מנחם־מענדל יקנה″ז, אַ יונגערמאַן אַ קלײנשטעטלדיקער, אָנגעטאָן אין אַ נײַעם גאַרניטער, נאָר װאָס פֿון דער נאָדל, מיט אַ נײַעם קאַפּעליוש, װאָס זיצט ניט גוט אױפֿן קאָפּ, און מיט אַ קאָלנער, װאָס קװעטשט אים אַרױס די אױגן פֿון שטערן. אױפֿן שױס האַלט ער אַ גאַנץ גרױסן פּאָרטפֿעל, אױך אַ נײַעם.
מאַרק מאָיסעיעװיטש לאַמטערנשיסער, אַ יונגערמאַן אַ שטשאָגל. אױך מיט אַ גרױסן פּאָרטפֿעל.
אַקים אַיסאַקאָװיטש באַקפֿיש, אַ געפּאַקטער פּאַרשױן, װאָס האַלט פֿון דער אַכילה. אױך מיט אַ גרױסן פּאָרטפֿעל.
לאַזאַר קאָנסטאַנטינאָװיטש טערקעלטױב, אַ פּאַרשױן מיט אַ גרױסער באָרד און מיט אַ גרױסער משפּחה: אַ װײַב מיט עטלעכע קינדער, אײנס קלענער פֿונעם אַנדערן.
פֿאַרשײדענע פּאַרשױנען, סטאַטיסטן.
די געשיכטע קומט פֿאָר אונטערװעגנס, אין װאַגאָן דריטער קלאַס.
אין װאַגאָן. אײניקע פּאַרשױנען זיצן, אײניקע ליגן אױסגעצױגן, אײניקע שלאָפֿן. אױף די פּאָליצעס פּעקלעך, טשעמאָדאַנעס. ― פֿאָרנט, אײנער אַלײן אױף אַ באַנק, נאָענט צום פֿענצטער, זיצט מנחם־מענדל, באַטראַכט דעם נײַעם גאַרניטער, רעדט צו זיך אַלײן.
מנחם־מענדל: אָנגעטאָן מיך אַ ביסל ― װי אַ חתן. אױסגעפּוצט ― װי אַ מױד. אַ חסרון ― די הױזן אַ ביסל צו שמאָלדלעך, און דער קאָלנער… אױ, דער קאָלנער! נאָר אױף צו דערװאָרגן װערן!… איך פֿאָר. איך װײס, װוּהין איר פֿאָר? „איר װעט זײַן, זאָגן זײ, אַ גוטער אַגענט. אײַער נאָמען אַלײן, זאָגן זײ, איז שױן גענוג! אַ װערטעלע אױסצורײדן ― מנחם־מענדל יקנה″ז, װאָס מע קען אים, זאָגן זײ, װי אַ בײזן שילינגער, אומעטום: אין יעהופּעץ, אין בױבעריק, אין מאַזעפּעװקע, און װוּ ניט? פֿאָרט, זאָגן זײ, צװישן אײַערע ייִדעלעך און זײַט מצליח! שטראַפֿירטסטראַכירט, זאָגן זײ, מענטשן פֿונעם טױט“… שטראַפֿירן מענטשן פֿונעם טױט? װי אַזױ נעמט מען דאָס און מע שטראַפֿירט אָפּ יענעם פֿונעם טױט? זאָל איך אַזױ װיסן אַ בײזע װעטשערע. כאָטש זײ האָבן מיך געלערנט צװײ טאָג כּסדר הלכות־אַגענט, און „אַװאַנסavans: אַדערױף“ האָט מען מיר אױך געגעבן, און דאָס איז דאָך דער עיקר, מחמת אַלע אַגענטן נעמען אַװאַנסן. ס'זאָל ניט זײַן קײן אַװאַנסן, װאָלטן ניט געװען, זאָגן זײ, קײן אַגענטן… חוץ־לזה, האָבן זײ מיר אָנגעפּאַקט אַ פֿולן פּאָרטפֿעל מיט קאָנסטיטוציעס, מײן איך אינסטרוקציעס, װי אַזױ אַן אַגענט איז זיך נוהג בשעת שטראַפֿירן יענעם פֿונעם טױט. מע באַדאַרף זיך נעמען אַקאָרשט צו די קאָנסטיטוציעס, מײן איך אינסטרוקציעס… עפֿנט אױף דעם פּאָרטפֿעל און באַקומט אַרױס אַ בריװל. אָ! מע זאָל דערמאָנען משיחן ― שײנע־שײנדלס אַ בריװל! װי זאָגט די שװיגער מײַנע: „אַז מע זוכט אַ שער, געפֿינט מען אַ בעזעם“… מע דאַרף פֿונדעסטװעגן לײענען נאָכאַמאָל, װאָס שרײַבט עפּעס מײַן פּלוניתטע, זאָל מאַריך־ימים זײַן? במילא סקוטשנע אין װאַגאָן, ניטאָ װאָס צו טאָן. לײענט דאָס בריװל. „לכּבֿוד בעלי היקר הנגיד החכם… “, בקיצור… „מוהר″ר מנחם־מענדל נ″י. ערשטנס, קום איך דיר צו מעלדן, אַז מיר זײַנען אַלע גאָט צו דאַנק אין בעסטן געזונט, גיב גאָט דאָס נעמלעכע פֿון דיר צו הערן אױף װײַטער ניט ערגער… “ רײַסט איבער. דאַנקען השם־יתברך, װאָס כאָטש געזונט. לײענט װײַטער. „צװײטנס, שרײַב איך דיר, זאָלסט אַזױ כּוח האָבן, משומד אײנער… “ רײַסט איבער. שױן! זי הײבט שױן אָן מיט אירע ברכות!… לײענט װײַטער. „… זאָלסט אַזױ כּוח האָבן, משומד אײנער, צו כאָליען דאָרטן אין דער קרענק, אין דעם װיסטן פֿינצטערן יעהופּעץ, ברענען זאָל עס מיט דיר אינאײנעם אױף אײן פֿײַער, װי איך האָב אַפֿילו כּוח צו פּלאָנטען מיט די פֿיס, אַז בסך־הכּל האָט מיר דער שײנער דאָקטער געהײסן ליגן ― ליגן זאָל ער אױפֿן בית־עולם מיט דיר אין שכנות, װי די מאַמע זאָגט… “ רײַסט איבער. אַהאַ! די מאַמע זאָגט!… לײענט װײַטער. „… װי די מאַמע זאָגט, ס'זאָל אײַך זײַן הײמלעכער אין די לאַנגע װינטער־נעכט… נאַ דיר גאָר אַזאַ שלאַק ― אַ נײַע פּרנסה האָט אים גאָט צוגעשיקט, דעם ברױטגעבער מײַנעם! ער װעט שטראַפֿירן מענטשן צום טױט! װאָס הײסט דאָס, מענדל, דו װעסט שטראַפֿירן מענטשן צום טױט? פֿאַרװאָס?… רײַסט איבער. זי הײבט ניט אָן צו פֿאַרשטײן, װאָס מע שרײַבט איר! לײענט װײַטער. „ביסט דאָך קלאָר משוגע ― משוגע מעגסטו װערן פֿאַר אַלע ייִדן און פֿאַר אַלע גױים, להבֿדיל, װי די מאַמע זאָגט… “ רײַסט איבער. זי איז שױן װידער דאָ מיט דער מאַמע! לײענט װײַטער. „… װי די מאַמע זאָגט: אַ פֿערדל, אַז מע לאָזט דעם אָפּ די לײצעס, פֿאַררײַסט דאָס הױך דעם װײדל. קאַרג, הײסט עס, װאָס דו האָסט איבערגעדינט אַלע עבֿודה־זרות, געװען שױן װאָס אין דער קאָרט: אַ הענדלער ― אַ טענדלער, אָ מעקלער ― אַ שמעקלער, אַ גײער ― אַ דרײער, אַ שדכן ― אַ בדחן, װאָס די גאַנצע װעלט האָט מיט דיר צו טאָן, ― באַדאַרפֿסטו נאָך אױספּרוּװן האַנדלען מיט טױטע לעבעדיקע מתים, װי זאָגט די מאַמע זאָל לעבן: װאַרט־װאַרט, ער װעט זיך דיר שױן באַלד פֿאַרשטעלן פֿאַר אַן אַם אױך ערגעץ אין פּױלן!… װאָלט ניט גלײַכער געװען טױזנט מאָל, זאָלסט, למשל, זײַן אַצינד אױף דער מלחמה מיט יאַמפּאָניע… “ רײַסט איבער. יאָ, ס'פֿאַרשטײט זיך! אָט פֿלי איך!… לײענט װײַטער. „… און קומען צו פֿאָרן אַהײם אין אַזאַ שטאַנד, חלילה, װי אונדזער משה־װעלװל לװי־אַבֿרהמס איז געקומען, פֿינצטער איז מיר, אָן הענט און אָן פֿיס און אָן לײַב און אָן לעבן, װי די מאַמע זאָגט: די קױל װײס דען װעמען זי שיסט?… געדענק זשע, מענדל, איצטיקס מאָל זאָג איך דיר מיט גוטן ס'זאָל אױף דיר קומען אַ מהומה, אַ שׂרפֿה, אַ מגפֿה… “
עס קומט אַרײַן אין װאַגאָן לאַמטערנשיסער מיט אַ גרױסן טשעמאָדאַן. זוכט אַן אָרט אױף צו זעצן זיך.
לאַמטערנשיסער: רוסיש. מאָזשנאָ ק'װאַםможно квам: מעג מען צו אײַך?
מנחם־מענדל: באַהאַלט דאָס בריװל אין פּאָרטפֿעל. אױך רוסיש. אַך! דליאַ טשעװאָ ניעטдля чего нет: פֿאַר װאָס ניט? צו זיך. אַ פֿײַנער פּאַרשױן מיט אַ שײנעם טשעמאָדאַן… אפֿשר װעט ער זיך לאָזן שטראַפֿירן פֿונעם טױט?
לאַמטערנשיסער: באַשטאַט דעם טשעמאָדאַן, זעצט זיך אַװעק לעבן מנחם־מענדלען. נעמט אַרױס אַ פּאַפּיראָס, רעדט רוסיש. ניעט לי או װאַס אָגניאַнет ли у вам огня: האָט איר אפֿשר פֿײַער? צו זיך. נאַדאָ זאָנדיראָװאַט פּאָטשװוּнадо зондировать почву: מיר דאַרפֿן פּרוּװן די ערד ― אַ טאַפּ אין װאָגן…
מנחם־מענדל: אָך! דליאַ טשעװאָ ניעט? גיט אים אַ שװעבעלע. רעדט צו זיך. גאַנץ גוט, װאָס ער הײבט אָן אױף צופֿריִער.
לאַמטערנשיסער: טראָגט אים אונטער אַ פּאַפּיראָס. ניע אוגאָדנאָ ליне угодно ли: צי װילט איר ניט? צו זיך. אַ פּאָדכאָדיאַשטשיподходящий: פּאַסיקער סוביעקט… אַ פּראָװינציאַל מיט אַ נײַעם גאַרניטער… אפֿשר װעט מען קאָנען מיט אים מאַכן אַ געשעפֿט? כאָטש אַ קלײן סטראַכאָװקעלעстраховка: פֿאַרזיכערונג אױף אױסשלאָגן די הוצאָות…
מנחם־מענדל: נעמט. אָך! דליאַ טשעװאָ ניעט? פֿאַררײכערט, רעדט צו זיך. זעט אױס, אַ גאַנץ לײַטישער מענטש. ער װעט זיך, אם־ירצה־השם, געװיס פֿאַרשטראַפֿירן פֿונעם טױט.
לאַמטערנשיסער: צו זיך. מיט אַזאַ כניאָק קאָן מען רײדן אױף ייִדיש. הײבט אָן רײדן ייִדיש. אַ חיות צו פֿאָרן אין באַן… ניט דאָס, װאָס אַמאָל! אַז מע איז געפֿאָרן מיט דער פֿור, פֿלעגט מען זיך, װי פּאָנימאַיעטיעвы понимаете: איר פֿאַרשטײט, שלעפּן און שלעפּן און שלעפּן.
מנחם־מענדל: זאָגט אים נאָך. שלעפּן און שלעפּן און שלעפּן.
לאַמטערנשיסער: מען איז געװען אין גלות בײַם בעל־עגלה, כּחומר ביד־היוצר.
מנחם־מענדל: כּחומר ביד־היוצר.
לאַמטערנשיסער: ער פֿלעגט אָנפּאַקן אַ בױד מיט פּאַרשױנען פֿון כּל מאמינים שהוא.
מנחם־מענדל: פֿון כּל מאמינים שהוא.
לאַמטערנשיסער: ייִדן, און װײַבער, און אַ זעקל מעל, און אַ חזן, און אַ ציג, און אַ גלח…
מנחם־מענדל: און אַ ציג, און אַ גלח…
לאַמטערנשיסער: און אַז מען איז געקומען באַרג אַרױף, האָט ער געהײסן די פּאַרשױנען, זײ זאָלן זיך מטריח זײַן אַראָפּגײן, מע בעט אײַך מחילה.
מנחם־מענדל: מע בעט אײַך מחילה.
לאַמטערנשיסער: און הײַנט בין איך מיר אַ פּריץ. זיץ מיר, װי פּאָנימאַיעטיע, אין װאַגאָן און רײכער מיר אַ פּאַפּיראָס, אי ניקאַקיךи никаких: און גאָרניט!
מנחם־מענדל: אי ניקאַקיך!
לאַמטערנשיסער: אײן מעלה האָט נאָר געהאַט דאָס אַמאָליקע פֿאָרן ― מען איז געװען זיכער מיטן לעבן. מע האָט ניט מורא געהאַט, טאָמער חלילה אַן אומגליק, אַ קאַטאַסטראָפֿע, דאָס הײסט, טאָמער קערט מען זיך איבער, װי פּאָנימאַיעטיע, און מע פֿליט, װי די האַלעשקעס, מיטן קאָפּ אַראָפּ.
מנחם־מענדל: װי די האַלעשקעס, מיטן קאָפּ אַראָפּ.
לאַמטערנשיסער: גוט, אַז מען איז באַװאָרנט כאָטש מיט עטלעכע טױזנט קערבלעך אױף נאָכן טױט, דאָס װײַב מיט די קינדער זאָלן חלילה ניט דאַרפֿן, װי פּאָנימאַיעטיע, גײן איבער די הײַזער.
מנחם־מענדל: איבער די הײַזער… צו זיך. ער גײט גלײַך, װי אַ גוט פֿערד…
לאַמטערנשיסער: צו זיך. ער גײט דאָך מיר נאָך, װי אַ לאָשיקל! הױך. װאָרעם כּל־זמן, פֿאַרשטײט איר מיך, דאָס רעדל דרײט זיך, דרײט זיך עס.
מנחם־מענדל: דרײט זיך עס.
לאַמטערנשיסער: און אַז עס הערט זיך אױף צו דרײען, איז ― סטאָפּ מאַשינאַ!
מנחם־מענדל: סטאָפּ מאַשינאַ!
לאַמטערנשיסער: צו זיך. ער לאָזט זיך פֿירן. מע דאַרף גײן מיט אים גלײַך צו דער שטאַל. הױך. דער חסרון, װאָס ניט יעדער קאָן זיך באַװאָרענען מיט געלט. הײַנטיקע הוצאָות, װי פּאָנימאַיעטיע, מיט הײַנטיקע־ע־ע־ע…
מנחם־מענדל: מיט הײַנטיקע־ע־ע־ע…
לאַמטערנשיסער: איז כאָטש, פּאָקרײַניע מיערעпокрайные мере: לכל־הפּחות, אַ סטראַכאָװקעלע.
מנחם־מענדל: פּאָקראַנעמיר, אַ סטראַכאָװקעלע… צו זיך. ס'איז דאָך טאַקע נאָר מן־השמים, כ'לעבן!
לאַמטערנשיסער: איך האָב מיך גראָד דערמאָנט אַצינד, װאָס בײַ אונדז האָט זיך געטראָפֿן אַ מעשׂה. אײנער אַ געמײנער באַלעבאָס, װאָס האָט אױף זײַן לעבן ניט פֿאַרמאָגט קײן טױזנט קערבלעך, װי פּאָנימאַיעטיע, ניט אָנגעקוקט קײן גאַנצן הונדערטער אין די אױגן, האָט ער אָבער שׂכל געהאַט באַצײַטנס זיך פֿאַרסטראַכירן אין עטלעכע טױזנט קאַרבן. איצט איז ער געשטאָרבן, פֿאָרנדיק, ניט פֿאַר אײַך געדאַכט, אין באַן, האָט מען זײַן װײַב אױסגעצאָלט בײַ אונדז ניט לאַנג פֿינף טױזנט קאַרבן מעות מזומנים, אַחת־ואַחת!
מנחם־מענדל: מעות מזומנים, אַחת־ואַחת! פּונקט דאָס אײגענע, װאָס בײַ אונדז. בײַ אונדז האָט זיך אױך געטראָפֿן אַזאַ מעשׂה ― ניט מיט פֿינף, נאָר מיט צען טױזנט קערבלעך. גאָט זאָל מיר אַזױ העלפֿן בכל אַשר אפֿנה!
לאַמטערנשיסער: אױסער זיך. צען טױזנט קאַרבן?
מנחם־מענדל: צען טױזנט קאַרבן.
לאַמטערנשיסער: װאָס האָבן זײ געטאָן מיט אַזאַ סומע געלט?
מנחם־מענדל: װאָס זאָלן זײ טאָן? זײ האָבן געעפֿנט אַ קראָם, אַ שאַרפֿע קראָם!
לאַמטערנשיסער: אַזױ? נו? און זײ לײזן עפּעס געלט?
מנחם־מענדל: נאָך אַ מין לײזן! מאַסף־ממון!
לאַמטערנשיסער: צו זיך. איצט איז דער בעסטער מאָמענט. מע דאַרף אים נעמען אױפֿן צימבל. הױך. ניט שײך צו זאָגן, מקנא זײַן אַ געשטאָרבענעם; נאָר אַז מע דערמאָנט זיך אָן די לעבעדיקע, װי פּאָנימאַיעטיע… יעדער האָט אַ װײַב און קינדער… זיפֿצט. איטלעכער באַדאַרף עס טאָן…
מנחם־מענדל: זיפֿצט. הערסטו, אָט דאָס שמועסט מען דאָך! צו זיך. אָט איצט איז די בעסטע צײַט אים נעמען אין חדר אַרײַן.
לאַמטערנשיסער: זיפֿצט. אַז װױל איז דעם, װאָס טוט עס אָפּ באַצײַטנס.
מנחם־מענדל: זיפֿצט. װער ס'האָט שׂכל, דער פֿאַרכאַפּט פֿריִער, דער… און עס קאָסט גאָרניט אַזױ טײַער. װאָס קאָסט עס דען?
לאַמטערנשיסער: אױפֿגעלעבט. עס װענדט זיך אין די יאָרן. איך מײן, אַז מע קאָן דאָס אָפּמאַכן דאָ טאַקע?
מנחם־מענדל: אױפֿגעלעבט. פֿאַרװאָס ניט?
לאַמטערנשיסער: אַ דאָקטער קאָן מען קריגן נאָכדעם, צושטעלן אַ סװידיעטיעלסטװעсвидетельстве: אַטעסטאַט, װי פּאָנימאַיעטיע…
מנחם־מענדל: דאָס איז די לעצטע דאגה דאָס. דער עיקר איז די סומע.
לאַמטערנשיסער: כאַפּט זיך צום פּאָרטפֿעל. ניט די סומע איז דער עיקר, דער עיקר איז די יאָרן.
מנחם־מענדל: כאַפּט זיך צום פּאָרטפֿעל. געװײנלעך, די יאָרן. למשל, װיפֿל זײַט איר אַלט?
לאַמטערנשיסער: איך? װאָס געהער זיך אָן, װיפֿל איך בין אַלט?
מנחם־מענדל: װאָס הײסט, װאָס געהער זיך אָן? איר זאָגט דאָך, אַז דער עיקר איז די יאָרן, זאָגט איר דאָך!
לאַמטערנשיסער: װאָס הײסט? איר װילט דען מיך פֿאַרסטראַכירן?
מנחם־מענדל: װאָס דען? איר װילט מיך פֿאַרשטראַפֿירן?
לאַמטערנשיסער: איר זײַט דען אױך אַן אַגענט?
מנחם־מענדל: נאָך אַ מין אַגענט! אַ סופּ־אַגענט!
לאַמטערנשיסער: שטײט אױף, גיט אים די האַנט און שטעלט זיך פֿאָר גאַנץ העפֿלעך, נאָר מיט גדלות. מאַרק מאָיסעיעװיטש לאַמטערנשיסער, אָקרוזשנאָי אַגענט־אַקװיזיטאָרокружной агент-аквизитор: פֿאַראײגן־אַגענט פֿון דיסטריקט פֿון „עקװיטעבלEquitable Life Assurance Society“.
מנחם־מענדל: שטײט אױף און שטעלט זיך פֿאָר גאַנץ עלעגאַנט. מנחם־מענדל יקנה″ז, סופּ־אַגענט פֿון „יאַקיר“.
עס קומט אַרײַן אין װאַגאָן באַקפֿיש מיט צװײ טשעמאָדאַנען און זוכט אַן אָרט אױף צו זעצן זיך.
באַקפֿיש: מאָזשנאָМожно: מעג מען?
לאַמטערנשיסער: פּאָזשאַלוּיסטאַпожалуйста: זײַט אַזױ גוט.
מנחם־מענדל: פּיזשאַלעטיпожалуйте: קומט שױן!
באַקפֿיש: זעצט זיך אַקעגן, צעלײגט זיך מיט די טשעמאָדאַנעס. אײן טשעמאָדאַן בינדט ער אױף און נעמט אַרױס פֿון דאָרטן פֿלעשלעך מיט קעסטלעך מיט אַלערלײ פֿאַרבײַסנס, שטעלט אַװעק דעם צװײטן טשעמאָדאַן פּאָפּעריק, װי אַ טישל, און נעמט זיך צום אָנבײַסן. אונטערװעגנס, הערט איר, איז גוט, אַז מע פֿירט מיט זיך אַלצדינג, װאָרעם ניט אױף יעדער סטאַנציע קריגט מען װאָס מע דאַרף, און ניט אַלצדינג, װאָס מע גיט מיר, דאָס עס איך. איך האָב מורא פֿאַר מײַן מאָגן. דאָס הײסט, ס'איז חלילה בײַ מיר ניט קײן קראַנקער מאָגן, הלװאַי װײַטער, נאָר איך האָב מורא, איך זאָל אים ניט קאַליע מאַכן. דער מאָגן, הערט איר, דאָס איז אַ קעסל. הערט אױף חלילה דער קעסל צו קאָכן, איז די גאַנצע מאַשינע אין דער ערד. עפֿנט אױף אַ פֿלעשל און גיסט זיך אָן אַ כּוסע. לחײם, ייִדן, לאָמיר זײַן געזונט. גיסט אָן נאָך אַ כּוסע און טראָגט אונטער מנחם־מענדלען. פֿאַרזוכט, זײַט מוחל, דאָס דאָזיקע ביסל. ס'איז מײַנע אַן אײגענע נאַסטאָיקע אױף מאַראַנצן־שאָלעכץ.
מנחם־מענדל: צו זיך. עפּעס זײער אַ ליבהאַרציקער פּאַרשױן. אפֿשר װאָלט מען אים געקאָנט פֿאַרשטראַפֿירן פֿונעם טױט? הױך. אַ דאַנק! גיט בעסער זײ! װײַזט אָן אױף לאַמטערנשיסערן.
לאַמטערנשיסער: צו מנחם־מענדלען. טרינקט, טרינקט. צו זיך. אַ פֿרײַנטלעכער סוביעקט. מע קאָן אים פֿאַרסטראַכירן, אױסשלאָגן הוצאָות…
באַקפֿיש: טרינקט נאָך אַ גלעזל און טראָגט אונטער לאַמטערנשיסערן. פֿאַרזוכט, איך בעט אײַך, אַ ביסל משקה און פֿאַרבײַסט מיט די דאָזיקע סאַרדעלן. אױסגעצײכנטע סאַרדעלן. האַ? װאָס זאָגט איר? גוטע סאַרדעלן? פֿרישע? איך לאָז מיך ניט אין װעג אַרײַן אָן סאַרדעלן. אַ קשיא אױף אַ מעשׂה, װאָס עס טרעפֿט זיך אין װעג. אין װעג דאַרף מען זײַן געהיט מיטן עסן, װאָרעם דאָס געזונט, הערט איר, איז טײַערער פֿון אַלצדינג. בינדט אױף אַ פּעקל דאַרע קישקע, עסט אַלײן און גיט זײ. האָט איר שױן פֿאַרזוכט מײַנע סאַרדעלן, מעגט איר שױן פֿאַרזוכן מײַן דאַרע קישקע אַװדאי. האָט קײן מורא ניט, ס'איז אי פֿריש, אי כּשר. איך, אַז איך קױף קישקע, קױף איך ניט אַבי װאָסער קישקע. דאָס געזונט, הערט איר, איז טײַערער פֿון אַלצדינג. װאָרעם אַז מע דערמאָנט זיך אינעם טױט, איז מען ניט זיכער מיטן לעבן, ובפֿרט אַז מע האָט אין דער הײם אַ װײַב מיט צװײ קינדערלעך, צװײ אױגן אין קאָפּ.
לאַמטערנשיסער: עסט. ניט מער, װי צװײ?
מנחם־מענדל: צװײ סך־הכּל?
באַקפֿיש: קײַט. קאַרג? און טאָמער חלילה מאַכט מען אַ שטאַרב?
לאַמטערנשיסער: עסט. מיט אײַער קאָמפּלעקציע?
מנחם־מענדל: עסט. קײן עין־הרע, מיט אײַער אױסזען.
באַקפֿיש: קײַט. קוק ניט, װאָס איך בין אַזױ… איך זאָל מיך ניט אונטערהאַלטן מיטן עסן, װאָלט איך שױן ― ע־הע־הע! בינדט אױף נאָך אַ פּאַקעט. אַנו, פֿאַרזוכט נאָר, זײַט מוחל, פֿון אָט דעם גערײכערטן פֿלײש! ס'איז קאַלט, נאָר ס'איז פֿריש. איך, אַז איך קױף פֿלײש, קױף איך ניט אַבי װאָסער אַ פֿלײש. פֿאַרװאָס נעמט איר ניט קײן זױערע אוגערקע? ס'איז אתרוגים, ניט קײן אוגערקעס. מײַן װײַב זאָל געזונט זײַן, אײדער איך פֿאָר אַרױס פֿון דער הײם, אַז זי הײבט מיר אָן צו פּאַקן, פּאַקט זי און פּאַקט, און פּאַקט, און פּאַקט… נעמט, איך בעט אײַך, צו גלעזלעך װישניק. ס'איז אײגענער װישניק, מײַן װײַבס מלאָכה.
לאַמטערנשיסער: טרינקט. אַ געטרײַ װײַב בײַ אײַך.
מנחם־מענדל: טרינקט. בײַ אײַך אַ װײַב אַ געטרײַע.
באַקפֿיש: אַ זעלטנהײט. אײנע אין גובערניע! װאָס װײסט איר?
לאַמטערנשיסער: ניט קײן װײַב איז דאָס, װי פּאָנימאַיעטיע, נאָר עפּעס אַן אוצר!
מנחם־מענדל: אַן אוצר, ניט קײן װײַב!
באַקפֿיש: װאָס װײסט איר? װאָס װײסט איר?
לאַמטערנשיסער: צו זיך. אָנגעטראָטן אױפֿן רעכטן אָרט… מיר דאַכט, עס װעט גײן אַ גאַנג. הױך. אַזאַ װײַב דאַרף מען שעצן.
מנחם־מענדל: צו זיך. ער גײט מיט אים אױף אַ דרך… הױך. אַזאַ װײַב דאַרף מען האַלטן בכּבֿוד, אַזאַ װײַב!
באַקפֿיש: שײלט אַ מאַראַנץ. װאָס װײסט איר? װאָס װײסט איר? נעמט, איך בעט אײַך, אַ מאַראַנץ. ס'איז גוטע מאַראַנצן. אַז איך גײ קױפֿן מאַראַנצן, קױף איך ניט קײן אַבי װאָסערע מאַראַנצן. דאָס האָט אױך זי אײַנגעפּאַקט מיר, מײַן װײַב מײן איך…
לאַמטערנשיסער: שײלט אַ מאַראַנץ. אַזאַ װײַב, װי אײַערע, טאָר מען ניט לאָזן אַזױ, אָן אַ שום באַװאָרעניש, חלילה, אױפֿן ערגסטן פֿאַל, טאָמער אַן אומגליק, חס־ושלום. װי פּאָנימאַיעטיע? איך גײ מיט דעם גאַנג, אַז װאָבשטשעвообще: בדרך־כּלל אַ װײַב באַדאַרף מען באַװאָרענען, און װער שמועסט נאָך מיט קינדער, און װער שמועסט נאָך אַזעלכע מענטשן װי מיר, פּאָנימאַיעטיע, װעג־מענטשן…
מנחם־מענדל: צו זיך. ער מאַכט דאָס גאָר ניט שלעכט, כ'לעבן! הױך. מיר זײַנען דאָך עפּעס װעג־מענטשן, זײַנען מיר!
באַקפֿיש: איך גײ אױך מיט דעם גאַנג, אַז אַ װײַב מוז מען באַװאָרענען, פֿאַרזיכערן כאָטש מיט אַ קאַפּיטאַל פֿון אַזעלכע צען טױזנט קערבלעך. דערױף איז פֿאַראַן נאָר אײן מיטל.
לאַמטערנשיסער: אױפֿגעלעבט. אָפּסטראַכירן זיך?
מנחם־מענדל: אױפֿגעלעבט. שטראַפֿירן זיך פֿונעם טױט?
באַקפֿיש: פֿון װאַנען האָט איר געטראָפֿן, װאָס איך מײן? איר האָט בײַ מיר אַרױסגעריסן די װערטער פֿונעם מױל!
לאַמטערנשיסער: דער שׂכל איז מחײבֿ. װאָרעם מיט װאָס דען קאָנען אַזעלכע מענטשן װי מיר, פּאָנימאַיעטיע, באַװאָרענען אונדזערע װײַבער?
מנחם־מענדל: אַ פּראָסטער שׂכל!
באַקפֿיש: איר זײַט זײער גערעכט. אַז מע קאָן צאָלן ביסלעכװײַז, און קײן סך קאָסט דאָס ניט… װער פֿון אײַך בײדן װאָלט װעלן מאַכן דאָס עסק?
לאַמטערנשיסער: כאַפּט זיך צום פּאָרטפֿעל. איך, געװײנלעך. קוקט אױף מנחם־מענדלען פֿון אױבן אַראָפּ.
מנחם־מענדל: כאַפּט זיך צום פּאָרטפֿעל. געװײנלעך איך.
באַקפֿיש: װילט איר, הײסט דאָס, בײדע? מהיכא־תּיתי, נאָך גלײַכער. בײגט זיך אָן נאָכן פּאָרטפֿעל. אינעם דאָקטער, מײן איך, װעט קײן מניעה ניט זײַן.
לאַמטערנשיסער: פֿונעם דאָקטער קאָן מען נאָכדעם צושטעלן אַ סװידיעטיעלסטװע. דער עיקר איז די יאָרן.
מנחם־מענדל: אַ פּאַפּיר פֿונעם דאָקטער קאָן מען נאָכדעם צושטעלן. װיפֿל זײַט איר אַלט ― אָט דאָס איז דער עיקר.
באַקפֿיש: איך?
לאַמטערנשיסער: װער דען?
מנחם־מענדל: װער זשע דען, איך?
באַקפֿיש: װאָס הײסט? איר האָט דאָך געװאָלט, אַז איך זאָל אײַך אָפּ…
לאַמטערנשיסער: איר זאָלט אונדז? מיר האָבן געמײנט אײַך!
מנחם־מענדל: דאָס האָבן מיר אײַך געמײנט!
באַקפֿיש: איר? מיך? איר זײַט דען אַג… ?
לאַמטערנשיסער: פֿאַרשטײט זיך, אַגענטן! נו, און איר?
מנחם־מענדל: אַגענטן, געװײנלעך! און איר װער זײַט?
באַקפֿיש: שטײט אױף, טרײסלט זיך אָפּ פֿונעם עסן, גיט זײ די האַנט. איך האָב די ערע מיך פֿאָרצושטעלן: אַקים איסאַקאָװיטש באַקפֿיש, אינספּעקטאָר־אָרגאַניזאַטאָר פֿון „ניו־יאָרקNew York Life Insurance Company“.
לאַמטערנשיסער: אַזױ? אָחינו אַתּה! מאַרק מאָיסעיעװיטש לאַמטערנשיסער, אַגענט־אַקװיזיטאָר פֿון „עקװיטעבל“. קוקט אױף מנחם־מענדלען פֿון אױבן אַראָפּ.
מנחם־מענדל: זײַט איר, הײסט דאָס, פֿון אונדזערע מענטשן טאַקע?! עלעגאַנט. מנחם־מענדל יקנה″ז, סופּ־אַגענט פֿון „יאַקיר“.
עס קומט אַרײַן אין װאַגאָן טערקעלטױב מיט זײַן געזינדל, מיט אַ סך טשעמאָדאַנעס, פּעקלעך, קײשלעך מיט פֿאַטשײלעס. זוכט אַן אָרט פֿאַר זיך און פֿאַר דער משפּחה.
טערקעלטױב: מאָזשנאָ ק'װאַםМожно квам: איר קענט?
באַקפֿיש: איזװאָלטיעИзвольте: זײַט אַזױ גוט.
לאַמטערנשיסער: ס'אודאָװאָלסטװיעםС удовольствием: מיט פֿאַרגעניגן.
מנחם־מענדל: ספּרעדאָװאָלסטװיעםспредовольствием: מיט צופֿרידנקײט.
דער נײַער פּאַרשױן מיט דער משפּחה הײבט אָן זיך אױסזעצן מיט װײַב און קינדער און אױסלײגן זיך מיט די פּעקלעך. עס װערט אַ טומל, אַ האַרמידער. דער שרײַט: „מיטאָג! מאַמע, מיטאָג!“ דער װיל אַ טרונק. די מוטער קנאַקט ניסלעך, לײגט די יאָדערן דעם קלײנעם קינד אין מױל אַרײַן, און גאָר אַ קלײן קינד האַלט זי אױפֿן שױס בײַ דער ברוסט. די עלטערע שפּאַרן זיך צום פֿענצטער, שטופּן אָפּ אײנס דאָס אַנדערע מיט די עלנבױגן. דער פֿאָטער איז זײ מכבד ― װעמען אַ פּאַטש, װעמען אַ שטורך און װעמען אַ פּאָטילעטשניקподзатыльник: סטוסאַק.
באַקפֿיש: צו זיך. אַזאַ בעל־משפּחה װאָלט שױן געװיס געמעגט זײַן געסטראַכירט. הױך. ניט גוט מיט קינדער אין װעג?
לאַמטערנשיסער: צו זיך. אַ פּאָדכאָדיאַשטשיподходящий: פּאַסיק סוביעקט אױף צו סטראַכירן זיך מיט די קינדער!… הױך. אונטערװעגנס מיט קינדער איז, אַ פּנים, שװער?
מנחם־מענדל: צו זיך. אפֿשר װאָלט זיך דער דאָזיקער פּאַרשױן פֿאַרשטראַפֿירן פֿונעם טױט אפֿשר?… הױך. שװער, אַ פּנים, מיט קינדער אונטערװעגנס?
טערקעלטױב: שװער װי דער טױט!
באַקפֿיש: זײ זײַנען בײַ אײַך ציטעריק, װײַזט אױס?
לאַמטערנשיסער: איר באַלעװעט זײ?
מנחם־מענדל: געבאַלעװעט בײַ אײַך?
טערקעלטױב: דערלאַנגט אַ שטױס דעם עלטערן, ער זאָל אָפּטרעטן פֿונעם פֿענצטער. ניט אַזױ ציטעריק, װי טײַער.
באַקפֿיש: פֿײַנע קינדער בײַ אײַך.
לאַמטערנשיסער: קײן עין־הרע, געראָטענע, פּאָנימאַיעטיע.
מנחם־מענדל: געראָטענע, קײן עין־הרע.
טערקעלטױב: נישקשה. לערנען זײער גוט. גוט דערצױגן. דערציִונג ― דאָס איז דער עיקר. רופֿט צו דעם עלטערן. אַבראַשאַ, קום נאָר אַהער! גיב דעם דיאַדיעдяде: פֿעטער די האַנט. נו, אַבראַשאַ! אַבראַשאַ װיל ניט גײן און באַקומט אַ פּאַטש פֿונעם פֿאָטער. זעט איר אָט־אָ־דעם פּעמפּיק? ער װײַזט אױפֿן צװײטן. איז דאָס אַ קאָפּ! אָ גאָון, זאָג איך אײַך! נאָר אַ שײגעץ. אױ, אַ שײגעץ! מיט אים אױסטענהן זיך, װעט ער אײַך מאַכן מיט דער בלאָטע… אָט אַ יענץ פֿאַרמורזשעט ייִנגל זעט איר? ― אַ חכם! הערט די מאַמע מיטן קאָטער. נאָר פֿאַר מיר האָט מען אַ ביסל דרך־ארץ. דאָס הײסט, מע װאָלט מיך אױך ניט געהערט, האָב איך אַ קאַנטשיק און שמײַס, אױ, שמײַס איך!… קינדער, הערט איר, באַדאַרף מען לערנען, דערציִען הײסט עס. דערציִונג ― דאָס איז דער עיקר. זעט איר אָט־אָ־דאָס קלײנע װעװריקל, װאָס די מוטער האָדעװעט אים מיט ניסלעך? אַ פּיסק! נאָך ניט אַלט קײן פֿיר יאָר, און רעדט איטלעכס װאָרט, איטלעכס װאָרט, װי אַן אַלטער. דאַװידקע! קום נאָר אַהער, דאַװידקע! דאָס קלײנע װעװריקל, װאָס מע רופֿט דאָס דאַװידקע, װיל ניט אַראָפּ פֿון דער מוטערס הענט, דרײט אױס דעם קאָפּ צום פֿאָטער. זאָג מיר, דאַװידקע, װי אַזױ רופֿט מען דיך? .דאַװידקע ענטפֿערט: „טיע־טיע־טיע“. װיפֿל ביסטו אַלט, דאַװידקע? דאַװידקע ענטפֿערט: „טיע־טיע־טיע!“. דאַװידקע! זאָג דער מאַמע, זי זאָל דיר געבן פּאָװידלע. דאַװידקע דרײט אױס דעם קאָפּ צו דער מוטער: „טיע־טיע־טיע!“… .װאָס זאָגט איר דערױף? איטלעכס װאָרט, איטלעכס װאָרט, װי אַן אַלטער!
באַקפֿיש: קװעלט. צו אַזעלכע קינדער באַדאַרף מען אַ סך האָבן.
לאַמטערנשיסער: מע דאַרף זיך צו זײ, פּאָנימאַיעטיע, גוט אונטערגאַרטלען.
מנחם־מענדל: גוט אונטערגאַרטלען דאַרף מען זיך.
טערקעלטױב: אַ חידוש אָ ביסל! איר זעט גרױע האָר? באַװײַזט אױף דער באָרד. ניטאָ נאָך קײן פֿופֿצן יאָר נאָך דער חתונה.
באַקפֿיש: שאָקלט מיטן קאָפּ. אײַ־אײַ־אײַ!
לאַמטערנשיסער: קײן עין־הרע, אַזאַ חבֿרה!
מנחם־מענדל: אַזאַ חבֿרה, קײן עין־הרע!
טערקעלטױב: אױסהאַלטן, קלײדן, שוכן, לערנען, געבן דערציִונג! דערציִונג ― דאָס איז דער עיקר. דאָס הײסט, איך קלאָג מיך ניט חלילה. דאַנקען גאָט, איך האָב זײער אַ פֿײַנע שטעלע, אַרבעט מיר אױס מײַנע עטלעכע טױזנט קערבלעך מיט אָט די צען פֿינגער. באַװײַזט זײ די פֿינגער. נאָר אַז איך טו אַ קוק אױף מײַן געזינדל, קײן עין־הרע, און עס קומט מיר אױף דער מחשבֿה, טאָמער חלילה, לאָז גאָט היטן, די שעה זאָל גאָר ניט זײַן… איר פֿאַרשטײט? כּל־זמן דער קאָפּ דינט, און די הענט אַרבעטן… איר פֿאַרשטײט?
באַקפֿיש: אָ! מיר פֿאַרשטײען דאָס זײער גוט. מיר זײַנען אױך סעמעינעсемейне: משפּחה מענטשן. מיר פֿילן דעם טעם, װאָס הײסט צער־גידול־בנים.
לאַמטערנשיסער: קינדער פֿאַרזאָרגן איז, פּאָנימאַיעטיע, אײנע פֿון די גרעסטע זאַכן!
מנחם־מענדל: אַ גרױסע זאַך צו פֿאַרזאָרגן קינדער, פֿאַרזאָרגן!
טערקעלטױב: איך טענה דאָס כּסדר מיט מײַן װײַב, און מיט איטלעכן באַזונדער, װוּ איך קום, טענה איך דאָס אײגענע: װאָס װאָלטן געטאָן אַזעלכע מענטשן, װי מיר, מיטלמעסיקע, ס'זאָל ניט זײַן קײן מיטל אױף צו…
באַקפֿיש: כאַפּט אױס די װערטער. סטראַכירן זיך?
לאַמטערנשיסער: פֿאַרסטראַכירן זיך נאַסלוטשאַי סמערטיнаслучай смерти: אין אַ טױטפֿאַל?
מנחם־מענדל: אָפּשטראַפֿירן זיך פֿונעם טױט?
טערקעלטױב: אױפֿגעלעבט. איך זע אין אײַך, אַז איר פֿאַרשטײט דאָס אַלע זײער גוט, און אַז איר זײַט אַלע גרײט אָפּמאַכן דאָס עסק? קאָן איך אײַך זאָגן דערױף נאָר אַ יישר־כּוח ― איר טוט אַ גוטע זאַך.
באַקפֿיש: שטאַרק אױפֿגעלעבט. מיר טוען דאָס, װאָס אונדזער חובֿ הײסט אונדז טאָן.
לאַמטערנשיסער: דאָס, װאָס דער סאָװעסט דיקטירט אונדז, פּאָנימאַיעטיע.
מנחם־מענדל: מיר טוען דאָס על־פּי־יושר, טוען מיר דאָס.
טערקעלטױב: זאָל אײַך גאָט העלפֿן, װי איר װינטשט אײַך, איר זאָלט מאַריך־ימים־ושנים זײַן, גאָט זאָל אײַך מחיה זײַן, װי איר האָט מיך מחיה געװען מיט מײַן װײַב און קינדער; זײ קוקן נעבעך אַרױס דערױף, איך בין דאָך זײער אײנציקער שפּײַזער. שלעפּט אַרױס אַ פּאָרטפֿעל. װיפֿל רעכנט איר צו מאַכן? למשל, אױף װאָס פֿאַר אַ סומע, הײסט עס.
באַקפֿיש: נעמט זיך צום פּאָרטפֿעל. װי קאָנען מיר װיסן, װאָס פֿאַר אַ סומע?
לאַמטערנשיסער: נעמט זיך צום פּאָרטפֿעל. מיר קאָנען אײַך, פּאָנימאַיעטיע, זאָגן אַ דעה?
מנחם־מענדל: שײך, מיר זאָלן אײַך זאָגן דעות, מיר?
טערקעלטױב: דערשטױנט. װאָס הײסט, איר מיר? איך װיל דאָך אײַך…
באַקפֿיש: אױסער זיך. איר װילט אונדז מאַכן דאָס שפּיל?
לאַמטערנשיסער: איר װילט אונדז סטראַכירן נאַסלוטשאַי סמערטי?
מנחם־מענדל: אָפּשטראַפֿירן פֿונעם טױט װילט איר? אונדז?
טערקעלטױב: װאָס דען? איר־מיך? איר זײַט דען אױך אַגענטן?
באַקפֿיש: כאַ־כאַ־כאַ! פֿאַרשטײט זיך, אַגענטן. נו, און איר?
לאַמטערנשיסער: אַגענטן, װי פּאָנימאַיעטיע. און װער זײַט איר?
מנחם־מענדל: נאָך אַ מין אַגענטן! נו, און איר?
טערקעלטױב: עלעגאַנט. לאַזאַר קאָנסטאַנטינאָװיטש טערקעלטױב, גענעראַל־אינספּעקטאָר און אַגענט־אָרגאַניזאַטאָר פֿון „אורבען“.
באַקפֿיש: עלעגאַנט. אַקים איסאַקאָװיטש באַקפֿיש, אינספּעקטאָר־אָרגאַניזאַטאָר פֿון „ניו־יאָרק“.
לאַמטערנשיסער: עלעגאַנט. מאַרק מאָיסעיעװיטש לאַמטערנשיסער, אָקרוזשנאָי אַגענט־אַקװיזיטאָר, װי פּאָנימאַיעטיע, פֿון „עקװיטעבל“. קוקט אױף מנחם־מענדלען מיט גדלות.
מנחם־מענדל: עלעגאַנט. און איך בין מנחם־מענדל יקנה″ז, בין איך, סופּ־אַגענט פֿון „יאַקיר“. אַלע פֿיר גיבן זיך די הענט, בײַטן זיך מיט די קאַרטלעך. נאָר אײן מנחם־מענדל טאַפּט זיך אין אַלע קעשענעס. או־װאַ! ניטאָ נאָך בײַ מיר קײן קאַרטלעך, ניטאָ!…
טערקעלטױב: זיפֿצט. אַ שװערע פּרנסה, האַ?
באַקפֿיש: זיפֿצט. אױ, כּקריעת־ים־סוף! מע פֿאָרט, מע שמעקט, מע מײנט ― טאָמער?…
לאַמטערנשיסער: קוקט מיט גדלות אױף מנחם־מענדלען. װי פּאָנימאַיעטיע? עס װאָלט אפֿשר געװען נישקשה, עס זאָלן ניט זײַן אַזױ פֿיל אַגענטן. פּאָנימאַיעטיע, קאָנקורענציконкуренции: קאָנקורענץ …
מנחם־מענדל: װאָס טױג מיר קאָנקורענצי־שמענצי? זאָגט פּראָסט אױף ייִדיש: מע ליגט אין דער ערד און מע באַקט בײגל.
ישׂראל־איסר, אַ נגיד. האַלב ייִד, האַלב אַריסטאָקראַט. אַ „שפּעגעלאַנט“ פֿון דער בערזע.
חנה, זײַן װײַב. מער ייִדענע װי אַריסטאָקראַטין.
בערטע, זײער טעכטערל. אַ בת־יחידקעלע. אַ כּלה.
גרישאַ, איר חתן. װיל אַרײַן אין אוניװערסיטעט.
געסט, מעקלערס פֿון דער בערזע מיט זײערע װײַבער. אַלע אַריסטאָקראַטן.
אָרט: יעהופּעץ.
צײַט: הײַנטיקער חנוכּה.