פֿון צװײ װעלטן: טבֿיה דער מילכיקער

שלום עליכם (אַלע װערק)

אַ פֿאַמיליענבילד אין פֿיר אַקטן.

ט בֿ י ה ד ע ר מ י ל כ י ק ע ר . אַ שטאַרקער ייִד פֿון אַריבער פֿופֿציק.

האַנדלט מיט קעז און פּוטער. אָנגעטאָן דאָרפֿיש. די קאַפּאָטע אונטערגעשטעקט.

די פּאות אונטערגעהאַקט. אין באָרד געצײלטע גרױע האָר. גוטע שמײכלענדיקע

אױגן. ג אָ ל ד ע . זײַן װײַב. געװען אַ מאָל אַ שײנע. צ ײ ט ל. זײער טאָכטער. אַן אױסגעגעבענע. ח װ ה. זײער צװײטע טאָכטער. אַ מײדל. ש ל מ ה ל ע . צײטלס קינד. ש ײ נ ד ע ל ע . צײטלס קינד. מ י ק י ט אַ ג אַ ל אַ ג אַ ן. אַ געװעזענער װאָלאָסטנאָי שרײַבער, איצט אַ בעל־הגוף. אַ גױ אַ יאַבעדניק. ט ע ק ל אַ. זײַן װײַב. פֿ ע ד י אַ. זײער זון. טראָגט לאַנגע האָר, אַ שװאַרץ העמדל, הױכע שטיװל ―

אַלאַ גאָרקי. ס ט אַ ר ש י נ אַ. אַ בכּבֿודיקער גױ. האָט ליב דעם טרונק. ס ט אָ ר אָ ס ט אַ. אַ נידעריקער גױעץ, אַ גרױסער טרינקער. ס אָ ט ס ק י. געװען אַמאָל אַ טשערעדניק, אַ גױ מיט רױטע האָר. א ו ר אַ ד נ י ק. אַ יונג מיט בײנער. שטרענג, װי אַ גענעראַל־גובערנאַטאָר. ז אָ ז ו ל י אַ. אַ שרײַבערל אין װאָלאָסט. אַ יונגער שײגעץ. געפּוצטע שטיװל.

מעשׂה פּאַניטש.

גױים און גױעס, פּאַרובקעס און שיקסעס מיט קאַרעלן און רױטע שיך. אַלע פֿיר אַקטן שפּילן זיך אָפּ אין דאָרף: די ערשטע דרײַ ― אין פֿאַרלױף פֿון אײן זומער, דער לעצטער אַקט ― אין אַ פּאָר יאָר אַרום. (אַ דאָרפֿשטוב. ― אַ גראַם חדר. װײַס־געשמירטע װענט. דרײַ טירן: אײנע ― אַנפֿאַס, אין דרױסן אַרױס: אײנע רעכטס, אין קיך צו; אײנע ― לינקס, אין אַ צװײטן חדר אַרײַן. צוגעקליבן פּראָסט, בעל־הבתּיש, נאָר רײן און זױבער. אַ דעמבענער טיש מיט הילצערנע בענקלעך. פֿון שאַפֿע קוקט אַרױס אַ סאַמאָװאַר, אַ קופּערנע קװאָרט, אַן אַלטמאָדישער קאַראַפֿין מיט אַ קידוש־גלעזל פֿון פֿאַרביקן קרישטאָל, אױך אַ גראָבע װאַקסענע הבֿדלה. אַף די װענט ― בילדער אָן רעמלעך פֿון עפּעס אַ רבֿ, פֿון רב משה מאָנטעפֿיאָרע, פֿון דאָקטער הערצל און פֿון גראַף טאָלסטאָי. אױך אַ ייִדישער װאַנט־לוח. אַן אַלטמאָדישער װאַנטזײגער. ― אין מיטן שטוב, אַף אַ טאַבורעט, זיצט ג אָ ל ד ע איבער אַ הילצערנער קאַדושקע און שלאָגט פּוטער).

ג אָ ל ד ע: (דעקט־אױף די קאַדושקע, קוקט־אַרײַן, דעקט־צו צוריק). אַ מעשׂה אָן אַן עק! מע שלאָגט און מע שלאָגט! מע שלאָגט און מע שלאָגט! ― און קײן פּוטער זעט מען נישט!… עס איז נאָר אַן עין־הרע האָט עמעצער געגעבן ― הלװאַי איך זאָל ליגן זאָגן… (שלאָגט װײַטער. עס עפֿנט זיך די דרױסן־טיר און עס באַװײַזט זיך צ ײ ט ל , אײַנגעהילט אין אַ שאַל).

צ ײ ט ל: (קוקט זיך אַרום, בלײַבט שטײן, זעט, אַז מע באַמערקט זי נישט, טוט זי אַ הוסט מיט אַ שמײכל). ט'מאָרגן, מאַמע!

ג אָ ל ד ע: (הײבט־אױף דעם קאָפּ, דערזעט צײטלען, טוט זי אַ רוק־אַװעק פֿון זיך די קאַדושקע, כאַפּט זיך אױף). אַ װײטיק איז דער מאַמע אַ גרױ־סער! אַ גאַסט! צײטל! אָט אַ גאַסט! (כאַפּט זיך אַרום מיט איר קושן). װאָס־זשע מאַכסטו, טאָכטער? טו זיך אױס! (װיקלט זי אַרױס פֿון דער שאַל). און מאָטל װאָס טוט? און די קינדער װאָס מאַכן?

צ ײ ט ל: אַלע געזונט, דאַנק גאָט. װוּ איז דער טאַטע? און חװה װוּ איז? װאָס מאַכט זי?

ג אָ ל ד ע: דער טאַטע, װי אַלע מאָל, אין בױבעריק מיטן ביסל מילכיקס. און חװה איז אין גאָרטן באַ דער אַרבעט ― האָסט זי נישט באַגעגנט? איז װאָס טוען די קינדערלעך דײַנע ― זײ װאַקסן? (װאַרפֿט זיך הין און הער). װעסט אפֿשר עסן? צ ײ ט ל: אַ דאַנק, כ'בין שױן אַ געגעסענע. (באַטראַכט די װענט). באַ אײַך איז אַלץ װי געװען… (שטעלט זיך אָפּ באַ גראַף טאָלסטאָיס בילד). אָט דאָס איז באַ אײַך צוגעקומען. װעמענס פּאַרטרעט איז דאָס? ג אָ ל ד ע: װײס איך, עפּעס אַ שלימזל אַ גראַף, פֿון אירע לײַט, חװהס גראַפֿן… װעסט אפֿשר טרינקען?

צ ײ ט ל: אַ דאַנק, איך בין שױן אַ געטרונקענע… אַ גראַף זאָגסטו ― װאָס־זשע נײט ער באָרװעס?

ג אָ ל ד ע: פֿרעג מיך עפּעס גרינגערס! װאָס איר קומט אױס! זי ליגט מיר גוט אין האַרצן, די שװעסטער דײַנע!… זיץ, פֿאַר װאָס זיצסטו נישט? (זעצן זיך בײדע אַװעק צום טיש). זײ קערן שױן זײַן גרױסע, די קינדער דײַנע, קײן עין־הרע נישט?

צ ײ ט ל: און קלוג ― מיט סכּנת־נפֿשות! דו פֿאָרסט, זאָגן זײ, צום זײדן ― לאָז גריסן דער באַבע!…

ג אָ ל ד ע: (װערט צעגאַנגען פֿאַר נחת). מיר פֿאַר זײערע בײנדעלעך!

צ ײ ט ל: און שײן ― זאָלסט אָנקוקן אַ שלמהלע! זאָלסט זען אַ שײנדעלע! אין זײערע פּנימלעך נישט אַרײַנצוקוקן!

ג אָ ל ד ע: (װערט צעשמאָלצן). טפֿו־טפֿו־טפֿו! געזונט און שטאַרק זאָלן זײ דיר זײַן! (כאַפּט זיך אױף). טאָמער װעסטו פֿאָרט עפּעס נעמען אין מױל אַרײַן, צײטל־קרױן?

צ ײ ט ל: (האַלט זי אָפּ מיט דער האַנט). מע דאַרף נישט, מאַמע, גאָרנישט… דו באַקלאָגסט זיך אַף חװהן ― װאָס איז מיט איר געשען?

ג אָ ל ד ע: גאָרנישט. װאָס זאָל זײַן? אַ מײדל פֿון הײַנטיקע מײַד־לעך… שױן צופֿיל הײַנטיק!… װי זאָגט דער טאַטע: „אַן אָקס האָט אַ לאַנגע צונג ― און קאָן קײן שופֿר נישט בלאָזן“… (זיפֿצט). שװײַג איך ― איז מיר שלעכט. רעד איך ― איז נאָך ערגער… אײן שטיקל גליק, װאָס דער טאַטע װײס נאָך נישט. ער זאָל װיסן ― װאָלט זיך געטאָן חושך!

צ ײ ט ל: (כאַפֿט זיך אױף). דו שרעקסט מיך, מאַמע!

ג אָ ל ד ע: (באַרויִקט זי). קינד! װאָס שרעקסטו זיך? ס'איז גאָרנישט! דו מײנסט חלילה עפּעס װײס איך װאָס? אַ געלעכטער! נישט מער, ס'איז נישט שײן… עס פּאַסט נישט! פֿאַר טבֿיהס טאָכטער פּאַסט נישט אַזאַ זאַך… (זי קוקט זיך אַרום, רעדט אַ ביסל שטילער). מיקיטע גאַלאַגאַן געדענקסטו נאָך?

צ ײ ט ל: אָט דער, װאָס איז געװען אַמאָל שרײַבער אין װאָלאָסט?

ג אָ ל ד ע: אָט־אָט! אָט דער אָ!

צ ײ ט ל: נו?

ג אָ ל ד ע: און זײַן זונדל געדענקסטו?

צ ײ ט ל: כװעדקע? נו־נו? 302 ש ל ו ם ע ל י כ ם

ג אָ ל ד ע: (בײגט זיך אָן צו איר אַפֿן אױער). איז זי מיט אים אַ גאַנצער רב שמעלקע…

צ ײ ט ל: אַ גאַנצער רב שמעלקע? דהײַנו?

ג אָ ל ד ע: דהײַנו… זי נעמט באַ אים ביכלעך אַף צו לײענען.

צ ײ ט ל: אָט דאָס איז גאָר?

ג אָ ל ד ע: װאָס נאָך ס'טו געװאָלט? זי זאָל מיט אים גײן טאַנצן?… ס'איז, מאָל דיר, גענוג, אַז מײַן טאָכטער שטײט־אָפּ שעהן־װײַז באַם טיר אָדער באַם טױער מיטן װאָלאָסטנאָיס זונדל און מע רעדט און מע רעדט, און מע רעדט און מע רעדט… פֿון װאָס רעדט מען אַזױ לאַנג? און מיט אַ גױ נאָך?… דערצײלן דעם טאַטן ― האָב איך מורא; קענסט דאָך דעם טאַטן! און חװהן קענסטו דאָך אױך! אַ שװעבעלע! און אַן עקשנטע ― דער טאַטע מיט די בײנער!

צ ײ ט ל: מאַמע, דיר שטעלט זיך פֿאָר שױן צו פֿיל! עס װײַזט זיך דיר מער אױס, װי ס'איז…

ג אָ ל ד ע: אױ, צײטל, מיר װײַזט זיך שױן גאָרנישט אױס, הלװאַי איך זאָל ליגן זאָגן. נאָר טאָמער װערט געװױר דער טאַטע, איז װינטש איך מיר גאָרנישט אַף דער װעלט צו זײַן!… איך שלאָף נישט קײן נעכט, דער קאָפּ װערט מיר שיִער נישט צעשפּאָלטן! (פּױזע). מילא, דאָס, װאָס זי קען זיך מיט מיקיטקעס זונדל, איז נאָך, װי זאָגסטו, אַ האַלבע צרה. איך פֿרעג אָבער אַן אַנדער זאַך: פֿון װאַנען נעמט זיך איר באַקאַנטשאַפֿט מיטן גלח, די כּפּרה זאָל ער זײַן פֿאַר איר מינדסטן נאָגל?…

צ ײ ט ל: מיט װעלכן גלח?

ג אָ ל ד ע: מיטן גלח פֿון אונדזער דאָרף, אײַנגעזונקען זאָל ער װערן!

צ ײ ט ל: פֿון װאַנען װײסטו? װער האָט דיר געזאָגט?

ג אָ ל ד ע: מע דאַרף מיר זאָגן? איך האָב קײן אױגן נישט? איך בין דאָך אַ מאַמע, האָסטו געהערט אַביסל, און אַ מאַמע האָט אױגן און זעט אַלצדינג!…

צ ײ ט ל: װאָס־זשע האָסטו געזען אַזעלכס?

ג אָ ל ד ע: װאָס איך האָב געזען? הלװאַי װאָלט איך עס נישט
געזען, װאָס איך האָב געזען… איך האָב געזען אים דורכגײן פֿאַרבײַ אונד־ זער גאָרטן, אַרױסגײן זאָל אים די נשמה! שטעלט ער זיך אָפּ, שטעלן זאָל זיך אים דער ערשטער ביסן פּאָפּעריק! און חװה, זײַן זאָל ער פֿאַר איר די כּפּרה, איז געװען אַקוראַט אין גאָרטן. האָב איך אַלײן געזען, איך זאָל אַזױ זען גוטס אין אײַך אַלעמען, און כ'האָב אַלײן געהערט, איך זאָל אַזױ הערן בשׂורות טובֿות מיט ישועות ונחמות, װי זײ האָבן זיך געגריסט…

צ ײ ט ל: אָט דאָס איז אַלץ?

ג אָ ל ד ע: װאָס נאָך האָסטו געװאָלט ― זײ זאָלן זיך אַרומכאַפּן קושן? װאָלט איך עס כאָטשבע געקאָנט דערצײלן דעם טאַטן ― דערלאָזט מיך נישט דאָס האַרץ, װאָרעם ער װעט עס נישט איבערטראָגן, הלװאַי איך זאָל ליגן זאָגן, דער משוגענער טאַטע אײַערער, װאָס פֿאַר אַ קינד װעט ער זיך מפֿקיר זײַן, ובפֿרט נאָך פֿאַר חװהן ― אַז יענע איז באַ אים דאָס אױג אין קאָפּ!… אַנומלטן איז זי עפּעס געװען נישט מיט אַלעמען, פֿאַרקילט זיך ― נו־נו, האָסטו באַדאַרפֿט זען, װאָס דער ייִד האָט צעאַרבעט! און װער איז שולדיק אין דעם גאַנצן אומגליק מיט חװהן, װען נישט ער אַלײן טאַקע, דער אָבֿי דײַנער?

צ ײ ט ל: דער טאַטע? מיט װאָס איז ער שולדיק?

ג אָ ל ד ע: מיט דעם, װאָס ער קען צופֿיל… ער קען אַלײן אַ סך און װיל, אַז זײַן טאָכטער זאָל זײַן אַזאַ קענערקע, װי ער… נײן, שענער פֿון אַלץ איז, װאָס ער אַלײן זאָגט, אַז ס'שטײט געשריבן אין די הײליקע ספֿרים, אַז װיבאַלד אַ הון הײבט־אָן צו קרײען קוקאַריקו, װי אַ האָן, טראָגט מען זי אַװעק צום שוחט… (עס הערט זיך פֿון דרױסן חװהס קול, עס הערט זיך אַלע מאָל נענטער).

ח װ ה: (זינגט אַ גוייִש לידל מיט אַ באַקאַנטער מעלאָדיע). און עס בלאָזט, און עס דרײט, און אַ רעגנדל גײט. װער־זשע װאָלט מיך, אַזאַ מײדל, ביז אַהײם מיך באַגלײט?

ג אָ ל ד ע: (צו צײטלען). אָ! חװהס קול. װאָס זאָגסטו אַפֿן לידל?

ח װ ה: רופֿט אַ בחור זיך אָפּ, שפּרינגט פֿון װעלדל אַרױס: „װאַרט אַ ביסל, שײנע מײדל, איך באַגלײט דיך צו הױז!“… (דאָס לידל פֿאַרענדיקט זי שױן אין שטוב. דערזען צײטלען זיצן מיט דער מוטער). זע־נאָר ― צײטל, אַ גאַסט! (לױפֿט־צו. צײטל שטײט־אױף. זײ צעקושן זיך). װי קומסטו אַהער?

צ ײ ט ל: װי איך קום? מיט אַ פֿור.

ג אָ ל ד ע: זיך פּאַרבענקט נאָך דער מאַמע, האָט זי געדונגען אַ גױ און איז געקומען.

צ ײ ט ל: (באַטראַכט די שװעסטער). אױסגעװאַקסן!…

ג אָ ל ד ע: קײן עין־הרע…

צ ײ ט ל: און שײן געװאָרן ― אַ קראַסאַװיצע!

ח װ ה: (מאַכט אַ גרימאַסע). אַ קראַסאַװיצע? נאָך װײַט, מאָל דיר!…

ג אָ ל ד ע: (צו צײטלען). זאָלסט אָנקוקן, אַז זי טוט זיך אָן ― אַ פּרינצעסן! אַ קײסערינע! (צו חװהן). הערסטו, חװה, האָב איך נישט גע־וװּסט, אַז מיר האָבן הײַנט אַ גאַסט ― װאָלט איך שױן געװוּסט פֿון אַלדאָס גוטס! ח װ ה: װאָס איז? די קאַץ האָט זיך געװאַשן? פֿונקען זײַנען געפֿלױגן פֿון אױװן?

ג אָ ל ד ע: (צו צײטלען). שױן ― אָט האָסטו זי! באַלד מאַכט זי דיר חוזק! אַקוראַט װי דער טאַטע אײַערער! די עפּעלעך פֿאַלן נישט װײַט פֿונעם בױמעלע.

ח װ ה: (לאַכט). לאָז מיך, מאַמע, איכ'ל דיר העלפֿן אױסשלאָגן די פּוטער. (פֿאַרנעמט דער מוטערס אָרט).

צ ײ ט ל: (צו חװהן). װאָס איז טאַקע פֿאַר אַ לאַכן?

ג אָ ל ד ע: (צו צײטלען). װײס איך, װאָס הערסטו זי? דערצײל בעסער, װאָס מאַכט דײַן מאָטל? ער איז עפּעס נישט מיט אַלעמען?

צ ײ ט ל: נײן. אַזױ איז ער דװקא נישקשה. נאָר עס מאַכט זיך צײַטנװײַז, קלאָגט ער זיך אַפֿן האַרצן. טרינקט ער באַ מיר טשאָקעלאַדע מיט פּוטער אַלע טאָג…

ג אָ ל ד ע: װאָס־זשע? ער פֿילט עפּעס חלילה אינעװײניק? צי װאָס?

צ ײ ט ל: זאָל גאָט היטן! געזונט און שטאַרק. נאָר דער הוסט… אַז ער הײבט־אָן צו הוסטן ― הוסט ער און הוסט!

ג אָ ל ד ע: (ברעכט די הענט). אַזױ? צום הוסט איז גוט שאַלװי מיט פּאָלדעראָק, געקאָכט אין סיראָװעטקע, און אַף באַנאַכט גוט אַרומװיקלען דעם האַלדז מיט אַן איבערגעקערטער זאָק…

ח װ ה: (שיסט־אױס אַ געלעכטער). כאַ־כאַ־כאַ! (גאָלדע און צײטל טוען זיך אַזש אַ װאָרף).

ג אָ ל ד ע: (צו חװהן). טפֿו אַף די שׂונאימס קעפּ! האָסט דאָך אונדז איבערגעשראָקן אַף טױט ― הלװאַי איך זאָל ליגן זאָגן! (צו צײטלען) אָט אַזױ, װי דו זעסט, איז אַלע מאָל. באַלד עפּעס װאָס דו זאָלסט נישט זאָגן ― איז כאַ־כאַ־כאַ! און עס װעט דיר נאָר חוזק מאַכן פֿון דער גאַנצער װעלט! דער טאַטע מיט די בײנער!

ח װ ה: קומט־אױס, אַז ס'אַ חסרון, װאָס איך בין געראָטן אינעם טאַטן? און באַ מיר איז דאָס אַ גדלות… (הערט נישט אױף צו שלאָגן די פּוטער, זינגט אונטער דער נאָז און צום טאַקט): און עס בלאָזט, און עס דרײט, און אַ רעגנדל גײט, װער־זשע װאָלט מיך, אַזאַ מײדל, ביז אַהײם מיך באַגלײט?…

ג אָ ל ד ע: (צו חװהן). װאָס־זשע, טאָכטער? האָסט שױן גאָר קײן אַנדער לידל נישט געקאָנט געפֿינען, נאָר אָט דאָס, װאָס אַלע שיקסעס זינגען? צ ײ ט ל: (װיל צערײַבן). װוּ איז דער טאַטע? אַזױ שפּעט? (עס עפֿנט זיך די דרױסן־טיר און עס קומט אַרײַן ט בֿ י ה ). ט בֿ י ה: (די פּאָלעס אונטערגעשטעקט, די בײַטש אין גאַרטל, דאָס פּנים פֿרײלעך, שײַנט). װוּ איז דער טאַטע? אָט איז ער דאָ! הנה זה בא! מאַכט רש″י: טשאָרט לעדאַשטשע נע װיזמע… (נעמט־אַרױס די בײַטש פֿונעם גאַרטל, טוט זי אַ װאָרף פֿון זיך אין װינקל אַרײַן, גײט־צו צו צײטלען). אַ גאַסט! װאָס מאַכסטו עפּעס, צײטל? (צעקושט זיך). װאָס מאַכט דײַן ברױטגעבער?

צ ײ ט ל: װאָס זאָל ער מאַכן? ער אַרבעט.

ט בֿ י ה: אַבי ער האָט אַרבעט… מיר אַלע אַרבעטן, װי אין פּסוק שטײט: י ג י ע כּ פּ י ך כּ י ת א כ ל ― אַז דו װעסט אַרבעטן, װעסטו עסן, אַנישט װעסטו לײגן די צײן אַף די באַנטענעס… און די קינדער װאָס מאַכן?

צ ײ ט ל: װאָס זאָלן זײ מאַכן? שפּילן זיך. געבעטן מיך לאָזן גריסן דעם זײדן.

ט בֿ י ה: (קװעלט־אָן). גאָלדענע קינדער! באַרליאַנטענע קינדער! איך האָב זײ ליב, װי אײגענע. אַז די הײליקע תּורה זאָגט: כ ר ח ם אָ ב ע ל ב נ י ם , איז דאָס נישט אומזיסט. (צײלט די װערטער). כ־ר־ח־ם אָבֿ על ב־נים ― איר הערט װערטער? (צו חװהן). דיר, חװהלע, האָב איך געבראַכט אַ מתּנה, װאָס װעט זײַן באַ דיר אָנגעלײגט. (לײגט־אַרײַן די האַנט אין בוזעם און ציט־אַרױס פֿון דאָרט אַ בוך). איך זאָל דערצײלן פֿון װאַנען און װי אַזױ אָט דער בוך קומט צו מיר ― איז נסים ונפֿלאות, טאַקע נאָר יציאת־מצרים! נאַ! (גיט איבער דאָס בוך צו חװהן). דו װעסט עס נאָכדעם לײענען און דערצײלן מיר, װאָס סע שטײט דאָרטן. איך דאַרף עס װיסן, מחמת דער דאָזיקער, װאָס האָט געמאַכט אָט דעם בוך, איז טאַקע מײַנער אַ קונה. דאָס הײסט, נישט ער, די מאַמע זײַנע איז פֿון מײַנע קונהטעס, גיט מיר פֿײַן צו לײזן פֿאַר קעז און פּוטער, און האָט אַ זון, איז דאָס אַ לאָקש! (כאַפּט זיך באַם בױך לאַכנדיק). זינט גאָט האַנדלט מיט לאָקשן, איז נאָך אַזאַ לאָקש נישט געבױרן!

ח װ ה: (װאָס האָט שױן געכאַפּט אַ קוק אין בוך אַרײַן). דאָס זעט מען…

ט בֿ י ה: אַ פּגירה װאָלט איך מיך פֿריִער געריכט אַף דעם יאָקל בן פֿלעקל! שרײַבט ער גאָר ביכער, אָט דער שמױגער! (װערט שיִער דערשטיקט פֿאַר געעלכטער). אַז ס'איז דאָ געלט, הערט איר, איז דאָ אַלצדינג. װי זאָגט די גמרא: אַ ס ק אַ ק ו ר ד ע ד מ ס ק נ ת א ד ק אַ ר נ אָ ס ע ד פֿ אַ ר ש מ אַ כ ט ע , מאַכט רש″י: יאַק פּשענאָ ― טאָ אי דורען קאַשו נאַװאַרע… איך זאָל האָבן זײַן מאַמעס געלט, װאָלט איך ― עהע־הע! ― אָנגעשריבן אָט אַזאַ בוך! (װײַזט מיט בײדע הענט, װאָס פֿאַר אַ בוך ער װאָלט אָנגעשריבן).

ג אָ ל ד ע: דאָס איז יאָ ― װעמען גאָט גיט מיטן לעפֿל, און װעמען מיטן שעפֿל… 306 ש ל ו ם ע ל י כ ם

ט בֿ י ה: (קוקט־אַראָפּ צו זיך אַף די שטיװל). גוט מאָרגן, געלי, רעטעך טראָג איך!… אַ משל, דעריבער גײען קאַטשקעס באָרװעס… (צום װײַב). צו װאָס טױג דיר, גאָלדע־ברודער, משלים? אַמער, האָב איך דיר געבראַכט צו פֿירן נײַס פֿון בױבעריק ― אָט אַזעלכע פּעק! (װײַזט מיט די הענט). אַ פֿולן װאָגן!

ג אָ ל ד ע: אָט דערפֿאַר, אַפּנים, האָסטו זיך הײַנט אַזױ געזאַמט, טבֿיה?

ט בֿ י ה: (שטעקט־אָפּ די פּאָלעס). אַביסל דערפֿאַר און אַביסל נישט דערפֿאַר… װײסט דאָך, אַז מע קומט קײן בױבעריק, װערט מען פֿאַרפֿאַלן, װי אין פּסוק שטײט: מ ש ו ט ב אָ ר ץ ו מ ת ה ל ך ב ה ― טאָ דער, טאָ יענער: „רב טבֿיה, אַהער! רב טבֿיה אַהין!“ װי די שטײנער, װאָס האָבן זיך געקריגט באַ אַבֿרהם אָבֿינו צוקאָפּנס… דער שרײַט: „רב טבֿיה, קעז!“ דער שרײַט: „רב טבֿיה, פּוטער!“ אַ רוח אין אײַער פֿאָרנט און מיטן אַרײַן ― װאָס װאָלט איר געטאָן, אַז ס'זאָל קײן טבֿיה גאָר נישט זײַן? אױס טבֿיה! געשטאָרבן טבֿיה!

ג אָ ל ד ע: בײַס דיר אָפּ די צונג, לאָזן די שׂונאים שטאַרבן, האָסטו געהערט אַביסל!… גײ בעסער װאַש דיך, װעסטו עפּעס נעמען אין מױל אַרײַן. אַ גאַנצן טאָג נישט געגעסן, הלװאַי זאָל איך ליגן זאָגן!

ט בֿ י ה: זעסטו, גאָלדע־ברודער, װאָס אמת איז אמת. װי אין פּרק שטײט געשריבן: א ם א י ן ק מ ח א י ן ת ו ר ה ― אַז מ'עט מכּות עסן, װעט מען קדחת קענען… װען האָט מען צײַט צו טראַכטן װעגן אַכילה, אַז דער קאָפּ איז אין דער אדמה, צו אַלדע שװאַרצע יאָר? טאָג־אײַן טאָג־אױס איז מען פֿאַרטאַרעראַמט און פֿאַרטראַסקעט, הו־האַ, פּרנסה!… און גײ פֿרעג דעם רבונו־של־עולם קשיות, למאַי זאָל טבֿיה דער מילכיקער האָרעװען מער פֿאַר אַלעמען? פֿאַרפֿאַלן! גאָט האָט שױן אַזױ אײן מאָל באַשאַפֿן זײַן װעלטל, און קײן עצות באַדאַרף ער נישט פֿון קײנעם! װי אין פּסוק שטײט געשריבן: מ י ב ר כ ב ו מ י ב ס ו ס י ם ― װער עס פֿאָרט, און װער עס גײט צו־פֿוס… מסתּמא דאַרף אַזױ צו זײַן, אַז די נגידים זאָלן זיך נעבעך װאַלגערן אין בױבעריק אַף די דאַטשעס, און אָנטאָן זיך כּל הפֿאַרגעניגנס וכל הװױלטאָגן שבעולם, און דו, טבֿיה, ביסט נישט קלײן אױפֿצושטײן גאַנץ פֿרי, כּלחוך השור, אַז גאָט אַלײן שלאָפֿט נאָך, אײַנשפּאַנען דאָס פֿערדל און אַװעקפֿירן פֿון זײער כּבֿוד װעגן דאָס גאַנצע דאָברע־מזל, פֿון קעז און פֿון פּוטער און פֿון סמעטענע און פֿון שאָר ירקות, טאַקע פֿון כּל מאמינים שהוא, װי אינעם הײליקן מחזור שטײט געשריבן…

ג אָ ל ד ע: אָבער מע װײס, אַז דו קענסט! גײ װאַש דיך, װעסטו עסן!

ט בֿ י ה: איך גײ, איך גײ! (לאָזט זיך צום עמער מיט דער קװאָרט, פֿאַרקאַטשעט די אַרבל, הערט נישט אױף דעם שמועס). דאָס הײסט, איך באַקלאָג מיך נישט, חס ושלום! טבֿיה איז נישט פֿון די, װאָס באַקלאָגן זיך און װײנען אַף „מי יחיה“, װאָרעם ס'איז דאָ ייִדן, װאָס זײַנען מיר מקנא. אײַך איז, קײן עין־הרע, גאַנץ גוט, רב טבֿיה, אַזױ זאָגן זײ. װאָס ענטפֿערט מען זײ דערױף? זאָג איך: װאָס קומט אַרױס, זאָג איך, אַז אײן ייִדן איז גוט? אַלע יעהופּעצער נגידים, זאָג איך, װאָלט געמעגט זײַן אַזױ װי מיר… חוץ מײַן שאָדן… (װאַשט זיך, װישט די הענט מיט אַ גראָבן האַנטעך און זאָגט שטיל דעם „שׂאו־ידיכם“, זעצט זיך צום טיש, מאַכט המוציא).

ג אָ ל ד ע: (צו די טעכטער) זעצט זיך צום טיש, קינדער, איכ'ל אַרײַנטראָגן עסן. (צײטל און חװה זעצן זיך צום טיש. גאָלדע אָפּ אין קיך).

ט בֿ י ה: און רעד מיט זײ, מיט די הײַנטיקע, זאָגן זײ, אַז ס'אַ פּאַסקודנע װעלט, מע דאַרף זי איבערמאַכן. כאַ־כאַ, שוטים! נאַראָנים! ס'אַ־נ־אומזיסטע אַרבעט! װאָרעם זי בעט אײַך נישט, די װעלט, אַז איר זאָלט זי איבערמאַכן (קײַעט). דער װאָס האָט זי געמאַכט ― יענער זאָל זי איבערמאַכן… תּ ו ל ה א ר ץ ע ל ב ל י מ ה ― שטײט געשריבן… דער פּשט איז: לאָז זי זיך שטײן, װי זי שטײט… צו װאָס זאָלט איר זיך מישן אין פֿרעמדע עסקים? (עס קומט־אָן גאָלדע מיטן עסן). אָט, למשל, לאָם איך מיך אַרײַנמישן צו אײַער מאַמעס טעפּ אין קיך אַרײַן ― װאָס װעט זי מיר זאָגן?

ג אָ ל ד ע: יום השישי פּריפּעטשיק ― קײן אַנדער פֿאַרגלײַכן נישט געפֿונען? דערצײל בעסער נײַס, זאָגסטו, האָסט גאַנצע פּעק. (זי צעגיסט איטלעכן אין די טעלער דאָס עסן, זעצט זיך דערנאָך אַלײן אױך אַװעק באַם עק טיש).

ט בֿ י ה: (עסנדיק). מענדל װערעביװקער קענט איר? אַ ייִד אַ בעל־גוף, זיצט אין װערעביװקע נאָך פֿון פֿאַר מתּן־תּורה אָן… אַ סבֿרה, אַז נאָך זײַן טאַטע און זײַן טאַטנס טאַטע, דאָס הײסט זײַן זײדע און זײַן עלטער־זײדע און זײַן עלטער־עלטער־זײדע זײַנען געװען װערעביװקער, װי מיר זאָגן אין דער הגדה (זינגט מיטן נוסח פֿון דער הגדה) ה ר י אָ נ ו! ו בֿ נ י נ ו! ו בֿ נ י בֿ נ י נ ו!…

ג אָ ל ד ע: מע װײס, אַז דו קענסט, מע װײס! דו זאָג בעסער, טבֿיה, װאָס'ט זיך געטראָפֿן מיט מענדל װערעביװקער? האָט זיך צעזונגען אַ ביסל!

ט בֿ י ה: האָסט קײן צײַט נישט? (קוקט אַרױף). דאַכט זיך, עס רעגנט נישט. (עסט װײַטער). האָט זיך געטראָפֿן מיט אים אַן אומגליק. דהײַנו? ער, מענדל הײסט עס, האָט, נישט דאָ געדאַכט, נישט פֿאַר קײן שום ייִדן געדאַכט, זײַן אײגנס זיבן טעכטער, װי די בעכער, הױכע, געזונטע, קײן עין־הרע, קײן בײז אױג, װי אין פּסוק שטײט: ו י ת ר ו צ צ ו ה ב נ י ם ― די טעכטער זײַנען אױסגעװאַקסן. טעכטער האָבן שױן אַזאַ טבֿע: באַטאָג עסן זײ, באַנאַכט װאַקסן זײ…

ג אָ ל ד ע: זאָלן זײ װאַקסן געזונטערהײט ― אַ ביסל אַ זאָג פֿון אַ מענטשן, האָסטו געהערט אַ ביסל?! ט בֿ י ה: (לאָזט עס דורך פֿאַרבײַ מיט אַ שמײכל). הקיצור, איז זיך מײשב די עלטערע טאָכטער מענדלס און זאָגט דעם פּסוק „אָהבתי“, דאָס הײסט, זי פֿאַרליאַפּעט זיך אין אַ גױ, עפּעס אַ שײגעץ פֿון װערעביװ־קע טאַקע, און שמדט זיך אַװעק און האָט כאַסלערע פֿאַרן גױ, און ושם נאמר ― רוף מיך קנאַקניסל!… (נעמט זיך צוריק צום עסן).

ג אָ ל ד ע: (ברעכט די הענט). אַ װײטיק איז דער מאַמע אירער!… (חװה האָט באַלד אױפֿגעהערט צו עסן. צײטל ברעכט די הענט, װי די מוטער).

צ ײ ט ל: פֿון װאַנען װײסטו עס, טאַטע?

ט בֿ י ה: פֿון װאַנען איך װײס? איך װײס עס פֿונעם סאַמע רעכטן צאַפּן. פֿונעם גלח אַלײן װײס איך עס, ימח שמו וזכרו! (הערט־אױף עסן). איך װײס נישט פֿאַר װאָס, נאָר איך האָב אים פֿײַנט, אָט דעם אָטיעץ אַלעקסײ… דאָס הײסט, האָבן האָב איך צו אים גאָרנישט, װאָס איך װינטש אים ― מעג אים אָנקומען כאָטש האַלב, נאָר כ'האָב אים פֿײַנט!… דעם טאָג, װען איך באַגעגן מיך מיט אים, װײס איך פֿריִער, אַז ס'װּעט זיך עפּעס טרעפֿן… (צו חװהן). דו מעגסט עס אָנרופֿן, חװה, פֿאַנאַטיזמע, און כּדומה, און איך זאָג מיר מײַנס, אַז אַ גלח גײט־איבער דעם װעג ― איז שלים־שלים־מזל… והראיה (צו אַלעמען): װאָס איז עפּעס גראָד הײַנט מײַן פֿערדל געפֿעלן געװאָרן זיך צעלאָזן משוגענערװײַז באַרג־אַראָפּ, און ױברח יעקבֿ ― פּוץ מיטן װאָגן אין דער בלאָטע, און באַץ אַ קריגל מיט צװײ טעפּלעך, פּראַװדע ― לײדיקע, װאָרעם דאָס איז שױן געװען צוריקװעגס, װײַטער װאָלט איך געקאָנט האָבן אַ גרױסן שאָדן… און װער איז שולדיק, אַז נישט דער גלח? װי קומט אַהער אַ גלח ― װעט איר האָרכן. פֿאָרנדיק אַהינצוּװעגס מיט דעם גאַנצן דאָברע־מזל, פֿאַרטיפֿט אין מחשבֿות, װי געװײנטלעך אַפֿן ניכטערן האַרצן, און דער װאַלד איז שטיל, און די זון שײַנט װי אַ מנורה, מחיה נפֿשות, ― איך טו אַ קוק: ער פֿאָרט מיר אַקעגן, מיט זײַן געלער בריטשקע, און די באָרד זײַנע איז פֿונעם װינט צעטײלט אַף צװײען, און די בױמלדיקע אײגעלעך שמײכלען צו מיר פֿון דער װײַטן. מאַך איך מיך כלא ידע ― גלײַך װי איך זע נישט, װי אין תּהלים שטײט געשריבן: ע ם ח ס י ד תּ ת ח ס ד ― מע דאַרף װיסן מיט אַ גױ װי צו האַנדלען… דערזען, אַז איך זע אים נישט, טוט ער, דער גלח ימח שמו, אַ זאָג צו מיר: „טפּרררו, טעװל, װאָס מאַכסטו גוטס?“ קאָן מען שױן אַזױ גראָב נישט זײַן, און איך ענטפֿער אים: ,,טפּרררו, באַטיושקאַ, װאָס הערט זיך עפּעס באַ דיר?“… מאַכט ער צו מיר: „דו זעסט־אױס, טעװל, זײער גוט!“… טראַכט איך מיר: „זאַלץ דיר אין די אױגן, שטײנער דיר אין האַרצן!'“… און ענטפֿערן ענטפֿער איך אים: „דו זעסט־אױס, פֿאָטערל, נאָך בעסער“… „װײסטו, זאָגט ער, טעװל, װאָס אין װערעביװקע האָט זיך געטראָפֿן?“ זאָג איך: „נײן, פֿאָטערל, איך װײס נישט, װאָס אין װערעביװקע האָט זיך געטראָפֿן. קטונתּי, זאָג איך, װער בין איך אַזעלכער, פֿ ו ן צ װ ײ װ ע ל ט ן 309 איך זאָל מטריח זײַן, זאָג איך, אַזאַ הײליקן באַטיושקאַ, װי דו ביסט? נאָר, זאָג איך, אױב איך האָב געפֿונען, זאָג איך, לײַטזעליקײט אין דײַנע אױגן, װעסטו אפֿשר זײַן, זאָג איך, אַזױ גוט און װעסט מיר דערצײלן?“… פֿױלט ער זיך נישט און נעמט און דערצײלט מיר די גאַנצע געשיכטע, הײבט־אָן נישט גלײַך, נאָר פֿון פֿצון־זײַט, „נאַש באָך, װאַש באָך“, װי זײַן שטײגער איז, און איך זע, עס קומט אים צו אַ שטיק געזונט, ימח שמו וזכרו! נײן, הערט װײַטער, װאָס אַ גלח קאָן! דאָס אַלײן איז אים קאַרג, װאָס מיר צאַפּט זיך בלוט, האָט ער נאָך אין זיך אַ פּאָטעפֿאַלנאָסט פֿאַר מיר צו באַרימען זיך, אַז ער האָט אַ גרױסן חלק אין דעם דאָזיקן שטיקל אַרבעט, און אַז ער האָט דאָס באַװאָרנט מענדל װערעביװקערס טאָכטער!… װער איך שױן גוט אין כּעס און עס װילט זיך מיר אים אָפּענטפֿערן מיט אַ משל און מיט אַ מדרש און מיט אַ פּסוק, װי טבֿיה קען; נאָר איך האַלט מיך אײַן ― װאָס טױג מיר האָבן צו טאָן מיט אַ גלח?

ג אָ ל ד ע: זײער רעכט האָסטו געטאָן, טבֿיה…

ט בֿ י ה: (צו די טעכטער). אָט איז זי אױך מסכּים! (צום װײַב). װאָס װאָלסטו אָבער געטאָן, גאָלדע־ברודער, װען דו הערסט פֿון אים די װײַטערדיקע דבורים?

ג אָ ל ד ע: װאָס װײַטער?

ט בֿ י ה: װאָס װײַטער אַלץ בעסער. װי זאָגט מען דאָס: „טיפֿער אין װאַלד, געדיכטער די בײמער“… איך אָבער האָב אים געלאָזט רעדן. רעד צעזעצטערהײט ― װאָס אַרט עס מיך, אַז דו רעדסט?… נאָר ער האָט פֿאַרשטאַנען, אַז עס פֿאַרדריסט מיך, זאַלצט ער מיר אױף די װוּנדן און דערצײלט, כּלומרשט אַזױ זיך, פֿאַרבײַגײענדיק, װאָס פֿאַר אַ גליק מענדל װערעביװקערס טאָכטער האָט געמאַכט. „מהכתּיתי, זאָג איך, לאָז איר גאָט העלפֿן“… דערזען, אַז ער קאָן מיך נישט אײַנבײַסן, טוט ער אַ זאָג צו מיר מיט זײַן צוקערדיק שמײכעלע: „איך האָב געװאָלט, זאָגט ער, באַ דיר, טעװל, עפּעס פֿרעגן“. „פֿרעג, זאָג איך, באַטיושקאַ, איכ'ל דיר, זאָג איך, אָפּענטפֿערן על ראשון ראשון“… טוט ער אַ גלעט די באָרד און אַ מאַך צו מיר: „דו ביסט דאָך, זאָגט ער, טעװל, אַ ייִד אַ חכם. װי װאָלט געװען, למשל, װען מיט דיר טרעפֿט זיך, זאָגט ער, אַזאַ מעשׂה? װען דײַן טאָכטער, זאָגט ער, פֿאַרליבט זיך אין אַ אונדזעריקן און זי װיל, זאָגט ער, פֿאַר אים חתונה האָבן?“… „אַה, נישט דערלעבן װעסטו דאָס, דו פּאַסקודנער פּאָפּ!“, ― טראַכט איך מיר אין האַרצן און ענטפֿערן ענטפֿער איך אים אַזױ: „קטונתּי, זאָג איך, װער בין איך, װאָס איך זאָל זוכה זײַן צו אַזאַ כּבֿוד? נאָר, זאָג איך, װען מיט מיר, זאָג איך, טרעפֿט זיך אַזאַ גליק, איז אָדער לאָם איך דאָס נישט דערלעבן, אָדער, זאָג איך, מײַן קינד װאָלט בעסער אַרײַן אין דער ערד, אָדער מיר בײדע, זאָג איך, װאָלטן אײַנגענומען אַ מיתה משונה, װי אין פּסוק שטײט: תּ מ ו ת נ פֿ ש י ע ם פּ ל ש תּ י ם!… און װען אַפֿילו, זאָג איך, טבֿיה זאָל פֿאַרמאָגן, זאָג איך, צען טעכטער, װאָלטן אַלע צען, זאָג איך, גיכער געמעגט זײַן די כּפּרה אין אײן טאָג, אײדער אײנע פֿון זײ, זאָג איך, זאָל אױסבײַטן דאָס רענדל!“… (באַ די װערטער טוט חװה אַ פֿאַל צו צײטלן אַף די הענט).

צ ײ ט ל: (כאַפּט זי אונטער). גאָט איז מיט דיר, חװה!

ג אָ ל ד ע: אַ דונער האָט מיך געטראָפֿן! דאָס קינד חלשט! חװהניו! טאָכטער מײַנע! (בײגט זיך אָן איבער איר). נשמה מײַנע!…

ט בֿ י ה: (האָט אַ װאָרף געגעבן דאָס לעפּל, זיך אױפֿגעכאַפּט פֿון טיש, װי אַ משוגענער, די אױגן פֿול שרעק, די הענט טרײסלען זיך). געחלשט?… װוּ?… חװהלע?… לאָזט מיך!… (בײגט זיך אָן צו איר, גלײַכט זיך אױס צוריק און צעשרײַט זיך). װאָס־זשע שטײט איר, װי די לײמענע גולמס? װאַסער גיט אַהער! װאַסער! ראַטעװעט! (גאָלדע לױפֿט נאָך װאַסער, צײטל האַלט די שװעסטער). זי האָט געחלשט!… באַ די שלײפֿן באַדאַרף מען זי קװעטשן!… אָט אַזױ!… (בײגט זיך אָן װידער צו חװהן, קװעטשט איר דעם קאָפּ מיט בײדע הענט. חװה עפֿנט־אױף די אױגן, קוקט זיך אַרום אַף אַלע זײַטן און הײבט זיך פּאַמעלעך אױף, טבֿיהס האַרץ באַװעגט זיך. זײַן פּנים שײַנט).

ח װ ה: (מאַכט זיך צורעכט די האָר). װאָס איז דאָ געװען?

ט בֿ י ה: (שױן גאָר אַן אַנדער מענטש). גאָרנישט, קינד מײַנס, גאָרנישט! (גלעט זי איבערן קאָפּ).

ג אָ ל ד ע: (מיט אַ קװאָרט װאַסער). נעם אַ קאַפּעלע װאַסער! דיר איז נישט גוט געװאָרן אַף צו חלשן, הלװאַי איך זאָל ליגן זאָגן!…

ט בֿ י ה: װאָס חלשן? װער חלשן? אָטשאַדעט געװאָרן!… (שטופּט אָפּ דאָס װײַב מיט דער קװאָרט װאַסער). צו װאָס װאַסער? מע דאַרף ניט קײן װאַסער! איר זעט דאָך ― אָטשאַדעט! פֿאַרדרײט זיך דער קאָפּ ― נו, איז איר נישט גוט געװאָרן! זע־נאָר, װאָס דאָ טוט זיך אַ ביסל! מאַכט זיך אַמאָל, אַ מענטשן דער קאָפּ טוט וױי… (צו חװהן). װי אַזױ איז דיר איצטער, חװהלע? איבערגעגאַנגען? (גלײַכט זיך אױס). נו, װי דען? איך האָב דאָך באַלד געזאָגט, אַז ס'איז גאָרנישט מיט גאָרנישט… איז דאָך עס אָבער מיט װײַבער, נשים, נישט געדאַכט זאָלן זײ װערן! אַ ביסל אַ טאַרעראַם! אַ געפּילדער! „זי חלשט!“… „ראַטעװעט!“… װער חלשט? װאָס ראַטעװעט? אַ שׂרפֿה ― מע זאָל ראַטעװען?… עך, װײַבער, װײַבער! (מיט פּאַטאָס). נישט אומזיסט האָט אײַך שלמה המלך אַזױ נישט ליב געהאַט! נישט אומזיסט זאָגט ער אין שיר־השירים אַף אַלע װײַבער, אַז… אַז… אַז… (טוט זיך אַ פּאַטש אין שטערן). ברוך מזכּיר נשמות ― לאָם איך מיך דערמאָנען, װאָס ער זאָגט אַף אײַך?… (מיט כּעס). אַז איר פֿאַרדולט מיר מײַן קאָפּ!!!….

פֿ אָ ר ה אַ נ ג.

ענדע פֿונעם ערשטן אַקט. (אַ גרױסער הױף. אַף יענער זײַט הױף ― אַ גאָרטן. פֿון װײַטן, רעכטס, זעט מען אַרױס די שטוב, אַ דאָרפֿישע געבײַדע מיט אַ פּריזבע. לינקס ― אַ שטאַל. נאָענט צו דער ראַמפּע ― אַ ברונעם מיט אַלץ װאָס געהערט צו אַ ברונעם, אַף שעפּן װאַסער. דער גאָרטן ענדיקט זיך מיט אַ געפֿלאָכטענעם פּלױט. ― מיט אַ גראָבאײַזן אין די הענט שטײט חװה אָנגעבױגן און פּאָלעט דעם גאָרטן. אָנגעטאָן איז זי װי אַ דאָרפֿסמײדל: צװײ צעפּ מיט רױטע סטענגעס, אַן אױסגענײט מאַלאָראָסיש העמד מיט ברײטע אַרבל, אַ גרינער קאָרסאַזש אַף אַ קורץ שװאַרץ קלײדל).

ח װ ה: (אַרבעט מיטן גראָבאײַזן לאַנגזאַם און זינגט מעלאַנכאָליש זיס): װינטן װײען, אַזש

די בײמער װע־
רן אױסגעריסן.
ס'טוט מײַן האַרץ מיר װײ, נאָר טרערן קאָנען זיך נישט גיסן.
אױ! איך פּטר װיסט
און פֿינצטער מײַ־
נע יונגע יאָרן!
װאָלט איך קאָנען
װײנען ביטער,
װאָלט מיר גרינג
געװאָרן…

(זינגענדיק קומט זי צו אַלע מאָל נענטער צו דער ראַמפּע. ― פֿון יענער זײַט פּלױט באַװײַזט זיך פֿ ע ד י אַ ג אַ ל אַ ג אַ ן. אַף זײַן שװאַרץ העמדל ― אַ פּידזשאַק. דאָס היטל אַף אַ זײַט, אין האַנט אַ ביכל. אָנגעשפּאַרט אָן פּלױט פֿון יענער זײַט, הערט ער זיך אײַן, װי חװה זינגט). פֿ ע ד י אַ: (אַפּלאָדירט). בראַװאָ! בראַװאָ!

ח װ ה: (כאַפּט זיך באַם האַרצן). אױ, האָסטו מיך דערשראָקן, פֿעדיאַ! (װאַרפֿט אַװעק דעם גראָבאײַזן, לאָזט זיך צו אים).

פֿ ע ד י אַ: (לאַכט). איך האָב גאָרנישט געװוּסט, אַז דו ביסט אַזאַ איבערגעשראָקענע… (שפּאַנט־אַריבער פֿון דער זײַט פּלױט). און װאָס איז די מעשׂה, װאָס דו זינגסט עפּעס אַזױ, אַזױ… װי אַזױ זאָל איך דיר זאָגן? עפּעס האַרצעדיק? אומעטיק?

ח װ ה: אומעטיק אַפֿן האַרצן, זינגט זיך אומעטיק…

פֿ ע ד י אַ: (גײט־צו צו איר נאָענט, גיט איר די האַנט). אומעטיק אַפֿן האַרצן? (פֿאַרקוקט איר אין די אױגן). װאָס איז דיר, הערצעלע מײַנס? טײַבעלע מײַנס? (װיל זי אַרומנעמען, זי לאָזט זיך נישט).

ח װ ה: דו פֿאַרגעסט, װאָס מיר שטײט פֿאָר? (זיפֿצט).

פֿ ע ד י אַ: נאַרישקײטן!

ח װ ה: באַ דיר איז עס אפֿשר נאַרישקײטן… (דערזעט באַ אים דאָס ביכל). דאָס װאָס איז?

פֿ ע ד י אַ: װאָס כ'האָב דיר צוגעזאָגט. מאַקסים גאָרקי.

ח װ ה: (לעבעדיק). אַך, גאָרקי!… (נעמט דאָס ביכל, מישט־אױף, דערזעט דאָס בילד). דאָ איז דאָס בילד אַ סך שענער!… װי פּראָסט! װי אײנפֿאַך! אָט דאָס איז אַ מענטש! אָט דאָס איז אַ כאַראַקטער!… אַ דאַנק. (דריקט אים נאָך אַ מאָל די האַנט, קוקט אַפֿן פּאָרטרעט, װאָס אין ביכל, און אַף פֿעדיאַן). װײסט, אַף װעמען ער איז פּאָכאָזשע?

פֿ ע ד י אַ: אַף װעמען?

ח װ ה: אַף װעמען? פֿאַרשטײט זיך, אַף דיר! (צעלאַכט זיך).

פֿ ע ד י אַ: װאָס־זשע לאַכסטו?

ח װ ה: (טראָגט אים אונטער דאָס ביכל). נאַ זע! צװײ טראָפּן װאַסער!…

פֿ ע ד י אַ: (קוקט נישט אין ביכל, קוקט אַף איר). װי שײן דו ביסט הײַנטיקן פֿרימאָרגן! װי די זון ― אַזױ שײַנסטו! װי דער הימל זײַנען דײַנע אױגן! און דער קאָסטיום, האַלקע מײַנע, דער דאָזיקער קאָסטיום װי ער פּאַסט דיר! (באַטראַכט זי). אונדזער נאַציאָנאַלער קאָסטיום פֿון מאַלאָראָסיע! װי שײן דו ביסט, עװאַ!…

ח װ ה: און װי שײן דו האָסט אױסגעלערנט זיך רעדן, פֿעדיאַ! װי פֿון אַ ביכל אַקוראַט!… (צעלאַכט זיך װידער).

פֿ ע ד י אַ: עפּעס לאַכסטו מיר הײַנט צופֿיל, האַלעטשקע?

ח װ ה: ס'איז מיר פֿרײלעך ― לאַך איך…

פֿ ע ד י אַ: אָט ערשט איז דיר געװען אומעטיק, איצט ― שױן פֿרײלעך!…

ח װ ה: געװען פֿינצטער, אױפֿגעגאַנגען די זון, געװאָרן ליכטיק… (קוקט אים טיף אין די אױגן אַרײַן). פֿ ע ד י אַ: (קאָן נישט בײַקומען איר קוקן). אַ האַלבע מלוכה פֿאַר אַ טרונק װאַסער, טײַבעלע מײַנס!

ח װ ה: קום, איכ'ל דיך אָנטרינקען! (זײ לאָזן זיך בײדע צום ברונעם. חװה פֿריִער, פֿעדיאַ נאָך איר. געשיקט, בריהש, װי אַן אמת דאָרפֿיש מײדל, כאַפּט זי דעם עמער, פֿאַרװאַרפֿט דעם שטריק אין ברונעם אַרײַן, אַ טרײסל אַהער און אַהין ― פֿאַרטיק אַן עמער װאַסער). האָב איך ערלעך פֿאַרדינט מײַן האַלבע מלוכה?

פֿ ע ד י אַ: (טרינקט זיך אָן). אַ גאַנצע מלוכה, קעניגן מײַנע!… װײסטו, װאָס איך בין געקומען? איך האָב געװאָלט מיט דיר עפּעס רעדן, עװאַ…

ח װ ה: (מיט אַמאָל איז פֿאַרשװוּנדן איר פֿרײלעכקײט). עפּעס רעדן?… זיץ. (זעצט זיך אַװעק אַף די הילצערנע צאַמרינעס פֿון ברונעם, װײַזט אים אַן אָרט נעבן זיך).

פֿ ע ד י אַ: (זעצט זיך אװעק, נעמט־אַרױס אַ פּאַפּיראָס). איך האָב זיך געװאָלט זען מיטן באַטיושקאַ, מיטן פֿאָטער אַלעקסײ, מיט אונדזער גלח…

ח װ ה: (אַ מאַך מיט דער האַנט). נאָר נישט װעגן דעם!…

פֿ ע ד י אַ: (פֿאַרװוּנדערט). פֿאַר װאָס עפּעס, טײַבעלע?

ח װ ה: אַזױ… הײַנט נישט… נישט אױפֿגעלײגט…

פֿ ע ד י אַ: איך זע טאַקע, אַז דו ביסט נישט אױפֿגעלײגט… (פֿאררײכערט דעם פּאַפּיראָס, זעט־אױס אומצופֿרידן. חװה באַמערקט עס).

ח װ ה: דו פֿאַרגעסט, װאָס מיר שטײט־פֿאָר, פֿעדיאַ! מאַכן אַזאַ שריט… אָפּגעזעגענען זיך מיט אַלץ… מיט מײַן גאַנצן פֿאַרגאַנגענעם, מיט טאַטע־מאַמע און מיט אַלע מײַניקע אַף שטענדיק…

פֿ ע ד י אַ: אַף שטענדיק?

ח װ ה: אַף אײביק!… דו קענסט נישט מײַן טאַטן, פֿעדיאַ! דאָס איז אַ מענטש מיט אַ כאַראַקטער! ער װעט מיך גיכער זען אַ טױטע, אײדער מוחל זײַן מיר דעם שריט! קײנמאָל נישט!

פֿ ע ד י אַ: קײנמאָל נישט?

ח װ ה: קײנמאָל נישט! כאָטש ליב האָט ער מיך ― נישטאָ נאָך אַזאַ פֿאָטער דער צװײטער!… (פּױזע. רעדט מיט געבעט). װאָס טוט מען, פֿעדיאַ טײַערער, װאָס טוט מען, אַז מײַן טאַטע זאָל מיך פֿאַרשטײן און… זאָל מיר מוחל זײַן? װי אַזױ מאַכט מען?…

פֿ ע ד י אַ: (מאַכט אַ אומפֿרײַנטלעכע מינע). דו זאָרגסט זיך פֿאַר דײַן טאַטן מער װי פֿאַר זיך. דו האָסט אין זינען דײַן טאַטן מער װי די גאַנצע װעלט…

ח װ ה: (פֿאַרדראָסיק). און דו האָסט אין זינען זיך מער װי די גאַנצע װעלט, און אַפֿילו מער װי מיך…

פֿ ע ד י אַ: (אױפֿגעבראַכט). אָ, נײן! זעסטו, דאָס זאָגסטו שױן דורכױס נישט אמת ― און דו אַלײן װײסט עס!… (מיט פֿײַער). דו װײסט גאַנץ גוט, אַז די װעלט ― דאָס ביסטו!… אַז פֿאַר דיר בין איך גרײט… (פֿאַרװאַרפֿט דעם פּאַפּיראָס).

ח װ ה: (ענדיקט פֿאַר אים). אין פֿײַער און אין װאַסער… װי אין די ביכלעך שטײט געשריבן… איך װאָלט װעלן װיסן אָט װאָס, פֿעדיאַ. איך װאָלט װעלן װיסן, װי װאָלט געװען, װען דו זאָלסט דאַרפֿן מאַכן דעם שריט, װאָס מיר שטײט־פֿאָר?

פֿ ע ד י אַ: װאָלט איך אים געמאַכט און װינציקער גערעדט, טײַבעלע מײַנס! איבעריקנס, צו װאָס איז דער עקזאַמען, עװאַ?… און איבערהױפּט, װאָס טוט זיך עס מיט דיר? אָדער באַ דיר איז עפּעס ― װאָס פֿאָרגעקומען, אָדער איך האָב דיך נישט געקענט?

ח װ ה: אַזױ שפּעט זיך אַרומגעקוקט, אַז דו קענסט מיך נישט?

פֿ ע ד י אַ: (האָט זיך פֿאַרכאַפּט). איך זאָג נישט, אַז איך קען דיך נישט ― נײן! איך זאָג, אַז איך ד ע ר ק ע ן דיך נישט… און אָן אַלעמען, זע איך אַרױס, עװאַ, אַז דו ביסט הײַנט גלאַט נישט אױפֿגעלײגט… װען איך װײס, אַז דו ביסט הײַנט אַזאַ… (שטרעקט איר אױס די האַנט). זײַ געזונט, עװאַ!

ח װ ה: (אַ לאָז צו אים מיט בײדע הענט). פֿעדיאַ! מײַן קאַפּריזנער העלד! גײ נישט אַװעק! לאָז מיך נישט אַלײן! איך נײטיק זיך אין אַ גוט װאָרט!… איך האָב דעם גאַנצן פֿרימאָרגן אַרױסגעקוקט אַף דיר!… (אין פֿאַרצװײפֿלונג). איך האָב מיט דיר אַזױ פֿיל צו רײדן! אַזױ פֿיל!

פֿ ע ד י אַ: (זעצט זיך אַװעק צוריק). פֿאַר װאָס זשע רעדסטו נישט? דו װײסט, אַז איך האָב ליב הערן, װי דו רעדסט, קעניגן מײַנע!

ח װ ה: (װערנד זי רעדט, שפּילט זי זיך מיט אירע צעפּ, צעפֿלעכט זײ און פֿאַרפֿלעכט). דו װײסט נישט, װאָס איך טראָג־איבער. פֿון איטלעכן באַזונדער! פֿון איטלעכן באַזונדער!… מײַנע הײמישע קוקן מיר נאָך, היטן מיר די טריט… זײ שטױסן זיך, אַז איך בין צו דיר… אַז… עס ציט מיך צו דיר!… מײַן שװעסטער ― זי האָט זיך דערלױבט מיר צו לײענען אַ נאָטאַציע! די מאַמע מײַנע זאָגט מיר גאָרנישט, נאָר זי קוקט אַף מיר און זיפֿצט… הלװאַי װאָלט זי בעסער מיר שױן געזאָגט, פֿירגעהאַלטן, געשאָלטן!… װאָרעם יעדער זיפֿץ אירער רײַסט־אױס באַ מיר אַ שטיק האַרץ!… הײַנט די מלחמה, װאָס מיר שטײט־פֿאָר מיטן טאַטן!… אים זאָגן, אַז איך האָב דיך ליב, אַז איך קאָן אָן דיר נישט לעבן?… אָט האָב איך דיר, זעסטו, אױסגעזאָגט דעם גאַנצן אמת…

פֿ ע ד י אַ: איך דאַנק דיר, עװאַ! (נעמט איר האַנט, װיל זי אַרומנעמען אינגאַנצן, זי לאָזט זיך נישט). װאָס איז מיט דיר, האַרציקע?

ח װ ה: איך װײס אַלײן נישט, װאָס מיט מיר איז! זע איך דיך נישט ― שטאַרב איך אַװעק… דערזע איך דיך ― צינדט זיך אָן אין מיר אַ פֿײַער ― נישט אַף דיר, נײן! נאָר אַף יענע, װאָס האָבן אױסגעטראַכט, אַז מענטשן זאָלן זײַן אָפּגעװײַטערט אײנס פֿון דאָס אַנדערע מיט זײער גלױבן און מיט זײער…

פֿ ע ד י אַ: מיר באַדאַרפֿן זיך אַװעקשטעלן העכער פֿון די אַלע קינדערײַען, װאָס מענטשן האָבן צוגעטראַכט! (רוקט זיך צו). איך זאָג דיר, דו קעניגן פֿון מײַן נשמה, אַז ס'נישטאָ די זאַך אַף דער װעלט, װאָס זאָל שטײן אונדז אין װעג… באַרויִק דיך, עװאַ, פֿאַרגעס נישט, אַז איך בין מיט דיר אַלע מאָל און אומעטום, און אַז דײַן גליק (באַגײַסטערט) ― דאָס איז דער אײנציקער צװעק פֿון מײַן לעבן! צוליב דיר װעט מיר שײַנען אָט די זון, זיך פֿאַרבן אָט דער הימל, גרינען אָט דאָס גראָז, בליִען אָט די קװײטן… צוליב דיר װעט מיר די גאַנצע װעלט זיך פֿאַרװאַנדלען אין אַ גן־עדן, און דו װעסט זײַן פֿאַר מיר די קעניגן פֿון דעם גן־עדן, און איך װעל זײַן דײַן געטרײַער קנעכט! איך װעל היטן דײַנע טריט, דײַן שלאָף, דײַנע קאַפּריזן, קוקן אין דײַנע אױגן. אין די שײנע קלאָרע אױגן דײַנע!…

ח װ ה: (כאַפּט אים אַרום אין עקסטאַז מיט בײדע הענט אַרום האַלדז). אױ! פֿעדיאַ! פֿעדיאַ! (לאָזט אים אָפּ). דו מאַכסט מיך קראַנק! דו מאַכסט מיך משוגע! איך װעל אַראָפּ פֿונעם זינען ― אַזױ ליב האָב איך דיך! איך בין אַ פֿאַרפֿאַלענע ― איך װײס דאָס, איך פֿיל, אַז איך גײ צו גרונט, נאָר איך קאָן מיך נישט בײַקומען! איך גײ פֿאַרלױרן, איך בין אַ פֿאַרלױרענע!… (באַהאַלט דאָס פּנים אין די הענט).

פֿ ע ד י אַ: אַ פֿאַרלױרענע? צו װאָס זאָלסטו עס זאָגן, קרײנדעלע, אַז דו װײסט, אַז ס'איז נישט אַזױ? צו װאָס, האַרציקע, אַזעלכע װערטער, אַז דו װײסט אַלײן, אַז דײַן נשמה איז לױטער, װי קרישטאָל, און אַלײן ביסטו רײן, װי אַ מלאך? (נעמט־אַרום איר טאַליע, רעדט איר גלײַך אין אױער, קושט אירע צעפּ). איך זע דיך אַ פֿרײלעכע, אַ צופֿרידענע, אַ גליקלעכע, אָ, טײַערע געטרײַע עװאַ מײַנע! דײַן פּנים שײַנט, זע איך, אַזױ װי די זון אין האַלבן טאָג… דײַנע אױגן לױכטן, זע איך, װי די שטערן אין האַלבע נאַכט… פֿון גליק, פֿון ליבע… און גיך װעט דאָס זײַן, גאָר־גאָר גיך… מיר'ן נאָך הײַנט זײַן בײדע באַם באַטיושקאַ אַלעקסײ…

ח װ ה: (האָט זיך אַרױסגעריסן פֿון זײַנע אָרעמס, גלײַך אַזױ װי אַ שלאַנג האָט זי אַ ביס געגבן, און איז שטײן געבליבן אַף די פֿיס). אָ, נײן! נײן! נישט הײַנט! הײַנט נישט!… איך װיל נישט! איך קאָן נישט! (פֿעדיאַ צו איר ― ער װיל זי אַרומנעמען). לאָז מיך! לאָז מיך אָפּ! גענוג גענוג אָנגערעדט זיך! פֿעדיאַ, אַנטלױף! פֿאָלג מיך.― טראָג זיך אָפּ!… פֿאַרנאַכט זעען מיר זיך נאָך אַמאָל, װידער אָט אַ דאָ… גײ, פֿעדיאַ! גײ, טײַערער!

פֿ ע ד י אַ: (קאָן נישט אַװעקגײן, קוקט איר אין די אױגן, דריקט איר די האַנט, לאָזט זיך גײן, קוקט זיך אום צוריק, מאַכט צו איר מיטן היטל. זי שיקט אים אַ קוש אין דער לופֿט, און נאָך אַ קוש, און נאָך אַ קוש. ― אומבאַמערקט באַװײַזט זיך פֿון דער װײַטן ט בֿ י ה , אין דער צײַט, װען פֿעדיאַ שפּאַנט־אַריבער צוריק איבערן פּלױט און חװה נעמט זיך צוריק צום גראָבאײַזן. ער קומט־אָן מיטן עמער אין האַנט, די פּאָלעס אונטערגעשטעלט, גײט־צו צום ברונעם בעת פֿעדיאַ איז שױן פֿון יענער זײַט פּלױט, שטעלט זיך אַװעק פֿון אונטער דער האַנט אַרױס אײַנצוקוקן זיך אין דער װײַטן, דערזעט די טאָכטער מיטן גראָבאײַזן אין די הענט, באַקלערט זיך פֿריִער װאָס ער זאָל טאָן, נעמט זיך דערװײַל צו דער אַרבעט ― שעפּן װאַסער).

ט בֿ י ה: (גרײט אַראָפּצולאָזן דעם עמער אין ברונעם אַרײַן, בלײַבט שטײן, רופֿט די טאָכטער מיטן פֿינגער). אַנו, קום נאָר אַהער, חװהלע! זײַ־זשע מוחל…

ח װ ה: (גײט־צו מיטן גראָבאײַזן). װאָס איז, טאַטע? מיך רופֿסטו?

ט בֿ י ה: (װײַזט מיט דער האַנט). װער איז אָט אַ יענער אָ אָט דאָרטן?

ח װ ה: (קוקט זיך אײַן). װוּ?

ט בֿ י ה: (װײַזט איר אַרױף, אַהין, װײַט). אָט אַ דאָרטן אָ, פֿון יענער זײַט פּלױט… צי עס װײַזט זיך מיר אױסעט?

ח װ ה: עס װײַזט זיך דיר אױס.

ט בֿ י ה: (הערט נישט אױף אײַנצוקוקן זיך). איך װאָלט אָבער געמעגט שװערן, אַז ס'אַ מענטש…

ח װ ה: (קוקט אױך אַהין). יאָ, ס'אַ מענטש.

ט בֿ י ה: און אױב כ'האָב קײן טעות נישט, דאַרף עס זײַן כװעדקע גאַלאַגאַן, זאָל מאַריך ימים ונשים זײַן… איז דאָס ער?

ח װ ה: ער…

ט בֿ י ה: (מיטן פּנים צו דער טאָכטער). גײט ער נישט פֿון דאַנען?

ח װ ה: (דרײסט, דעם פֿאָטער אין די אױגן). פֿון דאַנען…

ט בֿ י ה: צו װעמען האָט ער עס באַדאַרפֿט, דער קדיש?

ח װ ה: צו מיר.

ט בֿ י ה: צו דיר?

ח װ ה: צו מיר.

ט בֿ י ה: װאָס־זשע האָט ער געװאָלט, דער תּכשיט?

ח װ ה: װאָס זאָל ער װעלן?

ט בֿ י ה: איך מײן… מסתּמא האָט מען געשמועסט?

ח װ ה: געװיס האָט מען געשמועסט.

ט בֿ י ה: פֿון װאָס, למשל? אַז פֿון געשעפֿט ― זיכער נישט, פֿון פּאָליטיקע ― נישט, און פֿון ביכער אױך נישט…

ח װ ה: האָסט נישט געטראָפֿן, טאַטע… מיר האָבן אַקוראַט גערעדט װעגן ביכער… (ציט־אַרױס פֿון קאָרסאַזש דאָס בוך, װאָס פֿעדיאַ האָט איר איבערגעלאָזט). אָט דאָס האָט ער מיר געבראַכט צו טראָגן…

ט בֿ י ה: אַ ביכל? (נעמט און באַטראַכט דאָס בוך). מהכתּיתי. ביכער דאַרף מען לײענען… פֿון ביכער װײסט מען אַלץ, װאָס אַף דער װעלט טוט זיך, סײַ אַפֿן הימל, סײַ אַף דער ערד. נאָר װאָס דען? אײן זאַך פֿאַר־

פֿ ו ן צ װ ײ װ ע ל ט ן 317 שטײ איך נישט: מיט ביכלעך קאָן מען, דאַכט מיר, טרעפֿן גלײַך אין שטוב אַרײַן. צו װאָס שפּאַנען איבער אַ פּלױט, װי אַ יװן אין סוכּה?… צי אפֿשר איז דאָס אַזאַ סחורה, װאָס האָט מורא פֿאַר אַ גוט־אױג?… פֿון די גוטע ביכלעך, װאָס מע דאַרף זיך מיט זײ באַהאַלטן אַפֿן בױדעם?

ח װ ה: (נעמט־צו דאָס ביכל). ס'איז דװקא אַ לעגאַל ביכל און מע מעג עס לײענען ― ס'איז פֿון גאָרקין.

ט בֿ י ה: (מאַכט־צו אײן אױג). פֿון גאָרקען? װער איז געװען דער גאָרקע?

ח װ ה: מאַקסים גאָרקי ― אַ שרײַבער אַ רוסישער… דער צװײטער פֿון טאָלסטאָי, פֿונעם גראַף טאָלסטאָי, װאָס זײַן פּאַרטרעט הענגט באַ אונדז אַף דער װאַנט…

ט בֿ י ה: אַ? אָט אַ יענער גראַף טאָלסטאָי, װאָס זאָגט, אַז מע שטעקט דיר אָפּ אַ פּאַטש אין אײן באַק, זאָלסטו זאָגן ײשר־כּוח, דערלעבט איבער אַ יאָר ― און אונטערשטעלן די אַנדערע באַק?… און װאָס דרשנט ער, אָט דער דאָזיקער מאַקסים דײַנער? װי אַזױ הײסט ער ― גאָרקע?

ח װ ה: חוזק קאָנסטו מאַכן, טאַטע, פֿון װעמען דו װילסט, נאָר נישט פֿון אַזעלכע מענטשן, װי דער גראַף טאָלסטאָי אָדער גאָרקי… מאַקסים גאָרקי איז אַ מענטש, װאָס זײַן נאָמען לאָזט זיך הערן װײַט, זײַנע ביכער װערן איבערגעזעצט און געלײענט אומעטום. אַלצדינג, װאָס ער איז דערגאַנגען, איז ער דערגאַנגען פֿון זיך אַלײן, אין ערגעץ נישט געלערנט… אַ פּראָסטער מענטש, נאָר אַ גרױסער מענטש… אָט האָסטו זײַן פּאַרטרעט. (טראָגט־צו דעם פֿאָטער דאָס ביכל, װײַזט אים אַפֿן בילד).

ט בֿ י ה: (שטעלט־אַװעק דעם עמער, װישט־אָפּ די הענט אָן דער פּאָלע, נעמט דאָס ביכל, קוקט אַפֿן בילד מיט אײן אױג צוגעמאַכט, װי אַ מבֿין). פּסס! אַ גדול! (שאָקלט מיטן קאָפּ, פֿאַרבײַסט אַ ליפּ). טאַקע גאָר פֿון די גדולים!… װי אין פּסוק שטײט: ה י ד י ם י ד י ע שׂ ו ― אַ פּלײצע אַביסל! נו־נו! װי קאָן גאָר אַ ייִד אַזױ אױסװאַקסן? װוּ װעט זיך באַ ייִדן נעמען אַזאַ פּלײצע מיט אַזעלכע ידים?… (פּױזע). נאָר װײסטו, װאָס איך װעל דיר זאָגן, טאָכטער? מיר דאַכט זיך, אַז ער איז מיר עפּעס זײער קענטלעך! איך װאָלט געמעגט שװערן, אַז איך האָב אים געזען, אָט דעם נפֿש!

ח װ ה: װוּ האָסטו אים געקאָנט זען?

ט בֿ י ה: װוּ ― געדענק איך שױן נישט אַקוראַט. נאָר אױב איך האָב קײן טעות נישט, איז אָדער באַ דער באַן טראָגן זעק, אָדער אין װאַלד שלעפּן קלעצער…

ח װ ה: (נעמט־צו באַם פֿאָטער דאָס ביכל, באַהאַלט עס צוריק אונטערן קאַרסאַזש). קומט־אױס נאָך דײַנע רײד, אַז טראָגן זעק, אָדער שלעפּן קלעצער, איז אַ בזיון? און דו אַלײן, טאַטע, פֿלעגסט נישט שלעפּן קײן קלעצער?… 318 ש ל ו ם ע ל י כ ם

ט בֿ י ה: נישט הײַנט געדאַכט, פֿאַר װאָס נישט? (לאָזט־אַראָפּ מיטן שטריק דעם עמער אין ברונעם).

ח װ ה: און איצט האָרעװעסטו נישט? און מיר אַלע האָרעװען ניט? (קוקט װי דער פֿאָטער פֿאַרװאַרפֿט דעם שטריק מיטן עמער אין װאַסער).

ט בֿ י ה: דאָס איז אַ באַזונדערע זאַך, קינדעניו! דערױף איז פֿאַראַן אַ פּסוק אַ בפֿירושער, פֿאַרשטײסטו מיך, אין דער תּורה: ב ז י ע ת אַ פּ י ך תּ א כ ל ל ח ם ― דאָס שטיקל ברױט דאַרף מען פֿאַרהאָרעװען, אומזיסט גיט קײנער נישט… נאָר װאָס דען? נישט דאָס האָב איך דיר געװאָלט זאָגן… געװאָלט האָב איך פֿרעגן באַ דיר, זאָלסט מיר זאָגן, װאָס פֿאַר אַ באַקאַנטשאַפֿטן פֿירט איר עס? און װאָס פֿאַר אַ מחותּן איז מיט טבֿיהס טעכטער, אײגנטלעך, אַזאַ כאַם?

ח װ ה: (אַ טריט צוריק). פֿאַר װאָס קומט אים אַזאַ נאָמען? דו קענסט אים?

ט בֿ י ה: (ציט די שטריק מיטן עמער פֿון ברונעם). װאָס דען איז ער? מר־בר־רב־אַשיס אַן אײניקל? רב כװעדקע ברב מיקיטע גאַלאַגאַן ― אַ קלײניקײט! אַזאַ גױ אַ יאַבעדניק, װי מיקיטע, װאָס קומט־אַרױס פֿון סאַמע מיוחסים… דער זײדע טערענטי עליו השאָלעכץ געװען אַ שיכּור הגדול הגיבור והנורא און געשלאָגן דאָס װײַב דרײַ מאָל אַ װאָך, און דער עלטער־זײדע עליו הפּאָקרישקע איז געזעסן יומם וליל און אַכטונג געגעבן אַף די חזירים…

ח װ ה: (פֿאַרדראָסיק, נאָר האַלט זיך אײן). דו אַלײן זאָגסט װיפֿל מאָל, אַז דער עיקר איז דער מענטש אַלײן, נישט דער ייִחוס, פֿון װאַנען ער שטאַמט… סע שטײט געשריבן, זאָגסטו, אַז אַלע מענטשן קומען־אַרױס פֿון אײן טאַטן, און אַז אײן גאָט האָט זײ באַשאַפֿן, און קומט צו עפּעס…

ט בֿ י ה: (שטעלט־אַװעק דעם אָנגעשעפּטן עמער װאַסער אַף דער הילצערנער צאַמרינע פֿון ברונעם). ע, נאַרעלע, װײסטו דאָך גאָרנישט װאָס דו רעדסט. דאָס איז עפּעס אַ נ ד ע ר ש , און דאָס איז װ י ד ע ר עפּעס אַנדערש. באַ גאָט זײַנען טאַקע אַלע אַלץ אײנע מיוחסים. נאָר װאָס דען? װאָס צו גאָט איז צו גאָט, און װאָס צו לײַטן איז צו לײַטן, װי דער מדרש זאָגט…

ח װ ה: (לאָזט אים נישט ענדיקן). אַף אַלצדינג איז באַ דיר פֿאַראַן, טאַטע, אָדער אַ מדרש, אָדער אַ פּסוק, אָדער װי אַזױ נאָך הײסט עס דאָרט באַ דיר… װאָס פֿאַר אַ פּסוק װעסטו מיר אױסזוכן דערױף, װאָס אָט האָט גאָט באַשאַפֿן אַזאַ װעלט, אַזאַ שײנע װעלט (װײַזט מיט די הענט אַרום זיך), און אַזאַ גרױסע װעלט, און מענטשן קאָנען זיך נישט אײַנטײלן. דער זאָגט: צוליב מיר האָט גאָט באַשאַפֿן די װעלט, און דער זאָגט ― צוליב אים. דער באַרימט זיך, אַז זײַן גאָט איז דער אמתער, און דער זאָגט: נײן, מײַן גאָט איז דער אמתער!…

ט בֿ י ה: (פֿאַרשטעלט זיך די אױערן). טע־טע־טע! פֿילאָזאָפֿיע! פֿ ו ן צ װ ײ װ ע ל ט ן 319 פּידרעך! נעכטיקע טעג! אַפֿן הימל אַ יאַריד! הקיצור, נישט איך װעל דיך, נישט דו װעסט מיך איבערשפּאַרן, װי אין חומש שטײט געשריבן: כּ ל ע ו ר ב ל מ י נ ה ו ― איטלעכער װעט בלײַבן באַ זײַן משוגעת… װוּ־זשע האַלטן מיר, ברוך מזכּיר נשמות? יאָ! באַ דעם האַלטן מיר, אַז פֿאַרן רבונו־של־עולם זײַנען אַלע מענטשן גלײַך. ל י ה ש מ י ם ו ל י ה אָ ר ץ ― ייִדן און, להבֿדיל, גױים ― אַלע גלײַך. נאָר דאָס װײסטו, אַז די תּורה האָט אונדז אָנגעזאָגט, אַז מיר זאָלן ליב האָבן אַלע מענטשן, נאָר עמלקן זאָלן מיר געדענקען?!…

ח װ ה: אַקעגן װאָס זאָגסטו דאָס, טאַטע?

ט בֿ י ה: אַקעגן דעם, װאָס איך זיץ צװישן גױים אַזױ פֿיל יאָר, דער סטאַרשינאַ װעט פֿאַר מיר קײן זאַק באָרשט נישט אַװעקגעבן, און דער סטאַראָסטאַ ― יענער איז נאָך מיר גאָר די כּפּרה. אַיאָ? פֿונדעסטװעגן, לאָז גאָט היטן באַ אַ שׂימחה, איך מײן באַ אַ פּאָגראָם, װײס איך נישט אױב עס װעט זיך נישט פֿאַרװאַלגערן באַ זײ אין בוזעם אַ פּאָר שטײנער פֿון מײַנעטװעגן…

ח װ ה: צו װאָס אַזעלכע טרױעריקע געדאַנקען?

ט בֿ י ה: איך האָב מיך דערמאָנט אָן מענדל װערעביװקער, װאָס פֿאַר אַ סוף ער האָט געהאַט. (נעמט אָן די טאָכטער פֿאַר אַ האַנט). האָרך נאָר אױס, חװה, װאָס איך װעל באַ דיר פֿרעגן…

ח װ ה: װאָס װעסטו פֿרעגן?

ט בֿ י ה: נאָר זאָלסט מיר זאָגן אַקוראַט, נישט װי פֿאַר אַ טאַטן, נאָר װי פֿאַר אַ גוטן פֿרײַנט, װאָס האָט דיך ליב און זײַן אײנציקער װוּנטש איז דיך צו זען גליקלעך…

ח װ ה: (שטאַרק אומרויִק). צו װאָס אַזאַ לאַנגע פֿאָררעדע?

ט בֿ י ה: (נעמט זיך באַ דער באָרד). װי װאָלט געװען, למשל, װען איך קום צו דיר און זאָג דיר: טאָכטער לעבן! טו פֿון מײַנעטװעגן אַ זאַך, װאָס דיר קאָן דערפֿון נישט אַרױסקומען קײן רעה און מיר װעט דאָס זײַן די גרעסטע טובֿה ― װאָלסטו עס מיר געטאָן, צי נײן?

ח װ ה: געװיס יאָ…

ט בֿ י ה: און אַז ס'זאָל זיך דיר מאַכן טאָן אַ זאַך, װאָס קאָן אַװעקהרגענען דעם טאַטן, װאָלסטו דאָס געטאָן?

ח װ ה: געװיס נישט…

ט בֿ י ה: װיבאַלד אַזױ (פֿרײלעך), הײַנט װאָס האָבן מיר נאָך צו שמועסן? װיבאַלד אַזױ, איז ל א אָ מ ר כּ ל ו ם ― האָט קלים גאָרנישט געזאָגט!… נישט איך האָב דיך געפֿרעגט, נישט דו האָסט מיר געענטפֿערט… און װי אין פּסוק שטײט: ו י ש כּ ח ה ו ― מאַכט רש″י: „נע בולאָ ניקאָלע או מיקאָלע“… חבֿר װי געװעזן!… (ציט איר אױס זײַן האַנט. חװה נעמט באַ אים די האַנט מאַשינאַל. ער כאַפּט דעם עמער װאַסער און לאָזט זיך צו דער שטאַל־צו. חװה איז געבליבן שטײן און קוקט אים נאָך, ביז ער װערט פֿאַרשװוּנדן. זי לאָזט זיך גײן גלײַך װי צו אים און קערט זיך אָבער אום צוריק).

ח װ ה: (אַ מאַך מיט דער האַנט, צו זיך אַלײן, אַנטשלאָסן). נו! מיר′ן נאָך זעען!… (זי לאָזט זיך צו דער שטוב צו).

פֿ אָ ר ה אַ נ ג.

ענדע פֿונעם צװײטן אַקט.

דריטער אַקט ע ר ש ט ב י ל ד.

(באַם װאָלאָסטנאָי שרײַבער מיקיטאַ גאַלאַגאַן אין הױף ― קאָנטורן פֿון אַ שטוב. עס דאַרף צו זײַן פֿאַרענדערט פֿון דער דעקאָראַציע װאָס אין צװײטן אַקט דערמיט, װאָס אָנשטאָט דעם ברונעם קאָן זײַן אָדער אַ בױם מיט אַ בענקל אַרום בױם, אָדער אַ סטורדע הײ מיט הראַבלעס אָנגעװאָרפֿן, אָדער שטײנער, אָדער לײם־ציגל, אַרום װעלכע מע קאָן זיצן צוגעשפּאַרט און רײכערן ליולקעס. ― די דעקאָראַציע פֿונעם ערשטן בילד פֿון דריטן אַקט באַדאַרף זײַן צונױפֿגעשטעלט אַזױ, אַז װי־נאָר דאָס בילד ענדיקט זיך, זאָל דער צװײטער פֿאָרהאַנג זיך אױפֿהײבן און דאָס צװײטע בילד פֿון דריטן אַקט זאָל שױן קאָנען אָנפֿאַנגען. און אַזױ װי דאָס צװײטע בילד פֿון דריטן אַקט הײבט זיך אָן שבת־צו־נאַכטס, באַ שטאַרקער פֿינצטערניש, װעלן די איבעריקע אַקסעסואַרן פֿון דער פֿריִערדיקער דעקאָראַציע קאָנען אומבאַמערקט צוגענומען װערן. ― דער הױף דאַרף זײַן מער אין דער פּערספּעקטיװ, װי אין דער װירקלעכקײט. אין דער פּרעספּעקטיװ קאָנען זײַן בײמער, װעגן, רעדער און אױך, אױב מעגלעך, געמאָלטע קי. ― אַפֿן גראָז, אָדער אַף די שטײנער, אָדער באַם הײ, זיצן צוגעשפּאַרט דער בעל־הבית פֿונעם הױף, מ י ק י ט אַ ג אַ ל אַ ג אַ ן , ד ע ר ס ט אַ ר ־ ש י נ אַ מיטן ס ט אַ ר אָ ס ט אַ און מע רײכערט ליולקעס. אָנגעטאָן איז מען יום־טובֿדיק, מיט רױטע, בלױע און גרינע גאַרטלען, מיט װײַסע און גרױע שמױסענע היטלען, כאָטש ס'איז זומער. דער סטאַרשינאַ מיטן סטאַראָסטאַ טראָגן גרױסע בלעכלעך אַפֿן האַרצן. באַ דער זײַט שטײט, מיטן היטל אין אײן האַנט און מיט אַ גרױסן שטעקן אין דער אַנדערער האַנט, דער ס אָ ט ס ק י , אױך מיט אַ בלעכל און מיט געלע האָר אַפֿן קאָפּ, קוקט מיט רעספּעקט אַפֿן

סטאַרשינאַ מיטן סטאַראָסטאַ, װאַרט אַף זײער באַפֿעל).

מ י ק י ט אַ ג אַ ל אַ ג אַ ן: צװײ מאָל איז ער געװען באַ מיר, דער ייִד. אײן מאָל נאָך גאַנץ פֿרי, באַלד נאָך דעם, װי מײַן װײַב האָט פֿאַרטריבן די קו אין טשערעדע, און דאָס אַנדערע מאָל שױן נאָך האַלבן טאָג ― שױן בײדע געװען, אי ער, אי זי, זײַן װײַב, הײסט דאָס. מיך געבעטן, געוױינט, געחלשט, אין די הענט מיר געקושט, איך זאָל זײ נאָר זאָגן, װוּ זײער כװאַװאַ איז?

ס ט אַ ר ש י נ אַ: נו, און דו װאָס?

מ י ק י ט אַ ג אַ ל אַ ג אַ ן: איך װאָס? גאָרנישט! איך װײס נישט! פֿון װאַנען זאָל איך װיסן? און זײ װידער אַ מאָל און אָבער אַ מאָל! פֿאַלן מיר צו די פֿיס, קושן מיר די הענט און װײנען און קלאָגן און יאָמערן… און ער, טעװל הײסט עס, װײַזט מיר אַף גאָט און אַפֿן הײליקן לעמפּל ― איך זאָל אים צולאָזן צו זײַן כװאַװאַן נאָר אַף צװײ מינוט, נאָר אַף צװײ װערטער!… טשעפּע זיך אָפּ, קלעשטש! ייִד אײַנגעגעסענער, טפֿו!… (שפּײַט אױס).

ס ט אַ ר ש י נ אַ: און דו װאָס?

מ י ק י ט אַ ג אַ ל אַ ג אַ ן: איך װאָס? גאָרנישט! טשעפּע זיך אָפּ, זאָג איך, קלעשטש װאָס דו ביסט! אײַנגעגעסענער ייִד, טפֿו!… (שפּײַט־אױס). און דאָ ציטער איך, טאָמער טוט ער אַ קוק אַרײַן אין דער צװײטער האָרניצע ― דאָרט זיצט דאָך אַקוראַט זײַן כװאַװאַ! װאָס טוט מען? זאָג איך צו זײ: איר װעט אַװעקגײן, זאָג איך, מיט גוטן ― איז גוט, אַנישט, זאָג איך, האָבן מיר אַ זאַקאָן, זאָג איך, און פּאָ־זאַקאָנו קאָן איך, זאָג איך, אַראָפּברענגען דעם אוראַדניק אַהער!… מײנט איר, ער האָט זיך איבערגעשראָקן? דרײַ אוראַדניקעס, זאָגט ער, און אַפֿילו דער גובערנאַטאָר אַלײן קאָן אים אױך גאָרנישט טאָן! װאָרעם פֿאַר זײַן קינד קאָן ער אָנשפּאַרן צום קײסער ― איר הערט װערטער? צום קײסער!…

ס ט אַ ר ש י נ אַ: (צום בעל־הבית). און איך אַף דײַן אָרט װאָלט נישט אַזױ געטאָן… טעװל איז פֿאָרט אַן אײגענער מענטש… (צום סטאַ־ראָסטאַ). האָב איך רעכט, סטאַראָסטאַ? (שפּײַט־אױס).

ס ט אַ ר אָ ס ט אַ: (רײכערט). זײער גערעכט, האָספּאָדין סטאַר־שינאַ, טעװל איז אַן אײגענער מענטש.

ס ט אַ ר ש י נ אַ: און אַ גוטער מענטש, כאָטש ער איז אַ זשיד. האָב איך רעכט, סטאַראָסטאַ?

ס ט אַ ר אָ ס ט אַ: זײער גערעכט, האָספּאָדין סטאַרשינאַ, טעװל איז אַ גוטער מענטש, כאָטש ער איז אַ זשיד.

מ י ק י ט אַ ג אַ ל אַ ג אַ ן: (צום סטאַרשינאַ). װי אַזױ־זשע דען װאָלסטו געטאָן, האָספּאָדין סטאַרשינאַ?

ס ט אַ ר ש י נ אַ: (רײכערט). איך װי אַזױ װאָלט געטאָן? איך װאָלט נישט געװאַרט, ביז ער'ט קומען צו מיר, בעטן זיך און בוקן זיך… כ'װאָלט געקומען צום ייִדן און װאָלט אים געזאָגט: הער נאָר, טעװל, אַזױ און אַזױ איז די מעשׂה. מײַן זון כװעדאָר און דײַן טאָכטער כװאַװאַ האָבן זיך פּאָליובעט און זײ מוזן זיך נעמען. און אַזױ װי מײַן זון איז אַ פּראַװאָסלאַװנער און דײַן טאָכטער נישט, באַדאַרף דײַן כװאַװאַ אָננעמען אונדזער פּראַװאָסלאַװיע… (שפּײַט־אױס). האָב איך רעכט, סטאַראָסטאַ?

ס ט אַ ר אָ ס ט אַ: זײער גערעכט, האָספּאָדין סטאַרשינאַ! כװאַװאַ מוז אָננעמען אונדזער פּראַװאָסלאַװיע! (שפּײַט־אױס). פֿ ו ן צ װ ײ װ ע ל ט ן 323

מ י ק י ט אַ ג אַ ל אַ ג אַ ן: װאָס פֿאַראַ קלוגע קעפּ איר זײַט בײדע! איר פֿאַרגעסט, אַז טעװל איז אַ ייִד און איז קלוגער פֿון אונדז אַלעמען. אײדער מיר װאָלטן זיך אַרומגעקוקט, װאָלט ער זײַן טאָכטער באַשטאַט און אַזױ פֿאַרטאַכטאָרעט, אַז דער רוח אַלײן װאָלט זי נישט געקאָנט געפֿינען! ― דערצײלן זײ מיר מעשׂיות! אומזיסט בין איך געװען אַ װאָלאָסטנאָי שרײַבער גוטע פֿינף און דרײַסיק יאָר?

ס ט אַ ר ש י נ אַ: װאָלסט נאָך איצט אױך געװען אַ װאָלאָסטנאָי שרײַבער, זאָלסט נישט געװען גראָבן, דערלאַנגען און יאַבעדען אַף דער הראָמאַדע… מיט אַ הראָמאַדע טאָר מען זיך נישט זאַטשעפּען. האָב איך רעכט, סטאַראָסטאַ?

ס ט אַ ר אָ ס ט אַ: זײער גערעכט, האָספּאָדין סטאַרשינאַ! מיט הראָמאַדע טאָר מען זיך נישט זאַטשעפּען!

מ י ק י ט אַ ג אַ ל אַ ג אַ ן: װאָס איז מיט אײַער הראָמאַדע? אָט דאָ, אין דעם קולאַק (װײַזט אַ קולאַק), איז באַ מיר אײַער הראָמאַדע!

ס ט אַ ר ש י נ אַ: רעד נאָך אַ ביסל, װעסטו זיך באַ מיר דעררעדן!… (צום סאָטסקי). ע! סאָטסקי! װוּ ביסטו?

ס אָ ט ס ק י: (גײט־צו מיט גרױס רעספּעקט). אָט דאָ בין איך, האָספּאָדין סטאַרשינאַ!

ס ט אַ ר ש י נ אַ: אַנו, טו־נאָר אַ שפּרונג צום באַטיושקאַ בלאַ־האָטשינע, װאָס דױערט עס באַ זײ אַזױ לאַנג? די זון האַלט שױן װײַט (קוקט אַרױף). מע װעט שױן באַלד קלינגען צו דער װעטשערני ― ביז װאַנען װעלן מיר דאָ זיצן? מיר האָבן נאָך צו טאָן אין װאָלאָסט אױך גענוג. האָב איך רעכט, סטאַראָסטאַ?

ס ט אַ ר אָ ס ט אַ: זײער גערעכט, האָספּאָדין סטאַרשינאַ, מיר האָבן נאָך צו טאָן און צו טאָן!… (דער סאָטסקי גײט־אָפּ. עס קומט אַרױס פֿון שטוב די בעל־הביתטע, ט ע ק ל אַ , אָנגעטאָן אין אירע יום־טובֿדיקע מלבושים, מיט דער גרינער זאַפּאַסקע און רױטן קאָקאָשניק. זי הערט שיִער נישט אומגעװאַלגערט פֿונעם סאָטסקי, װאָס האָט זיך צעלאָזט אַזױ האַסטיק אַפֿן באַפֿעל פֿון זײַן נאַטשאַלסטװע).

ט ע ק ל אַ: (שפּײַט־אױס, שילט דעם סאָטסקי מיט דער תּוכחה און מיט אַ קװיטש). זאָלסט גאָר קײן גוטס נישט האָבן, דו רױטער הונט! רוק און לענד זאָלסטו ברעכן אַפֿן גלײַכן װעג! (בײַט־איבער דעם טאָן, גײט־צו זײער העפֿלעך, בוקט זיך נידעריק פֿריִער צום סטאַרשינאַ, דערנאָך צום סטאַראָסטאַ, פֿאַרגעסט נישט גריסן דעם מאַן אױך). געזונט זאָלן זײַן דער האָספּאָדין סטאַרשינאַ, דער האָספּאָדין סטאַראָסטאַ און דער האָספּאָדין כאָזיאַאין! מע האָט אײַך געלאָזט בעטן אין האָרניצע אַרײַן. עס דאַרף באַלד קומען דאָס פּאָרל פֿונעם באַטיושקאַ דעם בלאַהאָטשינע, װעלן מיר פֿון דאַנען גײן אינאײנעם אין דער צערקװע, און דערװײַלע װעט איר כאָטש נעמען צו גלעזלעך, לכּבֿוד דעם הײליקן שבת…

ס ט אַ ר ש י נ אַ: (הײבט זיך אױף, גלײַכט זיך אױס די בײנער). דאָס האָט מען שױן לאַנג באַדאַרפֿט! ס'איז הײס אין דרױסן און עס טריקנט אין גאָרגל… האָב איך רעכט, סטאַראָסטאַ?

ס ט אַ ר אָ ס ט אַ: (אױפֿגעלעבט). זײער גערעכט, האָספּאָדין סטאַרשינאַ, עס טריקנט אין גאָרגל. (פֿאַרהוסט זיך אַזש. אַלע גײען אָפּ צו דער שטוב צו. עס דערהערט זיך פֿון דרױסן אַ רעש פֿון אַ צוגעפֿאָרענער פֿור און אַ קול „טפּררררו!“ דערנאָך באַװײַזט זיך דאָס פּאָרל. חװה אָנגעטאָן װי אַ כּלה, מיט אַ הױכן קאָקאָשניק, אַן אױסגענײט העמד, אַ סך סטענגעס פֿון אַלערלײ קאָלירן און רױטינקע שיכלעך אַף די פֿיס. פֿעדיאַ גאַלאַגאַן ― מיט אַ בלום אין דער לאַץ. דאָס גרױע שמױסן־היטל פּאַסט זיך אים זײער צום פּנים מיט די שװאַרצע װאָנצעס).

ח װ ה: (גײט אױף צו פֿריִער, זעצט זיך צו אַפֿן בענקעלע, װאָס נעבן בױם, פֿאַרװאַרפֿט דעם קאָפּ). אוף!… איך װיל אַביסל אָפּרוען זיך אָט אָ דאָ. (עס רוקט זיך אָן דער פֿאַרנאַכט).

פֿ ע ד י אַ: (זעצט זיך נעבן איר). ביסט מיד?

ח װ ה: נישט מיד, נאָר כ'װיל אַזױ אַ ביסל זיצן… (בײגט זיך צו צו אים, שפּאַרט־אָן דעם קאָפּ אַף זײַן אַקסל. פֿעדיאַ נעמט זי אַרום, גלעט זי. ― פֿון װײַטן דערהערט זיך אַ קלינגערײַ אין די קלױסטער־גלעקער: גלין־גלין־גלאָן! גלין־גלין־גלאָן! חװה טוט זיך אַ כאַפּ־אױף). פֿעדיאַ! לאָז מיך!

פֿ ע ד י אַ: (האַלט זי צו). װאָס איז מיט דיר, עװאַ?

ח װ ה: (בעט זיך). לאָז מיך, פֿעדיאַ! לאָז מיך, טײַערער! איצט איז נאָך צײַט!… (אין דרױסן װערט פֿינצטערער און פֿינצטערער).

פֿ ע ד י אַ: װאָס צײַט? האָסט חרטה? װילסט מיך איבערלאָזן אַלײן? האָסט אַף מיר קײן קאַפּ רחמנות… איך בין באַ דיר גאָרנישט… (לאָזט זי אָפּ).

ח װ ה: נײן, נישט דאָס… דו פֿאַרשטײסט נישט. דאָס איז איבער מײַנע כּוחות!…

פֿ ע ד י אַ: װאָס איז איבער דײַנע כּוח?

ח װ ה: (הערט זיך צו, װי די גלעקער קלינגען). װי פֿאַרשטײסטו נישט? אָט דאָס אָ… אָט די אַלע צערעמאָניעס… און דאָס אָפּזאָגן זיך פֿון טאַטע־מאַמע, און פֿון אַלץ… אַך, פֿעדיאַ! װיפֿל נידערטרעכטיקײטן!..

פֿ ע ד י אַ: נאַרישקײטן! װערטער בלױז…

ח װ ה: סאַמע ליגן! ליגן און פֿאַלשקײט!

פֿ ע ד י אַ: צוליב אַזאַ הײליקן צװעק, װי אונדזער ליבע… (עס װערט נאָך פֿינצטערער).

ח װ ה: באַגײן אַ פֿאַרברעכן?… הרגענען טאַטע־מאַמע?… (פֿון שטוב באַװײַזט זיך טעקלאַ). ט ע ק ל אַ: (דרײט־אױס דעם קאָפּ אין שטוב אַרײַן). אָט זײַנען זײ אָ!… (אָפּ אין שטוב צוריק. דאָס פּאָרל כאַפּט זיך אױף).

ח װ ה: (צו פֿעדיאַן, גיט אים די האַנט). קום, פֿעדיאַ, קום, איך בין גרײט! (גײען־אָפּ בײדע אין שטוב אַרײַן. פֿון דרױסן קומען־אָן אַ גאַנצע כאַליאַסטרע פּאַרובקעס און שיקסעס, אַלע יום־טובֿדיק, אַלע מיט בלומען אין די לאַצן און אין די היטלען. אײנער פֿון די חבֿרה סקריפּעט אַף אַ פֿידל. דער אַנדערער באַראַבאַנעט אין אַ פּײַקל. די ייִנגערע פּאַרובקעס מיט די שיקסעס טאַנצן און זינגען צו): טשאָביטע, טשאָביטע װי מאָאי! טשאָם זשע װי נע ראָביטע, װי מאָאי? (זײ גײען און טאַנצן פּאָרלעכװײַז. עס װערט אַלע מאָל פֿינצטערער און פֿינצטערער. דאָס טאַנצן װערט לאַנגזאַמער און דאָס זינגען לאָזט זיך אױס מיט אַ מינאָרנע טאָן אױסגעצױגן: סאָנצע ניזענקאָ, װעטשער בליזענקאָ. ביז עס װערט שטאַרק פֿינצטער, און אַף דער בינע איז שױן נישטאָ קײנער. דעמאָלט װערט פֿאַרשװוּנדן די דעקאָראַציע פֿונעם ערשטן בילד און עס דערשײַנט די דעקאָראַציע פֿונעם צװײטן בילד פֿונעם זעלבן אַקט, װעלכער גײט אומאונטערגעבראָכן).

צ װ ײ ט ב י ל ד.

(באַ טבֿיהן אין שטוב די זעלבע דעקאָראַציע, װאָס אין ערשטן אַקט. ― שבת־צו־נאַכטס דער טיש איז נאָך געדעקט שבתדיק, מיט אַ װײַס טישטעך. צװײ מעשענע לײַכטער מיט די אױסגעברענטע בענטשליכט. צװײ קױלעטשן, איבערגעדעקט מיט אַ האַנטיכל מיט רױטע פֿרענזעלעך. עס הערשט אַ סומנע פֿינצטערניש. די שאָטנס קלעטערן אַף די װענט. עס הענגט אַף אַלץ אַ מרה־שחורהדיקע שטילקײט. עס הערט זיך שאַרף דער טיק־טאַק פֿונעם אַלטפֿרענקישן זײגער, װאָס אַף דער װאַנט. ― פֿון דער דרױסן־טיר קומט־אָן ג אָ ל ד ע פֿאַרװיקלט אין אַ שאַל, קױם װאָס מע דערקענט זי אין דער פֿינצטערניש).

ג אָ ל ד ע: (שטײט אַ װײַלע, טוט־אױס די שאַל, זיפֿצט, רעדט צו זיך אַלײן). פֿאַרשפּילט אַ קינד! פֿאַרזינדיקט!… מע לױפֿט אַרום זי זוכן… דעם נעכטיקן טאָג זוכט מען… פֿאַרפֿאַלן!.. גלײַך װי געשטאָרבן… ערגער װי געשטאָרבן, הלװאַי איך זאָל ליגן זאָגן…. װי טראָגט מען איבער דעם װײטיק? דעם בזיון?… (פּױזע. פֿאַרברעכט די הענט). גאָטעניו, גאָטעניו! אָדער גיב מיר אָפּ מײַן קינד, אָדער נעם מיך צו!… (טוט אַ קוק אין פֿענצטער אַרױס). אַ דונער איז מיר! שױן שטאָק־נאַכט ― צײַט מאַכן פֿײַער, זאָגן „גאָט פֿון אַבֿרהם“… (גײט־אָפּ אין קיך. עס דערהערט זיך אין גיכן פֿון דאָרט אַן אַלטע, נאָר אַן אָנגענעמע שטימע מיטן אַלטן באַהאַר־ציקטן נוסח): גאָט פֿון אַבֿרהם, פֿון יצחק און פֿון יעקבֿ! באַהיט דײַן ליב פֿאָלק ישׂראל פֿון אַלדאָס בײז! אונדזער ליבער שבת־קודש גײט אַװעק… די װאָך, װאָס גײט אַקעגן, זאָל אונדז קומען צו געזונט און צו פּרנסה, צו מזל און צו ברכה, צו גליק און צו הצלחה, צו תּורה, צו מעשׂים טובֿים און צו יראת־שמים, צו ישועות ונחמות און צו אַלעם גוטען געװען ― אָמן!

(טראָגט־אַרײַן דאָס אָנגעצונדענע לעמפּל, שטעלט עס אַװעק אַפֿן טיש. זיפֿצט). הלװאַי כאָטש אין דעם זכות פֿון שבת־צו־נאַכט, צוליב אַ פֿולער װאָך, טאָמער װעט פֿאָרט דער אײבערשטער רחמנות האָבן, טאָן אַ נס… ער, אַז ער װיל, קאָן ער!… (עס עפֿנט זיך די טיר און עס קומט־אַרײַן פֿון דרױסן צײטל, אײַנגעהילט אין אַ שאַל, אַ פֿאַרשמאַכטע).

צ ײ ט ל: אַ גוטע װאָך, מאַמע! (טוט־אױס די שאַל).

ג אָ ל ד ע: אַ גוטע װאָך, אַ גוט יאָר אונדז אַלעמען! (פֿאַלט אַפֿן בענקל, ברעכט־אױס אין אַ געװײן).

צ ײ ט ל: נו, גענוג, מאַמע, גענוג. ס'איז פֿון גאָט, װי דער טאַטע זאָגט… װוּ איז דער טאַטע? נישטאָ נאָך? (גאָלדע הײבט־אױף דעם קאָפּ, װישט־אױס די אױגן).

ג אָ ל ד ע: נישט געװען פֿון דעמאָלט אָן… לױפֿט אַרום, װי אַ פֿאַרסמטע מױז, פֿון אינדערפֿרי אָן, קלאַפּט אין אַלע טירן ― אַ נעכטיקער טאָג! קאַלטע פּריפּאַרקעס!…

צ ײ ט ל: זאָג עס נישט, מאַמע. אַפֿן טאַטן איז דאָ אַ האָפֿענונג. דער טאַטע קאָן רעדן…

ג אָ ל ד ע: װאָס העלפֿט דאָס קאָנען רעדן פּױליש, אַז מע לאָזט אין הױף נישט אַרײַן?… מע דאַרף נישט מער, קינדעניו, װיפֿל א י ך האָב פֿאַר זײ אױסגעװײנט… רעדן קאָן איך נישט, װי דער טאַטע דײַנער, אָבער װ ײ נ ע ן? װײנען קאָן איך בעסער פֿון אים! נאָר װאָס, מישטײנס געזאָגט? אַ גױ פֿאַרשטײט דען ייִדישע טרערן? אַ גױ פֿילט דען אַ ייִדיש האַרץ? (װײנט נאָך אַ װײַלע, װישט די טרערן). דער בראָך איז אַזױ גרױס, צײטל, אַז איך האָב גאָר פֿאַרגעסן אַ פֿרעג טאָן, װאָס מאַכט דײַן מאָטל, און די קינדער דײַנע װאָס טוען? צ ײ ט ל: מײַן מאָטל ― װאָס זאָל ער מאַכן? ער איז קראַנק. הוסט!… די קינדער, האָב איך אָנגעזאָגט מאָטלען, ער זאָל זײ לײגן שלאָפֿן, און אַלײן האָב איך מיך געלאָזט אַהער צו־פֿוס, װײַל ס'איז נאָך געװען שבת…

ג אָ ל ד ע: אָבער צו־פֿוס?

צ ײ ט ל: און אַז דער טאַטע איז געװען הײַנט צװײ מאָל באַ אונדז אין שטעטל, און בײדע מאָל צו־פֿוס, זוכן חװהן?

ג אָ ל ד ע: צװײ מאָל געװען באַ דיר?

צ ײ ט ל: הערסט! פֿון װאַנען זשע דען װאָלט איך געװוּסט פֿונעם אומגליק?

ג אָ ל ד ע: דער קאָפּ איז מיר אַזױ דערשלאָגן, אַז איך װײס גאָר־ נישט װאָס איך רעד!… מילא איך, װי אַזױ איך װעל עס איבערלעבן ― װײסט נאָר גאָט… װי אַזױ אָבער ער, דער טאַטע דײַנער, װעט דאָס אַרי־ בערטראָגן ― איז הלװאַי איך זאָל ליגן זאָגן!… אַז ער לאָזט גאָרנישט װײנען! און אַלײן איז ער שװאַרץ, װי די ערד… אַז ער האָט זי אַזױ ליב געהאַט! (שלאָגט זיך מיט בײדע הענט אין קאָפּ). חװה! חװה! חװה! װאָס האָסטו געטאָן מיט אונדז?!…

צ ײ ט ל: (נעמט־אַרום די מוטער, בײדע װײנען). אָבער, מאַמע!… (עס עפֿנט זיך די דרױסן־טיר און עס קומט־אַרײַן טבֿיה. ס'איז צו זען אַז דער מענטש איז צערודערט. די האָר צעבורשעט. נאָר נישט געװײנט, געלאַסן, רויִק, פֿאַרטיפֿט אין זיך אַלײן. גאָלדע און צײטל הערן־אױף צו װײנען, װאַרטן װאָס װעט זײַן).

ט בֿ י ה: (דרײט זיך פֿריִער אַרום אַ װײַלע אַף אײן אָרט, חי צעמישט, גלײַך װי ער װאָלט עפּעס געזוכט אַרום זיך, בלײַבט שטײן, רעדט צו זיך אַלײן). נו, טבֿיה? שײן אױסגעפֿײַנט זיך!… פֿײַן ― פֿײַן!… צער גידול בנים ― אָט דאָס הײסט נחת פֿון קינדער!… (נאָך אַ קורצער פּױזע, טוט זיך אַ פֿליק באַ דער באָרד). אַלטער נאַר!… (שרײַט הױך). דו ביסט עס װערט!.. דער הונט איז װערט דעם שטעקן!… װוּ זײַנען געװען דײַנע אױגן?… (אַ פּאַטש אין שטערן). דײַן שׂכל װוּ איז געװען?… (פּױזע. רעדט שטילער). דער גאַנצער װעלט געגעבן עצות, און אַלײן װעסטו שטאַרבן אַ נאַר… (פּױזע. גײט־אַרום, פֿאַרלײגט די הענט אַהינטער, טראַכט עפּעס. דערנאָך בלײַבט ער שטײן, האַלט צוגעמאַכט די אױגן. כאַפּט זיך אױף. נאָך אַ טיפֿן זיפֿץ). נאָר אײנס צום אַנדערן געהער זיך נישט אָן. װאָס צו גאָט ― איז צו גאָט… קײן צו־להכעיסן אים טוט מען נישט און קײן ברוגזלעך מיט אים פֿירט מען נישט. ס'איז מוצאי שבת־קודש אַף דער װעלט ― דאַרף מען אים מאַכן הבֿדלה… (עפֿנט־אױף די שאַפֿע, נעמט־אַרױס דאָס קאַראַפֿינטשיקל מיט בראָנפֿן מיטן קידוש־גלעזל, דערנאָך ― די ברײטע געפֿלאָכטענע הבֿדלה, טראָגט עס צו צום טיש, גיסט־אָן דאָס קידוש־גלעזל, רעדט דערװײַל). מילא, שלש־סעודות פֿאַרשפּעטיקט ― װעט ער מוחל זײַן… און מנחה־מעריבֿ האָב איך געדאַװנט ― אַזאַ יאָר אַפֿן גלחס קאָפּ!… (צום װײַב). געדענקסטו כאָטש, גאָלדע, װי װײך ער פֿלעגט צו מיר זײַן, ימח שמו וזכרו? כאָטש צו אַ מכּה אים צו צולײגן!… און תּמיד מיט אַזעלכע זיסע רײדעלעך, אַלץ פֿאַרגנבהנען זיך הינטן־אַרום: „נאַש באָך, װאַש באָך“… קום איך איצט און צו אים (בײגט זיך צו) אַ פֿאַל צו די פֿיס, אַז ער כאַפּט מיך נישט פֿאַר אַ האַנט, הײבט מיך אױף: „אי־פֿע, זאָגט ער צו מיר, טעװל! װי קומט דאָס צו דיר, אַז דו זאָלסט זיך, זאָגט ער, אַראָפּלאָזן אַזױ נידעריק, אַ מענטש, זאָגט ער, פֿאַר אַ מענטשן?“… „באַטיושקאַ! ― זאָג איך צו אים ― עס װאַלגערט זיך, זאָג איך, פֿאַר דײַנע פֿיס נישט קײן מענטש, זאָג איך, נאָר אַ טאַטע, אַן אומגליקלעכער פֿאָטער, זאָג איך, װאָס שלעכטע מענטשן, זאָג איך, זײַנען אים באַפֿאַלן אין מיטן העלן טאָג, זאָג איך, און װילן צונעמען, זאָג איך, באַ אים אַ קינד!… (גאָלדע און צײטל באַהאַלטן די פּנימער, װײנען). דו ביסט, זאָג איך, קלאָר, באַטיושקאַ, אין אונדזערע הײליקע ספֿרים, באַדאַרפֿסטו געדענקען, זאָג איך, דאָס משל, װאָס דער נבֿיא האָט דערצײלט דװיד המלכן, זאָג איך, מיטן שעפֿעלע, װאָס באַם אָרעמאַן ― איז געקומען דער נגיד און האָט אַװעקגעלײגט דעם אָרעמאַנס שעפֿעלע“… װאָס טױג אײַך ― איך האָב אים גוט אָרײַנגערעדט! װי טבֿיה קאָן!… (פּױזע). דאַרף מען, הײסט עס, מאַכן, זאָגט איר, הבֿדלה?… (רופֿט־צו די טאָכטער, גיט איר, זי זאָל האַלטן די געפֿלאָכטענע הבֿדלה. גאָלדע גײט אױך צו נענטער, זי זאָל הערן, װי ער מאַכט הבֿדלה. ער פֿאַרשטעלט זיך מיט דער לינקער האַנט די אױגן, אין דער רעכטער האַלט ער דעם כּוס, הײבט־אָן די װערטער „הנה אל ישועתי“ דװקא גאַנץ הױך, און מיט אַ ניגון, נאָר באַלד װערט אים דאָס קול איבערגעהאַקט, מער קײן װערטער הערט מען נישט, נאָר מע זעט, אַז ער װײנט, כאָטש דאָס פּנים זעט מען נישט, װאָרעם ס'איז פֿאַרשטעלט. אַף אים קוקנדיק, װײנען שטיל אױך גאָלדע און צײטל, באַהאַלטן די פּנימער אין די פֿאַרטעכער. מע הערט נאָר, װי ער לאָזט־אױס די װערטער מיט אַ ניגון: „המבֿדיל בין קודש לחול!“… אָפּגעמאַכט די הבֿדלה און אָפּגעזופּט פֿונעם קעלישעקל, גיסט ער אױס עטלעכע טראָפּן אַפֿן עק טיש, װאָס איז אָפּגעקאַטשעט פֿונעם טישטעך, צינדט־אָן דעם אָנגעגאָסענעם בראָנפֿן מיט דער געפֿלאָכטענער הבֿדלה, טונקט־אײַן אין פֿײַער בײדע קלײנע פֿינגער, טוט מיט זײ אַ װיש די אױגן, זאָגט עפּעס בעת מעשׂה שטילערהײט, דערנאָך שטופּט ער אָן דערמיט אַלע קעשענעס אַף אַ פֿולער װאָך). אַ גוטע װאָך! אַ גוטע װאָך!

ג אָ ל ד ע און צ ײ ט ל: אַ גוטע װאָך, אַ גוט יאָר!…

ט בֿ י ה: האָבן מיר זיך מיטן רבונו־של־עולם, הײסט עס, צערעכנט: ער מיר מײַנס, איך אים זײַנס ― קװיט! אַצינד קאָנען מיר זיך אומקערן צו אונדזערע אײגענע געשעפֿטן, װי אין פּסוק שטײט: א י ש ל פֿ ע ל ו… (פּױזע). נו, גאָלדע־ברודער? װאָס זאָגסטו? האַ?…

ג אָ ל ד ע: װאָס זאָל איך זאָגן? (ברעכט די הענט).

ט בֿ י ה: (קוקט אַפֿן װײַב, װי דורך ברילן). אָט אַזױ!… נישטאָ שױן באַ אונדז מער קײן חװה!… אַן עק ― אױס חװה!… שױן נאָך אַלע היומס… כּל־זמן עס האָט זיך נאָך געשלאָגן אַן אָדער, כּל־זמן זי איז נישט אַריבערגעטראָטן אַף י ע נ ע ר זײַט, האָב איך נאָך געהאַט אַ האָפֿענונג אַף גאָט און אַף זיך… איצט, אַז זי איז שױן אַריבער אַ ה י ן ― איך װײס עס שױן אַקוראַט, טבֿיה װעט נישט זאָגן דאָס, װאָס ער װײסט נישט, ― איז פֿאַרפֿאַלן, נישטאָ מער קײן חװה! געשטאָרבן חװה!… השם נתן, השם לקח ― אַזױ מוזן מיר זאָגן, און ברוך דײן אמת! (גאָלדע און צײטל װײנען). איצט קאָנט איר װײנען… יאָ! איצט האָט איר ביד צו װײנען. נאָר נישט טבֿיה… (דאָס קול איז אים געבראָכן, עס הערן זיך טרערן). בלאָטע! טבֿיה װײנט נישט! טבֿיה איז נישט קײן ייִדענע!… און על־פּי דין באַדאַרפֿן מיר זיך זעצן שיבֿעה… אַף אײן שעה נאָר… נישט מער װי אײן שעה… אַן אַנדערער אַף מײַן אָרט װאָלט געגאַנגען אָנפֿרעגן זיך באַ אַ רבֿ. איך דאַרף נישט פֿרעגן באַ קײנעם ― טבֿיה איז נישט קלײן צו װיסן אַ דין אַלײן. װאָרעם ער װײס, אַז באַ אָט אַזאַ־נ־אומגליק באַדאַרף מען זיך אַװעקזעצן אַף דער ערד נאָר אַף אַ שעה, נישט מער װי אַף אײן שעה, און ע ד כּ א ן א ו מ ר י ם ב ש ב ת ה ג ד ו ל! אָפּגעזעסן די שעה, אױסגעװײנט זיך ― גענוג! פֿאַרגעסן! װי אין פּסוק שטײט: ו־יש־כּ־ח־הו! אָט אַזױ װי מע פֿאַרגעסט אַ טױטן! נײן! װאָס זאָג איך? ערגער װי אַ טױטן! אַ טױטן דערמאָנט מען אַמאָל… נאָך אַ טױטן זאָגט מען קדיש, מע האָט יאָרצײַט… דאָ ― איז נישט שײַך קײן קדיש, נישט קײן יאָרצײַט. גאָרנישט! חװה לא יזכר ולא יפּקד! (גאַנץ הױך). אַזעלכע קינדער זײַנען נישט װערט קײן טרער! אַזעלכע קינדער טאָרן נישט דערמאָנט װערן, נישט צו גוטן, נישט צו בײזן ― ל א י ז כ ר ו ל א י פּ ק ד! איר הערט, װאָס איך זאָג אײַך? (נאָך העכער). דער נאָמען חװה זאָל מיר נישט דערמאָנט װערן מער!… געשטאָרבן חװה! ערגער װי געשטאָרבן! חװה איז גאָר קײנמאָל אַף דער װעלט נישט געװען!… (זעצט זיך אַװעק אַף דער ערד, ציט־אַראָפּ אײן שטיװל. אַף אים קוקנדיק, זעצן זיך אַװעק אױך דאָס װײַב און די טאָכטער, װאָס ברעכן־אױס אין אַ געװײן. טבֿיה, זיצנדיק אין אײן שטיװל, טוט זיך מיט אַ מאָל אַ כאַפּ־אָן מיט בײדע הענט באַם קאָפּ, קוקט אַרױף און רופֿט־אױס גאַנץ הױך, װי ער בײַ־זערט זיך). גאָט! גאָט! גאָט! װוּ ביסטו, גאָט?!…

ה אַ ס ט י ק פֿ אַ ל ט ד ע ר פֿ אָ ר ה אַ נ ג.

ענדע פֿון דריטן אַקט. (די זעלבע דעקאָראַציע, װאָס אין דריטן אַקט, צװײטן בילד. ― אַ פֿרימאָרגן.

ש ל מ ה ל ע און ש ײ נ ד ע ל ע , װאָס זײַנען נאָר־װאָס אױפֿגעשטאַ־ נען, שפּילן זיך אין אײנע העמדלעך מיט דער קאַץ).

ש ל מ ה ל ע: לאָז אָפּ די קאַץ, שײנדעלע!

ש ײ נ ד ע ל ע: װאָס עפּעס, שלמהלע?

ש ל מ ה ל ע: לאָז אָפּ, זאָג איך!

ש ײ נ ד ע ל ע: פֿאַר װאָס?

ש ל מ ה ל ע: אַזױ…. איך האָב מיך דערמאָנט, דער זײדע זאָגט, אַז אַ קאַץ טאָר מען נישט מוטשען ― ס'אַ צער בעלי־חײם.

ש ײ נ ד ע ל ע: װאָס הײסט עס „שערבעלע חיה“?

ש ל מ ה ל ע: נישט שערבעלע חיה, נאָר צער בעלי־חײם.

ש ײ נ ד ע ל ע: װאָס־זשע הײסט עס?

ש ל מ ה ל ע: ס'הײסט, זאָלסט דאָס אָפּלאָזן, אַנישט װעט דיך גאָט שטראָפֿן און דו װעסט שטאַרבן!

ש ײ נ ד ע ל ע: (לאָזט־אָפּ די קאַץ). אַזױ װי דער טאַטע איז געשטאָרבן?

ש ל מ ה ל ע: אַזױ װי דער טאַטע איז געשטאָרבן און אַזױ װי די באָבע איז געשטאָרבן.

ש ײ נ ד ע ל ע: נו, און די מומע חװה פֿאַר װאָס רעכנסטו נישט?

ש ל מ ה ל ע: די מומע חװה איז נישט געשטאָרבן. די מומע חװה איז ערגער װי געשטאָרבן…

ש ײ נ ד ע ל ע: װאָס הײסט עס ערגער װי געשטאָרבן?

ש ל מ ה ל ע: נישט דײַן עסק ― שװײַג!

ש ײ נ ד ע ל ע: (בלאָזט זיך אָן). פֿאַר װאָס זאָל איך שװײַגן?

ש ל מ ה ל ע: אַזױ. דער זײדע האָט געהײסן שװײַגן.

ש ײ נ ד ע ל ע: פֿאַר װאָס האָט ער געהײסן שװײַגן?

ש ל מ ה ל ע: אַזױ האָט ער געװאָלט.

ש ײ נ ד ע ל ע: פֿאַר װאָס האָט ער געװאָלט?

ש ל מ ה ל ע: ע! ביסטו דאָך אַ קלעשטש! טאָ נאַ זשע דיר! (דערלאַנגט איר אַ זעץ, זי אים צוריק. עס קומט־אָן צ ײ ט ל ).

צ ײ ט ל: שױן? אַ מלחמה צוױשן אײַך? אַ, נישט געדאַכט זאָלט איר װערן ― אַפֿן ניכטערן האַרצן? גײט אָנטאָן זיך, װעל איך אױסרױמען דעם הקדש און דערנאָך אײַך געבן אָנבײַסן! (שלמהלע און שײנדעלע גײען־אָפּ אין זײַטיקן חדר. צײטל בלײַבט און נעמט זיך רױמען די שטוב). װער װאָלט זיך דאָס געקאָנט ריכטן, אַז אין אַזאַ קורצער צײַט זאָל װערן אַזאַ מין איבערקערעניש אין אַ שטוב! אַזאַ תּל פֿון אַ גאַנצער משפּחה!… אַ צאָרן פֿון גאָט! איובֿס צרות, װי דער טאַטע זאָגט… דעם ערשטן פּעטשאַטעק האָב געמאַכט איך: צו אײן־און־דרײַסיק יאָר געבליבן אַן אַלמנה מיט צװײ קינדער פּיסקליאַטעס־יתומים אַפֿן טאַטנס קאָפּ… און די מאַמע האָט גענומען און איז אַװעקגעשטאָרבן, נישט געקאָנט צוזען דעם צער פֿונעם טאַטן, װאָס חװה האָט אים אַװעקגעקױלעט אָן אַ מעסער… (פּױזע). אױ, חװה! חװה! האָסט גענומען און האָסט זיך אַלײן באַגראָבן אַ לעבעדיקע און האָסט אונדז אַלעמען דעם קאָפּ אַראָפּגענומען, חרובֿ געמאַכט אַ גאַנצע סעמײסטװע… (נעמט זיך פֿאַרקערן דאָס לעצטע ביסל מיסט. ― פֿון דער דרױסן־טיר קומט אָן ט בֿ י ה מיט אונטערגעשטעקטע פּאָלעס, װי אַלע מאָל, בעת ער האַלט אין דער אַרבעט. אין אױסזען האָט ער זיך שטאַרק פֿאַרענדערט: גרױ װי אַ טױב, די פֿריִער־אונטערגעהאַקטע פּאות זײַנען אַביסעלע לענגער געװאָרן, נאָר די אױגן שמײכלען, װי פֿריִער).

ט בֿ י ה: אָנגעפּאָיעט דאָס פֿערדל מיט די בהמהלעך, קאָן מען שױן אַ טראַכט טאָן װעגן זיך אױך, װי מיר זאָגן אין דאַװנען: כּ ל ז מ ן ש ה נ ש מ ה ב ק ר ב י. אַ געדאַװנטער בין איך שױן, אַ געגעסענער אױך, איצט דאַרף מען געבן אַ פֿאָר־אַרױס קײן בױבעריק מיטן ביסל סחורה, קעז און פּוטער און שאָר ירקות. נעם, צײטל, קלײַב־צונױף דאָרט אין קעלער װאָס גאָט האָט געגעבן, דאָס גאַנצע ביסל גוטס. איכ'ל דערװײַל אַרײַנכאַפּן אַ קאַפּיטל תּהלים, װעט דאָס זײַן װי געפֿונען… (צײטל גײט־אָפּ דורך דער דרױסן־טיר. טבֿיה זעצט זיך אַװעק צום טיש מיט אַ תּהלים, װעלכן ער האָט אַרױסגעצױגן פֿונעם טיש־קעסטל, צעשאָקלט זיך און זינגט שטיל אונטער דער נאָז, נאָר ער לאָזט־אױס מיט אַ ניגון און הױך). „אַשרי כּל חוסי בו!“ (עס קומט־אָן צײטל מיט אַ צעשראָקן פּנים).

צ ײ ט ל: טאַטע! דער סטאַרשינאַ מיטן סטאַראָסטאַ מיט עפּעס נאָך גױים גײען אַהערצוצו…

ט בֿ י ה: ערשטנס, פֿון װאַנען װײסטו, אַז אַהער? און דאָס אַנדערע ― װאָס האָסטו זיך אַזױ דערשראָקן? מיט גנבֿהשע פֿערד האַנדל איך נישט? דעם קײסער זאַטשעפּע איך נישט?… װאָס קאָנען מיר טאָן די גױים, אַז מיר האָבן אַזאַ גרױסן גאָט? װי אין תּהלים שטײט געשריבן: מ ה י ע שׂ ה ל י אָ ד ם?… (עס עפֿנט זיך די טיר און עס קומען־אַרײַן גוײם. צװישן זײ דער סטאַרשינאַ מיטן סטאַראָסטאַ מיטן סאָטסקי ― אַלע דרײַ מיט בלעכלעך. די גוײם טוען־אױס די היטלען. טבֿיה בלײַבט אין היטל, נאָר ער מאַכט־צו דעם תּהלים, שטײט־אױף און איז מקבל־פּנים די געסט מיט אַ פֿרײַנטלעך שמײכל. דער סאָטסקי מיטן לאַנגן שטעקן בלײַבט שטײן באַ דער טיר).

ס ט אַ ר ש י נ אַ: געזונט זאָל זײַן טעװל!

ס ט אַ ר אָ ס ט אַ: (און נאָך אים אַלע גוײם, אױסער דעם סאָטסקי). אַ געזונט, טעװל!

ט בֿ י ה: אַ געזונט אַף אײַך אַלעמען, אַף דער גאַנצער הראָמאַדע. װאָס װעט איר זאָגן גוטס? און װאָס הערט זיך עפּעס נײַס אַף גאָטס װעלט? (אַלע גוײם קוקן אַפֿן סטאַרשינאַ).

ס ט אַ ר ש י נ אַ: נײַס? װאָס אַף דער װעלט טוט זיך װײסטו בעסער פֿון אונדז. דו ביסט אַ גראַמאָטנער און פֿאָרסט־אַרום טאָ הין, טאָ הער. און דערצו ביסטו אַ ייִד, און ייִדן װײסן אַלץ! (צום סטאַראָסטאַ). האָב איך רעכט, סטאַראָסטאַ?

ס ט אַ ר אָ ס ט אַ: זײער גערעכט, האָספּאָדין סטאַרשינאַ, ייִדן װײסן אַלץ!

ט בֿ י ה: סע קאָן זײַן, אַז מיר װײסן אַ סך, נאָר נישט אַלץ. אַלץ װײסט נאָר אָט אַ יענער אָ! (װײַזט אַרױף). װאָס־זשע פֿאָרט װעט איר זאָגן גוטס? (אַלע גוײם קוקן צום סטאַרשינאַ).

ס ט אַ ר ש י נ אַ: גוטס האָבן מיר דיר צו זאָגן, טעװל, װינציק… מיר זײַנען געקומען דיר זאָגן, אַז מע שיקט דיך אַרױס פֿון דאַנען… נישט מיר ― דאָס האָט די גאַנצע הראָמאַדע אַזױ געװאָלט… װאָס זאָגסטו, סטאַראָסטאַ?

ס ט אַ ר אָ ס ט אַ: זײער גערעכט, האָספּאָדין סטאַרשינאַ! די הראָמאַדע האָט אַזױ געװאָלט…

ט בֿ י ה: פֿאַר װאָס, אַ שטײגער? מיט װאָס האָב איך זוכה געװען אַזאַ כּבֿוד באַ אײַער הראָמאַדע? דאַכט זיך, איך האָב אין די העכער פֿופֿציק יאָר, װאָס איך זיץ מיט אײַך, קײנעם נישט באַגנבהט, אָדער באַגזלט, אָדער אָפּגענאַרט, אָדער אַזױ באַלײדיקט…

ס ט אָ ר ש י נ אַ: װער זאָגט דאָס דען? קײנער זאָגט דאָס נישט! נאָר הראָמאַדע האָט זיך אַרומגעזען, אַז פֿון אַלע דערפֿער שיקט מען אַרױס די ייִדן… װאָס זאָגסטו, סטאַראָסטאַ?

ס ט אַ ר אָ ס ט אַ: זײער גערעכט, האָספּאָדין סטאַרשינאַ, פֿון אַלע דערפֿער שיקט מען אַרױס די ייִדן…

ט בֿ י ה: מער נישט? און אַז אין אַלע דערפֿער װעלן זיך די גױים אָפּשנײַדן די נעזער, װעט איר אײַערע נעזער אױך געבן שנײַדן? (אַלע גוײם קוקן צום סטאַרשינאַ).

ס ט אַ ר ש י נ אַ: ביסט אַ טשודאַק, טעװל! ס'זאָל זײַן געװענדט אָן מיר, װאָלסטו דאָ געמעגט זיצן און זיצן ביזן טױט אַפֿילו… װאָס זאָגסטו, סטאַראָסטאַ?

ס ט אַ ר אָ ס ט אַ: זײער גערעכט, האָספּאָדין סטאַרשינאַ! ער װאָלט דאָ געמעגט אַפֿילו שטאַרבן!

ט בֿ י ה: מוחל! שטאַרבן שטאַרב שױן בעסער דו, אָדער דער סטאַרשינאַ! איר זײַט גױים מיט טשינעס, מיט בלעכלעך, אײַך װעט מען באַגראָבן מיט פּאַראַד… און מיך װעט מען דאַרפֿן פֿירן אין שטאָט אַרײַן, װאָרעם דאָ איז דאָך נישטאָ קײן ייִדישער בית־עולם… נײן, איך מוז נאָך לעבן, אַזױ לאַנג די ערד האַלט מיך, װאָרעם גאָט האָט מיך געבענטשט מיט קלײנע קינדער יתומים אַף דער עלטער… און װוּהין װעל איך זיך מיט זײ אַהינטאָן? סײַדן נעמען אַ טאָרבע און גײן איבער די הײַזער? פֿאַר װאָס קומט עס מיר?… (נאָך די פּנימער פֿון די גוײם איז צו באַמערקן, אַז זײ זײַנען גערירט פֿון זײַנע װערטער). און נאָך אַ זאַך דאַרפֿט איר געדענקען ― אַז ס'איז פֿאַראַן אַ גאָט אַף דער װעלט… איך זאָג נישט א ו נ ד ז ע ר גאָט, א ײַ ע ר גאָט ― איך רעד פֿון יענעם, פֿון אונדזער אַ ל ע מ ע נ ס גאָט, װאָס זיצט אָט דאָרט אױבן און קוקט־אַראָפּ אַהער אונטן און זעט אַלע פּאָדלאָסטן, װאָס װערן אָפּגעטאָן באַ אונדז, און פֿאַרשרײַבט דאָס אַלצדינג צו זיך אין בוך אַרײַן, װי אין די הײליקע ספֿרים שטײט געשריבן… (די גוײם קוקן זיך איבער, שאָקלען־צו מיט די קעפּ).

ס ט אַ ר ש י נ אַ: (זיפֿצט). ביסט אַװדאַי זײער גערעכט, טעװל, ביסט גערעכט, װי גאָט אַלײן. נאָר װאָס קאָנען מיר טאָן? קעגן דעם װילן פֿון דער הראָמאַדע קאָן מען נישט גײן, װען דו זאָלסט אַפֿילו אַװעקשטעלן דרײַ עמער בראָנפֿן! װאָס זאָגסטו, סטאַראָסטאַ?

ס ט אַ ר אָ ס ט אַ: זײער גערעכט, האָספּאָדין סטאַרשינאַ, אַפֿילו דרײַ עמער בראָנפֿן!…

ט בֿ י ה: (טראַכט אַ װײַלע). װײסט איר זשע, װאָס איך װעל אײַך זאָגן? שאַ! אָט װעלן מיר באַלד װיסן, װאָס מיר זאָלן טאָן. איר זאָגט, אַז דאָס איז דער װילן פֿון דער הראָמאַדע? דער װילן פֿון דער הראָמאַדע איז אַװדאַי הײליק. באַ אונדז איז אױך אַזױ: אַז קהל װיל, איז פֿאַרפֿאַלן. די מעשׂה איז אָבער די, װאָס דער װילן פֿון גאָט איז נאָך הײליקער. װאָס קומט־אַרױס, װאָס קהל װיל, אַז גאָט װיל נישט? סײַדן, גאָט אַלײן הײסט, אַז איר זאָלט נעמען אַ מענטשן אומזיסט־אומנישט און צעברעכן אים אַף שטיקלעך… אױב אַזױ, װעלן מיר פּרוּװן. מיר'ן עס באַלד װיסן… (אַלע גוײם קוקן אַפֿן סטאַרשינאַ).

ס ט אַ ר ש י נ אַ: װי אַזױ װעלן מיר דאָס װיסן?

ט בֿ י ה: װי אַזױ מיר'ן דאָס װיסן? מיר'ן װאַרפֿן גורל. (לײגט־אַװעק די האַנט אַפֿן תּהלים). אָט דעם ספֿר זעט איר? ס'איז אונדזער תּהלים. „פּסאַלטיר“ הײסט דאָס באַ אײַך… אַ הײליקער ספֿר… װעל איך אײַך זאָגן אַ װאָרט, אײן װאָרט נאָר, אַרױסגענומען פֿונעם דאָזיקן הײליקן בוך. איז אױב עמעצער פֿון אײַך װעט מיר קאָנען נאָכזאָגן דאָס דאָזיקע װאָרט, איז אַ סימן, אַז הראָמאַדע איז גערעכט, און אַז נישט ― איז אַ סימן, אַז גאָט הײסט נישט, איר זאָלט מיר שלעכטס טאָן… גײט עס? (אַלע גוײם קוקן אַפֿן סטאַרשינאַ).

ס ט אַ ר ש י נ אַ: װאָס אַ ייִד קאָן צוטראַכטן, װעלן קײן צען גױים דערױף נישט פֿאַלן, זײ מעגן האָבן איטלעכער באַזונדער אַ קאָפּ, װי אַ פֿאַס די גרױס! װאָס זאָגסטו, סטאַראָסטאַ?

ס ט אַ ר אָ ס ט אַ: זײער גערעכט, האָספּאָדין סטאַרשינאַ, אַ קאָפּ, װי אַ פֿאַס די גרױס!…

ס ט אַ ר ש י נ אַ: װאָס־זשע איז דאָס פֿאַר אַ װאָרט באַ דיר אַזעלכעס, טעװל? לאָמיר האָרכן.

ט בֿ י ה: גיב־זשע מיר אַ האַנט. (ציט־אױס דעם סטאַרשינאַ די האַנט. יענער דערלאַנגט אים אַ האַנט, אָבער מיט אַזאַ כּוח, אַז טבֿיה פֿאַרקרימט זיך אַזש און טוט אַ זאָג אין אַ זײַט). נו, אַ יד באַ דעם ערל ― זי מעג אים אָפּדאַרן!… (צום סטאַרשינאַ). געדענקט־זשע און הערט זיך אײַן אַלע מיט קאָפּ ― איך זאָג אײַך דאָס װאָרט: ו ח ל ק ל ק ו ת!… (די גוײם קוקן זיך איבער, רירן מיט די ליפּן).

ס ט אַ ר ש י נ אַ: נײן, טעװל, צו גיך! צו ראַשיק! עס קומט־אױס באַ דיר כאַל־כאַל־כאַל, עפּעס אַזױ װי אַ קאַלב װערגט זיך… װאָס זאָגסטו, סטאַראָסטאַ?

ס ט אַ ר אָ ס ט אַ: זײער גערעכט, האָספּאָדין סטאַרשינאַ, אַ קאַלב װערגט זיך…

ט בֿ י ה: אױב אַזױ, װעל איך אײַך זאָגן אַן אַנדער װאָרט. (בלע־טערט דעם תּהלים), זאָגט מיר דאָס װאָרט: מ מ ע מ ק י ם… (דער סטאַרשינאַ, דער סטאַראָסטאַ, אַלע גוײם, אױסער דעם סאָטסקי, שטרענגען אָן אַלע כּוחות, רירן מיט די ליפּן. ― פֿון צװײטן זײַטיקן צימער שטעקט־אַרױס דעם קאָפּ צײטל, רעדט צום פֿאָטער).

צ ײ ט ל: טאַטע! עס גײט אַהער דער אוראַדניק מיטן װאָלאָסטנאָי שרײַבער זאָזוליאַ! (אָפּ צוריק, לאָזט די טיר אַ ביסל אָפֿן און קוקט־אַרײַן מיט אײן אױג).

ט בֿ י ה: ברוך הבא, נײַע געסט! ו י בֿ ו א ה מ ן ― מאַכט רש″י: דער רוח האָט זײ געבראַכט… (ער טוט־אױס דאָס היטל. עס קומט אַרײַן ברײט, װי אַ גובערנאַטאָר, דער א ו ר אַ ד נ י ק אין זײַן גאַנצער אוניפֿאָרם, נאָך אים ― דער יונגער שרײַבער פֿון װאָלאָסט, ז אָ ז ו ל י אַ, מיט אַ גרױסן פּאָרטפֿעל).

א ו ר אַ ד נ י ק: (פֿאַרנײגט זיך קױם־קױם פֿאַרן סטאַרשינאַ מיטן סטאַראָסטאַ. דער סאָטסקי ציט זיך אױס, װי אַ סטרונע, און װערט פֿאַרשטאָרבן, אַלע גוײם בלײַבן פֿאַרגאַפֿט). ע־ע־ע… װוּ איז דאָ דער… דער… דער ייִד טעװעל?

ט בֿ י ה: (טרעט־אַרױס גאַנץ דרײסט). דאָס בין איך אָט יענער ייִד, װאָס הײסט טבֿיה… מיר דאַכט, אַז מיר זעען זיך נישט צום ערשטן מאָל… ערשט הײַנטיקן נאָװיגאָד האָב איך…

א ו ר אַ ד נ י ק: (די װאָנצעס אַרױף, רעדט שטרענג). איכ'ל בעטן, מיט זײַטיקע רײד מיר נישט פֿאַרפֿאָרן אין דער צײַט, װען איך בין באַשעפֿטיקט מיט די אָנגעלעגנהײַטן פֿון מײַן דינסט! (צו זאָזוליאַן). אַנו, זאָזוליאַ, זײַ זיך מטריח, נעם־אַרױס דעם פּריגאָװאָר און לײען!

ז אָ ז ו ל י אַ: (נעמט־אַרױס אַ פּאַפּיר פֿון פּאָרטפֿעל, אַ גרױסן בױגן, באַשריבן פֿון אַלע פֿיר זײַטן, שנײַצט־אױס די נאָז, הוסט זיך אױס און הײבט־אָן צו לײענען אַף אַ קול). „פּאָ אוקאַזו יעהאָ אימפּעראַטאָר־סקאָהאָ װעליטשעסטװאַ, מי ניזשעפּאָדפּיסאַװשיעסיאַ…',

ט בֿ י ה: (לײגט־אַװעק די האַנט אַפֿן שרײַבער זאָזוליאַס מױל). שאַ! איך װײס שױן װאָס װײַטער שטײט. (צום אוראַדניק). דאָס איז דער פּריגאָװאָר פֿון דער הראָמאַדע, װאָס מע שיקט מיך אַרױס פֿון דאָרף? צו װאָס די אומזיסטע טירחה מיט לײענען פּאַפּירן? דאָס קאָן מען דאָך זאָגן אין דרײַ װערטער: „זײַט זשע מוחל, רב טבֿיה, מע בעט אײַך מחילה“ ― קורץ און שאַרף!

א ו ר אַ ד נ י ק: (אױסער זיך פֿאַר כּעס). איך פֿאַרשטײ נישט ― דו לערנסט מיך װאָס צו טאָן? מײַן אַרבעט ― איך דאַרף דיר דורכלײענען דעם פּריגאָװאָר, און דו דאַרפֿסט זיך אונטערשרײַבן, אַז דו האָסט אים אױסגעהערט! פֿאַרשטאַנען?

ט בֿ י ה: װאָס איז דאָ צו פֿאַרשטײן? די גרױסע תּורה? צי די חכמה, װאָס שטעקט דערבײַ? פּכע! און פֿון אונטערשרײַבן איז אױך קײן מניעה נישט, אַבי ס'זאָל נאָר זײַן מיט װאָס מחמת די כּלים אַף צו שרײַבן ― דאָס איז אין מײַן גבֿול נישטאָ…

א ו ר אַ ד נ י ק: (צום שרײַבער). זאָזוליאַ! נעם־אַרױס דײַן שרײַבגעצײַג, װעט ער זיך אונטערשרײַבן! (זאָזוליאַ שלעפּט־אַרױס פֿון קעשענע אַ פֿלעשל מיט טינט, אײַנגעװיקלט אין אַ פּאַפּיר, ציט־אַרױס פֿון פּאָרטפֿעל אַ לאַנגע פּען, טונקט־אײַן פֿאָרזיכטיק און טראָגט־אונטער טבֿיהן, װי מע דערלאַנגט אײנעם אַ טײַערע מתּנה, צעלײגט דאָס פּאַפּיר, װײַזט אים מיט דער האַנט, װוּ צו חתמענען). נאָר פּאַװאָליע, זאָלסט נישט מאַכן קײן קליאַקס!

ט בֿ י ה: (נעמט די פּען). גוט װאָס דו האָסט מיר געזאָגט, װאָרעם מיט דער בײַטש אָרודעװע איך בעסער, װי מיט דער פּען… (צום אוראַדניק). שרײַבן שרײַב איך מיך אונטער אַף ייִדיש, אי דאָס ― קױם־קױם…

א ו ר אַ ד נ י ק: שרײַב װי דו קאָנסט, נאָר דו דאַרפֿסט װיסן, װאָס דו שרײַבסט. דו שרײַבסט זיך אונטער, אַז דו האָסט אױסגעהערט דעם פּריגאָװאָר און אַז אין פֿיר און צװאַנציק שעה פֿאַרלאָזטו דאָס דאָרף… פֿאַרשטאַנען?

ט בֿ י ה: װאָס איז דאָ צו פֿאַרשטײן? מע גיט מיר פֿיר און צװאַנציק שעה אַף אַרומצוקוקן זיך, כאַפּן דעם אָטעם, פֿאַרקױפֿן די כודאָבע, אײַנפּאַקן די בעבעכעס ― און מאַרש, װוּ די אױגן װעלן טראָגן? אַװדאַי איז דאָס „גם זו לטובה“, װי אין אונדזערע ספֿרים שטײט געשריבן, װאָרעם װאָס װאָלט איך געטאָן, װען מע זאָל מיר הײסן, איך זאָל די רגע נעמען די פֿיס אַף די פּלײצעס און אָפּטראָגן זיך פֿון דער דאָזיקער הײליקער ערד, װוּ מײַנע זינדיקע פֿיס טאָרן נישט…

א ו ר אַ ד נ י ק: (האַקט אים איבער שטרענג). גענוג! איך האָב קײן צײַט נישט אױסצוהערן דײַנע פּלאַפּלערײַען!… אונטערגעשריבן זאָל מיר װערן ― און אַן עק!

ט בֿ י ה: היט זיך ― איך שרײַב! (פֿאַרקאַטשעט די אַרבל, שטעלט־אַװעק דעם נאָמען „טבֿיה“ מיט אַזעלכע אותיות, װאָס מע קאָן זײ זען פֿון דער װײַטן אָן אַ בריל. גיט איבער די פּען צום שרײַבער און אַלײן אָטעמט ער אָפּ). ברוך שפּטרני!

ז אָ ז ו ל י אַ: (קוקט־אַרײַן אין פּאַפּיר). נו, אַ שרײַבעכץ באַ זײ!… (צום סאָטסקי). קריג מיר אַ ביסל זאַמד, ס'װעט זיך קײנמאָל נישט אױסטריקענען!… (דער סאָטסקי װאַרפֿט זיך אין אַלע װינקעלעך, קאָן נישט קריגן קײן ביסל זאַמד. זאָזוליאַ װערט אױפֿגעבראַכט, פֿאָכעט מיטן פּאַפּיר אין דער לופֿט, דערנאָך טראָגט ער עס צו צו דער װײַס־געשמירטער װאַנט, אַף װעלכער עס דרוקט זיך אָפּ טבֿיהס אונטערשריפֿט גאַנץ קלאָר. אין דער זעלבער צײַט האָט אים דער סאָטסקי געבראַכט צו טראָגן פֿון קיך אַ פֿולע זשמעניע מיט אַש פֿונעם אױװן. זאָזוליאַ טוט עס אים אַ שמיץ אין פּנים אַרײַן. ― דער עולם קלײַבט זיך אַװעקצוגײן. פֿריִער פֿון אַלע שטײט־אױף דער אוראַדניק, נאָך אים גײט־נאָך זאָזוליאַ מיטן פּאָרטפֿעל, דערנאָך דער סטאַרשינאַ מיטן סטאַראָסטאַ מיטן סאָטסקי, און נאָך זײ די איבעריקע גוײם).

ט בֿ י ה: (צום סטאַרשינאַ). נו? צו װאָס האָסטו געדרײט אַ מוח? פֿאַר װאָס האָסטו מיר באַלד נישט געזאָגט, אַז ס'איז שױן פֿאַרטיק באַ אײַך אַף מיר אַ פּריגאָװאָר?

ס ט אַ ר ש י נ אַ: (אַרױסגײענדיק). װאָס קאָן מען טאָן מיט אַ הראָמאַדע? הראָמאַדע אַז זי שפּאַרט זיך אײַן, איז װי אַ נאַראָװיסטע פֿערד!… װאָס זאָגסטו, סטאַראָסטאַ?

ס ט אַ ר אָ ס ט אַ: זײער גערעכט, האָספּאָדין סטאַרשינאַ, װי אַ פֿערד!…

ט בֿ י ה: (שרײַט זײ נאָך). הראָמאַדע שפּאַרט זיך אײַן? מע װײסט װער די הראָמאַדע אײַערע איז און װער עס האָט אײַך אױפֿגעבורעט!… מײנט נישט, אַז עס װעט אײַך אָפּלױפֿן גלאַט! מיר האָבן אַ גאָט! אַ גרױסן פֿ ו ן צ װ ײ װ ע ל ט ן 337 גאָט! און אַ שטאַרקן גאָט!… (דער גאַנצער עולם אָפּ. ― פֿון זײַטיקן חדר רײַסט זיך אַרײַן צײטל מיט אַ געװײן. אירע קינדער האַלטן זיך באַם פֿאַרטעך).

צ ײ ט ל: (ברעכט די הענט). װײ איז מיר! װינד איז מיר! װאָס װעלן מיר איצטער טאָן? איך האָב געהערט איטלעכס װאָרט!… װוּהין װעלן מיר גײן מיט אַזעלכע קלײנע קינדער?… (אַף איר קוקנדיק, װײנען אױך די קינדער).

ט ב י ה: (פֿאַלט־אָן אַף דער טאָכטער). זע־נאָר, װי זי האָט זיך עס אַביסל צעיאַכמערט, װי צו ונתנה־תוקף! און אַף איר קוקנדיק, די װערעם אױך… שוטה! װאָס װײנסטו װאָס? ס'אַ גאָטס זאַך!… און איך בין נישט קײן בן־יחיד באַ גאָט! נישט דער ערשטער און נישט דער לעצטער… פֿון װאַנען טרײַבט מען אונדז נישט, און װען טרײַבט מען אונדז נישט? האָט מען נישט געזאָגט נאָך אונדזער עלטער־עלטער־זײדן אַבֿרהם אָבֿינו: ל ך ־ ל ך מ אַ ר צ ך ― זײַט־זשע מוחל, רב אַבֿרהמל, א ל ה אָ ר ץ א ש ר א ר א ך ― אין פֿיר און צװאַנציק שעה, כאַ־כאַ־כאַ!… (צו די קינדער). אַז איר װעט אונטערװאַקסן און לערנען חומש, װעט איר קומען צו דער סדרה לך־לך, װעט איר זיך דערמאָנען, אַז מע האָט אײַך אַרױסגעשיקט מיטן זײדן און מיט דער מאַמע דערפֿאַר, װאָס… דערפֿאַר, װאָס מיר זײַנען ייִדן. א ת ה ב ח ר ת נ ו מ כ ל ה ע מ י ם ― מע האָט אונדז ליב אומעטום… אַז איר'ט אױסװאַקסן און װערן גרױסע, װעט איר ערשט דעמאָלט פֿאַרשטײן דעם אמתן פּשט פֿון דער סדרה לך־לך… איר, גײט אײַך דערװײַל שפּילן (פֿירט זײ אַװעק אין צװײטן חדר), און דו, צײטל, נעם זיך פּאַקן אין װעג אַרײַן. ביז איך װעל קומען, װעסטו זײַן גרײט. איך װעל אױספֿאַרקױפֿן דאָס ביסל כודאָבע, און מיר'ן נאָך הײַנט אַף דער נאַכט קאָנען אָפּרײניקן זײ דאָס הײליקע דאָרף… װוּהין? װוּהין גאָט װעט הײסן, אַבי נישט צװישן אַזעלכע חיות, װאָס מיר האָבן זײ געהאַלטן פֿאַר מענטשן… װוּ איז ערגעץ מײַן בײַטש? (געפֿינט די בײַטש). אָט איז די בײַטש. װי אין פּסוק שטײט: כ י ב מ ק ל י ע ב ר ת י א ת ה י ר ד ן ― מאַכט רש″י: געקומען מיטן בײַטשל און אַװעק מיטן בײַטשל… כאַ־כאַ־כאַ! (אָפּ. צײטל בלײַבט שטײן אַ װײַלע. דערנאָך טוט זי זיך אַ נעם צו דער אַרבעט. עס װערן אױפֿגעעפֿנט קאַסטנס און קעסטלעך, און זי פּאַקט װאָס זי קאָן, צעװאַרפֿט און לײגט־צונױף, מאַכט אַ חורבן).

צ ײ ט ל: כ'זאָל, זאָגט ער, פּאַקן זיך אין װעג אַרײַן… זאָל מיר אַזױ װיסן אַלדאָס בײז, װי איך װײס װאָס צו פּאַקעװען! אַז צו װאָס מע נעמט זיך ― איז אַן עבֿירה, און אַלצדינג איז טײַער, אײַנגעבאַקן אין האַרצן!… טאָמער איז קאַרג געװען די צרות װאָס ביז אַהער ― איז נאַ דיר אַ נײַע צרה. און אַלץ איבער איר!… כאָטש מיר גלױבט זיך נישט, אַז חװה… (אין דער מינוט עפֿנט זיך די דרױסן־טיר און עס באַװײַזט זיך אַף דער שװעל חװה, מיט אַ רױטער פֿאַטשײלע אַפֿן קאָפּ אַרומגעבונדן. זי האָט זיך פֿאַרענדערט, אָבער נאָך שענער געװאָרן. דאָס פּנים שטאָלץ, און אונטער דער רױטער פֿאַטשײלע, פֿאַרבונדן אַרונטער, זעט זי אױס װי אַ שײנע ציגײַנער־פּרינצעסן. אַפֿן האַלדז טראָגט זי קאַרעלן, אַ סך שנירלעך. צײטל דערזעט די שװעסטער, לאָזן זיך איר אָפּ די הענט, און זי בלײַבט אַ װײַלע אָן לשון. דערנאָך כאַפּט זי זיך מיט בײדע הענט באַם האַרצן). חװה?!…

ח װ ה: (נאָך אַלץ אַפֿן שװעל, אַ מאַך מיט דער האַנט). ששש!… אָן סצענעס! אָן געפּילדער! (קוקט זיך אַרום). דער טאַטע ניטאָ? (גײט־אַרײַן, מאַכט צו די טיר). איך האָב געמײנט, ער איז אין דער הײם… (באַטראַכט דעם חורבן). איר פּאַקט זיך אין װעג אַרײַן?… (צײטל גלײבט נישט אירע אױגן, קוקט זי זיך אײַן אין חװהן אין טױט־שרעק).

צ ײ ט ל: דו… דו… דו װײסט שױן?…

ח װ ה: געװוּסט שױן לאַנג, אַז סע קאָכט זיך… נאָר נישט געגלײבט, אַז אַזױ גיך… נישט געגלײבט… װי איז דאָס מעגלעך? װי איז דאָס מעגלעך?!… (גײט־צו נענטער, װאַרפֿט־אַראָפּ פֿון זיך די רױטע שאַל און זעצט זיך אַװעק צום טיש, שפּאַרט־אָן דעם קאָפּ אַף דער האַנט. צײטל הײבט־אָן קומען צו זיך, באַטראַכט די שװעסטער פֿון קאָפּ ביז פֿיס, װאַרט ביז יענע װעט עפּעס זאָגן. זעט ― יענע שװײַגט, הײבט זי אָן צו רעדן װײך, נאָר שטראָפֿנדיק).

צ ײ ט ל: װיבאַלד אַזױ, אַז דו האָסט געװוּסט, װי דו זאָגסט, שױן פֿון לאַנג, אַז עס קאָכט זיך, פֿאַר װאָס־זשע האָסטו געשװיגן? נישט שױן־זשע האָסטו נישט געקאָנט גאָרנישט טאָן צוליב אונדזער טאַטנס עלטער?… נישט שױן־זשע…

ח װ ה: (כאַפּט זיך אױף, װי אַן אָפּגעבריטע). שװעסטער, שװײַג! רעד נישט דאָס, װאָס דו װײסט נישט! איך בין נישט געקומען אַהער אױסהערן פֿון דיר מוסר! מאָראַל! נאָטאַציעס!… (צײטל טרעט־אָפּ אין שרעק, װיל זיך פֿאַרענטפֿערן).

צ ײ ט ל: נישט דאָס האָב איך געמײנט… איך האָב געמײנט, װוּ ביסטו געװען ביז אַהער? פֿאַר װאָס ביסטו…

ח װ ה: (ענדיקט פֿאַר איר). פֿאַר װאָס בין איך נישט געקומען פֿריִער? װי אַזױ האָב איך געקאָנט זײַן רויִק אין דער צײַט, װען איר האָט אַזױ פֿיל געליטן? פֿון װאַנען װײסטו, אַז איך בין געװען רויִק? װאָס װײסטו פֿון דער טראַגעדיע, װאָס איך האָב איבערגעלעבט ביז אַהער? די שרעק מיט די פּחדים מיט דעם קאָשמאַר? אַך, צײטל, מײַן נשמה איז דאָך געװען די גאַנצע צײַט אָט דאָ… איטלעכס מאָל, אַז איך האָב דערהערט פֿון אַ פּאָגראָם ערגעץ אין אַ שטעטל, בין איך געװען אַ צעמישטע!… (גײט־אַרום הין און צוריק, רעדט אין אױפֿרעגונג). מײַנע טרערן האָט קײן מענטש נישט געזען און מײַנע װײטיקן האָט קײן מענטש נישט געפֿילט!… (שטעלט זיך אָפּ אַקעגן צײטלען). און דאָס װײסטו, אַז אינעם טאָג פֿונעם יאָרצײַט נאָך דער מאַמע בין איך געװען אַף דער מאַמעס קבֿר? נײן, פֿון װאַנען זאָלט איר דאָס װיסן?… און אַז דעם טאָג פֿון יום־כּיפּור האָב איך געפֿאַסט ― דאָס װײסטו אַװדאי נישט… פֿון װאַנען זאָלסטו װיסן?… באַ אײַך בין איך אַ משומדתטע… אַ משומדתטע, כאַ־כאַ־כאַ!… (פּױזע. גײט־אַרום, שטעלט זיך אָפּ). א י ך ב י ן נ י ש ט ק ײ ן מ ש ו מ ד ת ט ע!… דו קוקסט מיך אָן? איך בין נישט משוגע, און איך רעד נישט פֿון היץ… מע האָט מיך נישט געשמדט דערפֿאַר, װאָס איך אַלײן האָב מיך נישט אָפּגעשמדט ― דו פֿאַרשטײסט װאָס איך זאָג?… דאָס װאָס דער גלח האָט דאָרט געפּרײמפּלט ― איז אַ פּוסטע צערעמאָניע… איך האָב מיך פֿון מײַן א י ך נישט אָפּגעזאָגט!… איך בין די אײגענע, װאָס כ'בין געװען…

צ ײ ט ל: װען דער טאַטע זאָל דאָס הערן!…

ח װ ה: װאָס־זשע װאָלט געװען?… צײטל! איך קען דעם טאַטן בעסער, װי דו! דער טאַטע ― דאָס בין איך!… איך װײס פֿריִער, װאָס ער װעט זאָגן… נאָר עס אַרט מיך נישט! עס מעג אַלצדינג פֿאַרברענט װערן! עס מעג די װעלט זיך איבערקערן ― איך װעל אױספֿירן מײַנס! (גײט־אַרום אױפֿגערעגט).

צ ײ ט ל: װאָס־זשע רעכנסטו צו טאָן, חװה? (זי זעצט זיך אַװעק צום טיש אין אַ דראַמאַטישער פּאָזע).

ח װ ה: דאָס, װאָס איר!… דאָרט װוּ איר ― דאָרט איך! אײַער אַרױסטרײַבן איז מײַן אַרױסטרײַבן! אין דער מינוט, װאָס מע האָט אונטערגעשריבן דעם פּריגאָװאָר אײַך ― האָט מען אונטערגעשריבן אױך מיר!… נישטאָ דער כּוח, װאָס זאָל מיך קאָנען אָפּהאַלטן! נישטאָ דער מענטש, װאָס זאָל מיך קאָנען איבעררעדן! צײטל, איך בין אַ פֿאַרבלאָנדזשעטע, נישט קײן פֿאַרלױרענע!… דו הערסט? אַ פֿאַרבלאָנדזשעטע!…

צ ײ ט ל: אױב אַזױ, װעט דיר דער טאַטע מוחל זײַן…

ח װ ה: איך בעט נישט, מע זאָל מיר מוחל זײַן! איך בין נישט קײן בעל־תּשובֿהניצע, װאָס כאַפּט אַ חרטה! איך האָב נישט געזינדיקט קעגן קײנעם, נאָר קעגן זיך אַלײן!… קײנעם קײן שלעכטס געטאָן, אױסער זיך אַלײן!… (פֿאַרטראַכט).

צ ײ ט ל: (מיניעט זיך). האָב קײן פֿאַראיבל נישט, שװעסטער, איך װיל דיך עפּעס פֿרעגן…

ח װ ה: (רײַסט איר איבער). איך װײס, װאָס דו װילסט מיך פֿרעגן ― װאָס װעט זײַן מיט י ע נ ע ם? מ י ט א י ם?… גאָרנישט! ער עקזיסטירט נישט מער פֿאַר מיר!… אַז ער האָט געקאָנט װיסן פֿונעם פּריגאָװאָר און באַהאַלטן פֿון מיר, מאַכן זיך, אַז ער װײס נישט פֿון װאָס צו זאָגן ― איז ער דאָס, װאָס ער איז, און װאָס איך האָב געמײנט, אַז ער איז עס נישט!… (רײַסט־אַראָפּ פֿון האַלדז די קאַרעלן, טוט זײ אַ שמיץ פֿון זיך). נישטאָ קײן צוריקקערן! פֿאַרברענט אַלע שיפֿן!… 340 ש ל ו ם ע ל י כ ם

צ ײ ט ל: (קוקט אין פֿענצטער, ברעכט די הענט). אױ, דער טאַטע!…

ח װ ה: (שטײט־אױף, לײגט־צונױף די הענט אַפֿן האַרצן, דרײסט). װאָס־זשע איז דער אױ? צו אים בין איך דאָך געקומען…

צ ײ ט ל: (אױסער זיך). אָט אַזױ אָ טאַקע אין אײן אָטעם? זאָל דיר גאָט אױסהיטן! מע דאַרף פּאַװאָלינקע, נישט מיט אַ מאָל… מע דאַרף אים צוגרײטן… אַ רחמנות אַפֿן טאַטן! לאָז מיך, שװעסטער, איך בין נישט אַזױ נאַריש, װי דו מײנסט…

ח װ ה: װאָס־זשע װילסטו פֿון מיר? (אומגעדולדיק).

צ ײ ט ל: זאָלסט איבערזיצן אַ װײַלע דאָרט באַ מיר… אָדער נײן ― די קינדער זײַנען דאָרט… בעסער אָט דאָ… (װײַזט אַף דער קיך־טיר). ביז איך װעל דיך אַ רוף טאָן… (װיל זי פֿירן).

ח װ ה: (לאָזט זיך נישט). װאָס פֿאַר באַהאַלטערלעך? איך האָב עס פֿײַנט! איך גײ גלײַך!

צ ײ ט ל: (צוגעשטאַנען). איך בעט דיך! טו מיר צוליב! נאָר אַף אַ װײַלע! (חװה אָפּ. צײטל טוט זיך אַ װאָרף צוריק צו דער אַרבעט. עס קומט־אַרײַן פֿון דרױסן טבֿיה).

ט בֿ י ה: (אַ װאָרף די בײַטש אין װינקל אַרײַן). װי אין פּסוק שטײט: ו י נ צ ל ו אַ ת מ צ ר י ם ― אױסגעפֿאַרקױפֿט אַלצדינג! פֿון דער גאַנצער כודאָבע געמאַכט אַ מחק… אױס טבֿיה דער מילכיקער!… און אַזױ גיך, אַזױ בחפּזונדיק!… אַ בײז אײַלעניש!… װי דער תּרגום זאָגט: ה אָ ג ב ר אָ ו ה אָ ט ר ס ק אָ… אין פֿיר און צװאַנציק שעה גענומען און צעבראָכן אַזאַ גוטס, אַ בעל־הבתּישקײט פֿון אַזױ פֿיל יאָרן! פֿאַרקױפֿט אַלצדינג בחצי־חינם, פֿאַר אַ דריטל געלט ― פּטור געװאָרן… (טרײסלט־אָפּ די הענט. פּױזע). װען גאָלדע עליה השלום זאָל אױפֿשטײן און אַ קוק טאָן אַף דעם חורבן!… (באַהאַלט דאָס פּנים, קוקט כּלומרשט אין פֿענצטער. דערנאָך קערעװעט ער זיך אױס צו דער טאָכטער). װײסטו, צײטל, מיט װעמען מיר איז געװען שװערער װי מיט אַלעמען צו שײדן זיך?

צ ײ ט ל: מיט װעמען?

ט בֿ י ה: מיט װעמען? מיט מײַן געטרײַען דינער, מיטן פֿערדל… קריעת ים־סוף! (זיפֿצט). אױסגעדונגען זיך און אָנגעהאַריקעט זיך גוט, און אָנגעפּאַטשט זיך גוט אײנס דאָס אַנדערע אין די הענט, נעם איך דאָס פֿערדל פֿאַרן פּאָװאָד, געװײנטלעך מיט דער פּאָלע, און גיב עס איבער דעם גױ און װינטשעװע אים מיט מזל־ברכה, ס'זאָל זײַן אין אַ גוטער שעה אַ מזלדיקער ― אַז מײַן בחור דרײט נישט אױס צו מיר די חנעװדיקע מאָרדע, טוט אַ קוק צו מיר מיט די צװײ פֿערדישע אױגן? אַ שטומע צונג, רעדן קאָן עס נישט, נאָר פֿאַרשטאַנען האָב איך גלײַך, װי עס װאָלט מיר װעלן זאָגן: „אָט אַזױ, טבֿיה, דאַנקסטו אָפּעט דײַן געטרײַ פֿערדל, װאָס פֿ ו ן צ װ ײ װ ע ל ט ן 341 האָט דיר געדינט שװער און ביטער אַזױ פֿיל יאָרן?!… גײ פֿאַרענטפֿער זיך פֿאַר אַ פֿערד און גיב אים צו פֿאַרשטײן, אַז איך בין דאָ גאָט די נשמה שולדיק, און אַז מע לערנט מיט מיר די סדרה לך־לך, און אַז איך אַלײן װײס נאָך אױך נישט, װוּהין איך גײ!… דערװײַל גײ איך אין שטאָט, שױן באַשטעלט אַ פֿור, און דאָרט אין שטאָט װעלן מיר שױן האָבן אַ ישוב. דאָרט זײַנען דאָך פֿאַראַן עפּעס ייִדן, פֿאַראַן אַ רבֿ, מסתּמא װעט מען אונדז שױן אַן עצה געבן: אַמעריקע, צי אַרגענטינע, צי פּאַלעסטינע, צי ארץ־ישׂראל… איך װאָלט אַפֿילו בעסער געװאָלט קײן ארץ־ישׂראל. װאָרעם װאָס װעל איך טאָן אַף די עלטערע יאָרן אין אַמעריקע? אַז נישט זײ פֿאַרשטײען מײַן לשון, נישט איך פֿאַרשטײ זײער לשון… זעסטו, ארץ־ישׂראל ― פֿאָרט, װי זאָגט מען, באַטקאָװשטשינע! װי אין פּסוק שטײט: א ר ץ ז בֿ ת ח ל בֿ ו ד בֿ ש… הײַנט װאָס איז װערט דאָס, װאָס מע קאָן זײַן אַף דער מוטער רחלס קבֿר, אין דער מערת־המכפּלה, כאַפּן אַ קוק אַפֿן ירדן, זען דעם באַרג סיני, אָנקוקן פּדן־ארם, קדש־ברנע און נאָך כּדומה אַזעלכע ערטלעך? (פּױזע). און דו, צײטל, זע איך, ביסט שױן אױך באַלד פֿאַרטיק?

צ ײ ט ל: באַלד פֿאַרטיק, נאָר צו די ספֿרים דײַנע האָב איך מורא געהאַט אָן דיר זיך צורירן…

ט בֿ י ה: זײער גלײַך… די ספֿרים װעל איך אַלײן אײַנפּאַקן. (גײט צו דער שאַפֿע, נעמט אַ ספֿר נאָך אַ ספֿר, פּאַקט אין קאַסטן). דאָס איז אַ חומש… דאָס ― אַ סידור, מײַן אַלטער סידור… מיר געדינט געטרײַ, װי, להבֿדיל, דאָס פֿערדל… דאָס ― אַ תּהלים… און דאָס? ― אַ סליחה… אַ הגדה… אַ קינה… און װאָס איז אָט אַ דאָס קלײנע װעװריקל? ― אַ בענטשערל… גײט אױך נישט צו־פֿוס… און װער שמועסט אָט־דער „מנורת־המאור“, אָדער אָט דער „שבֿט־מוסר“ אַף עבֿרי־טײַטש ― אין זײ קוק איך דאָך אַרײַן אַלע שבת באַטאָג… דאָס אַלץ דאַרף מען מיטנעמען אין גלות אַרײַן. דאָס איז אונדזער גאַנצן פֿאַרמעגן. די אײנציקע ירושה, װאָס מיר האָבן געירשנט פֿון אונדזערע אָבֿות־אַבֿותינו… (פֿונעם זײַטיקן חדר לױפֿן־אַרױס צײטלס קינדער און גלײַך צו טובֿיהן).

ש ל מ ה ל ע: װוּ ביסטו געװען, זײדעניו?
ש ײ נ ד ע ל ע: זײדע! װוּ ביסטו געװען?
ט בֿ י ה: געװען… (טאַפּט זיך אין די קעשענעס). או־װאַ, פֿאַר־
געסן אײַך ברענגען אַ מתּנה… געזעגנט זיך אָפּ מיט דעה דאָזיקער שטוב ― מיר פֿאָרן אַװעק הײַנט, קינדערלעך!…

ש ל מ ה ל ע: װוּהין פֿאָרן מיר, זײדעניו?

ט בֿ י ה: װוּהין די אױגן טראָגן… מע טרײַבט אונדז אַרױס…

ש ײ נ ד ע ל ע: פֿאַר װאָס טרײַבט מען אונדז אַרױס?

ט בֿ י ה: דערפֿאַר, װאָס מיר זײַנען ייִדן… ומפּני חטאינו גלינו מאַרצנו, קינדערלעך… אונדז טרײַבט מען, אונדז האָט מען געטריבן, אונדז װעט מען טרײַבן… (די גאַנצע צײַט, װאָס ער רעדט מיט די קינדער, רעדט ער נישט אױף צו פּאַקן די ספֿרים און אַנדערע זאַכן).

ש ײ נ ד ע ל ע, ש ל מ ה ל ה: (בײדע אינאײנעם). פֿאַר װאָס, זײדעניו, פֿאַר װאָס?

ט בֿ י ה: פֿאַר װאָס? זאָג איך דאָך אײַך ― דערפֿאַר, װאָס מיר זײַנען ייִדן… זײ װילן, מיר זאָלן זײַן אױס ייִדן… נאָר מיר זאָגן: נײן, ייִדן זײַנען מיר געװען, און ייִדן װעלן מיר בלײַבן!… מיר'ן זײ איבערלעבן!… אונדזערע זײדעס האָט מען נאָך ערגערס געטאָן ― מע האָט זײ געברענט אַפֿן פֿײַער, געטרונקען אין װאַסער ― און עס האָט נישט געהאָלפֿן: אױסגעפֿירט האָבן מיר!… געדענקט דאָס, קינדערלעך, געדענקט, װאָס דער זײדע זאָגט אײַך ― ס'װעט אײַך אַמאָל צונוץ קומען… אײַך װעט אפֿשר זײַן בעסער װי אונדז, געװיס בעסער, װאָרעם ס'װעלן קומען בעסערע צײַטן, װאָס מ'עט פֿאַרשטײן, אַז מיר זײַנען אױך מענטשן, גאָטס באַשעפֿענישן… דערװײַל זײַט גרײט ― מיר פֿאָרן… (צײטל מיניעט זיך די גאַנצע צײַט, װיל עפּעס זאָגן).

צ ײ ט ל: טאַטע, האָב קײן פֿאַראיבל נישט ― כ'האָב דיך געװאָלט עפּעס פֿרעגן…

ט בֿ י ה: װי אַזױ מע פֿאָרט קײן ארץ־ישׂראל?

צ ײ ט ל: (װיל אַרױף אַף אירס). נײן, נישט דאָס האָב איך געװאָלט פֿרעגן…

ט בֿ י ה: װאָס זשע? דו װילסט װיסן, װאָס װעלן מיר דאָרטן טאָן? דאָס, װאָס אַלע ייִדן! װאָס ס'װעט זײַן מיט כּ ל ישׂראל, װעט זײַן מיט ר ב ישׂראל! מה נפֿשך: הענט האָבן מיר? האָרעװען זײַנען מיר געװױנט? און מענטשן זײַנען דאָ אומעטום, און גאָט שמועסט מען נישט ― מלוא כּל האָרץ כּבודו!… (זיפֿצט). אַװדאי טוט מיר באַנג, אַװדאי איז מיר שװער זיך צו שײדן אָט מיט אָט די װענט! (באַװײַזט אַף די לײדיקע װענט). אָט מיט אָט דער ערד! (װײַזט אַראָפּ אַף דער ערד). איך װאָלט קושן אָט די װענט! איך װאָלט צוגעפֿאַלן צו אָט דער ערד! װאָרעם דאָ בין איך געבױרן, דאָ בין איך אױך אױפֿגעװאַקסן, דאָ האָב איך געהאַט צרות, דאָ האָב איך געהאַט נחת, פּראַװדע מער צרות װי נחת ― נאָר דאָס איז אַ גאָטס זאַך… (שטײט־אױף פֿון דער ערד, גלײַכט זיך אױס די בײנער, טוט אַ קוק אַרױס אין פֿענצטער). און אָט דער הױף? און אָט די פּריזבע, און דער גאָרטן, און אַפֿילו אָט דאָס פֿאַרטשאַכנעטע בױמעלע װעט זיך מיר חלומען באַנאַכט אין דער פֿרעמד… און ועל כּולם ― דאָס פֿערדל. (זיפֿצט). אױ, אָט דאָס פֿערדל! אַ שטיק געזונט האָט דאָס באַ מיר צוגענומען! איך זאָל האָבן אַ טבֿע פֿון װײנען, װאָלט איך מיך צעװײנט… דער רחמנות מיטן צער־בעלי־חײם… (פּױזע). אָן, זעסטו? (װײַזט מיט דער האַנט אַפֿן װינקל). דאַכט זיך, װאָס? אַ קאַץ, אַ חיה… פֿונדעסטװעגן איז פֿ ו ן צ װ ײ װ ע ל ט ן 343 אַף דער קאַץ אױך אַ רחמנות ― מיר פֿאָרן אַװעק, און זי לאָזן מיר איבער דאָ אַלײן. צער־בעלי־חײם…

צ ײ ט ל: (נעמט זיך אָן מיט קוראַזש). אַז ס'איז יאָ אַזױ, זאָג זשע מיר, טאַטע, פֿאַר װאָס איז אַף אַ חיה מער רחמנות, מער צער־בעלי־חײם, װי אַף אַ מענטשן?

ט בֿ י ה: שוטה! װער האָט דאָס דיר געזאָגט, אַז אַף אַ חיה איז מער רחמנות, װי אַף אַ מענטשן? דו האָסט פֿאַרגעסן, װאָס מיר זאָגן יום־כּיפּור צו כּל־נדרי?…

צ ײ ט ל: װאָס מיר זאָגן יום־כּיפּור װײסטו בעסער… נאָר איך װײס אַן אַנדער זאַך… (שטעלט זיך אײַן, רעדט שטיל, נאָר מיט אַ טאָן פֿון װיר־דיקײט, אַזױ, אַז דאָס קול ציטערט איר). איך װײס, אַז אָט פֿאָרן מיר אַװעקעט פֿון דאַנען, אַף שטענדיק, אַף אײביק, מיר װעלן שױן צוריק אַהער נישט אומקערן זיך קײנמאָל… און אײן מענטש לאָזן מיר דאָ איבער אײנעם אַלײן, עלנט װי אַ שטײן…

ט בֿ י ה: װאָס באַלעבעטשעט זי? װאָסער מענטש? װאָסער שטײן?

צ ײ ט ל: (קוקט דרײסט און גלײַך דעם פֿאָטער אין פּנים אַרײַן). דו האָסט פֿאַרגעסן, טאַטע, אַז דו האָסט נאָך אַ טאָכטער…

ט בֿ י ה: (איבערראַשט פֿון אומגעריכטקײט, בײַט זיך שטאַרק אין געזיכט, קאָן זיך קײן אָרט נישט געפֿינען, פֿאַלט־אָן אַף דער טאָכטער און נעמט שרײַען גאָר הױך אַף אַ קול). איך האָב נישט נאָך קײן טאָכטער! נישטאָ באַ מיר מער קײן טעכטער, נישטאָ און נישט געװען קײנמאָל! דו הערסט, װאָס איך זאָג? (קלאַפּט אין טיש. צײטל האָט זיך דערשראָקן. אינסטינקטיװ כאַפּט זי זיך אָן אין די קינדער).

ש ל מ ה ל ע: (צו טבֿיהן). װאָס האָסטו זיך צעשריגן, זײדעניו?

ש ײ נ ד ע ל ע: (צו טבֿיהן). װאָס בײזערסטו זיך אַף דער מאַמע? (דאָס רירט טבֿיהן, און ער רעדט שױן מיט אַ טאָן נידעריקער).

ט בֿ י ה: אײַער מאַמע פֿאָלגט נישט איר טאַטן… אײַער מאַמע װײסט נישט פֿון כּיבוד־אַבֿ… אײַער מאַמע דעררגזט מיך… װאָס דער טאַטע זאָגט, זאָגט זי מיר קאַפּױר… איך זאָג דיר נאָך אַמאָל, צײטל, און נאָך אַ מאָל, און נאָך צען מאָל, אַז איך האָב נישט מער קײן טעכטער! איך האָב נישט ― און שױן!… (פֿאַרלײגט די הענט אַהינטער און שפּאַנט־אַרום הין און צוריק).

צ ײ ט ל: (װאַרט איבער אַ װײַלע, ביז דער כּעס װעט אים אַ ביסל אָפּגײן). דו אַלײן זאָגסט, טאַטע, אַז סע שטײט געשריבן, דו װײסט שױן װוּ, אַז גאָט האָט רחמנות אַף אַלע זײַנע באַשעפֿענישן, אַפֿילו אַף אַ װאָרעם…

ט בֿ י ה: האָסט געהערט קלינגען, און קאָנסט נישט נאָכזינגען… (שטעלט זיך אָפּ). סע שטײט געשריבן אין… אין… (טראַכט). אין אַשרי־יושבֿי־בֿיתך שטײט דאָס געשריבן: ו ר ח מ י ו ע ל כּ ל מ ע שׂ י ו דער אײבערשטער טוט טאָן שפּײַזן אַלע זײַנע באַשעפֿענישן, פֿון די װיזלטיר ביז אַ קלײן װערעמל, און ביז אַ מילב אַפֿילו…

צ ײ ט ל: װאָרעם ער האָט אַף דעם רחמנות…

ט בֿ י ה: (פֿילט זיך געשלאָגן, שפּאַנט אַרום). רחמנות… רחמנות… ער האָט רחמנות… פֿון רחמנות רעדט זי איצט מיט מיר… (שטעלט זיך אַװעק אַקעגן צײטלען). רחמנות? פֿון רחמנות רעדסטו מיט מיר? װוּ איז געװען א י ר רחמנות דעמאָלט, װען איך בין געלעגן, װי אַ הונט, פֿאַרן גלח, ימח שמו וזכרו, זיך געװאַלגערט אים פֿאַר די פֿיס (בײגט זיך אײַן), געפּױזשעט, װי אַ װאָרעם?… פֿון װאַנעט װײס איך, אַז זי איז נישט געװען אין צװײטן חדר דעמאָלט און געהערט איטלעכס װאָרט ― װוּ איז געװען ד ע מ אָ ל ט איר רחמנות? (שפּאַנט־אַרום, בלײַבט שטײן, רעדט מיטן זעלבן טאָן פֿון איראָניע און פֿאַרביטערטקײט. ― אין דער צײַט, װען ער שפּאַנט־אַרום, גײען אים נאָך די קינדער אַקוראַט נאָך זײַנע טריט; ער שטעלט זיך אָפּ, שטעלן זײ זיך אױך אָפּ *). און װוּ איז זי געװען, בעת דײַן מאַמע עליו־השלום איז געלעגן אָט דאָ אױסגעצױגן אַף דער ערד, איבערגעדעקט מיט שװאַרצן?… װוּ איז געװען איר רחמנות דעמאָלט?…

צ ײ ט ל: דו אַלײן זאָגסט דאָך אָבער, אַז אַפֿילו גאָט איז מוחל די גרעסטע עבֿירה, אױב נאָר מע האָט חרטה און מע טוט תּשובֿה. און װער נאָך װײס, אַזױ װי דו, אַלצדינג, װאָס סע שטײט געשריבן?…

ט בֿ י ה: אָט טאַקע װײַל איך װײס, דעריבער זאָג איך דיר אַקוראַט, אַז דערױף האָט מען נישט חרטה און דאָ העלפֿט נישט קײן תּשובֿה!… דער װאָס גײט אײן מאָל אַװעק פֿון אונדז, יענער קומט נישט מער צוריק!… דאָס צװײַגל, װאָס מע רײַסט־אָפּ פֿאַלט־אָפּ ― מוז פֿאַרפֿױלט װערן!… (דערזעט פֿון דער װײַטן קאַרעלן אַף דער ערד, בײגט זיך אָן, הײבט עס אױף). װאָס איז פֿאַר קאַרעלן? גױיִשע קאַרעלן ― װי קומען זײ אַהער?…

צ ײ ט ל: (נעמט באַ אים די קאַרעלן, רעדט אין אײן אָטעם). דאָס איז אירע קאַרעלן, אירע קאַרעלן… און זי אַלײן איז אױך דאָ… זי האָט זיך אַרומגעקוקט! אַרומגעזען! זי האָט חרטה, טאַטע, זי װיל צוריק!… און נישט נאָר זי װיל צוריק ― זי איז שױן געקומען צוריק און איז גרײט מיט אונדז אינאײנעם איבערטראָגן אַלצדינג! דאָרט װוּ מיר ― דאָרט איז זי… (גײט־צו גאָר נאָענט, רעדט שטילער). זי איז געװען באַ דער מאַמע אַפֿן קבֿר ― דאָס װײסטו? זי פֿאַסט יום־כּיפּור, טאַטע, דו הערסט? זי פֿאַסט יום־כּיפּור…

ט בֿ י ה: (צעמישט). װער איז געװען אַפֿן קבֿר? װער פֿאַסט דאָס יום־כּיפּור? װאָסערע לאָקשן? װאָסערע פֿלאָמען? װאָס ― װער ― װעמען? ___________

* דער אױטאָר בעט ― נישט שאַרזשירן! די קינדער טוען דאָס ערנסט, די עלטערע באַמערקן נישט. פֿ ו ן צ װ ײ װ ע ל ט ן 345

צ ײ ט ל: װאָס הײסט װער? חװה! פֿון חװהן רעדן מיר דאָך!… (אין דער מינוט עפֿנט זיך די קיך־טיר און עס רײַסט זיך אַרײַן חװה. באַגעגנט זיך מיט טבֿיהס קוק, בלײַבט זי שטײן באַ דער טיר, אָן לשון, נאָר מיט גרױס װירדע און מיט גדלות צונױפֿגעלײגט די הענט אַפֿן האַרצן און קוקט דעם פֿאָטער גלײַך אין די אױגן אַרײַן. די ערשטע מינוט טוט זיך טבֿיה אַ לאָז צו דער דרױסן־טיר אַװעקצוגײן, נאָר צײטל פֿאַרגײט אים אַף צו־פֿריִער און אירע קינדער מיט איר).

ט בֿ י ה: (צו צײטלען מיט די קינדער). לאָזט מיך!… לאָזט מיך!…

צ ײ ט ל: זאָל איך קרענקען! זאָל איך שטאַרבן אָט אָ דאָ מיט מײַנע צװײ קינדער!… (האַלט אים צו, די קינדער װײנען).

ט בֿ י ה: (פֿאַרטומלט). װאָס טוט זיך דאָ? בין איך טבֿיה? אָדער איז דאָס אַ חלום? (װײַזט מיט דער האַנט). דער כּוח הדמיון… די געבליטן…

ח װ ה: (געלאַסן און דרײסט). נישט קײן חלום, נישט קײן דמיון, נאָר די װירקלעכקײט אַלײן… איך האָב געהערט אַלצדינג, װאָס דאָ איז גערעדט געװאָרן ― פֿון צװײַגעלעך, װאָס װערן אָפּגעריסן, און פֿון בלעטלעך, װאָס װערן אָפּגעפֿאַלן… (גײט־צו אַ פּאָר שריט נענטער). קײנער האָט קײן צװײַגן נישט געריסן, און בלעטער זײַנען נישט געפֿאַלן…

ט בֿ י ה: (חזרט איבער). „קײנער האָט קײן צװײַגן נישט געריסן, בלעטער זײַנען נישט געפֿאַלן“… (צעשרײַט זיך פּלוצים אַף אַ קול). ס'אַ ליגן! יאָ געריסן! יאָ געפֿאַלן!… (צעלאָזט זיך אַף חװהן). װאָן פֿון דאַנען!! װאָן פֿון מײַנע אױגן ― װאָן ! ! ! …

צ ײ ט ל: (לױפֿט־צו צום פֿאָטער, קושט אים די הענט). טאַטע! גאָט איז מיט דיר! װאָס טוסטו, טאַטע געטרײַער?

ש ל מ ה ל ע: זײדעניו, װאָס טוסטו? פֿאַר װאָס טרײַבסטו די מומע חװה?

ש ײ נ ד ע ל ע: דאָס איז דאָך אונדזער מומע חװה, זײדעניו!…

ט בֿ י ה: (װיל זיך אַרױסרײַסן פֿון די אײניקלעך). אַװעקעט, ממזרים! אָנגעהאַנגען זיך אַף מיר, װי די קלעשטשעס! (האָט באַלד חרטה, װאָס ער בײזערט זיך אַף זײ, גלעט זײ איבער די קעפּלעך). טײַערע קינדערלעך! אָרעמע שעפֿעלעך מײַנע! פֿון װאַנען האָט א י ר זיך אַהער גענומען אַף מײַן קאָפּ? נאַט אײַך גאָר אײניקלעך אַ פּאָר אַף דער עלטער! װי זאָגט איװאַן זלאָדי: „נע מאַלאַ באַבאַ כלאָפּאָטי“… (פּױזע). עך, גאָלדע, גאָלדע! דאָס איז געװען אַ חכמה! זי, עליו־השלום, פֿלעגט זאָגן: מע טאָר נישט זינדיקן, טבֿיה, מע טאָר זיך נישט קלאָגן, נישט בײזערן, נישט זײַן אין כּעס… אמת, װי איך בין אַ ייִד, אמת! כּעס איז עבֿודה זרה… מיט כּעס קאָן מען גאָרנישט מאַכן… מאַכן קאָן מען נאָר מיט גוטן… מיט גוטן… טבֿיה האָט פֿײַנט זיך אָפּעסן דאָס האַרץ… טבֿיה האָט ליב יעדע זאַך פֿריִער צו באַקלערן, באַטראַכטן, אַרומרעדן… װאָס װעט זײַן פֿון דעם, אַז מיר'ן זיך אַלע היצן, אַלע שפּרינגען פֿון דער הױט אַרױס, װי מיר זאָגן אין דער הגדה פּסח צום סדר: כּ ו ל נ ו ח כ מ י ם , כּ ו ל נ ו נ בֿ ו נ י ם? לאָמיר קאָרשט באַרעכענען, נאָר מיט אַ קלאָרן מוח און מיט קאַלטע לונג־און־לעבער: װאָס איז דאָ געװען? װאָס איז פֿאָרגעקומען?

צ ײ ט ל: (אױפֿגעלעבט). אָט דאָס װילן מיר דאָך! מיר װילן מיט גוטן…

ט בֿ י ה: (שלאָגט איר איבער). און איך װאָס װיל? איך װיל דען חלילה מיט בײזן? פֿאַר װאָס זאָל איך װעלן זײַן בעסער פֿונעם רבונו־של־עולם? אים שטײט־אָן צו זײַן אַ מוחל־עװנות און אָנשרײַבן אין סידור יום־כּיפּור צו כּל־נדרי מיט גרױסע קידוש־לבֿנה־אותיות: ס ל ח תּ י כּ ד בֿ ר י ך!?… נישט מער, אַז ס'האָט זיך שױן יאָ אַזױ געמאַכט, אַז מיר קאָנען זיך דורכשמועסן, װאָלט איך דיך געװאָלט עפּעס פֿרעגן… (צו חװהן, נישט קוקנדיק איר גלײַך אין פּנים, נאָר מיט אַ זײַט). װי אַזױ האָסטו נאָר־װאָס געהאַט געזאָגט? קײנער האָט קײן צװײַגעלעך נישט געריסן? בלעטלעך נישט געפֿאַלן? אַ ביסל אַ זאָג! (צו צײטלען). טבֿיהס טאָכטער רעדט נישט גלאַט… טבֿיהס טעכטער ― נישט געדאַכט זאָלן זײ װערן!…

צ ײ ט ל: (צו חװהן, שטאַרק אױפֿגעלעבט). װאָס־זשע? איך האָב באַלד געװוּסט, אַז דער טאַטע װעט…

ח װ ה: (צו צײטלען). אַלץ אײנס!… איך האָב מיך קײן קאָפּ נישט איבערגעשראָקן. איך האָב אײן מאָל געזאָגט, אַז איך גײ ― גײ איך… אױב נישט מ י ט אײַך, איז נ אָ ך אײַך… סײַ װי סײַ, דאָרט װוּ איר ― דאָרט איך. אײַער אומגליק ― מײַן אומגליק.

ט בֿ י ה: (אױך צו צײטלען). דו הערסט װערטער? דאָרט װוּ מיר ― דאָרט איז זי. אונדזער אומגליק ― איר אומגליק. אָט דאָס איז אַ לשון! אָט אַזױ רעדט טבֿיהס טאָכטער, און אָט אַזױ באַדאַרף זי רעדן!… אַנישט ― װאָס װאָלט געװען דער חילוק צװישן מענדל װערעביװקער און טבֿיה דעם מילכיקן?… אַנו, טוט אַ פֿרעג באַ מענדל װערעביװקער, װוּ שטײט „ברוגז רחם תּזכּור“? און לאָז ער אײַך זאָגן, װען זאָגן מיר „סלחתּי כּדבֿריך“, און װיפֿל מאָל זאָגן מיר „סלחתּי כּדבֿריך“? און װאָס איז די טײַטש „סלחתּי כּדבֿריך“? אַזױ לאַנג שמײַסט מען אים! אַ ייִד אַן עם־האָרץ איז ערגער פֿון אַ גױ!… (פּױזע). נישט מער, אײן זאַך: איך װאָלט אפֿשר באַדאַרפֿט צומאַכן די אױגן און מיטן ערשטן קוק װאָלט איך אפֿשר באַדאַרפֿט מוחל זײַן… (חװה מאַכט אַ באַװעגונג אַף צו ענטפֿערן. צײטל מאַכט צו איר מיט די הענט הינטערן פֿאָטערס פּלײצעס, זי זאָל שװײַגן). איז מיר שלעכט: סטײַטש, און װוּ איז גאָט? קעגן גאָט איז מען דאָך אַזױ זינדיק! אַזױ זינדיק!… נאָר צוריק באַטראַכט איך מיך: װאָס בין איך מחױב זיך אָננעמען גאָטס קריװדע?… (כאַפּט זיך אָן באַם קאָפּ). אַך טי, רבונו־של־עולם! דו ביסט מײַן עדות, אַז איך האָב ניט געבראָכן דאָס װאָרט, נאָר איך קאָן נישט מער! (שרײַט הױך). איך קאָן נישט! דו האָסט אַלײן אָנגעשריבן אין דײַן הײליקער תּורה: כּרחם אָבֿ על בנים; װאָס בין איך שולדיק, אַז זי איז פֿאָרט מײַנס אַ קינד? (שלאָגט זיך מיט דער האַנט אין האַרצן). פֿאָרט אײַנגעבאַקן באַ מיר אין האַרצן! אין דער נשמה! (צו חװהן, צענעמט ברײט די הענט). קום אַהער צו מיר, חװהלע, דו ביסט מײַן קינד!… (חװה פֿאַלט אים אַפֿן האַלדז. צײטל האָט אַרומגענומען אירע צװײ קינדערלעך, װײנט שטיל).

פֿ אָ ר ה אַ נ ג פֿ אַ ל ט ל אַ נ ג ז אַ ם.

געשריבן אין יאָר 1915