פֿונעם יאַריד: אין באָסלאַװ אױף דער „טאָרהאָװיצע“

שלום עליכם (אַלע װערק)

אין באָסלאַװ אַף דער „טאָרהאָװיצע“

אָנגעקומען קײן באָסלאַװ גלײַך אָפֿן יאַריד. ― זײ װײסן ניט, װאָסער משה־יאָסיע

איז זײער זײדע. ― אַ ייִד מיט אַ טלית־קטן נעמט זיך אונטער ברענגען די קינדער צום זײדן.

עס איז שױן געװען גרױסער טאָג, אַז די קלײנע װאָיאַזשערן־יתומים זײַנען אַרײַנגעפֿאָרן מידע, הונגעריקע און שלעפֿעריקע אין דער שטאָט ב אָ ס ל אַ װ. פֿון יענער זײַט װאַלד האָט זיך אױפֿגעהױבן די זון, אַ קלאָרע, אַ בריליאַנטענע, אַ װאַרעמע זון. צום אַלעם ערשטן זײַנען זײ דורכגעפֿאָרן פֿאַרבײַ אַ מוראדיק גרױסן בית־עולם, מיט אַזױ פֿיל אײַנגעבױגענע, האַלב־אײַנגעפֿאַלענע שטיבלעך און אַלטע מצבֿות מיט אָפּגעריבענע אותיות „ת. נ. צ. ב. ה.“, אַז לױט דעם רײַכן בית־עולם האָט מען געקאָנט מײנען, אַז די שטאָט איז מי יודע װאָס פֿאַר אַ כּרך! פֿונעם בית־עולם איז מען אַרײַן גלײַך אין דער „טאָרהאָװיצע“ ― אַ מאַרק אָדער אַ מין יאַריד אַזעלכער, װוּ אַלץ איז אױסגעמישט אינאײנעם: גױיִם, און פֿערד, און בהמות, און חזירים, און ציגײַנער, און װעגן, און רעדער, און כאָמאָטעס, און ייִדן פֿון כּל המינים: ייִדן מיט פֿעלכלעך, ייִדן מיט היטלען, ייִדן מיט „קראַסנע“ סחורה, ייִדן מיט בולקעס, מיט אײערבײגל, מיט קיכלעך, מיט עפּלקװאַס און מיט װאָס איר װילט. הײַנט װײַבער! װײַבער מיט קאָשיקעס, װײַבער מיט עפּעלעך, און װײַבער מיט עופֿות, און װײַבער מיט געפּרעגלטע פֿיש, און גלאַט װײַבער. און דאָס אַלץ רעדט און קװיטשעט און גראַגערט. און די פֿערד מיט די בהמות מיט די חזירים העלפֿן־אונטער. און די בעטלערס זינגען און שפּילן אַף דער לירע ― מע קאָן טױב װערן. און אַ שטױב שטײט אַזעלכער, װאָס מע זעט קױם אײנס דאָס אַנדערע. און ריחות אַזעלכע, אַז מע קאָן דערשטיקט װערן.

חבֿרה זײַנען געקומען אין אַ גוטער צײַט ― אין אַ מאַרק־טאָג. דער בעל־עגלה האָט זיך קױם דורכגעשלאָגן מיט זײַן בױד דורכן יאַריד, אָנגעװינטשעװעט דער שטאָט מיטן יאַריד אַכצן חלירעס, װי זײַן שטײגער איז, ביז ער האָט זיך אַראָפּגעלאָזט אין דער רעכטער שטאָט אַרײַן, װאָס כאַפּט שטאַרק דעם אָנבליק פֿונעם בית־עולם ― די זעלבע אײַנגעפֿאַלענע שטיבלעך־מצבֿות, צװישן װעלכע עס װאַרפֿן זיך דורך װוּ־ניט־װוּ אַ פּאָר נײַע הײַזלעך אױך, װאָס זען־אױס פֿרעמד, װי נגידישע מחותּנים אײַנגעלאַדן אַף אַן אָרעמער חתונה, ― און דאָרט האָט זיך ערשט אָנגעהױבן דער אמתער טומל: שמעון־װאָלף דער בעל־עגלה האָט געװוּסט, אַז מע האָט אים באַשטעלט, ער זאָל אָפּפֿירן זײַנע יונגע פּאַרשױנדלעך קײן באָסלאַװ, צו זײערן אַ זײדן מיט אַ באָבע. מע האָט אים אַפֿילו געהאַט אָנגערופֿן דעם נאָמען פֿון דעם זײדן מיט דער באָבע, נאָר ער האָט שױן פֿאַרגעסן. װײסט זײ דער שװאַרצער יאָר! שמעון־װאָלף האָט זיך געשװױרן, אַז דעם גאַנצן װעג האָט ער זײ געדענקט, װי איר זעט אים אַ ייִדן, און װי נאָר ער איז אַרײַנגעפֿאָרן אין דעם דאָזיקן יאַריד, אַזױ זײַנען זײערע נעמען אַרױסגעפֿלױגן באַ אים פֿונעם קאָפּ ― אַ חלירע!… (אַף װעמען ― זאָגט ער ניט).

דערװײַלע קומט־צו אַ ייִד, און נאָך אַ ייִד, און נאָך אַ ייִד און נאָך צװײ ייִדן, און נאָך דרײַ ייִדן, און װײַבער פֿון כּל המינים, װײַבער מיט קאָשיקעס און װײַבער אָן קאָשיקעס, און עס װערט אַ האַרמידער מיט אַ רעדערײַ ― אַלע רײדן זײ אינאײנעם און מע דערצײלט אײנס דאָס אַנדערע חידושים: אַז עפּעס קינדער האָט אַ בעל־עגלה געבראַכט צו פֿירן. ― פֿון װאַנען? ― פֿון יענער זײַט דניעפּער. ― פֿון רזשישטשעװ? ― װאָס עפּעס רזשישטשעװ? פֿאַר װאָס ניט קאַניעװ? ― ניט פֿון רזשישטשעװ, ניט פֿון קאַניעװ, נאָר פֿון פּערעיאַסלאַװ! ― װוּהין? ― איר זעט דאָך װוּהין ― ניט קײן יעהופּעץ, קײן באָסלאַװ האָט ער זײ געבראַכט צו פֿירן. ― צו װעמען? ― הערסטו, מע זאָל װיסן, צו װעמען, װאָלט דאָך גוט געװען! צו אַ זײדן, זאָגט ער, צו זײער אַ זײדן. ― װאָסער זײדן? ― הערסטו, מע זאָל װיסן, צו װאָסער זײדן, װאָלט דאָך גוט געװען!…

― שאַט! װײסט איר װאָס? לאָז מען אַ פֿרעג טאָן באַ די קינדער, װי אַזױ הײסט דער זײדע זײערער; זײ קערן װיסן. ― פֿון װאַנען זאָלן זײ װיסן? ― פֿאַר װאָס זאָלן זײ ניט װיסן?… ביז עס רוקט זיך אַרױס אײנער אַ ייִד, װאָס פֿאַרקױפֿט בײגל, מיט אַ צעשפּאָלטענעם דאַשעק אַפֿן קאַשקעט. מיט בײדע עלנבױגנס שטופּט ער פֿונאַנדער דעם עולם:

― לאָזט מיך! איך װעל זײ פֿרעגן. קינדער! װי אַזױ רופֿט מען אײַער זײדן?

די קינדער זײַנען פֿונעם האַרמידער מיטן געשרײ שױן גאָר צעטומלט. נאָר פֿונדעסטװעגן דערמאָנען זײ זיך, אַז ער הײסט משה־יאָסיע. יאָ, משה־יאָסיע הײסט ער. ― געװיס משה־יאָסיע? ― געװיס!… װײס מען שױן, הײסט עס, אַז דער זײדע זײערער הײסט משה־יאָסיע. בלײַבט איבער אײן זאַך: װאָסער משה־יאָסיע? פֿאַראַן עטלעכע משה־יאָסיעס. פֿאַראַן משה־יאָסיע דער סטאָלער, משה־יאָסיע דער בלעכער, משה־יאָסיע לאה־דװאָסעס און משה־יאָסיע דעם האַמאַרניקס. נאָר פֿרעגט זײ עפּעס גרינגערס!

― שאַ, װײסט איר װאָס? װי אַזױ רופֿט מען אײַער טאַטן? ― דאָס זאָגט שױן אַן אַנדער ייִד, ניט יענער פֿון די בײגל, נאָר אַ ייִד מיט אַ טלית־קטן, װײַזט אױס ― אַ בית־מדרש־ייִד. די קינדער זאָגן, אַז זײער טאַטן רופֿט מען נחום. דערהערט אַזאַ זאַך, שטופּט דער ייִד מיטן טלית־קטן אַװעק אַלע אַנדערע ייִדן און נעמט די קינדער גאָר אַף אַן אמתן „דאָפּראָס“:

― אײַער טאַטן, זאָגט איר, רופֿט מען נחום? הײסט ער ניט ראַבינאָװיטש?

― ראַבינאָװיטש.

― און אײַער מאַמע האָט געהײסן חיה־אסתּר?

― חיה־אסתּר.

― איז זי געשטאָרבן?

― געשטאָרבן.

― פֿון דער חלירע?

― פֿון דער חלירע.

― אָט אַזױ־זשע רעדט!

דער ייִד מיטן טלית־קטן דרײט זיך אױס צום גאַנצן עולם. דאָס פּנים שײַנט אים.

― אױב אַזױ, פֿרעגט מיך, איך װעל אײַך זאָגן אַקוראַט! זײער זײדע איז משה־יאָסיע דעם האַמאַרניקס, זײער באָבע איז גיטל משה־יאָסיע דעם האַמאַרניקס. זײער זײדע, משה־יאָסיע הײסט עס, װײס שױן, אַז זײַן טאָכטער חיה־אסתּר איז געשטאָרבן פֿון דער חלירע, ניט דאָ געדאַכט, און זײער באָבע, גיטל משה־יאָסיעס, װײס נאָך ניט. מע װיל איר ניט אָנזאָגן די בשׂורה: אַן אַלטע ייִדענע, אַ קאַליקע נעבעך…

דער ייִד מיטן טלית־קטן דרײט זיך אױס צו די קינדער מיטן זעלבן שײַנענדיקן פּנים:

― קריכט אַראָפּ, קינדער, פֿון װאָגן, װעט מען אײַך װײַזן, װוּ אײַער זײדע זיצט. צופֿאָרן אַהין קאָן מען נישט ― צו אַ שמאָל געסל. סײַדן פֿון יענער זײַט? װעט מען אָבער נישט קאָנען אױסקערעװען זיך מיטן װאָגן. װי מײנסטו, מאָטל, מע װעט קאָנען?…

דאָס איז געזאָגט געװאָרן צו אַ יונגנמאַן מיט אַן אױסגעבױגענער נאָז, װאָס הײסט מאָטל. מאָטל פֿאַררוקט דאָס היטל אַרױף:

― פֿאַרװאָס זאָל מען ניט קאָנען?

― פֿאַרװאָס? פֿאַר שבת! האָסט פֿאַרגעסן, אַז הערשקע איצע־ליאַבעס בױט אַ שטאַל פֿון יענער זײַט?

מאָטל טוט זיך ניט קײן ריר און פֿרעגט װײַטער:

― און אַז ער בױט אַ שטאַל פֿון יענער זײַט, איז װאָס?

― װאָס הײסט איז װאָס? האָט ער אָנגעפֿירט געהילץ!

― אָנגעפֿירט געהילץ? לאָז אים װױל באַקומען!…

― װאָס איז צו רײדן מיט אַ שטיק האָלץ?!…

און װאָס מער מאָטל איז רויִק, היצט זיך יענער אַלץ מער, ביז ער גײט־אַרױס פֿון די כּלים, טוט אַ שפּײַ אַף מאָטלען, רופֿט אים אָן מיטן נאָמען „שוטה בן פּיקהאָלץ“. ער נעמט די קינדער פֿאַר אַ האַנט: „קומט, קומט מיט מיר ― איך װעל אײַך צופֿירן. מע דאַרף גײן צופֿוס“. און דער ייִד מיטן טלית־קטן און מיטן שײַנענדיקן פּנים לאָזט זיך מיט די יונגע װאָיאַזשערן־יתומים פֿונעם יאַריד אַרױס צופֿוס, צו זײער זײדן משה־יאָסיע און צו זײער באָבע גיטל.

39

אַ שײנער ברוך־הבא

די געלײמטע באָבע גיטל. ― דער זײדע משה־יאָסיע מיט דער בולבעװאַטער

נאָז און געדיכטע ברעמען. ― דער פֿעטער איציע און די מומע סאָסיע.

די פּערעיאַסלאַװער יתומים האָבן געהאַט דאָס רעכט פֿאָרשטעלן זיך דעם זײדן משה־יאָסיעס שטוב ― אַ מין פּאַלאַץ. דער זײדע משה־יאָסיע אַלײן האָט זיך זײ פֿאָרגעשטעלט אַ פּאַטריאַרך אין אַ זײַדענער זשופּעצע. אַ קלײניקײט ― מע זאָגט, זײ זײַנען אַזױ רײַך, אַזױ רײַך! צום סוף האָט זײ דער בית־מדרש־ייִד מיטן שײַנענדיקן פּנים צוגעפֿירט צו אַ גאַנץ געװײנלעכן שטיבל, פּראַװדע, מיט אַ גלעזערנעם גאַניק, און האָט זײ אַ זאָג געגעבן: „אָט־אָ־דאָ זיצט אײַער זײדע, משה־יאָסיע האַמאַרניקס“. אַלײן איז דער ייִד נעלם געװאָרן. ער האָט נישט געװאָלט זײַן דערבײַ. די קינדער האָבן דורכגעשפּאַצירט דעם גלעזערנעם גאַניק, געעפֿנט די טיר און דערזען פֿאַר זיך אַקוראַט אַקעגן דער טיר, אַף אַ הילצערן בעט, זיצן אַ מענטשן ניט קײן מענטשן, אַ באַשעפֿעניש ניט קײן באַשעפֿעניש, אינעם געשטאַלט פֿון אַ נקבֿה, אָן פֿיס, מיט עפּעס מאָדנע אױסגעדרײטע הענט. די ערשטע מינוט האָבן זײ געװאָלט גײן צוריק. נאָר דאָס באַשעפֿעניש האָט זיך שטאַרק אײַנגעקוקט אין זײ מיט אירע גלאַנצנדיקע רױטע אױגן און האָט מיט אַ זײער אײַנגענעמען קול אַ פֿרעג געטאָן באַ זײ: „װער זײַט איר, קינדער?“ עפּעס אײגענעס, נאָענטעס, האָט זיך געלאָזט הערן אין דעם קול, און די קינדער האָבן איר אַ זאָג געגעבן: „אַ גוט מאָרגן. מיר זײַנען פֿון פּערעיאַסלאַװ“…

דערהערט דאָס װאָרט „פּערעיאַסלאַװ“ און דערזען אַ גאַנץ רעמל מיט קינדער, צװישן זײ אַ מײדעלע נאָך קײן יאָר ניט אַלט, האָט די אַלטע באַלד אַרומגעכאַפּט די גאַנצע טראַגעדיע און זי האָט פֿאַרבראָכן מיט אירע אױסגעדרײטע הענט און אױסגעשריִען אַף אַ קול: