מאָנאָלאָגן: אַ נגידישע פּרעזשעניצע

שלום עליכם (אַלע װערק)

אָ נגידישע פּרעזשעניצע אַ ליטװישער דיאַלאָג

― װאָס זאָל איך דיר זאָגן, הינדע? דעם קאַפֿטן פֿאַרזעצן, אַ נגיד זאָל מען זײַן!

― אַקעגן װאָס איז געקומען צו רײד?

― געװען באַם נגיד. דערלאַנגט צום טיש אַ פּרעזשעניצע. ניט שײך צו זאָגן ― אַ גאָלד!

― פּטור! װאָס איז דאָרטן? מיט פֿליטערלעך?

― ניט שײך צו זאָגן ― טעם גן־עדן!

― געגעסן?

― פּטור! װאָס פֿאַר אַ מחותּן?

― פֿון װאַן־זשע װײסטע?

― מ′זעט ניט?… אַ חיות צו קוקן פֿון דער װײַטן! צעגײט אין מױל, װי אַ פּוטער!…

― נגידים ― װאָס פֿעלט זײ?

― קאָפּװײטיק! כ′װאָלט װעלן זען, הינדע… נמ… נמ… זאָלסט אַמאָל מאַכן אַ פּרעזשעניצע…

― טאַקע? אַ קלײנע השׂגה!

― פֿאַר װאָס ניט? אײן מאָל אין לעבן!…

― משוגע ― װאָס?

― נמ… נמ.. חלשט מיר די האַרץ, הינדע!… מאַך מיר אַ פּרעזשע־ ניצע, זע!…

― אַ קלאָג! פֿון װאָס מאַכט נעם ― װײסטע?

― פּטור! פֿון װאַן זאָל איך װיסן?

― טאָ װאָס־זשע רעדסטע?… ערשטנס, לײגן זײ אַרײַן, די נגידים, װער װײס װיפֿל פּוטער!… ― מילא, איז אָן פּוטער, אַבי אַ פּרעזשעניצע!

― אַ צורה! הײַנט מילך?

― מילא, איז אָן מילך, אַבי אַ פּרעזשעניצע!

― גוט! אָבער אײער? אָן אײער קאָן מען דאָך ניט מאַכן אַ פּרעזשעניצע!

― אײער? אַװוּ שטײט דאָס „אײער“? מע צעשלאָגט אַן אײ און מע מאַכט אַ פּרעזשעניצע.

― געפּועלט! אַװוּ נעמט נעם? געװען אײן אײ איז אַװעק אַ האַלבער געלכל אַף געפֿילעכץ און אַביסל פֿון דעם װײַסל אַף די חלות.

― נאָ־נאָ! אַז דו װילסט, געפֿינסטע נאָך פֿון װאָס צו מאַכן אַ פּרעזשעניצע!

― פֿון װאָס? פֿון דער לושפּײַקע? אַ האַלבע אײ!

― איך װײס? ביסט דאָך עפּעס אַ בעל־הביתטע!

― אַ בעל־הביתטע! סײַדן מיט מעל אַביסל?

― זאָל זײַן מיט מעל, אַבי אַ פּרעזשעניצע.

― חכם! אַװוּ נעמט נעם?

― עט, אַ ביסל מעל אײך אַ זאַך?

― אײך אַ זאַך… סײַדן רעטשענע?

― זאָל זײַן רעטשענע, אַבי אַ פּרעזשעניצע.

― אַ צורה! סײַדן מיט אַ ציבעלע?

― זאָל זײַן מיט אַ ציבעלע, אַבי אַ פּרעזשעניצע.

― גאָר פֿאַרגעסן! ניטאָ קײן ציבעלעס. פֿראַן אַ קנאָבעלע.

― זאָל זײַן אַ קנאָבעלע, אַבי אַ פּרעזשעניצע.

― אַ שײנע פּרעזשעניצע! מיט װאָס באַשמירט נעם די סקאָװערדע?

― שמיר מיט װאָס דו װילסט, אַבי אַ פּרעזשעניצע.

― נאַ דיר אַ פּרעזשעניצע!… אָנגעשפּאַרט דער יצר־הרע!… געזען באַם נגיד… דער נגיד זאָל זיך אָפּשנײַדן דעם נאָז, דאַרף נעם אײך שנײַדן דעם נאָז… אַבוזשאַנע!… ננאַ! נאַ דיר אַ פּרעזשעניצע פּלוצעם!… גײ װאַש דזאַך, שײם פֿאַרטיק די פּרעזשעניצע! ― שײם פֿאַרטיק די פּרעזשעניצע? אָט אַזױ, הינדע, האָב איך דיר ליב… די נגידים מײנען ― נאָר באַ זײ פֿראַן פּרעזשעניצעס… אַן אײדעלער מאכל!… עס שמעקט דער קנאָבל ― אַ חיות!… גוט, הינדע! כ′װאָלט אַלע טאָג עסן פּרעזשעניצעס… הערסטע, הינדע, װאָס כ′װעל דיר זאָגן?… נמ… נמ… דײַן פּרעזשעניצע איז גאָר ניט דאָס… עפּעס זױערלעך, װינציק זאַלץ און קלעפּיק… נמ… נמ… זאָלסט מיר מוחל זײַן… נמ… נמ… גאָט זאָל נישט שטראָפֿן פֿאַר די רײד… חלשות, טפֿו! דער שװאַרץ־יאָר װײס זײ, די נגידים, אין װאָס זײ קאָכענען זאַך!…

געשריבן אין יאָר 1904

― שױן פֿון אַ טאָג דרײַ, אַז עס גײט צו דיר אַ יונגערמאַן אַלע אינדערפֿרי און באַטאָג און אױפֿדערנאַכט, און טרעפֿט דיך ניט אין דער הײם. ער דאַרף דיך, זאָגט ער, זײער נײטיק זען!

אַזױ האָט מען מיר אָנגעזאָגט אַ בשׂורה, בשעת איך בין געקומען אײנמאָל צו פֿאָרן פֿון װעג אַהײם.

― מסתּמא אַ מחבר מיט אַ „װערק“! ― אַזױ האָב איך מיר געטראַכט און האָב מיך אַװעקגעזעצט צום טיש, און נאָר גענומען זיך צו דער אַרבעט ― אַהאַ, מע קלינגט שױן! עס עפֿנט זיך די טיר און עמעצער דאָרטן פּאָרקעט זיך, טוט אױס די קאַלאָשן, הוסט, שנײַצט די נאָז ― אַלע סימנים פֿון אַ מחבר. איך װאָלט שױן װעלן זען דעם פּאַרשױן! גאָט האָט געהאָלפֿן, ער איז אַרײַן. אָפּגעמאַכט צו מיר אַ גאַנץ פֿײַנעם „בואי־בשלום“, דאָס הײסט, אָפּגעטראָטן אַף אַ פּאָר טריט צוריק, געמאַכט אַ מין רעװעראַנס, געריבן בשעת מעשׂה אַ האַנט אָן אַ האַנט, האָט ער זיך מיר פֿאָרגעשטעלט און אָנגערופֿן אַ נאָמען פֿון דער הגדה, אײנעם פֿון די נעמען, װאָס אָט האָט איר דאָס געהערט, און אָט האָט איר דאָס פֿאַרגעסן ― אַװעקגעפֿלױגן.

― זיצט! מיט װאָס קאָן איך אײַך דינען?

― איך בין געקומען צו אײַך מכּה זײער אַ נײטיקער זאַך. דאָס הײסט, פֿאַר מיר איז די זאַך נײטיק, זײער נײטיק ממש, קאָן מען זאָגן, נוגע אין לעבן אַרײַן, און נאָר איר, אַזױ מײן איך, װעט דאָס פֿאַרשטײן. איר שרײַבט אַזױ פֿיל, אַז איך מײן, אַז איר באַדאַרפֿט װיסן אַלצדינג און איר באַדאַרפֿט זײַן אַ מבֿין אַף אַלצדינג. אַזױ מײן איך. דאָס הײסט, ניט איך מײן, נאָר איך בין איבערצײַגט, אַז ס'איז אַזױ.

איך באַטראַכט מײַן פּאַרשױן: אַ טיפּ פֿון אַ קלײנשטעטלדיקן משׂכּיל, אַ מחבר. אַ יונגערמאַן מיט אַ בלאַס פּנים, מיט גרױסע שװאַרצע