פֿונעם יאַריד: דער גמרא־מלמד

שלום עליכם (אַלע װערק)

בר־מצװה, און דו װעסט אַפֿילו קײן צװײ װערטער ניט קאָנען זאָגן!“… און ער האָט גענומען זוכן אַ ר ע כ ט ן גמרא־מלמד, און ער האָט אים געפּאַקט.

29

דער גמרא־מלמד

משה־דװיד רודערמאַן ― אַ גמרא־מלמד. ― זײַן זון שמעון האַלט באַ שמדן זיך. ―

די שטאָט ראַטעװעט אים אַרױס פֿון מאָנאַסטיר ― דער פֿעטער פּיניע קאָכט זיך.

דאָס איז געװען אַ רבי אַ ליטװאַק, מיטן נאָמען משה־דװיד רודער־מאַן, אַ ייִד אַ יאַדישלעװער, אַן אײַנגעהױקערטער, מיט געדיכטע שװאַרצע ברעמען, אַ גרױסער למדן, אַ שײנער בעל־תּנ″ך און אַ מדקדק ― מיט אַלע מעלות. און דערצו נאָך אַ פֿרומער, אַן אמתער ירא־שמים. גײ ריכט זיך, אַז אַף דעם ייִדן װעט אױך זײַן אַ פּגם, און נאָך װאָסער אַ פּגם! דער פּגם איז געװען דער, װאָס דעם דאָזיקן מלמדס זון לערנט אין דער „אױעזד־נע“. אין דער גאַנצער שטאָט זײַנען דעמאָלט געװען מער ניט װי צװײ בחורים, װאָס האָבן געלערנט אין דער „אױעזדנע“: משה־דװיד רודער־מאַנס זון, שמעון רודערמאַן, אַ בחור, װאָס סע האָט זיך פֿרי אָנגעהױבן אױסשיטן באַ אים אַ שװאַרץ בערדל, און טאַמאַרקין, דעם אַדװאָקאַטס זונדל, חײם טאַמאַרקין, אַ בחורל אַ קורצער און אַ גראָבער, מיט קלײנע אױגלעך און מיט אַן אױסגעבױגענער נאָז, געטראָגן דאָס העמדל איבער די הױזן, װי אַ שײגעצל, געשפּילט מיט די גױיִשע שקצימלעך אין „מיאַטש“, קײנמאָל נישט געגאַנגען אין שול אַרײַן, אַחוץ יום־כּפּור, און שטילערהײט גערײכערט גראָבע „ציגײַערן“.

דאָס זײַנען געװען די פּיאָנערן, אַזױ צו זאָגן, די ערשטע שװעלבעלעך פֿון דער השׂכּלה אין דער שטאָט פּערעיאַסלאַװ, די אײנציקע צװײ ייִדישע קינדער צװישן עטלעכע הונדערט שקצימלעך. די שקצימלעך האָבן תּחילת געקוקט אַף די צװײ „זשידעניאַטעס“, װי אױף חידושים, װי אַף קינדער פֿון אַן אַנדער װעלט. דערנאָך האָבן זײ אַװעקגעלײגט די ,,זשידע־ניאַטעס“ אַף דער ערד אין מיטן הױף פֿון דער „אױעזדנע“ און אָנגעשמירט זײ די ליפּן מיט חזיר. דערנאָך איז מען געװאָרן חבֿר, געשלאָסן ברודערשאַפֿט, גאָר נפֿש אַחת. גױיִשע שקצימלעך זײַנען נאָך דעמאָלט ― אױ װײ! ― געװען רײן פֿון מענטשנהאַס, נישט געװוּסט פֿון קײן ייִדנהעצעס, און דער גיפֿט פֿון אַנטיסעמיטיזם האָט זײ נאָך נישט אָנגערירט. קױם האָט מען דעם „זשידיאָנאָק“ אַװעקגעלײגט, אָנגעשמירט די ליפּן מיט חזיר און דורכגעבראָכן די בײנער, איז כאָטש ער איז אַ „הערשקאָ“, פֿונדעסטװעגן איז ער אַ חבֿרה־מאַן גלײַך מיט אַלע…

דאָס אָפּגעבן נחום װעװיקס קינדער צו משה־דװיד רודערמאַן איז ניט אָפּגעלאָפֿן גלאַט. דער פֿעטער פּיניע אַז ער איז געװױרע געװאָרן, אַז זײַן ברודער נחום האָט אָפּגעגעבן די קינדער צו אַזאַ מלמד, װאָס האָט אַ זון אין דער „אוּיעזדנע“, האָט ער געאַרבעט מעשׂים. ער האָט געטענהט, אַז פֿון דער „אוּיעזדנע“ איז אײן טריט צו שמד. פֿאַר װאָס?

― אָט אַזױ: אַז מירן לעבן, װעלן מיר זען…

און כּך הוה. עס איז, אַפּנים, באַשערט געװען, אַז דער פֿעטער פּיניע זאָל איצטיקס מאָל זײַן אַ נבֿיא. און אַזױ איז געװען די מעשׂה:

אײנמאָל אין אַ שבת איז אַרױס אַ קלאַנג אין שטאָט, אַז די צװײ ייִדישע ייִנגלעך, װאָס לערנען זיך אין דער „אוּיעזדנע“, שמעון רודערמאַן און חײם טאַמאַרקין, האַלטן באַ שמדן זיך! פֿאַרשטײט זיך, אַז קײנער האָט ניט געװאָלט גלױבן: „װײס איך ― װאָס? װער? װעמען? װאָס אַ שטאָט קאָן אױסטראַכטן!“ נאָר אַז מע קלינגט איז אַ חגא. שטעלט אײַך פֿאָר, אַז ס'איז דעם זעלבן טאָג שבת פּלוצעם געװאָרן אַ געלױף, װי אַף אַ שׂרפֿה. די גאַנצע שטאָט איז געלאָפֿן צום מאָנאַסטיר. װאָס איז די מעשׂה? „די מעשׂה איז אַ שײנע מעשׂה, נאָר אַ קורצע: איר װילט זען אַ שײנס? גײט, זײַט מוחל, צום מאָנאַסטיר, װעט איר אָנקוקן, װי די צװײ חבֿרה־לײַט פֿון דער „אוּיעזדנע“ האָבן זיך אַרױפֿגעקלױבן גאַנץ הױך אַפֿן שפּיץ קלױסטער, שטײען דאָרטן אָן היטלען און פֿרעסן ברױט, מיט חזיר באַשמירט, בפֿרהסיה, אַלע זאָלן זען!“…

די בהלה איז געװען אַזױ גרױס, אַז ס'איז קײנעם ניט אײַנגעפֿאַלן צו פֿרעגן: װי איז דאָס מעגלעך צו זען פֿון אונטן אַרױף, אַף אַזאַ הױכן מאָנאַסטיר, מיט װאָס דאָס ברױט איז באַשמירט: מיט חזיר? מיט פּוטער? אָדער מיט האָניק?… די גאַנצע שטאָט איז געגאַנגען כאָדאָראָם. די װעלט האָט זיך געװיגט: „מילא, אַף טאַמאַרקינס זונדל איז כאָטש קײן חידוש ניט ― זײַן פֿאָטער, דער אַלטער טאַמאַרקין, איז אַלײן אַ טריפֿ־ניאַק, אַ ייִד אַ „זאַקאָניק“, אַ שרײַבער פֿון „פּראָשעניעס“, און זײַן זונדל חײם איז געװען, זאָגט מען, אַ גױ נאָך באַ דער מאַמען אין בױך. אָבער משה־דװיד רודערמאַן? אַ ייִד אַ ירא־שמים און אַ מלמד! דער בעסטער מלמד אין שטאָט! װי קאָן מען עס דערלאָזן אַזאַ זאַך?“

לאָזט זיך אױס, אַז ס'זײַנען דאָ ייִדן, װאָס האָבן געװוּסט פֿריִער, אַז ס'װעט אַזױ זײַן. פֿון װאַנען האָבן זײ דאָס געװוּסט? זײ האָבן דאָס פֿאַרשטאַנען מיטן שׂכל, אַז מע טאָר ניט גײן מיט אַ קינד צופֿיל מיט סטירדעס. „ממה נפֿשך ― האָט איר אַװעקגעגעבן אײַערע קינדער אין דער „אוּיעזדנע“, דאָס הײסט, איר זײַט מסכּים, זײ זאָלן זײַן גױים, דאַרפֿט איר ניט פֿאָדערן פֿון זײ, אַז זײ זאָלן טראָגן אַרבע־כּנפֿותן; און אַז עס האָט זיך געמאַכט, זײ האָבן דורכגעלאָזט אַ מנחה, באַדאַרף מען אָפּװישן די ליפּן און נישט צעברעכן אַף זײ קײן שטעקן און ניט שלאָגן, װי מע שלאָגט אַ הונט“…

אַזױ האָבן געטענהט בכּבֿודע בעלי־בתּים, און מע האָט צונױפֿגענומען מענטשן, און מע האָט זיך אַן עצה געהאַלטן, װאָס טוט מען? װי אַזױ ראַטעװעט מען אַרױס צװײ ייִדישע קינדער פֿון דער שמד? מע האָט אײַנגעלײגט די װעלט, געװעקט זכות־אָבֿות, אױפֿגערודערט „נאַטשאַלסט־װאָ“… פֿאַרשטײט זיך, אַז מער פֿון אַלע האָט געאַרבעט דער פֿעטער פּיניע. דער האָט פֿאַרקאַטשעט די אַרבל, צעלאָזט די שײנע באָרד, אַרומגעלאָפֿן דעם גאַנצן טאָג אַ פֿאַרשװיצטער, נישט געגעסן, נישט געטרונקען ― ביז, דאַנקען גאָט, ס'איז אָפּגעגאָלטן. מע האָט די צװײ חבֿרה־לײַט אַרױסגענומען פֿון מאָנאַסטיר.

דער שפּיץ איז געװען: אײנער פֿון זײ, חײם טאַמאַרקין ― דער האָט זיך טאַקע געשמדט שפּעטער מיט עטלעכע יאָר, און שמעון רודערמאַן האָט מען אַװעקגעשיקט קײן זשיטאָמיר, אַרײַנגעגעבן דעם פֿײַנעם בחור אין דער ראַבינער־שול, אַף „קאַזיאָנע שטשאָט“, און ער האָט מיט גאָטס הילף ניט נאָר געענדיקט אַף ראַבינער, נאָר טאַקע געװען נאָכדעם ראַבינער, און דװקא ניט װײַט פֿון פּערעיאַסלאַװ ― אין לובען.

― נו, װער איז געװען גערעכט? אַצינד װעסטו שױן דײַנע קינדער, צו גאָט אַ האָפֿענונג, אָפּנעמען פֿונעם דאָזיקן מלמד?

אַזױ האָט דער פֿעטער פּיניע געזאָגט צו זײַן ברודער נחום, צופֿרידן פֿון אַלע זײַטן: ערשטנס, װאָס ס'איז אים געראָטן אַרױסצונעמען צװײ ייִדישע קינדער פֿון דער שמד; צװײטנס, װאָס זײַן ברודערס קינדער װעלן שױן ניט לערנען באַ אַ מלמד, װאָס קען דקדוק און האָט אַ זון אין דער „אוּיעזדנע“; און דריטנס, װאָס זײַנע װערטער זײַנען מקױם געװאָרן, אַז אַ ייִדיש קינד לערנט אין די שקאָלעס, איז ער מוכן ומזומן צו דער שמד…

האָט דער פֿעטער פּיניע איצטיקס מאָל געהאַט אַ ביטערן טעות: זײַן ברודער נחום האָט זיך פֿאַרעקשנט און בשום אופֿן נישט געװאָלט אָפּנעמען זײַנע קינדער פֿון אַזאַ גוטן מלמד.

― װאָס האָב איך צו אים? ניט גענוג יענער האָט געהאַט אַזױ פֿיל עגמת־נפֿש מיט אַזאַ בזיון, זאָל מען לאָזן אַ ייִדן אַ מלמד אין מיטן זמן אָן ברױט?

דער פֿעטער פּיניע האָט אױסגעהערט דעם ברודער מיט אַ ביטער שמײכעלע, װי אײנער רעדט: „הלװאַי זאָל איך ליגן זאָגן, נאָר דו פֿירסט די קינדער אַף אַ גוטן דרך“… דערנאָך איז ער אױפֿגעשטאַנען, געגעבן אַ קוש די מזוזה און איז אַװעק אַ ברוגזער. דער אַמאָליקער „חדר“

אַ בילד פֿונעם אַמאָליקן „חדר“. ― די תּלמידים העלפֿן דעם רבין און דער רביצין

באַ דער אַרבעט. ― דער רבי מאַכט ברכה. ― זײַן מוסר זאָגן ברענגט צו נײַע זינד.

נײן, מע האָט די קינדער פֿון דעם פֿאַרפֿלעקטן, נאָר געראָטענעם מלמד רודערמאַן נ י ש ט אָפּגענומען. אַדרבה, זײ זײַנען פֿאַרבליבן באַ אים אַפֿן אַנדערן זמן און אַפֿן דריטן זמן ― און אַלע זײַנען געװען צופֿרידן: דער רבי פֿון זײַנע תּלמידים, די תּלמידים פֿון זײער רבין און דער טאַטע ― פֿון די תּלמידים מיטן רבין.

מער פֿון אַלעמען זײַנען געװען צופֿרידן די תּלמידים. גאָט האָט זײ צוגעשיקט אַ רבין, װאָס שלאָגט זיך ניט, לגמרי ניט. ער װײס גאָרניט װאָס הײסט שלאָגן זיך. סײַדן אַמאָל, אַז אַ ייִנגל האָט שױן שטאַרק דעקוטשעט, אָדער נישט געװאָלט דאַװנען, אָדער ער האָט געהאַט אַזאַ פֿאַרשטאָפּטן קאָפּ, כאָטש „פֿלעקער טעסען“, ― דעמאָלט איז שױן דער רבי רודערמאַן אַרױס פֿון די כּלים, אַװעקגעלײגט דעם בחור אַפֿן בענקל, אַראָפּגענומען די פּליסענע װײכע יאַרמעלקע פֿונעם קאָפּ, פֿון דער גרינג אָפּגעפֿיצקעט ― און גײ!

נאָך אַ מעלה האָט געהאַט רודערמאַן דער מלמד ― ער האָט געהאַלטן אַ „זשאָרנע“, אַזאַ מאַשין אַף צו „רײַסן“ גרױפּן. די מאַשין האָט געהאַט אַ ראָד מיט אַ הענטל, און פֿון אױבן איז געלעגן מיטן פּנים אַראָפּ אַ זאַק מיט רעטשקע. פֿונעם דרײען די ראָד האָבן זיך די רעטשקע פּאַװאָלינקע געשאָטן אין יאַשטשיק אַרײַן, פֿונעם יאַשטשיק זײַנען זײ פּאַװאָלינקע געפֿאַלן אַפֿן שטײן, דער שטײן האָט זײ פּאַװאָלינקע געריבן, אָפּגעשײלט די שאָלעכץ און געמאַכט פֿון די רעטשקע ― גרױפּן. אָט דאָס האָט געהײסן אַ „זשאָרנע“.

פֿאַרשטײט זיך, אַז דער גאַנצער אַנטיק פֿון דער „זשאָרנע“ איז געלעגן אינעם דרײען. װאָס מער מע דרײט, מער שיטן זיך גרױפּן. און בעלנים אַף דרײען זײַנען געװען אַ סך, כּמעט אַלע תּלמידים. יעדער װיל קומען צו הילף דעם רבין משה־דװיד, װאָס קאָן נישט לעבן פֿון מלמדות אַלײן און מוז נעבעך אָנקומען צו זײַטיקע פּרנסות: ער רײַסט גרױפּן, זי באַקט לעקעך. באַם לעקעך באַקן, מײנט איר, איז שױן גאָר נישטאָ װאָס צו טאָן? ס'איז אַ סך דאָ װאָס צו טאָן! און דאָ קאָנען אױך די קינדער צוהעלפֿן. ניט אַזױ באַם באַקן, װי באַם „אױספּאַטשן“. קאָרענעם האָניק־לעקעך באַדאַרף מען פּאַטשן, לאַנג פּאַטשן, מיט בײדע הענט, ביז ער ציט זיך, װי אַ האָניק־טײג קאָן זיך ציִען. און װער נאָך קאָן אַזױ פּאַטשן, װי