פֿונעם יאַריד: פֿאַרלױרן נאָך אַ חבֿר

שלום עליכם (אַלע װערק)

אַ סך יאָרן אַרום האָט זײַן מאיר מעדװעדעװקער, װאָס איז געװאָרן נאָכדעם דער באַרימטער אַרטיסט מ ע ד װ ע ד י ע װ , גענומען און האָט טאַקע, װי עס רעדט זיך, אױסגעביטן דאָס רענדל… כאָטש דאָס מוז מען צוגעבן, אַז די מצװה פֿון כּבֿוד־אָבֿ האָט ער מקײם געװען, װי דער בעסטער ייִד און אַפֿן שענסטן אַרט: ער האָט געקױפֿט פֿאַר זײַן אַלטן, אָרעמען טאַטן אַן אײגענע דירה אין ראַקיטנע, האָט אים „אָפּגעשאָטן מיט גאָלד“, געקומען צו אים אַלע זומער צו־גאַסט, געבראַכט מתּנות פֿאַר דער גאַנצער משפּחה, און רב חײם דער רבֿ, װאָס האָט נישט געװוּסט, װאָס פֿאַר אַ שפּיצל זײַן זון האָט אים אָפּגעטאָן, בכדי ער זאָל זיך קאָנען אָנרופֿן „אַרטיסט אימפּעראַטאָרסקיך טעאַטראָװ“, האָט געהאַט אַ גליקלעכע עלטער… נאָר מיר קערן זיך אום צוריק צו זײַן קינדהײט, בעת מאירל מעדװעדעװקער האָט גאָר ניט געװוּסט, און אַפֿילו ניט געחלומט, אַז ער װעט אַמאָל הײסן מיכאַיִל יעפֿימאָװיטש מ ע ד װ ע ד י ע װ און װעט מרעיש־עולם זײַן און איבערקערן װעלטן.

9

פֿאַרלױרן נאָך אַ חבֿר

מע טרײסלט באַרלעך און מע כאַפּט שמיץ ― מע לערנט זיך גנבֿענען ― תּשעה־ באָבֿ באַם גלח אין גאָרטן ― די עקזעקוציע

עס איז קײן חידוש ניט, װאָס די צװײ חבֿרה־לײַט, מאיר מעדװעדעװקער און שלום נחום װעװיקס, האָבן זיך צוגעבונדן אײנס צום אַנדערן און געװאָרן נפֿש אַחת. עפּעס האָט זיך געפֿונען אַ מחותּנישאַפֿט צװישן זײערע נשמות און אַ מין פֿאָרגעפֿיל, אַז עפּעס װעט פֿון זײ אַמאָל אױסװאַקסן. און זײער פֿאָרגעפֿיל האָט זײ ניט אינגאַנצן אָפּגענאַרט: אין אַ יאָר צװאַנציק אַרום, אַז די צװײ האָבן זיך באַגעגנט (דאָס איז געװען אין ביעלאָצערקאָװ, קיִעװער גובערניע, װי מיר װעלן דאָס װײַטער זען), איז אײנער שױן געװען אַ באַרימטער אַרטיסט מ ע ד װ ע ד י ע װ , און דער אַנדערער האָט שױן געשריבן פֿעליעטאָנען אינעם „אידישען פֿאָלקסבלאַט“ אונטערן נאָמען ש ל ו ם ־ ע ל י כ ם.

נאָר מיר קערן זיך אום װידער אַמאָל צו זײער קינדהײט, װען אײנער האָט נאָר געהײסן מאירל מעדװעדעװקער, און דער אַנדערער ― שלום נחום װעװיקס, און זײ האָבן נאָך שפּאַצירט איבער װאָראָנקאָװער גאַסן באָרװעס גלײַך מיט אַלע בעל־הבתּישע ייִנגלעך. און מע מוז זאָגן דעם רײנעם אמת, אַז בײדע חבֿרים האָבן נישט אַזױ שטאַרק חשק געהאַט צו דער תּורה, װאָס דער רבֿ רב חײם מעדװעדעװקער װעט אין זײ אַרײַנזעצן, און צו זײַן יראת־שמים, װאָס ער װעט אין זײ אײַנפֿלאַנצן. זײ האָבן בעסער חשק געהאַט צו אַנדערע זאַכן. למשל, גרינע אַגרעסן רײַסן פֿון אַ בױם, אָדער טרײסלען באַרלעך אָדער פֿלױמען, עס מעג זיך זײַן אַפֿילו פֿון אַן אײגענעם גאָרטן, איז אַ סך מער פֿאַרגעניגן, װי שמאַכטן איבער דער גמרא, אָדער דאַװנען מיט כּװנה, װי דער רבֿ רב חײם האָט געפֿאָדערט פֿון זײַנע תּלמידים, אָדער זאָגן אַ קאַפּיטל תּהלים.

― די גמרא איז ניט קײן ציג, זי װעט ניט אַנטלױפֿן, דאַװנען װעט גאָט מוחל זײַן, און תּהלים לאָזן זאָגן אַלטע ייִדן!…

אַזױ האָט אײַנגעטענהט מאיר מעדװעדעװקער מיט זײַן חבֿר שלום נחום װעװיקס און האָט אים בעסער געלערנט, װי אַזױ מע קלעטערט אַרױף אין אײן שמע־ישׂראל אַפֿן העכסטן בױם, אָדער װי אַזױ מע שפּרינגט־אונטער און מע פֿאַרטשעפּעט אַ צװײַג פֿון אַ קאַרשן־בױם, קריכן די קאַרשן דעמאָלט אַלײן אין מױל אַרײַן. אַי, עס װערן נאָכדעם שװאַרץ די ליפּן, און נאָך די שפּיץ פֿינגער דערקענט מען, אַז מע האָט געריסן קאַרשן? װאָס קאָן דאָ זײַן? „װעט מען אָפּשמײַסן ― אַ טײַערע מעצאָצע!“…

דאָס שמײַסן אין חדר איז געװען אַזאַ געװײנלעכע זאַך, אַז די חדר־ייִנגלעך האָבן נישט געפֿילט קײן שום בזיון ― פֿון קײן װײטיק רעדט מען נישט! „װאָס איז דען אַזעלכעס, אַז מע באַקומט פֿונעם רבין עטלעכע לאָקשן? ביז דער חתונה װעט זיך עס פֿאַרהײלן“… אַ בזיון איז געװען נאָר פֿאַר יענעם, װאָס איז שױן געװען אַ חתן. אי דאָס האָט ער נאָר מורא געהאַט פֿאַר אײן זאַך: טאָמער װערט געװױרע די כּלה, און נישט אַזױ די כּלה, װי דער כּלהס חבֿרטאָרינס, ― װעלן זײ איר אױסװאַרפֿן: „דער חתן מיטן געשמיסענעם דאָס“…

מאיר איז נאָך ניט געװען קײן חתן און האָט דערפֿאַר קײן מורא ניט געהאַט, האָט ער דעריבער געפֿירט זײַן חבֿר שלום אַפֿן „דרך־הישר“, געלערנט אים פֿאַרקנײטשן דאָס דאַװנען, טראָגן פֿון קלײט אונטער דער מאַמעס נאָז באָקסערן, מיט קאָנפֿעקטן, מיט גױיִשע לעקעכלעך, מיט נאָך גוטע זאַכן ― דאָס הײסט ניט חלילה געגנבֿעט, נאָר „געלקחנט“, און דערפֿאַר שטראָפֿט מען ניט אַף יענער װעלט…

דאָס אַלצדינג װאָלט אפֿשר אָפּגעלאָפֿן גלאַט, װען עס זאָל זיך ניט געװען טרעפֿן מיט מאירן אַן אומגליק: ער איז נעבעך אַריבער איבער אַ פּלױט, אַרײַן צום גלח אין גאָרטן און אָנגעריסן אַ פֿולן בוזעם מיט באַרלעך. האָט דעם גלחס טאָכטער דערזען דורכן פֿענצטער. איז דער גלח אַרױסגעלאָפֿן מיט אַ הונט און האָט אים געכאַפּט. האָט אים דער הונט צעריסן, איך בעט איבער אײַער כּבֿוד, די הױזן, און דער גלח האָט אַראָפּגעריסן באַ אים דאָס היטל און געלאָזט אים גײן, װוּ די אױגן טראָגן.

װאָלט דאָס אפֿשר אױך נאָך נישט געװען אַזאַ־נ־אומגליק, װען דאָס זאָל ניט געװען זײַן תּשעה־באָבֿ! סטײַטש, אַלע ייִדן גײען־אַרום אין די זאָקן, קלאָגן און װײנען אַף חורבן בית־המקדש, און ער, רב חײם דעם רבֿס זונדל, שפּאַצירט־אַרום אָן אַ היטל און מיט צעריסענע הױזן!

די עקזעקוציע, װאָס דער יונג איז נעבעך אױסגעשטאַנען, לאָזט זיך ניט באַשרײַבן באַ הײַנטיקע צײַטן פֿון רײנעם פּראָגרעס. און נישט דאָס איז דער עיקר. דער עיקר איז, װאָס מע האָט שלום נחום װעװיקס געמוזט אָפּנעמען פֿון חדר, און קוקנדיק אַף נחום װעװיקס, האָבן אַנדערע טאַטעס אױך אָפּגענומען זײערע קינדער. איז נעבעך רב חײם דער דבֿ געבליבן אָן אַ קנעלונג. האָט אים דאָס רבנות מיטן חזנות געגעבן װינציק פּרנסה. האָט ער זיך געמוזט אַריבערפּעקלען, מחילה, צוריק קײן ראַקיטנע. איז דאָס שטעטל געבליבן װידער אָן אַ רבֿ.

נאָר שרעקט זיך נישט ― דאָס איז געװען ניט אַף לאַנג. נחום װעװיקס האָט אַראָפּגעבראַכט אַ נײַעם רבֿ, פֿון באַרישפּאָליע, מיטן נאָמען שמואל־אלי, אַ יונגערמאַן, װאָס קאָן אױך אי גוט לערנען, אי שײן זינגען, און דערצו שפּילט ער אין שאָך, װאָס ס'איז גאָר אַ חריפֿות! אײן חסרון נאָר האָט אָט דער שמואל־אלי: ער איז אַ ביסל אַן אינטריגאַנט און אַ חניפֿהניק און האָט ליב רײדן מיט יונגע װײַבלעך, אַז קײנער זעט ניט…

און אָט אַזױ איז פֿאַרלױרן געגאַנגען דער צװײטער חבֿר פֿון אונדזער העלד.

10

חבֿר „סירקאָ“

אַ הונט אַ חכם און אַ בעל־דרך־ארץ ― צער־בעלי־הײם. ― אַ גלגול פֿון אַ מענטשן ― אַ געטרײַער חבֿר.

איך מײן, אַז נאָכן נאָמען אַלײן איז ניט שװער צו שטױסן זיך, אַז סירקאָ איז געװען נישט קײן מענטש, נאָר אַ הונט, אַ געװײנלעכער הונט מיט אַ גרױער פֿעל, װאָס דעריבער האָט ער געהײסן „סירקאָ“.

איך זאָג: אַ הונט אַ געװײנלעכער ― איך מוז מיך אָבער באַלד