פֿונעם יאַריד: צװישן חזנים און כּלי־זמרים

שלום עליכם (אַלע װערק)

דאָס בחורל „אױסשליסן“. דער טאַטע האָט געװײנט מיט טרערן און האָט נעבעך געמוזט גײן צום אָדון צום דירעקטאָר (סמאָטריטעל), בעטן פֿאַר זײַן זון רחמים, און נאָר צו פֿאַרדאַנקען דאָס, װאָס ער איז געװען אײנער פֿון די בעסטע תּלמידים אין קלאַס, אַ סטיפּענדיאַנט, האָט מען אַף אים געלײגט כּבֿוד, רחמנות געהאַט אַפֿן טאַטן און ניט „אױסגעשלאָסן“. דערפֿאַר האָבן די לערערס געבענטשט דעם תּלמיד מיט אַ נײַעם נאָמען. אַז זײ האָבן אים באַדאַרפֿט אַרױסרופֿן אין קלאַס צו דעם ברעט, האָבן זײ ניט געזאָגט, װי ביז אַהער: ראַבינאָװיטש! זײ האָבן אים אַרױסגערופֿן אָדער „כודאָזשניק“ (מאָלער), אָדער „פּיסאַטעל“ (שריפֿטשטעלער). און צעצױגן האָט מען דאָס װאָרט אַף דרײַ קלאַפֿטער די לענג:

― פּי ־ סאַ ־ טעל!…

אָט דער נאָמען איז אים פֿאַרבליבן אַף לאַנג, שױן ביזן סוף.

53

צװישן חזנים און כּלי־זמרים

אַ מעשׂה מיט אַ ייִדיש ביכל, װאָס רופֿט־אַרױס געלעכטער ― חזנים מיט אַ

„קאָלאַװראַטור“ ― יהושע־העשל דער כּלי־זמר מיט זײַן כאַליאַסטרע ― דער יצר־הרע פֿון פֿידל

צו „שרײַבערײַ“ האָט דער העלד פֿון דער דאָזיקער ביאָגראַפֿיע געהאַט אַ נײגונג פֿון תּמיד אָן. זײַן אידעאַל איז געװען צו זײַן אַ מחבר, אַ שרײַבער, ניט נאָר מיטן קרײַדל אַף די װענט, נאָר טאַקע באמת אַ שרײַבער, אַ פֿאַרפֿאַסער פֿון אַ בוך. אַף אים האָט נבֿיאות געזאָגט נאָך זײַן אַלטער פֿרײַנט דער קאָלעקטאָר, אַז ער װעט אַמאָל זײַן אַ שריפֿטשטעלער און װעט שרײַבן העברעיִש, אַזױ װי צעדערבױם, גאָטלױבער, יהל″ל און נאָך אַ סך אַנדערע „גדולים“. האָט אָבער אַרנאָלד פֿון די פּידװאָרקעס געדרונגען פֿאַרקערט: אַז אױב אָט ― דער חבֿרה־מאַן װעט אַמאָל שרײַבן, װעט ער שױן זײַן בעסער אַ רוסישער שרײַבער, ניט קײן העברעיִשער. אין „המליץ“, האָט ער געזאָגט, זײַנען פֿאַראַן אָן אים גענוג דילעטאַנטן, איגנאָראַנטן, מלמדים און בטלנים! ניט צעדערבױם, ניט גאָטלױבער, ניט יהל″ל נאָר ט ו ר ג ע נ י ע װ און ג אָ ג אָ ל , פּ ו ש ק י ן און ל ע ר מ אָ נ ט אָ װ ― אָט װער עס באַדאַרף אים שטײן פֿאַר די אױגן!…

מיט אײנעם װאָרט, אָדער העברעיִש, אָדער רוסיש. אַז דער „חבֿרהמאַן“ װעט אַמאָל שרײַבן ייִ ד י ש ― דאָס איז קײנעם אַף די געדאַנקען ניט געקומען, װאָרעם ייִדיש איז דען אױך אַ שפּראַך? דאָס הײסט, רײדן האָט מען קײן אַנדער שפּראַך ניט גערעדט אױסער ייִ ד י ש , נאָר אַז מע קאָן ש ר ײַ ב ן אַף ייִדיש ― װער האָט דאָס געװוּסט? „זשאַרגאָן“, „עבֿרי־טײַטש“ ― דאָס איז אַ מאכל פֿאַר װײַבער. אַ ייִד האָט זיך געשעמט צו האַלטן אַ ייִדיש ביכל אין די הענט ― מע װעט זאָגן: אַ גראָבער יונג!…

פֿונדעסטװעגן געדענקט זיך אַ מעשׂה נאָך פֿון קינדװײַז. נאָך אין יענעם פֿאַרװאָרפֿענעם קלײנעם שטעטעלע, אין װאָראָנקאָ, האָט אַ ייִדיש ביכל, און דװקא אַף „זשאַרגאָן“ געשריבן, געהאַט דעם גרעסטן דערפֿאָלג. װאָס דאָס איז געװען פֿאַר אַ ביכל ― קאָן זיך דער העלד פֿון דער ביאָגראַפֿיע ניט דערמאָנען. ער געדענקט נאָר, אַז ס'איז געװען אַ ביכעלע אַ קלײנטשיקס, אַ דאַרינקס, מיט געלע, פֿאַרסמאָלצעװעטע, צעפֿאַלענע און אָפּגעריסענע בלעטלעך, אָן טעװעלעך, און אַפֿילו אָן אַ פֿאָדערבלעטל. שבת־צו־נאַכטס, אַלע בעלי־בתים פֿון שטאָט האָבן זיך צונױפֿגעקליבן באַ רב נחום װעװיקס אַף „מלוה־מלכּה“. די מאַמע איז פֿאַרנומען אין קיך מיטן „װאָלכישן באָרשט“, און דער עולם האַלט זיך אונטער דערװײַל. רב נחום לײענט אַ מעשׂה־ביכל. דער טאַטע לײענט, און דער עולם זיצט אַרום טיש, רױכערט פּאַפּיראָסן און מע קאַטשעט זיך, מע האַלט זיך באַ די זײַטן פֿאַר געלעכטער, און מע אונטערברעכט אַלע מינוט דעם פֿאָר־לעזער און מע דריקט־אױס די גרױסע התפּעלות הױך אַף אַ קול, און עס שיטן זיך קללות אַפֿן בעל־מחברס אַדרעס: „אָט אַ ימח־שמוניק! אַ כּל־בוניק! אַ ממזר! אַ רוח אין זײַן טאַטנס טאַטן אַרײַן!“… אַפֿילו דער פֿאָרלעזער אַלײן קאָן זיך ניט אײַנהאַלטן, װערט שיִער־דערשטיקט פֿאַר געלעכטער! די קינדער װילן ניט גײן שלאָפֿן, און שלום אַװדאי ניט. פֿאַרשטײן װאָס דער טאַטע לײענט ― פֿאַרשטײט ער ניט, נאָר ס'איז אים גלאַט געפֿעלן צו זען, װי ייִדן מיט בערד קאַטשען זיך, האַלטן זיך באַ די זײַטן און שיסן־אױס אַלע מאָל מיט אַ געלעכטער. און ער זיצט פֿון דער װײַטנס און קוקט אין אַלעמענס פּנימער, װי זײ שײַנען, און ער איז מקנא יענעם ייִדן, װאָס האָט געמאַכט אָט דאָס ביכעלע, און זײַן טיפֿסטער װוּנטש איז, אַז גאָט װעט העלפֿן, ער װעט אױסװאַקסן און װערן אַ גרױסער, װעט ער אױך אָנשרײַבן אַזאַ מין ביכעלע, װאָס ייִדן װעלן דאָס לײענען און װעלן לאַכן און װעלן אים שילטן אין גוטן מוט, גלאַט אַזױ זיך, אין טאַטנס טאַטן אַרײַן…

נאָר װי די מעשׂה איז ― אױב ער װעט זײַן אַ שרײַבער אָדער ניט, אױב ער װעט זײַן אַ העברעיִשער שרײַבער אָדער אַ רוסישער ― אַ „קענער“ װעט ער שױן זײַן געװיס. ס'איז גאָר נישטאָ װאָס צו רײדן. זײַן אַ „קענער“ ― דאָס האָט ער געמוזט און דאָס האָט ער געװאָלט. ער האָט געװאָלט קענען אַלצדינג. אַפֿילו אַזאַ זאַך, װי פֿידל־שפּילן. דאַכט זיך, װאָס פֿאַר אַ שײַכות האָט שפּילן אַפֿן פֿידל צו השׂכּלה? נײן, עס האָט אַ שײַכות. שפּילן אַפֿן פֿידל איז אין יענער צײַט געשטאַנען אין פּראָגראַם פֿון קענטעניש גלײַך מיט אַנדערע זאַכן און האָט זיך אָנגעקערט מיט לערנען, װי, אַשטײגער, אַ טאַטנס אַ קינד האָט געלערנט דײַטש, אָדער פֿראַנצױזיש. קײן פּראַקטישע נוצן האָט דערפֿון קײנער ניט געװאַרט, נאָר אַ טאַטנס אַ קינד, װאָס װיל זײַן אַ מושלם, באַדאַרף אַלצדינג קענען. כּמעט אַלע פֿײַנסטע בעל־הבתּישע בחורימלעך אין שטאָט האָבן דעריבער זיך געלערנט שפּילן פֿידל. חײם פֿרוכשטײנס האָט געשפּילט פֿידל, צאַליע מערפּערטס האָט געשפּילט פֿידל, מאָטל סריבנערס האָט געשפּילט פֿידל. מיט װאָס איז שלום ראַבינאָװיטש ערגער פֿון זײ? האָט אָבער דער טאַטע נישט געװאָלט. ער האַלט ניט דערפֿון. עס איז אַן איבעריקע זאַך, האָט ער געזאָגט, אַן עבֿירה די צײַט, און עס קומט־אױס באַ אים מעשׂה כּלי־זמר. מאַטעמאַטיקע, געאָגראַפֿיע, מליצה ― דאָס איז אַ זאַך. אָבער רימפּלען אַפֿן פֿידל ― װאָס איז פֿאַר אַן עובֿדה?…

אַזױ טענהט נחום ראַבינאָװיטש און איז פֿון זײַן שטאַנדפּונקט אפֿשר גערעכט. הערט־זשע אָבער, װאָס זאָגט דערױף יהושע־העשל דער כּלי־זמר? יהושע־העשל דער כּלי־זמר איז אַ ייִד אַן ערלעכער, אַן אײדעלער ייִד, מיט צװײ גראָבע געדיכטע פּאות. זאָגט ער בפֿירוש: „װאָס געהער זיך אָן דאָס מיט דעם? ער האָט, זאָגט ער, אױך קינדער, ניט ערגער פֿון אַלע אַנדערע ייִדישע קינדער, און שקצים אױך גוטע, רער רוח האָט זײ ניט גענומען! אלא דעריבער איז װאָס? האָט איר מורא, אַז זײ שפּילן ניט באַ אים אַף אַלע אינסטרומענטן?“… און בנציון דער כּלי־זמר װאָס זאָגט? אָט דער בנציון, װאָס האָט אױסגעלערנט די אַלע אױסגערעכנטע בחורימלעך פֿידל שפּילן, איז אַלײן אַ ייִד מיט אַן אײַנגעפֿאַלענער נאָז, און דעריבער פֿאָנפֿעט ער אַביסל אונטער. האָט ער אױסגעפּרוּװט נחום ראַבינאָװיטשעס ייִנגל, געגעבן אים די ערשטע פּאָר לעקציעס פֿון ערשטן חלק „בעריאָט“, האָט ער אַלײן געזאָגט פֿאַר אַלע ייִנגלעך, אַז אָט דאָס בחורל איז אַ „פֿאַלאַנף“. אַף בנציונס פֿאָנפֿעװאַטע לשון האָט דאָס באַדאַרפֿט הײסן אַ „טאַלאַנט“… צי ער האָט טאַקע געהאַט אַ טאַלאַנט אָדער ניט ― דאָס װײס ניט שלום. ער װײס נאָר, אַז פֿון קינדװײַז־אָן גײט ער אױס שפּילן און איז די כּפּרה נאָך אַ פֿידל, און װי אַף צו־להכעיס, גלײַך װי מע װאָלט זיך װעלן רײצן מיט אים, האָט ער זיך שטענדיק געפֿונען אין אַ װעלט פֿון געזאַנג און מוזיק, צװישן חזנים און כּלי־זמר.

חזנים און משוררים זײַנען כּמעט קײנמאָל ניט אַרױס פֿון זײער שטוב, װײַל נחום ראַבינאָװיטש איז אַלײן געװען אַ בעל־תּפֿילה און אַ יודע־נגן, און דערצו איז זײער אײַנפֿאָר געװען, קאָן מען זאָגן, די אײנציקע סטאַנציע פֿאַר חזנים. עס איז ניט אַװעק קײן שבת־מבֿרכים, ס'זאָל ניט קומען צו פֿאָרן אַ בױד, אָנגעפּאַקט מיט מאָדנע פּאַרשױנען, לעבעדיקע, רירעװדיקע, אַלע הונגעריקע. געגאַנגען זײַנען זײ, מערסטנטײל, אָפּגעריסן און אָפּגעשליסן, כּמעט נאַקעט און באָרװעס, נאָר די העלדזער אַרומגעװיקלט מיט שאַרפֿעס, װאָלענע, װאַרעמע שאַרפֿעס. אַזױ װי די הײשעריקן זײַנען זײ באַפֿאַלן די אַכסניה, געגעסן אַלצדינג, װאָס מע האָט זײ געגעבן. דאָס איז שױן געװען אַ כּלל, אַז װיבאַלד הונגעריקע ― זײַנען דאָס געװען משוררים מיט אַ װעלט־באַרימטן חזן. גאַנצע טעג האָט זיך דער װעלט־באַרימטער חזן געקאַטשעט אַפֿן האַלדז, אױסגעפּרוּװט זײַן „קאָלאַװראַטור“ און געשלונגען רױע אײער, און די זינגערלעך האָבן זיך געריסן אַף די גלײַכע װענט, מערסטנטײל געהאַט שװאַכע קולות, נאָר שטאַרקע אַפּעטיטן צום עסן, האָבן זײ דעריבער מיט זײער דאַװנען עפּעס ניט אַזױ שטאַרק אױסגענומען, נאָר אָנגעגעסן און אָנגעטרונקען זיך און אַװעקגעפֿאָרן אומבאַצאָלטערהײט. דאָס האָט דער שטיפֿמאַמע, פֿאַרשטײט זיך, שטאַרק ניט געשמעקט. האָט זי ביסלעכװײַז אָטלענטשעט די װעלטבאַרימטע חזנים, געבעטן, זײ זאָלן שױן מוחל זײַן פֿאַרפֿאָרן בעסער צו ראובֿן יאַסנעגראַדסקי, מחמת עסערס האָט זי, קײן עין־הרע, אַלײן גענוג, און שרײַערס איז באַ איר אױך דאָ אַ היפּש ביסל, ניט צו פֿאַרזינדיקן… דער פּועל־יוצא איז געװען, װאָס ראַבינאָװיטשעס קינדער האָבן זיך אָנגעהערט אַזױ פֿיל נגינה, אַז זײ זײַנען געװען קלאָר אַף אױסװײניק, װעמען געהער אָט די און די קדושה, און װעמען געהער דער און דער „תּכּנתּ־שבת“: צי פּיציע דעם חזן, אָדער מיציע דעם חזן, אָדער דעם קאַשטאַנער חזן, אָדער דעם שעדליצער, אָדער דעם קאַלװאַריער חזן, אָדער גאָר ניסיע בעלזער? עס זײַנען געװען צײַטן, װאָס געזאַנגען האָבן זיך, אַזױ צו זאָגן, געטראָגן אַלײן פֿון זיך אין דער לופֿטן, און אין קאָפּ האָט זיך געפֿלאָכטן אַ געדאַנק, און אין האַלדז האָט זיך געקײַקלט און געקײַקלט עפּעס אַ ניגונדל און ניט געלאָזט שלאָפֿן.

דאָס איז געװען מיט נגינה. און װאָס אָנבאַלאַנגט מוזיק, האָט דער העלד פֿון דער דאָזיקער ביאָגראַפֿיע געהאַט די זעלבע געלעגנהײט צו הערן כּלי־זמר נאָך מער װי חזנים, װאָרעם סײַ יהושע־העשל דער כּלי־זמר מיט די גראָבע פּאות, סײַ בנציון מיט דער אײַנגעפֿאַלענער נאָז האָבן געװױנט ניט װײַט פֿון חדר, אַזױ, אַז מע איז געגאַנגען אין חדר אַרײַן, האָט מען באַדאַרפֿט דורכגײן פֿאַרבײַ יהושע־העשלען און פֿאַרבײַ בנציו־נען. דאָס הײסט, קײן מוז איז דערבײַ ניט געװען: מע האָט זײער שײן געקאָנט אױסמײַדן, און װען מע מײַדט זײ אױס, װאָלט געװען אַ סך נענטער. האָט אָבער שלום ליב געהאַט דװקא גײן פֿאַרבײַ זײ און דװקא בלײַבן שטײן אונטערן פֿענצטער און הערן, װי בנציון דער כּלי־זמר לערנט די ייִנגלעך פֿידל שפּילן, אָדער װי יהושע־העשל דער כּלי־זמר מאַכט רע־

פּעטיציע מיט זײַנע בנים, װאָס שפּילן אַף אַלערלײ אינסטרומענטן. און דעמאָלט איז געװען אים ניט אָפּצורײַסן און ניט אָפּצוטרײַבן. יהושע־העשלס בנים האָבן דאָס באַמערקט, האָט דער עלטערער, העמעלע, אים מכבד געװען אײן מאָל מיטן סמיטשיק, דאָס אַנדערע מאָל מיט אַ קװאָרט װאַסער ― עס האָט אָבער ניט געהאָלפֿן. דורך אײן ציגאַר טיטון איז מען מיט העמעלען געװאָרן חבֿר, און שלום איז געװאָרן אַ בן־בית באַ יהושע־העשל דעם כּלי־זמר, נישט דורכגעלאָזט קײן אײן רעפּעטיציע ― און רעפּעטיציעס זײַנען געװען דאָרט אַלע מאָנטיק און דאָנערשטיק, ― און דורך זײ האָט ער זיך באַקענט מיטן גאַנצן בינטל מוזיקאַנטן, מיט דער גאַנצער כּלי־זמרשער משפּחה, מיט זײערע װײַבער און קינדער, מיט אַלע זײערע זיטן און מנהגים, מיט זײער אַרטיסטיש ציגײַנער־לעבן, און אַפֿילו מיט זײער שפּראַך, „כּלי־זמר־לשון“, װעלכעס ער האָט דערנאָכדעם, שױן אַלס ש ל ו ם ע ל י כ ם , טײלװײַז אױסגענוצט אין זײַנע װערק: „אַפֿן פֿידל“, „סטעמפּעניו“, „בלאָנדזשענדע שטערן“ און אַנדערע.

אַלזאָ, װי איר זעט, איז אין לערנען פֿידל שפּילן ניט געװען קײן מניעה. געהערט האָט ער געהאַט גענוג. אַ טאַלאַנט, זאָגט בנציון דער כּלי־זמר, האָט ער אױך געהאַט. װאָס־זשע נאָך פֿעלט? אײן אינסטרומענט, אַ פֿידל. און אַ פֿידל קאָסט געלט, און קײן געלט איז נישטאָ! װאָס טוט מען? ― דאַרף מען, הײסט דאָס, קריגן געלט… אָט דאָ, באַ דעם געלט קריגן, האָט זיך געטראָפֿן אַ מעשׂה, אַ קאָמישע, נאָר אַ טרױעריקע. אַ מין טראַגי־קאָמעדיע.

54

לא תגנובֿ!

דעם אורחס בײַטעלע מיט קלײנגעלט ― ער באַגײט אַ גנבֿה און האָט חרטה ― װי אַזױ װערט מען פּטור פֿונעם בײַטעלע?

צװישן די אורחים, װאָס האָבן זיך אָפּגעשטעלט באַ די ראַבינאָװיטשעס אין „אײַנפֿאָר“, איז געװען אײנער אַ באַשטענדיקער אורח, אַ ייִד אַ ליטװאַק, אַ תּבֿואה־הענדלער פֿון פּינסק, מיטן נאָמען װאָלפֿסאָן. דער װאָלפֿסאָן פֿלעגט אײַנשטײן חדשים־לאַנג און האָט זיך געהאַט זײַן שטענדיקן חדר, װאָס מע האָט אים גערופֿן „װאָלפֿסאָנס חדר“ (אַפֿילו דעמאָלט, װען װאָלפֿסאָן אַלײן איז גאָר געװען אין פּינסק). און אױך אַ סאַמאָװאַר אַ באַזונדערן האָט ער געהאַט ― „װאָלפֿסאָנס סאַמאָװאַרל“. און געװען איז דער װאָלפֿסאָן באַ די ראַבינאָװיטשעס אַ מענטש אַ הײמישער, געגעסן