פֿונעם יאַריד: דער פֿעטער ניסל און די מומע האָדל

שלום עליכם (אַלע װערק)

דער פֿעטער ניסל און די מומע האָדל

דער פֿעטער ניסל „הוליעט“. ― אַ חשובֿ באַ „נאַטשאַלסטװע“. ― אַ װײַב אַ צרה. ―

זיך פֿאַרשטעלט פֿאַר אַ טשינאָװניק, אָנגעאַרבעט אַ חתונה, אַװעק קײן אַמעריקע. ― אַ ניצוץ פֿון אַ פּאָעט

אױב די צװײ עלטערע ברידער, נחום און פּיניע װעװיקס, זײַנען געװען חסידים, איז דער דריטער, דער ייִנגסטער ברודער, ניסל װעװיקס, אָדער װי ער האָט זיך שױן די לעצטע צײַט גערופֿן באַ זײַן פֿאַמיליע־נאָ־מען, ניסל ראַבינאָװיטש, געװען שױן גאָר אַ װעלטלעכער, געטראָגן זיך װי אַ שטשאָגל: הינטן אין דער קאַפּאָטע אַ שפּאַלט, ― דאָס האָט געהײסן יענע יאָרן מעשׂה פֿראַנט, אָדער מעשׂה דײַטש ― לאַקירטע שטיװעלעטן מיט שפּראָנציקעס און שטאַרק־שטאַרק אונטערגעבױגענע פּאות. און געהאַלטן האָט ער זיך דעמאָקראַטיש. דהײַנו: אין בית־המדרש האָט ער געהאַט, װי אַלע פֿאָרנעמסטע בעלי־בתּים, אַן אָרט אין מזרח, נאָר געזעסן איז ער אַף דער לעזשאַנקע אין פּאָליש, געהאַלטן אַ חומש מיטן „ביאור“ און דערצײלט, דװקא פֿאַרן פּראָסטן עולם, מעשׂיות פֿון רב משהלע װײַנשטײן, פֿון מאָנטעפֿיאָרען און פֿון רױטשילדן אױך. דערצו האָט ער געהאַט אַ באַסאָװע שטימע, געקאָנט שײן זינגען, ליב געהאַט אַ סך לאַכן און געקאָנט מאַכן לאַכנדיק יענעם. מײנסטנס האָבן פֿון אים געלאַכט װײַבער און מײדלעך ― די זײַנען ממש צעגאַנגען פֿאַר געלעכטער, אַז ער האָט נאָר געװאָלט. מיט װאָס ער האָט זײ גענומען ― איז שװער צו װיסן. נאָר ס'איז געװען גענוג, ער זאָל זײ זאָגן אײן װאָרט ― און די געלעכטערן זײַנען שױן געגאַנגען ביזן הימל.

הײַנט װאָס פֿאַר אַ „הוליאַק“ איז דאָס געװען! אָן אים אַ חתונה איז געװען אַ לװיה, ניט קײן חתונה. ניסל װעװיקס, אָדער ניסל ראַבינאָװיטש, האָט געקאָנט מחיה־מתים זײַן, אַ גאַנצע װעלט מאַכן רעדעװדיק, לאַכנדיק און טאַנצנדיק. דער חילוק צװישן אים און צװישן פֿעטער פּיניע איז געװען, װאָס דער פֿעטער פּיניע האָט געקאָנט טאַנצן, און דער פֿעטער ניסל האָט געקאָנט מאַכן טאַנצן אַנדערע. אַלע און אַלע האָבן מיט אים אַף אַ שׂמחה מיטגעטרונקען, מיטגעזונגען און מיטגעטאַנצט. דער ערשטער איז געװען דער סטאַנאָװאָי פּריסטאַװ. מיט אים האָט ער זיך געביטן מיט די היטלען ― און ס'איז געװען ליהודים.

בכלל איז ניסל ראַבינאָװיטש געװען מיט נאַטשאַלסטװע אױסגעבונדן, און האָט געפֿירט דאָס שטעטל ביד רמה, גלײַך װי ער װאָלט אַלײן געװען אַ נאַטשאַלניק, אַ טשינאָװניק. דערצו האָט ער געהאַט אַ פּה־קדוש, גערעדט רוסיש, װי אַן עכטער פֿאָניע: „מעזשדו פּראָטשים, װאַשאַ מילאָסט, פּאַזװאָלטי װאַם פּאָקוריט נאַ נאַש שטשאָט אי טשטאָבי ניע בילאָ ניקאַקיך קאַקאָװ!“… (זײַט־זשע מוחל, אין אײנװעגס פֿאַררײכערט אונדזערן אַ פּאַפּיראָס, און אָן אַ שום תּירוץ!). נישט נאָר ייִדן ― גױים האָבן פֿאַר אים געהאַט דרך־ארץ: „כאָדים דאָ מיסעליאַ; װין אי דילאָ סקאַזשע, אי טשאַרקאַ הורילקאַ בודע“. (לאָמיר גײן צו ניסלען: אי עסק װעט ער אונדז זאָגן, אי אַ גלעזל בראָנפֿן װעט זײַן).

קהלן זיך האָט ער נאָך מער ליב געהאַט, װי דער פֿעטער פּיניע. שטענדיק האָט ער זיך מיט עמעצן, אָדער פֿאַר עמעצן, געלאָדן, און אים האָט זיך אױסגעמאָלט, אַז ער װײס אַלע זאַקאָנעס. אַ קלײניקײט ― אַ ייִד רעדט אַזױ גוט רוסיש, אַז ס'איז גאָרנישט צו דערקענען, אַז דאָס רעדט אַ ייִד, און דערצו איז ער אַזױ אױסגעבונדן מיט נאַטשאַלסטװע, פּאַטשט דעם סטאַראָסטאַ, װי אַ הונט, שכּורט מיטן סטאַרשינאַ אַ גאַנצע נאַכט טאַקע באַ זיך אין שענק, און מיטן סטאַנאָװאָי פּריסטאַװ קושט ער זיך, װי מיט אַ ברודער!…

נאָר אַף װיפֿל דער פֿעטער ניסל איז געװען אַ חשובֿ אין שטאָט, אַף אַזױפֿיל איז ער געװען ניט קײן חשובֿ באַ זײַן אײגן װײַב, באַ דער מומע האָדל (אַלע גרױסע מענטשן זײַנען באַ זײערע װײַבער גאָרנישט!). די מומע האָדל איז געװען אַ װײַבעלע אַ קלײנס און אַ שװאַרצס, נאָר דאָס דאָזיקע קלײנע װײַבעלע האָט געהאַלטן איר גרױסן מאַן אין דער מורא ― אימת מות!

עס איז געװען צו באַװוּנדערן, װי אָט דער גרױסער הױכער פֿעטער ניסל, דער חשובֿ באַ נאַטשאַלסטװע, װאָס רעדט אַזױ גוט רוסיש, און דער שטענדיק פֿרײלעכער און אױסגעפּוצטער קאַװאַליִער און אָנגעלײגטער גאַסט באַ װײַבער, איז אַ בעלן געװען צו כאַפּן פֿון זײַן אײגן קלײנגעװאַקסן װײַבעלע אָדער מיט אַ קישעלע איבערן קאָפּ, אָדער מיט אַ נאַסן בעזעם איבער דער אױסגעפּוצטער קאַפּאָטע! צום מײנסטן האָט זי ליב געהאַט אים בעזעמען דװקא יום־טובֿ, און דװקא שׂמחת־תּורה, און דװקא פֿאַרן גאַנצן עולם אין די אױגן: ,, ל אָ ז מ ע ן װ י ס ן װ אָ ס פֿ אַ ר אַ מ אַ ן ז ײַ ן װ ײַ ב ה אָ ט!“… ער האָט אָבער דאָס אָנגענומען פֿאַר אַ קאַטאָװעס, זיך פֿאַרשלאָסן מיט אַלע ייִדן אין זאַל, אױפֿגעעפֿנט פֿלעשער מיט בראָנפֿן, אױפֿגעשלאָגן אַלע פֿעסלעך מיט געזײַערטע אוגערקעס אין קעלער, אַרױסגענומען אַלע טעפּ און טעפּלעך פֿונעם אױװן ― געמאַכט אַ חורבן, אַ פּאָגראָם אין שטוב, און אָפּגעקרענקט נאָכדעם דערפֿאַר פֿון דער מומע האָדל דרײַ װאָכן כּסדר. ס'איז אָבער געװען כּדאַי ― מע האָט זיך גוט אָנגעהוליעט!

שענער פֿון אַלצדינג איז געװען דאָס, װאָס דער פֿעטער ניסל האָט אָן דער מומע האָדל נישט געטאָן פֿון דאַנען אַהין. ער האָט זי געהאַלטן פֿאַר אַ גרױסן בר־דעת; נישט מער, פֿלעגט ער אױף איר מלמד־זכות זײַן, זי איז פֿון קאָרסון, אַ שטאָט אַזעלכע אין קיִעװער גובערניע, און די קאָרסונער זײַנען אַלע „ספּילשליװע“… צו דערצו איז דאָ נאָר אײן רפֿואה ― האָט ער געזאָגט: ― פּערל. אַז גאָט זאָל אים העלפֿן, ער זאָל איר קאָנען קױפֿן גרױסע פּערל, װאָלט איר כאַראַקטער, זאָגט ער, זיך אינגאַנצן איבערגעביטן. „איך װײס נאָך אַ בעסערע רפֿואה“, ― האָט אים דער עלטערער ברודער נחום געפּרוּװט עפֿענען די אױגן און האָט אים אַרײַנגערױמט אַ סוד אַפֿן אױער, פֿון װעלכן דער פֿעטער ניסל איז געװאָרן אַן אױפֿגעציטערטער:

― זאָל גאָט היטן! זאָל דער אײבערשטער שומר ומציל זײַן!

― פֿאָלג מיך, ניסל! טו װי איך זאָג דיר, װעט דיר זײַן אַז גוט און אַז װױל!…

אין װאָס די דאָזיקע עצה איז באַשטאַנען, האָט זיך אַרױסגעװיזן ערשט העט־העט שפּעטער, אין אַ צײַט אַרום. דעם דאָזיקן סוד האָט די מומע האָדל אַלײן צעפּױקט איבער דער גאַנצער שטאָט דערמיט, װאָס זי האָט געטאַדלט און געשימפֿט, געשמירט און געשאָלטן די גאַנצע משפּחה פֿון איר מאַן: „די משפּחתערע“ ― קײן אַנדער נאָמען האָבן באַ איר די ראַבינאָװיטשעס ניט געהאַט. „שלאָגן אַ װײַב איז באַ זײ אַ װאָכעדיקער גאַנג… נאָר ס'װעט זײ פֿריִער אָפּדאַרן די האַנט, אײדער זײ װעלן זיך צורירן“…

דאָס גאַנצע שטעטל האָט געװוּסט פֿונעם סוד, אַז ניסל ראַבינאָװיטש האָט נעבעך אָפּגעשניטענע יאָרן פֿון זײַן װײַב, כאָטש אַפֿילו באַ דער װעלט איז ער אַ תּקיף און באַ נאַטשאַלסטװע אַ גאַנצער קאָכלעפֿל. הלװאַי װאָלט ער ניט געװען אַזאַ תּקיף! װאָרעם דאָס, װאָס ער איז געװען אַ תּקיף, האָט אים, אײגנטלעך, אָפּגעקױלעט און סוף־כּל־סוף גליקלעך געמאַכט אים מיט די קינדער און קינדס־קינדער אַף אײביקע יאָרן. װעגן דעם װערט דערצײלט אַ מעשׂה, װאָס שמעקט אױסגעטראַכט צו זײַן, נאָר איך גיב זי איבער, װי איך האָב זי געהערט.

אין אַ קלײן שטעטל, ניט װײַט פֿון װאָראָנקאָ, דאַכט זיך, אין בערעזאַן, האָבן גױים געמאַכט אַ פּריגאָװאָר אַף אַ ייִדן, אַז מע זאָל אים אַרױסטרײַבן. װאָס טוט מען? איז מען געקומען צו לױפֿן צו ניסל װעװיקס, אָדער צו ניסל ראַבינאָװיטש: סטײַטש, אַזאַ חשובֿ באַ נאַטשאַלסטװע, װאָס רעדט אַזױ גוט רוסיש און קושט זיך מיטן סטאַנאָװאָי פּריסטאַװ!… דער פֿעטער ניסל האָט זיך אַ װאָרף געגעבן צום פּריסטאַװ ― ער קאָן דאָ גאָרניט העלפֿן: דאָס װענדט זיך נאָר אינעם „ספּראַװניק“. און דער ספּראַװניק איז, ערשטנס, אַ נײַער מענטש און, צװײטנס, אַ גרױסער המן! װאָס־זשע טוט מען װײַטער? װי לאָזט מען דאָס „ראַזאָרען“ אַ ייִדן און מאַכן אַ תּל פֿון אַ גאַנצער משפּחה? „װאַרט נאָר אױס אַביסל, בודיעט דיעלאָ װשליאַפּע ― ס'װעט זײַן רעכט!“ ― אַזױ האָט געזאָגט דער פֿעטער ניסל און האָט אָפּגעטאָן גאָר אַ קלײניקײט: ער האָט געקריגן די גאַנצע אוניפֿאָרם, װאָס אַ טשינאָװניק טראָגט, האָט זיך פֿאַרשטעלט פֿאַר אַ „ספּראַװניק“, געכאַפּט אַ פּאָטשט און איז אַרײַנגעפֿאָרן אין דאָרף אַרײַן מיט אַ גלאָק, און האָט געשיקט רופֿן צו זיך דעם סטאַרשינאַ מיט דער גאַנצער „הראָמאַדע“, און האָט זיך צעשריִען אַף זײ: „קאַק װי סמעיעטיע, טאַקיע־סיאַקיע?!“ און געטופּעט מיטן פֿוס, װי אַן אמתער ספּראַװניק, אַז ס'איז נישט „פּאָ־זאַקאָנו“, און האָט צעריסן דעם פּריגאָװאָר אַף שטיק־שטיקלעך און אָנגעזאָגט זײ, אַז טאָמער דערװעגן זײ זיך קלאָגן אַף אים צום גובערנאַטאָר, זאָלן זײ װיסן, אַז ער, דער נײַער ספּראַװניק הײסט עס, איז טאַקע דעם גובערנאַטאָרס אַן אײגענער פֿעטער, פֿון דער מאַמעס צד, און זײַן װײַב געהער זיך אָן אַ שטיקל קרובֿה מיטן „מיניסטער אָװנוט־רעניך אי װניעשניך דיעל“!…

װער עס האָט געמסרט ― װײס מען ניט. נאָר די געשיכטע מיטן צעריסענעם פּריגאָװאָר און די מעשׂיות מיטן גובערנאַטאָר און מיטן „מיניסטער אָװנוטרעניך אי װניעשניך דיעל“, זײַנען אַרױף, װי בױמל אַפֿן װאַסער, און ס'איז געװאָרן אַ „דיעלאָ“, און מע האָט אים מחילה אײַנגעזעצט און געמשפּט, און דער שפּיץ איז געװען, אַז דער בראַװער פֿעטער ניסל האָט נעבעך געמוזט װערן אַ בורח, פּשוט, הײסט עס, נעמען און אַנטלױפֿן. עס האָט זיך אים אײַנגעגעבן ― ער איז אַנטלאָפֿן, האָט זיך פֿריִער אָפּגעװאַלגערט אַ שטיקל צײַט אין אָדעס, זיך געמאַכט אַ נײַעם פּאַס מיט אַ נײַעם נאָמען און איז אַװעק קײן אַמעריקע, אַזש קײן קאַנאַדע, די ערשטע צײַט גוט אױסגעריסן געװאָרן, נאָר אין אַ פּאָר יאָר אַרום האָבן אָנגעהױבן גײן פֿון אים „לעטערס“, אַז ער „מאַכט אַ לעבן“. שפּעטער האָט ער אַריבערגעצױגן אַהין זײַן גאַנצע משפּחה, װעלכע האָט אױך געשריבן בריװ, אַז זײ „מאַכן אַ לעבן“. נאָכדעם זײַנען אָנגעקומען פֿון זײ אַלעמען זײער שײנע „פּיקטשורס“ ― גראַפֿן, אמתדיקע שׂררות! נאָר װי אַזױ מע „מאַכט אַ לעבן“ און װי אַזױ איז בכלל דאָס לעבן אין אַמעריקע ― דאָס האָט מען נישט געקאָנט פֿון זײ אַרױסבאַקומען בשום אופֿן.

ערשט העט־העט, אין אַ יאָר עטלעכע און דרײַסיק אַרום, אינעם יאָר 6־1905, אין דער צײַט, װען דער װאָס שרײַבט די דאָזיקע ביאָגראַפֿיע האָט אַלײן באַדאַרפֿט אַריבערװאַנדערן איבערן ים און איז געקומען בשלום קײן אַמעריקע, האָט ער זיך אינטערעסירט צו באַקומען גענױע ידיעות װעגן זײַן פֿעטער. איז ער געװױרע געװאָרן, אַז דער פֿעטער ניסל איז שױן אַ שוכן־עפֿר, נאָר ער האָט איבערגעלאָזט אַ שײנעם נאָמען און אַ שײן פֿאַרמעגן. זײַנע קינדער און זײַנע אײניקלעך זײַנען דאָס, װאָס מע רופֿט אין אַמעריקע: אָ ל ר ײַ ט.

דאָס בילד פֿונעם פֿעטער ניסל װאָלט אָבער ניט געװען אינגאַנצן, װען מיר זאָלן דורכלאָזן נאָך אײן שטריך: אין דעם דאָזיקן מענטשן איז אפֿשר פֿאַרלױרן געגאַנגען אַ פּאָעט; ער האָט ליב געהאַט זינגען ייִדישע לידער, אײגענע. אין דער צײַט, װאָס ער איז געזעסן אין תּפֿיסה, האָט ער באַשאַפֿן אַ ליד אַף זיך אַלײן, אין ייִדיש, נאָכן אַל″ף־בי″ת, און אַ שײנע מעלאָדיע דערצו ― אַ מעלאָדיע, װאָס איז זיך צעגאַנגען אין אַלע איבֿרים. װיפֿל טאַלאַנטן זײַנען באַ אונדז אָט אַזױ פֿאַרלױרן געגאַנגען, װאָס מע װײס פֿון זײ גאָרנישט!…

18

פּיניעלע שיטעלעס פֿאָרט קײן אָדעס

שימעלע רעדט מער אַף גױיִש. ― דערצײלט גרױסקײט פֿון אפֿרתן. ― קלײַבט זיך

אַריבער קײן אָדעס ― זײַן זון פּיניעלע האָט אַן אָפּעראַציע ― אַן אַרבעסל אין אױער ― דער אָפּשײד־װאַרעמעס

דעם העלד פֿון דער דאָזיקער ביאָגראַפֿיע האָט זיך אױסגעװיזן, װי עס װײַזט זיך אױס מסתּמא יעדן ייִדישן ייִנגל, אַז זײַן שטעטל ― דאָס איז דער מיטלפּונקט פֿון דער װעלט, דער סאַמע נאָפּל פֿון דער ערד, און זײַנע ייִדן ― דאָס זײַנען די אױסדערװײלטע באַ גאָט, װאָס צוליב זײ איז באַשאַפֿן געװאָרן די דאָזיקע װעלט, און, פֿאַרשטײט זיך, אַז אין דער שפּיץ פֿון די אױסדערװײלטע שטײען װעװיקס קינדער, די ראַבינאָװיטשעס, און דער ראָש וראשון און דער סאַמע שפּיגל, דער סאַמע צימעס פֿון די ראַבי־ נאָװיטשעס ― דאָס איז געװיס זײַן טאַטע, נחום װעװיקס. װאָרעם װער זיצט אין בית־המדרש אױבנאָן אין מזרח־װאַנט, דער צװײטער פֿונעם רבֿ, באַם סאַמע אָרון־קודש? צו װעמען קומט מען צום אַלעם ערשטן גוט יום־ טובֿ בעטן? און צו װעמען קלײַבט מען זיך צונױף אַלע שבת־צו־נאַכטס אַף מלװה־מלכּה און מע טרינקט און מע זינגט און מע טאַנצט און מע הוליעט ביזן װײַסן טאָג אַרײַן? נײן, נישטאָ קײן שענערס פֿון זײַן משפּחה. נישטאָ קײן רײַכערס פֿון זײער שטוב. נישטאָ קײן גרעסערער פֿון זײַן טאַטן. נישטאָ קײן פֿרומערער פֿון זײַן פֿעטער פּיניע. נישטאָ קײן פֿרײלעכערער פֿון זײַן פֿעטער ניסל. און קוקנדיק אַף זײַן הױכן טאַטן, נחום װעװיקס, אונטער אַ שבת אָדער אַ יום־טובֿ, אין דער שײנער זײַדענער קאַ־