ייִדישע שרײַבער: פֿרישמאַן צוגאַסט בײַ שלום־עליכם

שלום עליכם (אַלע װערק)

אַ פּאָר עפּיזאָדלעך.

דאָס איז געװען שױן לאַנג, גאַנץ לאַנג: מיר בײדע, נישט איך, נישט פֿרישמאַן, האָבן נאָך אַפֿילו נישט געחלומט פֿון יובילעומס…

פּערזענלעך האָבן מיר זיך נישט געקענט. נאָר גוטע פֿרײַנט זײַנען מיר געװעזן, אוהבֿים נאמנים, געשריבן זיך אײנס דאָס אַנדערע בריװלעך, „ידידי־יקירי־בריװלעך“, און געצױגן, געצױגן אײנס צו דאָס אַנדערע, װי ס'איז גאַנץ נאַטירלעך באַ יונגע שרײַבערס.

נאָר װי קומט די קאַץ איבערן װאַסער, אַז מען איז צעריסן ― אײנער אין קיִעװ, דער אַנדערער אין װאַרשע ― אַ פֿאָלג מיך אַ גאַנג!

נאָר ס'איז אַ תּירוץ? ― אוהבֿים נאמנים!…

בקיצור ― פֿרישמאַן איז געקומען קײן קיִעװ צו־גאַסט צו שלום־עליכמען.

געקומען פֿרישמאַן!

פֿאַרשטײט זיך, אַרױסגעפֿאָרן אַפֿן װאָקזאַל באַגעגענען פֿרישמאַנען, געבראַכט פֿרישמאַנען גלײַך צו זיך אַהײם, אים אָפּגעטראָטן אַ גאַנצן אַפּאַרטאַמענט ― גוטע צײַטן געװען, זײ װעלן זיך שױן נישט אומקערן מער…

װי אַזױ מע האָט פֿאַרבראַכט די צײַט ― באַדאַרפֿט איר נישט פֿרעגן. בײדע געװען יונג, בײדע פֿריש, בײדע פֿרײלעך און בײדן האָט געשפּאַרט ― לאַכן האָט זיך געװאָלט, לאַכן!

איך װעל נישט דערצײלן פֿון די געלעכטערן, װאָס זײַנען געװען אין שטוב, אין גאַס, אין טעאַטער. דאָס זײַנען געװען אָפּשניצלעך פֿון צװײ קונדסים, װאָס האָבן זיך לאַנג־לאַנג געצױגן אײנס צו דאָס אַנדערע, און גאָט האָט זײ געהאָלפֿן ― חבֿרה האָבן זיך „צונױפֿגעסקאָמפּאַניעט“. ער האָט געשריבן פּאַראָדיעס אַף זיך אַלײן אינעם געשטאַלט פֿון „אופֿיר“:

„גאָלד און זילבער און באַרליאַנטן“ ― און מע האָט געלאַכט.

מען איז געגאַנגען אין גאַס און מע האָט געקאָפּירט באַקאַנטע פּאַרשױנען ― געװײנטלעך, ליטעראַטן ― און מע האָט געלאַכט.

מען איז געקומען אין טעאַטער, אין דער אָפּעראַ, גאַנץ אױבנאָן אין אַ לאָזשע־בענואַר, האָט זיך דער גאַסט אַװעקגעזעצט דװקא מיטן פּנים צו דער טיר און אָפּגעזעסן אַזױ אַלע פֿיר אַקטן ― און מע האָט געלאַכט.

געװען גוטע יאָרן ― זײ װעלן זיך שױן נישט אומקערן מער, און נישט פֿון דעם װיל איך אײַך דערצײלן.

איך װעל אײַך דערצײלן נאָר אַ פּאָר עפּיזאָדלעך פֿון יענער צײַט.

ע פּ י ז אָ ד ל נ ו מ ע ר א ײ נ ס.

װי באַלד פֿרישמאַן איז געקומען, נאָך אַפֿן װאָקזאַל, האָט ער אױסגענומען מיט מיר אַ תּנאַי: אינקאָגניטאָ ― די „חכמי קיִעװ“ דאַרפֿן נישט װיסן, אַז ער איז פֿרישמאַן.

די „חכמי קיִעװ“ ― דאָס איז געװען אַ בינטל ייִדישע שרײַבער, צװישן זײ גאַנץ באַרימטע; צװישן זײ אױך גאַנץ קלײניטשקע.

דאָרט זײַנען געװען: משה אַהרן שאַצקעס, יהל"ל, יצחק יעקבֿ װײַס־בערג, דובזעװיטש, דאַרעװסקי ― און נאָך גאָר־גאָר קלײניטשקע.

דער גרעסטער טײל פֿון זײ פֿלעגן זײַן באַ מיר אָפֿטע געסט, און פֿון זײ האָט זיך עס פֿרישמאַן דװקא געװאָלט אױסבאַהאַלטן.

װאָס־זשע טוט גאָט? ― טראָגט עס אָן אײנעם פֿון זײ צו מיר אַקוראַט דעמאָלט, װען פֿרישמאַן זיצט, און עס װערט אַ שמועס ― געװײנטלעך, װעגן ליטעראַטור, און, געװײנטלעך, װעגן קריטיקער, „אונדזערע קריטיקער“; און אונדזערע קריטיקער ― דאָס איז געװען פֿריש־מאַן, און נאָך אַ מאָל פֿרישמאַן, און װידער אַ מאָל פֿרישמאַן.

איך געדענק שױן נישט אַקוראַט, צי פֿרישמאַן האָט שטאַרק אָנגערירט ערגעץ אין אַ פֿעליעטאָן אָט דעם נפֿש, צי נישט שטאַרק, צי גלאַט אין אַ בריװ אים אָנגערירט דעם כּבֿוד, ― נאָר װאָס דער פּאַרשױן האָט אױסגערעדט אַף דעם פֿרישמאַנען! אַש האָט ער פֿון אים געמאַכט; עפֿר ואפֿר! מיט דער בלאָטע גלײַך! גאָר נישט שײך צו זאָגן! פֿרישמאַן האָט זיך נאָכגעפֿרעגט אַף פֿרישמאַנען, און יענער האָט נישט אױפֿגעהערט צו שיטן פּעך און שװעבל אַף פֿרישמאַנען!

נאָך מער קונץ: מיר דאַכט, אַז אָט דער ייִד האָט מיט אַ קורצער צײַט פֿריִער פֿאַר דעם, אָדער אין דער זעלביקער צײַט טאַקע, געהאַט געשריבן צום זעלביקן פֿרישמאַנען „לכבֿוד־בריװלעך“ מיט אַזעלכע טיטלען און מיט אַזױנע קאָמפּלימענטן, אַז באַם גרעסטן עניו קאָן זיך דער קאָפּ פֿאַרדרײען!… די געלעכטערן, װאָס זײַנען דעמאָלט געװען אין קיִעװ נאָכדעם, װי דער נפֿש איז אַװעק, האָט מען באַדאַרפֿט הערן, מײן איך, אין װאַרשע!

נאָר איך האָב מורא, אַז נאָך אַזאַ שװיץ־באָד איז דאָס געװען פֿרישמאַנס לעצטער „אינקאָגניטאָ“…

ע פּ י ז אָ ד ל נ ו מ ע ר צ װ ײ.

„מחברים“ פֿלעגן אָפֿט, זײער אָפֿט קומען צו מיר אין שטוב.

איך רײד פֿון דעם מין „מחברים“, װאָס שרײַבן און שרײַבן און קײנער דרוקט זײ נישט.

אײנער אַזאַ מחבר האָט זיך מיר אַמאָל געקלאָגט אַף צעדערבױמען: „װאָס איז דאָס פֿאַר אַ מין רעדאַקטאָר, אָט דער צעדערבױם? װאָס איך שרײַב אים און שרײַב, און ער דרוקט נישט! איך שרײַב ― און ער דרוקט נישט!“…

אַ ראָמאַן האָט ער געבראַכט צו פֿירן. פֿון אַ קלײן שטעטל אין פּאָלטאַװער גובערניע, און װיל צװײ זאַכן: ערשטנס, מיר בײדע, איך און פֿרישמאַן, זאָלן אים איבערלײענען פֿון אָנהײב ביזן סוף.

דאָס הײסט, נישט חלילה מיר זאָלן לײענען. נײן! לײענען װעט ער, און מיר'ן אים האָרכן.

איז אײן מאָל אַװעק. והשנית ― מיר זאָלן אים דרוקן. דאָס הײסט, נישט דעם מחבר ― דעם ראָמאַן זאָלן מיר דרוקן.

װי אַזױ מיר װילן ― אין אַ צײַטונג, אַ זשורנאַל, אַ בוך ― ס'אַרט אים נישט װוּ, אַבי דרוקן.

ער װיל זײער, אַז זײַן ראָמאַן זאָל זײַן געדרוקט.

הכּלל, װאָס טוט מען דאָ? דאַרף מען זיך אַװעקזעצן, הײסט עס, און האָרכן, װי ער װעט לײענען.

פֿאַררײכערט צו ציגאַרן, אַװעקגעזעצט זיך גאַנץ באַקװעם אין װיגשטולן, דעם מחבר ― אױבנאָן באַם טיש מיטן פּעקל כּתבֿים ― אַ היפּש פּעקל: דרײַ גרױסע גראָבע געדיכטע „טעטראַדן“, ביכער!

נײן, איך װעל אײַך נישט דערצײלן װאָס דער מחבר האָט אונדז געלײענט.

דאָס איז געװען אַ ראָמאַן „אין דרײַ טײלן“, אַפֿן שניט פֿון שמ"ר, באַזאַלצן מיט הומאָר און באַפֿעפֿערט מיט „סאַטיריקאָ“…

נאָר דער גאַנצער אַנטיק האָט געשטעקט אין דעם, װי אַזױ דער מחבר האָט געלײענט זײַן װערק, װי אַזױ ער האָט באַטאָנט, געקװעטשט, באַטעמט איטלעכס װאָרט באַזונדער, געמאַכט מיט די הענט און מיט אַלע איבֿרים, אָנגעקװאָלן, געשעפּט תּענוג, ממש געװאַקסן פֿאַר נחת, אַלײן געלעקט פֿון זיך די פֿינגער, װי אַזױ אַ מענטש קאָן נעמען און אַזעלכעס אָנשרײַבן מיט אַ פּראָסטער פּען, מיט שװאַרצער טינט אַף װײַס פּאַפּיר!…

באַדאַרף מען אײַך נאָך דערצײלן, װאָס פֿון אונדז בײדן איז געװאָרן, אַז מיר האָבן נאָך די ערשטע עטלעכע פֿראַזן געגעבן אַ קוק אײנס אַף דאָס אַנדערע? ברױן און בלױ און אַלערלײ קאָלירן ― נאָך אַ מינוט, און מיר װאָלטן געװען אָדער דערשטיקט געװאָרן אַפֿן אָרט, אָדער געפּלאַצט אַף שטיק־שטיקלעך.

אַ גליק, װאָס דער געלעכטער, װעלכן מיר האָבן אַ היפּשע צײַט געהאַלטן פֿאַרשטיקט אין זיך, האָט זיך דורכגעשלאָגן אַ װעג דורך דער נאָז און איז אַרױס לאַױר העולם.

דער ערשטער האָט געפּלאַצט פֿרישמאַן ― און אױ־װײ, װי איך האָב געציטערט פֿאַר אים, טאָמער דערזעט דער מחבר, אַ קשיא אַף אַ מעשׂה, און כאַפּט אַ „טעטראַד“ פֿון זײַנע „טעטראַדן“, און גיט אים איבערן קאָפּ און פּלעט פֿרישמאַנען דעם מח! אַ גראָשן איז באַ מיר נישט װערט געװען דעמאָלט פֿרישמאַנס לעבן!

און שטעלט אײַך פֿאָר אַ הצלחה פֿון אַ מענטשן! ― דער מחבר האָט אונדז דערזען לאַכן, האָט ער זיך אַלײן אױך צעלאַכט!

ער איז געװען זיכער, אַז דאָס האָט אַף אונדז געװירקט די זאַלץ פֿון זײַן הומאָר און דער פֿעפֿער פֿון זײַן „סאַטיריקאָ“.

פּלוצעם כאַפּט זיך אױף פֿרישמאַן:

― גענוג!

מע דאַרף נישט לײענען מער. ס'איז אַזױ גוט, אַז מע פֿאַרשפּאָרט שױן גאָר לײענען װײַטער.

― אַלזאָ, יונגערמאַן, װאָס װילט איר?

― איך װיל, מײַן ראָמאַן זאָל זײַן געדרוקט, און װײַטער גאָר נישט… און געלט ― איז װיפֿל איר װעט זאָגן…

דערזען, אַז דער יונגערמאַן באַנוגנט זיך ניט מיט כּבֿוד אַלײן ― ער װיל נאָך געלט אױך, האָט אונדז אָנגענומען אַ חשק, נעמען דעם יונגנמאַן צו דער אַרבעט.

תּחילת ― דאָס איז געװען פֿרישמאַנס אײַנפֿאַל (אַן אײַנפֿאַל פֿון אַ גאָון!) ― באַדאַרף מען װיסן די װערט פֿונעם װערק ― און דאָס לאָזט זיך נישט אָפּשאַצן, סײַדן מע זאָל װיסן די װאָג, װיפֿל עס װעגט.

און דאָס איז נישט שװער צו דערגײן. מע נעמט און מע לײגט דאָס אַװעק אַף אַ װאָג, דאָס הײסט (און דאָס איז אױך געװען פֿרישמאַנס זשעניאַלער אײַנפֿאַל!), מע לײגט אַװעק אַף אײן שאָל דאָס װערק און אַף דער אַנדערער לײגט מען אַװעק געװיכט, װעט מען דעמאָלט װיסן אַקוראַט.

און מע האָט זיך נישט געפֿױלט און מען איז געגאַנגען אין אַ קלײט, װוּ ס'איז דאָ אַ װאָג, און מע האָט אָפּגעװױגן דאָס װערק: דרײַ פֿונט מיט דרײַ פֿערטל ― קײן עין הרע נישט!

אַצינד איז געבליבן נאָר אײן זאַך: דער מקח?

― מה יקר? װי טײַער זאָל מען רעכענען אַ פֿונט?

װיל דער יונגערמאַן בשום אופֿן נישט זאָגן װיפֿל.

― װיפֿל אירט זאָגן, אַזױ װעט זײַן גוט.

איז געבליבן בײַ אונדז, אַז צװײ הונדערט רובל דער פֿונט.

― גענוג?

דער יונגערמאַן, װאָס איז שױן בלאו הכי געװען אַפֿן זיבעטן הימל, האָט אַ זאָג געגעבן:

― עס מעג זײַן הונדערט רובל אַ פֿונט, איז אױך גענוג.

האָט זיך אָבער פֿרישמאַן אַװעקגעשטעלט אײן מאָל פֿאַר אַלע מאָל: צװײ הונדערט רובל ― ס'איז װערט מער!

דער מחבר אונדזערער איז שיִער נישט צעשמאָלצן געװאָרן פֿאַר תּענוג:

― שאַ! מילא! אַז איר האָט זיך אײַנגעשפּאַרט צװײ הונדערט, זאָל זײַן צװײ הונדערט.

― װיפֿל־זשע, הײסט עס, כאַפּט דאָס אױס אַרום און אַרום?

און פֿרישמאַן האָט אָנגעזאָטלט די נאָז מיטן פּענסנע מיט גרױס מאַטערניש (עס האַלט זיך נישט אַף פֿרישמאַנס נאָז קײן פּענסנע!), און אַלע דרײַ האָבן גענומען אַרײַנקוקן אין חשבון אַרײַן ― עס טרעפֿט אָן אַקוראַט 750 רובל, װי אַ גראָשן אַ בײגל!

דער יונגערמאַן האָט זיך שױן גענומען גלעטן דאָס בערדל און װאַרטן.

מיר האָבן אױך געװאַרט.

― נו?…

― נו־נו?…

― אַדרבה?…

― אַדרבה ואַדרבה?…

און אָט דאָ האָט זיך אַרױסבאַװיזן דער גאַנצער טעות: דער יונגערמאַן האָט געמײנט, אַז מיר דאַרפֿן אים צאָלן צװײ הונדערט פֿאַר אַ פֿונט און מיר האָבן געמײנט, אַז דער יונגערמאַן זאָל אונדז צאָלן די צװײ הונדערטער אַ פֿונט!

איז דער יונגערמאַן געפֿאַלן אַף אַ המצאה:

― װײסט איר גאָר װאָס? איכל אײַך נישט צאָלן, אירט מיר נישט צאָלן ― נאַט אײַך מײַן װערק און דרוקט עס אָפּעט!

האָבן מיר זיך אָבער אַװעקגעשטעלט: נײן! דאָס װעט נישט גײן! פֿון זינט די װעלט שטײט איז אַ מנהג, אַז פֿאַר אַ װערק אָדער מע צאָלט דעם מחבר, אָדער דער מחבר צאָלט ― אַנדערש גײט עס נישט!

פֿונעם געשעפֿט איז נישט געװאָרן גאָר נישט ניט.

נאַרישע, ייִנגלשע, נאָר גוטע, גליקלעכע יאָרן ― זײ װעלן זיך שױן נישט אומקערן מער!…

נערװי, 1 מאַרץ, 1914 א.

יאָרן־לאַנג בין איך געשטאַנען אין פֿאַרבינדונג מיט ביאַליקן און נישט זוכה געװען פּערזענלעך זיך צו באַקענען מיטן גרעסטן פֿון אונדזערע פּאָעטן, װײַל מיר זײַנען געװען װײַט אײנס פֿון דאָס אַנדערע. ער האָט געװױנט אין אַדעס און איך ― אין קיִעװ. דערנאָך זײַנען געקומען די גלות־יאָרן פֿון נאָך דער רוסישער קאָנסטיטוציע. האָט דאָס מיך פֿאַרװאָרפֿן קײן אױסלאַנד ― שװײץ ― און פֿון דאָרטן, איבערן אַטלאַנטישן ים, קײן אַמעריקע, און אָט אַזױ האָב איך שױן כּמעט אינגאַנצן אױפֿגעגעבן מײַן האָפֿענונג צו באַגעגענען זיך װען ס'נישט איז מיטן ריז פֿון די ריזן. װאָס טוט גאָט? פֿאָרן זיך צונױף די ציוניסטן אַפֿן קאָנגרעס אינעם יאָר 1907 אין האַאַג, און די אַמעריקאַנער ציוניסטן קלײַבן מיך אױס פֿאַר אַ דעלעגאַט, און איך קום צו פֿאָרן קײן האַאַג, אין האָלאַנד.

ערבֿ קאָנגרעס איז אַ קאָנפֿערענץ פֿון העברעיִסטן. איך קום אַרײַן, דער זאַל איז פֿול. דער טשערמאַן איז א. ל. לעװינסקי. קלאַפּט מיטן האַמער אין טיש. דער עולם איז אױפֿגערעגט. און מער פֿון אַלע אַנדערע קאָכט זיך עפּעס אַ יונגערמאַנטשיק. װײַזט אױס, אַ „בורזשוק“; באַ אונדז אין דער הײם הײסט ער אַ „קופּטשיק“. איך באַטראַכט דעם יונגנמאַנטשיק און באַשליס, אַז דאָס מוז זײַן מסתּמא אָדער אַ יונגערמאַן אַ משׂכּיל, װאָס איז נאָר־װאָס אַראָפּ פֿון קעסט, אָדער אַן אײדעם, װאָס זיצט נאָך אַף קעסט. און װײַל ער איז אַ משׂכּיל און זײַן שװער איז אַ ייִד אַ בעל־הבית, האָבן די ציוניסטן פֿון זײַן שטעטל אים אױסגעקליבן פֿאַר אַ דעלעגאַט, װאָס פֿאָרט מסתּמא אַף זײַנע אײגענע הוצאָות קײן האַאַג. און