פֿונעם יאַריד: בײַם דניעפּער

שלום עליכם (אַלע װערק)

דערצײלן, אַז ערגעץ װײַט, אין אַ שטאָט װאָס הײסט באָסלאַװ, האָבן זײ אַ זײדן מיט אַ באָבען, װאָס זײַנען, זאָגט מען, גאַנץ רײַך, אָנגעשטאָפּט מיט געלט. אַהין, הײסט עס, װיל מען זײ אַװעקשיקן? זעט איר, דאָס איז דװקא אַ פּלאַן! ערשטנס, דאָס פֿאָרן ― דאָס אַלײן װאָס איז װערט? צװײטנס, זען אַ נײַע שטאָט. הײַנט באַקענען זיך מיט אַ זײדן און מיט אַ באָבען, װאָס מע האָט זײ קײנמאָל ניט געזען, ― דאָס איז באַ אײַך גאָרניט? עס בלײַבט איבער נאָר אײן זאַך: װעמען רעכנט דאָס דער פֿעטער פּיניע צװישן די „עלטערע“ און װעמען צװישן די „קלענערע“? ס'איז גאָר קײן ספֿק ניט, אַז אַ ייִנגל, װאָס איז שױן בר־מצװה, ער מעג זיך האַלטן מיט אַ קאָפּ נידעריקער פֿון אַ הונט, באַדאַרף גערעכנט װערן צװישן די „עלטערע“ ― און דאָס האָט דעם בר־מצװה־בחורל אַזױ װײַט פֿאַראינטערעסירט, אַז ער האָט שױן כּמעט אָנגעהױבן צו פֿאַרגעסן אָן דער מאַמע, נאָך װעלכער ער זאָגט אַלע אינדערפֿרי און פֿאַרנאַכט קדיש, אָן דעם טאַטן, װאָס הערט ניט אױף צו זיפֿצן און צו קרעכצן, אָן דעם אוצר, נאָך װעלכן עס בענקט זיך אים אַזױ שטאַרק. אים האָט געצױגן איצט צו עפּעס אַנדערש: צו דער נסיעה, צו דער נײַער גרױסער שטאָט ― קײן באָסלאַװ, צום זײדן משה־יאָסיע מיט דער באָבע גיטל פֿון דער מאַמעס צד, װאָס, מע זאָגט, זײ זײַנען אַזױ רײַך! אַזױ רײַך!…

36

באַם דניעפּער

די נסיעה קײן באָסלאַװ ― שמעון־װאָלף בעל־עגלה אַ שװײַגער. ― מע װאַרט אַפֿן

פּאַראָם ― דער בעל עגלה כאַפּט אַ מנחה באַם ברעג טײַך. ― עס דאַװנט זיך ג ע ש מ אַ ק.

אײנמאָל ― סוף זומער, פֿאַר ימים נוראָים איז דאָס געװען ― איז צוגעפֿאָרן צום גאַניק אַ בױד, און מע האָט אױפֿגעזעצט די קלענערע קינדער, פֿיר ייִנגלעך און צװײ מײדלעך, ― שלום דער בר־מצװה־בחורל איז געװען צװישן זײ ― מיטגעגעבן צו צװײ העמדלעך, עסנװאַרג אַף אַ פּאָר טאָג און אַ בריװ צום זײדן משה־יאָסל מיט דער באָבע גיטל און אָנגעזאָגט זײ אַ מאָל צװאַנציק, זײ זאָלן זײַן געהיט באַם אַריבערפֿאָרן מיטן פּאַראָם איבערן דניעפּער.

פֿאָרן איבערן דניעפּער ― און נאָך מיט אַ פּאַראָם דערצו! קײנער פֿון זײ האָט קײן פּאַראָם קײנמאָל ניט געזען און װײס גאָר ניט, מיט װאָס מע עסט עס. נאָר מען איז זיך משער, אַז עס דאַרף זײַן ניט שלעכט, און מע פֿאַרגעסט, אַז די מאַמע איז געשטאָרבן, און מע פֿאַרגעסט אַלצדינג, און מע קלערט נאָר װעגן דער נסיעה, װעגן דניעפּער, װעגן פּאַראָם. נאָר מע דערמאָנט זײ, אַז די מאַמע איז געשטאָרבן. ס'איז דאָ אַ באָבע מינדע, װאָס זאָגט זײ אָן נאָך אַ מאָל און נאָך אַ מאָל, זײ זאָלן ניט פֿאַרגעסן און חלילה ניט דורכלאָזן זאָגן קדיש נאָך דער מאַמע, און זי גלעט זײ מיט קאַלטע גליטשיקע פֿינגער, און זי קושט זײ אין די בעקלעך, און זי געזעגנט זיך מיט זײ אַף שטענדיק, אַף אײביק, װאָרעם גאָט װײס, אױב זי װעט נאָך זוכה זײַן מיט זײ זיך צו זען נאָך אַמאָל… און אַזױ װי דאָס האַרץ האָט איר געזאָגט: אַז די קינדער זײַנען געקומען נאָכדעם צוריק אַהײם פֿון באָסלאַװ, איז שױן די באָבע מינדע געװען דאָרט, װוּ די מאַמע זײערע ― אַ קבֿר נעבן אַ קבֿר, ― און דער טאַטע האָט געזאָגט קדיש נאָך ז ײַ ן מאַמע אינאײנעם מיט די קינדער נאָך ז ײ ע ר מאַמע. דאָס איז געװען אַ יאָר פֿון קדישים, דאָס יאָר פֿון חלירע ― אָן אַ שיעור קדיש־זאָגערס! אַ גאַנצע שול האָט געזאָגט קדיש.

דער חילוק פֿון אַ מענטשן ביז אַ מענטשן! אַף װיפֿל מאיר־װעלװל דער בעל־עגלה, װאָס האָט געפֿירט די קינדער פֿון װאָראָנקאָ קײן פּערעיאַסלאַװ, איז געװען אַ מענטש אַ לעבעדיקער, אַ רירעװדיקער און אַ באַרעדעװדיקער, אַף אַזױ פֿיל איז שמעון־װאָלף דער בעל־עגלה, װאָס האָט געפֿירט די קינדער פֿון פּערעיאַסלאַװ קײן באָסלאַװ, געװען אַ פֿאַרזאָרגטער, אַ פֿאַרשלאָפֿענער און אַ שװײַגער ― זאָל גאָט היטן! כאָטש טעסעט אין אים פֿלעקער, כאָטש שיסט אין אים מיט האַרמאַטן, װעט ער אײַך קײן װאָרט ניט אַרױסלאָזן פֿונעם מױל, אַחוץ: „קריכט אין װאָגן“, אָדער: „אַרױסט פֿונעם װאָגן“. די קינדער זײַנען אױסגעגאַנגען צו װיסן: װען װעט שױן זײַן דער דניעפּער? װען װעט מען אים איבערפֿאָרן מיטן פּאַראָם? און װאָס הײסט עס „פּאַראָם“? נאָר גײט טוט עפּעס ― אַז אַ ייִד רעדט ניט! זיצט װי אַ נאַפּודעלע אַף דער קעלניע, שמײַסט די פֿערדלעך, סמאָצקעט זײ צו מיט די גראָבע ליפּן, און פֿון צײַט צו צײַט הערט מען נאָר די אײנציקע װערטער: „ננאָ, חלירע, אַ חלירע אַף אײַך!“ אָדער: „ננאָ, פּגירות, אַ פּגירה אַף אײַך!“ און אַז ניט, שעפּטשעט ער עפּעס מיט די ליפּן צו זיך אַלײן און זינגט עפּעס שטיל אַף אַ דין קולכל. דאָס זאָגט ער תּהלים אַף אױסװײניק.

און אַזױ װי מענטשן זײַנען פֿאַראַן אַלערלײ, פֿאַרשײדענע כאַראַקטערן, אַזױ זײַנען, להבֿדיל, פֿערד אױך פֿאראַן אַלערלײ סאָרטן. די פֿערד פֿון שמעון־װאָלף דעם בעל־עגלה זײַנען שטאַרק געראָטן אין זײער בעל־הבית: זײ זײַנען שלעפֿעריק און האָבן אַ טבֿע ― זײ ניסן. אַ גאַנצן װעג ניסן זײ. ניסן און פֿאָרשקען און שמײַסן מיט די עקן און שלעפּן זיך, און שלעפּן זיך. עס דאַכט זיך אױס, אַז מע שלעפּט זיך שױן אַזױ ― מע האָט שױן כּמעט פֿאַרגעסן פֿון װען אָן. און גאָט װײסט, אױב מע װעט זיך אַמאָל דערשלעפּן ערגעץ צו אַ ישובֿ. הימל און ערד און זאַמד. זאַמד אָן אַ שיעור. און טאָמער איז קאַרג, שטעלן זיך די פֿערדלעך גאָר אַנידער אין מיטן דרינען, שמעון־װאָלף קריכט־אַראָפּ פֿון װאָגן, לאָזט אױס אַף זײַן דין קולכל מיט אַ ניגון אױסגעצױגן: „אַש־ר־י כּל חו־סי בו“… דערנאָך טוט ער אַ זאָג צו די קינדער: „אַרױס פֿון װאָגן!“ די קינדער קריכן אַרױס פֿון בױד. װאָס װעט דאָ זײַן? גאָרנישט. אַזױ װי ס'איז זאַמדיק, איז פֿאַר די פֿערד צופֿיל משׂא, װעט מען גײן אַביסל צו־פֿוס. מילא, אױך אָן אַן אומגליק ― צופֿוס איז צופֿוס. אַדרבה, צופֿוס איז נאָך פֿרײלעכער. נישמער ― דאָס ייִנגסטע יתומהלע, אַ יאָר אַלט, װיל ניט בלײַבן אַלײן אין װאָגן. װײנט עס, מוז מען דאָס טראָגן אַף די הענט ― איז שױן עפּעס ניט אַזױ פֿױגלדיק. אַ גליק, װאָס דאָס ציט זיך ניט אַזױ לאַנג. באַלד װערט דער װעג װידער אַ װעג, און שמעון־װאָלף דער בעל־עגלה טוט אַ זאָג צו די קינדער: „קריכט אין װאָגן“. קלעטערט מען אַרױף צוריק אין בױד אַרײַן און מע גלײַכט זיך אױס די בײנער. ביז עס קומט װידער צו אַ טיפֿן זומפּיקן זאַמד, איז װידער: „אַרױס פֿון װאָגן“, און װידער: „קריכט אין װאָגן“. נאָר שאַט! װאָס גלאַנצט דאָס עפּעס דאָרטן פֿון דער װײַטן? װאָס בלישטשעט עס אַזױ װי גלאָז און שײַנט־אָפּ אַף דער זון מיט אַ זילבערנעם קאָליר, און שפּיגלט און שעמערירט אין די אױגן? אָט דאָס זאָל זײַן דער דניעפּער! חבֿרה זיצן קױם אײַן אין װאָגן. און דער װאָגן, װי אַף־צו־להכעיס, גײט פּאַװאָליע װאָרום אײדער מע קומט־צו צום דניעפּער, באַדאַרף מען דורכמאַכן נאָך אַ זאַמד און נאָך אַ זאַמד, געל און געדיכט און טיף, טיף ביז די קני. פּאַװאָליע טריט באַ טריט, שלעפּן זיך די פֿערדלעך, קױם װאָס זײ רײַסן־אַרױס די פֿיס פֿון זאַמד. טיף שנײַדן די רעדער, און דער װאָגן קרעכצט, און נענטער און נענטער באַװײַזט ער זיך, דער דניעפּער, מיט זײַן גאַנצער ברײטקײט און שײנקײט. יאָ, דאָס איז ער, דער דניעפּער. ער גלאַנצט, שײַנט־אָפּ אַף דער זון און שמײכלט צו די יונגע אורחים, װאָס זײַנען געקומען צו אים דאָס ערשטע מאָל מקבל־פּנים זײַן דעם אַלטן זקן. „שלום עליכם, װאָס מאַכסטו זײדע?“…

אַ הױכער, גרינער, ערטערװײַז פֿאַרגעלטער אָטשערעט באַם ברעג טײַך, צעלאָזט מיט די לאַנגע, שאַרפֿע, שפּיציקע בלעטער, װאָס שפּיגלען זיך אָפּ אין װאַסער, גיט אים צו, דעם אַלטן, אַ באַזונדערן חן. ס'איז שטיל.

לאַנג און ברײט האָט ער זיך צעװאָרפֿן, װי אַ ים, אַהין און אַהער. און דאָס װאַסער לױפֿט ערגעץ, לױפֿט, נאָר שטיל. װוּהין? ס'אַ סוד. דער בלױער הימל קוקט־אַראָפּ פֿון אױבן און שפּיגלט זיך אָפּ אין װאַסער אינאײנעם מיט דער זון, װאָס האַלט נאָך ניט באַם אונטערגײן. רײן דער הימל. רײן דאָס װאַסער. רײן דאָס זאַמד. רײן די לופֿט. און שטיל. אַ שטילקײט פֿון גאָט. ברײט. אַ ברײטקײט פֿון גאָט. און עס דערמאָנט זיך פֿון תּהלים: „למרחבֿ־יה“… פּררר! דאָס איז אַרױסגעפֿלױגן פֿון אָטשערעט אַרױס מיט אַ געשרײ אַ פֿױגל. דורכגעשניטן, װי אַ פֿײַל, די רײנע שטילע לופֿט, לאָזט ער זיך מיט אַ זיג־זאַג שװעבן װײַט־װײַט, נאָר ער האָט באַלד חרטה, קערט זיך אום צוריק מיט אַ זיג־זאַג און װערט פֿאַרשװוּנדן װידער צוריק אינעם געל־גרינעם אָטשערעט. עס נעמט אָן אַ חשק, װי אָט דער פֿױגל, אַרױספֿליִען פֿון װאָגן אַרױס, זיך לאָזן פֿליִען אױבן איבערן װאַסער, אָדער, װײניקסטנס, זיך אױסטאָן נאַקעט און אַרײַנשפּרינגען אין װאַסער אַרײַן, זיך פּאָליאָסקען און שװימען, שװימען, שװימען…

― אַרױסט פֿון װאָגן! ― טוט שמעון־װאָלף אַ קאָמאַנדעװע־אױס, קריכט אַלײן אױך אַרױס פֿון װאָגן, פֿאַרשטעקט די בײַטש אין גאַרטל, טראָגט־צו בײדע הענט צום מױל, פֿאַררײַסט דעם קאָפּ אַרױף און לאָזט־אַרױס אַ מאָדנע פֿאַרדומפּן קול, װי פֿון אַ צעבראָכענער פֿאַס:

― פּאַראָ־אָ־אָ־אָ־אָם! פּאַראָ־אָ־אָ ם!

די משמעות, אַז דער פּאַראָם איז אַ לעבעדיקע זאַך, װאָס געפֿינט זיך ערגעץ דאָרט אַף יענער זײַט, און מע באַדאַרף אים אַרױסרופֿן. חבֿרה קלײנװאַרג, אַרױסגעקראָכן פֿון װאָגן און אױסגעגלײַכט זיך די פֿאַרזעסענע פֿאַרגליװערטע אבֿרים, שטעלן זיך אַװעק העלפֿן דעם בעל־עגלה אַרױסרופֿן דעם פּאַראָם, גלײַך מיט אים צוגעטראָגן די הענט צום מױל, פֿאַרריסן די קעפּ אַרױף און אױסגעשריִען מיט אַ קװיטש:

― פּאַראָ־אָ־אָ־אָ־אָם! פּאַראָ־אָ־אָ ם!

און עס פֿאַלט־אָן אַף זײ אַ געלעכטער ― זײ װײסן ניט װאָס. עס לאַכט זיך זײ אָן אַ שום „װאָרעם“. עס לאַכט זיך זײ, װײַל ס'איז זײ גוט, װײַל זײ זײַנען יונג און געזונט, און זײ געפֿינען זיך באַם דניעפּער, און זײ פֿאָרן באַלד אַפֿן דניעפּער מיטן פּאַראָם ― װער איז צו זײ גלײַך?… נאָר אָט הײבט־אָן צו געזעגענען זיך די זון מיטן טאָג. מיט אירע לעצטע נאָר שאַרפֿע, גינגאָלדענע שטראַלן שפּיגלט זי זיך אָפּ אינעם זילבערנעם װאַסער פֿונעם דניעפּער ― און מע הערט אױף צו לאַכן. עס לאַכט זיך ניט מער. צו שטיל איז אָט דאָ, באַם ברעג פֿונעם דניעפּער. אַ הײליקע שטילקײט. און עפּעס קילבלעך איז געװאָרן, און דאָס װאַסער שמעקט מיט אַ מאָדנעם ריח, און עס זשומעט, עס מורמלט, עס לױפֿט… און דערצו האָט שמעון־װאָלף דער בעל־עגלה אַרומגעבונדן די קאַפּאָטע מיט אַ פֿע־טשײלע, אַרײַנגעשטעקט די בײַטש און אַװעקגעשטעלט זיך מיטן פּנים צו מזרח, צוגעמאַכט די אױגן, מעשׂה ערלעכער ייִד, צעשאָקלט זיך און אַף זײַן דין קולכל גענומען דאַװנען מנחה. שמעון־װאָלפֿס מנחה דאָ אין דרױסן, אונטערן פֿאַרפֿאַרבטן הימל, באַם ברעג פֿונעם אַלטן שײנעם שמעקעדיקן דניעפּער, האָט זיך צונױפֿגעגאָסן מיטן זשומען און מיטן מורמלען פֿונעם װאַסער און אַרױסגערופֿן באַ די פֿרײלעכע יונגע װאָיאַזשערן אַ נײַע שטימונג. עס פֿאַרגלוסט זיך זײ אױך דאַװנען מנחה. דאָס איז געװען באַ זײ, מע קאָן זאָגן, די ע ר ש ט ע פֿרײַװיליקע, נישט־געצװוּנגענע מנחה, אָט אַדאָ אונטערן הױלן הימל, נאָענט צו גאָט. עס האָט זיך זײ קײנמאָל אַזױ ניט געװאָלט דאַװנען, װי אַצינד, אין דעם פֿאַרנאַכט, אונטער דעם הימל, אַפֿן ברעג פֿון אָט דעם דניעפּער. דורכגעלאָזט די קטורת, ― נישקשה, אין װעג קאָן מען זיך באַגײן אָן קטורת ― האָבן זײ אָנגעהױבן גלײַך פֿון „אַשרי יושבֿי בֿיתך“.― פֿײַנטשיק, מיט אַ ניגון, און אַװעקגעשטעלט זיך אַלע פֿיר שמונה־עשׂרה מיטן פּנים צו מזרח, צוגעמאַכט די אױגן און צעשאָקלט זיך, װי דער בעל־עגלה: „האל הגדול הגבור והנוראָ“ ― דער גאָט דער גרױסער, דער שטאַרקער, דער מוראדיקער“… דאָס זעט מען ערשט רעכט אָט דאָ, אין דעם פֿאַרנאַכט, אונטער דעם הימל, אַפֿן ברעג פֿון דעם דניעפּער. און עס דאַװנט זיך אַזױ גוט, אַזױ זיס, אַזױ געשמאַק, װי נאָך קײנמאָל ניט פֿריִער!

37

אַפֿן פּאַראָם

אַן אומגעריכטע באַגעגעניש אָפֿן פּאַראָם. ― עשׂו, אַ קלײן גױעצל, אַ משומד. ― זײ האָבן זיך דערקענט. ― צעגײען זיך אָן װערטער.

די קלײנע װאָיאַזשערן־יתומים זײַנען נאָך ניט אױסגעשטאַנען שמונה־עשׂרה, אַז זײ האָבן דערזען פֿון דער װײַטן, אַפֿן גלאַנץ פֿונעם דניעפּער, פֿריִער אַ שװאַרצן קנױל, װאָס באַקומט אַפֿן שײַן פֿון דער פֿאַרגײענדיקער זון אַלע מאָל אַנדערע פֿאַרבן. דער דאָזיקער קנױל װאַקסט, װערט אַלע מאָל גרעסער און גרעסער, טוקט זיך, פֿאַרגײט און באַװײַזט זיך װידער אַ מאָל. דערנאָך האָבן זײ דערהערט אַ מאָדנעם גערױש און אַ גערודער, אַ קײַקלען זיך פֿון רעדלעך און אַ קרעכץ פֿון אַ שטריק. האָבן זײ געמאַכט בקיצור מיט דער מנחה, אַף דער גיך אױסגעשטאַנען שמונה־עשׂרה און צוגעלאָפֿן צוס ברעג, דערזען אַ גראָבן קאַנאַט, װאָס ציט זיך איבער דער ברײט פֿונעם דניעפּער, צוגעקרעמפּעװעט צו אַ קלאָץ פֿון דער זײַט װאַסער. און דער קנױל איז געװאַקסן און איז אױסגע־ װאַקסן אין אַ מין הילצערנע מגושמדיקע בריאה, אַ מין באַשעפֿעניש אינעם געשטאַלט פֿון אַ שטוב, װאָס רירט זיך און שװימט אַפֿן װאַסער. אױבן, אַפֿן רוקן פֿונעם באַשעפֿעניש, געפֿינט זיך עפּעס אַ מין רעדל, װאָס