מעשׂיות און פֿאַנטאַזיעס: מעשׂיות פֿון טױזנט אײן נאַכט

שלום עליכם (אַלע װערק)

דערצײלט בהדחבה פֿון אַ קרושניקער ייִדן, װאָס זיצן זיצט ער אין קרושניק נאָר רופֿן רופֿט מען אים „יאַנקל יונעװער“, װײַל ער איז פֿון יונעװ, פֿאָרנדיק אַפֿן שיף פֿון קאָפּענהאַגען ביז ניו־יאָרק, און איבערגעגעבן װאָרט אין װאָרט.

1.

יאַנקל יונעװער פֿון קרושניק.

― ― ― פֿאָרט איר, הײסט עס, פּאַני שלום־עליכם, אױך אַהינצוצו, װי אַלע? ― זײער אָנגעלײגט!

נישט מחמת, װי זאָגט איר, צרת רבים חצי נחמה. חס ושלום! אַדרבה, פֿאַרקערט! למאַי זאָל איך זאָגן? נאָר װאָס דען? גלאַט אַזױ, ס'איז עפּעס הײמלעכער אַף דער נשמה צו װיסן, אַז א ו נ ד ז ע ר שלום־עליכם, איר פֿאַרשטײט צי נײן, פֿאָרט אױך מיט אונדז, פּשוטע עמיגראַנטן, אַף אײן שיף, אַהין, אין יענעם לאַנד אַרײַן, װאָס גאָט האָט באַשאַפֿן פֿון ייִדנס װעגן, זײ זאָלן האָבן װוּהין צו אַנטלױפֿן, אַז עס טרעפֿט זיך אַ צרה שלא תבוא, אַן אומגליק, אַ פּאָגראָם, אַ מלחמה…

איך װעל אײַך זאָגן דעם אמת ― עס גלײבט זיך עפּעס גאָר ניט, אַז ס'איז נאָך פֿאַראַן הײַנטיקע צײַטן ערגעץ אַף דער װעלט אַזאַ ניכטער װינקל, װוּ מענטשן זײַנען ניט פֿאַרשכּורט פֿון בלוט און מע קױלעט זיך ניט אין די אַלפֿים, װי מע קױלעט באַ אונדז, אַשטײגער, עופֿות, אַז עס קומט ערבֿ יום־כּפֿור צו די כּפּרות, און מע האַקט ניט אײנס דאָס אַנדערע, װי מע האַקט הערינג, און מע בראָקט ניט קײן מענטשן, װי מע בראָקט קרױט…

װי מײנט איר, מיר װעלן אַמאָל קומען אַהין, אין דעם אַמעריקאַ, צי װער־װאָס?

איך װײס ניט, װי אַזױ איר דאָרטן, אױבן, אין די קאַיוטן פֿון
ערשטער קלאַס ― נאָר מיר אָט־דאָ, פּאַסאַזשירן פֿון דריטן קלאַס, האָבן שױן אַװעקגעגעבן, װי זאָגט איר, דער מאַמעס מילך, געבן זאָל זײ גאָט אַ בײז קװיטל, דערפֿאַר װאָס זײ האָבן צוגעטראַכט אַלע גוטן זאַכן אַף דורכצולעכערן די שטאַרקסטע פֿעסטונגען און אַף דורכצוברעכן אײַזער־ נע מױערן און אַף צו מזיקן, אומברענגען די גאַנצע װעלט!

װאָלט דען נישט גלײַכער געװען, זאָגט שױן איר אַלײן, מע זאָל עפּעס צוטראַכטן אַ מיטל אַף צו פֿאַרגרינגערן די דאָזיקע שװערע אומגעלומפּערטע נסיעה אַפֿן ים?

נײן, אַמער האָבן זײ בעסער אַװעקגעלײגט דעם קאָפּ אַף שמד־שטיק, אַף אַ „צװײ־און־פֿערציקער“, מיט אַלערלײ באָמבעס: אַזעלכע, װאָס גנבֿענען זיך אונטער אונטערן װאַסער און דערצײלן דעם פּסוק, און אַזעלכע, װאָס שיסן פֿון אױבן גאָר, אַזש פֿון יענער זײַט כמאַרע ― צו ברענגען אַ חורבן אַף דער װעלט און צו מאַכן אַ תּל פֿונעם גאַנצן רעשטל ייִדישקײט… און אַז מע האָט זיך גענומען אַף אונדזער ביסל ייִדן, און אַז די גאַנצע מלחמה איז נאָר צוליב אונדז, איר פֿאַרשטײט צי נײן ― אַ ייִ ד י ש ע מ ל ח מ ה ―, דאָס איז דאָך אַזױ קלאָר, װי דער טאָג, װאָרעם אַז ניט ― צו װאָס דען האָט דער אײבערשטער געפֿירט אַזױ, אַז גראָד אָט דאָ, אַף דעם שטיקל אָרט, איז זײ געפֿעלן צו שלאָגן זיך און הרגענען זיך, צו קױלען זיך און צו יאָשען זיך? װאָס איז? דער דײַטש האָט זיך אײַנגעשפּאַרט, ער װיל דװקא לאָדזש און דװקא װאַרשאָ! און פֿאָניע פֿון זײַן זײַט קריכט אַלץ אַהין ― אַף קראָקע מיט לעמבעריג קריכט ער! איז דאָך ממה נפֿשך: אַז דיר, דײַטש, שמעקט אַזױ אונדזער װאַרשאָ מיט אונדזער לאָדזש, און דיר, פֿאָניע, איז געפֿעלן קראָקע מיט לעמבעריג ― איז דאָך עס אַ פּשוטע זאַך: נעמט מען און מע מאַכט אַ בײַט ― און שױן! צו װאָס איז דאָס שלאָגן זיך? מיטן קױלען זיך? מיטן יאָשען זיך? און ועל כּולם ― װאָס געהער זיך עס אָן מיט מיר, מיט יאַנקל יונעװער, און מיט מײַנע קינדער, װאָס מיר זאָלן גײן אַװעקלײגן דעם קאָפּ צוליב דעם, װאָס דײַטש װעט געװעלטיקן אין קוטנע און פֿאָניע אין פּשעמישל? עס קומט אױס גלײַך, װי אױסער פּױלן און מעשׂיות און פֿאַנטאַזיעס 349 אױסער גאַליציע איז שױן גאָר מער קײן װעלט נישטאָ, אַן עק! אײַ, װעט איר מיך פֿרעגן, למאַי בעלגיע? װעל איך אײַך ענטפֿערן: למאַי קרושניק?

איר קוקט מיך אָן, פּאַני שלום־עליכם, װאָס איז דאָס פֿאַר אַ קרושניק, װאָס איך האָב אַ העזה דאָס צו פֿאַרגלײַכן צו אײַער בעלגיע, להבֿדיל? קרושניק, איר פֿאַרשטײט צי נײן, איז זיך אַ קלײן שטעטל, ניט גרעסער פֿון יונעװ, און בײדע שטעטלעך, קרושניק און יונעװ, געפֿינען זיך אין לובלינער גובערניע אײנס נעבן אַנדערן טאַקע.

אַז אירט אַ פֿרעג טאָן, נאַפּשיקלאַד: „װוּ איז דאָס ערגעץ קרושניק?” װעט מען אײַך ענטפֿערן: „קרושניק? ― ניט װײַט פֿון יונעװ“. װוּ־זשע איז יונעװ? ― „ניט װײַט פֿון קרושניק“… איר פֿאַרשטײט צי נײן ― קרושניק און יונעװ זײַנען כּמעט, קאָן מען זאָגן, אײן שטאָט. דאָס הײסט, ס'איז ניט אײן שטאָט; דאָס זײַנען זיך צװײ באַזונדערע שטעט, און הײסן הײסן זײ, אױב איר װילט װיסן אַקוראַט, ניט קרושניק און ניט יונעװ, נאָר „קראַסניק“ און „יאַנאָװ“ נאָר מיר, ייִדישע קינדער, האָבן עס פֿאַרצױגן: קרושניק“ און „יונעװ“. פֿאַר װאָס? פֿאַר גאָרניש! ס'איז שענער אַזױ, איר פֿאַרשטײט צי נײן, ס'איז ייִ ד י ש ל ע כ ע ר … אַ גױ, להבֿדיל, אַז ער דאַרף זאָגן „יאַנאָװ“, איז אַ גאַנצער עסק: יאַ־נאָװ ― װי אַ פֿאַס! און באַ אונדז איז דאָס אי גלאַט, אי קורץ: יונעװ ― און שױן!

בין איך אַלײן טאַקע אַ דאָרטיקער, אַ יונעװער הײסט עס, פֿון יונעװ. נאָר למאַי זאָל איך זאָגן אַ ליגן? זײַן בין איך, אײגנטלעך, אַ קרוש־ניקער, פֿון קרושניק, נאָר אַ געבױרענער בין איך אַ יונעװער, פֿון יונעװ. און דערימאַך טאַקע רופֿט מען מיך באַ אונדז אין שטעטל „יאַנקל יונע־װער“. פֿאַר װאָס? ערשטנס, װײַל ס'איז פֿאַראַן באַ אונדז אין קרושניק אַ סך יאַנקלס. והשנית, רופֿט מען מיך „יונעװער“ דערפֿאַר, װײַל איך בין, איר פֿאַרשטײט צי נײן, אַ געבױרענער אַ יונעװער. האָט איר עס צעקײַט?

װײסט איר שױן, הײסט דאָס, װער איך בין ― אַיאָ? עס הײבט זיך גאָר ניט אָן! װאָרעם כּדי איר זאָלט װיסן, װ ע ר איך בין, באַדאַרף מען אײַך אױסרעכענען מײַן גאַנצן יחוס, פֿון װאַנען איך שטאַם ― און איך װעל דאָס נישט טאָן! װײסט איר פֿאַר װאָס? װײַל איך האָב פֿײַנט

350 ש ל ו ם ־ ע ל י כ ם באַרימען זיך. צו װאָס װעל איך אײַך גײן דערצײלן גרױסקײט, למשל, אַז שטאַמען שטאַם איך, װי זאָגט איר, פֿון סאַמע צימעס, ס'איז גאָר אַ גװאַלד! רבנים און חזנים און… און… און… כּמעט גוטע ייִדן! איך האָב פֿײַנט באַרימערײַ, איך האַלט נישט דערפֿון!

זעט איר, װען איר זײַט אַ בעלן און איר פֿאָרט אײַך דורך אַף צי־ קאַװעסט צו אונדז אין גרױס־פּױלן, װעלן מיר זאָגן, אין אַ לובלינער גו־ בערניע, און איר שטעלט אײַך אָפּעט אַף אַ מינוטקעלע אין װאָס פֿאַר אַ שטאָט איר װילט, נאַפּשיקלאַד, אין אַ מענדרעװיץ, אין אַ יונעװ, אַ מאַזעלכאָזשעץ, אין אַ ראַכאָװ, אין בילגערײַ, אָדער טאַקע באַ אונדז אין קרושניק אַלײן, און איר טוט אַ פֿרעג אַ מינדסט קינד אַף יאַנקל יו־ נעװער ― מער נישט װי די צװײ װערטער באַדאַרפֿט איר צו זאָגן: ,, י אַ נ ק ל ,, און ,, י ו נ ע װ ע ר ” ― װעט איר שױן האָרכן! נאָר װאָס קומט אַרױס? װי זאָגט איר: גײ שרײַ אַני שלמה!…

צי איך זאָל אײַך גײן, אַשטײגער, דערצײלן, אַז מײַן טאַטע איז געװען כּל ימיו אַ גבֿיר, און מײַן זײדע, און מײַן עלטער־זײדע, און אַז אַלײן בין איך אױך געװען ניט לאַנג אַ ייִד אַ נגיד, ביז ס'איז אָנגעקומען דער פֿינצטערער באָיקאָט אַף אונדז פֿון די פּױלן, און ס'איז אַלצדינג אַװעק מיטן װינט און מיטן רױך. נאָר צו װאָס? װאָס װעט עס מיר העלפֿן? װי זאָגט איר: ג ע װ ע ן שײן, ג ע ה אַ ט געלט, ג ע ק אָ נ ט זינגען ― די אַלע זאַכן טױגן אַף אַ כּפּרה! איר זעט פֿאַר זיך אַ ייִדן אַן עמיגראַנט, װאָס פֿאָרט מיט אַלע ייִדן קײן אַמעריקאַ ― און שױן! דאָס װײַב, ברוך השם, פֿאַרלױרן. די קינדער פֿאַרזאָרגט אַפֿן בעסטן אַרט. דרײַ קינדער, צװײ זין מיט אײן אײדעם ― האָט דער אײבערשטער געטאָן אַ נס, מע האָט אײן זון ג ע ז אָ ל ט הענגען, און דעם אַנדערן האָט מען ג ע ז אָ ל ט ש י ס ן, און דעם אײדעם האָט מען, אַנדערע זאָגן, געהרגעט אונטער לעמבעריג, אַנדערע זאָגן, מע האָט אים גענומען אין געפֿײנקעניש, מע װײס ניט, װוּ זײַן געבײן איז אַהינגעקומען. איז די טאָכטער אַראָפּ פֿונעם זינען, האָט דאָס מײַן װײַב ניט אױסגעהאַלטן ― אַ בת־יחידת, אײן און אײנציקע ― און איז אַװעק פֿאַר דער צײַט. און איך אַלײן, װי איר קוקט מיך אָן, אַף די עלטערע יאָרן באַדאַרף זײַן נע־ונד… אַזױ, אַפֿן קוק, דאַכט זיך, עפּעס נישט אַזאַ גבֿר, װײַט פֿון אַ שמשון הגבור, אַיאָ? איז אָבער דער טױט נעמט מיך נישט! דער מלאך המות, איר פֿאַרשטײט צי נײן, האָט צו מיר קײן שליטה נישט. װאָרעם װאָס איך בין אױסגעשטאַנען אין די דרײַ־פֿיר חדשים פֿון דער װעלט־משוגעת, װאָס מע רופֿט דאָס מלחמה, װאָלט אַן אַנדערער אַף מײַן אָרט אָנגעשפּאַרט אַצינד ― טע־טע־טע! אָט װעט איר הערן אַ מעשׂה! דרײַ־פֿיר מעשׂיות, אָן אַ שיעור מעשׂיות, און אַלע זעלטענע, װוּנדערלעכע מעשׂיות, ממש יציאת מצרים, װי זאָגט איר: מ ע שׂ י ו ת פֿ ו ן ט ו י ז נ ט א ײ ן נ אַ כ ט! אַז איר װעט זײ האָרכן, װעט איר אַלײן זאָגן, אַז ס'איז הפֿלא ופֿלא, גאָר נישט קײן מענטשלעכער כּח, נאָר עפּעס טאַקע אַ נס מן השמים, װאָס דער אײבערשטער קאָן!

למשל, איך זאָל אײַך דערצײלן אַ מעשׂה, װי אַזױ איך און דער רבֿ און דער קאַזשאָנע רבֿ, דער ראַבינער, הײסט עס, און די איבעריקע שבֿעה טובֿי העיר פֿון קרושניק ― אַז מיר זײַנען געקומען מיט זאַלץ און ברױט מקבל פּנים זײַן דעם דײַטש, װאָס איז אַרײַן צו אונדז אין קרושניק; און אַז מיר זײַנען פֿאַרטיק געװאָרן מיט אים מכּח קאָנטריבוציע, װי איר װעט האָרכן װײַטער אַביסל, האָט זיך קירע־דײַטש ניט געשעמט צו געבן אונדז בעזעמער, איר פֿאַרשטײט צי נײן, פּשוטע בעזעמער, אין די הענט אַרײַן און באַפֿױלן, מיר זאָלן זיך אים אַװעקשטעלן אױסקערן די גאַסן פֿון שטאָט; ס'איז אים נישט געפֿעלן, דעם דײַטש; מיר זײַנען, זאָגט ער, שמוציקע קערלען, און אונדזער מלוכה איז, זאָגט ער, אַ שמוציקע מלוכה!…

צי, אַשטײגער, אַז איך װעל אײַך דערצײלן נאָך אַ שענערע מעשׂה, װי אַזױ איך, יאַנקל יונעװער, און דער רבֿ אונדזערער און דער קאַזשאָנע רבֿ, דער ראַבינער, הײסט עס, און די איבעריקע שבֿעה טובֿי העיר, די פֿײַנסטע בעלי־בתים פֿון שטאָט, זײַנען מיר שױן געװען אַלע אַפֿן הײליקן אָרט אױך, אַפֿן קרושניקער בית־עולם הײסט דאָס? באַנאַכט איז דאָס געװען, די לבֿנה האָט געשײַנט, און דער שׂונא האָט אונדז אַרױפֿגעבראַכט, געגעבן אונדז זאַסטופּעס אין די הענט אַרײַן און געהײסן, מיר זאָלן זיך אַלײן גראָבן קבֿרים, פּשוטע קבֿרים, דאָס הײסט, יעדער זאָל זיך גראָבן, איר פֿאַרשטײט צי נײן, פֿאַר זיך זײַן קבֿר, זיך אױסגראָבן אַ קבֿר און אַרײַנלײגן זיך לעבעדיקערהײט!

נאָך איצטער, אַז איך רײד דערפֿון, שטעלן מיר זיך טרערן אין די 352 ש ל ו ם ־ ע ל י כ ם

אױגן… איר װילט װיסן װאָס איז דאָס געװען: אַ קאַטאָװעס, אָדער אַ משוגעת? זאָל מיך אַזױ װיסן אַ בײז לעבן מיט אײַך אינאײנעם! איך װײס נאָר אײנס: אַז איך און דער רבֿ און דער קאַזשאָנע רבֿ, נאָך גאָר אַ יונגער מאַן, קײן דרײַסיק יאָר ניט אַלט, זײַנען מיר אין אײן נאַכט אַלע געװאָרן גרױ און אַלט!

אַיאָ, איר קוקט אַף מיר און טראַכט זיך: אָט דער ייִד איז אַ בריה אַף צו דערצײלן בבֿא־מעשׂיות!… איר האָט רעכט. איך אַף אײַער אָרט, װען מע דערצײלט מיר אַזאַ זאַך, װאָלט איך אױך געזאָגט: „פֿעטער, איר רעדט פֿון היץ, שיקט נאָכן דאָקטער, אָדער גײט לײגט אײַך שלאָפֿן!“… װי־זשע איז אָבער, אַז איך װעל אײַך גײן שװערן אַ שבֿועה דאורײתא, אין טלית און אין קיטל, אַז אַלץ, װאָס איך דערצײל אײַך, איז װי מיר זיצן דאָ תּחת כפּת השמים ― אונטער אַ הימל פֿון גאָט? און דאָס אַלעס, דאַרפֿט איר װיסן, איז נאָך אַ שמינית שבשמינית, איר פֿאַרשטײט צי נײן, אַפֿילו קײן הונדערט חלק ניט פֿון דעם, װאָס מיר, ייִדן פֿון קרושניק און פֿון יונעװ און פֿון אַנדערע ייִדישע שטעטלעך, זײַנען אױסגעשטאַנען דערנאָכדעם פֿון די פּאָליאַקן, און דערנאָך פֿון פֿאָניע, בעת ער האָט אַרױסגעיאָגט פֿון דאָרטן דעם דײַטש און איז אַלײן אַרײַן מיט בײדע פֿיס! און דאָס װײסט איר דאָך, מן הסתּם, אַז פֿאָניע האָט שױן אַזאַ גליק, אַז װוּ נאָר ער שטעלט אַרײַן אַ פֿוס, אַזױ מ ו ז ז ײַ ן אַ פּ אָ ג ר אָ ם!… נישט מחמת ער איז אַזאַ רשע, ― חלילה! ער איז בעצם גאָר ניט אַזױ שלעכט, אונדזער פֿאָניע, זאָל מאריך ימים ונשים זײַן, נאָר ער האָט שױן אַזאַ מזל, מ'שטײנס געזאָגט…

הכּלל, װי איר זעט, האָב איך אײַך צו דערצײלן און צו דערצײלן אַזױ פֿיל, אַז הלװאַי מיר זאָלן כאָטש פֿאַרטיק װערן ביז ניו־יאָרק!

אײַך, פּאַני שלום ־ עליכם, װעלן די דאָזיקע מעשׂיות מסתּמא צונוץ־קומען. אַז מע דערצײלט אײַך אַ מעשׂה, נעמט איר דערנאָכדעם און איר צעלײגט עס אַף צען טעלערלעך… װי באַלד אַזױ, האָט־זשע מיר נאָר אַביסעלע געדולד און לײגט־צו קאָפּ איך װעל זײ אײַך דערצײלן אײנציקװײַז, אַ מעשׂה נאָך אַ מעשׂה. און אָנהײבן װעל איך פֿון מײַן עלטערן זין, פֿון מײַן יחיאלן, װי אַזױ פֿאָניע האָט אים גענומען אין דער מלחמה און האָט אים אַװעקגעשטעלט שיסן, פּשוט שיסן, איר פֿאַרשטײט צי נײן, פֿון אַ ביקס! האָט אים מײַן יחיאל געגעבן אַ שאָס, אַז װען אַלע יונים שיסן אַזױ, װאָלטן די קיסרים מיט אַלע זײערע גענעראַלן און פֿעלד־ מאַרשאַלן געהאַט אַ שײן פּנים… נאָר איך זע, אַז איר זײַט שױן, דאַכט מיר, מיד און איר האָט חשק אַביסעלע דורכצושפּאַצירן זיך איבערן שיף. שפּאַצירט, עס האָט צײַט, ס'איז נאָך נישקשהדיק װײַט ביז צו ניו־יאָרק, מירן זיך נאָך גענוג אָנרײדן!…

2.

י ח י א ל ש י ס ט אַ ר ו י ף .

― ― ― האָב איך אײַך, הײסט עס, צוגעזאָגט, פּאַני שלום־עליכם, צו דערצײלן קודם כּל פֿון מײַן עלטערן זון, פֿון מײַן יחיאלן, װי אַזױ פֿאָניע האָט אים גענומען אין דער מלחמה און האָט אים אַװעקגעשטעלט גלײַך מיט אַלע יוניס, ער זאָל שיסן. װאָלט איך אײַך, אײגנטלעך, באַדאַרפֿט דערצײלן, װי אַזױ ס'איז נאָר אָנגעקומען צו מײַן יחיאלן, אַז בסך הכּל האָב איך אים פֿון פֿאָניעס הענט, איר פֿאַרשטײט צי נײן, לאַנג אַרױסגענומען. װיפֿל דאָס האָט מיך געקאָסט, װאָלט זיך עס אַיעדער עמיגראַנט, אָט־אָ־דאָ אַף דעם שיף, געמעגט װינטשן ער זאָל עס פֿאַרמאָגן אײדער ער קומט קײן אַמעריקאַ, װאָלט אים אפֿשר אַזױ דער קאָפּ נישט װײ געטאָן, טאָמער האָט ער יסורים באַם אַװעקשטעלן אַ פֿוס אַפֿן ברעג פֿונעם גאָלדענעם לאַנד… נאָר װאָס דען? אַזױ װי איך בין אַ מענטש, איר פֿאַרשטײט צי נײן, װאָס כ'האָב פֿײַנט מאריך זײַן און האָב ליב נאָר צו דער זאַך, לכן גײ איך אַריבער גלײַך צום ענין, װי אַזױ מע האָט מײַן יחיאלן גענומען צו דער אָפּאָלצעניע, אַרײַנגעשטעלט, װי זאָגט איר, אין געװאַנט אַרײַן, געגעבן אַ ביקס אין דער האַנט אַרײַן און געזאָגט: „סטופּאַי, יחיאל!“ ― גײ, הײסט עס, ראַטעװע ניקאָ־לאַיען נעבעך פֿון דעם רשע, פֿונעם דײַטש!…

איר הערט אײַך נאָר צו מיט קאָפּ, איך בעט אײַך, װאָס דאָ טוט זיך: אַז פֿאָניע נעמט און צעבוצקעט זיך מיט קירען איבער אַ שטיקל סערבישע מדינה, װאָס איז ניט װערט קײן דרײַ גילן, און עס צינדט זיך אָן אַ פֿײַער איבער דער גאַנצער װעלט, זאָל דער אײבערשטער שומר ומציל זײַן, און אַלײן קריכט ער אַרײַן אין בלאָטע ביז אַריבער די אױ־ ערן, באַדאַרף מײַן יחיאל, איר פֿאַרשטײט צי נײן, אים גײן אַרױסשלעפּן פֿון דער בלאָטע ― קאָן ניט צעזעצט װערן די גאַל? נײן, זאָגט שױן איר אַלײן, איר זײַט דאָך עפּעס אַ שלום־עליכם!

הײַנט גלאַט, יחיאל מײַנער אַ שיסער ― ניטאָ װער ס'זאָל לאַכן! די גאַנצע זאַך איז, װאָס עס ליגט ניט אין דער טבֿע באַ מיר, װי איך האָב אײַך געזאָגט שױן, באַרימערײַ… נאָר אַז איר זאָלט קומען אין אונדזערע מקומות, װאָס איך האָב אײַך אױסגערעכנט, אין אַ מענדרע־װיץ, אַ יונעװ, אַ מאַזעלבאָזשעץ, אַ ראַכאָװ, אַ בילגערײַ, אָדער צו אונדז טאַקע קײן קרושניק אַלײן, און אָנכאַפּן אַ מינדסט קינד און אַ פֿרעג טאָן אַף יאַנקל יונעװערס קינדער, װעט איר שױן הערן װאָס מע װעט אײַך זאָגן! און איבערהױפּט ― פֿון מײַן יחיאלן! דאָס איז געװען, װי זאָגט איר, שױן אײן מאָל אַ יחיאל! איר קאָנט פֿאַרשטײן, װאָס דאָס איז געװען פֿאַר אַ פּאַרשױן, אַז קירע־דײַטש איז אַרײַנגעקומען צו אונדז קײן קרושניק, און מיר זײַנען געקומען אַ גאַנצע דעפּוטאַציע, איך און מײַן יחיאל און דער רבֿ און דער קאַזשאָנע רבֿ, דער ראַבינער הײסט דאָס, און די איבעריקע שבֿעה טובֿי העיר צום קאָמענדאַנט, און דער קאָמענדאַנט האָט געגעבן אַ רײד אַרײַן מיט אונדז מכּח קאָנטריבוציע, און מײַן יחיאל איז אַרױס מיט לשון אַף רײן דײַטש: „אַדוני קעניג, כּך וכּך…“ ― האָט דער דײַטש באַקומען שיִער אַ מיתה משונה און האָט אַ זאָג געגעבן: „ייִדיש! שפּרעכן זײ ייִדיש!“…

מײנט איר דאָך, אַז נאָר דײַטש? פֿראַנצױז איז פֿראַנצױז, ענגליש איז ענגליש, ― און אַלײן, אַלצדינג פֿון זיך אַלײן! פּױליש שמועסט מען ניט, אַז דאָס האָט גערעדט פּױליש װי אַ געבױרענער פּאָליאַק; נאָר אַפֿילו רוסיש האָט דאָס אױך געקענט. פֿון װאַנען? זאָל מיך אַזױ װיסן בײז מיט אײַך אינאײנעם! אַז בסך הכּל רעדט מען גאָר ניט באַ אונדז אַף יוניש. פֿאַרװאָס? אַזױ: מע האָט פֿײַנט פֿאָניען און מע האָט ניט ליב זײַן לשון. מײנט איר, אַז נאָר מיר, קושניקער ייִדן? פֿליאַקע מיט די װאָנצעס האָט אים נאָך טױזנט מאָל מער פֿײַנט! דאָס איז נאָר איצטער איז מען געװאָרן „מאָיע קאָכאַנע“, אָדער „קוצעניו־מוצעניו“, װי מע זאָגט באַ אונדז, װײַל דער אַדון הגדול האָט זײ צוגעזאָגט דרים וגבעות, גאָלדענע בערג, מיט אַװטענאָמיע, מיט אַלע גוטע זאַכן. איז געבן װעט מען דאָך זײ, אם ירצה השם, אַ רײנע קדחת מיט אַ פֿרישער פֿײַג אַף צו פֿאַרבײַסן ― פֿאָניע װײס װאָס ער האָט צו טאָן…

נאָר איך האָב שיר פֿאַרגעסן, אַז מיר האַלטן נאָך גאָר פֿון פֿאָרנט, באַ דער ערשטער מאָבעליזאַציע הײסט עס. גײט זײַט אַ נבֿיא, אַז פֿאָניע װעט שיקן זאָגן צו װילהעלמען: „זאַטשעם טי מעניע רוגאַל“, און טאַקע מגיד זכיה געבן אַ רוף אַלע ראַטניקעס, און מײַן יחיאלן בתּוכם, אַז „װדװאַדצעט טשעטירע טשאַסאַ“, איר פֿאַרשטײט צי נײן!… האָט דאָך מײַנע, תּוך כּדי דבור, גענומען חלשן און מאַכט צו מיר: „יאַנקל, איך װעל דאָס ניט איבערטראָגן! יאַנקל, איך בין פֿאַרבײַ! יאַנקל, איך שטאַרב!..,,

װאָס־זשע, מײנט איר, האָב איך דערױף געענטפֿערט? „נאַרעשע, האָב איך איר געזאָגט, דו זינדיקסט, דאָס איז נאָך, זאָג איך, גאָרניט־שבגאָרניש אַקעגן דעם, װאָס קאָן זײַן, װאָרעם באַ גאָט, זאָג איך, איז דאָך אַזױ פֿיל, אַז אַ מענטשנס מח איז גאָר נישט אימשטאַנד צו כאַפּן עס מיטן שׂכל“… עפּעס טאַקע נאָר װי דאָס האַרץ האָט מיר געזאָגט, אַז אונדזערע צרות הײבן זיך ערשט אָן… נאָר, װי זאָגט איר: אַ ייִדענע בלײַבט אַ ייִדענע. אַז זי װיל גאָר נישט הערן פֿון קײן זאַך: סטײַטש און סטײַטש און טאַקע נאָך אַמאָל סטײַטש! ― איר יחיאל, איך פֿאַרשטײט צי נײן!…

און אַז מע װיל שמועסן דאָס אײגענע צוריק, איז זי אפֿשר גאָרניט אַזױ אומגערעכט געװען אױך, איך מײן מײַן װײַב, מײן איך. װאָרעם פֿאַר װעמען, איך בעט אײַך, זאָל טאַקע יאַנקל יונעװערס זון גײן שלאָגן זיך מיט זײַנע אײגענע ברידער פֿון קראָקע מיט לעמבעריג? פֿאַר פֿאָניען? װאָס מאַכט אַף אים פּאָגראָמען? צי פֿאַר פֿליאַקען, װאָס מאַכט אַף אים באָיקאָטן? איז אײן מאָל אַװעק. והשנית, איז דאָך עס ניט אַבי װער. דאָס איז דאָך עפּעס יחיאל! אַ יונגערמאַן, איר פֿאַרשטײט צי נײן, מיט מחשבֿות! אַ מענטש מיט אײגענע געדאַנקען! אַ זאַך װאָס אים האָט אױסגעװיזן, אַז ס'איז קרום, האָבן געמעגט קומען כּל מלכי מזרח ומעריבֿ און זאָגן ס'איז גלײַך, װאָלט ניט געהאָלפֿן.

ניט מחמת עקשנות. אַן עקשן ― דאָס אַ חוץ. עקשנים זײַנען מיר אַלע קרושניקער און אַלע יונעװער. מיר האָבן אַ שם פֿאַר אײַנגעשפּאַרטע. און איך אַלײן, װי איר זעט מיך אָן, בין אױך בטבֿע אַ ייִד, װאָס לאָזט זיך נישט בײגן.

אָט נעמט, למשל, אָט־דאָ אַפֿן שיף, זאָגן אַלע ייִדן, אַז מירן קומען קײן ניו־יאָרק, אם ירצה השם, איבער אַכטאָג מאָנטיק, און איך זאָג אײַך, אַז מירן ניט קומען ניט איבער אַכטאָג מאָנטיק, ניט דינסטיק און ניט מיטװאָך; הלװאַי מיר זאָלן קומען איבער אַכטאָג דאָנערשטיק. כאָטש שנײַדט מיך, כאָטש בראָקט מיך ― אָט אַזאַ מענטש בין איך! אַ סימן האָט איר: אַ ז מ י ר װ ע ל ן ל ע ב ן , װ ע ל ן מ י ר ז ע ן.

בקיצור, מע האָט אַ רוף געגעבן מײַן יחיאלן צו דער אָפּאָלצעניע, און אַז פֿאָניע רופֿט, קאָן מען, װי זאָגט איר, קײן חזיר נישט זײַן און מע מוז גײן ― װאָס מיר װײַב? װער מיר קינד? (ער האָט שױן דעמאָלט געהאַט אַ װײַב מיט דרײַ קינדערלעך). און ער האָט זיך אָפּגעזעגנט מיט אונדז, מײַן יחיאל הײסט עס, און מײַנע, בעת מעשׂה, האָט, ברוך השם, געחלשט דרײַ מאָל, און דרײַ מאָל האָבן מיר זי אָפּגעמינטערט, און װאָס טױג אײַך גרױס, מע האָט מײַן יחיאלן, טאַקע אין קרושניק, געגעבן אַ נעם צו דער אַרבעט. גלײַך מיט אַלע יונים, גאָרנישט אַף קאַטאָװעסן, און מע האָט אים אָנגעהױבן, ראשית חכמה, לערנען שיסן. שיסן פֿון אַ ביקס. פּשוט, װי מע שיסט, למשל, װילדע קאַטשקעס: „ראַז, דװאַ, טרי ― פּלי!“ און שױן.

און מיר זײַנען אַ בעלן געװען, קרושניקער בעלי־בתּים, גײן אַרױס דער שטאָט זען, װי מע לערנט זײ שיסן, די ראַטניקעס הײסט עס, ― זאָג איך אײַך, הערט איר, אַז ס'איז חוזק מיט חוזק! און גאָרנישט אַזױ שװער אױך, און שׂכלדיק אַװדאי ניט. אױך מיר אַ תּורה ― שיסן! מע נעמט און מע טוט אַ שאָס, שיסט עס. איז אָבער ניט פֿון דעם רײדן מיר. לאָזן זײ זיך שיסן, לאָזן זײ זיך הענגען, לאָזן זײ זיך טרינקען ― װאָס האָט איר צו מײַן יחיאלן, אַז ער זאָל אײַך גײן העלפֿן שיסן? אַז סך־הכּל, איר פֿאַרשטײט צי נײן, האָט ער אַף זײַן לעבן, װי זאָגט איר, קײן פֿליג אַף דער װאַנט ניט אָנגערירט. אַן עוף אַ געקױלעטס פֿונעם שוחט, אַז מע האָט געבראַכט, האָט ער נישט געקאָנט צו־זען. אַ פֿינגער אַז עמעצער האָט זיך צעקאַליעטשעט, האָט ער געקאָנט פֿאַלן חלשות. נעמט מען אַזאַ מענטשן און מע שנעלט אים אַװעק דערנאָכדעם סאַמע מעשׂיות און פֿאַנטאַזיעס 357 אַקעגן פֿײַער און מע הײסט אים, ער זאָל שיסן! און אַװעקגעשטעלט האָט מען אים אַקוראַט אַף דער גרענעץ צװישן קרושניק און צװישן יונעװ, דאָרטן װוּ דער דײַטש איז שױן געשטאַנען גרײט אַף אַרײַנצוגײן, און נאָר געװאַרט ביז מײַן יחיאל װעט זײ װײַזן װאָס ער קאָן… האָט זיך אָבער מײשבֿ געװען מײַן יחיאל, ― װעט איר הערן אַ שײנס ― אַז ס'איז געקומען צו דער רעכטער אַרבעט: ראַז, דװאַ טרי ― פּלי! ― האָט ער אױפֿגעהױבן די ביקס אַרױף און גענומען שיסן גלאַט אַזױ אין דער װעלט אַרײַן, איר פֿאַרשטײט צי נײן, אין ערגעץ ניט און קײנעם ניט, נאָר גלאַט אַזױ, צו גאָט הײסט עס…

האָט דער זװאָדנע דערזען, אַז אַלע שיסן אַהין װוּ מע דאַרף, נאָר אײן יון שיסט אַרױף, איז אים מסתּמא געװאָרן די מעשׂה קשהדיק. לױפֿט ער צו און טוט אַ קוק ־ ס'איז מײַן יחיאל!

האָט זיך אין אים אָנגעצונדן דער גזלן און ער איז געװאָרן מלא רציחה ― עשׂו. לױפֿט ער צו צו מײַן יחיאלן און צעשרײַט זיך: „קאַק טיעביע!“ און „פּשאַ קרעװ!“ און „זשידאָװסקע מאָרדע!“ און נאָך אַזעלכע שײנע כּבודים, װי פֿאָניע קאָן! ― „װוּהין שיסטו? אין הימל אַרײַן?…”

שרעקט זיך מײַן יחיאל פֿאַר אים ניט שטאַרק איבער און טוט זיך זײַן זאַך ער שיסט אַרױף.

װערט דאָך עשׂו נאָך מער גזלן און צעשרײַט זיך אַף אים װידער אַ מאָל מיטן אײגענעם „קאַק טיעביע“, און „פּשאַ קרעװ“, און „זשידאָװסקע מאָרדע“. ― „אַהין! אַהין זאָלסטו שיסן, װוּ אַלע שיסן!“ און ער באַװײַזט אים מיט די הענט, װוּהין ער זאָל שיסן. שרעקט זיך מײַן יחיאל װידער ניט איבער פֿאַר אים און מאַכט צו אים גאַנץ געלאַסן:

― אַהין? דאָרט זײַנען דאָך מענטשן! ― ― ― ― ― ―

― ― ― ― ― ― ― ― ― ― ― ―

װילט איר דאָך װיסן מסתּמא דעם סוף פֿון דער מעשׂה? אַזאַ סוף אַף אַלע שׂונאי ישׂראל!…

תּחילת איז ער אַפֿילו געװאָרן, עשׂו הײסט עס, אַביסל װי מטושטש און אָפּהענטיק. װאָרעם אַז מע װיל שמועסן דאָס אײגענע על־פּי יושר, דאָס הײסט, אין תּוך אַרײַן גערעדט, איז דאָך עס טאַקע אַ שרעקלעכע זאַך: נעמען אױף לעבעדיקע מענטשן און שיסן, װי מע שיסט אַף פֿײגלען, אָדער אַף װילדע חיות. יעדער אײנציקער האָט דאָך מסתּמא אין דער הײם אַ טאַטן, אָדער אַ מאַמען, אָדער אַ װײַב און קינד, איר פֿאַרשטײט צי נײן! און גלאַט, װאָס איז דאָס פֿאַר אַן עובֿדה ― מענטשן זאָלן זיך שיסן אײנס דאָס אַנדערע?!… ― נאָר צוריק אָבער ― מלחמה! דינא דמלכותא! אין אַזאַ זאַך װײסט איר מיט װאָס עס שמעקט? מורד במלכות ― איז אַחת דתו להמית: קאַראַ שמערטש! דערפֿאַר קומט הענגען, שיסן, גנאָטעװען, פֿערטלען ― אַ קלײניקײט? מורד במלכות!

איז דאָך אָבער פֿאַראַן, װי זאָגט איר, אַ גרױסער גאָט אַף דער װעלט. װאָס טוט גאָט ברוך הוא? װעט איר הערן אַ שײנס. באַדאַרף זיך טרעפֿן אַזױ, אַז אַקוראַט יענעם טאָג, אין יענער שעה, אױסגערעכנט פּונקט װי אַ זײגער, נעמען די דײַטשן און מאַרשירן אַרײַן צו אונדז אין גרױס־פּױלן גאָר פֿון אַן אַנדער זײַט. האָט פֿאָניע נעבעך אַװעקגעװאָרפֿן הכּל־בכּל־מכּל־פֿלעקל, האָט גענומען מאַכן פֿיס ― על חטא שחטאנו לפֿניך בריצת רגלים ― װי זאָגט איר, קײן צײַט געהאַט אַרומקוקן זיך צוריק אַפֿילו! און דאָס האָט דאָך געטאָן טאַקע אונדזער ייִדישער גאָט צוליב מײַן יחיאלן טאַקע! ס'איז אים באַשערט געװען, אַפּנים, דערנאָך אַרײַנצופֿאַלן צו די דײַטשן אין די הענט אַרײַן… נאָר שאַ! מיר דאַכט, אַז מע בלאָזט שױן אַ תּקיעה גדולה. דאָס גיט מען אונדז צו װיסן, אַז ס'איז צײַט גײן אַ טראַכט טאָן מכּח אַכילה.

איך װײס נישט, װי אַזױ איר אין אײַערע קאַיוטן ― מיר, פּאַסאַזשירן פֿון דריטן קלאַס, זײַנען זיך נוהג, איר פֿאַרשטײט צי נײן, מיר עסן אַלע טאָג, צװײ מאָל, דרײַ מאָל אַ טאָג. איך גײ נישט אַרײַן אין חקירות, װאָס מ י ר עסן און װאָס א י ר עסט, און איך פֿרעג אײַך נישט פֿון װאָסער אַ שחיטה איר עסט דאָרטן אין ערשטן קלאַס און צי פֿאַרזוכט איר ניט אַמאָל פֿון דעם, װאָס סע קװיטשעט ―. איך בין נישט גאָטס סטראַפּטשע. מיר, פּאַסאַזשירן פֿון דריטן קלאַס, באַנוגענען זיך מיט אַ כּשרע פּרי, װאָס מע מאַכט אַף איר בורא פּרי אַדמה. פֿון אַמעריקאַ, זאָגט מען, שטאַמט זי, די דאָזיקע פּרי, און הײסט דאָרט מיט אַ מאָדנעם נאָמען: ,פּעטײטעס“. באַדאַרף מען, הײסט עס, גײן, װי זאָגט איר, איבערכאַפּן דעם הונגער, און דערנאָך װעלן מיר קאָנען זיך אַװעקזעצן נאָכאַמאָל אָט־אָ־דאָ, אַפֿן צװישנדעק, און דערצײלן זיך װײַ־

טער אונדזערע מעשׂיות פֿון טױזנט אײן נאַכט, נסים ונפֿלאָות, יציאת מצרים, אַ מעשׂה נאָך אַ מעשׂה, און אַלצדינג בקיצור, מחמת איך האָב פֿײַנט לאַנגע מעשׂיות. אַ מעשׂה, װאָס זי איז קירצער, איז זי שענער. און דערװײַלע װעלן מיר אײַך װינטשעװען אַ גוטן אַפּעטיט, אָדער, װי מע זאָגט באַ אונדז אינדערהײם: ברוכים היושבֿים, קומט עסן, עסט געזונט…

3.

י ח י א ל אַ מ ש כּ ו ן.

― ― ― האָבן מיר, הײסט עס, פּאַני שלום־עליכם, זיך אַביסל, װי זאָגט איר, אונטערגעפֿיטערט. אַצינד זעצט זיך אַקאָרשט אַװעק, זײַט מוחל, װידער אַמאָל אָט־אָ־דאָ, צװישנדעק, װעלן מיר זיך דערצײלן װײַטער אונדזערע מעשׂיות פֿון טױזנט אײן נאַכט, אַ מעשׂה נאָך אַ מעשׂה, און נישט געכאַפּט, און בקיצור, נאָר דעם תּמצית פֿון יעדער מעשׂה, אַזױ װי איר האָט ליב.

איז אַף װאָס, אײגנטלעך, האָבן מיר זיך געהאַט אָפּגעשטעלט? יאָ, אַפֿן ערשטן שאָס, װי אַזױ מײַן יחיאל, הײסט עס, האָט ניט געװאָלט צוליב טאָן פֿאָניען און אײדער עס זאָל שיסן אַף מענטשן האָט ער בעסער געשאָסן אַרױף, אין הימל אַרײַן, צו גאָט הײסט עס. איז אים דערפֿאַר געקומען קרימינאַל, אַרבע מיתות בית־דין, אַ קלײניקײט ― מורד במלכות! האָבן מיר דאָך אַ שטאַרקן גאָט; װאָס טוט דער אײבערשטער? באַװײַזט ער אַ נס און עס קומט אַרײַן צו אונדז קײן פּױלן אַקוראַט אין יענעם טאָג, איר פֿאַרשטײט צי נײן, דער דײַטש בכבֿודו ובעצמו, נאָר װי אַזױ, מײנט איר, איז ער אַרײַנגעקומען? בתּופּים ובֿמחולות ― מיט מוזיק און מיט געזאַנג, האָט זיך צעלײגט װי באַם טאַטן אין װײַנגאָרטן און געװאָרן בעל־הבית, גלײַך װי קרושניק און יונעװ און לובלין און גאַנץ גרױס־פּױלן איז זײַן טאַטנס ירושה פֿון קדמונים.

האָט דאָס אונדז, קרושניקער בעלי־בתּים, פֿון דער לכתּחילה אַ ביסעלע פֿאַרדראָסן: ממה נפֿשך, גאָט ברוך הוא האָט דיר געגעבן אַ שטי־ 360 ש ל ו ם ־ ע ל י כ ם קעלע הצלחה, ביסט אַרײַן ― מהכתּיתי, לאָז זײַן, װי זאָגט איר, אין אַ גוטער שעה; נעם, זעץ זיך אַנידער און שרײַב אַװעק צו דײַן מלך אַ בריװל: „חנה זײַ װיסן, אַדוני קיניג, אַזױ און אַזױ ― אַז איך בין אַרײַן אין גרױס־פּױלן, און מהיום והלאה איז דאָס קרושניק, װאָס האָט אַמאָל געהערט צו ניקאָלאַיען, געהער עס הײַנט צו דיר מיטן גאַנצן מאַרק, מיט די געװעלבן, מיטן קאָשטשאָל, מיט, להבֿדיל, די ייִדישע בתּי־מדרשים, און מיטן אַלטן און מיטן נײַעם בית־עולם“ ― און שױן! צו װאָס נאָך דאָס זינגען מיטן טאַנצן מיטן גאַנצן טאַרעראַם?

נאָר, װידער צוריק שמועסנדיק, איך זאָל אײַך גײן דערצײלן התנצלות, אַז פֿאַר אונדז, קרושניקער ייִדן, איז יענער טאָג געװען תּשעה באָבֿ ― װעט דאָס אױך זײַן ניט קײן אמת. נײן, קרושניק האָט זיך ניט אַװעקגעזעצט װײנען, איר פֿאַרשטײט צי נײן, האָט אַפֿילו קײן קרעכץ נישט געגעבן דערױף, למאַי זאָל איך ליגן זאָגן? װאָרעם װאָס איז דאָ דער געװײן? אַף דעם, װאָס פֿאָניע װעט האָבן חלילה װינציקער מיט אַ שטאָט, צי אַפֿילו מיט אַ גובערניע? ער האָט זײ גענוג! צי איך זאָל אײַך זאָגן, מיר האָבן זיך שטאַרק פֿאַרבענקט נאָך אַ פּאָגראָם? איז אױך ניט אַזױ די מעשׂה, װאָרעם אַז מיר װעלן זוכה זײַן באַ גאָט, קאָנען מיר עס האָרכן, ניט דערלעבן זאָל ער עס, פֿון דער װײַטן…

בלײַבט איבער נאָר אײן זאַך: די שפּראַך, דאָס „רשעות“; מיר װעלן דאַרפֿן, הײסט עס, צולערנען זיך אַ ביסל דײַטש און חלילה פֿאַרגעסן דאָס גאַנצע ביסל „רשעות“; איז דאָס אפֿשר טאַקע אַ שטיקל עװלה, נאָר איך האָב מורא, אַז דאָס דײַטשע לשון איז אַביסל נענטער צו אונדז פֿונעם רוסישן „קאַק טיעביע“ און מיטן רוסישן „זשידאָװסקע מאָרדע“. און אױב איר װילט, װעל איך אײַך אײַנרױמען אַ סוד אַפֿן אױער, װאָס איך האָב עס אַלײן געהערט פֿון מײַן יחיאלן, אַז בסך הכּל איז קײן רוסישע שפּראַך, איר פֿאַרשטײט צי נײן, גאָרנישט בנמצא. נישטאָ קײן רוסיש לשון אַף דער װעלט ― אױס רשעות, װאָרעם פֿאָניע האָט אַלע זײַנע װערטער במחילה אַװעקגעלקחנט באַ פֿרעמדע, אַביסל באַ אונדז און אַביסל באַ אַנדערע. און בכדי מע זאָל ניט דערקענען, האָט ער זײ איבערגעאַנדערשט און ציגעפּוצט אַף זײַן שטײגער. למשל: „סאָבאָטע“ ― דאָס האָט גלײַך אַװעקגעגנבֿ\עט באַ אונדז פֿון „שבת“, „פּאַסקאַ“ ― פֿון „פּסח“, „לונאַ“ ― פֿון „לבֿנה“, „רובל“ ― פֿון „ריבל“, „קאָפּײקאַ“ מעשׂיות און פֿאַנטאַזיעס 361 ― פֿון „קאָפֿיקע“, „גראָשי“ ― פֿון „גראָשן“, „סטאָראָזש“ ― פֿון „סטרוזש“, „װאָדקאַ“ ― פֿון „בראָנפֿן“, און אַזױ װײַטער…

הקיצור, ער איז אַרײַן, דער דײַטש הײסט עס, אין גרױס־פּױלן ― גאָט ליב אײַך מיט אײַער גאַסט! באַדאַרף מען אים אױפֿנעמען, װי געװײנטלעך, אַ גאַסט, אַ נײַעם מלכות, מיט ברױט און מיט זאַלץ, אַזױ װי גאָט האָט געבאָטן.

די ערשטע האָבן זיך אַ װאָרף געטאָן צו אים מיט אַ ברוך הבא, געװײנטלעך, די פּױלן. פֿליאַקע האָט אױסגעגלעט די װאָנצעס, זיך אױסגעצױגן אין דער לענג, און טאַקע תּוך כּדי דבור אָנגעבױגן זיך נידעריק צו דער ערד: „פּראָשען פּאַנאַ! פּאַדאַם דאָ נאָג! צעלאָיען רענקי!“ ― װי פֿליאַקע קאָן. זאָלן מיר שװײַגן? איז געבליבן, אַז באַלד נאָך זײ, נאָך די פּױלן הײסט עס, זאָלן מיר, קרושניקער ייִדן, אױך אַרױסקומען מיט אונדזער קבלת פּנים, פֿרעגט זיך: מר ומי החולכים? ― װער זאָל גײן אױפֿנעמען אַזאַ געהױבענעם גאַסט? פֿאַרשטײט זיך, די פּני, די שבֿעה טובֿי העיר, די פֿאָרנעמסטע בעלי־בתּים פֿון שטאָט, און איך, יאַנקל יונעװער, און מײַן זון יחיאל בתּוכם.

צו װאָס עפּעס מײַן יחיאל? צוליב דער שפּראַך. טאָמער װעט מען דאַרפֿן, איר פֿאַרשטײט צי נײן, אַרױס מיט לשון, איז נישטאָ קײנער אינדערהײם, אַחוץ מײַן יחיאל…

האָבן מיר זיך, הײסט עס, צענױפֿגענומען און אַװעק מיט ברױט און מיט זאַלץ. אָנגעטאָן זײַנען מיר אַלע געװען יום־טובֿדיק, פֿײַן, מיט צילינדערס, מעשׂה דעפּוטאַציע, און גוט געציטערט: אַ נײַער מלכות, איר פֿאַרשטײט צי נײן, װער װײס, װי אַזױ ער װעט אונדז אױפֿנעמען?

און כּך הװה: װי נאָר מיר זײַנען צו אים אַרײַנגעקומען, צום קאָ־מענראַנט הײסט עס, אַזױ האָט זיך באַלד אָנגעהױבן אַ סדרה: קאָנטריבוציע.

דאָס הײסט, למאַי זאָל איך זאָגן אַ ליגן, אַז איך קאָן זאָגן אַן אמת? אָנגעהױבן האָט ער, דער קאָמענדאַנט הײסט עס, ניט פֿון קאָנטריבוציע ― קאָנטריבוציע איז געװען נאָכדעם ― פֿון קאָזאַקן האָט ער גאָר אָנגעהױבן. מיר זאָלן אים זאָגן, הײסט עס, װוּ געפֿינען זיך דאָ ערגעץ די רוסישע קאָזאַקן? און אײן מאָל פֿאַר אַלע מאָל ― קאָזאַקן זאָל מען אים געבן, און קאָזאַקן און קאָזאַקן! און קוקן קוקט ער אַף אונדז בעת מעשׂה מיט אַזעלכע אױגן, גלײַך װי יעדער פֿון אונדז האָט באַ זיך אין

קעשענע באַהאַלטן כאָטש אַ האַלב טוץ קאָזאַקן. שװערן מיר אים מן הסתּם מיט כּל השבועות, װי מיר האָבן הײַנט

יום גימל אַף דער גאַנצער װעלט, אַז ס'איז נישטאָ באַ אונדז קײן קאָ־

זאַקן, איר זאָלט זאָגן אַפֿילו אײן קאָזאַק אַף אַ רפֿואה! דער אײבערשטער,

זאָגן מיר, האָט אונדז אױסגעהיט פֿון אָט דעם אַנטיק, הלװאַי װײַטער… אַהין ― אַהער, ער האָט אַרױסגעזען, דער דײַטש הײסט עס, אַז ער

װעט מיט אונדז גאָר נישט מאַכן, רופֿט ער זיך אָן צו אונדז: „געדענקט־

זשע, זאָגט ער, טאָמער געפֿינט זיך באַ אײַך ערגעץ באַהאַלטן אַ קאָזאַק,

אָדער טאָמער שיסט מען עמעצן פֿון אַ פֿענצטער“… „שיסן, זאָגן מיר,

,פֿון אַ פֿענצטער? באַ אונדז אין קרושניק? ניטאָ װער ס'זאָל לאַכן,

כלעבן! װאָלטן מיר שױן אַזױ רײן געװען, זאָגן מיר, פֿון מלחמות און

פֿון דײַטשן און פֿון צרות און פֿון שלעק! ” הערט ער אונדז אױס, דער קאָמענדאַנט הײסט עס, און רופֿט זיך

אָן צו אונדז: „געדענקט־זשע, זאָגט ער, די קאָזאַקן װעלן אײַך קאָסטן

טײַער! פֿאַר יעדן קאָזאַק, זאָגט ער, װעט איר מיר באַצאָלן מיט צען

ייִדן (איר הערט װערטער?), און אַצינד, זאָגט ער, קינדערלעך, קאָנ־

טריבוציע!“… איז אונדז געװאָרן רעכט קאַלעמוטנע אַפֿן האַרצן! נאָך אַ מאָל:

פֿאַר װאָס זאָלן מיר צאָלן קאָנטריבוציע? קאָנטריבוציע איז שײך צו אַ

מלוכה. אַ מלוכה האָט געפֿירט אַ מלחמה און האָט פֿאַרשפּילט די מל־

חמה, באַדאַרף זי צאָלן קאָנטריבוציע. איז אַז מע װיל אין תּוך אַרײַן,

איז עס אױך ניט אינגאַנצן על־פּי יושר: לא די איך האָב פֿאַרשפּילט,

געהאַט אַ מפּלה הײסט עס, באַדאַרף איך נאָך, איר פֿאַרשטײט צי נײן,

צאָלן קאָנטריבוציע! מילא, בין איך אײַך מוחל ― איז ניט על־פּי יושר;

אָבער װאָס געהער זיך עס אָן מיט אונדז, קרושניקער ייִדן? ניט מיר האָבן

געפֿירט מלחמה, ניט מיר האָבן זי פֿאַרשפּילט. מיר װײסן נאָר, אַז מיר

זײַנען אַף גרױסע צרות: פֿאָניע פֿון אײן זײַט, פֿליאַקע פֿון דער אַנדע־

רער זײַט ― װאָס די צװײ װינטשן זיך אײנס דאָס אַנדערע מעג עס זײ

בײדן מקױם װערן… דערװײַל זײַנען מיר אין מיטן, גרײט כאַפּן קלעפּ

פֿון בײדע צדדים ― איז קאַרג? דאַרפֿן מיר נאָך אַ דריטן, אַ דײַטש

אַף זיך, װאָס הײסט זיך באַצאָלן מיט קאָנטריבוציע! מי יודע װאָס פֿאַר אַ מעשׂיות און פֿאַנטאַזיעס 363 קאָנטריבוציע דער דײַטש קאָן זיך הײסן אָנמעסטן? װוּ װעלן מיר עס נעמען?

מאַכן מיר זיך געפּגרט, גלײַך װי מיר פֿאַרשטײען גאָר ניט אַפֿילו די טײַטש פֿונעם װאָרט „קאָנטריבוציע“, און מיר װײסן גאָר ניט מיט װאָס מע עסט עס. פֿױלט ער זיך ניט, דער קאָמענדאַנט הײסט עס, און זאָגט אונדז נאָך אַמאָל דאָס אײגענע און באַװײַזט אונדז שױן מיט די פֿינגער, װי זאָגט איר, „פּעטי־מעטי“ ― „געלט, זאָגט ער, געלט מײן איך! „געלט? ― זאָגן מיר. ― װי קומט צו אונדז געלט? אַ שטאָט פֿון קבצנים, דלפֿנים, ענײם ואביונים! '”… מאַכט ער זיך אױך געפּגרט, דער קאָמענדאַנט הײסט עס, און רופֿט זיך אָן תּמעװאַטע: „אירט מוחל זײַן, זאָגט ער, צען טױזנט באַרעס, במזומנים הײסט עס; דאָס איז, זאָגט ער, נומער אײנס. און ברױט מיט פֿלײש פֿאַר די סאָלדאַטן איז צװײ. און דאָס דריטע: הײ און האָבער פֿאַר די פֿערד, װי זאָגט איר, מספּוא לגמלים, און פֿינף שעה צײַט גיב איך אײַך, זאָגט ער, אַף צו באַטראַכטן זיך“. און ער באַװײַזט אונדז אַף די פֿינגער: „פֿינף שטונדן! ', און טוט אַ װוּנק צו דער טיר, הײסט אונדז גײן.

קאָן מען, װי זאָגט איר, אַזױ גראָב ניט זײַן און מע מוז גײן. הײבן מיר זיך אױף און װילן אָנהײבן גײן. מאַכט ער צו אונדז, דער קאָמענדאַנט הײסט עס: „גײן װעט איר גײן, נאָר ניט אַלע, זאָגט ער; דרײַ פֿון אײַך לאָז איך איבער, זאָגט ער, באַ מיר פֿאַר אַ משכּון, בכדי איך זאָל זײַן, זאָגט ער, זיכער מיט אײַער קאָנטריבוציע“.

און ער נעמט, דער קאָמענדאַנט הײסט עס, און לאָזט איבער באַ זיך דעם רבֿ און דעם קאַזשאָנע רבֿ, דעם ראַבינער הײסט עס, איז צװײ, און מײַן יחיאלן אַ דריטן, איר פֿאַרשטײט צי נײן, און מיר גײען שױן אַהײם אָן דעם רבֿ און אָן דעם קאַזשאָנע רבֿ, דעם ראַבינער הײסט עס, און אָן מײַן יחיאלן.

איך גײ און די ערד װיגט זיך אונטער מיר: װאָס פֿאַר אַ תּירוץ װעל איך, אַשטײגער, זאָגן פֿאַר מײַן װײַב, אַז זי װעט מיך פֿרעגן, װוּ איז איר זון? און װאָס װעל איך זאָגן צו מײַן שנור, אַז זי װעט מיך פֿרעגן, װוּ איז איר מאַן? אַף װעלכע גוטע יאָר האָב איך גאָר אינגאַנצן באַדאַרפֿט מיטשלעפּן אין דער דעפּוטאַציע מײַן יחיאלן, פֿאַרװיסט און פֿאַרפֿינצטערט בין איך געװאָרן, אַז ער זאָל אַרײַן אין געפֿענקעניש פֿאַר 364 ש ל ו ם ־ ע ל י כ ם אַ משכּון?! מײַן יחיאל אַ משכּון?!!… און װאָס הײסט, אײגנטלעך, אַ משכּון? איר צעפֿרעג מיך באַ מײַנע קרושניקער בעלי־בתּים ― זײ װײסן מער פֿון אַ טױטן! פֿױל איך מיך ניט און טו אַ לױף אַװעק צוריק צום פּריץ, צום קאָמענדאַנט הײסט עס: „אַזױ און אַזױ, אַדוני קיניג, װאָס הײסט אַ משכּון? װאָס איז דער פּשט דערפֿון?“ צעלאַכט ער זיך, דער דײַטש, און מאַכט צו מיר: „אַ משכּון הײסט, אַז טאָמער ברענגט איר מיר ניט צו דער צײַט די קאָנטריבוציע, װערן זײ געשאָסן“. איז װי ער האָט דאָס מיר אױסגערעדט, אַזױ איז מיר געװאָרן, איר פֿאַרשטײט צי נײן, קאַלט אין אַלע אבֿרים און פֿינצטער אין די אױגן, און איך נעם און טו אַ פֿאַל־צו צו אים צו די פֿיס: „לאָז אַרױס, זאָג איך, מײַן זון, און נעם, זאָג איך, בעסער מיך, זאָג איך, פֿאַר אַ משכּון!“… צעלאַכט ער זיך װידער אַמאָל: „נײן, זאָגט ער, דיך דאַרף איך ניט, איך דאַרף דײַן זון“… איר הערט? ער דאַרף מײַן זון!!… מײַן זון באַדאַרף ער האָבן!!!… שױן! מע בלאָזט שױן װידער שופֿר… דאָס רופֿט מען אײַך מסתּמא צו אַ גלעזל טײ, און ס'איז שױן טאַקע צײַט אײַך דורכצושװענקען דעם האַלדז, כאָטש רײדן האָב איך גערעדט די גאַנצע צײַט, ניט איר. גײט־ זשע, פּאַני שלום־עליכם, טרינקט אײַך אױס אײַער גלעזל טײ, איר פֿאַרשטײט צי נײן, און קומט באַלד צוריק, װעל איך אײַך דערצײלן װײַטער, װי אַזױ מיר, קרושניקער ייִדן הײסט עס, האָבן געצאָלט דעם דײַטש קאָנטריבוציע. דאָס איז זיך אַ גאַנץ באַזונדערע מעשׂה פֿאַר זיך, מיט אַ מוסר־השׂכּל, װאָס איז כּדאַי איר זאָלט זי אױסהערן מיט קאָפּ. אַף װידערזען.

4.

ק אָ נ ט ר י ב ו צ י ע.

― ― ― איז װוּ האַלטן מיר, הײסט עס? ― באַ דער קאָנטריבוציע. צען טױזנט קאָנטריבוציע הײסט ער זיך באַצאָלן, דער דײַטש, קלאַפּ און צײל, במזומנים הײסט עס, און חוץ לזה ברױט מיט פֿלײש פֿאַר די סאָל־

מעשׂיות און פֿאַנטאַזיעס 365 דאַטן, און הײ און האָבער פֿאַר די פֿערד, און פֿינף שעה צײַט גיט ער אונדז אַף צו באַטראַכטן זיך, און פֿאַר אַ באַװאָרעניש האָט ער גענומען באַ אונדז אַ משכּון ― דעם רבֿ און דעם קאַזשאָנע רבֿ, דעם ראַבינער הײסט עס, און מײַן יחיאלן אַ דריטן, דאָס הײסט, איר פֿאַרשטײט צי נײן, קױם װעט אױסגײן די פֿינף שעה און מיר װעלן אים נישט צושטעלן אַלצדינג, װאָס ער פֿאָדערט, איז פֿאַרפֿאַלן ― װערן זײ געשאָסן!

קאָנט איר שױן פֿאַרשטײן, פּאַני שלום־עליכם, װאָס ס'האָט זיך אָפּגעטאָן דערנאָך באַ אונדז אין קרושניק? און װאָס באַ מיך אין שטוב איז געװאָרן ― װיל איך שױן גאָרניט רײדן! חושך! חושך ואַפֿילה!!.. מען איז גלײַך אַװעק צו אַלע ייִדן אין די בתי־מדרשים און מע האָט זיך געגעבן אַ נעם צום תּהלים, גוזר תּענית געװען אױך, װי זאָגט איר, אונדזערע אַלטע מיטלען. די געװײנען מיט די געשרײען האָבן דערגרײכט עד לבֿ השמים ― ביזן זיבעטן הימל אַרײַן! גװאַלד, ייִדישע קינדער, גיט עפּעס אַן עצה, געפֿינט עפּעס אַן אױסװעג, װאָס טוט מען? אַזאַ גזירה!.. מילא, ברױט און פֿלײש פֿאַר די סאָלדאַטן און הײ און האָבער פֿאַר די פֿערד ― װאָס זאָל מען טאָן? עלעהײ, לאָז זיך אונדז דאַכטן, פֿאָניע האָט זיך אַרײַנגעריסן, קאָזאַקן זײַנען באַפֿאַלן, אָדער גלאַט חלילה אַ פּאָגראָם ― װאָלט געװער בעסער? נאָר װוּ װעלן מיר נעמען דאָס ביסל מזומנס? די עשׂרת אַלפֿים? צען טױזנט רובל, איך פֿאַרשטײט צי נײן! ס'איז אַקוראַט װי מע זאָל אונדז זאָגן, אַשטײגער, צען טױזנט מיליאָן! נאָר ס'איז עפּעס אַ תּירוץ? אַ גזירה! און נאָך מיט אַ משכּון אױך! אַזאַ משכּון! לעבעדיקע נפֿשות! צװײ רבנים און מײַן יחיאל אַ דריטער! נו, װי מײנט איר, װעלן מיר שװײַגן? נאָר װאָס װעט אונדז העלפֿן, אַז מירן שרײַען? און דערװײַל די צײַט שטײט ניט. אָט־אָט, אָקערשט װי מע קוקט זיך אַרום, איר פֿאַרשטײט צי נײן, לױפֿן איבער די עטלעכע שעה און פֿאַרפֿאַלן! װאָס װעט זײַן מיטן משכּון? מיט די לעבעדיקע נפֿשות??

פֿאַלט אײנער אַף אַן עצה, װעט איר הערן, און דװקא אַ ייִד אַ פֿײַנער בעל־הבית, חזקאל מנוחהס רופֿט מען אים. ער איז מנוחהס אַ מאַן און מײַנער אַ מחותּן. מאָלט אײַך, ער װאָלט לאַנג געמעגט װאַרטן ביז איך װאָלט מיט אים שליסן מחותּנעשאַפֿט, נאָר ס'איז דרינען אַ גאַנצע מעשׂה, װאָס איך װעל אײַך דערצײלן, אם ירצה השם, אַן אַנדערס מאָל. איר װײסט דאָך, אַז איך האָב פֿײַנט מישן אײן מעשׂה מיט דער אַנדערער און האָב ליב, װי זאָגט איר, אַ װאָרט און צװײ און אַראָפּ פֿון מאַרק.

די מנוחה װאָס איך זאָג אײַך, איז אַ שם־דבר, אַ מאַנצבילשער קאָפּ אַף איר, אַ ייִדענע אַ קאָזאַק! איר קאָנט פֿאַרשטײן שױן פֿון דעם אַלײן, אַז מע רופֿט דעם מאַן אַפֿן װײַבס נאָמען, איז אײנס פֿון די צװײ: אָדער דער מאַן איז אַ גאָרנישט שבגאָרנישט, אָדער דאָס װײַב איז אַ גאַנצער יאַ־טעבי־דאַם.

דאָ האָט איר בײדע זאַכן: חוץ װאָס זי איז אַ גאַנצער ספּאָדיק, איז ער אַ כּשרע בהמה, אַ זאַק פּאָלאָװע, אַ שײנע באָרד און װײַטער גאָרנישט. איצט װעט איר האָרכן אַ שײנס, װאָס אַ ייִד פֿאַרגינט זיך.

דערהערט פֿון דעם גרױסן אומגליק, אַז דער דײַטש הײסט זיך באַצאָלן צען טױזנט קאָנטריבוציע, און אַז ער האָט פֿאַרהאַלטן אַ משכּון דעם רבֿ מיטן קאַזשאָנע רבֿ, דעם ראַבינער הײסט דאָס, און מײַן יחיאלן אַ דריטן, איז זיך מײשבֿ אָט דער לעקיש, מײַן מחותּן טאַקע, און גיט אָט אַזאַ אַן עצה: לאָז מען, זאָגט ער, נעמען פֿון אַלע בתּי־מדרשים, זאָגט ער, פֿאַראַן דאָרטן, זאָגט ער, צו עטלעכע רײניקײטן, ספֿר־תּורהס הײסט עס…

מער האָט ער שױן אָבער אַ װאָרט נישט גערעדט. קײן האַלבן װאָרט אַפֿילו. דאָס האָב א י ך אים געמאַכט שװײַגן. איך בין, דאַרפֿט איר װיסן, אַ מענטש אַ היציקער און אַ כּהן דערצו. און אַ כּהן, זאָגט מען, איז אַ בעל־כּעסן, כאָטש אַפֿילו כּעס, זאָגט מען, איז ניט אַזאַ שײנע מדה, כּעס איז, זאָגט מען, עבֿודה זרח. נאָר מען איז דאָך נישט מער װי אַ מענטש, איר פֿאַרשטײט צי נײן, האָט דאָס מיר געגעבן אַ נעם־אָן באַם האַרצן און עס האָט זיך אין מיר צעפֿלאַקערט אַ פֿײַער, ס'איז מיר, הערט איר, אַזש פֿינצטער געװאָרן אין די אױגן! און איך האָב אים אַװעקגעגעבן אַ גאָב ― װאָס ס'איז מיר געקומען אַף דער צונג, דאָס האָב איך אים אַרײַנגעזאָגט. מײַן גאַנץ ביטער האַרץ האָב איך אױסגעלאָזט צו זײַן קאָפּ: „נאָך דאָס פֿעלט אונדז, האָב איך אים געזאָגט, אַז מיר זאָלן אַלײן בידים, זאָג איך, נעמען און אַװעקגעבן דאָס אײנציקע און דאָס הײליקסטע, װאָס מיר פֿאַרמאָגן? צו־ביליק איז געװאָרן, זאָג איך, באַ אונדז די תּורה! װער ס'זאָל ניט דורכפֿאָרן פֿאַרבײַ, ― אַ ביסקאָפּ, אַ גלח, אַ גובערנאַטאָר, אַ ספּראַװניק, אַ שװאַרץ יאָר ― טראָגן מיר אים אַרױס די תּורה! אַלעמען די תּורה! אָ, ניט דערלעבן, זאָג איך, װעלן דאָס נישט אונדזערע שׂונאים און נישט מיר אַלײן, אַז מיר זאָלן זיך צעשײדן מיט אונדזער אײנציקן מאַיאָנטעק, װאָס מיר פֿאַרמאָגן! מיר װעלן זיך גיכער, זאָג איך, פֿאַרקױפֿן פֿאַר קנעכט, מיר מיט אונדזערע װײַבער און קינדער און קינדס־קינדער, נאָר גאָטס תּורה, זאָג איך, ― אַזאַס! דאָס, זאָג איך, װעלן מיר נישט אַװעקגעבן פֿאַר כּל הון דעלמא! לאָז מען אונדז שנײַדן, זאָג איך, לאָז מען אונדז בראָקען, לאָז מען אונדז בראָטן, לאָז מען אונדז ברענען, װי מע האָט געשניטן און געבראָקט, געברענט און געבראָטן אונדזערע אָבֿות אַבֿותינו!” גוט־גוט אַרײַנגעזאָגט, און איך האָב מיך אַזש צעװײנט פֿאַר האַרצװײטיק.

כאַפּט ער מיך אָן פֿאַר בײדע הענט, דער מחותּן מײַנער, און זאָגט צו מיר: „משוגענער כּהן, זאָגט ער, װאָס איר זײַט! איך האָב, זאָגט ער, גאָר אַזױ װײַט ניט געמײנט, זעט נאָר אַביסל! איך האָב נאָר געזאָגט, זאָגט ער, אַז מיר זאָלן נעמען, זאָגט ער, די רײניקײטן און קומען צו אים, זאָגט ער, מיט די רײניקײטן און זאָגן, זאָגט ער, אָט דאָס פֿאַרמאָגן מיר און דאָס האָבן מיר, און װײַטער טו מיט אונדז װאָס דו װילסט, מיר זײַנען באַ דיר אין די הענט… װעט ער, זאָגט ער, אַף אונדז רחמנות האָבן און װעט פֿאַרגעסן, זאָגט ער, פֿון דער גאַנצער געשיכטע מיט דער קאָנטריבוציע מיט אַלע מיט אַן אַנדער, און מירן דערװײַל, זאָגט ער, אױסגעלײזט װערן פֿון אַן אומגליק“… געפֿעלט אײַך אַ ייִד אַ חכם?

בקיצור, אױסגעפֿירט מסתּמא האָב א י ך , ניט ער; מיר האָבן די ספֿרי־תּורהס נישט גערירט פֿון אָרט. גענומען האָבן מיר, איר פֿאַרשטײט צי נײן, די פּרוכתן מיט די העמדעלעך, מיט די גאַרטעלעך, מיט די ידלעך און מיט די עץ־חײמס ― אַלצדינג, װאָס איז פֿון רײן זילבער, װי זאָגט איר, כּסף טהור, און מיר האָבן דאָס געבראַכט אים צו טראָגן, דעם קאָמענדאַנט הײסט עס, און צוגעפֿאַלן צו אים, און אַ גוטן װײן געטאָן דערבײַ, און געזאָגט צו אים: „אַדוני קיניג, כּך וכּך, אָט דאָס פֿאַרמאָגן מיר און דאָס האָבן מיר, און װײַטער טו מיט אונדז װאָס דו װילסט, מיר זײַנען באַ דיר אין די הענט“…

איז דאָך אָבער פֿאַראַן אַ גרױסער גאָט אַף דער װעלט, איר פֿאַרשטײט צי נײן, װאָס טוט דער אײבערשטער? שטײט ער אױף, דער קאָמענדאַנט הײסט עס, טוט אונדז אַ קוק אין די אױגן אַרײַן, און איך 368 ש ל ו ם ־ ע ל י כ ם װאָלט געמעגט שװערן, אַז ער איז געװאָרן עפּעס װי מטושטש, װי פֿאַר־ שעמט איז ער געװען… דערנאָך גײט ער צו צום טיש, נעמט די אַלע זאַכן, װאָס מיר האָבן אים געבראַכט צו טראָגן, באַטראַכט זײ אײנציקװײַז, יעדע זאַך באַזונדער, און רופֿט זיך אָן צו אונדז: „מײַנע הערן! איר קאָנט עס, זאָגט ער, נעמען צוריק. איך דאַרף עס נישט. מיר זײַנען ניט קײן פֿעלד־גזלנים, זאָגט ער, און נישט קײן קאָזאַקן. ס'איז אײַערע קאָ־ זאַקן, זאָגט ער, זײַנען געװױנט געװאָרן צו ראַבירן בתּי־מדרשים און הײליקע זאַכן. מיר זײַנען, זאָגט ער, דײַטשן און אונדזער קאַיזער, זאָגט ער, ברױכט ניט אײַערע הײליקײטן“.

כּהאַי לישנא, איך בין אײַך נישט מגזם אַפֿילו אַ האָר ― איך האָב פֿײַנט אַזעלכע זאַכן.

און װאָס טױג אײַך, דער גױ איז געװאָרן גאָר אַן אַנדער גױ, איר פֿאַרשטײט צי נײן, און אַן אַנדער פּנים, אַנדערע אױגן און אַן אַנדער לשון, ― שיִער־שיִער ניט געבעטן אונדז זיצן, און האָט באַלד אַרױסגעגעבן אַ באַפֿעל, מע זאָל אַרױסלאָזן די פֿאַרהאַלטענע, דעם רבֿ און דעם קאַזשאָנע רבֿ, דעם ראַבינער הײסט עס, און אַז ס'איז געקומען צו מײַן יחיאלן, װאָס איך האָב שױן געװאָלט דערלעבן אים זען אינדערהײם, איר פֿאַרשטײט צי נײן, באַ זײַן װײַב מיט זײַן קינד, נעמט ער, דער קאָמענדאַנט הײסט עס, און לײגט אַרױף די האַנט אַף זײַן פּלײצע און רופֿט זיך אָן צו מיר: „אָט דאָס איז דײַן זון?“ רוף איך זיך אָן: „ביז הונדערט און צװאַנציק יאָר ― װאָס איז דען?“ „אים, זאָגט ער, לאָז איך נישט אַרױס. אים לאָז איך, זאָגט ער, איבער באַ מיר“… נאָר שאַ! מע בלאָזט שױן װידער אַ תּקיעה גדולה. דאָס רופֿט מען אונדז שױן צו דער שײנער װעטשערע אין אַ גוטער שעה. אױב איר'ט װעלן, קאָנט איר אַרױסגײן באַלד נאָך דער װעטשערע, װעלן מיר אײַך דערצײלן װײַטער. און אַז נישט, קאָנען מיר דאָס איבערלאָזן אַף מאָרגן, אם ירצה השם. דער עיקר, איר זאָלט נאָר געדענקען װוּ מיר האַלטן אין די יוצרות. און בכדי איר זאָלט ניט פֿאַרגעסן, װעל איך אײַך געבן אַן עצה: אַז איר האָרכט פֿון מיר, למשל, אַ מעשׂה, נעמט מען אַ ביכעלע, מע זעצט זיך אַװעקעט מיט אַ בלײַשטיפֿט אין האַנט, איר פֿאַרשטײט צי נײן, און מע פֿאַרשרײַבט דאָס אַלצדינג װאָרט באַ װאָרט אַף פּאַפּיר, אַזױ װי איר קאָנט ― און לאָז עס טאַקע בלײַבן פֿאַרשריבן, װי זאָגט איר, לזכּרון ― אַף דור דורות. 5.

יחיאל ― אַ „בירגערמײַסטער“.

― ― ― זײַט איר כאָטש גוט געשלאָפֿן, פּאַני שלום־עליכם? איך ברוך השם, ניט. איך װײס ניט פֿון קײן שלאָף, איך זאָל שױן אַזױ ניט װיסן פֿון קײן שלעכטס מיט אײַך אינאײנעם. װײסט איר פֿאַר װאָס? װײַל מיר שיסט אין די אױערן. עס שיסט נאָך פֿון דעמאָלט אָן, עס װיל גאָרניט אױפֿהערן צו שיסן. און פֿון בײדע זײַטן שיסט עס מיר, איר פֿאַרשטײט צי נײן? ― פֿון אײן זײַט דער דײַטש און פֿון דער אַנדערער זײַט פֿאָניע. און װער איך אַנטשלאָפֿן אַף אַ װײַלע ― אַזױ קומט מיר אַקעגן מײַן יחיאל, װי ער שטײט אַ צוגעבונדענער צו אַ בױם, די הענט אַרונטער, קוקט אַף מיר טרױעריק, און מיט ליבשאַפֿט, און מיט טרערן אין די אױגן, גלײַך װי ער װאָלט זאָגן צו מיר: „זײַ געזונט, טאַטע, מיר זעען זיך שױן ניט מער!”… נאָר איך פֿאַרכאַפּ אײַך, װי זאָגט איר, די לאָקשן פֿאַר די פֿיש, און איך האָט דאָך ניט ליב, אַז מע כאַפּט, װאָרעם פֿון אײַלעניש, זאָגט איר, קומט קײן גוטס ניט אַרױס, און צײַט האָבן מיר דאָ אַפֿן שיף, געלױבט דער אײבערשטער, גענוג, קאָנען מיר זיך דעריבער פֿאַרגינען זיצן מער מיט אַ האַלבע שעה. װאָס קאָן דאָ זײַן? די גרױסע געשעפֿטן? אָדער מע עסט, אָדער מע שלאָפֿט, אָדער מע נודעט זיך גלאַט קוקנדיק אין ים אַרײַן ― װאַסער און הימל, הימל און װאַסער! מענטשן האָבן אױסגעטראַכט אַ נסיעה ― טפֿו, גאָט זאָל ניט שטראָפֿן פֿאַר די רײד!

װוּ־זשע, הײסט עס, האַלטן מיר? באַ מײַן יחיאלן. װי אַזױ קירע־דײַטש האָט אים פֿאַרהאַלטן אינאײנעם מיטן רבֿ און מיטן קאַזשאָנע רבֿ, דעם ראַבינער הײסט עס, אַ משכּון פֿאַר דער קאָנטריבוציע, װאָס ער האָט זיך געהײסן באַצאָלן, און דערנאָכדעם, װי אַזױ ער האָט די רבנים אַרױסגעלאָזט, און מײַן יחיאלן האָט ער זיך באַטראַכט, דער דײַטש הײסט עס, און האָט אים איבערגעלאָזט באַ זיך ― ער װעט אים, זאָגט ער, צו נוץ קומען.

מיט װאָס פֿאַר אַ האַרץ איך בין אַהײם געקומען אָן מײַן זון ― באַדאַרף איך אײַך ניט דערצײלן קײן מעשׂיות. איר זײַט דאָך אַ פֿאָטער און האָט קינדער, פֿילט איר שױן דעם טעם. און װאָלט איך אַלײן כאָטש נישט געװען דער גאַנצער חײבֿ, װאָרעם װער האָט אים מיטגעשלעפּט מיט דער דעפּוטאַציע צום קאָמענדאַנט, אַז ניט איך? גװאַלד געשריגן! װאָס װעל איך זאָגן פֿאַר מײַן װײַב? װאָס פֿאַר אַ תּירוץ טראַכט מען צו פֿאַר מײַן שנור, כאָטשבי אַף דער הײסער מינוט? און איך בלײַב שטײן פֿון יענער זײַט טיר, איר פֿאַרשטײט צי נײן, װי אַ פֿאַרזינדיקטער קונדס, און קאָן גאָר צו זיך אַהײם נישט קומען! און איך שטײ מיר אַזױ און טראַכט, און טראַכט, און נעם און טו אַן עפֿן־אױף די טיר האַסטיק מיטאַמאָל און טו מיר אַ פֿרעג גלאַט אַזױ, בדרך אַגבֿ, אין דער װעלט אַרײַן: „ניטאָ נאָך יחיאל?“ זאָגט מען מיר מסתּמא: ,,נײן. ער איז דען באַפֿרײַט שױן?“… זאָג איך: „נאָך אַ מין באַפֿרײַט! פֿרײַ צו פֿרײַ איז נישט גלײַך! פֿרײַ, זאָג איך, זײַנען זײ אַלע דרײַ, נאָר אונדזער יחיאל, זאָג איך, איז אַרױס גאָר מיט אַ קנאַק“… ― װערן זײ דאָך מסתּמא טױט װי די װאַנט: „װאָס פֿאַר אַ קנאַק?“ זאָג איך: „מיט אַ דאַנק־בריװ איז ער אַרױס, זאָג איך, און מיט אַן אָרדן און מיט אַ קװעטש די הענט און מיט אַ בראַװאָ! אונדזער יחיאל, זאָג איך, איז איצטער, זאָג איך, באַם דײַטש געהױכט און געקרױנט, אַ גאַנץ קנעפּל“, זאָג איך. און אַלײן כאַפּ איך אַ קוק אין שפּיגל אַרײַן, איר פֿאַרשטײט צי נײן, װי זע איך אױס נאָך אַזױ פֿיל שקרים וכזבֿים? פֿאַרשטײט זיך, אַז מײַנע קוקן מיר אין מױל אַרײַן און גלױבן מיר איטלעכס װאָרט. װאָס װײסן זײ, װײַבער משטײנס געזאָגט? פֿרעגן זײ זיך נאָך באַ מיר: „פֿאַר װאָס איז ער דאָס באַ זײ אַזױ געהױכט און געקרױנט?“ װער איך כּלומרשט אין כּעס: „װאָס הײסט, זאָג איך, פֿאַר װאָס? פֿאַר שבת! איר האָט פֿאַרגעסן, זאָג איך, װער יחיאל איז? איר האָט, זאָג איך, עפּעס אַ סך אַזעלכע יחיאלס באַ אונדז אין קרושניק, אָדער אין יונעװ, אָדער אין מאַזעלבאָזשעץ, אָדער אין בילגערײַ, אָדער אַפֿילו אין דער גובערניע אין לובלין? װאָס שװײַגט איר?“ ― זאָג איך…

הקיצור, איך באַדאַרף מיך פֿאַר אײַך ניט באַרימען ― באַרימערײַ איז איבערהױפּט אַ מיאוסע זאַך. נאָר איך מוז אײַך זאָגן דעם אמת, אַז איך האָב פֿײַנט אַ ליגנער אַקוראַט, װי אַ כּשרער ייִד האָט פֿײַנט חזיר. אַ ליגנער איז באַ מיר ערגער פֿון אַ הולטאַי, און אַפֿילו פֿון אַ משומד!

נאָר װאָס, איך בעט אײַך, װאָס האָב איך געקענט טאָן, זאָגט שױן איר אַלײן, אַז איך האָב פֿאַר זיך צוױי שװאַכע באַשעפֿענישן, װײַבער, איר פֿאַרשטײט צי נײן, װאָס זײער לעבן הענגט אָפּ אין זײַן לעבן ― אַ װערטעלע פּקוח נפֿש! און איך האָב גענומען באַקן ליגן, אַזױ װי בײגל, אַזױ װי מצות, אײן ליגן נאָכן אַנדערן, און דערצײלן אַזעלכע גוזמות, אַז ס'איז מיר פֿאַר זיך אַלײן פּשוט געװען אַ בזיון: װי נעמט דאָס אַ ייִד אַ בעל־הבית, רב יאַנקל יונעװער, איר פֿאַרשטײט צי נײן, און האַקט אַזעלכע שקרים, און זײ, די װײַבער, מײנען, אַז ס'איז תּורת משה אמת?… און איך האָב גענומען און איך האָב מיך קױם אַרױסגעמאַכט פֿון ערד הײם און בין אַװעק זוכן זכות־אָבֿות, פּראָטעקציעס, צום קאָמענדאַנט, איר פֿאַרשטײט צי נײן, אולי ירחם? און אַזױ װי איך לױף אַזױ, קומט מיר ניט אַקעגן מײַן יחיאל? אַ פֿאַרסאָפּעטער, אַ פֿאַרשװיצטער, און עפּעס מאָדנע האָפֿערדיק, דאָס פּנים שײַנט, די אױגן לױכטן, און גײן גײט ער גיך, מאַכט מיט די הענט. „װאָס איז, יחיאל?“ „טאַטע, זאָגט ער, גיב מיר אָפּ מזל־טובֿ?“ „מזל־טובֿ דיר, זאָג איך, מײַן זון, פֿאַר װאָס קומט דיר מזל־טובֿ? דײַן ציג האָט זיך געקעלבט? צי דײַן קו האָט זיך געציגלט?“ װערט ער רױטלעך, מײַן יחיאל הײסט עס, און מאַכט צו מיר מיט אַ שמײכל: „װײסטו כאָטש, זאָגט ער, טאַטע, מיט װעמען דו רעדסט אַצינדערט?“ טו איך אים אַ מעסט־אָפּ מיטן קוק און מאַך צו אים: „מיט יאַנקל יונעװערס זון“. „מיט יאַנקל יונעװערס זון, זאָגט ער, דאָס אַ חוץ. דערצו בין איך, זאָגט ער, נאָך בורמישטש אין קרושניק“. „פֿון װען אָן, זאָג איך, ביסטו דאָס בורמישטש?“ „שױן באַלד אַ שעה, זאָגט ער, אַז איך בין בורמישטש. דאָס האָט מיך דער קאָמענדאַנט, זאָגט ער, געמאַכט פֿאַר אַ בורמישטש, פֿאַר בירגערמײַסטער הײסט עס. שטעל דיר פֿאָר, זאָגט ער, אַז אין דער צײַט, װאָס איר זײַט געװען פֿאַרטראָגן מיט דער קאָנטריבוציע, האָט דער קאָמענדאַנט דערװײַלע געשיקט רופֿן צו זיך די קרושניקער אָנגעזעענע גױיִם, פֿריִער דעם קאַזנאָטשײ, דערנאָך דעם פּאָטשטמײַסטער, דערנאָך דעם טעלעגראַפֿיסט (די אַלע איבעריקע פּריצים זײַנען זיך צעלאָפֿן), און האָט זײ, זאָגט ער, געװאָלט מאַכן פֿאַר בור־מישטש איבער קרושניק, ― האָבן זײ זיך, זאָגט ער, אַלע גאַנץ פֿײַן אָפּגעזאָגט. זײ האָבן אױסגעפֿונען, זאָגט ער, אַלע אײן תּירוץ, אַז זײ פֿאַרשטײען נישט קײן װאָרט דײַטש. האָט זיך דער קאָמענדאַנט, זאָגט ער, אַף זײ גוט אױסגעבײזערט און דורכגעטריבן און געשיקט, זאָגט ער, רופֿן דעם װאָיט פֿון דער גמינע, פּאַן פּשעפּעצקי. האָט זיך פּאַן פּשע־פּעצקי, זאָגט ער, פֿאַרנײגט ביז צו דער ערד, „פּאַדאַם דאָ נאָג“ און „צאַלױען רענקי“ און „פּראָשען פּאַנאַ“, און אַז ס'איז געקומען, זאָגט ער, צו עפּעס, האָט זיך פּאַן פּשעפּעצקי זײער העפֿלעך באַדאַנקט פֿאַרן גרױסן כּבֿוד, װאָס מע װיל אים, זאָגט ער, צוטײלן, נאָר ער קאָן נישט אָננעמען, זאָגט ער, דאָס שטרײַמל דערפֿאַר, װײַל מערסטנטײל קרושניקער אײַנװױנער זײַנען, זאָגט ער, ייִדן, און מיט ייִדן איז, זאָגט ער, שװער דורכצוקומען! און ער האָט גענומען דערװײַל אױסרײדן אַף ייִדן המנס מסירות, פּעך אין שװעבל, אַזױ װי פֿליאַקע קאָן… דעם אײגענעם תּירוץ, זאָגט ער, האָט געזאָגט אױך דער קשיאָנדז: „זשידזשי“ און „זשידזשי“ און ,,זשידזשי“!… איז דער קאָמענדאַנט, זאָגט ער, געװאָרן בײז אַף די פּאָליאַקן מיט סכּנת נפֿשות און האָט געשװאָרן, אַז ער װעט מאַכן, זאָגט ער, אַ ייִדן פֿאַר בורמישטש ― זײ, די פּױלן הײסט עס, אַף צו להכעיס! און, װי זאָגט איר, אומר ואוכל ― ר'האָט זיך אַ נעם געגעבן פֿריִער צום רבֿ, דערנאָך צום קאַזשאָנע רבֿ, צום ראַבינער הײסט עס. האָט זיך דער רבֿ אָפּגעבעטן ― ער איז, זאָגט ער, אַ זקן אַ ייִד און אַ שװאַכער מענטש, ער האַלט שױן באַ שטאַרבן, װאָס פֿאַר אַ בורמישטש איז ער? און דער קאַזשאָנע רבֿ, דער ראַבינער הײסט עס, האָט געציטערט, זאָגט ער, װי אַ לעמעלע: „סטײַטש, זאָגט ער, װי קאָן ער עובֿר זײַן אַף דער שבֿועה? ער איז דאָך, זאָגט ער, אַ קאַזשאָנע רבֿ, אַ געשװױרענער, הײסט עס; הקיצור, ער האָט זײ, די רבנים הײסט עם, אױך דורכגעטריבן און נעמט, זאָגט ער, און רופֿט אַרײַן אים, יחיאלן הײסט עס, און מאַכט צו אים גאָר אָן שום הקדמות: „חנה זאָלסט װיסן זײַן, זאָגט ער, יאַנקל יונעװערס זון, אַז איך קרױן דיך, זאָגט ער, פֿאַר בורמישטש אין קרושניק!” האָט ער אים, יחיאל הײסט עס, געװאָלט עפּעס זאָגן, גײט ער, דער דײַטש הײסט עס, און פֿאַרשטעלט אים דאָס מױל! לאָזט אים, זאָגט ער, ניט אױסרײדן אַ װאָרט, און רופֿט צענױף װידער אַ מאָל דעם קאַזנאַטשײ מיטן פּאָטשט־מײַסטער, מיטן טעלעגראַפֿיסט, מיטן װאָיט פֿון דער קרושניקער גמינע פּאַן פּשעפּעצקי, מיטן קשיאָנדז, און רופֿט זיך, זאָגט ער, אָן צו זײ, אַף דײַטש, געװײנטלעך: „מײַנע העררן, זאָגט ער, זײַט װיסן, זאָגט ער, אַז אָט דער יודע איז אײַער בורמישטש! ― און טוט, זאָגט ער, אַ װײַז אָן אַף אים, אַף יחיאלן הײסט עס. ― איר אַלע, זאָגט ער, פֿאַרמאָגט ניט אין קאָפּ, װאָס אָט דער יודע פֿאַרמאָגט, זאָגט ער, אין דער פּיאַטע! ”…

אױסגעהערט פֿון יחיאלן די שײנע מעשׂה ביזן סוף, בײַטל איך דאָך אױס אַלע בײזע װיסטע חלומות אַפֿן דײַטשס קאָפּ און אַף זײַנע הענט און פֿיס. „נאָך דאָס, זאָג איך, גײט דיר אָפּ, יחיאל! קאַרג, זאָג איך, װאָס דו ביסט פֿאַר דײַן שיסן אַרױף, זאָג איך, געװען, ניט הײַנט געדאַכט, אַף אַ האָר פֿונעם טױט, באַדאַרפֿסטו נאָך איצטערטאָ, זאָג איך, גײן שפּילן זיך מיטן מלאך־המות, ריזיקירן מיטן לעבן און װערן, זאָג איך, אַ בורמישטש פֿון אסתּר־תּענית ביז פּורים!“ קוקט ער מיך אָן, יחיאל הײסט עס: „פֿאַר װאָס עפּעס פֿון אסתּר־תּענית ביז פּורים?“ „װאָס דען, זאָג איך, אַף לאַנג? נישט מער, זאָג איך, זאָל דער ייִדישער גלות געדױערן, װיפֿל דו װעסט, זאָג איך, זײַן בורמישטש אין קרושניק! דערװײַל, זאָג איך, האָט נאָך דײַן דײַטש באַ גאָט, זאָג איך, קײן קװיטל נישט אַרױסגענומען, אַז קרושניק אין זײַנס. רו װײסט, זאָג איך, װאָס דו קאָנסט האָבן דערפֿאַר, זאָג איך, טאָמער פֿאָניע איז גובֿר, און קרושניק מיט יונעװ מיט מאַזעלבאָזשעץ מיט לובלין פֿאַלן אַרײַן, זאָג איך, צוריק צו אים אין די הענט אַרײַן? אָט דער אײגענער װאָיט, פּאַן פּשע־פּעצקי, זאָג איך, װעט דעמאָלט אױסגלעטן, זאָג איך, די װאָנצעס און װעט אַװעקגײן גלײַך, זאָג איך, צום נאַטשאַלניק און װעט, זאָג איך, צושטעלן אַ בענקעלע דיר און מיר און אונדז אַלע, הלװאַי, זאָג איך, זאָל איך ליגן זאָגן און ס'זאָל זײַן ניט אין אַזאַ שעה, זאָג איך, אַרױסגערעדט!“ און װי מײנט איר, פּאַני שלום־עליכם, װער האָט געטראָפֿן? איך באַרים מיר נישט פֿאַר אײַך, חלילה, אַז איך בין דאָ דער גרױסער חכם, און קײן נבֿיאים, װי זאָגט איר, איז הײַנטיקע צײַטן נישט פֿאַראַנען. נאָך מען איז דאָך עפּעס אַ ייִד אַף דער װעלט מיט אַ חוש הריח, איר פֿאַרשטײט צי נײן, האָב איך אָנגעשמעקט דעמאָלט נאָך, אַז דער דײַטש איז אַרײַן צו אונדז אין קרישניק מיט געזאַנג און מיט טענץ אין מיטן גאַנצן טראַסק, אַז דאָ איז פֿאַראַן אַלצדינג, װאָס איר װילט ― סײַ גבֿורה, סײַ חכמה, סײַ געלט, נאָר אײן זאַך פֿעלט: אַריכת ימים… אַ סימן האָט איר ― אָט איז פֿאָניע דערנאָך אַרײַנגעקומען צו אונדז, האָט מען באַלד געקאָנט אַרױסזען, אַז דער איז אַרײַן על מנת להשתּקע, מיט אַלע פֿיר, איר פֿאַרשטײט צי נײן, װאָרעם ראשית כּל דבר האָט ער אָנגעהױבן פֿון אַ פּאָגראָם, פֿון אַ ייִדישן פּאָגראָם מיט אַלע תּגין… נאָר דאָ גײ איך שױן אַרױס פֿון אײן מעשׂה און פֿאַל אַרײַן אין אַ נײַער מעשׂה, און איר האָט דאָך ליב, זאָגט איר, אַז יעדע מעשׂה זאָל זיך זײַן באַזונדער אַ מעשׂה. טו איך אײַך צוליב און מיר רוען זיך אָפּ אַביסל, דערנאָך װעלן מיר גײן װײַטער צו אונדזערע מעשׂיות פֿון טױזנט אײן נאַכט.

6.

י ח י א ל ג ע װ ע ל ט י ק ט .

― ― ― האַלטן מיר, הײסט עס, דערבײַ, װי אַזױ מײַן יחיאלן האָט דער דײַטש געקרױנט פֿאַר בירגערמײַסטער אין קרושניק. נו, געװיס בין איך געװען גערעכט, אַז כ'האָב אים נבֿיאות געזאָגט, אַז זײַן ביר־גערמײַסטערײַ װעט געדױערן פֿון אסתּר־תּענית ביז פּורים, נישט מער זאָל דער ייִדישער גלות געדױערן! דערפֿאַר אָבער האָט דער דײַטש געהאַט אַ בירגערמײַסטער ― מעג שױן אַף אונדז בײדע זײַן אַזאַ גוט יאָר! ניט חלילה מחמת באַרימערײַ, װאָס יחיאל איז מײַנער אַ זון, נאָר װײַל מיר זײַנען ייִדן, איר פֿאַרשטײט צי נײן, װײסן מיר, װי אַזױ צו פֿירן דאָס רעדל… הלװאַי, רעדט איר, װאָלט מען אונדז טאַקע איבערגעגעבן די גאַנצע ממשלה פֿון דער גאַנצער װעלט, װאָלט איר געזען, װאָס פֿאַר אַ פּנים די װעלט װאָלט געהאַט… אַ סימן האָט איר ― נעמט פּױלן, טאַקע אונדזער מדינה פּױלן. װי זאָגט איר ― שױן אײן מאָל אַ מדינה! האָט איר דאָך געהאָרכט מן הסתּם, װי אַזױ פֿליאַקע האָט זיך אַמאָל צעאַמפּערט, נאָך פֿאַר סאָביעסקיס צײַטן איז דאָס געװען, נישט געקאָנט זיך אױסגלײַכן מיט די בכורים, װער ס'זאָל געװעלטיקן, זײַן מלך הײסט עס. איז געבליבן, מע זאָל װאַרפֿן גורל. האָט מען געװאָרפֿן גורל, איר פֿאַרשטײט צי נײן, װער ס'װעט דער ערשטער אַרײַן אין שטאָט, דער זאָל זײַן מלך. איז געפֿאַלן דער גורל אַף אַ ייִדן, רב שאָול װאַהל, װײַל ער איז דער ערשטער אַרײַן אין שטאָט. װאָס זאָל מען טאָן? פֿאַרפֿאַלן ― איז דער ייִד געװאָרן מלך און האָט געװעלטיקט, זאָגט מען, אַזױ לאַנג װי עס דאַרף געדױערן, למשל, מע זאָל זאָגן „אַשרי“ און „ובֿא לציון“. דערפֿאַר מעשׂיות און פֿאַנטאַזיעס 375 האָט ער אָבער געװעלטיקט אַזױ, אַז די פּױלן קאָנען זיך נאָך עד היום פֿון אים נישט אָפּלױבן; ס'איז נאָר אַ װײטיק די רשעים, אַ מכּה זײ, װאָס אָט דער מלך איז געװען, איר פֿאַרשטײט צי נײן, אַ „זשידעק“, װײַטער װאָלטן זײ אים פֿאַרגעטערט און פֿאַראײביקט!

דאָס אײגענע איז געװען אױך מיט מײַן יחיאלן. װיבאַלד מע האָט אים געקרױנט פֿאַר בירגערמײַסטער אין קרושניק, אַזױ האָט ער פֿונעם ערשטן טאָג אָן גענומען מאַכן נײַע פּאַראָנדקעס. קודם־כּל האָט ער זיך געגעבן אַ נעם צו מאַכן שלום צװישן די פֿעלקער, דאָס הײסט, צװישן די קרושניקער פּאָליאַקן, גױיִם און להבֿדיל ייִדן. װאָס־זשע האָט ער געטאָן? װעט איר האָרכן, װאָס יאַנקל יונעװערס זון איז אַ בעלן! ער האָט גענומען און האָט צונױפֿגערופֿן אין מאַגיסטראַט דעם רבֿ מיטן קאַ־זשאָנע רבֿ, דעם ראַבינער הײסט עס, און, להבֿדיל, דעם קשיאָנדז מיטן גלח מיטן װאָיט פֿון דער גמינע, פּאַן פּשעפּעצקי, און האָט פֿאַר זײ געהאַלטן אַ גאַנץ פֿײַנע דרשה, און דװקא אין פּױליש לשון, און האָט זײ אױפֿגעקלערט און באַװיזן מיט אותות ומופֿתים, אַז ס'איז נישט גוט, װאָס מענטשן קריגן זיך, און אַז ס'איז טױזנט מאָל געזינטער פֿאַר אַלעמען, אַז מע לעבט בשלום, װאָרעם אַף שלום, איר פֿאַרשטײט צי נײן, שטײט די װעלט. ער האָט דאָס געבראַכט אַזױ װײַט, אַז מע האָט זיך געגעבן אײנס דאָס אַנדערע דאָס װאָרט (אונדזער װאָיט פֿון דער גמינע פּאַן פּשעפּעצקי האָט אַזש אַרומגעכאַפּט מײַן יחיאלן: „מאָי קאָכאַנע פּאַן יחיאל!“), און מע האָט זיך געגעבן אַלע תּקיעת־כּף, אַז מהיום והלאה איז מען גוטע פֿרײַנט, שלום ושלװה, אױס פּריץ, אױס גױ, אױס ייִד, להבֿדיל, קײן שפּור פֿון קנאה־שׂנאה, אַן עק, אַ סוף! און די מיאוסע װערטער מיט די צונעמענישן, װי למשל: „זשידזשי“, אָדער „בײליס“, אָדער „פֿליאַקע“, אָדער „חס“, אָדער „דבֿר אַחר“, זאָלן אױסגעמעקט און פֿאַרגעסן װערן! אָנשטאָט „זשידזשי“ און „בײליס“ זאָל זײַן בעסער „איזראַעליטי“. אָנשטאָט „פֿליאַקע“ ― „פּאַני דאָבראָדזיעיע“. אָנשטאָט „חס“ און „דבֿר אַחר“ ― „עשוס אײניקל“… און װאָס איז שײך צום באָיקאָט, װאָס די פּױלן באָיקאָטירן די ייִדן, האָט ער אַרױפֿגעלײגט אַ שטראָף, מײַן יחיאל הײסט עס, פֿון אַ דרײַערל ביז אַ פֿינף־און־צװאַנציקער, נישט נאָר פֿאַר באָיקאָטירן ― אַפֿילו פֿאַרן װאָרט „באָיקאָט“ אַלײן, טאָמער רעדט עמעצער אַרױס, איז חיות ניט זיכער! דאָס װאָרט „באָיקאָט“, איר פֿאַרשטײט צי נײן, איז לא יזכר ולא יפּקד!

דאָס האָט איר אײַך נומער אײנס. והשנית האָט ער אײַנגעפֿירט, אַפֿן פֿאַרלאַנג פֿונעם דײַטשן קאָמענדאַנט, אַ װאַך, אַ מין שטאָט־מילי־ציע, װאָס זאָל שטײן תּמיד גרײט און אָפּהיטן די שטאָט, טאָמער װערט חלילה קרושניק באַפֿאַלן פֿונעם שׂונא. און װי אַזױ, מײנט איר, האָט ער דאָס געמאַכט? פֿײַן, מיט אַ שׂכל און מיט אַ רעכענונג! באַ יעדער שטוב, האָט ער אײַנגעפֿירט, זאָלן תּמיד שטײן צװײ ערלים, באַװאָפֿנט מיט שטעקנס, אײנער באַטאָג, דער אַנדערער באַנאַכט. און כּדי מע זאָל זײַן באַװאָרנט, אַז די ערלים װאָס שטײען באַנאַכט אַף דער װאַך, װעלן נישט אַנטשלאָפֿן װערן, װאָרעם אַן ערל, אַז עס קומט באַנאַכט, פּאָפֿט ער, ער זאָל אַף יעדע צען ערלים זײַן אײן ייִד, להבֿדיל, אַ משגיח, װאָס זאָל השגחה געבן. מחמת אַ ייִד, איר פֿאַרשטײט צי נײן, איז מער מסוגל אַף אַכטונג צו געבן… הײַנט האָט ער אַרױפֿגעלײגט שטײַער אַף יעדן בעל־הבית, סײַ אַ ייִד, סײַ אַ גױ להבֿדיל, מוז צושטעלן דעם קאָמענדאַנט אַזױ פֿיל און אַזױ פֿיל מעל און אַזױ פֿיל און אַזױ פֿיל זאַלץ און אַזױ פּיל און אַזױ פֿיל טײ און צוקער. װאָס דער מענטש איז רײַכער, איר פֿאַרשטײט צי נײן, באַדאַרף ער אַלץ מער שטײַערן, און װידער צוריק, דאָס אײגענע פֿאַרקערט ― װער ס'איז אַן אָרעמאַן, ניט דאָ געדאַכט, און קאָן נישט און האָט נישט און פֿאַרמאָגט נישט ― איז ער פּטור.

דאָ האָב איך מיך אַרײַנגעמישט און האָב אים געזאָגט, זאָג איך: „דאָס, זאָג איך, יחיאל, װאָס דו האָסט געמאַכט שלום צװישן די פֿעלקער, סקאַסירט דעם באָיקאָט און אײַנגעפֿירט אַ װאַך, איך מײן, זאָג איך, די שטאָט־מיליציע, דאָס, זאָג איך, אַרט מיך ניט. פֿאַרקערט, זאָג איך, זײער גלײַך האָסטו געטאָן, זאָג איך. נאָר באַ די שטײַערן, זאָג איך, װאָס דו האָסט אַרױפֿגעלײגט ― דאָ, זאָג איך, ביסטו, מײַן זון, מחילה דורכגעפֿאַלן. װאָרעם װאָסער שוטה, זאָג איך, װעט דאָס װעלן צאָלן מער, װי ער קאָן? און װער, זאָג איך, װעט ניט זײַן אַ בעלן זיך פֿאַרשרײַבן צװישן די אָרעמע לײַט, בכדי ער זאָל פֿאַרשפּאָרן צו צאָלן שטײַער? ובפֿרט, זאָג איך, אַז אין קרושניק, זאָג איך, זײַנען דאָך דאָס רובֿ, ניט אױסגערעדט זאָל זײַן, אָרעמע לײַ,קבצנים, דלפֿנים, ענײם ואבֿיונים!“

און כּך הוה. װער איז געװען גערעכט? װען נישט דער דײַטש, דער מעשׂיות און פֿאַנטאַזיעס 377 קאָמענדאַנט הײסט עס, קומט אים צו־הילף, װאָלט מען אים, יחיאלן הײסט עס, צעריסן אַף שטיקלעך! דער ערשטער איז געװען דער װאָיט פֿון דער גמינע, פּאַן פּשעפּעצקי. ער האָט זיך נישט געפֿױלט און איז אַװעק צום קאָמענדאַנט און האָט אים אַרײַנגערױמט אַ סוד, אַז דער זשידעק, װאָס ער האָט אים געקרױנט פֿאַר בורמישטש, נעמט צונױף דאָס גאַנצע ביסל גוטס פֿון קרושניק און באַהאַלט דאָס פֿאַרן „מאָסקאַל“, פֿון פֿאָניעס װעגן און פֿאַר זײַנע קאָזאַקן, אַף װעלכע די „בײליסעס“ קוקן אַרױס, װי אַף משיחן ― אַ סימן, לאָז מען זוכן באַ זײ אין די קעלערס און אַף די בױדעמער, װעט מען געפֿינען פֿון כּל טובֿ… און דאָס וױיסט איר דאָך מסתּמא, אַז אַ מסור האָט אין זיך אַ כּח ― מע גלײבט אים. און װאָס טױג אײַך, מע האָט זיך אַ נעם געגעבן צו די קרושניקער ייִדן און מע האָט גענומען מאַכן „אָביסקעס“, זוכן, נישטערן, און אַז מען זוכט, װי זאָגט איר, געפֿינט מען; מע האָט געפֿונען באַהאַלטן אין די קעלערס און אַף די בױדעמער, איר פֿאַרשטײט צי נײן, טאַקע פֿון כּל טובֿ. באַ װעמען מע האָט געפֿונען באַהאַלטן אַביסל זילבער, באַ װעמען דאָס פּסחיקע געפֿעס, באַ װעמען אַ פֿלעשל „װישניק“ און באַ װעמען שבתדיקע מלבושים. באַ אײנעם, באַ אַבא דעם שוחט, האָט מען אױסגעטרײסלט אַ גאַנצן מאַיאָנטעק ― דרײַ שאַרפֿע מעסערס, אײַנגעװיקלט אין אַ פֿאַטשײלע, און אַ זעקעלע מיט אַ מין זאַך, װאָס כאַפּט דעם אָנבליק פֿון פּולװער…

אָט דאָ האָט זיך אָנגעהױבן אַ חתונה! מע האָט זיך אַ נעם געגעבן צו אַבא דעם שוחט: „װאָס איז דאָס באַ אײַך, רב ייִד, פֿאַר געװער?.. דאָס האָט איר צוגעגרײט פֿאַר די קאָזאַקן? זײַט זיך מודה!“… האָט זיך אַבא דער שוחט גענומען דרײען אַהין און אַהער ― ס'איז שלעכט, ער לאָז זיך נישט אַרױסדרײען! מילא, די מעסערס ― דאָס זײַנען, זאָגט ער, זײַנע כּלי־זין, זײַנע אינסטרומענטן, איר פֿאַרשטײט צי נײן, זײַנע חלפֿים „װאָס־זשע האָסטו זײ באַהאַלטן אַפֿן בױדעם?“ ער האָט, זאָגט ער, מורא געהאַט פֿאַר דער מאָביליזאַציע. פֿאָניע, זאָגט ער, מאַכט מאָביליזאַציע, קאָן זיך עס אױסלאָזן באַ אים, זאָגט ער, מיט אַ פּאָגראָם… „ גוט, װאָס־זשע איז אָט דאָס זעקעלע, װאָס כאַפּט דעם אָנבליק פֿון פּולװער? װאָס איז דאָס פֿאַר אַ מין?“ טענהט נעבעך אַבא דער שוחט: ס'איז גאָרניט, ס'אַ געלעכטער, זאָגט ער, דאָס איז מוהל־מעל, װאָס מע באַשיט, זאָגט ער, אַ קינד תּיכּף נאָך דער מילה. נאָר גײ רײד מיט קירע־דײַטש ― מילה הײַנט, מילה מאָרגן, אַז יענער האָט זיך אַרײַנגענומען אין קאָפּ קאָזאַקן! און ס'איז געבליבן, מע זאָל שיקן רופֿן דעם רבֿ מיטן קאַזשאָנע רבֿ, דעם ראַבינער הײסט עס, און אַלע איבעריקע שבֿעה טובֿי עיר, די פֿײַנסטע בעלי־בתּים פֿון קרושניק, און מיך מיט מײַן יחיאלן בתּוכם ― און דאָ איז אַרױפֿגעקומען אַ טרױעריקע געשיכטע, װאָס טרעפֿט זיך אײן מאָל אין צען טױזנט יאָר! ס'איז כּדאַי, די דאָזיקע געשיכטע זאָל דערצײלט װערן גאַנץ באַזונדער און באַשריבן װערן דורך אײַער פּענדל, לאָזן, אַדרבה, ייִדן לײענען און לאָזן עס אונדזערע קינדער דערצײלן פֿאָר זײערע קינדער און קינדס־קינדער, אַז ס'איז געװען אַמאָל אַ משוגעת, װאָס מע האָט עס גערופֿן מלחמה, און אַז עס איז געװען אַמאָל אַ מדינה, װאָס מע האָט זי גערופֿן פּױלן, און אַז די מדינה האָט געהערט צו פֿאָניען, און דער דײַטש האָט געשאַרפֿט אַף איר די צײן, און דערװײַל זײַנען ייִדן געװען דאָס כּפּרה־הינדל, און װער ס'האָט געהאַט גאָט אין האַרצן, דער האָט זיך אין אונדז נוקם געװען, זיך געבאָדן אין אונדזער בלוט… האָט קײן פֿאַריבל ניט, פּאַני שלום־עליכם, אַז איך הײב אָן צו רעדן דערפֿון, נעמט מיך אָן באַם האַרצן, און איך מוז זיך אָפּשטעלן אַף אַ װײַלע, איבערכאַפּן דעם אָטעם.

7.

די קרושניקער דעפּוטאַציע.

― ― ― האַלטן מיר, הײסט עס, באַ דעם, װי מײַן יחיאל איז מיט גאָטס זײַנער הילף בורמישטש אין קרושניק און געװעלטיקט, װי זאָגט איר, ביד חזקה, און די פּאָליאַקן ימח שמם וזכרם גראָבן, זוכן אַף אים בלבולים און רײדן אױס אַף אים און אַף אונדז אַלעמען המנס מסירות, אַזױ לאַנג און אַזױ ברײט, ביז די דײַטשן האָבן גענומען מאַכן „אָביסקעס“ אין שטאָט, דאָס הײסט, מע האָט גענומען זוכן און נישטערן און טרײסלען, און גאָט האָט זײ געהאָלפֿן, זײ האָבן אױסגעטרײסלט באַ אַבא דעם שוחט באַהאַלטענע חלפֿים מיט אַ זעקל מוהל־מעל, װאָס כאַפּט דעם אָנבליק פֿון פּולװער, און ס'האָט זיך אָנגעהױבן אַ חתונה ― טאַטעניו! ראשית חכמה, האָט מען דעם שלים־מזל, דעם שוחט הײסט עס, צוגענומען און אַרײַנגעזעצט אים במהילת כּבֿודו אין קאָטשומענט אַרײַן אײנעם אַלײן, עס זאָל אים חלילה קײן עין הרע ניט שולט זײַן, אַז קײנער זאָל צו אים ניט צוטרעטן, ― און אין שטאָט איז געװאָרן, װאָס זאָל איך אײַך זאָגן, חושך ואפֿילה, תּשעה־באָבֿ! און מע האָט זיך אַ װאָרף געגעבן באַלד צו מיר: „סטײַטש, זאָגן זײ, יאַנקל, װאָס שװײַגט איר? אײַער זון, זאָגן זײ, איז בורמישטש און איר זײַט, זאָגן זײ, אַזאַ חשובֿ ― אײן װאָרט אַ גוטס װען איר זאָגט, זאָגן זײ אַזױ װערט דער שלים־מזל, דער שוחט הײסט עס, געהאָלפֿן“… טענה איך צו זײ, צו דער שטאָט הײסט עס: „טשעפּעט זיך אָפּ, זאָג איך, איר האָט, זאָג איך, אַ גרױסן טעות, מײַנע ליבע ייִדן! ערשטנס, זאָג איך, בין איך גאָרניט אַזאַ גרױסער חשובֿ, װי אײַך װײַזט זיך אױס; און אַפֿילו לאָמיר, זאָג איך, זאָגן, אַז יאָ, איז אױך נישט אַזאַ גרױסע מעלה, זאָג איך; אַדרבה, אָט װײַל, זאָג איך, מײַן יחיאל איז בורמישטש און װײַל, זאָג איך, איך בין אַ חשובֿ, װי זאָגט איר, אַ צד אין באָר, קאָן איך, זאָג איך, גיכער קאַליע מאַכן, זאָג איך, אײדער פֿאַרריכטן, װאָרעם איר זאָלט קענען די דײַטשן, זאָג איך, אַזױ װי איך קען זײ, װאָלט איר דאָס נישט געזאָגט, זאָג איך; איך װעל אײַך, זאָג איך, קלאָר מאַכן, װאָס אַ דײַטש איז: אַ דײַטש, זאָג איך, האָט פֿײַנט חניפֿה, װי אַ כּשרער ייִד חזיר, און קאָן נישט לײַדן פּוסטע רײד, און פֿון לשון אונטערקױפֿן, זאָג איך, איז דאָך אָפּגערעדט; ס'איז ניט פֿאָניע, זאָג איך, איר פֿאַרשטײט צי נײן, װאָס קוקט אײַך אין יד אַרײַן, טאָמער װעט איר אים עפּעס נתנען… דײַטש, זאָג איך, איז אַן אײדעלע מאַטעריע, זאָג איך! ''… װאָלט שױן געמעגט זײַן גענוג, אַיאָ? האָט איר דאָך אָבער צו טאָן מיט ייִדן זאָלן געזונט זײַן! איר זאָגט זײ דאָס, ענטפֿערן זײ אײַך בױדעם! זאָגט איר זײ בױדעם, ענטפֿערט מען אײַך פּעטרישקע! און דאָ דעם שוחטס װײַב מיט די קינדער שטײען באַ דער זײַט און װײנען, און יאָמערן, און שלאָגן זיך קאָפּ אָן װאַנט. איך װײס ניט, װי אַזױ איר, פּאַני שלום־עליכם, איך האָב אַ טבֿע, אַז איך דערזע טרערן, בלײַב איך געפּלעפֿט. איך קאָן ניט זען, װי יענער װײנט. איך קאָן נישט ― און שױן! ניט מחמת איך באַרים זיך פֿאַר אײַך, אַז איך בין אַ גוטער, נאָר דער כּוח פֿון טרערן, איר פֿאַרשטײט צי נײן! צום סוף, װאָס לאָזט זיך אױס? אַז ס'איז אומזיסט די טירחה, מע פֿאַרשפּאָרט מיך בעטן, מע האָט גאָר פֿון אױבן געשיקט מ י ך רופֿן, און ניט נאָר מיך אַלײן, נאָך דעם רבֿ אױך, מיט דעם קאַ־זשאָנע רבֿ, דעם ראַבינער הײסט עס, און אױך די אַלע איבעריקע פֿײַנסטע בעלי־בתּים פֿון קרושניק. איז אונדז געװאָרן רעכט קאַלעמוטנע אַפֿן האַרצן, איר פֿאַרשטײט צי נײן, נאָר מיר האָבן זיך אָנגענומען מיט מוט, און גענומען זיך גרײטן אין װעג אַרײַן, דאָס הײסט, מיר האָבן זיך אָנגעטאָן אַלע שבתדיק, מיט צילינדערס, פֿײַן, װי עס געהער צו זײַן; עס האָט אױסגעזען, אַז נישט מע רופֿט אונדז, נאָר מיר גײען אַלײן מעשׂה דעפּוטאַציע, איר פֿאַרשטײט צי נײן… דערװײַל האָט דערזען מײַנע, אַז איך טו אָן די שבתדיקע קאַפּאָטע פּלוצעם אין מיטן מיטװאָך, פֿרעגט זי מיך: „יאַנקל, װוּהין איז?“ זאָג איך איר ניט מסתּמא, אַז מע רופֿט מיך פֿון אױבן, װאָרעם צו װאָס באַדאַרף אַ ייִדענע, אַלצדינג װיסן? נאָר איך דערצײלט איר אַ מעשׂה, אַז דאָס גײען מיר מיט אַ דעפּוטאַציע צום דײַטש, צום קאָמענדאַנט הײסט עס, ראַטעװען אַ ייִדן נעבעך פֿון דער תּליה. פֿאַרברעכט זי די הענט און הײבט אָן צו ליאַרעמען: „יאַנקל, מע דאַרף ניט! און אַ מכּה איז איר! און אַ דונער האָט זי דערשלאָגן! און אַן אומגליק האָט זיך גענומען אַף כּל ישׂראל, הלװאַי זאָל זי ליגן זאָגן!“ װי געװײנטלעך, אַ װײַב. װאָס פֿאַרשטײט אַ ייִדענע, משטײנס געזאָגט? כאָטש דעם אמת טאָר מען נישט פֿאַרלײקענען, אַז מײַנע עליה השלום איז געװען ניט אַזאַ נאַרישע ייִדענע, װי אַנדערע װײַבער, אָבער גאָרנישט קײן נאַרישע, מע קאָן זאָגן פֿאַרקערט, אַ ייִדענע אַ קלוגע איז זי געװען, אַ גאַנץ קלוגע, און צײַטנװײַז פֿלעגט זי רײדן גאָר װי אַ חכמה, װי אַ חכמה נפֿלאה! נישט מחמת זי איז געװען מײַנע דערפֿאַר זאָג איך עס, און ניט מחמת זי איז שױן אַף דער אמתער װעלט, דערפֿאַר לױב איך זי, װי זאָגט איר: „אַחרי מות קדושים“. נײן. איך בין נישט גלײַך צו אַנדערע מאַנען. אַ סימן ― װען איר זײַט אין קרושניק און טוט אַ פֿרעג אַף מרים מירל יאַנקל יונעװערס, װאָלט איר זיך אָנגעהערט שבֿחים, מיט שבֿחים! ערשטנס, אַ ייִדענע אַ צדקנית. ניט חלילה קײן „וצדקתן“, װי אַנדערע װײַבער, װאָס קאָנען זיך ניט צעשײדן מיטן קרבן־מנחה, אָדער מיט צאינה־וראינה. דאָס אַחוץ. פֿרום איז זי געװען, זײער פֿרום! נאָר װער שמועסט דען פֿון פֿרומקײט? מיר רײדן פֿון גוטסקײט רײדן מיר, פֿון לשון כאַראַקטער! דאָס איז געװען אַ ייִדענע! אַ מזג טובֿ! אַ מענטש אָן אַ גאַל! װאָס איז שײך זאָגן אָן אַ גאַל? יעדער מענטש האָט אַ גאַל, װאָס אַז איר טרעט אים אָן, שיסט ער אױס, װאָרעם אַ מענטש איז דאָך נישט מער װי אַ מענטש, איר פֿאַרשטײט צי נײן? נאָר איך װיל אײַך נישט מישן אײנס אינעם אַנדערן, און באַרימען זיך, װײסט איר דאָך, אַז כ'האָב פֿײַנט. דעריבער מאַך איך עס בקיצור און גײ בעסער אַריבער גלײַך צום עיקר המעשׂה, װי אַזױ מיר זײַנען געגאַנגען, איך און דער רבֿ און דער קאַזשאָנע רבֿ, דער ראַבינער הײסט עס, און די איבעריקע שבֿעה טובֿי העיר פֿון קרושניק, צום אָדון בפֿקדך, צום קאָמענדאַנט הײסט עס, האָרכן װאָס װעט ער זאָגן. און געגאַנגען זײַנען מיר פֿעסט, װי אַף אַן אײַזערנעם בריק ― פֿאָרט, װי זאָגט איר, אַ שטיקל חשובֿ באַם פּריץ, דער פֿאָטער פֿונעם קרישניקער בירגערמײַסטער ― מיט דער האַנט אַװעקמאַכן קאָן מען דאָס נישט! און גײענדיק אַזױ, האָבן מיר זיך דערװײַלע צוגעגרײט, װי אַזױ און װאָס מיר זאָלן מיט אים רײדן, מיטן קאָמענדאַנט הײסט עס. אָנהײבן האָב איך געזאָלט, אַזױ האָבן מיר אָפּגעשמועסט, מיט די װערטער פֿון „ואתחנן“: ,, אַ ת ה ה ח י ל ו ת ל ה ר אַ ו ת אַ ת ע ב ד ך ', ― דו, דײַטש, האָסט אָנגעהױבן צו באַװײַזן צו דײַן קנעכט, אַ ת ג ד ל ך ― דײַן גרױסקײט; דו, הײסט עס, דײַטש, ביסט געװען צו אונדז אַלע מיט גנאָד פֿון דעם ערשטן טאָג אָן, װאָס דו האָסט געשטעלט דײַן פֿוס אַף אונדזער לאַנד“… און נאָך כּדומה אַזעלכע הױכע װערטער. צו װאָס זאָלן מיר װאַרטן, איר פֿאַרשטײט צי נײן, ביז ער װעט אונדז אַמאָל עפּעס זאָגן? אַמער, װעלן מיר בעסער פֿאַרכאַפּן פֿריִער, אין בדרך אַגבֿ װעלן מיר אַרײַנװאַרפֿן אַ פּאָר װערטער װעגן שוחט, אים קלאָר מאַכן, ער זאָל װיסן, װער דער שלים־מזל איז, דאָס הײסט, אַבא דער שוחט, און צו װאָס האָט ער באַהאַלטן זײַנע חלפֿים, און װאָס באַדײַט דאָס זעקעלע מוהל־מעל ― אַ גאַנצע דרשה. נאָר אַז ס'איז באַשערט, װי זאָגט איר, אַן אומגליק, נעמט עס אָפּ דאָס לשון. און אָט־אָ־דאָ הײבט זיך ערשט אָן די רעכטע מעשׂה פֿון טױזנט אײן נאַכט, װאָס אַז איך דערמאָן זיך, שטעלן זיך מיר נאָך איצט די האָר קאַפּױער. ***

בקיצור, געקומען צו גײן צום קאָמענדאַנט, טרעפֿן מיר אין הױף דעם שלים־מזל, טאַקע אַבא דעם שוחט הײסט עס, װי ער שטײט אַ געבונדענער, די הענט אַרונטער, און צװײ זעלנער מיט אָנגעלאָדענע ביקסן פֿון בײדע זײַטן. די זעלנער שטײען גרײט צו דער אַרבעט, און ער, דער שוחט נעבעך, טרײסלט זיך װי אַ לולבֿ און שעפּטשעט עפּעס שטילערהײט, אַפּנים, ער זאָגט װידױ, ניט אַנדערש… װילן מיר דאָך מסתּמא אַ שמועס טאָן מיט אים: „רב אַבא, גאָט איז מיט אײַך! ', טוען די זעלנער אַ װוּנק צו אונדז מיט די ביקסן: הזהר והשמר ― אַז טאָמער, הײסט עס, רײדן מיר אױס מיט אים אַ װאָרט, מיטן שוחט הײסט עס, אַזױ װערן מיר געשאָסן! און אַז אַ דײַטש זאָגט, אַז ער װעט שיסן, איז ער אַ בטוח. ובפֿרט אין אַזאַ צײַט, װען די גאַנצע װעלט איז, װי זאָגט איר, משוגע געװאָרן! באַלד עפּעס ― שיסט מען! מע קומט־צו צו אײַך, איר פֿאַרשטײט צי נײן, און מע זאָגט אײַך: „פֿעטער! איר האָט אַ שמעק טאַבאַק ― איז גוט, אַניט ― שיס איך אײַך! “… מע גיט אײַך נישט קײן צײַט אַפֿילו צו באַטראַכטן זיך, פֿאַר װאָס און פֿאַר װען! און װער שמועסט, למשל, איר זאָלט װעלן פֿאַרענטפֿערן זיך, אַז איר זײַט גאָר קײנמאָל ניט געװען קײן טאַבאַק־שמעקער ― איז חיות ניט זיכער! אָט אַזאַ װעלט איז דאָס געװאָרן, און גײ מאַך!

בקיצור, װי אַזױ אונדז, קרושניקער ייִדן, איז געװאָרן אַפֿן האַרצן, אַז מיר האָבן דערזען דעם שוחט אַ געבונדענעם און ער זאָגט װידױ ― באַדאַרף איך אײַך נישט דערצײלן; נישקשה, איר קאָנט זיך עס שױן אַלײן משער זײַן. איך האָב מיר נאָר געטראַכט: „רבונו דעלמא כּולה! גװאַלד געשריִען, װאָס װעט דאָ זײַן, למשל, מיט דעם ייִדן? און װאָס װעט זײַן מיט זײַן װײַב, די אַלמנה נעבעך, און מיט זײַנע קינדער, די יתומים, טאָמער, חלילה וחס, איר פֿאַרשטײט צי נײן, אַל תּפֿתּח פּה לשׂטן?“… און אַזױ װי מיר שטײען אַזױ און טראַכטן, קומט ניט אַרױס צו אונדז ― ניט דער קאָמענדאַנט, נאָר אַן אַנדער שװאַרץ יאָר? אַ רױטער, אַ געפּאַקטער, אַ זאַטער, נאָר ― װאָס פֿײַן אָפּגעגעסן און, װי עס װײַזט אױס, אַביסל אױסגעטרונקען אױך, אָן אַ היטל און מיט אַ ציגאַר אין די צײן, און נעבן אים שטײען נאָך צװײ אָפֿיצירן, אױך אָפּגעגעסענע און אױך אָן היטלען. זײ קוקן אַף אונדז, מיר אַף זײ ― מע באַטראַכט זיך, הײסט עס, אײנס דאָס אַנדערע דערװײַל אַזױ, אָן װער־

טער. װאָס װײַטער װעט זײַן ― װײסט מען ניט. װאָלט דאָס געװען ער אַלײן, דער קאָמענדאַנט הײסט עס, און װאָלט ער אונדז אױפֿגענומען װי מענטשן, אין שטוב, ניט אין דרױסן, װאָלט געװען גאָר אַנדערע דבורים, מיט אַנדערע װערטער, מיט אַנדערע רײד. און אַזױ װאָס? גאָר־ ניט! מע שטײט און מע שװײַגט. מיר, דאָס הײסט, איך און דער רבֿ און דער קאַזשאָנע רבֿ, דער ראַבינער הײסט עס, שטײען סאַמע פֿאָרנט באַם רעכטן פֿײַער, און זײ, די איבעריקע קרושניקער בעלי־בתּים חשובֿים, שטײען הינטער אונדז און שטופּן אונדז פֿון הינטן, מיר זאָלן עפּעס אָנהײבן זאָגן. נאָר גײט זאָגט, אַז סע זאָגט זיך ניט! און אַגבֿ װאַרט איך אַפֿן רבֿ ― ער איז עלטער, און דער רבֿ װאַרט אַפֿן קאַזשאָנע רבֿ, ער איז אַ געשװױרענער. דערזען, אַז קײנער רעדט נישט, אַ דעפּוטאַציע אָן װערטער, אַ שטילע װעטשערע, רופֿט זיך אָן צו אונדז ער, דער גראָבער הײסט עס: „װער זײַט איר?“ כאַפּ איך מיך שױן אַרױס, װי אַן עזות־פּנים, יעבֿור עלי מה, און שטעל אים פֿאָר, אַז דער אַלטער, דער זקן הײסט עס, ― דאָס איז אונדזער רבֿ, דער ראַבינער הײסט עס, און איך בין, זאָג איך, יאַנקל יונעװער, דער פֿאָטער, זאָג איך, פֿונעם קרושניקער בירגערמײַסטער. מײן איך, אַז ער װעט דאָ בטל װערן; צום סוף ― װער־װאָס? לא קם ולא זע! דערזען, אַז גדלות גײט דאָ ניט, האָב איך אָנגעהױבן מיט רחמים, װי זאָגט איר, כּי בתּחנונים ידבר רש: „אַזױ און אַזױ, זאָג איך, מיר זײַנען געקומען צו דיר, זאָג איך, אַ דעפּוטאַציע, די פֿאָרנעמסטע בעלי־בתּים פֿון קרושניק, מיט אַ בקשה, זאָג איך, בעטן רחמים פֿאַר אָט דעם ייִדן“, זאָג איך, און באַװײַז אים אָן מיט דער האַנט אַפֿן שלים־מזל, אַף אַבא דעם שוחט הײסט עס. הערט ער מיך אױסעט, דער גראָבער דײַטש, הײסט עס, און טוט אַ מאַך צו די זעלנער, מע זאָל אונדז נעמען. נעמט מען אונדז, איר פֿאַרשטײט צי נײן, און מע פֿירט אונדז אַװעקעט טאַקע תּוך כּדי דבור און מע זעצט אונדז אַרײַנעט, װי די אמתע גנבֿים, איטלעכן באַזונדער אין אַן אַנדער חדר. און געדױערט האָט עס אַ רגע כּמימרא, אַ סך װינציקער, װי איך דערצײל אײַך! װאָלט מען כאָטש געלאָזט אונדז שיקן אָנזאָגן אַהײם, װוּ מיר זײַנען ― איטלעכער האָט דאָך אַ װײַב און קינדער ― איז נײן! אַרײַנגעזעצט, צוגעשלאָסן די טיר ― און שױן! פֿרעגן אַ דײַטש, פֿאַר װאָס? איז דאָך נישט שײך! ערשטנס, װעט ער אײַך ניט ענטפֿערן. איז אײנס. און דאָס אַנדערע ― טאָמער װעט חלילה זײַן נאָך ערגער, װאָרעם מל־חמה־צײַט, איר פֿאַרשטײט צי נײן, אַז סע שמעקט מיט פּולװער, באַדאַרף מען גלאַט זײַן געהיט מיט אַן איבעריק װאָרט, װאָרעם מי יודע, װער פֿון די צדדים װעט מנצח זײַן און מיט װאָס דער סכסוך קאָן זיך אױסלאָזן? עס קאָן נאָך זײַן, װי זאָגט איר, עליונים למטה ותּחתּונים למעלה, דאָס הײסט, װער עס דאַרף ליגן אין דער ערד זאָל מנצח זײַן, און װער עס דאַרף מנצח זײַן ― זאָל דער גאָר ליגן אין דער ערד און באַקן בײגל…

בקיצור, מיר זײַנען געװען גוט, גוט אין דער אַרבעט, כאָטש אַפֿילו, אַז מע װיל צוריק, װאָס פֿאַר אַ חטא האָט מען אַף אונדז געקאָנט געפֿינען, װאָס מיר זאָלן דאָ מורא האָבן? ובפֿרט, מיר האָבן דאָך צו טאָן, איר פֿאַרשטײט צי נײן, מיט דײַטשן! נאָר גײט ריכט זיך, אַז דאָס איז אַ צײַט, װאָס דײַטשן גופֿא זײַנען ניט קײן דײַטשן, פֿראַנצױזן קײן פֿראַנצױזן און ענגלענדער קײן ענגלענדער. אַלע האָבן זיך אָנגעטאָן אין פֿעל און האָבן זיך פֿאַרשטעלט, איר פֿאַרשטײט צי נײן, פֿאַר חיות, װילדע היות רעות צו אַלדי שװאַרץ־יאָר! ס'איז געװאָרן ערגער פֿונעם דור המבול, עק װעלט איז געװאָרן. איר מײנט אַװדאי, מע האָט אַף אונדז אַרױפֿגעלײגט אַ געלט־שטראָף? אָדער מע האָט אונדז חלילה געמשפּט מיט שמיץ? נײן, דאָס גראָד ניט! נאָר אַז איר זאָלט זײַן מיט אַכצן קעפּ, װעט איר אױך ניט צוטראַכטן! אָט פֿאָלגט מיך, מוטשעט זיך אַפֿילו ניט. גיט מיר עטלעכע מינוט צײַט אַף איבערצוכאַפּן דעם אָטעם, װעל איך אײַך עפּעס דערצײלן אַ שײנס, און איר װעט זײַן אַזױ גוט און װעט מיר זאָגן, װאָס איז דאָס געװען: אַ שפּאַס? אַן ערנסט? אָדער אַ חלום?

8.

ק ד ו ש ־ ל בֿ נ ח.

― ― ― די מעשׂה, װאָס איך װיל אײַך דערצײלן אַצינדערט, איז אַ מעשׂה פֿון קדוש־לבֿנה, דאָס הײסט, װי אַזױ מיר, קרושניקער ייִדן, האָבן מחדש געװען די לבֿנה. נאָר דערצו מוזן מיר געדענקען, אַז מיר האַלטן באַ דער סדרה „ױשבֿ“, װי אַזױ מע האָט אונדז גאַנץ פֿײַן אַ ר ײַ נ ג ע ז ע צ ט אין חד־גדיא אַרײַן, מיך און דעם רבֿ, און דעם קאַזשאָנע רבֿ, דעם ראַבינער הײסט עס, מיט אַלע איבעריקע שבֿעה טובֿי העיר ,די גאַנצע גילדענע פֿאָן פֿון קרושניק, דערפֿאַר, װאָס מיר זײַנען באַגאַנגען אַזאַ פֿאַרברעכן.― מיר האָבן זיך אָנגענומען אַבא דעם שוחטס קריװדע, דאָס הײסט, מיר האָבן געבעטן פֿאַר אים רחמים, געװאָלט ראַטעװען, איר פֿאַרשטײט צי נײן, אַ ייִדן פֿון דער תּליה.

בקיצור, זיצן מיר זיך אָט אַזױ געזונטערהײט, איטלעכער אין זײַן חדרל, װי זאָגט איר, ניט על התּורה ועל העבֿודה און ניט אַף צען רובל אַ װאָך זיצן מיר, נאָר מיר זיצן פּשוט אין טערמע גלײַך מיט אַלע גנבֿים און מיט אַלע שכּורים, ― װאָס זאָל מען טאָן? ױשבֿ ― מע האָט אונדז באַזעצט, װי זאָגט איר, זיצט מען. זיצט מען אַ שעה, זיצט מען צװײ, זיצט מען דרײַ, עס װערט שױן באַלד נאַכט, ― איך בעט אײַך, װאָס װעלן מיר אױסזיצן? און דאָרט, אינדערהײם, װײס מען אַפֿילו ניט װוּ מיר זײַנען ― דאָס איז נאָך ערגער פֿון אַלץ! און חוץ לזה, גלאַט ― איטלעכע זאַך מוז דאָך האָבן אַן עק! ממה נפֿשך, אָדער אַהין, אָדער אַהער. דער קאָפּ װערט, זאָג איך אײַך, שיִער נישט צעשפּרונגען טראַכטנדיק, און טראַכטן טראַכט זיך לױטער שלעכטס און לױטער ערגערס! עס שטעלט זיך מיר פֿאָר, ערשטנס, אַז מע משפּט אונדז קרימינאַל; און דערנאָך, װי אַזױ מע פֿירט אױס אַף אונדז דעם פּסק־דין לױט דעם גאַנצן שלחן ערוך פֿונעם פֿעלד־געריכט. דאָס הײסט, מע האָט אונדז מחילה אױסגעשטעלט אַלעמען, די פֿײַנסטע קרושניקער בעלי־בתּים, מיטן רבֿ און מיטן קאַזשאָנע רבֿ, מיטן ראַבינער הײסט עס, אין אײן שורה, און צװעלף זעלנער מיט די אָנגעלאָדענע ביקסן שטײען שױן גרײט אַקעגן אונדז און װאַרטן נאָר אַפֿן גוטן װאָרט, ― קומט צו גײן דער קאָמענדאַנט בכּבֿודו ובעצמו ― אַזױ שטעלט זיך מיר פֿאָר ― און ער הײסט אונדז זאָגן װידױ ― פֿאָרט אַ דײַטש אַן אײדעלמאַן! װער איך מסתּמא אױפֿגעקאָכט און טראַכט מיר: יעבֿור עלי מה, שױן סײַ װי סײַ אַ מינוט פֿאַרן טױט, לאָם איך מיר כאָטש קילן, װי זאָגט איר, דאָס האַרץ, און לאָם איך אים כאָטש זאָגן, איר פֿאַרשטײט צי נײן, אַ פּאָר װאַרעמע װערטער! און איך הײב אָן מיטן לשון פֿון ױגש, און מאַך צו אים אַזױ: „ ב י אַ ד ו נ י ― הער נאָר אױס, דײַטש, י ד ב ר נ אַ ע ב ד ך ד ב ר כ אָ ז נ י אַ ד ו נ י ― לאָז מיך אױסרײדן אַ װאָרט פֿאַר דיר, ו א ל 386 שלום ־ עליכם י ח ר אַ פּ ך ב ע ב ד ך ― נאָר זאָלסט מיר קײן פֿאַריבל נישט האָבן“… און אַזױ װײַטער, נישט געלײגט קײן כּבֿוד, װאָס ער איז אַ דײַטש, איר פֿאַרשטײט צי נײן, און אַ קאָמענדאַנט, און װאָס אים איז געראָטן, ער האָט אײַנגענומען קרושניק… און אַזױ װי איך טענה מיך אױס מיט אים, במחשבֿה הײסט עס, עפֿנט זיך נישט די טיר און עס קומט ניט אַרײַן אַ זעלנער מיט אַן אָנגעלאָדענער ביקס? אַרײַנגעקומען, טוט ער צו מיר אַ װוּנק, איך זאָל, הײסט עס, זיך מטריח זײַן און גײן מיט אים. העלפֿט ניט און מע דאַרף זיך מטריח זײַן און גײן מיט אים. איך קום אַרױס אין דרױסן ― שױן שטאָק נאַכט; איך קוק מיך אײַן ― די איבעריקע זײַנען אױך דאָ, דער גאַנצער שפּיגל פֿון קרושניק, און דער רבֿ מיטן קאַזשאָנע רבֿ, דער ראַבינער הײסט עס, בתּוכם. באַ יעדן שטײט זיך אַ זעלנער פֿון הינטן, אָנגעװאָפֿנט מיט אַן אָנגעלאָדענער ביקס. און ― דער עלטסטער פֿון די זעלנער טוט אַ קאָמענדעװע: „פֿאָרװערטס! ― מע זאָל גײן, הײסט עס… גײען מיר שױן אַלע אינאײנעם, די גאַנצע דעפּוטאַציע, שטילערהײט אָן װערטער, װאָרעם רײדן טאָר מען דאָך נישט, װי זאָגט איר: אָסור לדבר! נאָר יעדער זיפֿץ מיט יעדן קרעכץ רײַסט אױס אַ שטיק האַרץ, אַשטײגער, אַזױ װי, למשל, ראָש השנה צו מוסף פֿאַי די תּקיעות, האָט איר זיך צוגעהערט, װי ייִדן קרעכצן? מער פֿון אַלץ האָט מיר װײ־געטאָן דאָס האַרץ אַף אונדזער רבֿ, נעבעך אַ ייִד אַ זקן, אַ בן שבֿעים ― װאָס זאָג איך אַ בן שבֿעים? ער האָט באַדאַרפֿט דעמאָלט, לױט מײַן חשבון, אַלט זײַן גוטע פֿינף און זיבעציק, און אפֿשר, אַז אירט מיך שטאַרק בעטן, טאַקע אַלע אַכציק, װאָרעם איך געדענק אים נאָך אַף מײַן חתונה אין יונעװ, ― חתונה האָב איך געהאַט אין יונעװ, איר פֿאַרשטײט צי נײן, און אים האָט מען אַראָפּגעבראַכט פֿון קרושניק ― איז ער שױן דעמאָלט געװען אַ ייִד אַ זקן, דאָס הײסט, נישט קײן זקן, נאָר גרױע האָר האָט ער שױן געהאַט, און פֿון מײַן חתונה ביז הײַנט האָבן מיר שױן אַ קײַמא־לן, אַזױ גרױס װי ― איך זאָל אײַך זאָגן אַקוראַט ― געדענק איך ניט, און אַגבֿ װיל איך נישט אָפּטרעטן פֿון דער געשיכטע, װאָס איך דערצײל אײַך, װאָרעם סע שװאַכט אָפּ, איר פֿאַרשטײט צי נײן, דעם ענין און מע קאָן חלילה פֿאַרגעסן װוּ מע האַלט, כאָטש אַ זכּרון האָב איך ― הלװאַי װײַטער. אַ סימן האָט איר, אָט װעל איך אײַך זאָגן װוּ מיר האַלטן. מיר האַלטן אַלזאָ באַם רבֿ, װי ער גײט זיך אַזױ, דער זקן, אַף צופֿריִער, און מיר, קרושניקער בעלי־בתּים, נאָך אים, און מע זיפֿצט און מע קרעכצט און מע טאָר קײן װאָרט נישט אַרױסרײדן און װאָלטן אונדזערע הײמישע געװוּסט, װוּ מיר זײַנען, און װאָלטן מיר אַלײן כאָטש געװוּסט, װוּהין מע פֿירט אונדז ― איז נײן! װי זאָגט איר, כּצאן לטבֿה יובֿל ― װי די שאָף צו דער שלאַכט. אַף אַ גוט אָרט מע זאָל אונדז פֿירן ― דאָס זעט מען נישט, װאָרעם װי װאָלט אונדז דער דײַטש ניט געזאָגט, װוּהין מיר גײען? און אַז מע װאַרט דאָרט אַף אונדז מיט בכורים ― דאָס אַװדאי נישט, װאָרעם ער װאָלט אונדז נישט אַזױ געטריבן, װי ער טרײַבט אונדז ― „פֿאָרװערטס“ און „פֿאָרװערטס“! און אײדער מיר קוקן זיך אַרום, זײַנען מיר שױן אַף דער טױטער גאַס, דאָרט, װוּ מע גײט צום נײַעם הײליקן אָרט. איך זאָג „צוס נײַעם“, מחמת אין קרושניק האָבן מיר, ברוך השם, צװײ בית־עלמינס, אײנעם אַן אַלטן און אײנעם אַ נײַעם, דאָס הײסט, דער נײַער איז שױן אױך גענוג אַלט, און קײן עין־הרע פֿײַן באַזעצט, אַ קבֿר נעבן אַ קבֿר, מע װעט שױן באַלד דאַרפֿן אָפּנעמען פֿעלד אַף אַ דריטן בית־עלמין, אױב גאָט, הײסט עס, װעט שענקען דאָס לעבן, די מלחמה װעט אַמאָל האָבן אַן עק, און קרושניק װעט בלײַבן קרושניק, און ייִדן װעלן זײַן ייִדן…

בקיצור, למאַי זאָל איך אײַך לאַנג מאַריך זײַן? אַזױ װי מיר גײען שײַנט אַרױס די לבֿנה און מיר טוען אַ קוק ― מיר זײַנען שױן גאָר ניט װײַט פֿונעם בית־עולם; אָט איז דער טױער, אָט איז דאָס „אוהל“, און אָט זײַנען מיר אַלע דאָ! װאָס זאָל איך קלערן, אַשטײגער? מסתּמא איז עמעצער געשטאָרבן אין שטאָט אַן אדם־חשובֿ, אָדער אפֿשר האָט מען געבראַכט צופֿירן אַהער פֿון ערגעץ אַ בר־מינן, װאָס מע דאַרף אים ברענגען צו קבֿר־ישׂראל? אײַ, צו װאָס באַדאַרפֿן מיר זײַן דערבײַ? און צו װאָס מיט אַזאַ לװיה פֿון זעלנער? איז דער תּירוץ: למאַי װאָס דען האָט מען אונדז געבראַכט צופֿירן אַהער פּלוצעם אין מיטן באַנאַכט אַף קבֿר־אָבֿות? דערװײַל, אַזױ װי מיר טראַכטן דאָ, מיר טוען אַ קוק ― ער איז אױך דאָ, דעך שלים־מזל, אַבא דער שוחט הײסט עס! ער און צװײ זעלנער מיט אים! װאָס טוט דאָ דער שוחט? גאָר אַ קלײניקײט: ער שטײט מיט אַ גראָבאײַזן אין האַנט און גראָבט אַ קרקע און װײנט, גיסט מיט טרערן… איז אונדז די זאַך באַלד נישט געפֿעלן: ערשטנס, פֿון װעמענס װעגן גראָבט ער עס אַ קרקע? והשנית, װאָס איז אַבא דער שוחט פֿאַר אָ גרעבער? און חוץ לזה, װאָס איז דאָס װײנען, װאָס ער װײנט? פֿון אַלע זײַטן, איר פֿאַרשטײט צי נײן, איז דאָס קשה, פּלאי פּלאים, גאָרניט צו פֿאַרשטײן!

עס האָט אָבער קײן סך צײַט נישט גענומען, אפֿשר אַזױ פֿיל, װי איך דערצײל אײַך, און אפֿשר נאָך װינציקער, און עס זײַנען פֿאַרענטפֿערט געװאָרן אַלע קשיות. דער עלטסטער פֿון די זעלנער האָט געגעבן אַ קאָמאַנדעװע, און ס'איז באַשאַפֿן געװאָרן, איך װײס ניט פֿון װאַנען, עטלעכע זאַסטופּעס מיט עטלעכע גראָבאײַזנס, און מע האָט אונדז גענומען, איר פֿאַרשטײט צי נײן, און מע האָט אונדז אַװעקגעשטעלט, אָפּגעטרעטן אײנס פֿון דאָס אַנדערע עטלעכע טריט, געגעבן איטלעכן באַזונדער אַ זאַסטופּ אין האַנט אַרײַן און באַפֿױלן, מיר זאָלן מוחל זײַן זיך גראָבן קבֿרים, יעדער באַזונדער פֿאַר זיך אַ קרקע, מ ח מ ת נ י ט ש פּ ע ־ ט ע ר װ י א י ן אַ פּ אָ ר ש ע ה אַ ר ו ם אַזױ האָט מען אונדז געגעבן צו פֿאַרשטײן ― װ ע ר ן מ י ר ג ע ש אָ ס ן…

איר װילט װיסן, װי אַזױ מיר האָבן געפֿילט, בעת מע האָט אונדז אָנגעזאָגט די דאָזיקע בשׂורה טובֿה? איז פֿאַר יענע קאָן איך אײַך ניט זאָגן, דאָס איז זײער עסק. נאָר פֿאַר זיך בין איך אײַך ערבֿ און איך שװער אײַך בהן שלי, אַז גאָרניש. אָבער טאַקע ממש גאָרנישט! ראָט הײסט, װאָס איז שײַד גאָרנישט? אַ לעבעדיקער מענטש, אַ געזונטער און אַ שטאַרקער, מיט אַ װײַב מיט קינדער, גיט מען אים פּלוצעם אַ זאַסטופּ אין האַנט אַרײַן און מע הײסט אים, איר פֿאַרשטײט צי נײן, ער זאָל מוחל זײַן ז י ך אַ ל ײ ן אַ ו י ס ג ר אָ ב ן אַ ק ר ק ע, מ ה מ ת אָ ט ב אַ ל ד װ ע ר ט ע ר ג ע ש אָ ס ן! איך בעט אײַך, פּאַני שלום־עליכם, באַרעכנט עס נאָר אַקוראַט, מיט קאָפּ, איר האָט עפּעס אין דעם אַ באַגריפֿיע? נײן, דאָס באַדאַרף מען אַלײן איבערלעבן; יענעם געבן צו פֿאַרשטײן איז אַרױסגעװאָרפֿן! נאָר װאָס דען? מען איז דאָך עפּעס אַ מענטש אַ בר־דעת, מיט אַ שׂכל־הישר, טוט מען אַ טראַכט אַהין־אַהער און מע גיט זיך אַלײן אַ רײד אױס דאָס האַרץ: „מילא, װאָס איז דאָ? אױך די אײגענע מעשׂה, װי זאָגט איר, אַז גאָט הײסט שטאַרבן, קאָן מען קײן חכם נישט זײַן און מע דאַרף שטאַרבן. ביסט דאָך נישט אײנער, עס שטאַרבן איצטערט מענטשן אין די אַלפֿים, אַלפֿי אַלפֿים, װי

מעשׂיות און פֿאַנטאַזיעס 389 פֿליגן פֿאַלט מען, װי שטרױ! עלעהײ, לאָז זיך דיר דאַכטן, יאַנקל יונע־װער, אַז דו ביסט אױך אַ זעלנער און אַז דו ביסט אױך אין סאַמע פֿײַער. שוטה! װער טראַכט בעת מלחמה װעגן עפּעס אַנדערש, אַז נישט װעגן טױט? װאָרעם אין תּוך אַרײַן געשמועסט, װאָס איז דען מלחמה, אַז ניט דער מלאך־המות אַלײן? הײַנט װאָס איז שײך צו זאָגן אַפֿן מלאך־המות, איר פֿאַרשטײט צי נײן, אַז ער זאָל מורא האָבן פֿאַרן טױט?“… טראַכט אײַך קאָרשט אַרײַן אין דעם, רב שלום־עליכם, װעט איר אַרױסזען, װי טיף דאָס איז!

בקיצור, צו װאָס פֿילוסופֿיאַ? איר װילט דאָך װיסן דעם שפּיץ. איז קאָן איך אײַך זאָגן װײַט, אַז איך אַלײן װײס בסך הכּל גלײַך מיט אײַך װאָס דאָ איז פֿאָרגעקומען. עפּעס אַ מהומה איז געװאָרן פּלוצעם, אַ טומל פֿון גאָט, אַ באַראַבאַנען פֿון פּױקן און אַ לױפֿעניש פֿון זעלנער און אַ טופּען פֿון פֿערד ― רבונו דעלמא כּולה! װאָס טוט זיך דאָ? אַן איבערקערעניש? סדום ועמורה? ערדציטערניש? משיחס צײַטן? עק װעלט? אין אײן כּהרף־עין זײַנען אונדזערע זעלנער פֿאַרשװוּנדן געװאָרן, און מיר, קרושניקער ייִדן, זײַנען געבליבן אײנע אַלײן אַפֿן נײַעם בית־עולם מיט די זאַסטופּעס אין די הענט ― און שאַ! מיר האָבן פֿאַרשטאַנען, דאָס הײסט, פֿאַרשטײן האָבן מיר ניט פֿאַרשטאַנען גאָרנישט ניט, למאַי זאָל איך זאָגן אַ ליגן? נאָר דערפֿילט האָבן מיר מיט אַלע אונדזערע חושים, איר פֿאַרשטײט צי נײן, אַז דאָ איז עפּעס געשען אַזעלכעס, װאָס איז חוץ לדרך הטבֿע, טאַקע נאָר אַ נס מן השמים, און אַז מיר זײַנען נצול געװאָרן פֿון אַ סכּנה! נאָר פֿונדעסטװעגן, מיר זאָלן עפּעס קאָנען רײדן, עפּעס זאָגן אײנס דאָס אַנדערע ― דאָס לא! עס האָט אונדז, איר פֿאַרשטײט צי נײן, אָפּגענומען די צונג ― און שױן! און װי אײן מענטש, גלײַך װי מיר װאָלטן זיך אױפֿגערעדט פֿון פֿריִער, האָבן מיר אַװעקגעלײגט די כּלי־זײַן, גענומען די פֿיס אַף די פּלײצעס, און, װי זאָגט איר, הלך משה מרדכי ― זיך געלאָזט גײן, פֿריִער פּאַװאָלינקע, דערנאָך אַביסל גיכער, און דערנאָך לױפֿן, אָבער טאַקע לױפֿן, איר פֿאַרשטײט צי נײן, װי מע לױפֿט פֿון אַ שׂרפֿה! פֿון װאַנען האָט זיך גענומען צו אונדז אַזױ פֿיל מוט? און ועל כּולם, דער רבֿ, דער זקן ― װוּ האָט ער גענומען כּח צו לױפֿן מיט אַזאַ אימפּעט? והראַיה, ער איז טאַקע נעבעך גיך צוגעשטאַנען, נישט געקאָנט לױפֿן װײַטער, האָט ער זיך אָפּגעשטעלט, צוהאַלטנדיק זיך מיט דער האַנט באַם האַרצן, קױם װאָס ער כאַפּט דעם

אָטעם. האָבן מיר שױן צוליב אים אױך אָפּגעשטעלט זיך ― ס'איז ניט

קײן דרך־ארץ איבערלאָזן אַ רבֿ אַלײן אין מיטן גאַס. און רײדן קאָנען

מיר נאָך אַלץ ניט, און װיסן װאָס דאָ איז פֿאָרגעקומען ― װײסן מיר

נאָך אַלץ נישט, נאָר מיר הערן װי מע פּױקט און װי מע לױפֿט און װי

מע שיסט, עפּעס טוט זיך, גאָט, אַפּנים, רעכנט זיך פֿאַר אונדז, װי אין

פּסוק שטײט: ה' ילחם לכם ואתּם תּחרישון ― יאָ, מיר שװײַגן, קאָנען

נישט רײדן! דער ערשטער, װאָס האָט יאָ אַרױסגערעדט אַ װאָרט, איז

געװען דער רבֿ דער זקן. „קינדער! ― האָט ער זיך אָנגערופֿן צו אונדז,

קוקנדיק אַרױף, צו דער שײַנענדיקער לבֿנה. ― װײסט איר, װאָס איך

װעל אײַך זאָגן, זאָגט ער? אַז דער אײבערשטער, זאָגט ער, האָט יאָ אַזױ

געפֿירט, ער האָט רחמנות געהאַט אַף אונדזערע װײַב און קינדער, זאָגט

ער, און מיר זײַנען אַרױס פֿון אַזאַ סכּנה, קומט אים, זאָגט ער, מיר זאָלן

אים מחדש זײַן זײַן לבֿנה, ס'איז הײַנט די רעכטע צײַט“… און נישט

לאַנג געטראַכט, שטעלט ער זיך אַװעקעט אין מיטן שטאָט אַקעגן דער

לבֿנה, דער רבֿ הײסט עס, און מיר אַלע אַרום אים, און דער רבֿ האָט אָנ־

געהױבן פֿרײלעך אַף אַ קול „הללױה“! און מיר אַלע נאָך אים, און װאָס

װײַטער אַלץ לעבעדיקער, און אַז ס'איז געקומען צום „כּשם שאַני רוקד“,

האָבן מיר אונטערגעשפּרונגען שױן גאָר לעבעדיק, ממש אונטערגע־

טאַנצט! ― אַזאַ קדוש־לבֿנה, מעגט איר מיר גלײבן בנאמנות, האָט

קרושניק נאָך נישט געהערט, זינט קרושניק איז קרושניק, און װעט שױן

נישט הערן, דאַכט מיר, קײן מאָל! דאָס איז געװען, װי זאָגט איר, שױן

אײן מאָל אַ קדוש־לבֿנה! איר קאָנט פֿאַרשטײן, װי װײַט מיר זײַנען גע־

װען גאָרנישט כּהאַי עלמא, אַז ס'איז געקומען צו די „שלום־עליכמס“,

הער איך עפּעס עמעצער זאָגט צו מיר מן הצד גלײַך אין אױער אַרײַן

און מיט אַ געװײן: „שלום עליכם?“ ענטפֿער איך אים „עליכם שלום“!

און קוק מיך אײַן ― ס'איז ער! דער שלים־מזל! אַבא דער שוחט, הײסט

עס! װי קומט ער אַהער? איז ער דען אױך געװען מיט אונדז אַף קבֿר

אָבֿות? טפֿו זאָל דאָס װערן! איך האָב גאָר פֿאַרגעסן, אַז ער איז דאָ גע־

װען דער ערשטער! אַפּנים, מיר זײַנען אַלע געװען, איר פֿאַרשטײט צי

נײן, רעכט מטושטש! מיר האָט זיך נאָר געװאָלט אַרומכאַפּן דעם דאָ־

זיקן שלים־מזל און צעקושן זיך מיט אים, און ועל כּולם האָט זיך מיר

געװאָלט צעקושן מיטן רבֿ, זכותו יגן עלינו, ער איז שױן איצט אַף דער אמתער װעלט, און אַ סוף האָט ער געהאַט ― הלװאַי אַף אונדזערע שׂונאים געזאָגט געװאָרן, רבונו של עולם! איר װעט שױן הערן, איך װעל אײַך נישט דורכלאָזן קײן זאַך, האָט קײן מורא ניט. דאָס איז געװען אַ ייִד! װוּ זעט מען הײַנט אַזעלכע ייִדן? שטעלט אײַך פֿאָר װאָס אַ רבֿ קאָן: פֿאַרטיק געװאָרן מיט קדוש־לבֿנה, װילט זיך אים נאָך זאָגן אַ פּאָר װערטער, זיך שטעלן אַף אַ פּסוק, און דװקא פֿון שיר־השירים: „קול דודי ― האָט ער אָנגעהױבן ― הנה זה באָ“… דעם חסרון, מוז מען זאָגן, האָט ער געהאַט, זאָל ער מיר מוחל זײַן: ער פֿלעגט ליב האָבן צו זאָגן, דרשנען הײסט עס. האָבן מיר זיך מײשבֿ געװען: נײן! קדוש־לבֿנה איז עפּעס אַנדערש, נאָר דרשות הערן מיט פּסוקים פֿון שיר השירים באַנאַכט, אין מיטן שטאָט, נאָך אַזעלכע פּחדים און נאָך אַזעלכע נסים מיט גבֿורות ונפֿלאות ― דאָס, רבי, לאָז שױן זײַן אַף אַן אַנדערש מאָל! און מיר האָבן פֿאַרקאַטשעט די פּאָלעס, איר פֿאַרשטײט צי נײן, און גענומען לױפֿן יעדער צו זיך אַהײם, האָבן מיר געטראָפֿן אַ נײַע חתונה! אָבער אַזאַ חתונה, װאָס אַלע חתונות, װעלכע האָבן זיך אָפּגעשפּילט ביז אַהער, זײַנען אַ גאָרניש, אַ קינדער־שפּיל! דאָס װעט איר אַלײן אױך זאָגן. נאָך איך זע, איר זײַט שױן מיד און װילט שלאָפֿן. אַ גוטע נאַכט. אם ירצה השם, מאָרגן זעען מיר זיך, װעל איך אײַך דערצײלן אַ נײַע מעשׂה.

9. ער הענגט שמונה־עשׂרה.

― ― ― ייִדן באַרימען זיך מיט זײער קעשעניװ. קעשעניװ, זאָגן זײ, האָט זיך קונה שם געװען אַף דער װעלט מיט אירע פּאָגראָמען און מיט אירע כוליגאַנעס. כאַ־כאַ! נישטאָ װער ס'זאָל לאַכן! אױך מיר אַ שטאָט ― קעשעניװ! קעשעניװ איז אַ הונט אַקעגן קרושניק! הערט איר, פּאַני שלום־עליכם? קעשעניװ באַדאַרף הײצן די הרובע באַ קרושניק! קעשעניװער כוליגאַנעס, זאָלן מיר מוחל זײַן, מעגן קומען קײן קרושניק זיך לערנען באַ אונדזערע שליאַכטעס און באַ פֿאָניעס קאָזאַקן, װי אַזױ מע דאַרף זיך רעכענען מיט אַ ייִדן. ערשטנס, װוּ פֿאַרמאָגט דען קעשעניװ דאָס געװער מיט די האַרמאַטן? דאָרטן, אַז מען איז געגאַנגען צעשלאָגן אַ שטוב, האָט מען זיך צונױפֿגענומען הונדערט גױיִם, און מע האָט באַדאַרפֿט דערצו שטעקנס מיט שטײנער מיט קלײנע שטײנדלעך, ― און װאָס קאָן מען מאַכן מיט אַזעלכע כּלי־זין, משטײנס געזאָגט? ביז מע צעשלאָגט צװײ־דרײַ הײַזער, ביז עפּעס־װאָס, קילט אָפּ דער כּעס ― און אױס! און דאָ, באַ אונדז אין קרושניק, אײן צענדליק גוטע ביקסלעך, אָדער אײן האַרמאַט אַ רעכטער, אַז ער לאָזט אַרױס אַ פּאָר קױלן, צעשיסט עס אַ גאַנצע גאַס און װישט אײַך אָפּ דעם מאַרק מיט די קלײטן און מיט די יאַטקעס און מיט אַלע הײַזער אַרום און אַרום! װאָס דאַרפֿט איר אַ סך לומדות? אָט האָט מען באַ אונדז אין אײן שמע־ישׂראל אָפּגעװישט גאַנץ קרושניק, אַזױ, אַז ס'איז נישט געבליבן פֿון דער שטאָט קײן שׂריד ופּליט, קײן זכר אַפֿילו! מיטן פֿונדאַמענט האָבן זײ באַ אונדז אױסגעװאָרצלט אַלצדינג, װאָס איז שײך צו ייִדן, גלײַך װי זײ װאָלטן אַרײַן ניט צו זיך, נאָר צום שׂונא אין לאַנד אַרײַן, און גלײַך װי קרושניק װאָלט געװען מי יודע װאָס פֿאַר אַ באַפֿעסטיקטע שטאָט! אַ מין פּאַריז! צי אַ מין װאַרשאָ! אַז בסך הכּל, דאַרפֿט איר װיסן, איז קרושניק פֿון תּמיד אָן געװען אַ שטאָט, װי אַזױ זאָל איך אײַך זאָגן? אַ הפֿקר־שטאָט, אַ שטאָט, איר פֿאַרשטײט צי נײן, װאָס שטײט אינדרױסן. נישט קײן הױפֿן, נישט קײן סעדער, נישט קײן גערטנער, קײן פּאַרקאַנעס, קײן אַרומצױמאַכצן, נאָר שטיבער מיט שטיבלעך, נאַקעטע, הױלע, אָרעמע, ייִדישע הײַזלעך ― האָט מען זײ צעקלאַפּט, צעלאָמעט, צעשאָסן, צעהאַקט, צעריבן, צעמאָלן און אָפּגעװישט ― אױס, נישטאָ קרושניק!

און מײנט איר ― נאָר קרושניק? אַזױ איז געװען מיט קרושניק, און אַזױ איז געװען אױך מיט יונעװ, און מיט ראַכעװ, און מיט מאַזעלבאָ־זשעץ, און מיט בילגערײ, און מיט די אַלע איבעריקע ייִדישע שטעטלעך אַרום און אַרום, ביז לובלין, װײַל לובלין איז דאָך די הױפּט־שטאָט, איך מײן די גובערניע, און דאָרטן זיצן חוץ ייִדן, אױך פּריצים און פּאָליאַקן, און אינגאַנצן די רציחה אַף אונדז האָט זיך גענומען פֿון זײ, פֿון די פּאָליאַקן. װען ניט די פּאָליאַקן מיט זײער גיסן בױמל אַפֿן פֿײַער, מיט זײער טראָגן אין די אױערן אַרײַן, װאָלט אפֿשר גאָרניט געװען. דער ערשטער האָט זיך אױסגעפֿײַנט פּאַן פּשעפּעצקי, דער װאָיט פֿון דער גמינע, װאָס איך האָב אײַך דערצײלט װעגן אים אין מײַנע פֿריִערדיקע מעשׂיות. ער האָט באַלד, נאָך אין יענער נאַכט פֿון קדוש־לבֿנה, אָפּגעטראָגן צום „נאַטשאַלניק“ אין אױער אַרײַן, אַז מיר, קרושניקער ייִדן, הײסט עס, זײַנען געװען מיט די דײַטשן אײן האַנט. אַ סימן, זאָגט ער, קײנער פֿון זײ האָט נישט געװאָלט, זאָגט ער, אָננעמען דאָס שטרײַמל פֿון בורמישטש, נאָר אײן יחיאל מײַנער האָט דאָס, זאָגט ער, אָנגענומען… מער האָט פֿאָניע נישט באַדאַרפֿט. עס האָט זיך אָנגעצונדן אין אים אַ פֿײַער אַף אַלע ייִדן, און מער פֿון אַלעמען אַפֿן בירגערמײַסטער אַלײן, דאָס הײסט, אַף מײַן יחיאלן, און ס'איז אַרױס אַן „אוקאַז“ פֿונעם שטאַב, מע זאָל אים אױפֿזוכן, יחיאלן הײסט עס, און מע זאָל אים ברענגען צו פֿירן אַ לעבעדיקן אָדער אַ טױטן! און נישט נאָר אים אַלײן ― אונדז אַלעמען, די גאַנצע גילדענע פֿאָן פֿון קרושניק, מיטן רבֿ און מיטן קאַזשאָנע רבֿ, דעם ראַבינער הײסט עס, זאָל מען נעמען, איר פֿאַרשטײט צי נײן, און מע זאָל אונדז ברענגען צו פֿירן ― ער װיל אונדז זען, פֿאָניע הײסט עס. און טאָמער מײנט איר, אַז איך האָב עס ניט געװוּסט פֿריִער, אַז ס'װעט אַזױ זײַן? געװוּסט! װי איר זעט מיך אַ ייִדן! אַ סימן האָט איר ― איך האָב זײ באַלד געזאָגט: „ייִדן, זאָג איך, װי גאָט איז אײַך ליב, לאָמיר זיך, זאָג איך, אָפּטראָגן!“ באַצײַטנס נאָך האָב איך זײ דאָס געזאָגט, װיבאַלד מיר האָבן נאָר דערהערט, אין יענער נאַכט, אַז דער דײַטש ל ו י פֿ ט און אַז פֿאָניע ג ײ ט , װאָרעם דאָרט, װוּ פֿאָניע שטעלט אַװעק אַ פֿוס, האָב איך געװוּסט, װעט קײן גראָז נישט װאַקסן. איך האָב זײ געזאָגט, זאָג איך: „לאָמיר לױפֿן אין דער װעלט אַרײַן, װוּ, זאָג איך, די אױגן װעלן טראָגן, אַבי, זאָג איך, ניט זײַן דאָ!“ האָב איך אַפֿילו באַ זײ אַלעמען כּמעט װי געפּועלט. האָט זיך אָבער אײנער אַװעקגעשטעלט ― דאָס איז געװען דער רבֿ, דער זקן. ער האָט זיך אײַנגעשפּאַרט ― אײן מאָל פֿאַר אַלע מאָל, ער װיל נישט, ער װיל ניט, זאָגט ער, לױפֿן סתּם אין דער װעלט אַרײַן פֿאַר כּל הון דעלמא, זאָגט ער; אַז דער שומר ישׂראל, זאָגט ער, װעט אונדז װעלן אױסהיטן, װעט ער אונדז, זאָגט ער, אױסהיטן, װי ער האָט אונדז אױסגעהיט ביז אַהער, און טאָמער חלילה נישט, איז אַ סימן, זאָגט ער, אַז ס'איז אונדז אַזױ באַשערט. און אױב אַזױ, זאָגט ער, לאָז כאָטש זײַן, װי אין פּסוק שטײט: ו ש כ ב ת י ע ם אָ בֿ ו ת י ― דאָס הײסט, אים האָט זיך געװאָלט פּשוט קומען צו קבֿר 394 שלום־עליכם ישׂראל און ליגן דװקא באַ זיך אין קרושניק אַפֿן הײליקן אָרט ― פֿאַראַן אַלערלײ יצר־הרעס אַף דער װעלט… נאָר אַפֿילו אַזאַ פֿאַרגעניגן קאָן זיך אױך אַ ייִד נישט פֿאַרגינען. װי זאָגט איר, אַ מענטש טראַכט און גאָט לאַכט. ער האָט זיך נישט גערעכט, אונדזער רבֿ, הײסט עס, אַז ער װעט אַרײַנפֿאַלן אין די הענט פֿון צװײ־פֿיסיקע חיות, װאָס זײַנען ניט אױסן קײן זאַך, נאָר מענטשלעך בלוט, און איבערהױפּט ― ייִדיש בלוט!… אָנגעהױבן האָט זיך די חתונה נאָך פֿון באַנאַכט, װי איך האָב אײַך שױן דערצײלט. פֿאָניע האָט זיך אַ לאָז געגעבן איבער די הײַזער זוכן און נישטערן, טאָמער האָט זיך פֿאַרװאַלגערט ערגעץ מכּלומרשט אַ דײַטש, און, זוכנדיק, האָט מען דערװײַל געטאָן דאָס, װאָס פֿאָניע דאַרף טאָן, דאָס, למשל, װאָס פֿאָניע האָט געטאָן אין קעשעניװ, אין ביאַליס־ טאָק, אין באַלטע, אין קאַטערינעסלאַװ און אין אַנדערע ייִדישע שטעט, ― מיט דעם אונטערשײד, װאָס דאָרטן איז מען באַפֿאַלן און מע האָט געשלאָגן און געראַבעװעט, און דאָ האָט מען מיט ישובֿ־הדעת פֿריִער אױסגעטרײסלט אַלע קעשענעס און נאָכגעפֿרעגט זיך באַ יעדן „טשאַסיקי, טשאַסיקי“ ― זײגערלעך, זײגערלעך! און געמײנט האָט מען נישט דװקא זײגערלעך נאָך אױך קײטלעך, פֿינגערלעך, אױרינגלעך, און בײַטעלעך מיט געלט איז אױך נישקשה. און דערנאָך שױן, אַז מע האָט אַלצדינג צוגענומען, מקײם געװען, װי זאָגט איר, דעם פּסוק „ױנצלו את מצרים“, האָט מען שױן אַ נעם געגעבן זיך אױך צו די נפֿשות: געבונדן, געשלאָגן, געשטאָכן, געשאָסן, געהאַנגען ― און איבערהױפּט געהאַנגען! געהאַנגען האָט מען באַ אונדז אַזױ פֿיל, אַז ס'איז נישט געװען שױן קײן בײמער און קײן סלופּעס. האָט מען איבערגעלײגט קלעצער אַף אַ דאַך, און דאָרטן, אַף די קלעצער, האָט מען אױפֿגעהאַנגען אונדזערע אַחינו בני ישׂראל פֿון קרושניק אײנציקװײַז… אײנציקװײַז… דעם ערשטן פּעטשאַטעק האָט געמאַכט דער רבֿ, דער זקן, זכר צדיק לברכה. צו אים האָבן די קאָזאַקן זיך אַרײַנגעריסן גאַנץ פֿרי, כּמעט פֿאַר טאָג נאָך; ער האָט נאָר־װאָס געהאַט אָנגעטאָן טלית ותפֿלין און גע־ שטעלט זיך דאַװנען, זײַנען זײ אַרײַן, װי אַ װאַסער, און האָבן זיך געגעבן אַ לאָז צו אים: „װאָדקאַ!“ ― ער זאָל זײ געבן בראָנפֿן, הײסט עס. װאָס עפּעס בראָנפֿן? פּשוט, אַפֿן ניכטערן האַרצן, איר פֿאַרשטײט צי נײן, מענטשן זײַנען אױסגעהונגערט און מיד, װילט זיך נעבעך אַ טרונק בראָנפֿן. נאָר װי קומט צו אַ רבֿ אַ זקן דער ביטערער טראָפּן? און נאָך אין אַזאַ צײַט, װאָס דאָס ביסל משקה איז באַ פֿאָניען אין חרם? באַװײַזט ער זײ מיט די הענט, װיל נישט מפֿסיק זײַן, אַז קײן בראָנפֿן האָט ער נישט אין זײַן גבֿול אַפֿילו. קריגט ער אַ פּאַטש מסתּמא מיט אַ רעכטן מי־שברך אינאײנעם, גליטשט זיך אַראָפּ באַ אים דער של־ראָש פֿונעם קאָפּ, בײגט ער זיך אָן און װיל אים אױפֿהײבן, כאַפּט ער אַ קלאַפּ פֿון הינטן איבערן קאָפּ און פֿאַלט חלשות. נעמען די קאָזאַקן און װיקלען אים אײַן גאַנץ פֿײַן אין טלית ותּפֿלין, בינדן אים צו צו אַן עק פֿון אַ פֿערד, מחילה, און שלעפּן אים אַװעק אַ האַלב־טױטן איבער דער גאַנצער שטאָט אין מאַרק אַרײַן און הענגען אים אױף אַף אַ בױם, און שטעלן אַװעק אַ יון און זאָגן אים אָן, אַז אָט אַזױ זאָל ער הענגען דרײַ טעג מיט דרײַ נעכט, קײנער זאָל זיך ניט דערװעגן אים אַראָפּנעמען.

און אָט אַזױ איז געבליבן הענגען דער רבֿ, דען זקן, אַ צעהרגעטער, אַ צעבלוטיקטער, אין מיטן מאַרק, אין טלית ותּפֿלין, געשאָקלט פֿונעם װינט אַהין און אַהער, אױסגעזען גלײַך װי ער דאַװנט, גלײַך װי ער שטײט שמונה־עשׂרה. און װער עס גײט דורך, שטעלט זיך אָפּ, קוקט אָן און לױפֿט אַװעק אַ פֿאַרציטערטער און זאָגט אָן דעם צװײטן, דער צװײטער ― דריטן, דער דריטער ― אַ פֿערטן, אײנער דעם אַנדערן: „גײט זעט!“… און דער עולם לױפֿט! װאָס לױפֿט איר? בהמות! פֿערד! װאָס האָט איר דאָ נישט געזען? איר האָט קײנמאָל קײן געהאַנגענעם ניט אָנגעקוקט? צו װעלכע גוטע יאָר?… נאָר צוריק געשמועסט, נעמט מיך אַלײן טאַקע, אַזאַ אַלטער נאַר װי איך בין, װאָס בין איך געלאָפֿן אָנקוקן? װיפֿל געזונט האָט עס מיך דערנאָכדעם געקאָסט? װיפֿל נעכט בין איך נישט געשלאָפֿן?… און עד היום נאָך, לאָמיך זיך נאָר פֿאַרטראַכטן, אָדער צומאַכן די אױגן, שטײט ער דען ניט מיר אַקעגן, דער רבֿ דער זקן, װי ער הענגט אַפֿן בױם, אַ צעבלוטיקטער, אַ בלױער, אַ פֿאַרגליװערטער, אײַנגעװיקלט אין טלית ותּפֿלין, שאָקלט זיך אַהין און הער, גלײַך װי ער דאַװנט, גלײַך װי ער שטײט שמונה־עשׂרה ― װאָס זאָג איך? ניט ער שטײט, נאָר ע ר ה ע נ ג ט! איר פֿאַרשטײט צי נײן? ע ר ה ע נ ג ט ש מ ו נ ה ־ ע שׂ ר ה!

נאָר װײסט איר װאָס איך װעל אײַך זאָגן? פּתח שין איז שאַ! לאָמיר דערפֿון הײַנט נישט רײדן מער! לאָמיר בעסער רײדן, װי זאָגט איר, פֿון פֿרײלעכערע זאַכן ― באַ אײַך איז ניט געװען קײן פּאָגראָם? באַ אײַך האָט מען קײן ייִדן נישט געהאַנגען? פֿון װאָסער אַ לאַנד, אײגנטלעך, לױפֿט איר, פּאַני שלום־עליכם?

10.

פֿאָניע װיל יחיאל זאָל גײן הױך…

― ― ― איך בעט אײַך פּאַני שלום־עליכם, מאַכט מיך קלאָר, װאָס איז דער מער מיט דער עקרה, װאָס אַלע תּפֿלות און דער גאַנצער סדור זײַנען פֿול מיט איר? נעמט, למשל, ימים נוראָים, איז אַף יעדן שריט און טריט דערמאָנען מיר דעם רבונו־של־עולם: ז כ ו ר ל נ ו ע ק ד ת י צ ח ק ― זאָלסט אונדז דערמאָנען די עקרה פֿון יצחק! זאָלסט אונדז נישט פֿאַרגעסן, הײסט עס, די טובֿה, װאָס מיר האָבן דיר געטאָן דורך אונדזער עלטער־עלטער־זײדן, דורך אַבֿרהם אָבֿינו!… און אין מחזור, אַז עס קומט צום ו ב ב ן ה נ ע ק ד , צעלאָזט זיך עס אַביסל דער חזן, צעגיסט זיך װי אַ סאָלאָװײ ― װאָס איז? באשר אַבֿרהם אָבֿינו האָט געפֿאָלגט דעם רבונו־של־עולם און האָט געזאָלט אױפֿברענגען זײַן זון יצחקן פֿאַר אַ קרבן. זעט נאָר, װאָס דאָ טוט זיך אַ ביסל! הערט נאָר, װי מע גװאַלדעװעט! שױן אַזױ פֿיל צײַט אַװעקגעגאַנגען, טױזנטער יאָרן, און מע קאָן זיך גאָרניט אױסצאָלן! מײנט איר דאָך אַװדאי, אַז איך מאַך דאָס חוזק חלילה פֿון גאָט און פֿון זײַנע תּפֿלות? פֿאַרשטײט איר אַלײן, אַז איך בין ניט דער ייִד. מיר פֿאָרן דאָך מיט אײַך אַף אײן שיף, ברוך השם, שױן העכער אַ װאָך, האָט איר מיך באַדאַרפֿט דערקענען, אַז איך בין װײַט פֿון אַן אַפּיקורס און פֿון אַן אָפּשפּעטער. נאָר װאָס דען? איך זאָג עס אַקעגן דעם, װאָס דאָרט האָט גאָט אַלײן געװאָלט אױספּרוּװן אַבֿרהם אָבֿינון, װי געטרײַ ער איז צו אים, נאָר אַ פּרוּװ טאָן; און דאָ באַ מיר האָט פֿאָניע, באלף אַלפֿי הבֿדלות, מיך געװאָלט צ װ י נ ג ע ן, אַז איך אַלײן, איר פֿאַרשטײט צי נײן, זאָל מיט מײַנע אײגענע הענט נעמען און באַשטראָפֿן מײַן זון!… מאָלט אײַך, אַזױ לאַנג קרענקט דער, װאָס מיר בײדע װײסן, װי לאַנג ער האָט דאָס באַ מיר אױסגעפֿירט! און אַז איך זאָל װיסן, אַז דער טױט װעט מיר זײַן, ממש דער טױט, ― נו, װאָלט ער עס באַ מיר אױסגעפֿירט? והראַיה? ―. נאָר איך האָב פֿאַרגעסן, אַז איר האָט ליב אַ מעשׂה זאָל מען אײַך דערצײלן בהדרגה, און פּאַװאָלינקע, נישט פֿאַרכאַפּט, װי זאָגט איר, די מוספֿדיקע שמונה־עשׂרה פֿאַר דער שחריתדיקער. איך אַלײן, װי איר האָט מיך באַדאַרפֿט דערקענען, בין איך אַזאַ מענטש װי איר. ובפֿרט, אַז מיר בײדע האָבן דאָ גענוג צײַט אַפֿן שיף.

הקיצור המעשׂה, האַלטן מיר, אַפּנים, דערבײַ, װי אַזױ די פּאָליאַקן, הײסט עס, האָבן אונדז פֿאַרמסרט פֿאַר פֿאָניען, אַז מיר, קרושניקער ייִדן, זײַנען געװען יד־אַחת מיטן דײַטש ― אַ סימן, אָט איז מײַן יחיאל געװען בורמישטש, געקרױנט, הײסט עס, פֿון די דײַטשן פֿאַר בירגערמײַסטער, באַדאַרף מען נאָך האָבן אַ בעסערן באַװײַז? אַי, ס'איז געװען, װי זאָגט איר, באין ברירה? מע כאַפּט אײַך אָן פֿאַרן גאָרגל און מע זאָגט אײַך: זײַ בורמישטש, אָדער דו װערסט געשאָסן? ― דאָס גײט זײ ניט אָן. ביסטו אַ רוסישער, דאַרפֿסטו אונדז זײַן איבערגעגעבן מיט לײַב און לעבן, װי זאָגט איר: יהרג ואַל יעבֿור ― געהרגעט װערן, הײסט עס, און בלײַבן געטרײַ! איז במה דבֿרים אַמורים ― װען איז דאָס גערעדט געװאָרן? אַז ס'איז מײַן לאַנד, און מײַן גוטס װערט געהיט, און מײַן גוף איז געשיצט, און פֿאַר מײַן װײַב און קינדער בין איך זיכער. װי־זשע איז אָבער דער דין, אַז דאָס לאַנד, זאָגט מען מיר אַלע טאָג, איז ניט מײַנס, איך בין גאָר, זאָגן זײ, אַ פֿ ר ע מ ד ע ר , אַן אײַנגעבעטענער, און מע טרײַבט מיך דעריבער און מע יאָגט מיך, װי אַ הונט; און מײַן גוטס, זאָגן זײ, איז גאָר ניט מײַנס, ס'איז הפֿקר; און מײַן גוף געהערט צו זײ; און מײַן װײַב קאָנען זײ הרגענען; און מײַנע טעכטער מעגן זײ שענדן; און קײנער קען זיך פֿאַר מיר ניט אָננעמען, װאָרעם דאָס הײסט אַרײַנגעמישט זיך, איר פֿאַרשטײט צי נײן, אין יענעמס געשעפֿטן; ― װי באַלד אַזױ, פֿרעג איך אײַך, פֿון װאַנען זאָל זיך נעמען באַ מיר דער „יחרג ואַל יעבֿור“?

בקיצור ― צו װאָס לאַנגע טענות? מע האָט אונדז געשיקט רופֿן, אַלע פֿאָרנעמסטע בעלי־בתּים פֿון קרושניק, צום אָדון הגדול, דאָס הײסט, צום סאַמע גענעראַל פֿונעם רוסישן שטאַב, מיר זאָלן אים אָפּגעבן דין־וחשבון, װאָס מיר האָבן געהאַט צו טאָן מיטן דײַטש, און איבערהױפּט ― מײַן יחיאלן, װי אַזױ ער איז געװאָרן בורמישטש? און עס האָט נישט געהאָלפֿן קײן חכמות, אַז פֿאָניע רופֿט מע זאָל קומען ― קומט מען, און אַגבֿ האָט ער געשיקט אַ פּאָר יװנים אױך, טאַקע קאָזאַקן ממש, מע זאָל אונדז נעמען און ברענגען צו פֿירן; און מע האָט אונדז גענומען און געבראַכט צו פֿירן אין שטאַב אַרײַן אַלעמען, חוץ אײן רבֿ, ― דער רבֿ דער זקן איז מיט אונדז ניט מיטגעגאַנגען, פּשוט, װײַל ער איז שױן דעמאָלט, װי איך האָב אײַך פֿריִער דערצײלט, ג ע ה אַ נ ג ע ן ש מ ו נ ה ע שׂ ר ה אין מיטן מאַרק אַף אַ בױם, און זײַן נשמה איז שױן זיכער געװען אַן אױסגעלײַטערטע אין גן־עדן, כאָטש באַ אונדז אין שטאָט האָט מען געהאַט געזאָגט, אַז מע האָט אים געזען, דעם רבֿ הײסט עס, שױן נאָכן הענגען, אַרומגײן איבער קרושניק אַן אײַנגעבױגענעם, װי אַלע מאָל, מיט זײַן יאַמשאָװען שטעקן איז האַנט. עס האָט געהײסן, אַז ער איז אַרומגעגאַנגען, איר פֿאַרשטײט צי נײן, אין עולם־התּוהו ― און דאָס איז גאַנץ מעגלעך נאָך אַזאַ מיתה, װי ער האָט געהאַט, אַז ער האָט אַפֿילו נישט געקאָנט קומען צו קבֿר ישׂראל, משטײנס געזאָגט… איך זע אָבער אַרױס, רב שלום־עליכם, נאָך אײַערע אױגן, אַז איר זײַט אַ װינציקער מאַמין אין די זאַכן. איז װי איר װילט אײַך. נײטן קאָן איך אײַך ניט, איר זאָלט מיר גלײבן אַף נאמנות. װילט איר ― גלײבט, װילט איר ניט ― גלײבט ניט. אַװדאי, װען איר זאָלט זײַן אַן אונדזעריקער, דאָס הײסט, װען איר זײַט באַ אונדז אין קרושניק אין דער צײַט פֿון מלחמה און איר לעבט דורך דאָס, װאָס מיר האָבן איבערגעלעבט, װאָלט איר זיך אָנגעהערט און אָנגעזען אַזױ פֿיל זאַכן, אַז איר װאָלט נישט װילנדיק אָנגעהױבן צו גלײבן אין אַלע נאַרישקײטן. פֿאַר װאָס רוף איך עס נאַרישקײטן? װאָרעם ס'איז דאָך סוף־כּל־סוף פֿאָרט נישט מעגלעך, אַז אַ געהאַנגענער זאָל נאָכן טױט נעמען אַ שטעקן אין האַנט און מאַכן אַ שפּאַציר, װי זאָגט איר, איבער דער שטאָט. און װיבאַלד מיר װעלן גלײבן אין דער מעשׂה מיטן רבֿס אַרומגײן אין עולם־התּוהו, װעלן מיר שױן מוזן גלײבן אױך אין יענער מעשׂה מיטן האַלב־יאָריקן קינד, טאַקע מײַן טאָכטערס קינד, װאָס האָט זיך אױפֿגעכאַפּט פֿון שלאָף, אױפֿגעזעצט זיך אין װיגעלע און גענומען זאָגן נבֿיאות, װאָס װעט זײַן מיט דער מלחמה. גאַנץ קרושניק האָט דערמיט געהאַט צו טאָן. און שולדיק אין דעם איז ניט אַזױ מײַן טאָכטער, װי מײַן מחותּן דער שוטה, יחזקאל מנוחהס. נאָר איך מיש אײַך שױן װידער אײן מעשׂה מיט דער אַנדערער, און איר װײסט דאָך, אַז איך האָב עס פֿײַנט. נאָר װאָס זאָל מען טאָן? דער קאָפּ איז אַזױ דערשלאָגן, הערט איר, און דער ים זשומעט, ער האָט זיך עס צעשפּילט אַביסל, גלײַך װי מע װערט פֿון אים גליקלעך, זעט נאָר!

הקיצור המעשׂה, האָט מען אונדז, מיך מיט מײַן יחיאלן און מיט אַלע איבעריקע פֿאָרנעמסטע בעלי־בתּים פֿון קרושניק, געשיקט רופֿן, אַז מיר זאָלן זיך מטריח זײַן צום נאַטשאַלניק. גײען מיר, הײסט עס, צום נאַטשאַלניק מיטן גאַנצן פּאַראַד, אַרומגערינגלט מיט קאָזאַקן פֿון אַלע זײַטן, ― געהאַט אַ לװיה, קײן עין־הרע, זײער אַ שײנע, כּמעט אַלע פּאָליאַקן פֿון שטאָט האָבן זיך צונױפֿגעזאַמלט אונדז באַגלײטן און האָבן אונדז מכבד געװען מיט אַלערלײ אױסגעשרײען: „זשידזשי!“… „בײליס!“… „הוראַ, בײליס! “… און די געלעכטערן זײַנען געגאַנגען ביזן הימל אַרײַן! און פֿאַר גרױס גדולה, אַפּנים, האָבן זיך די פּאָליאַקן דערװײַלע מתחתן געװען מיט די קאָזאַקן, באַפֿאַלן די ייִדישע הײַזער, מקײם געװען אינאײנעם די מצװה פֿון אַ ייִדישן פּאָגראָם, װי זאָגט איר, מיט אַלע פֿליטערלעך. די פּױלן אַלײן האָבן, הײסט עס, נישט געפּאָגראָמעװעט. חס וחלילה, ― למאַי זאָל איך אױסטראַכטן אַזאַ בלבול? ― פֿליאַקע האָט נאָר אָנגעװיזן, װוּ סע זיצט אַ ייִד, דאָס הײסט, זײ האָבן נאָר געװאָ־יעװאָדיװעט, און די קאָזאַקן האָבן שױן געטאָן זײער אַרבעט, אָפּגעריכט דעם סדר פֿון פּאָגראָם כּכל משפּטו וחוקתו, מיט אױפֿטרענען דאָס בעטגעװאַנט, מיט צעשפּרײטן די פֿעדערן, מיט ראַבעװען דאָס ייִדישע האָב־און־גוטס און לײגן אַף די פֿורן, און מיט בינדן פֿרומע ייִדן פֿאַר די פּאות, און מיט פּײַניקן די װײַבער פֿאַר די אױגן פֿון זײערע מאַנען, און מיט מאַנס זײַן די טעכטער פֿאַר די אױגן פֿון זײערע מאַמעס… און די פּאָליאַקן זײַנען זיך געשטאַנען און האָבן געקװעלט, און דער נאָמען „בײליס“ איז נישט אַראָפּ פֿון זײערע ליפּן…

איך װאָלט אַ בעלן געװען צו װיסן, הערט איר, װאָס פֿאַר אַ נקמה איז פֿאַראַן אַף דער װעלט, װאָס מיר זאָלן זיך װינטשן צו דערלעבן אין אונדזערע אומזיסטיקע שׂונאים, די פּאָליאַקן? װאָס פֿאַר אַ שטראָף איז פֿאַראַן באַ גאָט, װאָס די דאָזיקע אײדעלע רוצחים האָבן נישט פֿאַרדינט באַ אונדז? איך מײן, אַז ס'איז פֿאַראַן נאָר אײן נקמה, נאָר אײן שטראָף פֿאַר זײ ― און דאָס װעלן מיר, דאַכט זיך, דערלעבן אין גיכן, אם ירצה השם, מיט גאָטס הילף, אַז פֿון אַלע גליקן, מיט אַלע זיסע צוזאָגעכצן, װאָס מע זאָגט זײ צו פֿון בײדע זײַטן, װאָס שלאָגן זיך פֿאַר זײ, װעלן זײ, די פּאָליאַקן הײסט עס, קריגן געבראָכן די בײנער און גוט אױסגעריסן װערן פֿון די פּאַראָנדקעס, װאָס יעדער פֿון די צװײ װעט זיך נעמען באַ זײ אײַנפֿירן, פֿאָניע אַף זײַן שטײגער און דער דײַטש אַף זײן שטײגער, און דערנאָך ערשט װעלן זײ באַקומען פֿון פֿאָניען אַ מכּה און אַ פֿײַג פֿונעם דײַטש… עס װעט זיך אױסלאָזן, װי יענע מעשׂה מיט די צװײ װײַבער, װאָס װערט דערצײלט באַ אונדז אין די ספֿרים. אַ מענטש האָט געהאַט צװײ װײַבער, אײנע אַ יונגע, די אַנדערע אַן אַלטע, און בײדע האָבן זײ אים ליב געהאַט. פֿלעגט די יונגע אים אױסרײַסן אַלע טאָג אַ גרױע האָר, ער זאָל נישט אױסװײַזן אַלט. און די אַלטע פֿלעגט אים אױסרײַסן אַלע טאָג אַ שװאַרצע האָר, ער זאָל ניט אױסװײַזן יונג. דער סוף איז געװען, אַז ער איז געבליבן קרח מכּאַן און קרח מכּאַן; אַף אונדזער לשון װעט עס הײסן פּשוט, איר פֿאַרשטײט צי נײן, פּליכעװאַטע… אָדער ס'איז פֿאַראַן אַ מדרש באַ אונדז פֿון אַ פּאַסטוך מיט אַ װאָלף, װאָס האָבן מלחמה געהאַלטן פֿאַר אַ שעפֿעלע; דער האָט געשלעפּט צו זיך און דער צו זיך; אַזױ לאַנג, ביז דאָס שעפֿעלע איז צעריסן געװאָרן… איך װאָלט אײַך געקאָנט ברענגען נאָך משלים אַ סך, נאָר איר װײסט דאָך, אַז איך האָב פֿײַנט מאַריך זײַן. עס בלײַבט איבער נאָר אײן זאַך, טאָמער װעט איר פֿרעגן אַ קשיא: סטײַטש, װי טאָר עס אַ ייִד זײַן אַזאַ מין אַכזר און װעלן דערלעבן אַף יענעם אַזױ פֿיל שלעכטס, יענער מעג זיך זײַן אַפֿילו אַ שׂונא, אין דער צײַט, װאָס אונדזערע חכמים זאָגן בפֿירוש, אַז ד אָ ס װ אָ ס פֿ אַ ר ד י ר א י ז נ י ש ט ג ו ט ז אָ ל ס ט ו י ע ־ נ ע ם נ י ש ט װ י נ ט ש ן ? זײַט איר אפֿשר אױך גערעכט. נאָר איך װאָלט אַ בעלן געװען, אַז עמעצער אַנדערש זאָל זײַן אַף מײַן אָרט און אױסשטײן דאָס, װאָס איך בין אױסגעשטאַנען. מילא, פֿון די קלעפּ מיט די סטוסאַקעס, װאָס מיר האָבן געכאַפּט פֿון די קאָזאַקן ביז מיר זײַנען געקומען אַפֿן אָרט ― דאָס בין איך א ײַ ך מוחל, און אַז מיר זײַנען געקומען אַפֿן אָרט, אין רוסישן שטאַב אַרײַן הײסט עס, האָט מען אונדז אַרײַנגעזעצט װי די גענדז, נאָר יעדן אין אַ באַזונדער קעמערל, און עס האָט זיך אָנגעהױבן אַן אױספֿאָרשונג און אַן אױספֿרעגעניש װעגן די דײַטשן, װוּ האָבן מיר גענומען אַזױ פֿיל גאָלד און אַזױ פֿיל ברױט און אַזױ פֿיל אַמוניציע פֿאַר די דײַטשן? כאָטש לעבן זאָלן זײ אַזױ בײדע, די פּאָליאַקן מיט די קאָזאַקן, װי מיר װײסן פֿון װאָס צו זאָגן! דערנאָך רופֿט זיך אָן דער גענעראַל, אַ װאָיענער מיט אַ רױט פּנים און מיט פּאַליעטן, ― אפֿשר איז ער נאָך ניט קײן גענעראַל, אפֿשר איז ער נאָך אַ פּאָלקאָװניק, אָדער גאָר אַ קאַפּיטאַן, איך זאָל אַזױ װיסן פֿון אים: „װער, זאָגט ער, פֿון אײַך, ייִדן, איז דאָ דער זשיד יאַנקל?“… זאָג איך: „יאַנקל ― דאָס בין איך“. רופֿט זיך אָן צו מיך דער גענעראַל, אָדער דער פּאָלקאָװניק, װײס אים דער רוח: „דאָס איז דײַן זון יחיאל, װאָס איז אַזױ דערהײבט געװאָרן באַ די דײַטשן?“ זאָג איך: „יאָ, יחיאל ― דאָס איז מײַנער אַ זון, און אים האָבן, זאָג איך, די דײַטשן געצװוּנגען, זאָג איך, ער זאָל זײַן בורמישטש אַף אַ קורצער צײַט, ביז דו װעסט, זאָג איך, אַרײַנקומען צוריק קײן קרושניק“… „אַזױ, ― זאָגט צו מיר װידער דער גענעראַל, אָדער דער פּאָלקאָװניק, ― אָט װעל איך דיר, זאָגט ער, באַװײַזן, אַז דײַן זון איז באַ מיר, זאָגט ער, נאָך העכער געקרױנט. אָט װעל איך דיר װײַזן, זאָגט ער, װי הױך ער װעט באַ מיר באַלד זײַן“… און מיט די װערטער נעמט ער מיך אונטער דער האַנט, דער גענעראַל הײסט עס, אָדער דער פּאָלקאָװניק, נעמען זאָל אים באַם האַרצן און באַ דער לעבער, און פֿירט מיך אַרױס אין הױף אַרױס, צו באַװײַזן מיר, װי הױך מײַן זון װעט באַ אים זײַן… און גײענדיק מיט מיר, מאַכט ער צו מיר אַזױ: „באַ דיר איז דאָך מסתּמא, זאָגט ער, דײַן זון טײַער? װיל איך, זאָגט ער, אַז דו אַלײן מיט דײַנע אײגענע הענט זאָלסט אים באַערן, זאָגט ער, מיט אַן אָרדען אַפֿן האַלדז…“ טראַכט איך מיר: רבונו של־עולם, װאָס טוט זיך דאָ? ניט שױן־זשע האָט מײַן יחיאל נושׂא חן געװען באַם רוסישן גענעראַל, אָדער פּאָלקאָװניק, פּונקט אַזױ װי באַם דײַטשן קאָמענדאַנט? ניט שױן־זשע װערט ער באַשענקט פֿון פֿאָניען מיט אַן אָרדען? פֿאַר װאָסערע מעשׂים טובֿים? אַי װאָלט דאָס געװען, טראַכט איך מיר, אַ מפּלה פֿאַר די פּאָליאַקן! אַי־אַי־אַי! פֿליאַקע װאָלט אײַנגענומען אַ מיתה משונה!… נקמה! דאָס געפֿיל פֿון נקמה, איר פֿאַרשטײט צי נײן!… נאָר צוריק שמועסנדיק, װי באַלד אַז אַן אָרדען, טראַכט איך מיר, צו װאָס קאָזאַקן? צו װאָס נאַגאַיקעס? צו װאָס קלעפּ? צו װאָס אײַנשפּאַרן װי די גענדז, און יעדן אין באַזונדערע קעמערלעך?… און

דאָס האַרץ איז מיר, װי זאָל איך אײַך זאָגן? דרײַסיק פּוד! פֿופֿציק פּוד!… נאָר צוריק טו איך מיר אַ לײג־איבער: אַ קשיא אַף פֿאָניען ― אפֿשר איז באַ אים אַזױ דער אײַנפֿיר? מיר'ן עלטער װערן מיט אַ מינוט, װעלן מיר װיסן… און כּך הװה ― מיר זײַנען עלטער געװאָרן מיט אַ מינוט ― כאָטש די מינוט האָט זיך געצױגן אַ יאָר! און אַז מיר זײַנען געקומען מיטן גענעראַל, אָדער מיטן פּאָלקאָװניק, ס'זאָל אַף אים קומען אַ מפּלה, אין הױף, אַז מיר זײַנען געקומען צום גוטן אָרט, איז מיר פֿאַרענטפֿערט געװאָרן אַלצדינג… און אַז איך האָב דערזען מײַן יחיאלן שטײן אַ געבונדענעם באַ אַ בױם, און צװײ קאָזאַקן מלאַכי־חבֿלה באַ די זײַטן, און דאָס פּנים ― אַ שענערן לײגט מען אין דער ערד אַרײַן, ― האָב איך שױן פֿאַרשטאַנען, אַז אָך און װײ איז צו מיר, װ י אַ ז ו י מ ײַ ן י ח י א ל װּ ע ט װּ ע ר ן ד ע ר ה ײ כ ט , און מיט װאָס פֿאַר אַן אָרדען פֿאָניע װיל אים באַשענקען… נאָר האָט צײַט אַ ביסל ― דאָס איז נאָך גאָלד! די רעכטע מעשׂה מיט דער עקדה הײבט זיך ערשט אָן. איך האָב נאָך געהאַט אַף זיך אַ גענעראַל, אַ פּאָלקאָװניק, האָבן זאָל ער אײַך ם'מאַיאָװע קדחת אַ גאַנץ קײַלעכיק יאָר. המן איז געװען אַ גאָלד! פּרעה ― אַ שנעק! טיטוס ― אַ הונט!… אױב איר װעט מיר צוזאָגן, אַז איר'ט האַלטן קאָפּ, װעל איך אײַך בעטן, מיך לאָזן איבערכאַפּן דעם אָטעם אַף אַ װײַלינקע. און אַגבֿ װעט איר זיך אַלײן אױך אַ ביסל אױסרוען, װאָרעם איך האָב אײַך שױן, דאַכט מיר, אָנגעדולט אַ קאָפּ אַזױ פֿיל, אַז איר װעט מיר האָבן צו געדענקען! טאָמער האָט אײַך גאָט אױסגעהיט, הײסט עס, פֿון רשעים־פּאָליאַקן און פֿון שכּורים־קאָזאַקן, האָט ער אָנגעשיקט אַף אײַך אַ פּױלישן ייִדן, כאַ־כאַ, װאָס זיצן זיצט ער אין קרושניק און רופֿן רופֿט מען אים יאַנקל יונעװער, װײַל ער איז אַ יונע־װער, פֿון יונעװ, איר פֿאַרשטײט צי נײן…

11.

י ח י א ל צ ו ד ע ר ע ק ד ה

― ― ― פֿרעגט מיך, אַשטײגער, איצטער, װאָס האָב איך דעמאָלט געפֿילט און װאָס האָב איך דעמאָלט געטראַכט, אַז דער רוסישער גענעראַל, אָדער פּאָלקאָװניק, װײס אים דער שװאַרצער יאָר, האָט מיך אַרױסגעפֿירט אין הױף און האָט מיר באַװיזן מײַן יחיאלן שטײן אַ געבונדענער, אַ פֿאַרטיקן צו דער תּליה, און רופֿט זיך אָן צו מיר בהאַי לישנא:

„זעסטו, זאָגט ער, אָט די תּליה? דאָס האָב איך, זאָגט ער, אױסגעפֿונען אַ פֿאַרהעכערונג פֿאַר דײַן זון דעם בירגער־מײַסטער, פֿאַר זײַן געטרײַשאַפֿט, זאָגט ער, און פֿאַר זײַן איבערגעגעבנקײט צו אונדזער פֿײַנט. געקומען איז אים אײגנטלעך, זאָגט ער, שיסן. איז אָבער שיסן פֿאַר אײַך צופֿיל כּבֿוד, און אַגבֿ, זאָגט ער, איז אַ שאָד קױלן און פּולװער. מלחמה־צײַט, פֿאַראַן בילכער פֿון אים… איצטער זײַ אַזױ גוט, זאָגט ער, אָט האָסטו די שטריק, נעם טו אים אָן, דעם זון דײַנעם, אַפֿן האַלדז ―

― ― ― ― ― ― ― ― ― ― ― ― ― ― ― ―

נו, װאָס זאָלט איר קלערן, אַז מע דערלעבט אַזאַ כּבֿוד פֿון פֿאָניען, ימח שמו וזכרו? אין אײן מינוט זײַנען מיר דורכגעפֿלױגן אין קאָפּ אפֿשר טױזנט מחשבֿות און געדאַנקען. װאָס זאָל איך טאָן, למשל? זאָל איך אים פֿאַלן צו די פֿיס, קושן די הענט, בעטן באַ אים רחמים פֿאַר מײַן קינד? זאָל איך אים זאָגן מיט בײזן, אַז נײן, ער װעט דאָס נישט דערלעבן, ניט ער און ניט אַ גרעסערער פֿון אים, אַז איך, יאַנקל יונעװער, זאָל אױפֿהײבן מײַן האַנט אַף מײַן זון? אָדער זאָל איך אים זאָגן: „הענג בעסער מיך! הענג אױף אונדז בײדן אַף אײן שטריק, דו המן, דו טיטוס, דו אַזױנער און אַזױנער!“?… דערנאָך האָב איך מיך באַטראַכט ― נײן. מע דאַרף נישט. עס טױג ניט אַזױ. לאָם איך אים בעסער זאָגן, איר פֿאַרשטײט צי נײן, אַ פּאָר װערטער, גלאַט אַזױ מיט גוטן, הײסט עס. ממה נפֿשך, װעט ער מיך אױסהערן, איז דאָך אַװדאי גוט. אלא װאָס דען? ער װעט נישט װעלן הערן ― איז דאָס סײַ װי סײַ פֿאַרפֿאַלן. מײַן לעבן איז דאָך סײַ װי סײַ, װי זאָגט איר, ניט װערט אַ פּרוטה. װאָרעם ס'איז דאָך נאַריש, איך װעל דאָך אים ניט פֿאָלגן און װעל מײַן זון מיט מײַנע אײגענע הענט צו דער תּליה ניט ברענגען, װעט ער דאָך מיך סײַ װי סײַ הרגענען, הײַנט װאָס האָב איך דאָ אָנצוּװערן?…

הקיצור, איך האָב מיך אָנגענומען מיט האַרץ, יעבֿור עלי מה, און רוף מיך אָן צו אים, צום גענעראַל הײסט עס, אָדער צום פּאָלקאָװניק ימח שמו, און מאַך צו אים אַזױ: „הער־זשע אױס, זאָג איך, װאַשע װיסאָקאָ־יע, װאָס איך װעל דיר זאָגן, זאָג איך. די מעשׂה דערפֿון איז אַזױ. אַ מענטש, זאָג איך, אַן אָפּגעמשפּטער צום טױט מעג, זאָג איך, זאָגן פֿאַרן טױט װאָס ער װיל. נישט קײן סך, זאָג איך, נאָר עטלעכע װערטער ― דאָס, זאָג איך, װעסטו אַלײן זאָגן, אַז איך מעג. װיל איך דיר, זאָג איך, זאָגן אָט װאָס, פֿון אונדזער חומש, „ביבליע“ הײסט עס באַ אײַך, געדענקסטו, זאָג איך, מן־הסתּם, מיט װאָס פֿאַר אַ גרינג האַרץ אַבֿרהם אָבֿינו, זאָג איך, האָט געפֿירט זײַן אײן־אײנציקן זון יצחקן צו דער עקדה, זאָג איך. ער, אַבֿרהם אָבֿינו הײסט עס, האָט, װי דו װײסט, אַפֿילו די צונג נישט איבערגעקערט. װײסטו, זאָג איך, פֿאַר װאָס? דערפֿאַר, װאָס גאָט, אָט יענער גאָט, זאָג איך, װאָס זיצט אָט דאָרט אױבן אין הימל, האָט אים אַזױ געהײסן. און אַז גאָט הײסט, זאָג איך, איז דאָס אָ מצװה און אָ פֿאַרגעניגן און אַ כּבֿוד, אַ שׂמחה, זאָג איך. װאָרעם אַ קלײניקײט ― אַזאַ זכיה, זאָג איך, אַז גאָט אַלײן, דער מלך מלכי המלכים, האָט אױסגעקליבן, זאָג איך, מײַן זון פֿאַר אַ קרבן! קאָן דען זײַן אַ גרעסערער כּבֿוד? דו ביסט דאָך אָבער, זאָג איך, װאַשע װיסאָקאָיע, װי איך זע גרױס, אַ מאַן אַן אױפֿריכטיקער, װעסטו דאָך, זאָג איך, מיר נישט זאָגן, אַז גאָט האָט דיר געהײסן, זאָג איך, אַז דו זאָלסט מיר הײסן, איך אַלײן זאָל אים אױפֿברענגען מײַן זון פֿאַר אַ קרבן. הײַנט װי קאָן איך, זאָג איך, אױספֿילן דײַן געבאָט? װעסטו מיר, זאָג איך, זאָגן, אַז דײַן מלך האָט דיר אַזױ געהײסן און דו ביסט, זאָג איך, מקײם זײַן געבאָט. איז אַזױ װי, זאָג איך, איך װעל דײַן באַפֿעל ניט מקײם זײַן, װײַל דו ביסט געשיקט געװאָרן, זאָג איך, ניט פֿון גאָט, נאָר פֿון אַ מלך בשׂר ודם, װעסטו מוזן, זאָג איך, דעם באַפֿעל פֿון דײַן מלך אַלײן מקײם זײַן, און מיך, זאָג איך, װעסטו פֿאַר מײַן ניט פֿאָלגן דיך מסתּמא אױך ניט שאַנעװען און װעסט מיך מסתּמא אױך, זאָג איך, טױטן. אױב אַזױ, זאָג איך, האָב איך צו דיר אַ קלײנע בקשה ― און אַ בקשה פֿון אַ מענטשן פֿאַרן טױט מוז מען אױספֿאָלגן! ― מײַן בקשה, זאָג איך, איז, אַ ז ד ו ז אָ ל ס ט מ י ך ה ע נ ג ע ן א ױ פֿ צ ו פֿ ר יִ ע ר , פֿאַר מײַן זון, װאָרעם איך בין זײַן פֿאָטער. און די טבֿע פֿון דער װעלט איז, אַזױ, זאָג איך, האָט זי גאָט באַשאַפֿן, אַז אַ קינד זאָל זען זײַן פֿאָטער אַ טױטן, נישט אַ פֿאָטער זײַן קינד… אַז איך װעל שטאַרבן, זאָג איך, פֿריִער פֿון מײַן

קינד כאָטש מיט עטלעכע מינוט, װעט מײַן זון, זאָג איך, קאָנען זאָגן נאָך מיר קדיש“…

― ― ― ― ― ― ― ― ― ― ― ― ― ― ― ― ― ― ―

אָט מיט די װערטער און מיט דעם לשון האָב איך צו אים געזאָגט, צום גענעראַל הײסט דאָס, אָדער צום פּאָלקאָװניק, װײס דער רוח די בײנער זײַנע.

אַז איר װעט מיך פֿרעגן, פֿון װאַנען האָט זיך צו מיר גענומען אַזאַ שטאַרקײט מיט אַזאַ כּח הדבור? װײס איך אַלײן ניט פֿון װאַנען. מיר דאַכט זיך אױס, הערט איר, אַז נישט נאָר אַ גענעראַל, אָדער אַ פּאָלקאָװניק, ― דער קײסער אַלײן זאָל געװען זײַן דערבײַ, װאָלט איך אים געזאָגט דאָס אײגענע. אַ מענטש, אַז ער זעט פֿאַר זיך דעם מלאך־המות, איר פֿאַרשטײט צי נײן, און פֿילט, אַז ער איז מיט אײן פֿוס שױן אַף יענער װעלט, איז באַ אים דעמאָלט אַ פּאָלקאָװניק און אַ גענעראַל און אַ קײסער ― בלאָטע! אין אַזאַ מינוט אַז אַ מענטש רעדט, רעדט ער גאָר אַנדערש, װי זאָגט איר: ד בֿ ר י ם ה י ו צ א י ם מ ן ה ל בֿ … והראַיה? מײַנע װערטער זײַנען אים, אַפּנים, אַרײַן גוט אין די בײנער, דעם גענעראַל אָדער דעם פּאָלקאָװניק, װאָרעם ער איז באַלד גאָר אַנדערש געװאָרן און רופֿט זיך אָן צו מיר: „פֿון װאַנען נעמט זיך, זאָגט ער, צו אַזאַ ייִדן װי דו אַזאַ שטאַרקײט, גלײַך, זאָגט ער, װי דו װאָלסט גאָר קײן מורא ניט געהאַט פֿאַרן טױט?“…

דערזען, אַז דער אָדון לאָזט זיך רײדן, מאַך איך צו אים: „אױב, זאָג איך, װאַשע װיסאָקאָיע װעט מיר שענקען נאָך אַ צװײ מינוט, װעל איך דיר, זאָג איך, זאָגן פֿון װאַנען עס נעמט זיך צו מיר אַזאַ שטאַרקײט מיט אַזאַ כּח אַף ניט מורא צו האָבן פֿאַרן טױט. פֿאַראַן, זאָג איך, באַ אונדז אַ גמרא, באַ אײַך װערט עס אָנגערופֿן „תּלמוד“, זאָג איך. דערצײלט זיך, זאָג איך, די גמרא אַ מעשׂה פֿון די עשׂרה הרוגי מלכות, װאָס זײַנען אָפּ־געמשפּט געװאָרן צום טױט. איז אײנער פֿון זײ, זאָג איך, אַרױף אַ לעבעדיקער אַפֿן הימל און האָט זיך גענומען נאָכפֿרעגן, װאָס איז די מעשׂה מיט די עשׂרה הרוגי מלכות, װאָס מע האָט זײ אָפּגעמשפּט צום טױט? האָט מען אים, זאָג איך, געענטפֿערט, אַז עס איז אַזאַ גזירה פֿון א י ם , פֿון גאָט אַלײן הײסט עס, און ס'איז אַ פֿאַרפֿאַלענע זאַך. פֿרעגט ער, פֿאַר װאָסערע זינד? ענטפֿערט מען אים: פֿאַר מכירת יוסף, דערפֿאַר, הײסט עס, װאָס די עשׂרת השבֿטים האָבן פֿאַרקױפֿט זײער ייִנגערן ברודער יוסף, און פֿאַר אַזאַ זאַך, זאָגט מען אים, קומט מיתה. סע שטײט בפֿירוש אין דער תּורה. פֿרעגט ער: סטײַטש, אַזױ פֿיל צײַט אַװעקגעגאַנגען, האָט מען נישט געקאָנט זיך אָפּרעכענען, זאָגט ער, מיט זײ פֿאַר מכירת־יוסף און געװאַרט אַף אונדז, אַף די עשׂרה הרוגי מלכות? ענטפֿערט מען אים דאָרטן: פֿון זינט מע האָט פֿאַרקױפֿט יוספֿן ביז הײַנטיקן טאָג איז נאָך ניט געװען אַזאַ דור, װאָס זײַנע קינדער זאָלן זײַן מ ע ר ע ר ר ײ ן א ו ן א ו מ ש ו ל ד י ק , װי די דאָזיקע עשׂרה הרוגי מלכות… דו פֿאַרשטײסט, זאָג איך צו אים, צום גענעראַל אָדער צום פּאָלקאָװניק, מיט װאָס פֿאַר אַ גדלות, זאָג איך, און מיט װאָס פֿאַר אַ פֿרײד איך און מײַן זון און אונדזערע אַלע איבעריקע קרושניקער ייִדן גײען צו דער תּליה, אַז מיר װײסן, אַז ר ײ נ ע ר א ו ן א ו מ ־ ש ו ל ד י ק ע ר פֿון אונדז איז נישטאָ אַף דער גאַנצער װעלט?!''…

און מער האָב איך שױן, איר פֿאַרשטײט צי נײן, קײן אײנציק װאָרט נישט געקאָנט אַרױסרײדן, װײַל איך האָב מיר פֿאָרגעשטעלט, װי אַזױ איך הענג און װי אַזױ מײַן יחיאל זאָגט נאָך מיר קדיש, און װי אַזױ מײַן װײַב און קינדער װײנען נאָך מיר, און עס איז מיר געװאָרן מאָדנע ענג אין האַלדז און פֿינצטער אין די אױגן, און טרערן האָב איך דערפֿילט, געזאַלצענע טרערן קײַקלען זיך מיר איבער דער באָרד, און גלײַך אין מױל אַרײַן…

― ― ― ― ― ― ― ― ― ― ― ― ― ― ― ― ― ―

איר װילט װיסן, פּאַני שלום־עליכם, דעם היוצא לנו מזה? דעם פּועל־יוצא, הײסט עס, פֿון מײַן רײדן? האָט קײן יסורים ניט ― ס'איז ניט געװען אַרױסגעװאָרפֿן. איך האָב מיט מײַנע רײד מציל געװען פֿון דער תּליה זיך אַלײן און מײַן יחיאלן, דאָס הײסט, מיך האָט מען אַרױסגעלאָזט און די איבעריקע אַלע האָט מען געהאַנגען, נאָר מײַן יחיאלן האָט מען די תּליה פֿאַרביטן אַף אַן אַנדער שטראָף. מע האָט אים אַװעקגעשיקט צו דער מלחמה, צום סאַמע פֿײַער, און ער איז דאָרטן דעם ערשטן טאָג געהרגעט געװאָרן און נישט געקומען צו קבֿר ישׂראל. פֿון װאַנען װײס איך דאָס? װײַל זײַן נאָמען, איר פֿאַרשטײט צי נײן, איז אַרײַן אינעם צעטל פֿון די „געפֿאַלענע“, און איך קאָן נאָר זאָגן: „תּהי נשמתו צרורה בצרור החײם“, און אַ גוטער מליץ זאָל ער זײַן. װאָרעם װאָס נאָך בלײַבט מיר איבער צו זאָגן? פֿאַרגעסט נישט, אַז אַף אַ סך אַן ערגערן אױפֿן איז פֿאַרלױרן געגאַנגען מײַן צװײטער זון, מײַן שמואל־משה. איך האָב אײַך פֿון אים, װעגן מײַן שמואל־משהן הײסט עס, דאַכט מיר, נאָך גאָר נישט דערצײלט? מײַן שמואל־משה ― דאָס איז שױן געװען גאָר אַן אַנדער מין חבֿרה־מאַן, נישט יחיאל ― װי קומט ער צו יחיאלן? ס'איז גאָר לא זו הדרך! דאָס הײסט, ער איז אױך געװען נישט פֿון די, װאָס גײען אַרױס לתּרבות רעה, און איז אױך געװען אַ יונג אַ געראָטענער, אַ װױלער, אָבער גאָר אַ װױלער; נישט מחמת איך באַרים זיך; איר זעט דאָך, אַז איך דערצײל אײַך אַלצדינג, סײַ גוטס, סײַ שלעכטס, איך פֿאַרלײקן נישט פֿון אײַך קײן זאַך, װײַל איך זע, איר זײַט אַ מענטש, װאָס ניט אײַך נאַרט מען. נאָר װאָס דען? איך האָב מורא, אַז איר װילט שלאָפֿן, און ס'איז שױן טאַקע צײַט אױך. לאָז איך עס איבער אַף מאָרגן און זאָג אײַך: אַ גוטע נאַכט און שלאָפֿט געזונט.

12 .

ש מ ו א ל ־ מ ש ה אַ ח בֿ ר ה ־ מ אַ ן

― ― ― זאָגט דעם אמת, פּאַני שלום־עליכם, ס'איז אײַך גאָרנישט קשה די גאַנצע צײַט: װאָס פֿאָרט דאָס אַזאַ ייִד, װי יאַנקל יונעװער פֿון קרושניק, קײן אַמעריקע, אַף דער עלטער, אײן מענטש אַלײן, אַז ער האָט דאָרטן ניט, װי זאָגט איר, קײן קינד און קײן רינד, קײן גואל און קײן קרובֿ? דער תּירוץ איז אָבער: װי אַזױ װאָלט יעקבֿ אָבֿינו אָנגעשפּאַרט קײן מצרים, װען זײַנע קינדער זאָלן נישט געװען פֿאַרקױפֿן אַהינצוצו זײער ברודער יוסף? טאָמער איז דער משל ניט אַזױ גלײַך צום נמשל ― בין איך נישט שולדיק. איך האָב אײַך נאָר געװאָלט זאָגן, אַז יעדער װ אַ ר ו ם האָט, װי זאָגט איר, זײַן ד אַ ר ו ם. מסתּמא איז דאָ דערינען אַ מעשׂה. און די מעשׂה איז די, װאָס ס'איז אַ גרױסע סבֿרה, אַז מײַן צװײטער זון שמואל־משה, אָט דער חבֿרה־מאַן, װאָס האָט געזאָלט געשאָסן װערן באַ פֿאָניען אין פֿיר און צװאַנציק שעה און איז נצול געװאָרן בדרך נס, װי איר װעט אָט באַלד האָרכן, איז געזונט און שטאַרק און געפֿינט זיך איצט אין יענעם לאַנד, װוּהין מיר בײדע, איך און איר, פֿאָרן אַצינדערט. הגם, איך מוז אײַך זאָגן דעם רײנעם אמת, אַז איך בין אין דעם נישט אַזאַ גרױסער מאמין, נישט מחמת איך בין, חס ושלום, אַזאַ גרױסער אַפּיקורס, װאָס גלײבט נישט אין ניסים ― דאָס נישט. אַדרבה! ע ר , אַז ער װיל, קאָן ע ר! ע ר האָט שױן באַװיזן, װי זאָגט איר, גרעסערע קונצן! נאָר װאָס־זשע דען? דאָס װאָלט געװען, איר פֿאַרשטײט צי נײן, שױן צופֿיל פֿאַר אַזאַ שלים־מזל, װי איך, צו גוט פֿאַר יאַנקל יונעװער פֿון קרושניק. והראַיה? אָט האָט איר אַ סימן. אָט בין איך געװען גלײַך מיט אײַך און גלײַך מיט אַלע ייִדן אין דער דאָזיקער שטאָט ― װי אַזױ הײסט זי? ― קאָפּענהאַק. טױזנטער און טױזנטער מענטשן האָבן זיך דאָרט געװאַלגערט גלײַך מיט מיר, אױסגעריסן געװאָרן, געזוכט און גענישטערט און סוף־כּל־סוף פֿאָרט אױסגעזוכט אײנס דאָס אַנדערע. עס איז געװען אַ תּענוג צו זען, װי אַזױ מאַנען האָבן געפֿונען זײערע װײַבער, װײַבער ― זײערע מאַנען, ברידער ― זײערע שװעסטער, קינדער ― זײערע מאַמעס. פֿאַר װאָס האָב איך נישט געהאַט דאָס גליק באַ גאָט צו געפֿינען דאָרט מײַן שמואל־משהן? אלא װאָס דען? איר װעט זאָגן, אפֿשר איז ער אָפּגעפֿאָרן פֿון דעם קאָפּענהאַק אײדער איך בין אַהינצוצו געקומען? אָדער אפֿשר איז ער געפֿאָרן קײן אַמעריקאַ גאָר דורך אַן אַנדער װעג, ניט דורך קאָפּענהאַק? זאָגן מיר אָבער די ייִדן, װאָס פֿאָרן מיט מיר אונטן אין דריטן קלאַס, אַז קײן אַמעריקאַ איז נישטאָ קײן אַנדער װעג, אױסער קאָפּענהאַק, ― גלײב איך זײ ניט. פֿאַר װאָס? פּשוט. װײַל ייִדן זײַנען בהמות. ייִדן װײסן ניט דעם חילוק פֿון ים ביז יבשה. אַף דער יבשה איז פֿאַראַן װעגן, פֿאַראַן רעלסן, פֿאַראַן אײַזנבאַנען, אָבער אַפֿן ים ― װאָס איז שײך אַף אַ ים װעגן? אַי װאָס? ― איר'ט מיר זאָגן, ס'שטײט דען ניט בפֿירוש געשריבן ,, ה נ ו ת ן ב י ם ד ר ך “? ― ע! װאָס גלײַכט איר דאָס צו דעם? דאָס האָט גאָר אַן אַנדער טײַטש מיט אַן אַנדער פּשט! מע באַדאַרף װיסן, װי זאָגט איר, װוּ דער „חמור“ שטײט…

הקיצור המעשׂה ― דערװײַל האָט איר מיך אַ ביסל אַראָפּגעשלאָגן פֿונעם װעג, און מיר האַלטן נאָך גאָר פֿון פֿאָרנט, באַ מײַן שמואל־משהן, װאָס איר קענט אים נאָך גאָר ניט און װײסט נישט װאָס פֿאַר אַ חבֿרהמאַן דאָס איז. אַ רעכטער חבֿרה־מאַן! איר װילט װיסן װעלכעס װערט

אָנגערופֿן באַ מיר אַ „חבֿרה־מאַן“? אַ חבֿרה־מאַן װערט אָנגערופֿן באַ מיר יעדער אײנציקער, װאָס װיל זיך אױספֿײַנען, יוצא זײַן פֿאַר דער װעלט, זײַן בעסער, װי גאָט האָט אים באַשאַפֿן, איר פֿאַרשטײט צי נײן ― אַלץ אײנס: אַ ציוניסט, אַ סאָציאַליסט, אָדער גלאַט אַ קאָכלעפֿל ― באַ מיר האָבן זײ אַלע אײן װערט און הײסן באַ מיר מיט אײן נאָמען ― „חבֿרה־לײַט“. אַי, װעט איר פֿרעגן באַ מיר אַ קשיא, טאַקע אַף מיר אַלײן: סטײַטש, אָט בין איך געװען כּל ימי אַ קהלס־מאַן און אַ קאָכלעפֿל אין קרושניק און איבערגעקריגט זיך מיט דער גאַנצער שטאָט? ― אַ ביסל אַ גלײַכעניש! בין איך דאָך עפּעס געװען אַ ייִד אַ בעל־הבית, מיט אַ שטוב און מיט אַ נאָמען, עפּעס אַ גאַנצער יש, געװען באַ װאָס אָנצונעמען, איר פֿאַרשטײט צי נײן ― און דער װאָס? אַ גאָרנישט, אַ ייִנגל, אַ צוציק, נאָך דער מאַמעס מילך, װי זאָגט איר, נישט אױסגעטריקנט, קײן צװאַנציק יאָר נישט אַלט אַפֿילו! אמת, אַז איר'ט אַף אים אַ קוק טאָן, װעט איר זאָגן, אַז דער בחור איז אַלט אַריבער צװאַנציק, און פֿאַרשטײן פֿאַרשטײט דאָס דװקא אַזױ פֿיל, װי אַ מענטש, װאָס איז לכל־הפּחות דרײַסיק יאָר, און קענען קען עס דװקא אַלצדינג, אי רײדן, אי שרײַבן, אי לײענען, אי חשבונען, ― נישט חלילה מחמת באַרימערײַ זאָג איך עס; איר װײסט דאָך, אַז איך האַלט נישט דערפֿון. נאָר אַז איר'ט זיך באַגעגענען מיט עמעצן פֿון אונדזערע מקומות, טאָמער װעט זיך אײַך מאַכן, און איר װעט אַ פֿרעג טאָן אַ מינדסט קינד אַף יאַנקל יונעװערס זונדל, װעט מען אײַך זאָגן: „װאָסער זונדל? דאָס בחורל? ― אַ פֿײַער, אַ ברען, אַ שײגעץ, אַן עזות־מחוצף־פּנים, אַן אױסװוּרף פֿון דער נאַטור!“… כאָטש ס'אַ ליגן! ס'איז שקר וכזבֿ! ער איז נישט קײן אױסװוּרף און ניט קײן עזות־מחוצף־פּניס… דאָס הײסט, אַ שטיקל עזות־פּנים א י ז ער; ער װעט אײַך ניט פֿאַרשװײַגן קײנעם, עס מעג זיך זײַן, װער עס װיל זיך, אַפֿילו דער גובערנאַטאָר אַלײן, װעט ער אים מאַכן מיט דער בלאָטע גלײַך! דאָס הײסט, ער װעט זיך אײַך ניט זידלען, חלילה וחס! נאָר ער װעט אײַך אַזױ אָפּענטפֿערן, אַז ס'װעט אײַך װערן פֿינצטער אין די אױגן, און איר'ט זײַן צופֿרידן, אַז ער'ט אײַך לאָזן צורו… פֿון װאַנען האָט זיך גענומען צו מיר אַזאַ זון? פּונקט דער היפּוך פֿון יחיאלן ― אַף װיפֿל יענער, עליו השלום, איז געװען אַ פּאָליטיטשנע, אַ שטילער און אַ בנעימותדיקער, אַף אַזױ פֿיל איז דער אַ קלעק ― אים צו לענגערע יאָר, אױב ס'איז אמת, אַז ער לעבט… דער, אַז ער טשעפּעט זיך אָן אין אַ זאַך, איז אים ניט אָפּצורײַסן! און האָט עס אַרױסגעזאָגט דאָס װאָרט פֿונעם מױל, למשל, אַף נאַכט טאָג און אַף טאָג נאַכט, ― איז פֿאַרפֿאַלן, מעגן קומען כּל מלכי מזרח ומערבֿ! סײַדן ער װעט זיך אַלײן אַרומקוקן. זאָגן אים מוסר ― זאָל אײַך גאָט היטן! נאָך ערגער! דעמאָלט װעט ער אײַך ערשט טאָן קאַפּױר! איך געדענק נישט אַקוראַט, נאָר מיר דאַכט זיך, אַז איך האָב אײַך שױן אײן מאָל באַמערקט, אַז עקשנים זײַנען מיר אַלע אין קרושניק, מיר האָבן אַ שם אַף דער װעלט פֿאַר עקשנים, און צװישן די קרושניקער זײַנען מיר די גרעסטע עקשנים. הײַנט שטעלט אײַך פֿאָר, װאָס דאָס איז פֿאַר אַ פֿױגל, אָט דער שמואל־משה הײסט עס, אַז באַ אונדז אין דער משפּחה האָט ער קײן אַנדער נאָמען, נאָר „דער עקשן“…

הקיצור, איז זיך מײשבֿ אײן מאָל אָט דער עקשן, דאָס איז געװען גאָר צום אָנהײב פֿון דער מלחמה, נאָך אײדער מע האָט אַ רוף געגעבן מײַן יחיאלן צו דער אָפּאָלצעניע, און קומט אַהײם און בעט זיך באַ דער מאַמען, זי זאָל אים אײַנפּאַקן די זאַכן און מיטגעבן גרעט ― ער פֿאָרט, זאָגט ער, אין דער גובערניע, קײן לובלין הײסט עס. „װאָס װעסטו טאָן אין דער גובערניע?“ ― גאָרנישט, ער װעט זיך, זאָגט ער, אײַנגעבן צו פֿאָניען אין דער דינסט. „ביסט משוגע? צי חסר דעה? צי מטורף?“ ― אָט אַזױ װיל ער ― און שױן! די „פּאַטרעטיזמע“ האָט זיך אין אים צעברענט. אַלע געבן זיך אײַן, זאָגט ער, פֿרײַ, װיל ער אױך זיך אײַנגעבן פֿרײַ. „מיר'ן זײ װײַזן, זאָגט ער, אַז מיר זײַנען זײ נישט װײניקער געטרײַ װי די פּױלן, אױב ניט מער נאָך!“ און ער ברענגט מיר אַ ראַיה פֿון פּאַן פּשעפּעצקיס זונדל, סטאַש. „נאַ, זע, זאָגט ער, אַ גימנאַזיסטל, זאָגט ער, פֿון זעקסטן קלאַס און האָט זיך שױן פֿאַרשריבן אין פּאָלק!“ בײַטל איך מסתּמא אױס אַלע בײזע חלומות: „בהמה, זאָג איך, בצורת אָדם װאָס דו ביסט! װאָס גלײַכסטו זיך, זאָג איך, צו סטאַשען? סטאַש זאָג איך, איז אַ גױ און קאָן זיך דערדינען, זאָג איך, צו אַן אָפֿיציר, און צו אַ פּאָלקאָװניק, און צו אַ גענעראַל, און אפֿשר נאָך העכער אױך, און דו, זאָג איך, װאָס? האָסט פֿאַרגעסן, זאָג איך, אַז דו קומסט אַרױס זאָג איך, פֿון צו אַ גרױסן יחוס, זאָג איך, פֿון אַבֿרהם, יצחק ױעקבֿ?“ איז דאָך עס אָבער שמואל־משה עקשן, און אַ חבֿרה־מאַן דערצו, מאַכט ער צו מיר: „אָט װײַל איך קום אַרױס, זאָגט ער, פֿון אַזאַ הױכן יחוס, באַדאַרף איך זײ, זאָגט ער, באַװײַזן, ערשטנס, אַז ס'אַ ליגן, װאָס מע זאָגט אַף אונדז, אַז מיר ציטערן פֿאַר אַ ביקס און שרעקן זיך איבער פֿאַר אַ שאָס, און, צװײטנס, לאָזן זײ, זאָגט ער, זען, אַז מיר זײַנען גלײַך צו אַלע און אַז מיר פֿ אַ ר ד י נ ע ן זאָגט ער, צו זײַן גלײַך מיט אַלע“… איר פֿאַרשטײט, װוּהין דאָס צילט?… װיל איך דאָך אים מסתּמא אָפּענטפֿערן, װי זאָגט איר, על ראשון ראשון ועל אַחרון אַחרון, לאָזט ער זיך ניט, דער חבֿרה־מאַן, און מאַכט צו מיר: „טאַטע, עס װעט דיר גאָרנישט העלפֿן, זאָגט ער, איך בין, זאָגט ער, אַ זעלנער און גײ אין דער מלחמה און זײַט געזונט. איך װעל אײַך, זאָגט ער, שרײַבן בריװלעך“… כּהאַי לישנא ― מיט די װערטער.

פֿאַרשטײט זיך, אַז מײַנע, װי באַלד נאָר זי האָט דערהערט אַזאַ לשון מוט אַזעלכע דבורים, ― אַז זי האָט גענומען צו חלשן ― חלשט זי נאָך. סטײַטש, זי װעט דאָס ניט אױסהאַלטן! זי װעט זיך נאָר אַ מעשׂה אָנטאָן! טענה איך צו איר: „שאַ, זאָג איך, מרים, מירל, פֿאָלג מיך, לאָז זײַן שטיל, װעסטו בעסער מאַכן. דאָס משוגעת, זאָג איך, װעט אים איבערגײן, װעט ער אַלײן חרטה האָבן“. והראַיה, װער איז גערעכט געװען? הלװאַי װאָלט ער מיך געפֿאָלגט דאָס מאָל און אַלע מאָל. איז עס דאָך אָבער שמואל־משה עקשן, האָט ע ר אױסגעפֿירט, ניט מיר, און איז אַװעק אין דער גובערניע אַרײַן, און גלײַך אַהין, װוּ מע דאַרף, און האָט געגעבן אַ לײג־אַװעק אַ שמועס, און דװקא בעל־פּה, די צונג באַדאַרף מען אים, װי זאָגט איר, ניט פּיקען, און ער האָט זײ געזאָגט כּך וכּך, אַז ער אַלײן, הײסט עס, איז אַ ייִד. און אַז ער איז יאַנקל יונע־װערס אַ זון פֿון קרושניק, און זײַן נאָמען איז שמואל־משה, און ער בעט, מע זאָל אים צונעמען פֿרײַ אין דער דינסט אַרײַן… האָט מען אים דװקא אױסגעהערט, באַטראַכט דעם נפֿש און רעכט אױסגעלאַכט, אָפּגעלעצעװעט, געמאַכט חוזק, װי פֿאָניע קאָן. אײנער אַ גענעראַל האָט אים אַ פֿרעג געגעבן ― אַזױ שרײַבט מיר שמואל־משה אין זײַן ערשטן בריװ: ― „צו װאָס װילסטו זיך אײַנגעבן אין דער דינסט?“ ענטפֿערט אים מסתּמא מײַן שמואל־משה: „איך װיל גײן אין דער מילחמה“. פֿרעגט אים װידער דער קאָמאַנדיר: „מיט װאָס װילסטו האַנדלען אין דער מילחמה? מיט ייִדישע פֿיש, צי מיט רוסישער װאָדקאַ?“ האָט אים אַפֿילו שמואל געװאָלט אָפּענטפֿערן, װי ער קאָן, ס'זאָל אים װערן גרין און געל, נאָר ער האָט זיך מײשבֿ געװען, װי זאָגט איר, לאָז אײן מאָל זײַנס איבערגײן, און רופֿט זיך אָן צו אים, צום קאָמאַנדיר הײסט עס: „איך װיל, זאָגט ער, װאַשע װיסאָקע, גײן אין דער מלחמה איבער צװײ זאַכן: ערשטנס, זאָגט ער, איז דאָס מײַן חובֿ, איך בין מחױבֿ צו גײן שלאָגן זיך פֿאַר מײַן פֿאָטערלאַנד; והשנית, זאָגט ער, װילט זיך מיר באַװײַזן, אַז אַ ייִד קאָן אױך, זאָגט ער, עפּעס אױפֿטאָן אין דער מלחמה, אַז אַ ייִד, זאָגט ער, קאָן נישט נאָר האַנדלען מיט ייִדישע פֿיש אָדער מיט רוסישער װאָדקע, נאָר אַז ער קאָן, זאָגט ער, שיסן אױך“. צעלאַכט זיך דער קאָמאַנדיר נאָך שטאַרקער: װי קומט צו אַ ייִדן שיסן?“ זאָגט צו אים מײַן שמואל־משה: „קאָנסט מיך פֿאַרהערן“ ― אַ יונגאַטש קאָן! אַװדאי האָט מען אים פֿאַרהערט שיסן ― װאָס מײנט איר, שפּילעכלעך? באַ פֿאָניען גײט דאָס נישט אָן! און נישט נאָר שיסן אַלײן, מע האָט אים אין אײנװעגס, אַזױ שרײַבט מיר שמואל־משה, פֿאַרהערט אַלצדינג ― אי שרײַבן, אי לײענען, אי חשבונען, און עס האָט זיך אַרױסגעװיזן, זאָגט ער, אַז ער איז אומעטום אין דער הײם. װאָס דען, איך בעט אײַך? אַז פּשעפּעצקיס זונדל סטאַש האָט געקאָנט אָפּגעבן עקזאַמענט אַף זעקס קלאַסן גימנאַזיע, װאָלט מײַן שמואל־משה געקאָנט אָפּגעבן אַף צװעלף קלאַסן. גלאַט ― אים האָט מען קײן מאָל נישט צוגעלאָזט, דאָס איז אַ באַזונדערע זאַך…

הקיצור, איר װילט דאָך װיסן מסתּמא דעם שפּיץ ― צי מע האָט אים אַרײַנגענומען, צי ניט, נאָך אַ מין אַרײַננעמען! פֿאַר װאָס זאָל מען אים ניט אַהײמנעמען, איך בעט אײַך, אַ שײנער יונג, אַ הױכער, אַ ברײטער ― אַ חיות אַף אים אַ קוק צו טאָן, װי זאָגט איר, בלוט און מילך! און אױגן ― אש־להבֿה! אַ היציקער פּאַרשױן נאָך פֿון קלײנװײַז אױף, אַלע מאָל געריסן זיך אין פֿײַער אַרײַן. למשל, איך האָב מיך דערמאָנט אַ קלײניקײט: אַז ער איז נאָך געװען גאָר אַ שנעק, װי זאָגט איר, אַ קלײנער װעװריק, האָט זיך געטראָפֿן אַ מעשׂה, אַן ערל האָט זיך געגעבן אַ שמועס־אױס װעגן ייִדן עפּעס ניט אַזױ פֿױגלדיק, אָנגערופֿן אונדז מיטן נאָמען „זשיד“. װי דער שטײגער אין, ― אַז מײַן חבֿרה־מאַן טוט ניט אַ שפּרונג־אױף און לאָזט אים נישט אַראָפּ קײן צװײ פּעטש, איר פֿאַרשטײט צי נײן, אַז פֿונקען זײַנען געפֿלױגן! אָדער, אַ שטײגער, נאַט אײַך נאָך אַ מעשׂה: אַז ס'האָט זיך אָנגעהױבן באַ אונדז די שײנע געשיכטע מיטן פּױלישן באָיקאָט אַף די ייִדן, און ס'איז אַרױס אײן מאָל אַ קלאַנג, אַז פֿליאַקע װעט מאַכן אַף אונדז אַ פּאָגראָם, האָט איר באַדאַרפֿט זען, װי דער חבֿרה־מאַן האָט זיך עס אַביסל אָנגעצונדן, פֿאַרקאַטשעט די אַרבל און שױן גרײט געװען אײנער אַלײן אַװעקצולײגן אין אײן שמע־ישׂראל אַ מאה גױים און נאָך מער, אַז מע װעט באַדאַרפֿן! אַ שטיקל גליק, װאָס פֿליאַקע האָט ליב נאָר צו רײדן מיט דער צונג און דערבײַ בלײַבט עס… אַז איך זאָג אײַך אַ חבֿרה־מאַן, איז אַ חבֿרה־מאַן!

בקיצור, מײַן חבֿרה־מאַן איז אַרײַן, און װי נאָר ער איז אַרײַן, מײַן שמואל־משה הײסט עס, אַזױ האָט מען אים תּוך כּדי דבור אַװעקגעשיקט מיט זײַן פּאָלק אין דער מלחמה אַרײַן, און אַװעקגעשטעלט אים גלײַך אין פֿײַער אַרײַן אַקעגן דײַטש, איר פֿאַרשטײט צי נײן, און אַף דער דריטער װאָך שױן האָט מען אים באַשענקט מיט אַ מעדאַל, אַ „גע־אָרגי“ רופֿט מען דאָס, ס'איז אַ גרױסע זכיה, שרײַבט ער, צו באַקומען אַ געאָרגי! און שפּעטער מיט אַ פּאָר װאָכן האָט מען אים געשענקט נאָך אַ „געאָרגי“. און אין אָנדערהאַלבן חדשים אַרום װידער אַמאָל אַ „גע־אָרגי“! נאָר צו װאָס באַרימערײַ, פּוסטע דבורים? איך האָב עס פֿײַנט! ― איר װילט װיסן, װי אַזױ און פֿאַרװאָס ער האָט באַקומען אַזױ פֿיל מעדאַלן, זײַט זיך מטריח, רוקט זיך צו אַביסל נענטער, אָט האָט איר אײַך אַ פּעקל בריװלעך, פֿון אים טאַקע, פֿון מײַן שמואל־משהן הײסט עס, װאָס ער שרײַבט צו מיר פֿון דער מלחמה, פֿונעם סאַמע פֿײַער. איך װעל אײַך נישט לײענען אַלע פֿון אַלף ביז תיו, שרעקט זיך נישט! איך װעל אײַך נאָר אַרױסלײענען פֿון זײ דאָס נײטיקסטע, אָדער, װי זאָגט איר, דעם סאַמע תּמצית, װעט איר זען גבֿורות ונפֿלאָות, און איר װעט פֿאַרשטײן װאָס פֿאַר אַ חבֿרה־מאַן דאָס איז! דערװײַלע װעלן מיר פֿריִער גײן עפּעס נעמען אין מױל אַרײַן, אױב מע קאָן עס נאָר נ ע מ ע ן אין מױל אַרײַן, װײַל ניט אַלץ, װאָס מע גיט דאָ אַפֿן שיף, מעג מען עסן, און ניט אַלץ, װאָס מע מעג, װי זאָגט איר, קאָן מען עסן.

אַף װידערזען.

13.

די גבֿורות ונפֿלאָות פֿון שמואל־משהן

― ― ― איר זאָגט, ס'איז נישט פֿאַראַן קײן צװײ גלײַכע מענטשן אַף דער װעלט. װאָס דאַרפֿט איר צװײ גלײַכע מענטשן, נאַט אײַך צװײ ברידער, פֿון אײנע טאַטע־מאַמע, איך מײן דאָס טאַקע מײַן יחיאלן, עליו השלום, מיט מײַן שמואל־משה, להבֿדיל בין החײם למתים, אױב, הײסט עס, איך האָב אַ זכיה באַ גאָט און ס'איז אמת, אַז שמואל־משה לעבט און איז אין אַמעריקע… אָט האָט איר אײַך דעם בעסטן בײַשפּיל: צװײ קינדער, אײן מאַמע האָט זײ געהאַט, אין אײן שטוב געװאַקסן, באַ אײן רבין געלערנט, ― איז אײנער געװען, איר פֿאַרשטײט צי נײן, אַ ירא ושלם, מורא געהאַט אַ הױך װאָרט אױסצורײדן, װי זאָגט איר, אַ פֿליג נישט זאַטשעפּעט אַף דער װאַנט. דער „לא תּרצח“ איז באַ אים געװען אַ גװאַלד! ― אַ קלײניקײט לא תּרצח? און דער? ― אַ חבֿרה־מאַן, און נאָך װאָס פֿאַר אַ חבֿרה־מאַן! צװישן חבֿרה־לײַט אַ חבֿרה־מאַן! איך האָב דאָך אײַך שױן דערצײלט, װאָס דאָס איז פֿאַר אַ צאַצקע! איז דאָס אָבער נאָך אַ שמינית שבשמינית. נאָר צו װאָס פּוסטע רײד? יעדער פֿאָטער האָט ליב צו דערצײלן גרױסקײט פֿון זײַנע קינדער. דאָס איז שױן זינט די װעלט שטײט. כאָטש אַף װיפֿל איר האָט מיך דערקענט אָט דאָ אַפֿן שיף, װעט איר אַלײן זאָגן, אַז איך בין נישט פֿון די פֿאָטערס, װאָס זײַנען בלינד און זעען ניט, אָדער זײ מאַכן זיך ניט זעענדיק. איך האָב עס פֿײַנט. באַ מיר איז אַלץ אױבנאױף, װי אַף אַ טעלער, װי זאָגט איר, אַן אָפֿענער זעקס און זעכציק. אָט האָט איר אײַך אַ גאַנץ בינטל בריװ פֿון מײַן שמואל־משהן, װאָס ער שרײַבט מיר פֿון דער מלחמה. נאַט לײענט, װעט איר אַלײן זען, װאָס פֿאַר אַ פֿױגל דאָס איז. קוקט נישט, פּאַני שלום־עליכם, אַפֿן כּתבֿ, װאָס איז נישט אַזױ רײן, און נישט אַזױ שײן, װי זאָגט איר, קאָטשערעס מיט לאָפּעטעס. ער, מײַן שמואל־משה הײסט עס, האָט אַ האַנט דװקא אַ שײנע; מע קאָן זאָגן אַף אים, אַז ער איז אַ „כתבא רבה“. אַלע מײַנע קינדער אַזױ. אַז מײַנע קינדער האָבן נאָך געלערנט אין חדר, פֿלעגט מען זיך אַרומטראָגן מיט זײערע כּתבֿים פֿון שטוב צו שטוב און פֿון האַנט צו האַנט. דאָס איז באַ זײ בירושה. איך אַלײן, װי איר קוקט מיך אָן, האָב אױך געהאַט אַמאָל זײער אַ שײנע „פּאָטשערקע“. די גאַנצע משפּחה אונדזערע פֿײַנען זיך אױס מיט זײער „פּאָטשערקע“. נאָר װאָס דען? איר דאַרפֿט דאָך אַלײן פֿאַרשטײן, װי אַזױ און אין װאָס פֿאַר אַן אופֿן די דאָזיקע בריװ זײַנען געשריבן געװאָרן. אין טראַנשײעס, משטײנס געזאָגט! און לױפֿנדיק אונטער אַ האָגל פֿון פֿײַער! צװישן האַרמאַטן און לופֿט־מאַשינען! אָט נאַט, זעט, זעט אַלײן, אָדער װײסט איר װאָס? איך װעל אײַך לײענען שטיקלעכװײַז, װײַל ס'איז שױן אַ סך ערטער פֿאַראַן, װאָס האָבן אָפּגעריבן זיך, אַ סך בלעטלעך פֿעלן, און ס'איז טאַקע שװער צו לײענען אַלצדינג אַף אײן מאָל. איך לײען אײַך, פּאַני שלום־עליכם, דעריבער נאָר דעם רעכטן עיקר לײען איך אײַך. אָט האָט איר, למשל, אַ בריװ, הײבט זיך אָן באַ אים אַזױ:

„שלום, זאָגט ער, לאַהובי אָבי הנגיד היקר הנכבד המרומם המופֿלג המפֿורסם…“ מילא בקיצור, נו ― מיר גײען װײַטער… „חכם ונבֿון חבֿיבֿ ונחמד כּבֿוד שמו תּפֿארתּו מוהר″ר יעקבֿ נ″י! ראשית קום איך דיר צו מעלדן, זאָגט ער, פֿון מײַן געפֿינען זיך, אַז איך געפֿין זיך אין דעם צװײ און צװאַנציקסטן בעסאַראַביער פּאָלק…“ נו, דאָס איז נישט װיכטיק פֿאַר אײַך, מיר גײען װײַטער: „און אַז מײַן נאַטשאַלסטװע איז פֿון מיר זײער צופֿרידן“… אױך נישט אַזױ װיכטיק… „און מיר האָבן געהאַט, זאָגט ער װײַטער, אַ געפֿעכט אונטער אַ דאָרף, צװישן גרױסע בערג, דרײַ טעג מיט דרײַ נעכט אונטערן פֿײַער קעגן פֿײַנט, דרײַ מאָל אַזױ שטאַרק װי מיר. נאָר אונדזערע האָבן זיך געװאָרפֿן אין פֿײַער אַרײַן, אָפּגעשלאָגן אַלע אַטאַקעס און באַקומען אַלע מאָל נײַע אונטערגעפֿרישטע פּאָלקן, װאָס זײַנען געפֿאַלן אײנס נאָך דאָס אַנדערע, אײנס נאָך דאָס אַנדערע, אַזױ װי שטרױ. בלוט האָט גערונען, אַזױ װי װאַסער. און מיר האָבן געשפּאַנט איבער טױטע. װאָרעם ס'איז נישט געװען קײן צײַט אױפֿראַמען די געהרגעטע און איבערבינדן אונדזערע געראַנעטע, איבער די דײַטשע שראַפּנעלן, װאָס גיסן װי אַ רעגן, און איבער זײערע מוראדיקע באָמבעס פֿון די צװײ און פֿערציקער האַרמאַטן, װאָס דערלאַנגען װײַט, און אונדזערע קאָנען ניט אַזױ װײַט דערלאַנגען. װען ניט דאָס, װאָלטן מיר געמאַכט פֿון זײ אַ תּל! װאָרעם אונדזערע, אַז ס'איז געקומען צום סוף, האָבן מיר זיך אַ װאָרף געטאָן אַפֿן פֿײַנט מיט באַיאָנעטן, מיר זײַנען שױן געװען די לעצטע, האָט דער קאָמאַנדיר נאָר אַ זאָג געגעבן אײן װאָרט: „בראַטצי!“ ― ברידערלעך, הײסט עס, ― האָבן מיר פֿאַרגעסן, אַז מיר זײַנען שױן סך־הכּל אַ הײַפֿל, און די דײַטשן זײַנען נאָך אַ גאַנצער ים, און מיר האָבן זיך אַ לאָז געטאָן אַף זײ מיט אַ הוראַ, און האַנט באַ האַנט געשלאָגן זיך מיט זײ, ביז ס'איז געװאָרן נאַכט, און דערװײַל זײַנען אונטערגעקומען צו אונדז פֿון הינטן נאָך און נאָך חיל, צוגעפֿרישטע הײסט עס, װאָס זײַנען געפֿאַלן אַף טױט און אַ סך געפֿאַנגען, נאָר איך בין געװען גרינג געראַנעט פֿון אַ שראַפּנעל, סאַמע אין דער קני פֿון דעם לינקן פֿוס. נאָר איך האָב זיך געהאַלטן שטאַרק, װײַל איך האָב געהאַט די פֿאָן אין די הענט. איך האָב זי אַװעקגענומען באַ אַ געפֿאַלענעם פֿון די הענט אַרױס, און איך האָב מיר געזאָגט: דער טױט זאָל מיר זײַן, נאָר כּל זמן איך שטײ אַף די פֿיס, לאָז איך די פֿאָן נישט אַרױס! דאָס האָט געזען דער קאָמאַנדיר אַלײן, און אַז מיר האָבן אָפּגעטראָטן און מע האָט מיך גענומען אין האָספּיטאַל, האָט מיך דערפֿאַר דער קאָמאַנדיר צוגעשטעלט צו אַ „געאָרגי“, װאָס איך דאַרף די מעג באַקומען, און טאַקע די טעג שרײַב איך מיך אױס פֿון האָספּיטאַל צוריק אין פּאָלק אַרײַן. און איך צײל שױן די טעג, די מינוטן, װען איך װעל װידער זיך קאָנען נעמען צו דער ביקס, װאָרעם עס קאָכט אין מיר דאָס בלוט מיט סכּנת נפֿשות, עס ברענט אין מיר אַ פֿײַער אַפֿן פֿײַנט, װאָס האָט אַװעקגעלײגט די בעסטע כּוחות אונדזערע, אױסגעקױלעט אונדזערע ,ברידער אַזױ װי די אָקסן ,אַזױ װי שאָף ,און אונדזערע בעסטע אָפֿיצירן האָט ער גענומען אין פּלען אינאײנעם מיט אונדזערע האַרמאַטן און מאַשינעס ,מיט אונדזער גאַנצער שװערער אַרטילעריע ,אָן אַ שיִער אַמוניציע ,פֿערד און גאַנצע װאַגאָנעס מיט ברױט ― אױסקרענקען זאָל ער דאָס„ ער איז שטאַרק ,דער דײַטש ,אױ איז ער שטאַרק! מיר זײַנען אָבער אױך גענוג שטאַרק! מיר'ן אים באַװײַזן!…“

נו, פּאַני שלום־עליכם? װאָס'ט איר זאָגן אַף יאַנקל יונעװערס זון און אַפֿן יחיאלס ברודער? אָדער נאַט ,אָט האָט איר נאָך אַ בריװל: „לכּבֿוד ,זאָגט ער, אַהובֿי אָבֿי יקירי הרבני הנגיד המרומם…“ בקיצור… „החכם המפֿואר הנחמד והחבֿיבֿ בש″תּ מוהר″ר יעקבֿ נ″י! איך האָב דײַן ליבן בריװ, אָבֿי יקירי, מקבל געװען, און דאַנק דיר זײער פֿאַר דײַנע ליבע זיסע קלוגע רײד, װאָס זײַנען געזאָגט געװאָרן מיט גרױס חכמה און מיט פֿיל קלוגשאַפֿט“… מילא בקיצור, מוחל, מוחל! בעסער געװען פֿריִער פֿאָלגן דעם טאַטן, אײדער איצט מודה זײַן, אַז ער פֿאַרשטײט אַן עסק… און װײַטער, לאָמיר לײענען װאָס שרײַבט ער װײַטער? װײַטער שרײַבט ער אַזױ: „און װאָס די מאַמע באַװײנט אַזױ יחיאלן און לײגט אײַן די װעלט, װאָס ער דאַרף גײן אין דער דינסט, פֿאַרשטײ איך ניט, מיט װאָס איז יחיאל מער מיוחס פֿון מיר? דאַכט זיך, מיר שטאַמען בײדע פֿון אײן ייִחוס…“ װאָס זאָגט איר אַף אַזאַ חבֿרהמאַן, װי ער װערטלט זיך? עס ליגט אים נאָך אין זינען װערטלעך אין אַזאַ צײַט! נאָר לאָמיר גײן װײַטער: „און דו קאָנסט מיר זאָגן, אָבֿי היקר, מזל טובֿ מיט אַ צװײטן אָרדן, אױך אַ „געאָרגי“, פֿאַר דערפֿאַר, װאָס איך האָב אַף מײַנע פּלײצעס, אַנטלױפֿנדיק פֿונעם פֿײַנט, אַרױסגעטראָגן אַ געראַנעטן אָפֿיציר פֿון סאַמע פֿײַער. ער האָט זיך געבעטן נאָר, מע זאָל אים אױפֿהײבן פֿון דער ערד, זיך געהאַלטן באַם בױך, נישט געקאָנט אַלײן, האָט קײנער נישט געװאָלט זיך אָפּשטעלן, װאָרעם מע האָט אונדז זײער געיאָגט, געהאָגלט אַף אונדז מיט פֿײַער פֿון אַלע זײַטן, פֿון רעכטס און פֿון לינקס, פֿון פֿאָרנט און פֿון הינטן, און פֿון אױבן די לופֿט־מאַשינען, אַזױ װי די װילדע פֿױגלען, װער האָט געקאָנט הערן, אַז מע לױפֿט, װי די צעװילדעװעטע חיות? און װער האָט זיך געקאָנט דאָס אָפּשטעלן כאָטש אַף אַ װײַלע, באַ אַזאַ העליש פֿײַער? נאָר דער דאָזיקער געפֿאַלענער אָפֿיציר האָט אַף מיר אַזאַ מאָדנעם קוק געגעבן מיט זײַנע שײנע, בלױע, גוטע אױגן, אַז ער האָט מיך דורכגענומען דורך און דורך, און איך האָב זיך אָפּגעשטעלט, מיט בײדע עלנבױגנס זיך געמאַכט אַ װעג צװישן די לױפֿנדיקע, זיך אָנגעבױגן צום אָפֿיציר, געװאָלט אים אױפֿשטעלן פֿון דער ערד ― װער? װאָס? ער קאָן זיך נישט האַלטן אַף די פֿיס, װי אַן אונטערגעהאַקטער בױם. װאָס טוט מען? זאָל איך אים איבערלאָזן אַלײן? ― װערט ער צעטראָטן. אַן אָפֿיציר! שלעפּן זיך מיט אים? ― װעט מען אונדז בײדן אַװעקלײגן. זעץ איך מיך צו און זאָג צו אים: קריך, װאַשע בלאַהאַראָדיע, אַף מיר! און איך האָב אים אַ נעם געגעבן צו זיך אַף די פּלײצעס און בין דורכגעלאָפֿן מיט אים אַ שײן ביסל מײַל, אונטער אַ האָגל פֿון קױלן, ביז מיר זײַנען קױם געקומען צו אַ פּונקט, װוּ אונדזערע האָבן געװאַרט אַף אונדז. דאָרט האָט מען דעם אָפֿיציר אַװעקגעלײגט אין האָספּיטאַל און מיך אױך, װײל איך בין אױך געװען געראַנעט פֿון דער גרינג, אַ שראַפּנעל האָט מיר אָפּגעסמאַליעט אַן אױער, און ערשט דאָרטן װער איך געװױר, אַז דער אָפֿיציר איז אַ גאַנצע שישקע, אַ פֿירשט, אַ קניאַזש, פֿון די, װאָס זײַנען נאָענט צום הױף!… ער האָט מיך צװײ מאָל געזען, געשיקט מיך רופֿן, אױסגעפֿרעגט זיך, װי אַזױ איך הײס און װער איך בין, שטאַרק געלױבט מיך און געזאָגט, אַז ער װעט מיך קײן מאָל נישט פֿאַרגעסן ― און מע האָט מיך צוגעשטעלט צו אַ „געאָרגי“ דעם צװײטן מאָל…“

װאָס זאָגט איר אַף דער גדולה ― צװײ געאָרגיס! פֿרעגט אים, װאָס'ט ער טאָן מיט זײ? אַנו, לאָז ער פּרוּװן קומען מיט זײ למשל, קײן פּײטערבאַרג אָדער מאָסקװע ― צי װעט מען אים נישט אַרױסװאַרפֿן מיט די געאָרגיס? צי לאָז ער, אַשטײגער, קומען צוריק קײן קרושניק, װעט זיך פֿליאַקע מסתּמא איבערשרעקן און װעט נישט מאַכן אַף אים מער קײן באָיקאָט, װי קלערט איר? נאָר מײנט ניט, אַז איר זײַט שױן פֿאַרטיק. מיר האָבן, איר פֿאַרשטײט צי נײן, נאָך אַ דריטן „געאָרגי“. װאָס מײנט איר, מיר זײַנען עפּעס פֿון די קלײנע? דעם דריטן מענדאַל האָבן מיר באַקומען… נאָר אָט װעל איך אײַך בעסער לײענען, װאָס ער אַלײן שרײַבט מיר, מײַן שמואל־משה הײסט עס. ס'איז כּדאַי נאָר צוליבן לשון אַלײן. ער האָט אַ שײנעם לשון. מליצה ― דאָס ליגט שױן באַ אונדז אין דער טבֿע. דאָס איז באַ אונדז אַ משפּחה־זאַך. ער שרײַבט צו מיר װײַטער, שרײַבט ער אַזױ:

,,…איצטיקס מאָל קאָן איך מיך זאָגאַר באַרימען, אָבֿי יקירה, אַז איך האָב כּמעט אָפּגעראַטעװעט אַ גאַנצע אַרמיע, װאָס האָט געקאָנט אַרומגערינגלט װערן פֿון אַלע זײַטן און גענומען װערן פֿונעם פֿײַנט אין פּלען, העכער זיבעציק טױזנט מאַן מיט אונדזער גאַנצער שװערער אַרטילעריע, װאָרעם דער שנײ, װאָס איז אױסגעפֿאַלן, האָט צעלאָזט, די ערד איז געװאָרן װײך, אַזױ װי דריליעס, און די פֿערד האָבן געזונקען, די רעדער האָבן נישט געקאָנט אַרױס…“

הקיצור, פּאַני שלום־עליכם ,װי זאָגט איר ― פֿאָניעס גליקן מיט פֿאָניעס תּירוצים. איך װיל גאָרנישט לײענען װײַטער. אין צװײ װערטער װעל איך אײַך נאָר איבערגעבן די מעשׂה: אַז מע האָט באַדאַרפֿט אױסגעפֿינען, װוּ געפֿינט זיך דער שׂונא, האָט מען אױסגערופֿן, װער װיל זיך

מוסר נפֿש זײַן קריכן באַרג אַראָפּ אַפֿן בױך צום װאַלד, צו אױסקוקן, איר פֿאַרשטײט צי נײן, דעם דײַטש? האָבן זיך אָפּגערופֿן ניט קײן סך, און צװישן זײ איז דער ערשטער געװען ער, שמואל־משה הײסט עס. אָט דאָס איז די גאַנצע מעשׂה; נאָר ער צעלײגט עס, װױ זאָגט איר, אַף טעלערלעך. דער שפּיץ איז ― זײ האָבן אױסגעשמעקט דעם דײַטש, און מײַן שמואל־משה איז געװען דער ערשטער, װאָס האָט אָנגעזאָגט די דאָזיקע גוטע בשׂורה און מע האָט צײַט געהאַט דעריבער מאַכן פּליטה ― אַניט װאָלט געװען שלעכט! דאָס הײסט, ס'איז אַזױ אױך געװען אַזאַ יאָר אַף די שׂונאי ישׂראל, מע האָט אים געבראָכן אַ בײן, פֿאָניען הײסט עס, געיאָגט װי מיט הינט, נאָר פֿאַרנעמען אַ גאַנצע אַרמיע איז דעם דײַטש נישט געראָטן ― און דאָ האָט אױך מײַן שמואל־משה געהאַט אַ חלק, און דערפֿאַר באַקומען אַ נײַע מתּנה ― װידער אַ „געאָרגי“, שױן צום דריטן מאָל. און דערמיט װערט אָפּגעהאַקט די געשיכטע פֿון זײַנע גבֿורות ונפֿלאָות, און עס הײבט זיך אָן אַ נײַע געשיכטע פֿון אַן אומגליק, װאָס האָט זיך מיט אים געטראָפֿן איבער אַ דײַטשן אָפֿיציר, װאָס ער האָט גענומען אין פּלען און װאָס מע האָט אים דעריבער געמישפּט, טאַקע מײַן שמואל־משהן הײסט עס, פֿעלדגעריכט, און עס איז אים געקומען אַ קלײניקײט ― נאָר שיסן אין פֿיר און צװאַנציק שעה!…

װאָס מיט אים איז װײַטער געװאָרן ― דאָס װײס נאָר גאָט און גוטע מענטשן, װאָס זאָגן, אַז ער איז איצט אין אַמעריקע. הלװאַי פֿון אײַער מױל, װי זאָגט איר, אין גאָטס אױערן. נאָר אַזױ װי מיר האָבן זיך שױן בײדע גוט אָנגעלײענט, לאָזן מיר די דאָזיקע געשיכטע איבער אַף שפּעטער אַ ביסל.

14.

ש מ ע י שׂ ר א ל !

― ― ― איך האָב מורא, אַז דו געשיכטע װאָס איך גיב אײַך איבער אַצינד, פּאַני שלום־עליכם, איז דאָס די לעצטע מעשׂה פֿון טױזנט אײן נאַכט, װאָרעם די ייִדן, װאָס פֿאָרן מיט מיר אין דריטער קלאַס, זאָגן, אַז מיר זײַנען שױן באַלד אין אַמעריקע. הלװאַי, פֿון זײער מױל אין גאָטס אױערן. כאָטש איך דאַרף אײַך זאָגן דעם אמת, איך בין אין דעם נישט אַזאַ גרױסער מאמין. מיר שלעפּן זיך שױן אַזױ לאַנג, אַז איך האָב שױן אָנגעהױבן צו פֿאַרלירן דעם בטחון מיט דער אמונה, אַז ס'איז פֿאַראַן אַ לאַנד, װאָס הײסט אַמעריקע. נאָר אױב ס'איז אַן אמת, אַז מיר דערנענטערן זיך, װי זײ זאָגן, צום גאָלדענעם לאַנד, באַדאַרף מען זען אָפּכאַפּן די דאָזיקע געשיכטע, װאָרעם איך קאָן חלילה בלײַבן אין מיטן ― װוּ װעל איך אײַך גײן זוכן אין ניו־יאָרק?

הקיצור ― װי אַזױ װילט איר? צי זאָל איך אײַך לײענען װײַטער מײַן זונס בריװ, װי ער שרײַבט צו מיר פֿון דער מלחמה? אָדער ס'איז גענוג, איך זאָל אײַך איבערגעבן נאָר דעם תּמצית אין קורצן, אַזױ װי מיר בײדע האָבן ליב? דער תּמצית אין קורצן קאָן איבערגעגעבן װערן, װי זאָגט איר, בשלשה דבֿרים ― אין צװײ װערטער: עשׂו, אַ שלאַק זאָל אין זײַנע בײנער אַרײַן, דעם אמת מוז מען אַף אים זאָגן אונטער די אױגן, ער איז גענוג שטאַרק און גענוג מעכטיק, און גענוג קרעפֿטיק און גענוג תּקיף, מוראדיק תּקיף, ― אָבער נאָר באַ זיך אינדערהײם. פֿירן אַ הײמישע מלחמה, למשל, אײַנשטעלן אױפֿגעשטאַנענע פּאָליאַקן, שמײַסן צעבונטעװעטע מוזשיקעס, דערשטיקן אַ רעװאָלוציע, מאַכן, איר פֿאַרשטײט צי נײן, אַ ייִדישן פּאָגראָם ― דערױף איז ער אַ מזיק! קומט אים אָבער אױס פֿירן אַ מלחמה אין דרױסן, אַ תּחום־שבת װײַטער פֿון זײַן לאַנד אַרױס ― אַהאַ! איז שױן שלים־שליס־מזל. װי זאָגט איר, מיט דער פּוטער אַראָפּ. אַף אים איז געזאָגט געװאָרן דאָס אײגענע, װאָס דער מדרש זאָגט אַף אונדז ייִדן, להבֿדיל. „פֿאַר װאָס, פֿרעגט דער מדרש, איז ישׂראל געגליכן צו אַן אײלבערט? װײַל אַזױ װי אַן אײלבערט גיט נישט אַרױס זײַן בױמל נאָר דורך שטױסן, דורך קלאַפּן און דורך קװעטשן, אַזױ איז אױך ער; ער װערט נישט בעסער ביז ער כאַפּט ניט קײן קלעפּ“… װי געפֿעלט אײַך דער מדרש? פֿונדעסטװעגן, אײנס צום אַנדערן געהער זיך ניט אָן. װאָס אמת איז אמת. עס מאַכט זיך אַ צײַט, װען ער איז גובֿר, װען ער איז, װי זאָגט איר, ידו על העליונה. אמת, דאָס טרעפֿט זיך זעלטן, נאָר עס טרעפֿט, הלװאַי זאָל זיך אַזױ נישט טרעפֿן. אָט האָט זיך געטראָפֿן אַ נס ― איך פֿאַרשטײ ניט, װי אַזױ דאָס איז געשען, נאָר ער איז אַרײַן דעם דײַטש, אַזױ שרײַבט מיר מײַן שמואל־משה, דורך צװײ פֿליגלען איז ער אַרײַן, און האָט אים אַרױסגעיאָגט פֿון די טראַנשײעס, האָט אים אַרומגערינגלט פֿון אַלע זײַטן און האָט פֿאַר־גומען באַ אים אַ גוזמא חיל אין געפֿענקעניש, מיט קאַנאָנען מיט אַמוניציע, מיט הכּל בכּל מכּל פֿלעקל, און דער ערשטער פֿון אַלע האָט זיך אױסגעפֿײַנט, פֿאַרשטײט זיך, ער, מײַן שמואל־משה, דערמיט, װאָס ער האָט געפֿאַנגען דעם ערשטן אָפֿיציר, װאָס האָט זיך אונטערגעגעבן מיט אַ גאַנצן באַטאַליאָן. נאָר אָט אַזױ גרינג, מײנט איר, גיט זיך קירה־דײַטש אונטער? האָט צײַט, װאַרט אַ ביסל, װעט איר הערן, װי אַזױ דער חבֿרהמאַן, מײַן שמואל־משה הײסט עס, באַשרײַבט דאָס מיר אין זײַן בריװ. די מעשׂה, איר פֿאַרשטײט צי נײן, איז אַזױ געװען. פֿריִער האָט מען זיך געשלאָגן און געשלאָגן און געשלאָגן, װי געװײנטלעך אין אַ מלחמה ― מע שטעלט אַװעק האַרמאַטן אײנס אַקעגן דאָס אַנדערע און מע צילעװעט זיך: דו שיסט אַף מײַן רבין, איך שיס אַף דײַן רבין. דערנאָך הײבט מען אָן מיט קאַנאָנען און מיט ביקסן, אַלע מאָל נענטער און נענטער, און מענטשן פֿאַלן פֿון בײדע צדדים, אַזױ װי שטרױ, אַ שורה נאָך אַ שורה, אַזױ לאַנג, ביז עס עסט זיך צו ― װי זאָגט איר, קרעפּלעך עסן װערט אױך נמאס, ― און מע טוט זיך אַ װאָרף אײנס אַף דאָס אַנדערע מיט באַיאָנעטן, און מע הײבט אָן צו אַרבעטן מיט די הענט און מיט די פֿיס און מיט די צײן, ― שעמט זיך נישט, פּשוט מיט די צײן, װאָרעם װאָס איז דאָס חידוש, אַז אױסגעמוטשעט איז מען, און מיד און שלעפֿעריק אױך, און הונגעריק אױך, און פֿאַרדראָס אין האַרצן טראָגט מען, און דאָס לעבן איז במילא נישט װערט אַ שװה פּרוטה, ― עלעהײ, לאָז זיך אײַך דאַכטן, אױסגעהונגערטע װעלף, צעװילדעװעטע חיות… װאָס זאָג איך, צעװילדעװעטע חיות? אַ סך ערגער פֿון חיות! װאַרעם אַ חיה, אַז זי איז הונגעריק, פֿאַלט זי אָן און פֿאַרצוקט אײַך, און אַז זי האָט זיך אָנגעזעטיקט, שװײַגט זי שטיל; און אַ מענטש, אַז ער צעװילדעװעט זיך, װײס ער ניט קײן אױפֿהער. אַדרבה, װאָס מער בלוט ער זעט, מער גלוסט זיך אים בלוט פֿאַרגיסן, און מע װאַרפֿט זיך אײנס אַף דאָס אַנדערע, און מע שנײַדט קרױט, און מע שטעכט מענטשן, אַזױ װי מע שטעכט, להבֿדיל, חזירים, און בלוט גיסט זיך, אַזױ װי װאַסער. װער האָט דאָס צײַט אַ קלער צו טאָן: װאָס טו איך? פֿון װעמענס װעגן און צוליב װאָס? װער האָט צײַט איבערצוטראַכטן: טאָמער גײ איך אַף מײַן אײגענעם ברודער? והראַיה ― אָט װעט איר האָרכן װײַטער. אַזױ װי מע האָט זיך אַ לאָז געגעבן אײנס אַף דאָס אַנדערע, אַזױ שרײַבט מיר מײַן חבֿרהמאַן, מיט בלױזע שװערדן און מיט שאַרפֿע פּיקעס, ער טוט אַ קוק ― גלײַך אַף אים טראָגט זיך אַ דײַטשער אָפֿיציר, די אױגן ברענען, דאָס פּנים פֿלאַקערט; אָט נאָר אַ מינוט, נאָך אַ רגע ― איז ער אים דורס, האַקט אים אַראָפּ דעם קאָפּ! מײַן שמואל־משה אָבער שלאָפֿט אױך נישט. אַזױ װי ער האָט דערזען דעם בלוטדורשטיקן אָפֿיציר, אַזױ האָט ער זיך געגעבן אַ נעם צו דער פּיקע, און גלײַך אַפֿן אָפֿיציר, גרײט געװען אים דורכלעכערן דורך און דורך, װי אַ מצה! יענער, דער אָפֿיציר הײסט עס, האָט דאָס באַמערקט און איז דװקא נישט אָפּגעשפּרונגען צוריק, און דװקא גלײַך אַף מײַן חבֿרה־מאַן, און, װי אַ מענטש, װאָס װײס, װאָס פֿילט, אַז ער גײט אַף אַ זיכערן טױט, האָט ער מיט אַלע כּוחות אַרױסגעשריִען די װערטער: ש מ ע י שׂ ר א ל! ה' א ל ה י נ ו ! ה' א ח ד !“… האָבן זיך באַ מײַן שמואל־משהן, אַזױ שרײַבט ער מיר, אָפּגעלאָזט הענט און פֿיס, און ער געדענקט נישט, זאָגט ער, װאָס מיט אים איז געװאָרן. מײַן חבֿרה־מאַן איז קײנמאָל ניט געװען קײן מסוכּנער דאַװנער, נאָר עס האָט זיך אַרױסגעריסן ניט װילנדיק באַ אים פֿון מױל: ,, ב ר ו ך ש ם כּ בֿ ו ד מ ל כ ו ת ו ל ע ו ל ם ו ע ד !“… און װי נאָר ער האָט אױסגערעדט די דאָזיקע װערטער, אַז יענער טוט נישט אַ װאָרף אַװעק פֿון זיך די כּלי־זין און פֿאַלט נישט מײַן חבֿרהמאַן אַפֿן האַלדז און מע הײבט זיך נישט אָן צו קושן זיך?… איז מען דאָך אָבער אַ ייִד, און אַ ייִד האָט שׂונאים, איז זיך מײשבֿ אײנער אַ פּראָסטער קאַפּראַל און פֿאַרמסרט מײַן שמואל־משהן, אַז ער האָט אַלײן געזען, װי מײַן שמואל־משה האָט זיך געקושט מיטן דײַטשן אָפֿיציר, מיטן שׂונא הײסט עס, און בײדע, מײַן זון און דער אָפֿיציר, האָבן בעת מעשׂה עפּעס געשמועסט צװישן זיך פּאָ זשידאָװסקאָמו, ― אַף ייִדיש הײסט עס; און װאָס טױג אײַך, ס'איז געװאָרן אַ „דיעלאָ“. מלחמה־צײַט איז נישט קײן שפּילעכל: אײנס־צװײ־דרײַ ― און פֿאַרטיק! נישטאָ קײן פֿאַרענטפֿערן זיך, נישטאָ קײן עדות, אין פֿיר און צװאַנציק שעה זײַט איר אַן אָפּגעמישפּטער און אַ געשאָסענער און אַ באַגראָבענער ― און, װי זאָגט איר, אַ גוטן טאָג מיט דער קאַפּאָטע! נישט נאָר קײן קדיש, אַפֿילו קײן האָן װעט נאָך אײַך ניט קרײען! ― ― ― ― ― ― ― ―

― ― ― ― ― ― ― ― ― ― ― ― ― ― ― ― ― ―

אָט דאָ מוז אָבער די מעשׂה איבערגעהאַקט װערן, נישט מחמת איך בין אַזאַ שלעכטער מענטש און פֿאַרגין אײַך נישט צו װיסן װאָס װײַטער איז געװען, נאָר איבער אַן אַנדער זאַך ― דאָס איז דער לעצטער בריװ זײַנער, מער קײן בריװ האָב איך שױן פֿון מײַן חבֿרה־מאַן נישט באַקומען עד היום הזה, גלײַך װי אין װאַסער אַרײַן! אַלץ, װאָס איך װײס פֿון אים, איז נאָר דאָס, װאָס מענטשן זאָגן, מענטשן װאָס װײסן. און מענטשן װאָס װײסן גיבן איבער די מעשׂה אַף צװײערלײ אופֿנים. צװײ גירסות הײסט עס: פֿאַראַן אַ יש אומרים, װאָס װײס פֿון אים אַ גאַנצע געשיכטע, װי אַזױ ער האָט זיך אױסגעדרײט פֿונעם תּליונס הענט דורך אַ המצאָה, װאָס נאָר יאַנקל יונעװערס זון קאָן אַזעלכעס אײַנפֿאַלן. דהײַנו? אַז מע האָט אים אַרײַנגעפֿירט, דעם חבֿרה־מאַן, אַזױ דערצײלט מען, און געגעבן אַ נעם אַפֿן צימבל: „זאָג נאָר, דו פֿײַנער בחור, דו שמואל־משה ב″ר יעקבֿ, איז דאָס אמת, אַז דו מיטן דײַטשן אָפֿיציר, װאָס דו האָסט גענומען אין פּלען, זײַט איר געפֿאַלן אײנס דאָס אַנדערע אַפֿן האַלדז און געקושט זיך און געשמועסט פּאָ זשידאָװסקאָמו?“… טראַכט זוך מײַן שמואל־משה אַזױ: זאָל ער פֿאַרלײקענען און זאָגן, אַז זײ האָבן גאָרניט געשמועסט, האָט ער מורא, טאָמער װעט זיך אַרױסבאַװײַזן, אַז זײ האָבן יאָ געשמועסט, קאָן ער דאָ מיאוס אָפּשנײַדן… זאָל ער, װידער צוריק, זאָגן דעם אמת, קאָנען זײ דאָך בײדע כאַפּן אַ ביטע־דע מפּלה… װאָס טוט מען? איז ער געפֿאַלן אַף אַ המצאָה, איר פֿאַרשטײט צי נײן, אַז זאָגן זאָל ער זײ טאַקע דעם גאַנצן אמת, נאָר פֿאַרטײַטשן װעט ער זײ די װערטער אַזױ, אַז ס'זאָל אױסקומען, װי זאָגט איר, אָגיל ואשׂמח, דאָס הײסט, טאַקע געזאָגט אַקוראַט, נאָר אַ מכּה זאָלן זײ װיסן װער עס האָט זײ געשלײערט… און ער רופֿט זיך אָן צו זײ, מײַן שמואל־משה הײסט עס: „איך װעל אײַך זאָגן, זאָגט ער, װאָס דער דײַטש האָט מיר געזאָגט. ער האָט צו מיר געזאָגט, זאָגט ער, אַף ייִדיש: „ ש מ ע י שׂ ר א ל ה' א ל ה י נ ו “ ― דאָס הײסט: „איך גיב זיך אונטער צו דיר מיט מײַן גאַנצן רעגימענט“… האָב איך אים, זאָגט ער, דערױף אָפּגעענטפֿערט אױך אַף ייִדיש: ,, ב ר ו ך ש ם כּ בֿ ו ד מ ל כ ו ת ו ― הלװאַי װאָלטן אַלע אײַערע רעגימענטן געפֿאַלן אַף אַזאַ שׂכל“… האָט מען אים אױסגעהערט און מע האָט צו אים אַזױ געזאָגט: „הער־זשע אױס, גוטער ברודער, די מעשׂה דערפֿון איז אַזױ. אַן אַנדערער אַף דײַן אָרט װאָלט פֿאַר אַזאַ זאַך געװיס געשאָסן געװאָרן אין פֿיר און צװאַנציק שעה, װאָרעם װער איז דאָס מחױבֿ צו פֿאַרשטײן אײַער זשידאָװסקי לשון, װאָס איר רעדט דאָרטן צװישן זיך? נאָר אַזױ װי דו ביסט אַ קאַװאַליער פֿון דרײַ געאָרגיס, גלײבן מיר דיר“… און מע האָט אים אַרױסגעלאָזט, האָט ער זיך אױפֿגעהױבן און איז אַװעק קײן אַמעריקע. אַזױ זאָגן מענטשן, װאָס װײסן… איז אָבער פֿאַראַן אַ יש אומרים, װאָס גיבן איבער די אײגענע מעשׂה, נאָר אַביסל אַנדערש. דהײַנו: מע האָט אים אױסגעהערט טאַקע אַלצדינג פֿײַן. נאָר װאָס דען? אַז ער האָט געענדיקט, האָט מען צו אים אַזױ געזאָגט: „הער־זשע אױס, גוטער ברודער, די מעשׂה דערפֿון איז אַזױ. אַן אַנדערער אַף דײַן אָרט װאָלט פֿאַר אַזאַ זאַך געװיס געשאָסן געװאָרן אין פֿיר און צװאַנציק שעה; נאָך אַזױ װי דו ביסט אַ קאַװאַליער פֿון דרײַ געאָרגיס, װילן מיר דיר אָפּגעבן כּבֿוד, דיר און דײַן פֿרײַנט דעם דײַטשן אָפֿיציר, און מיר װעלן מאַכן אַזױ, אַז איר זאָלט שױן תּ מ י ד ז ײַ ן א י נ א ײ נ ע ם א ו ן ז אָ ל ט ז י ך ק ײ נ מ אָ ל נ י ט צ ע ש ײ ד ן …“ ― ― ―

― ― ― ― ― ― ― ― ― ― ― ― ― ― ― ― ― ―

― ― ― ― ― ― ― ― ― ― ― ― ― ― ― ― ― ―

װאָס דאָס האָט געמײנט ― באַדאַרף איך אײַך נישט דערקלערן. ס'איז מלחמה־צײַט, און אין מלחמה־צײַט איז אַלצדינג מעגלעך. נאָר איך װיל עס ניט ברענגען פֿאַרן מױל און נישט אַפֿילו אַף די געדאַנקען װאָרעם אױב דאָס איז חלילה אמת, פֿרעגט זיך, צו װאָס איז מײַן נסיעה קײן אַמעריקע? און צו װאָס לעב איך? און פֿאַרװאָס זאָל איך מיך ניט אַראָפּלאָזן, אַזױ װי איך זיץ דאָ מיט אײַך און רײד, אין װאַסער אַרײַן? נישט מער, בלאָטע ― איך װעל עס ניט טאָן. פֿאַר װאָס? װאָרעם איך הײס יאַנקל יונעװער… ― ― ― ― ― ― ― ― ― ― ― ― ― ― ― ― ― ― ― ― ― ― ― ― ― ― ― ― ― ―

זעט נאָר, װי דער עולם האָט זיך דאָס אַביסל אַ שפּאַר געגעבן אַפֿן דעק, און אַלע קוקן זײ אַהין אין אײן פּינטל אַרײַן! ניט שױן־זשע זײַנען מיר נאָענט צו אַמעריקע? געלױבט ביסטו גאָט! אױב אַזױ, גיט מיר אײַער האַנט, רב שלום־עליכם, זײַט געזונט און זאָגט מיר צו, אַז איר װעט פֿאַרגעסן אַלצדינג, װאָס איר האָט דאָ געהערט פֿון מיר, פֿאַרגעסן אַף אײביק. איך האָב מיך אָנגעהערט, הערט איר, אַזױ פֿיל צרות פֿון די ייִדן, װאָס פֿאָרן מיט מיר אין דריטן קלאַס, אַז איך האָב אַרױסגעזען, איר פֿאַרשטײט צי נײן, אַז איך בין ניט קײן בן יחיד באַם רבונו־של־עולם, אָדער, װי זאָגט איר, ניט אײן זכר אין מאָסקװע. זײַט־זשע געזונט און בלײַבט געזונט און האָט קײן פֿאַריבל ניט!

געשריבן אין יאָר 1915