אַ שפּאַס אין אײן אַקט.
די פּאַרשױנען:
ח ײםלײב ־ קרענדעלמאַ ן, אַן אױפֿגעקומענער גבֿיר פֿון אַ יאָר
פֿופֿציק. אַ ייִד מיט אַ קאַפּאָטע. נאָר אָן אַ היטל.
ח נהלא ־ ה, זײַן װײַב. קײן יאָרן װײס מען ניט. האַלט זיך יונג, רײַבט
זיך צװישן „הײַנטיקע”. באַהאָנגען מיט גאָלד, דימענטן, בריליאַנטן און פּערל.
װ יעראָטשק ע, זײער טעכטערל. אַ שײן מײדל פֿון „הײַנטיקע װעלט“.
אַ בראַמטשי ק, זײער זון. אַ גײַציק בחורל, אַ „משׂכּיל”.
ר ב שלום שדכ ן, אַ ייִד אַ שדכן מיט אַ יאַרמלקע און מיט אַ
גרינער קאַפּאָטע.
ז לאַטקע דאָסמײד ל, אַ פּאָקאָיאָװע באַ די קרענדעלמאַנס.
ב רײַנעדי ייִ דענ ע, אַ קעכן באַ די קרענדעלמאַנס. אַ ייִדענע מיט
װאָנסעס.
אַ גרױסער זאַל. טײַער מעבל מיט סאַמעט באַצױגן. גוטע דיװאַנעס.
בראָנדזענע שפּיגלען. אַ סך טישן מיט קלײנע טישעלעך. גלעזערנע שאַפֿעס, אָנ־
געשטעלט מיט פֿיל זילבער, כּוסות, טעצעלעך, געגילטע לעפֿעלעך, גרינע און
רױטע גלעזער. די פֿאָטעלן פֿאַרװאָרפֿן מיט פֿיל פֿאַרשײדענע זײַדענע און סאַ־
מעטענע דאַמען־קלײדער. אַפֿן טיש אַ „בלאַט לאָקשן”. אַפֿן פֿענצטער אַ גרױסע
קופּערנע קװאָרט מיט צװײ אױערן. פֿאַרטריקנטע, נאָר טײַערע װאַזאָנעס, אַף
װעלכע עס הענגען אַ פּאָר אױסגעבערשטלטע הױזן מיט אַ װײַסן זשילעט. אַף
אַ גוטער עטאַזשערקע מיט ספֿרים װאַלגערן זיך אַ סך אָנגעשניטענע שטיקלעך
קױלעטש מיט אַ סלאָי אײַנגעמאַכטס. אַפֿן פֿאָרטעפּיאַן ― אַ קישן. דורך ―
אַ זעלטענער „פּאָראָנדעק”.
ערשטע סצענע
ח ײםלײ ־ ב: (מאַכט מיט די הענט און לױפֿט אַרום איבער דער שטוב). װאָס דולדט ער מיר מײַן קאָפּ?
ר ב שלום שדכ ן: (לױפֿט אים נאָך מיט אַ בריװ אין די הענט). נאַט, זעט אַלײן, װאָס מע שרײַבט מיר װאָס; איך װעל אײַך אָפּנאַרן װעל איך אײַך?
ח ײםלײ ־ ב: אָבער אַז איך בעט אײַך ניט! איך דאַרף ניט קײן שידוך! איך װיל ניט! װאָס דולדט ער מיר מײַן קאָפּ?
ר ב שלום שדכ ן: אַז איך פֿאַרלאַנג אָבער פֿון אײַך גאָרניט, בלתּי װאָס איר זאָלט זיך נאָר מטריח זײַן איבערלײענען אָט דאָס דאָזיקע בריװעלע, װאָס מע שרײַבט מיר װאָס.
ח ײםלײ ־ ב: װאָס האָט איר צו מיר? אָבער טשעפּעט זיך אָפּ פֿון מײַן לעבן! איך האָב קײן צײַט ניט מיט אײַך צו רײדן! איר װעט קומען אָן אַנדערס מאָל, איך בעט אײַך! װאָס דולדט ער מיר מײַן קאָפּ?
ר בשלום שדכ ן: (צו זיך אַלײן). עס פּאַסט אים ניט האָרכן פּאַסט אים ניט... ער װיל ניט געבן קײן נדן, דער דבֿר־אחר!... צו חײם־לײבן). הונדערט און צװאַנציק יאָר זאָלט איר מיר לעבן! עטלעכע שורות, עטלעכע װערטער, געצײלטע דרײַ װערטער, רב חײם סערד־צע, װאָס אַרט אײַך עס װאָס? טוט מיר צוליב טוט מיר! גלײבט מיר, איך זאָג אײַך בנאמנות זאָג איך אײַך, ס'איז אַ גליק, אַ זעלטענע זאַך, כ'לעבן. אײן מאָל אין צען יאָר מאַכט זיך אַזאַ גליק. נאַט, טוט, זײַט מוחל, אַ קוק אַלײן מיט אײַערע אױגן, זעט, אָטאָ...
ח ײםלײ ־ ב: (כאַפּט זיך מיט בײדע הענט פֿאַרן קאָפּ). גװאַלד! גװאַלד! װאָס איז דאָס פֿאַר אַן אומגליק? װאָס איז דאָס פֿאַר אַן אָנשי־ קעניש אַף מיר? װאָס דולדט ער מיר מײַן קאָפּ? גװאַלד!... גװאַלד!... גװאַלד!... (עס לױפֿט אַרײַן חנה־לאה). ח נהלא ־ ה: (אַ דערשראָקענע). שאַ! װאָס איז דאָרטן?
ח ײםלײ ־ ב: (װיל רײדן, לאָזט אים ניט שלום שדכן. ער האַלט אים צו מיט אײן האַנט דאָס מױל, און אין דער אַנדערער האַלט ער דאָס בריװל). מ מ מ...
ר ב שלום שדכ ן: פֿאַרשטײט איר מיך, חנה־לאה קרױן, געזונט זאָלט איר מיר זײַן, איך װײַז זײ דאָס בריװל װײַז איך זײ; למאַי זאָלן מיר זיך נאַרן למאַי? איך מײן טאַקע באמת מײן איך, אַ גליק, אַ גליק פֿאַר אײַער טאָכטער, איך זאָל אַזױ געזונט זײַן מיט אײַך אינאײנעם! אָט נעמט, נאַט, לײענט, לײענט, װעט איר זען, אַז איך זאָג אײַך ניט קײן ליגן זאָג איך אײַך! צו װאָס טױג עס מיר, איך זאָל אײַך אַרײַנפֿירן חלילה זאָל איך אײַך? אָט זעט, נאַט, לײענט, נאַט, נאַט...
ח נהלא ־ ה: (נעמט דאָס בריװל און גיט דאָס איבער דעם מאַן אין די הענט אַרײַן). פֿאַרװאָס זאָלסטו טאַקע ניט איבערלײענען, חײם־לײב? װאָס אַרט דאָס דיך? עס קאָסט דיר געלט, צי װאָס?
ח ײםלײ ־ ב: (נעמט דאָס בריװל; טוט אָן אַ פּאָר זילבערנע ברילן אַף דער נאָז; זעצט זיך אַנידער און הײבט אָן צו לײענען הױך, אַף אַ קול. חנה־לאה זעצט זיך לעבן אים, און רב שלום שדכן שטײט און שאָקלט צו מיטן קאַפּ נאָך יעדן װאָרט און מאַכט מיט די ליפּן; עס קומט אים צו אַ שטיק געזונט). „לכּבֿוד ידידי היקר הנכבד והמופֿלג הנגיד והקצין איש חסיד ױרא שמים כש"ת מוהר"ר שלום נ"י! ראשית אוריעכם, אַז איך בין ברוך השם בקו החײם והשלום, גיב גאָט דאָס נעמלעכע פֿון אײַך צו הערן אַף װײַטער ניט ערגער, אָמן. והשנית, זײַט װיסן, אַז השידוך עם הגבֿיר שלכם, װאָס איר האָט מיר געהאַט געשריבן, ועם הגבֿיר שלנו, האָב איך מורא װעט ניט גײן, מחמת ערשטנס האָט איר מסתּמא געהערט די מעשׂה, װאָס האָט זיך געטראָפֿן מיטן מחותּן של הגבֿיר שלנו, װאָס זײַן עלטערע טאָכטער האָט זיך..." צו װאָס טױג עס מיר? צו װאָס דאַרף איך עס װיסן?
ד ב שלום שדכ ן: (כאַפּט אים באַ דער האַנט). װאָס אַרט עס אײַך װאָס? לײענט, װעט איר זען װײַטער, װעט איר זען.
ח נהלא ־ ה: אַנו? לײען, לײען, װאָס האָט זיך דאָס אַזעלכעס געטראָפֿן מיט איר? עס קער זײַן אַ שײנע מעשׂה.
ח ײםלײ ־ ב: (לײענט װײַטער). „...זײַן עלטערע טאָכטער האָט זיך אָנגעקלעפּט, רחמנא ליצלן, אין אַ לערער און איז מיט אים מחילה אַנטלאָפֿן אין אַ שטאָט אַרײַן און האָט דאָרטן געװאָלט שטעלן אַ חופּה. איז ער געקומען מיט זײַן פּלוניתטע צום רבֿ שטעלן אַ חופּה. האָט אים דער רבֿ מסתּמא ניט געװאָלט געבן קײן חופּה וקידושין. איז ער אַװעקגעגאַנגען צום קאַזיאָנע רבֿ שטעלן אַ חופּה, האָט אים דער קאַזיאָנער רבֿ געזאָגט...” װאָס קער זיך דאָס אָן מיט אונדז, איך בעט אײַך?...
ר ב שלום שדכן : װאָס אַרט אײַך װאָס? אָט לײענט װײַטער, לײענט!
ח נהלא ־ ה: נו, לײען שױן אַז דו לײענסט.
ח ײםלײב: ־ (רױט װי פֿײַער פֿאַר כּעס, לײענט װײַטער). „...האָט אים דער קאַזיאָנע רבֿ געזאָגט: װאָס װילט איר? האָט ער אים געזאָגט: איך װיל, איר זאָלט מיר געבן חופּה וקידושין.האָט אים דער קאָזיאַנער רבֿ געזאָגט: װאָס הײסט, איך זאָל אײַך געבן חופּה וקידושין? איך קען אײַך? האָט ער אים געזאָגט... האָט אים דער קאַזיאָנער רבֿ געזאָגט... האָט ער אים געזאָגט...” טפֿו זאָלט איר װערן! ,, האָט אים ע ר געזאָגט! האָט ער אים געזאָגט! צו װאָס טױגן מיר די אַלע זאָגעכצן? װאָס װילט איר האָבן פֿון מײַנע יאָר און טעג? (ער טוט אַ שמיץ דאָס בריװל און װיל אַנטלױפֿן. רב שלום שדכן לאָזט אים ניט. ער האַלט אים צו באַ דער האַנט און נעמט אַלײן לײענען דאָס בריװל).
ר ב שלום שדכן : (לײענט גיך און פֿאַרכלינעט זיך). „...אי־אי־אי! אָט דאָס האָט איר פֿון הײַנטיקע לערערס מיט הײַנטיקע דאָקטױרים...” על־כּל־פּנים... יאָ... „איז הגבֿיר שלנו ניט קײן מחותּן פֿאַר הגבֿיר שלכם; על־כּן האָב איך אַ בעסערן, אַ שענערן, אַ פֿײַנערן און אַ גרעסערן שידוך בעבור הגבֿיר שלכם אין אַלע אופֿנים, הײנו: עס איז דאָ אין דער שטאָט ליפּעװעץ זײער אַ פֿײַנע אַלמנה מרת בײלה שתּחיה, בײלה גאָלדשפּינער, און הגם זי איז ניט אַזױ רײַך, װי הגבֿיר שלכם, דערפֿאַר שטאַמט זי אָבער פֿון גאָר אַ הױך אָרט, פֿון רבֿ פּינחסל ליפּע־װיצער, און איבערהױפּט ― װאָס זי האָט אַ זון, אַ בן־יחיד, אַן אַנטיקל, װאָס מע קריגט דאָס ניט בכל קצױ ארץ, הײנו: שײן, פֿײַן, שרעקלעך געבילדעט מיט שכנות ופּשטות! אַ געשטודירטער, פֿאַרשטײט איר מיך, אַף אַלע לשונות, געבילדעט באמת װי אַ דאָקטער, און אפֿשר נאָך מער װי אַ דאָקטער, װאָס פֿאַרשטעקן אַלע דאָקטאָרים אין גאַרטל...” (צו חנה־לאהן). נו? װאָס װעט איר עפּעס זאָגן אַפֿן שידוך? איר זײט דאָך, װי זאָגט מען, קײן עין־הרע, אַ קלוגע ייִדענע, אַ חכמה...
ח נהלא ־ ה: (דרײט מיט דער נאָז). נײן, ניט דאָס מײנען מיר.
ח ײםלײ ־ ב: ניט דאָס האָבן מיר געמײנט.
ר ב שלום שדכ ן: (צו זיך). אָט האָסטו דיר! הײב זיך אָן מיט די אױפֿגעקומענע נגידים! דאָס טעלערל פֿונעם הימל איז זײ קאַרג! (צו זײ בײדן). װאָס דען האָט איר געװאָלט װאָס?
ח נהלא ־ ה: מיר האָבן געװאָלט, ס'זאָל זײַן עפּעס... עפּעס... אַזעלכעס װאָס... אַן אַנטיק!
ח ײםלײב: ־ עפּעס אַן אַנטיקל זאָל זײַן!
ר ב שלוםשדכ ן: פֿאַר צען טױזנט װילט איר האַנדלען מציאות װילט איר?
ח נהלא ־ ה: צען טױזנט? צװאַנציק טױזנט!
ח ײםלײב: ־ צװאַנציק טױזנט? צען טױזנט!
ר ב שלום שדכן : (צו זיך). הײַנט דערגײ אַ טאָלק! צען טױזנט, צװאַנציק טױזנט! צװאַנציק טױזנט, צען טױזנט!
ח נהלא ־ ה: (הױך). אַז מע זאָגט אײַך צװאַנציק טױזנט, איז צװאַנציק טױזנט!
ר ב שלום שדכ ן: צװאַנציק טױזנט!
ח ײסלײ ־ ב: (הױך). אַז מע זאָגט אײַך צען טױזנט איז צען טױזנט!
ר ב שלום שדכ ן: צען טױזנט!
ח נהלא ־ ה: (נאָך העכער). צװאַנציק טױזנט!
ר בשלום שדכ ן: צװאַנציק טױזנט!
ח ײםלײ ־ ב: (נאָך העכער). צען טױזנט!
ר ב שלום שדכ ן: צען טױזנט! (צו זיך). דול און משוגע קאָן מען פֿון זײ װערן! (עס קומט אָן אַבראַמטשיק מיט אַ פּאַק ביכער אונטער די הענט. גײט צו דער שאַפֿע).
דריטע סצענע
ח ײםלײ ־ ב: פֿון װאַנען קומט דאָס אָן אַזאַ ייִד, װי דו?
אַ בראַמטשי ק: (קוקט ניט אַף קײנעם). אַזאַ ייִד, װי איך, קומט אָן פֿון דער ביבליאָטעקע... פֿו! אַ היץ! (דערזעט רב שלום שדכן). אַ? רב שדכן? װאָס טוט איר דאָ? װידער אַ שידוך? װידער שידוכים? גװאַלד, ביז װאַנען װעט איר האַנדלען מיט לעבעדיקע מענטשן? ביז װי לאַנג װעט איר פֿאַרקױפֿן כּלות מיט חתנים? איר זײַט דאָך ערגער פֿון אַזיאַטן, װילדע מענטשן, דעספּאָטן!
ח ײםלײ ־ ב: (לײגט צו אַן אױער, קוקט אַפֿן שדכן מיט גרױס גדלות). האַ, װאָס האָסטו געזאָגט?
ר ב שלום שדכ ן: װאָס האָסטו געזאָגט װאָס?
אַ בראַמטשי ק: אַז איך װעל אײַך זאָגן, װעט איר שױן װיסן?
ח נהלא ־ ה: פֿאַרװאָס ניט? רב שלום זײַנען דען אַזאַ בהמה?
אַ בראַמ טשי ק: װער זאָגט דען, אַז ער איז אַ „בהמה“? איך זאָג נאָר, אַז ער װײס ניט, װײַל ס'איז אַן „אינאָסטראַנע” װאָוט.
ר ב שלום שדכ ן: אַ װאָסער אַ װאָרט זאָגסטו?
אַ בראַמטשי ק: (בײגט זיך צו צו רב שלום שדכן). אינאָ ־ ס טראַנע ― װײסט איר שױן? אינאָסטראַנאָיע סלאָװאָ!
ר ב שלום שדכ ן: (פּינטלט מיט די אױגן). אַהאַ! (פֿאָטער און מוטער קװעלן).
אַ בראַמטשיק : אַהאַ? װאָס אַהאַ? אַ ייִד זאָגט דיר באַלד „ אַהאַ ”!
ר ב שלום שדכן : איך מײן דאָס װאָרט מײן איך. הײסט
74 שלוםעליכ ־ ם עס, אַפּנים, אַזאַ װאָרט, װאָס דער פּשט איז דערפֿון... (ער מאַכט מיט די פֿינגער). ע־ע־ע...
אַ בראַמטשי ק: (כאַפּט זיך מיט בײדע הענט באַם בױך). כאַ־כאַ־כאַ! אױ, פֿאַנאַטיקער! אױ, פֿאַנאַטיזם! אױ, חסידיזם! אינאָס־טראַנע װערטער װערן אָנגערופֿן פֿרעמדע װערטער, װערטער פֿון פֿרעמדע שפּראַכן, למשל, „דעספּאָט“, „דעספּאָטן“. פֿון װאַנען נעמט זיך דאָס, װײסט איר?
ר ב שלום שדכ ן: אַדרבה, פֿון װאַנען, אַדרבה? איך בין אַ ייִד אַ פּראָסטער בין איך, אין די שקאָלעס האָב איך ניט געלערנט און אין די אוניװערסטוטן בין איך ניט געגאַנגען... גיב מיר נאָר אַ פּאַפּיראָס גיב מיר. (נעמט באַ אים אַ פּאַפּיראָס).
אַ בראַמטשי ק: (מיט גדלות). דאָס װאָרט „דעספּאָט” נעמט זיך פֿון דעספּאָטיזם... הײַנט װײסט איר שױן?
ר ב שלום שדכ ן: (שאָקלט מיטן קאָפּ). אַזױ? פּס!... װאָס־זשע הײסט דאָס „דעספּאָטיזמאַ“?
אַ בראַמטשי ק: דעספּאָטיזם איז דאָס זעלבע, װאָס דעספּאָט.
ר ב שלום שדכ ן: אַהאַ, אױב אַזױ װײס איך שױן! אפֿשר האָסטו אַ שװעבעלע? (נעסט באַ אים אַ שװעבעלע). װאָס־זשע הײסט דאָס דעספּאָט? (פּיפּקעט דעם פּאַפּיראָס). אַדרבה, מאַך מיך קלאָר, אַדרבה!
אַ בראַמטשי ק: אַ דעספּאָט הײסט אַזאַ מענטש, װאָס פֿירט זיך דעספּאָטיש, און שױן!
ר ב שלום שדכ ן: איך פֿאַרשטײ, איך פֿאַרשטײ! (רײכערט דעם פּאַפּיראָס און בלאָזט מיט די ליפּן). איז װאָס־זשע הײסט דאָס דעספּאָטיש?
אַ בראַמטשי ק: דעספּאָטיש הײסט, אַז ער פֿירט זיך װי אַ דעספּאָט, און אַ דעספּאָט הײסט אַ טיראַן, דעספּאָט און טיראַן איז כּמעט אַלץ אײנס, און לאָזט מיך צורו! (קוקט אין די ביכלעך אַרײַן און מישט בלעטלעך).
ר ב שלום שדכ ן: איך פֿאַרשטײ שױן, איך פֿאַרשטײ שױן! עס הײסט, דער שורש דערפֿון איז אַזױ, נאָר דער פּשט איז אַן אַנדערער. על־פּי דקדוק, הײסט עס... (מאַכט מיט די פֿינגער). זאָג־זשע מיר, אַבראַמטשיק, זאָלסט מיר געזונט זײַן זאָלסטו מיר, פֿון װאָסער אַ שפּראַך נעמט זיך דאָס דאָזיקע װאָרט פֿון װאָסערער? פֿון דײַטשעס, צי פֿון פֿראַנטשעײזשעס?
אַ בראַמטשי ק: (קוקט אין ביכל אַרײַן). האַ? דעספּאָטיזם? פֿון לאַטײַן.
ד ב שלום שדכ ן: אַזױ? טצאַ־טצאַ־טצאַ! אַזש פֿון לעטײַן! (צו רב חײם־לײב מיט זײַן װײַב). אָ? זעט איר? אָט דאָס הײסט געקענט שפּראַך אָט דאָס! אָט דאָס הײסט הײַנטיקע װעלט אָט דאָס! אין אונדזערע יאָרן, רב חײם־לײב, האָבן מיר עפּעס אַ סך געװוּסט פֿון אַ שפּראַך מיט אַ לעטײַן? האַ? (דער פֿאָטער מיט דער מוטער קװעלן).
אַ בראַמטשיק : (קוקט פֿון אױבן אַראָפּ). װאָס איז דער חתן אײַערער, װאָס איר רעדט מײַן שװעסטער: אַ דאָקטער מעדיצין, צי אַ יוריסט? צי אפֿשר גאָר אַן אינזשענער טעכנאָלאָג?
ר ב שלום שדכ ן: (בלאָזט דעם פּאַפּיראָס). ניט דאָס און ניט יענץ און ניט גאָרנישט.
אַ בראַמטשי ק: ניט דאָס און ניט יענץ און ניט גאָרנישט? טאָ װאָס דען איז ער? אַ קופּטשיק? אַ טונעיאַדעץ?
ר ב שלום שדכ ן: חס וחלילה! ער איז אַ גבֿיריש קינד, װאָס איך שײַד ― אַ קענער, אַ מוראדיקער קענער! לשונות מיט שפּראַך, מיט ייִדיש, מיט רוסיש, מיט דײַטש, מיט פֿראַנצױז, מיט סכּנות־נפֿשות!
אַ בראַמטשי ק: זײַט איר דאָס דער מבֿין? גוטע יאָרן! אומזיסט אײַער טרחה! מײַן שװעסטער װעט ניט נעמען קײנעם, אַ חוץ אַ דאָקטער, און דװקא אַ דאָקטער מעדיצין.
ח ײםלײ ־ ב: װער פֿרעגט דיך? װאָס ביסטו פֿאַר אַ מחותּן אַהער אַף זאָגן דעות?
אַ בראַמטשי ק: װאָרעם אַזױ! איך װײס, אַז װיעראָטשקע װעט ניט נעמען קײן אַנדער חתן, אַ חוץ אַ דאָקטער מעדיצין.
ח ײםלײ ־ ב: יאָ. אָבער װאָס ביסטו פֿאַר אַ שאַלאַטן־שמשׂ? דײַן געשעפֿט איז ביכער און ביכלעך. גײט געזונטערהײט!
ח נהלא ־ ה: (שטעלט זיך אײַן). װאָס אַרט דיך, אַז דאָס קינד רעדט?
ח ײםלײ ־ ב: איך האָב פֿײַנט אַן עזות־פּנים! ס'איז ניט זײַן באָבעס דאגה!
אַ בראַמטשי ק: (לאָזט זיך גײן, בלײַבט שטײן אַף אַ װײַלע אין אַ טראַגישער פּאָזע, שאָקלט מיטן קאָפּ און רעדט צו זיך אַלײן). אָ, דעספּאָטיזם, פֿאַנאַטיזם, חסידיזם, אָבסקוראַנטיזם!... (גײט אַװעק. דער פֿאָטער און די מוטער קװעלן).
פֿערטע סצענע
ר ב שלום שדכ ן: אָט דאָס הײסט אַ מושלם! אָט דאָס הײסט געקענט אָט דאָס! הקיצור, איז װיִאַזױ בלײַבט דאָס װיִאַזױ? איר האָט מיר פֿאַרשלאָגן די פּאָמערקעס האָט איר מיר... יאָ! קלאַפּ איך, הײסט עס, אַװעק אַ דעפּעש, אָדער איך שרײַב אַרײַן אַן אָטקריטקע צו מײַן שותּף װעגן דעם דאָזיקן שידוך, אַז...
ח נהלא ־ ה: (שלאָגט אים איבער). זײַט זיך ניט מטריח, קלאַפּט ניט קײן דעפּעשן און שרײַבט ניט קײן אָטקריטקעס ― דער שידוך איז ניט פֿאַר אונדז.
ח ײםלײ ־ ב: ס'איז ניט פֿאַר אונדז דער שידוך.
ר ב שלום שדכ ן: פֿאַרװאָס איז?
ח נהלא ־ ה: דערפֿאַר, װאָס מיר װילן אַ דאָקטער. הײַנט װײסט איר שױן? אײנמאָל פֿאַר אַלעמאָל ― אַ דאָקטער.
ר ב שלום שדכ ן: אַ דאָקטער? מילא, אױך די אײגענע מעשׂה; איר זאָגט אַ דאָקטער? לאָז זײַן אָ דאָקטער לאָז זײַן.
ח ײםלײ ־ ב: (צו חנה־לאהן). אַ דאָקטער? אַנדערש לױנט דיר ניט?
ח נהלא ־ ה: אַנדערש לױנט מיר ניט.
ח ײםלײ ־ ב: נו, װיל איך דװקא אַ סוחר. איך האָב דיר װיפֿל מאָל געזאָגט, אַז איך װיל נעמען אַ סוחר, ניט קײן דאָקטער! אַ טײַערע מציאה אַ „יאָקטער“! ער האָט געשטודירט און געשטודירט, קױם אױס־געשטודירט ― און פֿונדעסטװעגן װער קומט צו װעמען, אַז עס טוט אים װײ דער בױך? װער נעמט באַ װעמען אַ קערבל? איך באַ אים, צי ער באַ מיר? נײן, אַדרבה, זאָגט שױן איר אַלײן, רב שלום! הקיצור, איך נעם ניט פֿאַר מײַן טאָכטער קײן דאָקטער! איך נעם איר אַ סוחר! פֿאַרשרײַבט אײַך, רב שלום: אַ סוחר!
ר ב שלום שדכ ן: אַ סוחר? מילא, אױך די אײגענע מעשׂה! איר זאָגט אַ סוחר? לאָז זײַן אַ סוחר לאָז זײַן.
ח נהלא ־ ה: איז דװקא װײַל דו װילט אַ סוחר, װיל איך אַ דאָקטער!
ר ב שלום שדכ ן: אַ דאָקטער.
ח ײםלײ ־ ב: (הױך). איר הערט, רב שלום? אַ סוחר!
ר ב שלום שדכ ן: אַ סוחר.
ח נהלא ־ ה: (הױך). אַ דאָקטער!
ר ב שלום שדכ ן: אַ דאָקטער.
ח ײםלײ ־ ב: (נאָך העכער) אַ סוחר!
ר ב שלום שדכ ן: אַ סוחר.
ח נהלא ־ ה: (נאָך העכער). אַ דאָקטער!
ר ב שלום שדכ ן: (צו זיך). משוגע צו װערן פֿון זײ! (צו זײ בײדן). װײסט איר גאָר װאָס? איך װעל אײַך געבן אַ סוחר װעל איך אײַך געבן אַזעלכן, װאָס הײלט, אָדער אַ דאָקטער, װאָס האַנדלט, און לאָז דאָס האָבן אָן עק לאָז דאָס, און הײסט עפּעס דערלאַנגען צום טיש, דורכשװענקען דעם גאָרגל, טרוקן געװאָרן אין האַלדז רײדנדיק מיט אײַך, און טאַקע... (חנה־לאה טוט אַ קלונג. מע טראָגט אַרײַן לעקעך מיט בראָנפֿן, עס קומט אָן פֿון דער גאַס װיעראָטשקע מיטן היטעלע, מיטן זאָנטיקל און מיט די הענטשקעלעך).
פֿינפֿטע סצענע
װ יעראָטשק ע: (צום שדכן). באָנזשור, מאָנסיע!
ר ב שלום שדכ ן: מע רופֿט מיך רב שלום, ניט מאָסײ.
װ יעראָטשק ע: כאַ־כאַ־כאַ! אָט אַ ניעװעזשדאַ! „באָנזשור מאָנסיע” הײסט ― גוט מאָרגן אײַך, מײַן הער.
ר ב שלום שדכ ן: אַ שײנער גוט מאָרגן אַף איר; שױן באַלד נאַכט... אַ גוטער אָװנט זאָל דיר זײַן! לחײם, רב חײם־לײב! לחײם, חנה־לאה! נו,לאָז גאָט געבן באַ איר צו דער חופּה.
װ יעראָטשק ע: כאַ־כאַ־כאַ! אָט אַ קאָמיק! װאָס טוט איר דאָ? אַלץ מכּוח חתנים? אומזיסט אײַער מי, אומזיסט ברעכט איר פֿיס.
ר ב שלום שדכ ן: די פֿיס זײַנען מײַנע, ניט קײנעמס.
װ יעראָטשק ע: (גײט אױס פֿון געלעכטער). כאַ־כאָ־כאַ! כאַ־כאַ־כאַ!
ח נהלאה: ־ װאָס לאַכסטו אַזױ, טאָכטער?
ח ײםלײ ־ ב: װאָס איז דער געלעכטער?
װ יעראָטשק ע: (צו דער מוטער). אַ קאָמיטשעסקע פֿיגור! כאַ־כאַ־כאַ! פֿון װאַנען נעמען זיך אַזעלכע ניעװעזשדעס? װאָס טוט דאָ באַ אײַך דער שדכן?
ח נהלא ־ ה: װאָס טוט אַ שדכן? ער רעדט שידוכים.
װ יעראָטשק ע: װעמען רעדט ער דאָס שידוכים?
ח ײםלײ ־ ב: װעמען? מיר!
ח נהלא ־ ה: זײ רײדן דיר אַ חתן, װיעראָטשקע.
װ יעראָטשק ע: װאָס הײסט, ער רעדט מיר אַ חתן דאַרף זיך רײדן אַלײן. (טוט אױס די הענטשקעלעך). װעמען, אַ שטײגער, רעדט ער מיר?
ח נהלאה: ־ זײ רײדן דיר אַ דאָקטער.
ח ײםלײ ־ ב: אַ סוחר רעדט ער דיר.
ה נהלא ־ ה: (הױך). אַ דאָקטער, ניט קײן סוחר! (רב שלום שדכן זאָגט נאָך: „אַ דאָקטער ”).
ח ײםלײ ־ ב: (הױך). אַ סוחר, ניט קײן דאָקטער! (רב שלום שדכן זאָגט נאָך: „אַ סוחר ”).
ח נהלא ־ ה: (נאָך העכער). אַ דאָקטער! (רב שלום שדכן: „אַ דאָקטער ”).
ח ײםלײ ־ ב: (נאָך העכער). אַ סוחר! (רב שלום שדכן: „אַ סוחר ”).
ר ב שלום שדכ ן: (צו זיך). יאָ! עס הײבט זיך שױן אָן אַ טרעיאַטער! (צו פֿאָטער און מוטער). שאַט! װײסט איר נאָר װאָס? לאָמיר פֿרעגן באַ איר אַלײן לאָמיר.(צו װיעראַן). װאָס װילסטו בעסער, מײדל, אַ סוחר, צי אַ דאָקטער?
װ יעראָטשק אַ: איר זײַט אַ נאַכאַל!
ד ב שלום שדכ ן: אַ װאָס?
װ יעראָטשק ע: אַ נאַכאַל.
ר ב שלום שדכן : נײן, דו האָסט אַ טעות, מײדל, איך בין אַ שדכן בין איך, ניט קײן נעכאַל; איז אױב דו װילסט, קאָן איך דיר געבן אַף אױסצוקלײַבן קאָן איך דיר; רב שלום שדכן האָט ברוך השם גענוג. איך קאָן דיר געבן אַ סוחרישן דאָקטער, אָדער אַ דאָקטערשן סוחר. די ברירה איז באַ דיר די ברירה.
װ יעראָטשק ע: (קײַכט פֿאַר געלעכטער). כאַ־כאַ־כאַ! אַ סוחרישער דאָקטער, אָדער אַ דאָקטערשער סוחר! כאַ־כאַ־כאַ!...
ר ב שלום שדכ ן: (צו זיך). דאָס מײדל איז מיר עפּעס פֿרײלעך דאָס מײדל... (צו פֿאָטער און מוטער). לחײם, רב חײם־לײב! לחײם, חנה־לאה! נו, לאָז גאָט געבן אין גיכן צו דער חופּה!...
ח נהלא ־ ה: װאָס שװײַגסטו, טאָכטער? זאָג אים, דעם טאַטן דײַנעם, דעם טיראַן, דעם דעספּאָט, אַז דו װעסט נעמען אַ דאָקטער, ניט קײן סוחר! (רב שלוס שדכן זאָגט נאָך: „אַ דאָקטער, ניט קײן סוחר ”).
ח ײםלײ ־ ב: אַ סוחר װעט זי נעמען, ניט קײן דאָקטער! (רב שלום שדכן זאָגט נאָך: „אַ סוחר, ניט קײן דאָקטער ”).
ח נהלא ־ ה: (הױך). אַ דאָקטער! ( שלום שדכן זאָגט נאָך: „ אַ דאָקטער ”).
ח ײםלײ ־ ב: (הױך). אַ סוחר! ( שלום שדכן זאָגט נאָך: „ אַ סוחר ”).
ח נהלא ־ ה: (אַ טופּ מיטן פֿוס). אַ דאָקטער! אַ דאָקטער! אַ דאָקטער!
ר ב שלום שדכ ן: (זאָגט נאָך). אַ דאָקטער! אַ דאָקטער! אַ דאָקטער! לחײם, רב חײם־לײב! לחײם, חנה־לאהניו!
װ יעראָטשק ע: (קאַטשעט זיך פֿאַר געלעכטער). כאַ־כאַ־כאַ! אַ דאָקטער! אַ דאָקטער! אַ דאָקטער! (פֿון יענער זײַט װאַנט הערט זיך אַ קול פֿון אַבראַמטשיקן:„ אַ דאָקטער! אַ דאָקטער! אַ דאָקטער!” ― עס עפֿנט זיך די קיכטיר און עס לױפֿט אַרײַן אַן איבערגעשראָקענע זלאַטקע דאָס דינסטמײדל מיט אַ האַנטעך און מיט אַ פֿלעדערװיש, און נאָך איר ברײַנע די ייִדענע מיט אַ האַנטשערקע און מיט אַ ראַהאַטש).
זעקסטע סצענע
ז לאַטקע דאָס מײד ל: אַ דאָקטער? װעמען איז אַ דאָקטער? װעלכן דאָקטער? אָט לױף איך ברענגען דעם דאָקטער!
ב רײַנע ד י ייִ דענ ע: אַ מכּה איז מיר אַ גרױסע! אַ דונער האָט מיך דערשלאָגן! װאָס איז דאָ? מע חלשט? פֿאַר װעמען דאַרף מען דאָס דעם דאָקטער? (װיעראָטשקע הערט ניט אױף צו קאַטשען זיך פֿאַר געלעכטער).
ח נהלא ־ ה: (לאָזט זיך צו די דינסטן מיט בײדע קולאַקעס). אַ בײזער! אַ װיסטער! אַ פֿינצטערער חלום צו אײַער קאָפּ און צו אײַערע הענט און פֿיס! װאָן, שלים־מזלען! אַרױס פֿון דאַנען, דראַנקעס! חצו־פֿוס! (בײדע דינסטן לאָזן זיך צו דער טיר, באַגעגענען זיך מיט רב שלום שדכן, צעבוצקען זיך מיט די נעז).
ר ב שלום שדכ ן: ביז עפּעס װאָס, קאָן מען דאָ כאַפּן צװישן יאָ און נײן אַ פּאָר פּעטש קאָן מען... אַ שטוב פֿון גאָלע משוגעים, כ'לעבן... זײ דאַרפֿן אַלע אַ דאָקטער דאַרפֿן זײ... װי אין לעבן אַרײַן אַ דאָקטער!
פֿ אָ ר ה אַ נ ג.
געשריבן אין יאָר 1887.