מאָנאָלאָגן: כאַבנע

שלום עליכם (אַלע װערק)

געװען איז דאָס אין אַדעס. זײַנען מיר געזעסן אין אַ מסיבה אַ גאַנצע חבֿרה ליטעראַטן, שרײַבערס הײסט דאָס, װאָס שרײַבן, און לעזער װאָס לײענען, און גלאַט יונגעלײַט, און סטודענטן אַ פּאָר, און אַ מײדל איז געװען, װאָס איז געקומען שטודירן, אַ גאַנץ היפּשע מײדל, אַ געזונטע, מיט רױטע באַקן, און גלאַט ייִדן מן הצד, דאָס הײסט, אַזעלכע, װאָס זײַנען צו אונדזער חבֿרה ניט שײַך, נאָר זײ זעען ייִדן רײדן, הערט מען זיך אײַן, רוקט מען זיך צו אַלע מאָל נענטער, אַזױ לאַנג, ביז עס װערט אײן קאָמפּאַניע און מע פֿאַרבײַט זיך מיט די גלעזער אַפֿן טיש און מיט די פֿיס אונטערן טיש ― חבֿרים כּל ישׂראל… געװען איז, אײגנטלעך, ניט שבת, נאָר אַ װאָכעדיקער טאָג, און גערעדט האָבן מיר, אײגנטלעך, ניט פֿון שבת, נאָר פֿון גאָר אַנדערע זאַכן; אױב איך האָב קײן טעות נישט, האָבן מיר גערעדט און געשפּאַרט זיך איבער ציוניזם, טעריטאָריאַליזם, אַחד־העמיזם, קלױזנעריזם, און גאָר ניט אין זינען געהאַט בשעת מעשׂה ניט קײן געלט, ניט קײן שבת, ניט קײן שטעטל, װאָס הײסט כאַבנע, אַפֿילו נישט מזכיר געװען און אַפֿילו אַף דער מחשבֿה נישט געקומען. פּלוצעם, איך װײס נישט, װי אַזױ און װי אַרום, עס הײבט זיך אױף אַ יונגערמאַן אַ געלער מיט װײַסע ברעמען, אײנער פֿון די יונגעלײַט װאָס „מן הצד“, און טוט אַ מאַך מיט דער האַנט און הײבט־אָן בזה־הלשון:

― שאַ, װאָס טױג אײַך דאָס? אלא־מאַי, אָט װעל איך אײַך דערצײלן אַ שענערע מעשׂה, װאָס מיט מיר האָט זיך געטראָפֿן אין כאַבנע! כאַבנע איז אַ שטעטל, אַ שטעטל אַזעלכעס פֿאַראַן, װאָס הײסט כאַבנע. האָט דאָס שטעטל כאַבנע אַלצדינג, װאָס אַ שטעטל באַדאַרף צו האָבן: אַ פּאָסט, מיט אַ ראַבינער, מיט אַ טײַך, מיט אַ רבֿ, מיט אַ טעלעגראַף, מיט אַ בית־עולם, מיט אַ פּריסטאַװ, מיט אַ תּלמוד־תּורה, מיט חסידים, מיט בתּי־מדרשים צװײ, מיט קבצנים זײער אַ סך און מיט נגידים זײער װינ־ ציק, װי געװײנטלעך אונדזערע קלײנע שטעטלעך. האָט מיך דער גוטער יאָר פֿאַרטראָגן אין דעם שטעטל אײנמאָל אַף אַ שבת. איר מעגט דאָס האָרכן, עס איז אַ שײנע מעשׂה, נאָר אַ קורצע, זי קאָן אײַך צוניץ קו־ מען. דאָס װײסט איר דאָך מן הסתם גאַנץ גוט, אַז אין אַ קלײנשטעטל, אַז איר קומט צו פֿאָרן אַף שבת, מוזט איר װערן קלײנשטעטלדיק, עס װעט אײַך גאָרניט העלפֿן. פֿון פֿאָרן װײַטער ― דאָס פֿאַרגעסט. כאַבנע איז ניט אַדעס. זינט כאַבנע איז כאַבנע, האָט דאָרט נאָך קײנמאָל קײן ייִד ניט מחלל שבת געװען. און אַז איר בלײַבט אַף שבת אַ כאַבנער, מוזט איר קודם כּל גײן אין מרחץ אַרײַן. װאָס דען װעט איר טאָן? איר װעט זיך אַװעקזעצן שרײַבן ספֿרים? און, להבדיל, אין שול אַרײַן ― שמועסט מען דאָך ניט. איך האָב געװאָלט זען, אַדרבה, איר זאָלט קומען צו פֿאָרן קײן כאַבנע אַף שבת און ניט גײן אין שול אַרײַן. איר מײנט, מע װעט אײַך, חלילה, עפּעס טאָן שלעכטס? הס מלהזכיר! מע װעט אײַך גאָרנישט טאָן; מע װעט אײַך נאָר אָ נ ק ו ק ן; גאַנץ כאַבנע װעט זיך קומען צונױף אָ נ ק ו ק ן דעם ייִדן, װאָס איז געקומען קײן כאַבנע אַף שבת און װיל ניט גײן אין שול אַרײַן. און װאָס פֿאַר אַ פּנים װעט איר האָבן באַם בעל־הבית? װאָס פֿאַר אַ טעם װעט האָבן דאָס עסן, װאָס מע װעט אײַך געבן באַזונדער? און װער װײס, צי מע װעט אײַך גאָר געבן עסן באַזונדער? װאָס זײַט איר, אַ פּריץ, װאָס איר זאָלט עסן באַזונדער, ניט מיטן בעל־הבית באַ אײן טיש, ניט מאַכן הױך קײן קידוש, ניט זינגען מיט אַלעמען קײן זמירות? זעט איר, װען איר זאָלט זײַן, להבֿדיל, אַ פּריץ, דעמאָלט איז עפּעס אַנדערש. דעמאָלט קריגט איר אַלצדינג צו זיך אין חדר אַרײַן: עסן, און טרינקען, און אַ פּאַפּיראָס, און אַפֿילו אַ סאַמאָװאַר, ניט אױסגערעדט זאָל זײַן, אום שבת. פֿון װאַנען נעמט זיך עס, װילט איר װיסן? ע, דאָס זאָלט איר ניט פֿרעגן. װאָרעם אַז איר װעט אָנהײבן פֿרעגן קשיות למאַי ― למאַי דאָס, למאַי יענץ, װעט זײַן אַ מעשׂה אָן אַן עק. בקיצור, זײַט איר געקומען קײן כאַבנע, מוזט איר זײַן אַ כאַבנער.

האָט זיך אָבער געטראָפֿן מיט מיר אַ מעשׂה: איך בין געפֿאָרן צו אַ פּריץ ניט װײַט פֿון כאַבנע און האָב געפֿירט מיט זיך געלט, שײנע עטלעכע טױזנטער; עס האָט מיר צעשפּאַרט די בוזעם־קעשענעס. דער, װאָס האָט ניט געװוּסט, האָט, דאַכט מיר, אױך באַדאַרפֿט זען, אַז איך פֿיר מיט זיך געלט, װאָרעם אַ מענטש, אַז ער פֿירט געלט, האָט ער גאָר אַן אַנדער פּנים: ער גײט גאָר אַנדערש, ער שטײט אַנדערש, ער רעדט אַנדערש. געלט, פֿאַרשטײט איר מיך, האָט אין זיך אַ כּח ― עס איז געלט!… הכּלל, װאָס טוט מען מיטן געלט? ערשטנס ― שבת. כאַבנע איז ניט אַדעס. װי אַזױ װעל איך מיך אַרומטראָגן שבת מיט געלט? והשנית, מוז איך אײַך דעם אמת זאָגן, אַז איך האָב טאַקע אַביסל מורא געהאַט צו נעכטיקן אַף דער אַכסניה מיט, קײן עין־הרע, אַזאַ מטבע. ניט, חלילה, איך האָב מורא געהאַט פֿאַרן בעל־אַכסניה. דער בעל־אַכסניה איז געװען אַ ייִד אַ פֿרומער דװקא, און אַ כּשרער, מיט זײער אַ שײנער קאַפּאָטע, מיט אַ גאַרטל. אױך ניט פֿאַר קײן גזלנים האָב איך מורא געהאַט: כאַבנע האָט ניט, חלילה, קײן שם פֿון אַ שטאָט פֿון גזלנים אָדער כאַפּערס. מע האָט ניט געהערט נאָך אַף דער װעלט, אַז אין כאַבנע זאָלן פֿאָרקומען רציחות אָדער גזילות. אַי, טאָמער איז דאָרט געװען אַמאָל אַ שטיקל פּאָגראָם, איז דאָך עס נאָר בשעת פּאָגראָם, און װוּ איז הײַנט ניט פֿאַראַן קײן פּאָגראָמען?… איך זאָג אײַך בהן שלי, איר קאָנט גײן אין כאַבנע אין מיטן האַלבע נאַכט אײנער אַלײן ― אַף מײַן אַחריות, עס װעט אײַך גאָרניט געשען. אם כּן, װאָס־זשע האָב איך געהאַט מורא צו האָבן? איך האָב מורא געהאַט, פֿאַרשטײט איר מיך, נאָר פֿאַר אײַן זאַך: קײן עין־הרע, אַזאַ סומע געלט, פֿרעמד געלט, ניט מײַנס… טאָמער, חלילה, אַ קשיא װאָס עם מאַכט זיך?… איך דרײ מיך אַהער, איך דרײ מיך אַהין ― עס איז שלעכט. װאָס טוט מען? איך מאַך אַ שמועס מיט מײַן בעל־אַכסניה: װער זײַנען דאָ אין כאַבנע פֿון די פֿאָרנעמסטע לײַט, פֿון די נגידים? ענטפֿערט ער דאָך מיר מסתּמא: „צוליב װעלכן צװעק? אפֿשר מכּוח אַ געשעפֿט?“ זאָל איך אים גײן דערצײלן, װאָס מיך קװעטשט! אמת, ער איז טאַקע אַ שײנער ייִד מיט אַ שײנער קאַפּאָטע און מיט אַ גאַרטל, און כאַבנע איז טאַקע נישט קײן שטאָט פֿון גזלנים אָדער כאַפּערס; עס איז דאָך אָבער געלט, קײן עין־הרע, אַזאַ סומע געלט, פֿרעמד געלט, ניט מײַנס… בקיצור, איך פֿרעג אים דאָס, פֿרעגט ער מיך יענץ, איך זאָג אים „נגיד“, זאָגט ער מיר „געשעפֿט“; אַהין־אַהער, איך האָב באַ אים אַרױסגעצױגן דאָס, װאָס איך באַדאַרף צו האָבן: אַז כאַבנע איז אַ שטעטל פֿון לױטער קבצנים, דאָס הײסט, עס איז פֿאַראַן אין כאַבנע נגידים אױך, נאָר זײער װינציק. פֿאַראַן סך־הכּל אײנער אַזעלכער, װאָס מע קאָן אַף אים זאָגן, אַז ער איז אַ שטיקל נגיד, און אפֿשר טאַקע אַ גאַנצער נגיד, און נישט נאָר אַ נגיד, נאָר אַ גביר קאָן מען זאָגן, אַ גבֿיר עצום. זײַן געלט, הײסט עס, האָט קײנער נישט געצײלט, נאָר געלט האָט ער, און אפֿשר טאַקע אַ סך געלט. הײַנט האָט ער הײַזער אײגענע, מיט קלײטן אַ גאַנצן מאַרק, מיט אַ שטיקל װעלדל, טאַקע אַ װאַלד קאָן מען זאָגן, צװײ װעלדער. און דערצו איז ער נאָך נישקשה פֿון אַ מענטשל אױך, דאָס הײסט, ניט קײן שלעכטער בטבע, מע קאָן זאָגן אַ גוטער, מיט אַ גוט האַרץ און מיט אַ ברײטער האַנט; האָט ליב זיך אױסשטעלן, פֿאַרשטײט איר מיך, מיט אַ נדבֿה, מיט אַ גמילות־חסד, מיט אַ טובהלע; ער זאָגט ניט אָפּ קײנעם ― װער עס זאָל ניט קומען צו אים; געװײנטלעך, צוליב כּבֿוד, האָט ליב כּבֿוד, אַ נגיד האָט ליב כּבֿוד; כאָטש אַזױ באַ זיך איז ער כּלומרשט אַן עניו, אַ פּראָסטער באַ זיך, האָט פֿײַנט כּבֿוד; און מע קאָן זאָגן אַף אים, אַז ער איז אַ גאַנץ ערלעכער, דאָס הײסט, ניט קײן גרױסער צדיק, נאָר ער װעט ניט טאָן װאָס מע טאָר נישט בפֿרהסיה, אַזױ אַז אַלע זאָלן זען; אפֿשר באַ זיך דאָרט, הײסט עם, אַז קײנער זעט ניט, װײס מען ניט; װער אזי דאָס מחױב ערבֿ זײַן פֿאַר יענעם? נאָר אין לשון אָרנטלעכקײט איז דאָך נישט שײַך, קײן דאַנק קומט אים נישט, װאָרעם אױב אַזאַ מענטש זאָל שױן ניט זײַן אָרנטלעך, טאָ װער־זשע דען?…

הכּלל, איך האָב פֿון די רײד געקאָנט אַרױסזען, אַז דעם דאָזיקן פּאַרשױן מעג איך מײַן פּותיקא געטרױען. און איך האָב מיך אַװעקגעלאָזט צו אים באַצײַטנס, ערבֿ שבת פֿאַרן מרחץ, געטראָפֿן אים אין דער הײם איבער אַ ספֿר. זײער אַ פֿײַנער מענטש, זיצט שײן, נגידיש, גרױסאַרטיק, און רויִק, װי געװײנטלעך אַ גבֿיר אין אַ קלײנשטעטל. אַרײַנגעקומען, גיב איך אים אָפּ שלום, דערצײל אים די גאַנצע מעשׂה, אַזױ און אַזױ: איך פֿאָר דאָ צו אַזאַ און אַזאַ פּריץ, פֿיר מיט זיך געלט, מוז דאָ בלײַבן שבת האַלטן, האָב איך מורא, אַ קשיא אַף אַ מעשׂה, כאַבנע איז טאַקע אַ שטאָט ניט פֿון קײן גזלנים און ניט פֿון קײן כאַפּערס, און מײַן בעל־אַכסניה איז טאַקע אַ שײנער ייִד מיט אַ שײנער קאַפּאָטע און מיט אַ גאַרטל, נאָר װאָס דען? קײן עין־הרע, אַזאַ סומע געלט, פֿרעמד געלט, נישט מײַנס!… ענטפֿערט ער מיר מיט אַ שמײכל: „װאָס זשע װילט איר, יונגערמאַן?“ זאָג איך אים, אַז איך האָב אים געװאָלט בעטן, אפֿשר איז מעגלעך, ער זאָל באַ מיר דאָס ביסל געלט צונעמען און באַהאַלטן דאָס ביז איבער שבת באַ זיך אין שאַפֿע; ער האָט אַן אײַזערנע שאַפֿע, װעל איך קאָנען זײַן רויִק. דאָס הײסט, איך בין חלילה קײנעם ניט חושד, כאַבנע איז אַ שטאָט, זאָג איך, ניט פֿון קײן גזלנים און ניט פֿון קײן כאַפּערס; קײן עין־הרע, אַזאַ סומע געלט, פֿרעמדס, ניט מײַנס… הערט ער מיך אױס און מאַכט צו מיר מיט אַ שמײכל: „יונגערמאַן, איר קענט מיך ניט, און װײסט מיך ניט, װי אַזױ פֿאַרטרױט איר מיר דאָס אַזאַ סומע געלט?“ זאָג איך צו אים: „אַ גוטער נאָמען לאָזט זיך הערן, און מסתּמא װעט איר מיר דאָך, זאָג איך, אַרױסגעבן עפּעס אַ קװיטל; עס איז דאָך געלט, אַזאַ סומע געלט, זאָג איך, פֿרעמדס, ניט מײַנס“… טוט ער אַ שמײכל און רופֿט זיך אָן צו מיר, אַז קײן קװיטל האָט ער אַף זײַן לעבן ניט געגעבן קײנעם… זאָג איך אים: „לאָז זײַן אָן אַ קװיטל“. זאָגט ער: ער װיל ניט. זאָג איך: „װאָס־זשע טוט מען?“ זאָגט ער: „װי איר פֿאַרשטײט“. זאָג איך: „אפֿשר עדות?“ זאָגט ער: „מהכתיתי“. זאָג איך: „װעמען זאָל איך ברענגען?“ זאָגט ער: „װעמען איר װילט“. זאָג איך: „געפֿינט זיך ניט באַ אײַך אין שטאָט עפּעס אַ פּאָר פֿײַנע מענטשן?“ זאָגט ער: „באַ אונדז זײַנען אַלע פֿײַנע מענטשן“. זאָג איך „װיבאַלד אַזױ, טו איך אַ שפּרונג און ברענג מיט זיך אַ פּאָר בעלי־בתים“. זאָגט ער: „שפּרינגט און ברענגט װעמען איר װילט“… און איך זע, אַז עס פֿאַרדריסט אים די מעשׂה. פֿאַרענטפֿער איך מיך פֿאַר אים, אַז איך װאָלט עס געװיס ניט געטאָן; לאָמיך עס, זאָג איך, פֿאַרמאָגן, װאָס איך װאָלט אים געטרױט; נאָר אַזױ װי, זאָג איך, דאָס געלט איז ניט מײַן געלט, עס איז פֿריִער גאָטס און נאָכדעם פֿרעמדס, מוז איך דאָך זײַן פֿאָרזיכטיק. האַ? װי זאָגט איר? דאַרף איך זײַן פֿאָרזיכטיק?… הערט ער מיך אױס מיט אַ שמײכעלע און שװײַגט. פֿאַרשטײ איך, אַז שטאַרק צופֿרידן איז ער ניט. נאָר איך האָב דאָך שױן געזאָגט, אַז איך לױף אַװעק ברענגען אַ פּאָר בעלי־בתים, מוז מען לױפֿן ברענגען אַ פּאָר בעלי־בתים. און איך לאָז מיך אַװעק צוריק אַף דער אַכסניה און איך נעם זיך װידער צו מײַן בעל־הבית, באַ אים אױסטאַפּן, װער זײַנען דאָ אין כאַבנע פֿון די שענסטע בעלי־בתים? איז אָבער אוממעגלעך באַ אים אַרױסצוציִען אַ װאָרט; ער װיל נאָר װיסן אײן זאַך: צוליב װאָס באַדאַרף איך דאָס װיסן? אױב, זאָגט ער, צוליב אַ שידוך, איז אַן אַנדער זאַך, און אױב צוליב קרעדיט, איז שױן װידער עפּעס אַנדערש, און אױב אַפֿילו, זאָגט ער, גלאַט אַזױ, באַדאַרף ער, זאָגט ער, אױך װיסן, װאָס ליגט דאָ פֿאַר אַ טעם… אַהין־אַהער, ער האָט זיך מיר אױסגעקװעטשט, אַז פֿײַן זײַנען, אײגנטלעך, אַלע כאַבנער בעלי־בתים. דאָס הײסט, אַז מע װיל, זאָגט ער, צוריק, מעג זײ דאָס צוקומען, װאָס זײ גײט־אָפּ צו פֿײַנקײט, װאָרעם װאָס איז שײַך פֿײַן? פֿײַן קאָן מען, זאָגט ער, אָנרופֿן איטלעכן באַזונדער, און אַז מע װיל, זאָגט ער, איז קײן פֿײַן גאָר נישט פֿאַראַן אין ערגעץ. עס װענדט זיך, זאָגט ער, אין דעם, װאָס פֿאַר אַ פֿײַנקײט מע זוכט באַ יענעם: צי געלט, צי יחוס, צי תּורה, צי דרך־ארץ, צי אפֿשר אַלע זאַכן אינאײנעם? נאָר אַזױ װי אַלץ אינאײנעם, זאָגט ער, איז ניטאָ באַ קײַ־נעם, לכן זײַנען, זאָגט ער, אין כאַבנע אַלע פֿײַן; נאָר אױב איך װיל, זאָגט ער, עס זאָל זײַן פֿײַן שבפֿײַן, זײַנען פֿאַראַן, זאָגט ער, נאָר צװײ פֿײַנע מענטשן אין כאַבנע: רב לײזער און רב יאָסיע. אַף זײ קאָן מען, זאָגט ער, זאָגן: פֿײַן, װאָס פֿײַן הײסט!… „װער, זאָג איך, איז, למשל, דער רב לײזער און װער איז דער רב יאָסיע?“ זאָגט ער מיר: „װאָס איז די נפֿקא־מינה? און אַז איך װעל אײַך שױן זאָגן, װעט איר דען װיסן?“ זאָג איך: „װאָס איז שײַך? יעדער מענטש האָט דאָך זײַן כאַראַקטער“. זאָגט ער: „איר זײַט אַ מאָדנער ייִד ― אַלצדינג דאַרפֿט איר װיסן! רב לײזער איז אַ ייִד, װאָס מע רופֿט אים לײזער, און רב יאָסיע איז אַ ייִד, װאָס מע רופֿט אים יאָסיע, נו, אַצינד איז אײַך שױן גרינגער?“…

בקיצור, איך בין אַריבערגעגאַנגען צו דעם רב לײזערן, װאָס מע רופֿט אים לײזער, און צו דעם רב יאָסיִען, װאָס מע רופֿט אים יאָסיע, און האָב מיך באַקענט מיט זײ, גאַנץ שײנע ייִדן מיט שײנע בערד, זיך צערעדט מיט זײ פֿון דעם און פֿון יענעם, גלאַט אַזױ זיך אין דער װעלט אַרײַן; אַזױ לאַנג, אַזױ ברײט, ביז מען איז אַרױף אַף דעם, װאָס איך באַדאַרף, און האָב זײ גאַנץ פּשוט דערצײלט די גאַנצע מעשׂה, אַזױ און אַזױ, אַז פֿאָרן פֿאָר איך צו אַ פּריץ, פֿיר מיט זיך געלט, האָב איך מורא, טאָמער אַ קשיא, כאַבנע איז טאַקע אַ שטאָט ניט חלילה פֿון גזלנים אָדער כאַפּערס, נאָר עס איז דאָך עפּעס געלט, קײן עין־הרע, אַזאַ סומע, פֿרעמדס, ניט מײַנס… לכן בעט איך זײ, אױב זײ װילן פֿאַרדינען אַ מצװה, זאָלן זײ זיך מטריח זײַן מיט מיר אַף אײן מינוט צום גביר פֿון כאַבנע, נישט מער װי זײַן דערבײַ, בשעת איך גיב אים איבער דאָס געלט, ער זאָל דאָס באַהאַלטן באַ זיך איבער שבת. אױסגעהערט האָבן זײ מיך, אָט דער רב לײזער, װאָס מע רופֿט אים לײזער, און דער רב יאָסיע, װאָס מע רופֿט אים יאָסיע, מיט קאָפּ, זיך געגלעט בשעת־מעשׂה די בערד, איבערגעפֿרעגט באַ מיר נאָך אַ מאָל און נאָך אַ מאָל: פֿון װאַנען און װוּהין און װאָס און װען, און האָבן זיך נישט געלאָזט לאַנג בעטן, און מיר זײַנען אַלע דרײַ זיך דורכגעגאַנגען צום גבֿיר פֿון כאַבנע, געבעטן, ער זאָל קײן פֿאַראיבל נישט האָבן, כאַבנע איז טאַקע אַ שטאָט ניט חלילה פֿון גזלנים אָדער כאַפּערס… און איך האָב גאַנץ פֿײַן אױפֿגעבונדן די קעשענעס, אַרױסגענומען און איבערגעצײלט דאָס ביסל אָרעמקײט, רעכט אײַנגעװיקלט אין אַ פּאַפּיר און איבערגעגעבן דאָס דעם גביר פֿון כאַבנע גלײַך אין די הענט אַרײַן, ער זאָל דאָס באַהאַלטן באַ זיך אין דער אײַזערנער שאַפֿע ביז איבער שבת, געבעטן נאָך אַ מאָל, עך זאָל קײן פֿאַראיבל נישט האָבן, װאָס איך בין אים מטריח, כאַבנע איז טאַקע אַ שטאָט ניט חלילה פֿון גזלנים אָדער כאַפּערס, עס איז דאָך אָבער געלט, קײן עין־הרע, אַזאַ סומע געלט, פֿרעמדס, ניט מײַנס… און דער גבֿיר פֿון כאַבנע האָט גאַנץ פֿײַן איבערגענומען באַ מיר דאָס פּעקל פֿון האַנט צו האַנט, װי מע נעמט איבער, למשל, אַ קינד אַף אַ ברית־מילה פֿון דער קװאַטערן צום קװאַטער, און מײַנע צװײ ייִדן בשעת־מעשׂה האָבן געהאָלפֿן קוקן, זיך געגלעט די בערד און באַלעקט זיך, װי אַ קאַץ, בשעת זי קוקט אַף פּוטער… און איך האָב מיך אָפּגעזעגנט, נאָכאַמאָל געבעטן, מע זאָל קײן פֿאַראיבל ניט האָבן פֿאַר דער טרחה, כאַבנע איז טאַקע אַ שטאָט ניט חלילה פֿון גזלנים אָדער כאַפּערס, און אַ גוטן שבת, און אַ סוף.

אױסגעלײדיקט די בוזעם־קעשענע, איז מיר אַראָפּ צען פּוד משׂא, און איך בין מיר מיט אַ פֿרײַען קאָפּ געגאַנגען אין שול אַרײַן, געהערט זײער אַ שײנעם חזן, װאָס ציקלט זיך אַפֿילו אַ ביסל צופֿיל און מאַכט משונה־מאָדנע קונצן מיטן האַלדז, טערעלײקעט דעם „לכה־דודי“, װי אַ סאָלאָװײ, לאָזט־אױס דעם „מזמור־שיר־ליום־השבת“, װי אַ זינגער, להבֿדיל, אין טעאַטער, און זאָגט דעם „כגונא“ עכט ייִדיש, מיט אַזױפֿיל „מאָראַל“, מיט אַזאַ מין מתיקות, אַז עס גלוסט זיך הערן נאָכאַמאָל און נאָכאַמאָל ― איך האָב שױן לאַנג ניט געהערט אַזאַ חזן, װי אין כאַבנע, איך האָב שױן לאַנג ניט געהערט אַזאַ קידוש מיט אַזעלכע זמירות, װי אין כאַבנע, איך האָב שױן לאַנג ניט געגעסן אַזעלכע געפֿעפֿערטע פֿיש מיט אַזעלכע געשמאַקע לאָקשן מיט אַזאַ צימעס־פֿלײש, װי אין כאַבנע, איך בין שױן לאַנג ניט אַזױ געשלאָפֿן געשמאַק, װי איך בין געשלאָפֿן יענע נאַכט שבת, און אױך דעם גאַנצן טאָג שבת בין איך געשלאָפֿן, װי אַ קיסר! אױסגעשלאָפֿן זיך אַף אַלע זײַטן, בין איך מיר גאַנץ פֿײַן אױפֿגעשטאַנען, אַרױסגעגאַנגען אַביסל אַפֿן שפּאַציר, אָנקוקן כאַבנע, כאַבנער ייִדן מיט כאַבנער װײַבער, כאַבנער בחורים מיט כאָבנער מײדלעך, װאָס גײען אָנגעטאָן און אױסגעפּוצט נאָך „דער לעצטער מאָדע“; נאָכדעם האָב איך מיר גאַנץ פֿײַן אָפּגעגעבן דעם קאַלטן שלש־סעודות און גאַנץ פֿײַן אָפּגעזונגען די שײנע זמירות, אַװעק אין שול אַרײַן דאַװנען מעריבֿ, געקומען, אָפּגעמאַכט גאַנץ פֿײַן הבֿדלה, זיך צערעכנט גאַנץ פֿײַן מיט דער בעל־הביתטע אַף דער אַכסניה, אָפּגעריסן, געװײנטלעך, פֿונעם חשבון אַ פּאָר גילדן, און זיך געלאָזט גאַנץ פֿײַן צום גבֿיר פֿון כאַבנע נאָך די עטלעכע גראָשנס.

געקומען צום גבֿיר פֿון כאַבנע, האָב איך אים געטראָפֿן אין זײער אַ שײנעם זײַדענעם כאַלאַט מיט זײַדענע קאָטעסן, גײט אַרום גאַנץ פֿײַן איבערן זאַל, דרײט מיט די קאָטעסן פֿון אײן פֿינגער אַפֿן אַנדערן, באָמקעט און זינגט מיט זײער אַ שײנער שטימע: , אליהו הנביא! אליהו התשבי! אליהו הגלעדי! במהרה, במהרה, במהרה בימינו!…

„מילא, יענער זינגט, טראַכט איך מיר, לאָז ער זינגען; ער װעט אױפֿהערן צו זינגען, װעל איך אים דעמאָלט זאָגן“. מײַן גבֿיר אָבער הערט ניט אױף צו זינגען, צו באָמקען און צו דרײען מיט די קאָטעסן פֿון אײן פֿינגער אַפּן אַנדערן. איך הײב אָן צו זיצן אַף הײסע קױלן, כאַפּ זיך אױף אַלע מאָל און װיל צוגײן צו אים און זאָגן מכּח יענער מעשׂה, איז אָבער אוממעגלעך: ער זינגט און באָמקעט און דרײט מיט די קאָטעסן פֿון אײן פֿינגער אַפֿן אַנדערן, און דאָס קול גײט אַלע מאָל העכער און העכער: אליהו הנביא! אליהו התשבי! אליהו הגלעדי! אַי־אַי־אַי־אַי! אַי־אַי־אַי־אַי! במהרה, במהרה, במהרה בימינו!… אליהו הנביא! אליהו התשבי! אליהו הגלעדי! „װאָס ס'האָט זיך מיר געחלומט יענע נאַכט און הײַנטיקע נאַכט און אַ גאַנצע װאָך! ― אַזױ טראַכט איך מיר ― דער מענטש האָט זיך אַביסל פֿאַרליבט אין אליהון, ס'איז אים גאָר ניט אָפּצורײַסן!“… בקיצור, ער האָט געזונגען און געבאָמקעט אַזױ לאַנג, ביז ער האָט אױפֿגעהערט צו זינגען און צו באָמקען. „אַ גוטע װאָך ― מאַכט ער צו מיר ― אַ גוטע װאָך, זיצט“. און מיר זעצן זיך אַװעק גאַנץ פֿײַן בײדע באַם טיש, און ער איז מיך מכבד מיט אַ גאַנץ פֿײַנעם פּאַפּיראָס, שאַפֿט, מע זאָל אַרײַנטראָגן צװײ גלאָז טײ, מיר אַ גלאָז און אים אַ גלאָז, און טוט מיך אַ פֿרעג: „יונגערמאַן, װאָס װעט איר עפּעס זאָגן גוטס?“ ― „װאָס זאָל איך, זאָג איך, זאָגן? איך פֿאָר הײַנט אַװעק, זאָג איך, טאַקע באַלד, הײסט עס, האָב איך אײַך געװאָלט, זאָג איך, בעטן די עטלעכע גראָשנס“. ― „װאָס פֿאַר גראָשנס“? ― „די עטלעכע קערבלעך“, זאָג איך. ― „װאָסערע קערבלעך?“ ― „דאָס געלט, זאָג איך, דאָס געלט מײַנס“. ־ „װאָסער געלט?“ ― „װאָס הײסט, זאָג איך, װאָסער געלט? איר װײסט ניט, װאָס איך מײן? איך מײן, זאָג איך, דאָס געלט, װאָס כ'האָב אײַך געגעבן באַהאַלטן ביז איבער שבת“. ― „איר, זאָגט ער, האָט מיר געגעבן געלט?“… און בשעת־מעשׂה מאַכט ער אַזאַ פּנים, גלײַך װי איך װאָלט אים געזאָגט, למשל, אַז זײַן נאָז איז ניט זײַנע, נאָר מײַנע…

איר קאָנט פֿאַרשטײן, װי אַזױ מיר איז געװאָרן בשעת מעשׂה אַף דער נשמה: אַ קשיא אַף אַ מעשׂה? כאַבנע איז טאַקע אַ שטאָט, חלילה, ניט פֿון קײן גזלנים, ניט פֿון קײן כאַפּערס… נאָר צוריק האָב איך מיך מײשב געװען: אפֿשר טרײַבט ער קאַטאָװעס? הײב איך אָן צו לאַכן: „כאַ־כאַ, איר זײַט אַ רעכטער לץ, זאָג איך, איר קאָנט גוט די מלאָכה!“ מאַכט ער צו מיר אָבער ערנסט: „װאָסער מלאָכה?“ ― „איר טרײַבט, זאָג איך, מיט מיר קאַטאָװעס“. מאַכט ער צו מיר שױן צו ערנסט: „יונגערמאַן, איך בין ניט אײַער גלײַכן און טרײַב מיט אײַך קײן קאַטאָװעס! זאָגט, װאָס װילט איר?“…

דאָ האָב איך שױן דערפֿילט, אַז דאָס פּנים ציטערט מיר, די אױגן פּינטלען, די קנעכלעך הײבן זיך אָן צו טרײסלען, אָט פֿאַל איך אום. נאָר איך גיב מיך ניט אַרױס. איך נעם עס אָן אַלץ פֿאַר אַ שפּאַס און טו אים אַ זאָג: „נו, גענוג. אײַך שױן צו לצעװען, כלעבן, גיט מיר אָפּ מײַן געלט, לאָמיך פֿאָרן“. מײַן גבֿיר פֿון כאַבנע זיצט אַקעגן מיר, קוקט מיר גלײַך אין די אױגן אַרײַן, און איר זאָלט זאָגן, ער זאָל דאָס אַפֿילו אַ ריר טאָן מיט אַ ברעם, אַ פּינטל טאָן מיט אַן אױג. גאָרניט, גלײַך װי איך װאָלט עפּעס גערעדט פֿונעם װעג, חלילה, פֿונעם זינען. „יונגערמאַן, מאַכט ער צו מיר גאַנץ געלאַסן, איר זײַט זיך טועה, איר האָט געטראָפֿן ניט אַהין, װוּ איר דאַרפֿט“. טוט עס מיך שױן מסתּמא אַ טראָג־אױף און איך רוף מיך אָן צו אים: „אױב איר טרײַבט ניט קײן קאַטאָװעס, זאָג איך, פֿאַרשטײ איך אײַך ניט, װאָס דאָס איז פֿאַר אַ שפּיל? איך האָב אײַך געגעבן, זאָג איך, באַהאַלטן געלט, קײן עין־הרע, אַזאַ סומע געלט, דאָס געלט איז ניט מײַנס, ס'איז פֿרעמד געלט“… און איך פֿיל, אַז די צונג פּלאָנטעט זיך, אין האַלדז שטיקט, אינעם לינקן אױער פֿײַפֿט, עס גײט מיר אָפּ, װי מע זאָגט, אַ מינוט צום חלשן. „איך װײס ניט, מאַכט ער צו מיר, װאָס איר רעדט“. ― „האָט איר, זאָג איך, באַ מיר קײן געלט נ י ט גענומען?“ ― ,, א י ך , זאָגט ער, באַ א ײַ ך? װײַזט, זאָגט ער, איר האָט עפּעס אַף פּאַפּיר?“… דאָ איז מיר געװאָרן שלעכט; אַצינד פֿאַרשטײ איך שױן, פֿאַר װאָס ער האָט געזאָגט, אַז ער חתמעט ניט קײן קװיטלעך!… „סטײַטש, זאָג איך, נו, און די עדות, װאָס זײַנען דערבײַ געװען?“ מאַכט ער צו מיר: „עדות? װאָסערע עדות?“ ― „ניט געװען, זאָג איך, דערבײַ רב לײזער און רב יאָסיע?“ ― „װאָסער לײזער, װאָסער יאָסיע?“ ― „סטײַטש, זאָג איך, גאָט איז מיט אײַך, אָט, זאָג איך, טו איך אַ שפּרונג און ברענג זײ צו פֿירן!“ ― „שפּרינגט, מאַכט ער צו מיר, װוּהין איר װילט, אַבי לאָזט מיך צו־רו; איר זײַט מיר, זאָגט ער, ניט באַ אַלע געדאַנקען, יונגערמאַן!“…

און לױפֿנדיק אַזױ צו מײַנע עדות, פֿליט מיר דורך בשעת־מעשׂה אַ מחשבה: אפֿשר בין איך טאַקע ניט באַ אַלע געדאַנקען? אפֿשר איז דאָס גאָר אַ דמיון? אַ חלום? אפֿשר בין איך גאָר ניט אין כאַבנע? איך לױף, און די געדאַנקען לױפֿן, דער קאָפּ װערט מיר שיִער נישט צעשפּאָלטן אַף שטיקלעך. דער רוח האָט מיך געטראָגן קײן כאַבנע אַף שבת! װײ און װינד, װאָס װעל איך טאָן, אַ קלאָג, פֿאַרפֿינצטערט בין איך געװאָרן?!…

אַהין־אַהער, איך קום צו רב לײזערן, איך קום צו רב יאָסיע, דערצײל זײ דעם אומגליק, װאָס מיר האָט געשען: „קומט, זאָג איך, ייִדן בני רחמנים, קומט גיכער, האָט רחמנות, ס'איז אַ סומע געלט, זאָג איך, פֿרעמדס, ניט מײַנס, ראַטעװעט מיך!“… און מיר קומען צו לױפֿן אַלע דרײַ צום גבֿיר פֿון כאַבנע, גײט ער אונדז אַקעגן מיט אַ מאָדנע שמײכל און מאַכט צו מײַנע צװײ שײנע ייִדן בור הלשון: „װאָס זאָגט איר אַף דעם

שלאַק? דער יונגערמאַן האָט זיך אײַנגערעדט אַ לונג־און־לעבער אַף דער נאָז; ער זאָגט, אַז ער האָט מיר כּמו װי געגעבן געלט אַ גרױסע סומע אַף צו באַהאַלטן, און װײַזט אָן אַף אײַך,אַז איר זײַט דערבײַ געװעזן. װאָס זאָגט איר אַף אַזאַ מין אָנשיקעניש?“… מײַנע בײדע עדות, די שײ־ נע ייִדן מיט די שײנע בערד, שטײען און קוקן אַפֿן גבֿיר, אַף מיר און אײנס אַפֿס אַנדערע. „װאָס שװײַגט איר? ― מאַכט צו זײ דער גבֿיר. ― האָט איר געהערט אַזאַ מין בלבול?“ ― „גאָט ברוך־הוא זאָל שומר ומציל זײַן!“ ― מאַכן מײַנע צװײ עדות, די שײנע ייִדן מיט די שײנע בערד, און קוקן זיך איבער אײנס מיט דאָס אַנדערע. „ער זאָגט, מאַכט װײַטער צו זײ דער גבֿיר, אַז ס'איז געװען מי יודע װאָס פֿאַר אַ סומע געלט, תרפּ″ט אַלפֿים, און אַז איך האָט אַלײן געזען, װי ער האָט דאָס מיר איבערגעגעבן, איך זאָל דאָס באַהאַלטן באַ זיך ביז איבער שבת. װי געפֿעלט דאָס אײַך? איך האָב מורא, צי דער יונגערמאַן איז, חלילה, ניט גערירט?“… ― „ניט אַנדערש, אַז… ער איז, חלילה, גערירט“… רופֿן זיך אָפּ מײַנע בײדע עדות, קוקן אַפֿן גבֿיר און אײנס אַפֿס אַנדערע און גלעטן זיך די שײנע בערד. איך װיל עפּעס זאָגן, שרײַען ― קאָן איך ניט! עס האָט זיך מיר צוגעקלעפּט די צונג צום גומען, געשטעלט זיך עפּעס פּאָפּעריק אין האַלדז, װי אַ בײן, פֿינצטער געװאָרן אין די אױגן… שטיל האָבן זיך מײַנע צװײ שײנע ייִדן, רב לײזער און רב יאָסיע, אַרױסגערוקט פֿון שטוב, עפּעס מאָדנע געקוקט אַפֿן גבֿיר און אײנס אַפֿס אַנדערע. זײערע פּנימער זײַנען געװען בלאַס, װי די לבֿנה, נאָר זײ האָבן געשײַנט, און די אױגן האָבן באַ זײ געלױכטן, װי באַ מענטשן, װאָס גאָט ברוך־הוא האָט זײ צוגעשיקט אַף אַ פֿולער װאָך ניט קײן שלעכט געשעפֿטל…

………………..

הערט איר? גאָט װײס, װאָס מיט מיר װאָלט געװען, װען דער כאַבנער גביר זאָל ניט געװען צוגײן צו מיר, אַרױפֿלײגן מיר די האַנט אַף די פּלײצעס, עפֿענען די שאַפֿע און אַ זאָג טאָן צו מיר: „יונגערמאַן, עסט אײַך ניט אָפּ דאָס האַרץ. דאָ האָט איר אײַער געלט. איך האָב אײַך ניט מער נאָך געװאָלט װײַזן, װ אָ ס איז כאַבנע און װ ע ר זײַנען אירע שײנע ייִדן“…

פֿון דעמאָלט־אָן פֿאָר איך ניט קײן כאַבנע, און אַז איך פֿאָר קײן כאַבנע, פֿיר איך ניט מיט קײן געלט, און אַז איך פֿיר געלט, האַלט איך

ניט שבת, און אַז איך האַלט שבת… װײס איך שױן, װאָס איך האָב צו טאָן…

און דער געלער יונגערמאַן מיט די װײַסע ברעמען, אַז ער האָט נעענדיקט צו דערצײלן די מעשׂה, האָט ער זיך אָפּגערוקט מיטן בענקל אַ ביסל אַף אַ זײַט און האָט גענומען אַרײַנקוקן אונדז איטלעכן באַזונדער אין די אױגן אַרײַן, צו זען, װאָס פֿאַר אַ רושם זײַן מעשה האָט אַף אונדז געמאַכט. מיר אַלע זײַנען געבליבן װי פֿאַרשטומט. עס איז איבערגעריסן געװאָרן אונדזער שמועס, אָפּגעהאַקט געװאָרן, װי מיט אַ האַקמעסער. נאָר אײנער פֿון אונדז (איך געדענק ניט װער; דאַכט מיר, אַז איך) האָט זיך אײַנגעשטעלט און האָט אַ פֿרעג געטאָן באַם געלן יונגנמאַן מיט די װײַסע ברעמען:

― אַקעגן װאָס, הײסט דאָס, האָט איר אונדז דערצײלט די דאָזיקע מעשה?

― אַקעגן װאָס? ― מאַכט ער װי פֿאַרװוּנדערט, ― װאָס הײסט, אַקעגן װאָס? אַקעגן גאָרניט. ס'איז גלאַט אַזױ זיך אַ מעשׂה, אין דער װעלט אַרײַן. איך האָב מיך גראָד איצט דערמאָנט, האָב איך אײַך דערצײלט.

געשריבן אין יאָר 1905 דיאַלאָג אין גאַליציע

― איר פֿאָרט, דאַכט מיר, קײן קאָלאָמעאַ?

― פֿון װאַנען װײסט איר, אַז קײן קאָלאָמעאַ?

― איך האָב געהערט, איר האָט גערעדט מיטן קאָנדוקטאָר. איר זײַט טאַקע אַ קאָלאָמעאַר, צי איר פֿאָרט נאָר קײן קאָלאָמעאַ?

― טאַקע אַ קאָלאָמעאַר. װאָס איז דען?

― גאָרניט. גלאַט אַזױ, איך פֿרעג. עפּעס אַ היפּשע שטאָט קאָלאָמעאַ?

― װאָס איז שײך אַ היפּשע שטאָט? אַ שטאָט, װי אַלע שטעט אין גאַליציע. אַ פֿײַן שטעטל, זײער אַ פֿײַן שטעטל!…

― איך מײן, צי ס'איז פֿאַראַן באַ אײַך עפּעס פֿײַנע מענטשן, נגידים?

― פֿאַראַן אַלערלײ: פֿאַראַן נגידים, פֿאַראַן קבצנים. געװײנטלעך, מער קבצנים װי נגידים.

― דאָס אײגענע, װאָס באַ אונדז. אַף אײן נגיד ― קײן עין־הרע, טױזנט קבצנים. באַ אײַך אין קאָלאָמעאַ דאַרף זײַן אַ נגיד פֿינקעלשטײן?

― פֿאַראַן אַ נגיד פֿינקעלשטײן. װאָס איז? איר קענט אים?

― קענען קען איך אים ניט, נאָך איך האָב געהערט. הײסט ער ניט רב שעיה?

― רב שעיה. װאָס איז דען?

― גאָרנישט. גלאַט אַזױ, איך פֿרעג. ער איז טאַקע אַזאַ גבֿיר, װי מע זאָגט, אָט דער רב שעיה?

― איך װײס? זײַן געלט האָב איך נישט געצײלט. װאָס פֿרעגט איר זיך אַזױ נאָך? איר דאַרפֿט דאָס װיסן אַקעגן קרעדיט?