פֿונעם יאַריד: דער יצר־טובֿ מיטן יצר־הרע

שלום עליכם (אַלע װערק)

געזשאַלעװעט קײן שמיץ… אױ, שמיץ!…

נאָר דאָס אַלצדינג איז געװען גאָרנישט אַקעגן דעם, װאָס סירקאָ איז נעבעך אומגעקומען אומזיסט־אומנישט!

מער פֿון אַלע איז געװען דערשלאָגן סירקאָס ליבלינג ― דער מחבר פֿון די דאָזיקע מעמואַרן. דער האָט עטלעכע טעג דורכאַנאַנד ניט געגעסן, עטלעכע נעכט ניט געשלאָפֿן, געקאַטשעט זיך אַף אַלע זײַטן, געזיפֿצט און געקרעכצט שטילערהײט, נישט געקאָנט מוחל זײַן די שלעכטע בײזע מענטשן, װאָס האָבן ניט אין זיך קײן קאַפּ רחמנות, קײן צער בעלי־חײם, קײן טראָפּן יושר ― און ער האָט שטאַרק־שטאַרק נאָכגעדענקט נאָך דעם, װאָס איז אַ הונט און װאָס איז אַ מענטש, להבֿדיל?… פֿאַרװאָס איז אַ הונט אַזױ געטרײַ צו אַ מענטשן, און פֿאַרװאָס איז אַ מענטש אַ תּליון?… און עס קומט אים אַפֿן זינען סירקאָ מיט די קלוגע גוטע אױגן, און ער פֿאַלט־צו מיטן פּנים צו דער קישן און באַנעצט זי מיט ביטערע, ביטערע טרערן.

12

דער יצר־טובֿ מיטן יצר הרע

עוזר דער קאַרנאָסער ― אַ מסור. ― אַ סך אַפּיטרופּסים. ― די באָבע מינדעס שבת־אױבס. ― מוסר־זאָגער און מאָראַל־פּרײדיקער.

טאָמער װאָלט אַ ייִנגל פֿאַרגעסן, אַז ער האָט געהאַט אַ הונט פֿאַר אַ חבֿר, האָט מען אים דערמאָנט אַף יעדן טריט און שריט: „סירקאָ האָט דיר געלאָזט געריסן“… און באַ אַזאַ געלעגנהײט האָט מען אים שױן דערװײַל אַרײַנגעזאָגט אַביסל מוסר ― ער זאָל האָבן צו געדענקען אַף װײַטער. דאָס מוסר־זאָגן איז פֿאַר אים געװען אַ סך ערגער פֿון פּעטש. ניט אומזיסט זאָגט מען באַ אונדז אַ שפּריכװאָרט: „אַ פּאַטש פֿאַרגײט, אַ װאָרט באַשטײט“. ובפֿרט, אַז דאָ איז געװען בײדע זאַכן: אי פּעטש, אי װערטער. און װערטער זײַנען געגאַנגען פֿון אַלע זײַטן. װער ס'האָט געהאַט גאָט אין האַרצן, דער האָט געשטראָפֿט, און דװקא מיט גוטע רײד. דאַכט זיך, װאָס געהער זיך אָן אַ ייִד אַ שמשׂ צו אַ נגידס אַ ייִנגל, בעת ער דאַװנט? און װאָס איז זײַן עסק, אַשטײגער, װאָס אַ נגידס אַ ייִנגל קוקט דורכן פֿענצטער אַרױס אַקוראַט בעת שמונה־עשׂרה? און אַ נגידס אַ ייִנגל, מײנט איר, קוקט אומזיסט דורכן פֿענצטער? ס'מעג זיך טאַקע זײַן שמונה־עשׂרה, ס'איז אָבער פֿאָרט העכסט־אינטערעסאַנט צו זען אַ זעלטענע סצענע, װאָס ס'איז כּדאַי אָנצוקוקן און זיך אַ מוסר אַראָפּנעמען, װי אַזױ אַ הונט יאָגט זיך נאָך אַ קאַץ. די קאַץ האָט זיך אָנגעבלאָזן און לױפֿט פֿײַל אױסן בױגן ― דער הונט נאָך איר. די קאַץ אַפֿן פּאַרקאַן ― דער הונט נאָך איר. די קאַץ צום רינשטאָק ― דער הונט נאָך איר. די קאַץ דורכן רינשטאָק אַפֿן דאַך ― דער הונט אַ מכּה! בלײַבט ער שטײן, דער כּלבֿ שבכּלבֿים, װי אַ נאַר, און באַלעקט זיך און טראַכט זיך, אַפּנים: „װאָס האָב איך, הונט, נאָכצולױפֿן נאָך אַ קאַץ, װעלכע איז גאָרניט מײַן שטאַט, און װאָס האָב איך צו טאָן אַפֿן דאַך?“…

― אָט אַזױ שטײט אַ ייִנגעלע שמונה־עשׂרה? ― זאָגט מלך דער שמשׂ און דערלאַנגט איבערן האַלדז־און־נאַקן. ― װאַרט, שײגעץ, איך װעל שױן דערצײלן דײַן טאַטן!…

אָדער, אַשטײגער, װאָס גײט עס אָן עוזר דעם קאַרנאָסן בעדער (אַמאָל איז עוזר געװען אַ שוסטער, אַף דער עלטער איז ער געװאָרן אױסגעמאַטערט און האָט זיך באַשטעלט פֿאַר אַ בעדער), װאָס נחום װעװיקס ייִנגלעך גליטשן זיך באַרג־אַראָפּ אַפֿן געזעס און רײַבן־אױס די הױזן? האָט דאָס עוזר דער קאַרנאָסער בעדער באַדאַרפֿט דערזען פֿון באָד אַרױס און האָט זיך עס אַביסל צעלאָזט אַף זײַן פֿאָנפֿעװאַטע כּלי:

― ממזרים! הולפֿײַעס! אַ רוח אין אײַער פֿאָפֿער און מופֿער אַרײַן! איר נעמט נײַע הױזן און מאַכט אַ פֿעל, עובֿר אַף בל פֿשחית! אָט לױף איך אַװעק צו אײַך אין חפֿר אַרײַן און שפֿעל אײַך צו אַ פֿענקעלע!“

צושטעלן אַ בענקעלע ― דאָס איז ניט נאָר אַ מצװה, דאָס איז אַ חובֿ, װאָס יעדער ייִד איז מחױבֿ צו טאָן, װאָרעם יעדער ייִד האָט קינדער און קײנער קאָן נישט ערבֿ זײַן, װאָס פֿון זײַנע קינדער קאָן אַמאָל אױסװאַקסן. באַדאַרף מען זײ גוט נאָכקוקן און העלפֿן כאָטש מיטן מױל, אױב מע קען נישט מיט די הענט. דעריבער האָבן די קינדער געהאַט אַ סך מדריכים און אַפּיטרופּסים און אָנגעהערט זיך אַזױ פֿיל מוסר, שטראָף־רײד און מאָראַל, אַז ס'האָט שטענדיק געזשומעט אין די אױערן: „זשו־זשו־זשו ― דאָס זאָלסטו נישט טאָן!“ „זשו־זשו־זשו ― דאָ זאָלסטו נישט שטײן!“ „זשו־זשו־זשו“ ― אַהין זאָלסטו נישט גײן!“ אַלע האָבן געזשוזשוקעט: טאַטע־מאַמע, שװעסטער און ברידער, דער רבי, די דינסטמױד, די פֿעטערס, די מומעס, די באָבע, און איבערהױפּט די באָבע מינדע, װאָס פֿאַרדינט דערמאָנט צו װערן מיט אַ פּאָר װערטער.

די באָבע מינדע ― דאָס איז געװען אַ ייִדענע אַ הױכע און אַ טשעפּקע, אַן אָפּגעפּוצטע און אַ פֿרומע מיט סכּנת־נפֿשות! איר עובֿדה איז געװען ― אַכטונג צו געבן אַף די קינדער און אַף זײער ייִדישקײט: אױסגלעטן די אײניקלעך די פּאות מיט באַשפּײַטע פֿינגער, אָפּרײניקן און אױסגלײַכן די מלבושימלעך, זיך צוהערן װי זײ דאַװנען, בענטשן און לײענען קריאת־שמע פֿאַרן שלאָפֿן גײן. דערפֿאַר האָבן אַלע אײניקלעך געמוזט קומען צו איר שבת באַטאָג זאָגן דער באָבען אַ גוט־שבת, זיך אױסזעצן, װי די סטאַטקעס, באַ דער װאַנט און זיצן און װאַרטן, ביז זי װעט געבן „שבת־אױבס“. געגעבן האָט זי דעם „שבת־אױבס“ עפּעס ניט אַזױ ביד רחבֿה, נאָר דערפֿאַר אַף רײנע גלאַנציקע שעלעכלעך: אַן עפּעלע, אַ פֿערשקע, אַ באָקסער, אַ פֿײַג, אָדער דרײַ־פֿיר אײַנגעדאַרטע ראָזשינקעס, און מוסר האָט זי דערבײַ געזאָגט אָן אַ שיעור! דער מוסר איז באַשטאַנען אין דעם, אַז מע באַדאַרף פֿאָלגן טאַטע־מאַמע און גוטע־פֿרו־מע לײַט, און אַז מע באַדאַרף זײַן ייִדן, און אַז גאָט װעט שטראָפֿן פֿאַר איטלעכס ברעקעלע ― פֿאַר ניט דאַװנען, פֿאַר ניט פֿאָלגן, פֿאַר ניט לערנען, פֿאַר שטיפֿן, און אַפֿילו פֿאַר אַ שלעכטע מחשבֿה, און אַפֿילו פֿאַר אַ פֿלעק אַף דער קאַפּאָטע, ― אַזױ, אַז ס'איז כּמעט נישט אײַנגעגאַנגען דאָס עפּעלע, די פֿערשקע, דער באָקסער, די פֿײַג, אָדער די דרײַ־פֿיר אײַנגעדאַרטע ראָזשינקעס.

נאָר װאָס פֿאַר אַ װערט האָט געהאַט דער באָבעס מוסר אַקעגן יענעם קװאַל פֿון מוסר, װאָס דער רבי האָט נאָכדעם אױסגעגאָסן פֿאַר זײַנע תּלמידים טאַקע דעם זעלבן שבת באַטאָג פֿאַר מנחה דאַװנען? טײַכן טרערן האָט ער אַרױסגעצױגן פֿון אַלעמענס אױגן ― אַזױ שאַרף און בולט האָט ער אױסגעמאָלט דעם יצר־טובֿ מיטן יצר־הרע, דעם גן־עדן מיטן גיהנום, מיטן מלאך־הדומה, מיטן װאַרפֿן כּף־הקלע פֿון אײן עק װעלט ביזן אַנדערן! מיליע־מיליאַסן שדים, רוחות און ניט־גוטע האָט ער אױסגעשפּרײט פֿאַר די תּלמידימס פֿיס, געזען זײ באַ איטלעכן אונטער די נעגל, געװען זיכער, אַז יעדער אײנציקער איז אַ יורש־גיהנום, װאָרעם טאָמער האָט זיך אַפֿילו געפֿונען אײנער אַזעלכער, װאָס האָט ניט געזינדיקט, װאָס האָט געדאַװנט און געלערנט און געטאָן אַלצדינג, װאָס דער יצר־טובֿ הײסט צו טאָן, האָט ער דאָך געפֿאָלגט דעם יצר־הרע און געזינדיקט ב מ ח ש בֿ ה. און אױב ניט במחשבֿה, האָט ער אין שלאָף, אין חלום עפּעס מהרהר געװען װעגן אַ זאַך, װאָס מע טאָר ניט…

הכּלל, ס'איז נישט געװען זיך אױסצובאַהאַלטן פֿונעם מזיק, פֿונעם יצר־הרע, אין ערגעץ, סײַדן לײג זיך אַװעק און שטאַרב! און דאָ, אַף צו־להכעיס, װילט זיך דװקא אַ לעב טאָן, און דװקא אַ שטיף טאָן, און דװקא לאַכן, און דװקא נאַשן, און דװקא אָפּכאַפּן דאָס דאַװענען, און דװקא טראַכטן פֿון דעם, װאָס מע טאָר ניט… דאָס איז שױן געװען דעם יצר־הרעס אַרבעט, װאָס האָט געהאַט גענוג שליחים אַף אַרײַנצוכאַפּן דעם אומשולדיקן אין נעץ אַרײַן ― און קױם האָט ער שױן אַרײַנגעכאַפּט, איז מען שױן במילא נאָכגעגאַנגען אים, װי אַ קעלבל, און געטאָן אַלצדינג, װאָס דער יצר־הרע האָט געהײסן טאָן. און דער יצר־הרע האָט שױן אַזאַ גליק, אַ ז א י ם פֿ אָ ל ג ט מ ע ן אַ ס ך מ ע ר, װ י ד ע ם י צ ר ־ ט ו בֿ. עס העלפֿט נישט קײן שום מוסר־זאָגן מיט קײן שום מאָראַל פּרעדיקן. אַדרבה ― װאָס מער דער יצר־טובֿ פֿלײַסט זיך, אַלץ שטאַרקער אַרבעט דער יצר־הרע. איך האָב מורא אַרױסצורײדן, נאָר מיר שײַנט, אַז ס'זאָל ניט זײַן קײן יצר־טובֿ, װאָלט דער יצר־הרע נישט געהאַט װאָס צו טאָן…

13

גנבֿה, קאָרטנשפּיל און אַנדערע עבֿירות

די קינדער העלפֿן דער מאַמע אַפֿן יאַריד. ― קאָרטן לכּבֿוד חנוכּה. ― בערל דער אלמנהס לערנט גנבֿענען. ― אַ יונג אַן אױסװוּרף.

מיט נחום װעװיקס קינדער האָט זיך דער יצר־הרע באַגאַנגען, װי אַ מערדער. לא די װאָס די קונדסים האָבן פֿאַרקנײטשט דאָס דאַװנען, העכער האַלב איבערגעהיפּערט און געזאָגט דער באָבען אַ גרױסן ליגן, אַז זײ האָבן אױסערן דאַװנען נאָך געזאָגט עטלעכע קאַפּיטלעך תּהלים, ― האָבן זײ נאָך פּשוט אױסגעלערנט זיך גנבֿענען, נאַשן, קאָרטן־שפּילן און נאָך אַנדערע עבֿירות… פֿאַרשטײט זיך, אַז דאָס אַלצדינג איז געגאַנגען בהדרגה, אײנס האָט מיטגעשלעפּט דאָס אַנדערע, װי אין פּסוק שטײט געשריבן: עבֿירה גוררת עבֿירה… און געגאַנגען איז דאָס אָט װי אַזױ:

איך האָב אײַך שױן, דאַכט זיך, געזאָגט אױבן, אַז די װאָראָנקאָװער ייִדן האָבן געלעבט פֿונעם גױ, און איבערהױפּט פֿון די גרױסע יאַרידים, װאָס האָבן געהײסן מיטן נאָמען „קראַסנע טאָרגעס“. אַף די דאָזיקע יאַרידים האָבן ייִדן אַרױסגעקוקט, האָבן זיך געטומלט, געמאַכט געשעפֿטן, געלײזט געלט, און גױים האָבן געטאָן זײערס ― זײ האָבן געגנבֿעט, און איבערהױפּט די גױעס. ס'איז גאָר ניט געװען אױסצושטײן און אײַנצוהיטן זיך פֿון זײ! אָט האָט איר באַ אײנער אַרױסגעטרײסלט פֿון אַרבל אַ פֿאַטשײלע, אָדער אַ סטענגעלע, און אָט האָט שױן די אַנדערע גױע אַװעקגעלקחנט אונטער דער נאָז אַ חלבֿן ליכטל, אָדער אַ באָקסער. װאָס טוט מען? איז די מאַמע, חיה־אסתּר נחום װעװיקס, געפֿאַלן אַף אַן עצה: אַװעקגעשטעלט אירע ייִנגלעך אין קלײט, זײ זאָלן אַכטונג געבן, מע זאָל ניט גנבֿענען ― און חבֿרה האָבן איר גוט און געטרײַ אַכטונג געגעבן: אַ