קאָמעדיעס: מזל טובֿ!

שלום עליכם (אַלע װערק)

אַ קאָמעדיע איז אײן אַקט

די פּאַרשױנען:

ב ײ ל ע, אַ קעכן. אַן אַלמנה פֿון אַ יאָר עטלעכע און דרײַסיק. אַ יאָדערדיקע

ייִדענע. פֿ ר אַ ד ל, אַ שטוב מײדל. אַ שװאַרצחנעװדיקע. ר ב אַ ל ט ע ר, אַן אָרעמער פּאַקנטרעגער, גיט ביכלעך אַף פּראָקאַט. אַ ייִדל

פֿון אַ יאָר פֿערציק. אַן אַלמן אָדער אַ גרוש, און אפֿשר אַן אַלטער בחור. אײן

האַלב פּנים לאַכט, דאָס אַנדערע װײנט. טראָגט אַ קױטיקע מאַנישקע מיט אַ

צוגעלעגערט קאַפּעלושל. שדכנט זיך צו דער קעכן. ח ײ ם, אַ משרת פֿונעם צװײטן הױז. אַ יונג אַ כװאַט מיט אַ „סיגנעט“. שדכנט

זיך צו פֿראַדלען. מ י ש אַ / מאַשאַ ― דעם באַלעבאָס קינדער, אַ ייִנגל און אַ מײדל. רײדן האַלב ייִדיש, האַלב רוסיש. מ אַ ד אַ ם, די באַלעבאָסטע אַלײן. באַװײַזט זיך מיטן איבעריקן עולם נאָר

אין דער לעצטער סצענע אַף אַ װײַלע.

די געשיכטע קומט פֿאָר אין קיך.

ב ײ ל ע: (שטײט מיט פֿאַרקאַטשעטע אַרבל באַם אױװן, קאָכט.
זינגט אַ לידל). אױ, װוּ זײַט איר מײַנע יונגע יאָרן? אױ, װוּ זײַט איר אַהינגעקומען? צי מיט פֿײַער פֿאַרברענט געװאָרן? צי מיטן װאַסער אַװעקגעשװוּמען?

אַז אָך און װײ איז צו מײַנע שׂונאים, אַז בײלע באַדאַרף זײַן אַ דינסט באַ די יאָרן, און האָבן אַף זיך אַזאַ באַלעבאָסטע, אַזאַ „מאַדאַם“, װאָס נאָר געזידלט און נאָר געפֿידלט! אַ שײנע נגידית! אַן אָרעמאַן אַ שטיקל ברױט װעט זי דען געבן? די אײגענע קינדער אַפֿילו זשאַלעװעט זי עסן. איטלעכן איז זי חושד: רק מע נאַשט, רק מע גנבֿהט! באַ איר זײַנען אַלע נאַשערנס, אַלע גנבֿטעס! (זי נעמט אַראָפּ אין אַ באַזונדער טעפּל פֿון אַלע מאכלים צו ביסלעך). גענוג זײ זײַן צו קרענקען, װי זאָגט רב אַלטער: „װינציקער זײַן די װערעם אין קבֿר“… (נעמט אַראָפּ נאָך אַ שטיקל פֿלײש). נישקשה, מע װעט זיך באַדרײען… ע־ע־ע! װי לאַנג בין איך אַלײן געװען אַ באַלעבאָסטע באַ מײַן טיש, מיט מײַן מאַן פּסח צום סדר!… (זי זינגט). אַזױ װי ס'איז ביטער, אַז מע פֿעפֿערט ניט די פֿיש, אַזױ איז ביטער, אַז מע זיצט באַ אָ פֿרעמדן טיש.

אַזױ װי ס'איז ביטער יױך אָן אַ פֿאַן, אַזױ איז ביטער, אַז מע זיצט אָן אַ מאַן.

אַזױ װי ס'איז ביטער, אַז דאָס עסן שמעקט מיט רױך, אַזױ איז ביטער, אַז מען אַרבעט איבערן כּוח.

אַזױ װי ס'איז ביטער, אַז דאָס עסן האָט קײן טעם, אַזױ איז ביטער, אַז מע דינט באַ אַזאַ „מאַדאַם“…

װער קלאַפּט דאָס דאָרטן אין דער טיר? מסתּמא רב אַלטער. אַ טײַערער ייִד, אַ כּשרער, אַן ערלעכער, אָן חכמות. האָרעװעט נעבעך אַפֿן שטיקל ברױט, װײס ניט פֿון קײן װעלט צו זאָגן, גלײַך מיט מיר… (עפֿנט די טיר. עס קומט אַרײַן ר ב אַ ל ט ע ר פֿון דרױסן מיט אַ פּעקל ספֿרים אונטער דער האַנט).

צ װ ײ ט ע ס צ ע נ ע

ר ב אַ ל ט ע ר: (לײגט אָפּ דאָס פּעקל אַף אַ זײַט, מאַכט צו רעכט דאָס בערדל, װישט זיך דעם שװײס מיט אַ רױטער פֿאַטשײלע). אַ גוטן אָװנט אײַך, בײלע לעבן! װאָס מאַכט איר גוטס? איך גײ פֿאַרבײַ, איך זע עס לײַכט זיך, טראַכט איך מיר, מע דאַרף אַרײַנגײן אַף אַ װײַלעטשקע… אַ גאַנצן טאָג איז מען אַף די פֿיס, פֿון שטוב צו שטוב, מע מײנט טאָמער ― דיזן, דאָזן, דאָס און יענץ… װאָס איז באַ אײַך פֿאַר אַ יום־טובֿ, בײלע, װאָס איר קאָכט אַזױ שפּעט?

ב ײ ל ע: װײס זײ דער שװאַרצער יאָר! אַ שׂמחה פּלוצעם, פֿאַרשטערט זאָל איר װערן!… געקומען אָ חתן אָנקוקן אונדזער מאַמזעליכן. עפּעס אײנער אַ שװאַרץ־יאָר מיט קנעפּלעך, װײס דער רוח דעם טאַטן… אָט װעט אַרײַנגײן פֿראַדל, זי װײסט… זיצט, רב אַלטער, זעצט זיך. טאָמער װעט איר טרינקען אַ גלעזל טײ? צי אַ גלעזל מילך? צי אפֿשר בײדע זאַכן אינאײנעם? און אפֿשר גאָר צובײַסן, עפּעס נעמען אין מױל אַרײַן? (זי רוקט אים אונטער אַלע גוטע זאַכן).

ר ב אַ ל ט ע ר: אַ דאַנק, למאַי זאָלט איר זיך מטריח זײַן, בײלעניו? איך בין גאָר ניט אַזױ שטאַרק הונגעריק. נאָר גאָרניט, אױך די אײגענע מעשׂה, װי זאָגט ער: אַז אײַך איז ליב, איז מיר ניחא… (עסט). איז באַ אײַך, הײסט דאָס, הײַנט אַ שטיקל יום־טובֿ. מהכתּיתי, לאָז זײ גאָט העלפֿן, װאָס האָב איך צו זײ? אײַ, איך לײז באַ זײ קײן געלט ניט? למאַי ס'איז דאָ, קײן עין־הרע, אַ סך אַזעלכע סטיקראַטן, װאָס איך לײז באַ זײ קײן געלט ניט? אָט, אַ שטײגער, כאַפּט אָן אײַער מאַדאַמשע… זי פֿלעגט מיר אַמאָל געבן צו לײזן פֿאַר ביכלעך גאָר אַ סך געלט. נאָר פֿון אָ צײַט אַז זי האָט אױפֿגעהערט צו פֿאַרשטײן זשאַרגאָן. פֿון זינט זי איז געקומען פֿון אױסלאַנד, האָט זי פֿאַרגעסן אונדזער לשון, גלײַך װי זי האָט שױן פֿערציק יאָר ניט געהאָרכט קײן ייִדיש װאָרט… אָט דאָס אױסלאַנד, הערט איר, איז פֿאַר אונדזער פּרנסה אַן אומגליק!

ב ײ ל ע: װוּ האָבן זײ צײַט צו לײענען ביכלעך, אַז טאָג װי נאַכט װײקט מען זיך אין די קאָרטן? קומט אַף דער נאַכט קלײַבט מען זיך צונױף אַלע: פֿ ײַ נ ק ו ג ל און כ י נ ק י ס און ש ט ר ו ד ל און ב ײ ג ע ל מ אַ ן און ק נ אַ ק נ י ס ל, און מע קלאַפּט אין „סטוקלקע“, קלאַפּן און סטוקען זאָל זײ אין קאָפּ, רבונו־של־עולם! איך דאַרף שטײן באַם אױװן: קאָך זײ, בראָט זײ, בראָטן און ברענען זאָל זײ אַפֿן האַרצן!… אפֿשר װעט איר נעמען, רב אַלטער, אַ גלעזעלע בראָנפֿן, ס'איז געבליבן פֿון נעכטן? (זי בײגט זיך אָן, נעמט אַרױס, גיסט אים אָן אַ גלעזל. ער פֿאַרזוכט).

ר ב אַ ל ט ע ר: אַ דאַנק, למאַי זאָלט איר זיך מטריח זײַן? (ער קערט איבער דאָס גלעזל). הערט איר, בײלע, ס'איז גאָרניט קײן שלעכט ביסל בראָנפֿן, װי איר זעט מיך לעבן! (זי גיסט אים אָן נאָך אַ גלעזל). אַ דאַנק, למאַי זאָלט איר זיך מטריח זײַן?… ס'איז ביטערע צײַטן, זאָג איך אײַך, עך־עך־עך!… אַמאָל פֿלעגט מיר אָנקומען אָ גאַנצער טראַנספּאָרט מיט ראָמאַנען פֿון דער װילנע, פֿלעג איך זײ פֿאַרצוקערן. און הײַנט, װײ.ס דאָס דער גוטער יאָר, פֿון זינט די ציוניסטן האָבן אָנגעהױבן אַרױסגעבן זײערע ביכלעך, איז מײַן פּרנסה שטאַרק געשלאָגן… נאַ דיר ציוניסטן!… נננע!

ב ײ ל ע: ציבעליסטן? װאָס איז דאָס, רב אַלטער, פֿאַר אַן אָנשיקעניש אַזעלכעס?

ר ב אַ ל ט ע ר: ציוניסטן ― דאָס זײַנען די ציוניסטן, װאָס פֿאַרנעמען זיך מיטן ציוניזם.. זײ װילן, פֿאַרשטײט איר מיך, מיר זאָלן אַלע פֿאָרן קײן פּעליסטינע װילן זײ…

ב ײ ל ע: (שאָקלט מיטן קאָפּ). נאַ דיר נאָך, טאָמער איז קאַרג!… אָט האָסטו דיר אַ בלעסטערינע אַף זײערע קעפּ, פֿאַרכאַפּט זאָלן זײ װערן!…

ר ב אַ ל ט ע ר: (שלאָגט איר איבער). שאַ, גאָט איז מיט אײַך, בײלע, פֿאַרװאָס שילט איר זײ? אַדרבה, זײ מײנען אונדזער טובֿה טאַקע… פֿאַרקערט, סע קומט זײ נאָך אַ דאַנק, זײ װילן העלפֿן די אָרעמע לײַט… דאָס פֿאָלק, פֿאַרשטײט איר מיך… דיזן, דאַזן, דאָס און יענץ…

ב ײ ל ע: הערסט? װאָס־זשע שװײַגט איר? װיבאַלד אַזױ, לאָז זײ גאָט געבן געזונט און אַלדאָס גוטס! אַף קײן שלעכט אָרט זאָלן זײ ניט שטײן… לאָזן מײַנע באַלעבאַטים זײַן פֿאַר זײ די כּפּרה!…

ר ב אַ ל ט ע ר: לאָז גאָט היטן! װאָס האָב איך צו זײ? אָט, למשל, האָב איך באַקומען אַ פֿריש פּעקל סחורה, ראָמאַנען, אַזש פֿון אַמעריקע, פֿרישע, צאַפּלדיקע, נאָר װאָס פֿון דער נאָדל אַרױס. איך זאָג אײַך, פֿון די אַנטיקן! קפֿריסין! זעמלמעל!

ב ײ ל ע: (שלעפּט אַרױס אַ פֿלעשל פֿון אונטערן בעט און גיסט אים אָן אַ גלעזל װײַן. אַנו, רב אַלטער, פֿאַרזוכט, זײַט מוחל, פֿונעם דאָזיקן װײַן. געבליבן באַ זײ נעכטן פֿונעם טיש…

ר ב אַ ל ט ע ר: אַ דאַנק, למאַי זאָלט איר זיך מטריח זײַן? (פֿאַרזוכט און באַלעקט זיך). הערט איר, בײלעניו, איז דאָס אַ גלעזל משקה ― פֿון משקה־לאַנד!… (טרינקט און באַלעקט זיך). זינט גאָט האַנדלט מיט משקאָות, האָט ער נאָך אַזאַ משקה ניט געהאַט… (קוקט אין גלעזל אַרײַן און שפּיגלט זיך). ע, אַפּנים, די נגידים װײסן טאַקע װאָס גוט איז? הערט איר, די קאַפּאָטע פֿאַרזעצן ― און אַ נגיד זאָל מען זײַן!… אַז ס'איז יאָ אַזױ, טאָ לאָמיר זײַן געזונט! (קערט איבער דאָס גלעזל). הערט איר? דאָס איז װײַן! דאָס איז אַ מין משקה, װאָס מע קאָן עס אָנרופֿן װײַן. עס האָט אין זיך אַלע אָפּשניצלעך פֿון… פֿון… אַ גלעזל װײַן. (באַלעקט זיך). דיזן, דאַזן, דאָס און יענץ…

ב ײ ל ע: (גיסט אים אָן נאָך אַ גלעזל). נישקשה, טרינקט נאָך אײן גלעזל. זשאַלעװעט ניט, פֿאַראַן באַ זײ אין קעלער גענוג… זײ מעגן דאָס אױסקרענקען געזונטערהײט!

ר ב אַ ל ט ע ר: (מיט אַ פֿרײלעך פּנים). לאָז גאָט היטן! װאָס האָב איך צו זײ? לאָזן זײ טרינקען. לאָזן ייִדן טרינקען געזונטערהײט… אַ ייִד איז ניט קײן גױ. אַ ייִד, אַז ער נעמט אַ ביסל משקה, איז גאָרניט, מהכתּיתי… ער טרינקט זיך אױס אַ גלעזל, צװײ גלעזלעך, צי אַפֿילו דרײַ גלעזלעך ― און שאַ, שטיל, טשעפּעט ניט קײן פֿליג אַף דער װאַנט… שיכּור? פֿע! שיכּור קײנמאָל ניט! קײנמאָל ניט שיכּור!…

ב ײ ל ע: (דערגיסט אים דאָס גלעזל). קײנמאָל ניט!

ר ב אַ ל ט ע ר: אַקעגן װאָס, הײסט דאָס, איז דאָס געקומען צו רײד? יאָ, אַקעגן דעם, װאָס איר זאָגט: מע האָרעװעט… מע האָרעװעט איבערן כּוח… אָט, למשל, כאַפּט אָן, צום בלײַשטיפֿט, אַ יונגע אַלמנה, װי איר זײַט… װאָס? װער? װעמען? גאָרניט… דיזן, דאַזן, דאָס און יענץ… הערט איר? איך װאָלט דאָס אײַך ניט געזאָגט, נאָר אונטער פֿיר אױגן זאָג איך אײַך… די מעשׂה פֿון דער געשיכטע איז אַזױ. ביז װאַנעט איז דער שיִער, פֿרעג איך אײַך, צו זײַן באַ יענעם?… װידעראַמאָל געקאָכט װעטשערע, און אָבעראַמאָל װעטשערע… צײַט אַמאָל אַלײן אַן א ײ ג ע נ ע װעטשערע, אַן אײגן שטיקל אױװן. דיזן, דאַזן, דאָס און יענץ… איר פֿאַרשטײט?

ב ײ ל ע: יאָ, איר זײַט אַװדאי גערעכט, רב אַלטער. אַן אײגענע פּאָמוניצע איז אַװדאי ליבער פֿון אַ פֿרעמדער שיסל. װאָס קומט אָבער אַרױס? אַ װיסטע אַלמנה. מה אָנו, מה חײנו?

ר ב אַ ל ט ע ר: אם כן, איז װאָס? אַן אַלמנה איז דען קײן מענטש ניט? פֿאַרקערט, אַן אַלמנה איז נאָך, אַדרבה, מער סחורה… מצד רחמנות… (מאַכט מיט די הענט). מצד דיזן, דאַזן, דאָס און יענץ…

ב ײ ל ע: װײס איך װאָס? װער װעט זיך קװאַפּען אַף מיר מיט סך־הכּל צװײ הונדערט שמאַרדאָװענצעס? ניט מער זאָלן מײַנע באַלעבאַטים פֿאַרמאָגן, רבונו־של־עולם…

ר ב אַ ל ט ע ר: (בחורט זיך). ע, זאָגט דאָס ניט, בײלע לעבן!… װיִאַזױ מע װיל, לײענט מען דאָס בריװל. צװײ הונדערט קאַרבן איז הײַנטיקע יאָרן אַ קאַפּיטאַל, און צו אַזאַ קאַפּיטאַל, װען גאָט שיקט אײַך צו־כּדומה למשל, אַ לײַטישן יונגנמאַן, אַ מענטשן אַן ערלעכן, אַ מענטשן מיט אַ געשעפֿטל אין דער האַנט… אַ מענטשן, װאָס פֿאַרשטײט איר מיך… (מאַכט מיט די הענט). דיזן, דאָזן, דאָס און יענץ…

ב ײ ל ע: אַ שטײגער, כּדומה למשל?…

ר ב אַ ל ט ע ר: (בחורט זיך), אַ שטײגער, כּדומה למשל, איך זאָל אײַך אָנכאַפּן, נאַפּשיקלאַד, אַזאַ מין מענטשל, װאָס האָט אַ געשעפֿטל. ניט קײן גרױס געשעפֿט, נאָר אַזױ, אַ פֿײַנס, אָ שטילס, אַ רויִקס… װאָס האַנדלט מיט אַזאַ מין סחורה, װאָס מע גיט דאָס אַף פּראָקאַט… אַף איבערלײענען… נו, כּדומה למשל, ביכער, ראָמאַנען… (מאַכט מיט די הענט). דיזן, דאַזן, דאָס און יענץ…

ב ײ ל ע: (פֿאַרטראַכט, װישט זיך די נאָז מיטן אַרבל פֿון אונטן אַרױף). איר רעדט עפּעס, רב אַלטער, אַזעלכע װערטער… פֿאַרשטעלט… איך קאָן ניט פֿאַרשטײן… טרינקט, איך בעט אײַך, קוקט ניט אַף כּבֿוד… מיר װעלן האָרעװען, און זײ װעלן פֿרעסן און זױפֿן? עסן זאָלן זײ װערעם! (גיסט אים אָן נאָך אַ גלעזל).

ר ב אַ ל ט ע ר: לאָז גאָט היטן! װאָס האָב איך צו זײ? (נעמט דאָס גלעזל). װאָס איר זאָגט, מע האָרעװעט. דערױף זײַנען מיר שױן געװױנט. װאָס איז שײך? גאָט האָט אַזױ באַשאַפֿן די װעלט, אַז מיר דאַרפֿן האָרעװען, פֿאַרשװאַרצט װערן, און זײ דאַרפֿן לעבן אַ גוטן טאָג, עסן און טרינקען, און דיזן, און דאַזן, און דאָס און יענץ… פֿאַרדריסן פֿאַרדריסט נאָר דאָס, װאָס ס'איז באַ זײ ניט אָנגעלײגט אונדזער האָרעװאַניע. למשל, אָט נעמט אַ פֿערד, להבֿדיל, האָרעװעט אױך איבערן כּוח. זעט־זשע אָבער, װי מע קיכלט עס, מע גלעט עס, מע גיט דעם עסן, און טרינקען, און דיזן, און דאַזן, און דאָס, און יענץ…

ב ײ ל ע: איר רעדט עפּעס, רב אַלטער, תּמיד אַזױ מאָדנע… פֿאַרשטעלט…

ר ב אַ ל ט ע ר: ס'איז ניט מײַנע װערטער. דאָס האָב איך אױסגעלײענט פֿון אַ ביכל, פֿון די הײַנטיקע ביכלעך, װאָס זײ גיבן אַרױס, אָט די ימח שמוניקעס, די צעצעליסטן… .

ב ײ ל ע: װאָעס? װאָס איז דאָס פֿאַר אַ מכּה? אַ מכּה זאָל זיך זײ זעצן אַפֿן שפּיץ נאָז!…

ר ב אַ ל ט ע ר: לאָז גאָט היטן! װאָס האָב איך צו זײ? פֿאַרשטײט איר מיך, די דאָזיקע ― דאָס זײַנען אַזעלכע מענטשן, פֿאַרשטײט איר מיך, װאָס קאַטאָרי זײ נעמען זיך אָן, אַדרבה, די קריװדע פֿון די אָרעמעלײַט, פֿון די אַרבעטער, פֿאַר מיר, און פֿאַר אײַך, און פֿאַר די אַלע, װאָס פּלאָגן זיך און מוטשען זיך אַף דער װעלט…

ב ײ ל ע: הערסטו! װאָס־זשע שװײַגט איר? לאָזן מײַנע באַלעבאַטים אײַננעמען אַ מיתה משונה פֿאַר זײער מינדסטן נאָגל!

ר ב אָ ל ט ע ר: לאָז גאָט היטן! װאָס האָב איך צו זײ? (עס עפֿנט זיך די טיר, עס קומט אַרײַן ח ײ ם ד ע ר מ ש ר ת. בײלע טוט זיך אַ װאָרף צום אױװן. רב אַלטער קוקט אַרײַן אין אַ ביכל). ד ר י ט ע ס צ ע נ ע

ח ײ ם: (דאָס קאַפּעלושל אַף אַ זײַט). אַ גוטער נאָװנט זאָל זיך אין אײַך אַרײַנכאַפּן, בײלעניו! װאָס מאַכט אַ ייִד, רב אַלטער? איר װײסט? דאָס ביכל, װאָס איר האָט מיר געבראַכט, איז אַן אַנטיק פֿון אַ ביכל! איך האָב דאָס נאָר גענומען לײענען, בין איך אַנטשלאָפֿן געװאָרן זיצנדיק אַפֿן בענקל, װי אַ געהרגעטער… (ער גיסט זיך אָן אַ גלעזל װײַן). געניסט עפּעס, רב חײם, פֿאַרװאָס זאָלט איר ניט געניסן? אַזױ זאָגט מײַן מאַדאַם, בשעת זי איז מכבד אירע געסט מיט װערעמיקע ניסלעך… װוּ איז ערגעץ פֿראַדל? (ער װיל זיך אָנגיסן נאָך אַ גלעזל).

ב ײ ל ע: (גיט אים איבער די הענט). אַװעק, דו משומד, ניט פֿון דײַנעטװעגן אָנגעגרײט!… דערצײל בעסער, װאָס ביסטו אַזױ אױסגעפּוצט? װאָס הערט זיך עפּעס באַ אײַך? װאָס מאַכן דײַנע באַלעבאַטים?

ח ײ ם: מיט די זײַטן זאָלן זײ אײַך מאַכן!… מע זיצט בײדע אינדערהײם, װי די טײַבעלעך, און מע זידלט זיך און מע שילט זיך ביז הונדערט און צװאַנציק יאָר… (ער שלעפּט פֿון קעשענקע ניסלעך, װאַרפֿט אין מױל אַרײַן און טוט אַ קנאַק אַלע מאָל מיט דער האַנט איבער דער מאָרדע פֿון אונטן אַרױף).

ב ײ ל ע: װאָס איז די מעשׂה?

ח ײ ם: (קנאַקט ניסלעך). װאָס זאָל זײַן? גאָרניט. זי װיל קײן פּאַריז. זאָגט ער: קײן באַרלין. זאָגט זי: אין דער ערד. זאָגט ער: ביסט אַ בהמה. זאָגט זי: דו ביסט אַ בעל־עגלה. זאָגט ער: אַבי ניט קײן שנײַדער… אַפּנים, טראַכט איך מיך, זײ שטאַמען בײדע פֿון גרױסן ייִחוס, גלײַך מיט דעם ייִחוס פֿון זײער מחותּן כינקיס. איר װײסט, רב אַלטער, כינקיסעס ייִחוס?

ר ב אַ ל ט ע ר: דהײַנו, כּדומה למשל?

ח ײ ם: דהײַנו, כּדומה למשל, אײן זײדן האָט ער געהאַט אַ פֿאָטאָגראַף ― ער פֿלעגט אַראָפּנעמען גרעט פֿונעם בױדעם. און דער אַנדערער זײדע איז געװען גובערסקי רעװיזאָר איבער אַלע שענקן… אָ! מע זאָל דערמאָנען משיחן!…(עס קומט אָן פֿון שטוב פֿ ר אַ ד ל).

פֿ ע ר ט ע ס צ ע נ ע

פֿ ר אַ ד ל: (זעט ניט חײמען. זינגט אַ לידל). זיץ איך מיר אַף אַ שטײן, עס נעמט מיך אָן אַ גרױס געװײן: אַלע מײדלעך האָבן חתונה, נאָר איך אײנע זיץ אַלײן!…

ח ײ ם: (װישט זיך די אױגן כּלומרשט). זײער טראָװערדיק!

פֿ ר אַ ד ל: (זעט אים ניט, זינגט און טאַנצט אונטער). אױ־װײ, מאָרגנשטערן, װען װעל איך אַ כּלה װערן?…

ח ײ ם: (פֿון דער װײַטן). שטײן שטײ איך, שטײ איך באַ דער טיר, קוקן קוק איך מיט אײגעלעך אַף דיר. האַרצעניו, ליובעניו, װאָס טוט זיך דאָ מיט דיר? צײַט פֿון שבת אָן האָסט זיך ניט געזען מיט מיר!

פֿ ר אַ ד ל: (זעט אים ניט). כּל־זמן איך בין אַ מײדל, בין איך שײן און אײדל, און װיבאַלד איך װער אַ װײַבל, װער איך שױן אַן אָרעם טײַבל. אױ־װײ, מאָרגנשטערן, װען װעל איך אַ כּלה װערן?ֿ

ח ײ ם: (גײט איר אַקעגן מיט אױסגעשטרעקטע הענט). הנני! איך ביז אָנגעברײט! איך בין גרײט אַפֿילו הײַנטיקן טאָג, נשמה מײַנע! דאָס בין איך טאַקע געקומען, איך זאָל מיט דיר אָפּרײדן, מײַן טײַער קאַנאַריקל, אָפּשטעלן דאָס קנס־מאָל… אַ גוטן נאָװנט דיר, פֿראַדל! װאָס מאַכסטו, האַרץ מײַנס, און װי גײט דאָס דיר אין געזונט, מײַן ענגל און מײַן שאַץ, דער גײַסט פֿון מײַן נשמה, דאָס האַרץ פֿון מײַנע אױגן, װי באַ רב אַלטערן אין די ביכלעך שטײט געשריבן…

פֿ ר אַ ד ל: װאָס איז? װאָס ביסטו אַזױ האָפֿערדיק? קוקט אים אָן, װי ער האָט זיך דאָס אַ ביסל אױסגעסטראָצלט, דער שײנער מחותּן! גוט יום־טובֿ ראָש־חודש קלעמעניש!… גײסט מן־הסתּם פֿון צירק, אָדער געכאַפּט ערגעץ אַ קערטל?…

ח ײ ם: װי דען איז אַנדערש, פֿײגעלע? אַ מענטש לעבט אײן מאָל, ניט קײן צװײ מאָל, װי מײַן רבי פֿלעגט זאָגן, אַז ער האָט ניט געהאַט אַף שבת און די רביצין פֿלעגט אים באַגראָבן נײַן אײלן אין דער ערד…

פֿ ר אַ ד ל: באַגראָבן זאָל מען דיך!

ה ײ ם: אָמן, אַלע װײַבער! נאַרעלע, הײַנטיקס מאָל האָסטו דװקא ניט געטראָפֿן: אין צירק גײ איך ניט, און אין קאָרטן שפּיל איך ניט ― װײסטו פֿון װען אָן?

פֿ ר אַ ד ל: פֿון װען אָן?

ח ײ ם: פֿון אײערנעכטן אָן… איך האָב מיר געגעבן דאָס װאָרט, איך זאָל ניט שפּילן מער! איבער צװײ זאַכן: ערשטנס, האָב איך ניט פֿאַר װאָס, און אַז מע האָט ניט קײן פֿינגער, זאָגט רב אַלטער, קאָן מען קײן פֿײַג ניט שטעלן. און והשנית, קלײַב איך איצט אַ גראָשן צו אַ גראָשן. צוליב דער חתונה, נשמה מײַנע… מע זאָל זיך באַ מיר אױסציִען פֿאַר אַ גראָשן ― גיב איך ניט! עס װילט זיך ניט שטאַרבן אין פֿרעמדע תּכריכים, װי מײַן באָבע עליה השלום פֿלעגט זאָגן, בשעת מע האָט געבעטן באַ איר אַ נדבֿה…

פֿ ר אַ ד ל: װאָס־זשע טוסטו גאַנצע נעכט, אַז דו פּטרסט אָפּ אַלע אַרבעט אין שטוב?

ח ײ ם: װאָס איך טו? איך פֿאַרנעם זיך מיט בילדונג, טײַערע! מיט בילדונג! אָט לײען איך איצט אַ ביכל, זיס װי אײַנגעמאַכטס… רב אַלטער האָט דאָס מיר געבראַכט… אױ, אָ ביכל! (ער קושט די פֿינגער). כ'בין אַ גאַנצע נאַכט ניט געשלאָפֿן, נאָר געלײענט, און געלײענט, און געלײענט ― מחיה נפֿשות!

פֿ ר אַ ד ל: עס קער שױן זײַן דאָס גוטע ביכל, אַז ס'איז אַרײַן צו דיר אין די הענט אַרײַן… װאָס איז דאָס, אַ ראָמאַנס?

ח ײ ם: נאָך אַ מין ראָמאַנס! אין זעקס טײלן, מיט אַ נעקראָלאָג.

ר ב אַ ל ט ע ר: עפּילאָג.

ח ײ ם: מײן איך ― עמפּילאָג.

פֿ ר אַ ד ל: װיִאַזױ רופֿט זיך עס?

ח ײ ם: (טוט זיך אַ פּאַטש אין שטערן). סע רופֿט זיך אָן מיט אַזאַ לאַנגן נאָמען, אַז ס'איז שװער צו געדענקען אױסװײניק… רב אַלטער סערדצע! װיִאַזױ הײסט עס באַ אײַך?

ר ב אַ ל ט ע ר: װער?

ח ײ ם: אָט אַ יענץ ביכל, װאָס איר האָט מיר געבראַכט אַנומלטן צו טראָגן?

ר ב אַ ל ט ע ר: אַ? דאָס ביכל, װאָס איר האָב דיר איבערגעלאָזט? שױן אײנמאָל אָ ביכל! אַנטיק שבאַנטיק! פּרימאַ! מע רײַסט דאָס באַ מיר פֿון די הענט! עס הײסט מיטן נאָמען: „דער װילדער נעגער אין רױטן גאַרטל מיט צען אָנגעלאָדענע פּיסטאָלעטן און מיט זעקס פֿאַרשאָלטענע דאַמען אין אױבנגעשטאָלט, אָדער דער רינג פֿון שלמה המלך, אַ העכסט־אינטערעסאַנטער ראָמאַן אין זעקס טײלן מיט אַן עפּילאָג און מיט אַ ליד צום געזאַנג, פֿאַרפֿאַסט פֿון יצחק שלמה עסיקטרײַבער אַף דעם אָרט פֿון שמ″ר“.

ב ײ ל ע / פֿ ר אַ ד ל: (א פּליעסק מיט ד הענט). א דונער האָט מיך ניט דערשלאָגן! װאָס פֿאַר אַ לאַנגער נאָמען!

ח ײ ם: שרעקט זיך ניט, ס'איז באַ זײ פֿאַראַן נאָך לענגערע, און אַלע עפּעס אַזעלכע מאָדנע כפֿול־שמונהדיקע נעמען, צום בײַשפּיל: „דער געפֿאַנגענער קיניג באַם פֿאַרגליװערטן ים אין דער װיסטעניש, אָדער די צעשפּאָלטענע ליפּ“… „דער שװאַרצער ציגײַנער מיט די זילבערנע קנעפּ אין רײַטװאָגן, אָדער די גלעזערנע קאַטשעלקע אַף פּסח“… „די גע־ שװאָלענע מױד פֿון איר אײנציקן חתן, אָדער דער רױטער ממזר, פֿאַר־

כאַפּט זאָל ער װערן!“…

פֿ ר אַ ד ל: פֿאַרכאַפּט מעגסטו שױן װערן פֿאַר אַלע ייִדן,

ב ײ ל ע: רבונו־של־עולם!

ה ײ ם: אָמן, אַלע װײַבער! הקיצור, ס'איז אַ ביכל, זאָג איך דיר, הערסטו, פֿראַדל, די פֿינגער צו קושן!

פֿ ר אַ ד ל: װאָס־זשע באַשרײַבט זיך דאָרטן אין ביכל? ביסט ניט קראַנק צו דערצײלן!

ח ײ ם: דאָרטן באַשרײַבט זיך… ס'איז שװער צו געדענקען אַף אױסװײניק… עפּעס װיִאַזױ אַ פֿײַנער בחור פֿון אַ יאָר עטלעכע און צװאַנ־ ציק…

ר ב אַ ל ט ע ר: אַכצן.

ח ײ ם: ראָמאַנסירט מיט אַ מײדל פֿון אַ יאָר נײַנצן…

ר ב אַ ל ט ע ר: זיבעצן.

ח ײ ם: אַ שײן מײדל, אַן עפּעלע, מיט חן־גריבלעך אין די בעק־ לעך, אַ בלאָנדינקע מיט שװאַרצע האָר…

ר ב אַ ל ט ע ר: מיט בלאָנדע האָר.

ח ײ ם: מײן איך, אַ בראָנעטקע מיט בלאָנדע האָר…

פֿ ר אַ ד ל: װיִאַזױ הײסט זי?

ח ײ ם: װיִאַזױ הײסט זי? נאָרװאָס אַרױסגעפֿלױגן פֿונעם קאָפּ… זי ליגט מיר אַפֿן צונג… װיִאַזױ הײסט זי, רב אַלטער?

ר ב אַ ל ט ע ר: װער?

ח ײ ם: אָט יענץ מײדל, װאָס באַ מיר אין ביכל?

ר ב אַ ל ט ע ר: סעראַפֿימאַ.

ח ײ ם: יאָ, יאָ, איך האָב טאַקע געװאָלט זאָגן אַזױ… עס באַשרײַבט זיך דאָרט, װיִאַזױ דער בחור פֿאַרליבט זיך אינעם מײדל… דאָס מײדל פֿאַרליבט זיך אינעם בחור… דער בחור װיל חתונה האָבן פֿאַרן מײדל… דאָס מײדל װיל חתונה האָבן פֿאַרן בחור… װילן זײ, הײסט עס, בײדע… טרעפֿט זיך אײנמאָל אַ מעשׂה, דער בחור באַגעגנט זיך מיטן מײדל ערגעץ אין אַן אָרט ― דאַכט זיך, אַז אין קיך?… אַ יאָ, רב אַלטער?

ר ב אַ ל ט ע ר: האַ? װאָס?

ח ײ ם: װוּ באַגעגנט ער זיך דאָרטן אין אײַער ביכל, יענער בחור מיט דער מױד? אַ יאָ, אין קיך?

ר ב אַ ל ט ע ר: אין פּאַריז אין די בעדער… באַם ג ר אַ ף ס אַ ל י ס אין פּאַלאַץ… אין אַ גאָרטן פֿון לימענעס מיט פּאָמעראַנצן…

ח ײ ם: אַזױ גאָר? בקיצור, איז זיך מײשבֿ ער, מײַן בחור הײסט דאָס, און איז ניט פֿױל אַף דער פּען און כאַפּט זי אַרום אָט אַזױ! (װיל אַרומנעמען פֿראַדלען).

פֿ ר אַ ד ל: אַװעק, דו שאַרלאַטאַן!…

ר ב אַ ל ט ע ר: נײן, חס ושלום, ניט אַזױ… פֿריִער פֿאַלט ער איר צו די פֿיס… ח ײ ם: איך האָב דיר נאָר געװאָלט װײַזן, װיִאַזױ דער בחור נעמט אַרום דאָס מײדל דאָרט אין ביכל…

פֿ ר אַ ד ל: װער די כּפּרה!… געקומען אַפֿן גרײטן… גײ זע באַ לײַטן, װי סע פֿירט זיך… אָט איז געקומען צו אונדזער באַרישני אַ חתן אַזש פֿון אַלדי שװאַרצע יאָר… פֿאַרשפּאַרט מיט איר אין אײן חדר פֿון אינדערפֿרי אָן…

ח ײ ם: פֿון אינדערפֿרי אָן? טאַטעניו! װאָס אַזױ לאַנג? װאָס טוען זײ דאָרטן, קעצעלע מײַנס?

פֿ ר אַ ד ל: איך זאָל אַזױ װיסן פֿון דיר! אײן װאָרט האָב איך געכאַפּט, בשעת איך האָב זײ אַהין דערלאַנגט טײ…

ח ײ ם: װאָס פֿאַר אַ װאָרט?

פֿ ר אַ ד ל: אַז איך װעל דיר זאָגן, װעסטו באַלד װיסן! „זשי־װאָפּרי“…

ח ײ ם: זשיװאָפּרי? אַהאַ, איך װײס שױן! אַף אונדזער לשון איז דאָס אַלץ אײנס, װי מע זאָל זאָגן: „סע ברענט מיך אַ טרונק“… אַ יאָ, רב אַלטער, אַ טרונק?

ר ב אַ ל ט ע ר: (באַלעקט זיך). װאָס זאָגט איר, אַ טרונק? אַ ייִד איז ניט קײן טרינקער… מהכתּיתי, אַ ייִד נעמט אַמאָל אַ ביסל בראָנפֿן…

ח ײ ם: גוט מאָרגן, געליע, רעטעך טראָג איך! מע רעדט דאָ פֿון פֿראַנצױז, קומט איר מיט אַ ביסל בראָנפֿן!… (עס הערט זיך אַ קול פֿון שטוב: „פֿראַני, פֿראַדל! װאָס קרענקסטו דאָרט אין קיך, דו מױד?“…)

פֿ ר אַ ד ל: קרענקען זאָלט איר פֿאַר אַלע ייִדן!… איך גײ, איך גײ! װי געפֿעלט אײַך, װי זי קװיטשעט! איך װאַש דאָס געפֿעס! אָט גײ איך! גײן זאָל זי אַף קוליעס!…

ח ײ ם: אָמן, אַלע װײַבער! (פֿראַדל לױפֿט אַרױס פֿון קיך. עס לױפֿן אַרײַן מ י ש אַ און מ אַ ש אַ).

פֿ י נ פֿ ט ע ס צ ע נ ע

מ י ש אַ און מ אַ ש אַ: (שלעפּן לעקעך פֿון די קעשענעס, קנאַקן ניסלעך, קוקן זיך אַרום אַף אַלע זײַטן). סמאָטרי, בײלע, זאָג ניט אױס, באָזשע סאָכראַני!…

ב ײ ל ע: אַ מכּה הער מאַמען! איר זײַט נעבעך הונגעריק, טײַ־ בעלעך?… עסט געזונטערהײט, עסט, פֿײגעלעך!… װאָס הערט זיך עפּעס אין שטוב, קינדערלעך?

מ י ש אַ און מ אַ ש אַ: גאָרניט… דער פּאַפּאַ און די מאַמאַ שפּילן אין קאָרטן… דער דיאַדיאַ קושט די שװעסטער… יעי באָגו…

ח ײ ם: טאַקע? אַנו, װײַזט, װיִאַזױ קושט ער זי, קעצעלעך?

מ י ש אַ און מ אַ ש אַ: װאָט קאַק! (זײ קושן זיך אין די פּיסקלעך און לאַכן).

ה ײ ם: (פּאַטשט זײ אין די פּלײצעס). בראַװאָ! בראַװאָ! מאָ־לאָדצי רעביאַטאַ! אָט װאָס הײסט גוט דערצױגן קינדער! איר זאָלט זײַן ערלעכע קינדער, װאָלט איר אַװעקגעלקחנט פֿונעם טיש עפּעס גוטע זאַכן פֿון אונדזערטװעגן: טאָרט, ניסלעך, עפּל, באַרן, מאַראַנצן, אײַנגעמאַכטס… נישקשה, קײנער װעט ניט װיסן… צװישן דער משפּחה װעט דאָס בלײַבן… (מישאַ און מאַשאַ לאָזן זיך גײן. פֿראַדל קומט אָן מיט אַ גראַפֿין נאָך װאַסער).

ז ע ק ס ט ע ס צ ע נ ע

פֿ ר אַ ד ל: ברענען זאָלן זײ אַפֿן פֿײַער!…

ח ײ ם: אָמן, אַלע װײַבער!

פֿ ר אַ ד ל: דאָ האָט זי געשריִען „מױד“, און דאָרט, פֿאַר פֿרעמדע מענטשן, איז זי זיס, װי צוקערקעלעך. „ברענג, זאָגט זי, דושעטשקע, אַ גלאָז װאַסער פֿאַר דער מאַדאַם לאָקשנקוגל“…

ב ײ ל ע: װאָס מאַכן עפּעס חתן־כּלה?

פֿ ר אַ ד ל: קײן גוטס זאָלן זײ אײַך ניט האָבן.

ח ײ ם: אָמן, אַלע װײַבער.

פֿ ר אַ ד ל: די שײנע כּלה האָט מורא, טאָמער טוט אַ קוק אַף מיר דער חתן, האַלט זי אים פֿאַרשפּאַרט… נישקשה, ער װעט פֿון איר האָבן אַ װיסטן סוף. ס'איז אַ װױל כּלהכן. זי װעט אים, אם ירצה השם, אױסדראַפּען די אױגן…

ח ײ ם: אַ מצװה, לאָז זיך אים ניט גלוסטן, װי מײַן עלטערע שװעסטער פֿלעגט זאָגן, בשעת איך האָב מיך געװאָרגן מיט אַ בײנדל… אַפּנים, עס װעט זײַן טאַקע הײַנט אַ מזל־טובֿ?… אַסיס, רב אַלטער, באמת גענאָסן! טוט אים אַ צי, בײלע, באַם לינקן אױער און זאָגט „לישועתך קױתי“…

ר ב אַ ל ט ע ר: (האָט ביז אַהער געכאַפּט אַ דרעמל, געפֿײַפֿט מיט רער נאָך. כאַפּט זיך אױף). אַ דאַנק! למאַי זאָלט איר זיך מטריח זײַן? איך בין אַ װינציקער טרינקער… אַ ייִד טרינקט ניט… אַ ייִד איז גאָר קײן טרינקער ניט… די צי־צי־ציוניסטן זײַנען זײער גערעכט… זײ זאָגן, אַז אַ ייִד… אַ ייִד ליגט אין דער ערד, נײַן אײלן אין דער ערד… אַ ייִד איז נעבעך תּ־תּמיד פֿאַרשמאַכט, פֿאַריאָמערט… (ער זינגט מיט אַן אומעטיקן קול). פֿאַריאָמערט, פֿאַרקלאָאָגט, פֿון זײַנעם פֿאַריאָאָגט…

ח ײ ם: אַהאָ! רב אַלטער איז דאָך טאַקע רעכט אונטערן גלעזל, כ'לעבן! בגילופֿן!… געמאַכט, אַפּנים, אַ רעכטע כּוסה?…

ב ײ ל ע: ניט מײן זאָלסטו עסן, װיפֿל זײ האָבן געטרונקען!

ח ײ ם: אָמן, אַלע װײַבער!… װײסט איר װאָס, רב אַלטער? אַז איר זינגט שױן יאָ, טאָ זינגט אונדז עפּעס אַ לידל פֿון די לידלעך! איר זײַט דאָך אַ ייִד, װאָס קאַטאָרי, איר האַנדלט מיט ביכלעך און מיט לידלעך.

ר ב אַ ל ט ע ר: װעסט מיר העלפֿן? איר װעט מיר העלפֿן? װעל איך אײַך זינגען אַ לידל, װאָס איז טאַקע אָנגעמאָסטן אַף מיר אַלײן.

אַ ל ע ד ר ײַ: אָך! מהכתּיתי, מיטן גרעסטן פֿאַרגעניגן! (גרײטן זיך צו אים מיטהעלפֿן).

ר ב אַ ל ט ע ר: (זינגט). צען ברידער זײַנען מיר געװע־ע־עזן, האָבן מיר געהאַנדלט מיט װײַן; אײנער איז פֿון אונדז געשטאָרבן, זײַנען מיר געבליבן נײַן. אױ, שמערל מיטן פֿי־דל, בערל מיטן באַס! שפּילט־זשע מיר א לי־דל אַפֿן מיטן גאַס!

אַ ל ע א י נ א ײ נ ע ם: אױ, שמערל מיטן פֿי־דל, בערל מיטן באַס! שפּילט־זשע מיר אַ לי־דל אַפֿן מיטן גאַס!

ר ב אַ ל ט ע ר: נײַן ברידער זײַנען מיר געװע־ע־זן, האָבן מיר געהאַנדלט מיט פֿראַכט; אײנער איז פֿון אונדז געשטאָרבן, זײַנען מיר געבליבן אַכט.

אַ ל ע: אױ, שמערל מיטן פֿי־דל, בערל מיטן באַס! שפּילט־זשע מיר אַ לי־דל אַפֿן מיטן גאַס!

ר ב אַ ל ט ע ר: אַכט ברידער זײַנען מיר געװע־ע־עזן, האָבן מיר געהאַנדלט מיט ריבן; אײנער איז פֿון אונדז געשטאָרבן, זײַנען מיר געבליבן זיבן.

אַ ל ע: אױ, שמערל מיטן פֿי־דל, בערל מיטן באַס! שפּילט־זשע מיר אַ לי־דל אַפֿן מיטן גאַס!

ר ב אַ ל ט ע ר: זיבן ברידער זײַנען מיר געװע־ע־עזן, האָבן מיר געהאַנדלט מיט געבעקס; אײנער איז פֿון אונדז געשטאָרבן, זײַנען מיר געבליבן זעקס.

אַ ל ע: אױ, שמערל מיטן פֿי־דל, בערל מיטן באָס! שפּילט־זשע מיר אַ לי־דל אַפֿן מיטן גאַס!

ר ב אַ ל ט ע ר: זעקס ברידער זײַנען מיר געװע־ע־עזן, האָבן מיר געהאַנדלט מיט שטרימף; אײנער איז פֿון אונדז געשטאָרבן, זײַנען מיר געבליבן פֿינף.

אַ ל ע: אױ, שמערל מיטן פֿי־דל, בערל מיטן באַס! שפּילט־זשע מיר אַ לי־דל אַפֿן מיטן גאַס!

ר ב אַ ל ט ע ר: פֿינף ברידער זײַנען מיר געװע־ע־עזן, האָבן מיר געהאַנדלט מיט ביר; אײנער איז פֿון אונדז געשטאָרבן, זײַנען מיר געבליבן פֿיר.

אַ ל ע: אױ, שמערל מיטן פֿי־דל, בערל מיטן באַס! שפּילט־זשע מיר אַ לי־דל אַפֿן מיטן גאַס!

ר ב אַ ל ט ע ר: פֿיר ברידער זײַנען מיר געװע־ע־עזן, האָבן מיר געהאַנדלט מיט בלײַ; אײנער איז פֿון אונדז געשטאָרבן, זײַנען מיר געבליבן דרײַ.

אַ ל ע: אױ, שמערל מיטן פֿי־דל, בערל מיטן באַס! שפּילט־זשע מיר אַ לי־דל אַפֿן מיטן גאַס!

ר ב אַ ל ט ע ר: דרײַ ברידער זײַנען מיר געװע־ע־עןן, האָבן מיר געהאַנדלט מיט טײ; אײנער איז פֿון אונדז געשטאָרבן, זײַנען מיר געבליבן צװײ.

אַ ל ע: אױ, שמערל מיטן פֿי־דל, בערל מיטן באַס! שפּילט־זשע מיר אַ לי־דל אַפֿן מיטן גאַס!

ר ב אַ ל ט ע ר: צװײ ברידער זײַנען מיר געװע־ע־עזן, האָבן מיר געהאַנדלט מיט בײנער; אײנער איז פֿון אונדז געשטאָרבן, בין איך געבליבן אײנער.

אַ ל ע: אױ, שמערל מיטן פֿי־דל, בערל מיטן באַס! שפּילט־זשע מיר אַ לי־דל אַפֿן מיטן גאַס!ֿ

ח ײ ם: (אַלײן). אײן ברודער זײַנען מיר געװע־ע־עזן, האָבן מיר געהאַנדלט מיט ספֿרים; אײנער איז פֿון אונדז געשטאָרבן, האָבן מיר געטרונקען אַ גלעזל משקה… (גיסט). אױ, שמערל…

אַ ל ע: אַ שײנער גראַם!

ח ײ ם: װעלן מיר נעמען צו ביסלעך משקה אָן אַ גראַם. לחײם, רבֿ אַלטער! לאָמיר זײַן געזונט!

ר ב אַ ל ט ע ר: (טרינקט). לאָמיר טאַקע זײַן געזונט! (עם לױפֿן אַרײַן מישאַ און מאַשאַ און מיט פֿולע קעשענעס). ז י ב ע ט ע ס צ ע נ ע

מ י ש אַ א ו ן מ אַ ש אַ: גײ, פֿראַדל, די מאַמע רופֿט! (פֿראַדל כאַפּט דעם גראַפּין מיט װאַסער און לױפֿט אין שטוב אַרײַן).

ח ײ ם: אַנו, װײַזט, װאָס האָט איר געבראַכט?

מ י ש אַ א ו ן מ אַ ש אַ: (לײדיקן אױס די קעשענעס). איז־װאָלטיע װאַם עפּל, גרושי, אַפּעלסינעס. לאָװקאָ סטאַשטשילי, יעי באָגו…

ח ײ ם: (קושט די קינדער). בראַװאָ! בראַװאָ! מאָלאָדצי רעביאַ־טאַ! אָט װאָס הײסט גוטע קינדער, געראָטענע, צו גאָט און צו לײַט! אָט װאָס הײסט פֿון קינדװײַז אױף גוט געלערנט!… (ער גיסט אָן רב אַל־טערן אַ גלעזל װײַן און זיך אױך). טרינקט, רב אַלטער, און פֿאַרבײַסט. לאָז אײַך װױל באַקומען, װי אין דער הײליקער הגדה שטײט געשריבן. טרינקט און עסט, רב אַלטער, מע װעט במילא שטאַרבן, װי מײַנער אַ באַקאַנטער בעל־עגלה פֿלעגט זאָגן, אַז מע האָט דערלאַנגט צום טיש אַ שיסל קאַרטאָפֿלעס און סע האָט געזעצט אַ פּאַרע, װי אין באָד.

ר ב אַ ל ט ע ר: האַ? און אפֿשר זײַט איר גערעכט. לאָמיר טאַקע נעמען צו קאַפּלעך… לחײם, לחײם. גאָט זאָל געבן, ייִדן זאָלן זײַן ייִדן. װאָרעם אַ ייִד איז גאָר אַן אַנדער מין באַשעפֿעניש… אַ ייִד טרינקט ניט קײן בראָנפֿן, פֿע!… אַ ייִד טרינקט װײַן… אַלעמאָל װײַן… סע קומט פּסח צום סדר, טרינקט ער װײַן… און װיפֿל ער זאָל ניט טרינקען, איז ער תּמיד ניכטער… (פֿרײלעך). קײנמאָל ניט שיכּור!… אַ יאָ, חײמונקעלע? קײנמאָל ניט ש־שיכּור!…

ח ײ ם: חס וחלילה! װאָס הײסט, אַ ייִד גאָר װעט זײַן שיכּור?… דערפֿאַר דאַרף מען טאַקע נעמען נאָכאַמאָל צו קאַפּלעך. (ער גיסט אָן נאָכאַמאָל, קושט זיך מיט רב אַלטערן, נעמט די קינדער און גײט מיט זײ אַ טענצל). ר ב אַ ל ט ע ר: (פּליעסקעט צו און זינגט). װאָס מיר זײַנען זײַנען מיר, אָבער ייִדן זײַנען מיר. װאָס מיר טוען טוען מיר, אָבער אתרוג בענטשן מיר!

װאָס מיר זײַנען זײַנען מיר, אָבער ייִדן זײַנען מיר. װאָס מיר טוען טוען מיר, אָבער גמרא לערנען מיר!

װאָס מיר זײַנען זײַנען מיר, אָבער ייִדן זײַנען מיר. װאָס מיר טוען טוען מיר, אָבער דאַװנען דאַװנען מיר!

װאָס מיר זײַנען זײַנען מיר, אָבער ייִדן זײַנען מיר. װאָס מיר טוען טוען מיר, אָבער זמירות זינגען מיר!

װאָס מיר זײַנען זײַנען מיר, אָבער ייִדן זײַנען מיר. װאָס מיר טוען טוען מיר, אָבער כּפּרות שלאָגן מיר!

װאָס מיר זײַנען זײַנען מיר, אָבער ייִדן זײַנען מיר. װאָס מיר טוען טוען מיר, אָבער שבת מאַכן מיר!

(עס קומט אָן פֿראַדל און בלײַבט דערשטױנט).

אַ כ ט ע ס צ ע נ ע

פֿ ר אַ ד ל: (פֿאַלט אָן אַף חײמען). צי דו ביסט משוגע? צי דו ביסט חסר־דעה?… פּלוצעם אינמיטן דרינען טאַנצן?… (צו די קינדער). גײט, די מאַמע רופֿט אײַך. איר װעט שױן דאָרטן האָבן פֿאַר די מאַראַנצן!… (די קינדער גײט אַװעק). און איר אױך, רב אַלטער?… פֿע, שעמען מעגט איר זיך. אַזאַ ייִד, קײן עין־הרע!

ר ב אַ ל ט ע ר: (פּלאָנטעט מיט דער צונג). אַ ייִד?… אַ ייִד איז ניט קײן גױ… אַ ייִד זאָל טאַקע זײַן תּמיד געזונט און מאַריך ימים ונשים זײַן. װאָרעם אַַ ייִד, װיפֿל ער זאָל ניט טרינקען, איז ער קײנמאָל ניט ש־שיכּור… (גיסט אָן אַ כּוסה).

פֿ ר אַ ד ל: װאָס סע האָט זיך מיר געחלומט הײַנטיקע נאַכט און יענע נאַכט און אַ גאַנץ יאָר!… דאָרט אין שטוב איז אַ מזל־טובֿ, דעריבער באַדאַרפֿן זײ דאָ זשליאָקען װײַן!… בײלע!

ב ײ ל ע: זײ האָבן גאָר אַזױפֿיל ניט געטרונקען. זע נאָר! גענומען צו די ליפּן…

ח ײ ם: גענומען צו די ליפּן און טאַקע באַלד אַראָפּגעשלונגען… הערט־זשע אױס, רב אַלטער. אַז מיר האָבן יאָ דערלעבט אָ מזל־טובֿ, טאָ לאָמיר טאַקע נעמען צו ביסלעך װײַן און טרינקען לחײם פֿאַר אונדז אַלײן און פֿאַר אונדזערע אײגענע כּלות, און לאָמיר זיך צוּװינטשן אײנס דאָס אַנדערע, סע זאָל זײַן מיט מזל. מזל־טובֿ דיר, פֿראַדל, מײַן טײַערע כּלה, מײַן ליכטיקער שטערן, מײַן קרױן, מײַן שפּילפֿײגעלע! גיב מיר אַהער דײַן זיס הענטל און זאָג מיר צו, אַז דו װעסט מיר זײַן געטרײַ!… (װיל זי אַרומנעמען).

פֿ ר אַ ד ל: (שטופּט אים אָפּ). אַלע בײזע װיסטע חלומות! אַפּנים, דו ביסט שיכּור?…

ח ײ ם: חס וחלילה! װי קומט אַ ייִד זײַן שיכּור? װאָס זאָגט איר, רב אַלטער? קאָן אַ ייִד זײַן שיכּור?

ר ב אַ ל ט ע ר: (שמײכלט און באַלעקט זיך). אַ ייִד איז קײַ־קײנמאָל ניט ש־שיכּור! אַ ייִד איז אַ ייִד, און דיזן, דאַזן, דאָס און יענץ…

ח ײ ם: (װיל אַרומנעמען פֿראַדלען). אפֿשר געפֿעלט דיר ניט, קאַנאַריקל, דער ייִחוס, װאָס איך בין אַ משרת?… נאַרעלע, משרתים פֿירן הײַנט דאָס גאַנצע רעדל… קאַרג פֿאַראַן באַ אונדז באַלעבאַטים, װאָס זײַנען געװען אַמאָל משרתים? און מײַן באַלעבאָס אַלײן, זאָל דיר צו קײן חרפּה ניט זײַן, איז ניט געװען קײן משרת?… אַ ביסל גנבֿה, אַ ביסל הצלחה ― חוץ זײַן שאָדן אַף מיר געזאָגט געװאָרן אין צען יאָר אַרום!… צי, אַ שטײגער, למשל, נעם דײַן מאַדאַם ― ניט געװען פֿריִער אַן אַם?… הײַנט דאָקטערט זי זיך שױן און פֿאָרט אין די בעדער אַרײַן… נאַרעלע, װעסט, אם ירצה השם, אױך זײַן אַ מאַדאַם אַמאָל, װעסטו זיך אױך, מיט גאָטס הילף, דאָקטערן. זײַ זיכער…

פֿ ר אַ ד ל: (שטױסט אים אָפּ). בײַס זיך אָפּ די צונג!…

ח ײ ם: אָמן, אַלע װײַבער! פֿאָלג מיך, קעצעלע מײַנס, לאָמיר ברעכן טעלער. מזל־טובֿ!… בײלע! רב אַלטער! זאָגט אונדז מזל־טובֿ! (שלעפּט אַרױס פֿון קעשענע אַ גאָלדענע קײט און טוט אָן פֿראַדלען אַפֿן האַלדז). אַזױ װי דו ביסט איצטערט מײַן כּלה, שענק איך דיר אַ מתּנה ס'ליגט באַ מיר אָנגעגרײט שױן פֿון צװײ װאָכן. (ער נעסט אַרום פֿראַדלען און טוט זי אַ קוש. זי שטופּט אים כּלומרשט אָפּ).

ב ײ ל ע: מזל־טובֿ דיר, פֿראַדל, פֿאַרנוץ געזונט! װאָס זאָגט איר דערױף, רב אַלטער? (זי װײַזט אים אַף פֿראַדלס מתּנה).

ר ב אַ ל ט ע ר: װאָס זאָל איך זאָגן? איך זאָג, אַז אַ ייִד… אַ ייִד זאָל מאַריך ימים ונשים זײַן… אַ ייִד עסט און טרינקט ― און גאָר… גאָרניט… שאַ, שטיל… פּיש־פּיש־פּישטשעט װי אַ פֿײגעלע… דיזן, דאַזן, דאָס און יענץ… (ער שטײט אױף און פֿאַלט פֿון די פֿיס). אַ ייִד, אַפֿילו אַז ער טרינקט, איז ער תּ–תּמיד ניכטער… פּלאָנטעט ניט מיט דער צונג… פֿאַלט ניט פֿון די פֿיס… גײט גלײַך, װי אַ סטרונקעלע… טוט זיך ניט אַ בײג ניט אַהער… ניט אַהין… איז באַ אַלע געדאַנקען… װאָרעם אַ ייִד… װיפֿל ער זאָל ניט טרינקען קײן װײַן, איז ער קײ־קײנמאַל ניט, אָבער טאַקע קײנמאָל ניט ש־ש־ש… אױ, אַ ייִד האָט אַ פֿינצטער מזל… זײ זײַנען גערעכט, די צי־צי־ציוניסטן, אַז דאָס פֿאָלק… אַז אַ ייִד איז ת־תּמיד אין דער ערד… ת־תּמיד פֿאַראומערט, פֿאַרחושכט, פֿאַרװאָגלט… (זינגט אונטער דער נאָז). פֿאַריאָ־װאָ־מערט, פֿאַר־קלאָ־װאָ־אָגט, פֿון זאַ־װאַי־נעם פֿאַר־יאָ־װאָ־אָגט, פֿון גאָ־װאָט דאָס פֿאַר־שאָלטענע קינד… (אױסגעצױגן). אױ־אױ־אױ־אױ! אױ־אױ־אױ־אױ!

ח ײ ם: (נעמט רב אַלטערן פֿאַר אַ האַנט). װאָס טױג אײַך, רב אַלטער, זײַן „פֿאַריאָ־װאָמערט און פֿאַרקלאָ־װאָגט“? לאָזן בעסער אונדזערע שׂונאים יאָמערן און קלאָגן אַף זײערע קעפּ! איר פֿאָלגט מיר, רב אַלטער, גיסט אײַך בעסער אָן אַ פֿרישע כּוסה און טרינקט לחײם צו אײַער בײלען… לאָז זײַן אין אַ גוטער שעה אַ מזלדיקער, איר זאָלט זיך מיט איר עלטערן אין עושר און אין כּבֿוד… איך װײס דאָך, אַז איר פּאַדקעװעט אַרום איר שױן פֿון אַ האַלב יאָר… אַ װעלט שלאָפֿט ניט… װאָס מאַכט איר אָנשטעלן, בײלע, װאָס ברעקלט איר זיך? לאָם איך האָבן אַזאַ יאָר, װאָס פֿאַר אָ זיװג דאָס איז, װי מײַן רביצין פֿלעגט זאָגן אַף איר שכן, בשעת ער פֿלעגט זיך צעפּאַטשן מיט זײַן פּלוניתטע… אַ זיװג ― זאָג איך אײַך!

ר ב אַ ל ט ע ר: אַ זיװג מן השמים… לחײם, לחײם! (עס קומען אָן װידער די קינדער מיט פֿולע קעשענעס, קנאַקן ניסלעך).

ח ײ ם: גיט־זשע איר, רב אַלטער, די האַנט, און לאָז זײַן מיט גליק. פֿון דאַנען אין אַן אײגענער שטוב, װי לײבושל־גנבֿ האָט געזאָגט. בשעת מען האָט אים דאָס ערשטע מאָל געבראַכט צו פֿירן אין אַסטראָג… און לאָמיר זײַן געזונט! (ער גיסט אַרײַן מיט גװאַלד פֿראַדלען אַ ביסל װײַן אין מױל אַרײַן. רב אַלטער גיט בײלען פֿון זײַן גלעזל). רב אַלטער! זינגט עפּעס אַ לידל פֿון אײַערע לידלעך, נאָר אַ רעכטס, ס'זאָל לאָפּטשען!

ר ב אַ ל ט ע ר: (נעמט אַף דער אױבערשטער אָקטאַװע). אָבֿ איז אַ פֿאָטער, קדר איז אַ טאָטער, אַ טאָטער איז אַ קדר, בגדים זײַנען קלײדער, קלײדער זײַנען בגדים, זײַד איז ניט קײן פֿאָדעם…

ח ײ ם: (שלאָגט אים איבער, זינגט אַלײן). פֿאָדעם איז ניט זײַד, שיכּור זאָלט איר זײַן װי לוט, װי לוט זאָלט איר זײַן שיכּור, אין מױל זאָל אײַך װערן ביטער, ביטער זאָל אײַך װערן אין מױל, שיסן זאָל אײַך אַ קױל, אַ קױל זאָל אײַך אױסשיסן…

פֿ ר אַ ד ל: געשאָסן זאָלסטו װערן פֿון גאָט!

ח ײ ם: אָמן, אַלע װײַבער!… װײסט איר־זשע גאָר װאָס, רב אַלטער? זינגט אונדז דאָס פֿריִעריקע לידל: „װאָס מיר זײַנען זײַנען מיר!“ און לאָמיר זיך נעמען פֿאַר די הענט אַלע און לאָמיר גײן אַ האָפּקעלע. (אַלע נעמען זיך פֿאַר די הענט און סע גײט אַ טענצל).

ר ב אַ ל ט ע ר: װאָס מיר זײַנען זײַנען מיר, אָבער ייִדן זײַנען מיר!

ח ײ ם: (צוזאַמען מיט רב אַלטערן). אָבער משרתים זײַנען מיר!

ר ב אַ ל ט ע ר: װאָס מיר טוען טוען מיר, אָבער ציצית טראָגן מיר!

ח ײ ם: (צוזאַמען מיט רב אַלטערן). אָבער משקה טרינקען מיר!

ר ב אַ ל ט ע ר: װאָס מיר זײַנען זײַנען מיר, אָבער ייִדן זײַנען מיר!

ח ײ ם: (צוזאַמען מיט רב אַלטערן). אָבער שיכּורים זײַנען מיר!

ר ב אַ ל ט ע ר: װאָס מיר טוען טוען מיר, אָבער תּפֿילין לײגן מיר!

ח ײ ם: (צוזאַמען מיט רב אַלטערן). אָבער טאַנצן טאַנצן מיר! (שרײַט). לעבעדיק, רב אַלטער! פּולקעס! שטאַרקער, שטאַרקער! קינדער! פֿיסלעך, קינדער!… (ער צעברעכט אַ טעלער. אַלע שרײַען „מזל־טובֿ! מזל־טובֿ! מזל־טובֿ!“ פּלוצעם עפֿנט זיך די שטוב־טיר און עס באַװײַזט זיך פֿריִער דער מאַדאַמס נאָז, נאָכדעם די מ אַ ד אַ ם אַלײן).

נ ײַ נ ט ע ס צ ע נ ע

מ אַ ד אַ ם: (אַ פּליעסק מיט די הענט). אַ װיסטער, אַ פֿינצטערער, אַ רײנער, אַן אומגליקלעכער, אַ שװאַרצער, אַ שלים־מזלדיקער מזל־טובֿ אַף אײַערע קעפּ און אַף אײַערע הענט און פֿיס און לײַב און לעבן!… אַזאַ הולטײַקע, אַזאַ פּאַרשיװע ייִדענע, אַזאַ סמאַרקאַטע מױד! װאָן פֿון מײַן שטוב! (צו רב אַלטערן). און אָט דער שלעפּער װאָס טוט דאָ?

ר ב אַ ל ט ע ר: (אָנגעדרודלט, פּלאָנטעט מיט דער צונג). ש־ש־שלעפּער, זאָגט איר? װי קומט אַ ייִד צו זײַן אַ שלעפּער? אַ ייִד איז קײַ־קײַ־קײנמאָל ניט קײן שלעפּער! קײַ־קײנמאָל ניט… און װאָס איר טרײַבט מענטשן פֿון ש־ש־שטוב ― מהכתּיתי, טרײַבט, טרײַבט. נאָר אַן עװלה איז דאָס פֿון אײַך… װײסט איר, פֿאַרװאָ־װאָ־װאָס? ס'איז הײַנט אַנדערע יאָרן גאָר… ניט דאָס, װאָ־װאָ־װאָס אַמאָל… איר זאָלט זען באַ מיר אין די ביכלעך… די צעצעליסטן זאָגן… אַ קלאָג צו אײַער קאָפּ! דיזן, דאַזן, דאָס און יענץ…

מ אַ ד אַ ם: (צו חײמען). און דו, שאַרלאַטאַן, װאָס טוסטו דאָ? װאָן פֿון דאַנען!

ח ײ ם: (גאַנץ עלעגאַנט). אַ דאַנק פֿאַר אַ קאָמפּלימענט! (די מאַדאַם לאָזט זיך צו אים מיט בײדע הענט, װיל צונעמען די קינדער. חײם נעמט זי פֿאַר אַ האַנט, טוט אַ װוּנק צום איבעריקן עולם, און מע כאַפּט זי אַרײַן אין רעדל אַרײַן און מע גײט מיט איר אַ טענצל. די מאַדאַם רײַסט זיך מיט אַלע כּוחות, נאַר ס'איז אומזיסט: מע לאָזט זי ניט אַרױס פֿון קאָן). רב אַלטער! װאָס שװײַגט איר? זאָגט עפּעס אַ גוט װאָרט!

ר ב אַ ל ט ע ר: (אױפֿגעלעבט, זינגט). ס'איז הײַנט אַ נײַע װעלט, מע קוקט ניט אַף קײן געלט, קײן גרױס, קײן קלײן, קײן מיאוס, קײן שײן, קײן אָרעם און קײן רײַך ― אַלע זײַנען גלײַך!…

אַ ל ע: (זינגען און טאַנצן). קײן גרױס, קײן קלײן, קײן מיאוס, קײן שײן, קײן אָרעם און קײן רײַך ― אַלע זײַנען גלײַך! אַלע זײַנען גלײַך!…די מאַדאַם רײַסט זיך פֿון זײערע הענט און שילט, נאָר מע הערט ניט איר קול. עס עפֿנט זיך די טיר און עס קוקט אַרײַן דערשראָקן אין קיך אַרײַן דער גאַנצער עולם: הערן און דאַמען, און חתן־כּלה אױך בתוכם. אײניקע מיט קאָרטן אין די הענט. מע בלײַבט שטײן אַ װײַלע פֿאַרגליװערט, איטלעכער אין אַן אַנדער פּאָזע. ― לאַנגזאַם פֿאַלט דער פֿאָרהאַנג.

געשריבן אין יאָר 1899.

אַ פֿרײלעכס אין אײן אַקט

די פּאַרשױנען:

צ ב י ה ־ ק ײ ל ע, אַ קעכן אין אַ רײַך הױז. אַ יונגע אַלמנה. מ אַ ש ע, אַ שטוב־מײדל. א י צ י ק, אַ משרת מיט אַ פּאַטלע האָר. טראָגט אַ גאָלדענעם סיגנעט. ק אָ פּ ל, אַ דינער אין אַן אַפּטײק. ק ל מ ן ד ל ו ת, אַ שוסטער, אַן אַלטער בחור. ס אַ ש ק ע, אַ נגידס אַ בחורל. ק ל אַ ר אַ צװײ נגידישע פֿרײַלנס. אַ נ אַ ד ע ר נ ג י ד, אַז אױפֿגעקומענער אַריסטאָקראַט. ד י נ ג י ד י ת, אַ מאַדאַם אין אַ געלן פֿאַריק.