פֿונעם יאַריד: שמואליק דער יתום

שלום עליכם (אַלע װערק)

„שבת“, נאָר „סאַבעס“, ― און פּעטש זײַנען געפֿלױגן, און קלעפּ האָט מען געטײלט, און שמיץ האָט מען געצײלט. אַי שמיץ! סטײַטש שמיץ!

בקיצור ― ס'איז געװען אַ לעבן.

4

שמואליק דער יתום

מעשׂיות, פֿאַנטאַזיעס און חלומות. ― קבלה און כּשוף.

פֿאַראַן פּנימער, װאָס זײַנען באַשאַפֿן געװאָרן פֿון גאָט אַף צו פֿאַרכּשופֿן אײַך מיטן ערשטן קוק. „האָב מיך ליב“! ― אַזױ שרײַט צו אײַך דאָס דאָזיקע פּנימל, און איר באַקומט דאָס ליב, איר װײסט ניט פֿאַרװאָס.

אָט אַזאַ מין חנעװדיק פּנימל האָט געהאַט שמואליק דער יתום, אַ ייִנגל אָן אַ טאַטן, אָן אַ מאַמען, װאָס אױפֿגעהאַלטן האָט ער זיך באַם רבֿ.

צו אים איז דאָס צוגעקלעפּט געװאָרן שלום נחום װעװיקס, דער העלד פֿון דער דאָזיקער אױטאָביאָגראַפֿיע, פֿון דער ערשטער מינוט, װאָס זײ האָבן זיך באַקענט, זיך געטײלט מיט אים מיט די אָנבײַסנס און מיט די מיטאָגס האַלב אַף האַלב און געװאָרן חבֿר ― אָבער װאָס חבֿר הײסט! נפֿש אַחת ― אײן לײַב, אײן נשמה! פֿאַרװאָס? איבער זײַנע מעשׂיות.

קײנער האָט נישט געהאַט אַזױ פֿיל מעשׂיות אַף צו „דערצײלן“, װיפֿל שמואליק. האָבן מעשׂיות אַף צו דערצײלן איז אָבער נאָך ניט אינגאַנצן. דאָס דערצײלן אַלײן איז אױך אַ זאַך. דערצײלן אַ מעשׂה דאַרף מען קאָנען. און שמואליק האָט געקאָנט דערצײלן מעשׂיות אַזױ, װי קײנער נישט!

פֿון װאַנען האָבן זיך צו דעם ציקאַװן בחור מיט די רױטע בעקלעך און מיט די פֿאַרחלומטע אױגן גענומען אַזױ פֿיל מעשׂיות, און אַזעלכע שײנע, רײַכע מעשׂיות, מיט אַזעלכע זעלטענע פֿאַנטאַסטישע בילדער? צי האָט ער זײ װוּ געהערט אַמאָל דערצײלן? אָדער דאָס איז געװען פֿון זײַן קאָפּ אױסגעטראַכט, לױטער פֿאַנטאַזיעס? עד־היום קאָן איך דאָס נישט באַגרײַפֿן. איך װײס נאָר אײן זאַך: עס האָט זיך באַ אים געגאָסן װי פֿון אַ קװאַל, נאָר פֿון אַזאַ קװאַל, װאָס שעפּט זיך נישט אױס קײנמאָל. און געגאַנגען איז דאָס באַ אים גלאַט, װי אַף בױמל, און געצױגן האָט זיך עס װי אַ לאַנגער זײַדן־פֿאָדעם. און זיס איז געװען די שטים, זיס די שפּראַך, זיס װי צוקער. און די בעקלעך רױט, און די אױגן פֿאַרחלומט און נאַסלעך, װי איבערגעצױגן מיט אַ דין רױכל.

פֿאַרקליבן זיך פֿרײַטיק נאָך האַלבן טאָג, אָדער שבת נאָכן עסן, אָדער יום־טובֿ פֿאַרנאַכטלעך, אַפֿן הױכן װאָראָנקאָװער באַרג, װאָס „דער שפּיץ זײַנער דערגרײכט כּמעט ביז דער כמאַרע“, האָבן זיך בײדע חבֿרים אַװעקגעלײגט מיטן פּנים אַראָפּ צום גראָז, אָדער מיטן פּנים אַרױף צום הימל, שמואליק האָט גענומען דערצײלן אַ מעשׂה נאָך אַ מעשׂה: אַ מעשׂה פֿון אַ בן־מלך מיט אַ בת־מלכּה, אַ מעשׂה פֿון אַ רבֿ מיט אַ רביצין, אַ מעשׂה פֿון אַ פּרינץ מיט אַ פּלעגהונט, אַ מעשׂה פֿון אַ פּרינצעסין אין אַ קרישטאָלענעם פּאַלאַץ, אַ מעשׂה פֿון צװעלף גזלנים אין װאַלד, אַ מעשׂה פֿון אַן אָקרענט, װאָס האָט זיך אַװעקגעלאָזט אַפֿן פֿאַרגליװערטן ים. מעשׂיות פֿונעם פּאַפּסט, װאָס האָט געפֿירט ױכּוחים מיט די גרעסטע רבנים, און מעשׂיות פֿון חיות, פֿון שדים און פֿון רוחות און פֿון כּתּ־ליצנים, פֿון מכשפֿים, שרעטעלעך, װאָװקעלאַקעס, פּיפּערנאָטערס, האַלב־מענטש, האַלב־חיה, און אַ מעשׂה מיט אַ הענגלײַכטער פֿון פּראָג ― און יעדע מעשׂה האָט געהאַט איר טעם מיט איר ריח, און אַ באַזונדער כּשוף איז געװען אױסגעגאָסן אַף זײ אַלע.

דער חבֿר, שלום נחום װעװיקס, האָט געהאַלטן אָפֿן מױל און אױערן, קײן אױג נישט אַראָפּגעלאָזט פֿונעם דאָזיקן ציקאַװן בחורל מיט די רױטע בעקלעך און מיט די פֿאַרחלומטע נאַסלעכע אױגן.

― פֿון װאַנען װײסטו דאָס, אַלצדינג, שמואליק?

― נאַרעלע, דאָס איז נאָך גאָרניט. למאַי איך װײס, װי אַזױ מע צאַפּט װײַן פֿון דער װאַנט? און בױמל פֿון דער סטעליע?

― װי אַזױ צאַפּט מען דאָס װײַן פֿון דער װאַנט? און בױמל פֿון דער סטעליע?

― נאַרעלע, דאָס איז נאָך אױך בלאָטע! איך װײס אַפֿילו, װי אַזױ מע מאַכט פֿון זאַמד גאָלד און פֿון שערבלעך דימענטן מיט בריליאַנטן.

― װי אַזױ מאַכט מען דאָס?

― װי אַזױ? דורך קבלה. דער רבֿ איז דאָך אַ בעל־קבלה. װער װײס עס ניט? ער שלאָפֿט דאָך קײנמאָל ניט.

― װאָס דען טוט ער?

― בײַנאַכט, װען אַלע שלאָפֿן, איז ער אױף. זיצט ער אַלײן און פֿאַר־ נעמט זיך מיט קבלה.

― און דו זעסט אַלצדינג, װאָס ער טוט?

― װי קאָן איך זען, נאַרעלע, אַז איך שלאָף?

― פֿון װאַנען־זשע װײסטו, אַז ער פֿאַרנעמט זיך מיט קבלה?

― װער װײסט עס נישט? דאָס װײס דאָך אַ מינדסט קינד. פֿרעג װעמען דו װילסט. דאָס, װאָס דער רבֿ קאָן, נאַרעלע, קאָן קײנער נישט. װיל ער ― זײַנען אָפֿן פֿאַר אים אַלע צװעלף ברונעמס מיט קװעקזילבער און אַלע דרײַצן גערטנער פֿון סאַמע זאַפֿרען, און גאָלד מיט זילבער, מיט דימענטן, מיט בריליאַנטן ― כּחול הים, אַזױפֿיל, אַז סע גלוסט זיך אַזש ניט!…

― פֿאַרװאָס־זשע ביסטו תּמיד הונגעריק? און פֿאַרװאָס האָט ער ניט אַף שבת?

― אַזױ, װאָרעם ער װיל ניט. ער װיל בעסער אָפּקומען אַף דער װעלט, תּשובֿה־טאָן. ער איז אַ בעל־תּשובֿה. ער זאָל װעלן, װאָלט ער געװען רײַך, װי קורח; טױזנט רױטשילדס װאָלט ער פֿאַרשטעקט אין גאַרטל. װאָרעם ער װײס, װיִאַזױ מע װערט רײַך. פֿאַר אים איז אַנטפּלעקט אַלצדינג. ער װײס אַפֿילו דעם אָרט, װוּ דער אוצר ליגט באַהאַלטן?

― װוּ ליגט דער אוצר באַהאַלטן?

― חכם! פֿון װאַנען זאָל איך װיסן? װען איך זאָל װיסן, װוּ דער אוצר ליגט, װאָלט איך דיר שױן לאַנג געזאָגט. איך װאָלט אין מיטן בײַנאַכט געקומען צו דיר און װאָלט דיך אױפֿגעװעקט פֿון שלאָף: „קום, שלום, צום אוצר, װעלן מיר צונױפֿזשעברעװען דאָס גאָלד פֿולע זשמעניעס און אָנשטופּן פֿולע קעשענעס!“

און האָט שמואליק אָנגעהױבן צו רײדן װעגן אוצר, אַזױ האָבן די פֿאַרחלומטע אױגן באַ אים זיך אָנגעצונדן, די רױטע בעקלעך צעפֿלאַמט, און אַלײן האָט ער זיך אַזױ צעהיצט און צעברענט און צעפֿלאַקערט, אַז ער האָט אױך דעם חבֿר זײַנעם אָנגעװאַרעמט, צעהיצט, צעברענט און צעפֿלאַקערט. שמואליק האָט גערעדט, און זײַן חבֿר, שלום נחום װעװיקס, האָט אים געקוקט אין מױל אַרײַן און מיט דאָרשט געשלונגען יעדער װאָרט.

5

אוצרות

װאָס איז אַן אוצר? ― אַ לעגענדע פֿון כמעלניצקיס צײַטן ― װוּנדער־שטײנער.

אַז ס'איז פֿאַראַן אַן אוצר דאָ באַ אונדז אין אונדזער שטעטל ― אין דעם איז דאָך קײן ספֿק ניט.

פֿון װאַנען האָט זיך גענומען צו אונדז אַן אוצר? פֿון כמעלניצקין. כמעלניצקי האָט אים דאָ באַגראָבן נאָך פֿאַרצײַטן. טױזנטער יאָרן האָבן מענטשן געזאַמלט אוצרות מיט אוצרות, ביז ס'איז געקומען כמעלניצקי און האָט עס באַשטאַט.

― װער איז געװען כמעלניצקי?