מאָנאָלאָגן: גיטל פּורישקעװיטש

שלום עליכם (אַלע װערק)

אַ מעשׂה, װי אַזױ אַ ייִדענע אַן אַלמנה, װאָס הײסט גיטל און האַנדלט מיט װיסאָצקיס טײ, האָט נאָך דרײַ יאָד שװערע אַרבעט איז דער דריטער דומע סוף־כּל־סוף אַרױסגעראַטעװעט איר בן־יחיד פֿון דינסט, אַװעקגעגעבן אַ גאַנצע פּריסוטסטװיע פּאָד־סוד, און דעריבער באַקומען אין שטאָט דעם נאָמען פּורישקעװיטש. דערצײלט אין אײן אָטעם טאַקע פֿון איר אַלײן.

― זעט נאָר, װי מע האָט זיך עס צונױפֿגעקליבן, װי אַף אַ בײז װוּנדער! צעגײט אײַך, ייִדן, װי זאַלץ אין װאַסער. מע װעט נישט באַװײַזן קײן קאָמעדיעס און מע װעט נישט דערצײלן קײן באָבע־מעשׂיות, אַפֿן הימל אַ יאַריד. מע האָט מיר געזאָגט, אַז דאָ איז פֿאַראַן עפּעס אײנער אַ שלום־לײכעם, װאָס שרײַבט. אָט דאָס זײַט איר אַלײן טאַקע אָט דער שלום־לײכעם, װאָס שרײַבט? שרײַבט־זשע טאַקע, די האַנט זאָל אײַך גאָר נישט װײ טאָן שרײַבנדיק. די גאַנצע שטאָט זאָלט איר באַשרײַבן, פֿון אױבן ביז אַראָפּ. נישקשה, זײ האָבן עס כּשר פֿאַרדינט. און דערהױפּט ― די נגידים, די מיוחסים פֿון גאָט, װאָס האָבן זיך אײַנגערעדט, אַז די גאַנצע װעלט איז באַשאַפֿן געװאָרן פֿון זײערטװעגן. מיר דאַרפֿן האָרעװען און פֿאַרשװאַרצט װערן, און זײ װעלן זיך אױסקױפֿן פֿאַר געלט פֿון אַלע צרות און פֿון אַלע גזירות, און נאָך מאַכן חוזק פֿון אַ ייִדענע אַן אַלמנה, װאָס לעבט פֿון װיסאָצקיס טײ. איך שטעל־צו װיסאָצקיס טײ שטעל איך צו אין אַלע בעל־הבתּישע הײַזער אַף אױסצאָלן, און דערפֿון צי איך מיר מײַן שטיקל ברױט מיט מײַן קינד, אײן שטיקל בן־יחיד, װאָס מע האָט דאָס געװאָלט באַ מיר אַװעקנעמען פֿאַר פֿרעמדע זינד. איר מעגט דאָס האָרכן, װאָס עס קאָן זיך פֿאַרלױפֿן אַף דער װעלט. מיר דאַכט, אַז זינט די װעלט איז אַ װעלט, האָט זיך נאָך נישט געטראָפֿן, אַז מע זאָל צונעמען אײן־און־אײנציקן בן־יחיד, אַ קאָרמאַק אַף די עלטערע יאָרן, באַ אַ מאַמע אַן אַלמנה. װאָס פֿריִער גאָט און דערנאָך װיסאָצקי קאָן זי זיך באַרימען, אַז זי לעבט אַף דער װעלט. אַלץ הײסט געלעבט. גוט געשטאָרבן הײסט אױך געלעבט. װאָרעם װאָס האָט מען פֿונעם פֿונט טײ, משטײנס געזאָגט, באַ הײַנטיקע קאָנקורענציעס, אַז װוּ ערגעץ אַ ייִד אַן אָרעמאַן, טראָגט ער אַרום איבער די הײַזער טײ צו פֿאַרקױפֿן. דאַרף מען זיך שמײַסן. אַז יענער װאַרפֿט־אַראָפּ צען, װאַרף איך אַראָפּ פֿופֿצן, און אַז יענער װאַרפֿט פֿופֿצן, װאַרף איך צװאַנציק. ביז װאַנעט איז דער שיִער צו װאַרפֿן? איך בין דאָך נישט װיסאָצקי! ביטער װי דער טױט, װאָס זאָלט איר קלערן? דער גאַנצער אַרױסקוק מײַנער איז מײַן קאָרמאַק אַף דער עלטער, מײַן משה. איך פֿאַרמאָג אײן שטיקל בן־יחיד, פֿון מײַן מאַן אַ ירושה, משטײנס געזאָגט. אַפֿילו זײער אַ װױל קינד, איך קאָן מיך נישט באַקלאָגן. אַ געזונטער, אַ שײנער, אַ גלאַטער, מיט אַלע מעלות, נאָר לערנען האָט ער נישט געװאָלט.װי אַזױ, מײנט איר, נישט געװאָלט? כאָטש האַק אים, כאָטש בראָק אים. װאָס װעט זײַן, זאָג איך, דעך תּכלית, משה, אַז לערנען נישט, שרײַבן נישט, דאַװענען אױך ניט, ― קומט דיר אױס צו זײַן נאָר אַ הינטשלעגער! ענטפֿערט די װאַנט? בין איך געגאַנגען און האָב אים אַװעקגעגעבן פֿאַר אַ בעל־מלאָכה, צו אַ שנײַדער, און אָפּגערעדט מיטן שנײַדער בפֿירוש, אַז ער זאָל אים לערנען שנײַדערײַ. איז אַזױ װי איר קוקט־אָן אַ נאָדל־פֿאָדעם, אַזױ האָט ער אָנגעקוקט באַ אים אַ נאָדל־פֿאָדעם. טאָג װי נאַכט אַרומגעטראָגן זיך מיטן קינד, אָדער געהאָלפֿן דער שנײַדערן שײלן קאַרטאָפֿלעס, אָדער אַרױסגעטראָגן די פּאָמוניצע. אָנװאַרעמען דאָס פּרעסל ― דאָס איז שױן געװען אַ זכיה. בין איך געגאַנגען און האָב אים אָפּגענומען פֿונעם שנײַדער און אַװעקגעגעבן צו אַ שוסטער. האָב איך אָנגעטראָפֿן אַף אַ רוצח, אַ גזלן, װאָס טאָמער עפּעס נישט אַזױ, קאָן ער אײַך װאַרפֿן אַ האַמער אין קאָפּ און צעשלאָגן דעם מוח. בין איך געגאַנגען און האָב אים צוגענומען פֿונעם שוסטער און אָפּגעגעבן אים צו אַן אײַנבינדער אַ שלים־מזל, װאָס זיצט אָן פּרנסה, קוקט נישט אָן קײן שטיקל אַרבעט אין די אױגן. האָב איך אים אָפּגענומען פֿונעם אײַנבינדער דעם שלים־מזל און אָפּגעגעבן אים צו אַ זײגערמאַכער, נאָך אַ גרעסערן שלים־מזל, װאָס נישט ער פֿאַרריכט זײגערס, נאָר ער מאַכט זײ קאַליע. אַזױ זאָגן אַלע אין שטאָט. װאָס־זשע דאַרף איך, אַז ער זאָל מיר מאַכן מײַן זון פֿאַר אַ קאַליקע? האָב איך אים אָפּגענומען פֿונעם זײגערמאַכער און האָב אים אָפּגעגעבן צו אַ שמוקלער, ער זאָל אים לערנען דרײען, שמוקלערײַ הײסט עס, און איך האָב מיך מיט אים צעשריבן, מיטן שמוקלער הײסט עס, אַף צװײ יאָר, דאָס הײסט, צװײ יאָר דאַרף ער אים דרײען אומזיסט, און אַפֿן דריטן יאָר, אַז ער װעט שױן קאָנען גוט דרײען, װעט ער שױן עפּעס פֿאַרדינען אױך. און גאָט האָט מיר געהאָלפֿן, איך האָב אָנגעטראָפֿן אַף אַ רעכטן בעל־מלאָכה, װאָס האָט אַפֿילו ליב דעם טרונק, דערפֿאַר האָט ער אָבער אױסגעלערנט מײַן זון דרײען אין אַ סך װינציקער, װי איך רעד מיט אײַך. די אַרבעט האָט אים פּאָליובעט, און מײַן משה איז אין אײן האַלב יאָר געװאָרן אַ פּאָלנע שמוקלער. נאָר װאָס קומט מיר אַרױס, אַז ער דאַרף אים דרײען אומזיסט צװײ יאָר דורכאַנאַנד? צעשריבן זיך ― איז פֿאַרפֿאַלן. גאָט האָט מיר געהאָלפֿן, די צװײ יאָר זײַנען אױך איבערגעלאָפֿן. מאָלט אײַך, עס רעדט זיך אַזױ: איבערגעלאָפֿן! אַז איך האָב איבערגעלעבט די צײַט, בין איך גלאַט אַן אײַזערנע; און אַז איך בין שױן איבערגעקומען, זײַט איר שױן פֿאַרטיק? דאַרף מען ערשט גײן קריגן אים ערגעץ אַ שטעלע, אָדער זוכן אַרבעט, שמוקלערײַ ― װוּ־זשע האָט איר אַרבעט? אַ שיכּור האָט פֿאַרלױרן, אַ ניכטערער האָט געפֿונען? און דאָ בין איך אײן מענטש אַלײן, מיטן פֿונט טײ איבער די הײַזער, און די קאָנקורענציע איז גרױס, און אַן אָנזעץ האָב איך אױך געהאַט. אַ ייִד אַ בעל־הבית האָט אָנגענומען באַ מיר דרײַ מיט אַ האַלב פֿונט טײ אַף אױסצאָלן און האָט אין אײן נאַכט עוקר געװען, אַװעק, זאָגט מען , קײן אַמעריקע ― אַ חלירע װאָלט איך זיך אַף אים גיכער געריכט! איך האָב דעמאָלט געמײנט, אַז די גאַנצע װעלט איז אַף מיר געפֿאַלן. אַ קלײניקײט ― דרײַ מיט אַ האַלב פֿונט טײ אַף צװײ רובל מיט צװאַנציק? און מע מוז עס האַלטן אין זיך, װאָרעם טאָמער װערט געװאָר װיסאָצקי, אַז איך האָב אַן אײַנפֿאַל, קאָן עס מיר זײַן אַ סגולה צו קרעדיט. װאָס־זשע טוט גאָט? זאָגט ער: „גיטל, דו װײנסט? װאַרט־אױס, דו װעסט ערשט װײנען. אָט גײט אַף דיר אַ פּריזיװ“… װאָס פּריזיװ? װער פּריזיװ? אײן שטיקל בן־יחיד באַ אַ מאַמע אַן אַלמנה, װאָס פֿריִער גאָט און דערנאָך װיסאָצקי ― װוּ איז דאָס געהערט געװאָרן אין דער װעלט? װוּ איז גאָט? װוּ איז סאָװעסט? נאָר גײ שרײַ חי וקײם! אַז ס'איז באַשערט צרות, באַדאַרף מײַן משה שטײן אַקוראַט אין אײן יאָר מיט אונדזער נגידס דרײַ אײניקלעך, פֿון דרײַ טעכטער, דרײַ מכּות זאָל זיך זײ זעצן יעדן באַזונדער אַף אַזאַ אַן אָרט ― זײ זאָלן נישט קאָנען נישט שטײן, ניט גײן, ניט ליגן, ניט זיצן. מע האָט מיר אָבער געזאָגט: „גיטל, זעט נאָר, אײַער משה זאָל ניט זײַן אַ קרבן פֿאַר אונדזער נגידס אײניקלעך“. כאַ־כאַ, װאָס הײסט? מײַנער איז אַ בן־יחיד, אײן־און־אײנציקער קאָרמאַק באַ אַן אָרעמער אַלמנה, װאָס פֿריִער גאָט און דערנאָך װיסאָצקי, און יענער איז אַ נגיד, אַ גבֿיר, אַן אַדיר, אַ מיליאָנטשיק ― סײַדן ס'איז חלילה נישטאָ קײן גאָט אַף דער װעלט! נאָר דער כּוח פֿון געלט ― מע האָט גענומען אַרײַנפֿירן אײנציקװײַז דעם נגידס אײניקלעך, פֿריִער אײנעם ― „נע גאָדים“. דערנאָך דעם אַנדערן ― „נע גאָדים“. איז מיר געװאָרן גוט, װאָס זאָלט איר קלערן? װאָרעם טאָמער חלילה זאָגט מען דעם דריטן אױך „נע גאָדים“ ― איז דעמאָלט אַז אָך און װײ צו מײַן משהן! און, װי אַף צו־להכעיס, איז, צו מײַנע גרױסע צרות, מײַן משה, קײן עין־הרע, דװקא אַ יונג מיט בײנער, אָן אַ ברעקל־חסרון. מע קאָן זאָגן, אַ גבֿר. דאָס הײסט, דעם נגידס אײניקלעך זײַנען אױך נישט קראַנק צו גײן דינען, נאָר זײ בראַקעװעט דער דאָקטער. דערזעט ער אַ נגידס אַ קינד ― איז „נע נאָדים“, און טו אים עפּעס! װעל איך שװײַגן? בין איך אַװעק באַצײַטנס צום פּרינצעדאַטעל און זאָג צו אים אַזױ: „אַדוני פּריץ, דעם נגידס צװײ שטיקלעך סחורה האָט מען שױן אַרױסגעבראַקעװעט; טאָמער חלילה בראַקעװעט מען װײַטער, קאָן עס דערגײן צו מײַן משהן, און מײַן משה איז באַ מיר, זאָג איך, אײן־און־אײנציקער קאָרמאַק אַף דער עלטער“… װערט ער מלא רציחה און הײסט, מע זאָל מיך אַרױסװאַרפֿן פֿון דער פּריסוטסטװע. און כּך־הװה. אײדער מע האָט נאָך אַרײַנגעפֿירט דאָס דריטע שטיקל סחורה פֿונעם נגיד, האָט דער דאָקטער שױן געזאָגט „נע גאָדים“, און מע האָט שױן אַרײַנגעפֿירט מײַן משהן, און מע האָט אים שױן אָפּגעגעבן, און ער האָט שױן אָפּגעשװאָרן, און מע האָט אים שױן געזאָגט נאַ־ליעװאָ־נאַ־פּראַװאָ, אַ שלאַק האָט מיך געטראָפֿן, אין כאַרקאָװער גובערניע, און אַ גוטן טאָג מיט דער קאַפּאָטע ― װעל איך שװײַגן? בין איך אַװעק צום פּרינצעדאַטעל און האָב אים אָפּגעשפּילט אַ פֿרימאָרגן: נגידישע קינדער װעסטו בראַקעװען, און אײן שטיקל בן־יחיד פֿון אַ מאַמע אַן אַלמנה, װאָס פֿריִער גאָט, דערנאָך װיסאָצקי ― װוּ איז סאָװעסט? װוּ איז גאָט? הײסט ער דאָך מסתּמא, מע זאָל אַרױסװאַרפֿן די זשידאָװקע. איז אָבער די זשידאָװקע נישט פֿױל אַף דער פּען און פֿאָרט־אַװעק אין דער גובערניע אַרײַן גלײַך צום גובערנאַטאָר, און אַ פֿאַל צו די פֿיס: אַדוני פּריץ, אַזױ און אַזױ: דרײַ אײניקלעך. דעם נגידס האָט מען פֿאַרבראַקעװעט, און מײַן משהן, אײן שטיקל בן־יחיד באַ אַן אָרעמער אַלמנה, װאָס פֿריִער גאָט, דערנאָך װיסאָצקי, אַף די עלטערע יאָרן אַ קאָרמאַק ― װוּ איז גאָט? װוּ איז סאָװעסט? הערט ער מיך אױס, דער גובערנאַטאָר, און זאָגט מיר, איך זאָל עס אים דערלאַנגען אַף פּאַפּיר. זאָג איך: אַדוני פּריץ! װאָס דאַרפֿסטו פּאַפּירן? אָט הערסטו פֿון מיר קלאָרע דיבורים; נעם, שיק, דערפֿרעג זיך, װעסטו זען, אַז אַלץ, װאָס איך זאָג דיר, איז תּורת אמת. זאָגט ער צו מיר נאָך אַ מאָל: „אַף פּאַפּיר, אַף פּאַפּיר“. זאָג איך אים: פּריצוניו! איך בין נישט קײן ייִדענע פֿון פּאַפּירן און מיט מסירות פֿאַרנעם איך זיך נישט; איך דערצײל דיר נאָר, װאָס מיר טוט װײ. נגידים בראַקעװעט מען, און אָרעמע בני־יחידים נעמט מען צו ― װוּ איז גאָט? װוּ איז סאָװעסט? זאָגט ער: „גװאַלד, װאָס װיל פֿון מיר די ייִדענע?“ זאָג איך: זי װיל, מע זאָל דערגײן דעם אמת און איר אומקערן דעם קאָרמאַק, װײַטער גאָרניט. הימל און ערד האָבן געשװאָרן, אַז דער אמת מוז אַרױף, װי בױמל אַפֿן װאַסער. װערט ער שױן אין כּעס, דער גובערנאַטאָר, און הײסט אַרױסװאַרפֿן די זשידאָװקע. פֿױלט זיך נישט די זשידאָװקע און פֿאַרקױפֿט־אױס װאָס זי האָט, און לאָזט זיך אַװעק זוכן דעם אמת גלײַך קײן פּײטערבאַרג. אין פּײטערבאַרג איז פֿאַראַן אַ מיניסטער װאָיעניך דיעל מיט אַ מיניסטער װנוטרעניך דיעל מיט אַ סינאָד. און אַז מע װעט דאַרפֿן צום קײסער, װעל איך נישט טרעפֿן? מיטן אמת קאָן איך קומען אַפֿילו פֿאַר גאָט. און כּך־הװה. געקומען קײן פּײטערבאַרג, האָט זיך אָנגעהױבן אַ חתונה מיט אַ פּראַװאָזשיטעלסטװע, מיט אַ טרײַבעניש. זאָג איך, אַז פֿאַר אַרױסטרײַבן האָב איך קײן מורא נישט; מורא האָב איך נאָר פֿאַר גאָט, זאָג איך, און פֿאַרן קײסער, און װײַטער פֿאַר קײנעם נישט, װאָרעם איך גײ, זאָג איך, פֿאַרן אמת. און דערװײַל עסן דאַרף מען אױך, מע קאָן די נשמה נישט אױסשפּײַען. װאָס טוט מען? צו קײן נדבֿות בין איך נישט געװױנט געװאָרן. בין איך געפֿאַלן אַף אַן עצה. פּײטערבאַרג איז דאָך נישט קײן דאָרף, פֿאַראַן, ברוך־השם, ייִדן אומעטום, און װיסאָצקיס טײ קען מען אין פּײטערבאַרג אױך, אפֿשר נאָך מער װי אומעטום. אַלע טשינאָװניקעס טרינקען װיסאָצקיס טײ. און אַזױ װי איך האָב צו טאָן מיט פּריסוטסטװעס און מיט טשינאָװניקעס, האָב איך אָנגעהױבן זײ אַרײַנטראָגן װיסאָצקיס טײ אין שטוב אַרײַן, געבן אַף אױסצאָלן ― און פֿריִער גאָט, דערנאָך װיסאָצקי, איך האָב מיר פֿאַרדינט נישט נאָר מײַן ביטער אױסקומעניש, איך האָב שױן געהאַט צו שיקן מײַן משהן אין פּאָלק אַרײַן אױך, אַמאָל אַ קערבל, אַמאָל צװײ. אײן זאַך איז נאָר געװען ביטער: פּראַװאָזשיטעלסטװע! װען איך האָב אַ פּראַװאָזשיטעלסטװע אין פּײטערבאַרג, װאָלט איך גאָר געװען אַ קײסעריניע. נאָר אַזױ װי איך האָב געהאַט צרות, נישט קײן פּראַװאָזשיטעלסטװע, איז טאַקע געװען ביטער, װי דער טױט. עס האָט שױן געהאַלטן דערבײַ, מע זאָל מיך אַרױסשיקן פֿון פּײטערבאַרג, טאַקע פּאָ עטאַפּו, אַזױ װי גאָט האָט געבאָטן. האָט מיר דער אײבערשטער צוגעשיקט אײנע אַ מאַדאַם, װאָס שרײַבט אַף די בלעטער, זאָל איר גאָט געבן לאַנגע יאָר, רבונו של עולם. עפּעס טאַקע נאָר אַ מלאך, נישט קײן מענטש. אַחוץ װאָס זי האָט מיך אױסגעלײזט פֿון אַלע צרות, האָט זי מיך נאָך באַקענט מיט פּאַרגאַמענטן. מסתּמא האָט איר געהערט פֿון אים? אין דער דומע איז ער געװען פֿון די, װאָס רײדן. אַ מענטש אָן אַ גאַל, און אַ פּאַרשױן ― ער זאָל נאָר האָבן אַ ליכטיקן גן־עדן. װאָס דער האָט זיך אַװעקגעלײגט פֿאַר מיר! מיר געגעבן אַ בריװ און נאָך אַ בריװ, אַלץ צו אַזעלכע מענטשן, װאָס מע דאַרף האָבן אַ זכיה אײדער מע טרעט נאָך צו צו זײ. האָבן זײ מיך אױסגעהערט און אָפּגעשיקט אײנער צום אַנדערן, דער אַנדערער צום דריטן, אַלע מאָל העכער און העכער, ביז אין דער דומע אַרײַן. און איך האָב אָנגעהױבן גײן אין דער דומע אַרײַן כּמעט אַלע טאָג, און אַמאָל ― צװײ מאָל אַ טאָג, אױסגעהערט אַלצדינג, װאָס מע רעדט אין דער דומע. און רײדן רײדן דאָרטן אַלע, נאָר שענער פֿון אַלע ― אָט דער פּערגאַמענט. ער, אַז ער פֿלעגט זיך אַװעקשטעלן רײדן, זאָג איך אײַך, אַז אַ װאַנט קאָן עס נעמען, אַ שטײן קאָן צעגאָסן װערן. אַ קלײניקײט פּאַרגאַמענט! דערפֿאַר האָט ער געהאַט שׂונאים אין דער דומע, װאָס זאָל איך אײַך זאָגן? און שטיגוטערעס! און שרײַערס! װי די הינט ― אַזױ פֿלעגן זײ אים באַפֿאַלן און מאַכן אַזעלכע סקאַנדאַלן, אַז איך פֿלעג קױם אײַנזיצן פֿון אױבן (מײַן אָרט איז געװען אין דער דומע תּמיד פֿון אױבן). אַז איך דערמאָן מיך אָן דעם פּאַרגאַמענטן, שטעלן זיך מיר טרערן אין די אױגן. װאָס װײסט איר, װאָס פֿאַר אַ דימענט, װאָס פֿאַר אַ באַרליאַנט דאָס איז געװען! אַז מע שמועסט אַ מלאך ― איז דאָך נישט שײך צו זאָגן. אַלע געשעפֿטן און אַלע געסט פֿלעגט ער אַװעקװאַרפֿן און מיך אױסהערן און אױספֿרעגן, װאָס שרײַבט מיר מײַן משה. װאָס זאָל ער מיר שרײַבן? מײַן משה שרײַבט מיר, אַז עס גײט אים, דאַנק גאָט, אין דער סלוזשבע גאָר ניט שלעכט. נאַטשאַלסטװע איז פֿון אים זײער צופֿרידן, נאָר ער האָט צרות פֿון דעם פּידפֿעבל. דער גױ טוט אים צום טױט, ער זאָל אים לײַען געלט. שװערט אים משה, אַז ער האָט נישט. גלײבט ער אים נישט. ער זאָגט, אַז אַלע ייִדן האָבן געלט, האָבן זאָל ער קדחת מיט פּרעהס מכּות. נאַט אײַך אַ פּידפֿעבל! לאַכט ער, פּאַרגאַמענט הײסט עס. ער פֿלעגט ליב האָבן צו לאַכן און טרײַבן קאַטאָװעס. איך קום אײנמאָל צו גײן צו אים, בעט ער מיך זיצן און פֿרעגט מיך, װי זײַן שטײגער איז, װי גײט עס מיר אין פּײטערבאַרג? זאָג איך אים: „אַף אַלע משומדים געזאָגט געװאָרן“. צעלאַכט ער זיך און פֿאַלט שיִער נישט אַראָפּ פֿונעם בענקל: „איר װײסט, זאָגט ער, אַפּנים, נאָך נישט, אַז איך אַלײן בין אױך אַ משומד?“ „אַזעלכע משומדים, װי איר, זאָג איך, מעגן זײַן אַ סך. און װיפֿל ס'איז דאָ, זאָג איך, משומדים אַף דער װעלט, מעגן זײ שױן אַלע, זאָג איך, זײַן די כּפּרה פֿאַר אײַער מינדסטן נאָגל!“ לאַכט ער נאָך מער. גײט ריכט זיך, אַז אַזאַ מענטש װעט נעמען און װעט געבן אַ שטאַרב־אַװעק! און אַזױ פּלוצעם! װאָס זאָל איך אײַך זאָגן, מײַן ליבער פֿרײַנט? מע טאָר עס נישט אַרױסרײדן, נאָר מיר דאַכט, אַז װען מײַן מאַן עליו השלום איז געלעגן אַף דער ערד, האָב איך אַזױ פֿיל טרערן נישט פֿאַרגאָסן, װי יענעם טאָג, װאָס מע האָט מיר געזאָגט, אַז פּאַרגאַמענט איז געשטאָרבן. אַן אײגענער טאַטע דאַרף אַזױ נישט באַנג טאָן. איך קאָן אײַך זאָגן, אַז זינט דער פּאַרגאַמענט איז אַװעקגעשטאָרבן, איז מיר נמאס ומאוס געװאָרן אָט דאָס פּײטערבאַרג מיט דער דומע מיט דער גאַנצער װעלט. װען פּאַרגאַמענט זאָל זײַן, װאָלט גאָר אַנדערש געװען. נוסעלאָװיטש און פֿרידמאַן זײַנען אױך זײער װױלע מענטשן, למאַי זאָל איך זאָגן? נאָר נוסעלאָװיטש און פֿרידמאַן זײַנען נישט פּאַרגאַמענט. איך קום צו גײן צו נוסעלאָװיטשן אָדער צו פֿרידמאַנען מיט אַ געװײן, זאָגן זײ מיר, אַז זײ קאָנען מיר גאָרנישט העלפֿן, זײ קאָנען נישט גײן קעגן זאַקאָן. זאָג איך: װוּ איז דאָ אַזאַ זאַקאָן, אַז אַ נגיד, אַ גבֿיר, אַן אַדיר, אַ מיליאָנטשיק ― זאָל מען זײַנע דרײַ ממזרים אַרױסבראַקעװען אײנס נאָך דאָס אַנדערע, און פֿאַר זײ זאָל דינען אײן־און־אײנציקער בן־יחיד, אַ קאָרמאַק פֿון אַן אָרעמער אַלמנה, װאָס פֿריִער גאָט, דערנאָך װיסאָצקי? אַדרבה, זאָג איך, װײַזט מיר, זאָג איך, אָט דעם זאַקאָן! אַ דומע, זאָג איך, מיט קײן עין־הרע אַזױ פֿיל מענטשן, און אַלע, זאָג איך, רײדן, און אַלע שרײַען, זאָג איך, און אַלע זידלען זיך, ― פֿאַרװאָס, זאָג איך, זאָל זיך נישט געפֿינען כאָטש אײנער, זאָג איך, װאָס זאָל זיך אָננעמען פֿאַר אַן אָרעמער אַלמנה, זאָג איך, װאָס פֿריִער גאָט, דערנאָך װיסאָצקי? אַיאָ, איר שטומט? מע באַדאַרף, זאָג איך, האָבן צו אײַך אַ פּורישקעװיטש, אַן אײגענעם, אַ ייִדישן פּורישקעװיטש, װאָלט ער געלערנט, זאָג איך, מיט זײ בלק! שױן באַלד דרײַ יאָר, זאָג איך, אַז איך בין אין פּײטערבאַרג און דרײ מיך אַרום דער דומע, האָט דען עמעצער, זאָג איך, געפּרוּװט אַפֿילו אַ מױל עפֿענען װעגן אַזאַ רציחה, מע זאָל צונעמען באַ אַן אָרעמער מאַמע, װאָס פֿריִער גאָט, דערנאָך װיסאָצקי, איר אײן־און־אײנציק שטיקל אָנשפּאַרעניש, איר קאָרמאַק אַף דער עלטער? סך־הכּל האָט זיך געטראָפֿן נאָר אײן מאָל דורך דער גאַנצער צײַט, װאָס אײנער, עפּעס אַ בעסאַראַבער פּריץ, איז אַרױס מיט אַ רעדעניש װעגן װאָיענסקי פּאָװינאָסט. דערהערט ,,װאָיענסקי פּאָװינאָסט“, האָב איך מיך שױן דערפֿרײט. אָ, האָב איך מיר געקלערט, דאַנקען גאָט! קױם מיט צרות אַרױף אַפֿן אמת. שױן לאַנג צײַט געװען. װאָס זשע? אַז זײ רײדן אַזעלכע פּוסטע זאַכן, װאָס סע שלאָגט צו דער גאַל! דאָס האָט אַװדאי אָנגעאַרבעט, טראַכט איר מיר, מײַן גװאַלדעװען מיט מײַן דערשלאָגן זיך צו די מיניסטערן, מיניסטער װאָיעניך דיעל און מיניסטער װנוטרעניך דיעל, צום סוף, װאָס לאָזט זיך אױס? אַ נעכטיקער טאָג! הערסט אַן אײַנפֿאַל: „מע באַדאַרף, זאָגט ער, אײַנפֿירן אַף ייִדן אַ באַזונדער װאָיענסקי פּאָװינאָסט, דורך געלט“. איר הערט? „ייִדן, זאָגט ער, זאָלן זיך מעגן אױסקױפֿן פֿאַר געלט. װילסט נישט דינען, גיב געלט“… הײסט דאָך עס, װיבאַלד אַזױ, אַ ישועה װידער אַ מאָל פֿאַר די נגידים, אַ חלירע זאָל אַף זײ קומען? און דינען װעלן, הײסט דאָס, טאַקע װידער אַ מאָל קבצנים, און בני־יחידים דערצו? װוּ איז גאָט? װוּ איז סאָװעסט? כּך־הװה. דער אײבערשטער האָט געטאָן אַ נס, עס איז געװאָרן אין דער דומע אַזאַ טומל מיט אַזאַ געפּילדער, אַז מע האָט געקאָנט מײנען, מענטשן זײַנען גאָר משוגע געװאָרן. מער פֿון אַלע האָט געאַרבעט, געװײנטלעך, פּורישקעװיטש. אָט דער רשע־מרושע, ימח שמו זאָל ער װערן, האָט געװאָלט אױפֿװײַזן מיט ראַיות און מיט עדות, אַז ייִדן דינען נישט. לחלוטין נישט. נישטאָ אײן ייִד זאָגט ער, אין דער סלוזשבע. דאָס האָב איך שױן נישט געקאָנט אַריבערטראָגן. עס האָט מיך געגעבן אַ בראָט באַם האַרצן און אַ טראָג־אױף: סטײַטש, מײַן אײן־און־אײנציקער קאָרמאַק דינט שױן העכער דרײַ יאָר און האָט שױן גאָר אַ נאַגראַדע, קומט צו גײן אַ האָן אַ פּורישקעװיטש און זאָגט פֿאַר דער גאַנצער װעלט און פֿאַר אַלע מיניסטערן אַזעלכע װערטער! זאָל איך שװײַגן? רוף איך מיך אָן פֿון אױבן, פֿון דער גאַלערײ הײסט עס, און דװקא הױך אַף דער גאַנצער דומע:

― אַ משה?! ― ― ― ― ― ― ―

. . . . . . . .

װאָס איז געװען, װילט איר װיסן? גאָרנישט. מע האָט מיך משלח געװען מיט כּבֿוד פֿון דער דומע אַרױס און נאָך אָפּגעפֿירט אין טשאַסט און געװאָלט אַרױסשיקן מיטן עטאַפּ, אַזױ װי גאָט האָט געבאָטן. האָב איך זײ געזאָגט, זאָג איך, אַז פֿאַר אַרױסשיקן האָב איך קײן מורא ניט. איך האָב מורא נאָר פֿאַר גאָט און פֿאַרן קײסער, װײַטער פֿאַר קײנעם נישט. װאָרעם איך גײ פֿאַרן אמת. איך האָב אַ חלק אין דער דומע, האָב איך זײ געזאָגט, גלײַך מיט אײַך. איר, זאָג איך, רעדט װעגן װאָיענסקי פּאָװינאָסט נאָר מיט דער צונג, זאָג איך, און מײַן זון, זאָג איך, דינט טאַקע דעם קײסער, כאָטש ער איז אַ בן־יחיד. הכּלל, זײ האָבן זיך פֿון מיר נישט גענאַרט. זײער גליק, װאָס איך בין נישט פֿאַרבליבן איבער פּסח אין פּײטערבאַרג, בעת עס האָט זיך אָנגעהױבן אין דער דומע דאָס קאָכעניש מיטן בלוט, אַז ייִדן נוצן בלוט אַף פּסח. איך װאָלט זײ באַװיזן, װער סע פֿאַרגיסט בלוט: מיר, צי זײ? איז אָבער, אַף זײער טריפֿהנער הצלחה, בין איך אַף פּסח אַװעקגעפֿאָרן אַהײם, װאָרעם מע האָט מיר געגעבן צו װיסן פֿונעם מיניסטער װאָיעניך דיעל, אַז מײַן משהן האָט מען פֿון פּאָלק אומגעקערט אַהײם, און עס איז אַ סבֿרה, אַז דער פּרינצעדאַטעל מיטן דאָקטער מיט דער גאַנצער פּריסוטסטװע װעלן האָבן אַ װיסטן סוף. זײ זײַנען אַלע פּאָד־סוד. װאָרעם ס'איז געװען אַ רעװיזיע און עס האָט זיך אַרױסגעװיזן, אַז ס'איז באַ זײ געװען אַ פֿאַבריקע פֿון װײַסע בילעטן; ייִדן און קריסטן ― װער עס האָט געהאַט גאָט אין האַרצן און אַ קערבל אין קעשענע ― דער איז „נע גאָדים“, און אָרעמע לײַט נעבעך, בני־יחידים, אײן־און־אײנציקע, האָבן באַדאַרפֿט גײן דינען. איצט איז שױן אַן עק, אױס מיוחסים! עס האָבן זיך אױסגעלאָזט באַ אונדז די פֿריִערדיקע גליקן מיטן הפֿקרות. אַלע װעלן שױן באַ אונדז זײַן גלײַך. נו, פֿרעג איך אײַך, איר זײַט דאָך אַ מענטש, װאָס איר שרײַבט, ― אַדרבה, זאָגט שױן איר אַלײן, קומט מיר נישט, מע זאָל פֿון מיר לאַכן, חוזק מאַכן, אַז װוּ צװײ זאָל איך זײַן אַ דריטע? מילא, איר װילט לאַכן, לאַכט צעזעצטערהײט; פֿאַר װאָס קומט מיר נאָך דער נאָמען פּורישקעװיטש, זײַן זאָל ער פֿאַר מיר די כּפּרה? „גיטל פּורישקעװיטש“ רופֿן זײ מיך ― זײ זאָלן כאָטש זאָגן „להבֿדיל“! אַ שטאָט פֿון סאַמע לצים, פּוסטע קעפּ, לײדיקגײערס. נו, האָבן זײ נישט פֿאַרדינט, מע זאָל זײ באַשרײַבן פֿון קלײן ביז גרױס און פֿון קאָפּ ביז פֿיס? באַשרײַבט זײ טאַקע, פּאַני שלום־לײכעם. באַשרײַבט זײ אַזױ, אַז די גאַנצע װעלט זאָל פֿון זײ װיסן. באַשרײַבט זײ אַזױ, אַז ס'זאָל נישט בלײַבן פֿון זײ אײנער נישט קײן באַשריבענער! ד י אַ ל אָ ג

― װײסט איר ניט, פֿעטער, װוּ זיצט דאָ ערגעץ דער דאָקטער פֿײַנפֿינקעלקרױט?

― האַ? װי אַזױ האָט איר אים אָנגערופֿן? פֿײַנפֿײנ…

― פֿײַנפֿינקעלקרױט.

― פֿײַנפֿינקעלקרױט? אַזױ־זשע רעדט. פֿײַנפֿינקעלקרױט… עפּעס אַ קענטלעכער נאָמען… װאָס־זשע, איר דאַרפֿט טאַקע דװקא צו־נ־אים,נע־פּרעמענע? צי ס'איז נישקשה אַן אַנדער דאָקטער אױך? פֿאַראַן באַ אונדז, קײן עין־הרע, גענוג די דאָזיקע סחורה. אָט דאָ אַקעגן זיצט אױך אַ דאָקטער, צװײ דאָקטױרים; אײנער אַן אמתער דאָקטער, און דער אַנדערער אַ צײן־דאָקטער. און טאַקע באַלד די דריטע שטוב, אָט דאָרט, זיצט אױך אַ דאָקטער, אַ גאַנץ פֿײַנער דאָקטער, אַפֿילו נאָך גאָר אַ יונגיטשקער דאָקטער, נישט לאַנג פֿון דער פֿאַבריקע, נאָר נישקשה, ער האָט שױן אַ היפּשע פּראַקטיקע. עס האָבן באַ אונדז אַלע דאָקטױרים שײן פּראַקטיקע, װאָרעם דער עולם, פֿאַרשטײט איר מיך, קײן עין־הרע, קרענקט… װי אַזױ, האָט איר געזאָגט, רופֿט מען אים, דעם דאָקטער אײַערן? פֿינפֿײנפֿינ…

― פֿײַנפֿינקעלקרױט. איך דאַרף צו אים האָבן נישט מכּוח זיך…

― נאָר צוליב אײַער װײַב? טאָ גײט גלײַך אַהין ― זעט איר? דאָרט זיצט אַ װײַבערשער דאָקטער. דאָס הײסט, אַ דאָקטער אַן אַקושאָר. מע זאָגט, אַ בריה אַ דאָקטער, און נאָר אַף די חלאַתן… אַז מע שמועסט אַ ספּעציאַליסט, איז דאָך ניט שײך! ס'איז שױן הײַנט אַזױ אײַנגעפֿירט אומעטום, אַז אַף יעדער ספּעציאַלנאָסט איז אַ באַזונדער דאָקטער: אַף בײַכער אַ דאָקטער, אַף לונג־און־לעבערס אַ דאָקטער, אַף אױגן אַ דאָקטער, אַף נערװן אַ דאָקטער, אַף קינדער אַ דאָקטער… הײַנט דאָס הײלן,