פֿונעם יאַריד: פּראָטעקציעס

שלום עליכם (אַלע װערק)

שטעלן. דערמיט האָט זיך אָבער זײַן ערשטער אַרױספֿאָר נאָך ניט געענדיקט. דאָס רעכטע בינטל צרות, װאָס איז אים באַשערט געװען אױסצושטײן אין זײַן ערשטער גרױסער נסיעה, הײבט זיך ערשט אָן.

75

פּראָטעקציעס

דער בעל־אַכסניה שמועסט פֿון פּראָטעקציעס ― ער מאַכט אַ װיזיט דעם קיִעװער

ראַבינער ― מע שיקט אים אָפּ צום „אוטשאָנע יעװרײ“ באַם גענעראַל גובערנאַ־

טאָר ― אַ צעטראָגענער נפֿש ― ער באַקומט אַ פּראָטעקציע צום באַרימטן אַדװאָקאַט קופּערניק

אַ פֿרעמדער מענטש אין אַ גרױסער שטאָט איז אין אַ װאַלד. אין ערגעץ פֿילט איר זיך ניט אַזױ עלנט, װי אין אַ װאַלד. קײנמאָל אין ערגעץ ניט האָט זיך דער העלד פֿון די דאָזיקע באַשרײַבונגען ניט געפֿילט אַזױ עלנט, װי ער האָט זיך געפֿילט אין יענער צײַט אין קיִעװ. די מענטשן פֿון דער דאָזיקער גרױסער שײנער שטאָט האָבן זיך װי צונױפֿגערעדט, אַז מע זאָל פֿאַר דעם יונגן אורח נישט אַרױסבאַװײַזן קײן סימן פֿון גאַסטפֿרײַנטלעכקײט, קײן װאַרעמע מינע. אַלע פּנימער זײַנען אָנגעכמורעט. אַלע טירן זײַנען פֿאַר אים געשלאָסן. און װאָלטן כאָטש די אַלע מענטשן, װאָס שװיבלען און װימלען פֿאַר די אױגן, ניט געװען אָנגעפּעלצט װי מאַגנאַטן און ניט געפֿלױגן אַף די גרױסאַרטיקע שליטעלעך מיט ברענענדיקע פֿערדלעך־ריסאַקעס! און װאָלטן כאָטש די הײַזער ניט געװען אױסגעפּוצט מיט אַזאַ שיק און מיט אַזאַ גלאַנץ! און װאָלטן כאָטש די שװײצאַרן מיט די לאַקײען, װאָס באַ דער טיר, ניט קוקן אַזױ פֿרעך און ניט לאַכן אײַך גלײַך אין פּנים אַרײַן! אַלצדינג װאָלט ער אײַך מוחל געװען, נאָר אַבי מע זאָל ניט לאַכן פֿון אים. און װי אַף צו־להכעיס, האָט זיך אים אױסגעװיזן, אַז אַלע מאַכן פֿון אים חוזק. אַלע ― אַפֿילו דער בעל־הבית פֿון דער אַכסניה, רב אַלטער קאַניעװער, װאָס איז שױן געװען באַ אונדז באַשריבן אױבן. אַ ייִד, װאָס צוליב דעם, װאָס זײַנע געסט האָבן ניט קײן „פּראַװאָזשיטעלסטװע“ און טאָרן ניט זײַן אין דעם הײליקן קיִעװ, איז ער אַ חשובֿ באַ „נאַטשאַלסטװע“.

אַ טבֿע האָט אָט דער ייִד, אַז ער רעדט צו אײַך, קוקט ער אײַך ניט אין די אױגן אַרײַן, נאָר ערגעץ װײַט אַהין, און אַ גרינג שמײכעלע שפּילט באַ אים אונטער די גרױע װאָנצעס. מיטן יונגן אורח רעדט ער ניט אַף „איר“ און ניט אַף „דו“, נאָר ער דרײט זיך קונציק, װי אַן אַקראָבאַט, און באַגײט זיך אָן אַ „איר“ און אָן אַ „דו“. איך גיב דאָ איבער אַ שמועס צװישן די צװײ, דאָס הײסט, צװישן דעם אַלטן גרײַזגרױען בעל־אַכסניה און זײַן יונגן אורח. דער ייִד שמײכלט, קוקט אַראָפּ און דרײט אַ פּאַפּיראָס, רעדט מיט אַ קװיטשל, צוקער־זיס:

ב ע ל ־ אַ כ ס נ י ה: ס'הערט זיך?

א ו ר ח: װאָס זאָל זיך הערן?

ב ע ל ־ אַ כ ס נ י ה: װאָס מאַכט מען?

א ו ר ח: װאָס זאָל מען מאַכן?

ב ע ל ־ אַ כ ס נ י ה: איך מײן, װאָס טוט מען אין קיִעװ?

א ו ר ח: װאָס זאָל מען טאָן אין קיִעװ?

ב ע ל ־ אַ כ ס נ י ה: מסתּמא זוכט מען דאָך עפּעס אין קיִעװ?

א ו ר ח: װאָס זאָל מען זוכן אין קיִעװ?

ב ע ל ־ אַ כ ס נ י ה: אַ טועכץ, אָדער אַ סלוזשבע?

א ו ר ח: װאָסער אַ סלוזשבע?

ב ע ל ־ אַ כ ס נ י ה: דורך אַ רעקאָמענדאַציע? אַ פּראָטעקציע? איך װײס?…

א ו ר ח: צו װעמען אַ פּראָטעקציע?

ב ע ל ־ אַ כ ס נ י ה: איך װײס, צו װעמען? צום רבֿ.

א ו ר ח: װאָס עפּעס צום רבֿ?

ב ע ל ־ אַ כ ס נ י ה: לאָז זײַן צו דער רביצין.

דאָ האָט דער בעל־אַכסניה פֿאַר דער גאַנצער צײַט אײן מאָל אױפֿגעהױבן די אױגן אַפֿן יונגן אורח און איז געבליבן שטיל. האָט אים אָבער דער יונגער אורח ניט אָפּגעלאָזט.

א ו ר ח: נײן. װאָס איז אײַך עפּעס געפֿעלן צום רבֿ?

ב ע ל ־ ה כ ס נ י ה: איך װײס? אַ בחורל פֿון הײַנטיקע בחורימלעך קומט קײן קיִעװ, באַדאַרף ער האָבן מסתּמא אַ בריװ צום רבֿ, צום ראַבינער מײן איך, און דורך דעם ראַבינער קאָן מען שױן האָבן אַ פּראָטעקציע… אַזױ פֿירט זיך די װעלט. און אפֿשר האָב איך אַ טעות, איז לא פֿדלתּי ― טאַקע יאַ ניע טאַנצאָװאַל סמעדװעדיעם!…

איז אים שױן גאָר געפֿעלן דאָס ייִדישע װערטל: „האָב איך ניט געטאַנצט מיטן בער“ איבערזעצן אַף רוסיש. דעם בחור זײַנען אָבער די לעצטע װערטער פֿונעם בעל־אַכסניה װעגן אַ פּראָטעקציע באַם ראַבינער אַרײַן, װי מע זאָגט, אין נאָז אַרײַן, און ער האָט באַשלאָסן, אַז ס'איז אפֿשר גאָר ניט אַזױ קרום. אַ פּראָטעקציע ניט קײן פּראָטעקציע, נאָר מאַכן דעם ראַבינער אַ װיזיט קאָן ניט שאַטן. און אפֿשר טאַקע עפּעס ברענגען אױך. פֿאָרט אַ ראַבינער. און נאָך װאָסער אַ ראַבינער! אַ „גובערנסקי“ ראַבינער ― אַ קלײניקײט!… װאָס װײַטער צעװאַקסט זיך באַ אים די פֿאַנטאַזיע, און דער פּלאַן געהאָלפֿן צו װערן דורכן קיִעװער ראַבינער באַקומט באַ אים מער חן און רעאַלע פֿאָרמען, און ער זעט אַרױס בחוש, אַז ס'איז געװען אַ באַשערטע זאַך, אַז דורך דעם, װאָס אַ ייִדן רב אַלטער קאַניע־װער איז געפֿעלן צו מאַכן חוזק, אָדער גלאַט אַזױ אַ ביסל פּלאַפּלען, איז באַ אים געבױרן געװאָרן אַן אידעע, אַ גליקלעכע, אַ גלענצנדיקע אידעע. און מיט אַן אידעע איז אַלע מאָל אַזױ. דורך אַ קלײניקײט, דורך אַ צופֿאַל, קומען אַמאָל אַרױס די גרעסטע געשעענישן אין דער װעלט. די היסטאָריע פֿון די נוצלעכסטע דערפֿינדונגען װײסט פֿון דעם סוד ― ס'איז גאָר קײן נײַס ניט.

געקליבן זיך עטלעכע טעג דורכאַנאַנד און געװױרע געװאָרן, װוּ דער ראַבינער זיצט, האָט ער אײנמאָל אין אַ קאַלטן פֿרימאָרגן אָנגעקלונגען רעכטס, האָט זיך געעפֿנט די טיר און אַ האַנט האָט אים אַ װײַז געגעבן אַז ער זאָל קלינגען לינקס, אין דער קאַנצעלאַריע. האָט ער אָנגעקלונגען לינקס, אין דער קאַנצעלאַריע. עפֿנט זיך די טיר און ער קומט־אַרײַן אין דער קאַנצעלאַריע, טרעפֿט ער דאָרט עטלעכע ייִדן, פֿאַרשײדענע טיפּן פֿון אַלערלײ פּראָפֿעסיעס, צום מײנסטן ― בעל־מלאָכות, אָרעמע, דערשלאָגענע, אָפּגעריסענע. אױך װײַבער אַ פּאָר פֿאַרשלומפּערטע, מיט פֿאַרװיסטע פּנימער, און אַ געשװאָלן ייִנגל מיט גרױסע צעריסענע שטיװליעטן, פֿון װאַנען עס קוקן אַרױס די פֿינגער פֿון די פֿיס. דערפֿאַר איז אָבער דעם ייִנגלס האַלדז אַרומגעװיקלט מיט צװײ שאַלן, ער זאָל זיך חלילה ניט פֿאַרקילן. אַף די װענט הענגען אַ צעריסענע מאַפּע פֿון ארץ־ישׂראל און אַ שלעכטער קײזערלעכער פּאָרטרעט. די קאַנצעלאַריע, די אָפּגעריסענע ייִדן, די פֿאַרשלומפּערטע װײַבער, דאָס געשװאָלענע האַלב־באָרװעסע ייִנגל, די אָנגעריסענע מאַפּע פֿון ארץ־ישׂראל מיטן שלעכטן קײזערלעכן פּאָרטרעט װאַרפֿן־אָן אַף אײַך אַ מאָדנע מרה־שחורה. און טאָמער איז קאַרג ― זיצט באַ אַן אַלטן אױסגעמוטשעטן פֿאַרפֿלעקטן שרײַבטיש אַן אַלטער מאַן מיט אַן אָפּגעבליאַקעװעט טױט פּנים. װען דער אַלטער זאָל נישט האַלטן קײן פּען אין האַנט און ניט אײַנטונקען זי אַלע מינוט אין טינטער, װאָלט מען געקאָנט זיכער מײנען, אַז דאָס זיצט אַ בר־מינן, װאָס איז טױט, װײניקסטנס, עטלעכע און דרײַסיק יאָר, נאָר מע האָט אים אײַנגע־מאַרענירט, האַלט ער זיך. אײנציקװײַז פֿאַרטיקט זיך אָפּ דער אָפּגעבליאַקעװעטער בר־מינן מיט אַלע ייִדן און װײַבער, און דאָס נעמט־צו ניט קײן סך צײַט. אַרום און אַרום אפֿשר אָנדערהאַלבן שעה. ביז ער קומט צום געשװאָלענעם ייִנגל מיט די צװײ שאַלן. דאָס געשװאָלענע ייִנגל נעמט אױך צו אַזאַ האַלבע שעה. דאָס ייִנגל װײנט. דער אײַנגעמאַרענירטער בר־מינן שרײַט אַף אים. דאַנקען גאָט ― געפּטרט דאָס געשװאָלענע ייִנגל אױך. דעמאָלט טוט דער בר־מינן אַ װוּנק צום העלד פֿון די באַשרײַבונגען, ער זאָל צוגײן צום טיש. גײט ער צו. דער בר־מינן קױם װאָס מע הערט אים:

― װאָס'ט איר זאָגן?

― איך דאַרף צום ראַבינער.

דער בר־מינן קוקט צו זיך אין ספֿר־הזכרונות אַרײַן און זײַן קול גײט װי פֿון יענער װעלט:

― אַ מעטריקע?

― נײן.

― אַ חתונה?

― נײן.

― אַ ייִנגל? אַ מײדל פֿאַרשרײַבן?

― נײן.

― עמעצער געשטאָרבן?

― נײן.

― אַ נדבֿה?

― נײן.

― װאָס זשע פֿאָרט?

― גאָרנישט. איך האָב געװאָלט זען דעם ראַבינער.

― אָט אַזױ־זשע רעדט.

און דער מאַרענירטער בר־מינן הײבט זיך אױף פֿון טיש, גײט פּאַװאָליע, װי אַף אונטערגעהאַקטע פֿיס, װערט פֿאַרשװוּנדן אין אַ זײַטיק חדר אַף פֿופֿצן אָדער אַף צװאַנציק מינוט און קומט צוריק מיט אַ פּאַרע־װען פּנים און מיט אַ טרױעריקן רעזולטאַט:

― רעד ראַבינער איז נישטאָ אינדערהײם. איר'ט מוחל זײַן קומען אַן אַנדערס מאָל.

צום קיִעװער ראַבינער האָט זיך דער העלד מטריח געװען ניט אײן מאָל און ניט צװײ מאָל. ביז ס'איז אים געראָטן צו טרעפֿן אים אינדער־הײם. דערפֿאַר אָבער האָט ער געהאַט באַ אים אַן אױפֿנאַמע זײער אַ פֿרײַנטלעכע און אַ האַרציקע. דער אָנהײב איז אַפֿילו געװען ניט אַזױ פֿױגלדיק. דער ראַבינער איז אין דער ערשטער מינוט געװען װי דערשראָקן. ער האָט זיך אַביסל אָנגעשטרענגט, ביז ער האָט אַרױסבאַקומען פֿונעם יונגן באַזוכער, װאָס איז זײַן באַגער. דער בחור האָט געמײנט, אַז אין קיִעװ אַ ראַבינער באַדאַרף נאָכן ערשטן קוק אַלײן פֿאַרשטײן, װאָס יענער װיל און װאָס יענער באַדאַרף. צום סוף קוקט ער גאָר װי אַ זינדיקער מענטש אין די אױגן אַרײַן, און מע דאַרף אים צעקײַען איטלעכס װאָרט און אַרײַנלײגן אין מױל אַרײַן. און ערשט נאָכדעם, אַז מע האָט דאָס אים גוט צעקײַט, לאָזט זיך אױס, אַז ער קאָן גאָרנישט טאָן. לחלוטין גאָרנישט. דאָס אײנציקע, װאָס ער קאָן יאָ טאָן ― איז געבן אַ רעקאָמענדאַציע, אַ פּראָטעקציע.

― אַ פּראָטעקציע? גאַנץ גענוג! װאָס דאַרף איך דען נאָך? איך באַדאַרף מער ניט, װי אַ פּראָטעקציע.

און דער באַזוכער באַטראַכט דעם קיִעװער ראַבינער און פֿאַרגלײַכט אים מיט די ראַבינערס פֿון די קלײנע שטעטלעך, װאָס ער האָט װען געקענט. און עס גײען אים דורך פֿאַרבײַ אַ גאַנצע רײע פֿון ראַבינערס, „קאַזיאָנע“ רבנים, פֿאַרזעענישן, טױגעניכטסן, צװישן זײ אײנער מיט אַ פּליך אַפֿן קאָפּ. אַקעגן די אַלע איז דער קיִעװער ― אַ מאַגנאַט, און זײ אַקעגן אים זײַנען חיות, קאַרליקעס. דער איז אַ ריז. און אַ שײנער מענטש. אײן חסרון נאָר, װאָס ער איז אַ געלער און אַ ביסל אַ שװערער פּאַרשױן. רעדט פּאַמעלעך, טוט יעדע זאַך פּאַװאָליע, דענקט פּאַװאָליע, כּמעט אָן נערװן. אַזעלכע מענטשן לעבן הונדערט יאָר. זײ כאַפּן זיך ניט שטאַרבן ― זײ האָבן צײַט.

― איז װילט איר, הײסט דאָס, פֿון מיר אַ פּראָטעקציע?

― צו װעמען? דאָס דאַרפֿט איר שױן אַלײן באַטראַכטן…

גוט. ער װעט זיך באַטראַכטן. און דער ראַבינער צעפֿרעגט זיך נאָך אַמאָל באַם באַזוכער, װער ער איז, פֿון װאַנען ער איז און װאָס איז זײַן באַגער? דערנאָך גײט־אַװעק אַ לאַנגע פּױזע פֿון אַ פּאָר מינוט. אַ קװעטש אַ קנעפּל ― און עס באַװײַזט זיך דער אַלטער אָפּגעבליאַקעװעטער און גוט־געמאַרענירטער בר־מינן פֿון דער קאַנצעלאַריע, און דער ראַבינער הײסט אים אָנשרײַבן אַ בריװ צו זײַנעם אַ פֿרײַנט ― דעם נאָמען האָט ער ניט אײַנגעהערט ― און בעטן אים, טאָמער קאָן ער עפּעס טאָן פֿאַר אָט דעם בחור… און צום בחור האָט דער ראַבינער אַ זאָג געגעבן, אַז דאָס שרײַבט ער אַ בריװ צו זײַנעם אַ פֿרײַנט הערמאַן מאַרקאָװיטש באַראַץ, װעלכער איז אַ פּריסיאַזשנע פּאָװיערענע און אַ „אוטשאָנע יעװרײ“ באַם גענעראַל־גובערנאַטאָר…

אָפּגעטאָן אַזאַ שװער שטיקל אַרבעט, האָט דער ראַבינער אָפּגעאָטעמט. מע האָט געזען, אַז דעם מענטשן איז אַראָפּ אַ באַרג פֿון די פּלײצעס. ער האָט טאַקע אַ ביסל צוגעהאָרעװעט. דערפֿאַר האָט ער אָבער געטאָן אַ נוצלעכע זאַך ― אױסגעאַרבעט פֿאַר דעם בחור אַ פּראָטעקציע, און נאָך װאָס פֿאַר אַ פּראָטעקציע ― צום „אוטשאָנע יעװרײ“ באַם גענע־ראַל־גובערנאַטאָר!… אַזױ װײַט האָט זיך דעם בחורס היציקע פֿאַנטאַזיע גאָרניט פֿאָרגעשטעלט. די פּראָטעקציע, װאָס ער האָט געהאַלטן אין בו־זעם־קעשענע, האָט אים געװאַרעמט דאָס לײַב און געטראָגן אין דער לופֿטן. ער גײט פֿון דאַנען גלײַך צום „אוטשאָנע יעװרײ“ װאָס באַם גענעראַל־גובערנאַטאָר ― דאָ װעט שױן עפּעס זײַן!… און דער „או־טשאָנע יעװרײ“ אַלײן שטעלט זיך אים אַנדערש ניט פֿאָר, װי אַ פּראָפֿעסאָר, באַהאַנגען מיט מעדאַלן, װי אַ גענעראַל. מיט אַ ציטערניש קלינגט ער אָן באַ דער טיר און ער װערט אַרײַנגעלאָזן אין אַ קאַבינעט מיט ספֿרים און ביכער. עס קלאַפּט אים אַ צאָן אַף אַ צאָן. אין אַ פּאָר מינוט אַרום פֿליט־אַרײַן אַ ייִד מיט שיטערע באַקנבאַרדן און מיט זײער אַ נידעריקער ראיה, און איז עפּעס מאָדנע צעטראָגן. ניט שױן־זשע איז אָט דער ייִד אַן „אוטשאָנע יעװרײ“ באַם גענעראַל־גובערנאַטאָר? ער זאָל ניט גײן אױסגעגאָלט אַ שטיק באָרד אַקוראַט אין מיטן, װאָלט ער געגאַנגען שװערן, אַז ער איז אַ מלמד, אַ גמרא־מלמד. אַ טבֿע האָט אָט דער „אוטשאָנע יעװרײ“, אַז ער רעדט שפּײַט ער, און איז אַ מאָדנע צעטראָגענע בריאה. פֿון אים דערצײלט מען אין קיִעװ, װי ער איז שױן נאָכדעם געװױרע געװאָרן, אַלערלײ מעשׂיות און אַנעקדאָטן. למשל: צו זיך אַהײם האָט ער קײנמאָל ניט געטראָפֿן, ביז ער האָט ניט איבערגעלײענט אַף דער טיר די אױפֿשריפֿט „הערמאַן מאַרקאָװיטש באַראַץ“. אײנמאָל האָט זיך באַראַץ שטאַרק אײַנגעקוקט אין זײַן נאָמען און האָט דערזען פֿון אונטן אָנגעװיזן די שפּרעכשטונדן פֿון דרײַ ביז פֿינף. אַ קוק געגעבן אַפֿן זײגער, אַז ס'איז ערשט צװײ, האָט זיך באַראַץ באַטראַכט, אַז מסתּמא איז באַראַץ ניטאָ אינדערהײם. און װיבאַלד באַראַץ איז ניטאָ אינדערהײם, הײַנט װאָס האָט דאָ באַראַץ צו טאָן? איז זיך באַראַץ דערװײַל געגאַנגען אין גאָרטן שפּאַצירן… מיט אײנעם װאָרט, אַף באַראַצן זאָגט מען אין קיִעװ, אַז באַראַץ זוכט באַראַצן און קאָן אים ניט געפֿינען… אין דעם דאָזיקן פֿרימאָרגן איז באַראַץ געװען גאָר באַזונדער צעטראָגן און ניט גוט געשטימט. ער האָט זיך געאײַלט ערגעץ גײן, געװאָרפֿן זיך און געשפּיגן און געשפּריצט. דערנאָך, אַז ער האָט איבערגעלײענט דעם בריװ פֿונעם ראַבינער, װאָס רעקאָמענדירט פֿאַר אים דעם בחור, האָט זיך דער „אוטשאָנע יעװרײ“ אַ כאַפּ געגעבן באַם קאָפּ, גענומען אַרומשפּאַנען איבערן חדר הין און צוריק, רײדן און שפּײַען און בעטן זיך רחמים, מע זאָל אים לאָזן צו־רו, װאָרעם ער װײס גאָרניט און קאָן גאָרניט און װעט גאָרניט טאָן! אַ גאָטס רחמנות געװען צו קוקן אַפֿן „אוטשאָנע יעװרײ“! דער בחור האָט זיך גענומען פֿאַרענטפֿערן, אַז ער מײנט ניט קײן בײז. אַז זײַן גאַנצער מײן איז געװען, טאָמער… אַ פּראָטעקציע… נאָר באַראַץ לאָזט אים ניט רײדן. ער זאָגט, אַז ער װײס עס אַלײן גאַנץ גוט. און אַז אים ברענט נאָר אַפֿן ראַבינער, װאָס אַלע טאָג, אַלע טאָג שיקט ער צו אים יונגע מענטשן. װאָס קאָן ער טאָן פֿאַר זײ? װאָס װײס ער? װער איז ער? װאָס איז ער? ער איז דאָך ניט בראָדסקי!…

מיט אַ צעבראָכן האַרץ און מיט אַ שװער געמיט האָט זיך דער בחור אַרױסגעגליטשט פֿונעם „אוטשאָנע יעװרײ“. נאָר אַז ער איז שױן געװען גאַנץ אונטן אַף די טרעפּ, האָט ער דערהערט, אַז מע רופֿט אים צוריק, טאַקע דער זעלבער „אוטשאָנע יעװרײ“. באַראַץ האָט זיך באַטראַכט, אַז ער אַלײן קאָן טאַקע ניט טאָן פֿאַר אים גאָרניט. ער קאָן אים אָבער געבן אַ רעקאָמענדאַציע צו זײַנעם אַ פֿרײַנט און אַ קאָלעגע, צו קופּער־

ניקן. קופּערניק, ער זאָל װעלן, קאָן ער טאָן אַ סך. זײער אַ סך! אַ קלײניקײט קופּערניק? מיט אַזאַ פּראָטעקציע קאָן מען דורכברעכן מױערן! באַװעגן די גרעסטע לײַט! און נישט לאַנג געטראַכט, זעצט זיך אַװעק דער „אוטשאָנע יעװרײ“ און שרײַבט אַ קאַרטל צו זײַן בעסטן פֿרײַנט און קאָלעגע, צום באַרימטן אַדװאָקאַט לעװ אַבראַמאָװיטש קופּערניק.

76

קופּערניק

ער זוכט דעם באַרימטן אַדװאָקאַט אַפֿן „קרעשטשאַטיק“. ― „מעניאַלנאַיאַ קאָנטאָראַ

קופּערניקאַ“. ― אין אָקרוזשנע סוד. ― ער געפֿינט ענדלעך װעמען ער זוכט. און

די פּראָטעקציע װירקט. ― אַ קלײנער טעות: ניט קופּערניק, נאָר משה עפּעלבױם פֿון ביעלאָצערקאָװ

דער נאָמען קופּערניק, אָדער װי מע האָט אים גערופֿן צװישן ייִדן „ ק אָ פּ ע ר נ י ק אָ װ “, איז געװען כּמעט אַזױ באַרימט און פּאָפּולער, װי אַלכּסנדר פֿאָן הומבאָלד אין אײראָפּע, אָדער װי קאָלומבוס אין אַמעריקע. דער פּראָצעס פֿון קוטאַאיס, דער באַרימטער בלוט־בלבול, װאָס קופּערניק האָט פֿאַרטײדיקט און רײנגעװאַשן, האָט אים געמאַכט אַזױ באַרימט, װי אין אַ סך יאָרן אַרום האָט באַרימט געמאַכט אַן אַנדערן אַדװאָקאַט, אָ. אָ. גרוזענבערגן, דער פּראָצעס פֿון מענדל בײליס. און אַזױ װי גרוזענבערגן, אַזױ האָט מען פֿון קופּערניקן אין זײַן צײַט דערצײלט נסים ונפֿלאָות, אַרומגערינגלט אים מיט לעגענדעס.

האָבנדיק אַ פּראָטעקציע צו אַזאַ מאַן, װי קופּערניק, מעג מען זיך שױן דערלױבן צו טרױמען, פֿאַנטאַזירן און חלומען די בעסטע חלומות. כאַפּן זיך שטאַרק איז אױך ניטאָ װאָס. ובפֿרט, אַז ער װײס נאָך גאָרניט, װוּ קופּערניקס אַדרעס איז. האָט ער זיך פּאַװאָליע אַרױפֿגעדראַפּעט אַפֿן הױכן „קרעשטשאַטיק“, די שענסטע גאַס אין קיִעװ, און דאָרט איז אונדזער העלד ניט שװער געװען צו דערפֿרעגן זיך, װוּ קופּערניק זיצט. אַרײַן אין אַ הױף אַקעגן האָטעל „יעװראָפּאַ“, האָט ער איבערגעלײענט אַף רוסיש: „מיעניאַלנאַיאַ קאָנטאָראַ קופּערניקאַ“. איז אים אַפֿילו געװען אַ חידוש, װי קומט צו קופּערניק דעם אַדװאָקאַט אַ „מיעניאַלנע קאַנטאָר“? נאָר עס איז אים באַלד פֿאַרענטפֿערט געװאָרן די קשיה.

אַרײַנגעקומען אינעװײניק אין קופּערניקס קאַנטאָר, האָט ער געטראָפֿן אַ יונגנמאַן מיט בלױע ברילן און אַ ייִדענע אַ ליטװעטשקע אין אַ װײַסן פּאַריק.