קאָמעדיעס: אינצװײען אַ זעקס־און־זעכציק

שלום עליכם (אַלע װערק)

אַ בורלעסק לכּבֿוד חנוכּה

די פּאַרשױנען:

ר ב י אַ נ ק ל פּ ע ט אַ ך, אַ ייִד אַ נגיד, שױן אין די יאָרן. דאָס אַנ־

דערע מאָל חתונה געהאַט.

מ אַ ד אַ ם פּ ע ט אַ ך, זײַן װײַב, אַ „מאַדאַם“. ייִנגער פֿון אים מיט אַ

יאָר פֿערציק.

ד אָ ק ט ע ר ל אַ ק ר י ץ, אַ יונגער דאָקטער־מעדיצין.

נ אַ פֿ ט אַ ל י ן, אַ יונגערמאַן אַן אַפּטײקער. טראָגט בלױע ברילן.

ג ל אָ ק, אַ װינקל־אַדװאָקאַט. רעדט העכער האַלב רוסיש.

די געשיכטע קומט פֿאָר חנוכּה, אין אַ קלײן שטעטל, ניט װײַט פֿון יעהופּעץ, מיט אַ יאָר דרײַסיק צוריק.אַ זאַל. שײן אױסגעפּוצט, גוט באַלײַכטעט. די שפּיגלען לײַכטן. דורך אַן אָפֿענער טיר, פֿון דרױסן, קומט אַרײַן י אַ נ ק ל פּ ע ט אַ ך. בלײַבט שטײן פֿאַרחידושט, קוקט זיך אַרום אַף אַלע זײַטן. רעדט צו זיך אַלײן.

י אַ נ ק ל פּ ע ט אַ ך: (מיטן באַגאַזש אין די הענט). אָפֿן טיר און טױער… ניטאָ קײן משוגענער הונט… עס ברענען ליכט… אָנגעצונדן אַלע לאָמפּן ― אַ גאַנצע לימענאַציע באַ מיר אין שטוב!… אַ יום־טובֿ!… (לאָזט אַראָפּ דעם באַגאַזש). לכּבֿוד חנוכּה… אַזאַ יום־טובֿ! אַ װערטעלע אױסצורײדן ― ח־נו־כּה!… מהיכא־תּיתי, פֿאַרװאָס ניט! ייִדן בענטשן חנוכּה־ליכטלעך ― מעג מען זיך פֿרײען… נאָר װוּ איז דאָס מײַן מאַדאַם? (קלאַפּט מיטן שטעקן אין טיש). ריװעלע! רבֿקה! מאַדאַם!… (קנײטשט מיט די פּלײצעס). מע הערט ניט און מע זעט ניט!… (ער לאָזט זיך גײן װײַטער. דערזעט אַ קאַרטל, טראָגט דאָס צו צום לאָמפּ, טוט אָן די ברילן און לײענט פּאַװאָליע, קױם װאָס ער לײגט צונױף די אותיות אײנציק־װײַז). „רע־װע־קאַ לי־מאָ־נאָװ־נאַ“… װער איז די רעװעקאַ לימאָנאָװנאַ? דאָס איז ריװעלע! הײסט זי שױן נאָר רעװעקאַ? לאָז זײַן רעװעקאַ… און לימאָנאָװנאַ איז, אַפּנים, לײבאָװנאַ?… די משמעות, אַז לײב איז אַ לימענע ― איז פּעטאַך אַ רעטאַך… לאָמיר זען, װאָס שטײט װײַטער? (לײענט). „פּאָ־פּאָ־פּאָסלוטשאַיו ח־ח־חנוכּה פּאָ־פּאָ־פּאָקאָרנישע פּראָסים פּאָ־פּאָ־פּאָזשאַלװאַט נאַ טשאַשקו טשאַיו“… הײסט עס, אַפּנים, אַזױ גרױס, װי לכּבֿוד חנוכּה האָט מען געלאָזט בעטן אַף אַ גלעזל טײ… װאָס פֿאַר אַ מחותּן אין חנוכּה מיט אַ גלעזל טײ? חנוכּה איז מען זיך נוהג, מע באַקט לאַטקעס. לכּבֿוד חנוכּה האָט אונדז די תּורה געהײסן עסן לאַטקעס, און משה רבינו האָט צוליב דעם הײליקן יום־טובֿ פּאָזװאָליעט שפּילן אין קאָרטן… מאַכן אינצװײען אַ זעקס־און־זעכציק אָדער אין דרײַ הענט אַ פֿינף־הונדערט־אײנס… ששש… (הערט זיך אײַן). עמעצער רעדט. כ'װאָלט געמעגט שװערן, אַז ס'איז דעם דאָקטערס קול… װאָס טוט דאָ דער דאָקטער? װידער נערװן? צי גלאַט אַזױ אַ גאַסט לכּבֿוד חנוכּה?… כ'װאָלט אַ בעלן זײַן הערן, װאָס רײדן זײ?… באַהאַלטן זיך ערגעץ אין אַ שאַפֿע, און פֿון דאָרטן, דורך אַ שפּאַרינקעלע, זען, װאָס מע טוט זיך דאָ, בשעת איך בין ניטאָ אינדערהײם… ששש… מע גײט! טאָמער װאָלט געװען אַ סבֿרה, איר זאָל מיך דאָ צוזעצן ערגעץ אין אַ װינקעלע? (ער קוקט זיך אַרום אַף אַלע זײַטן). אָדער באַהאַלטן זיך אונטער דער קאַנאַפּע? (ער דערהערט אַ סקריפּ פֿון דער טיר, טוט ער זיך אַ װאָרף אונטערן טיש מיטן באַגאַזש. ― עס עפֿנט זיך די אינעװײניקסטע טיר און עס קומען אַרײַן די ם אַ ד אַ ם פּ ע ט אַ ך מיטן דאָקטער ל אַ ק ר י ץ. דער דאָקטער דריקט איר די האַנט).

מ אַ ד אַ ם פּ ע ט אַ ך: װאָס קװעטשט איר מיר אַזױ די האַנט? אַלס דאָקטער? צי גלאַט אַזױ, אױס גוטפֿרײַנטשאַפֿט?

ד אָ ק ט ע ר ל אַ ק ר י ץ: גלאַט אַזױ, אױס גוטפֿרײַנטשאַפֿט…

מ אַ ד אַ ם פּ ע ט אַ ך: פֿאַרװאָס־זשע זײַט איר מיר אַזאַ גוטער פֿרײַנט? מצד רחמנות, צי מצד עפּעס אַנדערש?…

ד אָ ק ט ע ר ל אַ ק ר י ץ: ערשטנס, טאַקע מצד רחמנות, אַז איר דאַרפֿט האָבן אַזאַ פּעטאַך פֿאַר אַ מאַן… און, צװײטנס, איז מײַן סימפּאַטיע צו אײַך…

מ אַ ד אַ ם פּ ע ט אַ ך: (פֿאַרשטעלט אים דאָס מױל מיט דער האַנט). ניט גערעדט! פֿאַרגעסט ניט, אַז איך ביז אַן אָנשטענדיקע פֿרױ…

ד אָ ק ט ע ר ל אַ ק ר י ץ: (אַ קוש די האַנט), קעגן דער נאַטור, מאַדאַם, קאָן מען ניט גײן…

מ אַ ד אַ ם פּ ע ט אַ ך: גײן זאָלט איר שױן װײסט איר װוּהין!…

ד אָ ק ט ע ר ל אַ ק ר י ץ: איך באַדאַרף טאַקע גײן מאַכן אַ פּאָר װיזיטן. דער עולם, קײן עין־הרע, קרענקט צו ביסלעך. דערװײַל זײַט מיר געזונט און שטאַרק. איך לױף אַװעק אַף אַ קורצע װײַלע. אין אַ האַלבע שעה קום איך צוריק, װעלן מיר מאַכן לכּבֿוד יום־טובֿ אינצװײען אַ זעקס־און־זעכציק.

מ אַ ד אַ ם פּ ע ט אַ ך: אָדער אינדרײַען אַ פֿינף־הונדערט־אײנס?…

ד אָ ק ט ע ר ל אַ ק ר י ץ: נײן! בעסער אַ זעקס־און־זעכציק אינצװײען. אַדיע! (ער גײט אַװעק. די מאַדאַם ― אין דער אַנדערער טיר. פֿון אונטערן טיש קריכט אַרױס פּעטאַך).

י אַ נ ק ל פּ ע ט אַ ך: (רױט װי אַ צװיק). אָט דאָס װערט אָנגערופֿן אַ גלעזל טײ? אין זעקס־און־זעכציק לכּבֿוד יום־טובֿ שפּילן זײ?… װאַרט צו, דו יאָקטער אײנער, עס װעט אַ רוח אין דײַן טאַטנס ערד אַרײַן! (עס הערט זיך אַ קלונג. פּעטאַך באַהאַלט זיך אונטערן טיש. עס קומט אַרײַן פֿון דרױסן נ אַ פֿ ט אַ ל י ן דער אַפּטײקער. פֿון דער אַנדערער טיר ― די מאַדאַם פּעטאַך).

נ אַ פֿ ט אַ ל י ן: (לױפֿט אַקעגן דער מאַדאַם פּעטאַך, װיל זי אַרומכאַפּן קושן. באָן זשור, מאַדאַם! מיט אײַער קאַרטל האָט איר מיך פּשוט מחיה געװען!

מ אַ ד אַ ם פּ ע ט אַ ד: (שטױסט אים אָפּ פֿון זיך). נאָר אָן הענט!… װאָס האָט איר זיך אַזױ אָנגעפּאַרפֿומירט מיט פּאַרפֿומען? סע שמעקט פֿון אײַך, װי פֿון אַן אַפּטײק.

נ אַ פֿ ט אַ ל י ן: אַרום װאָס מע גײט, מיט דעם שמעקט מען… װוּ איז אײַער הינער־פֿרעסער?

מ אַ ד אַ ם פּ ע ט אַ ך: װאָסער הינער־פֿרעסער?

נ אַ פֿ ט אַ ל י ן: אײַער אַלטער.

מ אַ ד אַ ם פּ ע ט אַ ך: (קאָקעטירט). מײַן אַלטער? ער איז גאָרניט אַזױ אַלט…

נ אַ פֿ ט אַ ל י ן: פֿאַר אַזאַ בוטאָנטשיק, פֿאַר אַזאַ באָמבאָנטשיק, װי איר, איז ער שױן צו אַלט… (װיל זי אַרומנעמען).

מ אַ ד אַ ם פּ ע ט אַ ך: (שטױסט אים אָפּ). איך האָב אײַך אײן מאָל געזאָגט: אָן הענט!…

נ אַ פֿ ט אָ ל י ן: איר פֿאַרגעסט, אַז איר זײַט מיר אַ קרובֿה…

מ אַ ד אַ ם פּ ע ט אַ ך: טאַקע אַ קרובֿה, נאָר פֿון דער װײַטן…

נ אַ פֿ ט אַ ל י ן: (באַלײדיקט). איר זײַט צו מיר ערגער, װי צו אַ פֿרעמדן…

מ אַ ד אַ ם פּ ע ט אַ ה: (קוקט אים אין די אױגן). װי צו אַ פֿרעמדן? װעמען מײנט איר דאָס?

נ אָ פֿ ט אַ ל י ן: די װאַנט מײן איך…

מ אַ ד אַ ם פּ ע ט אַ ך: איך װײס, װעמען איר מײנט… איר מײנט דעם דאָקטער לאַקריץ… איר זײַט אים מקנא… אַ מצװה אַף אײַך ― גער, גער, גער!… (װײַזט אים מיטן פֿינגער).

נ אַ פֿ ט אָ ל י ן: (אָנגעברוגזט). באָן סואַר, מאַדאַם! (געזעגנט זיך מיט איר).

מ אַ ד אַ ם פּ ע ט אַ ך: (טוט אים אַ צי באַ דער נאָז). זײַט נאַר ניט אַזױ גדולדיק באַ זיך, פּאַני! איך האָב פֿײַנט, אַז מע בלאָזט זיך… קומט, װעלן מיר דערװײַלע טרינקען צו גלעזלעך טײ, נאָכדעם װעלן מיר לכּבֿוד יום־טובֿ…

נ אַ פֿ ט אַ ל י ן: מאַכן אינצװײען אַ זעקס־און־זעכציק?…

מ אַ ד אַ ם פּ ע ט אַ ך: װאָס איז אײַך געפֿעלן אינצװײען אַ זעקס־און־זעכציק. פֿאַרװאָס ניט אינדרײַען אַ פֿינף־הונדערט־אײנס?

נ אַ פֿ ט אַ ל י ן: נײן! בעסער אינצװײען אַ זעקס־און־זעכציק… פֿאָלגט מיך, מאַדאַם… (זײ גײען אַװעק. ― פֿון אונטערן טיש קריכט אַרױס יאַנקל פּעטאַך).

י אַ נ ק ל פּ ע ט אַ ך: (רױט װי פֿײַער). גוטע פֿרײַנט, קרובֿים גאָר?… און אַלע װילן לכּבֿוד יום־טובֿ בעסער אַ זעקס־און־זעכציק אינצװײען, װי אײדער אינדרײַען אַ פֿינף־הונדערט־אײנס! װאָס זאָל דאָס באַדײַטן? כ'װעל אײַך געבן אַ זעקס־און־זעכציק ― זעקס און זעכציק מכּות אַף דער נאָז װעט זיך אײַך זעצן! (עס הערט זיך אַ קלונג. פּעטאַך באַהאַלט זיך אונטערן טיש. עס קוסט אַרײַן דער אַדװאָקאַט ג ל אַ ק, אַן אױסגעפּוצטער. פֿון דער אַנדערער טיר ― מאַדאַם פּעטאַך).

ג ל אָ ק: (שאַרט מיט די פֿיס). מאָיאָ פּאָטשטעניע, מאַדאַם! װי אָזױ טשוּװסטװעװעט איר זיך אין געזונט?… אײַערע נערװן האָבן זיך אוספּאָקאָיעט, פּאָ קראַיני מיערע, זינט אײַער סטאַריקאַשקע איז אַװעקגעפֿאָרן אַף טאָרגעס?… גאָט זאָל העלפֿן, די טאָרגעס זאָלן זיך פּראָדאָל־זשאַיען כאָטשבי אַ װאָך צװײ אָדער דרײַ!…

מ אַ ד אַ ם פּ ע ט אָ ך: (קאָקעטיש). װאָס־זשע װעט אײַך אַרױסקומען דערפֿון?…

ג ל אָ ק: גאָרניט. װאָס דאַרף מען אים דאָ, דעם סטאַריקאַש־קע?… קסטאַטי, װאָס האָב איך אײַך געװאָלט פֿרעגן? יאָ! װאָס הערט זיך מיט דער דוכאָװנע זאַװעשטשאַניע?… װען װעט ער אײַך אָבעזפּע־טשען?…

מ אַ ד אַ ם פּ ע ט אַ ך: (אומעטיק). אַך! ער װיל ניט הערן, ניט זען…

ג ל אָ ק: (מיט מיטלײד). ניעוּזשעלי? אַ פּאָלנע אָטקאַז? װאָס איז די פּריטשינע?

מ אַ ד אַ ם פּ ע ט אַ ך: די פּריטשינע איז, װאָס ער האָט מורא שרײַבן אַ צװאה… נאָך אַ צװאה, זאָגט ער, שטאַרבט מען…

ג ל אָ ק: איר אודיװליאַיעט מיך, מאַדאַם! איר זײַט, דאַכט זיך, אַ ראזסודיטעלנע זשענשטשינע ― און לאָזט זיך אײַנרײדן אַזעלכע גלו־פֿאָסטן! איר װײסט, אַז אײַער סטאַריקאַשקע טוט אַ שטאַרב, נעמט צו די טאָכטער מיטן אײדעם אינגאַנצן, דאָ ניטאָטשקי, און אײַך שטעלט מען אַרױס, איזװיניטיע, אַ פֿײַג!….

מ אַ ד אַ ם פּ ע ט אַ ך: אַ פֿערטל קומט דאָך מיר פּאָ זאַקאָנו…

ג ל אָ ק: פּאָ זאַקאָנו קומט אײַך אַ פֿערטל ― װײַסט איר װען? אַז ער כאַפּט אַ קאָנדראַשנע, דאָס הײסט, אַז גאָט העלפֿט, ער שטאַרבט אַװעק װניעזאַפּנאָ, אומגעריכט… נאָר טאָמער, ניע דאַי באָך, האָט ער פֿון פֿריִער נאָר אַ דוכאָװנע זאַװעשטשאַניע, אַ צװאה הײסט עס, טאָגראַ איז דיעלאָ דריאַן!

מ אַ ד אַ ם פּ ע ט אַ ך: דערצו איז דאָ אַן עצה…

ג ל אָ ק: נאַפּרימער? בעטן דעם אַפּטײקער נאַפֿטאַלין, ער זאָל אים אײַנגעבן אַ פּאָרציע מישיאַק מיט ביטער־װאַסער?

מ אַ ד אַ ם פּ ע ט אַ ך: (קוקט אים אָן). איר זײַט משוגע, צי חסר־דעה? (טרעט אָפּ).

ג ל אָ ק: דזשענקאַ! איך האָב געשוטיעט, געמאַכט אַ נאַס־מיעשקע…

מ אַ ד אַ ם פּ ע ט אַ ך: פֿאַר אַזעלכע נאַסמיעשקעס נעמט מען באַ מיר דעם װעג… דאָס װײסט איר?

ג ל אָ ק: (ציט איר אױס די האַנט). איזװיניטיע, לאָמיר זיך פּאָ־מירען! (װיל איר שענקען אַ קוש).

מ אַ ד אַ ם פּ ע ט אַ ך: (שטױסט אים אָפּ). פֿע, שעמען מעגט איר זיך. איר האָט דאָך אַ װײַב!…

ג ל אָ ק: (לאַכט). אַ כּפּרה צען װײַבער פֿאַר אײַער אײַז װזגליאַד!

מ אַ ד אַ ם פּ ע ט אַ ך: ששש… דאָרטן זיצט דער אַפּטײקער! קומט, װעלן מיר טרינקען צו גלעזלעך טײ. מיר האָבן דאָך הײַנט עפּעס חנוכּה אַף דער װעלט…

ג ל אָ ק: װעלן מיר אפֿשר, פּאָ עטאָמו סלוטשאַיו, מאַכן אינצװײען אַ זעקס־און־זעכציק?

מ אַ ד אַ ם פּ ע ט אַ ך: בראָש זײ אַלע אינצװײען אַ זעקס־און־זעכציק!… פֿאַרװאָס ניט אינדרײַען אַ פֿינף־הונדערט־אײנס?

ג ל אָ ק: (גײט איר נאָך). װינטילי, ― עס איז טיסיאַטשו ראַז בעסער אינצוױיען אַ זעקס־און־זעכציק! (זײ גײען אָפּ. ― פֿון אונטערן טיש קריכט אַרױס פּעטאַך).

י אַ נ ק ל פּ ע ט אַ ך: (װישט זיך דעם שװײס מיט דער פּאָלע). פֿו! אױסגעשטאַנען אַ שװיצבאָד!… גוטע פֿרײַנט!… גיבן עצות!… װילן מײַנער פּטור װערן!.. מיר ירשענען!… מכּות מיט בכּורות!… מאָרגנדיקן טאָג שרײַב איך אַ צװאה און זאָג אָפּ אינגאַנצן דער טאָכטער!… אַצינד פֿאַרשטײ איך שױן, װאָס דאָ טוט זיך!… מע האָט מיר אָבער געזאָגט: „צו װאָס טױג אײַך אַ מאַדאַם? און נאָך אַזאַ יונגע מאַדאַם?“… (ער טוט זיך אַ פּאַטש אין שטערן). אַלטער נאַר! פּעטאַך אײנער! אַ „מאַדאַם“ ראָט זיך דיר פֿאַרװאָלט אַף דער עלטער?… אָנגעטריבן אַ פֿולע שטוב מיט גוטע פֿרײַנט! דאָקטױרים! אַפּטײקערס! אַדװאָקאַטן! און יעדער פֿון זײ װיל לכּבֿוד יום־טובֿ דװקא אינצװײען אַ זעקס־און־זעכציק! זעקס און זעכציק מאָל אַ רוח אין אײַער טאַטנס פּערעטאַטן!… ששש… מע גײט… (ער באַהאַלט זיך צוריק אונטערן טיש. עם קומען אָן אַלע: די מאַדאַם פּעטאַך, דער אַפּטײקער נאַפֿטאַלין, גלאָק דער אַדװאָקאַט און אױך דאָקטער לאַקריץ, װעלכער קומט אַרײַן פֿון דרױסן. אַלע פֿיר זעצן זיך אַרום טיש, ציִען אױס די פֿיס).

ד אָ ק ט ע ר ל אַ ק ר י ץ: (רײַבט די הענט. צו אַלעמען). דער עולם, אָן עין־הרע, קרענקט צו ביסלעך… (צו דער מאַדאַם). װאָס איז דאָ באַ אײַך אונטערן טיש, אַ פֿוס־בענקעלע? ס'איז עפּעס װײך…

נ אַ פּ ט אַ ל י ן: איך פֿיל אױך עפּעס אַ װײכע זאַך…

ג ל אָ ק: איך פּאָלאַגאַיע, אַז עס דאַרף זײַן אַ קאַװיאָר… אָדנאַ־קאָ, גאָספּאָדאַ, די צײַט שטײט ניט!…

מ אַ ד אַ ם פּ ע ט אַ ד: (טאַשט די קאָרטן). אַלזאָ! שפּילן מיר, הײסט דאָס, אַלע פֿיר לכּבֿוד דעם הײליקן יום־טובֿ חנוכּה אַ פֿינף־הונדערט־אײנס? װערט עס אָנגערופֿן „מיט אַ באָלװאַן“…

ד אָ ק ט ע ר ל אַ ק ר י ץ: מיר האָבן דאָך געשמועסט ― אינצוױיען אַ זעקס־און־זעכציק!…

נ אַ פֿ ט אָ ל י ן: װי געשיקט זיך עס אינצװײען, אַז מיר זײַנען דרײַ?…

ג ל אָ ק: גאָספּאָדאַ! פּאָסלושאַיטיע ― איכל אײַך געבן אַ סאָװיעט, װעט איר אַלע זײַן אודאָװליעטװאָרעט. לאָז איטלעכער פֿון אונדז פּאָ אָטשערעדי שפּילן מיט דער כאָזיאַיושקע אינצװײען אַ זעקס־און־זעכציק… איך װעל זײַן דער ערשטער…

ד אָ ק ט ע ר   ל אַ ק ר י ץ: װאָס עפּעס איר? און װוּ בין א י ך?

נ אַ פֿ ט אַ ל י ן: און װוּ בין א י ך? (פֿון אונטערן טיש קריכט אַרױס יאַנקל פּעטאַך, אַ צעקנײטשטער, אַ צעטראָטענער, אַן אױס־געשמירטער).

י אַ נ ק ל   פּ ע ט אַ ך: און װוּ בין א י ך ? ? ?   . . .

מ אַ ד אַ ם   פּ ע ט אַ ך: אַך! ס'איז מיר ניט גוט! (פֿאַלט חלשות. אַלע בלײַבן דערשטױנט).

י אַ נ ק ל   פּ ע ט אַ ך: (צום דאָקטער לאַקריץ). נו? װאָס שװײַגט איר? די מאַדאַם חלשט… איר זײַט דאָך אַ דאָקטער!… אַ פּראָפֿעסער!…

ד אָ ק ט ע ר   ל אַ ק ר י ץ: (װײַזט אַפֿן אַפּטײקער). נאַפֿטאַלין דער אַפּטײקער װעט אַ לױף טאָן צו זיך אין דער אַפּטײק ברענגען אַ מיקסטול… איך דאַרף גײן צו מײַנע פּאַציענטן… דער עולם, פֿאַרשטײט איר מיך, קרענקט… (רוקט זיך צו דער טיר).

נ אַ פֿ ט אַ ל י ן: אָן אַ רעצעפּט קאָן איך ניט אַרױסגעבן קײן מיקסטורן… (רוקט זיך צו דער טיר).

ג ל אָ ק: אָדנאַקאָ, אַ שײנער דאָקטער! אַ שײנער אַפּטײקער! איר זײַט בײדע גוטע טרוסן!… װפּראָטשעם, איזװיניטיע ― איך האָב קײן צײַט ניט… איך דאַרף ספּיעשען אַהײם… (רוקט זיך צו דער טיר).

י אַ נ ק ל   פּ ע ט אַ ך: אַזױ? איר ספּיעשעט אַהײם? איר האָט קײן צײַט ניט? און אינצװײען אַ זעקס־און־זעכציק האָט איר אַלע צײַט? זעקס און זעכציק מכּות אײַך אין די בײנער. ממזרים! זעקס און זעכציק מאָל זאָל אַ רוח אין אײַער טאַטנס טאַטן פּערעטאַטן!!!

פֿ אָ ר ה אַ נ ג.

געשריבן פֿונעם מחבר אין זײַנע יונגע יאָרן און באַאַרבעט פֿון אים אין יאָר 1916.