ישׂראל־איסר, אַ נגיד. האַלב ייִד, האַלב אַריסטאָקראַט. אַ „שפּעגעלאַנט“ פֿון דער בערזע.
חנה, זײַן װײַב. מער ייִדענע װי אַריסטאָקראַטין.
בערטע, זײער טעכטערל. אַ בת־יחידקעלע. אַ כּלה.
גרישאַ, איר חתן. װיל אַרײַן אין אוניװערסיטעט.
געסט, מעקלערס פֿון דער בערזע מיט זײערע װײַבער. אַלע אַריסטאָקראַטן.
אָרט: יעהופּעץ.
צײַט: הײַנטיקער חנוכּה.
אַ באַלעבאַטישע שטוב. פֿײַנע מעבל. אַ פֿאָרטעפּיאַנאָ. בײַ דער זײַט אַ פּאָר טישלעך. אױבנאָן, בײַ דער טיר, אױף אַ שטול בײַ דער װאַנט, אַ זילבערן־פֿאַרגאָלדעט חנוכּה־לעמפּל.
ישׂראל־איסר: אָנגעבױגן איבערן זילבערן־פֿאַרגאָלדעט חנוכּה־לעמפּל, בענטשט חנוכּה־ליכטלעך, לאָזט אױס מיט אַ ניגון. ש־ע־שׂה נ־ס־י־ם ל־אַ־בֿ־ת־י־נו ב־י־מ־י־ם ה־ה־ם ב־ז־מ־ן ה־ז־ה!… זאָגט עפּעס שטיל אונטער דער נאָז מיט אַ ניגונדל. לעבן אים שטײען חנה און בערטע. חנה ― מיט אַ פֿרום פּנים, בערטע ― צונױפֿגעלײגט די הענט, קוקט אין עקסטאַז אױפֿן לעמפּל. ישׂראל־איסר ענדיקט דאָס זאָגן. צו דער טאָכטער. נו? צופֿרידן? אָט האָב איר דיר שױן געבענטשט חנוכּה־ליכטלעך אױך.
בערטע: מיר האָסטו געבענטשט חנוכּה־ליכטלעך?
חנה: װײַזט מיט דער האַנט אױף זיך. נײן. מיר. מיר.
בערטע: צו דער מוטער. מיט שטאָלץ און מיט באַגײַסטערונג. ניט מיר און ניט דיר, נאָר לכּבֿוד חנוכּה, לכּבֿוד אונדזער נאַציאָנאַל־פֿעסט, לכּבֿוד אונדזערע העלדן, די מכּבײער, װאָס האָבן געקעמפֿט פֿאַר אונדזער…
ישׂראל־איסר: יאָ, יאָ. גערעכט, גערעכט. לכּבֿוד חנוכּה, לכּבֿוד פֿעסט, לכּבֿוד מכּבײער… הערט זיך צו. צו חנהן. דאַכט זיך, געקלונגען? װיל אױסטאָן דאָס היטל. חנה לאָזט זיך גײן.
בערטע: האַלב געבעטן, האַלב געהײסן. פּאַפּאַ! הײַנט װעסטו גײן מיטן היטל.
ישׂראל־איסר: װאָס הײסט? עס איז דאָך שױן נאָך אַלעמען, קינדעניו… און אױסער דעם, אָט קומען געסט…
בערטע: די געסט מעגן אױך אײן מאָל, צוליב חנוכּה, זיצן אין די היטלען. כאָטש ביז די חנוכּה־ליכטלעך װעלן אױסגײן. נישקשה. עס װעט זײ חלילה גאָרניט שאַטן. חנה קומט צוריק מיט די געסט. אַלע אָנגעטאָן יום־טובֿדיק. די דאַמען אין בריליאַנטן מיט רידיקולס אין די הענט. די מאַנצבילן, דערזעען די אָנגעצונדענע ליכטלעך און דעם באַלעבאָס אין היטל, בלײַבן שטײן, װײסן ניט, צי זאָלן זײ אױסטאָן די היטלען, צי נײן.
ישׂראל־איסר: מילאָסטי פּראָסיםмилости просим: זײער אָנגעלײגטע געסט! פּאַזשאַלױטיעпожалуйте: קומט! קוקט אױף דער טאָכטער, פֿאַרכאַפּט זיך. ברוכים־הבאָים! װילקאָמעןwillkommen: ברוכים־הבאָים! זיצט, זעצט אײַך. װײַזט אױפֿן חנוכּה־לעמפּל. װידיטיעвидите: זעט איר, חנוכּה. צוליב געטאָן דער טאָכטער. איר געבענטשט חנוכּה־ליכטלעך. אַ װעלט געװאָרן. לאַכט.
בערטע: פּאַפּאַ! ניט מיר האָסטו געבענטשט חנוכּה־ליכטלעך, נאָר צום אָנדענקען פֿון…
ישׂראל־איסר: פֿאַרכאַפּט זיך. יאָ, יאָ. ניט דיר, ניט דיר, נאָר לכּבֿוד חנוכּה, לכּבֿוד פֿעסט, לכּבֿוד מכּבײער… .צו די געסט. זיצט. װאָס זשע מאַכט איר? װאָס הערט זיך עפּעס אין שטאָט? װאָס הערט זיך אױף דער בערזע? װאָס איז מיט די קורסן? עפּעס נײַע „שפּעגעלאַציעס“?
ערשטער גאַסט: װאָס זאָל זיך הערן? ניטשעװאָ אַסאָבעננאַװאָничего особенного: קײן באַזונדערס ניט. אױף דער בערזע ניט פֿאָרגעקומען קײן פּערעמענעперемене: פֿאַרענדערונג. די קורסן זײַנען פֿעסט. איר קאָנט זײַן ספּאָקאָינעспокойне: רויִק… צו בערטען. זדראַסטיздрасти: גוטן אָװנט, בערטעטשקאַ!
בערטע: ערשטנס, ניט בערטעטשקאַ.
ערשטער גאַסט: טאָ יעסט, װינאָװאַטто есть, виноват: דאָס הײסט, אַנטשולדיקט. בערטאַ איזראַיִליעװנאַ…
בערטע: און ניט בערטאַ איזראַיִליעװנאַ, נאָר בתיה. פּשוט בתיה בת ישׂראל. ניטאָ זיך װאָס צו שעמען מיט אַן אײגענעם נאָמען.
ערשטער גאַסט: אַ װאָװטאָריךа вовторых: און צװײטנס?
בערטע: און צװײטנס, װאָס פֿאַר אַ „װאָװטאָריך“ אױף אײַך און װאָס פֿאַר אַ „זדראַסטי“ הײַנט?… גוט יום־טובֿ איז דען ניט שענער?
צװײטער גאַסט: אַ גוט יום־טובֿ גאָר?
ישׂראל־איסר: פֿאַרגעסן? חנוכּה. װײַזט אױפֿן חנוכּה־לעמפּל.
דריטער גאַסט: רעדט לאַנגזאַם, מיט אַ גראָב קול. סאָװערשעננאָ װיערנאָсовершенно верно: גאַנץ ריכטיק. צוליב דעם האָט מען דאָך אונדז טאַקע פּריגלאַשעטприглашает: אײַנגעלאַדן.
בערטע: אײַנגעלאַדן ― װילט איר זאָגן.
פֿערטער גאַסט: אײַנגעלאַדן נאַ בליניна блины: אױף לאַטקעס.
בערטע: אױף לאַטקעס ― װילט איר זאָגן.
פֿינפֿטער גאַסט: קאָניעטשנאָконечно: געװיס, לאַטקעס. ס'איקאָראָטשקאָיс икорочкой: מיט קאַװיאַר.
בערטע: מיט שמאַלץ ― װילט איר זאָגן.
חנה: װיל פֿאַרגלעטן, יוצא זײַן לכל־הדעות. ס'איז דאָ שמאַלץ, ס'איז דאָ איקרע, ס'איז דאָ גריװן. ס'װעט זײַן אַלצדינג, אם־ירצה־שם, אַלצדינג. װענדט זיך צו די דאַמען, רעדט מיט זײ שטילערהײט. יענע שמײכלען, פֿינקלען מיט די בריליאַנטן, שפּילן זיך מיט די רידיקולס, מאַכן צורעכט די טואַלעטן. עס פֿילט זיך אַ סומנעקײט אין דער געזעלשאַפֿט.
ישׂראל־איסר: װיל מאַכן אַ ביסל פֿרײלעכער דעם עולם, טוט אַ רוף דאָס װײַב. חנה! װײַזט מיט די אױגן אױף די גרינע טישלעך.
בערטע: מיט דער האַנט איבערן פֿאָטערס מױל. פּאַפּאַ! נאָך ניט דאָס… בלאָזט זיך אָן, װי אַ קלײן געבאַלעװעט קינד.
ישׂראל־איסר: שמײכלענדיק. װאָס „דאָס“?
בערטע: לאַכט. דו װײסט שױן װאָס!… קוקט אױף דער מוטער. די מוטער װינקט צום פֿאָטער. דער פֿאָטער קוקט זיך איבער מיט די געסט. עס הערשט אַן אומאָנגענעמע שטילקײט.
ערשטער גאַסט: װיל באַרירן די שטילקײט. לאַטקעס מיט שמאַלץ און מיט גריװן ― אַך, קאַקאַיאַ בלאַזשענסטװאַкакая блаженства: ס'אַ מחיה!
בערטע: „קאַקאַיאַ בלאַזשענסטװאַ“? לאַכט. האָט מיר קײן פֿאַראיבל ניט, װאָס איך װעל אײַך פֿרעגן: למאַי זאָלט איר זיך באַנוצן דװקא ניט מיט אײַער אײגן לשון? מיר דאַכט, אַז ס'איז פֿיל גלײַכער רײדן רעכט ייִדיש, אײדער שלעכט רוסיש… דער ערשטער גאַסט בלײַבט אָן לשון. דער צװײטער גאַסט שטעלט זיך אײַן פֿאַר אים.
צװײטער גאַסט: יאַק רײדעלע טאָ רײדעלע, אַבי דאָברע מײנעלעяк רײדעלע то רעדעלע אַבי добре מײנעלע: װי איך האָב געזאָגט אַזױ האָב איך געזאָגט, אַבי עס זאָל מײנען ריכטיק. באַלעקט זיך. לאַטקעס מיט שמאַלץ און מיט גריװן ― שױן לאַנג ניט געגעסן. איר האַלט דעריבער פֿון דעם יום־טובֿ, װאָס מע קאָן עסן לאַטקעס…
דריטער גאַסט: סאָװערשעננאָ װיערנאָсовершенно верно: גאַנץ ריכטיק. און דערצו נאָך מאַכן אַ קערטל… קוקט אַהין, װוּ די גרינע טישלעך שטײען.
בערטע: שפּאָטיש. מער האָט דער יום־טובֿ פֿאַר אײַך קײן שום אַנדער װערט? קײן שום אָנדענקען?
ישׂראל־איסר: זיצט װי אױף הײסע קױלן. דערהערט אַ קלונג, צום װײַב. דאַכט זיך, מע קלינגט?
חנה: דאָס דאַרף זײַן גרישאַ.
בערטע: „הערש“ לױנט דיר ניט?
חנה: מײן איך ― „הערש“. לאָזט זיך צו דער טיר.
ישׂראל־איסר: צו די געסט שמײכלענדיק. הײַנטיקע קינדער! האָבן זיך אַ נעם געטאָן צוריק…
בערטע: שלאָגט אים איבער. װאָס עפּעס צוריק, פּאַפּאַ? פֿאָרװערטס, ניט צוריק.
ישׂראל־איסר: יאָ, נו, איך מײן טאַקע אַזױ… צוריק צו ייִדישקײט מײן איך. צום… צום ייִדישן גאָט…
ערשטער גאַסט: לאַכט. כאַ־כאַ!
צװײטער גאַסט: געװאָרן אַ גרױסע רעאַקציע.
דריטער גאַסט: סאָװערשעננאָ װיערנאָ. אַ פּאָלנע רעאַקציע.
בערטע: אױסער זיך. כאַ־כאַ־כאַ! בײַ אײַך הײסט עס רעאַקציע?!
ישׂראל־איסר: כאַפּט זיך אױף, װײס ניט, װאָס ער זאָל טאָן, איז זיך מחיה, װאָס חנה קומט אָן מיט גרישאַן.
גרישאַ: אָנגעטאָן כּמעט װי אַ סטודענט, אין אַ טוזשורקע מיט אַ האַלב־סטודענטיש היטל. װיל אױסטאָן דאָס היטל. דערזעט דאָס חנוכּה־לעמפּל און אַלעמען אין די היטלען, פֿאַרכאַפּט ער זיך. זדראַװ… באַגעגנט זיך מיט בערטעס אױגן. טאָ יעסט, אַ גוט יום־טובֿ! צו בערטען אױף העברעיִש, מיטן ספֿרדישן אַקצענט. מעאָד עסמאַך ליראָט בעבעט אַװיכאַ האַניכבאַדאַ האַזאָטמעוד אשׂמח לראות בבית אַבֿיך הנכבדה הזאת: עס פֿרײט מיך זײער צו זען בײַ דײַן געערטן פֿאָטער אין הױז…
בערטע: פֿאַרריכט אים די גרײַזן. בעבעט אַװיך האַניכבאַד האַזעבבית אָבֿיך הנכבד הזה.
גרישאַ: װינאָװאַט… פֿאַרכאַפּט זיך. טאָ יעסט, סליכאַסליחה: אַנטשולדיקט… מעאָד עסמאַך ליראָט בעבעט אַװיך האַניכבאַד האַזע עט האַהיסטאַדרוט האַניכבאַד האַזעאת האַהיסתּדרות הנכבד הזה: די דאָזיקע געערטע אָרגאַניזאַציע
בערטע: פֿאַרריכט אים. האַהיסטאַדרוט האַניכבאַדאַ האַזאָט…
גרישאַ: װינאָ… פֿאַרכאַפּט זיך. טאָ יעסט, סליכאַ! ההיסטאַדרוט האַניכבאַדאַ האַזאָט, שעהיטאַסעף באַבאַיִט האַניכבאַד האַזאָטשהיתאסף בבית הנכבד הזאת: װאָס האָט זיך פֿאַרזאַמלט אין דעם דאָזיקן הױז …
בערטע: פֿאַרריכט אים. האַזע.
גרישאַ: קעןכּן: יאָ, האַזע… אים ריגשײ קאַװאָד אוטכיאַ װעכיטלאַהאַװוּט לעאומי גאַדאָל אַל יעסאָד האַכאַג האַלעאומי האַגאַדאָל װעאַל יעסאָד טאַרבוטײנו אוספֿאַטײנו האַלעאומי האַגאַדאָלעם ריגשי כּבֿוד ותּחיה והיתלהבֿות לאומי הגדול אַל יסוד החג הלאומי הגדול ואַל יסוד מרבותנו ושׂפֿתינו הלאומי הגדול: מיט געפֿיל פֿון אַכטונג און אױפֿלעבונג און גרױסער נאַציאָנאַלער באַגײַסטערונג אױפֿן גרונט פֿונעם גרױסן נאַציאָנאַלן יום־טובֿ און אױפֿן גרונט פֿון אונדזער קולטור און אונדזער גרױסער נאַציאָנאַלער שפּראַך…
בערטע: פֿאַרריכט אים. אוספֿאַטײנו האַלעאומיט האַגדאָלאַושׂפֿתּינו הלאומית הגדולה…
גרישאַ: שװיצט. װינאָװאַט!… אין דער צײַט, װען חתן־כּלה רײדן העברעיִש און ציִען זיך אַװעק אַלעמאָל אױף אַ זײַט, קװעלן די געסט, רײדן זיך איבער צװישן זיך.
ערשטער גאַסט: קאַקאַיאַ בלאַזשענסטװאַ!
צװײטער גאַסט: פּרעלעסטני יאַזיק… פּאָכאָזש נאַ איטאַליאַנסקיпрелестны язык … похож на итальянский: אַ פּראַכטפֿולע שפּראַך, ענלעך אױף איטאַליעניש…
דריטער גאַסט: סאָװערשעננאָ װיערנאָ. נאַ איספּאַנסקיиспанский: שפּאַניש…
פֿערטער גאַסט: נאַ איספּאַנסקי…
פֿינפֿטער גאַסט: איספּאַנסקי, איספּאַנסקי…
ישׂראל־איסר: ברײטער װי לענגער. דאָס האָבן מיר צו פֿאַרדאַנקען דער נײַער טאָװאַרישטשעסטװעтовариществе: שותּפֿות, מײן איך ― אָבשטשעסטװעобществе: געזעלשאַפֿט.
ערשטער גאַסט: קאַקיאַкакя: װאָסער אָבשטשעסטװאָ?
ישׂראל־איסר: אָט די װאָס רופֿן זיך „סטאַדרוס“…
צװײטער גאַסט: קאַקкак: װי? קאַק?
ישׂראל־איסר: „סטאַדרוס“.
דריטער גאַסט: סאָװערשעננאָ װיערנאָ, „סטאַדרוס“.
בערטע: צום פֿאָטער פֿון דער װײַטן. פּאַפּאַ! ניט „סטאַדרוס“, נאָר „הסתּדרות“.
ישׂראל־איסר: נו יאָ, „איסטאַדרוס“.
בערטע: ניט איסטאַדרוס, נאָר „הסתּדרות“, מיט אַ ה″א!
ישׂראל־איסר: זאָג איר דאָך! װי אַזױ דען זאָג איך?
גרישאַ און בערטע זיצן אײנס אַקעגן דאָס אַנדערע, גרישאַ מיטן פּנים צו די געסט, בערטע מיטן פּנים צו גרישאַן, רײדן שױן שטילערהײט. גרישאַ זשעסטיקולירט מיט די הענט. ישׂראל־איסר באַנוצט זיך דערמיט, װאָס די טאָכטער זיצט אַהין מיטן פּנים, טוט ער אַ װוּנק צו חנהן. חנה פֿאַרשטײט אים. שטיל װערן צוגערוקט די גרינע טישלעך. עס װאַקסן אױס צװײ נײַע פּעשלעך קאָרטן, קרײַדלעך, בערשטלעך. אײנציקװײַז, כּלומרשט אָן אָ שום כּװנה, זעצן זיך אױס די געסט, די מאַנצבילן מיט זײערע דאַמען, אַרום די גרינע טישלעך. אַלע אױגן זײַנען געװענדט צו די צװײ פּעשלעך קאָרטן. דער באַלעבאָס נעמט אײן פּעשל. דער ערשטער גאַסט נעמט זיך צום צװײטן פּעשל. די קאָרטן װערן אױפֿגעריסן מיט אַ קנאַק פֿון זײערע העמדלעך. די דאַמען נעמען זיך מיט אַ זיפֿצן צו זײערע רידיקולס. די אױגן בײַ זײ ברענען. חנה גײט אָפּ אין קיך.
ערשטער גאַסט: צום באַלעבאָס. װאָס זשע, הײסט עס, װיל זי, די דאָזיקע נײַע אָבשטשעסטװע, װאָס איר זאָגט? צו די איבעריקע געסט. גאָספּאָדאַгоспода: רבותי! אין װאָס פֿאַר אַ שפּיל שפּילן מיר הײַנט דליאַ ראדיдля роді: צוליב חנוכּה?
ישׂראל־איסר: די אָבשטשעסטװע װיל, ערשטנס, אַז אַלע „שפּעגעלאַנטן“, אַלע ייִדן מײן איך, זאָלן רײדן פּאָ דרעװניע־יעװרעיסקיпо древнееврейски: אױף העברעיִש. פֿאַרקוקט די געסט אין די אױגן אַרײַן. מאַכן מיר אַ פּרעפֿעראַנסל? צי אפֿשר גאָר אַ זעקס־און־זעכציק?
צװײטער גאַסט: אַלע, זאָגט איר, זאָלן רײדן פּאָ דרעװניע־יעװרעיסקי? אָהאָ!… פּאָ מאָיעמוпо моему: נאָך מײַן מײנונג, װאָלטן מיר בעסער שפּילן אַן אָבשטשעобще: אַלגעמײנע שפּיל. קוקט אױף די דאַמען.
דאַמען: אַלע אינאײנעם. אַן אָבשטשע שפּיל.
דריטער גאַסט: סאָװערשעננאָ װיערנאָ. אַן אָבשטשע שפּיל.
פֿערטער גאַסט: נאַפּרימיערнапример: למשל, אָ סטוקלקע? אָ באַנטשאָק?
פֿינפֿטער גאַסט: פֿאָר װאָס ניט אַ טערטל־מערטל? קוקט אױף די דאַמען.
דאַמען: אױפֿגעלעבט, אַלע אינאײנעם. אָ טערטל־מערטל! אַ טערטל־מערטל!
ערשטער גאַסט: רײַבט אַ האַנט אָן אַ האַנט. אַ טערטל־מערטל? קאַקאַיאַ בלאַזשענסטװאַ!
צװײטער גאַסט: שױן לאַנג ניט געשפּילט אין טערטל־מערטל.
דריטער גאַסט: קוקט אױף די דאַמען. סאָװערשעננאָ װיערנאָ. ערשט נעכטן אַ גאַנצע נאַכט געשפּילט אין טערטל־מערטל.
דאַמען: כאַ־כאַ־כאַ! ביז טאָג געשפּילט אין טערטל־מערטל!
ישׂראל־איסר: אַלזאָ, גאָספּאָדאַ, בלײַבט עס אַ טערטל־מערטל?… נעמט זיך צו די קאָרטן. מײַן טאָכטער זאָגט, אַז אין אױסלאַנד רײדן שױן איצט אַלע „שפּעגעלאַנטן“, מײן איך אַלע ייִדן, פּאָ דרעװניע־יעװרעיסקי. מע האָט צוליב דעם צונױפֿגעקליבן געלט, אַ מאַסע געלט, אַ האַלבן מיליאָן, זאָגט זי. אונדזער ליעװ איזראַיִליעװיטש האָט אױך געשענקט צען טױזנט.
ערשטער גאַסט: ליעװ איזראַיִליעװיטש צען טױזנט? קאַקאַיאַ בלאַזשענסטװאַ! גאָספּאָדאַ, װער האַלט די באַנק?
צװײטער גאַסט: צען טױזנט אױף דרעװניע־יעװרעיסקי, װי פּאַנימאַיעטיעпонимаете: פֿאַרשטײט איר? לאָז מען װאַרפֿן קאָרטן. װער ס'װעט האָבן די „טױז“, דער װעט האַלטן די באַנק. צום באַלעבאָס. פּאָזשאַלױסטאַпожалуйста: זײַט אַזױ גוט!
ישׂראל־איסר: נעמט אױסװאַרפֿן קאָרטן. דאָס איז געװען אױף יענער סאָבראַניִעсобрание: טרעפֿונג, װאָס אָט דער ביאַליקחײם נחמן ביאַליק 1873-1934 האָט געהאַלטן אַ „שפּעגעלאַציע“, מײן איך אַ ריעטשречь: רעדע פּאָ דרעװניע־יעװרעיסקי. איז דאָס ליעװ איזראַיִליעװיטשן אַזױ געפֿעלן געװאָרן, אַז ער איז אַרױס מיט צען טױזנט.
ערשטער גאַסט: קוקט אַרײַן אין די קאָרטן. קאַקאַיאַ בלאַזשענסטװאַ!… װאָסער ביאַליק? דער ליעסאָפּראָמישלענניקлесопромышленник: װאַלד־סוחר?
צװײטער גאַסט: קוקט אין די קאָרטן. כאַ־כאַ־כאַ! קאַקאָי ליעסאָפּראָמישלענניק? דער ביאַליק איז ניט קײן ליעסאָפּראָמישלענניק, נאָר אַ פּאָעט.
דריטער גאַסט: סאָװערשעננאָ װיערנאָ. אַ ליעסאָפּראָמישלענניק… מײן איך אַ פּאָעט.
פֿערטער גאַסט: קוקט אין די קאָרטן. אַ? אַ פּאָעט? זנאַטשיטзначит: הײסט עס, פֿרוג…
פֿינפֿטער גאַסט: קאָניעטשנאָ, פֿרוג… אָ! אונדזער באַלעבאָס האָט געכאַפּט דאָס טײַזל, איז ער דער באַנקיר. צום באַלעבאָס. פּאָזדראַװליאַיוпоздравляю: מזל־טובֿ!
דאַמען: פּאָזדראַװליאַיעםпоздравляем: מזל־טובֿ! פּאָזדראַװליאַיעם! צװישן עולם װערט אַ באַװעגונג. די מאַנצבילן רוקן צו די שטולן. די דאַמען ציִען אַרױס מיט אַ זיפֿצן פֿון די רידיקולס דאָס ביסל קלײנגעלט. די אױגן בײַ זײ ברענען.
ישׂראל־איסר: נעמט זיך כּלומרשט אָן אַ באַזונדערן חשק צו דער באַנק. בין איך, הײסט עס, דער באַנקיר? מילא. װעלן מיר שפּעגעלירן. טײלט אױס קאָרטן. נעמט צונױף געלט. צו יעדן. װיפֿל קאָרטן? װי טײַער? װינקט צו גרישאַן פֿון דער װײַטן.
גרישאַ: זיצט די גאַנצע צײַט װי אױף נאָדלען, קוקט מיט זשעדנע אױגן צו די גרינע טישלעך. באַװײַזט דעם מחותּן פֿון דער װײַטן צװײ פֿינגער, אַז ער פֿאַרלאַנגט, הײסט עס, אױך צװײ קאָרטן. רעדט אַרױס מיט דער הבֿרה־הספּרדית. שנאַיִםשנים: 2… שטאַיִםשתּים… באַטאָנט דעם „אים“.
בערטע: װאָס זיצט נאָך אַלץ מיט די פּלײצעס צו דער קאָמפּאַניע און מיטן פּנים צום חתן, זעט ניט װאָס הינטן טוט זיך. פֿאַרװוּנדערט צום חתן. װאָס שנים? װאָס שתּים? דרײט אױס דעם קאָפּ צוריק, דערזעט די גרינע טישלעך מיט די קאָרטן, טוט זי אַ פּליעסק מיט די הענט. פּאַפּאַ! לױפֿט צו צום פֿאָטער, װיל בײַ אים אַװעקנעמען די קאָרטן.
ישׂראל־איסר: בערטעטשקאַ! בתיהניו! גאָט איז מיט דיר! האָסט פֿאַרגעסן, אַז הײַנט איז חנוכּה? אַ פֿעסט… אַ מכּבײער… הײַנט איז אַ מיצװה צו „שפּעגעלירן“, מײן איך ― צו שפּילן אין קאָרטן. די גאַנצע װעלט, די פֿרימסטע ייִדן, שפּילן חנוכּה אין קאָרטן. צו די געסט. גאָספּאָדאַ, װאָס? ניט אַזױ?
די געסט: אַלע אין אײן קול מיט די דאַמען. סאָװערשעננאָ װיערנאָ, סאָװערשעננאָ װיערנאָ.
ישׂראל־איסר: פֿרעג אַפֿילו דעם חתן דײַנעם. צו גרישאַן. גרישאַ! מײן איך ― הערש! װאָס שװײַגסטו?
גרישאַ: צו בערטען, אױף העברעיִש. מאַכט מיט די הענט. אַװאַל לעסאַכעק כּרטיסים בעכאַנוקאַ קװאַר ניטקאַבעל אײצעל קאָל באַיִט לעאומיט טאַרבוטיטאבל לשׂחק קרטיסים בחנוכּה כּבֿר נתקבל אצל כּל באים לאומים תּרבותים: אָבער צו שפּילן אין קאָרטן אום חנוכּה איז שױן אָנגענומען אין יעדן נאַציאָנאַלן קולטורעלן הױז!
בערטע: פֿאַרריכט אים די גרײַזן. באַיִט לעאומי טאַרבוטיבית לאומי תּרבותי…
גרישאַ: שװיצט. װינאָװאַט… טאָ יעסט, סליכאַ! באַיִט לעאומי טאַרבוטי… זע האַלאָ אוּװדאַ היסטאָריזה הלא עובֿדה היסטורי: איז דאָס ניט אַ היסטאָרישע טוּונג!…
בערטע: פֿאַרריכט אים. אוּװדאַ היסטאָריט…
גרישאַ: סליכאַ!
ישׂראל־איסר: לײגט אױס דערװײַל די קאָרטן אַ קלאַס נאָך אַ קלאַס. צו די געסט. אַ װעלט געװאָרן! איר האָט זיך עס געריכט אַמאָל? דער טאַטע „שפּעגעלירט“ אין קאָרטן, און די טאָכטער רעדט פּאָ דרעװניע־יעװרעיסקי…
ערשטער גאַסט: קוקנדיק אין די קאָרטן, װאָס דער באַלעבאָס לײגט אױס אױפֿן טיש אַ קלאַס נאָך אַ קלאַס. דרעװניע־יעװרעיסקי ― קאַקאַיאַ בלאַזשענסטװאַ! קײנער האָט נאָך ניט אױסגענומען צװײטע קלאַס?
צװײטער גאַסט: קוקט מיט פֿלאַמענדיקע אױגן אין די קאָרטן. טשודני יאַזיקчудны язык: װוּנדערלעכע שפּראַך! דריטע קלאַס האָט אױך קײנער ניט גענומען. פּאַכאָזש נאַ איטאַליאַנסקי.
דריטער גאַסט: סאָװערשעננאָ װיערנאָ. נאַ איספּאַנסקי…
פֿערטער גאַסט: דריטע קלאַס האָט אױך קײנער ניט געשלאָגן… אָטשעןочень: זײער פּאַכאָזש נאַ איספּאַנסקי…
פֿינפֿטער גאַסט: איספּאַנסקי.. איספּאַנסקי… אפֿשר װעט די פֿערטע קלאַס עפּעס נעמען?
ישׂראל־איסר: פֿרײלעך, װאָס קײנער האָט ניט גענומען. איצטיקס מאָל איז מיר די „שפּעגעלאַציע“ מיט דער באַנק אָפּגעלאָפֿן, דאַנקען גאָט, אודאַטשנאָудачно: געלונגען. אַצינד װעלן מיר נאָך זען, װאָס װעט זײַן מיט דער פֿינפֿטער קלאַס? דער „דעװיאַטי װאַלдевятый вал: נײַנטע כװאַליע אין קאָרטנשפּיל“ זאָל מיר אָפּלױפֿן, װי די ערשטע פֿיר קלאַסן, און קײנער זאָל ניט שלאָגן ― עהע־הע! װאַרפֿט אַרױס די לעצטע קאָרט. אַלע אױגן קוקן זשעדנע צו זיך אין די קאָרטן. די דאַמען זיפֿצן. גאָספּאָדאַ! קעניג פּיק! װער האָט קעניג פּיק! קײנער האָט ניט קעניג פּיק? קײנער האָט מיר ניט געשלאָגן? װיל געבן אַ נעם־צונױף די קאָרטן.
גרישאַ: צום מחותּן. פּאַ־פּאַזװאָלטיעпо позвольте: זײַט זשע מוחל! קעניג פּיק ― זאָגט איר? װאַרפֿט אַװעק די כּלה, לױפֿט צו צום טיש, דעקט אױף זײַנע צװײ קאָרטן. אָט איז ער, דער קעניג פּיק! איך האָב אײַך געשלאָגן! פּאַזשאַלוּיטיעпожалуйте: זײַט אַזױ גוט באַנק! נעמט איבער די באַנק.
בערטע: אַ פּליעסק מיט די הענט. אַך! פֿאַלט דעם פֿאָטער אױף די הענט, פֿאַרװאַרפֿט דעם קאָפּ. פּאַפּאַ! ער איז ניט מײַן חתן מער!
ישׂראל־איסר: גאָט איז מיט דיר! קינדעניו, װאָס רעדסטו? צום חתן. גרישאַ! הערש! װאָס שטײסטו?
גרישאַ: בערטוסיאַ! בתיהניו! בערטע טרײַבט אים אָפּ מיט בײדע הענט. ער פֿאַלט איר צו די פֿיס.
חנה: קומט פֿון קיך, דערזעט בערטען בײַם פֿאָטער אױף די הענט און דעם חתן אױף די קני. װאָס איז? װאָס איז דאָ געשען?
ישׂראל־איסר: גאָרניט, גאָרניט. גאָלע גאָרניט. ער, גרישאַ, מײן איך הערש, האָט מיך געשלאָגן…
חנה: קוקט מיט שרעק אױף אירע אײגענע און אױף די געסט. פֿאַרברעכט די הענט. אַ דונער איז מיר! װער? גרישאַ? הערש? הערש האָט אים געשלאָגן? געשלאָגן?!…
ישׂראל־איסר: אין כּעס, צו חנהן. פֿאַרשטײסט ניט קײן שפּעגעלאַציע! ניט מיך, די באַנק האָט ער געשלאָגן. פֿאַרשטאַנען? און ניט ער, נאָר דער קעניג פּיק האָט מיך געשלאָגן. דער קעניג פּיק! קעניג פּיק! קעניג פּיק!
ה ע ב ר ע יִ ש:
אַװאַל לעסאַכעק קאַרטיסים בעכאַנוּקאַ קװאַר ניטקאַבעל אײצעל קאָל באַאיט לעאומי טאַרבוטי אבל לשׂחק (ב.רטיסים בחנוכה כּבֿר נתקבל אצל כּל בית לאומי תּרבותי.)― אָבער צו שפּילן אין קאָרטן אום חנוכּה איז שױן אָנגענומען אין יעדן נאַציאָנאַלן קולטורעלן הױז.
סליכאַ סליחה.― אַנטשולדיקט.
קען כּן .― יאָ.
ר ו ס י ש:
אָבשטשע ― אַלגעמײנע. אודאַטשנאָ ― געלונגען. אָטשען ― זײער. איספּאַנסקי ― שפּאַניש.
דליאַ ראַדי ― צוליב. „דעוױאַטי װאַל“ ― נײַנטע כװאַליע אין קאָרטנשפּיל. דרעװניע־יעװרײסקי ― העברעיִש.
װאָפּערװיך ― ערשטנס. װאָװטאָריך ― צוױיטנס. װידיטיע ― זעט איר. װינאָװאַט ― אַנטשולדיקט. װי פּאָנימאַיעטיע ― איר פֿאַרשטײט.
זדראַסטי זדראַװסטװוּיטיע.― גוט מאָרגן, גוטן אָװנט. זנאַטשיט ― הײסט עס.
טאָװאַרישטשעסטװאָ אָבשטשעסטװאָ.― געזעלשאַפֿט. טאָ יעסט ― דאָס הײסט. טשודני יאַזיק ― אַ װוּנדערלעכע שפּראַך.
ליעסאָפּראָמישלענניק ― אַ װאַלד־סוחר.
מילאָסטי פּראָסים ― זײער אָנגעלײגטע געסט.
נאַפּרימער ― למשל. ניטשעװאָ אָסאָבעננאַװאָ ― קײן באַזונדערס.
סאָבראַניִע, זאַסעדאַניע ― פֿאַרזאַמלונג. סאָװערשעננאָ װיערנאָ ― גאַנץ ריכטיק. סטוקעלקע ― אַ רוסיש קאָרטנשפּיל. ספּאָקאָינע ― רויִק.
פּאָ מאָיעמו ― נאָך מײַן מײנונג. פּאָזדראַװליאַיו ― מזל־טובֿ. פּאָזװאָלטיע ― זײַט־זשע מוחל. פּאָזשאַלוּיטיע ― ביטע. פּערעמענע ― פֿאַרענדערונג. פּרעלעסטני יאַזיק, פּאָכאָזש נאַ איטאַליאַנסקי ― אַ פּראַכטפֿולע שפּראַך, ענלעך אַף איטאַליעניש.
קאָניעטשנאָ ― געװיס. קאַק? ― װי? קאַקאַיאַ בלאַזשענסטװאַ פֿאַרגרײַזט פֿון „קאַקאָיע בלאַזשענסטװאָ“.― ס'אַ מחיה!
ריעטש ― רעדע.
געשריבן אין יאָר 1910.
ישׂראל־איסר, אַ נגיד. האַלב ייִד, האַלב אַריסטאָקראַט. אַ „שפּעגעלאַנט“ פֿון דער בערזע.
חנה, זײַן װײַב. מער ייִדענע װי אַריסטאָקראַטין.
בערטע, זײער טעכטערל. אַ בת־יחידקעלע. אַ כּלה. אַ יפֿת־תּואר.
גרישאַ, איר חתן. װיל אַרײַן אין אוניװערסיטעט.
שושנה, אירע אַ חבֿרטע.
הײדאַד, אַ לערער פֿון העברעיִש.
געסט, מעקלערס פֿון דער בערזע מיט זײערע װײַבער. אַלע אַריסטאָקראַטן.
יונגװאַרג, מײסטנס מײדלעך.
אָרט: יעהופּעץ.
צײַט: פּורים נאָך דער מגילה.