פֿונעם יאַריד: אַ שײנער ברוך־הבאָ

שלום עליכם (אַלע װערק)

און װאָס מער מאָטל איז רויִק, היצט זיך יענער אַלץ מער, ביז ער גײט־אַרױס פֿון די כּלים, טוט אַ שפּײַ אַף מאָטלען, רופֿט אים אָן מיטן נאָמען „שוטה בן פּיקהאָלץ“. ער נעמט די קינדער פֿאַר אַ האַנט: „קומט, קומט מיט מיר ― איך װעל אײַך צופֿירן. מע דאַרף גײן צופֿוס“. און דער ייִד מיטן טלית־קטן און מיטן שײַנענדיקן פּנים לאָזט זיך מיט די יונגע װאָיאַזשערן־יתומים פֿונעם יאַריד אַרױס צופֿוס, צו זײער זײדן משה־יאָסיע און צו זײער באָבע גיטל.

39

אַ שײנער ברוך־הבא

די געלײמטע באָבע גיטל. ― דער זײדע משה־יאָסיע מיט דער בולבעװאַטער

נאָז און געדיכטע ברעמען. ― דער פֿעטער איציע און די מומע סאָסיע.

די פּערעיאַסלאַװער יתומים האָבן געהאַט דאָס רעכט פֿאָרשטעלן זיך דעם זײדן משה־יאָסיעס שטוב ― אַ מין פּאַלאַץ. דער זײדע משה־יאָסיע אַלײן האָט זיך זײ פֿאָרגעשטעלט אַ פּאַטריאַרך אין אַ זײַדענער זשופּעצע. אַ קלײניקײט ― מע זאָגט, זײ זײַנען אַזױ רײַך, אַזױ רײַך! צום סוף האָט זײ דער בית־מדרש־ייִד מיטן שײַנענדיקן פּנים צוגעפֿירט צו אַ גאַנץ געװײנלעכן שטיבל, פּראַװדע, מיט אַ גלעזערנעם גאַניק, און האָט זײ אַ זאָג געגעבן: „אָט־אָ־דאָ זיצט אײַער זײדע, משה־יאָסיע האַמאַרניקס“. אַלײן איז דער ייִד נעלם געװאָרן. ער האָט נישט געװאָלט זײַן דערבײַ. די קינדער האָבן דורכגעשפּאַצירט דעם גלעזערנעם גאַניק, געעפֿנט די טיר און דערזען פֿאַר זיך אַקוראַט אַקעגן דער טיר, אַף אַ הילצערן בעט, זיצן אַ מענטשן ניט קײן מענטשן, אַ באַשעפֿעניש ניט קײן באַשעפֿעניש, אינעם געשטאַלט פֿון אַ נקבֿה, אָן פֿיס, מיט עפּעס מאָדנע אױסגעדרײטע הענט. די ערשטע מינוט האָבן זײ געװאָלט גײן צוריק. נאָר דאָס באַשעפֿעניש האָט זיך שטאַרק אײַנגעקוקט אין זײ מיט אירע גלאַנצנדיקע רױטע אױגן און האָט מיט אַ זײער אײַנגענעמען קול אַ פֿרעג געטאָן באַ זײ: „װער זײַט איר, קינדער?“ עפּעס אײגענעס, נאָענטעס, האָט זיך געלאָזט הערן אין דעם קול, און די קינדער האָבן איר אַ זאָג געגעבן: „אַ גוט מאָרגן. מיר זײַנען פֿון פּערעיאַסלאַװ“…

דערהערט דאָס װאָרט „פּערעיאַסלאַװ“ און דערזען אַ גאַנץ רעמל מיט קינדער, צװישן זײ אַ מײדעלע נאָך קײן יאָר ניט אַלט, האָט די אַלטע באַלד אַרומגעכאַפּט די גאַנצע טראַגעדיע און זי האָט פֿאַרבראָכן מיט אירע אױסגעדרײטע הענט און אױסגעשריִען אַף אַ קול:

― אױ, אַ װײטיק איז מיר! אױ, אַ דונער איז מיר! מײַן חיה־אסתּר איז געשטאָרבן! ― און גענומען זיך שלאָגן מיט די הענט אין קאָפּ ― משה־יאָסיע! װוּ ביסטו? אַהער גײ! משה־יאָסיע! משה־יאָסיע! װוּ ביסטו? אַהער גײ! משה־יאָסיע!

אַף איר געשרײ איז געקומען צו לױפֿן פֿון אַ זײַטיק אַלקירל אַן אַלטער, אַ נידעריקער, אין טלית און תּפֿלין, מיט אַ משונה מגושמדיק פּנים, מיט אַ ברײטער בולבעװאַטער נאָז, מיט מוראדיק גרױסע געדיכטע ברעמען, אָנגעטאָן אין שמאַטעס און אין שקראַבעס. ― „אָט דאָס איז דער זײדע משה־יאָסיע? אָט דער איז דאָס אַזױ רײַך? אַזױ רײַך?“…

דאָס ערשטע, װאָס דער זײדע משה־יאָסיע האָט געטאָן ― ער האָט גענומען שרײַען אַף די קינדער, בײזערן זיך און מאַכן אַף זײ מיט די הענט. און מחמת ער האָט געהאַלטן אינמיטן דאַװנען און נישט געטאָרט, אַפּנים, מפֿסיק זײַן, האָט ער גערעדט צו זײ אַף לשון־קודש: „אי־אָ־נו, רוצחים! גזלנים!“… און צו דער אַלטער האָט ער געזאָגט אַף לשון־קודש, און דאָס קול האָט געציטערט: „אי־אָ־נו, ידעתּי… בתּי… ה' נתן וה' לקח!“…

דאָס האָט באַדאַרפֿט הײסן, אַז ער װײס, אַז די טאָכטער איז געשטאָרבן, און דער גאָט װאָס האָט געגעבן, דער אײגענער גאָט האָט גענומען… האָט דאָס אָבער דער אַלטער װינציק־װאָס באַרויִקט, און זי האָט ניט אױפֿגעהערט צו װײנען און צו קלאָגן און צו שלאָגן זיך מיט די הענט אָן קאָפּ און צו שרײַען: „חיה־אסתּר! מײַן חיה־אסתּר איז געשטאָרבן!“ ― ביז עס זײַנען זיך צונױפֿגעלאָפֿן נאָך מענטשן, עפּעס אײנער אַ ייִד מיט אַזעלכע לאַנגע פּאות, װאָס די קינדער האָבן אַזעלכע אין פּערעיאַסלאַװ נישט באַגעגנט. דאָס איז געװען זײער מאַמעס אײנציקער ברודער, דער פֿעטער איציע. נאָכן פֿעטער איציע איז אַרײַנגעלאָפֿן אַ ייִדענע מיט אַ פֿאַרפֿלאַמט פּנים, מיט פֿאַרקאַטשעטע אַרבל און מיט אַ פּאָלאָניק פֿון קיך. דאָס איז געװען זײַן װײַב ― די מומע סאָסיע. און מיט איר איז אַרײַנגעקומען אַ מײדעלע מיט רױטע בעקלעך און מיט קלײנע ליפּעלעך ― זײערע אַ בת־יחידקע, אַ שײנינקע, נאָר אַ שעמעװדיקע, מיטן נאָמען חװה־ליבע. און אַחוץ זײ זײַנען זיך צונױפֿגעלאָפֿן נאָך ייִדן און װײַבער, נאָענטע שכנים, און אַלע מיטאַמאָל האָבן גענומען רײדן, טרײסטן די באָבע גיטל מיט װערטער: אַז װיבאַלד די טאָכטער איז שױן טױט, הײַנט װאָס װעט העלפֿן דער געװײן? און דאָס, װאָס די ערד דעקט צו, איז דאָך פֿאַרפֿאַלן. און די יונגע געסט האָט מען אַחוץ גענומען זאָגן מוסר, אַז מע קומט ניט אַרײַן אָט אַזױ, הולאָם אַף דער קאַראָבקע, און מע זאָגט ניט אָן יענעם גלײַך אַזאַ בשׂורה… כאָטש גאָט איז יודע דעם אמת, אַז די קינדער האָבן, אײגנטלעך, גאָר ניט אָנגעהױבן צו „זאָגן“.

דערװײַל האָט דער זײדע משה־יאָסיע אױסגעטאָן דעם טלית און תּפֿלין און האָט פֿון זײַן זײַט גענומען פֿאַרהאַלטן די אײניקלעך, למאַי זײ זײַנען נישט אַרײַנגעקומען פֿריִער צו אים. זײ זאָלן זײַן בעלי־דרך־ארץ, װאָלטן זײ באַדאַרפֿט זיך זען פֿריִער מיט אים, פּאַװאָלינקע איבעררײדן, װאָלט ער, דער זײדע הײסט עס, פּאַװאָלינקע איבערגערעדט מיט דער באָבע, זי צוגעגרײט ביסלעכװײַז, ניט אַזױ, הענדום־פּענדום! אַזױ טוען פּרא־אָדמס, ניט קײן מענטשן…

דאָס האָט שױן, אַפּנים, די באָבע גיטל נישט געקאָנט אַריבערטראָגן, און װי װײַט דער בראָך איז ניט געװען פֿאַר איר גרױס, איז זי אָנגעפֿאַלן אַפֿן זײדן:

― אַלטער דורין! װאָס האָסטו צו די קינדער נעבעך? װאָס זײַנען זײ שולדיק? פֿון װאַנען זאָלן זײ דיר װיסן, אַז דו ליגסט דאָרט ערגעץ אַף די פּעלצן און דאַװנסט? אַ שײנער ברוך־הבא! קומט אַהער, קינדערלעך, צו מיר. װי אַזױ רופֿט מען אײַך?

און אײנציקװײַז האָט זי צוגערופֿן צו זיך די קינדער, און אײנציקװײַז האָט זי זײ אױסגעפֿרעגט באַ די נעמען, געגלעט און געקושט און באַנעצט מיט אירע געזאַלצענע טרערן, באַװײנט שױן ניט איר טאָכטער, נאָר די קלײנע עלנטע יתומימלעך נעבעך… זי האָט זיך געשװאָרן, אַז זי האָט כּמעט געװוּסט, אַזױ זיכער, װי ס'איז הײַנט טאָג אַף דער גאַנצער װעלט, אַז איר חיה־אסתּר איז געשטאָרבן, װאָרעם ס'איז שױן עטלעכע נעכט, אַז זי קומט צו איר צו־חלום און פֿרעגט זיך אַלץ נאָך אַף אירע קינדער, זי זאָל איר זאָגן, װי געפֿעלן איר אירע קינדער?…

― לאָז מען זײ געבן עפּעס עסן. משה־יאָסיע, װאָס שטײסטו, װי אַ נעכטיקער? זעסט דאָך, אַלטער דורין, אַז די קינדער זײַנען נעבעך פֿאַרשמאַכט, אױסגעהונגערט און ניט געשלאָפֿן אַ גאַנצע נאַכט. װינד איז מיר ― אַבי ער זאָגט זײ מוסר! אַ שײנער זײדע! אַ שײנער ברוך־הבא!… צװישן פּעלצן

דעם זײדנס בוכהאַלטעריע. ― זײַן מוסר־זאָגן, זײַנע ספֿרים און זײַן צדקה. ― װאָס װעט זײַן, אַז משיח װעט קומען. ― דעם זײדנס עקסטאַז.

דאָס ערשטע, װאָס דער זײדע משה־יאָסיע האָט פֿאָרגענומען פֿאַר זײַנע אײניקלעך, אַז זײ האָבן אָפּגעדאַװנט און אָפּגעגעסן, ― ער האָט זײ פֿאַרהערט.

פֿאָרגעקומען איז דער עקזאַמען טאַקע באַ אים, אין זײַן חדר מיוחד, װוּהין קײן בן־אָדם האָט נישט געטאָרט אַרײַנקומען. נישט געטאָרט און נישט געקאָנט, װאָרעם ס'איז ניט געװען װוּ.

דאָס איז געװען אַ חדרל עטװאָס גרעסער פֿון אַ שטײַג, װוּ מען האַלט עופֿות. אין דער דאָזיקער שטײַג האָט זיך געפֿונען, ערשטנס, דער זײדע, דערנאָך זײַנע ספֿרים, גאַנץ ש″ס און פּוסקים און קבלה־ספֿרים, און חוץ לזה זײַנען דאָרטן געװען משכּנות: זילבערנע לעפֿל, טעצלעך, הדסלעך און לעמפּלעך, קופּערנע פֿאַנען, סאַמאָװאַרן, ייִדישע קאַפּאָטעס, גױיִשע קאַרעלן, סװיטקעס און פּעלצן, דערהױפּט פּעלצן, אָן אַ שיעור פּעלצן!

דאָס איז געװען אַ מין לאָמבאַרד, געפֿירט פֿון דער באָבע גיטל שױן פֿון יאָרן־לאַנג. זיצנדיק אַ געלײמטע אין בעט, האָט זי געפֿירט דאָס געשעפֿט ביד רמה, געהאַלטן דאָס ביסל מזומן באַ זיך אונטער די קישנס, נישט צוגעלאָזט צו דער קאַסע קײנעם. נאָר אַף די משכּנות האָט געװעלטיקט דער זײדע. צונעמען אַ משכּון און אַרױסגעבן אַ משכּון ― דאָס איז געװען זײַן אַרבעט. אָנגעדענקען זיך, צו װעמען װאָסער משכּון עס געהערט ― האָט מען באַדאַרפֿט האָבן אַ קאָפּ פֿון אַ מיניסטער. עס קאָן זײַן, אַז דער זײדע משה־יאָסיע האָט טאַקע געהאַט אַף זיך אפֿשר אַ קאָפּ פֿון אַ מיניסטער, האָט ער זיך אָבער ניט געװאָלט פֿאַרלאָזן אַף זײַן מיניס־טאָרשן קאָפּ אַלײן. אַ קשיא, װאָס סע מאַכט זיך! איז ער געפֿאַלן אַף אַ המצאה ― זײַן אײגענע המצאה: אַף יעדן משכּון האָט ער צוגענײט מיט אַ נאָדל־פֿאָדעם ― און דװקא אַלײן ― אַ שטיקל פּאַפּיר, און אַף יעדן שטיקל פּאַפּיר האָט ער אָנגעשריבן מיט זײַן האַנט: „ ז ה ה ק אַ פּ אָ ־ ט ע ש ײ ך ל ב ע ר י ל ''. אָדער: ,, ז ה ה פּ ע ל ץ ש ײ ך ל ה ע ר ל א י װ אַ ן ''. אָדער: ,, ז ה ה ק אַ ר ע ל ע ן ש ײ ך ל ה ע ר ל י ת י אַ װ ד אָ כ ע “. אַי, ס'האָט זיך געמאַכט אַמאָל, אַז בערל איז געקומען צו גײן אױסקױפֿן די קאַפּאָטע און מע האָט אים אַרױסגעגעבן אַן אַנדערנס אַ קאַפּאָטע, װאָס יענער הײסט אױך בערל? ―