פֿונעם יאַריד: מאיר מעדװעדעװקער

שלום עליכם (אַלע װערק)

זיך װי רײנער בױמל און ציט זיך װי גוטער האָניק? װוּ איז ער, און װאָס איז ער, למשל, אַצינד ― אַ מגיד? אַ רבֿ? אַ מלמד? אַ סוחר? אַ קרעמער? אַ מעקלער? אָדער גאָר אַן אָרעמאַן, אַן עני ואבֿיון? אָדער אפֿשר גאָט עס אים פֿאַרטראָגן אינעם גאָלדענעם לאַנד, אין אַמעריקע, און ער „מאַכט אַ לעבן?“… אָדער אפֿשר ליגט ער שױן דאָרטן, װוּ מיר װעלן אַלע ליגן איבער הונדערט יאָר און די װערעם װעלן פֿון אונדז הנאה האָבן?…

װ ע ר ע ס װ ײ ס ע פּ ע ס , װ ע ר ע ס ה אָ ט ג ע ־ ח ע ר ט פֿ ו ן א י ם , ― ז אָ ל ז י ך אָ פּ ר ו פֿ ן.

8

מאיר מעדװעדעװקער

אַ נײַער חבֿר, װאָס קאָן זינגען. ― חדר־ייִנגלעך קונדסים מאַכן טעאַטער־שפּיל.― פֿון באָרװעסן יונג אַ קונדס װאַקסט־אױס אַ באַרימטער אַרטיסט.

לאַנג זאָרגן זיך און באַקלאָגן דעם פֿאַרלױרענעם שמואליקן האָט זײַן געטרײַער חבֿר נישט באַדאַרפֿט. גאָט האָט אים ממלא געװען און גיך צוגעשיקט אַ נײַעם חבֿר.

אַזױ איז דאָס געװען: װיבאַלד דער אַלטער רבֿ איז געשטאָרבן, איז דאָך דאָס שטעטל געבליבן אָן אַ רבֿ, על־כּן האָט נחום װעװיקס אַװעקגעװאָרפֿן אַלע געשעפֿטן און איז אַװעקגעפֿאָרן אין אַ צװײטן שטעטל, קײן ראַקיטנע, װוּ עס האָט זיך געלאָזט הערן איבער דער װעלט אַ רבֿ, אַ שם־דבֿר, מיטן נאָמען ח ײ ם מ ע ד װ ע ד ע װ ק ע ר. אָט דעם רבֿ האָט דאָס נחום װעװיקס אַראָפּגעבראַכט קײן װאָראָנקאָ, און דאָס שטעטל האָט זיך מיט אים ממש משׂמח געװען, װאָרעם חוץ װאָס ער איז געװען אַ גרױסער למדן און אַ ירא־שמים און אַ יודע־נגן, איז ער נאָך געװען דערצו אַ גרױסער אָרעמאַן אױך, האָט ער שױן אין אײנװעגס צוגעקנעלט מיט די בעל־הבתּישע קינדער (פֿון דער עלטערער כּתּה).

פֿונדעסטװעגן האָט מען חלילה דעם מלמד רבֿ זרחלען אינגאַנצן נישט אָפּגעזאָגט. װי נעמט מען דאָס און מע קױלעט אָפּ אַ ייִדן גלאַט אַזױ פֿון פּרנסה? איז רב זרחל פֿאַרבליבן מלמד אַף תּנ″ך און אַף שרײַבן (ייִדיש און רוסיש, און דײַטש, און פֿראַנצײזיש, און לאַטײַן, װעלכע נישט די קינדער, נישט דער רבי האָבן פֿאַרשטאַנען מיט װאָס מע עסט דאָס), און גמרא האָט מען געלערנט באַם נײַעם רבֿ, און כאָטש שלום נחום װעװיקס איז געװען טאַקע נאָך אַלץ אַ שײגעץ און נישט געװאָלט װאַקסן אין דער הײך, נאָר פֿונדעסטװעגן האָט מען אים אַרײַנגענומען אין דער גרױסער כּתּה, װאָרעם אַז דער נײַער רבֿ האָט אים פֿאַרהערט אַ פּרשה חומש מיט רש″י, האָט ער אים דערלאַנגט אַ קניפּ אין בעקל: „אַ רעכטער שקאָץ!“ ― און דעם פֿאָטער האָט ער געגעבן אַ זאָג, אַז ס'איז אַן עבֿירה פֿאַר גאָט איבערלאָזן אַזאַ שקאָץ אַף טרוקענעם תּנ″ך; מע באַדאַרף אים אַ נעם טאָן צו דער גמרא. „נישקשה, ס'װעט אים גאָרנישט שאַטן“.

פֿאַרשטײט מען, אַז דער פֿאָטער איז געװען מלא גדולה, און דער „שקאָץ“ אַלײן איז ניט געװען אַזױ צופֿרידן מיט דער גמרא, איז ער אָבער דערפֿאַר געװען באַ זיך גדולדיק, װאָס ער זיצט אינאײנעם מיט די גרױסע, און געבלאָזן פֿון זיך, פֿאַרריסן די נאָז ― אַ קלײניקײט!

אַראָפּגעקומען איז רב חײם דער רבֿ פֿון ראַקיטנע ניט אַלײן, נאָר מיט צװײ זין: אײנער אַ בעל־הביתל שױן, מיט אַ קנאָפּ אין גאָרגל, מיטן נאָמען אַבֿרהמל, װאָס האָט געהאַט אַ קול־נגינה און געקאָנט שײן דאַװנען פֿאַרן עמוד, און דער אַנדערער, מאירל, האָט נאָר געהאַט אַ שײן קול אַף צו זינגען און אױך אַ קנעפּל אין גאָרגל, נאָר צום לערנען האָט ער געהאַט אַ שײַט־האָלץ, ניט קײן קאָפּ. און ניט אַזױ נאָך אַ גראָבער קאָפּ, װי אַ גרױסער שײגעץ, און מיט אים איז דאָס שלום נחום װעװיקס געװאָרן אינגיכן חבֿר. אַ ראַקיטנער ייִנגל און דעם רבֿס אַ זון ― מיט דער האַנט קאָן מען אים ניט אַװעקמאַכן. דערצו האָט דער מאירל געהאַט אַ מעלה: ער האָט געזונגען לידלעך, און נאָך װאָסערע לידלעך! האָט ער אָבער צו דער מעלה געהאַט אַ חסרון ― אַ טבֿע פֿון אַן אמתן אַרטיסט: ער האָט פֿײַנט געהאַט זינגען גלאַט אַזױ אומזיסט. איר װילט הערן זינגען ― באַצאָלט, זײַט מוחל! אַ גראָשן אַ לידל. און אַז ס'איז נישטאָ קײן געלט, איז אַן עפּל אױך גוט. פֿאַר נױט ― אַ האַלבער עפּל, אַ פּאָר פֿלױמען, אַ שטיקל צוקערקע ― קײן אומזיסט איז נישטאָ! דערפֿאַר האָט ער אָבער געזונגען אַזעלכע לידלעך, מיט אַזאַ זיס קול און מיט אַזאַ געפֿיל, אַז אַ כּפּרה, כלעבן, אַלע הײַנטיקע סאָבינאָװס, קאַרוזאָס, שאַליאַפּינס, סיראָטאַס און די אַלע איבעריקע מנגנים פֿון דער װעלט!

„גײ איך אַרױס אַף דער װילנער גאַס,
הער איך אַ קול מיט אַ גרױס געשרײ:
אױ־װײ! ―
מע װײנט אַזױ…“

אַלע ייִנגלעך האָרכן, גאַפֿן, גײען־אױס פֿון זיסקײט, און ער ― גאָרנישט! יאָסעלע סאָלאָװײ! הײַנט זײַנע שטיקלעך פֿון דאַװנען! אַמאָל, אַז דער רבי, טאַקע זײַן פֿאָטער, דער רבֿ, רב חײם הײסט עס, האָט זיך אַרױסגעכאַפּט אַף אַ רגעלע אין דרױסן, האָט זיך מאיר אַװעקגעשטעלט מיטן פּנים צו דער װאַנט, דעם טישטעך אָנגעטאָן פֿאַר אַ טלית, זיך גענומען באַם גאָרגל מעשׂה חזן און אַרױסגעלאָזט אַ געשרײ פֿון די סליחות: „אל מלך יושבֿ“ ― גיך־גיך, און אױסגעלאָזט אַף אַ קול: „ױקראָ־אָ ב־ש־ם!“ ― קומט־אָן דער רבי:

― װאָס אין דאָס? חזנישע שטיק װעסטו פּראַװען? אַנו, משומד, לײג דיך נאָך אַװעקעט אַפֿן בענקעלע אָט אַזױ…

און עס הײבט זיך אָן אַן עקזעקוציע.

נישט נאָר אין נגינה אַלײן האָט זיך אױסגעצײכנט מאירל מעדװעדעװקער. ער האָט געהאַט נאָך אַ חולאת: שפּילן, פֿאַרשטעלן זיך, מאַכן אָנשטעלן: „מכירת־יוסף“, „יציאת מצרים“, „עשׂר מכּות“, „משה רבינו מיט די לוחות“, און נאָך און נאָך אַזעלכע אָנשטעלן.

למשל, ער האָט זיך פֿאַרשטעלט פֿאַר אַ גזלן, מיט אַ גרױסן שטעקן אין האַנט און מיט דער רביצינס קאָלאָדאַטש־מעסער, אַרײַנגעשטעקט אין דעם רבינס גאַרטל, און דװקא באָרװעס, און מיט אונטערגעקאַטשעטע הױזן, און אױגן, רבונא דעלמא כּולא ― טאַקע װי באַ אַ גזלן! שלום נחום װעװיקס איז געװען דער ייִד, דער אבֿיון. מיט אַ גראָבן שטעקן אין האַנט, מיט אַ קישעלע פֿאַר אַ האָרב, איבערגעקערט דאָס היטל אַף דער לינקער זײַט, גײט ער נעבעך בעטן אַ נדבֿה. פֿאַרבלאָנדזשעט אין װאַלד. דער װאַלד ― דאָס זײַנען די ייִנגלעך. און שלום נחום װעװיקס דער אבֿיון גײט צװישן די בײמער, אָנגעשפּאַרט אַף זײַן גראָבן שטעקן, זוכט אַ װעג און באַגעגנט זיך מיט ― מאיר דעם גזלן! כאַפּט־אַרױס דער גזלן דאָס מעסער פֿון גאַרטל און זינגט צו אים אַ ליד, און דװקא אַף רוסיש, און לאָזט־אױס: „דאַװאַי דיע־ע־ענגי, דאַװאַי דיע־ע־ענגי!“

בעט זיך באַ אים נעבעך דער אָרעמאַן, שלום, מיט טרערן, ער זאָל זיך דערבאַרעמען, אױב ניט אַף אים, איז אַף זײַן װײַב און קינדער. זי װעט בלײַבן אַ אַלמנה, און די קינדער יתומים. כאַפּט אים דער גזלן, מאיר, פֿאַרן גאָרגל און טוט אים אַ װאָרף אין דער ערד אַרײַן ― קומט אָן דער רבי, און עס הײבט זיך אָן אַ חתונה:

― מילא דער (ער באַװײַזט אַף זײַן אײגענעם זון) איז אַ שײגעץ, אַ משומד, אַ מומר להכעיס. אָבער דו, נחום װעװיקס ייִנגל, װי קומסטו זיך גלײַכן צו אים, צו אָט דעם משומד?

דער רבי, רב חײם דער רבֿ, איז, אַפּנים, געװען אַ שטיקל נבֿיא: אין אַ סך יאָרן אַרום האָט זײַן מאיר מעדװעדעװקער, װאָס איז געװאָרן נאָכדעם דער באַרימטער אַרטיסט מ ע ד װ ע ד י ע װ , גענומען און האָט טאַקע, װי עס רעדט זיך, אױסגעביטן דאָס רענדל… כאָטש דאָס מוז מען צוגעבן, אַז די מצװה פֿון כּבֿוד־אָבֿ האָט ער מקײם געװען, װי דער בעסטער ייִד און אַפֿן שענסטן אַרט: ער האָט געקױפֿט פֿאַר זײַן אַלטן, אָרעמען טאַטן אַן אײגענע דירה אין ראַקיטנע, האָט אים „אָפּגעשאָטן מיט גאָלד“, געקומען צו אים אַלע זומער צו־גאַסט, געבראַכט מתּנות פֿאַר דער גאַנצער משפּחה, און רב חײם דער רבֿ, װאָס האָט נישט געװוּסט, װאָס פֿאַר אַ שפּיצל זײַן זון האָט אים אָפּגעטאָן, בכדי ער זאָל זיך קאָנען אָנרופֿן „אַרטיסט אימפּעראַטאָרסקיך טעאַטראָװ“, האָט געהאַט אַ גליקלעכע עלטער… נאָר מיר קערן זיך אום צוריק צו זײַן קינדהײט, בעת מאירל מעדװעדעװקער האָט גאָר ניט געװוּסט, און אַפֿילו ניט געחלומט, אַז ער װעט אַמאָל הײסן מיכאַיִל יעפֿימאָװיטש מ ע ד װ ע ד י ע װ און װעט מרעיש־עולם זײַן און איבערקערן װעלטן.

9

פֿאַרלױרן נאָך אַ חבֿר

מע טרײסלט באַרלעך און מע כאַפּט שמיץ ― מע לערנט זיך גנבֿענען ― תּשעה־ באָבֿ באַם גלח אין גאָרטן ― די עקזעקוציע

עס איז קײן חידוש ניט, װאָס די צװײ חבֿרה־לײַט, מאיר מעדװעדעװקער און שלום נחום װעװיקס, האָבן זיך צוגעבונדן אײנס צום אַנדערן און געװאָרן נפֿש אַחת. עפּעס האָט זיך געפֿונען אַ מחותּנישאַפֿט צװישן זײערע נשמות און אַ מין פֿאָרגעפֿיל, אַז עפּעס װעט פֿון זײ אַמאָל אױסװאַקסן. און זײער פֿאָרגעפֿיל האָט זײ ניט אינגאַנצן אָפּגענאַרט: אין אַ יאָר צװאַנציק אַרום, אַז די צװײ האָבן זיך באַגעגנט (דאָס איז געװען אין ביעלאָצערקאָװ, קיִעװער גובערניע, װי מיר װעלן דאָס װײַטער זען), איז אײנער שױן געװען אַ באַרימטער אַרטיסט מ ע ד װ ע ד י ע װ , און דער אַנדערער האָט שױן געשריבן פֿעליעטאָנען אינעם „אידישען פֿאָלקסבלאַט“ אונטערן נאָמען ש ל ו ם ־ ע ל י כ ם.

נאָר מיר קערן זיך אום װידער אַמאָל צו זײער קינדהײט, װען אײנער האָט נאָר געהײסן מאירל מעדװעדעװקער, און דער אַנדערער ― שלום נחום װעװיקס, און זײ האָבן נאָך שפּאַצירט איבער װאָראָנקאָװער גאַסן באָרװעס גלײַך מיט אַלע בעל־הבתּישע ייִנגלעך. און מע מוז זאָגן