קאָמעדיעס: שראַגע

שלום עליכם אַלע װערק

שראַגע ― אַן אײנאַקטער לכּבֿוד פּורים

פּערזאָנען

ישׂראל־איסר, אַ נגיד.  האַלב ייִד, האַלב אַריסטאָקראַט.  אַ „שפּעגעלאַנט“ פֿון דער בערזע. 

חנה, זײַן װײַב.  מער ייִדענע װי אַריסטאָקראַטין. 

בערטע, זײער טעכטערל.  אַ בת־יחידקעלע.  אַ כּלה.  אַ יפֿת־תּואר. 

גרישאַ, איר חתן.  װיל אַרײַן אין אוניװערסיטעט. 

שושנה, אירע אַ חבֿרטע. 

הײדאַד, אַ לערער פֿון העברעיִש. 

געסט, מעקלערס פֿון דער בערזע מיט זײערע װײַבער.  אַלע אַריסטאָקראַטן. 

יונגװאַרג, מײסטנס מײדלעך. 

אָרט: יעהופּעץ. 

צײַט: פּורים נאָך דער מגילה. 

אַ באַלעבאַטישע שטוב.  פֿײַן מעבל.  אַ פֿאָרטעפּיאַנאָ.  אינמיטן צימער צװײ לאָמבערנעЛомберный стол: אַ פֿיר־עקיקער טיש װוּ מע שפּילט אין קאָרטן טישלעך, איבערגעדעקט מיט אַ װײַס טישטעך.  אױפֿן טיש אַן אָפֿענע מגילה.  הײדאַד לײענט די מגילה.  אַלע שטײען אַרום אים און הערן צו.  איטלעכער אין אַן אַנדער פּאָזע: ישׂראל־איסר האַלט צו מיט אײן האַנט די מגילה, אין דער אַנדערער האָט ער אַ ליכט.  ער לײַכט דעם בעל־קורא און קוקט אַלײן אױך אַרײַן.  די איבעריקע מאַנצבילן זעען אױס, װי זײ האָבן זיך געביטן מיט די היטלען.  די דאַמען װײסן ניט, װאָס פֿאַר אַ פּנים זײ זאָלן מאַכן, ס'זאָל אױסקומען ניט צו ערנסט און ניט צו לײַכטזיניק.  חנה שטײט מיט אַ פֿרום פּנים.  בערטע, אין עקסטאַז, שעפּטשעט נאָך איטלעכס װאָרט.  גרישאַ שטשיפּעט די װאָנצעלעך, קוקט מיט ליבשאַפֿט אױף בערטען.  יונגװאַרג שטײען פֿאַרלײגט די הענט אַרונטער, האַלב ערנסט, האַלב שמײכלענד.  קוקן אַלע אױף בערטען.

הײדאַד: שאָקלט זיך איבער דער מגילה מעשׂה חזן.  די הענט הענגען אים אַראָפּ פֿון הינטן, גלײַך װי זײ געהערן זיך מיט דער מגילה גאָרניט אָן.  קוקט גאָר ניט אַרײַן, זאָגט כּמעט אױסנװײניק, מיט אַ ניגון, פֿריִער גיך און נאָכדעם אַלץ מער אײַנגעהאַלטן. „וכל מעשׂה תּקפֿוֹ וגבֿורתוֹ ופֿרשת גדולת מרדכי אַשר גִדלוֹ המלך הלא־הם כּתובֿים על־ספֿר דבֿרי הימים למלכי מָדַי וּפֿרָס…  לאַנגזאַם. כּי מרדכי היהודי מִשנה למלך אַחשורוש…  מיט גדלות. וגדול ליהודים…  טריומפֿירנד. ורצוּי לרובֿ אֶחָיו…  הױך און מיט אַ ניגון. דוֹרֵש טובֿ לעמוֹ ודובֿר שלום לכל זַרעוֹ!“…  עס טוט אים באַנג, װאָס ער האָט אַזױ גיך געענדיקט.

ישׂראל־איסר: לעשט אױס דאָס ליכט, גיט דעם לערער, ער זאָל צונױפֿקאַטשען די מגילה.  טרײסלט אָפּ די הענט. סלאַװאַ באָגוслава богу: גאָט צו דאַנקען!

בערטע: מיט אַ פֿאָרװוּרף צום פֿאָטער. פּאַפּאַ!  װאָס פֿאַר אַ לשון?  װאָס פֿאַר אַ שפּראַך?  װאָס פֿאַר אַ „סלאַװאַ באָגו“? 

ישׂראל־איסר: איך מײן, דאַנקען גאָט מײן איך, געפּטרט… 

בערטע: אַ פּליעסק מיט די הענט. געפּטרט?  אױף דער מגילה „געפּטרט“? 

ישׂראל־איסר: װיל זיך פֿאַרענטפֿערן פֿאַר דער טאָכטער. קינדעניו, ניט דאָס האָב איך געװאָלט זאָגן…  איך האָב געװאָלט זאָגן… 

בערטע: קאַפּריזנע. װאָס דו האָסט געװאָלט זאָגן ― װײס איך ניט.  איך װײס נאָר, אַז דו האָסט געזאָגט אױף דער מגילה „געפּטרט“! 

ישׂראל־איסר: קינדעניו, איך האָב נאָר געזאָגט, אַז די מגילה…  אַז בײַ אונדז אין שטוב…  אַז…  קוקט אױפֿן חתן, בעט זיך בײַ אים מיט די אױגן, ער זאָל צוגײן אים אַ ביסל אַרױסהעלפֿן, ער זאָל אים פֿאַרענטפֿערן.

גרישאַ: טוט זיך אַ װאָרף צו בערטען. אַװאַל אַװיכאַאבֿל אבֿיך: אָבער דײַן טאַטע… 

בערטע: פֿאַרריכט אים. אַװיך. 

גרישאַ: װינאָװאַטвиноват: אַנטשולדיק…  טאָ יעסטто есть: דאָס הײסט, סליכאַסליחה: זײַ מוחל! אַװיך היבֿיאַ סימכאַטאַ בידװאַר קריאַט האַמגילאַ האַזעאַבֿיך הבֿיאה שׂימחתה בדבֿר קריאת המגילה הזה: דײַן טאַטע האָט געבראַכט אַ שׂימחה אין לײענען די דאָזיקע מגילה… 

בערטע: האַזאָט. 

גרישאַ: װינאָװאַט, טאָ יעסט, סליכאַ…  האַמגילאַ האַזאָט באַבאַיִט האַזאָטבבית הזה: אין דעם הױז … 

בערטע: האַזע. 

גרישאַ: סליכאַ!  באַבאַיִט האַזע…  חתן־כּלה װערן אַרומגערינגלט פֿונעם יונגװאַרג.  קערן אָפּ אױף אַ זײַט.  שלאָגן זיך צונױף אַלע אינאײנעם.  רײדן שטילערהײט.

ישׂראל־איסר: גליקלעך, װאָס דער חתן האָט אים אַרױסגעראַטעװעט פֿון דער טאָכטערס הענט, קוקט אױף די געסט צופֿרידן. גאָספּאָדאַгоспода: רבותי! סאַדיטיעסсадитесь: זעצט זיך! זיצט…  פֿאַרװאָס זיצט איר ניט?  די געסט שטײען נאָך אַלץ, װי פֿרעמדע מחותּנים, װײסן ניט, װאָס צו טאָן מיט די היטלען.

הײדאַד: געענדיקט די אַרבעט, שטעלט זיך אַװעק מיט דער צונױפֿגעקאַטשעטער מגילה אַקעגן די געסט, װײַזט מיט דער האַנט אױף דער מגילה און רעדט אױף העברעיִש מיטן ספֿרדישן אַקצענט, װאָס װײַטער אַלץ מער מיט היץ. בעכאָל דאָר װאַדאָר אובכאָל מעדינאַ אומעדינאַ כאָזערעט האַמגילאַ האַזאָטבכל דור ודור ובכל מדינה ומדינה חוזרת המגילה הזאת: אין יעדן דור און לאַנד גײט איבער די דאָזיקע מגילה…  די געסט קוקן אױפֿן לערער מיט װילדע אױגן, פֿאַרשטײען ניט, װאָס ער װיל, רוקן זיך אָפּ פֿון אים.  ער טרעט אָן אױף זײ, מאַכט מיט דער מגילה אין דער לופֿטן און רעדט מיט נאָך מער פֿײַער. קאַמאַ פּעאַמים ניכטאַװ װענעכטאַם אַל אַם האַיהודים לעהאַשמיד לאַהאַראָג אולאָבעדכּמה פּעמים נכתּבֿ ונכתּם על עם היהודים להשמיד להרוג ולאַבד: װיפֿל מאָל האָט מען געשריבן און אונטערגעחתמעט אױפֿן ייִדישן פֿאָלק צו פֿאַרטיליקן, אומברענגען, און פֿאַרניכטן!…  קאַמאַ פּעאַמים יאַצאַ האַמאַן בען האַמדאַטאַ האַאַגאַגי ליכטאָװ סיטנאַ אַל אַם איסראַעלכּמה פּעמים יצא המן בן המדתא האגגי לכתּובֿ שׂיטנה על עם ישׂראל: װיפֿלן מאָל איז המן זון פֿון המדתא דער אַגגי אַרױס צו שרײַבן פֿײַנט קעגן פֿאָלק ישׂראל!… 

ישׂראל־איסר: זעט, װי די געסט האָבן מורא פֿאַרן לערער, מישט ער זיך אַרײַן אין מיטן, װענדט זיך צום לערער. וידבר על העצים ועל האַבֿניםהאָט ער גערעדט צו די בײמער און די שטײנער ― װאָס רעדט איר צו זײ אַזאַ לשון, װאָס זײ הײבן ניט אָן צו פֿאַרשטײן?  אַמער, דברט בעסער אָט צו װעמען.  װײַזט אױפֿן יונגװאַרג. זײ װעלן אײַך פֿאַרשטײן.  זײ זײַנען מבֿין־כּל־דיבור. 

הײדאַד: האַלב אױף ייִדיש, האַלב אױף העברעיִש. װאָס גײטס מעך אָען, צי יענער פֿאַרשטײט מעך, צי ער פֿאַרשטײט מעך ניט?  דאָס איז מאַן שפּראַך!  למאַי שעמט זיך ניט בײַ אונדז דער פּױלן מיט זײַן פּױלעש, דער דאַטש מיט זאַן דאַטש, דער פֿראַנצױז מיט זאַן פֿראַנצױזיש, און אַפֿילו דער ציגאַנער מיט זאַן ציגאַנעריש?  אַני מעדאַבער איװריט בעכאָל מאַקאָם װעאים קאָל האַאָלאַםאַני מדבר עבֿרית בכל מקום ואם כּל העולם: איך רײד העברעיִש אומעטום און מיט דער גאַנצער װעלט אַפֿילו קעשעאַני יוצא בעמערקאַװאַ, אַני אָמער לעהאַקאָנדוקטאָר: טען לי קאַרטיסאַפֿילו כּשאַני יוצא במרכּבֿה, אַני אומר להקונדוקטור: תּן לי כּרטיס: אַפֿילו אַז איך פֿאָר אָפֿן טראַם, זאָג איך דעם קאָנדוקטאָר: גיב מיר אַ בילעט! װאָס גײטס מעך אָען?… 

ערשטער גאַסט: קאַקאַיאַ בלאַזשענסטװאַкакая блаженства: ס'אַ מחיה!

צװײטער גאַסט: זאַמעטשאַטעלני יאַזיקзамечательны язык: װוּנדערלעכע שפּראַך! פּאַכאָזש נאַ איטאַליאַנסקיпохож на итальянский: ענלעך אױף איטאַליעניש.

דריטער גאַסט: מיט אַ באַסאָװע שטים. סאָװערשעננאָ װיערנאָ.совершенно верно: גאַנץ ריכטיק זװוּטשיט קאַק איספּאַנסקיзвучит как испанский: קלינגט װי שפּאַניש.

פֿערטער גאַסט: איספּאַנסקי, איספּאַנסקי. 

בערטע: װאָס שטײט מיט שושנהן בײַ דער זײַט, רעדט שטיל, װענדט זיך צום פֿאָטער פֿון דער װײַטן. װאָס איז דאָרט בײַ אײַך פֿאַר אַ שמועס, פּאַפּאַ? 

ישׂראל־איסר: צופֿרידן, װאָס מע האָט אים אָפּגעריסן פֿון אַן אָנשיקעניש. מיר שמועסן דאָ מיטן לערער װעגן דרעװניע־יעװרעיסקיдревнееврейски: העברעיִש… 

בערטע: פֿון דער װײַטן צום פֿאָטער. אַך, פּאַפּאַ!  איך האָב דיך װיפֿל מאָל געבעטן, זאָלסט דאָס ניט רופֿן דרעװניע־יעװרעיסקי!  װאָס פֿאַר אַ דרעװניע־יעװרעיסקי? 

הײדאַד: צופֿרידן מיט בערטען. טאָװ װעיאַפֿע װענעכמאַד װענאַאיםטובֿ ויפֿה ונחמד ונעים: גוט און שײן און פֿײַן!

בערטע: קאָנסט דאָס רופֿן װי דו װילסט.  קאָנסט דאָס רופֿן העברעיִש, קאָנסט דאָס רופֿן אונדזער לשון, אונדזער נאַציאָנאַל־שפּראַך. 

ישׂראל־איסר: צו דער טאָכטער פֿון דער װײַטן. נו, קאָניעטשנאָконечно: געװיס, נאַציאָנאַל־שפּראַך.  װי אַזױ זאָג איך דען?  בערטע רעדט מיט אירע חבֿרטעס און חבֿרים, און ישׂראל־איסר ― צו די געסט. אָדנים סלאָװאָםодним словом: מיט אײן װאָרט, ס'אַ װעלט געװאָרן ― ניע דאַי באָגне дай бог: זאָל גאָט היטן! איר מײנט, נאָר דאָ?  אױף דער גאַנצער װעלט.  און נאָר מאָלאָדיאָזשмолодёжь: יונגװאַרג! זעט איר אָט די דאָזיקע יפֿהפֿיה?  װײַזט אױף שושנהן, װאָס רעדט מיט דער טאָכטער. דאָס האָט מען איר צו פֿאַרדאַנקען.  דאָס האָט זי אינאײנעם מיט מײַן טאָכטער אױפֿגעגעבן אַ פּראָיעקט אױף צו סאָיעדיניאַיעןсоединярен: פֿאַראײניקן די מאָלאָדיאָזש פֿון דער גאַנצער װעלט.  װאָפּערװיךво первых: ערשטנס…  װיל צײלן אױף די פֿינגער.

בערטע: צום פֿאָטער פֿון דער װײַטן. װאָס װײַזסטו אױף אונדז מיט די פֿינגער, פּאַפּאַ? 

ישׂראל־איסר: צו דער טאָכטער און שושנהן. גאָרניט.  איך שמועס עס אַקעגן אײַער הסתּדרות, װאָס איר האָט אױסגעטראַכט… 

שושנה: װאָס מיר האָבן אױסגעטראַכט? 

הײדאַד: מישט זיך אַרײַן.  שאָקלט מיט דער צונױפֿגעקאַטשעטער מגילה, רעדט צו ישׂראל־איסרן. סליכאַ!  סליכאַ! 

ישׂראל־איסר: װאָסער סליחה?  ס'איז דען אַ סליחה?  ס'איז דאָך אַ מגילה, ניט קײן סליחה. 

הײדאַד: קען!  אַװאַלאַבֿל: אָבער…  סליכאַ!  אַ מאַך מיט דער האַנט.  גײט אָפּ צום יונגװאַרג.  סע זעט פֿון דער װײַטן, װי שושנה רעדט, זשעסטיקולירט מיט די הענט, און דאָס גאַנצע יונגװאַרג הערט זיך אײַן.

ישׂראל־איסר: פּטור געװאָרן פֿונעם לערער, נעמט אַראָפּ דאָס װײַסע טישטעך פֿונעם גרינעם טישל און גיט עס איבער מיטן ליכט צו חנהן.  טוט אױס דאָס היטל. דושינקע, פֿאַרװאָס בעטסטו ניט די דאַמען שפּעגעלירן…  מײַז איר, זיצן? 

חנה: צו די דאַמען. זיצט, פֿאַרװאָס זיצט איר ניט?  די דאַמען זעצן זיך אױס מיט די רידיקולס אין די הענט, קוקן אױף די מאַנצבילן.  די מאַנצבילן טוען אױס אײנציקװײַז די היטלען.  אײניקע פֿאַררײכערן.  אײניקע שטײען און קוקן נאָך אױפֿן יונגװאַרג, װאָס הערן שושנהס רעדע.

ישׂראל־איסר: פֿאַררײכערט.  צו די געסט, אָנװײַזנדיק אױפֿן יונגװאַרג. ס'איז בײַ זײ הײַנט אַ שפּעגעלאַציע…  מײן איך, אַ סאָבראַניִעсобрание: טרעפֿונג פֿון דער נײַער אָבשטשעסטװעобществе: געזעלשאַפֿט, װאָס איך האָב אײַך אָנגעהױבן צו דערצײלן, האָט מיך אָט דער חײם־יענקל איבערגעשלאָגן.  װײַזט אױפֿן לערער. און פֿון װעמען װאַקסט עס?  אַלץ פֿון איר, אַלץ פֿון איר.  װײַזט אױף שושנהן און מײנט די טאָכטער. אַ ברען, ניע דאַי באָג!  קאַרג, װאָס זי האָט אָפּגעשמדט גאַנץ יעהופּעץ, געמאַכט אַלע שפּעגעלאַנטן, מײן איך אַלע ייִדן, פֿאַר דרעװניע־יעװרעיצעסдревние еврейцес: העברעער, האָט זי זיך גענומען איצטער פֿאַר די אַלע איבעריקע שטעט פֿון דער גאַנצער װעלט.  איר זאָלט זען די בריװ, װאָס זײ צעשרײַבן אַ טאָג ― ניע דאַי באָג! 

חנה: װאָס רעדט שױן מיט די דאַמען, מישט זיך אַרײַן צו די מאַנצבילן. װאָס זײ קאָסט אָפּ אַ װאָך פּאָסט־מאַרקן, מיט אָטקריטקעס, מיט פּאַפּיר, מיט טינט, מיט שלעק, צרות, װאָלט זיך עס אַ מעקלער װינטשן פֿאַרדינען אױף דער בערזע…  דער עולם קוקט זיך איבער שמײכלענדיק.

ישׂראל־איסר: װיל צעטרײַבן די אומאַנגענעמלעכקײט. דושינקע!  פֿאַרװאָס הײסטו ניט עפּעס דערלאַנגען צום טיש?  ס'איז דאָך עפּעס יום־טובֿ!  פּורים אױף דער װעלט!  המנס יאָרצײַט! 

חנה: שױן געהײסן.  אָט באַלד װעט מען דערלאַנגען.  רעדט שטילערהײט מיט די דאַמען.

ישׂראל־איסר: צו די געסט. אַ פֿאַרקערטע װעלט געװאָרן.  שטעלט אײַך פֿאָר, דאַזשעдаже: אַפֿילו לעװ איזראַיִליעװיטשЛазарь Израилевич Бродский 1848-1904 … 

געסט: אַלע אױפֿגעלעבט. לעװ איזראַיִליעװיטש?  װאָס לעװ איזראַיִליעװיטש? 

ישׂראל־איסר: לעװ איזראַיִליעװיטש האָט זיך אַנומלטן אױסגעדריקט, אַז ער האַלט אױך פֿון די זאַכן.  דאָס הײסט, פֿון ייִדיש האַלט ער דװקא ניט.  ער האָט פֿײַנט זשאַרגאָן, װי חזיר!  זשאַרגאָן, זאָגט ער, איז ניט קײן שפּראַך.  ער האַלט נאָר פֿון דרעװניע־יעװרעיסקי.  ער זאָל זיך ניט סטיעסניאַיעןстесняйся: זיך שעמען, זאָגט ער, פֿאַר קריסטן, װאָלט ער אײַנגעפֿירט, אַז אַלע זײַנע סלוזשאַזשטשעסслужащес: געשעפֿטס־אָנגעשטעלטע זאָלן אין קאַנטאָר רײדן נאָר פּאָ דרעװניע־יעװרעיסקי… 

ערשטער גאַסט: ניע אוזשעליнеужели: טאַקע באמת? קאַקאַיאַ בלאַזשענסטװאַ! 

צװישן יונגװאַרג ברעכט אױס אַ געלעכטער.  די דאַמען דרײען זיך אױס צום יונגװאַרג, קוקן זיך איבער מיט די מאַנצבילן.

ישׂראל־איסר: צו דער טאָכטער פֿון דער װײַטן. װאָס איז דאָרט בײַ אײַך אַזױ לעבעדיק? 

בערטע: פֿון דער װײַטן. אַך, פּאַפּאַ!  װען װעט איר שױן אױפֿהערן אַמאָל דינען עבֿודה־זרה? 

הײדאַד: טאָװ װעיאַפֿע װענעכמאַד װענאַאים! 

ישׂראל־איסר: װאָסער עבֿודה־זרה? 

שושנה: פֿון דער װײַטן. אַ גליק, װאָס לעװ איזראַיִליעװיטש לײענט ניט חנוכּה די מגילה און בענטשט ניט פּורים קײן חנוכּה־ליכטלעך… 

יונגװאַרג: כאַ־כאַ־כאַ! 

הײדאַד: טאָװ װעיאַפֿע װענעכמאַד װענאַאים! 

ישׂראל־איסר: פֿילט זיך ניט גוט.  װיל פֿאַררײדן די געסט. ניע דאַי באָג!  זײ װאָלטן װעלן, אַז אַלע שפּעגעלאַנטן, אַלע ייִדן מײן איך, זאָלן בענטשן די מגילה און לײענען חנוכּה־ליכטלעך…  מײן איך פֿאַרקערט ― לײענען חנוכּה־ליכטלעך און בענטשן די מגילה…  טפֿו!  װאָס זאָג איך? 

חנה: קומט דעם מאַן צו הילף. ביז מיר זײַנען ניט אַריבערגעפֿאָרן קײן יעהופּעץ, איז מײַן מאַן געװען אַ מענטש, װי אַלע מענטשן.  און דאָ, זינט ער האָט אָנגעהױבן האַנדלען אױף דער בערזע, איז ער געװאָרן אַזאַ צעטראָגענער מלאך, אַז מע קאָן פֿון אים דעם שלאַק באַקומען!  ער קאָן אײַך אַמאָל אױפֿשטײן אינדערפֿרי און מאַכן אַ גװאַלד: „װוּ זײַנען מײַנע שפּעגעלאַציעס?“ ― „װאָסערע שפּעגעלאַציעס?“ ― „מײן איך די אַקציעס!“ ― „װאָסערע אַקציעס?“ ― „מײן איך דיװידענטן!“ ― „װאָסערע דיװידענטן?“ ― לאָזט זיך אױס, אַז ער זוכט די שטעק־שיך…  צװישן עולם הערט אַ געלעכטער.  ישׂראל־איסר קוקט אױף חנהן אַריבער די ברילן, צענעמט די הענט, װאָלט װעלן, זי זאָל שױן אַמאָל אױפֿהערן רײדן.  אױף זײַן גליק עפֿנט זיך די קיכטיר און עס באַװײַזט זיך אַ גרױסער בעקן מיט שלח־מנותדיקע זאַכן: פֿלעדלעך, לעקעכלעך, מאָנדלעך, טײגלעך און מאַראַנצן.

ישׂראל־איסר: צו חנהן. דושינקע, אָט האָט מען געבראַכט דעם שלח־מנות. 

חנה: כאַפּט אונטער דעם בעקן מיט בײדע הענט, טראָגט אים צו פֿריִער צו די דאַמען, דערנאָך צו די מאַנצבילן, דערנאָך צום יונגװאַרג, בעט יעדן באַזונדער. געניסט, איך בעט אײַך, געניסט עפּעס.  פֿאַרװאָס זאָלט איר עפּעס ניט געניסן?  נעמט כאָטש אַ מאַראַנץ! 

ישׂראל־איסר: קומט איר צו הילף. גאָספּאָדאַ, שלח־מנות! 

ערשטער גאַסט: שלח־מנות?  קאַקאַיאַ בלאַזשענסטװאַ! 

יונגװאַרג: שיסן אױס אַ געלעכטער. כאַ־כאַ־כאַ!  אַלע געסט קוקן זיך אַרום.

די דאַמען: קוקן אױפֿן יונגװאַרג. װאָס איז דאָרט װידער „כאַ־כאַ־כאַ“? 

ישׂראל־איסר: צו דער טאָכטער. װאָס איז דאָרט בײַ אײַך אַזאַ גדולה? 

בערטע: פֿון דער װײַטן. מיר קלײַבן דאָ נחת פֿון אײַך, װאָס איר זײַט אײַך אַזױ נוקם אָן דער רוסישער שפּראַך… 

שושנה: איר זײַט מקײם דעם פּסוק: „לעשׂות נקמה בגױים“…  יונגװאַרג גײען אָפּ אין צװײטן צימער.

הײדאַד: טאָװ װעיאַפֿע װענעכמאַד װענאַאים!  גײט, מאַכנדיק מיט דער מגילה, נאָכן יונגװאַרג. די דאַמען קוקן זיך איבער.  די געזעלשאַפֿט פֿילט זיך אומאַנגענעם.)

חנה: װיל פֿאַרגלעטן, טראָגט צו נאָכאַמאָל דעם בעקן מיט שלח־מנות צו די דאַמען. געניסט, איך בעט אײַך.  פֿאַרװאָס זאָלט איר עפּעס ניט געניסן?  נעמט כאָטש אַ מאַראַנץ…  די שטימונג װערט נאָך מער געשלאָגן.

ישׂראלאיסר: װיל איבעררײַסן די שטימונג. אַ װעלט געװאָרן!  כּסדר בײַ זײ שפּעגעלאַציעס…  מײן איך סאָבראַניִעס, זאַסעדאַניעסзаседание: טרעפֿונגען. און איבערהױפּט אָט די שושנה און מײַן טאָכטער; זײ טוען אױף אַזעלכע זאַכן ― ניע דאַי באָג!  שטעלט אײַך פֿאָר ― זײ האָבן אױסגעאַרבעט אַן אוסטאַװустав: תּקנה בײַ זײ, מיט פּונקטן, מיט פּאַראַגראַפֿן.  צײלט אױף די פֿינגער. װאָפּערװיך, דרעװניע־יעװרעיסקי.  װאָװטאָריך, ייִדישע חדרים… 

ערשטער גאַסט: ניע אוזשעלי? 

צװײטער גאַסט: כעדעראַхедера: חדרים?

דריטער גאַסט: סאָװערשעננאָ װיערנאָ.  שקאָלעס מסתּמא. 

ישׂראל־איסר: נײן, ניט קײן שקאָלעס, נאָר טאַקע חדרים, פּשוטע ייִדישע חדרים. 

מאַנצבילן: אַלע אינאײנעם. חדרים? 

דאַמען: חדרים?!

ישׂראל־איסר: הײַנט איז דאָ בײַ זײ אַ פּונקט, מע זאָל אוניטשטאָזשעןуничтожен: פֿאַרניכטן קאָרטן. 

מאַנצבילן: איבערראַשט. אוניטשטאָזשען קאָרטן?!… 

דאַמען: דערשראָקן. קאָרטן?!… 

ישׂראל־איסר: צענעמט די הענט, װי אױף צו שװימען. אָקאָנטשאַטעלנאָоконтщательно: אין גאַנצן! אױס קאָרטן! 

ערשטער גאַסט: קוקט אױף די איבעריקע. קאַקאַיאַ בלאַזשענסטװאַ!…  צום באַלעבאָס. װאָס זשע, הײסט עס, װעלן מיר טאָן, אַז מע װעט זיך צונױפֿקומען, נאַפּרימערнапример: למשל, אױף אימעניניעס, אָדער אַ יום־טובֿ, אָדער אַזױ אַן אָבשטשעסטװע? 

צװײטער גאַסט: װאָס פֿאַרשטײט איר ניט?  װעלן מיר שמועסן אַ ביסל פּאָ דרעװניע־יעװרעיסקי.  אַ ביסל פֿון ליטעראַטור. 

דריטער גאַסט: סאָװערשעננאָ װיערנאָ.  אױב אין צװײען, װעט מען מאַכן אַ זעקס־און־זעכציק און אױב אין דרײַען, איז אַ פֿינף־הונדערט אײנס… 

פֿערטער גאַסט: און אױב מערער ― איז אַ סטוקלקע. 

פֿינפֿטער גאַסט: און אפֿשר גאָר אַן אָבשטשע שפּיל?  קוקט אױף די דאַמען. האַ?  װאָס זאָגט איר? 

דאַמען: קאָניעטשנאָ, אַן אָבשטשע שפּיל!  נעמען זיך צו די רידיקולס.

ישׂראל־איסר: האַ?  װאָס זאָגט איר?  אַן אָבשטשע שפּיל?  מע װײס ניט פֿון װאַנען עס װאַקסט אױס בײַ אים אין די הענט צװײ טאַליעס קאָרטן. טאַ!  בײַ מיר האָט איר געפּועלט.  איך בין דאָך, װי זאָגט איר, ניט מער װי באַלעבאָס… 

חנה: װידעראַמאָל מיטן שלח־מנות, שױן צו די מאַנצבילן. געניסט נאָך עפּעס, פֿאַרװאָס זאָלט איר ניט געניסן?  נעמט כאָטש אַ מאַראַנץ… 

ישׂראל־איסר: װיל פּטור װערן פֿון איר אױך. דושינקע!  טאָמער װאָלט געװען גענוג מאַראַנצן?  מיר האָבן דאָך גערעדט װעגן המן־טאַשן.  עפּעס יום־טובֿ, פּורים אױף דער װעלט, המנס יאָרצײַט… 

חנה: טוט זיך אַ כאַפּ אױף און אַ פּאַטש אין שטערן. אָט אַ קאָפּ!  אַ קאַצענער מוח!  גוט, װאָס דו האָסט מיר דערמאָנט המן־טאַשן.  איך גײ אין קיך אַרײַן.  איך מוז אַלײן זײַן בײַ די המן־טאַשן.  צו די דאַמען. האָט קײן פֿאַראיבל ניט, איך מוז גײן.  מײַן דינסט װעט מיר דאָרטן אָנמאַכן המן־טאַשן, װעט זײַן װאָס צו זען!  די יעהופּעצער פּוסטאָקראַטן ― גאָט זאָל ניט שטראָפֿן פֿאַר די רײד…  איך מײן די היגע דינסטן מײן איך.  איך זאָג איר, מײַן קעכין הײסט עס: המן־טאַשן קאָנט איר מאַכן?  קוקט זי מיך אָן, װי אַ לײמענער גולם.  ביז איך האָב איר אײַנגעטאָלקעװעט, אַז מע דאַרף פֿאַרקנעטן טײג, אױסקאַטשען און אױסקלעפּן דרײַעקעכיקע המן־טאַשן, צערײַבן מאָן אױף מילך.  בײַ איר איז געװען רעכט אַרײַנטאָן דעם מאָן אין די המן־טאַשן, װי ער שטײט און גײט.  גאָט איז מיט אײַך, זאָג איך, איר זײַט נאָך ניט פֿאַרטיק מיט די המן־טאַשן!  צו המן־טאַשן דאַרף מען נאָך האָניק אױך… 

ישׂראל־איסר: צום װײַב. הכּלל, ליובעניו, װען װעלן מיר שױן דערלעבן זיך זען מיט די המן־טאַשן? 

חנה: אָט דאָס גײ איך דאָך!  גײט אָפּ אין קיך.  די דאַמען שמײכלען צו איר כּלומרשט פֿרײַנטלעך, צופֿרידן, װאָס חנה איז אָפּגעגאַנגען, רוקן זיך צו מיט די רידיקולס צום טיש.

ישׂראל־איסר: צו די געסט. אַלזאָ, גאָספּאָדאַ, איז אַן אָבשטשע שפּיל?  איך מײן אָבער, אַז פּאָ זאַקאָנוпо закону: לױטן געזעץ קומט הײַנט אַן אָקע.  אָקע איז אַ ייִדישע שפּעגעלאַציע, מײן איך אַ ייִדישע שפּיל.  פֿאָרט יום־טובֿ, פּורים אױף דער װעלט, המנס יאָרצײַט…  צו די געסט. האַ?  װאָס זאָגט איר? 

געסט: אַלע אינאײנעם.  אױפֿגעלעבט. סאָװערשעננאָ װיערנאָ.  אַן אָקע!  אַן אָקע! 

ישׂראל־איסר: אַלזאָ, אַן אָקע?  בײַ מיר האָט איר געפּועלט.  איך בין דאָך, װי זאָגט איר, ניט מער װי באַלעבאָס…  עפֿנט אױף די קאָרטן מיט אַ קנאַק. װי אַזױ זשע שפּעגעלירן מיר, מײן איר, װי אַזױ שפּילן מיר?  מיטן קװענץ? 

ערשטער גאַסט: אָקע מיטן קװענץ ― קאַקאַיאַ בלאַזשענסטװאַ! 

צװײטער גאַסט: און איך װאָלט געזאָגט ― דװקא אָנעם קװענץ. 

דריטער גאַסט: סאָװערשעננאָ װיערנאָ.  מיטן קװענץ און מיטן קאַנטשיק. 

פֿערטער גאַסט: פּאָ נאַסטאָיאַשטשעמוпо настоящему: אױפֿן ריכטיקן אופֿן, באַדאַרף זײַן אַן אָקע מיט אַלע פּאָדלאָסטן.  דאָס הײסט, מע מעג אײַך שמײַסן ביזן טאָג אַרײַן.  פֿון אַ דרײַערל ביז אַ הונדערטער, און דאַזשע מער פֿון אַ הונדערטער. 

פֿינפֿטער גאַסט: קאָניעטשנאָ, מיט אַלע פּאָדלאָסטן!  צו די דאַמען. װאָס זאָגט איר? 

דאַמען: ניט צופֿרידן, װאָס סע װעט שפּילן אין אָקע אָן זײ, נעמען זיך פֿונדעסטװעגן צו די רידיקולס, רוקן זיך צו מיט די שטולן צו זײ, קוקן אַרײַן אין די קאָרטן פֿון הינטן, זיפֿצן. לאָז זײַן אַז אָקע, לאָז זײַן מיט אַלע פּאָדלאָסטן, אַבי לאָז מען שױן שפּילן. 

ישׂראל־איסר: אָדנים סלאָװאָם, װער איז ערשטע האַנט?  װאַרפֿט אױס קאָרטן.  רעדט אין אײן אָטעם. אַל″ף אַן אָדלער.  בי″ת אַ באַרנבױם.  גימ″ל אַ גנבֿ.  דל″תּ אַ דרײדל.  ה″א אַ המן־טאַש.  וא″ו אַ װײַנגאָרטן.  זײַ″ן אַ זאַװערוכע.  חי″ת חײם־יענקל…  צום ערשטן גאַסט. איר זײַט ערשטע האַנט.  לײגט אױס יעדן צו צװײ קאָרטן צוגעמאַכט און נאָכדעם צו צװײ קאָרטן אױפֿגעדעקט.  דער עולם הײבט אַן װערן נערװעז, נאָר סע מאַכט זיך גלײַכגילטיק.

ערשטער גאַסט: קאַקאַיאַ בלאַזשענסטװאַ!  רוקט זיך צו צום טיש נאָך נעענטער, נעמט אַרױס געלט.  פֿאַרקאַטשעט די אַרבל. שױן לאַנג ניט געשפּילט אין אָקע. 

צװײטער גאַסט: רוקט זיך צו, נעמט זיך צו דער קעשענע. אַ שאָק מיט יאָרן. 

דריטער גאַסט: נעמט זיך צו דער קעשענע. סאָװערשעננאָ װיערנאָ!  ערשט נעכטן געהאַקט אין אָקע אַ גאַנצע נאַכט, ביזן װײַסן טאָג… 

פֿערטער גאַסט: נעמט זיך צו דער קעשענע.  זינגט מיט ס חסידישן ניגון. דער רבי האָט געהײסן פֿרײלעך זײַן, ביזן װײַסן טאָג אַרײַן…  צו די דאַמען. האַ?  װאָס? 

דאַמען: קוקן מיט ברענענדיקע אױגן צו די מאַנען און די אױסגעלײגטע קאָרטן.  זיפֿצן.  לאַכן נערװעז. כאַ־כאַ־כאַ! 

ישׂראל־איסר: צום ערשטן גאַסט. אָדנים סלאָװאָם, איר זײַט ערשטע האַנט, דאַרפֿט איר רײדן װערטער. 

ערשטער גאַסט: באַטראַכט אַלעמענס קאָרטן, װאָס אױפֿן טיש. קאַקאַיאַ בלאַזשענסטװאַ!  איך װעל בעטן דעם עולם אַװעקלײגן צו דרײַערלעך סליעפּאָслепо: בלינדערהײט; ניט געזען די קאָרטן. לײגט אַװעק אַ דרײַערל און מאַכט צו די אױגן.

צװײטער גאַסט: בלא ראַיה הײסט עס?  טראַכט אַ װײַלע.  רעדט צו זיך אַלײן. נו, מאָיסײ מאַרקאָװיטש?  פּאַזשאַלוּיטיע װ'קאָנטאָרוпожалуйте в контору: מע בעט אײַך מחילה אין קאַנטאָר אַרײַן ― אַרױס מיט דער מטבע!  לײגט געלט.

דריטער גאַסט: סאָװערשעננאָ װיערנאָ.  לײגט געלט.  אומצופֿרידן. װי אַ לאָך אין קאָפּ! 

פֿערטער גאַסט: זיפֿצט. אַז אָך און װײ איז מיר, איך מוז מיך נאָכשלעפּן.  לײגט געלט. בײַ אַ פּגירה בין איך אױך אַ בהמה. 

פֿינפֿטער גאַסט: קרעכצט.  לײגט אַ דרײַערל. פֿאַרפֿינצטערט בין איך געװאָרן!  איך מוז אױך.  װאָס זאָל איך טאָן? 

ישׂראל־איסר: נו, מוז איך דאָך אַװדאי שפּעגעלירן.  איך בין דאָך, װי זאָגט איר, עפּעס באַלעבאָס, לכּבֿוד פּורים…  לײגט געלט. המנס יאָרצײַט… 

ערשטער גאַסט: מיר זאָגט דאָס האַרץ, אַז דאָ דאַרף ליגן גאָלד.  קלאַפּט מיט אַ פֿינגער איבער די צוגעמאַכטע קאָרטן. גאָספּאָדאַ!  נאָך אַ דרײַערל בלינד.  לײגט אַװעק נאָך אַ דרײַערל.

צװײטער גאַסט: צו זיך אַלײן. נו, מאָיסײ מאַרקאָװיטש, ביסטו אַרײַנגעקראָכן, קריך װײַטער.  לײגט נאָך אַ דרײַערל.

דריטער גאַסט: סאָװערשעננאָ װיערנאָ.  לײגט דאָס געלט מיט כּעס. װי אַ פֿינפֿטע ראָד צום װאָגן! 

פֿערטער גאַסט: זיפֿצט. אַז אָך און װײ איז מיר!  קריכט אין קעשענע. איך מוז מיר נאָכשלעפּן.  װאָס ס'װעט זײַן מיט כּל־ישׂראל, װעט זײַן מיט רב ישׂראל. 

פֿינפֿטער גאַסט: קרעכצט און לײגט געלט. פֿאַרפֿינצטערט בין איך געװאָרן!  איך מוז אױך.  אַ ברירה האָב איך? 

ישׂראל־איסר: נו, מוז איך דאָך אַװדאי שפּעגעלירן.  איך בין דאָך, װי זאָגט איר, עפּעס באַלעבאָס.  המנס יאָרצײַט.  לײגט געלט.  עס װאַקסן די דרײַערלעך אױפֿן טיש.  אַלע אױגן ברענען, די דאַמען זיפֿצן. נו, גאָספּאָדאַ!  װאָס װעט זײַן װײַטער?  קוקט אױפֿן ערשטן גאַסט.  פֿון צװײטן חדר גנבֿעט זיך אונטער מיט שטילע טריט גרישאַ.  קוקט זיך אַרום צוריק, גײט צו פּאַװאָליע צום טיש.  זעצט זיך אַװעק אומבאַמערקט אױף אַ שטול הינטער ישׂראל־איסרס פּלײצעס.  קוקט צו װי מע שפּילט.

ערשטער גאַסט: װאָס זאָל זײַן װײַטער?  װײַטער װעלן מיר זיך גײן אָנקוקן…  די דריטע קאָרט װעט שױן זאָגן, װאָס איך האָב צו טאָן…  הײבט אױף אײנע פֿון די צװײ צוגעדעקטע קאָרטן, לײגט זי אַװעק מיטן פּנים אַראָפּ אױף אײנע פֿון די אָפֿענע קאָרטן.  לענט זיך אָפּ אַ ביסל צוריק.  טראָגט צו דאָס פּאָרל צו דער נאָז.  װאַרפֿט אַ גיכן קוק אױף דער דריטער עטװאָס אױפֿגעדעקטער קאָרט.  װערט מאָדנע לעבעדיק. קאַקאַיאַ בלאַזשענסטװאַ!  לײגט גיך אַװעק צוריק די קאָרטן און נעמט זיך צו דער קעשענע. אַזױ װי דאָס האַרץ אָבער האָט מיר געזאָגט, אַז דאָ דאַרף ליגן אַן אוצר.  נו, גאָספּאָדאַ?  װער פֿאָרט מיט מיר קײן יאַרמעלינעץ אױפֿן יאַריד?  צװײ דרײַערלעך אױף דרײַ. 

צװײטער גאַסט: צו זיך אַלײן. נו, מאָיסײ מאַרקאָװיטש?  דו קריכסט נאָך, צי נײן?  טוט אַ הײב אױף די דריטע קאָרט. געענטפֿערט אױף מײַנע דרײַ. 

דריטער גאַסט: סאָװערשעננאָ װיערנאָ.  אָנגעקוקט אַלע פֿיר קאָרטן, מלא־גזלן.  טוט זיך אַ שמיץ מיט כּעס. שראַגע, אַ רוח אין דײַן האַרצן אַרײַן!  װער האָט דאָס אױסגעטראַכט אַזאַ שפּיל, װאָס הײסט אָקע? 

פֿערטער גאַסט: אַז אָך און װײ איז מיר.  איך מוז זיך אױך גײן אָנקוקן.  קוקט זיך אָן. געשטאָרבן אַ ייִד.  לײגט אַװעק די קאָרטן. איך האָב געװוּסט פֿריִער, אַז װי באַלד אָקע, אַזױ װער איך באַגראָבן. 

פֿינפֿטער גאַסט: קוקט זיך אָן. ברוך דײן אמת.  געשטאָרבן נאָך אַ ייִד.  לײגט אַװעק די קאָרטן.  רעדט צו די דאַמען. בין איך ניט גערעכט געװען, אַז איך האָב געזאָגט אַן אָבשטשע שפּיל?  אָקע האָט זיך זײ פֿאַרגלוסט!  װאָס זאָגט איר? 

דאַמען: קאָניעטשנאָ! 

ישׂראל־איסר: צום ערשטן און צװײטן גאַסט. זײַנען מיר, הײסט עס, געבליבן אין דרײַען אױפֿן יאַריד?  צום ערשטן גאַסט. װאָס זשע װעט איר עפּעס זאָגן װײַטער, כּדומה למשל נאַפּרימער?  נו?  אַרױס מיט לשון! 

ערשטער גאַסט: װאָס האָט איר קײן צײַט ניט?  נאַד נאַמי ניע קאַפּליעטнад нами не каплет: איבער אונדז רעגנט ניט ⁽פֿאַרגרײַזט⁾. קוקט אױפֿן טיש. מע דאַרף זיך גוט באַטראַכטן, װאָס פֿאַרמאָגט דער עולם?  קוקט רעכטס און לינקס. דער האָט שיקסעס, און דער ― שקצים.  קאַקאַיאַ בלאַזשענסטװאַ!  צו צװײטן גאַסט. װאָס װעט איר זאָגן, װען איך טו אַ פּאַס צו אײַערע שקצים? 

צװײטער גאַסט: גאָט איז מײַן עדות, אַז איך קאָן ניט פּאַסן.  איך האָב דרײַ.  לײגט געלט. געענטפֿערט אױף מײַנע דרײַ און אַריבערגעצימבלט מיט אײן צענערל אױף דרײַ גלײַך װי אױף אַלע. 

ישׂראל־איסר: רעדט צו דיך אַלײן.  מאַכט מיט די פֿינגער. הײַנט גײ טרעף.  דער שמײַסט מיט דרײַערלעך אױף דרײַ, און דער צימבלט אַריבער מיט אַ צענערל אױף דרײַ װי אױף אַלע.  עס האָט אָנגעריסן בײַ זײ ― ניע דאַי באָג!  אַצינד איז אַ װאַפּראָסвопрос: פֿראַגע מיט אַ ניגון פֿון דער גמרא און שטאַרק אױסגעצױגן.― טשטאָ מיניע דיעלאַטчто мне делать: װאָס זאָל איך טאָן? צי זאָל איך מיך אַרײַנלאָזן אין דער שפּעגעלאַציע און שפּעגעלירן סליעפּאָ?  צי זאָל איך מיר גײן אָנקוקן?  נעמט זיך כּלומרשט צו דער קעשענע.  צײלט געלט.  אַלע אױגן קוקן אױף אים.  לײגט אַװעק די קאָרטן און מישט אױס די איבעריקע. דאָסװידאַניאַдосвидание: זײַט געזונט, װיל אױפֿהײבן די פֿערטע קאָרט.

גרישאַ: כאַפּט אים אָן בײַ דער האַנט. לאַװ!  באָזשע סאָכראַניбоже сохрани: גאָט באַהיט! ניטאָ קײן אָנקוקן זיך!  אַ צענערל מיט נאָך אַ צענערל! 

ישׂראל־איסר: קוקט אױף אים. משוגע? 

גרישאַ: פֿאָלגט מיך!  בעט זיך. פֿאָלגט זשע מיך!  זײ בײדע האָבן גאָרנישט מיט גאָרנישט! 

ישׂראל־איסר: צו די געסט.  װײַזט אױף גרישאַן. אַז ער הײסט!  מע דאַרף, װי זאָגט איר, פֿאָלגן אַמאָל אַ חתן אױך?  לײגט געלט. קופּעץ קאַק סטרעליעץкупец как стрелец: אַ סוחר איז װי אַ שיסער.  ⁽דאָס הײסט, אַמאָל טרעפֿט ער, אַמאָל ניט.⁾.

גרישאַ: יאַ װאַם רוטשאַיוסя вам ручаюсь: איך בין אײַך ערבֿ, אַז זײ בײדע האָבן שראַגע!  נעמט זיך צו דער קעשענע. צי אפֿשר מײנט איר, אַז איך האָב מיך, װ'סאַמאָם דיעליעв самом деле: אין דער אמתן, איבערגעשראָקן פֿאַר אײַערע שיקסעס?  איך ענטפֿער אײַך אױף אײַער צענערל און אַריבערגעטראַסקעט מיט צװײ צענערלעך אױף מײַנע דרײַ, װאָרעם איך װײס, אַז מער װי צװײ מײדן האָט איר ניט געהאַט און װעט ניט האָבן. 

צװײטער גאַסט: שױן לאַנג שטיל געװען, מאָיסײ מאַרקאָװיטש.  מיט אַזעלכע צװײ גיבורים טאָרסטו דיך ניט אַרײַנלאָזן אין דער נאַרישער װעלט.  טראַכט אַ װײַלע. הערט זשע אױס, אפֿשר װעלן מיר מאַכן אַ שטיקל געשעפֿט? 

ערשטער גאַסט: נאַפּרימער? 

ישׂראל־איסר: כּדומה למשל? 

צװײטער גאַסט: װאָס װעט איר מיר געבן אָפּטריט־געלט?  דאָס הײסט, װאָס װעט איר מיר געבן, איך זאָל זיך אַװעקלײגן בלא ראיה? 

ערשטער גאַסט: כאַ־כאַ־כאַ! 

ישׂראל־איסר: אַ גוט אױג װעלן מיר אײַך געבן!  אַז מע האָט שראַגע, טראָגט מען זיך אָפּ און מע מאַכט ניט קײן שפּעגעלאַציעס. 

צװײטער גאַסט: אַזױ זאָגט איר?  קוקט אָן די פֿערטע קאָרט.  טראַכט אַ װײַלע. האַ?  אַז מע האָט, זאָגן זײ, שראַגע, טראָגט מען זיך אָפּ און מע מאַכט ניט קײן אָנשטעלן?  נעמט זיך כּלומרשט צו דער קעשענע.  צײלט געלט.  אַלע אױגן קוקן אױף אים.  לײגט אַװעק די קאָרטן און מישט זײ אױס מיט די איבעריקע. דאָסװידאַניאַ, מאָיסײ מאַרקאָװיטש!  אַ כאָליערע װאָלט געמעגט קומען אױפֿן מחבר פֿון דער אָקע! 

ישׂראל־איסר: צום ערשטן גאַסט.  טרײסלט מיט די הענט. האָבן מיר שױן, סלאַװאַ באָגו, געפּטרט אַלע אונדזערע שׂונאים? 

ערשטער גאַסט: קאַקאַיאַ בלאַזשענסטװאַ! 

גרישאַ: צום ערשטן גאַסט.  לײגט אַרױף די האַנט אױף ישׂראל־איסרס קאָרטן. געענטפֿערט און אַריבערגעפֿידלט מיט אַ גאַנצן כּף־הא'ער25.

ישׂראל־איסר: צו גרישאַן. משוגע?  צי חסר־דעה? 

גרישאַ: פֿאָלגט זשע מיך.  דרך־ארץ פֿאַר די באַרישנעס!  טשעסטנאָיע סלאָװאָчесное слово: ערנװאָרט, ער פֿאַרמאָגט ניט מער װי שראַגע! 

ישׂראל־איסר: גײט צו דער קעשענע. אַז ער הײסט…  װײַזט אױף גרישאַן. מע דאַרף, װי זאָגט איר, אַמאָל פֿאָלגן אַ חתן אױך?  לײגט געלט. דערױף זײַנען מיר דאָך שפּעגעלאַנטן. 

ערשטער גאַסט: קאַקאַיאַ בלאַזשענסטװאַ!  קוקט אָן די פֿערטע קאָרט, גײט צו דער קעשענע.  רעדט פּאַװאָליע, זיפֿצנדיק. װי באַלד אַזױ, איז אַ הונדערטער אױף מײַנע אַלע. 

געסט: אַלע. אַ הונדערטער?!

דאַמען: אַלע. אַ הונדערטער?!

ישׂראל־איסר: װ'טאַקאָם סלוטשאַיעв таком случшая: װי באַלד אַזױ, דאַרפֿן מיר לערנען דעם פּשט, אַז ער סטראַשעט מיך מיט אַ נאַראָש?  מיט אַ גמרא־ניגון. װי באַלד אַזױ, באַדאַרף מען גײן אױפֿדעקן די פֿערטע מױד.  הײבט אױף פּאַװאָלינקע די פֿערטע קאָרט, קוקט אױף גרישאַן.

גרישאַ: קוקט אַרײַן אין דער קאָרט פֿון אונטן אַרױף. פּאָשלאַпошла: עס גײט אַ גאַנג! אַ הונדערטער מיט נאָך צװײ הונדערטערס!  דער גאַנצער עולם װערט העכסט אױפֿגערעגט.  די דאַמען כאַפּן זיך צו די רידיקולס. אַזאַ קאָרט טרעפֿט אײן מאָל אין הונדערט יאָר!  טשעסטנאָיע סלאָװאָ! 

ישׂראל־איסר: קוקט אױף גרישאַן אַריבער די ברילן. װאָס מײנסטו?  איך בין לעװ איזראַיִליעװיטש? 

גרישאַ: בעט זיך. פֿאָלגט זשע מיך!  קליאַנוס באָגאָםклянусь богом: איך שװער בײַ גאָט, ער האָט מער ניט װי שראַגע.  װײַזט אױפֿן ערשטן גאַסט.  װאָס זיצט זיך גאַנץ קאַלטבלוטיק.

ישׂראל־איסר: צו גרישאַן. אַזױ זאָגסטו?  זיפֿצט. נײן, ניט פֿאַר מיר קײן שפּעגעלאַציע.  איך בין ניט לעװ איזראַיִליעװיטש.  מישט אױס זײַנע פֿיר קאָרטן מיט אַלע איבעריקע אָנגעװאָרפֿענע, מע זאַל ניט זען, װאָס ער האָט.  מיט אַ טיפֿן זיפֿץ. פּאַס! 

גרישאַ: אין דער צײַט, װען דער ערשטער גאַסט שטופּט דאָס געלט אין די קעשענעס, טוט ער אַ הײב אױף מיט אײן האַנט יענעמס קאָרטן און מיט דער אַנדערער האַנט דערלאַנגט ער אַ זעץ איבערן טיש אַזױ אַז די טאַליע קאָרטן שפּרינגט אונטער און אױך דער עולם טוט אַ שפּרונג אונטער פֿון די ערטער.  די דאַמען פֿאַלן אין חלשות. טשטאָ יאַ װאַם סקאַזאַלчто я вам сказал: װאָס האָב איך אײַך געזאָגט? משוגע צו װערן פֿון אַזאַ שפּיל, טשעסטנאָיע סלאָװאָ!! אױף זײַן געשרײ קומט צו לױפֿן פֿון צװײטן צימער פֿריִער בערטע, דערנאָך שושנה, דערנאָך דאָס גאַנצע יונגװאַרג און נאָך זײ הײדאַד מיט דער מגילה. אַזאַ מעשׂה איז גאָרניט געהערט געװאָרן!  מיט גאָרניט פֿאַרטרײַבן דרײַ מײדלעך?! שומו שמים!  ס'איז הימל־שרײַענד!! נאַט, זעט כאָטש!  כאַ־כאַ־כאַ!  באַװײַזט אַלעמען די קאָרטן. זעט, ייִדישע קינדער, מיט װאָס מע פֿאַרטרײַבט דרײַ מײדלעך?  מיט גאָרניט.  מיט שראַגע!  מיט שראַגע!!! נו, קאָן מען לעבן אױף דער װעלט?!

געסט: קוקן פֿון די ערטער אָן די אױפֿגעדעקטע פֿיר קאָרטן. שראַגע! 

דאַמען: נאָך זײ, פֿאַרברעכן מיט די הענט. שראַגע! 

בערטע: בלײַבט שטײן אױף דער טיר.  דערזעט גרישאַן מיט די קאָרטן אין האַנט, טוט זי אַ פּליעסקעט מיט די הענט. אַך!  װײַזט מיט דער האַנט אױפֿן חתן.  פֿאַלט צו שושנהן אױף די הענט.

גרישאַ: טוט אַ שמיץ די קאָרטן אױפֿן טיש.  טוט זיך אַ לאָז צו דער כּלה. בערטוסיאַ!  בתיהניו!  װינאָװאַט!  טאָ יעסט, סליכאַ!  איך האָב ניט געשפּילט!  טשעסטנאָיע סלאָװאָ!  טאָ יעסט, סליכאַ…  קליאַנוס באָגאָם!…  פֿאַלט איר צו די פֿיס. יאָנאַטי!  יאַפֿאַטי!  טאַמאַטי!יונתי!  יפֿתי!  תּמתי: מײַן טײַבעלע!  מײַן שײנהײט!  מײַן ערלעכע!…  אין דער מינוט קומט אָן פֿון דער קיך חנה מיט די המן־טאַשן.

חנה: דערזעט בערטען אַ פֿאַרחלשטע און גרישאַן שטײן אױף אײן קני, פֿאַרלירט זי דעם טעלער מיט די המן־טאַשן און לאָזט זיך צו דער טאָכטער. גאָט איז מיט דיר, טאָכטער מײַנע!  צום מאַן. װאָס איז דאָ געשען?  גיכער!  װאָס האָט זיך דאָ געטראָפֿן?  נו, זאָג שױן! 

ישׂראל־איסר: צום װײַב, װיל זי באַרויִקן. שאַ, שאַ!  שרײַ ניט!  גאָלע גאָרנישט…  אָפּגעשמיסן…  פֿאַרטריבן…  דרײַ מײדלעך… 

חנה: װער האָט געשמיסן?  װעמען געשמיסן?  אַ דונער איז מיר!  קוקט אױפֿן יונגװאַרג. װאָסערע מײדלעך?… 

ישׂראל־איסר: שטײט אױף פֿון טיש. שטיא!  פֿאַרשטײסט ניט קײן שפּעגעלאַציע!  מאַכט מיט די הענט. דרײַ מײדלעך.  איך האָב געהאַט דרײַ מײדלעך, און ער װײַזט אױפֿן ערשטן גאַסט.האָט גאָלע גאָרנישט.  שראַגע האָט ער געהאַט.  האָט ער מיך געשמיסן, פֿאַרטריבן, הײסט עס, מיט שראַגע, מיט גאָרנישט!  גלײַך צו איר אין פּנים אַרײַן.  מאַכט מיט די הענט. מיט שראַגע!  מיט שראַגע!… 

פֿאָרהאַנג
געשריבן אין יאָר 1911.
ה ע ב ר ע יִ ש:
אַװאַל אַװיך היביאַ סימכאַטאָ בידװאַר קריאַט האַמגילאַ האַזאָט באַבאַאיט
האַזע אַבֿל אַבֿיך הביע שמחתו בדבֿר קריאתּ המגילה הזאתּ בבית הזה.― אָבער דײַן פֿאָטער האָט אױסגעדריקט זײַן פֿרײד װעגן דאָס לײענען פֿון דער דאָזיקער מגילה אין דעם דאָזיקן הױז. 

אַני מעדאַבער איװריט בעכאָל מאַקאָם װעאים קאָל האַאָלאַם.  אַפֿילו קעשעאַני יאָצע בעמערקאַװאַ, אַני אָמער לעהאַקאָנדוקטאָר: טען לי קאַרטיס!  אַני מדבר עבֿריתּ בכל מקום ועם כּל העולם.  אַפֿילו כּשאַני יוצא במרכּבה, אני אומר להקונדוקטור: תּן לי כּרטיס!.― איך רײד העברעיִש אומעטום און מיט דער גאַנצער װעלט.  אַפֿילו אַז איך פֿאָר אָפֿן טראַם, זאָג איך דעם קאָנדוקטאָר: גיב מיר אַ בילעט! 

בעכאָל דאָר װאַדאָר אובכאָל מעדינאַ אומעדינאַ כאָזערעט האַמגילא האַזאָט בכל דור ודור ובכל מדינה ומדינה חוזרתּ המגילה הזאָתּ.― אין יעדן דור און אין יעדער מדינה חזרט זיך איבער די דאָזיקע מגילה. 

טאָװ װעיאַפֿע װענעכמאַד װענאַאים טובֿ ױפֿה ונחמד ונעים.― גוט און שײן און פֿײַן. 

יאָנאַטי!  יאַפֿאַטי!  טאַמאַטי!  יונתּי!  יפֿתּי!  תּמתּי!  . ― מײַן טײַבעלע!  מײַן שײנהײט!  מײַן ערלעכע! 

לאַװ לאַו.― נײן. 

קאַמאַ פּעאַמים ניכטאַװ װענעכטאַם אַל אַם האַיהודים לעהאַשמיד לאַהאַראָג אול־אַבעד!  קאַמאַ פּעאַמים יאַצאַ האַמאַן בען האַמדאַטאַ האַאַגאַגי ליכטאָװ סיטנאַ אַל אַם איסראַעל!  כּמה פּעמים נכתּבֿ ונחתּם על עם היהודים להשמיד להרוג ולאַבד!  כּמה פּעמים יצא המן בן המדתּא האַגגי לכתּובֿ שׂטנה על עם ישראל!  .― װיפֿל מאָל איז שױן געצײכנט געװאָרן אַפֿן ייִדישן פֿאָלק צו אױסהרגענען און פֿאַרטיליקן עס!  װיפֿל מאָל איז שױן אַרױס המן בן המדתא האַגגי צו שרײַבן פּאַסקװילן אַפֿן פֿאָלק ישׂראל! 

ר ו ס י ש:

אָדנים סלאָװאָםодним словом ― מיט אײן װאָרט.  אוניטשטאָזשעןуничтожен ― פֿאַרניכטן.  אוסטאַװустав
תּקנות.  אימענינעסименины ― געבורטסטאָג.  אָקאָנטשאַטעלנאָоконтщательно― אינגאַנצן.
באָזשע סאָכראַניбоже сохрани ― גאָט באַהיט.  באַרישנעסбарышни ― פֿרײַלינס.
גאָספּאָדאַ, סאַדיטעסгоспода садитесь ― רבותים, זיצט.
דאָ סװידאַניאַдо свиданья ― אַף װידערזען.  דאַזשעдаже ― אַפֿילו.  דושינקע דושענקאַ.душинке
נשמה מײַנע.  דרעװניע־יעװרעיצעסдревние еврейцес ― העברעער. 

װאָפּראָסвопрос ― פֿראַגע.  װ'טאַקאָם סלוטשאַיעв таком случшая ― װיבאַלד אַזױ.  װ'סאַמאָם דיעליעв самом деле ― אין דער אמתן. 

זאַמעטשאַטעלני יאַזיקзамечательны язык ― אַן אױסגעצײכנטע שפּראַך.  זװוּטשיט קאַק איספּאַנסקיзвучёк как испанский ― קלינגט װי שפּאַניש. 

חעדעראַхедера ― חדרים שולן.

טשטאָ יאַ װאַם סקאַזאַל?что я вам сказал ― װאָס האָב איך אײַך געזאָגט?  טשטאָ מני דיעלאַט?что мне делать ― װאָס זאָל איך טאָן?  טשעסטנאָיע סלאָװאָчесное слово ― ערן־װאָרט. 

יאַ װאַם רוטשאַיוסя вам ручаюсь― איך בין אײַך ערבֿ. 

מאָלאָדיאָזשмолодёжь ― יונגװאַרג. 

נאַד נאַמי ניע קאַפּליעט פֿאַרגרײַזטע פֿראַזע.над нами не каплет ― איבער אונדז רעגנט ניט.  ניע דאַי באָגне дай бог ― זאָל גאָט היטן.  ניעאוזשעלי?неужели ― טאַקע באמת? 

סאָיעדיניאַיעןсоединярен ― פֿאַראײניקן.  סטיעסניאַיעןстесняйся ― זיך שעמען.  סלאַװא באָגו ―слава богу גאָט צו דאַנקען.  סלוזשאַסטשעסслужащес― געשעפֿטס־אָנגעשטעלטע.  סליעפּאָслепо ― בלינדערהײט ניט געזען די קאָרטן.

פּאָדלאָסטןподлость ― געמײנהײטן.  פּאָזשאַלוּיטיע װ'קאָנטאָרוпожалуйте в контору ― מע בעט אײַך מחילה אין קאַנטאָר אַרײַן אין קעשענע נאָך געלט. פּאָ נאַסטאָיאַשטשעמוпо настоящему ― אַפֿן ריכטיקן אופֿן.  פּאָשלאַпошла ― עס גײט אַ גאַנג. 

קופּעץ קאַק סטרעלעץкупец как стрелец ― אַ סוחר איז װי אַ שיסער דאָס הײסט, אַמאָל טרעפֿט ער, אַמאָל ניט. קליאַנוס באָגאָםклянусь богом ― איך שװער באַ גאָט. 

געשריבן אין יאָר 1911

עולם־הבא ― אַ שאַרזש אין אײן אַקט

פּערזאָנען

מיסטער טשערקיס, אַן אָלרײַטניקהצלחהדיקער.

מיסעס טשערקיס, אַז אָלרײַטניטשקע. 

מיסטער קװאָטשקע, אַ היברו־טיטשערדרדקי־מלמד.

אַ ייִד.

צװײ עדות.

אָרט: די װײַטע פּראָװינץ אין אַמעריקע. 

צײַט: דאָ ניט לאַנג.