פֿונעם יאַריד: דער עולם צעקריכט זיך

שלום עליכם (אַלע װערק)

דער עולם צעקריכט זיך

שמואל־אלי שפּילט אין שאָך. ― דער עולם קומט זיך געזעגענען. ― װײַבער

מיט פֿאַרװײנטע אױגן פּיסקלען זיך ― מע דאַרף זײַן פֿון אײַזן, מע זאָל ניט לאַכן.

דער טאָג פֿון נחום װעװיקס אַװעקפֿאָרן איז געװען פֿאַר דער שטאָט אַ תּשעה־באָבֿ און פֿאַר די קינדער ― אַ שמחת־תּורה: אַ קלײניקײט אַזאַ יום־טובֿ? ערשטנס, לערנט מען ניט. װער װעט דאָס גײן אין אַזאַ טאָג אין חדר אַרײַן? און צװײטנס, איז גלאַט לעבעדיק ― מע קלײַבט זיך, מע פּאַקט זיך, מע רוקט שאַפֿעס, עס קלינגען גלעזער, גאָפּל־מעסער, עס קומען בױדן, און עסן עסט מען װי ערבֿ־פּסח, בחפּזונדיק! הײַנט די פּאָר גראָשנס, װאָס מע װעט באַקומען „אָטיזנע“ (אָפּפֿאָר־נעלט)? דערװײַל זעט מען עס נאָך נישט. דערװײַל קומען נאָך בעלי־בתּים זיך געזעגענען. דאָס הײסט, זײ קומען, מע זאָל זײ זאָגן „זײַט געזונט“, װעלן זײ זאָגן „פֿאָרט געזונט“ און אָנװינטשן דערבײַ אָן אַ שיעור גוטע זאַכן, װי געזונט און הצלחה און מזל און אַלדאָס גוטס.

פֿריִער פֿון אַלע איז געקומען שמואל־אלי דער רבֿ און חזן. שמואל־אלי איז אַן אָפֿטער אײַנגײער צו די ראַבינאָװיטשעס. ער קומט אַלע טאָג. װי אַן ערלעכער ייִד לאָזט נישט דורך דאַװנען, אַזױ לאָזט ער נישט דורך קײן שאָך שפּילן מיט רב נחומען. שפּילן אַ שאָך איז באַ אים אַ פֿאַרגעניגן. געװינען באַ רב נחומען אַ שאָך איז באַ אים אַ גליק. אַ מאָדנע טבֿע באַ דעם שמואל־אלין: פֿאַרשפּילט ער ― שרײַט ער, געװינט ער ― שרײַט ער. נאָר געװינען געװינט ער זעלטן. מערסטנטײלס פֿאַרשפּילט ער. און אַז ער פֿאַרשפּילט, שרײַט ער, אַז ער האָט געהאַט אַ טעות, אַז ער איז געגאַנגען נישט מיט דעם ציגל, װאָס ער האָט געװאָלט, און אַז ער זאָל געװען גײן אַנדערש, װאָלט דער אַנדערער פֿאַרשפּילט!…

באַ אַזאַ שפּיל, אַז ס'איז געזעסן דער פֿעטער ניסל, האָט ער נישט געקענט לײַדן. האָט ער געפֿרעגט שמואל־אלין: „װאָס שרײַט איר?“ דער טאַטע נחום איז אָבער נישט געװען אַזאַ מענטש. ער האָט רויִק אױסגעהערט שמואל־אלין, װי ער קאָכט זיך, פּאַװאָלינקע געשמײכלט זיך אין באָרד אַרײַן און געשפּילט װײַטער. די מאַמע חיה־אסתּר איז געװען אױסער זיך: אין אַזאַ צײַט, אַ שעה פֿאַרן אַװעקפֿאָר, זעצט מען זיך אַװעק שפּילן אין שאָך? „דאָס לעצטע מאָל, חיה־אסתּר, געזונט זאָלט איר זײַן! איר פֿאָרט אַװעק, דער עולם צעקריכט זיך, קײנער בלײַבט ניט, מיט װעמען װעל איך שפּילן אין שאָך?“

אַזױ בעט זיך שמואל־אלי דער חזן און פֿאַרשאַרט דאָס היטל אַרױף, נעמט זיך צו דער אַרבעט און הײבט שױן אָן צו קאָכן זיך און צו שרײַען, אַז ניט אַזױ איז ער געגאַנגען, װי ער האָט געװאָלט, און נחום שמײכלט און לאָזט אים גײן אַנדערש.

דאָס שפּילן גײט אָבער באַ זײ ניט װי אַלע מאָל. עס קומען אַלע מינוט צו גײן נײַע מענטשן זיך געזעגענען. מע קאָן ניט זײַן אַזױ גראָב און מע מוז איבעררײַסן אין מיטן שפּילן, אַז עס קומט צו גײן אַזאַ ייִד אַ שכן, װי רב אײַזיק. ער מעג טאַקע האָבן אַ ציגן בערדל און דאַװנען אַף אַ דין קולכל, איז ער אָבער אַ ליבאַװיטשער חסיד און זײער אַן ערלעכער ייִד. צי, אַשטײגער, באַלד נאָך אים איז געקומען דן. דן איז אַ יונ־ גערמאַן מיט װײַסע האָר, דאָס הײסט געל, נאָר געל, װי פֿלאַקס. ער איז בטבֿע אַ שװײַגער, רעדט נישט מיט קײנעם. נאָר איצט, אַז רב נחום פֿאָרט־ אַרױס פֿון װאָראָנקאָ, האָט זיך דן צערעדט. ער װאָלט אַפֿילו געװען, זאָגט ער, אױך אַרױסגעפֿאָרן, ער זאָל האָבן װוּהין. כאַפּט דאָס דער רוח! ער װאָלט אַ בעלן געװען פֿאַרקױפֿן זײַן געשעפֿט, ער זאָל האָבן װעמען. כאַפּט דאָס דער רוח!… שמואל־אלי קוקט אַף אים, װי אַ גזלן, און דן הערט ניט אױף צו שיטן מיט װערטער. אַ מענטש האָט זיך צערעדט! אַנטשװיגן װערט ער ערשט דעמאָלט, װען עס קומען צו גײן אַנדערע זיך געזעגענען. און קומען קומט די גאַנצע שטאָט, אײנס נאָכן אַנדערן. פֿריִער ייִדן, דער־ נאָך װײַבער. אַלע אַראָפּגעלאָזט די נעז, אַלע פֿאַרזאָרגט. אַנדערע פֿאַרװײנט. אײן ייִדענע האָט געבראַכט צו טראָגן די קינדער מאָנפּאַסיע־קאָנפֿעקטן. אַ ייִדענע אַ צדקנית!…

שטאַרק פֿאַרװײנט זײַנען די צװײ װײַבער, װאָס האָבן חתונה געהאַט באַ די ראַבינאָװיטשעס אין שטוב. דאָס זײַנען „פֿרומע די מױד“ מיטן בלינדן אײגל און „פֿײגעלע־אַשמדאַי“. די צװײ האָבן אַזױ שטאַרק געװישט די אױגן און געשנײַצט די נעז און געמאַכט אַזעלכע מאָדנע פּיסקעס, אַז שלום, דער קלײנער „לץ“, האָט זיך נישט געקאָנט אײַנהאַלטן און האָט

זײ בײדן, טאַקע דאָ אַפֿן אָרט, הינטער זײערע פּלײצעס, קונציק נאָכגע־

מאַכט מיט די זעלבע פּיסקעס און מיטן זעלבן שנײַצן די נאָז, און חבֿרה

קלײנװאַרג האָבן אַלע מאָל אױסגעשאָסן אַ הילכיקן געלעכטער. האָט זיך

אָנגעהױבן אַ חתונה: „װאָס איז דער געלענדער?“ די מאַמע חיה־אסתּר, אַ

ייִדענע בכלל אַ בײזע, און דערצו נאָך פֿאַרצאָרנט און פֿאַרטאַרעראַמעט

פֿונעם אַװעקפֿאָרן, האָט אַװעקגעװאָרפֿן אַלע אַרבעט און אױסגעלאָזט איר

צעװײטיקט האַרץ צו די קינדער. זי האָט נאָר געװאָלט דערגײן דעם שׂכל:

„װאָס איז דער געלענדער? און װאָס איז די גדולה?“… איז פֿרומע די

מױד איר געקומען צו הילף און געזאָגט, אַז זי װעט גײן שװערן באַ אַ „רײניקײט“, אַז דאָס שטאַמט פֿון אָט דעם קלײנעם װעװריק, דעם סאַמאָװאָלעץ, דעם זולל־וסובֿאניק, דעם איװאַן פּאָפּערילע, דעם ימח־שמוניק, דעם אױסװוּרפֿלינג, דעם כּל־בוניק… דאָס האָט זי געמײנט נישט קײנעם, נאָר דעם מחבר פֿונעם דאָזיקן בוך, װאָס איז געשטאַנען בעת־מעשׂה אַ נעבעכל, גאָט די נשמה שולדיק. עס קאָן זײַן, אַז ער װאָלט געכאַפּט אַ רעכטע „אָטיזנע“ פֿון דער מאַמע, װען עס מישט זיך ניט אַרײַן די אַלטע באָבע מינדע און לײזט אים ניט אױס פֿון מזומנע פּעטש. דערזען, אַז מיט איר אײניקל האַלט עס שמאָל, האָט זיך די באָבע מינדע אָנגערופֿן צום גאַנצן עולם:

― קינדערלעך! באַ אונדז איז אַ מנהג פֿון קדמונים, אַז אײדער מע געזעגנט זיך פֿאַרן אַװעקפֿאָרן, באַדאַרף מען זיך צוזעצן כאָטש אַף אײן מינוט…

די באָבע מינדע האָט זיך אַװעקגעזעצט אַף דער פֿאַריתומטער קאַנאַפּע, װאָס צום איבערפֿירן איז זי געװען צו אַלט און פֿאַרקױפֿן איז ניט געװען װעמען, און דער גאַנצער עולם האָט זיך אַװעקגעזעצט נאָך איר, און ס'איז געװאָרן אַ װײַלע שטיל, כאָטש אַ פֿליג דורכצופֿליִען. דערנאָך איז געקומען דער לעצטער אַקט, דער סאַמע שװערסטער ― דאָס געזעגענען זיך און דאָס קושן זיך. און דאַנקען גאָט ― מען איז דאָס אױך איבערגעקומען. די בױדן זײַנען גרײט. נאָך אַ מאָל „זײַט געזונט!“ און נאָך אַ מאָל „פֿאָרט געזונט!“ און װידער אַ מאָל אַ װישעניש פֿון אױגן און אַ שנײַצן פֿון נעז און פּיסקעס, פּיסקעס; גװאַלד, רבונו של עולם! גײ האַלט זיך אײַן און מאַך ניט נאָך די װײַבער, װי זײ קרימען זיך, ציטערן מיט די גױדערס און מאַכן פּיסקעס!… זײ לאָזן אַפֿילו ניט געזעגענען זיך, װי עס געהער צו זײַן. עס װערט מיטאַמאָל שטאַרק אומעטיק אַפֿן האַרצן. אַ רחמנות אַפֿן טאַטן, אַ רחמנות אַף דער מאַמע, אַ רחמנות אַף דער באָבע מינדע. אָט טראָגט מען איר אַלטן מיט אײַזן געקאָװעטן קאַסטן; דאָרט ליגן אירע תּ כ ר י כ י ם… עס טוט אַ צופּ, אַ נעם־אָן באַ דער נשמה. עם גלוסט זיך אַ װײן־טאָן. ובפֿרט, אַז מע זעט, אַז אַזאַ מענטש, װי דער פֿעטער ניסל, װישט אױך די אױגן, אַז קײנער זעט ניט… דער פֿעטער ניסל זאָל װײנען? װי קומט עס?… דער טאַטע רופֿט־צו די חבֿרה אײנציקװײַז, נעמט־אַרױס פֿון בײַטעלע צו זילבערנע מטבעות. די מאַמע אױך. און די באָבע מינדע האָט נאָך פֿון פֿריִער אָנגעגרײט איטלעכן באַזונדער אין אַ פּאַפּירל קלײנגעלט ― אַחת לאַחת װעט דאָס זײַן אַ רעכטע מטבע! גאָט זאָל העלפֿן, די בױדן זאָלן שױן רירן. אָט האָבן זײ גערירט. די רעדער קײַקלען זיך. דער עולם האָט זיך געגעבן מיטאַמאָל אַ שטופּ: „פֿאָרט געזונט! זײַט מצליח“! פֿון דער בױד אַרױס קוקט זיך אום די באָבע מינדע, גלײַך װי זי װאָלט װעלן נאָכאַמאָל, צום לעצטן מאָל, געבן אַ קוק אַף דעם אָרט, װאָס זי האָט פֿאַרלאָזט אַף שטענדיק, אַף אײביק… עס נעמט זײ װידער אָן אַן אומעט און דאָס געפֿיל פֿון רחמנות כאַפּט זיך אױף נאָכאַמאָל באַ זײ אַף אַ װײַלע און װערט פֿאַרלאָשן ― עס װילט זיך איבערצײלן דאָס ביסל מינץ…

פֿונעם גאַנצן טאַרעראַם מיטן גאַנצן האַרמידער האָט זיך סוף־כּל־סוף אױסגעלאָזט אַ שטילשװײַגעניש. די בױדן זײַנען אַװעק, איבערגעלאָזט נאָך זיך אַ געדיכטן שטױב, אַ ריח פֿון סמאָלע און אַ מאָדנע פּוסטקײט. דער עולם האָט גענומען ביסלעכװײַז, אײנציקװײַז, װי פֿאַרשעמט, זיך צעגײן, דער אַהער, דער אַהין, עפּעס גלײַך װי די אָפּגעשמיסענע. דער פֿעטער ניסל ― יענער איז גאָר אַנטרונען געװאָרן. געבליבן שפּעטער פֿון אַלע איז שמואל־אלי דער חזן. ער איז נאָך לאַנג־לאַנג געשטאַנען און נאָכגעקוקט די אָפּגעפֿאָרענע, פֿאַרשטעלט מיט דער האַנט די אױגן פֿון דער זון, װאָס האָט באמת גאָרניט אַזױ שטאַרק געבראָטן און גאָרניט אַזױ שטאַרק געשײַנט. דערנאָך האָט ער מיט אַ ביטער שמײכעלע אַ זאָג געגעבן צו זיך אַלײן: ,, ד ע ר ע ו ל ם צ ע ק ר י כ ט ז י ך , אַ ז ו י װ י װ ע ר ע ם “…

און ער האָט אױסגעשפּיגן.

21

גערגעלע־גנבֿ

משה דער שוחט ― אַ צדיק ― גערגעלע ― אַ בחור מיט אַ צעשפּאָלטענער ליפּ.

― די קונסט פֿון גנבֿענען עפּל. ― געפּאַקט באַ דער פּושקע טאַבאַק. ― דעם רבינס טױט.

דאָס דאַרף מען פֿאַרשטײן, אַז איבערגעלאָזט האָט מען קלײנװאַרג אין שטעטל עפּעס ניט גלאַט אַזױ אַף הפֿקר. דער פֿאָטער האָט פֿאַר זײ געזוכט אַ מלמד מיט אַ מדריך, אַן אַפּיטרופּס, אינאײנעם. דאָס הײסט: די קינדער זאָלן באַ אים אי לערנען, אי עסן קעסט, און דער רבי זאָל אַף זײ השגחה געבן. און עס איז אים אָפּגעראָטן אַרום און אַרום. דער רבי מיטן אַפּיטרופּס, מיטן בעל־משגיח, װאָס ער האָט געפֿונען פֿאַר זײַנע קינדער, איז געװען אַן אױסגעשפּילטער, אַ געראָטענער, טאַקע דעם אַלטן װאָראָנקאָװער שוחטס אַ זון, משה דער שוחט.

דאָס איז געװען אַ זײַדענער יונגערמאַן, אַ צאַצקע, אַ מופֿלג בתּורה