מיסטער טשערקיס, אַן אָלרײַטניקהצלחהדיקער.
מיסעס טשערקיס, אַז אָלרײַטניטשקע.
מיסטער קװאָטשקע, אַ היברו־טיטשערדרדקי־מלמד.
אַ ייִד.
צװײ עדות.
אָרט: די װײַטע פּראָװינץ אין אַמעריקע.
צײַט: דאָ ניט לאַנג.
אין פּאַרלאָרparlor: סאַלע, אין אַ ראָקינג־טשערrocking chair: װיגשטול, זיצט מיט אַ ציגאַר איז מױל, די פֿיס אַרױף, מיסטער טשערקיס, אַ גוט־געבױטער מאַן פֿון מיטעלע יאָרן, עלעגאַנט געקלײדט. אַקעגן אים, אױפֿן צװײטן ראָקינג־טשער, זיצט די מיסעס טשערקיס, אָ שװערע שטיק מיט אַ דרײַגאָרנדיקן גױדער. בײדע קאַטשען זיך.
מיסטער טשערקיס: אַ קוק אױפֿן זײגער. װאָס איז די מעדערmatter: מער מיטן טיטשערteacher: מלמד? צוגעזאָגט קומען מיטן רעװערענד פֿון עולם־הבא, און קומט ניט. אַלבעטשיעI'll betcha: איך גײ מיט דיר אין געװעט, אַז ער האָט חרטה.
מיסעס טשערקיס: נעװער מאַיןnever mind: טראַך ניט איבער! גענעצט.
מיסטער טשערקיס: װאָס הײסט נעװער מאַין? ביזנעס איז ביזנעס…
מיסעס טשערקיס: צו װאָס טױג דיר די ביזנעס, דזשאָJoe: יאָסל? ס'װעט נאָר קאָסטן געלט…
מיסטער טשערקיס: בײַ דיר איז דאָס געלט אָנליonly: בלױז. זאָלסט אַ טראַכט טאָן אַ ביסל װײַטער ― דאַט נאָט! ביקאָזbecause: װײַל דו לעבסט נאָר מיטן הײַנט. איך טראַכט מיך אַרײַן אין מײַן לײַףlife: לעבן, װי אַזױ מיר זײַנען מיט דרײַסיק יאָר צוריק געקומען אין דהיז קאָונטריthis country: דעם לאַנד, און האָבן בײדע געפּעדלט, זײַנען מיר געװען ייִדן גלײַך מיט אָל די פּיפּלall the people: אַלע די מענטשן ― באָטbut: אָבער װאָס זײַנען מיר איצט? שטײט אױף, שפּאַנט אום. װאָס פֿאַר ייִדן זײַנען מיר? ניט קײן שבת, ניט קײן יום־טובֿ, ניט קײן טלית, ניט קײן תּפֿילין ― נאָטינגnothing: גאָרניט! טאָג װי נאַכט אָדער אין פּאָוקערpoker: פּאָקער, אָדער אין פּינאַקעלpinochle , אָדער אין אַנדערע גײמסgames: שפּילן, און הײבן גאָרניט אָן צו טראַכטן װעגן יענע װאָרלדworld: װעלט. איבער האָנדערט ענד טװענטי יערסhundred and twenty years: הונדערט און צװאַנציק יאָר, װער װעט עפֿטערafter: נאָך אונדז זאָגן קדיש?
מיסעס טשערקיס: װאָס הײסט? מיר האָבן ניט קײן זין?
מיסטער טשערקיס: האָט זיך אָפּגעשטעלט. אָט די לױפֿערס װעלן זאָגן קדיש?
מיסעס טשערקיס: דזשײקJake: יאַנקל, קאָן זײַן, װעט קײן קדיש ניט זאָגן, אָבער מאַקסילע? ― מיר פֿאַר זײַן קאָפּ!
מיסטער טשערקיס: מאַקס װעט זאָגן קדיש?
מיסעס טשערקיס: שורsure: זיכער װעט ער זאָגן קדיש!
מיסטער טשערקיס: אַלבעטשיע, אַז נײן! אפֿשר די ערשטע אַכט טאָג. באָט שפּעטער ― נאָסערNo, sir: זיכער ניט!
מיסעס טשערקיס: יעס מעםYes, ma'am: אַװדאי יאָ!
מיסטער טשערקיס: נאָסער!
מיסעס טשערקיס: יעס מעם!
מיסטער טשערקיס: אַ קלאַפּ אין טיש. אַז איך זאָג נאָסער, איז נאָסער! מיסעס טשערקיס שליסט צו איר מױל. ― עס דערהערט זיך אַ קלאַפּ אין טיר. בײדע רופֿן אױס. קאַם איןCome in: קומט אַרײַן! עס קומט אַרײַן דער טיטשער, מיסטער קװאָטשקע, אַ זשװאַװע ייִדל מיט אַן אױסגעהונגערט אומרויִק פּנים, זעט אױס האַלב שנײַדער ,האַלב רעװערענד.
מיסטער טשערקיס: האַו דו יו דוHow do you do: שלום־עליכם, מיסטער טיטשער, סידאַןsit down: זעצט זיך!
מיסטער קװאָטשקע: זעצט זיך אַװעק, װישט זיך דעם שװײס. נו, אַ היץ! קױם מיט צרות אײַנגעבעטן דעם ייִדן!… אײדער איך האָב אים אױסגעזוכט װוּ ער װױנט ― איך װאָלט דערפֿאַר ניט גענומען קײן צען דאָלערdollar: דאָלאַר, זאָל מײַן נאָמען ניט הײסן קװאָטשקע!
מיסטער טשערקיס: טאַקע דהי סײם דזשוthe same Jew: דער זעלביקער ייִד, װאָס מיר האָבן גערעדט?
מיסטער קװאָטשקע: טאַקע דער זעלבער ייִד… נאָר ער האָט שױן חרטה געהאַט אױף דער גאַנצער מעשׂה. ניט געװאָלט פֿאַרקױפֿן פֿאַר קײן געלט! װאָס טױג אים, זאָגט ער, געלט? געלט גײט אַװעק, און עולם־הבא בלײַבט אױף אײביק… האָב איך מיך צוגעזעצט צו זײַן װײַב. אַ ייִדענע ― אַהין־אַהער, כ'האָב קױם געפּועלט פֿאַר צװײ הונדערט דאָלער זאָל ער אָפּטרעטן האַלב פֿון זײַן חלק עולם־הבא… איר װעט אָנקוקן אַ ייִד ― איר האָט זינט איר לעבט אַזאַ ייִדן ניט געזען! אָנגעטאָן גײט ער װי אַ טערק, און רעדט מער אױף לשון־קודש… געװען צען יאָר אין ארץ־ישׂראל, געקומען אַהער צו גאַסט צו זײַנע קינדער און פֿאָרט נאָכאַמאָל קײן ארץ־ישׂראל… אַ כּשרער ייִד, זיצט יומם־ולילה און לערנט… אָדער ער לערנט, אָדער ער דאַװנט… און פֿאַסט תּעניתים… אַלע מאָנטיק און דאָנערשטיק… װײס ניט קײן צורת־מטבע…
מיסעס טשערקיס: פֿון װאַנען זשע װײס ער צו נעמען צװײ הונדערט דאָלער?
מיסעס קװאָטשקע: ער? חס־וחלילה! װי קומט ער צו געלט? איך זאָג דאָך אײַך: ער איז צו אַזעלכע זאַכן ניט שײך. דאָס האָב איך מיט איר, מיט זײַן ייִדענע, אָפּגעמאַכט פֿאַר אַ האַלבן חלק עולם־הבא… מיסטער טשערקיס, זײַט איר גרײט און מע קאָן צוטרעטן צו דער צערעמאָניע פֿון מכירת־עולם־הבא?
מיסטער טשערקיס: פּאַזעטיװליpositively: אױף זיכער! נאָר איך האָב צו אײַך אַ קלײנע ביטע. קװענקלט זיך. איך װאָלט געגליכן= געװאָלט, ס'זאָל זײַן דערבײַ, איף איטס פּאַסיבעלif it's possible: אױב מעגלעך, אַ רעװערענד… אַ ריעלreal: אמתער רעװערענד…
מיסטער קװאָטשקע: דערשראָקן. צו װאָס אומזיסטע עקספּענסעסexpenses: הוצאָות? איך בין בײַ אײַך אַ טיטשער, דאַכט זיך, ניט דאָס ערשטע יאָר. איך פֿאַרזיכער אײַך, אַז איך בין קלאָר אין הלכות עולם־הבא, װי דער גרעסטער רעװערענד. על־פּי־דין דאַרף מען מער ניט האָבן װי אַ האַנט, תּקיעת־כּף פֿאַר צװײ עדות ― און דאַטס אָללthat's all: מער ניט.
מיסטער טשערקיס: איז דאַט די לאָאַIs that the law: אַזױ שטעט דאָס געזעץ?
מיסטער קװאָטשקע: אַ בפֿירושער דין אין הלכות חדותה, פּרק בבֿלאַי טפּשאַי… מעג איך זײ גײן אַרײַנרופֿן? זײ װאַרטן דאָ אין האָלhall: פֿאָדערהױז.
מיסטער טשערקיס: אָללרײַטAll right: גוט. און װאָס דאַרף איך טאָן?
מיסטער קװאָטשקע: איר דאַרפֿט גאָרניט טאָן. איר װעט זיך נאָר מטריח זײַן איבערטאָן יום־טובֿדיק, מער ייִדיש, װי בעת איר גײט אין שול אַרײַן. אױפֿן קאָפּ װעט איר מוחל זײַן אָנטאָן אַ העטhat: היטל. און אױך די מיסעס װעל איך בעטן עפּעס נעמען אױפֿן קאָפּ, אַבי די האָר צודעקן. און אַז איר װעט זיך אָנטאָן, װעט איר פֿריִער װאַשן די הענט, אָט װי מע װאַשט זיך צום עסן.
מיסטער טשערקיס: מאַכט אַ פֿרום פּנים. װעללwell: נו! און זאָגן דערבײַ װאָס?
מיסטער קװאָטשקע: זאָגן ― גאָרניט, נאָר דענקען דאַרפֿט איר װעגן גאָט, װעגן טױט און װעגן יענער װעלט.
מיסטער טשערקיס: מיט דער זעלבער פֿרומער מינע. אָללרײַט. שטײט אױף. באַדאַרף איך מיט זיך אַהער ברענגען סאַמטינגsomething: עפּעס, אַ סידור, אָדער… האַו דו יו קאָלל איטHow do you call it: װי הײסט דאָס?… אַ מחזור?… אַ סליחה?…
מיסטער קװאָטשקע: קײן זאַך! איר דאַרפֿט נאָר טראַכטן פֿונעם טױט און פֿון יענער װעלט. און טאָמער קומט עמעצער װעגן ביזנעס ― טרײַבט אים אַרױס. טאָמער קלינגט מען אין טעלעפֿאָן ― ענטפֿערט ניט. לאָזט אַראָפּ דעם װײַערwire: דראָט. און איר אױך, מיסעס לעבן, רעדט ניט מיט דער דינסט, און מיטן מאַן אױך װאָס װינציקער, און טראַכט װאָס מער פֿונעם טױט.
מיסטער טשערקיס: אָללרײַט! טשענזשען דעם סוטchange the suit: איבערטאָן דעם אָנצוג דאַרף בײַ מיר נעמען אַ מינוט צען אָדער פֿופֿצן. צו דער מיסעס. קאַם אַןCome on: קום שױן. דער טאָג שטײט ניט. גײען אָפּ בײדע. נאָך זײ גײט אָפּ דער טיטשער און קומט באַלד צוריק מיטן ייִדן. אַ הױכער, אַ שײנער, אַ געזונטער, װי עס גיט זיך אױס אַ געראָטענער קצבֿ, אָדער אַ בעל־עגלה. אָנגעטאָן גײט ער אין אַ מאָדנע כאַלאַט מיט אַ פּלאַכטע אױפֿן קאָפּ. שײנע באָרד און פּאות באַצירן זײַן פּנים, נאָר ס'איז ניט שװער צו דערקענען, אַז דאָס זײַנען פֿרעמדע באָרד און פּאות. ― נאָכן ייִדן שלעפּן זיך נאָך די צװײ עדות, ייִדן פֿון דער גאַס.
מיסטער קװאָטשקע: בעט די עדות זיצן, און דעם ייִדן פֿירט ער צו נאָענט צו דער ראַמפּע. רעדט צו אים אַזױ, אַז די צװײ עדות זאָלן ניט הערן. די באָרד װאָלט איר געמעגט פֿונדעסטװעגן אָ ביסל צורעכט מאַכן… זעט אױס, װי אַ פֿרעמדע…
דער ייִד: אַקעגן שפּיגל. דאָס איז דער באַרבערbarber: פֿריזירער שולדיק, אַ רוח אין זײַן בוזעם אַרײַן! איך זאָג אים: מאַך מיר, װי די אַקטיאָרן אין טרעיאַטער מע זאָל ניט דערקענען. מאַכט צורעכט די באָרד און פּאות. װאָס זשע דאַרף איך טאָן? װאָס דאַרף איך זאָגן, הײסט עס?
מיסטער קװאָטשקע: נאָר ניט רײדן! װאָס װינציקער גערעדט! איר שטעלט זיך, זײַט מוחל, אַװעק מיטן פּנים צו דער װאַנט, אָט אַזױ אָ װײַזט אים װי אַזױ. גלײַך װי איר דאַװנט.
דער ייִד: װאָס איז פֿאַר אַ דאַװנען אינמיטן דערינען?
מיסטער קװאָטשקע: מינחה װעט איר דאַװנען.
דער ייִד: אינמיטן בײַטאָג?
מיסטער קװאָטשקע: ערלעכע ייִדן הײבן אָן מינחה פֿון בײַטאָג.
דער ייִד: אָללרײַט ― איר זײַט אַ טיטשער, װײסט איר בעסער מן־הסתּם. איך קאָן אָבער ניט אױסנװײניק.
מיסטער קװאָטשקע: איר דאַרפֿט ניט קאָנען. איר דאַרפֿט נאָך שטײן מיטן פּנים צו דער װאַנט, שעפּטשען מיט די ליפּן און אַרױסלאָזן אַלעמאָל אַ זיפֿץ, װי אַז ערלעכער ייִד… קאָנט איר זיפֿצן?
דער ייִד: איך קאָן, פֿאַרװאָס זאָל איך ניט קאָנען? איך קאָן אײַך זיפֿצן אַזױ, אַז פֿון יעדן זיפֿץ זאָלט איר בײַ מיר פֿאַלן אין חלשות…
מיסטער קװאָטשקע: צו שטאַרק דאַרף מען ניט. װײַזט אים װי אַזױ. און רײדן װאָס װינציקער. און דאָס, װאָס איר מוזט שױן זאָגן, זאָלט איר זאָגן אױף לשון־קודש.
דער ייִד: װי קומט צו מיר לשון־קודש? איך האָב מיט מײַנע פֿערד קײן לשון־קודש ניט גערעדט.
מיסטער קװאָטשקע: בהמה! זײ קאָנען לשון־קודש גלײַך מיט אײַך! איר דאַרפֿט נאָר באַלעבעטשען װאָס ניט איז, פֿון סידור אָדער פֿון תּהילים, בכדי זײ זאָלן מײנען, אַז איר רעדט אױף לשון־קודש.
דער ייִד: אָללרײַט ― איך װעל אײַך האַקן גאַנצע שטיקער פֿונעם דאַװנען, נאָר איך האָב מורא, איך זאָל מיך ניט צעלאַכן.
מיסטער קװאָטשקע: זאָל אײַך גאָט היטן פֿון אַזאַ געדאַנק! איר'ט אומגליקלעך מאַכן אי זיך, אי מיך… שאַ! זײ גײען… דער ייִד שטעלט זיך אַװעק מיטן פּנים צו דער װאַנט. עס קומט אָן מיסטער טשערקיס, נאָך אים די מיסעס טשערקיס. ער האָט זיך איבערגעטאָן אין אַ נײַעם אַנצוג מיטן צילינדער אױפֿן קאָפּ. זי האָט אָנגעטאָן אַלע אירע דײַמאָנדסdiamonds: דימענטן און דעם קאָפּ האָט זי איבערגעדעקט מיט אַ װײַסן װוּאַל. בײדע זעען אױס האָפֿערדיק, רעליגיעז געשטימט, קוקן מיט גרױס רעספּעקט אױף דעם מאָדנעם ייִדן אין זײַן מאָדנעם קאָסטיום.
מיסטער טשערקיס: שטיל צום טיטשער. דאַט איז די מעןThat is the man: דער דאָזיקער איז דער מענטש?
מיסטער קװאָטשקע: הױך. איר מעגט רײדן העכער. ערשטנס, איז ער טױבלעך, און צװײטנס ― ער, אַז ער דאַװנט, קאָנט איר שיסן מיט האַרמאַטן, װעט ער אױך ניט הערן.
מיסטער טשערקיס: איז דאַטסאָIs that so: טאַקע אמת? לאַנג װעט ער דאַװנען?
מיסטער קװאָטשקע: נײן, ניט לאַנג. דאָס הײסט, דאַװנען דאַװנט ער דרײַ שעה, און פֿיר שעה, און אַמאָל זעקס שעה אױך, נאָר איצט װעט דאָס נעמען עטלעכע מינוט, װאָרעם דאָס דאַװנט ער פֿון פֿאָרנט. אין דער מינוט לאָזט דער ייִד אַרױס אַ זיפֿץ, אַז בײדע טשערקיסעס טוען זיך אַ װאָרף.
מיסעס טשערקיס: ליסעןListen: הערט, מיסטער טיטשער, איך האָב אײַך געװאָלט פֿרעגן עפּעס אַ זאַך. קװענקלט זיך.
מיסטער קװאָטשקע: װאָס פֿאַר אַ זאַך האָט איר געװאָלט פֿרעגן, מיסעס? עפּעס אַ דין, װאָס איז שײך צו עולם־הבא?
מיסעס טשערקיס: יאָ. דאָס געהער זיך אָן מיט עולם־הבא, און טאַקע מיט מיר אַלײן… אינעם חלק עולם־הבא, װאָס מײַן מאַן האַנדלט אײַן בײַ אָט דעם ייִדן, האָב איך דאָך אױך אַ טײל?…
מיסטער קװאָטשקע: חס־וחלילה! אַ װײַב האָט אַ חלק אין איר מאַנס עולם־הבא נאָר דעמאָלט, װען ער האָט דאָס פֿאַרדינט דורך זײַן לערנען, אָדער דאַװנען, אָדער צדקה־געבן… אין געקױפֿטער עולם־הבא האָט דאָס װײַב בײַם מאַן, װי דער מאַן בײַם װײַב, קײן שום חלק ניט.
מיסעס טשערקיס: אַזױ גאָר? אַ שײנער יושר! בײז.
מיסטער קװאָטשקע: מיסעס לעבן, אַזױ איז דער דין בפֿירוש אין מדרש פּליאה, הלכות גום־עראַבעקע, פּרק עולם־הבא ― װאָס זאָל איך טאָן?
מיסעס טשערקיס: װײך.גיט זשע מיר אַן עצה, מיסטער טיטשער, װאָס טוט מען, איך זאָל אױך האָבן כאָטש אַ שטיקל עולם־הבא?
מיסטער טשערקיס: צו דער מיסעס. אַי דאָנט נאָו װאַטI don't know what: איך װײס ניט װאָס איז די מעדער װיט יוwith you: מיט דיר? װאָס באַדערסטוbother: גײט דיר אָן? עס גײט אַװעק די צײַט פֿאָרfor: פֿאַר נאָטינג!
מיסעס טשערקיס: בײז. בײַ דיר הײסט עס פֿאָר נאָטינג… אַבי דו האָסט זיך באַװאָרנט מיט עולם־הבא, און פֿאַר מיר איז נעװער מאַין! גאָרניט! ער װעט זיך זיצן דאָרטן, װי אַ שׂררה, מיט אַלע אָלרײַטניקעס און מיט אַלע אָלרײַטניצעס אין גן־עדן, שפּילן מיט די חצופֿות אין פּאָוקער אָדער אין פּינאַקעל, און איך װעל ברענען װי אַ ליכט אין גיהנום ― װאָס אַרט עס אים, אַ שטײגער? װײנט שיִער.
מיסטער טשערקיס: מיט רחמנות. אַיל טעל יוI'll tell you: איך װעל אײַך זאָגן, מיסעס, קאָנסט דאָך קױפֿן פֿאַר דײַן געלט אַ פּאַרטpart: טײל עולם־הבא, און טאַקע בײַ דעם דזשו. ער טוט ביזנעס, לאָז ער שױן טאָן.
מיסטער קװאָטשקע: מאַכט אַ רחמנות־פּנים. איך װײס ניט, אױב ער װעט פֿאַרקױפֿן נאָך עולם־הבא… איך װעל אים אָ פֿרעג טאָן. גײט צו צום ייִדן, רעדט צו אים הױך, װי צו אַ טױבן. האָט קײן פֿאַראיבל ניט, רב אַהרן ברב משה! די מיסעס בעט אײַך, אפֿשר איז מעגלעך, איר זאָלט איר אָפּטרעטן פֿון אײַער חלק עולם־הבא… ס'איז אַ יושר, אַזױ װי איר מאַן װעט האָבן האַלב פֿון אײַער עולם־הבא, לאָז זי האָבן כאָטש די האַלב פֿון אײַער האַלב.
דער ייִד: אַדון עולם אַשר מלך בטרם…
מיסטער קװאָטשקע: ער זאָגט: דעמאָלט בלײַבט אים איבער עולם־הבא אױפֿן שפּיץ מעסער.
דער ייִד: נשמת כּל חי תּבֿרך את…
מיסטער קװאָטשקע: ער זאָגט: סײַדן מע װעט אים באַצאָלן פֿאַר אַ פֿערטל אַזױ פֿיל, װי פֿאַר אַ האַלב.
מיסעס טשערקיס: אַבי איר זאָגט, ער װײס ניט, װאָס געלט איז ― און דינגט זיך, װי פֿאַר אַן אָקס… פֿאַר אַ פֿערטל מעג ער נעמען אַ פֿערטל…
דער ייִד: כּל הנשמה תּהלל יה…
מיסטער קװאָטשקע: ער זאָגט: אַז פֿאַר אַ פֿערטל איז די העלפֿט. עס מאַכט אױס אַזױ גרױס, װי הונדערט דאָלער.
מיסעס טשערקיס: פֿאַרװאָס איז פֿאַר אַ פֿערטל די העלפֿט ― פֿאַרשטײ איך ניט.
דער ייִד: אַשרי יושבֿי בֿיתך עוד…
מיסטער קװאָטשקע: ער זאָגט: אַז האַלב פֿון האַלב איז אַלעמאָל אַ פֿערטל.
מיסעס טשערקיס: זאָגט אים, אַז צוליב מיר מעג ער לאָזן ביליקער, פֿאַר אַ פֿופֿציקער.
דער ייִד: לא אָמות כּי אחיה ואַספּר…
מיסטער קװאָטשקע: ער װיל ניט הערן, ניט זען.
מיסעס טשערקיס: דאַרף מען ניט. איכ′ל זיך באַגײן אַזױ.
דער ייִד: הודו לה′, כּי טובֿ…
מיסטער קװאָטשקע: ער זאָגט: טובֿ ― דאָס הײסט לאָז שױן זײַן װי איר זאָגט.
מיסעס טשערקיס: װי באַלד אַזױ, לאָז זײַן פֿערציק דאָלער.
דער ייִד: כּי לעולם חסדו…
מיסטער קװאָטשקע: ער זאָגט: ס'איז צוליב אײַך. אַצינד קאָנען מיר צוטרעטן צו דער צערעמאָניע. טוט אַ װוּנק צו די עדות. זײ גײען צו.
ערשטער עדות: אונדז האָט מען באַשטעלט, מיר זאָלן זײַן עדות בײַ מיסטער טשערקיס, און מע האָט אונדז צוגעזאָגט צו דרײַ דאָלער אױף אַ קאָפּ. איצט, װי באַלד אַז די מיסעס װעט אױך דאַרפֿן עדות, װילן מיר צװײ מאָל אַזױ פֿיל.
צװײטער עדות: אָדער כאָטש צו פֿינף דאָלער אױף אַ קאָפּ.
מיסעס טשערקיס: אַזױ גאָר? הפֿקר פּעטרישקע?
מיסטער טשערקיס: אַ סטרײַק? קעגן אַ סטרײַק האָבן מיר סקעבסscabs: שטרײַקברעכער!
מיסטער קװאָטשקע: זאָגט עפּעס צו בײדע עדות אױפֿן אױער. אָללרײַט! אַצינד קאָנען מיר צוטרעטן צו דער מכירה. מיסטער טשערקיס! זײַט זשע מוחל, קומט אַהער, איר דאַרפֿט שטײן אָט דאָ, אין דער רעכטער האַנט. מיסטער טשערקיס שטעלט זיך אַװעק רעכטס. און איר, מיסעס, זײַט זיך מטריח אַהער, אין דער לינקער האַנט. מיסעס טשערקיס שטעלט זיך לינקס. ― צום ייִדן. רב אַהרן ברב משה! זײַט זשע מוחל אַהער צו מיר! דער ייִד גײט צו, זיפֿצט. איצט, מײַנע ליבע ייִדן, דאַרף איך אײַך זאָגן אַ פּאָר ערנסטע װערטער, װאָס איר האָט צו טאָן, טאַקע איר בײדע. איר זאָלט קלערן פֿונעם יום־המװת, פֿונעם לעצטן טאָג, װאָס װעט אַמאָל קומען, דעמאָלט װען די נשמה װעט זיך אָפּטײלן פֿון אײַער גוף און װעט דאַרפֿן גײן אין גן־עדן אַרײַן צו געניסן פֿון דעם עולם־הבא, װאָס עס טרעט אײַך אָפּ מיט זײַן גוטן װילן מורנו רב אַהרן ברב משה. פֿון קײן זאַך אין דער װעלט טאָרט איר אַצינד ניט קלערן, ניט גוט, ניט שלעכט, נאָר פֿון עולם־הבא. דאָס איז אײנס. דאָס צװײטע ― זײַט אַזױ גוט און גיט די רעכטע האַנט צו אָט דעם ייִדן רב אַהרן ברב משה און זאָגט מיר, אױב איר נעמט איבער מיט אײַער גוטן װילן דעם חלק עולם־הבא, װאָס ער טרעט אײַך אָפּ במתּנה? זאָגט „יאָ“.
מיסטער טשערקיס: יעסYes: יאָ.
מיסטער קװאָטשקע: ניט „יעס“, נאָר „יאָ“.
מיסטער טשערקיס: יאָ.
מיסטער קװאָטשקע: צי גײט אײַך ניט איבער אַ שלעכטער געדאַנק און צי האָט איר ניט חרטה, װאָס איר קױפֿט עולם־הבא? זאָגט „נײן“.
מיסטער טשערקיס: נאָסער!
מיסטער קװאָטשקע: ניט „נאָסער“, נאָר „נײן“!
מיסטער טשערקיס: נײן.
מיסטער קװאָטשקע: איצט זאָגט מיר, װי אַזױ רופֿט מען אײַך אױף ייִדיש?
מיסטער טשערקיס: דזשאָזעףJoseph: יוסף.
מיסטער קװאָטשקע: און אײַער טאַטן?
מיסטער טשערקיס: אַבֿרהמל.
מיסטער קװאָטשקע: יוסף בן אַבֿרהם. און אײַך, מיסעס?
מיסעס טשערקיס: איך ― פֿלאָסיFlossie, נאָר אױף ייִדיש לאה־דװאָסיע, און מײַן מאַמע נחמה־סאָסיע.
מיסטער קװאָטשקע: אָללרײַט! עדות, קומט אַהער! איר זײַט עדות, אַז מורנו רב אַהרן ברב משה טרעט אָפּ מיט זײַן גוטן װילן במתּנה פֿאַר רב יוסף ברב אַבֿרהם האַלב פֿון זײַן חלק עולם־הבא, און צו האשה מרת לאה־דװאָסיע בת נחמה־סאָסיע די האַלב פֿון זײַן האַלב עולם־הבא מיט אַלע זכיות און פּריװילעגיעס, װאָס ער קאָן האָבן אױף יענער װעלט איבער הונדערט און צװאַנציק יאָר. אױך זײַט איר עדות, אַז פֿאַר דער מתּנה באַקומט מורנו רב אַהרן ברב משה פֿון רב יוסף ברב אַבֿרהם אַ מתּנה צװײ הונדערט דאָלער, און פֿון האשה מרת לאה־דװאָסיע בת נחמה־סאָסיע אַ חוץ אַ מתּנה פֿערציק דאָלער. האָט איר געהערט? זאָגט „יאָ“.
בײדע עדות: מיר זײַנען ניט טױב.
מיסטער קװאָטשקע: איך פֿרעג אײַך ניט, צי איר זײַט טױב; איר זאָגט מיר: „יאָ“.
בײדע עדות: יאָ.
מיסטער קװאָטשקע: האָט איר פֿאַרשטאַנען, װאָס דאָ איז פֿאָרגעקומען? זאָגט „יאָ“.
בײדע עדות: שור!
מיסטער קװאָטשקע: זאָגט ניט „שור“, זאָגט „יאָ“!
בײדע עדות: יאָ.
מיסטער קװאָטשקע: האָט דאָ, חלילה, אײנער דעם אַנדערן גענײט, געקריװדעט, אָדער אָפּגענאַרט? זאָגט „נײן“.
בײדע עדות: ס'איז ניט אונדזערע ביזנעס.
מיסטער קװאָטשקע: אַרױס פֿון די כּלים. אָט גױיִשע קעפּ! זאָגט „נײן“!
בײדע עדות: נײן.
מיסטער קװאָטשקע: דאַנקען גאָט! צום ייִדן. זאָגט מיר דרײַ מאָל אין אײן אָטעם: מכשפֿה לא תּחיה! תּחיה מכשפֿה לא! לא מכשפֿה תּחיה! דער ייִד זאָגט אים נאָך דרײַ מאָל. מיסטער טשערקיס שװיצט, הײבט דעם צילינדער, װישט דעם שװײס. די מיסעס טשערקיס איז אױך רױט און פֿאַרשװיצט. מיסטער טשערקיס, מזל־טובֿ! מיסעס טשערקיס, מזל־טובֿ אײַך! גאָט זאָל אײַך העלפֿן, איר זאָלט זיך עלטערן ביז הונדערט מיט צװאַנציק יאָר! נאָר איך דאַרף אײַך זאָגן, איר האָט געהאַנדלט אַ מציאה. אַן אַנדערן װאָלט דאָס געקאָסט פֿינף הונדערט דאָלער ― און אפֿשר טאַקע אַלע טױזנט, זאָל מײַן נאָמען ניט הײסן קװאָטשקע!
מיסטער טשערקיס: װעלל! אַװעק די פֿרומע מינע, טוט אױס דעם צילינדער. איצט װעלן מיר גײן נעמען אַ רעפֿרעשמעןrefreshment: כּיבוד. נאָר ביזנעס בעפֿאָר פּלעזשורbefore pleasure: פֿאַר פֿאַרגעניגן. דאָ האָט איר אײַער געלט. נעמט אַרױס צװײ הונדערט דאָלער און זעקס דאָלער פֿאַר די עדות און גיט איבער צו מיסטער קװאָטשקע. ― צו דער מיסעס טשערקיס. מיסעס! אַרױס מיט קעשcash: מזומן געלט! די מיסעס בײגט זיך אָן, פֿאַרקאַטשעט אַלע קלײדלעך און שלעפּט אַרױס פֿון זאָק פֿערציק דאָלער, גיט איבער מיסטער קװאָטשקע. װעלל! איך גײ טשענזשען מײַן סוט, ביקאָז איך פֿיל הײס. און דו, מיסעס, װעסט זײַן אַזױ גוט און װעסט אונדז טריטעןtreat: מכבד זײַן מיט אַ גלעזל מאַקסיMoxie אָדער עפּל־סײַדערapple cider: עפּלקװאַס, אָדער אַן אַנדער דרינקdrink: געטראַנק. גײט אָפּ. נאָך אים גײט אָפּ אױך די מיסעס טשערקיס.
מיסטער קװאָטשקע: אָפּגעװאַרט אַ האַלבע מינוט נאָך זײער אַװעקגײן, גײט ער צו צום ייִדן. נו, אַצינד, יאָקל בן פֿלעקל, לאָמיר זיך טײלן! טײלט. אײַך הונדערט, מיר הונדערט, אײַך צװאַנציק, מיר צװאַנציק. און דאָס זײַנען צװײ מאָל דרײַ דאָלער פֿאַר די עדות.
ערשטער עדות: צו דרײַ? אָבער גאָר לא!
צװײטער עדות: צו פֿינף דאָלער, פֿעטער!
מיסטער קװאָטשקע: נאָך צו דאָלער ― אַן עק!
ערשטער עדות: נײן, ס'װעט ניט גײן!
צװײטער עדות: קײן נדבֿות װילן מיר ניט. גיט אונדז װאָס אונדז קומט.
דער ייִד: אײַך קומט? פֿאַרװאָס? איר זינגט שײן?
ערשטער עדות: אַזױ? איר האָט שױן באַקומען לשון?
צװײטער עדות: ביז אַהער האָט איר גערעדט נאָר אױף לאָקשן־קױלעטש.
דער ייִד: שקצים! עזות־פּנימער! גענגסטערס!
ערשטער עדות: אַ גענגסטער זײַט איר אַלײן!
צװײטער עדות: אַ גענגסטער מיט אַ מאַסקע, אָ רוח אין דײַן פֿרעמדער באָרד אַרײַן!
דער ייִד: אַז ס'איז יאָ אַזױ, טאָ נאַ זשע דיר! שטעקט אָפּ דעם עדות אַ פּאַטש.
צװײטער עדות: כאַפּט דעם ייִדן פֿאַר דער באָרד. פּאַטשן װעסטו זיך, דו שאַרלאַטאַן, דו עולם־הבא־פּעדלער?… ציט אים צו זיך. דעם ייִדנס באָרד איז בײַם צװײטן עדות אין די הענט. אין דעם עפֿנט זיך די טיר און עס באַװײַזן זיך מיסטער טשערקיס אין אַן אַנדער קאָסטיום און מיסעס טשערקיס מיט אַ טאַץ. אױף דער טאַץ ― אַ פּאָר פֿלעשלעך מיט געטראַנקען און אַ פּאָר שעלעכלעך מיט פֿאַרבײַסן. דערזען אײנעם פֿון די עדות מיט אַ באָרד אין די הענט און דעם ייִדן אָן אַ באָרד, האָבן זײ אַלץ פֿאַרשטאַנען. נאָר פֿאַר גרױס װוּנדער זײַנען זײ געבליבן שטײן אױף דער טיר, װי צוגעשמידט, קוקנדיק אײנס אױף דאָס אַנדערע. אַ מינוט האַלט אָן די שטומע סצענע, װוּ אַלע זײַנען פֿאַרגליװערט, יעדער אין זײַן פּאָזע. דער פֿאָרהאַנג פֿאַלט.
מיסטער בױם.
מיסעס בױם.
שפּרינצל, מיסטער בױמס אַ גרינע שװעסטער.