פֿונעם יאַריד: דער אַמאָליקער חדר

שלום עליכם (אַלע װערק)

דער אַמאָליקער „חדר“

אַ בילד פֿונעם אַמאָליקן „חדר“. ― די תּלמידים העלפֿן דעם רבין און דער רביצין

באַ דער אַרבעט. ― דער רבי מאַכט ברכה. ― זײַן מוסר זאָגן ברענגט צו נײַע זינד.

נײן, מע האָט די קינדער פֿון דעם פֿאַרפֿלעקטן, נאָר געראָטענעם מלמד רודערמאַן נ י ש ט אָפּגענומען. אַדרבה, זײ זײַנען פֿאַרבליבן באַ אים אַפֿן אַנדערן זמן און אַפֿן דריטן זמן ― און אַלע זײַנען געװען צופֿרידן: דער רבי פֿון זײַנע תּלמידים, די תּלמידים פֿון זײער רבין און דער טאַטע ― פֿון די תּלמידים מיטן רבין.

מער פֿון אַלעמען זײַנען געװען צופֿרידן די תּלמידים. גאָט האָט זײ צוגעשיקט אַ רבין, װאָס שלאָגט זיך ניט, לגמרי ניט. ער װײס גאָרניט װאָס הײסט שלאָגן זיך. סײַדן אַמאָל, אַז אַ ייִנגל האָט שױן שטאַרק דעקוטשעט, אָדער נישט געװאָלט דאַװנען, אָדער ער האָט געהאַט אַזאַ פֿאַרשטאָפּטן קאָפּ, כאָטש „פֿלעקער טעסען“, ― דעמאָלט איז שױן דער רבי רודערמאַן אַרױס פֿון די כּלים, אַװעקגעלײגט דעם בחור אַפֿן בענקל, אַראָפּגענומען די פּליסענע װײכע יאַרמעלקע פֿונעם קאָפּ, פֿון דער גרינג אָפּגעפֿיצקעט ― און גײ!

נאָך אַ מעלה האָט געהאַט רודערמאַן דער מלמד ― ער האָט געהאַלטן אַ „זשאָרנע“, אַזאַ מאַשין אַף צו „רײַסן“ גרױפּן. די מאַשין האָט געהאַט אַ ראָד מיט אַ הענטל, און פֿון אױבן איז געלעגן מיטן פּנים אַראָפּ אַ זאַק מיט רעטשקע. פֿונעם דרײען די ראָד האָבן זיך די רעטשקע פּאַװאָלינקע געשאָטן אין יאַשטשיק אַרײַן, פֿונעם יאַשטשיק זײַנען זײ פּאַװאָלינקע געפֿאַלן אַפֿן שטײן, דער שטײן האָט זײ פּאַװאָלינקע געריבן, אָפּגעשײלט די שאָלעכץ און געמאַכט פֿון די רעטשקע ― גרױפּן. אָט דאָס האָט געהײסן אַ „זשאָרנע“.

פֿאַרשטײט זיך, אַז דער גאַנצער אַנטיק פֿון דער „זשאָרנע“ איז געלעגן אינעם דרײען. װאָס מער מע דרײט, מער שיטן זיך גרױפּן. און בעלנים אַף דרײען זײַנען געװען אַ סך, כּמעט אַלע תּלמידים. יעדער װיל קומען צו הילף דעם רבין משה־דװיד, װאָס קאָן נישט לעבן פֿון מלמדות אַלײן און מוז נעבעך אָנקומען צו זײַטיקע פּרנסות: ער רײַסט גרױפּן, זי באַקט לעקעך. באַם לעקעך באַקן, מײנט איר, איז שױן גאָר נישטאָ װאָס צו טאָן? ס'איז אַ סך דאָ װאָס צו טאָן! און דאָ קאָנען אױך די קינדער צוהעלפֿן. ניט אַזױ באַם באַקן, װי באַם „אױספּאַטשן“. קאָרענעם האָניק־לעקעך באַדאַרף מען פּאַטשן, לאַנג פּאַטשן, מיט בײדע הענט, ביז ער ציט זיך, װי אַ האָניק־טײג קאָן זיך ציִען. און װער נאָך קאָן אַזױ פּאַטשן, װי אַ חדר־ייִנגל? בעלנים פּאַטשערס צװישן די חדר־ייִנגלעך זײַנען דאָ אַזױ פֿיל, אַז מע שלאָגט זיך אַזש פֿאַרן פּאַטשן. יעדער װיל פֿריִער.

דער לעזער באַדאַרף זיך נישט װוּנדערן, װאָס איז דאָס פֿאַר אַן עובֿדה ― תּלמידים זאָלן „רײַסן“ גרױפּן, „פּאַטשן“ לעקעכער! למאַי באַ די װאָראָנקאָװער מלמדים האָבן זײ געטאָן אַ סך גרעבערע אַרבעט? למשל, באַם רבין רב זרחל און באַ אַנדערע מלמדים האָבן נחום װעװיקס קינדער גאַנץ פֿײַן געשמירט די ערד אַף שבת, פּאָרלעכװײַז אַרױסגעטראָגן די פּאָמעניצע, אײנציקװײַז געבראַכט צו טראָגן װאַסער פֿונעם גױיִשן ברונעם, און על־פּי גורל געניאַנטשעט זיך מיטן קינד אױך. פֿון גײן מיט אַן עוף צום שוחט שמועסט מען ניט. עס איז געװען אַ כּבֿוד פֿאַר די קינדער העלפֿן דער רביצן אָפּפֿליקן דאָס עוף. אַבי אַן אַרבעט, אַבי ניט געלערנט. ערגער פֿון אַלע אַרבעט איז געװען דאָס לערנען, דאָס לערנען אין חדר. דאָ װעט, דאַכט מיר, זײַן דאָס אָרט אָפּצומאָלן דעם חדר, װי ער האָט אױסגעזען אין יענע צײַטן, בכדי די קומענדיקע דורות, װאָס װעלן זיך אינטערעסירן מיטן אַמאָליקן ייִדישן לעבן אין דער גליקלעכער „טשערטאַ“, זאָלן עס האָבן פֿאַר די אױגן.

אַ קלײן גױיִש שטיבל אַף הינערשע פֿיסלעך, מיט שטרױ געדעקט, אַמאָל אַ ביסעלע אײַנגעבױגן אַף אַ זײַט, און אַמאָל אָן אַ דאַך, װי אָן אַ היטל. אײן פֿענצטערל, און אַז אַ סך ― איז צװײ. די אַרױסגעזעצטע טאַפֿליע איז אָדער פֿאַרקלעפּט מיט אַ פּאַפּיר, אָדער פֿאַרשטעקט מיט אַ קאָפּנקישעלע. די ערד איז אַ „געװאַלקעװעטע“, באַשמירט מיט לײם, און אַף שבת און יום־טובֿ ― באַשאָטן מיט זאַמד. אַ גרױסן טײל פֿונעם חדר פֿאַרנעמט דער אױװן מיטן אַפֿן־אױװן און מיט דער „לעזשאַנקע“. אַף דער לעזשאַנקע שלאָפֿט דער רבי, און אַפֿן אױװן ― זײַנע קינדער. באַ דער װאַנט שטײט אַ בעט ― דער רביצנס בעט ― מיט אַ סך קישנס צוקאָפּנס און קלײניטשקע קישעלעך כּמעט ביז דער סטעליע. דאָרט אַפֿן בעט, אַף אַ װײַסן לײַלעך, ליגט אַמאָל אַ בלאַט לאָקשן, אַמאָל קיכלעך און בײגל (אױב די רביצן פֿאַרנעמט זיך מיט בעקערײַ), און אַמאָל אַ קינד (אױב ס'איז געפֿערלעך קראַנק). אונטערן אױװן אַ „פּאָדפּיטשניק“ (אין דער ליטע רופֿט מען עס „קאַטוך“). דאָרט האָדעװעט מען עופֿות, געװײנלעך אַף פּרנסה. באַ דער קרומער מעוברתער װאַנט ― אַ שאַפֿע אַף האַלטן ברױט, קריגלעך און טעפּלעך. אַף דער שאַפֿע ― דאָס אײַזערנע געפֿעס, אַ זיפּ, אַ דערקאַטש, אַ ריבאײַזן וכדומה אַזעלכע כּלים. פֿון פֿאָרנט, סאַמע באַם אַרײַנגאַנג, קאָטשערעס מיט לאָפּעטעס, און אַ גרױסע פּאָמעניצע תּמיד פֿול, און אַ צעבער אַ הילצערנער, װאָס רינט, אַף װאַסער האַלטן, און אַ האַנטוך, װאָס איז תּמיד נאַס, אַף די הענט אָפּצוּװישן. און אין מיטן שטוב אַ לאַנגער טיש מיט צװײ לאַנגע בענק. ― דאָס איז, אײגנטלעך, דער חדר, די שול, װוּ דער רבי שטודירט מיט זײַנע תּלמידים. אַלע, סײַ דער רבי, סײַ די תּלמידים, שרײַען. דער רביצנס קינדער, װאָס שפּילן זיך אַפֿן אױװן, שרײַען. די רביצן, װאָס פּאָרעט זיך באַ דער „קיך“, שרײַט אַף אירע קינדער, למאַי זײ שרײַען. די עופֿות װאָס אונטערן פּאָדפּיטשניק, קװאָקען: דאָס האָט די קאַץ אַראָפּגעשפּרונגען פֿון דער לעזשאַנקע, אַ שטילינקע, אַ רויִקע, אַ גלאַטינקע, זיך אַרײַנגעכאַפּט אונטערן פּאָדפּיטשניק און ספּאָלאָשעט די עופֿות, ניט געדאַכט זאָל זי װערן!

אָט אַזױ האָט אױסגעזען דער אַמאָליקער װאָראָנקאָװער חדר. ניט פֿיל שענער האָט אױסגעזען דער חדר אין דער גרױסער שטאָט, אין פּערעיאַסלאַװ. דער פּערעיאַסלאַװער רבי האָט, גלײַך װי דער װאָראָנקאָװער, געקנעלט מיט זײַנע תּלמידים, זיצנדיק װינטער אין אַ װאַטאָװן כאַלאַט מיט אַ פּליסענער יאַרמעלקע, און זומער אין אַן אַרבע־כּנפֿות, אין אַ העמד מיט ברײטע אַרבל. װינטער נאָכן שלאָף האָט ער געטרונקען, אָנשטאָט טײ, „ליפּעװע צװיט“, און זומער ― קאַלט װאַסער פֿון אַ הילצערן קװערטל, דורכגעזײַט דורך אײנעם פֿון די ברײטע אַרבל פֿונעם העמד, געמאַכט דערױף פֿריִער מיט גרױס כּװנה אַ ברכה „שהכּל נהיה בדבֿרו“, און אַלע תּלמידים האָבן אים געענטפֿערט אָמן. טאָמער האָט אַ ייִנגל געבראַכט עפּעס אַ פּרי, האָט דער רבי געמאַכט „בורא פּרי העץ“, און די תּלמידים האָבן געענטפֿערט אָמן. טאָמער האָט אַ ייִנגל געבראַכט אַ גרינע אוגערקע, האָט דער רבי אָפּגעשײלט די אוגערקע, געמאַכט אַף איר „בורא פּרי האַדמה“, און די תּלמידים האָבן געענטפֿערט אָמן.

ס'איז אַלצדינג געװען כּדאַי, אַבי ניט לערנען. צו שטאַרק האָט זיך צוגעגעסן דאָס לערנען. אַ גאַנצן טאָג געלערנט. װינטער באַנאַכט געלערנט, אױפֿגעשטאַנען פֿאַרטאָג און געלערנט. אַפֿילו שבת באַטאָג אױך געלערנט. און טאָמער ניט געלערנט, איז כאָטש אַזױ געזעסן שבת באַטאָג אין חדר און אױסגעהערט דעם רבינס מוסר.

דעם רבינס מוסר ― דאָס איז געװען אַ רײַכע פֿאַנטאַזיע פֿון „טױזנט אײן נאַכט“. פֿונעם רבינס מוסר האָט מען זיך געזען מיט „יענער װעלט“, געפֿילט דעם טעם פֿון „חבוט הקבֿר“, זיך צוגעהערט, װי דער מלאך־הדומה קומט־צו מיט שטילע טריט, עפֿנט אײַך אױף דעם בױך, נעמט־אַרױס די קישקעס און טוט אײַך אַ שמיץ מיט זײ איבערן פּנים: „רשע, מה שמך ― שײגעץ, װי אַזױ רופֿט מען דיך?“… און דערנאָך דעם, װי צװײ מלאַכי־חבלה נעמען אײַך און װאַרפֿן אײַך „כּף־הקלע“, װי אַ מיאַטש, פֿון אײן עק װעלט ביזן אַנדערן. און טאָמער האָט איר אַמאָל געזאָגט אַ ליגן, הענגט מען אײַך אױף פֿאַר דער צונג אַף אַ פֿלעקל, און איר הענגט, װי אַ יאַטקע־פֿלײש. און טאָמער האָט איר פֿאַרגעסן אַמאָל אָפּגיסן נעגלװאַסער, שטעלן זיך אַװעק צװײ מחבלים און רײַסן אײַך מיט אָפּצװענגעס די נעגל פֿון די פֿינגער. און טאָמער האָט איר אַמאָל פֿרײַטיק זיך געשניטן די נעגל און אומגערן אַראָפּגעלאָזט אַ נאָגל אַף דער ערד, לאָזט מען אײַך אַראָפּ אַף ד ע ר װעלט און מע הײסט אײַך גײן זוכן דעם נאָגל.

דאָס איז פֿאַר קלײנע עבֿירהלעך. הײַנט װי איז שױן פֿאַר גרױסע עבֿירות? למשל, פֿאַר היפּערן אין דאַװנען? פֿאַר דורכלאָזן אַ מנחה? פֿאַר ניט לײענען קריאת־שמע? פֿאַר אַ שלעכטע מחשבֿה? פֿאַר הרהורים און חלומות? ― נישטאָ קײן רחמנות דאָרטן, נישטאָ! תּשובֿה, תּפֿלה און צדקה ― דאָס איז נאָר דאָ, אַף ד ע ר װעלט. אַף י ע נ ע ר װעלט איז שױן שפּעט, פֿאַרפֿאַלן! „דאָרט זײַט איר שױן מיט אַלע רשעים גלײַך. דאָרט גײט איר שױן גלײַך אין אײביקן פֿײַער, אין זודיקן קעסל אַרײַן, אין גיהנם, שקצים, אין גיהנם!“…

אַזױ לאָזט־אױס דער רבי זײַן מוסר שבת באַטאָג, און די קינדער הערן־צו מיט קאָפּ און װײנען, האָבן חרטה, שלאָגן זיך על־חטא, גיבן זיך דאָס װאָרט, שױן זײַן גוט און פֿרום. נאָר קױם איז דער רבי אױפֿגעשטאַנען פֿון טיש און די קינדער נאָך אים, אַזױ איז פֿאַרגעסן געװאָרן דער גאַנצער מוסר; די יענע װעלט מיטן גיהנם מיט אַלע מלאַכי־חבלה זײַנען פֿאַרשװוּנדן געװאָרן, װי אַ שאָטן, װאָס גײט איבער, װי אַ חלום, װאָס פֿליט אַװעק, און חבֿרה האָבן זיך אומגעקערט צו זײערע זינד און צו זײערע שולדן: געהיפּערט באַם דאַװנען, דורכגעלאָזט אַ מנחהלע, נישט געלײענט קײן קריאת־שמע. װער מיר נעגל־װאַסער? װאָס מיר דאַװנען? אַז אין דרױסן שײַנט די זון, און די שאָטנס דראַפּען זיך אַף די װענט, װינקען צו אײַך, רופֿן אײַך: אין דרױסן אַרױס, ייִנגעלע, אין דרױסן! דאָרט איז גוט! דאָרט איז װױל! אײן שפּרונג אַ רעכטער ― און דו ביסט באַם בריקל. נאָך אַ שפּרונג ― און דו ביסט אַף יענער זײַט בריקל, װוּ עס לױפֿט אַ טײַכל, װוּ עס זשומעט אַ װאַסערל, װוּ עס גרינט אַ גרעזעלע, װוּ עס געלט אַ בלימעלע, װוּ עס פֿליט אַ פֿײגעלע, װוּ עס טאַנצט אַ הײשעריק… און דאָס גרינע־געלע פֿעלד בעט זיך באַ אײַך, איר זאָלט אײַך אַ װאָרף טאָן אַף דער װײכער שמעקנדיקער ערד, װי איר שטײט און גײט. און דאָ קומט־אָן דער טאַטע, אָדער די מאַמע, אָדער אַן עלטערער ברודער, אָדער אַ שװעסטער ― „האָסטו שױן געדאַװנט? אין חדר אַרײַן, שקאָץ אײנער, אין חדר אַרײַן!“… די בר־מצװה

דער בר־מצװה נעמט־אױס. ― אַ גאַלעריע טיפּן פֿון פּערעיאַסלאַװער בעלי־בתים. ― אַ מאַמעס טרערן.

אַרײַנטראַכטנדיק זיך אינעם לערנען אין יענעם מין „חדר“, באַ יענע מינים מלמדים, װאָס זײַנען באַשריבן אין די פֿריִעריקע קאַפּיטלעך, האָבנדיק פֿאַר זיך די רביצן, װאָס מע דאַרף איר העלפֿן, טאַטע־מאַמע, שװעסטער און ברידער, װאָס מע דאַרף זײ פֿאָלגן אַ גאַנג, און כּל־ערלײ מינים שקאָצערײַ, פֿון באָדן זיך זומער אין טײַך ביז שפּילן װינטער אין קאָרטן און קנעפּלעך, הײַנט גלאַט דאָס אַרומלױפֿן און אַרומשפּאַצירן איבער דער שטאָט, ― איז שװער צו פֿאַרשטײן, פֿון װאַנען האָט זיך גענומען באַ די קינדער דאָס, װאָס זײ האָבן געקענט? מע דאַרף נישט פֿאַרגעסן דאָס אױך, אַז דעם רבין האָט מען גענאַרט און אַפֿילו דעם רבֿ, צו װעלכן מע האָט געפֿירט די קינדער פֿאַרהערן, האָט מען אױך אָפּגענאַרט. הײַנט װוּ האָט זיך גענומען מאַטעריאַל אַף אָפּצונאַרן אַ גאַנצע שטאָט מיט ייִדן, װאָס זײַנען זיך צונױפֿגעקומען אַף דער בר־מצװה צו נחום ראַבינאָװיטשעס זונדל? דער העלד פֿון דער דאָזיקער ביאָגראַפֿיע געדענקט פֿאַר קלאָר, אַז ער האָט נישט אָנגעהױבן צו װיסן פֿון דעם, װאָס מע האָט אים אױסגעשטעלט, ער זאָל זאָגן אַף זײַן יום־טובֿ ― און דאָך האָט געקלונגען די שטאָט מיט זײַן בר־מצװה. טאַטעס האָבן מקנא געװען. מאַמעס האָבן זיך געװוּנטשן אַזעלכע קינדער.

ס'איז געװען אַן אמתער יום־טובֿ. אַ גרױסאַרטיקער יום־טובֿ. און אין אים האָבן זיך באַשעפֿטיקט אַ סך הענט, אונטער דער קאָמאַנדע פֿון דער באָבע מינדע, װאָס האָט אױסגעזען אין איר שבתדיקן אָנטאָן, מיטן שטערנטיכל, װי אַן אמתער קאָמאַנדיר. זי האָט געקאָמאַנדעװעט, װעמען מע זאָל רופֿן און װעמען ניט, װער ס'זאָל זיצן אױבנאָן און װער ניט, װאָסערע טעלער מע זאָל שטעלן, װאָסערע בראָנפֿנס און װאָסערע װײַנען מע זאָל טרינקען. מיט אַלעמען האָט זי זיך איבערגעקריגט, אַף אַלעמען זיך אָנגעבײזערט, ניט געשאַנעװעט אַפֿילו דעם בר־מצװה־העלד אַלײן, ער זאָל זיך האַלטן, װי אַ מענטש, ניט האָבן קײן טבֿע בײַסן די נעגל כאָטש צװישן מענטשן, ניט לאַכן אַלײן און ניט מאַכן לאַכנדיק די איבעריקע קינדער, קורץ ― ניט זײַן קײן ימח־שמוניק.

― גאָט האָט רחמנות געהאַט, האָסט דערלעבט די בר־מצװה, איז שױן צײַט, זאָלסט װערן אַ שטיקל מענטש! ― האָט זי אײַנגעטענהט מיט אים, באַשפּיגן די פֿינגער און אױסגעגלעט אים דאָס לעצטע רעשט פֿון די