מעשׂיות און פֿאַנטאַזיעס: די רױטע ייִדלעך

שלום עליכם (אַלע װערק)

(אַן אױסגעטראַכטע זאַך).

ערשטער טײל

דאָס ערשטע קאַפּיטל

(די רױטע ייִדלעך, זײער יִחוס, זײערע גענג און זײערע תּנועות, זײער לעבן, זײערע פּרנסות, זײער אַרױסגײן שבת „אַפֿן שפּאַציר", זײער אױסזען און זײערע מאכלים).

גאַנץ װײַט פֿון אונדזערע מקומות, דאָרטן ערגעץ אונטער די הרי חושך, אַזש אַף יענער זײַט סמבטיון, געפֿינט זיך אַ פֿאָלק, װאָס מע רופֿט דאָס ד י ר ו י ט ע ייִ ד ל ע ך.

מחמת די רױטע ייִדלעך ליגן אַזױ װײַט פֿאַרװאָרפֿן, זײ זײַנען אָפּגעריסן פֿון דער װעלט און קערן זיך כּמעט מיט קײנעם נישט אָן, לכן זײַנען זײ שטאַרק פֿאַרגרעבט געװאָרן, און אין פֿיל זאַכן זײַנען זײ פּשוט װילד. איבערהױפּט זײַנען זײ װײַט פֿון ייִדישקײט, פֿון דער ייִדישער היסטאָריע און פֿון דער ייִדישער שפּראַך, אַזױ װײַט, אַז זעלטן־זעלטן װער עס פֿאַרשטײט באַ זײ אַ לשון־קודש־װאָרט, חוץ די װערטער „גמילות חסד“, „מעות מזומנים“, „ברוכים היושבֿים קומט עסן“, „לחײם לשלום“, „ברוך הבא רב קרובֿ“, „אַ מיתה משונה“, אַ מכּה בחבֿרותא“, „משוגע צי חסר דעה“, „כּלבֿ שבכלבֿים“, „שוטה בן פּיקהאָלץ“, „אַדרבה“, „ממה נפֿשך“, „מהיכא־תּיתי“, „אַװדאי“, „בקיצור“, וכדומה אַזעלכע װערטער לרובֿ, װאָס האָבן זיך באַזעצט אין זײער װאָכעדיקער שפּראַך, װאָס מע רופֿט זי דאָרט מיט אַ משונה מאָדנעם נאָמען „זשאַרגאָן“.

פֿונדעסטװעגן, רעדט מיט זײ, זײַנען זײ די גרעסטע חכמים אין דער װעלט. אַלצדינג װײסן זײ, יעדע זאַך פֿאַרשטײען זײ, איטלעכן האָבן זײ ליב אױסלאַכן, אָפּשפּעטן, פֿון אַלעמען חוזק מאַכן. אַ סך פֿון זײ האַלטן זיך פֿאַר גאָר שאַרפֿע מבֿינים, פֿאַר גרױסע חקרנים, קריטיקער און גריבלער און האָבן אין זיך נײַן מאָס רײד, און צו די אַלע שײנע מעלות זײַנען זײ נאָך מוראדיקע עקשנים, זאָל גאָט שומר ומציל זײַן! מיט זײ האָבן אַ ױכוח באַדאַרף מען זיך גוט אונטערגאַרטלען, און זײ איבערשפּאַרן איז אוממעגלעך אין דער װעלט. הײַנט דאָס גרױסקײט זײערס, דאָס בלאָזן פֿון זיך איז גאָר נישט צו באַשרײַבן. איטלעכער האַלט זיך פֿאַרן גרעסטן און פֿאַרן שענסטן, און יענעם ― פֿאַרן קלענסטן שבקלענסטן. אַז עס קומט באַ זײ אַ שדוך טאָן מיט אַ קינד, איז אַ רײנער אומגליק: מע קאָן זיך נישט צוקלײַבן, עס זאָל זײַן צום האַרצן, מע קאָן זיך נישט אױסגלײַכן מיטן יִחוס. דערפֿאַר טאַקע זײַנען זײ זיך דאָס רובֿ משדך פֿון פֿרעמדע שטעט, איטלעכער זוכט זיך זײַן גלײַכן אין דער פֿרעמד; יענער מעג זײַן אַ בעדער, אַבי נישט פֿון הי. פֿאַר שדכנים איז דאָס דװקא נישט קײן שלעכט געשעפֿט; זײ פֿאַרנעמען זיך גאַנץ געשמאַק מיט דעם מסחר פֿון לעבעדיקער סחורה, װעלכער גײט דאָרטן קײן עין־הרע זײער נישקשהדיק, און ייִדן האָבן דערפֿון פּרנסה בכּבֿוד…

דאָס לעבן פֿון די רױטע ייִדלעך איז אַפֿילו נישט אַזױ זיס און פֿרײלעך, װי עס װײַזט אױס אַפֿן ערשטן קוק. פֿאַראַן צװישן זײ געצײלטע נגידים, װאָס איטלעכער פֿון זײ האָט זיך זײַן פּריץ, דאָס הײסט, איטלעכער פּריץ האָט זיך זײַן ייִדל, װאָס ציט פֿון אים די חיונה. די נגידים פֿאַרנעמען זיך דאָס רובֿ מיט האַנדלען, דאָס הײסט, זײ דרײען די גרעסטע געשעפֿטן פֿון דער װעלט. זײ דרײען און דרײען אַזױ לאַנג, ביז זײ פֿאַרדרײען גאַנץ אָפֿט אי זיך, אי יענעם, און שטאַרבן נישט אַװעק ביז זײ זעצן נישט אָן כאָטש אײן מאָל אַף זײער לעבן. אַז זײ באַקומען געלט, קנאַקן זײ און טראַסקען, ביז עס קומט צום שטאַרבן, באַהאַלט מען זײ אין פֿרעמדע תּכריכים. די װאָס האָבן פֿײַנט „שװינדל“, גיבן זיך אָפּ מיט „גמילות־חסדים“, דאָס הײסט, זײ פֿאַרלײַען אײנס דאָס אַנדערע געלט און נעמען פּראָצענט „על־פּי־היתּר־עסקא“, כּתּקון מהר"ם ז"ל, נאָר מחמת די אָנזעצן, װאָס זײַנען דאָרטן זײער שכיח, איז טרעפֿט זיך זײער זעלטן, אַז אַ בעל־הלװאָה זאָל זיך זען צוריק מיט זײַן געלט; ער איז גערן, אַז ער נעמט כאָטש פּראָצענט; דאָס קרן איז געװיס פֿאַרפֿאַלן… בעסער פֿון זײ מאַכן די „װאָכערניקעס“: דאָס זײַנען יונגע לײַטלעך, אײדעמלעך, װאָס זיצן נאָך אַף קעסט, און אַזעלכע װאָס זײַנען שױן אַראָפּ פֿון קעסט. זײ דרײען זיך אַרום אין גאַס מיט שבתדיקע קאַפּאָטקעלעך אינדערװאָכן, שמעקן און נישטערן, װעמען מע מעג און װעמען מע טאָר נישט. דאָס זײַנען קלײנע פּיאַװקעלעך, װאָס אַז זײ נעמען זיך אָן, איז זײ שװער אָפּצורײַסן ביז זײ זײגן זיך אָן פֿולע בײַכלעך… נישט שלעכט לעבן זיך אָפּ דאָרטן די „כּלי קודש“: די רבנים, דײנים, שוחטים, חזנים, שמשים, שתּדלנים, שײנע ייִדן, װאָס גיבן זיך אָפּ מיט פּושקעס און מיט צדקה און מיט די איבעריקע קהלשע זאַכן. און יענע ייִדן, װאָס טױגן נישט צו קײן זאַך און האָבן נישט קײן אַנדערע פּרנסות, גיבן זיך אָפּ מיט לערערײַ, דאָס הײסט, זײ פֿאַרשטעלן זיך פֿאַר מלמדים, האָרעװען נעבעך מיטן ביטערן שװײס, זײ „קנעלן“ מיט זײערע תּלמידים, דאָס הײסט, זײ זיצן אין ענגע, פֿינצטערע, פֿאַרעיפּושטע חדרים און שרײַען פֿון פֿרי ביז נאַכט, שלאָגן, קאַטעװען, קאַליעטשען ייִדישע קינדער… אַ גרױסער טײל פֿון די רױטע ייִדלעך זײַנען אָרעמע בעלי מלאָכות, װאָס אַרבעטן זײער גאַנץ לעבן איבער אַ שטיקל טרוקן ברױט; און די איבעריקע האָבן נישט װאָס צו טאָן, שלאָגן זיך קאָפּ אין װאַנט, פֿאַרנעמען זיך כּלומרשט מיט מעקלערײַ, דרײען זיך אום מיטן שטעקל אין מאַרק און טראַכטן: „װוּ נעמט מען אַף שבת? “… נאָר קומט שבת, איז זײ נישט צו דערקענען: זײ טוען זיך אָן װי די שׂררות, און זײערע װײַבער און טעכטער צירן זיך אױס װי די פּריצות, אין זײַד און אין סאַמעט, מיט היטעלעך, הענטשקעלעך, זאָנטיקלעך, הענגען אָן אַף זיך דער רוח װײס װאָס ― און מע גײט „אַפֿן שפּאַציר“. דעמאָלט װערט די גאַס פֿאַרפֿלײצט מיט אַלערלײ פֿאַרביקע קלײדער און מיט רױטע־געלע־טונקל־גרינע־פּאָפּעליאַטע פֿעדערן. אַ קוק טאָן אַף די דאָזיקע מיתה־משונה־קאָלירנדיקע „דאַמען“ און „מאַמזעלן“ שבת באַטאָג אַפֿן שפּאַציר, קאָן מען אַ טעות האָבן און זיכער מײנען, אַז דאָס זײַנען לױטער גרעפֿישע קינדער, װאָס װײסן נישט פֿון קײן לאָקשנטעפּלעך, טשאָלנט־ברעטלעך, קאָלאָדאַטש־מעסערס, ריבאײַזנס און באַק־דײזשעס. איר װעט זיכער מײנען, אַז זײ האָבן קײן מאָל נישט געזען אַפֿילו, װי אַזױ מע רעשטשינעט חלה, מע שײלט קאַרטאָפֿלעס, מע זאַלצט פֿלײש און שטעלט אוגערקעס… װי אַ מאַסקאַראַדן־באַל זעט אױס דעמאָלט די גאַס שבת נאָכן קוגל, װי אַ צירק מיט איבערגעטאָנענע קאָמעדיאַנטן, װאָס אַלע װײסן גאַנץ גוט, אַז אָט ענדיקט זיך די שפּיל און די קאָמעדיאַנטן װעלן אָפּטשעפּען פֿון זיך די צאַצקעס מיט די גלעקלעך, אַראָפּװאַרפֿן פֿון זיך די יום־טובֿדיקע לײַב־קאָלירענע מלבושים און װעלן אַרײַנקריכן צוריק אין זײערע אַלטע, װאָכעדיקע, געלאַטעטע, פֿאַרשלומפּערטע קלײדלעך…

קײן פֿלײש עסן זײ כּמעט קײן מאָל נישט, ― נישט מחמת זײ זײַנען „װעגעטעריאַנער“, דאָס הײסט, אַזעלכע, װאָס עסן נישט קײן דבר מן החי. נײן! זײ עסן נישט קײן פֿלײש דערפֿאַר, װײַל מען האָט באַ זײ אַרױפֿגעװאָרפֿן אַ טאַקסע אַף אַלצדינג, װאָס ס'איז כּשר, איז דאָס נישט פֿאַר זײער בײַטל. פֿונדעסטװעגן זײַנען זײערע מאַכלים זײער פֿאַרשידן, מע קאָן פֿון זײ מאַכן אַ בוך. אָט האָט איר אַ צעטל פֿון זײערע פּאָטראַװעס: אַ קרופּניק, אַ װאָלכישער באָרשט, טײגלעך מיט פֿאַסאָליעס, אַ מאַהינע, אַ מאַמעליגע, אַ טײגעכץ, אַ קאַשע מיט האָניק, װאַרניטשקעס מיט שמאַלץ, פּאַמפּעשקעס מיט קנאָבל, קאָרזש מיט קעז, שקצים מיט מאָן, בערעטשקעס מיט פֿלױמען; און נאָך אַזעלכע מאכלים, װאָס מע פֿאַרשפּאָרט צו זײ פֿלײש. פֿון שבתדיקע מאכלים רעדט מען נישט; איר קאָנט פֿאַרשטײן, אַז קוגלען אַלײן איז באַ זײ פֿאַראַן אפֿשר מער װי אַ צענדליק: אַ לאָקשן־קוגל, אַ געבלעטערטער קוגל, אַ קוגל אַ געקנאָטענער, אַ קוגל פֿון רײַז, אַ קוגל מיט ראָזשינקעס, אַ קרעפּל־קוגל, אַ שטרודל־קוגל, אַ מאַנדל־קוגל, אַ קוגל מיט העלדזלעך, אַ קוגל מיט קישקע און נאָך מינים קוגלען. אױך צימעסן איז באַ זײ פֿאַראַן אַלערלײ: אַ פֿלױמען־צימעס, אַ מערן־צימעס, אַ פּאַסטערנאַק־צימעס, אַ צימעס פֿון באַרלעך, אַן עפּל־צימעס, אַ צימעס פֿון ראָזשינקעס, אַ צימעס פֿון שאַפּטאַלן, אַ צימעס פֿון געװירצן מיט לאָרבער־בלעטער… נאָר מער פֿון אַלץ האָבן זײ ליב מרור, ביטערע קרײַטעכצער, דהײַנו: פֿעפֿער זאָל זײַן אַ סך, גוטן האַרבן כרײן, רעטעך דװקא שװאַרצן, און ציבעלעס אין פֿאַרשײדענע אופֿנים: אַ ציבלקע מיט שמאַלץ, אַ ציבלקע מיט רעטעך, אַ ציבלקע מיט אײער, אַ ציבלקע מיט הערינג, אַ ציבלקע מיט לעבערלעך, אַ ציבלקע מיט גריװן, און גלאַט ציבעלעס… דערפֿאַר טאַקע האָבן זײ אַזאַ שײן פּנים. קרענקען צו גאַנץ אָפֿט, האָבן צו טאָן מיט די מאָגנס און האַלטן אין אײן קורירן זיך. אונדזערע דאָקטױרים זאָלן מיך װעלן פֿאָלגן, װאָלטן זײ זיך באַזעצט אַף י ע נ ע ר זײַט טײַך ס מ ב ט י ו ן. כלעבן, זײ װאָלטן דאָרט געהאַט פּרנסה מיטן פֿולן מױל ― אַ סך בעסער, דאַכט זיך, װי שטופּן זיך אַלע קײן יעהופּעץ און קײן כּתרילעװקע, זיצן אַלע אינאײנעם צונױפֿגעקװעטשט, שלאָגן זיך איבער אַ חולה, רײַסן זיך און בײַסן זיך, װי די קעץ…

ד אָ ס צ װ ײ ט ע ק אַ פּ י ט ל

(די הױפּטשטאָט פֿון די רױטע ייִדלעך, זײער לשון זײער רײדן פֿאַרשטעלט, זײערע גוזמות, זײערע קולות און זײערע שבֿועות, זײערע נעמען און זײער ליטעראַטור).

די רױטע ייִדלעך זײַנען, אײגנטלעך, צעװאָרפֿן אין אַ סך שטעט און שטעטלעך, נאָר די הױפּטשטאָט זײערע רעכנט זיך ד י ר ו י ט ע ש ט אָ ט. פֿאַר װאָס עפּעס רופֿט מען זי „די רױטע שטאָט“? װײס איך נישט. אדרבה, מיר דאַכט זיך, אַז װעדליק די בלאָטעס, װאָס שטײען דאָרטן אַ גאַנץ קײַלעכיק יאָר און טריקענען אױס ערשט אַרום תּמוז, װאָלט זי גיכער געמעגט הײסן „די שװאַרצע שטאָט“. נאָר די רױטע ייִדלעך האָבן אַ טבֿע רײדן פֿאַרשטעלט, בלשון „סגי־נהור“, אָנרופֿן איטלעכע זאַך קאַפּױר. אַף יעדן אײנציקן האָבן זײ אײַך אַ צונעמעניש, אַזױ אַז פֿונעם צונעמעניש באַדאַרפֿט איך לערנען פּונקט דעם היפּך, למשל: אַז איר װעט דאָרט באַגעגענען אַ מענטשן, װאָס מע רופֿט אים דער „חכם“, מעגט איר שױן זיכער זײַן, אַז ער איז טפּש, כאָטש בראָק אים אין קרױט אַרײַן; אַ „װאָרטסמאַן“ איז מסתּמא אַ ליגנער, אַ „בעל־תּשובֿה“ איז אַ טריפֿניאק, אַ „סטאַטיק“ איז אַ שײגעץ, אַ „פֿילאָזאָף“ איז אַן עם־האָרץ, אַ „בטוח“ איז אַן אָנזעצער, אַ „בעל־לשון“ איז אַ זאַיִקע נעבעך, אַ „נשׂרף“ איז אַ צינדער, װאָס ברענט אַלע חודש װי אַ שטרױענער דאַך, און אַזױ װײַטער. הײַנט האָבן זײ ליב מגזם צו זײַן יעדע זאַך צען מאָל אַזױ פֿיל, צום בײַשפּיל: אַז זײ װילן זאָגן אַף עמעצן, אַז ער איז אַ גוטער מענטש, פֿאַרגלאָצן זײ די אױגן און זאָגן: „אַ מזג־טובֿ! אַ דימענט, אַ בריליאַנט! אַ מענטש אָן אַ גאַל! זאַ־מע־טשאַטעלנע! ''… און פֿאַרקערט, אַף נישט אַזאַ גוטן זאָגן זײ: „אַ רשע מרושע! אַ המן! אַ רוצח, ימח שמו וזכרו!“… אַ שײן מײדל איז באַ זײ: „אַ זעלטענע יפֿת־תּואר! ס'איז נישט אין פּנים איר אַרײַנצוקוקן! טשטאָ ניבוד אַסאָבענע!“… און חלילה נישט אַזאַ שײנע איז: „פֿע, אַ בײזע מיאוסקײט, אַ װיסטע חלשות אַף צו שטאַרבן!“… אַ נגיד איז באַ זײ: „פּס! איר שפּילט זיך מיט אים? אָנגעשטאָפּט! חוץ זײַן שאָדן אַף מיר געזאָגט געװאָרן כאָטש אַ טױזנט חלק!“… און אַ געמײנער מאַן ― איז „אַ קבצן, אַ דלפֿון, אַ כּתריאל, אַן עני ואביון, װאָס שטאַרבט זיבן און זיבעציק מאָל אין טאָג פֿאַר הונגער, אַ חוץ װעטשערע! ''… נאָר דער גאַנצער אַנטיק איז, װאָס זײ פֿאַרשטײען זיך אײנס דאָס אַנדערע אַפֿן װוּנק, פֿון אײן װאָרט שטױסן זײ זיך אָן אַף די איבעריקע צען, זײ באַדאַרפֿן צװישן זיך לאַנג נישט רײדן. אַן אונדזעריקער, אַז ער שטײט באַ דער זײַט, בשעת צװײ רױטע ייִדלעך רײדן צװישן זיך, פֿאַרשטײט ער נישט מאַי דקאַמרי רביצין.

***

הײַנט זײער שילטן זיך ― די תּוכחה איז אַ קאָמפּלימענט, אַ ס'קאָצל־קומט קעגן זײערע קללות: „אַ שטעכעניש, אַ ברעכעניש, אַ בײַסעניש, אַ רײַסעניש, אַ דרײעניש, אַ פֿאַרדרײעניש, אַ דאַרעניש, אַ קװאַרעניש, אַ טריקעניש, אַ פֿאַרטריקעניש, אַן אײַנטריקעניש, אַן אײַנשרומפּעניש…", און דאָס שװערן זיך באַ זײ איז ניט װי געװײנלעך. איר קאָנט דאָרט הערן אַזעלכע שבֿועות, װאָס איר האָט אַף אײַער לעבן נישט געהערט, צום בײַשפּיל: „אױב איך זאָג אײַך אַ ליגן אַף אָט אַזױ פֿיל, זאָל אַף מיר קומען אַן אױסכאַפּעניש, עס זאָל מיך פֿירן און פֿירן, אַרױספֿירן און אַרײַנפֿירן, ביז ס'זאָל מיך פֿאַרפֿירן, עס זאָל פֿון מיר װערן אַ באַרג, אַ שטײן, אַ בײן, אַ בעזעם, אַ שײַט־האָלץ, אַ פּיפּערנאָטער, אַ לדור־ודור!“… ס'איז כּדאַי, כלעבן, אַז אונדזערע געלערנטע, װאָס גיבן זיך אָפּ מיט שפּראַך, זאָלן זיך פֿאַרנעמען אױך מיטן לשון פֿון די רױטע ייִדלעך. נישקשה, װעדליק אונדזערע חקרנים האָבן זיך ביז אַהער אױסגעפֿײַנט מיט זײער בריהשאַפֿט, מעג זײ אָנשטײן; עלי ועל צואַרי ― עס װעט זײ חלילה גאָר נישט שאַדטן…

אױך די נעמען זײערע זײַנען משונה מאָדנע, אומגעלומפּערטע נעמען. מחמת די רױטע ייִדלעך, די אױפֿגעקלערטע, האָבן ליב נאָכטאַנצן די פֿרעמדע פֿעלקער, זײ געפֿעלט אַלצדינג װאָס באַ יענעם, לכן האָבן זײ איבערגעמאַכט אױך די נעמען זײערע: פֿון אַבֿרהם אַף „איב־

ראַהים“, פֿון בערל „בענעדיקטוס“, פֿון יוסל ― „יוליוס“, פֿון פּײטל ― „פּעטראָניוס“; און נאָכדעם איז שױן במילא אױסגעקומען פֿון משה ― „אַחרימאָן“, פֿון מענדל ― „טריפֿאָן“, פֿון חײם ― „עפּי־פֿאַנוס“, פֿון הערשל ― „חרבונאַ“ און פֿון װעלװל ― „ױזתא“… איר קאָנט אָנטרעפֿן צװישן זײערע אַריסטאָקראַטן אַזעלכע נעמען, װי „כאַפּלאַפּוס“, „פּאַרכענטי“, „סמאַרקאַנדוס“ ― אַבי נישט קײן ייִדישער נאָמען, איז שױן גוט… אױך די װײַבער זײערע, די הײַנטװעלטיקע געװײנלעך, מאַכן זיך איבער זײערע נעמען פֿון חנא אַף אַגריפּינאַ, פֿון דבֿורה אַף גלאַפֿיראַ, פֿון רבֿקה אַף קלעאָפּאַטראַ, פֿון שׂרה אַף פֿראַנציסקאַ, פֿון לאה אַף איזאַבעלאַ, פֿון יענטל ― דולצינאַ, פֿון אסתּר ― פּוטיפֿרע, און אַזױ װײַטער. דאָס נאָכמאַכן יענעם, הן אין די נעמען, הן אין די מלבושים והן אין די מנהגים, איז באַ די רױטע ייִדלעך אַזױ שטאַרק אַרײַן אין דער מאָדע, אַז לאָז אַ פֿרעמדער, צום בײַשפּיל, זיך פּרוּװן אָפּשנײַדן די נאָז, אַזױ נעמען די רױטע ייִדלעך און שנײַדן אַ רענדל אַ נאָז!…

אַ פּאָר װערטער בין איך מחױבֿ צו זאָגן װעגן דער „ליטעראַטור“, װאָס באַ די רױטע ייִדלעך, װעגן זײערע שרײַבער, זײערע „מחברים“, זײערע ספֿרים, זײערע ביכער און זײערע גאַזעטן.

בלעטער, גאַזעטן זײַנען דאָרטן פֿאַראַן לרובֿ און פֿאַרנעמען פֿאַרנעמען זײ זיך, צום מײנסטן, מיט פּאָלעמיקעס, אָדער, װי זײ רופֿן דאָס, מיט „קריטיק“. אײן בלאַט קריטיקירט דאָס צװײטע. אײן מחבר פּאָלעמיזירט מיטן אַנדערן. זײער קריטיק איז זײער װיכטיק. זי באַשטײט פֿון דעם, װאָס אײן בלאַט קוקט אַרױס װאָס דאָס אַנדערע בלאַט װעט זאָגן, בכדי עס זאָל קאָנען זאָגן נאָכדעם פּונקט קאַפּױר. למשל, פֿאַראַן צװײ בלעטלעך: אײנס הײסט „די רױז“, דאָס אַנדערע הײסט „דער דאָרן“. אַף װיפֿל די „רױז“ איז קאָנסערװאַטיװ, אַף אַזױ פֿיל איז „דער דאָרן“ ראַדיקאַל. אַז „די רױז“ שרײַבט װעגן נעכטיקן טאָג, אַז עס איז געװען שײן און װאַרעם, ליכטיק און פֿרײלעך, די זון האָט געשײַנט און די פֿײגעלעך האָבן געסװיטשערט, שרײַבט „דער דאָרן“ פּונקט דעם היפּך: עס איז נעכטן געװען דער אַבשײַליכסטער טאָג זינט די װעלט שטײט. קאַלט און פֿינצטער, נאַס און שמוציק, גליטשיק און וחלקלקות… אַלע זונטיק גײט אַרױס די קאָנסערװאַטיװע „רױז“ מיט אַ באַשרײַבונג פֿונעם נגידס שבתדיקן קוגל, װאָס איז געװען אַ זעלטענער דערפֿאָלג, צעגיסט זיך װי אַ סאָלאָװײ, און זינגט אַ לידל: מה יפֿית ומה נעמתּ אַהבֿה בתּענוגים! „דער דאָרן“, װעלכער װײס פֿון דעם פֿריִער, גײט אַרױס מיט אַ לײט־אַרטיקל װעגן קוגלען בכלל און נגידישע קוגלען בפֿרט, און צעלאָזט זיך מיט אַ פֿײַער, אַז ס'איז שױן צײַט, מע זאָל אױסראָטן דעם דאָזיקן אַבשײַלעכן מאַכל, װאָס גױיִם האָבן מיט אים צו טאָן: „קו־געל!… שבת… װײ איז מיר!“… דאָס איז די „קריטיק“. די פּאָלעמיק, װאָס זײ פֿירן צװישן זיך, איז חלילה נישט אָנצורירן יענעמס כּבֿוד, אָן פּערזענלעכקײטן. צום בײַשפּיל:

„די רױז“ שרײַבט באַ זיך אין בלאַט:

„נעכטן איז „דער דאָרן“ אַרױס מיט אַן אַרטיקל קעגן אונדז מיט שמוץ און מיט מיסט, װי זײַן שטײגער איז. מיר װעלן אים דערױף נישט ענטפֿערן קײן װאָרט. מיר װעלן אים נאָר פֿרעגן: „דו שמוציקער, נידערטרעכטיקער, אָרעמער, נאַקעטער דאָרן! ביז װי לאַנג נאָך װעסטו געװעלטיקן?“… דערױף ענטפֿערט איר „דער דאָרן“: „שױן לאַנג, אַז די נידעריקע, מה־יפֿיתניצע, היפּאָקריטישע פֿאַרקױפֿטע נשמה, װאָס רופֿט זיך „רױז“, איז נישט אַרױס מיט אַזאַ עזות, חוצפּה און פֿרעכהײט קעגן אונדז. מיר איגנאָרירן זי און זאָגן נאָר צװײ װערטער: „חצופֿה, באַהאַלט דײַנע בלעטלעך און װער אַנשטומט אַף אײביק!“…

ליטעראַטן בכלל קאָנען זיך נישט אױסגלײַכן מיט זײערע דעות, ובפֿרט נאָך באַ די רױטע ייִדלעך, װאָס קאָנען זיך קײנמאָל בשום אופֿן ואופֿן נישט אױסגלײַכן, דערפֿאַר שרײַבט דאָרט אײנער אַפֿן אַנדערן אַ „קריטיקע“; אַלצדינג, װאָס אײנער זאָגט, קומט דער אַנדערער און זאָגט פּונקט קאַפּױר! נאָכדעם קומט יענער און „קריטיקירט“ אים צוריק, מאַכט אים אָפֿטמאָל מיט דער בלאָטע; קומט דער און רעכנט אױס אָפֿטמאָל אַ מלחמה צװישן די שרײַבערס, זאָל גאָט שומר ומציל זײַן ― עס גיסן זיך טײַכן טינט! ד אָ ס ד ר י ט ע ק אַ פּ י ט ל

(די בלאָטע פֿון דער טרוקענער גאַס, איר געשיכטע, אירע מױערן.― דער חוש־הריח

באַ די רױטע ייִדלעך און די ראָמאַנען פֿון זײערע בחורים מיט מײדלעך).

די גאַסן פֿון דעך רױטער שטאָט באַ די רױטע ייִדלעך זײַנען צום מײנסטן בלאָטיקע, קױטיקע, פֿאַרברודיקטע גאַסן. די בלאָטעס זײַנען דאָרטן אַזױ גרױס, אַז אַמאָל, שױן לאַנג, ― אַזױ דערצײלן „אַלטע בעלי־בתּים“, און מע מוז זײ גלױבן אַף נאמנות ― איז דאָרטן אין מיטן מאַרק דערטרונקען געװאָרן אום ערבֿ־פּסח אַ װאָגן מיט מצות מיטן פֿערדל און מיטן בעל־עגלה אינאײנעם. ערשט העט־שפּעטער, אַרום נאָך שבֿועות, אַז די בלאָטע איז אַביסל אױסגעטריקנט געװאָרן, האָט מען זײ געפֿונען אַלע דרײַ, דאָס הײסט, דעם װאָגן מיט מצות, דאָס פֿערדל מיטן בעל־עגלה. נאָר װעדליק די רױטע ייִדלעך האָבן ליב אַ ביסל צו פֿיל מגזם זײַן, מײן איך, אַז… ס'איז אַ ליגן. בקיצור, מיר קערן זיך אום צוריק צו די גאַסן פֿון דער רױטער שטאָט.

אײן גאַס איז דאָרט פֿאַראַן אַזעלכע, װאָס מע רופֿט זי „די טרוקענע“. זי איז דער שפּיגל, דער בולװאַר פֿון דער שטאָט. פֿאַר װאָס עפּעס רופֿט מען די דאָזיקע גאַס „די טרוקענע“, אַז אַלע װײסן, אַז בשעת בלאָטע איז דאָרט די אײגענע בלאָטע, װאָס אומעטום? איך האָב געזוכט אין אַלטע ביכער, גערעדט מיט מענטשן, געטראַכט, צי שטעקט נישט דרינען עפּעס אַ המצאהלע פֿון די רױטע ייִדלעך, און איך בין געװאָר געװאָרן אַזאַ מעשׂה. אַמאָל, פֿאַרצײַטנס נאָך, איז אַרױס אַן אוקאַז, מען זאָל די דאָזיקע גאַס אױספֿלאַסטערן מיט שטײנער. געװײנטלעך, איז געװען „טאָרגעס“; פּאָדריאַטשיעקס האָבן זיך געשניטן אײנס דאָס אַנדערע אַף װאָס די װעלט שטײט, נאָכדעם האָט מען ''געשלאָגן בלאַט“, געמאַכט יד־אַחת, גענומען „לא־יחרץ־געלט“… װאָס איז געװען נאָכדעם ― װײס איך נישט. „אַלטע בעלי־בתּים“ זאָגן, אַז אַמאָל איז דאָס געװען נישט קײן גאַס, נאָר אַ צאַצקעלע. „גלאַט ― זאָגן זײ ― איז זי געװען, װי אַ לאָקשנברעט, טרוקן װי פֿעפֿער, רײן װי אַ טעלערל, כאָטש נעם שפּיגל זיך! ''… אַזױ דערצײלן „אַלטע בעלי־בתּים“. נאָר איך מיט מײַן שׂכל קאָן דאָס נישט פֿאַרשטײן. איך פֿרעג נאָר אײן קשיה: זאָל זײַן, אַז דאָס איז אַמאָל געװען געפֿלאַסטערט מיט שטײנער, װי אַזױ, פֿרעג איך אײַך, װאָלט זיך נישט פֿאַרװאַלגערט אין דער בלאָטע כאָטש אײן שטײנדעלע, װי מע זאָגט, אַף אַ רפֿואה? װאָס־זשע דען? מוזן מיר דאָך לערנען דעם פּשט, אַז די „טרוקענע“ איז זינט זי איז אַ גאַס קײנמאָל נישט געװען געפֿלאַסטערט מיט קײן שטײנער. אַי, װאָס טוט מען מיט די „אַלטע בעלי־בתּים“? איז משמעות, אַ פּנים, אַז די גאַנצע מעשׂה מיטן אוקאַז, מיט די טאָרגעס, מיט די פּאָדריאַטשיקעס, מיטן „לא־יחרץ־געלט“ איז שקר וכּזבֿ?… בקיצור, װאָס נוצט אונדז פּלפּול, פֿילאָזאָפֿיע? אַז מע רופֿט זי אַזױ, לאָז זײַן אַזױ. איך בעט אײַך, װער איז דאָס טאַקע מחױבֿ זיך שטעלן קריגן מיט אַ גאַנצער שטאָט מענטשן און גײן איבערשפּאַרן אַזעלכע עקשנים, װי די רױטע ייִדלעך?

על־כּל־פּנים איז זי, די „טרוקענע“ הײסט דאָס, די שענסטע גאַס פֿון דער רױטער שטאָט. דאָרט זיצן די רײַכסטע נגידים, די פֿײַנסטע בעלי־בתּים און די שענסטע פֿון די רױטע ייִדלעך. דאָרט, אַף דער גאַס, געפֿינט איר שױן מױערן צװײ גאָרנדיקע, מיט בלעך געדעקט, מיט שײנע געשניצטע גאַנקעס און מיט באַלקאָנעס און מיט רױטע, געלע, גרינע לאָדן. נאָר די אַרכיטעקטור פֿון די הײַזער איז אַ משונה־מאָדנע אַרכיטעקטור. די מױערן דאָרטן זײַנען, װי אַף־צו־להכעיס ― דער אַרײַן, דער אַרױס, אײנער אַ הױכער, אײנער אַ קורצער, און אַלע שטאַרק צע־נױפֿגעקװעטשט, גלײַך װי זײ װאָלטן װעלן אָפּשטופּן אײנס דאָס אַנדערע, אַרױסבאַװײַזן זיך אַף צו פֿריִער, װי אײנער רעדט: „שאַ, לאָז מיך!“… די פֿענצטער מיט די באַלקאָנעס קוקן אַלע גלײַך אין דער בלאָטע אַרײַן, נאָר עס מאַכט נישט אױס; עס האָט באַ זײ דװקא דעם זיבעטן חן. אַי, דער ריח? דער ריח איז זיך אַ ריח, װאָס זאָל מען טאָן? די רױטע ייִדלעך זײַנען נישט חלילה פֿון די געבאַלעװעטע, װאָס גײען אױס נאָך לופֿט; „װאָזדוך־שמאָזדוך“, זאָגן זײ… דער חוש הריח באַ זײ איז במילא שטאַרק געשלאָגן, און מחמת די נעזער זײַנען דאָס רובֿ באַ זײ, נישט פֿאַר אײַך געדאַכט, שטענדיק פֿאַרלײגט, איז זײ שװער אױסצורײדן די צװײ אותיות: אַ מ"ם און אַ נו"ן. די מ"ם פֿאַרבײַט זיך באַ זײ אָפֿט אַף אַ בי"ת און די נו"ן אַף אַ דל"ת. אַזױ אַז נחמיה קומט באַ זײ אױס דחביה, נחמה ― דחבה און אַ נאָדל־פֿאָדעם קומט באַ זײ אױס ― דאָדל־פֿאָדעב. צום בײַשפּיל, אָט האָט איר אַ געשפּרעך צװישן מאַן און װײַב:

― דחבה! איך האָב דיך װיפֿל באָל געבעטן, זאָלסט דעבעט אַ דאָדל־פֿאָדעב אוד פֿאַרדײעד ביר די קעשעדע. *

― דחביה! װאָס דולסטו ביר אַ בוח? איך האָב טאַקע בער דיט װאָס צו טוד? לאָז זײַד דאָכדעב, איך װעל אױסבעלקעד די בהבה אוד צו־שטעלעד דעב װאַרעבעס, װעל איך דעבעד אַ דאָדל ביט אַ פֿאָדעב אוד װעל דיר פֿאַרדײעד די קעשעדע. **

אַ גאַנצע װאָך איז אַף דער גאַס שטיל, מחיה נפֿשות. זומער־לעבן זײַנען די פֿענצטער צוגעמאַכט, עס זאָל זיך נישט אַרײַנכאַפּן קײן פֿליגן, און די לאָדן זײַנען צוגעשפּאַרט, עס זאָל נישט אַרײַנשײַנען, חלילה, אַ שטראַל פֿון דער זון… מע באַהאַלט זיך אינעװײניק אין די הײַזער. מאַרק־מענטשן זײַנען אַ גאַנצן טאָג אין קלײט און קוקן אַרױס אַף אַ קונה. מע זעט נישט אַף דער „טרוקענער“ קײן לעבעדיקן נפֿש. נאָר קומט שבת באַטאָג נאָכן קוגל, איז די גאַס נישט צו דערקענען. עס דרײען זיך אַרום אַף דעם דאָזיקן בולװאַר רױטע בחורים און מײדלעך, נאָר נישט װי באַ אונדז, אױסגעמישט קאַשע מיט באָרשט, זכרים מיט נקבֿות, אַלע אינאײנעם; פֿע! דאָרט, באַ די רױטע ייִדלעך, גײט עס נישט. דאָרט שפּאַצירן די בחורים באַזונדער און די מײדלעך באַזונדער, אײנס אַקעגן אַנדערן, פּונקט אַזױ װי מע טאַנצט „אַ שער“. און אַז מע באַגעגנט זיך, „װאַרפֿט מען מיט אױגן“, מע טוט זיך, כּלומרשט אומגערן, פֿאַרבײַגײענדיק, אַ שמיר מיט דער קאַפּאָטע, אַ רײַב מיטן עלנבױגן, מע װערט דערבײַ רױטלעך אָפֿן פּנים און מע כיכיקעט שטילערהײט.

אָט אַזױ װערן דאָרט אָפֿטמאָל געשלאָסן שטילע ראָמאַנען, װאָס הײבן זיך אָן מיט אַ קוק אַ שטאַרקן, אַ שמיר מיט דער קאַפּאָטע, אַ רײַב מיטן עלנבױגן, אַ מאָל אױך מיט אַ זיפֿץ אַ טיפֿן, און לאָזן זיך

―――――

* נחמה! איך האָב דיך װיפֿל מאָל געבעטן, זאָלסט נעמען אַ נאָדל־פֿאָדעם און פֿאַרנײען מיר די קעשענע. ― ** נחמיה: װאָס דולסטו מיר אַ מוח? איך האָב טאַקע מער נישט װאָס צו טאָן? לאָז זײַן נאָכדעם, װעל איך נעמען אַ נאָדל מיט אַ פֿאָ־דעם און װעל דיר פֿאַרנײען די קעשענע. אױס, נישט װי באַ אונדז אין יעהופּעץ אָדער אין כּתרילעװקע ― נײן! זײ לאָזן זיך אױס מײנסטן טײל מיט… גאָרנישט.

ד אָ ס פֿ ע ר ט ע ק אַ פּ י ט ל

(דאָס ערשטע באַגעגעניש פֿון די רױטע ייִדלעך מיט אײנעם פֿון אונדזעריקע, די גוטע בשׂורה װאָס ער האָט זײ אָנגעזאָגט, און װי אַזױ מע האָט אים אױפֿגעהױבן אַף אַ „הוראַ'!)

אײנמאָל אין אַ שבת פֿון די הײסע זומערדיקע שבתים, בשעת די רױטע בחורים און מײדלעך האָבן געשפּאַצירט פּאָרלעכװײַז איבער דער „טרוקענער“, האָט זיך פֿאַרלאָפֿן אַ מעשׂה, װאָס האָט אָנגעמאַכט אַ קאָכעניש, אַ גערודער, אַ טומל צװישן די רױטע ייִדלעך, פֿריִער אַף דער „טרוקענער“ און נאָכדעם אין דער גאַנצער שטאָט. װאָס איז די מעשׂה? מע האָט דערזען אַ מענטשן, עפּעס אַ משונה מאָדנע פּאַרשױן, נאָר נישט קײן רױטן… מע האָט אַזעלכעס דאָרטן נאָך קײן מאָל נישט געזען. מע האָט זיך גאָרנישט געקאָנט פֿאָרשטעלן אַפֿילו, אַז עס קאָן געמאָלט זײַן, אַז אַ ייִד זאָל האָבן נישט קײן רױטע האָר ― אַ פֿאַרזעעניש! אַלע האָבן זיך אָפּגעשטעלט באַטראַכטן גאָטס װוּנדער, מע האָט געטײַט מיט די פֿינגער, געקוקט אײנס אַף דאָס אַנדערע און געפֿרעגט אײנער דעם אַנדערן:

― װער איז דאָס? װאָס א י ז דאָס? פֿון װאַנען א י ז דאָס? און װאָס טוט עס דאָ? אַ „פֿאַרזעעניש“, כי־כי־כי…

דאָס „פֿאַרזעעניש“ איז געװען דוקא אַ שײנער מאַן, שױן אין די יאָרן, מיט אַ הױכן ברײטן שטערן, מיט לאַנגע האָר און מיט אַ לאַנג בערדל, מיט אַ קלאָר ליכטיק שמײכלענדיק פּנים און מיט גוטע, תּמיד שמײכלענדיקע אױגן. עס װײַזט אױס, אַז ער האָט גאָרנישט באַמערקט, װי עס קאָכט מיט אים די גאַס; ער איז זיך געגאַנגען, װי אַ שטאָט־בעל־הבית, די הענט פֿאַרלײגט אַרונטער, דעם קאָפּ פֿאַרריסן אַרױף, באַטראַכט די „טרוקענע“ מיט אירע געפֿאַרבטע מױערן און געזונגען זיך שטילערהײט אונטער דער נאָז אַ לידל, גלײַך װי נישט אים מײנט מען. און די גאַס האָט אַלע מאָל, װאָס װײַטער אַלץ שטאַרקער, געקאָכט און געזשומעט.

― זשזשזשזשזשזש.. הו־האַ!… װער אַ י ז דאָס? װאָס אַ י ז דאָס? פֿון װאַנען אַ י ז דאָס? און װאָס טוט עס דאָ?… אַ מאָדנער נפֿש, כי־כי־כי…

בקיצור, עס איז געבליבן, אַז מע זאָל צוגײן צום דאָזיקן נפֿש און באַ אים אַלײן געװאָר װערן, װ ע ר ער איז, װ אָ ס ער איז, און פֿון װ אַ נ ע ן ער איז און װאָס ער טוט דאָ? נאָר אַזױ װי קײנער האָט נישט געװאָלט זײַן דער ערשטער, האָט אײנער געשיקט דעם אַנדערן, איטלעכער איז אַ בעלן געװען אַף יענעם.

― גײ מאַך מיט אים אַ שמועס…

― װאָס עפּעס א י ך? גײ ד ו…

― פֿאָלג מיך, טו אים נאָר אַ פֿרעג…

― פֿרעג ד ו , װאָס עפּעס איך?

― נײן, דו גײ נאָר צו, און רײדן װעל א י ך…

― אַמער גײ ד ו צו, און א י ך װעל שױן נאָכדעם רײדן…

חבֿרה איז געשטאַנען און האָט זיך אַזױ אװעקגעדונגען אַ היפּשע צײַט, ביז מע האָט דעם פֿרעמדן פּאַרשױן אַרומגערינגלט פֿון אַלע זײַטן. ער האָט דערזען, אַז װײַטער לאָזט מען אים ניט גײן, און צוריק אױך נישט, האָט ער זיך אָפּגעשטעלט און אָנגערופֿן צום גאַנצן עולם אַף אַ קול, און די אױגן בשעת מעשׂה האָבן זיך אים אָנגעצונדן, געברענט װי צװײ קױל־פֿײַער.

― גוט שבת אײַך, מײַנע ליבע ברידער און שװעסטער; איך זע, איר חידושט זיך אַף מיר, איר גאַרט צו װיסן, װער ב י ן איך, װ אָ ס בין איך, פֿון װאַנען ב י ן איך און װאָס טו איך דאָ? מוז איך מיך אַלײן פֿאָרשטעלן פֿאַר אײַך: איך בין אײַער ברודער, אײַערער אַ לײַבלעכער, אַן אײגענער ברודער, אײנער פֿון אײַערע צען מיליאָן ברידער, װאָס געפֿינען זיך אַף יענער זײַט טײַך ס מ ב ט י ו ן און װאָס עס קאָן זײַן, אַז איר װײסט אַפֿילו ניט פֿון זײ קײן צענט־חלק, װאָס מיר װײסן פֿון אײַך. איך שעץ מיך פֿאַר אײנעם אַ גליקלעכן, װאָס אַף מיר איז געפֿאַלן דער גורל, איך זאָל אײַך אָנזאָגן די גוטע בשׂורה, אַז מע טראַכט פֿון אײַך דאָרטן באַ אונדז זײער געשמאַק, מע טוט פֿון אײַערט־װעגן, מע װיל אײַך, פֿאַרשטײט איר מיך, אַרױסציִען אַלע רױטע ייִדלעך פֿונעם דאָזיקן פֿרעמדן לאַנד, װאָס מע האָט אײַך אַהערצו פֿאַרטריבן צוריק מיט דריטהאַלבן טױזנט יאָר, און מע װיל אײַך באַזעצן אין אײגן לאַנד…

― כאַ―כאַ־כאַ־כאַ־כאַ! אַװדאי ארץ־ישׂראל! ― האָבן אױסגעשאָסן עטלעכע הונדערט פּאַרשױן אַ געלעכטער, װי פֿון צען האַרמאַטן. ― ער רעדט עפּעס מאָדנע װערטער; ער איז אַריבער דעם ס מ ב ט י ו ן… ער װיל אונדז פֿירן קײן ארץ־ישׂראל… ארץ־ישׂראל־ייִד… הוראַ, ארץ־ישׂראל־ייִד!

― הורררררראַ! ― האָבן אונטערגעכאַפּט נאָך עטלעכע הונדערט פּאַרשױן, און די גאַס איז גיך פֿאַרפֿלײצט געװאָרן מיט מענטשן. אַלע האָבן געלאַכט, זיך געהאַלטן באַ די זײַטן און געשריגן אין אײן אָטעם: „הוררררראַ, ארץ־ישראל־ייִד!!''…

דער פֿרעמדער פּאַרשױן, װאָס האָט פֿאַר זײַן גוטער בשׂורה געכאַפּט אַזאַ שײנעם ברוך־הבא פֿון די רױטע ייִדלעך, איז געבליבן שטײן נעבעך אַ פּריטשמעליעטער, נישט פֿאַרשטאַנען װאָס דאָ טוט זיך; ער האָט אָפּגעלאָזט הענט און פֿיס און האָט זיך געלאָזט גײן צוריק, און די גאַנצע חבֿרה בחורים און מײדלעך ― נאָך אים מיט אַ געלעכטער, מיט אַ פֿײַפֿערײַ און מיט אַ הוראַ. אײנער האָט גערופֿן דעם אַנדערן, מע זאָל גיכער גײן זען חידושים:

גיכער, אָט גײט ער, דער ארץ־ישׂראל־ייִד! גיכער, איר װעט אים חלילה פֿאַרשפּעטיקן!…

קױם מיט צרות, מיט לײַד, האָט זיך אונדזער פּאַרשױן אַרײַנגעכאַפּט אין דער רױטער אכסניה, װוּ ער האָט געהאַלטן סטאַנציע, און האָט פֿאַרשלאָסן נאָך זיך די טיר. און די רױטע ייִדלעך האָבן נישט אױפֿגעהערט צו קלײַבן זיך אַרום דער אכסניה, ליאַרעמען און פּילדערן, לאַכן און קאַטשען זיך פֿאַר געלעכטער און שרײַען: „הורררררראַ, ארץ־ישׂראל־ייִד! אַ גליק, װאָס ס'איז געװען שבת, װען ניט, װאָלטן זײ צעטראָגן די שטוב אַף פּיצפּיצלעך. קײנער האָט נישט געװאָלט זיך רירן פֿונעם אָרט און גײן אַהײם, ביז דער בעל־אכסניה, אַ געזונטער ייִד אַ רױטער, האָט נישט אַרױסגעשטעקט דעם רױטן קאָפּ דורך אַ פֿענצטער און האָט אױסגעשריגן אַף אַ קול: ― רױטע שקצים! געשלײערטע שיקסעס! איר לײדיקגײערס, פּוס־טעפּסאַניקעס! װאָס האָט איר דאָ נישט געזען, װעלכן רוח? אַן אורח איז געקומען, אַ מענטש גלײַך מיט אַלע, נאָר ניט קײן רױטער, פֿאַרװאָס קומט אים, מע זאָל אים פֿאַרטיוקען? איך זאָג אײַך, איר זאָלט זיך די מינוט, די רגע צעגײן, װי זאַלץ אין װאַסער, אַניט װעט אַ רוח אין אײַער ט… ט… אַרײַן!!

ערשט דעמאָלט האָט זיך דער עולם צעגאַנגען, אַװעק איטלעכער אין זײַן רו אַרײַן.

די רױטע ייִדלעך האָבן ליב, אַז מע זאָגט זײ אַ זאַך, זאָל דאָס זײַן מיט אַ טעם…

ד אָ ס פֿ י נ פֿ ט ע ק אַ פּ י ט ל

(אַן אַסיפֿה באַ די רױטע ייִדלעך. ― דער פֿרעמדער פּאַרשױן האַלט אַ רעדע ― די רױטע ייִדלעך האָבן קײן צײַט נישט, שלאָגן אים איבער).

שבת צו־נאַכטס, תּיכּף נאָך הבֿדלה, האָט דער אורח געשיקט רופֿן צו זיך אַף דער אַכסניה די פֿאָרשטײערס פֿון דער שטאָט, אַלע פֿאָרנעמסטע לײַט, די רבנים, די לומדים, די נגידים, די משׂכּילים, די גע־לערטע, און אױך אײניקע פֿון די בעלי־מלאָכות, פֿון פּראָסטע מענטשן. ער האָט באַפֿױלן, אַז ער האָט מיט זײ צו רײדן װעגן עפּעס זײער אַ װיכטיקן ענין, װאָס געהער זיך אָן מיטן כּלל, ער האָט זײ צו זאָגן זײער אַ נײטיקע זאַך, װאָס איז זײ נוגע אין לעבן אַרײַן.

אין שטאָט איז געװאָרן אַ רעש, אַ גערודער: „עפּעס אַ מענטש, אַן אורח, אײנער פֿון די ש װ אַ ר צ ע י יִ ד ן , איז געקומען צופֿאָרן, פֿון יענער זײַט טײַך ס מ ב ט י ו ן; ער גיט זיך אױס פֿאַר אַן ארץ־ישׂראל־ייִד און װיל עפּעס דערצײלן נײַס. מע באַדאַרף גײן האָרכן װאָס װעט ער זאָגן“… די רױטע ייִדלעך האָבן זיך דװקא נישט געלאָזט לאַנג בעטן און מען איז געקומען אַף דער אַסיפֿה, יונג און אַלט, פֿון אַלערלײ קלאַסן מענטשן, נישט אַזױ צוליב דער זאַך אַלײן, װי צוליב דעם, װאָס יעדער איז אַ בעלן געװען אָנקוקן אַ פֿרעמדן מענטשן, אַן ארץ־ישׂראל־ייִדן, האָרכן װי ער רעדט…

גיך איז די רױטע אַכסניה געװאָרן פֿול אָנגעשטופּט מיט רױטע ייִדלעך. עס איז געװען אַ מוראדיקע ענגשאַפֿט, אַ שפּאַרעניש, אַ דערשטיקעניש, סכּנות נפֿשות. אַלע האָבן געװאָלט װאָס נענטער צום אױבנאָן, פֿאַרנעמען דעם בעסטן אָרט. די װענט האָבן געשװיצט, מען איז געשטאַנען קאָפּ אַף קאָפּ, און דער עולם האָט אַלץ נישט אױפֿגעהערט צו גײן און גײן, ביז דער רױטער בעל־אַכסניה איז געפֿאַלן אַף אַן עצה ― ער האָט פֿאַרשלאָסן טיר און טױער, גוט אױסגעשאָלטן פֿריִער דעם דרױסנדיקן עולם אין ט… ט… אַרײַן, װי זײַן שטײגער איז. ערשט דעמאָלט איז דער אורח אױפֿגעשטאַנען, און צװישן עולם איז געװאָרן אַ פּאַטשערײַ מיט אַ שאַקערײַ, מע האָט געקאָנט טױב װערן.

― שאַ, שטיל זאָל זײַן! שששאַ, ששששאַ, שששששאַאַאַ!!! שאַט, שאַט! ― האָבן געשריגן אַלע רױטע ייִדלעך אין אײן קול. נאָכדעם איז געװאָרן אַ סמאַקערײַ מיט אַ שנײַצערײַ פֿון נעזער, גלײַך װי מע װאָלט שױן אַ יאָר דרײַ אָדער פֿיר די נאָז נישט געשנײַצט. שפּעטער, אַז אַלע האָבן שױן אױסגעשנײַצט די נעזער, האָט אײנער געגעבן אַ הוסט, נאָכדעם דער אַנדערער, נאָכדעם דריטער און אַזױ װײַטער ― עס איז אַף זײ אָנגעפֿאַלן פּלוצעם אַ הוסטעניש, עפּעס אַן עפּידעמיע, טאַקע נאָר װי אַף צו־להכעיס!

― װאָס איז דאָס פֿאַר אַ הוסטערײַ אין מיטן דרינען? ― האָבן זיך די נגידים צעשריגן. ― נאַ דיר גאָר הוסטן! קראַנק געװען אין דער הײם זיך אױסהוסטן דאָרטן? געקומען אַהער הוסטן! אַ הוסטעניש אַף זײ! אַ העזה פֿון קבצנים, הוסטן גאָר?!…

און ס'איז די מינוט געװאָרן שאַ־שטיל. פֿאַר אַ נגיד האָבן די רױטע ייִדלעך דאָס נײַניאָריקע קדחת! דאָרט אַז אַ נגיד זאָגט „נישט הוסטן“ ― הוסט מען נישט…

― הערט צו, רבותי! הערט מיך אױס, מײַנע ליבע, טײַערע ברידער! ― אַזױ האָט דער אורח אָנגעהױבן זײַן שײנע דרשה און אין די אױגן בשעת מעשׂה האָט זיך אים אָנגעצונדן אַ פֿײַערל. ― אײַערע היגע ברידער, די רױטע ייִדלעך, האָבן מיך אַפֿילו אױפֿגענומען הײַנט עפּעס נישט אַזױ פֿרײַנטלעך, עפּעס נישט װי זײער אַ ליבלעכן גאַסט; זײ האָבן מיך אָנגעקוקט װי אַ משוגענעם און האָבן מיר געמאַכט אַ הורראַ, זײ האָבן מיך נישט פֿאַרשטאַנען, װאָס איך האָב זײ געזאָגט. מײנט נישט, חס־ושלום, אַז איך האָב פֿאַריבל, אַז איך פֿאַל באַ זיך דערמיט אַראָפּ; חס־וחלילה! עס טוט מיר נאָר װײ דאָס האַרץ אַף אײַך, ברידער, װאָרעם איז זע דערפֿון אַרױס, װי װײַט מען איז נאָך דאָ באַ אײַך פֿאַרגרעבט און װי נידעריק עס שטײט נאָך באַ אײַך דאָס פֿאָלק! נאָר אַזױ װי איר זײַט דאָ אַצינד, װי עס װײַזט אױס, פֿאָרשטײערס, דער תּפֿארת פֿון דער שטאָט; איך זע דאָ צװישן אײַך, זאָלן געזונט זײַן, רבנים, לומדים, נגידים, משׂכּילים, געלערטע און אַזױ פֿײַנע, אײדעלע מענטשן, רעכן איך, אַז א י ר װעט מיך פֿאַרשטײן. איר דאַרפֿט װיסן, ברידער, אַז מיט גרױס מי, מיט מסירות־נפֿש האָב איך מיך צו אײַך דערשלאָגן אַהער, מײַנע ליבע רױטע ייִדלעך, װאָרעם איר ליגט פֿאַרשטעקט, זאָלט איר מיר מוחל זײַן, דער שװאַרץ־יאָר װײס װוּ… צוקומען צו אײַך באַדאַרף מען דורכגײן אַ סך מדבריות און װיסטענישן, דורך בערג און דורך טאָל, װאַלד־אײַן, װאַלד־אױס… הײַנט איבערשפּאַנען אַזאַ ס מ ב ט י ו ן. ― אַ װערטעלע אױסצורײדן! דעם ס מ ב ט י ו ן!!!… איך האָב געװוּסט גאַנץ גוט, אַז די נסיעה איז אַ שװערע, אַ שװערע נסיעה, איך האָב געװוּסט, אַז איך פֿאַרליר איבער איר אַ סך צײַט, אַ סך געזונט און אַ סך געלט און אַ סך כּבֿוד, װאָרעם װען איך זאָג מיך אָפּ פֿון דער דאָזיקער נסיעה צו אײַך, מײַנע ברידער, װאָלט מיר געװען דאָרטן אַ סך, אַ סך בעסער, װי ס'איז מיר אַצינד; מיר װאָלט זײַן בעסער און מײַנע קינדער אַװדאי… נאָר דאָס האַרץ האָט מיך געצױגן צו אײַך, צו אײַך, מײַנע ברידער, האָב איך מיך אָפּגעזאָגט פֿון כּבֿוד, האָב מיך אָפּגעזעגנט מיט מײַן עולם הזה און האָב מיך געלאָזט אַף קדוש־השם. איך האָב געװאָלט זיך זען מיט אײַך, מײַנע ליבע רױטע ייִדלעך, אײַך אָפּגעבן אַ פֿרײַנטלעכן גרוס פֿון אײַערע צען מיליאָן ברידער, װאָס אַף יענער זײַט טײַך ס מ ב ט י ו ן , אײַערע לײַבלעכע ברידער, װאָס דינען מיט אײַך אײן גאָט און װאָס קומען אַרױס מיט אײַך פֿון אײן שורש, פֿון אַבֿרהם יצחק ױעקבֿ. מיר האָט זיך זײער געװאָלט זען װאָס טוט זיך דאָ באַ אײַך, און אַלײן אָנזאָגן אײַך די גוטע בשׂורה, אַז מיר האָבן אײַך אין זינען, מיר זאָרגן זיך פֿאַר אײַך. מיר טוען פֿון אײַערטװעגן אַזעלכעס, װאָס איר װעט, אַם־ירצה־השם, זײַן צופֿרידן…

― דהײַנו, װאָס? לאָמיר האָרכן װאָס? װאָס ציט ער די נשמה? ― שרײַען מיט אַמאָל עטלעכע רױטע ייִדלעך, װאָס האָבן שױן קײן צײַט נישט.

― מע װיל אײַך, פֿאַרשטײט איר מיך, ברידער, אַרױסשלעפּן פֿון דאַנען. גענוג אײַך שױן צו פּאָליאָסקען זיך דאָ אין דער בלאָטע, זײַן צו שאַנד און צו שפּאָט באַ אַלעמען אין די אױגן! צײַט אױפֿשטײן, זיך אײַנצוּװאַשן, אױסצװאָגן זיך, װערן לײַטן גלײַך!… מע װיל אײַך אַרױסציִען פֿון דאַנען, אַזױ װי מע האָט אַמאָל אַרױסגעצױגן אײַערע עלטערן פֿון מצרים, און באַזעצן אײַך אין אײַער לאַנד, אינעם לאַנד פֿון אײַערע אָבֿות, אינעם לאַנד, װאָס גאָט האָט געשװאָרן צו אַבֿרהם יצחק ױעקב, אינעם לאַנד, װוּ מיר האָבן אַמאָל געהאַט אונדזער בית־המקדש, אונדזערע כּהנים און לװײם, אונדזער מלך, אונדזערע נבֿיאים ― א ר ץ ־ י ש ר א ל הײסט דאָס לאַנד, ארץ־ישׂראל, דאָס הײליקע לאַנד, װאָס אײַערע עלטערן האָבן פֿאַרגאָסן דערױף אַזױ פֿיל בלוט, װאָס פֿון דאָרטן איז אַרױסגעגאַנגען אַ געטלעכע ליכטיקײט ― אונדזער תּורה, און האָט באַלײַכט די גאַנצע װעלט, געעפֿנט אַלעמען די אױגן, געגעבן אַלע פֿעלקער געטלעכע ליכטיקײט, פֿרײַהײט, װיסנשאַפֿט… יאָ, מיר האָבן אַלעמען געגעבן ליכטיקײט און װיסנשאַפֿט, און אַלײן זײַנען מיר פֿאַרקראָכן אין אלף הששי… אַלעמען געגעבן פֿרײַהײט, און אַלײן האָבן מיר זיך פֿאַרשטעלט פֿאַר קנעכט, משרתים, לאַקײען… װאָס קוקט איך מיך אָן? װאָס שװײַגט איר? צו אײַך רוף איך, צו אײַך, פֿרומע רױטע ייִדלעך, רבנים, לומדים, חסידים, ייִדן מיט טליתים־קטנים, מיט לאַנגע קאַפּאָטעס, מיט בערד און פּאות! איר װײס דאָך יאָ װאָס ארץ־ישׂראל איז ― א־ר־ץ י־ש־ר־א־ל! י־ר־ו־ש־ל־י־ם!! איר זאָגט דאָך יאָ באַם בענטשן: „ולירושלים עירך ברחמים תּשובֿ… בשובֿך לציון ברחמים… המחזיר שכינתו לציון… ועל ירושלים עירך ועל ציון משכּן כּבֿודך… וזכרון ירושלים עיר קדשך… ובֿנה ירושלים.“ און דעם געװי― סן „לשנה הבאה בירושלים“…

― מילא, װאָס מע דאַװנט ― רופֿן זיך אָן עטלעכע פֿרומע רױטע ייִדלעך ― דערױף זײַנען מיר ייִדן, מיר זאָלן דאַװנען, גאָט דינען.

― דאַװנען און גאָט דינען? ― שרײַט דער אורח ― אָט דאָס איז טאַקע די מעשׂה, װאָס איר דאַװנט און װײסט נישט װ אָ ס איר דאַװנט. איר רעדט און װײסט ניט װ אָ ס איר רעדט. איר זײַט קראַנק און װײסט נישט װאָס אײַך פֿעלט. איר גײט אַרום אין דער בלענדעניש, איר ליגט אין אַ הינערפּלעט, אַ בײזער שלאָף אַף אײַך…

― בקיצור! בקיצור! ― שרײַען די רױטע ייִדלעך, װאָס האָבן קײן צײַט נישט. ― גענוג מוסר! בקיצור!

― בקיצור װילט איר? איר האָט פֿײַנט, אַז מע זאָגט אײַך דעם אמת?… ס'איז זאָג איך, אַ בײזער שלאָף אַף אײַך, בכן בין איך געקומען אײַך װעקן, אױפֿרײַסן פֿונעם שלאָף און שרײַען אײַך אין אױער אַרײַן: שטײט אױף, ברידער, שטײט אױף! שױן צײַט, שױן צװײ טױזנט יאָר, אַז איר ליגט דאָ אין דער בלאָטע און פֿילט גאָר נישט, װי װײַט אומגליקלעך איר זײַט, װי דער װאָרעם װאָס ליגט אין כרײן און מײנט, אַז ס'איז קײן זיסערס נישטאָ… שטײט אױף, קוקט אײַך אַרום, באַטראַכט אײַער לאַגע, זי איז געפֿערלעך! איר שטײט, זאָג איך אײַך, אין אַ סכּנה, אין אַ מוראדיקער סכּנה! איר װערט װאָס אַ טאָג שװאַכער און שװאַכער. איר זינקט אין דער בלאָטע טיפֿער און טיפֿער. איר פֿאַלט אין דעם פֿינצטערניש נידעריקער און נידעריקער. איר װערט װאָס װײַטער אַלץ מער פֿאַרגרעבט, איר װערט דערשטיקט אין דער ענגשאַפֿט, איר פֿרעסט אײנס דאָס אַנדערע לעבעדיקערהײט…

― דעם שפּיץ! דעם שפּיץ! ― שרײַען די רױטע ייִדלעך, װאָס האָבן קײן צײַט נישט, ― זאָגט אונדז דעם שפּיץ!

― דעם שפּיץ װילט איר װיסן? איר האָט קײן צײַט נישט? פּונקט דאָס אײגענע װאָס באַ אונדז. די אײגענע מענטשן מיט דעם זעלבן כאַראַקטער… דאָס אײגענע איז געװען אױך מיט אונדז, אײַערע צען מיליאָן ברידער, װאָס אַף יענער זײַט טײַך ס מ ב ט י ו ן , פּונקט דאָס זעלבע… נאָר מיר האָבן זיך באַצײַטנס אַרומגעקוקט, אַז מיר שטײען שמאָל, מע װיל אונדז אײַנשלינגען, אָדער מע װיל אונדז לאָזן, מיר זאָלן זיך אַלײן אײנס דאָס אַנדערע אײַנשלינגען… מע האָט אונדז געגעבן אָנצוהערעניש, דאָס הײסט, קלעפּ מיט סטוסאַקעס גוטע; מיר האָבן פֿאַרשטאַנען, אַז די װעלט איז אַ ים און די מענטשן זײַנען פֿיש… מיר זײַנען געקומען צום שׂכל, אַז די אַלע זיסע לידלעך, װאָס אונדזערע נבֿיאים און משוררים אין אַלע צײַטן האָבן אונדז געזונגען, זײַנען אַװדאי זײער שײנע לידער, אָבער טאַקע ניט מער װי לידער, װאָס זײַנען געזאָגט געװאָרן אַף אַמאָל, אַף „לעתיד לבא“, אַז משיח װעט קומען… מיר האָבן דערפֿילט, אַז אונדזער הילף איז נאָר באַ אונדז אין די הענט. אַז מיר אַלײן װעלן זיך ניט העלפֿן, װעט אונדז קײנער נישט העלפֿן. מיר האָבן פֿאַרשטאַנען, אַז אױב מיר װילן לעבן, מוזן מיר זײַן לײַטנגלײַך, אַזױ װי מיר זײַנען געװען אַמאָל, אַמאָל… מיר האָבן זיך באַקענט מיט אונדזער אײגענער שײנער היסטאָ־ ריע, מיט אונדזער אײגענער שײנער שפּראַך, און מיר האָבן דערזען, אַז מיר האָבן זיך אומזיסט געשעמט מיט דעם נאָמען ייִד, אַז מיר זײַנען אַ פֿאָלק גלײַך מיט אַלע פֿעלקער, אונדז פֿעלט נאָר אַ לאַנד, אַן אײגן לאַנד. האָבן מיר געמאַכט אַ גװאַלד פֿאַר דער גאַנצער װעלט: „לאַנד! לאַנד! גיט אונדז לאַנד!“ מיר האָבן זיך אָנגעהױבן צונױפֿפֿאָרן אַלע אין אײן אָרט, צונױפֿשמועסן זיך אַלע װעגן אײן זאַך, און ס'איז געבליבן, מיר זאָלן זיך קודם כּל אױסצװאָגן, אַרומװאַשן זיך אַלײן און אױסצװאָגן און אַרומװאַשן אונדזערע קינדער. זיך אױסבילדן, װערן מענטשן, צוגרײטן זיך אַלײן און דאָס גאַנצע פֿאָלק צו דער גרױסער אַרבעט, װאָס שטײט פֿאָר. מיר האָבן אָנגעהױבן מאַכן אַסיפֿות, קאָנגרעסן, זאַמלען געלט, גרינדן אַ פֿאָנד, לערנען אונדזערע קינדער, עפֿענען חדרים, מאַכן שקאָלעס…

― שקאָלעס? שקאָלעס נע זשעלאַיעם! זנאַט נע זנאַיעם! שקאָלעס נע זשעלאַיעם! ― האָבן אױסגעשריגן מיט אַמאָל עטלעכע הונדערט רױטע ייִדלעך, און דער גאַנצער עולם האָט אָנגעהױבן צו רײדן, ליאַרעמען און פּילדערן אַף אַלערלײ קולות. דער האָט געשריִען: „נע זשעלאַ־יעם!“ און דער האָט געשריִען: „זשעלאַיעם! דװקא זשעלאַיעם!“ און אינאײנעם איז דאָס אױסגעקומען אַ מיש־מאַש, אַ װילדער קאָנצערט: „זשעלאַיעם… נע זשעלאַיעם… זנאַיעם, זנאַיעם… שקאָלעס נע זשעלאַיעם… דװקא זשעלאַיעם… אַף־צו־להכעיס נע זשעלאַיעם!“… ד אָ ס ז ע ק ס ט ע ק אַ פּ י ט ל

(דער פֿרעמדער פּאַרשױן שטײט אױף פֿונעם טיש און די רױטע ייִדלעך רײדן אַלע אינאײנעם. ― זײ שפּאַרן זיך, אַמפּערן זיך, שרײַען איבער אײנס דאָס אַנדערע און צעגײען זיך בשלום אַהײם.)

די רױטע ייִדלעך כּל־זמן זײ שװײַגן ― שװײַגן זײ, נאָר אַז זײ הײבן אָן צו רײדן, רײדן זײ פֿון פֿײַער און פֿון װאַסער, און מיט הענט, און דװקא אַלע אינאײנעם; זײ שרײַען, זײ ליאַרעמען, זײ גראַגערן, װי די סאָראָקעס אין װאַלד, עס מאַכט זיך זײ נישט צו דאָס מױל; דער כּוח פֿון אַ מענטשן איז דעמאָלט גאָר נישט אומשטאַנד זײ אָפּצושטעלן. װיפֿל דער אורח האָט זײ נישט געבעטן, מע זאָל אים לאָזן רײדן, אױסלאָזן דאָס, װאָס ער האָט אָנגעהױבן װיפֿל דער עולם האָט נישט געפּאַטשט מיט די הענט אין טיש און געשריִען: „ששששא! שששששאַאַט! שטילער! שטיל זאָל זײַן!“ ― עס האָט נישט געהאָלפֿן קײן שמע־ישׂראל, כאָטש טו זיך אָן אַ מעשׂה! אַפֿילו די נגידים האָט מען אױך געהאָרכט, װי המן דעם גראַגער. אונדזער אורח האָט נעבעך געמוזט איבעררײַסן זײַן דרשה אין מיטן און מיט בזיונות אָפּטרעטן פֿונעם טיש און הערן, װי די רױטע ייִדלעך פֿאַרטײַטשן, צעקײַען זײַנע װערטער, איטלעכער נאָך זײַן השׂגה און נאָך זײַן פֿאַרשטאַנד.

― ער װיל שקאָלעס… שקאָלעס נע זשעלאַיעם… פֿון יענער זײַט טײַך… װאָסערע לאָקשן… עפּעס דערצײלט ער ארץ־ישׂראל… מע באַדאַרף חבֿרות… חבֿרות נע זשעלאַיעם… װאָס זאָגט איר אַף זײַן פּיסק?… כ'װאָלט אַ בעלן געװען זײַן דאָרטן… שאַ, לאָז זײַן שטיל… װאָס ביסטו פֿאַר אַ מאַכער… ארץ־ישׂראל לאָזט מיך… אַז מע זאָגט משוגע, זאָל מען גלײבן… איר זײַט מחילה אַ בהמה… פּאַרך, אָט כאַפּסטו אַ פּאַטש… חבֿרות, חבֿרות באַדאַרף מען… ס'אַ משל, נו און געלט?… געלט?…

―, איר הערט? עס האַלט שױן באַ געלט! ― אַזױ מאַכן די נגידים און כאַפּן זיך באַ די קעשענעס. ― דאָס מײנט מען אונדז, אַ פּנים? קומט, לאָמיר גײן אַהײם.

― אַן „אָקעלע“ װעט זײַן באַ אײַך הײַנט? ― רופֿן זיך אָן די חבֿרה „שנױץ מיט ברױט“ צו אײנעם פֿון די נגידים.

― אַװדאי, װוּ דען איז אַנדערש? װוּ זײַט איר נעכטן געװען?

― נעכטן זײַנען מיר געװען „איף“ באַם „חכם“ ביזן ערשטן מנין.

― אַזױ? װער איז באַגראָבן געװאָרן? װער האָט געטאַפּט דעם טאָטער? דערצײלט, דערצײלט…

― אױ, פֿרעגט נישט, ס'איז געװען אַ רעכטע שרפֿה! פֿריִער האָט דער „סטאַטיק“ געזונגען אַ „תּכּנתּ־שבתל“, װי געװײנטלעך, און דער „נשׂרף“ האָט געשװיצט; נאָכדעם האָט אים דער „בעל־תּכלית“ געפּאַקט מיט פֿיר מלכים קעגן דרײַ טײַז, גוט אָפּגעשמיסן, געצױגן פֿון אים די עצמות, אַ דרײַערל בלינד, אַ פֿינפֿערל אַף צװײ, צװײ פֿינפֿערלעך אַף דרײַ, און דרײַ אַף מײַנע דרײַ, ― ביז ס'איז אױסגעגאַנגען פֿאָדעם, האָט ער אים געעפֿנט דאָס בלעטל, איז אים פֿינצטער געװאָרן אין די אױגן. נאָר בעסער פֿון אַלע האָט געמאַכט דער „פּראָפֿעסאָר“: ער האָט געקלאַפּט מיט די װײַבער אין „סטוקעלקע“ ― ט י אָ מ נ ע! האָט צוגענומען באַ זײ װוּ זײ האָבן געהאַט אַ פֿירער, און אַ גוטן טאָג מיט דער קאַפּאָטע… קומט, לאָמיר גײן, װעלן מיר עפּעס מתקן זײַן! אַן עבֿירה די צײַט, די נאַכט שטײט נישט…

― אַפּיקורסים! הולטײַעס! ― שרײַען די רבנים און די איבעריקע כּלי־קודש, װאָס האָבן זיך צונױפֿגעשלאָגן באַזונדער אין אַ װינקעלע. ― טריפֿניאַקעס נאָר װילן אונדז פֿירן קײן ארץ־ישׂראל! „גלוחים“ װילן אַראָפּברענגען משיחן! ייִדן, װאָס שװײַגט איר?!… גװאַלד! גװאַלד! שמע ישׂראל!!!…

נאָר מער פֿון אַלע האָבן זיך געשטעלט אַקעגן די געלערנטע פֿון די רױטע ייִדלעך, די חקרנים, די גריבלער, די פֿילאָזאָפֿן און פּאָליטיקער. זײ האָבן געפֿאָדערט, מע זאָל זײ געבן צו פֿאַרשטײן „על פּי חקירה“, „על פּי שׂכל“, „על פּי היסטאָריע“, „על פּי פּאָליטיקע“ און „על פּי מענטשלעכקײט“, װי אַזױ איז דאָס מעגלעך און װוּ איז דאָס געהערט געװאָרן, מע זאָל נעמען אַ פֿאָלק פֿון רױטע ייִדלעך, װאָס זיצן זיך רויִק שױן צװײ טױזנט יאָר אַף ד ע ר זײַט סמבטיון, װאָס מישן זיך נישט צו קײנעם, זאַטשעפּען נישט קײן פֿליג אַף דער װאַנט, ― זאָל מען זײ פּלוצעם אין מיטן דרינען זאָגן: „נעמט אײַך, רױטע ייִדלעך, צונױף, פּאַקט אײַך אײַן און פֿאָרט אַריבער דעם טײַך סמבטיון און באַזעצט אײַך דאָרטן ערגעץ דאָרטן אין אַ װיסט לאַנד, צװישן װילדע טערקן“… װאָס װעלן זאָגן די אַלע איבעריקע פֿעלקער, און טאַקע דער טערק אַלײן?… װוּ איז דאָס געהערט געװאָרן אַזאַ מעשׂה, פֿרעגן מיר אײַך, אדרבה, באַװײַזט אונדז פֿון דער היסטאָריע, צי האָט זיך געטראָפֿן װען אַזאַ געשיכטע? דאָס איז אײן מאָל אַװעק; און צװײטנס, איז דאָך אַ פּאַטש אין פּנים פֿאַר דער ציװיליזאַציע, אַ חרפּה אַ בושה פֿאַר לײַטן! די גאַנצע װעלט קוקט אַרױס, אַז אָט־אָט טוט אַ שײַן די זון, און עס װערט ליכטיק אין אַלע װינקעלעך, אַלע לענדער װעלן װערן אײן לאַנד, אַלע פֿעלקער װעלן װערן אײן פֿאָלק, אַלע שפּראַכן װעלן װערן אײן שפּראַך, אַלע מענטשן װעלן װערן אײן מענטש…

― גוט מאָרגן, מזל טובֿ דיר! גוט פֿאַרקראָכן! װאָס הײסט אַלע מענטשן װעלן װערן אײן מענטש? ― שפּרינגט אַרױס אײנער אַ יונגער מיט ברילן, װײַזט אױס, אױך אַ געלערנטער. ― מילא, אַז פֿון אַלע פֿעלקער װעט װערן אײן פֿאָלק ― דאָס פֿאַרשטײ איך נאָך…

― כאַפּט זיך נישט! ― שלאָגט אים איבער נאָך אײנער אַ געלערנטער מיט אַ גרױסע ליסינע אַפֿן קאָפּ. ― לאָמיר אַקאָרשט באַטראַכטן על פּי חקירה טאַקע נאָך אַ מאָל דאָס אײגענע װידער צוריק: װאָס װערט אָנגערופֿן אַ פֿאָלק? װאָס איז דער פּשט פֿונעם װאָרט „פֿאָלק“? פֿון װאַנען נעמט זיך דאָס?

― אַ פֿאָלק װערט אָנגערופֿן נאַציאָן, ― גיט אים צו פֿאַרשטײן יענער מיט די ברילן, ― דאָס װאָרט נאַציאָן שרײַבט זיך מיט אַ „טע“, נישט מיט קײן „צע“, און לײענען לײענט זיך דאָס דװקא אַ „צע“, אָט אַזױ: NATION הײַנט פֿאַרשטײט איר שױן?

― ס'איז זײער נײטיק ― רופֿט זיך אָן נאָך אײנער אַ געלערנטער מיט גרױסע ברעמען ― ס'איז זײער נײטיק, מע זאָל װעגן דעם אָנשרײַבן אַ באַזונדער בוך…

― אַ „רעפֿעראַט“, ― רופֿט זיך אָן נאָך אײנער אַ יונגער געלערנטער און איז צופֿרידן, װאָס אים איז געראָטן אַרײַנצושטעלן אַזאַ הױך װאָרט.

― װאָס איז אײַך עפּעס געפֿעלן אַ רעפֿעראַט? ― רופֿט זיך אָן יענער, װאָס מיט די ברילן, װאָס איז אים מקנא אַפֿן װאָרט „רעפֿעראַט“.

― אַ בוך איז עפּעס אַנדערש, און אַ רעפֿעראַט איז װידער עפּעס אַנדערש. אַ בוך איז אַ טראַקטאַט, און אַ רעפֿעראַט איז אַ רעפֿעראַט.

― אַלץ אײנס! ― שרײַט יענער געלערנטער שױן מיט כּעס ― קײן שום חלוק נישט!

― װי פֿון טאָג צו נאַכט! ― שרײַט דער אַנדערער.

― האָט קײן פֿאַריבל נישט, ― שרײַט דער ערשטער ― ס'איז קײן שום חלוק נישט!

― האָט קײן פֿאַריבל נישט, ― שרײַט דער אַנדערער שױן אַף דײַטש ― פֿאָן דיזען ביז דאַזען איז אַ גרױסער „חולאַק“!…

― אָבער לאָז שױן זײַן גענוג! ― מישט זיך אַרײַן אײנער פֿון די משׂכּילים. ― האָסטו געהערט אַן אַקציע, געלערנטע מענטשן זאָלן זיך קײן מאָל נישט קאָנען אױסגלײַכן! אַז דער זאָגט טאָג, זאָגט דער נאַכט! איר לײגט זיך בעסער אַרײַן, עס זאָל װערן אַ חבֿרה, עס זאָל זײַן אַחדות באַ די רױטע ייִדלעך, מע זאָל עפּעס אָנהײבן טאָן, ― דאָס איז אַ ביסל נײטיקער פֿון אײַערע חקירות מיט אײַער פֿילאָזאָפֿיע, מיט אײַערע טראַקטאַטן און מיט אײַערע רעפֿעראַטן!…

***

עס איז שױן געװען נאָך האַלבע נאַכט, און די רױטע ייִדלעך האָבן נאָך אַלץ גערעדט און געפּלױדערט, געליאַרעמט און געגראַגערט, אַלע אינאײנעם און מיט הענט, װי געװײנטלעך, די רבנים האָבן געשריִען „אַפּיקורסים! שקצים! הולטײַעס! קאָלבאַסניקעס! זײ װילן אונדז אַראָפּברענגען משיחן!“… די געלערנטע, די חקרנים, די פֿילאָזאָפֿן האָבן נישט אױפֿגעהערט צו חקירהן, צו שפּאַרן זיך און אַמפּערן זיך צװישן זיך. זײ האָבן נאָר געװאָלט, מע זאָל זײ באַװײַזן טאַקע באַלד, אָט־אַ־דאָ אַפֿן אָרט, װי אַזױ װעט דאָס זײַן, װי אַזױ װעט מען דאָס נעמען אַ פֿאָלק און מע װעט דאָס אַריבערפֿירן דעם ס מ ב ט י ו ן און באַזעצן אין ארץ־ישׂראל? עפּעס לײגט זיך דאָס נישט אַף דעם מח! אָט לאָמיר נעמען די געשיכטע פֿון די אַלע איבעריקע פֿעלקער…

― אַלע איבעריקע פֿעלקער זײַנען עפּעס אַנדערש ― כאַפּט זיך אַרױס נאָך אַ געלערנטער ― און די רױטע ייִדלעך זײַנען װידער עפּעס אַנדערש.

― אַלץ אײנס! ― שרײַט יענער.

― װי טאָג צו נאַכט! ― שרײַט דער אַנדערער.

― האָט קײן פֿאַריבל נישט, ס'איז קײן שום חלוק נישט!

― האָט קײן פֿאַריבל נישט, פֿאָן דיזען ביז דאַזען איז אַ גרױסער „חולאַק“!…

― אָבער אַן עק מוז עס דאָך האָבן! ― שרײַען די משׂכּילים. ― מע באַדאַרף זען עפּעס טאָן לטובֿה פֿונעם פֿאָלק. מיט אײַערע חקירות װעט דאָס פֿאָלק נישט זאַט זײַן. נו, אדרבה, טראַכט צו עפּעס אַן אַנדער מיטל, אַז עס געפֿעלט אײַך נישט ארץ־ישׂראל. דאָס פֿאָלק װאַרט, דאָס פֿאָלק קוקט אַרױס אַף אײַך, און איר האָט אין זינען חקירה, פֿילאָזאָפֿיע, פּאָליטיקע!…

― אַ יושר, כלעבן, ― העלפֿן אונטער די אָרעמע לײַט ― מע זאָל טאַקע עפּעס אָנהײבן אונדז אױך אין זינען האָבן, ― עפּעס טאָן פֿון אונדזערט װעגן און פֿון אונדזערע קינדערס װעגן…

נאָר קײנער הערט זײ נישט. אַלע װילן רײדן, קײנער װיל נישט האָרכן. מע רעדט און מע רעדט אַזױ לאַנג, ביז מע הײבט זיך אָן ביסלעכװײַז צעגײן. פֿריִער פֿון אַלעמען רוקן זיך אַרױס פּאַװאָלינקע די נגידים, נאָך זײ די חבֿרה „שנױץ מיט ברױט“, און, גײענדיק אַהײם, שיט מען מיט גלײַכװערטלעך, מע באַרעדט, מע שפּעט אָפּ, מע מאַכט חוזק פֿונעם פֿרעמדן פּאַרשױן, װאָס איז אַריבער דעם ס מ ב ט י ו ן , און פֿונעם רױטן בעל־אַכסניה, און פֿון די רבנים, פֿון די געלערנטע, פֿון די משׂכּילים און פֿון דער נײַער חבֿרה „רױטע ארץ־ישׂראל ייִדלעך“, פֿון אַלע רױטע ייִדלעך און פֿון דער גאַנצער װעלט…

ד אָ ס ז י ב ע ט ע ק אַ פּ י ט ל

ראָש חודש אלול גײט אַװעק, און בעל־הבית בלײַבט בעל־הבית ― דער פֿרעמדער פּאַר־שױן פֿאָרט אַװעק, און די רױטע ייִדלעך בלײַבן רױטע ייִדלעך.)

אַף מאָרגן, אַז מען איז אױפֿגעשטאַנען פֿונעם שלאָף, איז שױן דער אורח, דער פֿרעמדער פּאַרשױן נישט געװען אין שטאָט. די רבנים האָבן נישט געקאָנט אַריבערטראָגן אַזאַ אַן אַפּיקורסות, אַז די רױטע ייִדלעך, װאָס האָבן ביז אַהער אַרױסגעקוקט אַף משיחן, געזאָגט מיט כּונה „אַני מאַמין“ און געשריִען אַף אַ קול „לשנה הבאה בירושלים“, ― זאָלן פּלוצעם גאָר אַלײן פֿון זיך אָנהײבן טראַכטן מכּח ארץ־ישׂראל?!… האָבן זײ זיך נישט געפֿױלט און זײַנען אַװעק גלײַך צו „נאַטשאַלסטװאָ“ און האָבן אײַנגעגעבן אַ פּאַפּיר אַזױ און אַזױ, דאָס איז דאָס: „הנה זײַט װיסן ― אַזױ האָבן זײ געשריבן אין פּאַפּיר ― אַז עפּעס אײנער אַ פֿרעמדער, פֿון אַלדי שװאַרצע יאָר, איז אַראָפּגעפֿאָרן אַהער צו אונדז אין שטאָט אַרײַן און בונטעװעט דעם עולם… מיר האָבן עדות, די גאַנצע שטאָט װעט גײן שװערן, אַז ס'איז אמת.. לכן בעטן מיר, אַזױ װי פֿאַרן לאַנד און פֿאַר „קאַזנאַ“ איז דאָס געװיס נישט קײן קלײנער היזק ― און „קאַזנאַ“ איז דאָך באַ אונדז טײַערער פֿון אַלצדינג, ― זאָל מען זיך באַצײַטנס אַרומקוקן, נעמען מיטלען, אַז מע זאָל די רױטע ייִדלעך חלילה נישט אַראָפּפֿירן פֿונעם דרך־הישר… און אַזױ װי אונדז איז נישט באַװוּסט, װ ע ר דער דאָזיקער נפֿש איז, פֿון װ אַ נ ע ן ער איז, װ אָ ס ער איז, און װאָס איז זײַן ט ו ע כ ץ , זאָל מען אים באַזוכן און זען, צי האָט ער שװאַרץ אַף װײַס… װאָרעם װעדליק עס װײַזט אױס, באַדאַרף ער זײַן אָדער אַזעלכער, װאָס האַנדלט מיט פֿאַלשע אַסיגנאַציעס, אָדער אַ בורח, אַן אַנטלאָפֿענער פֿון ערגעץ, אָדער אײנער פֿון הײַנטיקע װײַסע־חברהניקעס, װאָס רײדן אָן, פֿירן אַראָפּ פֿון װעג און פֿאַרפֿירן אין דער שאול־תּחתּיה אַרײַן… קײן כּשרע זאַך איז דאָס געװיס נישט“…

כּך הװה, דער פֿרעמדער פּאַרשױן איז נאָך געשלאָפֿן, בשעת צום רױטן בעל־אכסניה האָט זיך באַװיזן עפּעס אַ „קנעפּל“ מיט אַ בלױער נאָז און האָט זיך אָנגערופֿן צו אים בזה הלשון:

― הער נאָר אױס, ברודער, מיר האָבן דיך תּמיד געהאַלטן פֿאַר אַ שטילן, אַן ערלעכן ייִדן; איך װאָלט זיך גיכער געריכט אַף דיר אַ פּגירה, אײדער דו זאָלסט האַנדלען מיט טרפֿה סחורה, קאָנטראַבאַנד…

דער רױטער בעל־אכסניה איז געװען אַ געניטער מענטש און אַ חשובֿ באַ אַלע „קנעפּלעך“, האָט ער קודם כּל געהײסן, מע זאָל דערלאַנגען אַ פֿלעשל מיט צװײ גלעזלעך.

― אָט הער װאָס מע שרײַבט אַף דיר! ― מאַכט צו אים דאָס קנעפּל און זאָטלט אָן די נאָז אַף צו לײענען דאָס פּאַפּיר. ― און װער, מײנסטו, שרײַבט דאָס? טאַקע אײַערע פֿאַרשאָלטענע רױטע ייִדלעך! װען װאָלטן מיר דען געװוּסט װאָס באַ אײַך טוט זיך, װען אײַערע זאָלן נישט שרײַבן אײנס אַף דאָס אַנדערע קײן מסירהלעך?

― אַדוני פּריץ, װאָס איז דײַן באַגער? ― מאַכט צו אים דער בעל־אכסניה און גיסט אָן בײדע גלעזלעך. ― לאָמיר קודם כּל זײַן געזונט און לאָמיר טרינקען לחײם; לחײם, פּריצוני! ― מאַכט ער אַף ייִדיש. ― לאָז גאָט געבן אַלצדינג, װאָס איך װינטש דיר… אַצינד זאָג מיר, װאָס איז דײַן באַגער?

―זאָג מיר נאָר, סערדצע, ― רופֿט זיך אָן דאָס „קנעפּל“ ― װער האָט זיך דאָס אָפּגעשטעלט באַ דיר אַף הײַנטיקן שבת עפּעס אַ מאָדנער פּאַרשױן? פֿון װאַנען איז ער און װאָס טוט ער הי און װאָס האָט ער דאָ נעכטן עפּעס געדרשנט?

―געזונט זאָלסטו מיר זײַן און שטאַרק אַף אַלע אבֿרים! ― רופֿט זיך אָן צו אים דער בעל אכסניה. ― איך פֿאַרשטײ גאָר נישט אײן װאָרט, װאָס דו רעדסט צו מיר; ס'איז עפּעס טערקיש! ערשטנס, װײס איך אַלײן נישט װער דאָס איז; צװײטנס, איז ער שױן לאַנג אַװעקגעפֿאָרן; און דריטנס, האָט זיך באַ מיר קײן מאָל נישט אָפּגעשטעלט אַזאַ פּאַרשױן… איך װײס גאָר נישט פֿון קײן פּותר און פֿון קײן חלום! לחײם, לחײם, לאָמיר בײדע זײַן געזונט, ס'זאָל דיר אָנגײן, פּריץ, כאָטש האַלב, װאָס איך װינטש דיר!…

― אַי, ביסטו אַ מאַשעניק! ― מאַכט צו אים דאָס „קנעפּל“ מיט אַ געלעכטער. ― דיך האָט מען, אײגנטלעך, שױן לאַנג באַדאַרפֿט אױפֿהענגען אַף אַ בױם; נאָר דײַן גליק איז, װאָס איך האַלט פֿון דיר, דער רוח זאָל דיך װיסן, פֿאַר װאָס. איך װײס דאָך, אַז דו לײַגסט, װי אַ הונט! פֿאָלג מיך, זײַ זיך בעסער מודה, און באַװײַז מיר דעם דאָזיקן נפֿש, איך װיל אים אַ טאַפּ טאָן באַם דופֿק…

― אָך, מיטן גרעסטן כּבֿוד! פֿאַר דיר איז דען פֿאַראַן באַ מיר אַ פֿאַרבאָרגענע זאַך? ― זאָגט אים דער בעל־אכסניה און לױפֿט אַרײַן צוס אורח און רײַסט אים אױף פֿונעם שלאָף.

― יהודה בלא! שטײט אױף, טוט אײַך אָן, פּאַקט אײַך צונױף, נעמט די פֿיס אַף די פּלײצעס, און מאַכט אַ ױבֿרח, אָבער טאַקע באַלד װאָרעם ס'איז מיט אײַך נישט פֿרײלעך! איך הײס אײַנשפּאַנען די פֿור פֿון אײַערטװעגן. מאַכט זשע נישט קײן שהיות און פֿאָרט אײַך געזונטערהײט בשם אלקי ישׂראל, איר זאָלט זיך אַפֿילו גאָר נישט אַרומקוקן צוריק! און אַז גאָט װעט אײַך ברענגען בשלום אַהײם, זאָלט איר, למען השם, בענטשן גומל, װאָס איר זײַט אַרױס טרוקן… פֿרעגט נישט קײן קשיות, לײגט אײַך צונױף און אַנטלױפֿט, איר קענט נישט די רױטע ייִדלעך און איר װײסט נישט װער אונדזערע כּלי־קודש זײַנען… פֿאָרט געזונטערהײט און לאָזט גריסן איטלעכן באַזונדער גאָר פֿרײַנטלעך!…

***

פֿון דעמאָלט אָן איז באַ די רױטע ייִדלעך, דאַנקען השם־יתברך, שלום ושלוה, שאַ־שטיל, מחיה נפֿשות! איטלעכער האָט אין זינען זיך, איטלעכער איז פֿאַרנומען מיט זײַנעם: דער קרעמער קוקט אַרױס אַף קונים; דער בעל־הלװאה שרײַבט קװיטלעך „על־פּי היתּר־עסקא“; די קלײנע פּיאַװקעלעך נעמען „װאָכער“; דער בעל־מלאָכה האָרעװעט מיטן בלוטיקן שװײס; די שוחטים שעכטן, די חזנים זינגען, די מלמדים קנעלן; די מאַרק־מענטשן גײען אַרום מיט די שטעקעלעך אין גאַס און טראַכטן: װוּ נעמט מען אַף שבת?… יונגעלײַט, משׂכּילים, שרײַבן מאַמרים אין די בלעטער; זײ קומען זיך צונױף אַלע שבת־צו־נאַכט, מאַכן אַסיפֿות און מע שמועסט, װוּ נעמט מען געלט אַף צו קױפֿן ערד אין ארץ־ישׂראל?… די נגידים דערהערן נאָר דאָס װאָרט „געלט“, קומט אַף זײ אַן אױסכאַפּעניש. „װײס איך! ― זאָגן זײ ― קבצנים, שלעפּערס, מלמדים, ייִנגלעך װילן אָפּקױפֿן ארץ־ישׂראל. נישטאָ װער סע זאָל לאַכן!“… די „פּוסטעקראַטען“, אָדער די חבֿרה „שנױץ מיט ברױט“, פּאָטאַקעװען, באָמקען־צו די נגידים און מאַכן חוזק פֿון דער נײַער חבֿרה „רױטע ארץ־ישׂראל־ייִדלעך“, האַקן אין „אָקע“, קלאַפּן אין „סטוקעלקע“, שפּילן אין „דערדע“, אין „זעקס און זעכציק“, אָדער גאָר אין יענער שׂכלדיקער שפּיל, װאָס מע רופֿט זי „טערטל־מערטל“… אױך די געלערנטע, די חקרנים, קלײַבן זיך צונױף אַלע נאַכט, הערן נישט אױף צו חקירהן איבער דער פֿראַגע פֿון ארץ־ישׂראל, צי קאָן עס חלילה נישט אָנרירן דעם פּראָגרעס, שאַטן דער ציװיליזאַציע?… אײן חקירה ברענגט זײ אַרײַן אין דער אַנדערער חקירה, איטלעכע פֿראַגע שלעפּט צו זיך נאָך אַ פֿראַגע; מע רעדט, מע שאַרפֿט זיך די צינגלעך, מע לופֿטערט די שפּראַך, מע אַמפּערט זיך און מע קריגט זיך ― עס לאָזט זיך גאָר נישט אױס באַ זײ קײן מאַטעריאַל. זײ זײַנען שױן פֿאַרקראָכן אַזױ װײַט, אַז זײ האַלטן שױן באַ דער חקירה: „װאָס איז פֿריִער באַשאַפֿן געװאָרן אַף דער װעלט ― צי דאָס אײ, װאָס פֿון דעם פּיקט זיך אױס אַ הינדל, צי די הון, װאָס לײגט אַן אײ? ''… און „װאָס איז דער שׂכל, װאָס דאָס װײַסל מיטן געלכל ליגן שטענדיק אינאײנעם און מישן זיך קײן מאָל נישט צונױף? ''… וכדומה אַזעלכע טיפֿע חקירות. ― און די אָרעמע לײַט? גאָר נישט. אָרעמע לײַט זײַנען זיך אָרעמע לײַט, גײען זיך אױס שטילערהײט פֿון הונגער ― װער קאָן זײ חלילה פֿאַרװערן? שטאַרבן איז דאָך אַ גאָט־זאַך, מיר װעלן אַלע שטאַרבן… און די קינדער זײערע ― אױך נישקשה. גײען זיך אַרום פֿראַנק און פֿרײַ, נאַקעט און באָרװעס, נישט געצװאָגן, נישט געקעמט, פּאָליאָסקען זיך אין דער בלאָטע מיט אַלע חזירים. און להבֿדיל, די רבנים? און די איבעריקע זײערע כּלי־קודש? ― לאָזט זײ געמאַך: זײ האָבן גענוג אַרבעט באַם ערובֿ, באַם פּסחדיקן בראָנפֿן, באַ דער מצה־שמורה און באַ די אַלע איבעריקע זאַכן, װאָס זײַנען שײך צו ייִדישקײט. גענוג פֿון זײערטװעגן, אַז זײ האָבן אין זינען באַװאָרענען די רױטע ייִדלעך אַף סוכּות מיט „קאַרעפֿירער“ אתרוגים, חלילה נישט פֿון ארץ־ישׂראל… הכּלל, ס'איז קײן עין הרע שטיל אַף יענער זײַט טײַך ס מ ב ט י ו ן , שטיל און רויִק. אַ שטילע, אַ געדיכטע, אַ טונקעלע נאַכט האָט זיך אָנגערוקט אַף די רױטע ייִדלעך, זײ װילן שלאָפֿן ששש… װײסט איר װאָס? לאָמיר זײ נישט שטערן. לאָמיר זיך צעגײן שטילערהײט, אַף די שפּיץ פֿינגער, און לאָמיר זײ צו־װינטשן אַ גוטע נאַכט מיט זיסע חלומות. ― ― ― ― ― ― ― ― ― ― ― ― ― ― ― ― ― ―― ― ―

אַ גוטע נאַכט, רױטע ייִדלעך, שלאָפֿט געזונט! ― ― ― ― ― ― ― ― ― ― ― ― ― ― ― ― ― ― ― ―― ― ― ד אָ ס אַ כ ט ע ק אַ פּ י ט ל

(די בעלי־הבתּים פֿון דער מדינה, זײער שׂנאה צו די רױטע ייִדלעך ― דער קלאַפּ װאָס האָט זײ געטראָפֿן פּלוצעם, אומגעריכט ― די חדושים װאָס זײ דערצײלן זיך אָן װעגן דעם דאָזיקן אומגליק.)

די רױטע ייִדלעך זײַנען נישט די אײנציקע, נישט קײן ציטעריקע אַף יענער זײַט סמבטיון. פֿאַראַן אױך אַ חוץ זײ דאָרטן אַנדערע פֿעלקער: אַראַבער, פּערסיאַנער, אינדיאַנער, טערקן, טאָטערן וכדומה, װאָס זאָגן, אַז זײ זײַנען גאָר דער רעכטער צימעס, זײ זײַנען די בעלי־בתּים פֿונעם לאַנד, און די רױטע ייִדלעך ― דאָס זײַנען נישט מער װי אַן אונטערשלאַק, אַ רעשטל צו די צרות. און כאָטש די רױטע ייִדלעך טענהן, אַז זײ זײַנען דאָרטן אױך שטיקלעך מחותּנים, ברענגען ראַיות פֿון דעה היסטאָריע, אַז זײ זײַנען דאָרט „תּושבֿים“ גלײַך מיט אַלע, װאָס זיצן שױן דאָרטן פֿון כּמה וכּמה יאָרן, ― נאָר מע הערט זײ מיט זײערע טענות און מיט זײערע ראַיות װי דעם פֿאַראַיאָריקן שנײ, און זײ רעכענען זיך דאָרט פֿאַר פֿרעמדע, אָנגעװאָרפֿענע, אײַנגעבעטענע, צונױפֿגעלאָפֿענע פֿון אַלדי שװאַרצע יאָר… אַ סך הונדערטער יאָרן האָבן די פֿעלקער געלעבט מיט די רױטע ייִדלעך בשלום ושלוה, גאָר פֿײַנטשיק, הײנו: מע האָט זײ געלאָזט, זײ זאָלן זיך דאָרט זיצן פֿראַנק און פֿרײַ אין די ערטער, װוּ זײ זיצן שױן, און, אדרבה, קױם האָבן זײ זיך ערגעץ באַזעצט, זאָלן זײ שױן זיצן אין געהאַקטע װוּנדן… אױך אין די שטעט האָט מען זײ אָפּגעטראָטן באַזונדערע גאַסן פֿון זײער כּבֿוד װעגן, װוּ זײ קאָנען זיך טאָן װאָס זײ װילן: עפֿענען קלײטלעך, האַלטן שענקלעך, פֿאַרקױפֿן בראָנפֿן, אױפֿקױפֿן תּבֿואה, סרסורן, מעקלערן, האַנדלען, װאַנדלען, דרײען, פֿאַרלײַען געלט, נעמען פּראָצענט װיפֿל ס'לאָזט זיך.. און דערפֿון טאַקע האָט זיך גענומען די ערשטע שׂנאה, װאָס מע האָט געװאָרפֿן אַף זײ אַן אומחן, װאָרעם בשעת מע האָט באַדאַרפֿט צו זײ האָבן, איז מען מיט זײ געװען אַדרבה ואַדרבה, קוצעניו־מוצעניו, װי געװײנטלעך, און נאָכדעם, אַז ס'איז געקומען צום זמן, מע באַדאַרף צאָלן און ס'איז נישטאָ מיט װאָס, האָבן די רױטע ייִדלעך אָנגעהױבן צושטעלן די קװיטלעך, אײַנגעבן די װעקסלען; איז געװאָרן אַ גװאַלד: „פּיאַװקעס! עקספּלאָאַטאַטאָרעס! געבראַכט אַהער זײער טאַטנס ירושה! טונעיאַדצעס! פּאַראַזיטן! שאַכער־מאַכערס! מענטשן װאָס זײען ניט און שנײַדן ניט און עסן ― עסן זײ! װאָס באַדאַרף מען זײ? װאָס באַדאַרפֿן מיר רױטע ייִדלעך? לאָזן זײ זיך גײן אַהין, פֿון װאַנען זײ האָבן זיך גענומען! ''… די רױטע ייִדלעך האָבן דאָס אַלצדינג אױסגעהערט און האָבן זיך געמאַכט דערפֿון: „עט, זײ װעלן אַזױ לאַנג בילן, ביז זײ װעלן אַנשטומט װערן; אַז זײ װעלן באַדאַרפֿן האָבן, װעלן זײ װידער קומען צו אונדז“… די רױטע ייִדלעך זײַנען געגאַנגען מיט דעם גאַנג, אַז אינגאַנצן זײער כּח איז די מטבע, אַז אַ ייִד באַדאַרף אינזינען האָבן פּרנסה, אַ ייִד באַדאַרף מאַכן געלט, און װאָס מער איז בעסער… די רױטע ייִדלעך, װאָס האָבן ליב אָפּשפּעטן פֿון איטלעכן באַזונדער, חוזק מאַכן פֿון דער גאַנצער װעלט, און אַפֿילו פֿון זיך אַלײן, זאָגן אַף זיך זײער אַ גראָב װערטל: „אַלע מענטשן ― זאָגן זײ ― װערן אײַנגעטײלט אין צװײ קאַטעגאָריעס: פּאַרכעס און פּאַרכעס. האָט איר קײן געלט נישט, זײַט איר דאָך גלאַט אַ פּאַרך; האָט איר געלט ― זײַט איר אַװדאי אַ פּאַרך, װאָרעם אַז ניט, װאָלט איר דאָך קײן געלט ניט געהאַט… נאָר ס'איז גלײַכער ― זאָגן זײ ― אַ פּאַרך מיט געלט, אײדער אָן געלט, און אַז מע עסט חזיר, זאָל רינען איבער דער באָרד, און דאָרט װוּ געלט, זאָגן זײ, דאָרט איז כּבֿוד, דאָרט איז יחוס, דאָרט איז תּורה, דאָרט איז חכמה ― מיט אײנעם װאָרט: געלט איז די װעלט. אײַ, די איבעריקע פֿעלקער מאַכן פֿון אונדז חוזק, זײ זאָגן: „לײַבסערדאַקעס, שאַכער־מאַכערס, טונעיאַדצעס, פּאַראַזיטן, עקספּלאָאַטאַטאָרעס“? לאָזן זײ רײדן, װער האָרכט זײ? מיר װײסן דאָך יאָ װער מיר זײַנען; מיר זײַנען פֿאָרט די אױסדערװײלטע, די מיוחסים באַ גאָט; מיר זײַנען פֿאָרט „אַתּה בחרתּנו מכּל המינים“… װאָס פֿאַר אַ פּנים האָבן באַ אונדז אַלע זײערע זאָגעכצן אַקעגן אײן „ששי“, להבֿדיל, אין בית־המדרש? װאָס פֿאַר אַ װערט האָט דאָס אַקעגן אײן פּסוק פֿון „אַתּה הראית“? לאָזן זײ רײדן, לאָזן זײ שרײַבן; מיר האָבן איבערגעלעבט ערגערע המנס, מיר װעלן זײ, אם ירצה השם, אױך איבערלעבן. מיר װעלן זיך װײַטער פֿאָרן צום רבין, כאַפּן שירײם, פּראַװען שלש־סעודותן; אײן מאָל פֿאַר אַלע מאָל ― נישט געזאָרגט, חי געלעבט: דער רבי האָט געהײסן פֿרײלעך זײַן, פֿרײלעך זײַן, און טרינקען װײַן, ביזן װײַסן טאָג אַרײַן!“…

אַזױ האָבן די רױטע ייִדלעך זיך אױסגערעדט דאָס האַרץ, און אַזױ האָט זיך דאָס געצױגן אַ צײַט מיט יאָרן, ביז עס האָט זיך אָט דאָ ניט לאַנג מיט אַמאָל אָנגערוקט אַף זײ אַ געדיכטער, אַ פֿינצטערער װאָלקן; עס האָט אַ זעץ געטאָן אַ דונער, אַ פֿײַעריקער בליץ האָט אַף אײן אױגנבליק באַלײַכט דאָס שרעקלעכע פֿינצטערניש, און אַ האָגל, אַ מוראדיקער האָגל פֿון שטײנער האָט אױסגעבראָכן און איז געפֿאַלן אַף זײערע קעפּ, געטראָפֿן די אָרעמע לײַט נעבעך, װאָס זיצן צענױפֿגעשפּאַרט דאָרטן ערגעץ אונטער דער שטאָט, אַף די „קבצניװקעס“… װי פֿון אַ לאַנגן־לאַנגן שלאָף האָבן זיך דעמאָלט אױפֿגעכאַפּט די רױטע ייִדלעך, זיך אױסגעװישט די אױגן און געפֿרעגט אײנער באַם אַנדערן:

― האַ? װאָס? װאָס איז דאָ געשען?…

― װאָס איז דאָ געשען? ― רופֿט זיך אָפּ אײנער פֿון די רױטע ייִדלעך. ― אָט װעל איך אײַך דערצײלן װאָס איז דאָ געשען; ס'איז דאָ געשען אַ שײנע מעשׂה: ייִדישע משרתים פֿון אַ ייִדישער קלײט האָבן זיך צעקריגט מיט די פּערסיאַנער פּריקאַזטשיקעס פֿון אַ פּערסיאַנישער קלײט איבער אַ קונה אַ פּערסיאַנער. איז זיך מײשבֿ אַ ייִדישער משרת, יצחק הײסט ער, און װיל אָפּרופֿן דעם קונה, איז זיך מײשבֿ דער פּערסיאַ־נער פּריקאַזטשיק, פּרשנדתא הײסט ער און זאָגט צו אים, צום ייִדישן משרת, צו יצחקן הײסט דאָס: „זשידאַן“… איז זיך מײשבֿ דער ייִדישער משרת, יצחק הײסט דאָס, און רופֿט זיך אָן צום פּערסיאַנישן פּריקאַזטשיק: „חאַמראַוק“!… איז זיך מײשבֿ דער פּערסיאַנישער פּריקאַז מעשׂיות און פֿאַנטאַזיעס 281 טשיק און זאָגט צום ייִדישן משרת, צו יצחקן הײסט דאָס: „איר זײַט אַלע לײַבסערדאַקעס, פּאָנטשאָכעס, קנאָבל־פֿרעסער“… איז זיך מײשבֿ דער ייִדישער משרת, יצחק הײסט דאָס, און ענטפֿערט אים אָפֿ: „און איר זײַט אַלע חזירים, שכּורים, גראָבע קעפּ…“, איז זיך מײשבֿ יענער, דער פּריקאַזטשיק הײסט דאָס…

― אַ מעשׂה אָן אַן עק! ― שלאָגט מען אים איבער אין מיטן. ― איז זיך מײשבֿ דער, איז זיך מײשבֿ יענער! ס'איז גאָר ניט דערפֿאַר. גענומען האָט זיך דאָס גאָר איבער אַ פּריץ אַ פּאָמעשטשיק, װאָס מע רופֿט אים „אַנג“; ער האָט פֿאַרזעצט באַ אונדזער גבֿיר זײַן מאַיאָנטעק מיטן װאַלד, מיט דער מיל, מיט דער קאַרעטע, מיט די פֿערדלעך, און האָט געצאָלט אַזױ לאַנג פּריצענט, ביז אונדזער גבֿיר האָט אים צורעכט געמאַכט, צוגענומען באַ אים זײַן מאַיאָנטעק, מיטן װאַלד, מיט דער מיל, מיט דער קאַרעטע, מיט די פֿערדלעך, אים ג ע ש ט ע ל ט אַ ף ד י פֿ י ס… האָט דער פּריץ געשװאָרן: ער מוז זיך נוקם זײַן…

― אַ משל! גאָר נישט דאָס! ― מישט זיך אַרײַן אַ ייִדענע. ― אָט װעל א י ך אײַך דערצײלן. פֿאַראַן אַ פּריצה, זײער אַ רײַכע, ושתּי הײסט זי; האָט זי אַ זונדל פֿון אַ יאָר אַכצן, האָט ער אָנגעמאַכט חובֿות, געחתמעט װעקסלען. אױ, האָט מען אַרום אים אָפּגעלעקט אַ בײנדל!…

― שטראַם־גראַם! ― מישט זיך אַרײַן אַן אָרעם װײַבל און רעדט מיט אַ קװיטש. ― דעריבער גײען קאַטשקעס באָרװעס! אַז ושתּיס זונדל חתמעט װעקסלען, באַדאַרף מען מיר צעשלאָגן מײַן קלײט, צערײַסן דאָס בעטגעװאַנט און נאָך איבערשרעקן מײַנע קינדער אַף טױט! איר פֿאַרשטײט אַ מעשׂה? גענוג מע האָט מיך אומגליקלעך געמאַכט אין קלײט, איז מען נאָך געקומען צו מיר אַהײם און מע האָט…

דאָס אָרעמע װײַבל צעלאָזט זיך אַף אַ קװיטש און װיל אָנהײבן דערצײלן איר אומגליק, װי ער איז גרױס, דערלאָזט מען זי ניט; די מאַנצבילן שטופּן זי אָפּ.

― צום רבֿ, צום רבֿ גײט קװיטשען! דאָרטן װעט איר טענהן, ניט דאָ…

און דער עולם הערט נישט אױף צו דערצײלן די „חדושים“, װאָס דאָ האָט זיך געטאָן… אַלע רײדן, אַלע היצן זיך, מאַכן מיט הענט, גײען אַרױס פֿון די כּלים, גיבן־איבער אַלצדינג, װי אַזױ ס'איז געװען, װי אַזױ ס'האָט זיך אָנגעהױבן, כאַפּן אױס אײנס באַ דאָס אַנדערע די װערטער פֿונעם מױל.

― װאָס האָבן זײ געהאַט צו מיר? ― באַקלאָגט זיך אַ קאַרנאָסע ייִדענע, װאָס האַנדלט מיט אײער און האַלט־אױס דערמיט אַ בלינדן מאַן מיט זיבן קינדער ― װאָס האָבן זײ געהאַט צו מיר און צו מײַנע אײער, אַ פֿולן קאָשיק מיט אײער, װײ איז מיר, װינד איז מיר! װאָס װעל איך איצטער טאָן, צרות מײַנע גרױ―סע!…

― געהאַט אײן קלײדל אַ שבתדיקס… ― זיפֿצט אַ יונג װײַבל און שאַרט דאָס מיסט, צװישן שמאַטעס, שערבלעך, פֿעדערן און שטיקלעך גלאָז, טאָמער װעט זי דאָרטן עפּעס געפֿינען ― די קישנס צעריסן, דאָס געפֿעס צעבראָכן, אַפֿילו דאָס שטשערבאַטע יױך־טעפּל, משטײנס געזאָגט, אַף פּיץ־פּיצלעך…

― בדיל־הדל געשטעלט! ― דערצײלט אַ קרעמער, אַ צעלניקער פֿון די „קבצניװקעס“, װאָס אין די גוטע יאָרן האָט זײַן קראָם באַטראָפֿן אַזױ פֿיל, װיפֿל אײן לײַטישער מענטש קאָן אױסטרינקען אין אײן מינוט. ― אױסגעמישט די סטענגעלעך מיט בױמל, מיט גאַז, מיט סמאָלע און מיט שװעבעלעך, אַ מישמאַש, אָט אַזױ אָ!… (ער באַװײַזט מיט בײדע הענט װאָס פֿאַר אַ מישמאַש).

― דאָס איז נאָך בלאָטע! ― רעדט אים אױס דאָס האַרץ אַ שניטקרעמער. ― נעמען גאַנצע שטיקלעך מאַטעריע און צעשנײַדן אַף אָט אַזעלכע פֿעדעמלעך ― דאָס איז אַ קונץ, דאָס איז אַ בריהשאַפֿט!…

― איך בעט אײַך, װאָס װעל איך איצטער טאָן, אַשטײגער, כּדומה למשל, אָן אַ װאַרסטעק? ― רופֿט זיך אָן אַן אָרעם שוסטערל מיט אַ געל פּנים, אַזױ װי װאַקס.

― אם אין קמח אין תּרח! ― ענטפֿערט אים אַ הינקענדיקער שנײַדער מיט פֿעדערן אין די פּאות. ― װאָס טױג דיר אַ װאַרסטעק, אַז סײַ װי סײַ איז נישטאָ קײן אַרבעט? מע זאָגט, אַז די שטאָט טראַכט פֿון אונדזערטװעגן עפּעס מאַכן, נאָר עס געפֿעלט מיר נישט דאָס טראַכטן זײערס; עפּעס טראַכטן זײ מיר צו לאַנג ― מי יודע װאָס זײ קאָנען אַ ו י ס ט ר אַ כ ט ן…

― װאָס האָסטו מורא? ערגער פֿון ערגער קאָן דאָך שױן ניט זײַן! ― ענטפֿערט אים דאָס שוסטערל און באַװײַזט אים מיט די אױגן אַף אַן אָרעמער ייִדענע, װאָס שטײט אין מיטן גאַס צענױפֿגעלײגט די הענט, דרײט מיטן קאָפּ און רעדט צו זיך אַלײן מיט אַ הײזעריק קול: „אַדוני גאָט! אַדוני גאָט! אַדוני גאָט! גאָט, גאָט, גאָט!…“ אין דער בהלה איז באַ איר פֿאַרפֿאַלן געװאָרן אַ קינד, איז זי אַראָפּ פֿונעם זינען… קינדער, װײַסע־חבֿרהניקעס, לױפֿן אונטער אַלע מאָל, קרימען זי איבער, דער טוט

זי אַ ריס, דער ― אַ צופּ. עלטערע דערזען און גיבן זײ אַ װיסטן סוף:

― אַװעק, שקצים, עכברושים, הולטײַעס, ניט געדאַכט זאָלט איר

װערן!

יונגװאַרג טרעטן־אָפּ, צעלױפֿן זיך, װי די איבערגעשראָקענע סאַ־

דאָקעס, און גײען־צו צו דער שול. דאָרט שטײט אַ רעדל רױטע ייִדלעך.

אײנער אַ יונגערמאַנטשיק דערצײלט נסים, װי אַזױ דער זײדע זײַנער, אַ ייִד פֿון קײן עין הרע עטלעכע און אַכציק יאָר איז נצול געװאָרן פֿונעם אומגליק נאָר דורך זײַן רראת־שמים, דורך זײַן פֿרומקײט. דער יונגער־

מאַנטשיק רעדט מיט הענט, און דער גאַנצער עולם הערט זיך צו.

― אַז עס האָט זיך אָנגעהױבן די חתונה, ― אַזױ דערצײלט דער

יונגערמאַן ― בין איך באַלד אַװעקגעלאָפֿן צוס זײדן זאָל לעבן. איך

קום צעלױפֿן נישט טױט ניט לעבעדיק, איך טו אַ קוק ―. דער זײדע זאָל

לעבן זיצט זיך גאַנץ רויִק איבער אַ ספֿר, אָנגעטאָן אין טלית ותּפֿלין,

גלײַך װי גאָרנישט געװען. „זײדעניו, זאָג איך, גאָט איז מיט אײַך, טוט אױס טלית ותּפֿלין, קומט גיכער, לאָמיר אַנטלױפֿן כּל זמן זײ זײַנען נאָך נישטאָ! ” ― „גײ, מאַכט ער צו מיר גאַנץ רויִק, גײ, מײַן קינד,

גײ, איך װעל בלײַבן דאָ“. „װאָס רעדט איר, זײדעניו, זאָג איך, גאָט איז

מיט אײַך! טאָמער חלילה דערגײט דאָס צו אײַך? קומט, זײדעניו, גיכער,

גיכער!“ ― „פֿון גאָט, מאַכט ער צו מיר, אַנטלױפֿט מען ניט; אױב

ס'איז מיר באַשערט שטאַרבן נישט מיט מײַן טױט, װעט מיך דער מלאך־המות געפֿינען אומעטום; אים נאַרט מען נישט אָפּ… גײ, זאָגט

ער, מײַן קינד, גײ געזונטערהײט!“… און שטעלט אײַך פֿאָר, אַזױ װי

איך גײ אַרױס פֿונעם זײדן זאָל לעבן, באַגעגן איך…

פּלוצעם טוען זיך אַ שאָט רױטע ייִדלעך פֿון שול, דאָס רעדל װערט

צעשלאָגן, און דער יונגערמאַנטשיק רײַסט איבער די מעשׂה אין מיטן.

אַלע לאָזן זיך גײן אַרױף אַ באַרג, אַהין, אַפֿן בית־עלמין, שטיל, אָן װערטער, אַראָפּגעלאָזט די קעפּ; אַלטע ייִדן שעפּטשען, זאָגן פּסוקים און װײנען, װײנען שטילערהײט… װאָס זאָל דאָס זײַן? אַ לװיה? אַ בר־מינן? װער איז געשטאָרבן?… קײנער ניט געשטאָרבן. דאָס טראָגט מען די הײ־ ליקע שטיקלעך פּאַרמעט פֿון די צעריסענע ספֿרים ― „מקבר זײַן“ אַפֿן הײליקן אָרט, װי דער מנהג איז…

― ראה ה'― זע, גאָטעניו! והביטה ― און טו אַ קוק ― אַזױ זאָגט דער רבֿ צו זיך אַלײן און צװײ טרערן קײַקלען זיך איבער זײַנע געלע באַקן און װערן פֿאַרפֿאַלן אין דער באָרד ― זע, גאָטעניו, װ ע ־ מ ע ן האָסטו דאָ, משטײנס געזאָגט, געשטראָפֿט? פֿאַר װ ע מ ע ן האָסטו באַװיזן דײַנע גרױסע גבֿורות?!?…

און פֿון אױבן האָט אַראָפּגעקוקט דער פֿײַערדיקער קוגל, די זון, געבאַקט, געברענט, געבראָטן, געסמאַליעט דעם גרױסן פֿינצטערן פֿלעק אַף דער ערד, װאָס מע רופֿט דאָס מיטן נאָמען „די קבצניװקעס“….

ד אָ ס נ ײ נ ט ע ק אַ פּ י ט ל

(די גרױסע אַסיפֿה אין בית־המדרש. ― די נגידים שטעלן זיך צום צעטל. ― די יונגע לײַט שמועסן מכּח עמיגראַציע. ― עס האַלט באַ מאַכן אַ קאָמיטעט. ― „קאָמיטעטן נע זשעלאַיעם!“)

ס'איז אַ חוק ולא יעבֿור באַ די רױטע ייִדלעך נאָך פֿון פֿאַרצײַטן: בשעת עס קומט אַף זײ אַ צרה, אַ בהלה, אַ גזירה, אַ שׂרפֿה, אַ מגפֿה, כאַפּן זײ זיך אױף אַלע װי אײן מענטש, קומען זיך צענױף אין שול אַרײַן און האַלטן זיך אַן עצה, זוכן מיטלען, װאָס טוט מען, מע זאָל מבֿטל זײן דעם גזר־דין און פּטור װערן פֿון דער צרה? קודם כּל טוען זײ תּשובֿה; זײ רעכענען, אַז פֿריִער פֿון אַלעמען זײַנען זײ אַלײן שולדיק. אומזיסט שטראָפֿט נישט גאָט, באַדאַרף מען זיך מיט אים איבערבעטן, דאָס הײסט: דאַװנען, זאָגן תּהלים, גוזר תּענית זײַן, פֿאַסטן; און גאָט איז דאָך אַ פֿאָטער, אַז מע רופֿט צו אים, ענטפֿערט ער… די דאָזיקע צרה אָבער, װאָס איז געקומען פּלוצעם אַף די רױטע ייִדלעך, איז געװען אַזױ נײַ און אַזױ אומגעריכט, אַז עס האָט זײ פּריטשמעליעט, פֿאַרטומלט, מעשׂיות און פֿאַנטאַזיעס 285 אַראָפּגענומען די קעפּ. זײ זײַנען געװען װי אין דער הינערפּלעט, נישט געװוּסט װאָס טוט מען, װוּהין גײט מען, צו װעמען שרײַט מען? דער אומגליק איז געװען אַזױ גרױס, אַז די „שטאָט“ האָט ניט געװאַרט ביז מע װעט שיקן רופֿן פֿון קהל; די נגידים האָבן זיך אַלײן געשטעלט צוס צעטל, בעלי־בתּים זײַנען אַרומגעגאַנגען מיט זעק פֿון שטוב צו שטוב, און איטלעכער האָט געגעבן װאָס ער האָט געקאָנט: אַ ברױט, אַ בולקע, אַ ביסל מעל, זאַלץ, פֿעפֿער, ציבעלעס. נאָר אַזױ װי אַ לעכערדיקן זאַק איז שװער אָנצושטאָפּן, האָבן די רױטע ייִדלעך פֿון די ,,קבצניװקעס“ אַפֿן דריטן טאָג אָנגעהױבן ביסלעכװײַז אױסגײן פֿון הונגער. האָבן זיך אַרײַנגעמישט מענטשן און האָבן געמאַכט אַ גװאַלד: װאָס שװײַגט מען!? און ס'איז געבליבן, מע זאָל מאַכן אַ גרױסע אַסיפֿה אינעם גרױסן בית־המדרש פֿון אַלע פֿאָרנעמסטע בעלי־בתּים אין שטאָט, און אַף די אָרעמע רױטע ייִדלעך איז געװאָרן אַ נײַע הױט; אַ פֿרישע נשמה האָט מען אין זײ אַרײַנגעזעצט, אַז זײ האָבן דערהערט, אַז די נגידים האָבן געגעבן צו װיסן דעם רבֿ, אַז זײ, די נגידים, װעלן זײַן אַף דער אַסיפֿה, אם ירצה השם, געװיס, אָן אַ שום תּירוץ, און זײ, די נגידים, װילן, אַדרבה, מע זאָל טאַקע עפּעס זען צוטראַכטן, עפּעס טאָן פֿון די אָרעמע לײַטס װעגן. זײ, די נגידים, האָבן געזאָגט בפֿירוש, אַז זײ זײַנען מוסכּם צו מיטהעלפֿן װי װײַט מעגלעך, און אַפֿילו טאָמער באַדאַרף קאָסטן עפּעס געלט, אַרט זײ אױך נישט, אַבי נישט קײן סך, געװײנטלעך, װאָרעם קײן סך, װאָס איז שײך, קאָן מען נישט, אַלצדינג באַדאַרף זײַן באַם גאַנג, מיט אַ מאָס, מיט אַ חשבון, ובפֿרט געלט, איר פֿאַרשטײט?…

נאָר ביז די דאָזיקע װערטער זײַנען אָנגעקומען אַף די ,,קבצניװ־קעס“, איש מפּי איש, אײנער פֿונעם אַנדערן, האָבן זײ זיך געקײַקלט און געװאַקסן, װי אַ קױל שנײ, װאָס װײַטער גרעסער און גרעסער, און ס'איז אַרױס אַ קלאַנג צװישן די אָרעמע לײַט, אַז די נגידים האָבן צוגעזאָגט גילדענע בערג, עס מעג זײ קאָסטן מי יודע װיפֿל, דאָס לעצטע העמד װעלן זײ אַװעקגעבן, זיך לאָזן שנײַדן די פֿינגער פֿאַר זײערע אָרעמע ברידער!… און אַף די ,,קבצניװקעס“ איז געװאָרן ששון ושׂמחה, און עס האָבן זיך אַ לאָז געטאָן אָרעמע לײַט אין שטאָט אַרײַן, ייִדן און װײַבער מיט קלײנע קינדער אַ סך, און האָבן באַלאַגערט דאָס גרױסע בית־המדרש פֿון אינעװײניק און פֿון דרױסן. אין יענעם טאָג האָט זיך יעדער אָרעמאַן פֿון די רױטע ייִדלעך געפֿילט, װי אַן אבֿן־טובֿ, װי אַ צי־

טעריק קינד, אַ בן־יחידל, װאָס מע פּעסטעט דאָס, מע גלעט דאָס, מע

קיכלט דאָס, מע טראָגט דאָס אַפֿן קאָפּ, מע שלאָפֿט נישט איבער דעם

קײן נעכט ― אַ קלײניקײט, אַ װערטעלע אױסצורײדן: רױטע ייִדלעך, און

אָרעמע לײַט דערצו, און נאָך פֿון די „קבצניװקעס“?! ס'איז, אַפּנים,

הײַנט ז ײ ע ר ע זיבן יאָרן!… עס האָט געהאַט דעם זיבעטן חן אָנצו־

קוקן, װי אַזױ די אָרעמע לײַט זײַנען געװאָרן באַ זיך גרױס, נישט צו־

צוטרעטן! עפּעס אײנער אַ שטאָט־בעל־הבית האָט זיך געפּרוּװט מאַכן

מיט זײ אַ שמועס, האָט מען אים אָפּגעשאָטן מיט פֿײַער װי אײנער

רעדט: „דרך ארץ, דו פּאַרך, װער ביסטו און װער זײַנען מ י ר?

דו ביסט אַ פּראָסטער בעל־הבית, און מיר זײַנען אָ ר ע מ ע ל ײַ ט ,

פֿ ו ן ד י ק ב צ נ י ו ו ק ע ס!…“

שפּעטער, אַז אַלע פֿאָרנעמסטע בעלי־בתּים האָבן זיך צענױפֿגע־

זאַמלט אין גרױסן בית־המדרש און עס זײַנען געקומען די נגידים מיט די

רבנים, דײנים און די איבעריקע שבֿעה טובֿי העיר, איז דער שמשׂ אַרױף

אַף דער בימה און האָט אױסגעקלאַפּט דרײַ מאָל: „שאַ, שטילער, ס'זאָל

זײַן שטיל, שאַט, שטיל זאָל זײַן!“ נאָכדעם איז אױפֿגעשטאַנען אײנער

פֿון די רבנים און האָט געהאַלטן זײער אַ לאַנגע דרשה, געבראַכט פּסוקים

אַ גוזמא, צענױפֿגעטשעפּעט אײן פּסוק מיטן אַנדערן, אױסגעװיזן על פּי

מדרש און על פּי קבלה, אַז דאָס איז דער אמתער „קץ“, דאָס הײסט,

אַז איצט באַדאַרף קומען משיח, ער מוז קומען, אַניט איז פּאַסקודנע,

פֿע, ער מ ו ז , ער מ ו ז קומען!… און אַזױ װי די רױטע ייִדלעך

שטײען איצט אין אַ צרה, און װער שמועסט די אָרעמע לײַט פֿון די „קב־

צניװקעס“, װאָס זײַנען געבליבן װי אַפֿן װאַסער, ― באַדאַרף די שטאָט

זען, מע זאָל זײ העלפֿן איטלעכער מיט װאָס ער קאָן, װער מיט אַן עצה,

װער מיט געלט…

― נו, אַדרבה, פֿאַרקערט, אַדרבה! ― רופֿן זיך אָן עטלעכע נגידים מיט אַ מאָל. ― אַדרבה, פֿאַרקערט, אַדרבה, מיר אַלײן װעלן אױך מיט־ העלפֿן װי װײַט מעגלעך, און אַפֿילו טאָמער באַדאַרף קאָסטן עפּעס געלט, אַרט אונדז אױך נישט, אַבי נישט קײן סך, געװײנטלעך, װאָרעם קײן סך, װאָס איז שײך, קאָן מען נישט, אַלצדינג באַדאַרף זײַן באַם גאַנג, מיט אַ מאָס, מיט אַ חשבון, ובפֿרט געלט, איר פֿאַרשטײט?…

עס איז שװער צו פֿאַרשטײן, װאָס איז די מעשׂה, װאָס איצטיקס מאָל זײַנען די נגידים געװען אַזױ גוט, אַזױ װײך, כאָטש לײג זײ צו צו אַ מכּה? פֿון זײער רײדן האָט מען אַרױסגעזען, גלײַך װי זײ װאָלטן זיך פֿילן, אַז זײ זײַנען אין עפּעס שולדיק, אַז זײ האָבן עפּעס פֿאַרזינדיקט קעגן די אָרעמע רױטע ייִדלעך… די נגידים זײַנען געװען אַזױ אױפֿגעלײגט, האָפֿערדיק, אַז זײ האָבן דערלאָזט יונגע לײַט, „משׂכּילים“, זאָלן זיך אַרײַנמישן מיט זײערע עצות, װאָס מע שרײַבט אַף די בלעטער.

― פֿאַראַן נאָך אײן מיטל ― זאָגן די משׂכּילים ― אײן־און־אײנציק מיטל אַף צו העלפֿן די אָרעמע לײַט: ע מ י ג ר אַ צ י ע…

― װאָס הײסט דאָס „מיגעראַציע“? ― פֿרעגן די נגידים.

― עמיגראַציע ― זאָגן די יונגע לײַט ― הײסט עמיגרירן, פֿאָרן, אַװעקפֿאָרן, אַרױספֿאָרן פֿון דאַנען און באַזעצן זיך אין אַנדערע לענדער!

― װוּהין?.― פֿרעגן די נגידים ― אין װאָסערע לענדער?

― װוּהין? ― זאָגן די יונגע לײַט ― קײן הודו, קײן כּוש, קײן בבֿל, און איבערהױפּט קײן מצרים, װײַל ערד איז אין מצרים פֿאַראַן אַ סך, נאָר מענטשן װינציק; אַלצדינג איז דאָרטן בזול הזול, העכער האַלב אומזיסט. אַזױ שרײַבט מען אין די בלעטער…

אַן אַנדערס מאָל װאָלטן זיך די יונגעלײַט פֿאַר אַזאַ מעשׂה נישט גענאַרט; זײ װאָלטן געכאַפּט אַ מיאוסן פּסק פֿון די נגידים פֿאַר אַזאַ העזה זיך אַרײַנצומישן צװישן עלטערע. נאָר דער געדאַנק פֿון עמיגראַציע איז זײ שטאַרק אַרײַן אין נאָז אַרײַן: עס שמעקט מ י ט פּ ט ו ר װ ע ר ן פֿ ו ן די אָ ר ע מ ע ל ײַ ט ― עפּעס אַ קלײניקײט?…

― ס'איז טאַקע אפֿשר אַ שטיקל פּלאַן, כלעבן! ― זאָגן די נגידים. ― אַדרבה, פֿאַרקערט, פֿאַר װאָס זאָל מען טאַקע נישט זען? מצרים איז נישקשה פֿון אַ לאַנד מצרים…

― װאָס רעדט איר? ― פּרוּװט זיך דער רבֿ איבערשפּאַרן ,― איר האָט פֿאַרגעסן, אַז מיר זאָגן אַלע יאָר באַם סדר: „עבֿדים הײנו לפֿרעה במצרים?“

― מילא, װאָס מע זאָגט אין דער הגדה! ― ענטפֿערן אים די נגידים מיט אַזאַ טאָן, אַז מע זאָל שױן מער ניט איבערשפּאַרן. ― װאָס גלײַכט איר דאָס מצרים צו יענעם מצרים, װאָס אין דער הגדה? ס'איז שױן הײַנט ארץ־ישׂראל, ניט מצרים…

די יונגע לײַט זײַנען שטאַרק צופֿרידן, װאָס די נגידים האַלטן מיט זײ, רוקן זײ זיך צו נענטער און דערצײלן, װאָס מע שרײַבט אין די בלעטער װעגן דער דאָזיקער עמיגראַציע און װעגן קאָמיטעטן; מע באַ־ דאַרף זען קודם כּל, סע זאָל װערן אַ קאָמיטעט…

― ברוך הבא, אַ נײַס, אָט האָסטו דיר שױן קאָמיטעטן! ― כאַפּט זיך אַרױס אַ רױט ייִדל קעגן די יונגע לײַט ― װאָס טױג מיר קאָמי־ טעטן ― שמעטן? איך שמועסט בעסער מכּח אַכצן און דרײַצן: װוּ װעט מען נעמען געלט אַף אַריבערפּעקלען, קײן עין הרע, אַזױ פֿיל אָרעמע לײַט?

― געלט? ― זאָגן די נגידים. ― געלט איז בלאָטע! מע װעט זיך פֿאַרשרײַבן חודש־געלט איטלעכער װיפֿל ער קאָן, נישט קײן סך, געװײנט־ לעך, װאָרעם קײן סך, װאָס איז שײך, קאָן מען נישט, אַלצדינג באַ־ דאַרף זײַן באַם גאַנג, מיט אַ מאָס, מיט אַ חשבון, ובפֿרט געלט, איר פֿאַרשטײט?…

― עמיגראַציע… מצרים… קאָמיטעטן… חודש־געלט… ― אַזױ האָבן געשריִען די רױטע ייִדלעך אַלע אינאײנעם, אײנער איבערן אַנדערן, געפּילדערט, געהיצט זיך, געמאַכט מיט הענט, װי דער שטײגער איז; און אַז ס'איז אָנגעקומען אינדרױסן אַרױס צו די אָרעמע לײַט, אַז מע שמועסט דאָ מכּח עמיגראַציע קײן מצרים, מכּח מאַכן קאָמיטעטן און מכּח פֿאַרשרײַבן זיך חודש־געלט, איז געװאָרן צװישן זײ חושך ― חושך!

― װאָס איז דאָס? ― האָבן זײ געשריִען ― דערױף האָט מען אונדז אַהער געבראַכט, מע זאָל מאַכן קאָמיטעטן, װאַרפֿן גאַלקעס, קינדערשפּיל? װאָס טױג אונדז צערעמאָניעס, „מיגראַציעס“, קאָמיטעטן, צוזאָגעכצן, גילדענע פֿײגעלעך? איר גיט אונדז הײַנט, פֿאַר מאָרגן לאָז זיך גאָט זאָרגן! שיקט אונדז אָפּ קײן מצרים, קײן גושן, שיקט אונדז אָפּ צום רוח אַלײן, אַבי הײַנט, טאַקע באַלד, װאָרעם אַהײם צוריק אַף די „קבצניװקעס“ קאָנען מיר נישט קומען; אונדזערע װײַבער און קינדער װאַלגערן זיך אַף דער הױלער ערד אונטער גאָטס הימל, גײען־אױס פֿון הונגער, און איר װעט דאָ מאַכן אַף אונדז קאָמיטעטן? אָבער גאָר לא! ניע זשעלאַיעם, קאָמיטעטן נע זשעלאַיעם!!…

מיט דעם דאָזיקן געשרײ האָבן זיך אַ סך אָרעמע לײַט אַרײַנגע־מעשׂיות און פֿאַנטאַזיעס 289 כאַפּט אין בית־המדרש אַרײַן, און ס'איז געװאָרן אַזאַ ליאַרעם, אַזאַ טאַרעראַם, אַז מע האָט געקאָנט טױב װערן. תּחילת האָט מען נישט פֿאַרשטאַנען, װאָס איז דער געשרײ; נאָר אַז מע האָט דערהערט די װערטער: „נע זשעלאַיעם, קאָמיטעטן נע זשעלאַיעם“, זײַנען די נגידים געװאָרן אױפֿגעטראָגן און האָבן זיך אַרױסגעשטעלט:

― תּרבות! דרך־ארץ! אַזעלכע שלעפּערס, װי איר זײט! די שטאָט איז זיך צענױפֿגעקומען אַהער צוליב אײַך, מע טראַכט פֿון אײַערטװעגן, מע ברעכט זיך די מוחות, װי אַזױ בעסער אײַך צו העלפֿן, װי אַזױ גיכער אײַך אַרױסצושיקן פֿון דאַנען, ― האָט איר נאָך אַן עזות צו רײדן? אַהײם, שלעפּערס! דאָרטן װעט איר זאָגן דעות, דאָרט, אַף די „קבצניװקעס“!!!… ― ― ― ― ― ― ― ― ― ― ―

― ― ― ― ― ― ― ― ― ― ― ― ― ― ―

ד אָ ס ל ע צ ט ע ק אַ פּ י ט ל

(מאַטעריאַלן פֿאַרן היסטאָריקער צו דער געשיכטע פֿון די רױטע ייִדלעך. ― אַ בריװל פֿון אַן עמיגראַנט, װאָס איז פֿאַרװאָרפֿן געװאָרן קײן מצרים. ― אַ סוף צו די רױטע ייִדלעך. )

דער היסטאָריקער, װאָס װעט קומען אַמאָל באַשרײַבן די געשיכטע פֿון די רױטע ייִדלעך אין די שפּעטערדיקע דורות, אַז ער װעט האַלטן באַ דעם קאַפּיטל, װעט ער זיך אָפּשטעלן: ער װעט אַ סך מעשׂיות נישט װעלן גלײבן, און אַ סך זאַכן װעט ער פֿאַרשװײַגן. ער װעט זיך שעמען אַרױסשטעלן אַזעלכע פֿאַקטן, װאָס קאָנען פֿאָרקומען סײַדן צװישן װילדע מענטשן. ער װעט נישט װעלן גלײבן בשום אופֿן, אַז צװישן ייִדן, װאָס רופֿן זיך „רחמנים בני רחמנים“, האָבן זיך געפֿונען אַזעלכע, װאָס האָבן זיך באַנוצט מיטן אומגליק פֿונעם פֿאָלק און פֿון יענעמס צרות זיך געמאַכט אַ פּרנסה, איבערגעפֿירט אַ סך קהלש געלט, געמאַכט כאַפּ־לאַפּ, אַראָפּגעקװעטשט זיך אין בײַטל אַרײַן, קײן רחמנות נישט געהאַט אַף ייִדיש בלוט… גװאַלד, װײ געשריִען! ― װעט זאָגן דעמאָלט דער היסטאָריקער ― װאָס איז דאָס געװען פֿאַר מינים ייִדן דעמאָלט, װאָס האָבן זיך באַגאַנגען מיט זײערע אָרעמע ברידער אַ סך ערגער, װי מיט בהמות? װאָס איז דאָס געװען פֿאַר מינים מענטשן, װאָס האָבן געטריבן די אָרעמע עמיגראַנטן, װי מען טרײַבט שאָף אַפֿן יאַריד? װאָס איז דאָס גע־ װען פֿאַר ברואים, װאָס האָבן דערלאָזט אָרעמע קראַנקע װײַבער מיט פּיצלעך קינדער װאַלגערן זיך אַף דער הױלער ערד אונטער גאָטס הימל, אין רעגנס און אין קעלט? װאָס איז דאָס געװען פֿאַר מינים קאָמפּאַניעס אַזעלכע, װאָס האָבן אַרױסגעלאָזט מודעות אין אַלע בלעטער, אַז זײ נעמען זיך אונטער, כּלומרשט פֿאַר אַ קלײן געצאָלט, איבערפֿירן גאַנצע משפּחות פֿון די רױטע ייִדלעך איבערן ים, ברענגען זײ און באַזעצן אינעם ג ל י ק ל ע כ ן פֿ ר ײַ ע ם ל אַ נ ד מצרים, און נאָכדעם האָט זיך אױסגעלאָזט, אַז זײ האָבן גאָר אױסגענאַרט די עטלעכע גילדן און איבערגעלאָזט די אָרעמע עמיגראַנטן אין מיטן װעג, אַף גאָטס באַראָט, ערגעץ אין דער מדבר?… װאָס איז דאָס געװען פֿאַר מינים פֿראַנטן, װאָס האָבן געשאָטן מיט געלט, פֿאַרנאַרט, אַרײַנגענאַרט אין זאַק אַרײַן אָרעמע מײדלעך, זײ צוגעזאָגט גילדענע בערג, און נאָכדעם זײ פֿאַרקױפֿט צו די „ישמעאלים“ מיט גרױסע, גרױסע רװחים?… „אױ, ברידער! ― װעט דער היסטאָריקער זאָגן מיט די װערטער פֿון מ ע נ ד ע ל ע מ ו כ ר ־ ס פֿ ר י ם , װאָס האָט זיך געקױפֿט אַן אײביקן נאָמען באַ אונדז, אַף ד ע ר זײַט טײַך סמבטיון. ― אױ, ברידער!… אַף פּעטש פֿון אַנדערע װײן איך און זאָג: נישקשה! גוטע און שלאַפֿע לײַדן אָפֿט אין דער װעלט, מעגלעך אפֿשר, יענע װעלן נאָך אַ מאָל חרטה האָבן; נאָך אַז געפּאַטשטע פּאַטשן זיך אַלײן, אַז צעדראַפּעטע דראַפּען אײנער דעם אַנדערן, װײן איך און האָב ― אױ־װײ! ― גאָר נישט װאָס צו זאָגן… דערמאָן איך מיך אין יענע נעבעך, פֿון אײַך אַלײן געפּײַניקטע, „געפֿאַנגענע“, רײַסט מיר דאָס האַרץ; עס װײנט און שרײַט: אױ, מײַן משונה־דערשלאָגן, מײַן װילד־געפֿאַלן פֿאָלק ישׂראל!!''… דער היסטאָריקער, װאָס װעט קומען אַ מאָל באַשרײַבן די געשיכטע פֿון די רױטע ייִדלעך, װעט זיך נישט אײן מאָל רײַסן באַ די האָר, אַז ער װעט לײענען די קאָרעספּאָנדענציעס, װאָס זײַנען אָפּגעדרוקט אין די בלעטער פֿון יענער צײַט, אָדער גלאַט אַזױ בריװלעך, װאָס די רױטע ייִדלעך האָבן געשריבן צו זיך אַהײם פֿונעם „גליקלעכן, פֿרײַען“ לאַנד מצרים אין יענער צײַט. אָט האָט איר אײנס פֿון די דאָזיקע בריװלעך:

„מײַנע ליבע און געטרײַע! איך שרײַב אײַך אַ בריװל, נישט מיט טינט, נאָר מיט בלוטיקע טרערן, פֿון דעם דאָזיקן גליקלעכן לאַנד, ברענען זאָל דאָס אַפֿן פֿײַער! עס װאָלט געמעגט אײַנגעזונקען װערן, אַזױ װי קורח, אײדער איך האָב דאָס גאָר דערקענט. הלװאַי װאָלט איך זיך אינדערהײם אױסגעבראָכן אַ פֿוס, אײדער איך האָב מיך גערירט פֿון דעם אָרט, און אַז איך בין שױן יאָ אַרױסגעפֿאָרן, װאָלט איך בעסער אין װעג אײַנגענומען אַ מיתה משונה, אײדער איך בין געקומען אַהער, אין דעם װיסטן מצרים! איך זאָל אײַך װעלן באַשרײַבן אַלע אונדזערע גרױסע צרות, װאָס מיר האָבן איבערגעטראָגן אין װעג פֿונעם ערשטן טאָג ביז אַצינד, װעט ניט סטײַען ניט קײן פּאַפּיר, ניט קײן פּענעס פֿון דער גאַנצער װעלט! אינעם טײַך סמבטיון איז געװיס נישטאָ אַזױ פֿיל װאַסער, װיפֿל טרערן מיר און אונדזערע װײַבער האָבן פֿאַרגאָסן ביז הײַנטיקן טאָג. די אַגענטן, װאָס האָבן אונדז געבראַכט אַף דער שיף, האָבן צוגענומען באַ אונדז די פּעקלעך (דאָרט זײַנען געלעגן אונדזערע טלית־ותּפֿלינס), און מער האָבן מיר זײ נישט געזען אין די אױגן. ס'איז געװען ערבֿ שבת, האָבן אונדזערע װײַבער געװאָלט בענטשן ליכט, איז ניט געװען אַף װאָס, האָבן זײ אונדז גענוג באַװײנט, זײערע קללות זאָלן נאָר פֿאַלן אַף די קעפּ פֿון די קאָמיטעטן. און נאָכדעם האָט זיך אױפֿגעהױבן אַ שטורעם־װינט מיט סכּנות נפֿשות, עס האָט אונדז געװאָרפֿן העכער הײַזער, איטלעכע כװאַליע איז די גרױס װי אַ מױער, מיר האָבן זיך שױן אָפּגעזעגנט מיטן לעבן, געמײנט, ס'איז אַן עק! דרײַ װאָכן האָבן מיר זיך אַזױ אָפּגעמוטשעט, ס'איז נישט געקומען קײן געקעכטס אין אונדזער מױל אַרײַן, מיר האָבן געזען פֿאַר זיך נאָר הימל און װאַסער, ביז מיר האָבן זיך קױם־קױם דערשלאָגן צו אַ ברעג, און אַז מיר זײַנען אַראָפּ פֿון דער שיף קראַנקע, צעבראָכענע, אױסגעמוטשעטע, הונגעריקע, האָט מען אונדז אָפּגעהאַלטן אַ טאָג מיט אַ נאַכט אין דרױסן אַפֿן רעגן, און פּונקט דעמאָלט האָט זיך מײַן אסתּר־רײזלען פֿאַרגלוסט גײן צו קינד, זי איז געלעגן געװאָרן און געהאַט אַ ייִנגל; דאָס ייִנגל איז געשטאָרבן, און זי איז געװען, ניט הײַנט געדאַכט, טױט־קראַנק, ס'איז נישט געװען אַפֿילו קײן לעפֿל יױך אָדער אַביסל אײַנגעמאַכטס אַף דערקװיקן די נשמה. ערשט אַפֿן אַנדערן טאָג האָט מען זיך אַף אונדז דערבאַרעמט, מענטשן פֿון אַ קאָמיטעט זײַנען געקומען און האָבן אונדז איבערגעשריבן אַלעמען באַם נאָמען, און מע האָט אונדז אַװעקגעפֿירט פֿון דאָרטן, און מע האָט

אונדז פֿאַרטריבן אין אַ שטאַל, און דאָרט האָט מען אונדז געטײלט בול־ קעס מיט מאַראַנצן, איטלעכן אַ בולקע מיט אַ מאַראַנץ, און פֿון דאָרטן האָט מען אונדז װידער אַװעקגעטריבן, איבערגעשריבן איטלעכן באַם נאָמען און אַרױפֿגעזעצט װידער אַף אַ שיף, און מע האָט אונדז געפֿירט אָנדערהאַלבן מעת־לעת, און די זון האָט געבאַקן, געברענט װי אַ גיהנום, ביז מע האָט אונדז געבראַכט צופֿירן און אַראָפּגעװאָרפֿן אין אַן אָרט פֿון גאָלע זאַמד, נישט קײן הײַזער, נישט קײן בײמער, נישט קײן גראָז, נאָר זאַמד און הימל, הימל און זאַמד, און דאָ האָט מען געװאָלט, מיר זאָלן זיך באַזעצן, מע האָט אונדז געגעבן אַרבעט ― שלעפּן קלעצער פֿונעם ים און בױען הײַזער, גראָבן ערד און פֿלאַנצן בײמער, און מע האָט גע־ שטעלט איבער אונדז אַן אױבערהאַר, אַ משוגענעם כּעסן, װאָס באַלד עפּעס ― פֿלעגט ער געבן פּעטש; האָבן מיר דאָך מסתּמא געמאַכט אַ ױצעקו, האָט מען עטלעכע פֿון אונדז געבונדן, געשלאָגן מכּות־רצח… קױם מיטן לעבן זײַנען מיר פֿון דאָרטן זיך צעלאָפֿן, דער אַהער, דער אַהין, װוּהין די אױגן האָבן געטראָגן, און מיר האָבן זיך צוגעשלאָגן עטלעכע משפּחות אין אַן ערטל אַרײַן, טאַקע דאָ אין מצרים, װוּ עס װאָלט אונדז אפֿשר זײַן נישקשה, װ אָ ר ע ם מע ק אָ ן ד אָ מ אַ כ ן אַ ל ע ב ן , דהײַנו: מע גיט אונדז אַרבעט ― שטײן באַ דער מאַשין, דרײען די ראָד פֿון כּאור הבוקר ביז שפּעט אין דער נאַכט, און מע באַקומט דערפֿאַר אַ זילבערנעם טאָלער, און קינדער אַ האַלבן טאָלער. הכּלל, ס'איז גאָר קײן מעשׂה ניט. איטלעכער הײסט דאָ „מיסטער“, פֿערד גײען אין ברילן און מענטשן טראָגן פּאַפּירענע מאַנישקעס. דער חסרון אָבער, װאָס מע װײס ניט פֿון קײן שבת און פֿון קײן יום־טובֿ, און װאָס מע פֿאַרשטײט נישט דאָס לשון זײערס, װאָרעם מע רעדט דאָ זײער שטשיפּעליאַװע, דער רוח װײס זײ, אַף װאָס פֿאַר אַ שפּראַך! קײן רחמנות איז באַ זײ נישט פֿאַראַן, איר מעגט אױסגײן אין גאַס פֿאַר הונגער, װעט זיך קײנער ניט אָפּשטעלן אַפֿילו, װאָרעם סע איז אַ טאַרעראַם, אַלע לױפֿן, אַלע אַרבעטן, און װער סע קאָן ניט אַרבעטן און װיל האַנדלען, קאָן ער האַנדלען מיט װאָס ער װיל, מיט אַלטע מלבושים, אַרומטראָגן שװעבעלעך, שוּװאַקס אָדער קנעפּ, און קאָן זיך „מאַכן דערפֿון אַ לעבן“ (אַזױ גײט דאָ די שפּראַך…). נאָר איך מעג זאָגן „גם זו לטובֿה“, װאָרעם אַנדערע מאַכן דאָ אַ סך ערגער פֿון מיר. אָט האָב איך נישט לאַנג באַגעגנט יענקל דעם פֿעטער מרדכיס, בין איך נבֿהל ונשתּומם געװאָרן! איך האָב אים כּמעט נישט דערקענט ― אַזױ שטאַרק האָט ער זיך איבערגעביטן! אָנגעטאָן האָט ער זיך װי אַ משוגענער קאַטערינ־ שטשיק, אין אַ קורץ װײטיקל מיט אַ לאַנגן סטאָן און מיט אַ הױכן ספּאָדיק אַפֿן קאָפּ, װי אַ לאָקשנטעפּל. „יענקל, זאָג איך, ס'איז דו?“ ― „װער דען? ― זאָגט ער, ― פֿאַרשטײט זיך, ס'איז איך, כאָטש איך הײס שױן הײַנט ניט יענקל, איך הײס גאָר מיסטער דזשעק“… „װאָס מאַכסטו עפּעס, זאָג איך, מיסטער דזשעק, װי גײט דאָס דיר אינעם דאָזיקן לאַנד?“ ― „נומער ערגער, זאָגט ער; די ערשטע צײַט איז געװען זײער נישט פֿרײלעך, נאָר איצט, דאַנקען גאָט, מ אַ ך א י ך אַ ל ע ב ן ''… „דהײַנו, זאָג איך, װאָס איז דײַן טועכץ? ', ― „מײַן טועכץ איז, זאָגט ער, איך װאַש גרעט“. „װאָס הײסט, זאָג איך, דו װאַשט גרעט?“ ― „אָט דאָס הײסט, זאָגט ער, איך האָב מיך אױסגעלערנט װאַשן און פּרעסן“. „אָט דאָס הײסט באַ דיר געמאַכט אַ לעבן? אַז אָך און װײ, זאָג איך, איז צו מיר, אַז מײַן פֿעטער מרדכיס זון באַדאַרף זײַן אַ פּראַטשקע, און נאָך אין מצרים דערצו! ''… פֿון אים בין איך געװאָר געװאָרן װאָס מאַכן די איבעריקע אונדזערע חבֿרה, די רױטע ייִדלעך, װאָס האָבן זיך צוגעשלאָגן אַהער; אַלע „מאַכן, ברוך השם, אַ לעבן“: משה שפּרינצעס האָט זיך אױסגעלערנט פֿאַרזױמען לעכלעך צו אונטערהױזן, בערל דאָבעס שלאָגט פֿלעקלעך אין די אָבצאַסן, מענדל מינדעס באַקט בײגל, מאָטל ראַצלט פֿאַרקױפֿט בעזעמער, עטלעכע גײען אַרום דערװײַל אַזױ אָן אַרבעט, בעטן נדבֿות, און די איבעריקע װײס ער אַלײן אױך ניט, װוּ זײ זײַנען אַהינגעקומען, אפֿשר זײַנען זײ שױן נישטאָ… מיר האָבן זיך בײדע גוט אױסגעװײנט, אױסגערעדט אײנער דעם אַנדערן די הערצער, זיך געגעבן די האַנט „תּקיעת־כּף“, אַז מיר זאָלן זיך זען כאָטש אײן מאָל אין װאָך, װעט אונדז זײַן אַביסל גרינגער, װאָרעם דאָס בענקען װאָס מיר בענקען אַרױס איז אַזױ גרױס, אַז ממש עס עקט זיך אונדז דאָס חיות! מיר דאַכט, איך װאָלט זײ מוחל געװען זײערע אַלע גליקן, איך װאָלט זײ אַװעקגעשענקט אַלע זײערע טאָלערס פֿאַר אײן קוק אַף די קבצניװקעס! אױ, װוּ נעם איך פֿליגל, װאָלט איך באַלד צו אײַך אַריבערפֿליִען, מײַנע ליבע און געטרײַע! מיר לאָזן אײַך גריסן גאָר פֿרײַנטלעך, און מיר בעטן אײַך, דאָס הײסט, איך און אסתּר־רײזל זאָל לעבן, איר זאָלט דאָרט לאָזן גריסן איטלעכן באַזונדער גאָר פֿרײַנטלעך, און איר זאָלט זײ זאָגן, אַז מיר פֿאַרגעסן זײ ניט אַפֿילו אַף אַ מינוט, און דעם פֿעטער יאָסע מיט דער מומע סאָסיע זאָלט איר למען השם לאָזן גריסן, און דעם פֿעטער שעיה מיט דער מומע חיה, און די קינדער זײערע, איטלעכן באַזונדער גאָר פֿרײַנטלעך, און מײַן שװעסטער בײלע און די מומע קײלע זאָלט איר אַחוץ לאָזן גריסן פֿון אונזערטװעגן און פֿון אונדזערע קינדערס װעגן, איטלעכן באַזונדער גאָר פֿרײַנטלעך, און איר זאָלט זײ זאָגן למען השם, זײ זאָלן זיך ניט דערװעגן רירן פֿונעם אָרט, װאָרעם זײ װעלן חרטה האָבן און װעלן זיך פֿאַרשילטן דאָס געבײן, אַזױ װי פּעסיע די אַלמנה, װאָס האָט געהאַט דעם פּסק מיט אירע צװײ מײדלעך נעבעך, און נאָך אַ סך אַזעלכע װי זי, װאָס האָבן זיך געלאָזט אײַנרײדן, אַז מע װעט דאָ גליקלעך מאַכן זײערע טעכטער, מע װעט זײ געבן חתנים מיט אַ סך נדן און מיט שײנע מתּנות, און צום סוף האָט מען זײ פֿאַרפֿירט צו אַלדי שװאַרצע יאָר, געפּענטעט אין קײטן און פֿאַרקױפֿט צו די „ישמעאלים“ פֿאַר קנעכט, מע זאָגט, פֿאַר זײער אַ סך גאָלד… למען השם ולמען השם, איר זאָלט זיך נישט לאָזן אײַנרײדן פֿון קײנעם, טאָמער קומט צו אײַך עמעצער פֿון די דאָזיקע „פֿראַנטן“ מיט װײַסע מאַנישקעס און מיט גילדענע זײגערס און זאָגן אײַך צו הרים וגבֿעות, ובפֿרט מיט אײַערע מײדלעך זאָלט איר זײַן געהיט, װי דאָס שװאַרצאַפּל פֿונעם אױג! הלװאַי װאָלט איך מיך אױך ניט געלאָזט אײַנרײדן קײן נאַרישקײטן, קאָמיטעטן, עמיגראַציעס, װאָלט איך געװען באַװאָרנט כאָטש מיט דעם, װאָס איבער הונדערט און צװאַנציק יאָר װעלן מײַנע בײנער קומען צו קבֿר־ישׂראל, צװישן מײַנע ליבע און געטרײַע אַף די קבצניװקעס… און מיר בעטן אײַך, דאָס הײסט, איך און מײַן אסתּר־רײזל זאָל לעבן, נאָכאַמאָל, איר זאָלט נישט פֿאַרגעסן לאָזן גריסן פֿון אונדז און פֿון אונדזערע קינדער דעם פֿעטער יאָסיע און די מומע סאָסיע, דעם פֿעטער שעיה און דער מומע חיה, און מײַן שװעסטער בײלע און מײַן מומע קײלע, און זײערע קינדער, איטלעכן באַזונדער גאָר פֿרײַנטלעך, און למען השם ולמען השם, זײ זאָלן זיך ניט דערװעגן רירן פֿונעם אָרט“… ― ― ― ― ― ― ― ― ― ― ― ― ― ― ― ―

אַזעלכע בריװלעך האָבן די רױטע ייִדלעך באַקומען פֿון זײערע פֿאָ־מעשׂיות און פֿאַנטאַזיעס 295 טער און מוטער, שװעסטער און ברידער, פֿרײַנט און גוטע פֿרײַנט ― לרובֿ, און כאָטש די ידיעות זײַנען געװען כּמעט אַלע אַזעלכע טרױעריקע, אײנע טרױעריקער פֿון דער אַנדערער, פֿונדעסטװעגן האָבן זײ אַרױסגעקוקט אַף בעסערע ידיעות; זײ האָבן נישט פֿאַרלאָרן זײער בטחון, זײ האָבן געהאַט אַ האָפֿענונג, אַז זײ װעלן נאָך הערן, אם ירצה השם, פֿון דאָרטן גוטע בשׂורות מיט ישועות ונחמות… אױב זײערע האָפֿענונגען זײַנען מקױם געװאָרן ― דאָס װעלן מיר װיסן שפּעטער, אַז גאָט װעט אונדז שענקען דאָס לעבן און מיר װעלן אַמאָל אַף ציקאַװעסט זיך דורכפֿאָרן אַהינצו, זען װאָס מאַכן דאָרט, אינעם נײַעם גלות מצרים, אונדזערע ברידער, די רױטע ייִדלעך… אײן זאַך קען איך אײַך זאָגן פֿאַר קלאָר, אַז די רױטע ייִדלעך, װאָס זײַנען געבליבן אינדערהײם, זײַנען גאָר ניט די רױטע ייִדלעך װאָס פֿריִער, װאָרעם װי באַלד עס איז געשען דער קלאַפּ, איז באַ זײ געװאָרן אַן איבערקערעניש; זײ האָבן זיך נאָך די קלעפּ עפּעס װי אױסגעניכטערט, װי אױפֿגעװאַכט פֿון אַ לאַנגן־לאַנגן שלאָף און האָבן אָנגעהױבן צו פֿאַרשטײן זײער לאַגע, פֿאַרשטײן, אַז װײַטער קאָן דאָס אַזױ ניט זײַן, אַז מע באַדאַרף עפּעס אָנהײבן טראַכטן. און אַז זײ האָבן אָנגעהױבן טראַכטן, האָבן זײ ערשט דעמאָלט צעקײַט די װערטער פֿון יענעם פּאַרשױן, װאָס איז אַראָפּגעפֿאָרן צו זײ פֿון יענער זײַט טײַך סמבטיון און האָט זײ דערצײלט אַ מעשׂה מכּח אַ לאַנד, אַן אײגן לאַנד, מכּח ארץ־ישׂראל ― און דער עולם האָט זיך שטאַרק אַ נעם געטאָן צו דעם דאָזיקן ענין, מיט היץ, מיט פֿײַער, װי דער שטײגער איז פֿון די רױטע ייִדלעך… נאָר איר װילט דאָך װיסן װאָס איז געװען דער פּועל יוצא? װאָס איז דערפֿון אַרױסגעקומען? צי האָבן די רױטע ייִדלעך טאַקע עפּעס מתקן געװען, טאַקע עפּעס געטאָן אױך? אָדער מען איז אָפּגעקומען נאַר דערמיט, װאָס מע האָט גערעדט און גערעדט און װידער אַמאָל גערעדט?… צי האָט מען זיך שױן אַמאָל אױסגעגלײַכט דאָרט מיט דעות, אָדער איטלעכער איז זיך געבליבן באַ זײַנעם? צי האָט מען זיך שױן דעררעדט אַמאָל באַ זײ צו אַ סוף? אָדער אַז ס'איז שױן געקומען צום שפּיץ, האָט זיך געלאָזט הערן אַ קול: ,,נע זשעלאַיעם! ” ?… אָט דאָ לאָזט זיך אַראָפּ דער פֿאָרהאַנג, און מיר געזעגענען זיך אָפּ מיט די רױטע ייִדלעך אַף אַ היפּשער צײַט.

געשריבן אין יאָר 1900 מ ש ו ג ע י ם אַ באַשרײַבונג פֿון אַ דורכפֿאָרער

ד אָ ס ע ר ש ט ע ק אַ פּ י ט ל (אַ דורכפֿאָרער אַנטדעקט דאָס נײַע לאַנד. ― די רױטע ייִדלעך הערן זיך אָן מיט מעשׂיות און װערן פֿאַרקאָכט. ― אײנער פֿון זײ לאָזט זיך אַהין אַװעק. ― ער קומט צוריק און גיט אַרױס זײַן באַשרײַבונג באַזונדער אין אַ ביכל. ― ער רעכנט דערפֿון גליקלעך װערן).

אַ צײַט מיט יאָרן האָבן די רױטע ייִדלעך געמײנט, אַז מיט זײ לאָזט זיך אױס די װעלט. פֿון אײן זײַט דער טײַך סמבטיון, פֿון דער אַנדערער זײַט די הרי חושך און אין מיטן די רױטע ייִדלעך ― און אַן עק, װאָס באַדאַרף מען נאָך? גערעדט האָט מען, אַז אַף יענער זײַט סמבטיון איז אַ סבֿרא, אַז סע איז יאָ פֿאַראַן עפּעס אַ לאַנד, נאָר אַפֿילו אַז יאָ, איז נאָך אַ ספֿק, צי עס געפֿינען זיך דאָרטן ייִדן; כאָטש אַפֿילו, אַז מע זאָל װעלן שמועסן דאָס אײגענע װידער צוריק, מוז מען רעכענען, אַז סע איז ג ע װ י ס דאָרטן פֿאַראַן ייִדן, װאָרעם, ערשטנס, װי געשיקט זיך דאָס אַ לאַנד אָן ייִדן? און, צװײטנס, װוּ זײַנען אַהינגעקומען די „עשׂרת השבֿטים“?… נאָר פּלוצעם עפּעס איז אַרױס אַ קלאַנג, אַז אײנער אַ דורכפֿאָרער, מע װײסט ניט װער און פֿון װאַנען, האָט דערצײלט, אַז ער איז דאָרט אַלײן געװען אין יענעם לאַנד. אײַ, װי אַזױ האָט ער געקאָנט אַריבער דעם סמבטיון, װאָס אַלע װײסן, אַז אַ גאַנצע װאָך װאַרפֿט ער מיט שטײנער, אַ חוץ שבת? בלײַבט אַ קשיא… דער דורכפֿאָרער האָט דערצײלט, אַז ער איז דאָרטן געװען, אַז ער האָט אַלײן געזען מיט זײַנע אױגן