אײַזיק, װאָס פֿלעגט קװיטשען בשעת דאַװנען, װי אַ קעצל: „דקדוק ― שמינדיק ― בינדיק בלע″ז! דער עיקרשט איז באַ מיר דאָס הענטל! אַ גילדן הענטל!“… (די ערשטע „קריטיקע“). ―――

* איך געדענק אַ לידל מיט דער מעלאָדיע: „גײ איך אַרױס אין דער װילנער גאַס, הער איך אַ קול מיט אַ גרױס געשרײ: אױ־װײ! ― מע שרײַט אַזױ…“ געצױגן האָט מיך אַלץ אַהין, אין יענע עולמות פֿון רוחניות, פֿון חלומות, פֿון נגינה (זע „יאָסעלע סאָלאָװײ“), פֿון שפּילן (זע „סטעמפּעניו“), און איך האָב אַלײן נאָך דער בר־מצװה בגנבֿה זיך צוגעכאַפּט צום פֿידל ― און האָב געכאַפּט דעם רעכטן פּסק פֿון מײַן טאַטן (זע „אַפֿן פֿידל“).

פֿאַראָרעמט געװאָרן, זײַנען מיר אַריבערגעפֿאָרן פֿון װאָראָנקאָ צוריק קײן פּערעיאַסלאַװ. דאָרט האָט מען אונדז אױפֿגענײט די ערשטע מאָדנע קאַפּאָטקעלעך, מיט אַ שפּאַלט פֿון הינטן. און אַז די מאַמע איז געשטאָרבן (פֿון דער חלירע), האָט אונדז דער טאַטע אָפּגעגעבן אין דער „שקאָלע“, און איך האָב מיך אױסגעפֿײַנט צװישן אַלע קינדער, באַװיזן אַ סך בריהשאַפֿט, און נאָך דעם ערשטן ביכל, װאָס איך האָב אַף מײַן לעבן געלײענט צו פֿופֿצן יאָר, ,, ר אָ ב י נ ז אָ ן ק ר ו ז אָ ע “, האָב איך תּיכּף ומיד געמאַכט אַן אײגענעם „ראָבינזאָן קרוזאָע“, מיטן נאָמען: „דער ייִדישער ראָבינזאָן קרוזאָע“, באַװיזן דעם טאַטן, און דער טאַטע האָט באַװיזן די אורחים (באַ אונדז איז געװען אַן אַכסניה), און אַלע זײַנען אַרױס פֿון די כּלים!

פֿון דעמאָלט־אָן האָט דער טאַטע געקוקט אַף מיר, װי אַף אַן אבֿן־טובֿ, מיך אַרױסגענומען פֿון דער שטיפֿמאַמעס רשות, נישט געלאָזט, מע זאָל מיך שלאָגן, נישט געלאָזט מיך װיגן אירע קלײנע קינדער, נישט געגעבן מיר האַקן ראָזשינקעס, װי פֿריִער (באַ אונדז איז געװען אױך אַ װײַנקעלער מיטן נאָמען „יוזשני בערעג“), און פֿאַרװערט מיך פּוצן פֿאַר די אורחים די שטיװל, שטעלן דעם סאַמאָװאַר, לױפֿן אַ גאַנג, וכדומה אַזעלכע מלאָכות, װאָס איך פֿלעג זײ טאָן ביז יענער צײַט.

אין דער עפּאָכע װאָס פֿון זיבעצן יאָר ביז אײן־און־צװאַנציק יאָר, ביז איך האָב גענומען שטודירן, געװאָלט זײַן אַ ראַבינער, האָב איך אַ סך־אַ סך געלײענט, נאָר נאָך מער געשריבן. און געשריבן האָב איך אַלץ, װאָס איך האָב געלײענט: לידער, פּאָעמעס, ראָמאַנען, דראַמעס אָן אַ שיעור און גלאַט „מאמרים“ אין דער װעלט אַרײַן! מײַנע „װערק“ האָב איך געשיקט אין אַלע ייִדישע און גױיִשע רעדאַקציעס (איך האָב געשריבן אין לשון־קודש און אין רוסישן), און די רעדאַקציעס האָבן, ברוך השם, געהאַט מיט װאָס צו הײצן די הרובעס… נאָר אײן „המליץ“ האָט אָפּגעדרוקט אַ צװײ־דרײַ פֿון מײַנע „מאמרים“ מיט אַ הערה פֿון דער רעדאַקציע מיט קלײניטשקע אותיותלעך: „שׂ פֿ ת ך א תּ ך (דײַן שפּראַך איז מיט דיר). ש ל ח ד בֿ ר י ך ו כ ב ד נ ו ם (שיק דײַנע רײד, װעלן מיר זײ פֿאַרצוקערן)“… און איך האָב אָנגעהױבן שרײַבן לשון־קודשדיקע „מאמרים“ אַפֿן פּוד, גאַנצע װאַגאָנעס מיט „מאמרים“, נאָר מע האָט זײ ניט געװאָלט „פֿאַרצוקערן“, איך װײס ניט פֿאַר װאָס!…

ב ע ת ה ה י א ― אין יענער צײַט (1883) האָט זיך באַװיזן אַ ייִדיש בלאַט, דאָס ערשטע ייִדישע בלאַט אין זשאַרגאָן („פֿאָלקסבלאַט“ פֿון אַלכּסנדר צעדערבױם), און אַזױ װי די גױיִם האָבן מײַנע „ראָמאַנען“ און מײַנע „דראַמען“ נישט געװאָלט דרוקן, און די לשון־קודשדיקע „מאמרים“ זײַנען אױך געלעגן נישט „פֿאַרצוקערטערהײט“, האָב איך מיך געפּרוּװט אַף אַ ציקאַװעסט אָנשרײַבן עפּעס אַ זאַך פּראָסט אַף דעם לשון, װאָס מע רעדט, אַף דעם לשון פֿון מענדעלע מוכר־ספֿרים, װאָס איז דעמאָלט געקומען מיר אין האַנט ― און שטעלט אײַך פֿאָר, אַז מע האָט דאָס אױפֿגעכאַפּט אין „פֿאָלקסבלאַט“, און דער רעדאַקטאָר אַלײן, צעדערבױם, האָט מיט זײַן האַנט מיר אָנגעשריבן אַ בריװ און געבעטן (איר הערט? ― ג ע ב ע ט ן! ), איך זאָל שרײַבן נאָך. און פֿון יענער צײַט האָב איך אָנגעהױבן געבן פֿעליעטאָנען אין „פֿאָלקסבלאַט“, און װאָס מער איך האָב געגעבן, אַזױ מער האָט מען מיר געשריבן, איך זאָל שיקן נאָך. און צו דעם האָט זיך אונטערגעכאַפּט מרדכי ספּעקטאָר, אַלס מיטאַרבעטער אין „פֿאָלקסבלאַט“: ער האָט מיך ניט אױפֿגעהערט צו װאַרעמען, איך זאָל שרײַבן ― עד היום הזה. דאָס איז אָבער באַ מיר געװען אין יענער צײַט ניט מער װי אַ שפּילעכל, ביז עס האָט זיך געטראָפֿן אַ מעשׂה מיט אַ „מעסערל“, װאָס האָט געמאַכט אַן איבערקערעניש אין מײַן אַרט שרײַבן און אױך אינעם גאַנצן לעבן באַ מיר.

יענע צײַט איז געװען באַ מיר אַ צײַט פֿון מסחר, פֿון געלט, פֿון בערזע, פֿון פּאַפּירן, וכדומה אַזעלכע זאַכן, װאָס זײַנען ניט שײך צו ליטעראַטור. איך האָב זיך אַרײַנגעכאַפּט, װי מע זאָגט, אין די פֿעדערן, אין די גרױסע שװערע טױזנטער, און װאָלט אפֿשר אַװעק אַף אַן אַנדער װעג, װי זײ רופֿן עס ― דעם א מ ת ן װעג… געקומען אין דער גרױסער שטאָט אַרײַן, אין קיִעװ, װעגן פֿאַרשײדענע גרױסע עסקים, און אָנגעמידט זיך פֿונעם טאָג, האָב איך מיך געלײגט שלאָפֿן און האָב נישט געקענט אַנטשלאָפֿן װערן. בין איך אױפֿגעשטאַנען, זיך געזעצט צום שרײַבטיש און אָנגעשריבן ― ניט אָנגעשריבן, נאָר אױסגעגאָסן אַ זאַך, אַ דערינערונג פֿון מײַנע חדר־יאָרן, און האָב דאָס אַ נאָמען געגעבן „דאָס מעסערל“, און האָב דאָס אַװעקגעשיקט אין דער רעדאַקציע ― און פֿאַרגעסן.

ױהי היום, איך לײען דעם „װאָסכאָד“, טרעף איך אַן איבערבליק איבער ליטעראַטור פֿון „קריטיקוס“ (דובנאָװ) ― איבער פֿאַרשידענע שמאַטעס, ובתוכם מײַן „מעסערל“. מיט אַ האַרצקלאַפּעניש האָב איך איבערגעלײענט די עטלעכע װאַרעמע שורות פֿון דעם „קריטיקוס“, װאָס לױבט דאָס „מעסערל“ מײַנס און זאָגט נבֿיאות, אַז דער יונגער מחבר פֿונעם „מעסערל“ װײַזט־אױס אַ טאַלאַנט צו זײַן און ער װעט נאָך אַמאָל געבן גוטע זאַכן פֿאַר אונדזער אָרעמער ייִדישער זשאַרגאָן־ליטעראַטור.

מיט טרערן פֿון פֿרײד און דאַנקבאַרקײט האָב איך איבערגעלײענט נאָכאַמאָל די דאָזיקע װערטער פֿונעם ליבהאַרציקן „קריטיקוס“ און האָב מיר געגעבן דאָס װאָרט, איך זאָל שרײַבן אין דער אַרט נאָך און נאָך ― און פֿון דעמאָלט־אָן ביז הײַנטיקן טאָג שטײען מיר פֿאַר מײַנע אױגן די עטלעכע װאַרעמע גוטע געטרײַע װערטער, און איטלעכס מאָל, װען איך שרײַב־אָן אַ נײַע זאַך, פֿאַרגעס איך ניט פֿרעגן באַ זיך אַלײן: װאָס װעט זאָגן דערױף „קריטיקוס“?… פֿון דעמאָלט־אָן האָב איך דאָס געלט פֿאַרלאָרן, נאָר מוט איז מיר געבליבן, און איך האַלט שטאַרק־שטאַרק די פּען אין האַנט! צי דאַרף איך אים זאָגן אַ דאַנק, דעם דאָזיקן קריטיקוס (דוב־נאָװ), צי חלילה פֿאַרקערט?… דערױף בין איך נישט קײן בעל־הבית. איך בין פֿאַרקראָכן מיט מײַן חולאַת (שרײַבערײַ) אַזױ װײַט, אַז איך הײב שױן אָן געהערן נישט צו זיך און נישט צו מײַן הױזגעזינד, נאָר מער צו אונדזער ליטעראַטור און צו יענעם גרױסן געזינדל, װאָס הײסט פּובליקום…

קיִעװ, חול־המועד סוכּות, תּרס″ד II

יאָר פֿון געבורט ― 1859. אָרט פֿון געבורט ― די שטאָט פּערעיאַסלאַװ (פּאָלטאַװער גובערניע). אָרט פֿון אױסװאַקסן ― װאָראָנקאָ, אַ קלײן שטעטעלע אַ העק, דאָס אמתע כּתרילעװקע.

די משפּחה אַ גרױסע אין צאָל און אַ פֿרומע. דער פֿאָטער ― אַ טיפּ פֿון דעם אַמאָליקן משׂכּיל און למדן. צוליב זײַנע אױסערגעװײנלעכע פֿעיִקײטן, האָט מען דאָס ייִנגל געגרײט צו זײַן אַ רבֿ, נאָר ס'איז אָנגעשטאַנען די עפּאָכע פֿון „אױפֿקלערונג“ און די צײַט האָט אַנדערש באַשטימט: פֿון אים איז טאַקע אַרױסגעקומען אַ רבֿ, אָבער נישט אַ גײַסטלעכער, נאָר אַ „קאַזיאָנער“ (אין דער שטאָט לובען, פֿון יאָר 1880 ביז 1883).

אין אָט דעם פּעריאָד (פֿון רבנות) האָט דער כּמעט צװאַנציק־יאָריקער יונגערמאַנטשיק אָנגעהױבן אַרױסצובאַװײַזן אַ נײגונג צו שריפֿטשטעלערײַ, װאָס האָט זיך אױסגעדריקט אין עטלעכע נאַרישע קאָרעספּאָנדענציעס און אינהאַלטלאָזע אַרטיקלען פֿון דעם מין „מאמריסטיק“ אין דער „המליץ“ און אין דער „הצפֿירה“. נישט געקוקט אַף זײער טאַלאַנטלאָזיקײט, האָבן זײ שטאַרק אױסגענומען באַ דער משפּחה, און דער פֿאָטער פֿון דעם שריפֿטשטעלער, װאָס האָט ליב געהאַט די העברעיִשע „מליצה“, איז געװען אַפֿן זיבעטן הימל און האָט אַלץ צוגעגעבן חשק דעם „טאַלאַנטפֿולן“ זון װײַטער צו שרײַבן, נבֿיאות אים געזאָגט, אַז ער װעט װערן באַרימט איבער דער גאַנצער װעלט (װאָרעם דער „המליץ“ און די „הצפֿירה“ צעגײען זיך „איבער דער גאַנצער װעלט“).

אין יענער צײַט (יאָר 1883) האָט דער רעדאַקטאָר פֿונעם „המליץ“ אָנגעהױבן אַרױסצוגעבן אױך אַ זשאַרגאָנישע צײַטונג „דאָס ייִדישע פֿאָלקסבלאַט *. דער ערשטער נומער, װאָס איז אַרײַנגעפֿאַלן צו אים אין די הענט, האָט איבערראַשט דעם שריפֿטשטעלער מיט דער אײנפֿאַכקײט פֿון דעם אײַנפֿאַל. „אָט ―האָט ער אַ טראַכט געטאָן― דרוקט זיך אַ צײַטונג אַף אַזאַ פּשוטער שפּראַך, ,װאָס איז צוגענגלעך פֿ אַ ר אַ ל ע ייִ ד ן , אַ פֿ י ל ו פֿ אַ ר װ ײַ ב ע ר! “ פֿון דעמלט אָן האָט זיך צו אים פֿאַרגנבֿעט דער געדאַנק: צי שפּײַזט נישט די העברעיִשע שפּראַך מיט איר פֿײַנער „מליצה“ נאָר אַ קלײנע צאָל אױסדערװײלטע, װאָס באַזיצן זי? דאָס איז אײנס. און דאָס צװײטע איז, װאָס סײַ־װי־סײַ, װען דו שרײַבסט העברעיִש, טראַכטסטו דאָך אַף זשאַרגאָן, ― איז שױן נישט בעסער טאַקע גלײַך אַפֿן אָרט צו שרײַבן ייִדיש, דאָס הײסט, שרײַבן אַזױ װי דו טראַכטסט? אָבער װי אַזױ ―

* „יודישעס פֿאָלקסבלאַט“. קאָן מען עס פּועלן באַ זיך צו שרײַבן אַף אַזאַ שפּראַך, אַף װעלכער „אַלע רײדן“. און דער עיקר ― אַף װעלכער עס דרוקן זיך „תּחינות פֿאַר װײַבער“? װאָס װעט זאָגן דערױף דער טאַטע?… ― אָט דעמלט איז עס צוגעטראַכט געװאָרן דער פּסעװדאָנים „שלום עליכם“, אונטער װעלכן דער מחבר האָט זיך אױסבאַהאַלטן פֿון קרובֿים און באַקאַנטע, דערהױפּט נאָך דעם, װען ער האָט דורך די אומשטענדן (זײַן חתונה האָבן אױס ליבע מיט אַ רײַך מײדל) אַװעקגעלאָזט דאָס רבנות און איז אַרײַנגעפֿאַלן אין דאָס סאַמע געדיכטע פֿון דער פּלוטאָקראַטיע, װאָס איז אַזױ באַריכות באַשריבן פֿון מנחם־מענדלען אין זײַנע אומצאָליקע בריװ. אין דער דאָזיקער סבֿיבֿה (אַף דער קיִעװער בערזע) האָט זיך בכלל גערעכנט פֿאַר אַ חרפּה אָנצוקערן מיט די, װאָס שרײַבן, בפֿרט נאָך אַף זשאַרגאָן! ערשט אין אַ צײַט אַרום האָט מען זיך דערװוּסט, װער ס'איז אָט דער חבֿרה־מאַן. דעם שריפֿטשטעלערס פֿאָטער, דערגײענדיק דעם סוד (באַ ייִדן זײַנען נישטאָ קײן סודות!), האָט אַװעקגעשריבן דעם זון אַ באַגײַסטערטן בריװ מיט אַ באַגריסונג, אַז, הײסט עס, „אַלע ייִדן לײענען דײַנע פֿרײלעכע פֿעליעטאָנדלעך און קאַטשען זיך פֿאַר געלעכטער, און מײַן פֿאָטערלעך האַרץ פֿרײט זיך. אַ שאָד נאָר, װאָס דו שרײַבסט אָט די אַלע זאַכן אַף אַ װאָכעדיקער שפּראַך, אַף דער שפּראַך פֿון „קעכנס און דינסטמײדלעך“. װי קומט דאָס צו מאַפּו? און איך, אורטײלנדיק לױט דײַנע ערשטע מאמרים אין „המליץ“, האָב אַלץ געחלומט, אַז פֿון דיר װעט אױסװאַקסן נישט אַנדערש נאָר אַ צװײטער מאַפּו!“ ―

די ערשטע פֿאַרזוכן צו שרײַבן אַף זשאַרגאָן זײַנען געװען „די איבערגעכאַפּטע בריװ“…

װײַטערדיקע ביאָגראַפֿישע ידיעות

פֿון 1883 ביז 1890 האָט ער פֿאַרבראַכט די סאַמע גליקלעכע יאָרן אין קיִעװ, צװישן בערזע־סוחרים, מעקלערס און אַנדערע געשעפֿטסלײַט, געטײלט די צײַט צװישן בערזע־שפּיל און ליטעראַטור, אין די געשעפֿטן פֿון דער בערזע האָט אָבער דער שריפֿטשטעלער געהאַט אַ סך װײניקער דערפֿאָלג, װי אַפֿן ליטעראַרישן געביט. אין יאָר 1890, נאָך דעם, װי ער האָט פֿאַרלאָרן אַ גאַנץ פֿאַרמעגן, איז ער אַריבערגעפֿאָרן אַף צו באַזעצן זיך אין אָדעס, װוּ ער האָט אַװעקגעװאָרפֿן די קאָמערציעלע געשעפֿטן און געהאַט בדעה זיך אָפּצוגעבן אױסשליסלעך מיט שריפֿטשטעלערײַ. דאָס האָט זיך אים אָבער נישט אײַנגעגעבן, װאָרעם דעמלט, אַזױ װי אױך איצט נאָך, איז אַ ייִדישן שרײַבער שװער געװען צו לעבן נאָר פֿון דער ליטעראַטור אַלײן. אַ ייִדישער שרײַבער מוז אומבאַדינגט זײַן נ אָ ך ע פּ ע ס. אַזױ, אַז דורכלעבנדיק אין אָדעס אין שטילער נױט אַרום דרײַ יאָר, האָט ער געמוזט זיך אומקערן צוריק אַהײם קײן קיִעװ און װידעראַמאָל פּרוּװן מזל אין קאָמערציע. נאָר די הצלחה, קױם האָט זי זיך אײנמאָל אָפּגעקערט פֿונעם מענטשן, האָט זי שױן מער קײן חשק נישט צו אים זיך אומצוקערן. װי אַ פֿיש אַפֿן אײַז, אַזױ האָט זיך דער שריפֿטשטעלער געװאָרפֿן אַף אַלע זײַטן, אױסגעפּרוּװט אַלערלײ געשעפֿטן און טועכצן, אַבי נאָר מיט כּבֿוד אױפֿצוהאַלטן זיך און זײַן גרױסע פֿאַמיליע; אַף דער געװײנלעכער שפּראַך װערט דאָס אָנגערופֿן „לעבן אָנשטענדיק“. עס איז אים אױסגעקומען צו פֿירן אַ פֿאַרצװײפֿלטן קאַמף, אױסבאַהאַלטנדיק זײַן פּײַנלעכע לאַגע פֿון פֿרעמדע אױגן.

און דאָך, װאָס האַרטער עס איז געװען דער קאַמף, װאָס שװערער און ביטערער עס איז געװען דאָס לעבן, אַלץ אָפֿטער און אײַנגעשפּאַרטער פֿלעגט זיך באַװײַזן די באַגײַסטערונג צום שאַפֿן. דאָ װאָלט געװען דער ריכטיקער אָרט צו באַמערקן, צו דער כאַראַקטעריסטיק פֿונעם שאַפֿן פֿון ש. ע., אַז ער קאָן שרײַבן צו יעדער צײַט, אַף יעדן אָרט און באַ אַלערלײ אומשטענדן: אין סאַלאָן, אין קיך, אין װאַגאָן, אין רעסטאָראַן, אַפֿילו פֿאָרנדיק „אַף אַ איזװאָשטשיק“ און אַפֿילו ליגנדיק אין בעט. רבונו־של־עולם! אַזאַ מאַסע טעמעס און סוזשעטן! װאָלט נאָר געװען פֿרײַע צײַט און װאָלטן נאָר מענטשן געלאָזט שרײַבן. צום באַדױערן, האָט מען גאַנצע טעג באַדאַרפֿט זײַן אין געיעג נאָכן קערבל, און באַנאַכט האָבן חשבונות, װעקסלען, פּאָװעסטקעס און איספּאָלניטעלנע ליסטן נישט געלאָזט שלאָפֿן; אין אָט די דאָזיקע ביטערע מינוטן איז שױן במילא קײן אַנדער ברירה נישט געװען, סײַדן זיך נעמען צו דער פֿעדער…

לױט דער פֿאַרשײדנאַרטיקײט פֿון די סוזשעטן אין די דערצײלונגען פֿון ש. ע., דאַרף מען אַרױסזען די פֿאַרשײדנאַרטיקע באַשעפֿטיקונגען פֿונעם מחבר, װעלכער איז איבערגעװען אי אַ סוחר, אי אַ בערזע־האָז, אי אַ קאַזיאָנער ראַבינער, און װאָס נישט? נאָר מער פֿון אַלץ האָט ער זיך געפֿילט פֿאַר אַ שרײַבער. צו דער ליטעראַטור האָט עס אים געצױגן. און אין יאָר 1900 האָט ער אינגאַנצן אַװעקגעװאָרפֿן אַלע געשעפֿטן און זיך אָפּגעגעבן אױסשליסלעך צו דער ליטעראַטור.

און די ליטעראַטור די ייִדישע, דערהױפּט די פֿאָלקס־ליטעראַטור אַף דעם אַזױ גערופֿענעם זשאַרגאָן, האָט אָנגעהױבן זיך פֿאַנאַנדערװאַקסן און צו בליִען. עס האָבן זיך גענומען באַװײַזן צײַטונגען און זשורנאַלן און פֿאַרשײדענע בוך־פֿאַרלאַגן. אַפּנים, ס'איז אױסגעװאַקסן אַ לעזער און עס האָט זיך באַװיזן אַ נאָכפֿרעג אַפֿן בוך, דערהױפּט פֿון בעלעטריסטישן אינהאַלט. װאָלט דאָך שױן אַזאַ שריפֿטשטעלער געמעגט אײַנאָרדענען זיך אין לעבן, מער אָדער װײניקער, אָנשטענדיק. נאָר, אַף װיפֿל ש. ע. איז געװען אַ גוטער שרײַבער צװישן סוחרים, אַף אַזױפֿיל האָט ער זיך אַרױסגעװיזן פֿאַר אַ שלעכטן סוחר צװישן ליטעראַטן. די פֿאַרלעגער האָבן געמאַכט אַף אים נישט קײן שלעכטע פּראָבעס, און אים זײַנען צוגעװאָרפֿן געװאָרן נישטיקע גראָשנס. ס'איז אױסגעקומען דורכצולעבן זיך פֿון האַנט צום מױל, אײביק אָנקומען צו הלװאָות, װאָס װערן אָנגערופֿן „גמילת־חסדים“. מע האָט באַדאַרפֿט באַזיצן אַ געניאַלע געשיקטקײט, אום טאָג־טעגלעך צו אַנטלײַען געלט אַף צו דעקן די חובֿות, נעמען באַ א. אַף אָפּצוגעבן ב., כאַפּן אַ הלװאה באַ ג. און אָפּגעבן ד., כּדי מע זאָל װידעראַמאָל קאָנען אַנטלײַען באַ ד. אַף צו דעקן דעם חובֿ פֿון א. יאָ, דאָס איז שױן גאָרניט אַזאַ לײַכטע באַשעפֿטיקונג, און נישט אומזיסט האָט דער שריפֿטשטעלער געענטפֿערט זײַנעם אַ פֿרײַנט אַף דער פֿראַגע: „װי אַזױ לעבט זיך עס אײַך?“ ― גאָט צו דאַנקען, איך זיץ ע ל ח תּ ו ר ה ו ע ל ח ע בֿ ו ד ה ו ע ל ג מ י ל ת ח ס ד י ם…

אַזױ האָט זיך עס געצױגן ביזן יאָר 1905, בעת עס זײַנען אָנגעשטאַנען די געדענק־װירדיקע אָקטיאַבער־טעג, און דער שריפֿטשטעלער, אַ צעשלאָגענער, װי דאָס גאַנצע פֿאָלק ישׂראל, האָט גענומען דעם שטעקן און זיך געלאָזט װאַנדערן קײן אַמעריקע. נאָר נישט אַזױ גיך האָט ער זיך דערשלאָגן קײן אַמעריקע. ס'איז אױסגעקומען אָפּצושטעלן זיך אין יעדער שטאָט אין אײראָפּע, װוּ ייִדן האָבן פֿײַערלעך מקבל־פּנים געװען דעם פֿאַרטריבענעם שריפֿטשטעלער, געמאַכט פֿאַר אים אָװאַציעס אאַ″װ.

ערשט צום סוף 1906 איז ער אַרײַנגעפֿאַלן אין אַמעריקע, אין אָט דעם קאָכעדיקן קעסל, װוּ גלײַך מיט אַנדערע פֿעלקער קאָכט זיך אױס אױך דאָס ייִדישע פֿאָלק. װאָס עס װעט זיך אױסקאָכן פֿון דעם ― דאָס װעט באַװײַזן די צוקונפֿט.

אַרײַנגעפֿאַלן אין אַמעריקע, האָט זיך ש. ע. דערפֿילט װי אין דער הײם. עס האָט זיך אַרױסגעשטעלט, אַז דאָס זײַנען אַלץ אײגענע מענטשן, װעלכע האָבן באַגעגנט דעם שריפֿטשטעלער, װי אַן אַלטן גוטן פֿרײַנט, און דעריבער, אַפּנים, האָט מען אים געמאַכט שױן אַ צו טומלדיקן קבלת־פּנים, אַזאַ, װאָס מע קאָן נאָר מאַכן אין קאָלומבוסעס מדינה.

צוגעקוקט זיך די ערשטע צײַט צום לעבן פֿון זײַנע אַמעריקאַנער ברידער און צו זײער אײגנאַרטיקער ליטעראַטור (גיכער ― „פּרעסע“), האָט ער שטופּנװײַז אָנגעהױבן פֿאַרנעמען אַ פּאָזיציע אין עטלעכע ייִדישע צײַטונגען, אין דרײַ מיט אַ מאָל: אין דעם קאָנסערװאַטיװן „ייִדישן טאַגע־בלאַט“, אין דעם „ייִדישן אַמעריקאַנער“ * און אין מילערס פּראָגרעסיװער צײַטונג „די װאַרהײַט“ (פֿאַרשטײט זיך, אַז די מיטאַרבעטונג האָט זיך אױסגעדריקט נאָר מיט דער באַטײליקונג אין זײער בעלעטריסטישער אָפּטײלונג, נישט אין דער פּאָליטיש־פּובליציסטישער). ―――

* די ניו־יאָרקער װאָכנשריפֿט „דער אַמעריקאַנער“.

אױסגעקליבן פֿאַר זײַן װױן־פּלאַץ די אומגעהױער גרױסע שטאָט ניו־יאָרק, איז ער אָבער אױסגעפֿאָרן אױך די אַנדערע גרױסע שטעט פֿון אַמעריקע, װוּ ער האָט מיט אַן אױסערגעװײנלעכן דערפֿאָלג געלײענט זײַנע הומאָריסטישע װערק, זיך אױסגעפֿײַנט אין דער דאָזיקער קונסט, מען מעג זאָגן, ביז װירטואָזיטעט, צוגעבנדיק צו זײַן באַרימטקײט װי אַ הומאָריסט אַ שרײַבער דעם נאָמען פֿון מײַסטערהאַפֿטן פֿאָרלעזער.

אַ חוץ דער פּרעסע און די פֿאָרלעזונגען, האָט אים אױך פֿאַרכאַפּט דאָס טעאַטער, װעלכעס (אינעם זינען פֿון דעקאָראַציעס און הכנסה) צעבליט זיך. דאָך, אין פֿאַרלױף פֿונעם ערשטן סעזאָן האָט ער באַװיזן אױפֿצופֿירן נאָר צװײ פּיעסן אין צװײ טעאַטערס, און דערנאָך האָבן ענינים פֿון רער פֿאַמיליע אַװעקגערופֿן אים צוריק קײן אײראָפּע (1907), װוּ ער איז שױן פֿאַרבליבן ביז אינמיטן יאָר 1908, און גלײַך נאָך דעם זיך אומגעקערט צוריק אין דער אַלטער הײם קײן רוסלאַנד, װוּ ער איז מיטן זעלבן דערפֿאָלג אַרױסגעטראָטן אַף פֿאַרשײדענע ליטעראַרישע אָװנטן, איבערפֿליִענדיק מיט דער שנעלקײט פֿון אַ לופֿטשיף פֿון שטאָט צו שטאָט, און אַזױ איז ער פֿאַרפֿאָרן צום סוף יולי אינעם שטעטל באַראַנאָװיטש (מינסקער גובערניע), װוּ ער איז פֿאַרשלאַפֿט געװאָרן מיט אַ היפּש געפֿערלעכער לונגען־קראַנקײט. אָפּגעלעגן אַרום צװײ חדשים, האָט ער צום סוף סעפּטעמבער 1908 פֿאַרלאָזט רוסלאַנד און איז, לױט דער פֿאָרשריפֿט פֿון די דאָקטױרים, אַװעקגעפֿאָרן אין די דרום־לענדער אַף קוראַציע. די צװאה פֿון שלום־עליכם

איך בעט עפֿענען און פֿאַרעפֿנטלעכן אינעם טאָג פֿון מײַן טױט. ש ל ו ם ־ ע ל י כ ם

י″א תּשרי התרע″ו. 19 סעפּט. 1915, ניו־יאָרק.

הײַנטיקן טאָג, מחרת יום־הכפּורים, עס האָט זיך נאָרװאָס אָנגעהױבן אַ נײַ יאָר, און אַ גרױס אומגליק האָט געטראָפֿן מײַן פֿאַמיליע ― געשטאָרבן מײַן עלטערער זון מישאַ (מיכאַיִל) ראַבינאָװיטש און אַװעקגעטראָגן מיט זיך אין קבֿר אַ שטיק פֿון מײַן לעבן, איז געבליבן באַ מיר, איך זאָל איבערשרײַבן אַף דאָס נײַ מײַן צװאה, װעלכע איך האָב געהאַט געשריבן אינעם יאָר 1908, באַ מײַן קראַנק זײַן, אין נערװי (איטאַליע). ―

זײַענדיק געזונט און אין פֿולן פֿאַרשטאַנד שרײַב איך מײַן צװאה, װאָס באַשטײט אין צען פּונקטן:

א) װוּ איך זאָל ניט שטאַרבן, זאָל מען מיך באַהאַלטן ניט צװישן אַריסטאָקראַטן, מיוחסים, אָדער גבֿירים, נאָר גראָד צװישן פּראָסטע ייִדן אַרבעטער, מיטן אמתן פֿאָלק, אַזױ אַז די מצבֿה, װאָס מע װעט דערנאָך אַװעקשטעלן אַף מײַן קבֿר, זאָל באַשײַנען די אײנפֿאַכע קבֿרים אַרום מיר, און די אײנפֿאַכע קבֿרים זאָלן באַפּוצן מײַן מצבֿה, אַזױ װי דאָס פּראָסטע ערלעכע פֿאַלק האָט פֿאַר מײַן לעבן באַשײַנט זײער פֿאָלקסשרײַבער. ―

ב) קײן שום טיטלען מיט לױבענישן מיט מורי־מורינוס זאָל אַף מײַן מצבֿה ניט זײַן, אױסער דער נאָמען „שלום־עליכם“ פֿון אײן זײַט און אױסער דעם ייִדישן אױפֿשריפֿט, װאָס בײַגעלײגט, פֿון דער אַנדערער זײַט.

ג) קײן שום דעבאַטן און דיסקוסיאָנען פֿון מײַנע קאָלעגן װעגן פֿאַראײביקן מײַן נאַמען, װעגן אױפֿשטעלן מיר אַ מאָנומענט אין ניו־יאָרק אד″ג, זאָל ניט זײַן: איכל נישט קאָנען אײַנליגן רויִק אין קבֿר, אַז מײַנע חבֿרים װעלן זיך נאַריש מאַכן. דער בעסטער מאָנומענט װעט זײַן פֿאַר מיר, אַז מע װעט לײענען מײַנע װערק און אַז עס װעלן זיך געפֿינען אין די פֿאַרמעגלעכע קלאַסן פֿון אונדזער פֿאָלק מעצענאַטן, װאָס װעלן זיך נעמען אַרױסגעבן און פֿאַרשפּרײטן מײַנע װערק, הן אין ייִדיש, הן אין