פֿונעם יאַריד: משנה מקום ― משנה מזל

שלום עליכם (אַלע װערק)

משנה מקום ― משנה מזל

עס האַלט באַ פֿאַרלאָזן כּתרילעװקע. ― חערסל מיט דער סין טוט־אָן דעם שותּף אַ ספּאָדעק. ― דער באָבע מינדעם תּכריכים.

פֿון װאַנען דאָס האָט זיך גענומען ― קאָן דער פֿאַרפֿאַסער פֿון די דאָזיקע באַשרײַבונגען נישט זאָגן. נאָר שימעלע האָט געמאַכט דעם ערשטן פּעטשאַטעק. תּיכּף נאָך זײַן אַרױספֿאָרן האָבן די איבעריקע װאָראָנקאָװער בעלי־בתּים אױך גענומען שמועסן פֿון „משנה מקום ― משנה מזל“ און פֿון אַריבערפּעקלען זיך אין אַנדערע גרעסערע שטעט: װער קײן באַרישפּאָליע, װער קײן רזשישטשעװ, װער קײן װאַסילקאָװ און װער נאָך װײַטער.

אױך אַף נחום װעװיקס האָבן זײַנע קינדער געהערט דערצײלן בסוד־סודות, אַז ער קלײַבט זיך אַריבער אינגיכן צוריק קײן פּערעיאַסלאַװ, אין דער גרױסער שטאָט, פֿון װאַנען ער איז אַמאָל אַריבערגעפֿאָרן אַהער, קײן װאָראָנקאָ, בעת די קינדער זײַנען נאָך געװען גאָר קלײניטשקע, און אױסגעלאָזט האָט מען דעם סוד מיט די װערטער: „משנה מקום ― משנה מזל“…

באַ די קינדער האָט דאָס פּערעיאַסלאַװ אױסגעזען מוראדיק גרױס און פֿול מיט חן און פֿול מיט סוד. „פּערעיאַסלאַװ איז אַ מקום־פּרנסה“, ― אַזױ האָבן צװישן זיך געשמועסט די גרױסע, און קלײנװאַרג האָבן זיך צוגעהאָרכט צו די שמועסן, נאָך װינציק פֿאַרשטאַנען, נאָר געפֿילט האָבן זײ, אַז דאָס פּערעיאַסלאַװ איז עפּעס אַ גוטע זאַך, האָבן זײ געקליבן תּענוג און צו גלײַכער צײַט האָט זײ באַנג געטאָן זיך שײדן מיטן קלײנעם שטעטעלע, װוּ זײ האָבן פֿאַרבראַכט זײערע בעסטע קינדערשע יאָרן, די סאַמע גאָלדענע צײַט פֿון זײער יוגנט.

„װאָס װעט זײַן ― האָט זיך דער קלײנער שלום געטראַכט ― מיט דעם װאָראָנקאָװער אַלטן בית־מדרש, אַז אַלע ייִדן װעלן זיך צעפֿאָרן? װער װעט זיצן אַף זײערע ערטער אין מזרח־זײַט? און דער באַרג, װאָס אַף יענער זײַט בית־מדרש, װאָס װעט זײַן מיט אים? און מיט די ייִדישע קלײטן? און מיטן אוצר?… ניט שױן־זשע װעט פֿאַרלױרן גײן אַזאַ גוטס, װאָס ליגט אָנגעגרײט פֿון ייִדנס װעגן טיף אין דער ערד אַזױ פֿיל יאָרן? ניט שױן־זשע װעט דאָס אַלצדינג אונטערגײן, כּלה ונאבֿד װערן?!…

װיפֿל מע האָט זיך ניט געהיט פֿאַר די קינדער ניט צו רײדן אין שטוב פֿון „אַזעלכע זאַכן“, האָבן זײ דאָך געכאַפּט װערטער: „משנה מקום ― משנה מזל“… „פּרנסה איז געשלאָגן“… פֿאַרװאָס אַז מע איז משנה דעם מקום, איז מען משנה דעם מזל? און װאָס איז, אײגנטלעך, אַזעלכעס ,,פּרנסה“ און װי אַזױ „שלאָגט“ מען זי? ― דאָס האָבן קלײנװאַרג נאָך ניט אַקוראַט פֿאַרשטאַנען. נאָר לױט דער מינע, װאָס די גרעסערע האָבן בעת־מעשׂה געמאַכט, האָבן די קלענערע זיך אָנגעשטױסן, אַז עפּעס טוט זיך, עפּעס קומט־פֿאָר… שטענדיק אַ שטילער, אַ רויִקער, אַ בעל מרה־שחורה, איז נחום װעװיקס געװאָרן נאָך מער שטיל און נאָך מער מרה־שחורהדיק. תּמיד אַן אײַנגעבױגענער, איז ער געװאָרן נאָך מער אײַנגעבױגן. אַפֿן הױכן װײַסן שטערן האָבן זיך אױסגעלײגט נאָכאַמאָל אַזױ פֿיל קנײטשן, װי פֿריִער. אינצװישן פֿלעגט ער זיך פֿאַרשליסן מיטן ייִנגערן ברודער, מיטן פֿעטער ניסלען, רײכערן אַ פּאַפּיראָס נאָך אַ פּאַפּיראָס און עפּעס נאָר געסודעט זיך און נאָר געשטיקט זיך… מע האָט דעם לעצטן װינטער אױפֿגעהערט באַ די ראַבינאָװיטשעס פּראַװען מלװה־מלכּהס פֿאַר דער גאַנצער שטאָט. דעם לעצטן שׂמחת־תּורה און שמיני־עצרת האָט מען אַפֿילו נאָך געהוליעט, דער פֿעטער ניסל האָט אַפֿילו זיך נאָר געביטן מיטן סטאַנאָװאָי מיט די היטלען און כּלומרשט געטאַנצט מיט אים אַפֿן דאַך אױך ― נאָר ס'איז שױן געװען ניט דאָס הוליען און ניט דאָס טאַנצן, װאָס פֿריִער. אַפֿילו די מומע האָדל איז געװאָרן געלאַסן, פֿאַרלױרן אַ סך פֿון איר גיפֿט… עפּעס איז די גאַנצע משפּחה געװאָרן װי צעשרױפֿט. נאָר אײן באָבע מינדע האָט זיך נאָך געהאַלטן שטאָלץ, װי אַ דעמב, די אײגענע רײנקײט און טשעפּקעקײט, װאָס פֿריִער. די אײגענע ציכטיקײט און זױבערקײט, װאָס אַלעמאָל. נאָר די שבת־אױבסטן זײַנען געװען, דאַכט זיך, שױן ניט די, װאָס תּמיד. די עפּעלעך אַביסל צוגעפֿרױרן און צוגעלעגערט און אַביסעלע װי אונטערגעפֿױלט, די ניסלעך פֿײַפֿעדיק, און אין די פֿײַגן האָבן זיך פֿאַרפּלאָדעט װערעם… געדאַװנט און געבענטשט האָט די באָבע מינדע, װי פֿריִער, געשמאַק און הױך אַף אַ קול, װי אַ מאַנצביל, פֿון איר גרױסן ציכטיקן קרבן־מנחה אַרױס, און אױסגעשמועסט זיך מיטן רבונו־של־עולם. נאָר ס'איז שױן געװען ניט דאָס דאַװנען און ניט דאָס אױסשמועסן זיך מיט גאָט. עפּעס האָט זיך געטאָן אין דער משפּחה, עפּעס איז פֿאָרגעקומען באַ די ראַבינאָװיטשעס אַ מין סוד.

אַזױ האָט זיך עס געצױגן אַ גאַנץ װינטער, ביז עס האָט פּלוצעם אױסגעזעצט דער בלאָטער, דער אמת איז אַרױף װי בױמל אַפֿן װאַסער, און די גאַנצע שטאָט איז געװױרע געװאָרן פֿונעם סוד, אַז נחום װעװיקס שותּף פֿון דער פּאָסעסיע, אַ ייִד אַן אָנגעפּעלצטער מיט אַ רױטער נאָז (הערשל האָט ער געהײסן, נאָר װײַל ער האָט ניט געקאָנט אַרױסרײדן קײן שין, נאָר אַ סין, האָט מען אים אַ נאָמען געגעבן „הערסל מיט דער סין“), האָט זײַן שותּף נחומען בדיל־הדל געשטעלט, פּשוט באַגנבֿעט, און חוץ לזה האָט ער אים נאָך שטילערהײט אױסגעדונגען פֿון דער פּאָסעסיע! איז געװאָרן אַ ױצעקו אין שטאָט: „סטײַטש, רב נחום, װאָס שװײַגט איר אים? פֿאַרװאָס נעמט איר אים ניט צום רבֿ, צו מענטשן?“ נאָר אַז ס'איז געקומען צום רבֿ און צו מענטשן, האָט דער דאָזיקער הערסל מיט דער סין זיך אױסגעלאַכט און אַרױסגערעדט זיך עפּעס מוראדיק גראָב (און דװקא מיט דער סין, װי זײַן שטײגער איז), אַז ס'איז גאָר אַ בזיון דאָס פֿאַרן מױל צו ברענגען…

― אַ יונגאַטש קאָן! ― האָט דער פֿעטער ניסל געטענהט, געמאַכט מיט די הענט און גערױכערט מוראדיק גראָבע פּאַפּיראָסן, און ער האָט זיך געשװױרן, אַז זײַן נאָמען װעט ניט הײסן ניסל, אױב ער װעט אָט דעם שײגעץ, דעם הולטײַ, דעם גראָבן יונג מיט דער סין ניט אַרײַנפּאַקן אין אַסטראָג אַרײַן, װינציקסטנס, אַף פֿינף און צװאַנציק יאָר!

― װאָסער פּאַקן? װאָסער אַסטראָג? װאָסערע פֿינף און צװאַנציק יאָר? ― אַזױ האָט אים דער עלטערער ברודער, נחום, אָפּגעקילט מיט אַ ביטערן שמײכל און אױך פֿאַררײכערט אַ גראָבן פּאַפּיראָס. ― מע האָט מיר אָנגעטאָן אַ ספּאָדעק, און מע מוז איצטער פֿאָרן צוריק קײן פּערעיאַסלאַװ. משנה מקום ― משנה מזל…

דאָס זײַנען געװען קלאָרע דבורים, װאָס חבֿרה האָבן פֿאַרשטאַנען, כאָטש אײן זאַך איז זײ נאָך געװען אַביסל ניט אַזױ פֿאַרשטענדלעך: פֿון װאָסער אַ „ספּאָדעק“ האָט זיך דאָ גערעדט? צוגײן צום טאַטן און פֿרעגן: „טאַטע, װאָס פֿאַר אַ ספּאָדעק האָט מען דיר אָנגעטאָן?“ די קינדער האָבן נאָר געזען, אַז דער טאַטע צאַנקט, גײט אײַנגעבױגן. יעדער זיפֿץ און יעדער קרעכץ רײַסט־אױס אַ שטיק האַרץ.

― איר װעט דאָ בלײַבן איבערן זומער לערנען, אַן עבֿירה אינמיטן זמן אײַך אָפּצורײַסן, און אם ירצח השם אַף סוכּות װעט מען שיקן נאָך אײַך אַ פֿור, װעט איר קומען צו פֿאָרן.

אַזױ האָט נחום װעװיקס געגעבן צו װיסן די קינדער אײנמאָל אין אַ זומערדיקן טאָג, און צו זײער שטוב זײַנען צוגעפֿאָרן צװײ בױדן, פּונקט אַזױ װי דעמאָלט צו שימעלען, און מע האָט זיך גענומען פּאַקן אין װעג און געזעגענען זיך מיט דער שטאָט. ס'איז אָבער געװען ניט דאָס פּאַקן זיך און ניט דאָס געזעגענען זיך און ניט די פֿרײלעכע װאַרעניקעס, װאָס באַ שימעלען. עפּעס האָט זיך אַ באַזונדערער טרױער אױסגעגאָסן אַף אַלעמען און אַ מרה־שחורה איז געלעגן אַף אַלע פּנימער. די גאַנצע שטאָט האָט מיטגעפֿילט די ראַבינאָװיטשעס. „זאָל זײ גאָט העלפֿן; משנה מקום ― משנה מזל; נעבעך אַ רחמנות!“ ― אַזױ האָט מען געשמועסט הינטער די אױגן, און די קינדער האָבן נאָך װינציק־װאָס פֿאַרשטאַנען, פֿאַרװאָס און אַף װעמען איז עס אַזאַ רחמנות? אױב שױן יאָ אַ רחמנות, איז עס געװען אַף דער באָבע מינדע, װאָס האָט אַף די עלטערע יאָרן באַדאַרפֿט צונױפֿלײגן איר קאַסטן, זיך פּאַקן אין װעג אַרײַן. יונגװאַרג האָבן דערװײַל געהאַט אַ געלעגנהײט כאַפּן אַ קוק, װאָס באַ דער באָבע אין קאַסטן טוט זיך: אױסער די זײַדענע אױסגעפּרעסטע טיכעלעך, װאָס זײַנען געלעגן אױסגעלײגט צװישן די בלעטער פֿון קרבן־מנחה, אױסער די יוסטובדיקע זײַדענע מלבושים און סאַמעטענע רעזעװוּלקעס, עפּעס מאָדנע גענײט, מיט קורצינקע אַרבעלעך און פֿײענע עקלעך ― אױסער דעם גוטס און האָב, איז דאָרט געלעגן װײַט־װײַט אין אַ װינקעלע זײער אַ סך װײַס־שטאָף. דאָס איז געװען דער אַלטערס תּכריכים, װאָס זײַנען געלעגן באַ איר צוגעגרײט פֿון װײס איך װען אָן אַף איבער הונדערט יאָר, אַז טאָמער װעט זי שטאַרבן, זאָל זי ניט דאַרפֿן אָנקומען צו אַ קינד… דאָס האָבן געװוּסט אַלע; פֿונדעסטװעגן האָבן חבֿרה געהאַט אַ האַרץ אַ פֿרעג צו טאָן באַ דער באָבע: „צו װאָס באַדאַרף זי האָבן אַזױ פֿיל װײַסע מאַטעריע?“… דער פֿרעגער איז געװען נישט קײן אַנדערער, נאָר דער קלענסטער פֿון אַלע אין װוּקס און דער גרעסטער פֿון אַלע אין שקאָצערײַ, דער שרײַבער פֿון די דאָזיקע זכרונות. ער האָט דערפֿאַר באַקומען פֿון דער באָבע אַ שײן ביסל מוסר, און זי האָט אים נאָך צוגעזאָגט צושטעלן אַ בענקעלע פֿאַרן טאַטן. זי קלײַבט זיך שױן פֿון לאַנג, האָט זי געזאָגט, אַף דעם קלײנעם „לץ“. זי װײס, זאָגט זי, גאַנץ גוט, אַז ער מאַכט איר נאָך הינטער די פּלײצעס, װי אַזױ זי דאַװנט און װי אַזױ זי בענטשט (און דאָס איז דװקא געװען אַן אמת). זי װעט דאָס שױן אַלצדינג דערצײלן, אַלצדינג! זי װעט זיך שױן קילן דאָס האַרץ!… צום סוף האָט זיך אױסגעלאָזט, אַז װער־װאָס? די באָבע האָט אַפֿילו ניט אָנגעהױבן צו דערצײלן. אַדרבה, פֿאַרן אַװעקפֿאָרן, אַז ס'איז געקומען צום געזעגענען זיך, האָט זי זיך צעקושט מיט יעדן קינד באַזונדער, װי נאָר אַ מאַמע קאָן זיך קושן, און געװײנט, װי נאָר אַ מאַמע קאָן װײנען. און שפּעטער, אַז מען האָט שױן באַדאַרפֿט טאַקע זעצן זיך פֿאָרן, האָט זי צום לעצטן מאָל זיך אָפּגערופֿן צו די קינדער:

― זײַט־זשע געזונט, קינדערלעך! גאָט זאָל העלפֿן, איר זאָלט דערלעבן אַלע צו גײן נאָך מײַן לװיה…

אַזאַ מין װינטשעװאַניע! דער עולם צעקריכט זיך

שמואל־אלי שפּילט אין שאָך. ― דער עולם קומט זיך געזעגענען. ― װײַבער

מיט פֿאַרװײנטע אױגן פּיסקלען זיך ― מע דאַרף זײַן פֿון אײַזן, מע זאָל ניט לאַכן.

דער טאָג פֿון נחום װעװיקס אַװעקפֿאָרן איז געװען פֿאַר דער שטאָט אַ תּשעה־באָבֿ און פֿאַר די קינדער ― אַ שמחת־תּורה: אַ קלײניקײט אַזאַ יום־טובֿ? ערשטנס, לערנט מען ניט. װער װעט דאָס גײן אין אַזאַ טאָג אין חדר אַרײַן? און צװײטנס, איז גלאַט לעבעדיק ― מע קלײַבט זיך, מע פּאַקט זיך, מע רוקט שאַפֿעס, עס קלינגען גלעזער, גאָפּל־מעסער, עס קומען בױדן, און עסן עסט מען װי ערבֿ־פּסח, בחפּזונדיק! הײַנט די פּאָר גראָשנס, װאָס מע װעט באַקומען „אָטיזנע“ (אָפּפֿאָר־נעלט)? דערװײַל זעט מען עס נאָך נישט. דערװײַל קומען נאָך בעלי־בתּים זיך געזעגענען. דאָס הײסט, זײ קומען, מע זאָל זײ זאָגן „זײַט געזונט“, װעלן זײ זאָגן „פֿאָרט געזונט“ און אָנװינטשן דערבײַ אָן אַ שיעור גוטע זאַכן, װי געזונט און הצלחה און מזל און אַלדאָס גוטס.

פֿריִער פֿון אַלע איז געקומען שמואל־אלי דער רבֿ און חזן. שמואל־אלי איז אַן אָפֿטער אײַנגײער צו די ראַבינאָװיטשעס. ער קומט אַלע טאָג. װי אַן ערלעכער ייִד לאָזט נישט דורך דאַװנען, אַזױ לאָזט ער נישט דורך קײן שאָך שפּילן מיט רב נחומען. שפּילן אַ שאָך איז באַ אים אַ פֿאַרגעניגן. געװינען באַ רב נחומען אַ שאָך איז באַ אים אַ גליק. אַ מאָדנע טבֿע באַ דעם שמואל־אלין: פֿאַרשפּילט ער ― שרײַט ער, געװינט ער ― שרײַט ער. נאָר געװינען געװינט ער זעלטן. מערסטנטײלס פֿאַרשפּילט ער. און אַז ער פֿאַרשפּילט, שרײַט ער, אַז ער האָט געהאַט אַ טעות, אַז ער איז געגאַנגען נישט מיט דעם ציגל, װאָס ער האָט געװאָלט, און אַז ער זאָל געװען גײן אַנדערש, װאָלט דער אַנדערער פֿאַרשפּילט!…

באַ אַזאַ שפּיל, אַז ס'איז געזעסן דער פֿעטער ניסל, האָט ער נישט געקענט לײַדן. האָט ער געפֿרעגט שמואל־אלין: „װאָס שרײַט איר?“ דער טאַטע נחום איז אָבער נישט געװען אַזאַ מענטש. ער האָט רויִק אױסגעהערט שמואל־אלין, װי ער קאָכט זיך, פּאַװאָלינקע געשמײכלט זיך אין באָרד אַרײַן און געשפּילט װײַטער. די מאַמע חיה־אסתּר איז געװען אױסער זיך: אין אַזאַ צײַט, אַ שעה פֿאַרן אַװעקפֿאָר, זעצט מען זיך אַװעק שפּילן אין שאָך? „דאָס לעצטע מאָל, חיה־אסתּר, געזונט זאָלט איר זײַן! איר פֿאָרט אַװעק, דער עולם צעקריכט זיך, קײנער בלײַבט ניט, מיט װעמען װעל איך שפּילן אין שאָך?“