פֿונעם יאַריד: ימים נוראָים

שלום עליכם

פֿון www.cs.uky.edu/~raphael/yiddish/sholemAleykhem/contents.html

קריאת־שמע שטילערהײט און צו װײנען, גיסן מיט טרערן, און נאָך אַלץ ניט פֿאַרלױרן אינגאַנצן דעם בטחון אַף גאָט, טאָמער װעט דער אײבער־ שטער פֿאָרט רחמנות האָבן. אַז דער אײבערשטער װיל ― קאָן ער! דער פּריץ דערװײַל האָט קײן צײַט ניט. הײסט ער אים, ער זאָל שטײן גלײַך ― שטײט ער גלײַך. דערנאָך הײסט ער אים, ער זאָל זיך אָנבײגן ― בײגט ער זיך אָן. ער זאָל צענעמען די הענט ― צענעמט ער די הענט. ער זאָל אױסזען װי אַ פֿױגל ― זעט ער אױס װי אַ פֿױגל... און דער פּריץ ― צי ער האָט עס טאַקע געמײנט אַף אַן אמת, אָדער ער האָט נאָר געטריבן קאַטאָװעס און דער אײבערשטער האָט געמאַכט אַזױ, ס'זאָל אױסקומען אַף אַן אמת ― ער האָט אױסגעשאָסן און געטראָפֿן נחן גלײַך אין שטערן אַרײַן, און נח איז אומגעפֿאַלן, װי אַ געשאָסענער פֿױגל, און האָט זיך אַראָפּגעקײַקלט אַראָפּ פֿונעם דאַך. און נאָך באותו היום האָט מען אים געבראַכט צו קבֿר־ישׂראל. דער פּריץ האָט אָבער געהאַלטן װאָרט. צען יאָר כּסדר האָט ער נישט גערירט די אַלמנה פֿון דער קרעטשמע, װיפֿל מע זאָל אים ניט מוסיף זײַן אַף דער אַרענדע ― אַמאָליקע פּריצים!

אַזעלכע שײנע מעשׂיות פֿון „אַמאָליקע“ ייִדן און פֿון „אַמאָליקע“ פּריצים האָט דער זײדע געהאַט לרובֿ, און חבֿרה װאָלטן זיך ניט אָפּגעזאָגט זײ אױסהערן נאָך און נאָך, װען דער זײדע משה־יאָסיע זאָל ניט האָבן קײן טבֿע אַרױסציִען פֿון יעדער מעשׂה אַ מוסר־השׂכּל, אַז מע באַדאַרף זײַן אַן ערלעכער ייִד און האָבן בטחון, און פֿונעם מוסר־השׂכּל זאָל ער ניט ליב האָבן אַרײַנפֿאַלן גלאַט אין מוסר אַרײַן און נעמען שטראָפֿן די קינדער, פֿאַר װאָס זײ גיבן נאָך דעם יצר־הרע, װילן נישט דאַװנען, נישט לערנען, נישט גאָט דינען, װאָלטן װעלן טאָג װי נאַכט נאָר כאַפּן פֿישלעך, אָדער רײַסן באַרלעך, אָדער גלאַט שקאָצעװען מיט אַלע באָסלאַװער ייִנגלעך, ימח שמם וזכרם זאָלן זײ װערן!

42
ימים נוראָים

דער באָסלאװער טײַך „ראָס“. ― דער באָסלאװער װאַלד. ― די באָסלאװער אַלטע

קלױז. ― די באָבע גיטל שלאָגט מיט די אײניקלעך כּפּרות. ― דער זײדע בענטשט

                  זײ ערבֿ יום־כּפּור און זײַנע אױגן זײַנען נאַס

עס איז שװער צו זאָגן, װוּ איז געװען מער לעבן, מער פּאָעזיע ― באַם טײַך „ראָס“, אָדער אין באָסלאַװער װאַלד, אָדער אין דער אַלטער קלױז? עס איז שװער צו זאָגן, װאָס פֿון די דרײַ האָט געהאַט אין זיך אַ גרעסערן יצר־הרע? באַם „ראָס“ ― דאָרט איז אַ לעבן! דאָרט איז פֿרײלעך! דאָרט טרינקען־אָן בעלי־עגלות זײערע פֿערד; דאָרט שעפּן־אָן װאַסערפֿירערס װאַסער אין זײערע פֿעסלעך; דאָרט שטײען װײַבלעך און מײדלעך באָרװעסע, מיט רױטע פּולקעס, און װאַשן גרעט, קלאַפּן און שפּריצן מיטן פּראַטש, אַזש פֿונקען פֿליִען; דאָרט באָדן זיך, פּאָליאָסקען זיך, לערנען זיך שװימען און כאַפּן פֿישלעך ייִנגלעך אָן אַ שיעור, טוען זיך אױס צװישן די שטײנער, שפּרינגען אין טײַך אַרײַן ― און אַלע שרײַען, אַלע פּילדערן: „זע, װי איך שװים! זע, װי איך ליג אַפֿן רוקן! זע בעסער, װי איך גײ טריט־װאַסער! זע, װי איך טוק זיך! זע, װי איך מאַך בולבעס!“... אַלע רײדן, אַלע באַװײַזן קונצן, אַלע קאָנען. די פּערעיאסלאַװער יתומים זײַנען זײ שרעקלעך מקנא. אײנער פֿון דער חבֿרה גײט־צו אַ נאַקעטער, װי די מאַמע האָט אים געהאַט. אַבֿרהמל רופֿט מען אים. אַ בחורל שװאַרץ װי אַ טאָטער, אױגן בײנקאָװאַטע, אַ פּנים װי אַ לאָקשן־ברעט, אַ נעזל װי אַ פֿאַסאָליע. „װי אַזױ רופֿט מען דיך?“ „שלום“. „שװימען קאָנסטו?“ „נײן“. „װאָס־זשע שטײסטו? קום אַהער, װעל איך דיך אױסלערנען“... איר פֿאַרשטײט? ניט לערנען, נאָר אויסלערנע ן! ― דאָס איז גאָר אַנדערע װערטער.

נישט װינציקער פּאָעזיע איז אין װאַלד. דער באָסלאַװער װאַלד איז רײַך אין באַרלעך. די באַרלעך זײַנען אַפֿילו האַרט װי שטײנדלעך און זױער ― עסיק! נאָר פֿאָרט באַרלעך. און קאָסטן גאָרנישט. איר קאָנט אײַך רײַסן װיפֿל איר װילט ― הפֿקר! מע באַדאַרף נאָר קאָנען דערלאַנגען. װאַלד־באַרלעך װאַקסן הױך. מוז מען אַרױפֿקלעטערן אַרױף אַפֿן בױם און טרײסלען דעם בױם מיט אַלע כּוחות, אַניט װעלן די באַרלעך ניט פֿאַלן. אױסער באַרלעך זײַנען אין באָסלאַװער װאַלד פֿאַראַן ניסלעך אױך. האָ־זענע ניסלעך. זײ װערן שפּעט פֿאַרטיק און זײַנען באַװאַקסן מיט אַ מין שאָלעכץ ― ביטער־גאַל. און קײן יאָדערן זײַנען אין די ניסלעך נישטאָ. זײ װעלן ערשט אַמאָל זײַן. נאָר עס מאַכט ניט אױס. פֿאָרט ניס. מע קאָן אָנלײגן פֿולע קעשענעס. דאָס װאָס מע רײַסט אַלײן ― איז אָנגעלײגט. און רײַסן באַרלעך און טרײסלען ניס באַדאַרף מען קאָנען. אַבֿרהמל קאָן. אַבֿרהמל איז אַף אַלצדינג אַ כװאַט. איז אַ גוטער בטבֿע, אַ מזג טובֿ, אַ מענטש אָן אַ גאַל. אײן חסרון נאָר, װאָס ער איז אַ קבצנס אַ ייִנגל. זײַן מאַמע איז אַן אָרעמע אַלמנה און אַ קעכן באַ די יאַמפּאָלסקיס. געװױרע געװאָרן דערפֿון איז דער פֿעטער איציע און האָט עס באַלד אָפּגעטראָגן דער באָבע גיטל אין אױער אַרײַן. האָט די באָבע גיטל צוגערופֿן דאָס אײניקל שלום צו איר בעט, אים געשענקט אַ באַר פֿון אונטער דעם קישן און אָנגעזאָגט עטלעכע מאָל, ער זאָל זיך ניט דערװעגן מער באַגעגענען זיך און זײַן באַקאַנט מיט אַזעלכע ייִנגלעך, װי אַברהמל, װאָרעם טאָמער דערװיסט זיך דער זײדע משה־יאָסיע, אַז זײַנע אײניקלעך באַגעגענען זיך מיט אַזעלכע ייִנגלעך, װעט זיך טאָן חושך!...

זײ איז גרינג צו זאָגן „ניט באַגעגענען זיך“ ― אַז מיט דעם אַבֿרהמלען מוז מען זיך באַגעגענען כאָטש צװײ מאָל אַ טאָג, אינדערפֿרי און אַפֿדערנאַכט ― באַם קדיש זאָגן. אַבֿרהמל איז אױך אַ יתום. ער זאָגט קדיש נאָך זײַן טאַטן אין דער אַלטער קלױז. אַך, װיפֿל קדישים דאָרטן איז! און אַלע זאָגן קדיש אין מזרח!... משה־יאָסיע דעם חאַמאַר־ניקס אײניקלעך, אַז זײ זײַנען געקומען מיטן זײדן דאָס ערשטע מאָל אין דער אַלטער קלױז, האָט זײ דער זײדע צוגעפֿירט גלײַך צום שמשׂ און האָט אים אָנגעזאָגט מיטן האַרבן װאָרט, אַז ער װיל, אַז זײער אָרט אַף זאָגן קדיש זאָל זײַן נעבן עמוד, װאָרעם דאָס זײַנען „טאַטנס קינדער“... דער שמשׂ, אַ זקן מיט אַן אױסגעבױגענעם רוקן און מיט אַלטע טראַכאָמעדיקע אױגן, װאָס זעען־אױס װי אַרומגעליאַמעװעט מיט רױטן, האָט אױסגעהערט דעם זײדן מיט דרך־ארץ, נישט געענטפֿערט קײן װאָרט, אַרײַנגעכאַפּט אין נאָז אַ רעכטן שמעק טאַבעקע, גיך אָפּגעטרײסלט די פֿינגער און אונטערגעטראָגן אױך דעם זײדן דאָס פּושקעלע, אַ קלאַפּ געגעבן מיטן נאָגל איבערן דעקל מכבד געװען אים מיט אַ שמעק טאַבעקע אָן װערטער. דאָס האָט באַדאַרפֿט הײסן: ,,גוט, װאָס איר האָט מיר געזאָגט, אַז דאָס זײַנען טאַטנס קינדער, זײַנען זײ שױן, זײַט זיכער, באַ מיר דאָס שװאַרצאַפּל פֿונעם אױג, װאָס איז שײך!“...

די באָסלאַװער אַלטע קלױז האָט געהאַט אין זיך אַזאַ כּוח, אַז די פּערעיאַסלאַװער יתומים, װי מע האָט זײ דאָרט גערופֿן, האָבן זיך צוגעבונדן צו איר, גלײַך װי זײ װאָלטן דאָרט געבױרן און אױפֿגעצױגן געװאָרן. אַלצדינג האָט באַ זײ אױסגעזען מוראדיק גרױס און שײן און הײליק. אַף אַלצדינג איז געלעגן אַ באַזונדער חתימה פֿון אַלטער שײנקײט, פֿון פֿאַרגאַנגענער גרױסקײט, פֿון פֿאַרצײַטיקע הײליקײט ― אַ שטיק בית־המקדש.

נאָר אױב די באָסלאַװער אַלטע קלױז האָט אױסגעזען באַ די פּערע־יאַסלאַװער יתומים אין אַלע טעג פֿון אַ גאַנץ יאָר װי אַ שטיק בית־המקדש, איז זי צו ימים נוראָים, צו ראָש־השנה און יום־כּיפּור, געװאָרן פֿאַר זײ טאַקע אַ גאַנצער בית־המקדש. זײ האָבן נאָך קײנמאָל אַזױ פֿיל ייִדן ניט געזען און האָבן נאָך קײנמאָל אַזאַ דאַװנען ניט געהערט. דאָס איז געװען אַ מישמאַש פֿון אַלערלײ מינים חסידים און חב″דניקעס, װאָס האָבן באַם דאַװנען אײַנגעלײגט די װעלט, געפּאַטשט מיט די הענט, געקנאַקט מיט די פֿינגער און געזונגען מאָדנע ניגונים, געברומט און געבאָמקעט און מיט אַמאָל פֿאַרגאַנגען זיך און פֿאַרדבֿקהט זיך אַף עטלעכע מינוט, און װידער גענומען זינגען און ברומען און באָמקען און קנאַקן מיט די פֿינגער. פֿאַר די פּערעיאַסלאַװער יתומים איז אַזאַ מין דאַװנען געװען אַ נײַס, אַ גאַנצער ספּעקטאַקל. נאָר שענער פֿון אַלץ איז געװען דאָס, װאָס דער זײדע משה־יאָסיע האָט מיט זײַן דאַװנען איבערגעשטיגן אַלע דאַװנער פֿון דער אַלטער קלױז. ער איז געװען ניט קײן חב″דניק, נאָר גלאַט אַ מאָדנער חסיד מיט אײגענע גענג, אײגענע מנהגים און אײגענע משוגעתן. ער האָט זיך פֿאַרגונען בלײַבן אין קלױז שבת און יום־טובֿ לאַנג־לאַנג נאָך אַלעמען. דער פֿעטער איציע, װאָס האָט געװױנט אין דער אַנדערער האַלבער שטוב, האָט שױן געהאַלטן אין עסן, פֿון אױװן האָט זיך געלאָזט הערן אַ ריח פֿון געפֿילטע פֿיש און יום־טובֿדיקע מאכלים, עס האָט געקלעמט דאָס האַרץ און אַזש דערלאַנגט ביזן לעפֿעלע ― און דער זײדע האָט נאָך אַלץ געדאַװנט, געזונגען און געבאָמקעט. די באָבע גיטל האָט עטלעכע מאָל בשתּיקה אונטערגערוקט די אײניקלעך, חיה־אסתּרס קינדער, צו שטיקלעך לעקעך ― ס'זאָל זײ נישט איבערחלשן דאָס האַרץ, און אַ זאָג געגעבן צו זײ מיט אַ געלעכטער: „איר װעט שױן געדענקען, װען איר האָט זיך אַרײַנגעכאַפּט צװישן משוגעים“...

דער פֿעטער איציע דערװײַל האָט שױן אָפּגעגעסן און אָפּגעבענטשט, אַרײַנגעשטעקט דעם קאָפּ פֿון דער אַנדערער האַלבער שטוב: „נישטאָ דער טאַטע? כאַ־כאַ!“ לא־די ער האָט אָפּגעגעסן, לאַכט ער נאָך!... קױם מיט צרות, גאָט האָט רחמנות געהאַט ― דער זײדע איז שױן דאָ! אַרײַנגעפֿלױגן, שלעפּנדיק די רעזעװוּלקע מיט די אַרבל אַף דער ערד, איז ער מיט אַ ברײטן גוט יום־טובֿ, און גלײַך צום קידוש מאַכן, אָבער מיט אַזעלכע קולות, אַז די גאַנצע גאַס האָט געמוזט הערן.

― צוליב די קינדער, צוליב די יתומים נעבעך, װאָלטסטו, דאַכט זיך, געמעגט אַמאָל פֿאַרבײגן דײַנע משוגענע שטיק און מאַכן עס בקיצור? ― האָט אים די באָבע פֿאָרגעהאַלטן. נאָר ס'איז געװען אַרױסגעװאָרפֿן. ער האָט נישט געהערט. ער איז נאָך אַלץ געװען פֿאַרדבֿקהט און אַרײַנגעטאָן אין די עולמות העליונים, מיט אײן האַנט געגעסן, מיט דער אַנדערער געמישט עפּעס אַן אַלטן ספֿר, און, שאָקלענדיק זיך פֿון דער גרינג, אַרײַנגעקוקט אַהין מיט אײן אױג, מיטן אַנדערן אױג געכאַפּט אַ קוק אַף די אײניקלעך און געזיפֿצט, שטאַרק געזיפֿצט. דאָס זיפֿצן איז געװען טאַקע אַף די אײניקלעך די יתומים, װאָס זײערע נשמות ליגן אין גשמיות, האָבן אין זינען די אַכילה, גיבן־נאָך דעם יצר־הרע מיט אַלע זײַנע תּאװת.. נאָכן עסן האָט ער זײ דאָס פֿאָרגעהאַלטן, געזאָגט אַ היפּשע ביסל מוסר, געזען, ס'זאָל זײ אױספֿאַלן באָקעם דער פֿרישער קױלעטש מיט די געפֿילטע פֿיש מיטן זיסן פּאָסטערנאַק־צימעס מיט די אַלע איבעריקע יום־טובֿדיקע מאכלים, װאָס די באָבע גיטל האָט, ליגנדיק אין בעט אַ געלײמטע נאָר מיט איר שׂכל געקאָנט צוגרײטן על צד היותּר טובֿ.

דאָס איז געװען ראָש־השנה. ערבֿ יום כּיפּור איז געװען נאָך שענער. דער ערבֿ יום־כּיפּור האָט זיך אױסגעפֿײַנט אין באָסלאַװ באַם זײדן משה־יאָסיע מיט צװײ זעלטענע צערעמאָניעס, װאָס האָבן געמאַכט אַף די יתומים אַ באַזונדערן אײַנדרוק. די ערשטע צערעמאָניע איז געװען דאָס שלאָגן כּפּרות מיט אַ נאַכט פֿריִער פֿאַר ערבֿ יום־כּיפּור. שלאָגן כּפּרות האָבן זײ געשלאָגן אין דער הײם אױך, נאָר דאָ, אין באָסלאַװ, איז געװען אַן אַנדער מין כּפּרות שלאָגן. די באָבע גיטל האָט גענומען די דאָזיקע מצװה אַף זיך. זי, הײסט עס, האָט געשלאָגן מיט איר חיה־אסתּרס יתומים כּפּרות. זיצנדיק אַ געלײמטע אין בעט, האָט זי צוגערופֿן די גאַנצע כאַליאַסטרע צו זיך, געגעבן יעדן זײַן כּפּרה, די ייִנגלעך צו הענער און די מײדלעך צו הינער, געעפֿנט איר גרױסן סידור און אָנגעװיזן מיט אירע אױסגעדרײטע פֿינגער אַפֿן „בני־אָדם“ װאָרט באַ װאָרט און הױך אַף אַ קול און מיט אַ ניגון: „בני־אָדם יושבֿי חושך וצלמות! אסירי עני ובֿרזל!“... און געװײנט בעת מעשׂה אַזױ, װי מע קאָן װײנען נאָר סײַדן אַף אַ טױטן. און װער שמועסט, אַז ס'איז געקומען צו דער ייִנגסטער פֿון די יתומהלעך, צום מײדעלע, װאָס איז אַלט קױם אַ יאָר, האָט די באָבע שיִער געחלשט פֿאַר געװײן! אַף איר קוקנדיק האָבן זיך די קינדער אױך צעװײנט, און אַף זײ קוקנדיק ― אױך די עלטערע, און ס'איז געװאָרן אַ יללה מיט סכּנת־נפֿשות. אין יענעם ביטערן שבת, בעת די מאַמע זײערע איז געלעגן מיט שװאַרצן איבערגעדעקט אַף דער ערד, האָבן די יתומים קײן צענט־חלק אַפֿילו ניט געװײנט, װי אַצינד, באַ דער באָבעס „בני־אָדם“.

די צװײטע צערעמאָניע איז געװען אַף מאָרגן, ערבֿ יום־כּיפּור, נאָכן קומען פֿון דער אַלטער קלױז, װוּ חבֿרה האָבן באַקומען לעקעך פֿונעם גבאי ראשון פֿולע קעשענעס. דער זײדע משה־יאָסיע האָט נאָך נעכטן אָנגעזאָגט, באַלד נאָך כּפּרות שלאָגן, אַז די קינדער זאָלן נאָכן דאַװנען אינדערפֿרי, למען השם, קומען צו אים זיך בענטשן.

מאָדנע יום־טובֿדיק אָנגעטאָן און יום־טובֿדיק געשטימט איז געװען דער זײדע משה־יאָסיע. אַף דער אַלטער צעהאַקטער אַטלעסענער קאַפּאָטע האָט ער געטראָגן אַ מאָדנע מין טיזליק פֿון אַ מאָדנע מין האַרטן שרײַענדיקן שטאָף, װאָס מע קריגט שױן ניט הײַנטיקע צײַטן אין ערגעץ, מע זאָל װעלן באַצאָלן דערפֿאַר מי יודע װיפֿל. אַפֿן קאָפּ האָט ער געטראָגן אַ שטרײַמל מיט אַ סך עקן, און אַפֿן אָפֿענעם האַלדז ― אַ ברײטן קלאָר־װײַסן קאָלנער מיט צװײ שפּיצן. אַף דער קאַפּאָטע ― אַ בײַגאַרטל אַ ברײטן מיט לאַנגע קאָטעסן מיט באָמבעלעך. די מוראדיק ברײטע װאָנצעס מיט די מוראדיק געדיכטע גרױסע ברעמען האָבן איצטיקס מאָל אױסגעזען ניט אַזױ בײז, װי אַלע מאָל, און דאָס גאַנצע פּנים האָט אױסגעזען באַ אים איצטיקס מאָל װײך, מוחלדיק־װײך, און גאָר פֿרײַנטלעך.

― קומט אַהער, קינדער, װעל איך אײַך בענטשן! ― האָט ער יום־טובֿדיק־ברײט אַרײַנגערופֿן די יתומים צו זיך אין זײַן ענגן פֿינצטערן חדרל מיט די פּעלצן, אַרױפֿגעלײגט אַף יעדן פֿון זײ בײדע הענט מיט די ברײטע אַרבל פֿון זײַן אַטלעסענער קאַפּאָטע, צוגעמאַכט די אױגן, פֿאַרריסן דעם קאָפּ אַרױף און געזאָגט, און געזאָגט, און געזאָגט עפּעס שטילערהײט, און שטאַרק געזיפֿצט און געקרעכצט. און אַז ער האָט אָפּגעזאָגט, האָבן די יתומים אים אַ קוק געגעבן אין פּנים, האָבן זײ דערזען זײַנע אױגן לױכטן, נאָר זײ זײַנען רױט, די ברעמען נאַס, און די װאָנצעס נאַס, און די באָרד נאַס ― נאַס פֿון טרערן.

43
סוכּות

אַ בשותּפֿותדיקע סוכּה. ― דער זײדע דאַװנט, און די קינדער װילן עסן. ―

              שׂמחת־תּורה איז דער זײדע זיך משׂמח מיט דער שכינה.

דאָס ערשטע פֿלעקל פֿון דעם זײדן משה־יאָסיעס סוכּה איז אַרײַנגעשלאָגן געװאָרן, פֿאַרשטײט זיך, מוצאי יום־כּפּור, תּיכּף נאָכן אָפּפֿאַסטן זיך. געבױט האָט די סוכּה דער פֿעטער איציע, און די יתומים האָבן אים אונטערגעהאָלפֿן. נאָר געקאָמאַנדעװעט האָט דער זײדע, געגעבן עצות, װי אַן אױבעראַרכיטעקטאָר: „דאָס אַהער!“ „דאָס אַהין!“ „דאָס װעט אַרײַן!“ „דאָס װעט ניט גײן!“ נאָך מער קונץ ― װאָס דער זײדע מיטן פֿעטער רײדן נישט צװישן זיך קײן װאָרט. ברוגז. די באָבע האָט דערפֿון יסורים: אַ בן־יחיד, דער אײנציקער קדיש איבער הונדערט און צװאַנציק יאָר, און רעדט נישט מיטן טאַטן ― װוּ האָט מען געהערט אַזאַ רציחה?...

אין דער בשותּפֿותדיקער סוכּה זײַנען געשטאַנען גרײט צװײ טישן, פֿאַרן זײדן באַזונדער און פֿאַרן פֿעטער באַזונדער. אַף יעדן טיש איז געװען צוגעגרײט באַזונדער װײַן אַף קידוש, באַזונדערע חלה, באַזונדערע לײַכטער מיט ליכט. די מומע סאָסיע האָט זיך געבענטשט ליכט באַ איר טיש, און די באָבע גיטל האָט מען אַרױסגעטראָגן מיטן בעטל, זי זאָל בענטשן ליכט באַ איר טיש. דערנאָך איז געקומען צו גײן דער פֿעטער איציע פֿון קלױז און געמוזט װאַרטן ביז דער זײדע װעט אַמאָל דערמאָנען זיך קומען און מאַכן דעם ערשטן קידוש. מע קאָן דאָך ניט זײַן אַזױ גראָב קעגן אַ טאַטן ― כּבֿוד־אָבֿ! אַלע װײַלע איז דער פֿעטער איציע