פֿונעם יאַריד: ער פֿאָרט אױף אַ רײַכער שטעלע

שלום עליכם (אַלע װערק)

איז געװען פּונקט אַזױ געקרײַזלט, װי זײַנע האָר. ער איז געשטאָרבן אַן אַלטער בחור אַריבער פֿערציק.

אָט דאָס זײַנען געװען די צװײ גרױסע שטערן, אַרום װעלכע שלום האָט זיך געריבן און פֿון װעלכע ער האָט גענאַשט װיפֿל עס האָט זיך געלאָזט. צװישן זיך זײַנען די צװײ שטערן, כײַטע רודערמאַן און אַבֿרהמל זאָלאָטושקין, געװען פֿײַער מיט װאַסער. זײ האָבן זיך קײנמאָל נישט באַגעגנט און נישט געקענט אַפֿילו. און דאָך האָבן זײ זיך אַזױ פֿײַנט געהאַט, אַז מע האָט נישט געטאָרט דערמאָנען פֿאַר אײנעם דעם אַנדערנס נאָמען. מיר װעלן זיך נאָך מסתּמא באַגעגענען מיט זײ אין אונדזערע װײַטערע באַשרײַבונגען.

64

ער פֿאָרט אַף אַ רײַכע שטעלע

„פּוסטעפּאַס“ ― ישׂראל בענדיצקי גיט אַן עצה, און דער פֿאָטער שרײַבט אַ בריװ

צום „מאַגנאַט“ ― ער לאָזט זיך װידער אין דער װעלט אַרײַן און בלײַבט מיט

אײן פּיטאַקל ― באַ די טױערן פֿון גן־עדן ― דער קאַלטער ברוך־הבא

װאָס װעט זײַן װײַטער?

פֿון אַלע פּראָפֿעסיעס, װאָס זײַנען פֿריִער געװען אַ גאַנצער שלל, האָט זיך אױסגעלאָזט אַ בױדעם. די שטונדן האָבן זיך צעקראָכן. פֿאָרן שטודירן ― איז ניט געװען מיט װאָס. זיצן באַם טאַטן אַף קעסט איז אױך נישט זײער ליב. ובפֿרט נאָך דעם, װי מען איז שױן געװען אַ זעלבסטשטענדיקער מענטש פֿאַר זיך. און כאָטש דער טאַטע האָט געקליבן תּענוג פֿון זײַן זון דעם קענער און דעם משׂכּיל, דאָך האָט דאָס אים געקרענקט און געעלטערט, װאָס זײַן זון גײט־אַרום בטל אָן אַ שום אַרבעט. װאָס װעט זײַן דער תּכלית? און די שטיפֿמאַמע, װעלכע האָט געהאַט געקוקט אַף דעם זעלבסטשטענדיקן שטיפֿזון מיט אַ געװיסער דאָזע פֿון רעספּעקט, האָט אַצינד מיטאַמאָל פֿאַרלױרן דאָס גאַנצע ביסל דרך־ארץ פֿאַרן „פּוסטעפּאַסניק“. זי האָט ביסלעכװײַז אָנגעהױבן אירע אַמאָליקע זאַכן: קוקן מיט אײן אױג, אַרײַנװאַרפֿן אַ שטעכװערטל, זאָגן דער שװיגער און מײנען די שנור… דאָס אַלץ האָט דעם טאַטן מקצר־ימים געװען, און דער העלד אַלײן האָט פֿאַרטיפֿט זיך אין זײַנע ביכער, אָדער אָנגערוקט דאָס היטל, גענומען דאָס שטעקעלע און אַװעק צו זײַנע אױבן־באַשריבענע באַקאַנטע פֿילאָזאָפֿן, צו כײַטע רודערמאַן אָדער צו אַבֿרהמל זאָלאָטושקין. מיט זײ האָט ער ליב געהאַט צו דיסקוטירן װעגן אַבסטראַקטע זאַכן, װעלט־פּראָבלעמען. כײַטע רודערמאַן, דער פּעסימיסט, האָט, װי זײַן שטײגער איז, געזידלט די גרעסטע מענטשן, ניט אָנערקענט קײן אױטאָריטעטן, געפֿײַפֿט אַף דער גאַנצער װעלט. דערפֿאַר האָט אָבער דער אָפּטימיסט זאָלאָטושקין ציטירט פֿון הײנע און בערנע גאַנצע שטיקער מיט אַ באַזונדערן ניגון, געקרײַזלט בעת מעשׂה דעם טשוביק פֿון זײַנע געקרײַזלטע האָר און זיך אָנגעװאַרעמט מיט אַזאַ התלהבֿות, װי אַ פֿאַרברענטער חסיד, בעת ער זאָגט נאָך דעם רבינס תּורה.

דאָס אַלצדינג איז אָבער געװען נישט מער װי אַ מיטל אַף די צײַט צו פֿאַרטרײַבן. עס האָט זיך געפֿילט אַ פּוסטקײט אין דער נשמה און אַן אומזיסט־פֿארלירן פֿון צײַט און פֿון ענערגיע. עס האָט זיך געבענקט נאָך אַרבעט. עס האָט זיך געריסן אין דער װעלט אַרײַן. עס איז ניט ליב געװען דאָס לעבן. זיך אַלײן נמאס. נמאס און מאוס.

נאָר דער גאָט, װאָס פֿאַרלאָזט ניט קײנעם, האָט זיך אומגעקוקט אױך אַף דעם פֿאַרלױרענעם העלד פֿון דער דאָזיקער ביאָגראַפֿיע. אים איז געקומען צו הילף זײַן טאַטנס אַ גוטער פֿרײַנט מיטן נאָמען ישׂראל בענדיצקי. דער דאָזיקער פּאַרשױן, כאָטש ער איז, אײגנטלעך, געװען ניט מער װי אַ כּלי־זמר, דאָך האָט ער געשפּילט אין שטאָט אַ ראָלע פֿון אַ זײער אָנגעזעענעם בעל־הבית. געשפּילט האָט ער נאָר אַף געהױבענע רײַכע חתונות, זיך גערעכנט פֿאַר דיריזשאָר און קאַפּעלמײַסטער. זײַן הױפּטגעשעפֿט איז געװען ― אַ רײַכע פּריצישע אַכסניה. ער איז אױך געװען דער אײנציקער פֿאָטאָגראַף אין שטאָט. דערצו איז ער געװען גלאַט אַ שײנער ייִד, אַ הױכער, אַן אױסגעפּוצטער, מיט אַ זעלטן־שײנער קײַלעכיקער שװאַרצער באָרד. געטראָגן אַ שװאַרצן געװענטענעם הענגקאָלנער, אַ הױכן קאַפּעלוש און לעדערנע קאַלאָשן מיט מעשענע אָבצאַסן. אַ צינגל האָט ער געהאַט אַ געשליפֿענעם, גערעדט זיס און קײַלעכיק און מער אַף רוסיש: „װיד־טילי“… „מעזשדו פּראָטשים“… „סליעדאָװאַטעלנאָ“…

דער דאָזיקער בענדיצקי איז געװען אַן אָפֿטער אַרײַנגײער אין קלוב, דאָס הײסט, צו ראַבינאָװיטשן אין דער „טאַבאַטשנע“ ― אַביסל שמועסן. אײנמאָל איז מען געזעסן אַזױ און געשמועסט, דערצײלט בענדיצקי, װי אַ מסיח לפֿי תּומו, אַז די טעג האָט זיך אָפּגעשטעלט באַ אים אײנער אַ ייִד, אַן עושר, אַ גבֿיר, אַן אַדיר, אַ מאַגנאַט, מיטן נאָמען ק. זיצן זיצט דער דאָזיקער „מאַגנאַט“ אין אַ קלײן שטעטעלע אין ט. (קיִעװער גובערניע). מע קאָן זאָגן, אַז ס'איז אַ דאָרף, ניט קײן שטעטל. און ער האָט קינדער, צו װעלכע ער זוכט מיט ליכט עפּעס אַ רעכטן לערער, אַ רעפּעטיטאָר, אַף ייִדיש און רוסיש צוזאַמען. נאָר דער לערער זאָל זײַן אַ געראָטענער, אַ קענער, און, מעזשרו פּראָטשים, אַ טאַטנס אַ קינד.

לאָזט זיך אױס, אַז דער טאַטע קען דעם דאָזיקן „מאַגנאַט“ נאָך פֿון לאַנג. אַמאָל, מיט יאָרן צוריק, אַז דער „מאַגנאַט“ ק. איז נאָך געװען אַ קלײן מענטשעלע, זיך געדרײט אַרום אַ פּריץ, איז ער געשטאַנען סטאַנציע באַ ראַבינאָװיטשן אין דער אַלטער אַכסניה און געװען דאָס, װאָס מע רופֿט אָן אַ „גוט ברודערל“. דערהערט אַזאַ מעשׂה, רופֿט זיך אָן בענדיצקי: „סליעדאָװאַטעלנאָ, האָט דאָך גאָט אַלײן מיך געשיקט צו אײַך פֿאַר אַ שליח! אױב אַזױ, װעל איך אײַך געבן אַן עצה, אַז איר זאָלט באַלד אַװעקזעצן זיך און אָנשרײַבן אַ רעכטן, אַ פֿײַנעם בריװ, מעזשדו פּראָ־טשים, אַף לשון־קודש, אַזױ װי איר קענט און אַזױ װי אַזאַ מאַגנאַט שטײט־אָן, און דער בחור, װידטילי, זאָל ניט מעדליװען און זאָל גלײַך אַװעקפֿאָרן מיט דעם דאָזיקן בריװ קײן ט. און פֿאַרנעמען די שטעלע, און סע זאָל זײַן אין אַ גוטער שעה ― אָמן“.

און אַזױ איז דאָס טאַקע געװען. עס איז באַשאַפֿן געװאָרן אַ בריװ, אַ שײנער פֿײַערדיקער מליצה־בריװ מיט אַזאַ שײנער שפּראַך, אַז עס קאָן רירן אַפֿילו אַ שטײן. דער טיטל אַלײן האָט פֿאַרנומען דרײַ לאַנגע שורות, אין װעלכע עס זײַנען געװען אױסגערעכנט אַזױ פֿיל מעלות און שבֿחים, אַז װען אַפֿילו דער „מאַגנאַט“ זאָל פֿאַרמאָגן נאָר אַ דריט־חלק פֿון זײ, װאָלט ער אױך געקאָנט זײַן אַן אידעאַל פֿון אַ מענטשן… אָנגעװאָפֿנט מיט אַזאַ שטאַרקער פּראָטעקציע, לאָזט זיך דער יונגער רעפּעטיטאָר אַװעק נאָך אַ מאָל אין גאָטס װעלט זוכן גליק. קײן איבעריקע געלטן מיט זיך, דאַרף מען דעם אמת זאָגן, האָט ער ניט מיטגעפֿירט. קײן אַקרעדיטיװן אין די בענק האָט ער אױך ניט געהאַט. דאָס ביסל, װאָס ער האָט פֿאַרדינט פֿון זײַנע שטונדן, האָט ער דעם גרעסטן טײל פֿאַרטראַנזשירט, זיך אױסגעקלײדט, װי אַ פּרינץ. דאָס איבעריקע האָט צוגענומען די באַן. הײַנט איז מען דאָך עפּעס אַ לעבעדיקער מענטש. אַף יעדער סטאַנציע שטעלט מען זיך אָפּ. די פּאַסאַזשירן שיטן־אַרױס פֿון די װאַגאָנעס און לױפֿן־צו צום בופֿעט. מע כאַפּט זיך צו, װער צו די פֿלעשלעך מיט די גלעזלעך, װער צו די הײסע פּירעזשקעס. װער עס הײסט זיך געבן אַ גלעזל טײ און װער אַ פֿלעשל סאָדע־װאַסער. מע טרינקט דאָס אױס על רגל אַחת און מע באַצאָלט דעם קעלנער טרינקגעלט פֿון דער ברײטער האַנט, מעשׂה באַנקיר, אָדער אָפֿיציר ― לאָז ער װיסן דרך־ארץ, ― און אַזױ איז אַף יעדער סטאַנציע. דאָס ביסל מינץ װערט צעקראָכן, צעגאַנגען, אַזױ װי שנײ אַף דער זון. אין בײַטעלע באָמבלט זיך נאָך עפּעס אַ מין פּיטאַקל. נאָר װער טראַכט װעגן דעם? אַ מענטש פֿאָרט אַף אַ גרײטער זאַך. אַזאַ שטעלע! און אָנגעװאָפֿנט מיט אַזאַ פּראָטעקציע ― װעמען רעדט ער?

― ― ― ― ― ― ― ― ― ― ― ― ―

און אַז ער איז געקומען קײן ט., אַרום פֿאַרנאַכטלעך איז דאָס געװעזן, האָט ער זיך אַרומגעקוקט, אַז ער איז נקי, רײן פֿון געלט, פֿאַרמאָגט זײַן אײגנס דאָס אײנע פּיטאַקל. און דאָך האָט ער אַפֿילו אַף קײן מינוט זיך ניט פֿאַרטראַכט. אַדרבה, ער האָט זיך געפֿילט אַזױ גוט, װי נאָך קײנמאָל ניט אין זײַן לעבן. דאָס אַלײן, װאָס ער איז פֿרײַ געװאָרן פֿון די רזשישטשעװער אינטריגאַנעס־לערערס, טאַראַקאַנעס און װאַנצן ― װאָס איז עס װערט? מיט פֿולע לונגען האָט ער אַרײַנגעאָטעמט אין זיך די געזונטע אָסיענדיקע לופֿט. די זון איז שױן לאַנג פֿאַרשװוּנדן אַף יענער זײַט װאַלד, װאָס האָט געשמעקט מיט דעמבענעם און סאָסנאָװן ריח.

אַרױסגעשפּרונגען פֿון װאַגאָן, האָט זיך דער יונגער רעפּעטיטאָר געלאָזט גלײַך צום גבֿיר ― אים איבערגעבן דעם בריװ. פֿאַרגינט זיך אַזאַ „מאַגנאַט“ צו זיצן העט־װײַט אין אַלדי גוטע יאָר אַרױס פֿון דער שטאָט, אין אַ װײַסן פּאַלאַץ מיט אַ גרױסן גרינעם גאָרטן, אַרומגעגרײַזעט מיט געפֿאַרבטע שפּיצעכיקע צאַצקעדיקע שטאַכעטן. צוטרעטן צו אים איז ניט אַזױ גרינג, װי מע קאָן זיך פֿאָרשטעלן. ערגער װי צו אַ פּריץ. נאָר אַז מען איז אָנגעלאָדן מיט אַזאַ שטאַרקער פּראָטעקציע, קאָן מען שױן גײן אַפֿילו צום קײסער אַלײן… אַזױ טראַכט זיך דער העלד, נאָר ער האָט אַ טעות. װאָרעם נאָך אַלעמען איז דער גן־עדן גאָר ניט אַזױ גװאַלדיק, װי דער װעג, װאָס פֿירט צום גן־עדן. אַ סבֿרה, אַז אײדער מע טרעט־צו צו אַזאַ גבֿיר, מוז מען דורכגײן פֿריִער אַלע שבֿעה מדורי גיהנם. באַ אַזאַ „מאַגנאַט“ איז פֿאַראַן דרײַ זאַכן, װאָס מע מוז פֿריִער דורכמאַכן, אײדער מען איז זוכה צו זען זײַן פּנים. און אַפֿילו, אַז איר האָט שױן דורכגעמאַכט אַלע דרײַ זאַכן, זײט איר נאָך אַלץ ניט פֿאַרטיק. איר קאָנט גײן און גײן און אַװעקגײן מיט דעם, װאָס איר זײַט געקומען. װאָס זײַנען די דרײַ זאַכן? 1) אַ סטרוזש, אַ הױכער טרוקענער ערל מיט קרומע פֿיס. אַז ער גײט, קאַטשעט ער זיך. זײַן נאָמען איז פּאַנטאַלײ און זײַן עובֿדה ― ער זיצט באַם טױער, אַזױ װי, להבֿדיל, מרדכי דער ייִד באַם קעניג אַחשורוש. 2) אַ שװאַרצער כּלבֿ, אַ בלינדער אַף אײן אױג, אַזױ װי בלעם. זײַן נאָמען איז זשוק. דעם דאָזיקן כּלבֿ שבכּלבֿים האַלט מען צוגעבונדן צו אַ בױם אַף אַן אײַזערנער קײט ― אַניט װאָלט ער דורס געװען מענטשן. און 3) אַ יונג אַ משרת, װאָס טראָגט אַ קױטיקע מאַנישקע, אַ גאָלדענעם רינג און גײט פֿאַרקעמט מיט אַ שרונט אַקוראַט אינמיטן קאָפּ. די שװאַרצע האָר שטאַרק אָנגעשמירט מיט פֿעטן און שמעקן מיט אַ ריח פֿון אָדעקאָלאָן, געמישט מיט ציבעלעס, נאָר די אױערן זײַנען פֿול מיט בלאָטע און די נעגל אַרומגעברעמט מיט שװאַרצן. דורכגײן אָט די דרײַ אינסטאַנציעס איז ניט פֿון די קלײניקײטן. קודם־כּל דאַרפֿט איר זיך באַקענען מיטן סטרוזש פּאַנטאַלײ, װאָרעם אַז ער דערזעט אַ פֿרעמדן מענטשן, טוט ער אים אַ פֿרעג: „שטאָ נאַדאַ?“ גײט דערצײלט פּאַנטאַלײען אַ מעשׂה װעגן אַ בריװ און װעגן אַ שטעלע. איז אָבער פּאַנטאַלײ נישט קײן שלעכטער גױ. אַ „פּיטאַקל“ איז באַ אים אַ מטבע, אַװעקגעשװוּמען דאָס אײנציקע, דאָס לעצטע פּיטאַקל!… דערפֿאַר איז פּאַנטאַלײ אַ גוטער ברודער. אַ סך ערגער פֿון דעם ערל איז זשוק. דער כּלבֿ איז טאַקע אַף אַ קײט. נאָר אַ הונט בלײַבט אַ הונט. ער בילט און שפּרינגט און רײַסט זיך, דער כּלבֿ שבכּלבֿים, מיט אַלע כּוחות. אַ גליק, װאָס פּאַנטאַלײ איז דאָ באַ דער זײַט. שרײַט ער אָן אַף אים, שילט אים מיט טױטע קללות און זאָגט אים מוסר ― אַ גאַנצע דרשה. נאָר שװערער פֿון אַלץ איז די דריטע אינסטאַנציע ― דער משרת. דער האַלט זיך גאָר פֿאַר אַ גאַנץ קנעפּל, פֿרעגט־אױס באַ אײַך איטלעכס ברעקל, נעמט־אָפּ אַן עקזאַמען: װער איר זײַנט? פֿון װאַנען איר קומט? און װאָס איר דאַרפֿט? אַ יונג אַ בלאַזן. מיט אים איז גלײַכער איר זאָלט זיך האַלטן פֿון דערװײַטן, קוקן אַף אים פֿון אױבן אַראָפּ. אַניט ― װעט ער אײַך קריכן אַפֿן קאָפּ. דער העלד פֿון די געשיכטעס װײס עס פֿון זײַן אײגענעם דערפֿאַרן. דער משרת האָט אים אַ נעם־געגעבן אַפֿן צימבל: פֿון װעמען איז דער בריװ? װאָס שטײט אין בריװ? און װאָס פֿאַר אַ געשעפֿט ער האָט? אַ שטעלע? װאָסער אַ שטעלע? אין „זאַװאָד“? אָדער אין די „עקאָנאָמיעס“? אױב אין „זאַװאָד“ ― זײַנען אַלע שטעלעס פֿאַרנומען. און אױב אין די „עקאָנאָמיעס“ ― זײַנען אױך אַלע שטעלעס באַזעצט. סײַדן אַ לערער־שטעלע? זײַנען אָבער דאָ בעלנים איבער־גענוג. אָט גײט נאָך אײנער מיט אַ הענגקאָלנער, זײער אַ װאַזשנער לערער ― האָט ער אָבער אַ חסרון: ער איז אַ שוטה, כאָטש בראָקט אים אין קרױט. דערפֿאַר האָט ער אַ מעלה, װאָס ער איז מיט אַ באָרד, װעלן די פּאַניטשלעך מיט די באַרישניעס פֿאַר אים האָבן דרך־ארץ.

― פֿאַר אײַך נישט, װײַל איר זײַט נאָך צו יונג, װעלן זײ אײַך אָפּדרײען דעם קאָפּ… אונדזערע פּאַניטשלעך מיט אונדזערע באַרישניעס ― עס װאָלט געמעגט קומען אַף זײ אַ חלירע אין אײן טאָג!…

אַזױ לאָזט־אױס דער משרת און פֿאַרבײַסט מיט אַ שײנעם יבֿרכך, נעמט־צו באַם בחור דעם בריװ, לײגט אים אַרױף אַף אַ זילבערן טעצל און װערט פֿאַרשװוּנדן אין די װײַטע אַפּאַרטאַמענטן. אין עטלעכע מינוט אַרום איז דער משרת געקומען צוריק מיט לײדיקע הענט און אָן אַ שום רעזולטאַט. דעם בריװ האָט, זאָגט ער, דער „מאַגנאַט“ געעפֿנט, אַ קוק געגעבן, און, ניט געלײענטערהײט, אַװעקגעלײגט.

װאָס איז די מעשׂה? ― דאָס װעלן מיר זען װײַטער. אין חלום און אַף דער װאָר

אַף דער סטאַנציע אינעם קלײן שטעטעלע ― „בערל דער רױטער“ טאַפּט באַ אים

װערטער ― דער העלד לײגט זיך שלאָפֿן אַ הונגעריקער און גײט־אַװעק אין

עולם־הדמיון אַרײַן ― װידער אַמאָל דער „אוצר“. ― ער באַגעגנט זיך מיט אַ

טאָכטער פֿונעם „מאַגנאַט“, און פֿון זײַנע חלומות לאָזט זיך אױס אַ טײַך.

באַקומען באַם „מאַגנאַט“ פֿון ט. אַזאַ קאַלטן ברוך־הבא, האָט אונדזער העלד פֿונדעסטװעגן נאָך ניט פֿאַרלױרן זײַן קוראַזש און זײַן האָפֿענונג האָט ער ניט אױפֿגעגעבן. ער האָט זיך געטראַכט: „װאָס אַ גבֿיר אַ מאַגנאַט קאָן זיך פֿאַרגינען! אפֿשר איז אים דער קאָפּ ניט דערבײַ? ניט הײַנט ― איז מאָרגן“… דערװײַל די צײַט שטײט ניט. עס הײבט־אָן צו װערן שטאָקנאַכט. מע באַדאַרף אַ טראַכט טאָן װעגן נאַכטלעגער, אױסזוכן אַ סטאַנציע. ער האָט זיך געלאָזט זוכן און האָט אױסגעזוכט די אײנציקע סטאַנציע אינעם שטעטעלע ט. ― אַ שטיבל אַף הינערשע פֿיסלעך. דער בעל־הבית איז נאָך אַ יונגערמאַן, טאַקע דעם „מאַגנאַטס“ אַ נאָענטער קרובֿ. אַ ייִד אַ רױטער, מיט אַ רױט־פֿײַערדיקער באָרד. זײַן נאָמען איז „בערל דער רױטער“. אַז ער רעדט, פֿאַרמאַכט ער די אױגן און שמײכלט. אַ מאָדנער ייִד. ער אינטערעסירט זיך אײַך מיט איטלעכס ברעקעלע. ער דאַרף אַלצדינג װיסן, װאָס באַ אײַך טוט זיך, און איז גרײט צו יעדער צײַט אײַך באַהילפֿיק זײַן מיט װאָס נאָר ס'איז מעגלעך. אַזױ זאָגט ער. ער קאָן אײַך געבן אַן עצה, פֿאָלגן אַ גאַנג, זאָגן אַ גוט װאָרט פֿאַר אײַך באַ זײַן רײַכן קרובֿ אין הױף, און טאַקע אונטערשטיצן מיט אַ באַשײדענעם װאַרעמעס, מיט אַ גלעזל טײ, עס שטײט במילא אַ גרױסער סאַמאָװאַר מיט אַ טשײַניק. טײ טרינקט װער עס װיל און װער עס װיל ניט.

אױסגעטאַפּט באַם יונגן אורח, װער ער איז און װער זײַן טאַטע איז, לאָזט זיך אױס, אַז ער קען אים זײער גוט. ער איז ניט אײן מאָל געשטאַנען באַ זײַן פֿאָטער אין דער אַכסניה. איז ער באַ אים נאָך טײַערער געװאָרן. גאָר אַן אָנגעלײגטער גאַסט! װיבאַלד אַזױ, מעג ער זיך װאַשן און גײן צום טיש גלײַך מיט אַלעמען. געפֿעלט ניט דעם גאַסט, װאָס מע קוקט אַף אים, װי אַף אַן אָרעם־בחור… ער איז נאָך גענוג גרױס באַ זיך, ער זאָל ניט װעלן עסן לאַסקאַװע ברױט באַ אַ ייִדן אַן אָרעמאַן, װעלכער לעבט מסתּמא פֿון די ברעקלעך, װאָס פֿאַלן אַראָפּ פֿון דעם רײַכן קרובֿס טיש… און ער טראַכט־אױס אַ ליגן, אַז ער איז גאָר נישט הונגעריק, אַז ער איז שױן אַ געגעסענער…

װיפֿל דער בעל־הבית, בערל דער רױטער, מוטשעט אים ניט, ער